לעבן חסידות · פרק 198 · 2025-10-16 · 12:42
שבת בראשית תשפ"ו מאכן פון וועלט א מקום קדושה אן ברעכן
תיאור הפרק
שבת בראשית תשפ״ו אידיש מאכן פון וועלט א מקום קדושה אן ברעכן שיחת שבת בראשית תש״נ ועוד
השמע המקורי · הערך על הרב אשר פרקש בחב"דפדיה
תמלול אוטומטי מהשמע, ותרגום מכונה לעברית. קישורים לחב"דפדיה נוספו אוטומטית.
00:00 זה היה בשבת בראשית בשנת תש"נ, ואני הייתי אז אצל הרבי בהתוועדות. הרבי התוועד באותה שבת בראשית פעמיים. זה לא היה מתוכנן מראש, כי לא ידעו שיהיו שתי התוועדויות. הרבי התוועד פעם אחת. באותה שנה, אם אינני טועה, שבת בראשית חלה בערב ראש חודש חשוון. הרבי התוועד אז פעמיים. בפעם הראשונה הוא התוועד באמצע היום, באחת וחצי, כרגיל, כפי שהיה הסדר בכל שבת מברכים. אחר כך הוא אמר שיהיה המשך, ושהוא יתוועד שוב לפני השקיעה. וכך היה: הוא התוועד בפעם השנייה לפני השקיעה, וכבר היה לילה. אחר כך, לאחר ערבית, הוא חילק כוס של ברכה. זה היה דבר עשיר מאוד — שתי התוועדויות בשבת אחת. על כל פנים, באחת השיחות שאמר הרבי באותה שבת בראשית, הוא סיפר סיפור מופלא שחולל בי סערה שלמה. הוא סיפר שפעם הביאו לאדמו"ר הזקן מתנה: קופסת טבק. כן, בזמנים ההם, כמדומני, היה מקובל שיהודים משתמשים בקופסת טבק. זו הייתה קופסה יפה, מוזהבת, ממש קופסה מהודרת, ובתוכה היה טבק, ו[לא ברור].
00:00 דאס איז געווען שוין שבת בראשית אין יאר תש"נ, אבער איך בין געווען ביי דעם רבי'ן דעמאלט ביי דער התוועדות. דער רבי האט דעמאלט, אין שבת בראשית, צוויי מאל פארברענגט. אה, ס'איז געווען נישט נאר צוגעגרייט, ווייל מ'האט נישט געוואוסט אז עס וועלן זיין צוויי התוועדויות. דער רבי האט פארברענגט איין מאל. דעמאלט איז אויסגעקומען שבת בראשית, איך מאך נישט קיין טעות, ס'איז געווען שבת בראשית ערב ראש חודש, מיין איך, ערב ראש חודש חשון. דער רבי האט דעמאלט פארברענגט צוויי מאל. איין מאל האט ער פארברענגט אינמיטן טאג, איינס דרייסיג, כרגיל, אזוי ווי דער סדר איז געווען יעדן שבת מברכים. און דערנאך האט ער געזאגט אז עס וועט זיין א המשך, און ער וועט פארברענגען נאך א מאל פאר דער שקיעה. נאר אזוי איז עס דא געגאנגען: ער האט פארברענגט דאס צווייטע מאל פאר דער שקיעה, ס'איז געווען שוין די נאכט. און דעמאלט האט ער נאך מעריב געטיילט כוס של ברכה. ס'איז געווען א זייער רייכע זאך, אז ס'איז געווען צוויי התוועדויות אין איין שבת. אבער על כל פנים, אין יענעם שבת בראשית, אין איינע פון די שיחות וואס דער רבי האט דעמאלט גערעדט, האט ער געציילט א סיפור. א מופלא'דיקער סיפור וואס האט געמאכט אין מיר א גאנצן שטורעם. ער האט געציילט א סיפור אז, איר ווייסט, מ'האט געברענגט אמאל א מתנה צו דעם אלטן רבי'ן, א פושקע פון טאבאק. יא, אין אמאליגע צייטן, איך מיין, דער סדר איז געווען, אידן פלעגן נוצן א טאבאק־פושקע. ס'איז געווען א שיינע גאלדענע פושקע, ממש א רייכע פושקע, און אין איר האט געלעגן טאבאק, און [לא ברור].
01:30 על כל פנים, אדמו"ר הזקן אמר אז שיש איבר אחד בגוף האדם שאין צורך להיענות לתאוותיו. בדברים אחרים, כמו אכילה ושתייה, אדם צריך לאכול, אין לו ברירה. אבל עליו לעבוד על עצמו שהאכילה תהיה לשם שמים, ושהשתייה תהיה לשם שמים. וכיוצא בזה, בכל איבר צריך האדם לעבוד על עצמו כדי שישמש לשם שמים. אבל חוש הריח אינו הכרחי. זה חוש שאפשר לחיות בלעדיו. ואדמו"ר הזקן אמר: הקב"ה נתן לאדם איבר אחד שאין הוא מוכרח להיענות לו. אין צורך להיענות לתאוותיו, ויש לרסנו. כך הניח אדמו"ר הזקן את הטבק בצד. הוא לקח את הקופסה היפה, ולמכסה שלה — שהיה מכסף ומבריק — היה מראה של ראי. אדמו"ר הזקן שבר את המכסה מן הקופסה והשתמש בו כראי, כדי שיוכל לראות בשעת הנחת תפילין שהתפילין מונחים במרכז הראש. כשסיפרו את הסיפור בפני אדמו"ר הצמח צדק, הוא שמע אותו ומיד העיר שהסיפור אינו מדויק. אדמו"ר הצמח צדק אמר: אבא לא שבר — סבא, סליחה, סבא לא שבר.
01:30 אבער על כל פנים, דער אלטער רבי האט דעמאלט געזאגט, אז ס'איז דא איין אבר אין דעם מענטשנס גוף וואס מוז נישט נאכגעבן די תאוות. אנדערע זאכן, בכלל, אכילה, שתיה — א מענטש דארף עסן, ער האט נישט קיין ברירה. ער דארף אבער ארבעטן אז דאס עסן זאל זיין לשם שמים, טרינקען לשם שמים. וכיוצא בזה, יעדער אבר דארף מען ארבעטן אויף זיך אז עס זאל זיין פארן אייבערשטנס וועגן. אבער דער חוש הריח, דאס איז נישט מחויב. דאס איז אזא אבר וואס מ'דארף אים נישט; מ'קען לעבן אן דעם. און דער אלטער רבי האט געזאגט: איין אבר האט דער אייבערשטער געגעבן דעם מענטשן וואס ער מוז זיך נישט נאכגעבן. דארף מען אים נישט נאכגעבן מיט תאוות, דארף מען אים אפשטאפן. אזוי האט דער אלטער רבי עס אוועקגעלייגט אויף א זייט. און דער אלטער רבי האט גענומען די פושקע, א שיינע פושקע, און דער דעקל, ס'איז געווען א זילבערנער דעקל, און ער האט געגלענצט, ס'איז געווען א שפיגל. און דער אלטער רבי האט אראפגעבראכן דעם דעקל פון דער פושקע און דאס גענוצט ווי א שפיגל, צו קענען ביים לייגן תפילין זען אז די תפילין געפינען זיך אין מיטן קאפ. און ווי מ'האט געציילט דעם סיפור אין פראנט פון צמח צדק, דער צמח צדק האט געהערט ווי מ'האט געציילט דעם סיפור, און דער צמח צדק האט זיך גלייך אנגערופן און געזאגט אז דער סיפור איז נישט מדויק. דער צמח צדק האט געזאגט: דער טאטע האט נישט געבראכן — דער זיידע, אנטשולדיגט, דער זיידע האט נישט געבראכן.
03:03 הרי אדמו"ר הצמח צדק היה נכדו של אדמו"ר הזקן. לא, סבא לא שבר. הוא רק הפריד, ניתק את המכסה, שהיה מחובר לקופסה בחוט או ב[לא ברור], אולי בבורג — באופן שבו היה המכסה מחובר לקופסה. הוא רק הסיר את הדבר שחיבר ביניהם, וכך נפרד המכסה מן הקופסה, והוא השתמש בו כראי בשעת הנחת תפילין. הרבי סיפר את הסיפור באותה התוועדות, ואנחנו נבין כיצד בסיפור הזה — כמו בכל סיפור שמספרים על רבותינו נשיאינו, שיש בו לקח גדול והוראה בדרך עבודת השם — יש הוראה נפלאה בעבודת השם, הקשורה במיוחד לשבת בראשית. כי בשבת בראשית קוראים בתורה, ובשבת בראשית קובעים את האופן שבו ניגשים לדברים. מתחילים: ״בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ״. התורה מספרת לנו על בריאת העולם, ואחר כך נכנסים לסדר הבריאה: השמים והארץ, שבעת ימי בראשית, ששת ימי בראשית ובריאת האדם, והמשך סיפורי הפרשה על שלל ענייניהם. זוהי שבת בראשית. וידוע גם הפתגם שמביאים חסידים בשם רבותינו נשיאינו, שכפי שנעמדים בשבת בראשית, כך הולכת השנה כולה. ובפשטות, זה [לא ברור].
03:03 דער צמח צדק איז דאך געווען אן אייניקל פונעם אלטן רבי'ן. ניין, דער זיידע האט נישט געבראכן. דער זיידע האט מער נאר אפגעשיידט, אפגעטיילט, יא, דעם דעקל וואס איז געווען פארבונדן מיט א שטריקל אדער מיט א [לא ברור], ווי ס'איז געווען, א שרויף, ווי ס'איז געווען דער אופן ווי דער דעקל איז געווען צוגעבונדן צו דער פושקע. האט ער מער נישט ווי אראפגענומען דעם דבר המחבר, און אזוי איז עס געווארן אפגעטיילט, און אזוי האט ער גענוצט דעם דעקל ווי א שפיגל ביים לייגן תפילין. דער רבי האט געציילט דעם סיפור אין יענער התוועדות, און מיר גייען פארשטיין ווי אין דעם סיפור — יעדער סיפור וואס מ'ציילט פון די רביים האט אין זיך א גרויסן לקח און א הוראה, א הוראה אין דרך בעבודת השם — איז דער סיפור א סיפור נפלא, וואס ברענגט א הוראה אין עבודת השם, פארבונדן ספעציעל מיט שבת בראשית. ווייל ווען מ'ליינט שבת בראשית די תורה, שטעלט מען זיך אוועק אין שבת בראשית. און מ'הייבט אן: „בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ“. און די תורה דערציילט אונז וועגן בריאת העולם, און דאן גייט מען אריין אינעם סדר הבריאה, וואס איז געווען ביי בריאת העולם, די שמים און די ארץ. און ס'איז געווען שבעת ימי בראשית, ששת ימי בראשית און בריאת האדם. און דער סיפור, דער המשך הפרשה, ריבוי ענינים. און דאס איז שבת בראשית. און נאך איז ידוע די פתגם וואס ברענגען חסידים בשם רבותינו נשיאינו, אז ווי מ'שטעלט זיך אוועק שבת בראשית, אזוי גייט עס א גאנץ יאר. אז בפשט, דאס [לא ברור].
04:45 כשמגיעים לכך, מתחילים ללמוד את התורה מן ההתחלה, ולומדים ״בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ״. ובפרט על פי הביאורים הנפלאים שמגלה תורת החסידות, ובייחוד תורת הבעל שם טוב, ש״בראשית ברא״ פירושו שההתהוות היא בכל רגע ורגע. היא לא הייתה רק פעם אחת, אלא בכל רגע ורגע, ובכל עת ובכל שעה, הקב"ה מהווה, מחיה ומקיים את הבריאה כולה מאין ליש ממש. ומהו יש מאין? זהו בכוח אין־סוף, בכוח העצמות, ש״הוא לבדו בכחו ויכלתו לברוא יש מאין״. רק העצמות עצמה יכולה לברוא יש מאין; לשום נברא אין כוח כזה. רק הקב"ה עצמו בכוחו וביכולתו לברוא יש מאין. לכן, כשמגיעה שבת בראשית ולומדים את פרשת בראשית, ורואים בבריאה, בכל פרטיה, שהבריאה כולה נבראה מאין ואפס המוחלט על ידי עצמות ומהות — הרי עצמותו של הקב"ה נמצאת בעולם בכל רגע ורגע. כשהאדם מגיע להכרה הזאת, היא נותנת לו כוח לצאת אל העולם ולעשות מן העולם דירה לו יתברך. ובכללות, זהו ההבדל בין חודש תשרי לחודש חשוון. העבודה בחודש תשרי היא בתוך הימים הטובים, כשמופשטים לגמרי מענייני העולם. בחודש תשרי נמצאים בראש השנה, ביום הכיפורים, בסוכות ובשמחת תורה; עומדים בבית הכנסת, רוקדים, שרים, מתפללים ולומדים, וקשורים לענייני קדושה, לענייני
04:45 איז, אז בשעה ס׳קומט צו גיין, הויבט מען אָן לערנען תורה פון דער התחלה, און לערנען „בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ“. בפרט על פי די ביאורים נפלאים וואס תורת החסידות מגלה, תורת הבעל שם טוב במיוחד, אז „בראשית ברא“ איז דער טייטש, אז די התהוות איז בכל רגע ורגע. אז דאס איז נישט געווען נאר איינמאל, נאר בכל רגע ורגע ובכל עת ובכל שעה איז דער אויבערשטער מהווה, מחיה ומקיים די גאנצע בריאה מאין ליש ממש. און וואס איז יש מאין? דאס איז בכח אין־סוף, בכח העצמות, וואס הוא לבדו בכחו ויכלתו לברוא יש מאין. נו, עצמות אליין קען באשאפן יש מאין; דאס האט קיין נברא נישט. דאס איז נאר דער אויבערשטער אליין, וואס ער האט בכחו ויכלתו צו באשאפן יש מאין. איז בשעה ס׳קומט צו שבת בראשית, און מען לערנט פרשת בראשית, און מ׳זעט אין דער בריאה, אין אלע פרטי הבריאה, אז די גאנצע בריאה איז באשאפן געווארן מאין ואפס המוחלט דורך עצמות ומהות, שטייט אין דער וועלט בכל רגע ורגע די עצמות פון דעם אויבערשטן. בשעה ס׳קומט דער מענטש צו דעם ענין, איז דאס גיט אים כח, אז מיר קענען ארויסגיין אין דער וועלט און מאכן פון דער וועלט א דירה לו יתברך. און בכללות איז דאס דאך דער חילוק צווישן חודש תשרי און חודש חשון. די עבודה פון חודש תשרי איז אין די ימים טובים, וואס איז אינגאנצן אויסגעטאן פון וועלט. אין חודש תשרי געפינט מען זיך אין ראש השנה, יום הכיפורים, סוכות, שמחת תורה; מ׳שטייט אין בית הכנסת, אין שול, און מ׳טאנצט, און מ׳זינגט, און מ׳דאוונט, און מ׳לערנט, און מ׳איז פארבונדן מיט עניני קדושה, עניני
06:24 מצוות. בימים טובים עומדים לגמרי למעלה, מנותקים מן העולם. כשכל הימים טובים מסתיימים ומגיע שבת בראשית, כידוע הפתגם של רבותינו, אומרים שצריך להיות העניין של ״ויעקב הלך לדרכו״. כשמגיע הזמן שאחרי שבת בראשית, ובפרט אחרי שמחת תורה, העבודה היא ״ויעקב הלך לדרכו״. והחסידות מבארת את המילה יעקב: יעקב, דווקא לא ישראל, ״יעקב עבדי״. יעקב הוא עקב. צריך להיכנס לעולם עם העקב, לצאת ברגליים, לצאת אל עלמא דין. ויעקב הוא יו״ד עקב, ״עקב עשו״: להיאבק בעשו, שהוא היצר הרע, הנפש הבהמית וכל ענייני העולם הזה. וצריך לעסוק בענייני עסק, כל אחד לפי עניינו, ובכל זאת להישאר בבחינת היו״ד, להיות עובד את ה׳ בכל שעותיו כולן. כשאומרים ״ויעקב הלך לדרכו״, הכוונה היא שבכניסה לעולם, במקום לעשות מארץ ישראל חוץ לארץ, עושים מחוץ לארץ ארץ ישראל. זה מנהג שהיה כבר מימי אדמו״ר הזקן: אמרו שאחרי שבת בראשית מתחיל ה״ויעקב הלך לדרכו״. כך היה הסדר אצל רבותינו; היה מנהג לומר בפשטות, אחרי שמחת תורה, ״ויעקב הלך לדרכו״. והרבי היה עסוק בעניין הזה בהתלהבות אחרי שמחת תורה, אחרי שבת בראשית, ואפילו בהמשך חודש חשוון — ממש חי את ה״ויעקב הלך לדרכו״. ועם כל המדרגות שבזה, אז מתחיל
06:24 מצוות. מ׳שטייט אין די ימים טובים אינגאנצן העכער, אפגעריסן פון וועלט. בשעה עס ענדיקן זיך די אלע ימים טובים, און ס׳קומט צו גיין שבת בראשית, כידוע דער פתגם פון רבותינו, אז מ׳האט געזאגט, אז ס׳דארף זיין דער ענין פון „ויעקב הלך לדרכו“. אז ס׳קומט צו גיין נאך שבת בראשית, בפרט נאך שמחת תורה, בפרט נאך שבת בראשית, איז די עבודה פון „ויעקב הלך לדרכו“. און חסידות טייטשט דעם ווארט יעקב: יעקב, דווקא נישט ישראל, „יעקב עבדי“. יעקב איז עקב. דארף מען אריינטרעטן אין דער וועלט מיט דעם עקב, ארויסגיין מיט די פיס, ארויסגיין אין עלמא דין. און יעקב, יו״ד עקב, עקב עשו, זיך שלאגן מיט עשו, וואס דאס איז דער יצר הרע, די נפש הבהמית, און מיט אלע עניני עולם הזה. און מ׳דארף זיך מתעסק זיין אין עניני עסק, כל אחד לפי ענינו, און נאך אלץ פארבלייבן אין דעם ענין פון יו״ד, אז ער איז עובד את ה׳ כל שעות כולו. זאגט מען „ויעקב הלך לדרכו“, אז אריינגייענדיק אין וועלט איז דעמאלטס, אנשטאט מאכן פון ארץ ישראל חוץ לארץ, מאכט מען פון חוץ לארץ ארץ ישראל. דער מנהג, וואס איז נאך שוין געווען פון דעם אלטן רבי׳ן, וואס מ׳האט געזאגט אז נאך שבת בראשית הויבט זיך אָן דער „ויעקב הלך לדרכו“. אזוי איז געווען דער סדר ביי רבותינו; געווען דער מנהג, פשוט נאך שמחת תורה, דער „ויעקב הלך לדרכו“, און דער רבי האט זיך געקאכט אין דעם נאך שמחת תורה, נאך שבת בראשית, און אפילו ביז אין חשון ווייטער, פשוט זיך קאכן אין דעם „ויעקב הלך לדרכו“. און מיט אלע מדרגות שבזה, איז דעמאלטס הויבט אָן א
07:52 סדר חדש בעבודה. רואים שהפסוק ״ויעקב הלך לדרכו״ נאמר גם על יעקב אבינו כשחזר מחרן. הוא הלך לארץ ישראל. ואנחנו אומרים את הפסוק הזה כשיהודים יוצאים מתשרי ונכנסים לחשוון. לכאורה זה דבר פלא: הרי יוצאים מתשרי, מהימים הנעלים, ונכנסים לימים רגילים. ודווקא אז אומרים ״ויעקב הלך לדרכו״? הרי יעקב היה בחוץ לארץ, בחרן, וחזר לארץ ישראל. בדיוק ההפך מהכיוון שאליו אנחנו הולכים: אנחנו יוצאים מתשרי, מהימים הקדושים, ונכנסים לימים הרגילים של חודש חשוון. ויעקב, בדיוק להפך, נמצא בדרכו חזרה מחרן לארץ ישראל. אלא שזה העניין. וזה עיקר המסר, עיקר ההוראה, עיקר מה שרוצים לומר: שיהודים צריכים לדעת שההליכה מתשרי לחודש חשוון אינה כמו יציאה מארץ ישראל; נכנסים לארץ ישראל. כמו הפתגם הידוע: ״עשה כאן ארץ ישראל״. יהודי צריך לעשות מהעולם הזה דירה לו יתברך. ולשם כך צריך לזכור את דברי הבעל שם טוב. אבל צריך לזכור שהעולם אינו דבר שצריך לשבור; העולם הוא דבר שצריך להעלות. וזה הסיפור שהרבי, אדמו״ר הצמח צדק, מספר על הטבק. הרבי אמר פעם בהתוועדות ש״העולם אינו אלא חתיכת טבק״. זה פתגם חסידי, לשון שחסידים היו נוהגים לומר: כל העולם אינו אלא חתיכת טבק. וחתיכת טבק, מצד אחד, היא דבר שאפשר להריח, אבל לא טוב לעשן. וגם חתיכת טבק היא דבר קטן; אין זה דבר שצריך לעשן.
07:52 נייער סדר אין דער עבודה. זעט מען אז דער פסוק „ויעקב הלך לדרכו“ גייט אויך אויף יעקב אבינו, ווען ער איז צוריקגעגאנגען פון חרן. ער איז געגאנגען קיין ארץ ישראל. און דעם פסוק זאגן מיר ווען אידן גייען ארויס פון תשרי, אריין אין חשון. לכאורה א דבר פלא: מ׳גייט דאך ארויס פון תשרי, ארויס פון די העכערע טעג, און מ׳גייט אריין אין פשוטע טעג. און דווקא דעמאלט זאגט מען „ויעקב הלך לדרכו“? יעקב איז דאך געווען אין חוץ לארץ, אין חרן, און איז צוריקגעגאנגען קיין ארץ ישראל. פונקט פארקערט פון דעם וועג ווי מיר גייען: מיר גייען ארויס פון תשרי, פון די הייליקע טעג, אריין אין די פשוטע טעג פון חודש חשון. און יעקב איז פונקט פארקערט, ער איז אויפן וועג צוריק פון חרן קיין ארץ ישראל. נאר דאס איז דער ענין. און דאס איז דער תכלית המסר, דאס איז דער תכלית ההוראה, דאס איז דער תכלית וואס מ׳וויל זאגן: אז אידן דארפן וויסן, אז דאס גיין פון תשרי צו חודש חשון איז נישט אזוי ווי מ׳גייט ארויס פון ארץ ישראל; מ׳גייט אריין אין ארץ ישראל. ווי דער באקאנטער פתגם: „מאך דא ארץ ישראל“. אז א איד דארף מאכן פון עולם הזה א דירה לו יתברך. און אויף דעם דארף מען געדענקען דעם ווארט פון דעם בעל שם טוב. אבער מ׳דארף געדענקען אז די וועלט איז נישט א זאך וואס מ׳דארף צעברעכן; די וועלט איז א זאך וואס מ׳דארף אויפהייבן. און דאס איז די מעשה וואס דער רבי, דער צמח צדק, דערציילט מיט דעם טאבאק. דער רבי האט אמאל געזאגט ביי א פארברענגען, אז „די וועלט איז נאר א שטיקל טאבאק“. דאס איז א חסידישער פתגם, א שפראך וואס חסידים פלעגן זאגן: די גאנצע וועלט איז נאר א שטיקל טאבאק. און א שטיקל טאבאק, מצד אחד, איז עפעס וואס מ׳קען שמעקן, אבער ס׳איז נישט גוט צו רייכערן. איז אויך א שטיקל טאבאק א קטנות; ס׳איז נישט א זאך וואס מ׳דארף רייכערן.
09:39 כנראה. הרי העולם כולו אינו רק תאווה. והרבי אמר לו להפך: לומר שזו רק תאווה — זה פסול. סוף כל סוף, האדם הרי מרגיש תאווה. בפרט כשמגיעים לתשובה, ליום כיפור, ומגיעים לפורים. יום כיפור, אומר הרבי, קשור גם למאה ברכות. יום כיפור אינו סתירה למאה ברכות. הרי זו תכלית הגאולה, שגם העולם ייגאל. לומר שזו רק תאווה, אי אפשר לומר זאת כלל. ועל דרך זה, לומר שהעולם כמעט אינו קיים. אצל רוב רובם של האנשים העולם הוא, על כל פנים, רק תאווה. ואצל חסידים הוא אפילו יותר ״רק תאווה״, אמר הרבי. וזה לא טוב. אבל זו ההוראה והלימוד שהרבי רוצה לומר לנו, ואדמו״ר הצמח צדק בא להבין: העולם אינו דבר רע. לא צריך לשבור אותו. לא צריך לדחוק אותו, לא להקטין אותו. צריך להשתמש בעולם ולעשות ממנו חפץ של מצווה. כך לקח הרבי דבר גשמי, כלי של חול, ועשה ממנו כלי לקדושה. הוא עשה ממנו כלי לתפילה, לשעבוד הלב והמוח. יהודי יכול להשתמש בכל דבר גשמי בעולם, למצוא בו כוונה של מצווה, צדקה, מעשים טובים וסיוע לזולת. ישנם כמה וכמה אופנים להשתמש בכל דבר גשמי ולמצוא בו מטרה אלוקית. וזו העבודה שאיתה צריך להתרומם ולצאת לדרך בשבת בראשית. כשיהודי יוצא משבת בראשית עם הכוחות האלה, עליו לזכור שבכל רגע ורגע הקב״ה מחדש את העולם, שזוהי התהוות יש מאין בכל רגע ורגע. וממילא העבודה צריכה להיות שהדבר יתגלה בעשייה שבעולם. לא צריך לשבור. צריך לגלות את הכוח האלוקי, לגלות אותו בהוויה. ״ויאמר
09:39 כנראה. די גאנצע וועלט איז דאך נישט נאר א תאוה. און דער רבי האט אים געזאגט פארקערט: צו זאגן אז ס'איז נאר א תאוה, איז פסול. סוף כל סוף, דער מענטש שפירט דאך א תאוה. בפרט ווען עס קומט צו תשובה, יום כיפור, און מ'קומט צו פורים. יום כיפור, זאגט דער רבי, איז אויך פארבונדן מיט מאה ברכות. איז יום כיפור נישט קיין סתירה צו די מאה ברכות. דאס איז דאך די תכלית הגאולה, אז אויך די וועלט זאל ווערן אויסגעלייזט. צו זאגן אז ס'איז נאר א תאוה, דאס קען מען בכלל נישט זאגן. על דרך זה, צו זאגן אז די וועלט איז כמעט נישטא. ביי רוב רובם פון מענטשן איז די וועלט על כל פנים נאר א תאוה. און ביי חסידים איז עס אפילו מער נאר א תאוה, האט דער רבי געזאגט. און דאס איז נישט גוט. אבער דאס איז די הוראה און דער לימוד וואס דער רבי וויל אונז זאגן, און דער צמח צדק איז געקומען פארשטיין: די וועלט איז נישט קיין שלעכטע זאך. מ'דארף זי נישט צעברעכן. מ'דארף זי נישט איינקוועטשן, נישט פארקלענערן. מ'דארף נוצן די וועלט און מאכן פון איר א חפץ של מצוה. אזוי האט דער רבי גענומען א גשמיות'דיקע זאך, א כלי של חול, און געמאכט דערפון א כלי לקדושה. ער האט געמאכט דערפון א כלי לתפילה, פאר שעבוד הלב והמוח. א איד קען נוצן יעדע גשמיות'דיקע זאך אין דער וועלט, געפינען דערין א כוונה של מצוה, צדקה, מעשים טובים און סיוע לזולת. עס זענען דא כמה וכמה ענינים ווי מ'קען נוצן יעדע גשמיות'דיקע זאך און געפינען דערין א מטרה אלקית. און דאס איז די עבודה מיט וועלכער מ'דארף זיך אויפהייבן און גיין אין דער צייט פון שבת בראשית. ווען א איד גייט ארויס פון שבת בראשית מיט די כוחות, דארף ער געדענקען אז אין יעדן רגע ורגע איז דער אויבערשטער מחדש די וועלט, אז דאס איז התהוות יש מאין אין יעדן רגע ורגע. און במילא דארף די עבודה זיין אז אין דער עשיה פון דער וועלט זאל זיך דאס אנטפלעקן. מ'דארף נישט צעברעכן. מ'דארף אנטפלעקן דעם כח אלקי, אנטפלעקן אים אין דער הויה. „ויאמר
11:33 אלקים יהי אור ויהי אור״. יהודי צריך לעשות אור, ולהביא את אור התורה ואת אור המצוות לעולם, ולעשות מהעולם דירה לו יתברך. לעשות עולם מואר, עולם שרואים בו את הקב״ה. וצריך להגיע לגאולה: ״ונגלה כבוד ה׳ וראו כל בשר יחדיו כי פי ה׳ דיבר״. ומהיום הקדוש הזה, מסוף חודש תשרי, משבת בראשית, לצאת לכל התקופה בעולם ולעשות מהעולם דירה לו יתברך. ורש״י אומר על הפסוק הראשון שיהודי צריך לזכור: ״כח מעשיו הגיד לעמו לתת להם נחלת גוים״. שהעולם כולו הוא [לא ברור] ארץ ישראל, וכפי שקדושת ירושלים מתפשטת בארץ ישראל, כך קדושת ארץ ישראל מתפשטת בכל הארצות. עד שהעולם כולו נעשה דירה לו יתברך, עם בניין בית המקדש השלישי. בפרט כשאנחנו יוצאים משבת אל השבועות של חודש מרחשוון. נאמר במדרש שחודש חשוון הוא הזמן שבו תהיה חנוכת הבית של בית המקדש השלישי. שנזכה לראות זאת תיכף ומיד ממש.
11:33 אלקים יהי אור ויהי אור“. א איד דארף מאכן אור, און ברענגען דעם אור התורה און אור המצוות אין דער וועלט, און מאכן פון דער וועלט א דירה לו יתברך. מאכן א ליכטיקע וועלט, א וועלט אין וועלכער מ'זעט דעם אויבערשטן. און מ'דארף צוקומען צו דער גאולה: „ונגלה כבוד ה׳ וראו כל בשר יחדיו כי פי ה׳ דיבר“. און פון דעם הייליקן טאג, פון דער צייט פון סוף חודש תשרי, פון שבת בראשית, ארויסגיין אויף דער גאנצער תקופה אין דער וועלט, און מאכן פון דער וועלט א דירה לו יתברך. און רש״י זאגט אויפן ערשטן פסוק, אז א איד דארף געדענקען: „כח מעשיו הגיד לעמו לתת להם נחלת גוים“. אז די גאנצע וועלט איז [לא ברור] ארץ ישראל, און ווי די קדושה פון ירושלים ציט זיך אויס אין ארץ ישראל, אזוי ציט זיך די קדושה פון ארץ ישראל אויס אין כל הארצות. אז די גאנצע וועלט ווערט א דירה לו יתברך, מיטן בנין בית המקדש השלישי. בפרט אז מיר גייען פון שבת אין די וואכן פון חודש מרחשון. עס שטייט אין מדרש אז חודש חשון איז די צייט ווען עס וועט זיין די חנוכת הבית פונעם בית המקדש השלישי. זאלן מיר זוכה זיין דאס צו זען, תיכף ומיד ממש.