לעבן חסידות · פרק 159 · 2025-01-07 · 20:57
פרשת ויחי תשפה - אפרים און מנשה
תיאור הפרק
קדושת לוי פרשת ויחי נועם אלימלך פרשת ויחי לקוטי שיחות חלק טו שיחה ב
השמע המקורי · הערך על הרב אשר פרקש בחב"דפדיה
תמלול אוטומטי מהשמע, ותרגום מכונה לעברית. קישורים לחב"דפדיה נוספו אוטומטית.
00:00 זה היה בשנת תש"י, מיד לאחר הסתלקות אדמו"ר הריי"צ, שהסתלק בי' שבט תש"י. באחת ההתוועדויות באותה שנה, שבהן הרבי התוועד — זה היה לפני קבלת הנשיאות — הרבי חיזק כל הזמן את החסידים ועורר אותנו להתחזק בהתקשרות, ולעשות את העניינים שאדמו"ר הריי"צ דרש וביקש, ושהיו יקרים לו. בין הדברים סיפר הרבי פעם שקיבל מכתב מאחד החסידים הוותיקים, שכתב לו שהוא שבור לגמרי מההסתלקות, אינו מצליח להתאושש, ומזמן לזמן הוא בוכה על ההסתלקות. הרבי דיבר על כך בהתוועדות ואמר: ״מה יש לך מהבכי הזה? מה יש לך מהאנחות? במקום לנצל את הכוחות והאנרגיות לבכי, אפשר היה להשתמש באותם כוחות ובאותן אנרגיות כדי לפעול ולעשות בעניינים שהרבי — חותני, אדמו"ר הריי"צ — עסק בהם בלהט, וביקש ממך לעסוק בהם: השליחות שלך בעולם, התכלית שלך, הדברים שביקש, ההשפעות וההוראות שלו״. ועל דרך זה, שמעתי שהיה חסיד בשם ר׳ חיים גוטניק, רב באוסטרליה, שהתגורר באוסטרליה כל השנים ופעל רבות בענייני יהדות ותורה ומצוות, בחינוך יהודים ובהפצת
00:00 ס׳איז געווען אין יאר תש״י, גלייך נאך דער הסתלקות פונעם רבי׳ן ריי״צ, וואס איז נסתלק געווארן י׳ שבט תש״י. אין איינעם פון די פארברענגענס אין יענעם יאר, וואס דער רבי האט פארבראכט — דאס איז געווען פאר קבלת הנשיאות — האט דער רבי די גאנצע צייט מחזק געווען חסידים און מעורר געווען אז מיר זאלן זיך מחזק זיין אין התקשרות, און מיר זאלן טאן די ענינים וואס דער פריערדיקער רבי, דער רבי ריי״צ, האט געמאנט און געבעטן, און זיך אין זיי געקאכט. איז צווישן די זאכן האט דער רבי אמאל דערציילט, אז ער האט באקומען א בריוו פון איינעם פון די אלטע חסידים, וואס שרייבט אים אז ער איז אינגאנצן צובראכן פון דער הסתלקות, קומט נישט צוריק צו זיך, און מזמן לזמן וויינט ער אויף דער הסתלקות. און דער רבי האט גערעדט ביי דעם פארברענגען וועגן דעם און געזאגט: „וואס האסטו פון דעם וויינען? וואס האסטו פון קראכצן? אנשטאט אויסצונוצן די כוחות און די ענערגיעס אויף וויינען, וואלט מען געקענט נוצן די זעלבע כוחות און די זעלבע ענערגיעס אויף טאן און מאכן אין די ענינים וואס דער רבי — דער שווער, דער פריערדיקער רבי — קאכט זיך אין זיי, וואס ער האט ביי דיר געבעטן: דיין שליחות בעולם, דיין תכלית, זאכן וואס ער האט געבעטן, זיינע השפעות און הוראות.“ וואס דאס איז על דרך זה, איך האב געהערט: ס׳איז געווען א חסיד וואס האט געהייסן ר׳ חיים גוטניק, געווען א רב אין אויסטראליע, וואס האט געוואוינט אין אויסטראליע אלע יארן און געטאן אסאך אין אידישקייט און תורה ומצוות, און אויפציען אידן און
01:31 המעיינות באוסטרליה הרחוקה. פעם הוא בא לרבי וסיפר ושוחח עמו. הוא נהג לבוא לרבי מזמן לזמן ולהיכנס ליחידות, והיו לו יחידויות ארוכות. כלומר, הוא נהג לשוחח עם הרבי על עניינים רבים; הרבי היה דן עמו בכמה וכמה עניינים ובמצב — לא רק במצב באוסטרליה, אלא במצב היהדות בכלל, בכמה וכמה תחומים ועניינים. היה לו קשר מיוחד וקרבה מיוחדת לרבי. באחת הפעמים הוא בא לרבי ודיבר על אחד החסידים שהכיר, משפיע. ר׳ חיים גוטניק סיפר לרבי על אותו חסיד, שהיה מן המקורבים ביותר לאדמו"ר הריי"צ ונשאר קשור אליו כל כך, עד שהיה לו קשה מאוד להינתק מזה. הוא היה שבור תמיד, ומזמן לזמן בכה על כך שאדמו"ר הריי"צ איננו כאן, שהוא הסתלק. הרבי אמר — כך הוא מסר, ואני מביא את הדברים כפי ששמעתי: ״הוא בוכה על כך שהרבי אינו כאן, ואינו בוכה על כך שהרבי כן כאן״. מה פירוש שהרבי כאן, ומה אנחנו עושים עם זה? מה אנחנו עושים עם רצונותיו, בקשותיו, הוראותיו, הדרכותיו וה
01:31 מעיינות אין דער ווייטער אויסטראליע. איז ער געקומען צום רבי׳ן אמאל און דערציילט, גערעדט. ער פלעגט אומקומען, אז ער פלעגט קומען צום רבי׳ן מזמן לזמן, אריינגיין אויף יחידות, פלעגט ער האבן לאנגע יחידות. דאס הייסט, ער פלעגט רעדן צום רבי׳ן אסאך ענינים; דער רבי פלעגט זיך מיט אים דורכרעדן וועגן כמה וכמה ענינים, דעם מצב. נישט נאר וועגן אויסטראליע, נאר בכלל דעם מצב היהדות אין כמה וכמה שטחים און כמה ענינים. ער האט געהאט א ספעציעלן קשר און א ספעציעלע קירבה מיט דעם רבי׳ן. און אין דער צייט, צווישן די זאכן, אמאל, איז ער געקומען צום רבי׳ן און גערעדט וועגן איינעם פון די חסידים וואס ער האט געקענט, א משפיע, און ער האט געזאגט — ר׳ חיים גוטניק האט דערציילט דעם רבי׳ן וועגן יענעם חסיד — אז ער איז געווען פון די גרעסטע מקורבים פונעם רבי׳ן ריי״צ, און ער איז געבליבן צוגעבונדן צום רבי׳ן ריי״צ, אז ס׳איז אים זייער שווער זיך אפרייסן פון דעם, און שטענדיג איז ער זייער צובראכן און מזמן לזמן וויינט ער אויף דעם וואס דער פריערדיקער רבי, דער רבי ריי״צ, איז נישט דא, איז נסתלק געווארן. דער רבי האט געזאגט, אזוי האט ער איבערגעגעבן, איך גיב דעם ווארט ווי איך האב געהערט: „ער וויינט אויף דעם וואס דער רבי איז נישט דא, און וויינט נישט אויף דעם וואס דער רבי איז יא דא.“ וואס הייסט אז דער רבי איז דא, און וואס טוען מיר פון דעם? וואס טוען מיר מיט זיינע רצונות, בקשות, הוראות, הדרכות און די
03:06 דיבורים שלו? על כל פנים, את הנקודה הזאת אנחנו מוצאים בפרשת ויחי, שבה מסופר על הברכות לאפרים ומנשה. התורה מספרת שלפני הסתלקותו של יעקב אבינו נודע ליוסף: ״הנה אביך חולה״. יוסף בא עם שני ילדיו כדי לקבל איחול וברכה מיעקב אבינו. הוא הביא את אפרים ומנשה, והתורה מספרת שיעקב שאל: ״מי אלה?״ יוסף השיב שאלו ילדיו שנולדו לו כאן במצרים. יעקב ביקש שיביא אותם אליו, כי רצה לברך אותם. יוסף העמיד את אפרים ומנשה: מנשה היה הגדול, הבכור, ואפרים היה הצעיר. את מנשה העמיד לימינו של יעקב, שהיה צד שמאל של יוסף, ואת אפרים הצעיר העמיד לשמאלו של יעקב. את הבכור העמיד מימין, ואת הצעיר, הקטן, אפרים, העמיד משמאלו של יעקב. אבל יעקב ״שכל את ידיו״ — הוא שיכל את ידיו, הניח את יד ימינו על הצד השמאלי, על אפרים הקטן, ואת יד שמאלו הניח על הגדול, על מנשה. יוסף ניסה ליישר את ידיו; הוא חשב שיעקב אינו רואה, שהוא סומא,
03:06 דיבורים? וואס על כל פנים, די נקודה געפינען מיר אין פרשת ויחי, וואס דארטן געפינען מיר די מעשה פון די ברכות פון אפרים ומנשה. וואס די תורה דערציילט אונז, אז פאר דעם וואס יעקב אבינו איז נסתלק געווארן, האט יוסף זיך דערוואוסט: „הנה אביך חולה.“ איז יוסף געקומען מיט די צוויי קינדער, כדי צו באקומען א וואונטש, באקומען א ברכה ביי יעקב אבינו. איז ער געגאנגען מיט אפרים ומנשה, זיי געברענגט, און די תורה דערציילט אז יעקב האט זיך נאכגעפרעגט: „ווער זענען זיי?“ און ער האט געזאגט אז דאס זענען זיינע קינדער וואס זענען געבוירן געווארן דא אין מצרים. יעקב האט אים געבעטן צו ברענגען זיי, ווייל ער האט זיי געוואלט וואונטשן. און ער האט אוועקגעשטעלט אפרים ומנשה. מנשה איז געווען דער עלטערער, דאס איז געווען דער בכור, און אפרים איז געווען דער יונגערער. האט ער אוועקגעשטעלט מנשה אויף דער רעכטער זייט פון יעקב, וואס דאס איז געווען די לינקע זייט פון יוסף. און אפרים, דער יונגערער, האט ער געשטעלט אויף דער לינקער זייט פון יעקב. דער בכור אויף דער רעכטער זייט, און דער יונגערער, דער קלענערער, דער קטן אפרים, האט ער געשטעלט אויף דער לינקער זייט פון יעקב. און יעקב אבער האט גענומען, „שכל את ידיו“, ער האט די הענט פארדרייט, ער האט געלייגט די רעכטע האנט אויף דער לינקער זייט, אויף אפרים, אויף דעם קלענערן, און די לינקע האנט האט ער געלייגט אויף דעם עלטערן, אויף מנשה. און יוסף האט פרובירט אים אויסצוגלייכן די הענט, האט געמיינט אז ער זעט נישט, אז ער איז א סומא,
04:46 ושלכן הידיים אינן מונחות כראוי. הוא רצה לסדר אותן, ויעקב אמר לו: ״ידעתי בני ידעתי״. הוא גדול יותר, ובכל זאת ״ואולם אחיו הקטן יגדל ממנו״. וכך נתן את הברכה, ואמר את כל הברכות עד ״בך יברך ישראל לאמר ישמך אלקים כאפרים וכמנשה״ — שיהודים יברכו תמיד: ״ישמך אלקים כאפרים וכמנשה״. ״וישם את אפרים לפני מנשה״ — אפרים הוצב לפני מנשה. וכאן שואלים כל המפרשים, רש״י ועוד מפרשים רבים: מה היה הסיפור כאן? מה היה השקלא וטריא ביניהם? מדוע באמת אפרים היה גדול ממנשה? איך זה שיוסף העדיף את הגדול [לא ברור]? מדוע יוסף חשב שמנשה צריך להיות לפני אפרים? הרי גם יוסף היה צדיק גדול. מה הייתה הסברה של יוסף? מנשה אכן היה הגדול בגיל, הבכור, ובכל זאת אפרים ״יגדל ממנו״. מה הייתה הסברה של יוסף, ומה הייתה הסברה של יעקב, שאמר שבכל זאת אפרים ״יגדל ממנו״? את השאלה הזאת שואל [לא ברור]. הרי יעקב הוא שנותן את הברכה, יעקב הוא שנתן את הברכה [לא ברור]. כאן עולות עוד כמה שאלות אצל המפרשים. אבל על כל פנים, מהו עניינם של אפרים ומנשה? מה היה כאן השקלא וטריא בין אפרים למנשה, בין יוסף ליעקב, בנוגע לשאלה מי גדול יותר,
04:46 איז אַז עס איז ניט גאָר געפּאַסט, און ער האָט געוואָלט מסדר זיין, און ער האָט אים געזאָגט: „איך ווייס, מײַן זון, איך ווייס. ער איז גרעסער, אָבער פונדעסטוועגן, אחיו הקטן יגדל ממנו.“ און ממילא האָט ער געגעבן די ברכה, און האָט געזאָגט די אַלע ברכות ביז „בך יברך ישראל לאמר ישימך אלקים כאפרים וכמנשה“. אַז אידן זאָלן זיך ווינטשן שטענדיק: „ישימך אלקים כאפרים וכמנשה“. „וישם את אפרים לפני מנשה“ — מען האָט געשטעלט אפרים פאַר מנשה. און דאָ פרעגן אַלע מפרשים, רש״י און נאָך אַ סך מפרשים, שטעלן זיך אויף דער שאלה: וואָס איז דאָ געווען דער סיפור? וואָס איז געווען דער שקלא וטריא צווישן זיי? פאַרוואָס טאַקע, וואָס איז טאַקע מיט דעם וואָס אפרים איז העכער פון מנשה? ווי קומט דאָס אַז יוסף האָט געגעבן דעם עלטערן [לא ברור], וואָס יוסף האָט געטראַכט פון מנשה, אַז ער איז פאַר אפרים? יוסף איז דאָך אויך געווען אַ גרויסער צדיק. וואָס איז געווען יוספס סברא? און מנשה איז טאַקע דער עלטערער בגיל, דער בכור. און פונדעסטוועגן איז אפרים „גדול ממנו“. וואָס איז געווען יוספס סברא? און וואָס איז געווען יעקבֿס סברא, וואָס יעקב האָט געזאָגט אַז דאָך אפרים „גדול ממנו“? פרעגט די שאלה [לא ברור]. איז דאָך יעקב גיט די ברכה, דאָך יעקב האָט געגעבן די ברכה [לא ברור]. דאָ קומען נאָך אַ כמה שאלות ביי די מפרשים. אָבער על כל פנים, וואָס איז דאָ דער ענין פון אפרים און מנשה? וואָס איז דאָ געווען דער שקלא וטריא צווישן אפרים און מנשה, צווישן יוסף און יעקב, בנוגע ווער איז גרעסער,
06:14 מי חשוב יותר, מנשה שקודם לאפרים או אפרים שקודם למנשה? על כך יש ביאורים. יש כאן ביאור של [לא ברור], והוא מביא ביאור נפלא ואומר כך: בכלל, אפרים ומנשה הם הצדיקים שמשפיעים בזמן הגלות. הרי אנחנו יודעים שאפרים ומנשה הם ״שני בניך הנולדים לך בארץ מצרים״. כלומר, הם מן השבטים שנולדו כשבני ישראל היו במצרים. הם נולדו לפני בואו של יעקב: ״עד באי אליך מצרימה״. במילים אחרות, כל השבטים האחרים נולדו בביתו של יעקב. אפרים ומנשה נולדו הרחק מיעקב, במצרים, לפני שיעקב הגיע לארץ. הם היו עם יוסף, אבל יעקב לא היה שם. וזהו ״עד באי אליך מצרימה״ — הם נולדו בארץ מצרים. והדבר רומז, כפי שהוא כותב ב[לא ברור], לצדיקים בזמן הגלות. ובקרב הצדיקים בזמן הגלות יש שני מיני צדיקים: צדיקים של מנשה וצדיקים של אפרים. והוא מסביר שיש צדיקים גדולים שנמצאים בזמן הגלות, שכל מחשבתם וכל כוונותיהם הן למעלה מעלה, בכוונות עליונות, בספירות עליונות, בעולמות עליונים, [לא ברור], והם עושים ייחודים עליונים. והם מקיימים את העולם. בכך שצדיק נמצא בעולם ומייחד ייחודים עליונים, ויש לו כוונות עליונות, והוא
06:14 ווער איז חשובער, צי מנשה קומט פאַר אפרים, צי אפרים קומט פאַר מנשה? אויף דעם קומען ביאורים. דאָ איז פאַראַן אַ ביאור פון דעם [לא ברור], און ער ברענגט אַ געשמאַקן ביאור און זאָגט אַזוי: בכלל אפרים און מנשה, דאָס זענען די צדיקים וואָס זיינען משפיע בזמן הגלות. מיר ווייסן דאָך, אפרים און מנשה, דאָס זענען „שני בניך הנולדים לך בארץ מצרים“. דאָס הייסט, אַז זיי זענען פון די שבטים וואָס זיינען געבוירן געוואָרן ווען אידן זיינען געווען אין מצרים. זיי זענען געבוירן געוואָרן פאַר יעקבֿס קומען: „עד באי אליך מצרימה“. דאָס הייסט, אין אַנדערע ווערטער, די אַלע שבטים זיינען געבוירן געוואָרן ביי יעקב אין שטוב. אפרים און מנשה זיינען געבוירן געוואָרן אַוועק פון יעקב, אין מצרים, פאַר יעקב איז געקומען אין לאַנד. זיי זיינען געווען מיט יוסף, אָבער יעקב איז דאָרטן נישט געווען. און דאָס איז „עד באי אליך מצרימה“, געבוירן געוואָרן אין ארץ מצרים. און דאָס איז מרמז, און ער שרייבט אין [לא ברור], אויף די צדיקים בזמן הגלות. און ביי די צדיקים בזמן הגלות איז דאָ צוויי מיני צדיקים: די מנשה־צדיקים און די אפרים־צדיקים. און ער איז מסביר, אַז ס׳זענען פאַראַן צדיקים, וואָס זיי זיינען גרויסע צדיקים וואָס געפינען זיך בזמן הגלות, וואָס כל מחשבתם וכל כוונותם איז למעלה מעלה, אין כוונות עליונות, אין ספירות עליונות, אין עולמות עליונים, [לא ברור], און זיי טוען ייחודים עליונים. און זיי זיינען מקיים די וועלט. דורך דעם וואָס אַ צדיק געפינט זיך אין דער וועלט, און ער איז מייחד ייחודים עליונים, און ער האָט כוונות עליונות, און
07:48 עושה עבודות עליונות גדולות [לא ברור], הוא פועל בכך דברים גדולים, מקיים את העולם ומשפיע את כל הדברים הטובים. אבל יש צדיקים שכל מגמתם וכל עניינם הוא להתמסר לכנסת ישראל, ליהודים. הם עוסקים כל הזמן בכך שליהודים יהיה טוב בגשמיות, ודואגים לצרכים הגשמיים של יהודים. הם עוסקים בזה, הם הולכים [לא ברור], נותנים ברכות וישועות, ו[לא ברור] באים ופועלים בענייניהם הגשמיים של יהודים, כדי שיהיו להם ישועות והצלחות בגשמיות פשוטה. אלה שני מיני צדיקים, וזה ההבדל בין מנשה לאפרים. מנשה היה מן הצדיקים הקדושים [לא ברור] עולמות עליונים, והוא אכן מנשה, הגדול, הגדול. אבל מבחינה אחרת, אפרים עוסק בעניינים גשמיים ודואג לגשמיות של יהודים; הוא הקטן. ואז בא יעקב ו״שיכל את ידיו״: הוא הפך את ידיו והניח את ימינו על ראש אפרים. יעקב השיב ליוסף ואמר שאמנם הוא הקטן, הצדיק שנמצא [לא ברור], שחושב כל הזמן על יהודים, נותן להם ברכות בגשמיות ונותן להם [לא ברור], ועוסק במה שחסר ליהודים ובמה שהם צריכים בגשמיות. אבל הוא ה[לא ברור].
07:48 ער טוט עבודות עליונות גדולות [לא ברור], איז דורך דעם פועל׳ט ער גרויסע זאַכן, ער האַלט אויף די וועלט, און עס איז משפיע אַלע גוטע זאַכן. עס זענען אָבער פאַראַן אַזעלכע צדיקים וואָס כל מגמתם וכל עניינם איז זיך איבערגעבן צו כנסת ישראל, צו אידן. און זיי האַלטן אין איין זיך פאַרנעמען אַז אידן זאָלן באַקומען גשמיות, און זיי געבן זיך אָפּ מיט דער גשמיות פון אידן. זיי פאַרנעמען זיך, זיי גייען [לא ברור], געבן ברכות און ישועות, און [לא ברור] קומען און טאָן אין די גשמיות פון אידן, זיי זאָלן האָבן ישועות והצלחות בגשמיות פשוטה. און דאָס זענען צוויי מיני צדיקים, און דאָס איז דער חילוק צווישן מנשה און אפרים. מנשה איז געווען פון די צדיקים הקדושים [לא ברור] עולמות עליונים, און דאָס איז טאַקע מנשה, ער איז דער גדול, דער גדול. אָבער לענין האחר, אפרים, ער פאַרנעמט זיך מיט עניינים גשמיים, און ער דאגה׳ט אויף די גשמיות פון אידן; איז ער דער קטן. איז געקומען צו יעקב, און יעקב „שיכל את ידיו“: ער האָט פאַרקערט און האָט געלייגט ימינו על ראש אפרים. יעקב האָט געענטפערט צו יוסף און געזאָגט אַז דאָך טאַקע דער קטן, דער צדיק וואָס געפינט זיך [לא ברור], ער טראַכט די גאַנצע צייט וועגן אידן, געבן זיי ברכות בגשמיות און געבן זיי [לא ברור], און ער פאַרנעמט זיך מיט די זאַכן וואָס אידן פעלט, וואָס זיי דאַרפן אָנקומען בגשמיות. אָבער ער איז דער [לא ברור].
09:29 את יד ימינו. וזה מה שעשה: הוא לקח את יד ימינו, ״וישת על ראש אפרים ואת שמאלו על ראש מנשה״. הוא רצה להדגיש את מעלתם של הצדיקים שיורדים לעסוק בגשמיות של יהודים. כפי שרואים אצל [לא ברור], שהצדיק האמיתי הוא מי שמתמסר לאחיו. כמו שכתוב בספרים אחרים של תלמידי הבעל שם טוב, שזו הכוונה בפסוק ״ויגדל משה ויצא אל אחיו״. מהי הגדלות האמיתית של משה רבינו? ״ויצא אל אחיו״ — שהוא הלך אל אחיו לראות מה קורה איתם, לדאוג לצערם, להיות איתם בצרותיהם הגשמיות ולנסות להקל עליהם בגשמיות. ואלה הם הצדיקים האמיתיים. אפרים, שמתמסר ליהודים ודואג שתמיד יהיה להם טוב בגשמיות. הקדושת לוי מברדיטשוב אומר — והוא מביא זאת — שעל הכתוב ״ישימך אלקים כאפרים וכמנשה״, ״וישם את אפרים לפני מנשה״, יש פירוש על פי דרכו. ההבדל בין אפרים למנשה הוא שמנשה הוא עניין של צער: ״כי נשני אלקים את כל עמלי ואת כל בית אבי״. זהו חושך הגלות וצער הגלות, שגורם לשכוח את כל העניינים האלה. אפרים הוא ״כי הפרני אלקים בארץ עניי״ — שמתוך הצער הזה מגיעים לכל הישועות, הרפואות וההצלחות. אומר הקדושת לוי, שבכלל, הקדוש ברוך הוא רוצה לתת ליהודים ברכות, הוא רוצה לתת להם הצלחות, רוצה
09:29 זיין רעכטע. און דאס איז וואס ער האט געטון, אז ער האט גענומען יד ימינו וישת על ראש אפרים, ואת שמאלו על ראש מנשה. אז ער האט געוואלט ארויסברענגען די מעלה פון צדיקים וואס זיי גייען זיך אראפלאזן צו די גשמיות פון אידן. ווי מען זעט ביי [לא ברור]. אז דער אמת'ער צדיק איז אז ער גיט זיך איבער צו זיינע ברידער. ווי עס שטייט אין אנדערע ספרים פון תלמידי הבעל שם טוב, אז דאס איז די כוונה וואס שטייט „ויגדל משה ויצא אל אחיו“. אז וואס איז אמת'ע גדלות פון משה רבינו? „ויצא אל אחיו“ — אז ער איז געגאנגען צו זיינע ברידער קוקן וואס טוט זיך מיט זיי, און דאגה'ן זיך אויף זייער צער, זיין בצרותם הגשמיות, און פרובירן מאכן זיי גרינגער בגשמיות. און דאס זענען די אמת'ע צדיקים. דער אפרים וואס ער גיט זיך אפ מיט אידן און דאגה'ט אז אידן זאלן אלץ האבן בגשמיות. דער קדושת לוי בארדיטשובער זאגט, דאס ברענגט ער, אז דאס וואס שטייט „ישימך אלקים כאפרים וכמנשה“, „וישם את אפרים לפני מנשה“, איז דא א טייטש על פי דרכו. אז דער חילוק צווישן אפרים און מנשה איז, אז מנשה איז דער ענין פון צער: „כי נשני אלקים את כל עמלי ואת כל בית אבי“. דאס איז חושך הגלות און צער הגלות, וואס מאכט פארגעסן פון די אלע ענינים. אפרים איז „כי הפרני אלקים בארץ עניי“, אז דורך דעם צער קומט מען צו די אלע ישועות ורפואות והצלחות. זאגט דער קדושת לוי, זאגט ער אז בכלל, אז דער רבונו של עולם וויל געבן אידן ברכות, ער וויל זיי געבן הצלחות, וויל זיי
11:23 לתת להם ישועות. אלא מה? לפעמים, כדי להגיע לברכות, צריך לעבור תחילה קשיים. קודם ישנו החושך, וצריך לעבור את כל הדברים האלה. אבל התכלית המכוונת היא הרי הברכה. וזה ההבדל בין השניים. ועל מה שנאמר ״כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך״, אומר הברדיטשובר ש[לא ברור], שקודם ישנה המחלה ואחר כך באה הישועה. אצל הקדוש ברוך הוא ביחס ליהודים זה בדיוק להפך: מלכתחילה הוא רוצה להביא את הישועה. כבר בכוונתו, במחשבתו של הקדוש ברוך הוא, עומדת הישועה, וזה מה שהוא רוצה. אלא מה? לפעמים, כדי להגיע לישועה, צריך לעבור קשיים. אבל זה לא העיקר. העיקר הוא מה שנמצא אצל הקדוש ברוך הוא במחשבה. במחשבה, כבר מלכתחילה, כל העניין הוא הישועה. וזה עניינם של מנשה ואפרים. כי בדרך הגלות יש צער ומרירות לכנסת ישראל. אבל התכלית של ה״נשני״, של המרירות, היא להגיע לאפרים. ולכן אצל יוסף מנשה בא קודם ואחריו אפרים — זה סדר העניינים. תחילה הצער שיוסף עבר במצרים; אחר כך הוא הגיע לגדולה שאליה הגיע, למשנה למלך ולכל ההצלחות. וכך הוא ראה גם את גלותם של כלל ישראל: קודם יהיה עניינו של מנשה, ואחר כך עניינו של אפרים. אצל יוסף מנשה לפני אפרים; זה התיקון, זה הסדר. על כך אמר יעקב אבינו,
11:23 געבן ישועות. נאר וואס? אמאל, כדי צוצוקומען צו די ברכות, דארף מען דורכגיין אמאל שוועריקייטן. איז פריער נאר מיט דעם חושך, דארף מען דורכגיין אלע זאכן. אבער די תכלית הכוונה איז דאך די ברכה. און דאס איז דער חילוק צווישן ביידע. און דאס וואס עס זאגט „כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך“. זאגט דער בארדיטשובער, אז [לא ברור], אז פריער איז דא די מחלה, און דערנאך קומט צו גיין די ישועה. דער רבונו של עולם מיט אידן איז פונקט פארקערט: פריער וויל ער ברענגען דא די ישועה. גלייך בכוונתו, במחשבתו של הקדוש ברוך הוא, שטייט ביים אייבערשטן די ישועה, און דאס איז וואס ער וויל. נאר וואס? אמאל, צוצוקומען צו די ישועה, דארף מען דורכגיין שוועריקייטן. אבער דאס איז נישט די זאך. די זאך איז ביים אייבערשטן, וואס ליגט ביי אים במחשבה. מחשבה — גלייך מלכתחילה איז דער גאנצער ענין די ישועה. און דאס איז דער ענין פון מנשה ואפרים. כי בדרך של הגלות איז דער ענין פון צער און ביטערקייט פאר כנסת ישראל. דער תכלית פון דער „נשני“ אבער, די ביטערקייט, איז אז מען זאל צוקומען צו אפרים. און דערפאר יוסף, וואס האט פריער מנשה און נאכדעם אפרים — דאס איז דער סדר הענינים. אז דאס איז דער צער וואס יוסף איז דורכגעגאנגען אין מצרים; שפעטער איז ער צוגעקומען צו די גדלות וואס ער איז צוגעקומען, משנה למלך מיט אלע הצלחות. און אזוי האט ער אריינגעזען אין כלל הגלות פון אידן, אז פריער וועט זיין דער ענין פון מנשה און שפעטער וועט זיין אפרים. ביי יוסף איז מנשה לפני אפרים, דאס איז דער תיקון, דאס איז דער סדר. אויף דעם האט יעקב אבינו געזאגט,
12:59 לא, ״ישימך אלקים כאפרים וכמנשה״. בכך שיעקב הקדים את אפרים למנשה, הוא נתן להבין שכבר מן ההתחלה נמצא העניין של אפרים. מה שעומד בראש אצל הקב״ה הוא אפרים — הישועות, ההצלחות, הגדלות והעלייה של כנסת ישראל. וזה בא לפני מנשה. וכשרואים זאת, יוצא שמלכתחילה כל צער הגלות אינו עניין בפני עצמו. וזה נותן לנו תקווה להפוך כמה שיותר מהר את החושך לאור ולהביא את הגאולה. בחסידות מבואר, והרבי מפרש את עניינם של אפרים ומנשה בעבודת ה׳. זהו ביאור עשיר מאוד, אבל הוא נוגע לעבודתו של כל יהודי. אפרים ומנשה הם משל הממחיש את מצבם של יהודים בזמן הגלות. אלה ילדים שנולדו רחוק מארץ ישראל, רחוק מיעקב אבינו; הם נמצאים בארץ מצרים. כשיוסף הוליד את ילדיו הרחק מבית אביו, הוא נתן להם את שני השמות, מנשה ואפרים, כדי לבטא באמצעותם מהי עבודתו של היהודי בזמן הגלות. איך יכול היהודי לעבור את הגלות הזאת? מהי ההסתכלות של היהודי, איך הוא חי, ואיך עליו להסתכל על כל עניין הגלות? ועל כך אומרים שהדבר הראשון הוא השם שנתן יוסף לבנו הראשון, מנשה: ״כי נשני אלקים את כל עמלי ואת כל בית אבי״. לזכור
12:59 „ניין, ישימך אלקים כאפרים וכמנשה“. ווי יעקב האט געשטעלט אפרים לפני מנשה, האט ער געגעבן צו פארשטיין, אז גלייך פון אנהייב געפינט זיך דער ענין פון אפרים. דאס וואס שטייט ביים אייבערשטן פון קודם איז דער אפרים, די ישועות און די הצלחות און די גדלות און די עלייה פון כנסת ישראל. און דאס קומט לפני מנשה. און אז מען זעט דאס, פאלט ארויס, אז לכתחילה דער גאנצער צער הגלות איז נישט אפעס פאר זיך. און דאס מאכט אונז האפן, וואס גיכער מהפך זיין דעם חושך לאורה, אויף צו ברענגען די גאולה. אין חסידות איז מבואר, דער רבי האט דעם אויסטייטש פון אפרים ומנשה אין עבודה. גאר א רייכער ביאור, אבער דאס איז נוגע אין עבודה פון יעדער איד. אז אפרים ומנשה, דאס איז א משל, דאס ברענגט ארויס ווי אידן שטייען אין זמן הגלות. ווייל דאס זענען די קינדער וואס זענען געבוירן געווארן ווייט פון ארץ ישראל, ווייט פון יעקב אבינו, זיי זיינען אין ארץ מצרים. איז בשעת יוסף, וואס האט די קינדער ווייט אוועק פון זיין טאטנס שטוב, פון בית אביו, האט ער געגעבן די קינדער די צוויי נעמען, מנשה און אפרים, אויף ארויסצוברענגען דורך דעם וואס איז די עבודה פון דעם איד אין זמן הגלות. ווי אזוי קען דער איד דורכגיין אין דעם גלות? ווי איז דער אידנס קוק, דער אידנס לעבן, ווי אזוי דארף דער איד צוקוקן צו דעם גאנצן ענין פון גלות? און אויף דעם זאגט מען, אז די ערשטע זאך, וואס דאס האט יוסף געגעבן דעם ערשטן נאמען מנשה, „כי נשני אלקים את כל עמלי ואת כל בית אבי“. געדענקען
14:39 שהגלות אינה המקום שלי; הגלות היא מקום מר. לפעמים אדם נמצא במקום מסוים, והוא יכול להתרגל אליו. זה טבע האדם, הוא מתרגל. יהודי נקלע לגלות, ורוצה להתרגל אליה. הוא יכול לחיות בשלווה, במנוחת הנפש. הוא מתבסס ומסתדר, מתפרנס ובונה לעצמו חיים. ולאט לאט הוא עלול להתרגל לחשוב שזה מקום נעים, מקום טוב. והכול בסדר, אפשר לחיות כאן, ובפרט כשהתנאים כאן מרווחים ומאפשרים לך לחיות במנוחה. וזה הדבר הראשון שיוסף נתן להבין: מנשה. עליך לזכור שמקום הגלות הוא מקום מר. זה מקום שבו ״כי נשני אלקים את כל עמלי״, מקום שגורם לאדם לשכוח את האמת שלו. ובאמצעות השם הזה תזכור תמיד שזה לא המקום שלך. תמיד תהיה בך הכמיהה, הגעגועים והציפייה: מתי כבר תוכל לצאת מהמקום הזה ולחזור, ״ושבתי בשלום אל בית אבי״, לחזור למקום האמיתי, להיות בארץ ישראל, לשבת עם אבא שלי. ורק אחר כך באה הנקודה השנייה, אפרים: יהודי צריך לדעת שהוא נמצא במקום שבו הדבר צריך להתבטא בפועל. לא יושבים כאן ובוכים, אלא צריך לפעול. ״כי הפרני אלקים בארץ עניי״ — דווקא בארץ עניי, בתוך החושך, הוא אינו נרתע, אלא פועל ו־
14:39 אז דער גלות איז נישט קיין מיין פלאץ, דער גלות איז א ביטערער פלאץ. אמאל, א מענטש געפינט זיך אין אן ארט, קען ער זיך צוגעוואוינען צו דעם ארט. טבע האדם, ער געוואוינט זיך צו. דער איד פאלט אריין אין א גלות, וויל ער זיך צוגעוואוינען, קען ער לעבן רואיג, לעבן מיט מנוחת הנפש. ער איז זיך מבסס און פארשטעלט, ער מאכט זיך א פרנסה, ער מאכט זיך א לעבן. און צוביסלעך קען ער זיך צוגעוואוינען, אז דאס איז א פיינער פלאץ, א גוטער פלאץ. און ס׳איז בסדר, מ׳קען לעבן, און בפרט אז דא מיט די תנאים ס׳איז נאך רחבות, אז מ׳לאזט דיר לעבן מיט מנוחה. און דאס האט יוסף דער ערשטער זיך געגעבן צו פארשטיין: מנשה. זאלסטו געדענקען, אז דער פלאץ פון גלות איז א ביטערער פלאץ. דאס איז א פלאץ וואס „כי נשני אלקים את כל עמלי“, דאס איז א פלאץ וואס מאכט פארגעסן א מענטש פון זיין אמת. און דורך דעם נאמען, שטענדיג זאלסטו געדענקען אז דער פלאץ איז נישט דיין פלאץ. שטענדיג זאלסטו האבן דעם צמאון, די געגועים, ערווארטן ווען קענסטו שוין ארויס פון דעם פלאץ און צוריקגיין, בשעת׳ן „ושלום אל בית אבי“, קענען צוריקגיין צו דעם ריכטיגן פלאץ, זיין אין ארץ ישראל, זיצן מיט מיין טאטן. און ערשט נאך קומט צו זאגן די צווייטע נקודה, אפרים. אז דער איד דארף וויסן, אז ער געפינט זיך אין אן ארט וואו דאס באווייזט זיך פראקטיש: ס׳איז נישט אזוי צו זיצן דא און וויינען, נאר ער דארף אויפטון. „כי הפרני אלקים בארץ עניי“ — דווקא בארץ עניי, אין דעם חושך, ווערט ער נישט נתפעל, און ער טוט און
16:03 מקרב עוד יהודי ועוד יהודי, ופועל עם הקדושה שנמצאת במקום הזה. ודווקא על ידי כך, כשישראל פועלים בתוך החושך, ישראל [לא ברור], הופכים את החושך לאור, ומביאים את העלייה הגדולה ביותר דווקא על ידי העלייה הזאת: ״כי הפרני אלקים בארץ עניי״, דווקא בארץ עניי. [לא ברור] וזו הייתה השיטה של יוסף, ואת זה הוא מוסר לילדיו באמצעות שמותיהם: הבכור הוא מנשה, והשני הוא אפרים. סדר העבודה הוא: קודם זה, ואחר כך זה. ועל כך יוסף הצדיק [לא ברור] את שני הילדים, [לא ברור], שתחילה נולד מנשה ואחר כך נולד אפרים. כי בסדר העבודה זהו הסדר: תחילה צריך להיות ״סור מרע״, להבין שהגלות אינה מקום של עולם הזה, לא מקום נעים, לא מקום נוח, לא מקום שבו הכול בסדר ומסודר. אי אפשר להישאר תקועים בחושך הגלות. ואחר כך בא אפרים. לכן סדר העבודה הוא שקודם צריך להיות מנשה: לזכור תמיד שזה לא המקום שלנו, ושהבנים שגלו מעל שולחן אביהם רוצים ללכת לארץ ישראל ולהיות יחד עם אביהם, הקב״ה. זהו הדבר הראשון בפשטות, ורק אחר כך באה העבודה באופן הנכון של אפרים, שאומר ״כי הפרני אלקים בארץ עניי״ — להאיר בתוך הגלות הזאת ולפעול. ומעניין שכאשר יוסף בא אל יעקב אבינו, וכאן יעקב העמיד את מנשה ונתן את הברכות, יעקב אבינו רצה לבטא מהי הכוונה הפנימית ומהי התכלית. התכלית היא אפרים [לא ברור] מנשה.
16:03 אז מ׳קערב נאך אן איד און נאך א זאך, און אז מ׳ארבעט אין דער צייט די קדושה וואס געפינט זיך אין דעם ארט. און דווקא דורך דעם, ישראל פועל׳ט בתוך החושך, ישראל [לא ברור], מאכט פון חושך אור, און ברענגט ארויס די גרעסטע עליה דווקא דורך דער עליה, „כי הפרני אלקים בארץ עניי“, דווקא בארץ עניי. [לא ברור] און דאס איז געווען די שיטה פון יוסף, און דאס גיט ער איבער צו זיינע קינדער דורך די נעמען: דער בכור איז מנשה, און דער צווייטער איז אפרים. סדר העבודה איז: ערשט דאס און דערנאך דאס. און אויף דעם איז יוסף הצדיק [לא ברור] די צוויי קינדער, [לא ברור], אז פריער איז געבוירן געווארן מנשה, שפעטער געבוירן געווארן אפרים. ווייל אין סדר העבודה איז ערשט דאס דער סדר: פריער דארף מען זיך מוסר מרע, אז דער גלות איז נישט קיין עולם הזה, נישט קיין רחמנות׳דיגער, נישט קיין comfortable, נישט קיין בסדר, נישט קיין מסודר. מ׳קען נישט בלייבן שטעקן אין דעם חושך הגלות. און דערנאך קומט אפרים. דערפאר איז סדר העבודה, מ׳מוז זיין פריער מנשה, אז תמיד געדענקען אז דאס איז נישט אונזער פלאץ, אז די בנים שגלו מעל שולחן אביהם ווילן גיין קיין ארץ ישראל און זיין צוזאמען מיט זייער טאטן, דעם אויבערשטן. דאס איז דער ערשטער בפשטות, און ערשט דערנאך קומט זיין די עבודה אין דעם ריכטיגן אופן פון אפרים, וואס זאגט „כי הפרני אלקים בארץ עניי“, און טאן אין דעם גלות ליכטיג, און אויפטאן. און ס׳איז מערקווירדיג, ווען יוסף איז געקומען זאגן צו יעקב אבינו, און דא האט יעקב געשטעלט מנשה און געגעבן די ברכות. יעקב אבינו האט געוואלט ארויסברענגען וואס איז די כוונה פנימית און דער תכלית. תכלית איז אפרים [לא ברור] מנשה.
17:58 אבל הסדר מוכרח להיות [לא ברור] בגלות הזאת, ולא להתרגל אליה, חס ושלום, כפי שקורה אצל עמלק, קליפת עמלק. [לא ברור] עמלק נשאר תקוע, ואינו מניח ליהודי. [לא ברור] מנשה. בא יעקב ומניח את יד ימינו על אפרים, ואומר לו: [לא ברור] מנשה הוא עדיין חלק מסדר העבודה; קודם להיות מנשה, ואחר כך אפרים. אבל, כפי שיוסף [לא ברור], יעקב מניח את יד ימינו דווקא על אפרים, כדי להדגיש שתכלית הכוונה של השהות בגלות היא שיהודי יזכור שתפקידו להפוך את החושך לאור, ולקיים ״כי הפרני אלקים בארץ עניי״. כשהוא נמצא בחושך הכפול ומכופל של הגלות, עליו להאיר אותו, [לא ברור], ולקרב עוד יהודים ליהדות, להפוך חשוכא לנהורא, ולקרב עוד ועוד ניצוצות לקדושה; לגלות את צד הקדושה באמצעות ״הפרני אלקים בארץ עניי״. ולכן מוצאים שבפסוקים המדברים על הגאולה מופיע דווקא השם אפרים. [לא ברור] יוסף הוא שמם של היהודים בגלות, אבל בתוך יוסף עצמו נמצא השם אפרים. כך מופיע בפסוק הידוע: ״הבן יקיר לי אפרים״. ״הבן יקיר לי אפרים״ מתייחס דווקא לשהות בגלות. אפרים, הוא ה״בן יקיר לי״. למה? זו
17:58 אבער דער סדר מוז זיין [לא ברור] אין דעם גלות און נישט ווערן איינגעוואוינט אין דעם, חס ושלום, ווי עס איז ביי עמלק, קליפת עמלק. [לא ברור] עמלק בלייבט שטעקן, און מ׳לאזט נישט דעם איד. [לא ברור] מנשה. קומט יעקב און לייגט זיין רעכטע האנט אויף אפרים, און זאגט אים: [לא ברור] מנשה איז נאך א סדר העבודה, פריער זיין מנשה, אפרים. אבער, ווי יוסף [לא ברור], די רעכטע האנט יעקב לייגט אויף אפרים דווקא, צו ארויסברענגען אז תכלית הכוונה אין זיין אין דעם גלות איז אז א איד דארף געדענקען אז זיין תפקיד איז איבערמאכן דעם חושך לאור, און זיין „כי הפרני אלקים בארץ עניי“. אז זיין אין דעם חושך כפול ומכופל פון דעם גלות דארף זיין מאכן ליכטיג, [לא ברור], און מקרב זיין נאך אידן צו אידישקייט, ארויסברענגען מהפך זיין חשוכא לנהורא, און מקרב זיין נאך, נאך, נאך ניצוצות לקדושה, ארויסברענגען צד הקדושה דורך „הפרני אלקים בארץ עניי“. און דערפאר געפינט מען אז אין די פסוקים וואס רעדן וועגן די גאולה איז דווקא דער נאמען אפרים. [לא ברור] יוסף איז דער נאמען פון אידן אין גלות, אבער אין יוסף גופא געפינט מען דעם נאמען פון אפרים. געפינט זיך אין דעם פסוק הידוע: „הבן יקיר לי אפרים“. אז „הבן יקיר לי אפרים“ גייט אויף זיין אין גלות דווקא. אפרים, דאס איז דער בן יקיר לי. פארוואס? דאס איז די
19:46 ילדים שנמצאים בחושך הגלות, שנולדו כבר בחוץ לארץ, נולדו בזמן רחוק מיעקב אבינו, ובכל זאת ברורה להם הכוונה: ״כי הפרני אלקים בארץ עניי״ — להאיר ולהפוך חושך לאור. והם, בעזרת ה׳, הילדים שיעמדו בחזית ויקבלו את פני משיח צדקנו, שיאמר על כל אחד מהם [לא ברור]. הרבי מדגיש [לא ברור]: ״ישימך אלקים כאפרים וכמנשה״. ואפרים לפני מנשה, עם כל הפירושים, שניהם גדולים. אבל הנקודה האחרונה נוגעת גם למעשה: כאן אומרים את שני הדברים. היו מנשה והיו אפרים. לזכור שהגלות היא מקום מר, שהעולם עדיין בגלות, ולזעוק ״עד מתי״ ולרצות את הגאולה. ויחד עם זה, לחיות את העניין של ״הפרני אלקים בארץ עניי״: להאיר, להחיות ולשמח, להוסיף ולהביא לידי ביטוי עוד ועוד, להפוך חושך לאור ולהכין את העולם לאור הגאולה. שיהיה בקרוב בימינו, שיהפכו ימים אלו של עשרה בטבת לששון ולשמחה ולמועדים טובים, ושתהיה כבר הגאולה השלימה על ידי משיח צדקנו במהרה בימינו, אמן.
19:46 קינדער וואס געפינען זיך אין חושך הגלות, זיי זענען געבוירן געווארן שוין חוץ לארץ, געבוירן געווארן שוין אין א זמן ווייט פון יעקב אבינו, און דאך האבן זיי קלאר די כוונה, אז די כוונה איז „כי הפרני אלקים בארץ עניי“, מאכן ליכטיג און איבערמאכן חושך לאור. און זיי, זיי זענען די קינדער וואס, בעזרת ה׳, וועלן שטיין אין פראנט און מקבל זיין משיח צדקנו, וואס ער וועט זאגן אויף יעדן איינעם פון זיי [לא ברור]. דער רבי שטעלט ארויס [לא ברור]: „ישימך אלקים כאפרים וכמנשה“. און אפרים לפני מנשה, מיט אלע פירושים שמם גדולים. אבער די לעצטע נקודה איז נוגע אויך ווידער בפועל: אז דא זאגט מען ביידע זאכן. זייט א מנשה און זייט א אפרים. געדענקען אז דער גלות איז א ביטערער ארט, און די וועלט שטענדיג קענען אלץ פון גלות און שרייען „עד מתי“ און ווילן די גאולה. און צוזאמען מיט דעם, זיין דער ענין פון „הפרני אלקים בארץ עניי“: מאכן ליכטיג און מאכן לעבעדיג און מאכן פריילעך און ארויסברענגען נאך מער און נאך מער, איבערמאכן חושך לאור און צוגרייטן די וועלט צו דער הארה פון גאולה. אז ס׳זאל זיין בקרוב בימינו, אז יהפכו ימים אלו פון עשרה בטבת לששון ולשמחה ולמועדים טובים, און אז ס׳זאל שוין זיין די גאולה שלימה דורך משיח צדקנו במהרה בימינו, אמן.