לעבן חסידות · פרק 134 · 2024-07-02 · 33:09
פרשת קרח - א נשיא פון כלל ישראל טראכט וועגן יעדער יחיד
תיאור הפרק
*התוועדות פרשת קרח תשמ״ז *לקוטי שיחות חלק ל״ג קרח א׳
השמע המקורי · הערך על הרב אשר פרקש בחב"דפדיה
תמלול אוטומטי מהשמע, ותרגום מכונה לעברית. קישורים לחב"דפדיה נוספו אוטומטית.
00:00 אחד השלוחים הראשונים של הרבי היה ר' גרשון מענדל גורליק. הוא היה מהשלוחים הראשונים שיצאו אל מחוץ לגבולות, מהראשונים שהרבי שלח לאיטליה. ר' גרשון מענדל היה מהבחורים שיצאו מרוסיה אחרי המלחמה, נסעו אחר כך לארץ ישראל, ובהמשך הוא בא ללמוד באמריקה, ב־770. ואחרי החתונה, בשנת תשי"ט, בכסלו תשי"ט, הרבי שלח אותו, והוא נסע יחד עם אשתו, שתהיה בריאה וחזקה, לחיים, לחיים. הם נסעו להיות השלוחים של הרבי במילאנו שבאיטליה. ושם הם הקימו את הקהילה, עם כל ענייני היהדות באיטליה. בהיותם מהשלוחים הראשונים, מהתקופה הראשונה, הם קיבלו עשרות ומאות מכתבים מהרבי, על כל צעד ושלב, שבהם הרבי הדריך אותם, חינך אותם ולימד אותם. היו להם מכתבים רבים על כל עניין, על כל פרט, בכל נושא, שהם היו צריכים לעשות ולפעול שם. ואת כל זה הם הביאו איתם ליחידויות, יחד עם כל הדברים שהיו להם. כשהם באו לרבי — ר' גרשון מענדל היה נוהג לנסוע הרבה לרבי — עברו שנים, יותר משלושים שנה מאז תשי"ח, תשי"ט. היו הרבה סיפורים מעניינים. אשתו, שתהיה בריאה וחזקה, הרבנית גורליק, עמדה יום אחד, ביום ראשון, כשהרבי, בשנים האחרונות, כידוע לכם, היה נוהג
00:00 איינער פון די ערשטע שלוחים פון רבי'ן איז געווען ר' גרשון מענדל גארעליק. ער איז פון די ערשטע שלוחים וואס זענען ארויסגעפארן מחוץ לגבול, פון די ערשטע וואס דער רבי האט געשיקט אין איטאליע. ר' גרשון מענדל איז געווען פון די בחורים וואס זענען ארויסגעגאנגען פון רוסלאנד נאך דער מלחמה, געפארן נאך ארץ ישראל, און שפעטער איז ער געקומען לערנען אין אמעריקע, אין סעווען סעווענטי. און נאך דער חתונה, אין יאר תשי"ט, אין כסלו תשי"ט, האט דער רבי געשיקט, און ער איז געפארן צוזאמען מיט זיין פרוי, זאל זיין געזונט און שטארק, לחיים, לחיים. און זיי זענען געפארן זיין דעם רבי'נס שלוחים אין מילאנו, אין איטאליע. און דארטן האבן זיי אויפגעשטעלט די קהילה מיט אלע ענינים פון אידישקייט אין איטאליע. זייענדיג פון די ערשטע שלוחים, פון דער ערשטער תקופה, האבן זיי באקומען צענדליגער און הונדערטער בריוו פון רבי'ן, על כל צעד ושלב, וואס דער רבי האט זיי מדריך געווען און מחנך געווען און אויסגעלערנט. זיי האבן געהאט א ריבוי מכתבים אויף יעדן ענין, אויף יעדן פרט, אין יעדן נושא, וואס זיי האבן דארטן געדארפט טאן און אויפטאן. און זיי האבן דאס אלץ מיטגענומען צו די יחידויות, מיט אלע זאכן וואס זיי האבן געהאט. ווען זיי זענען געקומען צום רבי'ן — ר' גרשון מענדל איז געווען איינער וואס פלעגט פארן א סך צום רבי'ן — זענען אריבערגעגאנגען יארן שפעטער, איבער דרייסיק יאר שפעטער, פון תשי"ח, תשי"ט. עס איז געווען א סך אינטערעסאנטע סיפורים. זיין פרוי, זאל זיין געזונט און שטארק, הרבנית גארעליק, איז געשטאנען איין טאג, א זונטיק, ווען דער רבי, די לעצטע יארן, ווי איר ווייסט, דער רבי פלעגט
01:58 לחלק בכל יום ראשון דולרים לאנשים, נשים וטף, ולברך כל אחד בברכה והצלחה. הקהל היה עולה ועובר מהר מאוד. הרבי היה נותן את הדולר ומברך. כך זה התנהל; בדרך כלל זה היה עובר באחת־שתיים. מפעם לפעם היו כאלה שעצרו ושאלו שאלה בקיצור. אבל בגלל הקהל הגדול לא היה זמן לעצור ולדבר וכן הלאה. התקופה שאנחנו מדברים עליה עכשיו הייתה אחרי הסתלקות הרבנית חיה מושקא, כלומר אחרי תשמ"ח. הייתה תקופה של שנה שבה הרבי שהה אז בדריי"ם, במקום ב־770. הרבי היה אז בדריי"ם, ברחוב פרזידנט, בבית שבו התגורר יחד עם הרבנית. במשך כל השנה הרבי שהה שם, וגם חלוקת הדולרים לצדקה של יום ראשון הייתה מתקיימת שם. היו עוברים דרך הבית, ושם הייתה חלוקת הדולרים. עמד תור גדול ברחוב, ברחוב פרזידנט; תור ארוך מאוד, שנמשך לאורך רחוב אחד, ואפילו שני רחובות. והאנשים עברו. היא עמדה שם יחד עם בנה ועם כמה מבניה, וחיכתה בתור. אחד מבניה היה ילד, והם עמדו יחד. ולמען האמת, בזמן שעמדו וחיכו הם דיברו על כל מיני עניינים, סיפורים, עניינים מן העבר, על דברים
01:58 טיילן יעדן זונטיק דאלארן פאר מענטשן, נשים וטף, און בענטשן יעדן איינעם מיט א ברכה און הצלחה. דער עולם פלעגט ארויפגיין און דורכגיין זייער גיך. און דער רבי פלעגט געבן דעם דאלאר און געבן א ברכה. אזוי איז געגאנגען; בדרך כלל פלעגט דאס גיין איינס, צוויי. פון צייט צו צייט פלעגט זיין אזעלכע וואס האבן זיך אפגעשטעלט, געפרעגט א שאלה בקיצור. אבער פון א גרויסן עולם האבן נישט געהאט קיין צייט זיך אפצושטעלן און רעדן וכולי. יענע תקופה וואס מיר רעדן איצט, דאס איז געווען נאך דער הסתלקות פון דער רביצין חיה מושקא, דאס הייסט נאך תשמ"ח. עס איז געווען א תקופה פון א יאר וואס דער רבי איז דעמאלט געווען אין דריי"ם, אנשטאט אין סעווען סעווענטי. דער רבי איז דעמאלט געווען אין דריי"ם, אין דער גאס, אין פרעזידענט סטריט, אין דער שטוב וואס ער האט דארטן געוואוינט צוזאמען מיט דער רביצין. דאס גאנצע יאר האט דער רבי דארטן איינגעשטאנען, און אויך די חלוקת הדאלארן לצדקה פון זונטיק פלעגט זיין דארטן. מען פלעגט דורכגיין די שטוב, און דארטן פלעגט זיין די חלוקת הדאלארן. עס איז געשטאנען א גרויסער תור אין גאס, אויף פרעזידענט סטריט; עס פלעגט שטיין א גאנצער, גאנצער תור, אזוי אז עס האט זיך געצויגן אויף א גאס, אפילו צוויי גאסן. און מען איז דורכגעגאנגען. איז זי געשטאנען דארטן צוזאמען מיט איר זון און מיט עטליכע פון אירע זין, געשטאנען דארטן און געווארט אין תור. איר זון איז געווען א קינד, זיי זענען געשטאנען צוזאמען. און אמת גערעדט, שטייענדיג און ווארטנדיג, האט מען גערעדט, כל מיני ענינים, סיפורים, ענינים פון אמאל, פון זאכן וואס
03:32 שהיו להם עם הרבי. היא סיפרה איך הרבי הדריך אותם בשנים הראשונות, איך הרבי התנהל איתם; על כל זה הם דיברו, פשוט כך, ברחוב. בין הדברים היא אמרה, כך פתחה את ליבה ואמרה לבנה, שאחרי כל כך הרבה שנים, כשעברו כל כך הרבה שנים, וליובאוויטש נעשתה מוכרת וגדולה כל כך, ויש כל כך הרבה מאות ואלפי יהודים שבאים לרבי, זה שונה לגמרי מפעם, מהשנים הראשונות. הרבי התמסר אז לכל פרט, והם קיבלו כל כך הרבה מכתבים, כל כך הרבה יחידויות. והיום יש קהל גדול, ועוברים כך, באחת־שתיים, חולפים במהירות. היא בכלל לא יודעת אם הרבי מבחין בה, אם הוא רואה מי היא, אם הוא יודע מי היא. כך היא פתחה את ליבה. וכך עומדים ברחוב ומחכים, ומחכים, ומחכים. הרבה זמן. האנשים עוברים, וכשמגיע תורה, היא רואה שיש לה רגע לגשת לרבי. היא נכנסת, שותקת, עוברת בדלת, והרבי נותן לה דולר ומברך אותה בברכה, בברכה והצלחה. והיא ממשיכה הלאה. ברגע שהיא ממשיכה, הרבי אפילו אינו מביט, אלא אומר מיד, כמו לעצמו: ״אז היא חושבת שאני לא יודע מי היא.״
03:32 זיי האבן געהאט מיטן רבי'ן. זי האט דערציילט ווי אזוי דער רבי האט זיי מדריך געווען אין די ערשטע יארן, ווי אזוי דער רבי האט זיך מיט זיי געפירט; אלץ דאס האבן זיי גערעדט, פשוט אזוי אויפן גאס. צווישן די זאכן זאגט זי, אזוי רעדט זי זיך אויס דאס הארץ, און זי זאגט צו איר זון, אז נאך אזוי פיל יארן, אז עס זענען אריבערגעגאנגען אזוי פיל יארן, און לובאוויטש איז געווארן באקאנט, אזוי גרויס, און עס זענען דא אזוי פיל הונדערטער און טויזנטער אידן וואס קומען צום רבי'ן, איז עס אינגאנצן אנדערש ווי אמאל, די ערשטע יארן. דער רבי האט זיך אפגעגעבן מיט יעדן פרט, און זיי האבן באקומען אזוי פיל בריוו, אזוי פיל יחידויות. און היינט איז א גרויסער עולם, און מען גייט אזוי אריבער, איינס, צוויי, און מען לויפט אריבער. זי ווייסט בכלל נישט צי דער רבי באמערקט זי, צי ער זעט ווער זי איז, צי ער ווייסט ווער זי איז. אזוי האט זי זיך אויסגערעדט. און אזוי שטייט מען אויפן גאס און מען ווארט, און מען ווארט, און מען ווארט. א לאנגע צייט. מען גייט דורך, און ביז זי קומט צו גיין, זעט זי, זעט זי א מאמענט צו צוגיין צום רבי'ן. זי קומט אריין, שטום, גייט דורך דער טיר, און דער רבי גיט איר א דאלאר און גיט א ברכה, א ברכה והצלחה. און זי גייט ווייטער. ווי נאר זי גייט ווייטער, דער רבי קוקט אפילו נישט, נאר זאגט גלייך צו זיך, כאילו: „אז זי מיינט אז איך ווייס נישט ווער זי איז.“
04:59 וזה היה כל הסיפור. והחלוקה המשיכה. צריך להבין שגם בגלל המרחק, על פי דרך הטבע, לא הייתה אפשרות שהרבי ישמע מה היא אומרת. הרי היא עמדה ברחוב, וכן הלאה. אבל מה? הרבי הבחין מיד שהיא צריכה לשמוע את הדברים האלה, שהיא צריכה לדעת שיודעים עליה. הרבי אמר מיד: היא חושבת שלא יודעים מי היא. כלומר, צריך לדעת שגם עם כל ההמולה, עם כל הקהל הגדול, הרבי בכל זאת יודע מה עובר על כל אחד. לכל אחד יש יחס פרטי, מה שהוא צריך. וזה, כידוע, סיפור לדוגמה; סיפורים כאלה היו לאלפים ולרבבות. כשאנשים מסוימים התחילו להסתפק בכך, גם אחרי שכבר היו זמן מה אצל הרבי, הרבי מיד נתן להם את הביטחון שעליהם לדעת שהרבי יודע עליהם, חושב עליהם ומחזיק אותם במחשבתו. פרשת קרח. בפרשה שלנו אנחנו מוצאים סיפור מעניין עם פסוק שמבליט מאוד את הנקודה הזאת, של היחס של הנשיא, של נשיא הדור, לא רק לכללות הדור, אלא גם לכל פרט, לכל אחד בפני עצמו. ובכלל, פרשת קרח היא הרי פרשה נפלאה ופרשה יסודית, שמבליטה את עניין ההתקשרות, שמבליטה
04:59 און דאס איז געווען די גאנצע זאך. איז ווייטער געגאנגען. צו פארשטיין אז, אה, גם בגובה, על פי דרך הטבע איז נישט געווען שייך אז דער רבי זאל הערן וואס זי זאגט. יא, זי איז געשטאנען אויפן גאס, און אזוי ווייטער. אבער וואס? דער רבי האט גלייך באמערקט אז זי דארף קומען צו דעם קריאה, יא, אז מען דארף וויסן אז מען ווייסט וועגן איר. דער רבי האט גלייך געזאגט: זי מיינט אז מען ווייסט נישט ווער זי איז. דאס הייסט, צו וויסן זיין, אז גם מיט דער גאנצער, אה, הו־הא, מיטן גאנצן עולם, איז פונדעסטוועגן דער רבי ווייסט וועגן יעדנס זאכן. יעדער איינער האט זיין יחס פרטי, יא, וואס ער דארף. און דאס איז, מען ווייסט, א דוגמא פון א סיפור, וואס אזעלכע סיפורים איז געווען לאלפים ולרבבות, אז בשעת עס איז געווען אזעלכע וואס זיי זענען אנגעפאלן אין א ספק, און זיי זענען שוין געווען א וויילע ביים רבי, האט דער רבי גלייך געמאכט זיי זיכער אז זיי דארפן וויסן זיין אז דער רבי ווייסט וועגן זיי, טראכט וועגן זיי און האט זיי אין זינען. פרשת קרח. אין אונזער סדרה געפינען מיר אן אינטערעסאנטן סיפור מיט א פסוק וואס ברענגט ארויס שטארק די נקודה פון דעם יחס פון דעם נשיא, פון דעם נשיא הדור, נישט נאר צו דעם כללות הדור, נאר אויך צו יעדן פרט, צו יעדן איינעם באזונדער. וואס בכלל פרשת קרח איז דאך א פרשה נפלאה און א פרשה יסודית, וואס ברענגט ארויס דעם ענין פון התקשרות, וואס ברענגט ארויס
06:30 העניין של רבי, העניין של נשיא. והרי כל סיפורו של קורח הוא שקורח ניהל מלחמה נגד משה רבינו. אמנם יש בזה כמה וכמה פרטים: הוא ניהל את כל המחלוקת בעניין הכהונה, ובעניין טלית שכולה תכלת, כפי שרש"י מביא, ובעניין בית מלא ספרים, שגם אותו רש"י מביא. הרי כשיש מחלוקת, יש בה ריבוי פרטים. לא יודעים מה בדיוק היה סדר השתלשלות המחלוקת. אבל ביסודו של דבר, המחלוקת הייתה נגד משה רבינו. כלומר, כל העניין כאן היה — וכך מתבאר בהמשך סיפור הדברים בפרשה — שמשה רבינו התווכח על כל מה שהיה כאן, עד שכפי שהגמרא מספרת בבבא בתרא, בפרק המוכר את הספינה: ״משה אמת ותורתו אמת ואנחנו בדאין״. רבה בר בר חנה מספר שהלך במדבר ושמע כיצד מן המקום שבו נמצאים אנשי קורח, מן הבור שאליו נפלו, הם עומדים עד היום הזה וצועקים: ״משה אמת ותורתו אמת ואנחנו בדאין״. כלומר, בזה היה העניין. כל נקודת העניין הייתה מלחמה
06:30 דעם ענין פון א רבי, דעם ענין פון א נשיא. און דער גאנצער סיפור פון קרח איז דאך, וואס קרח האט געפירט א מלחמה כנגד משה רבינו. הגם עס איז דא כמה וכמה פרטים אין דעם, וואס ער האט געפירט די גאנצע מחלוקת וועגן כהונה, און דער ענין פון טלית שכולה תכלת, ווי רש״י ברענגט, און דער ענין מיטן בית מלא ספרים, ווי רש״י ברענגט אויך. איז דאך ידוע, בשעת עס איז דא א מחלוקת, איז דא ריבוי פרטים צו דער מחלוקת. מען ווייסט נישט וואס איז געווען דער ענין, וואס איז דא טאקע געווען דער סדר ההשתלשלות פון דער מחלוקת. אבער ביסודו של דבר איז די מחלוקת געווען כנגד משה רבינו. דאס הייסט אז דער גאנצער ענין דא איז געווען, און מיר האבן דעם סיפור הדברים, איז מבואר אין המשך פון דער פרשה, אז משה רבינו האט זיך גע׳טענה׳ט וועגן דער גאנצער זאך וואס דא איז געווען, יא, ביז אז ווי די גמרא דערציילט אין בבא בתרא, אין פרק המוכר את הספינה, אז ״משה אמת ותורתו אמת ואנחנו בדאין״. אז די אנשי קרח, יא, רבה בר בר חנה דערציילט אז ער איז געגאנגען אין מדבר, האט ער געהערט ווי פון דעם ארט, פון דעם ארט וואו זיי זיינען אין דעם גרוב, דעם לאך וואו זיי זיינען אראפגעפאלן, די אנשי קרח, שטייען זיי עד היום הזה און שרייען: ״משה אמת ותורתו אמת ואנחנו בדאין״. יא, דאס הייסט אז בזה איז געווען דער ענין. אלץ די נקודת הענין איז געווען נאר א מלחמה
07:52 נגד משה רבינו. והרבי אמר פעם על המילה ״אמת״, כפי שמובא בספרים, שהיא ראשי תיבות: ארון — זו האות א׳. אחר כך האות מ׳, שהיא מזוזה: בית מלא ספרים פטור מן המזוזה. מה הייתה טענתו? שבית מלא ספרים אינו צריך מזוזה. והאות ת׳ — תכלת, טלית שכולה תכלת. אלה ראשי התיבות אמת, ועל כך צריך לומר ״משה אמת״. כלומר, הם התווכחו על ארון, על תכלת ועל מזוזה, אבל הנקודה הייתה משה רבינו. הטענה הייתה: בשביל מה צריך רבי? בשביל מה צריך משה רבינו? וכך נאמר בפסוק: ״כי כל העדה כולם קדושים ומדוע תתנשאו על קהל ה׳״. כל העדה כולם קדושים, כולם שמעו בהר סיני. כולם קדושים, כולם עמדו בהר סיני, כולם קיבלו את ״אנכי ה׳ אלקיך״ ואת ״לא יהיה לך״. והרי כל יהודי — ״כולם קדושים״; מצד הגילוי של מתן תורה כולם שווים. אז לשם מה צריך ״תתנשאו״, נשיא? בשביל מה צריך רבי, בשביל מה צריך משה רבינו? ממילא יוצא שכל מה שרואים בפרשת קורח, כל הסיפור על מה שקרה לקורח, בא להדגיש עד כמה נוגע, עד כמה חשוב שנהיה קשורים למשה רבינו. עד כמה חשוב ש—
07:52 כנגד משה רבינו. און דער רבי האט גערעדט אמאל דעם ווארט אז ״אמת״, יא, עס ברענגט זיך אין ספרים, אז דאס ווארט אמת איז ראשי תיבות: ארון — און דאס איז דער א׳. דערנאך קומט דער ענין פון מ׳, וואס דאס איז מזוזה: בית מלא ספרים פטור מן המזוזה. וואס האט ער גע׳טענה׳ט? אז א בית מלא ספרים דארף נישט קיין מזוזה. און דער ת׳ — דער ענין פון תכלת, טלית שכולה תכלת. דאס איז ראשי תיבות אמת, יא, און על זה מוז מען זאגן ״משה אמת״. דאס הייסט, אין אנדערע ווערטער, אז דער גאנצער, זיי האבן זיך געקריגט, אה, וועגן אן ארון, געקריגט וועגן תכלת און א מזוזה, די נקודה איז געווען דער ענין פון משה רבינו. דאס הייסט אז די טענה איז געווען: וואס דארף מען אנקומען צו א רבי? וואס דארף מען א משה רבינו? און מיט דעם שטייט אין פסוק: ״כי כל העדה כולם קדושים ומדוע תתנשאו על קהל ה׳״. אז כל העדה כולם קדושים, כולם שמעו בהר סיני, אלע זיינען קדושים, אלע זיינען געשטאנען בהר סיני, אלע האבן מקבל געווען די ״אנכי ה׳ אלקיך״ און ״לא יהיה לך״. און יעדער איד איז דאך — כולם קדושים, אז מצד גילוי פון מתן תורה זיינען דאך אלע בשוה. ווי וואס דארף מען אנקומען צו ״תתנשאו״, צו א נשיא? וואס דארף מען א רבי, וואס דארף מען א משה רבינו? איז במילא קומט אויס אז אין פרשת קרח, און די גאנצע רעדע וואס מען זעט, דער גאנצער סיפור, נאר וואס האט פאסירט מיט קרח, צו ארויסברענגען וויפיל עס איז נוגע, וויפיל עס איז וויכטיג אז מיר דארפן זיין פארבונדן מיט משה רבינו. וויפיל עס איז וויכטיג אז אן
09:25 על משה רבינו אפשר לשאול שאלות, ועד היכן אפשר להגיע בשאלות האלה, רחמנא ליצלן. זה לא סדר. יש כאן עניינים שאפשר ללמוד מהם: מהו רבי, מה פירוש הדבר, מהו הקשר שלנו לרבי, ולמה זה נוגע דווקא לרבי. יש הרבה מה לדבר על כך, כמה וכמה ביאורים בחסידות, במאמרים ובשיחות העוסקים בזה. היום נסתכל על רש"י קטן. זכיתי לשמוע מהרבי את השיחה הזאת, בשנת תש״מ, לקראת פרשת קורח. הייתי אצל הרבי, והרבי דיבר אז על אותו רש"י והביא מתוכו עניין עמוק ועשיר, שמבטא ממש את הנקודה העיקרית במעלתו המופלאה של נשיא: מה פירושו דווקא רבי, נשיא. והשיחה הוגהה לאחר מכן ונדפסה בלקוטי שיחות חלק ל״ג. זה הסיפור שמופיע בפרשה: כשמשה רבינו כינס את ר״נ האנשים — קורח הביא את ר״נ האנשים, מאתיים וחמישים איש, והם התעטפו בטליתות שכולן תכלת. הם ביקשו גם כהונה. כולם רצו להיות כהנים. הם ביקשו קטורת. כולם רצו שיוכלו להקריב קטורת. ומשה רבינו ניהל איתם ויכוח שלם. ורש"י מספר שאחרי הוויכוח משה רבינו אמר להם שכל אחד יכול להביא קטורת, אבל עליכם לדעת: תורה אחת, א־ל אחד לכולנו, והרי יש רק אחד ויחיד שיכול לעשות זאת.
09:25 אויף משה רבינו קען מען פרעגן, ווי ווייט מען קען פרעגן ביז וואו, רחמנא ליצלן. איז דאס נישט קיין סדר. דא זענען דא ענינים וואס מען קען פון דעם ארויסלערנען: וואס דאס איז א רבי, און וואס דאס מיינט, און וואס איז אונזער קשר צום רבי, פארוואס איז דאס נוגע דווקא דעם רבי. ס׳איז דא אסאך וואס צו רעדן אין דעם, כמה וכמה ביאורים אין חסידות, אין די מאמרים און שיחות וואס רעדן ארום דעם. היינט גיבן מיר א קוק אויף א קליינעם רש״י. איך האב זוכה געווען צו הערן פון רבי׳ן די שיחה, די יאר תש״מ, פאר פרשת קרח. איך בין געווען ביים רבי׳ן, און דער רבי האט דעמאלט גערעדט אויף יענעם רש״י און ארויסגעברענגט א טיפן, רייכן ענין, וואס ברענגט ממש ארויס די נקודה עיקרית אין די הפלאה פון א נשיא: וואס דאס מיינט דווקא א רבי, א נשיא. און די שיחה איז שפעטער געווארן מוגה און איז אפגעדרוקט געווארן אין לקוטי שיחות חלק ל״ג. דאס איז דער סיפור וואס שטייט אין דער פרשה, אז בשעה וואס משה רבינו האט צוזאמענגעקליבן די ר״נ, קרח האט געברענגט די ר״נ, די צוויי הונדערט און פופציג מענטשן, און זיי האבן זיך אנגעטאן מיט טליתות שכולן תכלת. און זיי האבן געבעטן אויך כהונה. זיי האבן אלע געוואלט זיין כהנים. זיי האבן געבעטן קטורת. זיי האבן אלע געוואלט קענען מקריב זיין קטורת. און משה רבינו האט מיט זיי געפירט א גאנצן ויכוח. און רש״י דערציילט, נאך דעם ויכוח, משה רבינו האט זיי געזאגט אז יעדער איינער קען ברענגען קטורת, אבער איר דארפט וויסן: תורה אחת, אל אחד לכולנו, איז דאך נאר דא איין איינציגער וואס קען דאס טאן.
11:00 והם קיבלו את מה שמשה רבינו אמר, שכולם יביאו קטורת. ובהמשך לכך נאמר בפסוק שמשה רבינו התפלל לקב"ה ואמר: ״אל תפן אל מנחתם״. משה מבקש שם מהקב"ה, ״אל תפן אל מנחתם״ — שהקב"ה לא יפנה אל מנחתם. הפירוש הפשוט, כפי שרש"י אומר, הוא שהקב"ה לא יקבל את הקטורת שלהם. אבל יש בזה קושי על פי פשוטו של מקרא: מה בא הדבר להשמיענו? מדוע משה רבינו היה צריך להתפלל על כך? וכי היה ספק שהקב"ה לא יקבל את הקטורת של בעלי הריב ובעלי המחלוקת, של אנשי קורח? מדוע בכלל היה צריך להתפלל על כך? ולכן רש"י מביא עניין נוסף: רש"י אומר שהיה כאן דבר עמוק יותר. מלבד בקשתו ״אל תפן״, שהקב"ה לא יקבל את הקטורת שלהם, היה עוד עניין שאמר: ״יודע אני שיש להם חלק בתמידי ציבור״. יש עניין של הקרבת קרבנות ציבור, ואני יודע שעדיין יש להם חלק בקרבנות ציבור. ועל כך מבקש משה רבינו שגם חלקם בקרבנות ציבור לא יתקבל לפניך לרצון, שאש המזבח לא תשרוף אותו. והרבי מתעכב כאן: מהו חלקם בקרבנות ציבור? מה זה...
11:00 און זיי האבן זיך געשטעלט אויף דעם וואס משה רבינו האט געזאגט, אז אלע זאלן ברענגען קטורת. און בהמשך לזה איז דאס וואס עס שטייט אין פסוק, אז משה רבינו האט מתפלל געווען צום אויבערשטן און האט געזאגט: ״אל תפן אל מנחתם״. דארט בעט משה ביים אויבערשטן, ״אל תפן אל מנחתם״, דער אויבערשטער זאל זיך נישט צוקערן צו זייער מנחה. דער פשוט׳ער טייטש, ווי רש״י זאגט, איז אז דער אויבערשטער זאל נישט מקבל זיין זייער קטורת. אבער דאס איז דאך א שווערע זאך על פשוטו של מקרא: וואס קא משמע לן? פארוואס האט משה רבינו געדארפט מתפלל זיין אויף דעם? איז דען געווען א ספק אז דער אויבערשטער וועט אננעמען די קטורת פון די בעלי ריב און בעלי מחלוקת, פון אנשי קרח, וואס האט ער געדארפט אויף דעם בכלל מתפלל זיין? און דערפאר ברענגט רש״י נאך אן ענין: רש״י זאגט אז דא איז געווען נאך א טיפערע זאך. חוץ פון דעם ״אל תפן״ וואס ער האט געבעטן, אז דער אויבערשטער זאל נישט מקבל זיין זייער קטורת, איז געווען דא נאך אן ענין וואס ער האט געזאגט: ״יודע אני שיש להם חלק בתמידי ציבור״. עס איז דא דער ענין וואס מ׳ברענגט קרבנות ציבור, און יודע אני אז זיי האבן נאך א חלק אין קרבנות ציבור. און דאס בעט משה רבינו, אז אף חלקם בקרבנות ציבור לא יקובל לפניך לרצון, אז דער אש המזבח זאל עס נישט פארברענען. אז דער רבי שטעלט זיך דא: וואס איז זייער חלק אין קרבנות ציבור? וואס דאס איז א...
12:28 חידוש נפלא ביותר, חידוש נפלא ביותר. לכאורה, איך זה ייתכן שאדם פרטי יהיה לו חלק בקרבנות ציבור? הרי סוף כל סוף, קרבן ציבור הוא של כלל ישראל. [לא ברור] יש לזה חשיבות בכלל. אלא שרש"י מדייק ואומר ״חלק בקרבנות ציבור״; אין כוונתו לכל קרבן בפני עצמו. כוונתו לומר שכיוון שכל אחד מביא מחצית השקל — ורבינו בחיי כותב בפירוש שהדבר קשור למחצית השקל — וכיוון שכל אחד מביא מחצית השקל עבור קרבנות הציבור במשך כל השנה כולה, הרי בכל קרבנות הציבור יש חלק מאותה מחצית השקל. לחלק הזה יש חשיבות שווה. וממילא, זה מה שמשה רבינו ביקש ודרש: שהחלק של מחצית השקל שהם הביאו לקרבנות הציבור לא יתקבל. בכך הוא רצה להדגיש את חומרת העניין: עד כמה הרחיקו לכת מריבתו של קרח וממלחמתו נגד משה רבינו. לא רק שהם נענשים על כך שניהלו [לא ברור], ולא רק שהם מקבלים עונש פרטי על מה שעשו, על כך שרצו להיות גדולים ולהילחם במשה רבינו, אלא יותר מזה: הם נותקו לגמרי מכלל ישראל. אפילו בקרבנות ציבור, הקשורים לכלל ישראל, ״חלקם לא יקובל״.
12:28 חידוש נפלא ביותר, חידוש נפלא ביותר. לכאורה, ווי איז דאס שייך, א קרבן ציבור, וואס א מענטש האט א חלק אין קרבנות ציבור? סוף כל סוף, א קרבן ציבור איז דאך פון כלל ישראל. [לא ברור] עס האט א חשיבות בכלל. נאר דא איז רש״י מדייק ״חלק בקרבנות ציבור״; ער מיינט נישט אין יעדן קרבן באזונדער. ער מיינט צו זאגן, וויבאלד יעדער איינער ברענגט דאך א מחצית השקל, און דער מחצית השקל — רבינו בחיי שרייבט בפירוש אז עס איז פארבונדן מיט מחצית השקל — אז וויבאלד יעדער איינער ברענגט א מחצית השקל פאר די קרבנות ציבור במשך כל השנה כולה, איז אין אלע קרבנות ציבור דא א חלק פון דעם מחצית השקל. ער האט א חשיבות השוויון. און ממילא, דאס האט משה רבינו געבעטן און געפאדערט, אז דער חלק פון דעם מחצית השקל וואס ער האט געברענגט אין קרבנות ציבור, לא יקובל. דאס האט ער געוואלט ארויסברענגען, גודל החריפות: ווי ווייט עס גייט דער ענין פון קרח׳ס ריב און פירן א מלחמה קעגן משה רבינו. נישט נאר אז זיי באקומען אן עונש אויף דעם וואס זיי האבן געפירט [לא ברור], נישט נאר אז זיי באקומען אן עונש פרטי אויף דעם וואס זיי האבן געטאן, וואס זיי האבן געוואלט זיין גדולים און פירן א מלחמה קעגן משה רבינו, נאר נאך מער: זיי זענען אינגאנצן אפגעריסן געווארן פון כלל ישראל. קרבנות ציבור, וואס איז פארבונדן מיט כלל ישראל, אפילו אין דעם איז ״חלקם לא יקובל״.
14:03 זהו דבר מוחשי: אין לו חלק בכלל ישראל, משום שרצה להוביל את כלל ישראל למרידה במשה רבינו. אבל זה מה שרש"י אומר בפשוטו של מקרא. וכאן מתעוררת שאלה מעניינת, שאלה פשוטה מאוד: הרי ברור שכאשר יחיד נותן דבר לציבור, כפי שאומרת הגמרא, הוא ״מוסרם לציבור יפה יפה״. כשיחיד נותן את מחצית השקל, מחצית השקל כבר אינה שלו; הוא מוסר אותה לציבור יפה יפה, והיא נעשית עניין של הציבור. [לא ברור] וכפי שמבואר באריכות אצל הרוגוצ'ובר, כשדבר של יחיד עובר לציבור, הוא מקבל גדר אחר. הוא מאבד את הגדר של יחיד, הגדר הפרטי שלו אובד, והוא נעשה מצווה חדשה, מצווה ציבורית. הרוגוצ'ובר מביא לכך, לדוגמה, דבר מעניין שאנו מוצאים בדין עיר הנידחת. עובד עבודה זרה חייב סקילה, כפי שכתוב בחומש. ואילו בעיר הנידחת, כשעיר שלמה עבדה עבודה זרה, אומרים שדינה בסייף בלבד. [לא ברור] כאשר יחידים עובדים עבודה זרה יש לכך גדר אחד; וכשהדבר נעשה עניין ציבורי, הוא מקבל גדר חדש, דין חדש וגדרים אחרים. זה לא אותו
14:03 דאס איז א דבר מוחש, אז ער האט נישט קיין חלק אין כלל ישראל מצד דעם וואס ער האט געוואלט אראפפירן דעם כלל ישראל אין א מרידה קעגן משה רבינו. אבער דא, דאס איז פשוטו של מקרא, דאס וואס רש״י זאגט. אבער דא ווערט נתעורר אן אינטערעסאנטע שאלה. די שאלה איז גאר א פשוטע שאלה: ס׳איז דאך קלאר אז בשעה א יחיד גיט עפעס צום ציבור, די גמרא זאגט: „מוסרם לציבור יפה יפה“. בשעה א יחיד גייט און גיט אוועק מחצית השקל, איז די מחצית השקל נישט מער דעם יחיד׳ס; ער איז עס מוסר לציבור יפה יפה, און ס׳ווערט אן ענין פון דעם ציבור. [לא ברור] און ס׳איז מבואר באריכות אין רוגאטשאווער וועגן דעם, אז בשעה אן ענין פון א יחיד גייט אריבער צום ציבור, באקומט עס אן אנדערן גדר. עס פארלירט דעם גדר פון יחיד, פארלירט זיך דער גדר פון פרט, און ס׳ווערט א נייע מצוה, א מצוה ציבורית. ס׳איז מבואר אין רוגאטשאווער, לדוגמא, א דוגמא לזה וואס מיר געפינען אן אינטערעסאנטע זאך אין דעם ענין פון עיר הנדחת. אן עובד עבודה זרה איז חייב סקילה, אזוי שטייט אין חומש. און דא זאגט מען אז ביי עיר הנדחת, ווען אלע האבן געארבעט עבודה זרה, א גאנצע שטאט, איז דעמאלט א שטאט חייב וואס האט נאר דין סייף. [לא ברור] נאר ווען יחידים ארבעטן עבודה זרה האט עס איין גדר; בשעה ס׳ווערט א מצוה ציבורית, באקומט עס א נייעם גדר, א נייעם דין, און ס׳האט אין זיך אנדערע גדרים. ס׳איז נישט די זעלבע
15:49 דבר, אלא מהות אחרת לגמרי. על כל פנים, נחזור לעצם העניין שבו רצינו לעסוק: כשמדובר בקרבנות ציבור, לכאורה כל עניינו של היחיד אובד. אם כן, איך משה רבינו טוען שחלקם בקרבנות הציבור לא יתקבל? מה פירוש ״חלקם בקרבנות הציבור״? הרי הוא כבר נעשה חלק מן הציבור; הוא הגיע למזבח, הוא הועבר לציבור, וכבר אין כאן יחיד. מציאותו של היחיד אינה קיימת כאן; היא כבר אינה נמצאת שם. היא נכנסה למציאות חדשה, מציאות של ציבור. ועל כך אומר הרבי שהדבר מדויק בלשון רש"י: ״יודע אני שיש להם חלק בתמידי ציבור״. משה רבינו אומר: אני יודע שיש להם חלק בקרבן הציבור. מה פירוש הדבר? מצד אחד, כשהיחיד מביא דבר לציבור ומוסר אותו יפה יפה, הוא נעשה מציאות של ציבור. ובכל זאת, עדיין נותר בו עניינו של היחיד. כלומר, מכיוון שזהו דבר שבקדושה — אדמו"ר הזקן אומר בתניא בנוגע לקדושה, [לא ברור] — דבר שהקדושה נגעה בו, באיזה אופן שיהיה, גם אחרי שהוא מתעלה למדרגה גבוהה יותר, הוא אינו מאבד
15:49 זאך, אן אנדער מהות אינגאנצן. על כל פנים, מיר קומען צוריק צום מקורי ענין וואס איז רצוננו דא: אז בשעה עס שטייט דער ענין פון קרבנות ציבור, איז לכאורה פארלירט זיך דא דער גאנצער ענין פון א יחיד. איז ווי קומט עס אז משה רבינו טענה׳ט אז חלקם אין קרבנות הציבור זאל נישט ווערן אנגענומען? וואס איז דאס „חלקם אין קרבנות הציבור“? ס׳איז געווארן א חלק; איז עס געגאנגען צום מזבח, איז עס צוגעגאנגען צום ציבור, איז נישט דא קיין יחיד. די מציאות פון דעם יחיד איז דא נישטא; ס׳געפינט זיך שוין דארט נישט. עס איז נכנס געווארן אין א נייע מציאות, די מציאות פון ציבור. נו, דא זאגט דער רבי אז די כוונה איז מדויק אין לשון רש״י. וואס רש״י זאגט: „יודע אני שיש להם חלק בתמידי ציבור“. משה רבינו זאגט: איך ווייס אז זיי האבן א חלק אין דעם קרבן ציבור. וואס הייסט דאס? אין אנדערע ווערטער, איינע פון די זאכן איז אז בשעה דער יחיד ברענגט א זאך צום ציבור און גיט עס איבער יפה יפה, ווערט עס א מציאות פון ציבור. פון דעסטוועגן, נאך אלץ איז אין דעם פאראן דער ענין היחיד. דאס הייסט, וויבאלד אז דער דבר שבקדושה — דער אלטער רבי זאגט אין תניא בנוגע צו קדושה, [לא ברור] — אז א זאך וואס קדושה האט עס אנגערירט, באיזה אופן שיהיה, איז אפילו נאכדעם וואס די זאך וועט נתעלה ווערן צו א העכערער מדריגה, פון דעסטוועגן פארלירט עס נישט
17:40 את מדרגתו הקודמת. זהו כלל בקדושה. אגב, אדמו"ר הזקן אמר זאת בנוגע לנשמתו של צדיק: צדיק שנמצא בעולם הזה הגשמי וחי בו יותר מעשרים שנה, נשמה בגוף, ואחר כך הוא מתעלה למדרגה גבוהה יותר, עד ש[לא ברור]. ובכל זאת, מכיוון שלדבר שבקדושה הייתה שייכות לעולם הזה, גם כשהוא מתעלה מעלה מעלה, הוא עדיין [לא ברור]. הוא אינו נעקר ממקומו הראשון, אלא הקדושה נשארת במקומה הראשון, משום שזהו גדרה של קדושה: נצחיות. היא מתקיימת תמיד, ונשארת כך לעולמים, יחד עם עלייתה במדרגה. על דרך זה אומרים גם כאן: כשהדבר נעשה מציאות חדשה של ציבור ונמסר לציבור יפה יפה, בכל זאת, מכיוון שמלכתחילה הייתה כאן גם עבודתו של היחיד, הייתה כאן קדושה של יחיד. הרוגוצ'ובר מדבר על כך בנוגע למחצית השקל. הרי יש כאן העבודה שבה יהודי לקח מכספו מחצית השקל ונתן אותה. הייתה כאן עבודת היחיד, וגם מצד עצם העניין: מחצית השקל הייתה ״לכפר על נפשותיכם״. כלומר, אצל כל יהודי מחצית השקל פועלת פעולה פרטית באותו אדם פרטי, שאצלו היא תפעל
17:40 די פריערדיגע מדריגה. דאס איז א כלל אין קדושה. אגב, דאס האט דער אלטער רבי געזאגט בנוגע צו די נשמה פון א צדיק: אז א צדיק געפינט זיך אין עולם הזה הגשמי און האט געלעבט אויף עולם הזה הגשמי מער ווי עשרים שנה, נשמה בגוף, און דערנאך דער צדיק ווערט נתעלה צו א העכערער מדריגה, אז [לא ברור]. פון דעסטוועגן, וויבאלד אז דער דבר שבקדושה האט געהאט א שייכות צו דעם עולם, איז אפילו בשעה ער ווערט נתעלה מעלה מעלה, איז ער נאך אלץ [לא ברור]. ס׳ווערט נישט אויסגעריסן פון דעם מקום הראשון, נאר עס בלייבט די קדושה במקום הראשון אנגעהאלטן, ווייל דאס איז דער גדר פון קדושה: נצחיות. זי האלט זיך אן אויף שטענדיג, בלייבט עס שטענדיג אזוי לעולמים, צוזאמען מיט דעם וואס עס איז עולה במדריגה. על דרך זה זאגט מען דא אויך: צוליב דעם, בשעה עס ווערט א נייע מציאות פון ציבור און מ׳איז עס מוסר לציבור יפה יפה, פון דעסטוועגן, וויבאלד לכתחילה איז דאך געווען דא אויך די עבודה פון יחיד, איז געווען דא קדושה פון יחיד. דער רוגאטשאווער רעדט בנוגע צו דעם ענין פון מחצית השקל. איז דאך דא די עבודה וואס דער איד איז געגאנגען און גענומען פון זיין געלט מחצית השקל און אוועקגעגעבן. איז געווען דא עבודה של יחיד, און אין דעם ענין המציאות: מחצית השקל איז דאך געווען „לכפר על נפשותיכם“. דאס הייסט, ביי יעדן אידן האט די מחצית השקל א פעולה פרטית, וואס דאס פועל׳ט אן ענין פרטי אויף דעם אדם פרטי, אז ביי אים וועט עס מאכן
19:11 העניין של ״לכפר על נפשם״ הוא, אגב, שגם לאחר המשימה למסור זאת לציבור, והציבור יספר זאת, הרי מכיוון שעבודתו של היחיד היא עבודה קדושה, העניין שנשאר — המצוות בעולם — לא יסתלק לגמרי. אדרבה, צריך לדעת: זה אינו עניין שיכול להיות אצל גוי. זהו עניין שדווקא אצל משה רבינו הוא קיים. אצל אדם פשוט, אדם רגיל, זה אחד מן השניים: אם זה יחיד, זה יחיד; ואם זה ציבור, זה ציבור. כפי שרואים בדיני הקרבנות: קרבן יחיד הוא קרבן יחיד, ויש לו הגדרים של קרבן יחיד. אילו היה קרבן ציבור, היו לו גדרים אחרים, גדרים של קרבן ציבור. אבל לומר שזה קרבן ציבור ובכל זאת הוא נשאר קרבן יחיד — דבר כזה לא מוצאים אלא כשהוא קשור במשה רבינו. אצל משה רבינו יש עניין מיוחד. כפי שנאמר על משה רבינו שהוא נשיא, ונשיא הוא גם נשמה כללית. אף שמשה רבינו הוא אדם יחיד, אדם אחד ויחיד, יחד עם זאת הוא נשמה כללית שנושאת בתוכה את כלל ישראל. כי זה עניינו של נשיא, של רבי, של צדיק: הוא נושא בתוכו את כל הנשמות; כלל ישראל נמצא אצלו. ממילא, משה רבינו, בהיותו נשיא ישראל, יש אצלו
19:11 דער ענין פון „לכפר על נפשם“. איז, אגב, אז נאך דער אויפגאב צו אוועקגעבן צום ציבור, און דאס וועט דער ציבור דערזאגן. ווי באלד אבער די עבודה של יחיד איז עבודה קדושה, איז דאך דער ענין וואס בלייבט, די מצוות בעולם, דאס וועט נישט נסתלק ווערן אינגאנצן. אדרבה, אויף דעם דארף מען וויסן: דאס איז נישט קיין ענין וואס קען דאס זיין ביי א גוי. דאס איז אן ענין וואס דווקא משה רבינו, ביי אים, איז פאראן דער ענין. א פשוטער אדם, א רגילער מענטש, איז איינס פון די ביידע: איז דאס יחיד, איז דאס יחיד; איז דאס ציבור, איז דאס ציבור. ווי מ׳זעט אין דין הקרבנות: דין הקרבנות איז, דער קרבן יחיד איז א קרבן יחיד, דאס האט די גדרים פון קרבן יחיד. אז דאס וואלט געווען א קרבן ציבור, האט עס אנדערע גדרים, גדרים פון קרבן ציבור. אבער זאגן אז ס׳איז א קרבן ציבור, און ס׳בלייבט א קרבן יחיד, דאס איז א זאך וואס מ׳געפינט נישט, נאר בשעת דאס איז פארבונדן מיט משה רבינו. וואו משה רבינו איז דער דבר המיוחד. ווי עס שטייט ביי משה רבינו נשיא. וואס נשיא איז דאך אויך פון נשמה כללית. אז מיט דעם וואס משה רבינו איז אן אדם יחיד, איין און איינציקער מענטש, יחיד, און צוזאמען דערמיט איז ער א נשמה כללית וואס טראגט אין זיך כלל ישראל. ווייל דאס איז דער ענין פון א נשיא, פון א רבי, פון א צדיק, וואס ער טראגט אין זיך אלע נשמות; ביי אים געפינט זיך כלל ישראל. איז במילא זאגט משה רבינו, זייענדיק א נשיא פון ישראל, איז ביי אים פאראן
20:39 עניין מיוחד: אצלו מאירה האמת. כי האמת היא אצל הקב״ה, ו״צדיקים דומים לבוראם״. הרי כפי שמוצאים אצל הקב״ה, שמצד אחד הוא כולל את כולם, את הכול, את היחיד ואת הכלל, ומכל מקום הוא משגיח על כל אחד ואחד בהשגחה פרטית. מצד אחד יש אצלו העניין של כלל ישראל, ומצד שני הקב״ה רואה כל אחד, כל פרט, ואת כל צרכיו הפרטיים, עד לפרטי פרטים. גם אצל ״צדיקים דומים לבוראם״ יש העניין הזה: יחד עם היותו נשיא של כל עם ישראל, נשיא הדור, והוא יכול לחשוב על הדור כולו, הוא רואה גם כל יחיד, את צרכיו הפרטיים ואת הדברים הפרטיים שהוא זקוק להם. הרבי מבאר במאמר, ורואים זאת גם בענייני הממשלות בעולם, שיש הבדל בין האופן שבו הדבר הוא בקדושה לבין האופן שבו הוא בעולם הזה בכלל. כלומר, בעולם בכלל קיימות שתי שיטות. יש מדינות שהשיטה שלהן — ורואים זאת בכל הדורות, ובדורות האחרונים, שתמיד היו שתי שיטות בהנהגת המלוכה, בהנהגת המדינה, במדינות שונות — היא לנהוג
20:39 אן ענין מיוחד, אז ביי אים לייכט אויף דער אמת. ווייל דער אמת איז טאקע ביים אויבערשטן, וואס צדיקים דומים לבוראם. אז היי, ווי מ׳געפינט ביים אויבערשטן, וואס ביים אויבערשטן איז פאראן דער ענין, וואס פון איין זייט איז ער כולל כולם, הכל, הכל יחיד וכלל יחיד, אלע זיינען כולל. און פונדעסטוועגן, ביים אויבערשטן איז דאך די זאך אז אויף כל אחד ואחד משגיח בהשגחה פרטית. פון איין זייט איז ביי אים פאראן דער ענין פון כלל ישראל, און פון דער צווייטער זייט איז דער אויבערשטער, אז ער זעט יעדן איינעם, יעדן פרט, וכל צרכיו הפרטיים ופרטי פרטיות. איז ביי צדיקים דומים לבוראם פאראן אויך דער ענין הזה: אז יחד עם זה וואס ביי אים איז פאראן דער ענין וואס איז א נשיא פון עם כלל ישראל, אז דעם נשיא הדור, און ער קען טראכטן דעם גאנצן דור, איז צוזאמען דערמיט פאראן דער ענין אויך וואס ער זעט יעדן יחיד מיט זיינע צרכים הפרטיים, מיט זיינע זאכן הפרטיות וואס ער דארף. דער רבי מבאר אין א מאמר, און מ׳זעט דאס, אז אין עניני הממשלות, אין דער וועלט, דאס איז א חילוק פון, פון ווי דאס איז אין קדושה און ווי דאס איז אין עולם הזה בכלל. דאס הייסט, אז אין וועלט בכלל איז פאראן צוויי שיטות. איז פאראן מדינות וואס זייער שיטה, און מ׳זעט אין אונז, אין אלע דורות, אין די לעצטע דורות, אז עס איז אלעמאל געווען צוויי שיטות אין הנהגת המלוכה, אין הנהגת המדינה, אין מדינות משונות: אז עס זענען געווען אזעלכע מדינות וואס פירן
22:11 באופן של משטר יחיד, ויש מדינות שנוהגות באופן של משטר הרבים, משטר הציבור. בשפה המודרנית זה נקרא קפיטליזם וסוציאליזם. כלומר, יש ההולכים בשיטה שנקראת סוציאליזם: חושבים על הכלל, חושבים על הרבים, וטובת הרבים היא העיקר, עד כדי כך שמקריבים את טובת הפרט ומשעבדים אותה למען החברה, למען הכלל, למען הקבוצה, הציבור. מקריבים את היחיד למען הציבור. לאידך גיסא יש השיטה החופשית, הקפיטליזם, שבה להפך. מעמידים בזה [לא ברור], שכל אחד יהיה חופשי במציאותו שלו, ברכושו ובענייניו, כי זו טובת הפרט. ומבטלים את טובת הכלל למען טובת הפרט. אלו שתי שיטות כלליות במלוכה. אבל בתורה רואים איך שתי השיטות הולכות יחד. כשבוחנים בתורה איך צריכה להיות הנהגת המלוכה, איך התורה רואה את הנהגת המלוכה בישראל, רואים ממש איך התורה מחברת את שני הקצוות. מצד אחד יש בתורה ריבוי עניינים שבהם מוצאים: ״יחיד ורבים — הלכה כרבים״; עניינים שבהם אומרים שצריך ללכת לפי טובת הציבור, כן, והולכים [לא ברור] טובת הכלל. ובכל הדברים הללו מוצאים את העניין של כלל, של
22:11 זיך באופן פון משטר יחיד, און מדינות וואס פירן זיך באופן פון משטר רבים, משטר הציבור. עס רופט זיך אן, אויף דער מאדערנער שפראך, קאפיטאליזם און סאציאליזם. דאס הייסט, אז עס זענען פאראן אזעלכע וואס גייען מיט דער שיטה וואס רופט זיך אן סאציאליזם. דאס הייסט, מ׳טראכט וועגן דעם כלל, מ׳טראכט וועגן דעם רבים, און ס׳איז נוגע טובת הרבים ביז אז מ׳וואלט מקריב געווען, און מ׳איז משעבד טובת הפרט למען דעם סאציאל, למען דעם כלל, למען דער גרופע, דעם ציבור. מ׳איז מקריב דעם יחיד פארן ציבור. לאידך גיסא איז פאראן די שיטה חופשי, קאפיטאליזם, וואס דארט איז פארקערט. מ׳שטעלט אין דעם א מי דארף קענען [לא ברור], אז יעדער איינער זאל חופשי זיין אין זיין אייגענער מציאות, מיט זיין אייגענעם רכוש, מיט זיינע אייגענע ענינים, ווייל דאס איז דער ענין פון טובת הפרט. און מ׳איז מבטל טובת הכלל למען טובת הפרט. אז עס זענען צוויי כלל׳דיגע שיטות אין מלכות. אין תורה אבער זעט מען ווי ביידע שיטות גייען צוזאמען. און מ׳גייט קוקן אין תורה ווי אזוי די הנהגת המלוכה, ווי אזוי די תורה קוקט אויף ווי אזוי ס׳דארף זיין הנהגת המלוכה אין אידישער הנהגת המלוכה, זעט מען ממש ווי תורה איז מחבר ביידע קצוות. פון איין זייט איז פאראן אין תורה א ריבוי ענינים וואס מ׳געפינט: יחיד ורבים, הלכה כרבים, ענינים וואס מ׳זאגט אז מ׳דארף גיין טובת הציבור, יא, און מ׳גייט [לא ברור] טובת הכלל. מיט אלע זאכן וואס דארטן געפינט מען דעם ענין פון א כלל, פון א—
23:42 קבוצה, של מניין, של דבר שבקדושה בעשרה וכו׳, שמדגישים את המעלה הגדולה של הכלל. ויחד עם זאת התורה מתמסרת לכל פרט, מדייקת בו ושומרת עליו בפני עצמו. עד שמוצאים בהלכה שכאשר יש מצב של פיקוח נפש, דוחים מפניו את ההלכות. כן, אין ממתינים כשמדובר אפילו בנפש אחת ויחידה מישראל. ״כל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא״. [לא ברור] שישראל הוא כלל, ועל ידי זה נעשים [לא ברור] כל החבורה. יש הלכות ששייכות אפילו לאדם אחד, גם אם חטא ופשע. [לא ברור] זה מראה מצד אחד את עניין כלל ישראל, הציבור והאחדות, ויחד עם זאת כל יחיד נשאר עם ענייניו הפרטיים, והתורה מתמסרת לכל פרט. ועל דרך זה רואים אצל משה רבינו, ועל דרך זה הוא גם נשיא הדור האמיתי, נשיא ישראל האמיתי. [לא ברור] משה רבינו הוא נשיא של כלל ישראל. הוא נשיא של כל כלל ישראל, ״רגלי העם אשר אנכי בקרבו״. הוא נמצא עם כולם יחד, ויחד עם זאת הוא נמצא בקרבו של כל יחיד,
23:42 פון א קבוצה, פון א מנין, פון א דבר שבקדושה בעשרה וכולי, וואס מגדיל דעם גרויסן עילוי פון א כלל. און צוזאמען דערמיט איז תורה גיט זיך אפ, מדייק און גיט אכטונג אויף יעדן פרט באופן בפני עצמו. ביז וואס מען געפינט אין הלכה, אז ווען עס געפינט זיך א מצב פון פיקוח נפש, גייט מען אוועק פון די הלכות. יא, מען ווארט נישט אויף איין און איינציגע נפש אחת מישראל. כל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא. [לא ברור] אז ישראל איז א כלל, און דורך דעם ווערן [לא ברור] די גאנצע חבורה. יש הלכות וואס זיינען שייך אפילו צו איינעם, און אפילו ווען איינער האט חוטא געווען ופושע געווען. [לא ברור] דאס ווייזט פון איין זייט דעם ענין פון כלל ישראל, ציבור, אחדות, און צוזאמען דערמיט בלייבט יעדער יחיד מיט זיינע עניינים הפרטיים, און תורה גיט זיך אפ מיט יעדן פרט. און אויף דעם דרך זעט מען ביי משה רבינו, און אויף דעם דרך איז אויך דער אמת'ער נשיא הדור, דער אמת'ער נשיא ישראל. [לא ברור] ער איז נשיא פון כלל ישראל, משה רבינו. ער איז נשיא פון גאנץ כלל ישראל, „רגלי העם אשר אנכי בקרבו“. ער געפינט זיך מיט אלע צוזאמען, און צוזאמען דערמיט איז ער בקרב פון יעדער יחיד.
25:21 ושל כל אחד בפני עצמו. משה רבינו התמסר לכל אחד. [לא ברור] ולכן רואים אצל משה רבינו, שגם כשהביט על הציבור, כל יחיד נשאר חשוב בעיניו. ולכן משה רבינו ביקש [לא ברור] אפילו כשהיה חטא שגרם לפירוד הלבבות ולמחלוקת נגד משה רבינו. [לא ברור] וכך היה במשך כל התקופה, בסיפורים רבים ובעניינים רבים. אבל יחד עם זאת, נשיא הוא נשיא של הדור כולו, של כל אנשי הדור. הוא מתמסר לכלל ישראל, [לא ברור] ונוטל על עצמו את כל אנשי הדור, נושא את כלל ישראל ומשרת את כלל ישראל. ויחד עם זאת רואים במוחש, שבאותו זמן שהוא עם כל כלל ישראל, הוא גם עם היחיד הפרטי, עם ענייניו הפרטיים, ודואג לענייניו, הן בעניינים גשמיים והן בעניינים רוחניים. אחד הסיפורים המפורסמים, שאספר בתור דוגמה בלבד, הוא שהרבי [לא ברור].
25:21 וכל אחד בפני עצמו. ביי משה רבינו האט ער זיך איבערגעגעבן פאר יעדן איינעם. [לא ברור] און דערפאר ביי משה רבינו זעט מען, אז אפילו ווען ער האט געקוקט אויף דעם ציבור, בלייבט יעדער יחיד חשוב ביי אים. און דערפאר משה רבינו האט געבעטן [לא ברור] אפילו ווען עס איז געווען א חטא, וואס האט גורם געווען פירוד הלבבות און מחלוקת קעגן משה רבינו. [לא ברור] און דאס האט זיך אפגעשפילט במשך די גאנצע צייט, מיט ריבוי סיפורים, ריבוי ענינים. אבער ביחד עם זה איז א נשיא — דער נשיא איז פון דעם גאנצן דור, פון אלע אנשי הדור. ער גיט זיך איבער פאר כלל ישראל, [לא ברור] און נעמט אויף זיך אלע אנשי הדור, טראגט כלל ישראל און דינט כלל ישראל. און צוזאמען דערמיט זעט מען במוחש, אז אין דער זעלבער צייט וואס ער איז מיט גאנץ כלל ישראל, איז ער אויך מיט דעם יחיד הפרטי, מיט זיינע ענינים פרטיים, און דאגה פאר זיינע ענינים, סיי בענינים גשמיים, סיי בענינים רוחניים. איינע פון די סיפורים המפורסמים, וואס איך וועל דערציילן בתור דוגמא בעלמא, איז אז דער רבי [לא ברור].
27:08 [לא ברור] וכשהיה עניין כזה, האבא דאג למצבו של ילד אחד, של בן אחד. היה מעשה שהרבי סיפר: בן אחד עמד בתקיעת שופר ובכה. הוא ידע שהילד הזה בוכה, וראה אותו עומד ובוכה. זה דבר נפלא: הוא ידע מה קרה בזמן תקיעת שופר. הרי תקיעת שופר היא זמן כללי, [לא ברור] של נשיא בישראל. תחשבו על מה הוא חושב אז: על כלל ישראל, על השנה כולה ועל בניין המלכות לכל השנה כולה, על כלל ישראל כולו, [לא ברור] על כלל ישראל כולו. ובאותו זמן הוא ראה שהבחור עומד שם ובוכה, ועסק בזה בפשטות. וזהו עניינו האמיתי של נשיא. והרשב״א אומר בתשובות הרשב״א שנשיא הוא כלל ישראל, ש״הציבור וכל ישראל תלויים בו״. והרבי מדייק: אלה שני עניינים, ״הציבור״ ו״כל ישראל״. הציבור הוא הציבור בכללותו, ו״כל ישראל״ פירושו כל אחד ואחד מישראל באופן פרטי. כולם תלויים בו, בנשיא הזה. וזה העיקר. זהו אחד המאורעות הנפלאים שמלמדים אותנו הרבה על עניינו של רבי, של נשיא, הקשור לכל הציבור.
27:08 [לא ברור] און אז עס איז געווען אן ענין, האט דער טאטע זיך געקימערט מיט דעם מצב פון איין קינד, פון איין זון. עס איז געווען א מעשה וואס דער רבי האט דערציילט: אז איין זון איז געשטאנען ביי תקיעת שופר און ער האט געוויינט. ער האט געוואוסט אז דאס קינד וויינט, און ער האט געזען ווי ער איז געשטאנען און געוויינט. דאס איז א וואונדערבארע זאך, און ער האט געוואוסט ווי עס איז געווען ביי תקיעת שופר. כי השופר איז דאך א זמן כללי, [לא ברור] פון א נשיא בישראל. טראכט ווי ער טראכט וועגן כלל ישראל, וועגן דעם גאנצן יאר און דעם בנין המלכות אויף כל השנה כולה, אויף גאנץ כלל ישראל, [לא ברור] אויף גאנץ כלל ישראל. און אין דער זעלבער צייט האט ער געזען אז דער בחור שטייט דארט און וויינט, און ער פארנעמט זיך בפשטות מיט דעם. און דאס איז דער אמת'ער ענין פון א נשיא. און דער רשב״א זאגט אין תשובות הרשב״א, אז א נשיא איז א כלל ישראל, וואס „הציבור וכל ישראל תלויים בו“. און דער רבי איז מדייק: דאס זיינען צוויי ענינים, „הציבור“ און „כל ישראל“. דאס איז דער ציבור בכלל, און דאס איז כל ישראל — דאס מיינט יעדער אחד ואחד מישראל באופן פרטי. זיי זיינען אלע תלויים בו, אין דעם נשיא הזה. איז אט דאס איז דער עיקר. איינע פון די אירועים נפלאים וואס לערנט אונז אסאך וועגן דעם ענין פון א רבי, פון א נשיא, וואס ער איז פארבונדן מיט כל הציבור.
28:56 ולכלל ישראל. ויחד עם זאת הוא נמצא עם כל יחיד: הוא מכיר אותו, שומע ויודע על כל אחד ועל ענייניו הפרטיים, עוסק בהם ודואג לו, ומשתדל לוודא שלכל אחד יהיה כל מה שהוא צריך, בגשמיות וברוחניות. מכאן אנחנו לוקחים הוראה נפלאה הנוגעת לעבודת השם של כל אחד מאיתנו. יש בזה עבורנו שני פרטים. ראשית, כפי שנאמר, ימים כאלה הם ימי סגולה. זהו יום כ״ח סיון, שהרבי אמר שהוא יום סגולה, שבו הגיעו הרבי והרבנית לארצות הברית וניצלו בגופם. זו הייתה התחלה של הפצת המעיינות חוצה, שהקיפה את העולם כולו בהפצת חסידות, בכל ענייני השלוחים וב״יפוצו מעיינותיך חוצה״, כדי להכין את העולם לביאת משיח צדקנו. ואחר כך ישנו גם עניינו של יום ג׳ תמוז; אלה ימי סגולה, [לא ברור]. כלשון הידוע, שביום כזה [לא ברור], הרבי מאחל ונותן ברכות לכל אחד, ״אתם נשיכם ובניכם ובנותיכם״, לכל אחד בכל המצטרך לו, בכל ענייני בני, חיי ומזוני רוויחי. וכל אחד צריך להתייצב פנים אל פנים, וצריך לדעת
28:56 וכלל ישראל. צוזאמען דערמיט איז ער ביי יעדן יחיד: ער קען אים און ער הערט און ווייסט פון יעדן איינעם און פון זיינע ענינים הפרטיים, און ער פארנעמט זיך מיט דעם און ער דאגה'ט פאר אים, און ער גיט זיך אפ צו מאכן זיכער אז יעדער איינער זאל האבן אלץ וואס ער דארף, בגשמיות וברוחניות. פון דעם נעמען מיר א הוראה נפלאה וואס איז נוגע אין עבודת השם צו יעדן איינעם פון אונז. דאס איז פאר אונז צוויי פרטים. ערשטנס, ווי עס שטייט, אז אזעלכע טעג זיינען ימי סגולה. דאס איז דער טאג פון כ״ח סיון, וואס דער רבי האט געזאגט אז ער איז א יום סגולה, אז דער רבי איז דעמאלט אנגעקומען אין ארצות הברית, וואס איז געווען די הצלת הגוף, סיי פון דעם רבי'ן, סיי פון דער רביצין, וואס איז געווען א התחלה פון הפצת המעיינות חוצה, וואס האט אנגענומען די גאנצע וועלט מיט די הפצת חסידות, מיט אלע ענינים פון שלוחים, פון „יפוצו מעיינותיך חוצה“, אויף צוגרייטן די וועלט אויף ביאת משיח צדקנו. און דערנאך איז דער ענין אויך פון דעם טאג פון ג׳ תמוז, וואס דאס זיינען ימי סגולה, [לא ברור]. ווי דער לשון הידוע, אז אין אזא טאג [לא ברור], וואס דער רבי ווינטשט און ער גיט יעדן איינעם ברכות, „אתם נשיכם ובניכם ובנותיכם“, יעדער איינעם בכל המצטרך, אין אלע ענינים פון בני חיי ומזוני רויחי. און יעדער איינער דארף זיך אוועקשטעלן פנים אל פנים, דארף מען וויסן זיין
30:24 שכל רצונו של נשיא כלל ישראל, נשיא הדור, הוא שיחד עם דאגתו לכלל ישראל, הוא דואג גם לכל אחד ואחד, לתת לו את כל מה שהוא צריך בענייניו הפרטיים, [לא ברור]. וכשם שיש לו צער על כלל ישראל, ובפרט בזמן של צרה וצוקה, עם כל העניינים הבלתי רצויים העוברים עלינו בזמננו, כך הוא דואג גם לכל פרט מישראל, לכל אחד מעם ישראל, שיהיה לו כל המצטרך לו בטוב הנראה והנגלה. ובזה גם עיקר עבודת השם של כל אחד מאיתנו. הרי ידוע שמה שהנשיא דורש מעצמו, הוא דורש גם מתלמידיו, מחסידיו, ממקושריו וממקורביו. ולענייננו: הנשיא דורש מעצמו לעסוק בכלל, ויחד עם זאת להתמסר לכל אחד באופן פרטי. וכך גם הרבי דורש מכל אחד מאיתנו: שכל אחד יהיה משפיע ומנהיג, על כל פנים בד׳ אמותיו, בסביבתו, בחוג שלו, במשפחתו ובכל מקום שידו מגעת. בזה ישנם שני העניינים: אנחנו צריכים לדאוג לכלל הציבור, לעסוק בכך שיהיה אור ושיהיו
30:24 אז די גאנצע רצון פון א נשיא פון כלל ישראל, א נשיא הדור, איז: צוזאמען דערמיט וואס דער נשיא פון כלל ישראל דאגה׳ט אויף כלל ישראל, דאגה׳ט ער אויך אויף כל אחד ואחד, אויף געבן אים אלע ענינים, ענינים הפרטיים וואס ער דארף, [לא ברור]. אבער דאס וואס זיין צער אויף כלל ישראל געפינט זיך בפרט אין א זמן פון צרה וצוקה, מיט אלע ענינים בלתי רצויים וואס גייען דורך אין אונזער זמן, איז צוזאמען דערמיט אויך אויף פרט ישראל, אויף יעדער איינעם פון עם ישראל, אז ער זאל האבן כל המצטרך לו בטוב הנראה והנגלה. און צוזאמען דערמיט איז די עיקר עבודת השם פון יעדער איינעם פון אונז. וואס איז דאך ידוע, אז דאס וואס דער נשיא מאנט ביי זיך, מאנט ער אויך אין זיינע תלמידים, אין זיינע חסידים, אין זיינע מקושרים און זיינע מקורבים. איז אויף דער זאך בנוגע לעניננו: דער נשיא, דאס וואס ער מאנט ביי זיך, אז ער פארנעמט זיך מיטן כלל, און צוזאמען דערמיט גיט ער זיך אפ מיט יעדן איינעם באופן פרטי. ווי דאס וואס דער רבי מאנט אויך ביי יעדן איינעם פון אונז, אז יעדער איינער דארף זיין א משפיע און א מנהיג, על כל פנים אין זיינע ד׳ אמות, אין זיין סביבה, זיין קרייז, אין זיין משפחה, און בכל מקום שידו מגעת. אין דעם זיינען פאראן די צוויי ענינים: אז מיר דארפן דאגה׳ן אויף כלל הציבור, זיך פארנעמען אז עס דארף זיין ליכטיק און עס דארפן זיין
31:55 שיעורי תורה ברבים, לימוד תורה ברבים ועניינים ציבוריים. כך דיבר הרבי כמה פעמים: בדורנו זה כל אחד, כל חסיד, צריך להיות עסקן ציבורי ולפעול בכלל הציבור. ויחד עם זאת צריך לזכור, שבזמן שעוסקים בעניינים ציבוריים, צריך לעשות טובה לאדם הפרטי ולהתמסר אליו בכל לב ונפש. וכפתגם הידוע של הבעל שם טוב הקדוש, שנשמה יורדת לעולם הזה וחיה שבעים־שמונים שנה כדי לעשות טובה ליהודי בגשמיות, ועל אחת כמה וכמה ברוחניות. [לא ברור] להתמסר, את זה מקבלים מ[לא ברור] ומנשיא הדור. וכך אפשר לעשות את שני הדברים יחד. והעיקר, שנזכה כבר, בקרוב בימינו ממש, [לא ברור] את נשיא הדור, [לא ברור] עם כל אחד, ושנראה כבר [לא ברור] את הגאולה האמיתית והשלמה, ואת הטובה הנראית והנגלית.
31:55 ענינים פון שיעורי תורה ברבים און לימודי תורה ברבים און ענינים ציבוריים. אזוי האט דער רבי גערעדט כמה פעמים, אז בדורנו זה דארף יעדער איינער, יעדער חסיד, זיין אן עסקן ציבורי, אויפטאן אין כלל הציבור. און צוזאמען דערמיט דארף מען געדענקען, אז צוזאמען דערמיט וואס מ׳פארנעמט זיך מיט ענינים ציבוריים, דארף מען טאן די טובה פאר דעם איש פרטי, דעם אדם פרטי, און זיך אפגעבן מיט אים בכל לב ונפש. און דער פתגם הידוע פונעם הייליגן בעל שם טוב, אז א נשמה קומט אראפ אויף דער וועלט און לעבט זיבעציק־אכציג יאר, צו טאן א טובה אן אידן בגשמיות, און על אחת כמה וכמה ברוחניות. [לא ברור] זיך אפגעבן, דאס באקומט מען פון דעם [לא ברור] און דעם נשיא הדור. און אזוי קען מען טאן די ביידע זאכן צוזאמען. און דער עיקר איז, מ׳זאל שוין זוכה זיין, בקרוב בימינו ממש, [לא ברור] דעם נשיא הדור, [לא ברור] מיט יעדן איינעם, און מ׳זאל שוין זען [לא ברור] די גאולה האמיתית והשלמה, און די טובה הנראית והנגלית.