לעבן חסידות · פרק 79 · 2023-06-19 · 32:57
פרשת קרח-חוקת - פארוואס דארף מען א רבי?
תיאור הפרק
* לקוטי שיחות חלק ח׳ פרשת קרח וחוקת
השמע המקורי · הערך על הרב אשר פרקש בחב"דפדיה
תמלול אוטומטי מהשמע, ותרגום מכונה לעברית. קישורים לחב"דפדיה נוספו אוטומטית.
00:00 ישנה השאלה שאנשים שואלים: מדוע עניין ההתקשרות, ההתמסרות לצדיק, לנשיא הדור, חשוב כל כך? לכאורה, הרי יש שולחן ערוך. יש התורה שהקדוש ברוך הוא נתן לכל היהודים, שכולם עמדו במתן תורה וכולם שמעו ״אנכי ה׳ אלקיך״. וממילא עולה השאלה: אדם יכול לקחת בעצמו שולחן ערוך, לעיין בו ולראות כיצד עליו לנהוג, ולעשות זאת בלי להזדקק להשפעה מצדיק, מרבי. הרי כל אחד יכול לדעת בעצמו מה עליו לעשות. ובכל זאת, יסוד בחסידות, שהבעל שם טוב הנהיג וכך הוא לדורות, הוא שצריכות להיות מסירה ונתינה, התמסרות והתקשרות לנשיא, לצדיק. לא פעם שואלים: מדוע באמת? מדוע אדם אינו יכול להיות יהודי טוב, יהודי ראוי וישר, ירא שמים, יהודי של תורה ומצוות, לעיין בעצמו בשולחן ערוך ולדעת בעצמו מה עליו לעשות? אבל בפרשות שאנו לומדים בשבועות האחרונים, פרשה אחר פרשה, אנו רואים שהתורה מראה לנו עד כמה חשובה ההתקשרות למשה רבינו. הן בפרשת בהעלותך, הן בשלח, הן בקרח והן בחוקת — בכל הפרשות שלמדנו ושאנו לומדים בשבועות האלה, אנו רואים את העניין הזה. התורה מספרת לנו כמה סיפורים ש—
00:00 ס'איז דאך דאס די שאלה וואס מענטשן פרעגן: פארוואס איז אזוי נוגע דער ענין פון התקשרות, איבערגעגעבנקייט צו דעם צדיק, צו דעם נשיא הדור? לכאורה, ס'איז דאך דא שולחן ערוך. ס'איז פאראן די תורה וואס דער אויבערשטער האט געגעבן צו אלע אידן, וואס זענען אלע געשטאנען ביי מתן תורה, האבן אלע געהערט „אנכי ה' אלקיך“. און במילא ווערט די שאלה: דו קענסט דאך נעמען אליין א שולחן ערוך, אריינקוקן אינעווייניג וואס עס דארף זיך אויפפירן, און דאס קען מען טאן אן דעם וואס מ'דארף אנקומען, אדער באקומען א השפעה פון א צדיק, פון א רבי. יעדער איינער קען דאך אליין וויסן וואס איז צו טאן. און מיט דעם דאך, אז ס'איז א יסוד אין חסידות וואס דער בעל שם טוב האט אנגעפירט, וואס אזוי איז לדורות, אז ס'דארף זיין דער ענין פון מסירה ונתינה, איבערגעגעבנקייט און התקשרות צו א נשיא, צו א צדיק. וואס אסאך מאל פרעגט מען די שאלה: פארוואס טאקע? פארוואס קען נישט זיין א גוטער איד און א פיינער איד און א ערליכער איד, א ירא שמים'דיגער איד, א תורה ומצוות איד, און קוקן אליין אין שולחן ערוך, וויסן אליין וואס מ'דארף טאן? זעען מיר אבער אין די סדרות וואס מיר לערנען אט די לעצטע וואכן, פרשה נאך פרשה, אז די תורה באווייזט אונז ווי פיל איז נוגע דער ענין התקשרות צו משה רבינו. סיי אין פרשת בהעלותך, סיי אין שלח, סיי אין קרח, סיי אין חוקת, אין די אלע פרשות וואס מ'האט געלערנט און מיר לערנען אין די וואכן, זעען מיר אט דעם ענין, וואס די תורה דערציילט אונז כמה סיפורים וואס זענען
01:39 אירעו בדור המדבר, עם הנשיא הראשון, הרבי הראשון שהיה אז, משה רבינו. כאשר חסרו אצלם המסירה והנתינה, ההתקשרות וההתמסרות למשה רבינו, יצאו מכך הדברים החמורים ביותר: מעשה המתאוננים בפרשת בהעלותך, מעשה המרגלים בפרשת שלח, סיפור קרח בפרשת קרח, וגם בפרשת חוקת, כשבני ישראל דיברו במשה — לשון הרע שדיברו על משה רבינו — דבר שהביא לנחשים השרפים, לצד כל סיפור הסלע שהתורה מספרת בפרשת חוקת. הצד השווה בכל הסיפורים האלה מראה לנו עד כמה חשובה ההתקשרות למשה רבינו. והרי אנו מדברים על אותו דור, דור דעה. כולם עמדו יחד עם משה רבינו בהר סיני, כולם קיבלו את התורה, ראו את הניסים והנפלאות של יציאת מצרים, קריעת ים סוף, ההנהגה במדבר וכו׳ וכו׳. הם ראו בבירור את משה רבינו עומד בהר סיני ואת הקדוש ברוך הוא נותן את התורה. את הכול ראו בעיני בשר. ואף על פי כן, כשחסרו אצלם הביטול, הנקודה הזאת של מסירה ונתינה למשה רבינו, הם הגיעו למדרגות הנמוכות ביותר. וכל סיפור, כמובן, מדגיש עוד נקודה ועוד פרט בחיסרון שאפשר להגיע אליו בעבודת ה׳ כאשר חסרה ההתמסרות הזאת, ההתקשרות—
01:39 פאסירט אין דור המדבר, מיט דעם ערשטן נשיא, דעם ערשטן רבי וואס איז געווען דעמאלט, משה רבינו, אז בשעת ביי זיי האט געפעלט די מסירה ונתינה, די התקשרות, די איבערגעגעבנקייט צו משה רבינו, איז פון דעם ארויסגעקומען די ערגסטע זאכן. סיי די מעשה פון די מתאוננים אין פרשת בהעלותך, סיי די מעשה פון די מרגלים אין פרשת שלח, סיי דער סיפור פון קרח אין פרשת קרח, און סיי אין פרשת חוקת, וואס די אידן האבן גערעדט במשה, די לשון הרע וואס מ'האט גערעדט אויף משה רבינו, וואס האט געברענגט צו די נחשים השרפים, מיט דעם גאנצן סיפור פון א סלע חסרה וואס די תורה דערציילט אין פרשת חוקת. וואס דער צד השוה פון די אלע סיפורים באווייזט אונז ווי פיל איז נוגע די התקשרות צו משה רבינו. וואו מיר רעדן דאך אין יענעם דור, דאס איז דאך געווען א דור דעה. דאס איז געווען א דור וואס זענען אלע געשטאנען צוזאמען מיט משה רבינו ביי הר סיני, זענען אלע באקומען די תורה, זענען געזען די ניסים ונפלאות פון יציאת מצרים, קריעת ים סוף, הנהגת המדבר וכו' וכו'. און זענען געזען קלאר ווי משה רבינו שטייט אויף הר סיני, ביי הר סיני, דער אויבערשטער גיט די תורה. זיי האבן אלץ געזען בעיני בשר. און פון דעסטוועגן, בשעת ביי זיי האט געפעלט אט דער ביטול, אט די נקודה פון מסירה ונתינה צו משה רבינו, זענען זיי אנגעקומען צו די נידעריגסטע מדרגות. און יעדער סיפור, כמובן, ברענגט ארויס נאך א נקודה און נאך א פרט אין דעם חיסרון וואס מ'קען צוקומען אין עבודת ה' בשעת ס'פעלט אט די איבערגעגעבנקייט צו דער התקשרות
03:13 למשה רבינו. היום אני רוצה להתמקד בנקודה אחת. יש כמה וכמה עניינים שאפשר לדבר עליהם בפרשות האלה, אבל היום אני רוצה להתמקד לפחות בנקודה אחת שאפשר לראות במוחש ובגלוי בסיפורי התורה, בעניין חשיבותה של ההתקשרות למשה רבינו. אני רוצה להתחיל במעשה, כדי לראות כיצד הדברים באים לידי ביטוי במעשה בפועל, כפשוטו ממש. אתחיל בסיפור הזה, ואחר כך נעבור לראות היכן הדברים מופיעים בפרשת השבוע, וכיצד אפשר להוציא מהם הוראה הנוגעת לפועל בעבודת ה׳ בחיי היום־יום. זה סיפור שגם אני עצמי הייתי חלק ממנו, סיפור שהתרחש אז, בשנת תשנ״א. באותה שנה זכיתי להיות בשליחות. היה סדר שהרבי הנהיג — שליחות בישיבות. כלומר, בחורים שלמדו בישיבה קטנה ובישיבה גדולה נסעו אחר כך לשליחות בישיבות במדינות אחרות, כדי לחזק את לימוד התורה ואת התלמידים בישיבות שנמצאות במדינות אחרות, רחוקות. אחד המקומות, שהיה מן המקומות הראשונים שאליהם הרבי [לא ברור], היה מלבורן, אוסטרליה. אני—
03:13 צו משה רבינו. וויל איך היינט שטעלן אויף א נקודה. ס'איז דא כמה וכמה ענינים וואס מ'קען רעדן אין די פרשות, אבער איך וויל היינט שטעלן אט לכל הפחות אויף איין נקודה אחת, וואס דאס איז וואס מ'קען זען במוחש ובגלוי, וואס די תורה דערציילט אונז אין דעם ענין וואס איז נוגע די התקשרות צו משה רבינו. איך וויל אנהייבן מיט א מעשה, ווי ס'קומט אראפ אין ענינים פון מעשה בפועל כפשוטו ממש. און איך וויל אנהייבן פריער מיט דעם סיפור; שפעטער אריבערגיין זען וואס די זאכן שטייען אין די פרשת השבוע, און ווי אזוי אט די זאכן קומען פון דעם נעמען אויס וואס איז נוגע לפועל אין עבודת ה' בחיי היום יום. די מעשה, וואס איך אליין בין געווען א חלק פון אט די מעשה, דער סיפור, דאס איז א סיפור וואס איז געווען דארט בשעת מעשה, און דאס איז געווען אין יאר תשנ"א. וואס דעמאלט, אין יאר תשנ"א, האב איך זוכה געווען צו זיין אויף שליחות. דער סדר פלעגט זיין, דער סדר וואס דער רבי האט איינגעפירט, אויף שליחות אויף די ישיבות. דאס הייסט אז בחורים וואס האבן געלערנט אין ישיבה, ישיבה קטנה, ישיבה גדולה, זענען נאכדעם געפארן אויף שליחות אין ישיבות אין אנדערע מדינות, אויף מחזק זיין לימוד התורה, מחזק זיין די תלמידים אין ישיבות וואס געפינען זיך אין אנדערע, אין ווייטע מדינות. אין איינעם פון די ערטער, וואו דאס איז געווען פון די ערשטע ערטער וואס דער רבי [לא ברור], וואו דאס איז געווען אין מעלבורן, אוסטרליה. האב איך
04:53 אני עצמי הייתי מן השלוחים לתקופה קצרה שיצאו אז, בשנת תש״נ, לשליחות, והיינו שם שנתיים. בשנת תשנ״א ישבנו בישיבה שם ולמדנו. הייתי בחור ישיבה, וגם קירבנו ילדים, בחורים צעירים מן העיר, למדנו איתם תורה וחיזקנו אותם ביהדות וכו׳. זה היה בחודש מנחם־אב תשנ״א. יום אחד נכנס בחור צעיר והביט סביבו. הוא בא ממשפחה שלא שמרה תורה ומצוות. היה לו שיער ארוך, והוא [לא ברור] נכנס אלינו לישיבה. ניגשו אליו ושאלו מי הוא. הוא אמר שהוא יהודי, ששמו משה, ושהוא בא ממשפחה יהודית, אבל אינו יודע דבר על יהדות. איך הגיע לישיבה — אינני זוכר עכשיו את הפרטים, אבל כך היה: כשנכנס לישיבה, הוא רצה לדעת מהי יהדות. הניחו לו תפילין וישבו ללמוד איתו. הבחור נשאר בישיבה יום, יומיים, כמה ימים, והתמסרו אליו ולמדו איתו תורה. ומיד התלקחה בו להבה עצומה. מיד נדלקה אש בנשמתו. הבחור התחיל ללמוד בצימאון, ורצה לדעת כל—
04:53 איך אליין בין געווען פון די קורצע שלוחים וואס זענען דעמאלט ארויסגעפארן תש״נ אויף שליחות. און מיר זענען געווען דארטן צוויי יאר. אין יאר תשנ״א, מען איז געזעסן אין דער ישיבה דארטן און מען האט געלערנט. איך בין געווען א ישיבה־בחור, און מען האט זיך אויך מקרב געווען מיט קינדער, יונגע בחורים פון דער שטאט, געלערנט מיט זיי תורה און זיי מחזק געווען אין אידישקייט וכו׳. ס׳איז געווען אין חודש מנחם־אב תשנ״א. איין טאג איז אריינגעקומען א יונגער בחור, וואס ער האט זיך אזוי אומגעקוקט. ער איז געקומען פון א משפחה וואס איז נישט געווען שומרי תורה ומצוות. ער איז געווען מיט לאנגע האר און [לא ברור] אריינגעקומען צו אונז אין ישיבה. מען איז צוגעגאנגען צו אים: ווער איז ער? האט ער געזאגט אז ער איז א איד, זיין נאמען איז משה, און ער קומט פון א אידישע משפחה, אבער ווייסט גארנישט וועגן אידישקייט. ווי אזוי ער איז אריינגעקומען אין ישיבה, געדענק איך נישט יעצט די פרטים, אבער אזוי איז געווען: ווען ער איז אריינגעקומען אין ישיבה, האט ער געוואלט וויסן וואס איז דאס וועגן אידישקייט. מען האט אים געלייגט תפילין און מען האט זיך געזעצט לערנען מיט אים. דער בחור איז געבליבן א טאג, צוויי טעג, עטליכע טעג אין ישיבה, און מען האט זיך אפגעגעבן מיט אים, געלערנט מיט אים תורה. און ס׳איז ביי אים גלייך אנגעצונדן געווארן א מורא׳דיקער פלאקער. ס׳איז ביי אים גלייך אנגעצונדן געווארן א פייער אין דער נשמה. דער בחור האט אנגעהויבן לערנען מיט א צמאון, האט געוואלט וויסן יעדע
06:32 דבר. הוא רצה לדעת איך לקיים תורה ומצוות. התעורר אצלו צימאון עצום לענייני יהדות ולתורה ומצוות. הוא גם היה צריך להישאר, וכך נשאר עוד כמה ימים. הוא המשיך לבוא יום אחר יום. באותם ימים, בשנת תשנ״א, היה אפשר לשמוע שיחות מהרבי במהלך השבוע, מפעם לפעם. כן, היה אפשר לשמוע שיחות מהרבי. באותו יום, י״ג מנחם־אב, הסדר היה שכאשר הרבי אמר שיחה במהלך השבוע, היו שומעים אותה בטלפון בזמן שהרבי אמר אותה. באוסטרליה השעה מאוחרת בכשלוש־עשרה שעות ביחס לאמריקה. כשהרבי אמר שיחה בערב, אצלנו כבר היה הבוקר שלמחרת. זה היה בי״ג מנחם־אב. באותו י״ג מנחם־אב חזרה קבוצת ילדים מאחד הקעמפים, מ[לא ברור], שהיו בניו יורק. הם נכנסו להתפלל מנחה עם הרבי, אתה יודע? אחרי הקעמפ, [לא ברור] להיפגש עם הרבי. זה היה הסדר אחרי הקעמפ.
06:32 זאך. האט געוואלט וויסן ווי אזוי ער זאל מקיים זיין תורה ומצוות. ס׳איז ביי אים געווארן א מורא׳דיקער צמאון אין ענינים פון אידישקייט און פון תורה ומצוות. און ער האט, ער האט געדארפט אויך, אזוי, ער איז נאך געבליבן עטליכע טעג. אזוי איז ער געבליבן, געגאנגען טאג נאך טאג. אין יענע טעג, תשנ״א, האט מען געקענט הערן פונעם רבי׳ן שיחות במשך די וואך, מזמן לזמן. יא, אז מען האט געקענט הערן פונעם רבי׳ן שיחות. יענעם טאג, ס׳איז געווען י״ג מנחם־אב. דער סדר איז געווען, אז ווען דער רבי האט גערעדט א שיחה, א וואכנטיגע שיחה, האט מען אויפן טעלעפאן געהערט די שיחה ווען דער רבי האט דאס געזאגט. אין אוסטראליע איז דאס ארום דרייצן שעה שפעטער. אין די שעות פון, לגבי דעם טאג, לגבי ווי ס׳איז אין אמעריקע. ווען דער רבי האט גערעדט א שיחה אין אוונט, איז ביי אונז געווען דעם נעקסטן מארגן, דעם קומענדיקן טאג אין דער פרי. דאס איז געווען י״ג מנחם־אב. יענעם י״ג מנחם־אב זענען די קינדער צוריקגעקומען, א קבוצה פון איינעם פון די קעמפס, וואו זיי זענען צוריקגעקומען פון די קעמפס פון [לא ברור], וואס זענען געווען אין ניו יארק. זיי זענען אריינגעקומען צום רבי׳ן, צו דאווענען מנחה, ווייסטו? נאך דעם קעמפ, [לא ברור] זיך טרעפן מיטן רבי׳ן. דאס איז געווען א סדר נאך דעם קעמפ.
08:07 כשהקעמפים היו באזור [לא ברור], האוטובוסים חזרו לקראון הייטס, ושם התפללו הילדים תפילה עם הרבי. מפעם לפעם הרבי גם היה מדבר אל הילדים. באותו יום התפללו מנחה יחד עם הרבי, ואחרי מנחה התקיים כינוס צבאות השם. כך היו קוראים לזה כשהרבי דיבר אל הילדים. אמרו את שנים־עשר הפסוקים ומאמרי חז״ל שהרבי לימד שיש ללמד את הילדים בעל פה. אחר כך הרבי אמר כמה שיחות לילדים. אנחנו ישבנו בישיבה ושמענו את כל השיחות האלה. היה בחור שתפקידו היה לתרגם את השיחות לאנגלית, כי הבחורים לא הבינו יידיש, והרבי דיבר ביידיש. היו מתרגמים בזמן שהרבי דיבר. כשהרבי דיבר אל ילדים, היה גם ממונה, הרב יעקב יהודה הכט. באותו זמן כבר היה זה בנו, מפני שהוא נפטר שנה קודם לכן. בנו היה חוזר על השיחה אחרי שהרבי דיבר אל הילדים. הוא היה חוזר עליה באנגלית, כי הילדים שם לא הבינו. נוסף על כך, גם הבחורים היו חוזרים בינם לבין עצמם על השיחה. באותו יום, י״ג מנחם־אב, התקיים כינוס הילדים, והרבי אמר כמה שיחות. באחת השיחות הרבי דיבר על דבר [לא ברור]
08:07 ווען די קעמפס זענען געווען ארום אין [לא ברור], זענען די באסעס צוריקגעקומען אין קראון הייטס, און דארטן האבן זיי געדאוונט מיטן רבי׳ן א תפילה. מזמן לזמן פלעגט אויך זיין אז דער רבי פלעגט רעדן צו די קינדער. יענעם טאג איז די זאך געווען אזוי, אז מען האט געדאוונט מנחה צוזאמען מיטן רבי׳ן, און נאך מנחה איז געווען א כינוס צבאות השם. פלעגט מען רופן אז דער רבי האט גערעדט צו די קינדער. מען האט געזאגט די צוועלף פסוקים און מאמרי חז״ל וואס דער רבי האט אויסגעלערנט אז מען זאל לערנען בעל־פה מיט קינדער. און שפעטער האט דער רבי גערעדט עטליכע שיחות צו די קינדער. און מיר האבן געזעסן, געווען אין דער ישיבה, געהערט די אלע שיחות. און ס׳איז געווען א בחור וואס זיין תפקיד איז געווען צו מתרגם זיין, אויסטייטשן די שיחות אויף ענגליש, ווייל די בחורים האבן נישט פארשטאנען אידיש; דער רבי האט גערעדט אויף אידיש. און בשעת מעשה, בשעת דער רבי האט גערעדט, פלעגט מען איבערטייטשן. בשעת דער רבי האט גערעדט צו קינדער, פלעגט אויך זיין א ממונה, הרב יעקב יהודה הכט. יעמאלט איז שוין געווען זיין זון, ווייל ער איז שוין נפטר געווארן א יאר פריער. איז דאס געווען זיין זון וואס האט איבערגעחזרט די שיחה נאך דעם וואס דער רבי האט גערעדט צו די קינדער. פלעגט ער עס איבערחזרן אויף ענגליש, ווייל דארט האבן די קינדער נישט פארשטאנען. אבער חוץ פון דעם, צווישן די בחורים פלעגט מען חזרן די שיחה. יענעם טאג, י״ג מנחם־אב, איז געווען דער כינוס פון די קינדער, און דער רבי האט גערעדט כמה שיחות. צווישן איינע פון די שיחות האט דער רבי גערעדט א [לא ברור]
09:39 נפלא מפרשת השבוע. למדו אז את פרשת ואתחנן. שיעור החומש של אותו יום היה השיעור של עשרת הדברות. בפרשת ואתחנן חוזר סיפור עשרת הדברות. למדו את עשרת הדברות, והרבי אמר על כך שיחה. הרבי דיבר אל ילדים, וכשהיה מדבר אל ילדים, היה מסביר את השיחה במילים פשוטות. אחת הנקודות שהרבי דיבר עליהן אז הייתה הוראה שלומדים מעשרת הדברות: עשרת הדברות מתחילים במילים ״אנכי ה׳ אלקיך״, ומסתיימים במילים ״וכל אשר לרעך״. כלומר, המילים הראשונות שהקב״ה אמר בעשרת הדברות הן יסודות האמונה, היסוד של כל מציאותו של יהודי, של אדם בעולם. ״אנכי ה׳ אלקיך״ — הקב״ה עצמו. המילים האחרונות של עשרת הדברות מדברות על ״וכל אשר לרעך״. התורה אומרת שכאשר מדובר בדברים השייכים לרעך, לחבר שלך, אלה יכולים להיות דברים פשוטים, כמו שהתורה אומרת: ביתו, אשתו, חמורו — דברים פשוטים. אלה נכסים ששייכים לחברי. התורה אומרת שכאשר מדובר ברעך, ב״כל אשר לרעך״, אז ״לא תחמוד״, ״לא תתאוה״. אדם לא צריך להימשך לדבר כזה או לרצות אותו; לא צריכה להיות לו שום משיכה או רצון לקחת
09:39 נפלא פון די פרשה וואס מ׳לערנט יענע וואך. מ׳האט געלערנט פרשת ואתחנן. דער שיעור חומש פון יענעם טאג איז געווען דער שיעור פון די עשרת הדברות. פרשת ואתחנן חזר׳ט זיך איבער דער סיפור פון די עשרת הדברות. האט מען געלערנט עשרת הדברות, און דער רבי האט גערעדט א שיחה וועגן דעם. דער רבי האט גערעדט צו קינדער, און ווען דער רבי פלעגט רעדן צו קינדער, איז די שיחה געווען אויסגעטייטשט אין פשוטע ווערטער. איז איינע פון די נקודות וואס דער רבי האט דעמאלט גערעדט, א הוראה וואס מ׳לערנט פון די עשרת הדברות: אז די עשרת הדברות הייבן זיך אן פון די ווערטער „אנכי ה׳ אלקיך“, און זיי ענדיגן זיך מיט די ווערטער „וכל אשר לרעך“. דאס הייסט, אז די ערשטע ווערטער וואס דער אויבערשטער האט גערעדט אין די עשרת הדברות, דאס איז די יסודות האמונה, דער יסוד פון גאנצן מציאות פון א אידן, א מענטשן אויף דער וועלט. „אנכי ה׳ אלקיך“ — דער אויבערשטער אליין. די לעצטע ווערטער פון די עשרת הדברות רעדן וועגן דעם „וכל אשר לרעך“. אז די תורה זאגט, אז בשעת עס רעדט זיך וועגן זאכן וואס באלאנגען צו רעך, צו דיין פריינד, וואס דאס קענען זיין פשוטע זאכן, ווי די תורה זאגט, זיין שטוב, אשתו, חמורו, דברים פשוטים. דאס איז נכסים וואס באלאנגען צו מיין חבר. זאגט די תורה, אז בשעת עס רעדט זיך וועגן רעך, איז „כל אשר לרעך“ — „לא תחמוד“, „לא תתאוה“. א מענטש דארף זיך נישט צופן און נישט וועלן, נישט האבן קיין שום צוג און רצון צו וועלן נעמען א
11:17 דבר ששייך לרעך, ששייך ליהודי אחר. הרבי אמר ששני הדברים האלה, מהדיבור הראשון עד האחרון, הם מן הקצה אל הקצה. הראשון מדבר על אמונה, שהיא יסוד חייו של יהודי. האחרון מדבר על ״כל אשר לרעך״, על דבר ששייך לאחר, ואולי שווה רק פרוטה אחת, לא יותר משווה פרוטה. ואף על פי כן, על ״כל אשר לרעך״ התורה אומרת ״לא תחמוד״, ״לא תתאוה״: אדם לא צריך אפילו לרצות דבר, ולו הקטן ביותר, ששייך לחבר. הרבי הסביר שהתורה מלמדת אותנו שאצל יהודי ״כל אשר לרעך״ צריך להיות יקר בדיוק כמו ״אנכי ה׳ אלקיך״, באותה גישה ובאותו אופן. יהודי צריך להישמר בעניין ״אנכי ה׳ אלקיך״. הרי כל ילד מבין ש״אנכי ה׳ אלקיך״ הוא היסוד של יהודי. אתה יודע, זה הדבר החשוב ביותר בחיים: ״אנכי ה׳ אלקיך״, להתקשר עם הקב״ה. באותה מידה של יוקר, באותו חשק ובאותה התקשרות צריך להתייחס גם ל״כל אשר לרעך״, בכל פעם שמדובר בדבר שאינו שייך לי אלא למישהו אחר. ייתכן שלדבר עצמו, כשאני חושב עליו לעצמי, אין שום חשיבות, אפילו לא ערך; הוא אינו צריך אותו. זה דבר קטן, ממש שווה פרוטה, אין לו ערך ואין לו חשיבות וערך. אז מה בכך?
11:17 זאך וואס באלאנגט לרעך, וואס באלאנגט צו א צווייטן אידן. וואס די צוויי זאכן, האט דער רבי געזאגט, פון דעם ערשטן דיבור ביז דעם לעצטן, דאס איז מן הקצה לקצה. דער ערשטער רעדט וועגן אמונה, וואס דאס איז דער יסוד פון דעם לעבן פון א אידן. דער צווייטער רעדט וועגן זאכן וואס דאס איז „כל אשר לרעך“, וואס דאס קען זיין א זאך וואס באלאנגט צו א צווייטן, וואס קען זיין ממש א שוה פרוטה, נישט מער ווי א שוה פרוטה. און פונדעסטוועגן, דאס „כל אשר לרעך“, זאגט די תורה „לא תחמוד“, „לא תתאוה“: א מענטש דארף נישט אפילו וועלן א זאך, א קליינסטע זאך וואס באלאנגט צו א חבר. וואס דאס האט דער רבי געטייטשט: לאזט אונז די תורה וויסן, אז ביי א אידן דארף זיין טייער דעם „כל אשר לרעך“ אויף פונקט אזוי ווי דעם „אנכי ה׳ אלקיך“, מיט דער זעלבער תנועה, מיט דעם זעלבן אופן. און דער איד דארף זיך אפהיטן אין דעם „אנכי ה׳ אלקיך“. יעדער קינד פארשטייט דאך, אז „אנכי ה׳ אלקיך“, דאס איז דאך דער יסוד פון א אידן. ווייסטו, דאס איז די חשובסטע זאך אין לעבן: „אנכי ה׳ אלקיך“, זיך פארבינדן מיטן אויבערשטן. מיט דער זעלבער טייערקייט, מיט דעם זעלבן געשמאק, מיט דער זעלבער צוגעבונדנקייט דארף זיין אויך דער „כל אשר לרעך“. אלץ בשעת עס רעדט זיך וועגן א זאך וואס באלאנגט נישט צו מיר, באלאנגט צו א צווייטן. קען זיין אז די זאך אליין, איך טראכט צוריק צו מיר, האט נישט קיין חשיבות, אפילו אן ערך; ער דארף עס נישט. א קלייניקייט, איז א נישט, איז ממש א שוה פרוטה, עס האט נישט קיין ערך, ס׳האט נישט קיין חשיבות וערך. וואס וועט זיין?
12:51 אז אקח את הדבר לעצמי? הרי זה שום דבר, דבר קטן; אקח אותו לעצמי ואלמד ממנו. ורש״י אומר [לא ברור] ״וכל אשר לרעך״ — באותה חשיבות ובאותה רצינות שבהן צריך להתייחס ל״אנכי ה׳ אלקיך״, צריך להתייחס גם ל״וכל אשר לרעך״: לא לקחת דבר ששייך למישהו אחר, אפילו אם הוא דבר קטן. וכך הרבי הנהיג, שיתייחסו גם למעשה קטן, לדבר קטן במחשבה, בדיבור ובמעשה; אפילו דבר קטן ממש צריך להיחשב לדבר היקר ביותר. וזה מה שסדר עשרת הדיברות מלמד אותנו, וכך יהודי צריך להתנהג. ובכך מתכוננים לגאולה השלמה. בפרשת ואתחנן התורה מדברת על משה רבינו, שרוצה להיכנס לארץ ישראל, שייכנסו לארץ ישראל ויזכו לגאולה השלמה, במהרה בימינו אמן. זאת על ידי הנהגה כזאת, שבה מקפידים על כל מעשה קטן של עצמנו. זה היה הנושא של השיחה. כשהרבי סיים לדבר בהתוועדות, את השיחה, ניגש אליי הבחור שדיברנו עליו קודם. הוא שמע את התרגום לאנגלית, שמע את החזרה על השיחה. הוא ניגש אליי ואומר שהוא רוצה לספר לי משהו. והוא מספר לי שמצא
12:51 אז איך וועל די זאך אליין נעמען צו זיך? ס׳איז דאך גארנישט, א קלייניקייט; וועל איך עס נעמען צו זיך, איך וועל לערנען פון דעם. און רש״י זאגט [לא ברור] „וכל אשר לרעך“ — די זעלבע „אנכי ה׳ אלקיך“, מיט דער זעלבער טייערקייט און דער זעלבער ערנסטקייט וואס עס דארף זיין דעם „אנכי ה׳ אלקיך“, מיט דער זעלבער ערנסטקייט דארף זיין אויך דערין, אין „וכל אשר לרעך“: נישט צו נעמען א זאך ביי א צווייטן, אפילו דאס איז א קליינע זאך. און אט אזוי דער רבי האט געפירט די הנהגה אין דעם אופן, אז מ׳נעמט אן א מעשה קטן, א קלייניקייט פון א מעשה, מחשבה, דיבור און מעשה; אפילו ממש די קליינע זאך דארף זיין אנגעזען ווי די טייערסטע זאך. און דאס איז וואס דער סדר עשרת הדברות לערנט אונז, און דאס איז ווי א איד דארף זיך אויפפירן. און מיט דעם גרייט מען זיך צו, צו דער גאולה שלימה, וואו אין פרשת ואתחנן רעדט די תורה וועגן משה רבינו, ער וויל אריינגיין אין ארץ ישראל, אז זיי זאלן אריינגיין אין ארץ ישראל און באקומען די גאולה שלימה, במהרה בימינו אמן. אז דורך די הנהגה אין אט דעם אופן, אז מ׳איז מקפיד אויף יעדער מעשה קטן ביי זיך. דאס איז געווען די טעמע פון דער שיחה. דער רבי האט געענדיגט רעדן דעם פארברענגען, די שיחה, איז דער בחור וואס מיר האבן גערעדט וועגן פריער צוגעקומען צו מיר. ער האט געהערט, איבערגעטייטשט אויף ענגליש, האט געהערט די חזרה פון דער שיחה. קומט ער צו מיר און ער זאגט אז ער וויל מיר דערציילן עפעס. און ער דערציילט מיר אז ער האט געפונען א
14:23 מטבע או שני מטבעות, והם אצלו. ועכשיו, לאחר ששמע את מה שהרבי דיבר, איך צריך לנהוג בפרוטה, ושצריך להיות [לא ברור] ״כל אשר לרעך״, והבין את דברי הרבי, הוא רוצה להחזיר את המטבעות למי שהם שייכים לו. מה עליו לעשות? מה ההלכה? זה היה סכום קטן ממש. אלה היו שני מטבעות קטנים, שאולי אפילו לא היו שווים דולר, דולר אוסטרלי, משהו בסביבות הסכום הזה, ואפילו פחות. מטבעות קטנים, שלא היה להם כמעט ערך. אגב, כפי שכתוב בהלכה, כשאדם מוצא מטבעות שאין בהם סימן, הוא רשאי לקחת אותם לעצמו על פי דין, אבל הוא רצה לשים אותם בצדקה. וכך נוהגים, לשים בצדקה. ובכן, הבחור לקח את המטבעות ושם אותם בצדקה. אלא שאז הוא אמר שהוא רוצה לכתוב לרבי על מה שעשה עכשיו. ניסינו, השלוחים, להסביר לו שהרבי עסוק מאוד. תחשבו על זה: [לא ברור], בכל יום הרבי היה מקבל מאות מכתבים מכל קצווי תבל, ובהם גם עניינים העומדים ברומו של עולם, עניינים של פיקוח נפש ודברים חשובים. כשרוצים לכתוב לרבי, צריך לחשוב אם יש צורך לכתוב, אם הדבר חשוב עד כדי כך, אם הוא
14:23 מטבע אדער צוויי מטבעות, און ער האט עס ביי זיך. און איצט, אז ער האט געהערט וואס דער רבי האט גערעדט, ווי עס דארף זיין די הנהגה מיט א פרוטה, און דארף זיין [לא ברור] כל אשר לרעך, און האט פארשטאנען די ווערטער וואס דער רבי האט געזאגט, איז במילא וויל ער צוריקגעבן אט די מטבע צו וועמען דאס איז שייך. וואס דארף ער טאן? ווי איז די הלכה? דאס איז געווען ממש קליין געלט. עס זענען געווען צוויי קליינע מטבעות וואס זענען אפשר אפילו נישט געווען ווערט א דאלער, אן אויסטראלישער דאלער, עפעס געווען ארום דארט, אפילו ווייניגער. קליינע מטבעות, נישט געווען קיין ערך. איז, אגב, ווי עס שטייט אין הלכה, אז א מענטש טרעפט מטבעות, עס האט נישט קיין סימן, קען ער עס נעמען פאר זיך על פי דין, אבער ער האט געוואלט עס לייגן אין צדקה. און אזוי פירט מען זיך, לייגן אין צדקה. נו, דער בחור האט גענומען די מטבעות און געלייגט אין צדקה. נאר דאן זאגט ער, אז ער וויל שרייבן צום רבי'ן וועגן דעם וואס ער האט געטאן איצט דארט. נו, האבן מיר געפרובט צו פארשטיין, די שלוחים, אים געבן צו פארשטיין וואס איז געווען: אז דער רבי איז זייער פארנומען. רעכנט אייך און טראכט זיך אריין, [לא ברור], איז געווען יעדער טאג דער רבי באקומען הונדערטער בריוו פון כל קצווי תבל, אפילו ענינים העומדים ברומו של עולם, זאכן וואס זענען נוגע פיקוח נפש, זאכן וואס זענען נוגע, וויכטיגע זאכן. אז מען דארף שרייבן צום רבי'ן, דארף מען טראכטן צי עס איז נוגע צו שרייבן, צי עס איז אזוי וויכטיג, צי עס איז
15:58 בעל ערך. בינינו, השלוחים, חשבנו שזה דבר קטן. הוא מצא מטבע ושם אותו בצדקה; זה לא היה דבר גדול כל כך. הרי יש דברים חשובים יותר לכתוב עליהם לרבי. ניסינו לומר לו שלכאורה מה שקרה אינו חשוב עד כדי כך שצריך לכתוב על כך לרבי. אבל הבחור, משום מה, התעקש. הוא אמר: ״לא, אני מרגיש שאני רוצה לספר לרבי שקיימתי את מה שהרבי דיבר עליו בהתוועדות״. כיוון שהוא התעקש כך, אמרנו: ״בסדר, אדרבה, בשמחה״. לימדנו אותו איך כותבים לרבי. בימים ההם, הסדר היה שכותבים מכתב ושולחים אותו בפקס. עוד לא היו אייפונים ואמצעים אחרים; זה היה האייפון של אז. כך נהגו לשלוח מכתבים לרבי, בפקס. שלחנו למזכירות בפקס את המכתב שהבחור כתב. להפתעתנו, בתוך כמה שעות הגיעה תשובה. מי שזוכר, מי שיודע, בימים ההם קבלת תשובה מהרבי הייתה דבר יקר המציאות. כמעט רק יחידים זכו לכך. וכאן פתאום מגיעה תשובה מהרבי, בתוך כמה שעות. את נוסח התשובה איני אומר מילה במילה, אבל תוכנה התחלק לשני חלקים. בחלק הראשון כתב הרבי את המילים: ״ואשריו שהחזיר כל הנ״ל״. אלה היו המילים הראשונות: ״ואשריו״.
15:58 טייער. נו, צווישן אונז, די שלוחים, האבן מיר געטראכט אז דאס איז א קלייניקייט. געטראפן א מטבע, עס געלייגט אין צדקה, איז נישט עפעס די גרעסטע זאך. עס זענען דאך חשוב'ערע זאכן צו שרייבן צום רבי'ן. האבן מיר געפרובט זאגן אז לכאורה איז דאס נישט אזוי וויכטיג, וואס האט פאסירט, אז מען דארף וועגן דעם שרייבן צום רבי'ן. אבער ער, דער בחור, האט זיך משום מה גע'עקשנ'ט. און ער האט געזאגט: „ניין“, אז ער פילט אז ער וויל דערציילן דעם רבי'ן אז ער האט מקיים געווען וואס דער רבי האט גערעדט אינעם פארברענגען. נו, אז ער האט זיך אזוי גע'עקשנ'ט, האבן מיר געזאגט: „בסדר, אדרבה, וועג געזונט.“ אונז האבן אים געלערנט וויאזוי מען שרייבט צום רבי'ן. בימים ההם, דער סדר איז געווען, אז מען שרייבט א בריוו, עס פלעגט זיין א פאקס. נאך נישט געווען קיין אנדערע אייפאונס; דאס איז יעמאלט געווען דער אייפאון. וויאזוי מען פלעגט שיקן דעם רבי'ן בריוו, פלעגט זיין דער פאקס. מען שיקט א פאקס צו די מזכירות, דעם בריוו וואס דער בחור האט געשיקט. צו אונזער איבערראשונג, אין עטלעכע שעה קומט אן אן ענטפער. אז ווער עס געדענקט, ווער עס ווייסט, בימים ההם איז באקומען אן ענטפער פון רבי'ן געווען א יקר המציאות. כמעט איז געווען אזוי פון זאכן, יחידים האבן זוכה געווען. און דא פלוצעם קומט אן אן ענטפער פון רבי'ן. דער ענטפער איז געווען פאר עטלעכע שעה. וואס דער תוכן פון דעם ענטפער, איך זאג נישט דעם לשון מילה במילה, אבער דער תוכן פון דעם ענטפער איז געווען צעטיילט אין צוויי חלקים. דער ערשטער חלק, האט דער רבי געשריבן די ווערטער: „ואשריו שהחזיר כל הנ״ל.“ דאס איז געווען די ערשטע ווערטער: „ואשריו“.
17:36 לשון של שביעות רצון, ״ואשריו״, על כך שהחזיר את המטבעות האלה. ואחר כך היה עוד קטע, שבו הרבי כתב לו שעליו להקפיד על הנהגתו, ולנהוג בחיי היום־יום על פי ההלכה, על פי התורה והמצוות, כפי שצריך לנהוג על פי השולחן ערוך, לפי ההוראות של, של, של [לא ברור]. איני זוכר את הלשון המדויקת, אבל זה היה תוכן המכתב. והוא סיים ב״אזכיר על הציון״; זה היה הנוסח. הופתענו מאוד לראות זאת: הרבי, שעסוק בהנהגת העולם כולו, עסוק בעניינים העומדים ברומו של עולם ועסוק בעניינים בכל רגע — כל שנייה שלו יקרה באמת — ובכל זאת מקדיש מזמנו לבחור הזה. ולא רק שהוא מקדיש לו מזמנו, אלא שהוא עושה זאת בעניין שלכאורה, בעינינו, הוא עניין פעוט ביותר, דבר שאין לו שום ערך, שלא ראינו בו חשיבות. ואצל הרבי זה היה דבר יקר כל כך, עד שכתב ״ואשריו שהחזיר כל הנ״ל״, על כך שהבחור החזיר את המטבעות האלה ומסר אותם. בשבילנו זה היה דבר נפלא ביותר. מה הנקודה כאן, כשחושבים על זה? הדבר הזה, שאצל אנשים, אצל בני בשר ודם, כשמגיעים לדברים כאלה, לפעמים עלולים לאבד את תחושת הערך והחשיבות שלהם. כשהולכים לפי השכל, אז השכל...
17:36 א צופרידענער לשון, „אשריו“, וואס ער האט צוריקגעגעבן אט די מטבעות וואס ער האט צוריקגעגעבן. און דערנאך איז געווען נאך א שטיקל, וואס דער רבי שרייבט אים אז ער דארף זיין, זיין אפגעהיטן זיין הנהגה, און ער זאל זיך אויפירן אין חיי היום יום על פי הלכה, על פי תורה ומצוות, ווי עס דארף צו זיין אין שולחן ערוך, לפי ההוראות פון, פון, פון די [לא ברור]. איך ווייס נישט די לשונות, אבער דאס איז געווען דער תוכן פון דעם בריוו. און אויסגעפירט „אזכיר על הציון“; דאס איז געווען דער נוסח. איז געווען ביי אונז אן איבערראשונג ביותר, צו זען אט דעם ענין, אז דער רבי, וואס ער איז פארנומען פירן די גאנצע וועלט, פארנומען אין ענינים אויפן רומו של עולם, פארנומען מיט ענינים אין יעדער רגע, יעדער סעקונדע איז באמת טייער, און דא גיט ער זיך אפ צו דעם בחור'ל. און נישט נאר גיט זיך אפ צו אים, אן ענין וואס איז לכאורה אין אונזערע אויגן אן ענין פעוט ביותר, א זאך וואס האט נישט קיין שום ערך, מען האט נישט געזען אין דעם קיין חשיבות, און ביים רבי'ן איז געווען אזא טייערע זאך, וואס „ואשריו שהחזיר כל הנ״ל“, וואס דער בחור האט צוריקגעגעבן אט די מטבעות און אוועקגעגעבן. דאס איז געווען ביי אונז אן ענין נפלא ביותר. וואס איז דא די נקודה, מען טראכט זיך אריין אין דעם? אט די זאך, וואס ביי מענטשן, ביי בני בשר ודם, בשעת עס קומט צו אזעלכע זאכן, קען מען אמאל פארלירן דעם ערך און חשיבות. בשעת מען גייט אויפן שכל, איז דעמאלט דער שכל...
19:10 אדם עושה חשבונות: זה לא כל כך חשוב, זה כן חשוב, זה דבר קטן — למה אתה מייחס לו חשיבות כזאת? הרי יש דברים חשובים יותר. העניין הוא שדבר שהרבי אומר יכול להיות דין פרוטה, דבר פעוט ביותר, הדבר הקטן ביותר, ובכל זאת אדם צריך להתייחס אליו באותה רצינות, באותה מסירות ובאותה חשיבות שבה הוא מתמסר לדין פרוטה. זהו עניין נפלא ביותר. כשההתקשרות שלנו לצדיק חסרה, השכל לבדו עלול לפעמים לאבד את הרושם הזה. וזו אחת הנקודות שרואים כשמעיינים בפרשתנו, פרשת קרח, שבה מסופר מה היה עם קרח ומה הייתה טעותו. כידוע, אצל קרח היו כמה עניינים. על מה הייתה מחלוקתו? בתורה עצמה, בחומש על פי פשוטו של מקרא, וברש"י המפרש את פשוטו של מקרא, מוצאים כמה עניינים אצל קרח. יש ריבוי מדרשים וריבוי פנים, אבל העניינים העיקריים — כידוע, מחלוקתו של קרח הייתה על שלושה עניינים. ראשי התיבות שלהם הם אמת. הגמרא אומרת שבשעה שנפתחה האדמה ובני קרח נפלו לתוכה, כפי שמסופר בגמרא בבבא בתרא, הם צועקים מתוך האדמה: ״משה אמת ותורתו אמת ואנחנו בדאין״.
19:10 אַ מענטש מאַכט חשבונות: דאָס איז נישט אַזוי וויכטיק, דאָס איז יאָ וויכטיק, אַ קלייניקייט, וואָס גיבסטו צו דעם אַזאַ חשיבות? ס'זענען דאָך חשובערע זאַכן. דער ענין איז, אַז אַ זאַך וואָס דער רבי זאָגט, עס קען זיין אַ דין פרוטה, אַ דבר פעוט ביותר, די קלענסטע זאַך, און ער זאָל זיין צו דעם מיט דער זעלבער ערנסטקייט, מיט דער זעלבער איבערגעגעבנקייט, מיט דעם חשיבות פון זיין אָפּגעגעבן אין אַ דין פרוטה — דאָס איז אַן ענין נפלא ביותר, וואָס דער שכל אַליין, אַז מ'פעלט ביי אונז די התקשרות צו דעם צדיק, קען מען אַמאָל פאַרלירן דעם רושם. און דאָס איז איינע פון די נקודות וואָס מ'זעט, אַז מ'גיט אַ קוק אַריין אין אונזער פרשה, בנוגע צו פרשת קרח, וואָס דאָרטן געפינט מען דעם סיפור וואָס איז געווען מיט קרח און וואָס איז געווען דער טעות פון קרח. עס איז דאָך ידוע אַז קרח איז געווען כמה זאַכן. וואָס איז געווען די מחלוקת פון קרח? אין תורה אַליין געפינט מען כמה ענינים, אין חומש, פשוטו של מקרא, און אין רש"י וואָס טייטשט פשוטו של מקרא, געפינט מען כמה ענינים אין קרח. ס'איז דאָ ריבוי מדרשים, ריבוי פנים, אָבער די ענינים העיקריים — ס'איז דאָך ידוע אַז די מחלוקת פון קרח איז געווען אויף דריי ענינים. און דאָס איז די ראשי תיבות אמת. די גמרא זאָגט דאָך אַז בשעת די ערד האָט זיך געעפנט און די בני קרח זענען אריינגעפאַלן אין דער ערד, ווי די גמרא דערציילט אין בבא בתרא, אַז פון דער ערד שרייען זיי: „משה אמת ותורתו אמת ואנחנו בדאין.“
20:43 אמת — מה הם ראשי התיבות? האל"ף היא עניינו של אהרן, המחלוקת נגד אהרן. המ"ם היא עניין המזוזה: בית מלא ספרים, האם הוא צריך מזוזה? האם בית מלא ספרים צריך להיות פטור ממזוזה — כשיש בית מלא ספרים, לשם מה צריך מזוזה? והחלק השלישי הוא עניין התכלת: טלית שכולה תכלת, כפי שרש"י מביא, לשם מה היא צריכה ציצית? חייבת בציצית? למה שתהיה חייבת בציצית? אלו היו שלוש הטענות של קרח. מה עניינן של שלוש הטענות? כבר דיברנו פעם באריכות בהתוועדות על ביאור נאה ועשיר מאוד, מדוע דווקא שלוש הטענות הללו, מה הן האל"ף, המ"ם והתי"ו. שלוש טענותיו של קרח רמוזות בשמו: הקו"ף, הרי"ש והחי"ת. כשמתבוננים בשלוש האותיות הללו, קו"ף, רי"ש וחי"ת, רואים שיש ביניהן דמיון. שלושתן דומות זו לזו, וכולן דומות לאות ה"א. באות ה"א יש שלושה קווים: שני קווים מחוברים — הקו שלמעלה והקו שבצד ימין — ויש קו שלישי, שבאות ה"א הוא נפרד מן הקווים האחרים ואינו מחובר אליהם; הוא קו בפני עצמו. הקו"ף דומה לאות ה"א בשני הקווים האלה, וכך גם הרי"ש והחי"ת. כלומר, לשתי האותיות העליונות, הקו שלמעלה והקו שבצד ימין, יש מקום בכל השלוש.
20:43 דער אמת — וואָס אמת איז ראשי תיבות — דער אלף איז דער ענין פון אהרן, די מחלוקת קעגן אהרן. דער מם איז דער ענין פון מזוזה: אַ בית מלא ספרים, דאַרף עס אַ מזוזה? אַז אַ בית מלא ספרים זאָל זיין פטור פון מזוזה, אַז ס'איז דאָ אַ בית מלא ספרים, וואָס דאַרף מען אַ מזוזה? און דער דריטער טייל, דער ענין פון תכלת: טלית שכולה תכלת, ווי רש"י ברענגט, וואָס דאַרף עס האָבן ציצית? חייבת בציצית? וואָס דאַרף זי זיין חייבת בציצית? דאָס זענען געווען דריי טענות וואָס קרח האָט געהאַט. וואָס איז דער ענין פון די דריי טענות? מיר האָבן שוין אַמאָל גערעדט באריכות אויף אַ פאַרברענגען, אַ גאָר געשמאַקער, רייכער ביאור, וואָס פונקט אויף די דריי טענות, וואָס איז דער אלף און דער מם און דער תיו. די דריי טענות פון קרח זענען מרומז אין דעם נאָמען פון קרח: דער קוף, דער ריש און דער חית. אַז בשעת מ'קוקט זיך צו די דריי אותיות, קוף, ריש, חית, דאָס זענען דריי אותיות וואָס האָבן צווישן זיך אַ דמיון. ס'איז דאָ אַ דמיון, אַז די דריי אותיות זענען דומה זה לזה. אַלע דריי זענען דומה צו דעם אות ה"א. וואָס דער אות ה"א האָט אין זיך דריי קוים. ס'זענען דאָ צוויי קוים, וואָס דאָס איז דער קו למעלה און דער קו אין צד ימין, וואָס זענען צוגעבונדן, און ס'איז דאָ דער דריטער קו, וואָס אין דעם אות ה"א איז דער דריטער קו אָפּגעטיילט און נישט צוגעבונדן צו די אַנדערע קוים, איז אָפּגעטיילט, אַ קו בפני עצמו. דער קוף איז דומה צו דעם אות ה"א אין די צוויי קוים, דער ריש אויך און דער חית אויך. דאָס הייסט, אַלע דריי האָבן זיך די צוויי קוים
22:27 ההבדל הוא בקו השלישי. בקו"ף, הקו השלישי יורד למטה מן השורה, כלפי מטה. בה"א, הצד השמאלי מסתיים באותו גובה כמו הצד הימני; אבל בקו"ף הוא יורד למטה מן השורה. ברי"ש אין כלל קו שמאלי, צד שמאלי; יש רק שני הקווים, והקו השלישי אינו קיים כלל. ובחי"ת הצד השמאלי מחובר, דבוק לצד העליון, ואין ביניהם הפסק. מה הביאור בזה? דיברנו על כך כמה פעמים. ואחת הנקודות — תוכן העניין הוא, כידוע, שהאות ה"א קשורה לבריאת העולם. ״בה נברא עולם הזה״, אומרת הגמרא. האות ה"א היא הה"א הקשורה לבריאה. הבריאה נבראה משלושה דברים, והם שלושת העולמות הנקראים בריאה, יצירה ועשיה. ובעבודת ה', בסדר עבודתו של האדם, אלו שלושת הקווים, שלושת הלבושים שבהם האדם מתנהל בעולם: מחשבה, דיבור ומעשה, שעליהם מדבר אדמו"ר הזקן באריכות בתניא. מחשבה, דיבור ומעשה — אלה כל חייו של יהודי בעולם הזה. ובשלושת הלבושים עצמם, מעשה הוא העיקר. העולם שלנו הוא עולם העשיה, עולם המעשה. ״לא המדרש עיקר אלא המעשה״ — צריך להוריד את הדברים למעשה בפועל, שהוא
22:27 פון אויבן און אויפן צד ימין האָבן זיך אַלע דריי. דער חילוק איז אָבער אין דעם קו השלישי, דעם דריטן קו. דער קוף איז — דער דריטער קו גייט למטה מן השורה, נידעריקער, אַראָפּ. דער ה"א ענדיקט זיך צוזאַמען, די לינקע זייט פונקט ווי די רעכטע זייט. אָבער אין דעם קוף גייט עס אַראָפּ למטה מן השורה. אין דעם ריש איז אינגאַנצן נישטאָ קיין לינקע שורה, לינקע זייט, ס'זענען נאָר די צוויי זייטן. די דריטע זייט איז נישטאָ בכלל. און אין דעם חית, די לינקע זייט איז צוגעבונדן, צוגעקלעפט צו דער אויבערער זייט, און ס'איז נישטאָ קיין הפסק. וואָס איז דער ביאור אין דעם? מיר האָבן אַרום גערעדט אין דעם כמה פעמים. און איינע פון די — וואָס דער תוכן שבזה איז, איז ידוע אַז דער אות ה"א איז פאַרבונדן מיט בריאת העולם. „בה נברא עולם הזה“, די גמרא זאָגט. דער אות ה"א איז דער ה"א וואָס איז פאַרבונדן מיט דער בריאה. די בריאה איז באַשאַפן געוואָרן פון דריי זאַכן, וואָס דאָס זענען די דריי עולמות וואָס רופן זיך בריאה, יצירה ועשיה. און אין עבודת ה', אין דעם סדר פון אַ מענטש, דאָס זענען די דריי קוים, די דריי לבושים וואָס מיט דעם אַ מענטש פירט זיך אויף דער וועלט. דאָס איז מחשבה, דיבור ומעשה, וואָס דער אַלטער רבי רעדט אין תניא באריכות. מחשבה, דיבור ומעשה — דאָס איז דאָס גאַנצע לעבן פון אַ איד בעולם הזה. אין די דריי לבושים גופא איז מעשה הוא העיקר. אונדזער וועלט איז עולם העשיה, עולם המעשה. „לא המדרש עיקר אלא המעשה“ — מ'דאַרף אַראָפּברענגען די זאַכן אין מעשה בפועל, וואָס
23:49 עניין קיום המצוות במעשה. אופן הנהגתו של יהודי צריך אפוא להיות כאות ה"א, ״בה נברא עולם הזה״. צריכה להיות מחשבה, שהיא הצד הימני. האדם צריך להתבונן עוד, לחשוב לפני שהוא הולך לעשות מצווה, לכוון את הכוונות ולדעת את הדברים שצריך לדעת. וצריך להיות גם דיבור, שהוא הקו השני: להוסיף וללמוד, לדבר ולהסביר את כל הדברים, במחשבה ובדיבור. בכל מצווה יש מחשבה — הידיעה שלה; ויש דיבור, שלפעמים הוא הברכה שצריך לומר. הדיבור צריך לכלול גם את הלימוד הקשור אליה: מחשבה ודיבור. אחר כך מגיע העיקר: הדברים צריכים לרדת — ״לא המדרש עיקר אלא המעשה״ — למעשה בפועל. אבל העובדה שיש הפסק באות ה"א פירושה שלפני שמגיעים לפועל ממש, האדם צריך לעצור. הוא חושב, מדבר, מלבן את הדברים בדיבור, ואחר כך צריך לבוא המעשה. אבל לפני המעשה צריך לעצור, צריך להיות הפסק. וההפסק שבאמצע הוא כדי שיכוון שוב, יוודא שהמעשה יהיה בדיוק על פי תורה. כי פעמים רבות הוא רץ ממחשבה ודיבור היישר למעשה; הריצה הזאת עלולה לגרום לכך שבמעשה הוא משאיר את מה שהמעשה על פי
23:49 איז דער ענין פון קיום המצוות במעשה. איז דער אופן וואס דארף זיין דער הנהגה פון א איד איז אות ה״א, ״בה נברא עולם הזה״. עס דארף זיין מחשבה, וואס איז דער צד ימין. עס דארף זיין דיבור, וואס א מענטש דארף נאך מתבונן זיין, זיך אריינטראכטן אין מחשבה, פאר ער גייט טאן א מצוה, נאך האבן די כוונות און וויסן די זאכן וואס מען דארף וויסן. און נאך דארף זיין דער דיבור, וואס דאס איז דער צווייטער קו, וואס דאס איז נאך לערנען, און מען דארף רעדן, מסביר זיין די אלע זאכן אין מחשבה און אין דיבור. וואס אין יעדער מצוה איז דא די מחשבה, דאס איז די ידיעה שלה; דער דיבור, דאס קען זיין אמאל די ברכה וואס מען דארף זאגן. דער דיבור דארף זיין דער לערנען דערביי, מחשבה ודיבור. דערנאך קומט צו גיין דער עיקר, וואס דאס איז אז די זאכן דארפן אראפגיין — ״לא המדרש עיקר אלא המעשה״ — דארפן אראפקומען אין מעשה בפועל. אבער דאס וואס אין דעם ה״א איז דא א הפסק, איז דער טייטש אז פאר עס קומט צום פועל ממש דארף זיך א מענטש אפשטעלן. ער טראכט, ער רעדט, רעדט זיך דורך, און דערנאך דארף קומען דער מעשה. אבער פאר דעם מעשה דארף מען זיך אפשטעלן, דארף זיין א הפסק. און דער הפסק באמצע איז: ער דארף נאך אמאל מכוון זיין, צושטעלן אז דער מעשה זאל זיין בדיוק על פי תורה. ווייל אסאך מאל, ער לויפט מחשבה ודיבור גלייך למעשה, לויפט צו דער מעשה; דער לויפן קען מאכן אז ער לאזט אין דער מעשה וואס ס׳מעשה על פי
25:14 תורה. צריך לעצור על זה שוב. יש כאן עוד נקודה בכך שיש הפסק: ההפסק מראה שיש משהו נעלה יותר, שיש איזה מרווח, איזה אוויר באמצע. כלומר, צריך להיות הפסק בין המעשה לדיבור, כדי שיוכל להיות צימאון; כדי שהמעשה לא יהיה מעשה מגושם מדי. ההפסק פירושו שהוא יודע שמעשה הוא ירידה, כי עולם המעשה הוא עולם מגושם, עולם גשמי, עולם חומרי. לפעמים, אם האדם מגושם, הוא עלול להתגשם עוד יותר. אדם צריך הפסק כדי שיהיה לו צימאון, שירצה להיות נעלה יותר, באופן רוחני, ושהמעשה יהיה מתוך תנועה של התרוממות. שגם במעשה שהוא עושה תהיה כוונה רוחנית, ושהוא ירצה להתעלות, ולא שהמעשה רק יוריד אותו אל העולם. פעמים רבות אדם עושה מצווה. יש מצוות שהגוף נהנה בהן, מצוות גשמיות, מצוות חומריות. כן, אלו מצוות, אבל מכיוון שהמצווה קשורה לדבר גשמי, לפעמים, כשהוא אינו עושה הפסק לפני המעשה כדי לכוון כראוי, הגשמיות עלולה להוריד את האדם למטה מן השורה. צריכה להיות ההנהגה של ההפסק שבאות ה״א, שמראה שיש לו צימאון לרוחניות. אז מהו
25:14 תורה. דארף זיך נאך אמאל אפשטעלן. נאך א נקודה איז דא אין דעם וואס עס איז דא א הפסק, איז ווייל דער הפסק באווייזט אז עס איז דא עפעס העכער, עס איז דא עפעס א אויר, עס איז דא א לופט אין דער מיטן. דאס הייסט, דער מעשה דארף האבן א הפסק צווישן דער מעשה און דעם דיבור, כדי עס זאל קענען זיין א צמאון; דער מעשה זאל נישט זיין צו א מגושמדיגע מעשה. דער הפסק, דאס איז אז ער ווייסט אז מעשה איז א ירידה, ווייל דאס עולם המעשה איז עולם מגושם, עולם גשמי, עולם חומרי. איז אסאך מאל, אויב ער איז מגושם, קען ער פארגרעבן זיך נאך מער. א מענטש דארף האבן א הפסק כדי ער זאל האבן א צמאון, ער זאל וועלן זיין העכער, אין אן אופן רוחני, אז דער מעשה זאל זיין מיט א תנועה פון העכערקייט. אז דער מעשה וואס ער טוט זאל האבן אין זיך אויך א כוונה רוחנית, אבער ער זאל וועלן ווערן העכער, נישט נאר דער מעשה זאל אים אראפטראגן אין וועלט. אסאך קען זיין א מענטש טוט א מצוה. עס זענען דא מצוות וואס דער גוף נהנה בהם, מצוות גשמיות, מצוות חומריות. יא, עס איז מצוות, אבער דער מצוה, ווייל עס איז פארבונדן מיט א מצוה גשמית, איז אסאך מאל, בשעת ער טוט נישט קיין הפסק פארן מעשה מיט דער ריכטיגער כוונה, קען דאס גשמי אראפטראגן דעם מענטשן למטה מן השורה. דארף זיין דא דער הנהגה פון דעם הפסק פון דעם ה״א, וואס דאס באווייזט אז ער האט א צמאון צו רוחניות. איז וואס איז
26:39 העניין בקו״ף, ברי״ש ובאות ה״א? זה מראה שהמעשה אינו כדבעי. בקו״ף, כשהקו השלישי, המעשה, יורד למטה מן השורה, זה מראה שהמעשה של האדם אינו בהתאם למחשבתו. הוא אינו באותו קו; הוא למטה מן השורה. כלומר, הוא יורד אל עניין המעשה, ולא רק אל המעשה כפשוטו. הוא ממשיך הלאה, הוא נעשה מגושם. תאוות היתר שלו, תאוות איסור — הוא מתגשם בתחום המעשה עד לשאול תחתית; זהו הקו״ף היורדת למטה מן השורה. הרי״ש, מן הצד השני, היא מצב שבו אין מעשה כלל. פעמים רבות אדם יכול להיות במצב שבו מה שהוא לומד ומדבר נמצא כולו בתחום המחשבה; בתחום הדיבור הוא בסדר, אבל הכול נשאר במחשבה ובדיבור. הוא כלל אינו יורד למעשה. חסר לו כל הקו השלישי, וממילא חסר לו העיקר. ויכול להיות גם האופן השלישי, שאין הפסק: או מפני שהוא קופץ ישר למעשה ואינו עוצר לפני כן לחשוב ולהכין את עצמו כדבעי למיעבד; או מפני שדווקא הנקודה הזאת חסרה אצלו — הצימאון לרצות להתעלות. גם זה אינו כדבעי למיעבד. ואלו היו שלושת העניינים בסיפורו של קורח. בעניין הקו״ף היורדת למטה מן השורה, זו הייתה טענתו כשאמר: בית מלא ספרים—
26:39 דער ענין ביי קו״ף, רי״ש, דער קו״ף מיטן רי״ש מיטן ה״א? דאס באווייזט אז דער מעשה איז נישט כדבעי. אין דעם קו״ף, דאס וואס דער קו השלישי, מעשה, גייט אראפ למטה מן השורה, איז דאס באווייזט אז דער מענטש, זיין מעשה איז נישט מעשה מיט דער מחשבה. ס׳איז נישט אויף דער זעלבער קו, ס׳איז למטה מן השורה. דאס הייסט אז ער טראגט זיך אראפ אין ענין פון מעשה, נישט ווי ס׳מעשה על פי פשוטו נאר. ער גייט נאך ווייטער, ער גייט, ער ווערט מגושם. זיינע תאוות היתר, תאוות איסור — ער ווערט מגושם אין ענין פון מעשה אין שאול תחתית, וואס דאס איז דער קו״ף למטה מן השורה. דער רי״ש, דער אנדערער צד, איז אין גאנצן נישט דא קיין מעשה. אסאך קען זיין א מענטש איז אויף אן אופן אז וואס ער לערנט און ער רעדט איז אלץ אין ענין פון מחשבה, איז ער גוט, ענין פון דיבור, אבער ס׳בלייבט אין מחשבה ודיבור. ער טראגט זיך בכלל נישט אראפ אין מעשה, ס׳פעלט אים דער גאנצער קו השלישי, איז פעלט אים דער עיקר. און אסאך קען זיין דער דריטער אופן, אז עס איז נישט דא קיין הפסק: אדער ווייל ער שפרינגט גלייך צו דער מעשה, ער שטעלט זיך נישט אפ איבערטראכטן פאר דעם, צוצושטעלן זיך כדבעי למיעבד; אדער ווייל געראדע דער נקודה פעלט ביי אים, דער צמאון צו וועלן ווערן העכער. איז אויך נישט כדבעי למיעבד. און דאס איז געווען די דריי ענינים אין דעם סיפור פון קרח. אין דעם ענין פון דעם קו״ף למטה מן השורה, און דאס איז געווען זיין טענה וואס ער האט געזאגט, אז בית מלא מזוזות—
28:03 בית מלא ספרים יהיה פטור ממזוזה? כן, זה עניין אחד. למה צריך מזוזה? בית מלא ספרים, כשהוא מלא תורה, צריך מזוזה? כלומר, החיסרון הוא בעניין המעשה. ועל דרך זה, טלית שכולה תכלת פטורה מציצית? טלית שכולה תכלת. ובכן, בעניין של בית מלא ספרים שפטור ממזוזה, הפירוש הוא שכאשר חסרה אצלו המזוזה, חסרה לו יראת שמים. ואז הוא עלול לרדת למטה מן השורה, כמו הקו״ף שיורדת למטה מן השורה. [לא ברור] ביראת שמים, [לא ברור] במזוזה. ואז המעשה יכול לרדת למטה מן השורה; זו הקו״ף. בעניין של טלית שכולה תכלת שפטורה מציצית, הרי יש כאן טלית שכולה תכלת. התכלת מראה שיש אצלו יראת שמים גדולה מאוד. תכלת — תכלת דומה לרקיע, כל העניינים האלה — הוא עומד בביטול עצום. אבל חסרה לו הציצית: הקו, הורדת הציצית למטה, הפרט, שהדבר ירד לפרט. ובעניין של [לא ברור], זהו עניינה של האות חי״ת. כי העניין של [לא ברור] הוא שצריך להיות [לא ברור]. כשהוא נמצא כאן למטה, צריך להיות לו הצימאון, התשוקה, והוא צריך לרצות שיהיה לו [לא ברור]. וכשאין [לא ברור],
28:03 בית מלא ספרים איז זאל זיין פטור פון מזוזה? יא, דאס איז דער איין ענין. וואס דארף מען א מזוזה? א בית מלא ספרים, אז ס׳איז פול מיט תורה, דארף קיין מזוזה? דאס הייסט, דער חסרון איז אין דעם ענין המעשה. און על דרך זה, דער ענין פון טלית שכולה תכלת, פטור פון ציצית? טלית שכולה תכלת. יא, איז אין דעם ענין פון בית מלא ספרים, איז פטור פון מזוזה, איז דער טייטש, אז ווען עס פעלט ביי אים די מזוזה, דאס מאכט אז עס פעלט ביי אים יראת שמים. איז דערמאלט קען ער קריכן למטה מן השורה. על דרך ווי דער קוף, אז ער גייט למטה מן השורה. [לא ברור] אין יראת שמים, [לא ברור] אין מזוזה. איז דערמאלט די מעשה קען אראפקומען למטה מן השורה; דאס איז דער קוף. אין דעם ענין פון טלית שכולה תכלת, פטור פון ציצית, איז דא טלית שכולה תכלת. תכלת באווייזט אז ביי אים איז דא גאר גרויסע יראת שמים. תכלת, תכלת דומה לרקיע, אלע ענינים, ער שטייט מיט א מורא׳דיגן ביטול. אבער עס פעלט ביי אים די ציצית. דער קו, דער אראפטרעגן די ציצית, דער פרט, אז ער זאל אראפקומען אין א פרט. און אין דעם ענין פון [לא ברור], איז דאס דער ענין פון דעם חית. ווייל דער ענין פון [לא ברור] איז, אז עס דארף זיין [לא ברור]. אז ער געפינט זיך דא למטה, דארף ער האבן דעם צמאון, די תשוקה, און ווילן האבן [לא ברור]. און ווען עס איז נישט דא דער [לא ברור],
29:31 הצימאון [לא ברור], זה כמו האות חי״ת, שבה המעשה בא יחד עם המחשבה והדיבור, מתוך צימאון ותשוקה, מתוך רצון לצאת ולהכניס רוחניות ועדינות במעשה. וזהו הסיפור שמוצאים בפרשה של היום, בכל סיפורו של קורח: הכול נובע מאותה נקודה. קורח היה אדם גדול, ״קרח פיקח היה״, ונאמרו עליו עניינים גדולים. הוא רצה שיהיו הגילויים דלעתיד לבוא, הוא רצה להגיע לגילויים האמיתיים. אבל כאשר חסר אצלו הביטול למשה רבינו, גם אם יהיו לו הצימאון הגדול ביותר, הרצון הגדול ביותר והמחשבות והכוונות האמיתיות ביותר, כשהדברים יורדים למעשה אפשר לטעות בכל מיני טעויות, בכל שלושת האופנים של הטעויות שעליהם מדברים בקו״ף, ברי״ש ובחי״ת. אבל כשיש התמסרות למשה רבינו, הדברים יורדים למעשה בפועל, באופן שמממש למעשה את הכוונה העליונה, שהיא עניינו העיקרי של משה רבינו. וזה גם הקשר בין פרשת קורח לפרשת חוקת. זהו ״חוקה חקקתי, גזירה גזרתי״. עניין ״חוקת״ הוא מלשון חקיקה. כפי שמוסבר בחסידות, העניין של ״חוקת״ הוא ש[לא ברור]. שכדי לעבוד
29:31 דער צמאון [לא ברור], איז דאס ווי דער אות חית, וואס די מעשה קומט מיט מחשבה דיבור, אין דעם צמאון און תשוקה, און וויל ארויסגיין און וויל אריינברענגען רוחניות און איידלקייט אין דער מעשה. איז אט דאס איז דער סיפור וואס מען געפינט אין היינטיקער סדרה, אין דעם גאנצן סיפור פון קרח, אז דאס אלץ קומט פון אט דער זעלבער נקודה. וואס ביי קרח איז געווען דער ענין, געווען א אדם גדול, קרח פיקח היה. און עס שטייט אויף קרח גרויסע ענינים. ער האט געוואלט אז עס זאל זיין די גילויים דלעתיד לבוא, ער האט געוואלט צוקומען צו די עכטע גילויים. אבער אז עס פעלט ביי אים אין דעם ביטול צו משה רבינו, און ווען עס פעלט אין דעם ביטול צו משה רבינו, קען ער האבן דעם גרעסטן צמאון, דעם גרעסטן רצון, די גרעסטע עכטע מחשבות און כוונות, אבער ווען עס קומט אראפ אין מעשה, דערמאלט קען מען מאכן כל מיני טעותים, אין די אלע דריי אופנים פון די טעותים וואס מען רעדט אין דעם קוף, אין דעם ריש און דעם חית. ווען אבער עס איז דא די מסירה ונתינה צו משה רבינו, דערמאלט קומט עס אראפ אין מעשה בפועל, אין דעם אופן, למעשה, וואס איז די כוונה העליונה, וואס איז דער הויפט ענין פון משה רבינו. און דאס איז אויך דער המשך וואס פון קרח גייט מען אריבער צו חוקת. וואס דאס איז דער חוקה חקקתי, גזירה גזרתי. דער ענין חוקת מלשון חקיקה. ווי עס ווערט אויסגעשמועסט אין חסידות, אז דער ענין פון חוקת איז דאס וואס [לא ברור]. אז כדי צו דינען
30:50 את הקב"ה, חייב להיות העניין של ״חוקה חקקתי״. צריך להיות הביטול, המסירה והנתינה שלמעלה מטעם ודעת. כשחסרה לאדם אותה ״חוקה״, עלול להיווצר אצלו פירוד. הפירוד הזה יכול להתחיל מדבר קטן, מדבר נמוך, אבל ממנו אפשר להגיע לניתוק מוחלט ממקור החיים. וזה עניינה של פרה אדומה, שבאה לטהר מטומאת מת. כיצד נטהרים מטומאת מת? בטיפה אחת ויחידה של מים ובמעט אפר. כן, כך אומרת הטהרה, ובכל זאת מערבבים את המים באפר, בדבר קטן. ועושים זאת אף שאינך מבין מדוע, ואינך מבין מה יוצא לך מזה. אותה טיפת מים עם מעט אפר — ואתה עושה זאת, אתה יודע מה? כך עושים. ובזה נטהרים מן הטומאה החמורה ביותר, מטומאת מת. והעניין הוא ״חוקה״: ״חוקה חקקתי, גזירה גזרתי״. וזוהי פרשת משה, כפי שרש״י אומר. משה רבנו נותן את הדוגמה, וממנו לומדים מה צריכה להיות עבודת ״חוקה חקקתי״ — ההתמסרות, המסירה והנתינה לאלוקות באופן הנעלה ביותר. ועל ידי כך שנקבל על עצמנו — כן, כל אחד מאיתנו צריך לקבל החלטה להתמסר למשה רבנו, ״אתפשטותא דמשה בכל דור ודור״, שהוא
30:50 דעם אויבערשטן, מוז זיין דער ענין פון חוקה חקקתי. עס דארף זיין דער ביטול, די מסירה ונתינה שלמעלה מטעם ודעת. ווען עס פעלט ביי א מענטשן אט דעם חוקה, קען זיין אז עס זאל ווערן ביי אים א פירוד, און דער פירוד קען זיך אנהענגען אין א קלייניקייט, אין א נידעריגע זאך, אבער פון דעם קען מען צוקומען צו ווערן אינגאנצן אפגעריסן פון דעם מקור החיים. וואס דאס איז דער ענין פון פרה אדומה, וואס קומט צו מטהר זיין פון טומאת מת. ווי אזוי איז מען מטהר פון טומאת מת? מיט איין און איינציגע טראפ וואסער, מיט איין און איינציגע אפר. יא, וואס די טהרה זאגט, אבער דאך מישט מען די וואסער מיטן אפר, מיט איין קלייניקייט. און דאס טוט מען, ווייל נישט דו פארשטייסט פארוואס, נישט דו פארשטייסט וואס דו האסט פון דעם. און דער איין טראפ וואסער מיט איין טראפ פון אפר, און דו טוסט דאס, דו ווייסט וואס? מען מאכט עס אזוי. מיט דעם איז מען מטהר פון די גרעסטע טומאה, פון טומאת מת. און דער ענין איז חוקה, חוקה חקקתי, גזירה גזרתי. און דאס איז פרשת משה, ווי רש״י זאגט. אז משה רבינו, ער גיט די דוגמא, און פון אים לערנט מען וואס עס דארף זיין די עבודה פון חוקה חקקתי, די איבערגעגעבנקייט, די מסירה ונתינה צו אלקות, אין דעם גרעסטן אופן. און דורך דעם וואס מיר וועלן נעמען אויף זיך, יא, דארף זיין ביי יעדער איינעם פון אונז דער החלטה, אויף זיך מקבל זיין, זיך איבערגעבן צו משה רבינו, אתפשטותא דמשה בכל דור ודור. וואס דאס
32:11 הצדיק, נשיא הדור, שמראה לנו את הדרך כיצד לעבוד את הקב"ה באופן הנכון, כך שכל דבר יהיה במקומו ובאופן הנכון: הן הרצוא והן השוב, האש והמים, שהם האש והמים שאנו לומדים מפרשת חוקת. וגם [לא ברור], מחשבה, דיבור ומעשה, כפי שנלמד מכך, כפי שהתורה מלמדת אותנו. ועל ידי זה נזכה להגיע ממשה, גואל ראשון, גם לגואל אחרון, לגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו. ונזכה לראות זאת בקרוב בימינו, אמן. כפי שהדברים מתנהלים כאן, אפשר ללכת ממש ממקומנו אל הגאולה האמיתית והשלימה, שבה נזכה ל״כהנים בעבודתם ולויים בדוכנם וישראל במעמדם״, בגאולה האמיתית והשלימה.
32:11 איז דער צדיק, דער נשיא הדור, וואס ער ווייזט אונז דעם וועג ווי אזוי מען דארף דינען דעם אויבערשטן אויפן ריכטיגן אופן. אז עס זאל זיין יעדע זאך אויף דעם ריכטיגן מצב, אויף דעם ריכטיגן אופן. סיי דער רצוא, סיי דער שוב, די פייער מיט די וואסער, וואס דאס איז די אש מיט די וואסער וואס מיר לערנען ארויס פון פרשת חוקת. און [לא ברור], מחשבה דיבור ומעשה, ווי עס ווערט ארויסגעלערנט, ווי תורה לערנט אונז. און דורך דעם וועלן מיר זוכה זיין אז פון משה גואל ראשון וועלן מיר אנקומען אויך צו גואל אחרון, צו דער גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו. און דאס זאלן מיר זוכה זיין צו זען בקרוב בימינו אמן. ווי אזוי עס פירט זיך דורך דא, קען מען גיין ממש פון מקומנו צו דער גאולה האמיתית והשלימה. וואו דערמאלט וועלן מיר זוכה זיין די כהנים בעבודתם ולויים בדוכנם וישראל במעמדם, אין דער גאולה האמיתית והשלימה.