לעבן חסידות · פרק 78 · 2023-06-11 · 26:59
כ״ח סיוון - דער ״כח״ פון מתן תורה
תיאור הפרק
ווי ברענגט מען תורה אין חצי כדור התחתון? *מכתב אדמור הריי״צ, קונטרס שבועות תש״ח, *שיחות ש״פ שלח, כ״ח סיון תשמ״ו, תשמ״ט, *ש״פ קרח תשמ״ט
השמע המקורי · הערך על הרב אשר פרקש בחב"דפדיה
תמלול אוטומטי מהשמע, ותרגום מכונה לעברית. קישורים לחב"דפדיה נוספו אוטומטית.
00:00 בשנת תשנ״ו חל כ״ח בסיוון בשבת. אגב, ערכו אז התוועדות חסידית, סעודת הודאה בקשר ליום כ״ח בסיוון. זהו היום שבו הגיעו הרבי והרבנית, איש וביתו, לחצי כדור התחתון, בשנת תש״א. זה היה בעיצומן של שנות המלחמה. המצב באותה תקופה היה ממש סכנת נפשות, והרבי ניצל אז מעמק הבכא, מן המלחמה שהתחוללה בצד השני, באירופה, והגיע לאמריקה באחת האוניות האחרונות, ביום כ״ח בסיוון תש״א. זה היה בניסים גלויים, למעלה מדרך הטבע. אבל עד שנת תשנ״ו לא ידעו על כך, לא ידעו מתי בדיוק היה היום הזה. אז יצאו לאור אגרות הקודש של אדמו״ר הריי״צ, ואז התגלה שזה היה היום. החסידים הפכו אז את היום ליום טוב וערכו סעודת הודאה. אז התגלה גם לדורות שזהו יום סגולה: היום שבו ניצלו הרבי והרבנית, איש וביתו, והיום שבו התחילו גם תנופה חדשה וכוח חדש בהפצת היהדות, בהפצת התורה וב״יפוצו מעינותיך חוצה״ בחצי כדור התחתון. הרבי דיבר אז באריכות על העניין הזה. נרצה אפוא להבין קצת מה עומק העניין, מה התוכן של התקופה ושל מה שאומרים על הפצת התורה בחצי כדור התחתון: מה
00:00 אין יאר תשנ״ו איז כ״ח סיון אויסגעפאלן שבת. איז געווען, דרך אגב, וואס מ׳האט געמאכט א חסידישן פארברענגען, א סעודת הודאה בקשר מיט דעם טאג כ״ח סיון. דאס איז דער טאג וואס דער רבי מיט דער רביצין, איש וביתו, זענען דעמאלט אנגעקומען אין חצי כדור התחתון, אין יאר תש״א. דאס איז געווען אינמיטן די יארן, די תקופה פון דער מלחמה. ס׳איז געווען א זמן וואס דער מצב איז געווען ממש א סכנת נפשות, און דער רבי איז דעמאלט ניצל געווארן פון דעם עמק הבכא, פון דער מלחמה וואס איז געווען אויף דער אנדערער זייט, אין אייראפע, און מיט איינע פון די לעצטע שיפן אנגעקומען אין אמעריקע, אין דעם טאג פון כ״ח סיון, אין יאר תש״א. דאס איז געווען מיט ניסים גלויים, למעלה מדרך הטבע. אבער ביז דעם יאר תשנ״ו האט מען נישט געוואוסט דערפון, נישט געוואוסט ווען איז געווען דער טאג, ווען איז געווען בדיוק. דעמאלט איז ארויסגעגעבן געווארן די אגרות קודש פון דעם רבי׳ן ריי״צ, און דעמאלט איז נתגלה געווארן אז דאס איז געווען דער טאג. און חסידים האבן דעמאלט געמאכט דעם טאג יום טוב, און געמאכט א סעודת הודאה. און דעמאלט איז נתגלה געווארן, ולדורות, אז ס׳איז א יום סגולה, דער טאג וואס איז געווען די הצלה פון דעם רבי׳ן מיט דער רביצין, איש וביתו, און דער טאג וואס האט אויך אנגעהויבן א נייע שטורעם, א נייע כח, אין דעם ענין פון הפצת היהדות, הפצת התורה, יפוצו מעינותיך חוצה, אין חצי כדור התחתון. און דער רבי האט דעמאלט גערעדט באריכות איבער דעם ענין. איז וויל מען זיך א ביסל געבן צו פארשטיין וואס איז דער עומק הענין, וואס איז דער תוכן הענין פון דער תקופה, פון דעם ענין וואס מ׳זאגט, אז דער ענין פון הפצת התורה אין חצי כדור התחתון, וואס
02:14 עומק העניין של יום כ״ח בסיוון? הרבי דיבר על כך אז, בהתוועדות של שבת פרשת שלח, כ״ח בסיוון תשנ״ו, ובהמשך לכך גם בשבת פרשת שלח, כ״ח בסיוון [לא ברור], שגם אז חל כ״ח בסיוון בשבת פרשת שלח. ושם הוא דיבר על כך עוד יותר, והדגיש את משמעות היום ואת הקשר של העניין הזה לעבודתנו בזמן הזה: מצד אחד חודש סיוון, החודש השלישי, ומצד שני שבת מברכים חודש תמוז. ומה זה אומר, וכיצד הדבר בא לידי ביטוי בעבודה שלנו. תחילה צריך להתחיל בסיפור שקשור לעניין הזה. הסיפור מופיע במכתב שכתב אדמו״ר הריי״צ, הרבי הקודם, לחתנו, הרבי, כשעוד היו באירופה. אדמו״ר הריי״צ התגורר אז בפולין, והרבי התגורר ב[לא ברור], בפריז. יש מכתב שהחותן, אדמו״ר הריי״צ, שלח לחתנו, ובו הסביר לו מה מקורו של פסק הדין בנוגע לחצי כדור התחתון. הרבי שאל אז את חותנו, אדמו״ר הריי״צ, על מאמר ששמע מחסידים בשם אדמו״ר הזקן: שאדמו״ר הזקן אמר שבחצי כדור התחתון לא היה העניין של מתן תורה. מתן תורה לא היה בחצי כדור התחתון, שבו נמצאת אמריקה. ומה באמת פירוש הדבר? על כך השיב אדמו״ר הריי״צ במכתב מעניין וארוך למדי, ובתוכו הוא מספר סיפור,
02:14 איז דער עומק הענין פון דעם טאג פון כ״ח סיון? און דער רבי האט דעמאלט גערעדט, אין יענעם פארברענגען פון שבת פרשת שלח, כ״ח סיון תשנ״ו, און בהמשך לזה אויך אין שבת פרשת שלח, כ״ח סיון [לא ברור], וואס דעמאלט איז אויך געווען דער קביעות פון שבת שלח אין כ״ח סיון. און דארטן האט ער גערעדט נאך מער, ארויסגעברענגט, בנוגע דעם טאג, און ווי אזוי דער ענין איז פארבונדן מיט אונזער עבודה אין דעם זמן פון שבת מברכים חודש תמוז, חודש השלישי, חודש סיון פון איין זייט, און שבת מברכים חודש תמוז פון דער אנדערער זייט, און וואס דאס מיינט, ווי אזוי דאס קומט אראפ אין אונזער עבודה. און פריער מוז מען אנפאנגען מיט א סיפור וואס איז פארבונדן מיט דעם ענין. דאס איז דא אין א בריוו וואס דער רבי ריי״צ, פריערדיקער רבי, האט געשריבן צו זיין איידעם, צום רבי׳ן, נאך זייענדיק אין אייראפע. ווי ס׳איז דער פריערדיקער רבי דעמאלט געוואוינט אין פוילן, דער רבי געוואוינט אין [לא ברור], אין פאריז. איז פאראן א בריוו וואס דער שווער, דער פריערדיקער רבי, דער רבי ריי״צ, האט געשיקט צו זיין איידעם, און האט אים געגעבן צו פארשטיין דעם ענין: פון וואס איז דער מקור פון דעם פסק דין בנוגע חצי כדור התחתון. וואס דער רבי האט דעמאלט מבאר געווען ביי זיין שווער, ביים רבי׳ן ריי״צ, אז ער האט געהערט פון חסידים א מאמר בשם דעם אלטן רבי׳ן, אז דער אלטער רבי האט געזאגט אז אין חצי כדור התחתון איז נישט געווען דער ענין פון מתן תורה. מתן תורה איז נישט געווען אין דעם חצי כדור התחתון וואו אמעריקע איז. און וואס טאקע איז דער פשט פון דעם? און אויף דעם האט דער רבי ריי״צ געענטפערט א אינטערעסאנטן בריוו, א לענגערן בריוו, און בתוך דעם דערציילט ער א סיפור,
04:08 שכמובן נוגע לכל העניין הזה. וכך הוא מספר: אצל אדמו״ר הזקן היה סדר באמירת מאמרי חסידות. היו מאמרים שהיה אומר לכל החסידים, והיו מאמרים מיוחדים שהיה אומר רק לתלמידים המקורבים ביותר ולבני הבית הקרובים אליו ביותר. הוא מספר שבערך בשנת תקנ״ט היה אדמו״ר הצמח צדק, נכדו, עדיין ילד צעיר, בן תשע בסך הכול. באותה עת אמר סבו, אדמו״ר הזקן, חסידות. זה היה יום חורפי וקר מאוד. אדמו״ר הצמח צדק רצה מאוד להיכנס ולשמוע חסידות. באותם ימים היה אדמו״ר הזקן אומר מאמר חסידות בחדרו, בחדר היחידות שלו, רק למקורבים ביותר מבין התלמידים המצוינים ובני הבית הקרובים אליו. הסדר היה שמכניסים רק יחידי סגולה. אדמו״ר הצמח צדק רצה מאוד להיכנס ולשמוע את המאמר; אבל הוא היה ילד קטן, ולא נתנו לו להיכנס. סבו, אדמו״ר הזקן, אמר לו שעדיין לא הגיע זמנו להיכנס. מכיוון שהיה לו צימאון גדול, הוא חיפש דרך להקשיב לדברי החסידות. בין החדר ההוא לחדר הסמוך היה תנור אח, מקום שמכניסים אליו עצים.
04:08 וואס, פארשטייט זיך, איז דער סיפור נוגע צו דעם גאנצן ענין. דערציילט ער: ס׳איז געווען א סדר ביים אלטן רבי׳ן, אז ער פלעגט זאגן א מאמר אין חסידות. ס׳זענען געווען די מאמרים וואס ער פלעגט זאגן צו אלע חסידים, און ס׳זענען געווען ספעציעלע מאמרים וואס ער פלעגט זאגן נאר צו די גאר תלמידים המקורבים און די גאר נאענטע בני בית. דערציילט ער אז אין דעם יאר תקנ״ט בערך, דער צמח צדק, דער אייניקל, איז געווען נאך א יונגער אינגעלע, איז געווען גאנצע ניין יאר אלט. און יעמאלט, דער זיידע, דער אלטער רבי, האט געזאגט חסידות. און ס׳איז געווען א שטארקער, טיפער ווינטערדיקער טאג, ס׳איז געווען זייער קאלט. און דער צמח צדק האט שטארק געוואלט אריינגיין הערן חסידות. דער אלטער רבי פלעגט דעמאלט זאגן נאר פאר די נאענטע, גאר מקורבים פון די תלמידים המצוינים און פון די בני בית המקורבים. פלעגט ער זאגן א מאמר חסידות ביי זיך אין צימער, אין זיין יחידות־צימער. און דער סדר איז געווען, מ׳האט נאר אריינגעלאזט יחידי סגולה. דער צמח צדק האט שטארק געוואלט אריינגיין הערן דעם מאמר; ער איז געווען א קליין קינד, האט מען אים נישט געלאזט אריינגיין. דער זיידע, דער אלטער רבי, האט אים געזאגט אז נאך נישט צייט פאר אים אז ער זאל אריינגיין. וויבאלד ער האט געהאט א גרויסן צמאון, האט ער געזוכט א וועג ווי ער זאל קענען צוהערן די חסידות. איז אין יענעם צימער, צווישן איין צימער און דעם אנדערן, געווען א קאמין־אויוון, אן ארט וואו דארטן לייגט מען האלץ צו.
05:40 מבעירים אותם שם כדי לחמם את החדרים. התנור היה בקיר שבין שני החדרים. הוא נבנה כך שהפתח, הדלת הקטנה של התנור, היה בחדר החיצוני, ואילו התנור עצמו היה בנוי אל תוך חדרו של אדמו״ר הזקן. לכן הוא זחל פנימה, כדי שיוכל לשמוע את אדמו״ר הזקן אומר חסידות. אדמו״ר הצמח צדק נכנס לתוך התנור והתיישב שם כדי לשמוע את מאמר החסידות. מאחר שהיה קר, הגוי שהיה ממונה שם על ענייני הבית, על הסידור וההכנה ועל הדברים שצריך לעשות בבית, רצה להכניס עצים לתנור ולהדליק אותו כדי לחמם את הבית. הוא לקח כמה חתיכות עץ ודחף אותן פנימה, אבל ראה שהן אינן נכנסות. הוא לא הסתכל פנימה לראות מה קורה שם, ולא הבחין שהילד נמצא בתוך התנור. הוא השאיר חלק מהעצים בחוץ והדליק אש. ברגע שהדליק את האש, התחיל אדמו״ר הצמח צדק לדחוף את העצים החוצה. זו הייתה סכנת נפשות. קמה מהומה גדולה, ובקושי רב הצליחו [לא ברור] איך לכבות את האש, ומצאו את הילד שוכב מעולף בתוך התנור. הייתה גדולה
05:40 מבארים דארטן, כדי אריינצוברענגען ווארעמקייט אין די צימער. דער אויוון איז געווען אין דעם וואנט צווישן די צוויי צימער. דער אויוון איז געווען געבויט באופן כזה, אז דער פתח, די טירעלע פון דעם אויוון, איז געווען אין דעם צימער פון דרויסן, און ס'איז געווען אריינגעבויט אין דעם צימער פון דעם אלטן רבי'ן. איז במילא אריינגעקריכן דארטן, אז ער זאל קענען הערן ווי דער אלטער רבי זאגט א חסידות. איז דער צמח צדק אריינגעקריכן אין דעם אויוון און ער האט זיך דארטן אריינגעזעצט כדי אזוי צו קענען הערן דעם מאמר חסידות. נו, וויבאלד אז ס'איז געווען קאלט, איז דער גוי, וואס איז געווען דארטן ממונה אויף די עניני הבית, אויף מסדר זיין און צוגרייטן און אזוי טאן די זאכן וואס מען דארף טאן פארן שטוב, אז ס'איז געווען קאלט, האט ער געוואלט לייגן אין דעם אויוון, צו אנצינדן כדי אנצווארעמען דעם שטוב. האט ער גענומען א שטיקלעך האלץ און אריינגעשטופט. האט געזען אז עס גייט נישט. האט ער נישט אריינגעקוקט וואס דארטן גייט פאר. האט ער נישט באמערקט אז דער קינד געפינט זיך אין דעם אויוון. האט ער געלאזט א ביסל אין דרויסן, די האלץ זאל, און האט אנגעצונדן א פייער. נו, ווי נאר ער האט אנגעצונדן דעם פייער, גלייך האט דער צמח צדק גענומען ארויסשטופן די האלץ. ס'איז געווען א סכנת נפשות. ס'איז געווען א גרויסע טומל, און מען האט קוים מיט צרות געקענט [לא ברור] ווי זאל מען פארלעשן דעם פייער, און האט געטראפן דעם קינד ליגן דארטן חלשות אין דעם אויוון. ס'איז געווען א גרויסע
07:07 רעש וצעקות, והמולה. וזה היה ממש מסוכן, מצב של סכנת מוות. ואדמו"ר הצמח צדק לא היה אז בריא במשך זמן מה, עד שהחלים ממה שעבר שם. הוא מספר שהרבנית שטערנא, אשתו של אדמו"ר הזקן, הלכה אז לאדמו"ר הזקן והתלוננה בפניו. היא אמרה לו: ״מה זה שאתה לא נותן לו להיכנס לשמוע חסידות? לאנשים זרים אתה נותן להיכנס, ולילד שלך אינך נותן להיכנס.״ ואדמו"ר הזקן הרגיע אותה ואמר לה: ״אל תדאגי, הכול יהיה בסדר. הוא יהיה בריא.״ והוא אמר שאת התורה מקבלים דרך אש. משה רבינו הגיע למתן תורה דרך אש, דרך הסנה, ובזכות זה זכה שהתורה ניתנה על ידו. והוא נתן ברכה עם הבטחה שאדמו"ר הצמח צדק, בזכות מסירות הנפש שלו מפני שרצה ללמוד חסידות, יזכה שעל ידו יתגלו עניינים רבים בתורה ובחסידות. והוא בירך אותו בבריאות ובאריכות ימים. ובהמשך [לא ברור] בפרשת בלק [לא ברור].
07:07 רעש מיט א געשריי, מיט א טומל. און ס'איז געווען גאר געפערלעך, ס'איז געווען א מצב פון א מות הסכנה. און דער צמח צדק איז דעמאלט געווען א שטיקל צייט נישט געזונט כדי אזוי צו קענען זיך דערהוילן פון וואס ער איז דארטן דורכגעגאנגען. דערציילט ער אז די רעביצין שטערנא, דאס איז דעם אלטן רבי'נס רעביצין, האט זי דעמאלט געגאנגען צום אלטן רבי'ן און זי האט זיך געקלאגט צו אים. און זי זאגט אים: ״וואס איז דאס, אז דו לאזט אים נישט אריינגיין צו חסידות? פרעמדע מענטשן לאזטו אריינגיין, אן אייגן קינד לאזטו נישט אריין.״ און דער אלטער רבי האט זי בארואיגט, און דער אלטער רבי האט זי געזאגט: ״זארג נישט, אלץ וועט זיין בסדר. ער וועט זיין געזונט.״ און ער האט געזאגט אז תורה באקומט מען דורך פייער. משה רבינו איז צוגעקומען צום מתן תורה דורך פייער, דורך דעם סנה, און דורך דעם האט ער זוכה געווען אז דורך אים איז געגעבן געווארן די תורה. און ער האט געגעבן א ברכה מיט א הבטחה אז דער צמח צדק, אין דעם זכות פון זיין מסירות נפש ווייל ער האט געוואלט לערנען חסידות, וועט ער זוכה זיין אז דורך אים וועט נתגלה ווערן אין עניני התורה אסאך חסידות. און האט געגעבן א ברכה צו געזונט און אריכות ימים. און בהמשך [לא ברור] אין די פרשה בלק [לא ברור].
08:35 שמסבירים את העניין של חצי כדור התחתון [לא ברור]: העולם הוא כדורי, וחצי כדור התחתון [לא ברור] נמצא למטה. בחצי כדור התחתון לא נופלים [לא ברור], כי ישנו העניין של סובב כל עלמין, עיגולים. העולם הוא כדורי, וזה [לא ברור] מהקדוש ברוך הוא, מבחינת עיגולים, מהתעוררות החסידות, סובב כל עלמין. ובסובב כל עלמין כל הצדדים שווים, לא [לא ברור]. בדוגמת עיגולים, לגבי סובב כל עלמין, [לא ברור] חצי כדור התחתון והכדור העליון הם בשווה, ולא נופלים למטה. ואז הוא אמר ששם, באמריקה, בחצי כדור התחתון, לא היה הגילוי של מתן תורה. ו[לא ברור] בהמשך המכתב הזה, וגם במכתב השני [לא ברור]. מצד הגילוי היתירא שהיה במתן תורה, היה זה על פי סדר והדרגה [לא ברור], במקום שבארץ ישראל [לא ברור] היה הגילוי של מתן תורה. ויתרה מזו, העיקר הוא שלחצי כדור התחתון לא הגיע אז הגילוי של מתן תורה. כי מצד [לא ברור] בארץ הקודש, בארצות הקודש, היה שם הגילוי של מתן תורה. מה שאין כן במקום הזה, בחצי כדור התחתון, לא היו אז יהודים ולא היה עניין של גילוי מתן תורה. אבל מצד העניין של סובב כל עלמין, עיגולים, כי זה [לא ברור].
08:35 וואס מסבירים אז דאס וואס דער חצי כדור התחתון [לא ברור], די וועלט איז כדור'דיק, און חצי כדור התחתון [לא ברור] געפינט זיך אונטן, אין דעם חצי כדור התחתון, פאלט נישט [לא ברור]. ווייל עס איז דא דער ענין פון סובב כל עלמין, עיגולים. די וועלט איז כדור'דיק, וואס [לא ברור] פון קדושה ברוך הוא, פון עיגולים, וואס התעוררות החסידות, סובב כל עלמין. און סובב כל עלמין איז אלע זייטן זיינען די זעלבע זאך, נישט [לא ברור]. על דרך לגבי עיגולים, לגבי סובב כל עלמין, איז [לא ברור] חצי כדור התחתון, כדור העליון, על שוויון דרך, פאלט מען נישט אראָפּ. און דעמאלט האט ער געזאגט אז דארטן אין אמעריקע, חצי כדור התחתון, איז נישט געווען דער גילוי פון מתן תורה. און [לא ברור] אין דעם המשך פון דעם בריוו, און אויך פון דעם צווייטן בריוו [לא ברור]. מצד גילוי יתירה וואס ס'איז געווען ביי מתן תורה, איז דאס געווען על פי סדר והדרגה [לא ברור], אין די ארט וואס אין ארץ ישראל [לא ברור] איז געווען דער גילוי פון מתן תורה. און ווייטער, דער עיקר, דער חצי כדור התחתון איז דארטן נישט אנגעקומען דער גילוי פון מתן תורה. ווייל מצד [לא ברור] אין ארץ הקודש, אין ארצות הקודש, איז דארטן געווען דער גילוי פון מתן תורה. מה שאין כן אין די ארט, חצי כדור התחתון, איז דעמאלט נישט געווען אידן, נישט געווען קיין ענין פון גילוי מתן תורה. אבער מצד דעם ענין פון סובב כל עלמין, עיגולים, ווייל דאס איז [לא ברור].
10:16 אז התורה מגיעה לכל חלקי חצי כדור התחתון. כפי שהוא מסיים במכתב, עבודתם של יהודים, העבודה במסירות נפש, ממשיכה את התורה גם בחצי כדור התחתון. כפי שעולה מהמכתב, ההבנה היא שכדי לגלות תורה בחצי כדור התחתון צריך להגיע לדרגה גבוהה יותר, סובב כל עלמין, עיגולים, [לא ברור]. והעניין נמשך על ידי עבודתם של יהודים, דווקא על ידי העבודה במסירות נפש, שעל ידה נמשכת התורה בחצי כדור התחתון. ועל פי זה, הרבי מדבר באותה התוועדות שהייתה קשורה לכ״ח סיוון, ואחר כך בשיחות של שבת פרשת שלח, ובהמשך גם בשבת פרשת קרח — התוועדויות עשירות מאוד — ומדבר באריכות על כך שהדבר נעשה על ידי עבודת מסירות הנפש של רבותינו נשיאינו. הם הביאו את מעיינות פנימיות התורה לחצי כדור התחתון, עד כדי כך שאדמו״ר הריי״צ הגיע בשנת ת״ש לאמריקה, ושנה לאחר מכן, בכ״ח סיוון תש״א, הגיע הרבי לאמריקה. אז הונחו היסודות להפצת המעיינות בכל קצווי תבל, על ידי ייסוד המוסדות הידועים להפצת החסידות: מחנה ישראל, מרכז לעניני חינוך וקה״ת, שעל ידם התפשטה החסידות בכל קצווי תבל, בכל המדינות. זהו העניין, שמעיינות פנימיות התורה עצמם הגיעו לחצי כדור התחתון. ומשם היא
10:16 דאס איז דעמאלט: תורה קומט אן אין אלע חלקים פון חצי כדור התחתון. ווי ער פירט אויס אין דעם בריוו, אז די עבודה פון אידן, די עבודה במסירות נפש, איז ממשיך תורה אויך אין חצי כדור התחתון. ווי ס׳האט זיך ארויסגעשטעלט פון דעם בריוו, איז די הבנה, אז כדי צו מגלה זיין תורה אין חצי כדור התחתון, דארף מען אנקומען צו א העכערע דרגה, סובב כל עלמין, עיגולים, [לא ברור]. און דער ענין איז נמשך דורך די עבודה פון אידן, דורך די עבודה במסירות נפש דווקא, וואס דורך דעם איז נמשך תורה אין חצי כדור התחתון. וואס על פי זה, דער רבי רעדט אין יענע פארברענגען, וואס ס׳איז געווען פארבונדן מיט כ״ח סיון, און שפעטער אין די שיחות פון שבת פרשת שלח, און בהמשך אויך שבת פרשת קרח, גאר רייכע פארברענגען, וואס ער רעדט באריכות ווי דאס איז דורך די עבודה פון מסירות נפש פון רבותינו נשיאינו. זיי האבן אראפגעברענגט דעם ענין פון מעיינות פנימיות התורה אין חצי כדור התחתון, עד כדי כך, אז דער רבי הריי״צ, דער פריערדיקער רבי, איז אנגעקומען אין יאר ת״ש קיין אמעריקע, און א יאר שפעטער, כ״ח סיון תש״א, איז דער רבי געקומען קיין אמעריקע. דעמאלט זענען געלייגט געווארן די יסודות פון הפצת המעיינות אין כל קצוי תבל, דורך דעם וואס מ׳האט געגרינדעט די מוסדות הידועים פון הפצת החסידות: מחנה ישראל, מרכז לעניני חינוך און קה״ת, וואס דורך דעם איז חסידות נפוץ געווארן בכל קצוי תבל, אין אלע מדינות. דאס איז דער ענין, אז די מעיינות אליין פון פנימיות התורה זענען אנגעקומען אין חצי כדור התחתון. און פון דעם ווערט
12:01 מתפשטת בכל קצווי תבל. ועוד עניין בקשר שבין הדברים לסיפור — מעניין, זה לא כתוב במפורש במכתב, אבל עולה מהמשך הדברים: כפי שאדמו"ר הזקן אמר לאדמו"ר הצמח צדק, את התורה מקבלים באמצעות מסירות נפש. זה היה הסיפור עם אדמו"ר הצמח צדק, שמסר את נפשו ונכנס לתוך התנור כדי לשמוע עניינים חדשים בפנימיות התורה. וכפי שהרבי סיפר פעם את הסיפור בפרטיות בהתוועדות אחרת, [לא ברור], שבה הרבי סיפר את הסיפור בפרטיות ואכן למד ממנו את ההוראה. מכך רואים שרצונו של הילד לשמוע עניין חדש בפנימיות התורה עורר בו צימאון כזה, עוצמה כזאת, עד שהיה מוכן להכניס את עצמו למצב של סכנה כדי לשמוע דבר חסידות. עד כמה נדרשת יגיעה, [לא ברור] של חסידות. אבל כאשר זוכים ויוצא מאמר חדש, שיחה חדשה, דבר חדש, צריך להיות לחסיד צימאון עצום לדברי אלקים חיים: לשמוע אותם, לדעת, להבין ולקבל את הגילוי שבדבר החדש בחסידות. ועל זה אומרים שצריך מסירות נפש; ועל דרך זה גם העניין של חצי כדור התחתון, שבא ממסירות הנפש. מסירות נפש שהתחילה מהתקופה של
12:01 עס נפוץ בכל קצוי תבל. וואס נאך א ענין, דער קשר הענינים מיט דעם סיפור, אינטערעסאנט, ס׳שטייט נישט בגלוי אין דעם בריוו, אבער ס׳האט זיך פון דעם המשך הענינים: אז ווי דער אלטער רבי האט געזאגט צום צמח צדק, אז תורה באקומט מען דורך מסירות נפש. דאס איז געווען דער סיפור מיטן צמח צדק, וואס האט זיך מוסר נפש געווען און איז אריינגעקראכן אין אויוון, כדי צו קענען הערן ענינים חדשים פון פנימיות התורה. און ווי דער רבי האט אמאל דערציילט דעם סיפור בפרטיות אין אן אנדער פארברענגען, [לא ברור], וואס דארטן דער רבי דערציילט דעם סיפור בפרטיות און טאקע גענומען פון דעם די הוראה. וואס פון דעם זעט מען, אז דאס וואס דאס קינד האט געוואלט הערן א נייעם ענין אין פנימיות התורה, דאס האט ביי אים ארויסגערופן אזא צמאון, אזא שטארקייט, אז ער איז געווען גרייט זיך אריינצושטעלן אין א מצב סכנה כדי צו קענען הערן א ווארט חסידות. אז וויפיל ס׳דארף זיין די יגיעה, [לא ברור] פון חסידות. אבער ווי אזוי, בשעת מ׳איז זוכה, ווען עס קומט ארויס א נייער מאמר, א נייע שיחה, א נייע ווארט, דארף א חסיד האבן ביי זיך א געוואלדיגן צמאון צו דברי אלקים חיים: עס הערן, וויסן, פארשטיין און באקומען דעם גילוי פון דעם נייעם ווארט אין חסידות. און דאס איז וואס מ׳זאגט, אז אויף דעם דארף מען מסירות נפש, וואס על דרך זה איז אויך דער ענין פון חצי כדור התחתון, פון דעם מסירות נפש. מסירות נפש וואס האט זיך אנגעהויבן פון דער תקופה פון
13:32 ג' תמוז וי"ב תמוז של אדמו"ר הריי"צ. באותה תקופה הייתה מסירות נפש בפרהסיא. ואת הסיפור הזה כולם מכירים: ביום ט"ו בסיוון לקחו את אדמו"ר הריי"צ למאסר, בגלל הפצת המעיינות והפצת היהדות שלו, כשהיה ברוסיה. כי אז נדרשה מסירות נפש בפרהסיא ממש כדי לעסוק בתורה, כדי לפתוח חדרים, מקוואות וישיבות, כפי שהיה ברוסיה באותם ימים. וזה הוביל לכך שבט"ו בסיוון תרפ"ז עצרו את אדמו"ר הריי"צ וכלאו אותו. וזה היה מאסר שיש בו סכנת נפשות בפרהסיא ממש, כפשוטו, כפי שמסופר שהיה גזר דין היפך החיים, רחמנא ליצלן. ובהמשך, בניסים גלויים, יצא הרבי מן המאסר. בג' תמוז הוא יצא מן המאסר ונשלח לגלות. לאחר מכן, אף שהיה אמור לשהות שלוש שנים בגלות בעיר רחוקה, כבר בי"ב תמוז, כעבור ימים אחדים, ביום הולדתו, יצא לחופשי. ומכך השתלשל בהמשך, כעבור כמה שבועות, כמה חודשים, שהוא יצא מרוסיה לגמרי ונסע לפולין, ובהמשך לאמריקה. כל הנסיעה הייתה המשך אחד, שבאמצעות הגאולה הזאת,
13:32 ג׳ תמוז און י״ב תמוז, פון דעם רבי הריי״צ. פון דעמאלט איז געווען א מסירות נפש בפרהסיא. און דעם סיפור ווייסן אלע: אין דעם טאג ט״ו סיון איז געווען דער טאג וואס מ׳האט גענומען דעם פריערדיקן רבי, דעם רבי הריי״צ, אין תפיסה, פאר זיין הפצת המעיינות, פאר זיין הפצת אידישקייט, ווען ער איז געווען אין רוסלאנד. ווייל דעמאלט איז געווען במסירות נפש בפרהסיא ממש, כדי צו קענען טאן אין תורה, כדי צו קענען עפענען חדרים, מקוואות, ישיבות, ווי ס׳איז געווען אין רוסלאנד אין יענע ימים. און דאס האט געפירט דערצו אז ט״ו סיון תרפ״ז האט מען ארעסטירט, איינגעשפארט דעם פריערדיקן רבי אין תפיסה. און ס׳איז געווען א תפיסה פון סכנת נפשות בפרהסיא ממש, כפשוטו, ווי ס׳איז געווען דער סיפור הדברים, וואס ס׳איז געווען א גזירה פון גזר דין היפך החיים, רחמנא ליצלן. און שפעטער, בניסים גלויים, איז דער רבי ארויסגעגאנגען פון תפיסה, און אין ג׳ תמוז, דעמאלט איז ער ארויסגעגאנגען פון תפיסה און געפארן אין גלות. און שפעטער י״ב תמוז, וואס ער האט געדארפט זיין דריי יאר אין גלות, אין א ווייטער שטאט, איז ער גלייך י״ב תמוז, אין עטליכע טעג, דעם טאג פון זיין יום הולדת, ארויסגעגאנגען אלס חופשי. און פון דעם איז שפעטער נשתלשל געווארן, עטליכע וואכן שפעטער, עטליכע חדשים שפעטער, אז ער איז ארויסגעגאנגען אינגאנצן פון רוסלאנד און איז געפארן קיין פוילן, און שפעטער קיין אמעריקע. די גאנצע נסיעה איז געווען א המשך נסיעה, וואס דורך אט דער גאולה,
14:58 התפשטה בהמשך תורת החסידות בכל קצווי תבל, ובייחוד בחצי כדור התחתון. כל זה היה תוצאה של אותו עניין, של אותו זמן, של אותה גאולה. והכול קשור במסירות נפש. וכפי שאמר אדמו"ר הריי"צ לאחר שהגיע לאמריקה, בתקופה של י"ב תמוז, שכשם שברוסיה הייתה מסירות נפש בפועל, מסירות נפש פשוטה, כדי להמשיך ללמד תורה לילדי ישראל, כך גם באמריקה צריך מסירות נפש, אלא שזה סוג אחר של מסירות נפש. זו אינה מסירות נפש של הגוף, חס ושלום, אלא מסירות נפש של הרצון. כידוע, נפש היא עניין הרצון, ומסירת נפש היא מסירת הרצון: האדם צריך למסור את רצונו. גם כשהוא נמצא באמריקה, מדינת הרווחה, שבה יש לאדם מה שהוא רוצה ומה שהוא צריך בגשמיות, עליו למסור את נפשו, למסור את רצונו, לא לעשות את מה שהוא רוצה אלא את מה שהקב"ה רוצה, לעשות את מה שהתורה מצווה עליו. ומסירת הרצון הזאת היא הכלי לכך שתורת החסידות, פנימיות התורה, תגיע לחצי כדור התחתון, ועל ידי כך תתפשט בכל העולם כולו. זהו סיפור הדברים והמשך הדברים במכתב, שבו הוא מסביר את הקשר בין הסיפור על אדמו"ר הצמח צדק לבין עניין מתן תורה בחצי כדור התחתון, באמריקה. ומה הקשר
14:58 איז שפעטער געווען די התפשטות פון תורת החסידות בכל קצוי תבל, און אין דעם דוקא אין חצי כדור התחתון. וואס אלץ איז געווען א תוצאה פון דעם ענין, פון דעם זמן, פון יענער גאולה. און דאס איז אלץ פארבונדן מיט מסירות נפש. און ווי דער רבי הריי״צ האט געזאגט, ווי ער איז געקומען אין אמעריקע, אין די תקופה פון י״ב תמוז, שפעטער, אז אזוי ווי אין רוסלאנד איז געווען מסירות נפש בפועל, מסירות נפש פשוטה, כדי צו קענען פארזעצן לערנען תורה מיט אידישע קינדער, איז אין אמעריקע דארף מען אויך האבן מסירות נפש, נאר דאס איז אן אנדער סוג מסירות נפש. ס׳איז נישט ווי מסירות נפש פון גוף, חס ושלום, אבער דאס איז מסירות נפש פון דעם רצון. ווי ס׳איז באוואוסט אז נפש איז דער ענין פון רצון, און מסירת נפש איז מסירת הרצון, אז א מענטש דארף איבערגעבן זיין רצון. זייענדיק אין אמעריקע, מדינת הרווחה, וואו מ׳האט וואס מ׳וויל און וואס מ׳דארף אין גשמיות, דארף א מענטש אבער מוסר נפש זיין, איבערגעבן זיין רצון, טאן נישט וואס ער וויל, נאר טאן וואס דער אויבערשטער וויל, טאן וואס די תורה הייסט אים. און די מסירת הרצון, דאס איז דער כלי, אז תורת החסידות, פנימיות התורה, זאל אנקומען אין חצי כדור התחתון, און דורך דעם נתפשט ווערן בכל העולם כולו. איז דאס איז דער סיפור הדברים, דער המשך אין דעם בריוו, וואס ער איז מסביר דעם קשר, דעם סיפור פון דעם צמח צדק מיט דעם ענין פון מתן תורה אין חצי כדור התחתון, אין אמעריקע. וואס דער קשר
16:25 לכ"ח בסיוון? על כך דיבר הרבי בתשמ"ט, בשבת פרשת שלח: הקשר ליום הזה, וההשגחה הפרטית במה שאירע ביום כ"ח בסיוון. מה עניינו של כ"ח בסיוון? סיוון הוא הרי החודש השלישי, חודש מתן תורה. וכידוע, בחסידות מוסבר מדוע ניתנה התורה בחודש השלישי. כי עניינו של המספר שלוש הוא עניין השלום. מבואר בחסידות שהמספר אחד אינו שלום: כשיש רק אחד, אין מחלוקת כלל. ״יחיד בלעדי״, כפי שנאמר על יום אחד — אין שום דבר מלבד הקב"ה. כשמגיע היום השני, נוצרת מחלוקת: ״ביום שני נבראה מחלוקת״. ועל דרך זה בחודשים: חודש ניסן הוא חודש יציאת מצרים. שם מלכתחילה אין שום דבר אחר. ״משכני״ — הקב"ה הוציא את בני ישראל מן הגלות, ואז אין אלא הקב"ה לבדו. ביום השני, בחודש השני, חודש אייר, ימי ספירת העומר, מתחיל העניין שיש נפש הבהמית, וצריך לברר אותה על ידי עבודת בירור נפש הבהמית, ספירת העומר, כפי שמבואר בחסידות באריכות. ובחודש השלישי כבר יש עניין של שלום. כשמגיע השלישי, כמו ביום השלישי, ״הוכפל בו כי טוב״ — טוב לשמים וטוב לבריות. ביום השלישי נעשה השלום
16:25 צו כ״ח סיון. און דאס האט דער רבי גערעדט אין תשמ״ט, אין שבת פרשת שלח, דער קשר צו דעם טאג, די השגחה פרטית, אז וואס האט פאסירט אין דעם טאג פון כ״ח סיון. וואס איז דער ענין פון כ״ח סיון? סיון איז דאך דער חודש השלישי, דער חודש פון מתן תורה. און ווי עס איז דאך ידוע, אין חסידות איז מסביר פארוואס איז תורה געגעבן געווארן בחודש השלישי. ווייל דער ענין פון מספר שלש איז דער ענין פון שלום. עס איז מבואר אין חסידות, אז דער מספר אחד, איין, איז נישט קיין שלום. עס איז דא נאר איין, איז נישט דא קיין מחלוקת בכלל. יחיד בלעדי, ווי עס שטייט דאך, יום אחד, יחיד בלעדי, איז נישט דא קיין שום זאך אויסער דעם אויבערשטן. ס׳קומט צו גיין דער צווייטער טאג, ווערט מחלוקת. יום שני נבראה מחלוקת. על דרך זה חדשים: חודש ניסן איז דער חודש פון יציאת מצרים. דארט לכתחילה איז נישט דא קיין שום אנדערע זאך. משכני, און דער אויבערשטער האט ארויסגענומען אידן פון גלות. און דעמאלט איז דא מער נישט ווי דער אויבערשטער אליין. דער יום שני, חודש השני, חודש אייר, ספירת העומר, דארט הויבט זיך אן דער ענין, אז עס איז דא נפש הבהמית. און ס׳דארף מען מברר זיין דורך דער עבודה פון בירור נפש הבהמית, ספירת העומר, ווי עס איז מבואר אין חסידות בארוכה. און חודש השלישי האט שוין דעם ענין פון שלום. אז ס׳קומט צו גיין דער שלישי, אזוי ווי יום השלישי, הוכפל בו כי טוב. טוב לשמים, טוב לבריות. אז אין דעם דריטן טאג איז געווארן דער שלום
17:53 בין המים העליונים למים התחתונים. ואז נוצרה היבשה, שאליה מגיע האדם בהמשך ועושה מן העולם דירה לו יתברך, מחבר גשמיות עם רוחניות, את העליונים עם התחתונים, עד שהכול נעשה דבר אחד. ועל דרך זה עניינו של החודש השלישי, חודש מתן תורה, שכן ״כל התורה כולה לא ניתנה אלא לעשות שלום בעולם״. התורה עושה שלום בין העליונים לתחתונים, בין גשמיות לרוחניות, ועושה מן העולם הזה הגשמי דירה לו יתברך. לכן מתן תורה הוא בחודש השלישי, כי התורה ניתנה לעשות שלום בעולם — בחודש השלישי. ובחודש השלישי עצמו יש העניין של כ"ח, כוח. זהו הכוח של מתן תורה. כפי שדיברנו קודם, היסוד בעניין הכוח הוא שיש הגילוי של מתן תורה שניתן מלמעלה. מתן תורה היה גילוי של ״וירד ה׳ על הר סיני״: הקב"ה נתן לבני ישראל מתנה מלמעלה; התורה ניתנה מלמעלה. אבל אחר כך צריכה לבוא העבודה בכוח עצמו. והעבודה בכוח עצמו, שהתחילה, כפי שדיברנו בשבוע שעבר, בעניין המרגלים — ״שלח לך״, לדעתך — היא עבודה שצריכה להיות דווקא בכוח עצמו. העבודה צריכה להיעשות בכוחות העצמיים, במסירות נפש, גם כשאין גילוי אור; כשצריך להגיע אל הטבע ולהתלבש בטבע, ולא רואים ניסים ולא רואים נפלאות. והעבודה בכוח עצמו היא גם...
17:53 צווישן המים העליונים און המים התחתונים. און דעמאלט איז געווארן די יבשה, וואס דארטן קומט אריין דער מענטש שפעטער און ער מאכט פון וועלט א דירה לו יתברך, מחבר זיין גשמיות מיט רוחניות, די עליונים מיט די תחתונים, אז עס זאל ווערן איין איינציקע זאך. על דרך זה, דאס איז דער ענין פון חודש השלישי, דער חודש פון מתן תורה, וואס כל התורה כולה לא ניתנה אלא לעשות שלום בעולם. תורה מאכט שלום צווישן די עליונים און תחתונים, גשמיות און רוחניות, מאכן פון עולם הזה הגשמי א דירה לו יתברך. וואס דערפאר איז חודש השלישי דער ענין פון מתן תורה, וואס ניתנה לעשות שלום בעולם, דער דריטער חודש. אין חודש השלישי גופא איז דער ענין פון כ״ח, כח. דאס איז דער כח פון מתן תורה. ווי מ׳האט גערעדט פריער, דער יסוד אין כח, איז דא דער גילוי פון מתן תורה וואס איז געגעבן געווארן מלמעלה. מתן תורה איז געווען א גילוי פון ״וירד ה׳ על הר סיני״, וואס מלמעלה דער אויבערשטער האט געגעבן אידן א מתנה; די תורה איז געגעבן געווארן מלמעלה. שפעטער אבער דארף צוקומען די עבודה בכח עצמו. און די עבודה בכח עצמו, וואס דאס האט זיך אנגעהויבן, ווי מ׳האט גערעדט לעצטע וואך, מ׳האט גערעדט דעם ענין פון די מרגלים, ״שלח לך״, לדעתך, וואס דעמאלט איז די עבודה דוקא בכח עצמו. אז די עבודה דארף זיין מיט די אייגענע כוחות, מיט מסירות נפש, אפילו ווען עס איז נישט קיין גילוי אור. וואס מ׳דארף אנקומען צו טבע און התלבשות אין טבע, און מ׳זעט נישט קיין ניסים, מ׳זעט נישט קיין נפלאות. און די עבודה בכח עצמו איז אויך...
19:22 נפש. ו[לא ברור], לעשות לקב"ה דירה בתחתונים בכוח עצמי — וזה היה החידוש בעניין המרגלים. אז התחילה עבודה חדשה של ״שלח לך אנשים״: לא לחכות לגילוי מלמעלה, לשבת במדבר, שבו הכול מגיע מן השמים — המן, בארה של מרים וענני הכבוד — אלא ללכת דווקא לארץ ישראל, למקום שבו צריך לפעול מתוך התלבשות בעולם. ושם נדרשת גם מסירות נפש כדי להכיר את הקב"ה, אפילו כשלא רואים גילוי עליון. העניין הזה, העבודה בכוח עצמי, התחיל בפרשת שלח. וכ״ח סיוון הוא הכוח, הכוח העצמי, והעבודה בבחינת כוח, שבה האדם צריך לעורר את כוחותיו שלו, לעבוד את הקב"ה בכוחותיו שלו, ועל ידי זה להתקשר אליו ולעשות מן העולם דירה בתחתונים. וזה עניינו של כ״ח סיוון, הכוח של מתן תורה. בדורנו התחיל הדבר באופן דומה ביום כ״ח סיוון, היום שבו הגיע הרבי לאמריקה. ושם התחילה הפצת תורת החסידות במקום שהיה מקום של חומריות וגשמיות, כפי שכולם יודעים מה הייתה אמריקה בימים ההם. באמת היה קשה לבני ישראל לשמור שם על יהדותם. עוד לפני בואו של הרבי היה קשה מבחינה גשמית להיות שם יהודי, כשעמדו בניסיונות קשים של שמירת שבת וכשרות ו...
19:22 נפש. און [לא ברור], מאכן דעם אויבערשטן א דירה בתחתונים, דורך כח עצמי, וואס דאס איז געווען דער אויפטו פון דעם ענין פון די מרגלים. אז דעמאלט האט זיך אנגעהויבן א נייע עבודה פון שלח לך אנשים. אז נישט ווארטן אז עס זאל קומען א גילוי מלמעלה, זיצן אין מדבר, וואו עס קומט אלץ פון השמים, מן און בארה של מרים און ענני הכבוד. נאר גיין דוקא אין ארץ ישראל, אין א פלאץ וואו מען דארף זיין מיט התלבשות אין וועלט. וואס דארטן מוז מען אויך מסירות נפש אויף קענען דערקענען דעם אויבערשטן, אפילו ווען מען זעט נישט קיין גילוי עליון. אט דער ענין, די עבודה בכח עצמי, דאס האט זיך אנגעהויבן אין פרשת שלח. און כ״ח סיון, דאס איז דער כח, דער כח עצמי, און די עבודה בבחינת כח, וואס דער מענטש דארף ארויסרופן אייגענע כוחות, און דינען דעם אויבערשטן מיט זיינע אייגענע כוחות, און דורך דעם זיך מקשר זיין און מאכן פון דער וועלט א דירה בתחתונים. און דאס איז דער ענין פון כ״ח סיון, דער כח פון מתן תורה, וואס דאס האט זיך אנגעהויבן על דרך זה בדורנו, דורך דעם טאג פון כ״ח סיון, וואס דעם טאג איז דער רבי אנגעקומען אין אמעריקע. און דארט האט זיך אנגעהויבן די הפצה פון תורת החסידות אין אזא מין ארט, וואס איז געווען אן ארט פון חומריות און גשמיות, וואס אלע ווייסן ווי אמעריקע איז געווען בימים ההם. עס איז געווען אמיתית שווער פאר בני ישראל אין אידישקייט. נאך פאר דעם רבי׳ן איז געווען שווער בגשמיות צו זיין א איד דארטן, ווען מען האט געהאט שווערע נסיונות פון היטן שבת און כשרות און
20:42 וכו׳, כידוע הדברים הידועים. ואף על פי כן, מתוך מסירות נפש הפכו את המצב, ואמריקה נעשתה למקום תורה, באמצעות הישיבות והחכמים, ובאמצעות הניידות שדיברנו עליהן קודם. כל הניידות הללו הביאו להפצת התורה בכלל, והתורה והחסידות בפרט, בכל קצווי תבל, החל מחצי כדור התחתון. וזה עניינו של כ״ח סיוון והכוח של מתן תורה. וזה גם עניינו של צירוף הדברים הזה: השבת היא שבת מברכים חודש תמוז. חודש תמוז הוא חודש הגאולה, שבו הייתה הגאולה של ג׳ תמוז ושל י״ב תמוז. כפי שהרבי דיבר על כך אז באריכות, החל משבת פרשת שלח, ובהמשך לכך באריכות גדולה עוד יותר, ובעניין עשיר מאוד בשבת פרשת קרח, ח׳ תמוז, [לא ברור], הוא דיבר על משמעות הדבר. כי אנו מוצאים שתמוז, מצד אחד, הוא זמן של גלות, זמן של חורבן. תמוז הוא החודש הרביעי, שבו היה חטא העגל ושבו הייתה שבירת הלוחות, וזה לא היה דבר מרומם. כל ענייני הגלות והחורבן הללו — החודש הרביעי והחודש החמישי — הם זמן של העלם והסתר, של חושך וחורבן. אבל מצד שני, על ידי גאולת אדמו"ר הריי"צ שהייתה בחודש תמוז, התגלה
20:42 וכו׳, כידוע די דברים הידועים. און פונדעסטוועגן, שטייענדיק במסירות נפש האט מען מהפך געווען, איבערגעמאכט, אז אמעריקע איז געווארן א מקום תורה, דורך די ישיבות מיט די חכמים און דורך די ניידות, וואס מען האט גערעדט פריער, די אלע ניידות, וואס דאס האט געברענגט די הפצה פון תורה בכלל און תורה וחסידות בפרט אין כל קצוי תבל, און אנהויבנדיק פון חצי כדור התחתון. און דאס איז דער ענין פון כ״ח סיון און דער כח פון מתן תורה. און דאס איז אויך דער ענין אז דאס קומט פונקט אויס אז דאס איז דער שבת מברכים חודש תמוז. וואס חודש תמוז איז דער חודש הגאולה, וואס דעמאלט איז געווען די גאולה פון ג׳ תמוז און פון י״ב תמוז, וואס ווי דער רבי האט דעמאלט ארומגערעדט באריכות, אנהויבנדיק אין שבת שלח און בהמשך לזה נאך מער באריכות, און גארן רייכן ענין אין שבת פרשת קרח, ח׳ תמוז, [לא ברור], האט ער ארומגערעדט וואס דאס איז געווען. אז דאס איז וואס מיר געפינען, אז תמוז מצד אחד, תמוז איז א זמן פון גלות, א זמן פון חורבן. תמוז איז דא דער ענין, וואס דעמאלט איז חודש הרביעי, וואס דעמאלט איז געווען דער ענין פון חטא העגל, און דעמאלט איז געווען שבירת הלוחות, און דאס איז געווען נישט אויפגערוימט, און די אלע ענינים פון גלות און חורבן, וואס חודש הרביעי און חודש החמישי, דאס איז א זמן פון העלם והסתר, פון חושך און חורבן. איז נתגלה געווארן לאידך גיסא, דורך דער גאולה פון דעם רבי׳ן הריי״צ, וואס איז געווען אין דעם חודש תמוז, איז נתגלה
22:09 יתרון האור מתוך החושך, יתרון הכוח, דווקא מתוך מקום של העלם והסתר. כפי שאנו רואים בעניין המקומות: דווקא אמריקה, דווקא חצי כדור התחתון, שבו לא היה הגילוי של מתן תורה מלמעלה — על ידי העבודה במסירות נפש הפכו אותו, ודווקא המקום הזה נעשה מקום ויסוד שממנו תתפשט התורה והחסידות בכל העולם כולו. וכך גם בזמן: דווקא חודש תמוז, זמן של העלם והסתר, של חושך, של מרירות ושל גלות, נהפך לחודש שממנו עצמו מקבלים כוחות להפצת המעיינות, בזכות גאולת אדמו"ר הריי"צ שהייתה בחודש הזה. וזה גם הקשר להמשך העניינים. כפי שאנו מוצאים בפרשת שלח, שדווקא בתוך ההעלם וההסתר מתגלה היסוד, הכוח של ״שלח לך אנשים״. כמו שאמר כלב, ״טובה הארץ מאד מאד״: דווקא על ידי העבודה בתחתונים, בעולם, בכל המעשים הגשמיים, מגיעים למדרגות הגבוהות ביותר, ״מאד מאד״; ״ועתה יגדל נא כח אדנ־י״ — המילה ״כח״ מופיעה כאן בפרשת שלח. כך גם בפרשה שלאחריה, פרשת קרח, גם שם מוצאים את העניין הזה: דווקא מתוך הרעה, מתוך ההעלם וההסתר והחושך של קרח, שהתנגד לאהרן הכהן ולמשה
22:09 געווארן דער יתרון האור מתוך החושך, יתרון כח, אז דוקא פון אן ארט פון העלם והסתר. אז אזוי ווי מיר זעען אין דעם ענין פון מקומות, אז דוקא אמעריקע, דוקא חצי כדור התחתון, וואס דארט איז נישט געווען דער גילוי פון מתן תורה מצד למעלה, איז דורך דער עבודה פון מסירות נפש האט מען מהפך געווען, אז דוקא דער ארט איז געווארן א מקום און א יסוד, אז פון דארטן וועט נתפשט ווערן תורה און חסידות על כל העולם כולו. על דרך זה אויך אין זמן, אז דוקא חודש תמוז, א זמן פון העלם והסתר, פון חושך און פון מרירות, פון גלות, איז דער חודש נהפך געווארן צו א חודש וואס פון דעם חודש גופא באקומט מען כוחות אויף די הפצה פון, פון הפצת המעיינות, די גאולה פון דעם רבי׳ן הריי״צ וואס איז געווען בחודש זה. און דאס איז אויך דער קשר מיט דעם המשך הענינים. אז אזוי ווי מיר געפינען אין פרשת שלח, אז דוקא אין דעם העלם והסתר איז מען מגלה דעם יסוד, דעם כח פון שלח לך אנשים, ווי כלב האט געזאגט, ״טובה הארץ מאד מאד״, אז דוקא דורך דער עבודה אין תחתונים, אין וועלט, אין אלע מעשים גשמיים, קומט מען צו די העכסטע מדריגות, מאד מאד, ״ועתה יגדל נא כח אדנ־י״, וואס דא שטייט דער ווארט כח דא אין דער סדרה פון שלח. על דרך זה אויך אין די פרשה שלאחרי זה, אין פרשת קרח, וואס דארט אויך געפינט מען דעם ענין, אז דוקא דורך דער רעה, וואס איז געווען א העלם והסתר און א חושך פון קרח, וואס האט געמאכט א התנגדות אויף אהרן הכהן און משה
23:31 רבינו. הרבי דיבר על מחלוקתו של קרח ועל ההסתה שלהם, שעוררו ערעור, כפי שאומר רש״י: ״שטר שיצא עליו ערעור ונתקיים בבית דין״. בעקבות הקטרוגים על אהרן הכהן בא עניין מטה אהרן: הראו לכל בני ישראל שהקב"ה בחר דווקא במטה אהרן, ״מטה אהרן בתוך מטותם״. כפי שהרבי דיבר אז, בעניין הזה התגלה הכוח שיש לבני ישראל, באמצעות רבותינו נשיאינו, להפוך את החושך הכפול ומכופל, לגלות דווקא שם את העניינים העמוקים והנעלים ביותר, ולעשות מחצי כדור התחתון מקום שממנו מפיצים את תורת החסידות בכל העולם. כך גם עניינו של כ״ח סיוון בכלל. וזה הדיוק במה שהתורה אומרת לנו בפרשה: בשעה שהביאו את המטות ולקחו את מטה אהרן, אמר הקב"ה לקחת את ״מטה אהרן בתוך מטותם״. מה באות לומר כאן המילים ״בתוך מטותם״? מה רוצה התורה לומר בכך שמטה אהרן הוא ״בתוך מטותם״? ולאחר מכן, יתר על כן: כשהגיע הבוקר, ראו על מטה אהרן את הברכה שבאה באמצעותו: ״והנה פרח״, ו״ויוצא פרח ויצץ ציץ״. ראו שהברכה שבאמצעותה מקבל אהרן את הכהונה כוללת את כל הברכות. בהמשך נאמר: ״ויראו ויקחו איש מטהו״ — כל אחד לקח את המטה שלו. מה המטרה בכך?
23:31 רבינו, און האט גערעדט וועגן דעם ענין פון קרח׳ס מחלוקת און זייער הסתה, און דאס האט ארויסגערופן אן ערעור, ווי רש״י זאגט: „שטר שיצא עליו ערעור ונתקיים בבית דין.“ אז דורך דעם וואס עס זענען געווען קטרוגים אויף אהרן הכהן, איז דעמאלט געווארן דער ענין פון מטה אהרן, אז מען האט געוויזן אלע אידן אז דער אויבערשטער האט בוחר געווען דווקא אין מטה אהרן, און מטה אהרן בתוך מטותם. ווי דער רבי האט דעמאלט גערעדט, אז אויף דעם ענין איז נתגלה געווארן דער כח, אז אידן האבן כח דורך רבותינו נשיאינו איבערצומאכן דעם חושך כפול ומכופל, און דארט מגלה זיין די טיפסטע, העכסטע ענינים, און מאכן פון דעם חצי כדור התחתון א מקום צו משפיע זיין תורת החסידות אין דער גאנצער וועלט. על דרך זה איז אויך דער ענין פון כ״ח סיון בכלל. און דאס איז דער דיוק וואס די תורה זאגט אונז אין דער סדרה, אז בשעת מען האט געברענגט, מען האט גענומען דעם מטה אהרן, האט דער אויבערשטער געזאגט אז מען זאל נעמען מטה אהרן בתוך מטותם. עפעס טוט דא זאגן „בתוך מטותם“. וואס וויל די תורה זאגן מיט דעם, אז מטה אהרן איז בתוך מטותם? און דערנאך נאך מער: בשעת עס קומט אויפן מארגן, האט מען געזען ווי אויפן מטה אהרן, האט מען געזען די ברכה וואס איז דורך מטה אהרן: „והנה פרח“, און „ויוצא פרח ויצץ ציץ“. מען האט געזען אז די ברכה, וואס דורך דעם באקומט אהרן הכהונה, נעמט אריין אלע ברכות. שטייט ווייטער: „ויראו ויקחו איש מטהו“, אז יעדער איינער האט גענומען דעם שטעקן. וואס איז דער צוועק?
25:02 למה התורה מספרת לנו כאן את פרטי הסיפור? מה זה נוגע לנו? ובכן, הרבי אומר בהתוועדות הזאת שמטה אהרן הוא העניין שעליו אנחנו מדברים: לרבותינו נשיאינו, לצדיקים, יש הכוח לפתוח. אבל לכאורה זה עניינו של צדיק. אומרת התורה: לא, „מטה אהרן בתוך מטותם“. מטה אהרן יורד אל תוך המטות, מתלבש בתוכם. הוא לא נשאר למעלה, מרומם מהם. אלא כוחו של הנשיא, שהמשיך את פנימיות התורה כאן למטה, נמסר „בתוך מטותם“. כך שכל היהודים, בכל מקום, יכולים לעסוק בהורדת אלוקות לעולם, עד שמעולם גשמי ומגושם נעשית דירה לו יתברך. ואחר כך „ויראו ויקחו איש מטהו“: כל אחד, במקום שבו הוא גר ונמצא, במדינה שלו, בעיר שלו, בארץ שלו, יוכל לפעול שם בבחינת „איש מטהו“. בכוחו של אהרן הכהן הוא יכול לעשות את עבודתו, להמשיך את הברכות שמבקשים, ולעשות מן העולם דירה לו יתברך. זהו הלקח שלוקחים מיום שנמצא בתוך ימי סגולה: שניקח ממנו את הלקח וההוראה עבורנו, עבור כל אחד מאיתנו, כי התורה היא נצחית. ובימים הגדולים האלה שבהם אנו נמצאים כעת, ניקח את הכוח של הזמן הזה, של כ״ח סיוון.
25:02 דערציילט די תורה אונז דא די פרטי הסיפור? וואס איז דאס נוגע? נו, דא זאגט דער רבי אין דעם פארברענגען, אז דער מטה אהרן, דאס איז דער ענין וואס מיר רעדן דא, דער ענין וואס רבותינו נשיאינו, די צדיקים, האבן דעם כח אויפצומאכן. אבער דאס איז דער ענין פון א צדיק. זאגט די תורה: ניין, „מטה אהרן בתוך מטותם“. אז דער מטה אהרן קומט אראפ בתוך, ער איז זיך מתלבש בתוך מטותם. ער בלייבט נישט העכער, אויפגעהויבן. נאר זיין כח, און דער ענין וואס דער נשיא האט געטאן, וואס האט ממשיך געווען פנימיות התורה דא למטה, האט איבערגעגעבן דעם כח בתוך מטותם. אז אלע אידן, און אלע אידן בכל מקום, קענען ארבעטן אויף דעם ענין פון אראפברענגען געטלעכקייט אין עולם, אז פון א גשמי ומגושם׳דיקער וועלט ווערט א דירה לו יתברך. און דערנאך „ויראו ויקחו איש מטהו“: אז יעדער איינער, אין וועלכן ארט ער וואוינט, אין וועלכן ארט ער געפינט זיך, אין זיין מדינה, אין זיין שטאט, אין זיין לאנד, זאל ער קענען דארטן טאן „איש מטהו“. דורך דעם כח פון אהרן הכהן קען ער טאן זיין עבודה, אראפברענגען די ברכות וואס מען זוכט, און מאכן פון דער וועלט א דירה לו יתברך. איז דאס דער ענין וואס מען נעמט פון א טאג וואס מען געפינט זיך אין ימי סגולה, אז מיר זאלן נעמען פון דעם דעם לקח און די הוראה פאר אונז, פאר יעדן איינעם פון אונז, ווייל די תורה איז נצחית. און אין אזעלכע גרויסע טעג וואס מען געפינט זיך איצט, זאל מען טאקע נעמען דעם כח פון דעם זמן, פון כ״ח סיון.
26:26 ומכ״ח סיוון מצטיידים בכוחות להפוך את העולם כולו ולעשות ממנו דירה לו יתברך. ועם הבעל שם טוב, הבעל שם טוב הקדוש, שקיבל את התשובה שעל ידי „יפוצו מעיינותיך חוצה“ יהיה „קא אתי מר דא מלכא משיחא“ — הרי אחרי כל כך הרבה שנים כבר צריך להגיע הזמן שבו העולם כולו [לא ברור] נעשה דירה לו יתברך. שנזכה כבר לראות בעיני בשר את גאולת משיח צדקנו: „והיה ה׳ למלך על כל הארץ, ביום ההוא יהיה ה׳ אחד ושמו אחד“.
26:26 און פון כ״ח סיון ריסט מען זיך אויף מיט די כחות איבערצומאכן און מאכן פון דער גאנצער וועלט א דירה לו יתברך. און מיט דעם בעל שם טוב, דער הייליגער בעל שם טוב, וואס האט באקומען דעם ענטפער, אז דורך „יפוצו מעיינותיך חוצה“ איז „קא אתי מר דא מלכא משיחא“, איז דא מוז שוין זיין נאך אזויפיל יארן א זמן וואס די גאנצע וועלט איז [לא ברור], ווערט א דירה לו יתברך. זאל שוין זיין בעיני בשר די גאולה פון משיח צדקנו, „והיה ה׳ למלך על כל הארץ, ביום ההוא יהיה ה׳ אחד ושמו אחד“.