לעבן חסידות · פרק 31 · 2022-06-27 · 28:28
פרשת קרח - חוקת - די געוואלדיגע אהבת ישראל פון משה רבינו - הרב אשר פרקש
תיאור הפרק
מקורות: קדושת לוי פרשת קורח לקוטי תורה פרשת קורח-חוקת לקוטי שיחות חלק יח פרשת קרח שיחה א, פרשת חוקת שיחה א
השמע המקורי · הערך על הרב אשר פרקש בחב"דפדיה
תמלול אוטומטי מהשמע, ותרגום מכונה לעברית. קישורים לחב"דפדיה נוספו אוטומטית.
00:01 מספר החסיד הרב אברהם פרידלנד, שכיום הוא ראש ישיבה, הגאון הרב אברהם פרידלנד. שמעתי ממנו את הסיפור הזה. הוא מספר שכשהיה ילד הוא גר בטורונטו. אביו, כפי שהבנתי, היה יהודי ניצול שואה שהגיע מפולין, יהודי פשוט, כמו שאומרים. וכמו יהודים רבים שהגיעו אז אחרי המלחמה, הם פחדו מן היהדות, נבהלו, וחיו בלי קיום תורה ומצוות. כילד בטורונטו הוא למד בבית ספר יהודי. באותה תקופה היה בטורונטו חסיד בשם הרב עקיבא ליפסקר. החסיד הזה היה הולך מזמן לזמן לבית הספר ההוא ונותן לילדים שיעורים בענייני יהדות, מספר להם סיפורי תורה וכיוצא בזה. פעם אחת בא הרב לדבר עם הילדים, וסיפר להם סיפורים על משה רבינו. אחר כך אמר להם שיידעו שכתוב בספרים שיש משה רבינו בכל דור ודור. מה פירוש משה בכל דור ודור? בכל דור יש משה רבינו. ממילא, גם בדור שלנו יש
00:01 דערציילט דער חסיד, הרב אברהם פרידלאנד. היינט איז ער דער ראש ישיבה, הגאון הרב אברהם פרידלאנד. דער איד, איך האב געהערט פון אים דעם סיפור. ער דערציילט ווי אזוי, ער איז געווען א קינד וואס האט געוואוינט אין טאראנטא. זיין טאטע, אזוי האב איך מער פארשטאנען, איז געווען א איד, א ניצול שואה, געקומען פון פוילן, געווען א פשוטער איד, ווי מען זאגט. און ווי אלע אידן וואס זענען יעמאלט געקומען נאך דער מלחמה, וואס האבן מורא געהאט פאר דער אידישקייט, זענען זיי געווען דערשראקן, און זיי האבן אזוי געוואוינט אן קיום תורה ומצוות. און ער, זייענדיג א קינד אין טאראנטא, האט געלערנט אין א בית ספר, אין אן אידישן בית ספר, א בית ספר. און עס איז געווען דעמאלט אין טאראנטא א איד, א חסיד, ער האט געהייסן הרב עקיבא ליפסקער. דער חסיד פלעגט מזמן לזמן גיין דארטן אין יענעם סקול, אין יענעם בית ספר, און ער פלעגט געבן שיעורים צו די קינדער וועגן ענינים פון יהדות, פון אידישקייט, דערציילן זיי סיפורי תורה און כיוצא בזה. נו, איז איינמאל געקומען דער רב, דער איד, רעדן צו די קינדער. און ער דערציילט וועגן משה רבינו, סיפורים וועגן משה רבינו. נאך האט ער זיי געזאגט, אז זיי זאלן וויסן, אז עס שטייט אין ספרים, אז עס איז דא א משה רבינו בכל דור ודור. וואס איז פשט, א משה בכל דור ודור? ביי יעדן דור איז פאראן א משה רבינו. במילא, אין היינטיגן דור איז אויך דא,
02:14 משה רבינו שבכל דור ודור. והוא אמר להם שיש יהודי, צדיק, שגר בברוקלין, והוא משה רבינו של הדור שלנו. וכשם שמשה רבינו היה רועה נאמן, שחושב על כל יהודי ודואג לכל יהודי — כפי שמסופר על משה רבינו שרדף אחרי הצאן, וכשכבשה אחת ברחה הוא דאג לה ונתן לה לשתות ולאכול — כך גם היום הצדיק הזה, הרבי, דואג כמו משה רבינו לכל יהודי מאנשי הדור. כל אחד יכול לכתוב לו, לבקש ממנו עצות ולבקש ברכות. כך דיבר איתם הרב על אמונת צדיקים ואמונת חכמים. הרב אברהם מספר שהוא היה אז ילד צעיר, בערך בן ארבע עשרה או חמש עשרה, שלמד בבית הספר ההוא. כששמע את הסיפור, הוא התעורר מאוד: מה זאת אומרת, יש משה רבינו בדור שלנו, ואפשר לכתוב לו והוא עונה? הוא החליט שהוא מוכרח לכתוב מכתב. הילד התיישב וחשב: מה אכתוב, מה אבקש? בדיוק באותו זמן קרה מעשה,
02:14 דער משה רבינו שבכל דור ודור. און ער האט זיי געזאגט אז עס איז דא א איד, א צדיק, וואס וואוינט אין ברוקלין, און ער איז דער משה רבינו פון היינטיגן דור. און ער איז, אזוי ווי משה רבינו איז געווען א רועה נאמן, וואס טראכט וועגן יעדן אידן און גיט זיך אפ מיט יעדן אידן, ווי מען געפינט ביי משה רבינו, וואס ער האט נאכגעלאפן די שעפעלעך, די ציגעלעך, און עס איז געווען א שעפעלע וואס איז אנטלאפן, און משה רבינו האט זיך אפגעגעבן מיט איר, און ער האט איר געגעבן צו טרינקען און אלע זאכן, געגעבן צו עסן. איז על דרך זה איז אויך דא היינט, יא, דער צדיק, דער רבי, גיט זיך אפ ווי משה רבינו מיט יעדן אידן פון אנשי הדור. און יעדער איינער קען צו אים שרייבן, יעדער איינער קען ביי אים בעטן עצות, בעטן ברכות. יא, און אזוי האט דער רב צו זיי גערעדט וועגן אמונת צדיקים און אמונת חכמים. איז ער דערציילט, דאס קינד, הרב אברהם, ער איז געווען א יונג קינד, א גאנצע פערצן, פופצן יאר אלט, וואס האט דעמאלט געלערנט דארטן אין דעם בית ספר. און ער האט געהערט דעם סיפור, איז ער געווארן זייער שטארק נתעורר: וואס הייסט, עס איז דא א משה רבינו אין היינטיגן דור, און מען קען צו אים שרייבן, און אז ער ענטפערט? האט ער באשלאסן אז ער מוז שרייבן א בריוו. נו, דאס קינד האט זיך אוועקגעזעצט און געטראכט: וואס זאל איך שרייבן, וואס זאל איך בעטן? איז פונקט יעמאלט פאסירט א מעשה,
03:53 היו לו תפילין שקנו לו לבר המצווה, וכפי הנראה התפילין נעלמו אז, אבדו לו. הוא החליט לכתוב לרבי את הסיפור הזה. הוא כתב שהיו לו תפילין ושהתפילין אבדו, וביקש ברכה שיוכל למצוא אותן. וכך שלח מכתב עם בקשתו, ושכח מהעניין. כעבור כמה שבועות הוא ראה שהגיע בדואר מכתב. כשהסתכל במכתב, ראה שזה מכתב שהגיע מ־770, מברוקלין, ניו יורק, מהרבי מליובאוויטש. הוא חש יראת כבוד עצומה, ובמחשבתו הצעירה, הילדותית, עלה: משה רבינו, משה רבינו שולח לי מכתב! הגיע אליי מענה ממשה רבינו! הוא התייחס לזה ביראת כבוד גדולה. הוא לקח את המכתב ופתח אותו. וזה היה תוכנו: הרבי כתב לו שהוא מצטער על מה שקרה לו, שהתפילין שלו נעלמו. והרבי רצה לומר לו שעליו לדעת שבהלכה יש דין שהתפילין צריכות להיות שלו. בתפילין שאדם נטל מאחר יכולה להיות שאלה אם הוא מקיים בהן את המצווה ויוצא בה ידי חובה. ולכן,
03:53 אז ער האט געהאט תפילין וואס מען האט אים געקויפט צו דער בר מצוה, און, ווי אזוי עס ווייזט אויס, זענען די תפילין דעמאלט נעלם געווארן, פארלוירן די תפילין. נו, האט ער באשלאסן אז ער וועט שרייבן דעם רבי'ן דעם סיפור. ער האט געשריבן אז ער האט געהאט תפילין און אז די תפילין זענען פארלוירן געווארן. און ער האט געבעטן א ברכה אז ער זאל קענען געפינען די תפילין. ווי אזוי האט ער עס געשיקט, וואס ער האט געבעטן? ער האט געשיקט א בריוו און האט פארגעסן פון דעם. נאך עטלעכע וואכן זעט ער אין פאסט אנגעקומען א בריוו. ווען ער גייט קוקן אויפן בריוו, זעט ער אז דאס איז א בריוו וואס איז געקומען פון סעווען סעווענטי, פון ברוקלין, ניו יארק, פונעם ליובאוויטשער רבי'ן. ער איז געווען מיט א מורא'דיגע יראת כבוד, און אין זיין יונגן, מען זאגט, קינדערישן קאפ איז אריינגעפאלן: משה רבינו, משה רבינו שיקט מיר א בריוו! וואו קומט אן ענטפער פון משה רבינו? ער איז געווען זייער מיט יראת כבוד פון דעם. נו, האט ער גענומען דעם בריוו, האט עס געעפנט. און זעט ער, דאס איז געווען דער תוכן פון דעם בריוו: אין דעם תוכן פון דעם בריוו איז געשטאנען, אז דער רבי שרייבט אים אז ער איז זיך מצטער פון דעם וואס אים איז פאסירט, אז ביי אים זענען נעלם געווארן די תפילין. און וויל ער אים זאגן, וואס שרייבט אים דער רבי? ער זאל וויסן אז אין הלכה איז דא א דין, אז די תפילין דארפן זיין אייגענע תפילין. גענומענע תפילין קען זיין א שאלה, און אז, אז
05:33 כדאי שהוא ימחל. שיאמר לעצמו שהוא מוחל לכל מי שאולי לקח את התפילין, כדי שהתפילין יהיו רכושו של מי שמחזיק בהן ומשתמש בהן, שיוכל לקנות אותן ושהן יהיו שלו. ממילא הדבר יסיר בעיה בהלכה, וכך כל אחד יקיים את המצווה כדבעי למהוי. הוא מספר שהתפעל מאוד מן התשובה הזאת. הוא היה ילד שעוד לא ידע הרבה הלכה, לא ידע את כל הדברים האלה, אבל חשב על כך. ראשית, על עצם העניין: הרבי מליובאוויטש הוא אדם עסוק, שעסוק בענייני כלל ישראל, ויש לו כל כך הרבה עניינים על הראש שהוא צריך לנהל בעולם כולו, ובכל זאת הוא לוקח מזמנו כדי לענות למכתב של ילד צעיר שנמצא בטורונטו, שמעולם לא ראה אותו ואינו יודע היכן הוא נמצא. ולא רק זאת: מה רואה הרבי מליובאוויטש בסיפור שילד מספר לו? הוא חושב מיד כיצד הסיפור הזה יכול לעזור ליהודי נואש. כלומר, כיוון שהתפילין אבדו, ייתכן שמישהו ייקח אותן.
05:33 ממילא איז מקיים די מצוה, וכולי, ויצא בזה. אז במילא איז כדאי אז ער זאל מוחל זיין. ער זאל זאגן צו זיך אז ער איז מוחל, אויף יעדן, אויף דעם וואס האט אפשר צוגענומען די תפילין, אז די תפילין זאלן ווערן אייגנטום פון דעם וואס האט די תפילין און ניצט דאס, זאל ער קענען קונה זיין די תפילין און ווערן זיין אייגנטום די תפילין. און ממילא וועט עס אראפנעמען א פראבלעם אין הלכה, און ממילא וועט עס הייסן אז יעדער איז מקיים די מצוה כדבעי למהוי. ער דערציילט אז ער איז מורא׳דיג נתפעל געווארן פון דעם ענטפער. דא איז געווען א קינד וואס האט נאך נישט געוואוסט פון אזויפיל הלכה, נישט געוואוסט די אלע זאכן, אבער האט זיך אריינגעטראכט אין דעם. ערשטנס, אין דעם עצם ענין, אז דער ליובאוויטשער רבי, אז ער איז א איד וואס ער איז פארנומען, א מענטש וואס איז פארנומען מיט כלל ישראל, און ער האט אזויפיל ענינים אויפן קאפ וואס ער דארף פירן אין דער גאנצער וועלט, זאל נעמען פון זיין צייט צו ענטפערן א בריוו צו א יונג קינד וואס געפינט זיך אין טאראנטא, וואס האט אים קיינמאל נישט געזען, ווייסט נישט וואו ער איז. און נישט נאר דאס: אין דעם תוכן פון דעם ענטפער, וואס זעט דער ליובאוויטשער רבי אין דעם וואס א קינד דערציילט אים א סיפור? ער טראכט גלייך ווי אזוי קען דער סיפור העלפן א פארצווייפלטן איד. דאס הייסט אז וויבאלד די תפילין זענען פארלוירן געווארן, קען דא זיין אז איינער וועט עס נעמען.
06:59 אז אם הוא לא ימחל, עלולה להיות בעיה הלכתית כשהאיש יניח את התפילין של אותו יהודי. הוא חשב מיד איך לוודא שלא תצא מזה עוגמת נפש, אלא אדרבה, שמי שמצא את התפילין יוכל לקיים את המצווה. הדבר הזה עשה עליו רושם עצום, ומאז הוא התחיל לבוא ללמוד חסידות וללמוד תורה בכלל. הוא התקרב לתורה ומצוות, ובהמשך הלך ללמוד בישיבה, ונעשה לאחד מגדולי תלמידי החכמים ומגדולי החסידים. היום הוא ראש ישיבה מופלא ומשפיע גדול, יהודי שיש לו כוח והשפעה עצומים בשביל [לא ברור], בשביל [לא ברור] יהדות, בשביל [לא ברור] תורה, בארץ ישראל ובעולם כולו. וזה מה שאנחנו מוצאים בפרשיות שאנחנו לומדים בשבועות האלה, בשלוש הפרשיות של השבועות האחרונים: כולן פרשיות שמדברות על ניסיונות שעבר משה רבינו. ואנחנו רואים בכל אחת מהן את אהבת ישראל המופלאה ואת מסירות הנפש העצומה של משה רבינו על אהבת ישראל. נדבר על נקודה אחת מפרשת קרח, ועוד נקודה מפרשת חוקת. כשמדובר באהבת ישראל אמיתית — במסירות, בהתמסרות
06:59 איז אויב ער וועט נישט מוחל זיין, קען דא זיין א פראבלעם אין הלכה ווען עס גייט אנהענגען די תפילין פון יענעם איד. ער טראכט גלייך ווי אזוי קען מען מאכן זיכער אז עס זאל נישט ארויסקומען פון דעם קיין עגמת נפש, נאר אדרבה, אז דער וואס האט געפונען די תפילין זאל קענען מקיים זיין די מצוה. און די זאך האט ביי אים געמאכט א מורא׳דיגן רושם, און אזוי האט ער אנגעהויבן פון שפעטער, פון דעם, קומען לערנען חסידות און לערנען תורה בכלל, און ער איז נתקרב געווארן צו תורה ומצוות, און ער איז שפעטער געגאנגען לערנען אין א ישיבה, און ער איז געווארן איינער פון די גרעסטע תלמידי חכמים, גרעסטע חסידים, היינטצוטאג א מורא׳דיגער ראש ישיבה און א גרויסער משפיע, און א איד וואס האט א מורא׳דיגן כח און א השפעה נאר פאר [לא ברור], נאר פאר [לא ברור] יהדות, נאר פאר [לא ברור] תורה, אין ארץ ישראל און אין דער גאנצער וועלט. וואס דאס איז וואס מיר געפינען אין די פרשיות וואס מיר לערנען אין די וואכן, בשלש פרשיות, די פרשיות וואס מיר לערנען אין די לעצטע פאר וואכן, דאס איז אלץ פרשיות וואס רעדן ארום ווען עס גייט א נסיון פון משה רבינו. און מיר זעען די מורא׳דיגע אהבת ישראל און די מורא׳דיגע מסירות נפש אויף אהבת ישראל, וואס מיר געפינען ביי משה רבינו, אין יעדע איינע פון די פרשיות. מיר רעדן א ווארט פון פרשת קרח, און נאך א ווארט פון פרשת חוקת. ווען עס קומט צו אהבת ישראל, די אמת׳ע, ווי אזוי די איבערגעגעבנקייט, די מסירות
08:35 נפש, ובמבט אמיתי ומאיר — אנחנו רואים את אהבת ישראל העצומה של משה רבינו לכל אחד, ולומדים מכך הוראה לכל אחד מאיתנו: איך צריכה להיות אהבה אמיתית, ומהו המבט האמיתי והמאיר שבו מסתכלים על יהודי. כשמסתכלים בפרשת קרח, יש קושיה ישנה שגם המפרשים שואלים: איך ייתכן שהפרשה נקראת פרשת קרח? הרי קרח היה רשע, הוא עשה מחלוקת, „ולא יהיה כקרח וכעדתו“, ובכל הפרשה רואים את השלילה, עד כמה מעשיו של קרח היו מרים ורעים. כפי שרש״י אומר, בכל מה שהיה עד אז הצליח משה רבינו לבטל את הגזירות; אבל כשהגיע מעשה קרח, נאמר „ויפלו על פניהם“. הרי החטא של קרח היה חטא גדול בישראל, ואף על פי כן הפרשה נקראת פרשת קרח. יש על כך כמה וכמה ביאורים. אנחנו גם רואים שבספריהם של גדולי ישראל, ובפרט של תלמידי הבעל שם טוב, נאמרים על קרח דברים נפלאים: שקרח היה גדול מאוד, איש קדוש, ושמחשבותיו והעניינים שהיו אצלו נבעו ממדרגות גבוהות.
08:35 נפש, און ווי אזוי מיט אן אמת׳ן ליכטיגן קוק, די געוואלדיגע ליבשאפט פון אהבת ישראל פון משה רבינו צו יעדן איינעם, ווי אזוי דאס איז א הוראה צו יעדן איינעם פון אונז, ווי אזוי עס דארף זיין די אמת׳ע ליבשאפט און דער אמת׳ער ליכטיגער קוק ווי אזוי מען קוקט אויף א אידן. איז, אז מען גיט א קוק אין פרשת קרח, איז דאך דא אן אלטע קשיא וואס מיר פרעגן, אזוי אויך מפרשים: ווי קומט דאס אז די פרשה ווערט אנגערופן פרשת קרח? קרח איז דאך געווען א רשע, קרח איז דאך געווען א — ער האט געטאן א מחלוקת, „ולא יהיה כקרח וכעדתו“, און די גאנצע פרשה זעט מען דאך די שלילה, ווי ביטער און ווי שלעכט וואס עס איז געווען מיט קרח. ווי רש״י זאגט, אז די אלע זאכן וואס איז געווען ביז איצט, וואס משה רבינו איז מצליח געווען, קען מען מבטל זיין אלע גזירות; ווי נאר עס איז געקומען צו גיין צו די מעשה פון קרח, איז „ויפלו על פניהם“, וואס שמוען איז געווען. איז דאך דאס אז דער חטא פון קרח איז געווען א חטא גדול בישראל, און פון דעסטוועגן ווערט די פרשה אנגערופן פרשת קרח. דאס זענען כמה וכמה ביאורים, און מיר זעען דאך אז אין די ספרים פון די גדולים, בפרט אין תלמידי הבעל שם טוב, וואס רעדן וועגן קרח ענינים נפלאים, אז קרח איז געווען א גדול גדול, קרח איז געווען אן איש קדוש, און זיינע ענינים וואס ער האט, וואס ער האט, וואס איז געווען ביי אים, די מחשבה, געקומען פון הויכע מדרגות,
10:11 וכך מבואר בכמה ספרים. עד שגם אדמו"ר הזקן מבאר בתורה אור — בלקוטי תורה — שעניינו של קרח היה שהוא ראה מה יהיה לעתיד לבוא, כשמשיח יבוא, שאז הלויים יהיו למעלה מהכוהנים. והוא רצה כבר עכשיו להחיל את המצב שיהיה לעתיד לבוא, את מעלתו של שבט לוי, כי אז תהיה מעלת הגבורה, והלכה כבית שמאי. ויש עוד כמה עניינים שמדברים על כך. גם בספרי חסידות אחרים, בקדושת לוי, מובא על דרך זה שקרח רצה [לא ברור]. כל זה מובא בכמה ספרים על גדלותו של קרח. אבל איך מפרשים את הדברים כפשוטם? מה התירוץ? מה רואים כאן? איך אפשר ללמוד בפרשת קרח עניין חיובי? איך מסתכלים על כך בפשטות, ומה לומדים מזה על האופן שבו מסתכלים על יהודי? יש על כך ביאור מופלא של הרבי מבאבוב. הוא מפנה את תשומת הלב למה שרש״י מביא בפרשה שלנו: בשעה שמשה ניהל ויכוח עם קרח ועדתו, שרצו להיות כוהנים — „ובקשתם גם כהונה“ — ובכל הדין ודברים שהיה ביניהם.
10:11 נאר אזוי איז געווען. עס רעדט זיך אין כמה ספרים, ביז ביים אלטן רבי, ער איז מבאר אין תורה אור — אין לקוטי תורה — אז דער ענין פון קרח איז געווען, אז ער האט געזען וואס וועט זיין לעתיד לבוא, ווען משיח וועט קומען, ווייל דעמאלט וועלן די לויים זיין העכער פון די כהנים. און ער האט שוין געוואלט איצט אפעלירן דעם ענין, אז עס זאל זיין אזוי לעתיד לבוא, די מעלה פון שבט לוי, ווייל דעמאלט וועט זיין דער ענין פון גבורה, הלכה כבית שמאי. און כמה ענינים רעדט זיך דערוועגן. עס ברענגט זיך אויך אין אנדערע חסידישע ספרים, אין קדושת לוי, אויך על דרך זה, אז קרח האט געוואלט [לא ברור]. ווייל דאס אלץ ברענגט זיך אין כמה ספרים, די גדלות פון קרח. און פון דעם וועגן, ווי טייטשט מען דאס אפ פון די פשוטע ווערטער? וואס איז דער תירוץ? וואס זעט מען? ווי קען מען לערנען אין קרח, אין דער פרשה פון קרח, דעם ענין חיובי? ווי אזוי, מיט א פשוט'ן קוקן, און פון דעם נעמט מען די הוראה, ווי אזוי מען קוקט אויף א אידן. איז דא א מורא'דיגע ביאור פון דעם באבובער רבי, וואס ער קוקט וואס מיר זעען אין רש״י, אין היינטיגער פרשה, וואס רש״י ברענגט, אז בשעה משה האט געפירט א ויכוח מיט קרח ועדתו, וואס זיי האבן געוואלט זיין כהנים, „ובקשתם גם כהונה“, די גאנצע ריב דא וואס איז געווען דא.
11:42 בשקלא וטריא ובדין ודברים שבין משה רבינו לעדת קרח, יש לשון ברש״י: כשמשה רבינו הסביר להם עד כמה הדבר מסוכן, מר ורע — לעשות מחלוקת נגד אהרן הכהן ולבקש כהונה, „המעט מכם“, „ובקשתם גם כהונה“ וכל העניינים האלה — רש״י אומר שמשה רבינו אמר להם, על מה שאתם רוצים, [לא ברור], „גם אני רוצה בכך“. גם אני רוצה. וזו קושיה עצומה: איך ייתכן שרש״י כותב שמשה רבינו אמר לבני קרח „גם אני רוצה בכך“? רוצה במחלוקת? רוצה בדבר שהוא נגד רצונו של הקב״ה, להיות כוהנים גדולים? מה פירוש שגם משה רבינו רוצה בכך, „גם אני רוצה בכך“? מה הנקודה בזה? זה דבר מופלא, וזה העומק כשמסתכלים בעין הנכונה, למעליותא. כשמתבוננים בתוכן הפנימי של סיפור קרח, יש בו מוסר השכל עצום. משה רבינו, הרועה האמיתי של ישראל והאוהב האמיתי של ישראל, חיפש איזו נקודה למעליותא יש בקרח. קרח בא, פותח במחלוקת, מנסה להכניע את משה רבינו ורב איתו.
11:42 שקלא וטריא, דין ודברים צווישן משה רבינו מיט עדת קרח. איז דא דער לשון רש״י, אז משה רבינו, בשעה וואס ער האט מסביר געווען ווי געפערלעך און ווי ביטער און ווי שלעכט דאס איז, וואס ער וויל מאכן א מחלוקת קעגן אהרן הכהן און בעטן כהונה — „המעט מכם“, „ובקשתם גם כהונה“, די אלע ענינים — איז דא דער לשון רש״י וואס רש״י זאגט, אז משה רבינו האט זיי געזאגט, אז דאס וואס איר ווילט, [לא ברור], „גם אני רוצה בכך“. איך וויל אויך. איז דאס פונקט זיך א מורא'דיגע קשיא: ווי קומט צו רש״י שרייבן אזעלכע ווערטער, אז משה רבינו האט געזאגט צו די בני קרח „גם אני רוצה בכך“? רוצה אין דעם ענין פון מחלוקת? רוצה אין דעם ענין פון אזא זאך וואס איז אנטקעגן דעם רצון פון דעם אויבערשטן, זיין כהנים גדולים? וואס איז דער טייטש אז משה רבינו וויל עס אויך, „גם אני רוצה בכך“? וואס איז די נקודה אין דעם? נו, דאס איז א מורא'דיגע זאך, און דאס איז דער עומק ווען מען קוקט מיט דעם ריכטיגן אויג, למעליותא. ווען מיר רעדן אין דעם תוכן פנימי פון דעם סיפור פון קרח, איז גאר אין דעם ענין פאראן א מורא'דיגע מוסר השכל. וואס משה רבינו האט געזוכט, זייענדיג דער אמת'ער רועה ישראל און אמת'ער אוהב ישראל, איז משה רבינו האט געזוכט וועלכע נקודה למעליותא געפינט זיך דא אין קרח. קומט צו גיין קרח, און קומט צו גיין און פירט איין מחלוקת, און ער איז מכניע משה רבינו, און ער קריגט זיך מיט משה רבינו.
13:16 והוא חולק על אהרן הכהן ומעורר מחלוקת בין יהודים. ובמבט הזה משה רבינו רואה בקרח שיש בו עניין גדול למעליותא. ומהו העניין למעליותא שיש בקרח? עצם הרצון של קרח להיות כהן. קרח בא וטען: ״כי כל העדה כולם קדושים ובתוכם ה׳״, ״ומדוע תתנשאו על קהל ה׳?״ איך פירש משה רבינו את העניין, ואיך ראה את הטענה? שבעצם הטענה יש טענה חיובית. מהי הטענה של משה רבינו? הטענה של קרח, סליחה. קרח ראה שיש כהן גדול שנכנס לבית המקדש ועושה [לא ברור]. הוא מגיע לדרגה הגבוהה ביותר של דבקות, לדרגה הגבוהה ביותר בקדושה ובאלוקות. ולכן, כשמשה רבינו מתבונן בקרח, הוא רואה שקרח בא וטוען ״כי כל העדה כולם קדושים״. הרי כל היהודים קדושים באמת. לכל היהודים יש קדושה. וכפי שרש״י אומר, הרי כולם עמדו בהר סיני, וכולם שמעו ״אנכי ה׳ אלקיך״. ועל הר סיני היה, כפי שנאמר בפסוק: ״ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש״. הקב״ה אמר ליהודים ״ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש״, שכל יהודי שייך ל״ממלכת כהנים״. עד כדי כך שבעל הטורים אומר שכל יהודי הוא בדוגמת כהן גדול.
13:16 און ער קריגט זיך מיט אהרן הכהן, און ער פירט איין מחלוקת צווישן אידן. און פון דאס אויג זעט משה רבינו אין קרח אז דא פאראן אין קרח א מורא'דיגער ענין למעליותא. און וואס איז דאס למעליותא וואס איז דא אין קרח? דער עצם רצון וואס קרח האט אויף זיין כהן. און קרח איז געקומען און געטענה'ט: „כי כל העדה כולם קדושים ובתוכם ה׳“, „ומדוע תתנשאו על קהל ה׳?“ איז ווי משה רבינו האט געטייטשט דעם ענין, ווי האט משה רבינו געזען די טענה? אז אין דער עצם טענה איז א טענה חיובית. וואס איז די טענה פון משה רבינו? די טענה פון קרח, אנטשולדיגט. די טענה פון קרח איז: ער האט געזען אז עס איז דא א כהן גדול וואס גייט אריין אין בית המקדש און וואס מאכט [לא ברור]. דאס קומט צו דער העכסטער דרגא פון דביקות, דער העכסטער דרגא אין קדושה, אין געטלעכקייט. איז במילא, בשעה וואס משה רבינו גייט און קוקט אויף קרח, און ער זאגט, קומט צו גיין קרח און טענה'ט „כי כל העדה כולם קדושים“. אלע אידן זיינען דאך אמת'דיג קדושים. אלע אידן האבן דאך קדושה. און ווי רש״י זאגט, זיינען דאך אלע געשטאנען ביים הר סיני. און זיי האבן אלע געהערט „אנכי ה׳ אלקיך“. און אין הר סיני איז דא געווען, עס שטייט אין פסוק: „ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש“. דער אויבערשטער האט געזאגט צו אידן „ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש“, אז יעדער איד איז א ממלכת כהנים. ביז וואס דער בעל הטורים זאגט, אז יעדער איד איז בדוגמת כהן גדול.
14:57 ולכן קרח בא וטוען ״כי כל העדה כולם קדושים״. הרי לכל היהודים יש קדושה עצומה, כל היהודים קיבלו בהר סיני את ״אנכי ה׳ אלקיך״, ״פנים בפנים דיבר ה׳ עמכם״. ולכל יהודי נאמר ״ואתם תהיו לי ממלכת כהנים״. אם כן, כל יהודי יכול להגיע למדרגת כהן גדול. נכון שיש רק כהן גדול אחד, והוא היה אהרן הכהן, אבל אולי הקב״ה יכול לתת רשות שיהיו עוד כהנים. אין צורך לבטל את מקומו של אהרן הכהן, אבל אולי יכולים להיות כאן עוד יהודים; הרי לכל יהודי יש שייכות לקדושה הזאת. למה שלא תינתן רשות לעוד יהודים להיות כהנים? משה רבינו אומר לקרח: ״גם אני רוצה בכך״. הרצון שלך, עצם הרצון, הוא רצון חיובי: שיהודי ירצה להיות כהן גדול, ירצה להגיע לדרגה של דבקות וקדש הקדשים, וירצה להגיע לדרגת הקדושה הגבוהה ביותר. עצם העניין הוא רעיון נפלא, קריאה חיובית. עד שגם הרמב״ם עצמו אומר בהלכות שמיטה ויובל: ״ולא שבט לוי בלבד, אלא כל איש ואיש אשר נדבה רוחו אותו״. כשאדם רוצה להקדיש את עצמו קודש קדשים, הוא יכול להיות כמו שבט לוי בעניין הקדושה, בעניין העבודה.
14:57 איז במילא קומט צו גיין קרח, און קרח טענה'ט „כי כל העדה כולם קדושים“. אלע אידן האבן דאך א מורא'דיגע קדושה, אלע אידן האבן ביים הר סיני באקומען דעם „אנכי ה׳ אלקיך“, „פנים בפנים דיבר ה׳ עמכם“. און ביי יעדן איד איז געווען דאס „ואתם תהיו לי ממלכת כהנים“. איז קען דאך יעדער איד ווערן במדרגת כהן גדול. איז אז דא נאר איין כהן גדול, און דאס איז געווען אהרן הכהן, אבער קען דאך זיין אז אפשר דער אויבערשטער זאל געבן רשות אז עס זאלן זיין נאך כהנים. מען דארף דאך נישט מבטל זיין די נקודה פון אהרן הכהן, אבער אפשר קענען דא זיין נאך אידן; יעדער איד האט דאך א שייכות צו דער קדושה. פארוואס זאל מען נישט געבן רשות אז נאך אידן זאלן קענען זיין כהנים? זאגט משה רבינו צו קרח, „גם אני רוצה בכך“. דער רצון וואס דו האסט, איז דער עצם רצון א רצון חיובי: אז א איד זאל וועלן זיין א כהן גדול, אז א איד זאל וועלן זיין אין א דרגא פון דביקות און קדש הקדשים, און זאל וועלן צו דער העכסטער דרגא פון קדושה. איז דער עצם ענין א מורא'דיגער רעיון, א חיוב'דיגע קריאה. און ביז וואס דער רמב״ם אליין זאגט דאך אין הלכות שמיטה ויובל, וואס דער רמב״ם זאגט: „ולא שבט לוי בלבד, אלא כל איש ואיש אשר נדבה רוחו אותו“, ווען א מענטש וויל זיך מקדיש זיין קדש קדשים, קען ער ווערן ווי שבט לוי אין דעם ענין הקדושה, אין דעם ענין פון, פון, פון דינען.
16:28 והוא מתקדש קודש קדשים, והרמב״ם מביא את הפסוק ״אני חלקך ונחלתך״. יהודי נעשה ״חלקך ונחלתך״ של הקב״ה, כמו הלויים וכמו הכהנים. וזה מה שרש״י מדגיש כשהוא אומר: ״גם אני רוצה בכך״. עצם הרצון הוא דבר טוב. הטעות של קרח הייתה שהוא לקח את הרצון הזה והפך אותו לשיטה, ורצה בפועל ממש לחלוק על משה רבינו. עצם הרצון צריך להיות; המעשה בפועל ממש לא צריך להיות, כי אנחנו צריכים לציית למשה רבינו ולדעת מה מותר לנו ומה לא, איך עלינו לעשות זאת ומה עלינו לעשות. אבל עצם הרצון הוא עניין חיובי. ומפרשת קרח לומדים הוראה נפלאה כיצד יהודי צריך להסתכל על יהודי אחר. גם אם אתה רואה יהודי שנראה לך כמו קרח, יהודי שלכאורה מעורר מחלוקת, ואתה רואה אצלו התנהגות לא ראויה — אם תתבונן בו ותסתכל בפנימיות שלו, עליך לראות את מציאותו האמיתית: את ה״גם אני רוצה בכך״. עליך לגלות ולהוציא ממנו את הטוב הנעלם שנמצא בו, ועל ידי כך תוכל להפוך אותו. וזה הרי מה
16:28 און ער ווערט נתקדש קדש קדשים, און דער רמב״ם ברענגט דעם פסוק פון „אני חלקך ונחלתך“. אז א איד ווערט „חלקך ונחלתך“ פון דעם אויבערשטן, אזוי ווי די לויים און אזוי ווי די כהנים. און דאס איז וואס רש״י באווארנט און זאגט: „גם אני רוצה בכך“. דער עצם רצון, דאס איז א גוטע זאך. דער טעות פון קרח איז אז ער האט גענומען און האט געמאכט פון דעם א שיטה, און האט געוואלט בפועל ממש זיך קריגן אויף משה רבינו. דער עצם רצון דארף זיין; דער בפועל ממש דארף נישט זיין, ווייל מיר דארפן פאלגן משה רבינו און מיר דארפן וויסן וואס מיר מעגן און וואס מיר דארפן נישט, און ווי אזוי מיר דארפן דאס טאן און וואס מיר דארפן טאן. אבער דער עצם רצון, דאס איז אן ענין חיובי. און פון דער פרשה פון קרח לערנט מען א מורא׳דיגע הוראה ווי אזוי א איד דארף קוקן אויף א צווייטן איד. אפילו דו זעסט א איד, אפילו דו זעסט א איד און ס׳קוקט אויס אז דאס איז א קרח־איד, דו זעסט א איד וואס לכאורה פירט א מחלוקת, זעסט א איד וואס דו זעסט ביי אים אן אומגעבילדערטע צורה. אבער אז דו ביסט מעיין אין אים און דו קוקסט זיך צו צו זיין פנימיות, דארפסטו זען זיין אמת׳ע מציאות: אז „גם אני רוצה בכך“, און זען ארויסנעמען פון אים, מגלה זיין דעם טוב הנעלם וואס געפינט זיך ביי אים, און דורך דעם קענסטו מהפך זיין. און דאס איז דאך וואס
17:51 שרואים בהמשך הפרשה: גם אחרי שמשה רבינו ראה שאין כאן רק רצון בקדושה, העניין של ״רוצה בכך״, אלא שיש כאן גם כוח של מחלוקת, כוח של ריב ועניין של קנאה, בכל זאת משה רבינו פנה לקב״ה. כפי שרש״י אומר בהמשך, בפסוק מאוחר יותר, משה רבינו אמר: אם יש מי שסרח, לא צריך להטביע את כל המדינה, כפי שרש״י מביא במשל למלך. מלך שמדינה סרחה עליו — ייתכן שהמלך אינו יודע מי הוביל את המחלוקת ומי רק נגרר אחריה. אבל אתה, כך טען משה רבינו לפני הקב״ה, הרי יודע מי הוביל את המחלוקת ומי בעצם אינו שייך אליה, ועליהם צריך ללמד זכות. כי כאן רואים את הגדלות העצומה באופן שבו משה רבינו מסתכל על יהודים. גם כשהוא רואה שיש מחלוקת, ושיש אנשים שמעוניינים לעורר מחלוקת וקנאה וכו׳, בכל זאת הוא מלמד עליהם זכות, מתפלל עבור
17:51 מ׳זעט אין דעם המשך הפרשה, ווי משה רבינו, אפילו נאך דעם ווי משה רבינו האט געזען, אפילו נאך דעם ווי משה רבינו האט געזען אז דא איז פאראן, דא איז נישט נאר אן ענין וואס „רוצה בכך“, דער ענין הקדושה, נאר דא איז פאראן א כח פון מחלוקת, און ס׳איז פאראן דא א כח פון ריב, און ס׳איז פאראן אן ענין פון קנאה. פונדעסטוועגן איז געקומען צו גיין משה רבינו צום אויבערשטן, ווי רש״י זאגט ווייטער אין א שפעטערדיקן פסוק, און משה רבינו האט געזאגט: נו, אז ס׳איז דא איינער וואס סרח, דארף מען נישט טובלען די גאנצע מדינה, ווי רש״י ברענגט א משל למלך. נו, א מלך וואס סרחה עליו מדינה, נו, דער מלך קען זיין ער ווייסט נישט ווער איז דער וואס האט אנגעפירט די מחלוקת, און דער וואס האט זיך מענטשלעך נאר געשלעפט צו דער מחלוקת. אבער דו, אזוי האט געטענה׳ט משה רבינו צום אויבערשטן, דו ווייסט דאך ווער איז דער וואס האט אנגעפירט די מחלוקת און ווער איז א מענטש וואס בעצם באלאנגט זיך נישט צו דעם, און במילא דאס דארף דא מלמד זיין. ווייל דא זעט מען א מורא׳דיגע גדלות ווי משה רבינו קוקט אויף אידן. און אפילו נאך דעם וואס ער זעט אז ס׳איז דא א מחלוקת, און ס׳איז דא מענטשן וואס זיי זענען אינטערעסירט אין פירן א מחלוקת און קנאה וכו׳, פונדעסטוועגן איז ער מלמד זכות אויף זיי, ער איז מתפלל פאר
19:11 אותם אנשים, ומשתדל לצמצם ככל האפשר את מספרם של מי שייפגעו, כך שבסופו של דבר יישארו רק יחידים, ועל כל האחרים יהיה אפשר ללמד זכות. כי באמת, מהי המציאות? יהודי בעצם אינו שייך למחלוקת, יהודי בעצם אינו שייך לקנאה; יהודי בעצם הוא ״רוצה בכך״ — מה שהוא רוצה באמת הוא קדושה. וזה הרמז והראיה מכך שכל הפרשה נקראת בשם קרח, למעליותא. כפי שרש״י אומר ברש״י הראשון בפרשה: ״פרשה זו יפה נדרשת במדרש תנחומא״. ״יפה נדרשת״. אפשר ללמוד את הפרשה על פי פשוטו של מקרא, אבל אפילו בפשוטו של מקרא, שבו עוסק רש״י, נאמר ״יפה נדרשת״: כשמסתכלים על הפרשה במבט עמוק יותר, במבט עדין יותר, רואים בכל יהודי, אפילו בקרח, את ה״רוצה בכך״. בפנימיותו הוא בעצם רוצה קדושה, עד שמגלים את הרצון הזה והוא נעשה אכן מציאותו האמיתית. וזה מה שהיה אחר כך אצל בני קרח. הרי אומרים שבני קרח אכן הרהרו בתשובה. כן, בני קרח היו בוודאי מבני המשפחה, כי האמת התגלתה בגלוי באמצעות הרהור התשובה הזה, ולכן אחר כך אירע להם, כפי שרש״י מספר בפרשה הזאת ובפרשה מאוחרת יותר, שהם יצאו אחר כך והיו להם
19:11 זיי, און ער פרובירט מאכן זיכער וואס ווייניקער, נו, אז ביז צום סוף זענען געבליבן מענטשן ווי איינציקע, און די אלע אנדערע זאלן מלמד זיין. ווייל באמת, וואס איז דען דער מציאות? ווייל א איד בעצם איז נישט שייך צו מחלוקת, א איד בעצם איז נישט שייך צו קנאה, א איד בעצם איז „רוצה בכך“, וואס ער וויל, ער וויל ממש קדושה. און דאס איז דער רמז און די ראיה פון דעם וואס די גאנצע פרשה ווערט אנגערופן בשם קרח, למען יוסי. ווי רש״י זאגט אין דעם ערשטן רש״י אין דער פרשה, נו, אז „פרשה זו יפה נדרשת במדרש תנחומא“. נו, אז „יפה נדרשת“. דא קענסטו די פרשה, ווי אזוי מ׳לערנט דאס אויף פשוטו של מקרא. אבער אפילו אויף פשוטו של מקרא, וואס רש״י דאך פשוטו של מקרא איז, „יפה נדרשת“: אז מ׳קוקט די פרשה מיט א טיפערן קוק, מיט אן איידלערן קוק, איז דעמאלט זעט מען אין יעדן איד, אפילו אין א קרח, זעט מען „רוצה בכך“, אין פנימיות אז בעצם וויל ער גאר קדושה, ביז מ׳איז דאס מגלה און זי ווערט טאקע דער אמת׳ער מציאות זיינער. און דאס איז וואס איז געווען שפעטער די בני קרח. וואו דאס איז וואס מ׳זאגט אז בני קרח למעשה האבן הרהר תשובה. יא, די בני קרח זענען זיכער געווען פון משפחה, ווייל אמת בגלוי, ווייל דורך דעם הרהר תשובה, און דערפאר איז שפעטער ביי זיי געווארן, ווי רש״י דערציילט אין דער פרשה און אין דער שפעטערדיקער פרשה, אז שפעטער זענען זיי ארויסגעגאנגען און געהאט
20:30 ילדים, עד שמהם יצא שמואל הנביא. ושמואל הנביא הוא שמשח את שאול המלך ואת דוד המלך, שממנו מתחילה שושלת המלוכה עד מלך המשיח. וזוהי הוראה נפלאה שלומדים כאן: איך צריכה להיות אהבת ישראל אמיתית, ואיך מסתכלים על יהודי. לראות איך, כשמסתכלים עליו בעין טובה, אפשר להאיר אותו ולהוציא אותו מעמק תחתון לעמק רום. בפרשת חוקת אנו מוצאים את עניין פרה אדומה. ובעניין פרה אדומה רואים דבר נפלא: פרה אדומה נקראת על שמו של משה. ״ויקחו אליך פרה אדומה תמימה״. בא רש״י ושואל: מה פירוש ״ויקחו אליך״? הרי הפרה האדומה נמסרה לאלעזר הכהן. זה קשור לכהנים. אם כן, מה פירוש ״ויקחו אליך״, אל משה רבינו? למה מביאים את הפרה האדומה אל משה? אומר רש״י: ״לעולם היא נקראת על שמך, פרה שעשה משה במדבר״. כלומר, הפרה האדומה שייכת למשה רבינו. ורואים בזה עניין שלם: פרה אדומה קשורה דווקא למשה רבינו. כפי שאומר גם המדרש, שהקב״ה לימד את משה רבינו את כל דיני טומאה וטהרה. ועל כל טומאה אמר לו הקב״ה מיד מהי טהרתה. אבל
20:30 קינדער, ביז אז ביי זיי איז ארויסגעקומען פון זיי שמואל הנביא. יא, און שמואל, שמואל הנביא, וואס ער איז געווען דער וואס האט משיח געווען שאול המלך און דוד המלך, וואס דאס איז דער ראש פון אלע מלכים ביז מלך המשיח. וואס דאס איז א מורא׳דיגע הוראה וואס מ׳לערנט דא, ווי אזוי דארף זיין די אמת׳ע ליבשאפט און די אהבת ישראל, און ווי אזוי מ׳קוקט אויף א אידן. יא, און זען ווי אזוי מיר קענען, דורך דעם וואס מ׳קוקט אויף אים מיט א גוטן אויג, קענען מיר מאכן ליכטיג און ארויסנעמען אים פון עמק תחתון צו עמק רום. אין פרשת חוקת געפינען מיר דעם ענין פון פרה אדומה. און וואס דער ענין פון פרה אדומה איז, איז וואס מ׳זעט א מורא׳דיגע זאך: אז פרה אדומה איז נקרא על שמו של משה. „ויקחו אליך פרה אדומה תמימה“. קומט צו גיין רש״י, זאגט: וואס איז „ויקחו אליך“? כי הרי פרה אדומה איז דאך געגאנגען צו אלעזר הכהן. דאס האט צוטאן מיט די כהנים, מיט צו וויסן. וואס איז „ויקחו אליך“, צו משה רבינו? פארוואס מ׳ברענגט די פרה אדומה צו משה? זאגט רש״י: „לעולם היא נקראת על שמך, פרה שעשה משה במדבר“. דאס הייסט אז די פרה אדומה באלאנגט צו משה רבינו. און מ׳זעט א גאנצן ענין אין דעם, אז פרה אדומה איז פארבונדן דווקא מיט משה רבינו. ווי אזוי דער מדרש זאגט אויך, יא, אז משה רבינו, דער אויבערשטער האט מיט אים געלערנט אלע דיני טומאה וטהרה. און אויף יעדער טומאה האט דער אויבערשטער אים געזאגט גלייך וואס איז איר טהרה. אבער
22:02 כשהגיעו לטומאת מת, בפרשת אמור, והקב״ה לא אמר לו מהי טהרתה, ״נתכרכמו פניו של משה״. משה רבינו התמלא צער, פניו האדימו מרוב צער, והוא זעק: ״במה תהא כפרתו? במה תהא טהרתו?״ הקב״ה לא ענה מיד, עד שהגיעו לפרשת פרה אדומה. ואז אמר לו הקב״ה: ״זו טהרתו״. ועוד נאמר: ״לך אני מגלה טעם פרה״, דווקא למשה רבינו. מהו העניין כאן בפרה אדומה? למה מדגישים כל כך שהיא קשורה למשה רבינו? ״לך אני מגלה טעם פרה״, ״לעולם היא נקראת על שמך״. מהי הגדולה שבעניין פרה אדומה? ומדוע דווקא אצל משה רבינו מוצאים את הצער הגדול ביותר, עד ש״נתכרכמו פניו״, ורק אז זכה שהקב״ה גילה לו את העניין? העניין מבואר בחסידות: פרה אדומה וטומאת מת רומזות לעניין ברוחניות. כשם שיש עניין של מיתה וחיים בגשמיות, כך יש עניין של מיתה וחיים ברוחניות. ״ואתם הדבקים בה׳ אלקיכם חיים כולכם היום״. לכל יהודי יש נשמה, ובכל יהודי יש הדבקות הזאת של ״ואתם הדבקים בה׳ אלקיכם״. יהודי קשור
22:02 בשעה אז מ'איז געקומען צו טומאת מת, וואס דאס איז פרשת אמור, און דער אויבערשטער האט אים ניט געזאגט וואס איז דער ענין פון דער טהרה, איז נתכרכמו פניו של משה. יא, משה רבינו איז געווארן מלא צער, נתכרכמו, ס'איז געווארן רויט זיין פנים, יא, פון צער. און ער האט געשריגן: במה תהא כפרתו? במה תהא טהרתו? און ביז מ'איז געקומען, דער אויבערשטער האט ניט געענטפערט גלייך, ביז מ'איז געקומען צו פרשת פרה אדומה. און דעמאלט האט אים דער אויבערשטער געזאגט: זו טהרתו. איז וואס איז, יא, און דאך שטייט ווייטער: לך אני מגלה טעם פרה, דווקא צו משה רבינו. וואס איז דא דער ענין פון פרה אדומה? פארוואס פרה אדומה איז מען אזוי פיל מדגיש אז דאס איז פארבונדן מיט משה רבינו? לך אני מגלה טעם פרה. לעולם נקראת על שמך. וואס איז דא דער גודל אין דעם ענין פון פרה אדומה? און וואס איז ביי משה רבינו, געפינט מען אן דעם גרעסטן צער, אז ביים אויבערשטן איז ביי אים געווען ביז נתכרכמו פניו, און ערשט דעמאלט האט ער זוכה געווען אז דער אויבערשטער האט אים מגלה געווען דעם ענין. איז מבואר דער ענין אין חסידות, אז דער ענין פון פרה אדומה, טומאת מת, איז מרמז אויף דעם ענין ברוחניות. אז אויב ס'איז פאראן דער ענין פון מיתה לחיים בגשמיות, איז פאראן דער ענין פון מיתה לחיים ברוחניות. אז ״ואתם הדבקים בה׳ אלקיכם חיים כולכם היום״. יעדער איד האט א נשמה. און יעדער איד האט אין זיך דעם דביקות, דעם ״ואתם הדבקים בה׳ אלקיכם״. א איד איז צוגעבונדן
23:24 לקב״ה. וכשיהודי קשור לקב״ה, הוא חי, כי יש לו נשמה, והנשמה היא חיים. וממילא, כשהוא ״דבק בה׳ אלקיכם״, הוא בכלל ״חיים כולכם היום״. כשיהודי פוגם בנשמתו, נוצר עניין של טומאה. ויש בזה כמה וכמה טומאות. ברוב הטומאות נוצר פגם, אבל למרות זאת הוא עדיין חי, ואפשר לתקן זאת בדרכים קלות יותר. אבל כשיש טומאת מת, פירוש הדבר שהוא נגע בעניין של מיתה, שהוא היפך החיים. הוא הגיע למצב שבו, רחמנא ליצלן, על ידי עבירות, התנתק כל כך מהקב״ה. אחרי כריתות ואחרי [לא ברור], עד שנוצר אצלו עניין של היפך החיים, טומאת מת, עולה השאלה: איך אפשר לטהר זאת? איך זה שייך? כשהנשמה נפרדת מן הגוף, הגוף נשאר מת, אין בו עוד חיות. אם כן, איך שייכת טהרה במצב כזה? ״במה תהא טהרתו?״ וכאן מתגלה גודל אהבת ישראל של משה רבינו: ״נתכרכמו פניו של משה״. צערם של ישראל גרם למשה רבינו צער נורא, ״נתכרכמו פניו״, והוא זועק: ״במה תהא טהרתו?״ אפילו יהודי שיש אצלו עניין של טומאת מת, שהתנתק לגמרי מאלוקות,
23:24 מיטן אויבערשטן. און אז א איד איז צוגעבונדן מיטן אויבערשטן, איז ער א לעבעדיגע זאך, ווייל ער האט א נשמה. און די נשמה איז חיים. יא, און ממילא איז דער ״הדבקים בה׳ אלקיכם״, איז ער ״חיים כולכם היום״. בשעה אז דער איד איז פוגם אין זיין נשמה, ווערט אן ענין פון טומאה. און אין דעם איז דא כמה וכמה טומאות. איז די רוב טומאות איז, אז ס'איז דא געווארן א פגם, אבער פון דעסטוועגן איז ער נאך אלץ א לעבעדיגע זאך. קען מען נאך מתקן זיין אויף גרינגערע וועגן. אבער בשעה אז ס'איז דא טומאת מת, דאס הייסט אז ער האט אנגערירט זיך צו אן ענין של מיתה, וואס איז היפך החיים. ער איז געקומען צו אזא מצב וואס ער האט זיך אפריסן פון, יא, רחמנא ליצלן, דורך עבירות, איז ער געווארן אזוי אפריסן פון דעם אויבערשטן. יא, איז נאך כריתות און נאך [לא ברור] ביז אז ס'איז געווארן ביי אים אן ענין פון היפך החיים, טומאת מת, איז געווארן א שאלה: ווי קען מען דאס מטהר זיין? ווי איז שייך? נאר דעם וואס די נשמה איז זיך אפריסן פון דעם גוף, איז דער גוף געבליבן מת, עוד אין כחיות אין אים. איז ממילא ווי איז שייך אזא מין זאך, במה תהא טהרתו? איז משה רבינו, דאס איז די גודל אהבת ישראל פון משה רבינו, נתכרכמו פניו של משה. משה רבינו, על צערן של ישראל, איז משה רבינו געווארן ביי אים א מורא׳דיגער צער, נתכרכמו פניו, און שרייט: במה תהא טהרתו? אז אפילו א איד וואס ביי אים איז געווען אן ענין פון טומאת מת, ער איז אין גאנצן אפריסן פון דער אלקות, איז
24:49 משה רבינו מחפש איך אפשר לטהר אותו. ועל כך אומר הקב״ה: ״ויקחו אליך״. על ידי משה רבינו, ודווקא על ידו, אפשר להגיע לטהרתו. כי דרך עניינו של משה רבינו, שגילה את עניין הטהרה, מתגלה עצם החיים. עד כדי כך שמשה רבינו עצמו, כפי שאומרת הגמרא בסוטה, ״משה רבינו לא מת״: ״מה להלן עומד ומשמש, אף כאן עומד ומשמש״. כלומר, אצל משה רבינו היה היפך המיתה. אצל משה רבינו היה עניין של מסירות נפש; כל חיותו הייתה בזה, וחיי נשמתו וחיי גופו התאחדו באופן הנעלה ביותר. ולכן ב״ויקחו אליך״, בפרה אדומה, הקב״ה גילה למשה רבינו — ״לך אני מגלה טעם פרה״ — איך אפשר לפעול שאפילו יהודי שנפל לעניינים הנמוכים ביותר, עד שהיה אצלו עניין של טומאת מת, אפשר לטהרו באמצעות מעט אפר פרה אדומה. זהו עניין האפר, שנוצר משריפת הפרה האדומה, יחד עם עוד טיפה של מים חיים, כפי שמבואר בחסידות,
24:49 משה רבינו זוכט ווי אזוי מ'קען מטהר זיין. און אויף דעם זאגט דער אויבערשטער: ״ויקחו אליך״. דורך משה רבינו טאקע, און דווקא דורך משה רבינו, קען מען צוקומען צו טהרתו. ווייל משה רבינו איז דאך דער ענין וואס, יא, דורך דעם ענין פון משה רבינו, וואס ער האט מגלה געווען דעם ענין פון טהרה, יא, וואס דארטן איז דער ענין פון עצם החיים וואס משה רבינו האט מגלה געווען. ביז אז משה רבינו אליין, ווי די גמרא זאגט אין סוטה, משה רבינו לא מת, יא, ״מה להלן עומד ומשמש, אף כאן עומד ומשמש״. וואס הייסט אבער, משה רבינו איז ביי אים געווען דער היפך המיתה. וויבאלד ביי משה רבינו איז געווען דער ענין פון מסירת נפש, וואס זיין גאנצע חיות, יא, איז געווען אין דעם, זיין גאנצער ענין פון זיין חיי הנשמה. מיט חיי הגוף זיינע איז עס אחד געווארן אין גרעסטן אופן. איז דורך ״ויקחו אליך״, פרה אדומה, יא, איז משה רבינו מגלה, דער אויבערשטער האט מגלה געווען צו משה רבינו, ״לך אני מגלה טעם פרה״, ווי אזוי מ'קען פועל׳ן. אז אפילו א איד וואס ביי אים איז געווען, יא, ער איז דורכגעפאלן אין די נידעריגסטע ענינים, ביז ביי אים איז געווען אן ענין פון טומאת מת, קען מען דורך א מעט אפר פון פרה אדומה, וואס דאס איז דער ענין פון אפר פרה אדומה, יא, דער ענין פון, פון, פון שריפה, אפר, אפר פרה אדומה, יא, מיט נאך א טראפ פון מים חיים, מיט אפר פרה אדומה, יא, ווי ס'איז מבואר אין חסידות,
26:18 איך כל זה קשור לנקודה של מים חיים המביאים לידי טהרה, ולפנימיות הטהרה עצמה. שם נמצא העניין האמיתי של מים חיים, שאין בהם שייכות להיפך החיים, כפי שהוא אומר בסוכה. כשהמים הללו מעורבים באפר, שעניינו ביטול ומסירות הנפש שישנה אצל יהודים, משה רבינו מגלה את עניין המים החיים בתוך כלי. ועל ידי כך אפשר לטהר אפילו את הטומאה הגדולה ביותר, טומאת מת, עד שהיא מסתלקת לגמרי, כמו שנאמר: ״וזרקתי עליכם מים טהורים וטהרתם״, ויהודי מגיע בכך לעניין של תחיית המתים. כאן רואים איך הן פרשת קרח והן פרשת חוקת מלמדות אותנו, באמצעות משה רבינו, איך צריך להסתכל על יהודי, איך צריך לאהוב יהודי וכמה יהודי צריך להיות יקר בעינינו. גם כשיהודי מרגיש שהוא נמצא בשפל המצב, שהגיע עד למצב של היפך החיים, רחמנא ליצלן, ושהוא מנותק לגמרי מאלוקות — חס ושלום להתייאש ממנו. אסור להתייאש מיהודי בשום מצב. אדרבה, צריך לגלות את פנימיותו, לגלות את המים החיים, את באר המים החיים, כפי שאמר הבעל שם
26:18 ווי אזוי דאס איז דער ענין פון מיט א, מיט א פינטעלע, מיט א נקודה, יא, מיט א נקודה פון מים חיים וואס גייט אויף טהרה. און טהרה גופא, פנימיות הטהרה. וואס דארטן איז דער אמת׳ער ענין פון מים חיים, יא, וואס איז מיט, מיט, וואס איז ניט שייך דארטן דער ענין פון היפך החיים, ווי ער זאגט אין סוכה. און צוזאמענגעמישט מיט אפר, דער ענין הביטול, וואס דאס איז דער מסירת נפש וואס איז דא ביי אידן, איז משה רבינו מגלה דעם ענין פון מים חיים אל כלי. און דורך דעם קען מען מטהר זיין אפילו די גרעסטע טומאה, טומאת מת, און זי ווערט נסתלק אין גאנצן, ווי ס'זאגט ״וזרקתי עליכם מים טהורים וטהרתם״, און א איד ווערט ביים דעם ענין פון תחיית המתים. איז דא זעט מען ווי אזוי, סיי פרשת קרח און סיי פרשת חוקת, יא, משה רבינו לערנט אונז ווי אזוי מ'דארף, ווי אזוי, ווי דארף קוקן זיין, ווי אזוי, ווי אזוי מ'דארף קוקן אויף א איד, און ווי אזוי מ'דארף ליב האבן א איד, און ווי אזוי מ'דארף יקר זיין א איד. און אפילו בשעת א איד פילט אז ער געפינט זיך אין שפל המצב, אז ער איז אנגעקומען אין א מצב, ביז אין דעם מצב פון היפך החיים רחמנא ליצלן, אז ער איז אין גאנצן אפריסן פון ג־טלעכקייט, איז חס ושלום קיין טעם יאוש ווערן פון א איד. מ'טאר ניט חס ושלום אין קיין שום מצב, נאר אדרבה, נאר מ'דארף מגלה זיין דעם פנימיות, יא, און דארף מגלה זיין דעם מים חיים, דעם באר מים חיים, ווי דער בעל שם
27:42 טוב, שנמצאת אצל כל יהודי. על ידי כך אפשר להחיות מתים, להאיר נשמה, ובאמצעותה להאיר עוד יהודים. עד שנזכה בקרוב, בימינו, לפרה האדומה, לפרה העשירית, שכפי שאומר הרמב״ם, ״יעשה מלך המשיח״. ונזכה שיתקיים ״וזרקתי עליכם מים טהורים וטהרתם, מכל טומאותיכם ומכל גילוליכם אטהר אתכם״, ויהיה הגילוי שלעתיד לבוא, [לא ברור], יחד בבית המקדש השלישי, בגאולה האמיתית והשלמה על ידי משיח צדקנו.
27:42 טוב האט געזאגט, וואס געפינט זיך ביי יעדער איד, און דורך דעם קען מען מחיה מתים זיין, מאכן ליכטיק א נשמה, און דורך דעם קען מען נאך אידן מאכן ליכטיק, ביז מ'וועט זוכה זיין בקרוב ימינו, אז מ'זאל זוכה זיין צו דעם, צו דעם אמת, צו דער פרה אדומה, יא, פרה עשירית, ווי דער רמב"ם זאגט, יעשה מלך המשיח. און מ'זאל זוכה זיין אז „וזרקתי עליכם מים טהורים וטהרתם, מכל טומאותיכם ומכל גילוליכם אטהר אתכם“, יא, און ס'וועט זיין דער גילוי פון לעתיד לבוא, [לא ברור], צוזאמען אין דעם בית המקדש השלישי, בגאולה האמיתית והשלמה על ידי משיח צדקנו.