תמלולי פודקאסטים · חב"ד Englishחב"דפדיה

לעבן חסידות · פרק 24 · 2022-05-09 · 32:24

דער חסידישער אינהאלט פון פסח שני - הרב אשר פרקש

תיאור הפרק

מקורות: נועם אלימלך בהעלותך עבודת ישראל להמגיד מקאזניץ, תורה לפסח שני אור התורה להצמח צדק פרשת בהעלותך ספר השיחות תש״א פסח שני לקוטי שיחות חלק יח בהעלותך ד

תמלול אוטומטי מהשמע, ותרגום מכונה לעברית. קישורים לחב"דפדיה נוספו אוטומטית.

00:01 היה אחד מגדולי החסידים הידועים, ושמו החסיד ר' הלל מפאריטש. הוא היה מגדולי החסידים של אדמו"ר האמצעי ושל אדמו"ר הצמח צדק. כשהיה בא אברך אל אדמו"ר הצמח צדק ורוצה ללמוד חסידות ולהתקרב לדרכי החסידות, היה אדמו"ר הצמח צדק שולח אותו אל החסידים המבוגרים. רבים מהם היה שולח אל ר' הלל מפאריטש, כדי שידריך ויחנך אותם בדרכי החסידות. אחד החסידים הצעירים באותם ימים, שלימים נעשה מגדולי הרבנים והמשפיעים, היה ר' דוב זאב קאזעווניקאוו. החסידים נהגו לקרוא לו ר' בערע וואלף. הוא היה רב ביקטרינוסלב, שנקראת היום דנייפרופטרובסק. זו העיר שבה, לאחר ר' בערע וואלף — חסיד שעוד היה אצל אדמו"ר הצמח צדק ואצל אדמו"ר המהר"ש, ומגדולי החסידים והרבנים — רק לאחר פטירתו כיהן כרב במקומו אביו של הרבי, הרב לוי יצחק שניאורסון, שנהגו לקרוא לו ר' לוי'ק. נחזור לר' בערע וואלף: הוא היה אברך שבא אל אדמו"ר הצמח צדק כדי להתקרב לחסידות וללמוד חסידות, ואדמו"ר הצמח צדק שלח אותו אל ר' הלל. ר' הלל מפאריטש היה מתוועד עם התלמידים ומדבר איתם חסידות,

00:01 ס׳איז געווען איינער פון די גרעסטע חסידים הידועים וואס האט געהייסן דער חסיד ר׳ הלל פאריטשער. ער איז געווען פון דעם מיטלער רבינ׳ס און פון דעם צמח צדק׳ס גרעסטע חסידים. און דאס איז געווען, אז בשעת א יונגערמאן פלעגט קומען צום צמח צדק און האט געוואלט לערנען חסידות און זיך נתקרב זיין צו דרכי החסידות, פלעגט דער צמח צדק אים שיקן צו די עלטערע חסידים. אסאך פון זיי פלעגט ער שיקן צו ר׳ הלל פאריטשער, כדי ער זאל זיי מדריך זיין און מחנך זיין אין די דרכי החסידות. איז געווען איינער פון די חסידים, פון די יונגע חסידים יעמאלט, וואס שפעטער איז ער געווען פון די גרעסטע רבנים און משפיעים, דער וואס האט געהייסן ר׳ דוב זאב קאזעווניקאוו. חסידים פלעגן אים רופן ר׳ בערע וואלף. ער איז געווען א רב אין יעקאטערינאסלאוו, וואס היינט איז דנייפראפעטראווסק. דאס איז די שטאט וואס שפעטער, נאך ר׳ בערע וואלף, דער חסיד וואס איז געווען נאך ביים צמח צדק און ביים רבי מהר״ש, פון די גרעסטע חסידים, פון די גרעסטע רבנים — ערשט נאך דעם וואס ער איז אוועק, וואס ער איז נפטר געווארן, איז אויף זיין פלאץ געווען דער רב, דער רבינ׳ס טאטע, ר׳ לוי יצחק שניאורסאהן, ר׳ לוי׳ק פלעגט מען אים רופן. איז ר׳ בערע וואלף, צוריק צו ר׳ בערע וואלף, ער איז געווען א יונגערמאן וואס איז געקומען צום צמח צדק, זיך נתקרב צו ווערן צו חסידות און לערנען חסידות, און דער צמח צדק האט אים געשיקט צו ר׳ הלל. דאס איז געווען, אז ר׳ הלל פאריטשער פלעגט פארברענגען מיט די תלמידים און ער פלעגט רעדן צו זיי חסידות,

01:49 מהי חסידות, ואומר מאמרים. אבל כשהגיע אברך חדש, בשבועות הראשונים היה מספר סיפורי חסידים ומתוועד על הסיפורים. הוא היה מבקש מהאברך לחשוב ולהתעמק בסיפורים, ללמוד אותם בעומק ולהפיק מהם הוראות בדרכי העבודה. באותו שבוע שבו הגיע ר' בערע וואלף, סיפר ר' הלל בהתוועדות את הסיפור הבא. הוא סיפר על הפעמים הראשונות שנסע אל אדמו"ר האמצעי. כידוע, ר' הלל מפאריטש החל להתקרב לחסידות עוד בימי אדמו"ר הזקן, אבל לא זכה לראות את אדמו"ר הזקן פנים אל פנים. יש על כך כמה סיפורים, אבל על כל פנים כך היה: ר' הלל לא זכה לראות את אדמו"ר הזקן פנים אל פנים. לאחר הסתלקות אדמו"ר הזקן, כשאדמו"ר האמצעי, בנו, נעשה ממלא מקומו ובא לליובאוויטש — אז החלה התיישבותם של חסידי חב"ד בעיירה ליובאוויטש. כידוע, אדמו"ר הזקן התגורר בליאזנא, ואחר כך בליאדי. אחר כך הייתה מלחמת נפוליאון, אדמו"ר הזקן נמלט, וכל העיר נחרבה. לאחר מכן, בשנת תקע"ד, בא אדמו"ר האמצעי להתגורר בליובאוויטש, ומאז נעשתה ליובאוויטש העיר של חסידי חב"ד. בשנת תקע"ד, שנה אחרי

01:49 וואס איז חסידות, זאגן מאמרים. אבער אז עס איז געקומען א פרישער יונגערמאן, א נייער יונגערמאן, פלעגט ער די ערשטע וואכן דערציילן סיפורי חסידים, און ער פלעגט פארברענגען אויף די סיפורים, און ער פלעגט בעטן דעם יונגערמאן אז ער זאל טראכטן און זיך אריינטראכטן אין די סיפורים און לערנען די סיפורים מיט אן עומק, מיט א טיפקייט, און זיך ארויסנעמען פון דעם, אויס אין די דרכי העבודה. יענע וואך וואס ר׳ בערע וואלף איז געקומען, האט ר׳ הלל דערציילט ביים פארברענגען דעם סיפור. ער האט דערציילט וועגן די ערשטע זמנים ווען ער איז געפארן צום מיטלער רבי. כידוע אז ר׳ הלל פאריטשער איז נאך אנגעהויבן געווארן נתקרב צו חסידות אין זמן פון דעם אלטן רבי׳ן, אבער ער האט נישט זוכה געווען צו זען דעם אלטן רבי׳ן פנים אל פנים. עס זענען אין דעם כמה סיפורים, אבער על כל פנים איז אזוי געווען די מעשה. ר׳ הלל האט נישט זוכה געווען צו זען דעם אלטן רבי׳ן פנים אל פנים. נאך דעם וואס דער אלטער רבי איז נסתלק געווארן און דער מיטלער רבי, דער זון, איז געווארן דער ממלא מקום און ער איז געקומען קיין ליובאוויטש — דעמאלט איז געווען די התחלה פון די אריבערגאנג פון חסידי חב״ד אין דעם שטעטל ליובאוויטש. כידוע, דער אלטער רבי האט געוואוינט אין ליאזנא, שפעטער ליאדי, שפעטער איז געווען די מלחמה פון נאפאלעאן, דער אלטער רבי איז אנטלאפן און די גאנצע שטאט איז חרוב געווארן. און נאך דערויף, אין תקע״ד, איז דער מיטלער רבי געקומען וואוינען אין ליובאוויטש, און פון יעמאלט איז געווארן ליובאוויטש די שטאט פון חסידי חב״ד. אין תקע״ד, א יאר נאך די

03:21 הסתלקות אדמו"ר הזקן, באו לחג השבועות חסידים רבים אל אדמו"ר האמצעי, וביניהם ר' הלל, שהיה חסיד צעיר וחדש. ר' הלל מספר על אותו חג שבועות, על המאמרים ועל התורה שנאמרה בו, ועל מה שהתרחש שם. הוא מספר שאדמו"ר האמצעי אמר אז חסידות, ובין העניינים דיבר באריכות רבה על הספירות, כמובן, כנראה בקשר לספירת העומר. הוא דיבר על תיקון המידות, על המידות כפי שהן בחסידות — חסד וגבורה ותפארת ונצח — כל המידות האלה שבעבודת השם. ר' הלל מתאר את המאמרים של אדמו"ר האמצעי: כידוע, היו אלה מאמרים ארוכים, עמוקים ורחבים, וזה היה עניינו המיוחד של אדמו"ר האמצעי, שהיה מדבר חסידות באריכות רבה. באותו מאמר הוא הרחיב על עבודת המידות, ובין הדברים היה ביטוי, מילה שאדמו"ר האמצעי פירש בעבודה: את מידת החסד הוא פירש כעשיית טובה ליהודי. ומהו חסד שבחסד? שיהיה לאדם געשמאק בעשיית טובה ליהודי; לעשות טובה ליהודי בהנאה, בגעשמאק, בתענוג. כך הוא פירש זאת במאמר. החסידים רצו לחזור על המאמר כולו, ולאחריו הרבי אמר: ״חסידים, חזרו לפניי על המאמר, וחזרו עליו פעם נוספת״. וכשנסעו אחר כך הביתה, אחרי שחרית, המשיכו לחזור על המאמרים,

03:21 הסתלקות פון דעם אלטן רבי׳ן, אויף שבועות, זענען געקומען אסאך חסידים, צווישן זיי ר׳ הלל, א יונגער, פרישער חסיד, געקומען צום מיטלער רבי. און ר׳ הלל דערציילט פון יענעם שבועות, די מאמרים, די תורה, ווי עס איז פארגעקומען. ער דערציילט אז דער מיטלער רבי האט דעמאלט גערעדט חסידות, און צווישן די ענינים האט ער אסאך גערעדט באריכות אין דעם ענין פון די ספירות, כמובן, כנראה פארבונדן מיט ספירת העומר. ער האט גערעדט דעם ענין פון תיקון המדות, די ריינע מדות על פי חסידות, חסד און גבורה און תפארת און נצח, די אלע מדות וואס זענען אין עבודת השם. און עס איז געווען, מאלט ער אפ די מאמרים פון מיטלער רבי, ווי דאך ידוע אז עס זענען געווען לאנגע, טיפע, ברייטע מאמרים, וואס עס איז געווען דער ענין המיוחד פון דעם מיטלער רבי, אז ער האט גערעדט חסידות זייער באריכות. איז אין יענעם מאמר האט ער ארומגערעדט דעם ענין פון עבודת המדות, און צווישן די ענינים איז געווען אן אויסשפראך, א ווארט וואס דער מיטלער רבי האט געטייטשט אין עבודה. חסד, וואס ער האט געטייטשט אז מדת חסד איז דער ענין פון טאן א טובה א אידן. וואס איז דאס חסד שבחסד? אז מ׳זאל האבן א געשמאק אין טאן א טובה א אידן. טאן א טובה א אידן מיט א פארגעניגן, מיט א געשמאק, מיט א תענוג. דאס איז געווען די אויסטייטש פון דעם מאמר. פון דעם גאנצן מאמר, חסידים האבן עס געוואלט איבערחזר׳ן, אז נאך דעם האט דער רבי געזאגט: „חסידים, קוקט מיר איבער דעם מאמר, און איבערחזר׳ט עס נאך אמאל.“ און ווען זיי זענען געפארן שפעטער נאך שחרית אויף דער היים, האט מען ווייטער איבערגעחזר׳ט די מאמרים, און

04:57 והתוועדו על כך, דיברו על כך והיו שקועים בזה. אבל המשפט, הפתגם, הביטוי שאמר אדמו"ר האמצעי — שחסד הוא לעשות טובה ליהודי, וחסד שבחסד הוא לעשות טובה ליהודי עם געשמאק — התקבל אצלם במיוחד, והחסידים התוועדו הרבה על המילה הזאת. הם נסעו בחזרה, נדמה לי לבוברויסק, אינני יודע איפה גרו אז; ר' הלל גר שם. הם חזרו לעיירה שלהם והתוועדו עם אנשי שלומנו. החסידים ישבו בשטיבל, בבית הכנסת, והתוועדו שוב ושוב על המילה הזאת. היא הייתה חביבה עליהם, והם דיברו על העומק שבה, על משמעותה ועל פירושה בעבודת השם. הם היו שקועים מאוד במילה הזאת. ר' הלל מספר שבאותו שטיבל, באותו בית כנסת, ישב בצד גם יהודי מן הדור הישן, שלא הייתה לו שייכות לחסידות. הוא היה פרוש, יהודי שישב ולמד תורה, על התורה ועל העבודה, ישב בפינה ולא התערב. הוא ישב שם במשך הימים והבחין על מה החסידים מתוועדים ועל איזה דבר חדש הם מדברים. באחד הלילות שבהם ישבו החסידים והתוועדו על המילה הזאת, הוא, אותו יהודי, אותו פרוש שישב שם בצד

04:57 האט פארברענגט אויף דעם, און האט גערעדט וועגן דעם, און האט זיך געקאכט אין דעם. אבער דער שורה, דער פתגם, דער ביטוי וואס דער מיטעלער רבי האט געזאגט, אז חסד איז טאן א טובה א אידן, און חסד שבחסד איז מיט א געשמאק טאן א טובה א אידן, איז זייער שטארק נתקבל געווארן, זייער שטארק, און חסידים האבן שטארק פארברענגט אויף דעם ווארט. זיי זיינען צוריקגעפארן, איך דאכט זיך אין באברויסק, איך ווייס נישט וואו זיי זיינען דעמאלט געוווינט, ר' הלל האט דארט געוווינט. זיינען זיי צוריקגעפארן ביי זיך אין שטעטל, און זיי האבן פארברענגט צווישן די אנשי שלומנו, צווישן חסידים זיינען געזעסן אין שטיבל, אין שול, און האבן פארברענגט אויף דעם ווארט, און נאך א מאל, און ליב געהאט, און האבן ארומגערעדט וואס איז דער עומק, וואס דאס מיינט, ווי מ'טייטשט דאס אין עבודת השם. זיינען זיי זיך שטארק געקאכט אויף דעם ווארט. דערציילט ר' הלל, אז אין יענעם שטיבל, יענער שול, איז געזעסן נאך פון דער זייט א איד, וואס ער איז געווען פון דעם אלטן דור נאך, וואס נאך פאר חסידות האט ער נישט געהאט קיין שייכות. יא, א פרוש, א איד וואס האט געזעסן און געלערנט תורה, על התורה ועל העבודה, געזעסן נאך אין ווינקל און האט זיך נישט אריינגעמישט. ער איז געזעסן דארט די טעג און האט באמערקט, ווייסטו, אויף וואס חסידים פארברענגען און זיי רעדן וועגן דעם נייעס. אין איינע פון די צייטן, פון די נעכט וואס די חסידים האבן געזעסן און פארברענגט אויף דעם ווארט, איז ער, דער איד, יענער איד, דער פרוש וואס האט געזעסן דארט נאך פון דער זייט

06:12 ולמדו, הוא קם, ניגש לשולחן ואמר שהוא לא מבין מה הם עושים מכל העניין הזה, מכל התורה הזאת. והוא אמר: ״תראו, שמעתי מהרב שלי, מראש הישיבה שלי, שהפירוש של חסד ושל חסד שבחסד הוא פירוש הרבה יותר פשוט, והרבה יותר מובן. הרב שלי, ראש הישיבה שלי, אמר שחסד הוא שכאשר עני בא אליך באמצע החורף ודופק בדלת, אתה פותח את הדלת ורואה שהוא מסכן. אתה הולך למחסן שלך, למקום שבו אתה שומר את החפצים, מחפש נעליים ישנות וקרועות ששמרת, ונותן לו אותן. זה חסד אמיתי. ואם אתה נותן לו גם איזה בורג, כדי שיוכל לתקן את הנעליים הקרועות שלא יהיו קרועות כל כך, זה כבר חסד שבחסד. זה הפירוש הפשוט ששמעתי״. ר׳ הלל אמר שהדברים האלה מצאו חן בעיניהם מאוד. ולאחר מכן, כשהתוועדו, הם עוד דיברו ימים רבים על החידוש הגדול ביותר שחידשו הבעל שם טוב ותורת החסידות: מהו

06:12 און געלערנט, איז ער געשטאנען און צוגעגאנגען צום טיש, און האט געזאגט אז ער פארשטייט נישט וואס מאכן זיי פון דער גאנצער זאך, פון דער תורה, פון דעם ענין. און ער זאגט: „זעט, איך האב געהערט פון מיין רב, פון מיין ראש ישיבה, אז דער טייטש חסד און חסד שבחסד איז א סך מער א פשוטער טייטש, וואס איז א סך מער פארשטענדלעך. מיין רב, מיין ראש ישיבה האט געזאגט, אז חסד איז, אז בשעת ס'קומט ביי דיר, קלאפט אריין, ער קלאפט ביי דיר אין טיר אן ארעמאן, אין מיטן ווינטער. אן ארעמאן קלאפט ביי דיר אין טיר, און דו עפנסט די טיר, און דו זעסט אז ער איז א נעבעך. גייסטו אין דיין מחסן, אין דעם פלאץ וואו דו באהאלטסט די זאכן, און דו זוכסט ארום אלטע צעריסענע שיך וואס דו האסט ביי זיך באהאלטן, און דו גיבסט אים די שיך, און דאס איז אמת'ע חסד. און אויב דו גיבסט אים נאך א שטיקל, א שרויפל, אז ער זאל קענען פאררעכטן די צעריסענע שיך, אז זיי זאלן נישט זיין אזוי צעריסן, איז דאס שוין חסד שבחסד, און דאס איז דער פשוטער טייטש וואס איך האב דערפון געהערט.“ איז ר' הלל האט געזאגט, אז דאס ווארט האט זיי זייער געפאלן, און שפעטער, ווען זיי האבן פארברענגט, יא, נאך הונדערטער טעג ארומגערעדט, יא, אין דעם גרעסטן אויפטו וואס דער בעל שם טוב און תורת החסידות האט אויפגעטאן, וואס איז דאס

07:45 העניין של חסד וחסד שבחסד. ומאז הוא הרגיש את עומק החידוש של תורת החסידות: שחסידות חידשה את הפירוש האמיתי, העשיר והערב של חסד שבחסד. שלא מדובר רק בעשיית טובה ליהודי, ולתת לו את הטוב והיפה ביותר, אלא גם לעשות זאת בחיות ובתענוג. זהו העניין האמיתי של חסד שבחסד. זה הסיפור שאדמו״ר הריי״צ סיפר באחד ממכתביו. כשגם ר׳ הלל ישב בפסח שני והתוועד עם תלמידיו. בפסח שני היה אצל חסידים, אצל תלמידים, מנהג של פסח שני: היו מציינים אותו בשמחה גדולה, בהתוועדות, בהתכנסות חסידית. נכנס ה[לא ברור], ראה אותם יושבים ומתוועדים, וצחק. הוא אמר: ״מהי ההתוועדות הזאת?״ ואז אמר: ״פסח שני? הרי פסח שני הוא יום טוב לאנשים הטמאים. הרי כתוב בפסוק: אנשים טמאים, בדרך רחוקה — הם הרי עשו פסח שני״. כך הוא רצה [לא ברור] על כך שהם יושבים ומתוועדים בפסח שני. הוא פנה אל ר׳ הלל, שישב שם כראש המדברים, כמשפיע, והתוועד. אמר ר׳ הלל: ״לא. למה אתה אומר

07:45 דער ענין פון חסד און חסד שבחסד. יא, און פון דעמאלט אן האט ער דערפילט דעם עומק פון דעם אויפטו פון תורת החסידות, אז חסידות האט אויפגעטאן דעם אמת'ן, רייכן, געשמאקן פשט אין חסד שבחסד. אז דאס איז נישט נאר טאן א טובה א אידן, יא, און געבן אים די בעסטע און די שענסטע, נאר אויך טאן דאס מיט א געשמאק און מיט א תענוג, און דאס איז דער אמת'ער ענין פון חסד שבחסד. דאס איז דער סיפור וואס דער רבי הריי״צ, דער פריערדיקער רבי, האט דערציילט אין איינע פון די בריוו. ווען ר' הלל איז געזעסן אויך פסח שני און פארברענגט מיט זיינע תלמידים. פסח שני, פסח שני איז געווען ביי חסידים, ביי תלמידים, יא, און ביי תלמידים, ביי חסידים איז געווען א סדר פון פסח שני. פסח שני איז געווען, אז מ'האט דאס געפראוועט מיט א גרויסער שמחה, מיט פארברענגען, מיט א חסידישן צוזאמענקומען. איז אריינגעקומען דער [לא ברור], און ער האט געזען אז זיי זיצן און פארברענגען. און ער האט זיך אויסגעלאכט. ער האט געזאגט: „וואס איז דאס פאר א פארברענגען?“ און ער האט געזאגט דעמאלט: „פסח שני, נו, פסח שני איז דאך א יום טוב פאר די אנשים טמאים, שטייט דאך אין פסוק: אנשים טמאים, בדרך רחוקה, זיי האבן דאך געמאכט פסח שני.“ אזוי האט ער געוואלט [לא ברור], וואס זיצן און פארברענגען פסח שני. האט ער גערופן צו ר' הלל, וואס איז געזעסן דער ראש המדברים, דער משפיע, און פארברענגט. האט ר' הלל געזאגט: „ניין. פארוואס האסט“

09:19 כך? פסח שני הוא יום טוב לאנשים שהיו טמאים, אבל נטהרו. באמת, בשבילם ניתן פסח שני, כדי שיוכלו להקריב את השה, שיהיה להם עוד יום טוב, עוד פסח. אבל מי שאינם רוצים להיטהר ונשארים טמאים — פסח שני לא יעזור להם״. בכך הסביר ר׳ הלל בדיוק את ההפך: היום טוב והשמחה שבגללם יושבים ומתוועדים בפסח שני הם דווקא על כך שחסיד שומע שעומד להגיע פסח שני, ואף שהיה טמא, נותנים לו הזדמנות להיטהר. והטהרה נותנת לו עוד מצווה, עוד יום טוב ועוד יום, ועוד מצווה: הוא יכול שוב להביא את הפסח ושוב להקריב [לא ברור]. וזו השמחה האמיתית, ועל כך מתוועדים. אז מהו באמת עניינו של פסח שני על פי חסידות? וזה, כפי שמוצאים בתורת החסידות, [לא ברור] של יום טוב ופסח שני. לכאורה הדבר באמת אינו מובן: מהו עניינו של פסח שני? הרי בפשטות, כל עניינו של פסח שני הוא דבר שניתן לאנשים שנמצאים במצב שבו לא יכלו להביא פסח ראשון.

09:19 דאס? פסח שני איז דער יום טוב פאר מענטשן וואס זענען געווען טמא, אבער זיי זענען געווארן טהור. באמת, אויף זיי איז געגעבן געווארן דער פסח שני, אז זיי זאלן קענען מקריב זיין דעם לאם, ברענגען נאך א יום טוב, נאך א פסח. אבער די וואס ווילן נישט ווערן טהור, בלייבן זיי טמא, ווייל זיי וועט נישט העלפן קיין פסח שני. אין דעם האט רבי הלל געגעבן צו פארשטיין פונקט פארקערט: אז דער יום טוב און די שמחה וואס מ׳זיצט און מ׳פארברענגט אין פסח שני איז טאקע פונקט פאר דעם, וואס א חסיד הערט אז עס קומט צו גיין פסח שני, הגם ער איז געווען טמא. דערפאר גיט מען אים א געלעגנהייט אז ער קען ווערן טהור, און טהרה גיט אים נאך א מצוה, נאך א יום טוב און נאך א טאג און נאך א מצוה, אז ער קען נאך אמאל ברענגען דעם פסח און נאך אמאל מקריב זיין [לא ברור]. און דאס איז די עכטע שמחה, און אויף דעם פארברענגט מען. איז, וואס איז טאקע דער ענין פון פסח שני על פי חסידות? און דאס ווערט, ווי מ׳געפינט אין תורת החסידות, [לא ברור] פון יום טוב און פסח שני. וואס לכאורה איז טאקע נישט פארשטענדלעך: וואס איז דאס דער ענין פון פסח שני? וואס לכאורה, בפשטות, איז דער גאנצער ענין פון פסח שני א זאך וואס איז געגעבן געווארן פאר מענטשן וואס געפינען זיך אין א מצב וואס זיי האבן נישט געקענט ברענגען פסח ראשון.

10:36 יחידים שהיו טמאים לנפש או בדרך רחוקה, כפי שהיה המעשה. ולהם ניתנה אפשרות להשלים ולהביא פסח שני. ולכאורה נשאלת שאלה: יום אחד, יום בבית המקדש. הרי כל מצוות פסח שני כתובה בפני עצמה. ומה עושים עם מצוות פסח שני? הרי מנהג ישראל הוא שלא אומרים תחנון בפסח שני. ויש עוד דבר שנוהגים בכמה קהילות: אוכלים מצה, ויש עוד כמה וכמה מנהגי ישראל בקהילות שונות בקשר לפסח שני. וכאן עולה השאלה: מה העניין בזה? לכאורה, פסח שני הוא דבר צדדי, דבר שניתן ליחידים שלא יכלו לקיים פסח ראשון, [לא ברור]. ומדוע עושים ממנו יום טוב בימינו? ובכלל, זו שאלה עמוקה עוד יותר, אפילו בהלכה. כי כידוע, בגמרא בפסחים יש מחלוקת, יש כמה שיטות בשאלה מהו עניינו של פסח שני: האם פסח שני הוא המשך של פסח ראשון, תשלומין לראשון, או שאינו אלא עניין של תקנה, של תשלומין — אלו שתי שיטות. ויש שיטתו של רבי, רבי יהודה הנשיא. רבי אומר: פסח שני הוא רגל בפני עצמו. מה פירוש ״רגל בפני עצמו״? הכוונה היא, כפי שמביאים הפוסקים בהלכה, שהיה אַ

10:36 יחידים וואס זענען געווען טמא לנפש, בדרך רחוקה, ווי עס איז געווען דער מעשה. און אויף זיי האט מען געגעבן א תשלומין, אז מען קען ברענגען א פסח שני. איז לכאורה, פרעגט זיך א שאלה: איין טאג, א טאג אין בית המקדש. יא, עס שטייט די גאנצע מצוה פון פסח שני פאר זיך. און וואס מאכט מען מיט מצוות פסח שני? עס איז דאך א מנהג ישראל, מען זאגט נישט קיין תחנון אין פסח שני. נאך א זאך וואס איז אויך ביי כמה קהילות: מ׳עסט מצה, און נאך כמה וכמה מנהגים וואס זענען דא אין כמה קהילות, מנהגי ישראל, וועגן פסח שני. און דא ווערט די שאלה: וואס איז דא דער ענין? לכאורה, פסח שני איז א זייטיגע זאך, א זאך וואס איז געגעבן געווארן נאך פאר יחידים וואס ביי זיי האט נישט געקענט זיין דער פסח ראשון, [לא ברור]. און וואס מאכט מען פון דעם א יום טוב אין היינטיגע צייטן? און דאס איז בכלל א שאלה נאך טיפער, אפילו אין הלכה. ווייל, ווי ידוע, אין גמרא אין פסחים איז דא א מחלוקת, עס זענען דא כמה שיטות: וואס איז דער ענין פון פסח שני? צי פסח שני איז א המשך פון פסח ראשון, תשלומין פון ראשון, אדער אז עס איז מער נישט ווי אן ענין פון א תקנה, פון תשלומין — דאס זענען צוויי שיטות. און עס איז דא די שיטה פון רבי, רבי יהודה הנשיא. רבי זאגט: פסח שני איז רגל בפני עצמו. יא, וואס הייסט דאס, „רגל בפני עצמו“? דאס הייסט, וואס עס ברענגען די פוסקים אין הלכה: אז עס איז געווען א

11:59 גר שהתגייר בין פסח ראשון לפסח שני. בפסח ראשון הוא הרי היה פטור, הוא לא היה יהודי. אבל הוא התגייר בין פסח ראשון לפסח שני, ולכן הוא מביא קרבן פסח שני, כי הוא רגל בפני עצמו. וכן קטן שהגדיל: בפסח ראשון הוא היה ילד לפני בר מצווה, ובין פסח ראשון לפסח שני הוא נעשה בר מצווה, ולכן הוא מביא קרבן פסח שני. ואנחנו רואים שהרמב"ם אכן פוסק שפסח שני הוא רגל בפני עצמו, הוא פוסק כרבי, והרמב"ם גם מונה את פסח שני כאחת מתרי"ג המצוות. כלומר, במניין המצוות הרמב"ם קובע את פסח שני כמצווה בפני עצמה. ולכאורה זה באמת לא פשוט: הרי כל עניינו של פסח שני הוא תשלומין, אז למה עושים ממנו מצווה שלמה בפני עצמה ורגל בפני עצמו? ויש עוד שאלה, מצד הרגלים. לכאורה פסח שני היה צריך להיות מיד בהמשך לפסח ראשון. כמו שלשבועות יש תשלומין כל שבעה, כך היא ההלכה. כלומר, ניקח למשל את חג השבועות: היום הראשון של שבועות הוא יום טוב. התורה נתנה עוד שישה ימים כדי שיהיה אפשר להשלים את קרבנות שבועות. אם כך, אפשר היה לעשות אותו דבר בפסח ראשון. בפסח ראשון, בי"ד בניסן, עושים את הפסח הראשון. ואם היה יהודי שהיה טמא, התורה הייתה נותנת לנו עוד שישה ימים, שבעה ימים בתקופת פסח ראשון, בימי חול המועד, בכל הימים האלה.

11:59 גר וואס האט זיך מגייר געווען צווישן פסח ראשון און פסח שני. פסח ראשון איז ער דאך געווען פטור, ער איז נישט געווען קיין איד. אבער ער האט זיך מגייר געווען צווישן פסח ראשון און פסח שני. אין דעם ברענגט ער פסח שני, ווייל עס איז רגל בפני עצמו. אויפן וועג, קטן שהגדיל: ער איז געווען א קינד פאר בר מצוה אום פסח ראשון, און בר מצוה ווערט ער צווישן פסח ראשון און פסח שני, ברענגט ער פסח שני. און מיר זעען אז דער רמב״ם פסק׳נט טאקע פסח שני, ער פסק׳נט ווי רבי אז עס איז רגל בפני עצמו, און דער רמב״ם פסק׳נט טאקע אז פסח שני איז איינע פון די תרי״ג מצוות. דאס הייסט אז אין מנין המצוות שטעלט דער רמב״ם פסח שני ווי א מצוה בפני עצמה. וואס לכאורה איז טאקע נישט פשוט, דאס הייסט: דער גאנצער ענין פון פסח שני איז תשלומין, איז וואס מאכט מען דערפון א גאנצע מצוה בפני עצמה און א רגל בפני עצמו? און נאך מער איז דא די שאלה וואס מיר פרעגן פון די רגלים. לכאורה פסח שני וואלט געדארפט זיין גלייך בהמשך צו פסח ראשון. אזוי ווי שבועות איז תשלומין כל שבעה, אזוי איז די הלכה. דאס הייסט, לאמיר נעמען יום טוב שבועות: דער ערשטער טאג שבועות איז יום טוב. די תורה האט געגעבן נאך זעקס טעג כדי מ׳זאל קענען משלים זיין די קרבנות פון שבועות. דאך קען מען טאן די זעלבע זאך אין פסח ראשון. פסח ראשון, י״ד ניסן, מאכט מען פסח ראשון. און אז עס איז געווען ביי א איד וואס איז געווען טמא, גיט אונז די תורה נאך זעקס טעג, זיבן טעג אין דער צייט פון פסח ראשון. חול המועד, די גאנצע טעג.

13:22 האם אפשר להשלים אותו אז? אומרים שלא. לפסח ראשון יש רק זמן אחד, ערב פסח. ואגב, אם היום השביעי לטומאתו חל בערב פסח, הרי הוא אינו יכול לעשות את הפסח. רק כעבור חודש, בי"ד באייר, התורה נותנת לנו זמן מיוחד, זמן חדש, חודש חדש, מועד חדש, ואז נוסף היום טוב של פסח שני. יוצא שיש בפסח שני עניין מיוחד, שאינו סתם תשלומין. מכל הדברים האלה אנחנו רואים שיש בפסח שני עומק מיוחד, יום טוב מיוחד, דבר מיוחד. אז מהו באמת עניינו? את זה מתחילים להבין על פי תורת הבעל שם טוב ועל פי תורת תלמידי הבעל שם טוב, תורת החסידות: פסח שני הוא יום טוב של בעלי תשובה. זהו יום טוב הקשור לעבודת התשובה. והבעל שם טוב הרי גילה שעניין עבודת התשובה אינו שייך רק לאדם שחטא, לאדם שהוא בעל עבירה, רשע. הבעל שם טוב גילה שתשובה היא עבודה בפני עצמה. גם צדיקים, וגם קדושים וטהורים, צריכים לעשות תשובה. כי הבעל שם טוב גילה שתשובה היא דרך בעבודת השם: ״והרוח תשוב אל האלקים אשר נתנה״. כלומר, בתורת החסידות גילו שיש שני אופנים בדרכי

13:22 קען מען דאס משלים זיין? זאגט מען ניין. אין פסח ראשון איז דא נאך איין פסח, ערב פסח. און אגב, אז יום שביעי לטומאה איז געווען ערב פסח, איז קען דאך נישט זיין אז מען מאכט דעם פסח. ערשט א חודש שפעטער, י״ד אייר, די תורה גיט אונז א ספעציעלע צייט, א נייע צייט, א נייע חודש, א נייע זמן, און דעמאלט איז צוגעקומען דער יום טוב פון פסח שני. איז קומט אויס אז ס׳איז דא עפעס אן ענין מיוחד אין פסח שני, וואס איז נישט סתם א תשלומין. פון די אלע זאכן זעען מיר אז פסח שני האט אין זיך א ספעציעלן עומק, א ספעציעלן יום טוב, א ספעציעלע זאך. איז וואס איז טאקע דער ענין? איז דאס פארשטייט מען על פי תורת הבעל שם טוב און על פי תורת תלמידי הבעל שם טוב, תורת החסידות, הייבט מען אן פארשטיין דעם עומק פון פסח שני, אז פסח שני איז א יום טוב פון די בעלי תשובה. דאס איז א יום טוב פארבונדן מיט עבודת התשובה. און וואס דער בעל שם טוב האט דאך מגלה געווען, אז דער ענין פון עבודת התשובה איז דאך נישט נאר א מענטש וואס ער איז חוטא געווען, א מענטש וואס איז א בעל עבירה, א רשע. עבודת התשובה, דער בעל שם טוב האט מגלה געווען, אז תשובה דאס איז אן עבודה בפני עצמה. אויך צדיקים, און אויך קדושים וטהורים, דארפן אויך תשובה טאן. ווייל דער רבי דער בעל שם טוב האט מגלה געווען אז תשובה, דאס איז א דרך אין עבודת השם, ״והרוח תשוב אל האלקים אשר נתנה״. דאס הייסט, אז אין תורת החסידות האט מען מגלה געווען אז ס׳איז דא צוויי אופנים אין דרכי

14:48 העבודה, בעבודת השם. ושני האופנים האלה בדרכי העבודה צריכים להיות אצל כל יהודי בזמנים שונים. יש עבודה שנקראת עבודת הצדיקים, ועיקר זמנה הוא פסח ראשון. בפסח ראשון עם ישראל היה אז כתינוק שנולד, כגר שנתגייר. כלומר, עם ישראל לא היה במצב של בעל תשובה, שחזר בתשובה. בפסח נוצרה מציאות חדשה, לידתו של עם ישראל. היהודים נולדו אז מחדש, כעם חדש. כמו שנאמר ביחזקאל, ״יום הולדתך״. נולדה מציאות חדשה. זהו אופן העבודה של צדיקים. פסח ראשון הוא עבודת הצדיקים, הפסח הראשון, הפסח של חודש ניסן. ובחזרה לחסידות: עניינו של חודש ניסן בכלל הוא זמן עבודת הצדיקים. ״דודי לי ואני לו״, הרבי מתקרב ליהודים, והיהודים מתקרבים לקדוש ברוך הוא, והעבודה של ניסן היא עבודת הצדיקים. למה מתכוונים בעבודת הצדיקים? לעבודה מסודרת. עבודת הצדיקים היא עבודה שבה יהודי הולך מלכתחילה בדרך נעלית יותר. ואז מגיע פסח שני. פסח שני הוא עבודת התשובה. זהו אופן אחר של עבודה. ״ויהי אנשים אשר היו טמאים לנפש אדם״. הוא היה טמא לנפש אדם. ואותו אדם שהיה טמא לנפש אדם מרגיש שהוא טמא לנפש אדם ושהוא בדרך רחוקה, בא אל משה רבינו וצועק: ״למה נגרע? גם אני רוצה להביא קרבן פסח״. וזהו עניינו של בעל תשובה: הוא מרגיש את המרירות על כך שהוא

14:48 העבודה, אין עבודת השם. און ביידע אופנים אין דרכי העבודה, דאס דארף זיין ביי יעדער איד אין כל מיני זמנים. איז דא אן עבודה וואס רופט זיך אן עבודת הצדיקים. און דער ענין איז בעיקר דער זמן פון פסח ראשון. פסח ראשון איז עם ישראל געווען דעמאלט כתינוק שנולד, כגר שנתגייר. וואס הייסט אז עם ישראל איז נישט געווען ווי א ענין פון בעל תשובה, וואס הייסט אז ער האט תשובה געטאן. אין פסח איז געווען א נייע מציאות, לידת עם ישראל. אידן זענען דעמאלט געבוירן געווארן פונדאסניי, א נייע פאלק. ווי ס׳שטייט אין יחזקאל, ״יום הולדתך״. איז געבוירן געווארן א נייע מציאות. הייסט דאס אן אופן פון צדיקים. פסח ראשון איז עבודת הצדיקים, דער ערשטער פסח, פסח פון חודש ניסן. און צוריק צום חסידות, דער ענין פון חודש ניסן, בכלל, דאס איז דער זמן פון עבודת הצדיקים. ״דודי לי ואני לו״, דער רבי שטעלט זיך נענטער צו אידן, און אידן דערנענטערן זיך צום אויבערשטן, און די עבודה פון ניסן איז עבודת הצדיקים. וואס עבודת הצדיקים מיינט מען, עבודה מסודרת. עבודת הצדיקים איז אן עבודה וואס א איד גייט לכתחילה פשוט אויף א העכערן אפל. קומט צו גיין פסח שני, פסח שני איז עבודת התשובה. איז אן אנדער אופן עבודה. ״ויהי אנשים אשר היו טמאים לנפש אדם״. ער איז געווען טמא לנפש אדם. און דער טמא לנפש אדם פילט אז ער איז טמא לנפש אדם, און בדרך רחוקה קומט ער צו גיין צום משה רבינו און שרייט: ״למה נגרע? איך וויל אויך ברענגען פסח״. און דאס איז דער ענין פון א בעל תשובה, אז ער פילט און ער דרייט זיין מרירות פון

16:26 טמא לנפש אדם ובדרך רחוקה, והוא בא וצועק אל משה רבינו: ״למה נגרע? גם אני רוצה להביא קרבן פסח. אני רוצה שייתנו לי עוד הזדמנות״. ומתוך כך בא פסח שני, שמבטא את דרך העבודה של עבודת התשובה. ולכן הוא רגל בפני עצמו, כי עבודת התשובה היא עבודת השם, דרך בעבודה, עבודה בפני עצמה. יש מעלה בעבודת התשובה על פני עבודת הצדיקים. וכמו שהגמרא אומרת: ״במקום שבעלי תשובה עומדים, צדיקים גמורים אינם יכולים לעמוד בו״. עבודת בעלי התשובה מגיעה גבוה יותר, עמוק יותר, וחזק יותר מעבודת הצדיקים בכמה עניינים. ומהו הביאור בזה? בספרי החסידות של תלמידי הבעל שם טוב מובאים ביאורים יפים ועשירים מאוד על פסח שני, וגם דוגמאות. בספר עבודת ישראל, המגיד הקדוש מקוזניץ כותב ביאור יפה מאוד על הפסוקים של פסח שני. וכך הוא כותב: נאמר ״ויהי אנשים אשר היו טמאים לנפש אדם״. היהודים האלה באו אל משה רבינו לאחר שהחמיצו את הפסח הראשון. [לא ברור] הוא מפרש שפסח ראשון הוא הקדושה, הקדושה העליונה שנמשכת בפסח. פסח מורה על בחינת המשכה. אז [לא ברור], כל ה[לא ברור] של פסח, ״פה סח״, הוא המשכה של אלוקות. פסח [לא ברור] דילוג, זוהי המשכה והתגלות גדולה מאוד.

16:26 זיין טמא לנפש אדם, ודרך רחוקה, און ער קומט צו גיין, שרייט צום משה רבינו: ״למה נגרע? איך וויל אויך ברענגען פסח. איך וויל מ׳זאל מיר געבן נאך א געלעגנהייט״. איז פון דעם קומט צו גיין פסח שני, וואס דאס באדייט דעם דרך עבודה אין עבודת התשובה. און דערפאר, דאס איז רגל בפני עצמו, ווייל דער ענין פון עבודת התשובה, דאס איז עבודת השם, א דרך העבודה, עבודה בפני עצמה. ס׳איז דא א מעלה אין עבודת התשובה לגבי עבודת הצדיקים. און ווי די גמרא זאגט אין שבת: ״במקום שבעלי תשובה עומדים, צדיקים גמורים אינם יכולים לעמוד בו״. אז עבודת הבעלי תשובה, דאס לאנגט דאך העכער, טיפער, יא, און שטארקער ווי עבודת הצדיקים אין כמה עניינים. וואס איז דא דער ביאור אין דעם ענין? איז אמאל, דא קוקט מען און זעט מען דא, אז אין חסידישע ספרים פון תלמידי הבעל שם טוב ברענגט זיך, יא, זייער געשמאקע, רייכע ביאורים אויף פסח שני, יא. ברענגען אפילו דוגמאות. איז דא עבודת ישראל, דער הייליגער קאזניצער מגיד שרייבט אין עבודת ישראל א זייער געשמאקן ביאור אויף די פסוקים פון פסח שני. און ער שרייבט אזוי, ער שרייבט אזוי, ס׳שטייט: ״ויהי אנשים אשר היו טמאים לנפש אדם״. אז די אידן זענען געקומען צו גיין צום משה רבינו און זיי האבן פארפעלט דעם פסח ראשון. אז [לא ברור] טייטשט ער, פסח ראשון, דאס איז די קדושה, קדושה עליונה וואס איז נמשך פסח. פסח באווייזט אויף בחינת המשכה. איז דער [לא ברור], די גאנצע [לא ברור] פון פסח, פה סח, יא, דאס איז א המשכה פון אלקות. פסח [לא ברור] דילוג, יא, דאס איז א גרויסע, גרויסע המשכה און גילוי.

18:00 מאלוקות. ויש נשמות שפשוט הפסידו, החסירו ולא זכו להתחבר לפסח ראשון. וזה מה שנאמר: ״איש איש כי יהיה טמא לנפש״. בגלל עוונותיו, בגלל חטאיו ועוונותיו, הוא נעשה טמא לנפש. הוא נטמא, וממילא לא זכה להמשיך את הקדושה של פסח ראשון. ״או בדרך רחוקה״ — הוא מפרש ״בדרך רחוקה״, שהוא מרגיש רחוק מאלוקות. וכמו שרש״י מביא, מה פירוש ״בדרך רחוקה״ כאן? שהוא רחוק מאסקופת העזרה. עניינה של העזרה הוא שזהו מקום המקדש, שבו יהודי עומד פנים אל פנים מול הקב״ה ואומר: ״ברוך אתה ה׳״. הוא עומד פנים אל פנים מול הקב״ה, אומר ״ברוך אתה ה׳״ ומדבר אליו פנים אל פנים. אבל כאן הוא מרגיש ״בדרך רחוקה״. הוא מרגיש שאינו יכול להתקרב לקב״ה ולעמוד מולו פנים אל פנים. ״רחוקה״ — רחוק ה׳. יש נקודה על הה״א, כפי שרש״י מביא. מה פירוש הנקודה על הה״א כאן? שהוא הרחיק את הה״א. הפירוש הוא שכאשר יהודי עושה חטאים ועוונות, הוא מרחיק את הה״א של יו״ד ק״י ו״ו ק״י, הה״א התחתונה, שהיא הנשמה, הנפש האלוקית, שלא הייתה חיה. כך הרבי קורא לזה בתניא, באגרת התשובה, והה״א התרחקה ממדרגתה.

18:00 פון גאטליכקייט. און ביי די נשמות וואס זיי האבן פשוט פארשפילט, זיי האבן חסר געווען, זיי האבן נישט זוכה געווען, קענען זיך פארבינדן מיט ערשטן פסח. און דאס איז וואס ער זאגט: „איש איש כי יהיה טמא לנפש“. אז צוליב זיינע עוונות, בעוונותיו, צוליב זיינע חטאים ועוונות, איז ער געווארן טמא לנפש. אז ער איז טמא געווארן, און ממילא די קדושה פון פסח ראשון האט ער נישט זוכה געווען צו ממשיך זיין. „או בדרך רחוקה“, טייטשט ער „בדרך רחוקה“, אז ער פילט רחוק פון אלקות, רחוק פון גאטליכקייט. און ווי רש״י ברענגט, אז וואס דא טייטשט „בדרך רחוקה“? אז ער איז רחוק מאסקופת העזרה. דער ענין פון עזרה, ווייל ס׳איז א מקדש וואס א איד שטעלט זיך אוועק פנים אל פנים צום אויבערשטן און ער זאגט: „ברוך אתה ה׳“. אז ער שטייט פנים אל פנים צום אויבערשטן און ער זאגט „ברוך אתה ה׳“, רעדט צום אויבערשטן פנים אל פנים. אבער דא פילט ער „בדרך רחוקה“. ער פילט אז ער קען זיך נישט דערנענטערן צום אויבערשטן און שטיין פנים אל פנים. „רחוקה“ — רחוק ה׳. איז א נקודה על ה׳, ווי רש״י ברענגט. וואס איז דא טייטש נקודה על ה׳? אז דאס מרחק געווען דעם ה׳. איז דער פשט, אז בשעה א איד טוט חטאים ועוונות, איז ער מרחק דעם ה׳ פון יו״ד ק״י ו״ק ק״י, דער אונטערשטער ה׳, וואס דאס איז די נשמה, די נפש האלקית, וואס האט נישט לעבעדיג געווען. דא דער רבי רופט אין תניא, אין אגרת התשובה, און דער ה׳ איז זיך מרחק געווארן פון מדרגות.

19:30 וזה עניין התשובה, תשוב ה׳: להשיב שוב את הה״א ולחבר אותה עם יו״ד ק״י ו״ו ק״י. ולכן כתוב ״לכם״ — ״לכם״, היינו שהוא פגם בעצמו. ״לדורותיכם״, הוא מפרש, שאפילו בצדיק, חס ושלום, נוצר פגם. כאשר יש פגם ביהודי, יכול, רחמנא ליצלן, להיות לפעמים פגם גם בצדיק, כי הצדיק קשור לחסידים, לתלמידים. על ידי שאדם פוגם בעצמו, הוא פוגם גם בנפש הצדיק. ״לדורותיכם״ מתייחס כאן לנשמת הצדיק. וממילא באה התורה ואומרת: ״ועשו פסח לה׳״. התורה באה ואומרת: אל תתייאש, אל תחשוב שהכול אבוד, אל תחשוב שזה נגמר. דע לך: ״ועשו פסח לה׳״. התורה נותנת לך עוד הזדמנות, שאתה יכול שוב לדלג ולהמשיך שוב את הקדושה העליונה. ״בחודש השני בארבעה עשר יום״ — מגיע זמן חדש. התורה נותנת חודש חדש, תקופה חדשה. והתורה אומרת לך: ״בארבעה עשר יום״ של החודש השני אתה יכול שוב לעשות — אתה יכול לעשות מחדש את כל הפסח ולהמשיך את הקדושה העליונה. זו מעלת התשובה שהתורה נתנה לנו. על דרך זה מוצאים פירוש לפסוקים באופן אחר, במדרגה אחרת,

19:30 און דאס איז דער ענין פון תשובה, תשוב ה׳: דאס נאך אמאל צוריקנעמען דעם ה׳ און מחבר זיין מיט יו״ד ק״י ו״ק ק״י. און דערפאר שרייבט ער „לכם“ — „לכם“ היינט אז ער איז אין זיך פוגם געווען. „לדורותיכם“ טייטשט ער, אז אפילו אין א צדיק, חס ושלום, ווערט א פגם. בשעה ס׳איז דא א פגם אין א איד, קען, רחמנא ליצלן, זיין אמאל א פגם אויך אין א צדיק, ווייל דער צדיק איז פארבונדן מיט די חסידים, מיט די תלמידים. איז דורך דעם וואס מ׳איז פוגם אין זיך, איז מען פוגם אויך אין דער נפש הצדיק. „לדורותיכם“ גייט אויף די נשמה דא פון צדיק. איז ממילא קומט צו גיין תורה און זאגט: „ועשו פסח לה׳“. תורה קומט צו גיין און זאגט: ווער נישט מיואש, זאלסט נישט מיינען אז ס׳איז פארפאלן, זאלסט נישט מיינען אז ס׳איז געענדיגט. זאלסט וויסן: „ועשו פסח לה׳“. די תורה גיט דיר נאך א געלעגנהייט, אז דו קענסט נאך אמאל געבן א שפרונג און נאך אמאל ממשיך זיין די קדושה עליונה. „בחודש השני בארבעה עשר יום“ — ס׳קומט א נייע צייט. די תורה גיט א נייעם חודש, א נייע תקופה. און די תורה זאגט דיר: „בארבעה עשר יום“ פון חודש השני קענסטו נאך אמאל „יעשו“ — דו קענסט נאך אמאל איבערמאכן, נאך אמאל מאכן דעם גאנצן פסח און ממשיך זיין די קדושה עליונה, וואס איז די מעלה פון תשובה וואס די תורה האט אונז געגעבן. על דרך זה געפינט מען אין נאך אן אנדערע אופן, אין אן אנדערע מדרגה, אויסגעטייטשט די

20:56 אצל רבי אלימלך ב״נועם אלימלך״. הוא אומר פירוש נפלא לפסוקים של הפרשה. וכדרכו בקודש, הוא מדבר על מדרגות אחרות, ואומר דבר נפלא באופן שבו הוא מפרש את הפסוקים. הוא אומר שהרי ידוע, הגמרא מביאה כמה דעות מי היו הטמאים לנפש שבאו בטענה למשה רבינו: ״למה נגרע״. אחת הדעות שהגמרא מביאה היא שהיו אלה נושאי ארונו של יוסף. הם היו אלה שטענו ״למה נגרע״ — נושאי ארונו של יוסף. ה״נועם אלימלך״ מפרש שהכוונה ליהודים שנשאו את ארונו של יוסף. ועל ידי זה — יוסף הוא הצדיק, הנשיא — על ידי שנשאו את ארונו של יוסף, הם נתעלו למדרגה גבוהה ביותר. וככל שהם נתעלו למדרגה גבוהה יותר, הוא אומר, כך, כשיהודי מתעלה ומתקרב לקב״ה, ככל שהוא מתעלה וככל שהוא מתקרב לאלוקות, הוא מרגיש את עצמו רחוק יותר, נחות יותר וקטן יותר בעיני עצמו. וזו הייתה טענתם: ״ויהיו האנשים״ — הם באו למשה רבינו ואמרו: ״אנחנו טמאים לנפש אדם״. ככל שעשינו יותר את עבודתנו, כך...

20:56 פסוקים. איז דא פון רבי אלימלך אין „נועם אלימלך“, זאגט ער א מורא׳דיגן טייטש ווי ער טייטשט אויס די פסוקים פון דער פרשה. און ער, כדרכו בקודש, רעדט דאך אויף נאך אנדערע מדרגות, זאגט ער א מורא׳דיג ווארט ווי אזוי ער טייטשט די פסוקים אין זיין אופן. זאגט ער, אז דאך ידוע, די גמרא זאגט דאך, אז די אידן זיינען געווען — די גמרא ברענגט דאך כמה דעות ווער זענען געווען די טמאים לנפש וואס זיינען געקומען טענה׳ן צו משה רבינו „למה נגרע“. איז די גמרא ברענגט דאך איינע פון די שיטות, אז עס איז געווען נושאי ארונו של יוסף. און זיי זענען געווען די וואס האבן געטענה׳ט „למה נגרע“, נושאי ארונו של יוסף. טייטשט דער נועם אלימלך, אז דאס רעדט פון אידן וואס זיי האבן זיך געווען טראגן ארונו של יוסף. און דורך דעם — יוסף, דאס איז דער צדיק, דער נשיא — און דורך דעם וואס זיי האבן געטראגן ארונו של יוסף, זיינען זיי נתעלה געווארן במדרגה גבוהה ביותר. און וואס מער זיי זיינען נתעלה געווארן במדרגה גבוהה ביותר, זאגט ער, אז ווען א איד ווערט העכער און נענטער צום אויבערשטן, איז וואס מער ער ווערט נתעלה און וואס מער ער ווערט נענטער צו אלקות, פילט ער זיך מער ווייטער און מער נידעריגער און מער קליינער ביי זיך. און דאס האבן זיי געטענה׳ט: „ויהיו האנשים“ — זיי האבן געקומען צו משה רבינו און זיי האבן געזאגט: „אנחנו טמאים לנפש אדם“. וואס מער מיר האבן געמאכט אונזער עבודה, האט...

22:33 וכשמתקרבים לצדיק, אנחנו מרגישים יותר ״טמאים לנפש אדם״. מרגישים נחותים יותר, מרגישים רחוקים יותר, בדרך רחוקה. מרגישים שכל מה שעשינו אינו מספיק כלל, וככל שעושים יותר, מרגישים נחותים וקטנים יותר בעיני עצמנו, ושווים פחות בעיני עצמנו. כן, ״טמאים לנפש אדם״, כאילו לא הייתה כאן עבודה כלל. וממילא הם באים למשה רבינו ואומרים: מה נעשה? איך נוכל להקריב פסח לה׳? אומר להם משה רבינו: ״עמדו ואשמעה מה יצוה ה׳ לכם״. משה רבינו אומר ליהודים: אלך לקב״ה ואספר לו. אומר לקב״ה: ראה, ריבונו של עולם, היהודים — ככל שהם מתקרבים אליך וככל שהם עובדים אותך יותר, כך הם נעשים קטנים יותר בעיני עצמם ושפלים יותר בעיני עצמם, ומרגישים נחותים יותר. וזה דווקא הנחת רוח האמיתית אצל הקב״ה. ובזכות זה אפשר לקבל פסח שני; כן, ניתנים עוד פסח, עוד דילוג, עוד התחדשות. כן, זה ניתן בחודש השני. הוא מפרש ״בחודש״ מלשון התחדשות: התחדשות חדשה בעבודת השם. על ידי הביטול, על ידי ההרגשה שאדם מרגיש בעצמו, המרירות שלו מכך שככל שהוא עובד את הקב״ה, הוא מרגיש נחות וקטן יותר — בזכות זה הוא מקבל התחדשות חדשה, גילוי חדש, שהוא פסח שני. וזה אומר, כיצד העניין של פסח שני הוא מלכתחילה

22:33 און ווען מ׳ווערט נענטער צום צדיק, פילן מיר זיך מער טמאים לנפש אדם. מ׳פילט זיך נידעריקער, מ׳פילט זיך ווייטער, בדרך רחוקה. מ׳פילט אז אלץ וואס מ׳האט געטאן איז גארנישט גענוג, און וואס מער מ׳טוט, פילט מען זיך נידעריקער און קלענער ביי זיך, און ווייניקער ביי זיך, יא, טמאים לנפש אדם, כאילו ס׳איז בכלל נישט געווען קיין עבודה שם. און ממילא קומען זיי צו צו משה רבינו און זאגן: וואס זאלן מיר טאן? ווי קענען מיר ברענגען פסח לה׳? זאגט זיי משה רבינו: „עמדו ואשמעה מה יצוה ה׳ לכם.“ משה רבינו זאגט צו אידן: איך וועל גיין צום אויבערשטן, איך וועל אים דערציילן. איך וועל זאגן דעם אויבערשטן: קוק, רבונו של עולם, די אידן — וואס נענטער זיי ווערן צו דיר און וואס מער זיי דינען דיר, אלץ ווערן זיי מער קטנים בעצמם און מער שפלים בעצמם, און פילן זיך מער נידעריק. און דאס איז גאר דער אמת׳ער נחת רוח ביים אויבערשטן. און אין דעם זכות קען מען באקומען א פסח שני, יא, ס׳גיט זיך נאך, נאך, נאך א פסח, נאך א דילוג, נאך א התחדשות, יא, אז דאס גיט זיך בחודש השני. טייטשט ער „בחודש“ בלשון התחדשות: א נייע התחדשות אין עבודת השם. דורך דעם ביטול, דורך דעם הרגש וואס דער מענטש פילט ביי זיך, זיין מרירות פון דעם וואס וויפיל ער דינט דעם אויבערשטן, פילט ער זיך נידעריקער און קלענער, איז אין דעם זכות באקומט ער א נייע התחדשות, א נייע גילוי, וואס איז פסח שני. וואס דאס מיינט, ווי אזוי דער ענין פון פסח שני איז מראש

23:59 מראש כל דרגין עד סוף כל דרגין. יש אדם שנמצא בתכלית השפלות, באים אליו ואומרים לו שמגיע פסח שני, ונותנים לך דרך תשובה. ויש אדם שנמצא בתכלית הרוממות, שעומד במדרגה הראשונה, וזו התשובה של צדיק: התשובה של יהודי שעומד בראש כל דרגין ומרגיש כמה מעט עוד עשה. גם על זה בא פסח שני. וכך מובן מדוע פסח שני הוא רגל בפני עצמו. הוא לא רק תשלומין. אפשר לומר, למשל, שיש אדם שנותנים לו רק תשלומין. אבל פסח שני הוא מצווה בפני עצמה, רגל בפני עצמו. עבודת התשובה אינה רק תשלומין, אף שיש בה גם משהו מתשלומין ולא משלימות. זו השלימות של העבודה, עבודה בפני עצמה: שיהודי יכול תמיד להרגיש נמוך יותר וקטן יותר, להיות בענווה לפני הקב״ה. כידוע, מביאים זאת לפעמים בשם הבעל שם טוב: באותה תקופה עדיין לא היה השם ״חסידים״; זה שם שניתן בהמשך הזמן. כידוע, השם ״חסידים״ הגיע מאוחר יותר; הבעל שם טוב לא נתן אותו. ויש בזה עומק; אני אומר רק את העניין בפשטות. אבל הרבי מביא בהמשך, אדמו״ר הריי״צ מביא בשיחותיו, שהבעל שם טוב אמר פעם שבעצם היו צריכים לקרוא להם ״בעלי תשובה״. כלומר, החסידות מגלה את התשובה כדרך בעבודה. וזהו פסח שני, היום של בעלי התשובה, שמראה לנו שכל יהודי יכול תמיד לעלות עוד ועוד בעבודת השם, בעבודת התשובה, ו[לא ברור].

23:59 כל דרגין עד סוף כל דרגין. ס׳איז א מענטש וואס געפינט זיך אין תכלית השפלות, קומט מען צו אים און מ׳זאגט אים אז ס׳קומט א פסח שני, מ׳גיט דיר א דרך התשובה. ס׳איז א מענטש וואס געפינט זיך בתכלית הרוממות, יא, וואס ער שטייט אין דער ערשטער מדרגה, און דאס איז די תשובה פון א צדיק, די תשובה פון דעם איד וואס שטייט בראש כל דרגין און ער פילט ווי ווייניק ער האט נאך געטאן. אויף דעם קומט אויך פסח שני. וואס דאס איז מובן, פארוואס פסח שני איז א רגל בפני עצמו. דאס איז נישט נאר תשלומין. יא, מ׳קען זאגן, למשל, א מענטש וואס מ׳גיט אים נאר תשלומין. אבער פסח שני איז א מצוה בפני עצמה, א רגל בפני עצמו. עבודת התשובה איז נישט נאר תשלומין, כאטש ס׳האט אויך עפעס פון תשלומין און נישט פון שלימות. דאס איז די שלימות פון עבודה, אן עבודה בפני עצמה. אז דער איד קען זיך אלעמאל פילן נאך נידעריקער און ווייניקער, זיין נידעריק פארן אויבערשטן. כידוע, וואס מ׳ברענגט דאס, אמאל ברענגט מען דאס בשם הבעל שם טוב, אז דעמאלט איז נאך דער נאמען חסידים געווען א נאמען וואס מ׳האט געגעבן שפעטער במשך הזמן. כידוע, דער נאמען חסידים איז א נאמען וואס איז שפעטער געקומען; דער בעל שם טוב האט אים נישט געגעבן. און ס׳איז דא אין דעם אן עומק; איך זאג נאר פשוט דעם ענין בזה. אבער דאס ברענגט שפעטער דער רבי, דער רבי הריי״צ ברענגט אין זיינע שיחות, אז דער בעל שם טוב האט אמאל געזאגט אז בעצם וואלט מען זיי גערופן בעלי תשובה. דאס הייסט, חסידות אנטפלעקט תשובה אלס א דרך אין עבודה. און דאס איז פסח שני, דער יום פון בעלי תשובה, וואס ווייזט אונז אז יעדער איד קען אלעמאל גיין נאך העכער און העכער אין עבודת השם, אין עבודת התשובה, און [לא ברור].

25:42 בפסח תש״א דיבר אדמו״ר הריי״צ על פסח שני, על ההרגש שהוא מעורר, ואמר על כך שלושה דברים שיש להם שייכות לפסח שני. הוא אמר שאצל חסידים יש שלושה ״שני״. אלה שלושה דברים שנקראים ״שני״. ה״שני״ הראשון מופיע בתניא. אדמו״ר הזקן אומר בתניא: ״ונפש השנית בישראל היא חלק אלוקה ממעל ממש״. זהו ״שני״ — נפש השנית. הדבר מגלה את העומק של היהודי, את עומק נשמתו של היהודי. ליהודי יש נפש השנית, והנפש השנית היא חלק אלוקה ממעל ממש. זו מתנה גדולה: בתוכך יש חלק מאלוקות, הנשמה הקדושה, שהיא כוח האמונה ומסירות הנפש, שבזכותם יהודי לא יוותר ולא ייתן לנתק אותו מאלוקות. זו נפש השנית. ה״שני״ השני הוא חדר שני. אצל חסידים יש חדר שני. מה עניינו של חדר שני? חדר שני נמצא בבית הכנסת; אדמו״ר האמצעי תיקן זאת. בכל בית כנסת צריך להיות חדר שני, כלומר חדר נוסף, ולחדר הזה קוראים חדר שני. למה קוראים לו כך? מהו חדר שני? זה המקום למי שרוצה להתפלל באריכות, מתוך התבוננות, להתעמק בחסידות ובעבודת השם באמצעות החסידות. כדי להתפלל באריכות, להתפלל מתוך התבוננות, להתפלל בעומק — [לא ברור] — צריך להיכנס לחדר שני, ושם אפשר להתפלל באריכות. עד כדי כך אמר הרבי, שבבית כנסת שאין בו חדר שני אי אפשר להתפלל. הוא רצה להנהיג שחסידים יהיו שקועים בעבודת התפילה, באמצעות התבוננות מעמיקה. הוא סבר שכל בית כנסת שבונים, כל שטיבל חסידי שבונים, צריך שיהיה בו חדר שני.

25:42 בפסח תש״א האט דער פריערדיקער רבי גערעדט וועגן פסח שני, דעם הרגש וואס עס ברענגט, און אויף דעם האט ער געזאגט דריי ווערטער, דריי זאכן וואס האבן א שייכות מיט פסח שני. ער האט געזאגט אז ביי חסידים זענען דא דריי „שני״ס“. דאס זענען דריי זאכן וואס ווערן גערופן „שני“. דער ערשטער „שני“ שטייט אין תניא. דער רבי זאגט אין תניא: „ונפש השנית בישראל היא חלק אלוקה ממעל ממש.“ דאס איז „שני“, נפש השנית. דאס אנטפלעקט דעם עומק פונעם איד, דעם עומק פון דער נשמה פונעם איד. דער איד האט א נפש השנית. און די נפש השנית איז א חלק אלוקה ממעל ממש. דאס איז א גרויסע מתנה, אז אין דיר איז דא א חלק פון אלקות, די נשמה הקדושה, וואס דאס איז דער כח האמונה, מסירות נפש, אז א איד וועט נישט מוותר זיין און וועט זיך נישט לאזן אפרייסן פון אלקות. דאס איז די נפש השנית. דער צווייטער איז חדר שני. ביי חסידים איז דא א חדר שני. וואס איז דער ענין פון חדר שני? חדר שני איז דא אין שול, אין בית הכנסת; דער מיטעלער רבי האט דאס מתקן געווען. אז אין יעדער שול דארף זיין א חדר שני, דאס הייסט נאך א חדר, און דעם חדר רופט מען חדר שני. פארוואס רופט מען עס אזוי? וואס איז חדר שני? דאס איז וואו מ׳וויל דאווענען באריכות, מיט התבוננות, יא, זיך אריינטאן טיף אין חסידות, אין עבודת השם דורך חסידות. דאווענען באריכות, דאווענען מיט התבוננות, דאווענען בעומק — [לא ברור] — דארף מען אריינגיין אין חדר שני, און דארט קען מען דאווענען באריכות. ביז אזוי ווייט האט דער רבי געזאגט, אז א שול וואס האט נישט קיין חדר שני, קען מען נישט דאווענען. ער האט געוואלט איינפירן אז חסידים זאלן זיך פארטאן אין עבודת התפילה, דורך התבוננות בעומק. ער האט געהאלטן אז יעדער שול וואס מ׳בויט, יעדער חסידישער שטיבל וואס מ׳בויט, דארף האבן א חדר שני.

27:52 ״שני״, ומי שרוצה להתפלל ביתר עומק, ביתר התבוננות — זה עניינו של חדר שני, עבודת התפילה. ואחר כך יש ה״שני״ השלישי, והוא פסח שני. מהו פסח שני? פסח שני, אמר אדמו״ר הריי״צ, פירושו שאין דבר אבוד. כלומר, אדם צריך לדעת שתמיד אפשר לתקן. וכך פירשו: ״איש איש כי יהיה טמא לנפש״ — אפילו אדם שהיה טמא, רחמנא ליצלן, בעניינים רוחניים; ״או בדרך רחוקה״ — שהוא רחוק מאלוקות; ויתרה מזו, ״לכם״ — שהוא עצמו הכניס את עצמו לעניינים רחוקים. כלומר, הדבר בא ממנו עצמו; הוא עצמו הביא את עצמו למצב הזה. אפילו אז, אומרת התורה, אין דבר אבוד, ותמיד אפשר לתקן ולתקן מחדש. וזהו פסח שני. אדמו״ר הריי״צ מסיים ואומר: מה הקשר בין שלושת ה״שני״? צריך לקחת את נפש השנית. כלומר, יהודי צריך לדעת שיש בו המעלות והמתנות העצומות הללו — הנשמה האלוקית, החלק אלוקה ממעל ממש; להתבונן בכך שיש נפש השנית, בכוח העצום שיש ליהודי. ואת נפש השנית הזאת צריך להכניס לחדר שני.

27:52 שני, און ווער עס וויל דאווענען מיט מער עומק, מיט מער התבוננות — דאס איז דער ענין פון חדר שני, עבודת התפילה. און דערנאך איז דא דער דריטער שני, און דאס איז פסח שני. וואס איז פסח שני? פסח שני, האט דער רבי הריי״צ געזאגט, איז דער ענין אז עס איז ניטא קיין פארפאלן. דאס הייסט, אז א מענטש דארף וויסן אז מען קען אלעמאל מתקן זיין. און עס איז געטייטשט: „איש איש כי יהיה טמא לנפש“. אפילו א מענטש וואס איז געווען טמא, רחמנא ליצלן, אין ענינים רוחניים, „או בדרך רחוקה“, אז ער איז ווייט פון ג־טלעכקייט, און נאך מער, „לכם“ — אז ער אליין האט זיך אריינגעפירט אין ענינים רחוקים. דאס הייסט, אז דאס איז געקומען פון אים אליין; ער האט זיך אליין צוגעפירט צו דעם מצב. איז אפילו ער קומט, זאגט די תורה, אז עס איז ניט קיין פארפאלן, און מען קען אלעמאל פאררעכטן, און מען קען אלעמאל מתקן זיין. און דאס איז פסח שני. דער רבי הריי״צ פירט אויס און זאגט: וואס איז דער קשר פון די דריי שניס? מען דארף נעמען דעם נפש השנית. דאס הייסט, א איד דארף וויסן אז ער האט אין זיך די געוואלדיקע מעלות און מתנות, די נשמה אלוקית, דעם חלק אלוקה ממעל ממש; זיך אריינטראכטן אין דעם ענין, אז עס איז דא א נפש השנית, דעם געוואלדיקן כח וואס א איד האט. און אט דעם נפש השנית דארף מען ארייננעמען אין חדר שני.

29:26 כלומר, להיכנס ולשבת, ו[לא ברור], ולהתייצב לתפילה, והיא צריכה להיות מתוך התבוננות עמוקה. עד שכאשר תיקח את נפש השנית שלך ותיכנס לחדר שני, תראה שיש פסח שני, שאין דבר אבוד, ושתמיד אפשר לצאת ולהתעלות, להתקרב ולהעמיק, להתקרב לקב״ה. וזה עניינו של פסח שני, שעליו אומרים: אין דבר אבוד. פסח שני הוא יום טוב בפני עצמו, רגל בפני עצמו: התורה נותנת ליהודי זמן, ודווקא בחודש נפרד — לא תשלומין, המשך — כדי להדגיש שיש כאן עניין בפני עצמו, שלימות בפני עצמה, עבודה בפני עצמה, עם מעלה בפני עצמה. זהו הכוח העצום של התשובה: יהודי יכול להתקרב לקב״ה, ולא משנה באיזו מדרגה הוא נמצא, מראש כל דרגין עד סוף כל דרגין, עניין התשובה, [לא ברור]. וכאשר אדם יתבונן בכך שיש לו חלק אלוקה ממעל ממש, נפש השנית, וייכנס לחדר שני, ושם, ושם, מתוך כוונה, חיות והתבוננות — אז פסח שני, ״אין דבר אבוד״, יאפשר לו לזנק. ״פסח״ מלשון דילוג, כפי שמפרש אדמו״ר הצמח צדק. פסח שני — זינוק שני, לדלג עוד דילוג, דילוג חזק יותר ודילוג גבוה יותר. והדילוג הזה מוביל אותנו אל ה״מדלג״ האמיתי—

29:26 דאס הייסט, זיך אריינזעצן און זיך אוועקזעצן, און [לא ברור], און זיך אוועקשטעלן דאווענען, און דאס דארף זיין מיט א טיפער התבוננות. ביז אז דו וועסט נעמען דיין נפש השנית און וועסט אריינגיין אין חדר שני, וועסטו זען אז עס איז פסח שני, אז עס איז ניט קיין פארפאלן, און מען קען אלעמאל ארויסגיין און ווערן העכער, נענטער, טיפער, נענטער צום אויבערשטן. און דאס איז דער ענין פון פסח שני, וואס מען זאגט: ניטא קיין פארפאלן. פסח שני איז א יום טוב בפני עצמו, רגל בפני עצמו, אז די תורה גיט א אידן א זמן, און דאס דווקא אין א באזונדערן חודש — ניט דא תשלומין, המשך — צו ארויסברענגען אז עס איז דא אן ענין בפני עצמו, א שלימות בפני עצמו, אן עבודה בפני עצמה, מיט א מעלה בפני עצמה. דאס איז דער געוואלדיקער כח התשובה, אז א איד קען נענטער ווערן צום אויבערשטן, און אין וועלכער מדרגה זאל ער ניט זיין, מראש כל דרגין עד סוף כל דרגין, דער ענין התשובה, [לא ברור]. אז ביז א מענטש וועט זיך מתבונן זיין אין דעם וואס ער האט א חלק אלוקה ממעל ממש, א נפש השנית, און ער גייט אריין אין חדר שני, דארט, און דארט, מיט כוונה, מיט א חיות און מיט א התבוננות, איז דעמאלט וועט פסח שני — ניטא קיין פארפאלן — קען ער דעמאלט געבן א שפרונג. פסח מלשון דילוג, ווי דער צמח צדק טייטשט. פסח שני — א צווייטער שפרונג, געבן נאך א דילוג, און א שטארקערן דילוג, און א העכערן דילוג. און אט דער דילוג, דאס פירט אונז צו דעם אמת׳ן—

31:45 ״מדלג על ההרים״, כפי שנאמר בשיר השירים: ״קול דודי הנה זה בא מדלג על ההרים מקפץ על הגבעות״. שנזכה שיהיה הזינוק האמיתי של ״מדלג על ההרים מקפץ על הגבעות״, כפי שנאמר במדרש: ״קול דודי״ הוא מלך המשיח, ״הנה זה עומד אחר כתלנו״. שנזכה כבר לכך שהכותל הזה של הגלות יישבר לגמרי, ונראה פנים אל פנים את משיח צדקנו, עם בניין בית המקדש, ונקריב את קרבן הפסח ואת כל הקרבנות, ״ושם נעשה לפניך כמצות רצונך״, במהרה בימינו, אמן.

31:45 „מדלג על ההרים“, ווי עס שטייט אין שיר השירים: „קול דודי הנה זה בא מדלג על ההרים מקפץ על הגבעות“. מען זאל זוכה זיין, עס זאל זיין דער אמת׳ער שפרונג פון „מדלג על ההרים ומקפץ על הגבעות“, ווי עס שטייט אין מדרש: „קול דודי“ איז מלך המשיח, „הנה זה עומד אחר כתלנו“. מען זאל שוין זוכה זיין, אז פון דעם „אחר כתלנו“ זאל אינגאנצן צעבראכן ווערן דער כותל פון דעם גלות, און מיר זאלן זיך זען פנים אל פנים מיט משיח צדקנו, מיט דעם בנין בית המקדש, און מיר זאלן מקריב זיין דעם קרבן פסח און אלע קרבנות, „ושם נעשה לפניך כמצות רצונך“, במהרה בימינו, אמן.