תמלולי פודקאסטים · חב"ד Englishחב"דפדיה

לעבן חסידות · פרק 238 · 2026-08-05 · 20:28

פרשת ראה תשפ״ו "כי מנסה ה׳ אלוקיכם אתכם לדעת" - דער תכלית פון עבודת הנסיונות

תיאור הפרק

*רמב״ן ומפרשי המקרא *לקוטי תורה ד״ה אחרי ה׳ אלוקיכם תלכו *ד״ה ועשית חג שבועות תרס״ו *ד״ה נתת ליראיך תשיא

תמלול אוטומטי מהשמע, ותרגום מכונה לעברית. קישורים לחב"דפדיה נוספו אוטומטית.

00:01 מספרים על חסידים שהיו בשנת תרס״ב, בזמן הברית של הרבי בחג הפסח. הרבי נולד בי״א בניסן, והברית התקיימה בחול המועד פסח, בי״ח בניסן. דרך אגב, זהו יום ההולדת של אביו של הרבי, הרב לוי יצחק. הוא נולד בי״ח בניסן, ובשנת תרס״ב, באותו יום, התקיימה ברית המילה של בנו. סעודת הברית נערכה בבית סבו של הרבי מצד אמו, ר׳ מאיר שלמה ינובסקי. ר׳ מאיר שלמה ינובסקי היה יהודי תלמיד חכם גדול, ורב העיר ניקולאייב. באותה תקופה התגוררו אביו של הרבי, הרב לוי יצחק, והרבנית חנה אצל חותנו, אצל הסב, ר׳ מאיר שלמה. שם הם גרו, ושם ישב הרב לוי יצחק ולמד. רק שנים לאחר מכן נעשה רב ביקטרינוסלב, בדנייפרופטרובסק. אבל אז הוא התגורר בניקולאייב, ושם נולד הרבי בי״א בניסן, וברית המילה התקיימה ביום שישי, חול המועד פסח, י״ח בניסן. בסעודה נכח אחד החסידים הידועים בניקולאייב. הוא היה השוחט שם, ונקרא ר׳ אשר ניקולאייבר, ר׳ אשר גרוסמן.

00:01 מען דערציילט וועגן חסידים וואָס זענען געווען אין יאָר תרס״ב. דאָס איז געווען ביים ברית פון דעם רבי׳ן אין פסח תרס״ב. דער רבי איז געבוירן געוואָרן י״א ניסן, און דער ברית איז אויסגעקומען אין פסח, חול המועד, י״ח ניסן. וואָס בדרך אגב, דאָס איז דער יום הולדת פון דעם רבי׳נס טאַטן, פון ר׳ לוי יצחק. ער איז געבוירן געוואָרן י״ח ניסן, און אין יאָר תרס״ב, דעם זעלבן טאָג, איז געווען דער ברית מילה פון דעם זון פון דעם רבי׳נס טאַטן. בשעת וואָס ס׳איז געווען די סעודה פונעם ברית, דאָס איז געווען אין אַ שטוב פון דעם רבי׳נס זיידע, דאָס הייסט דעם מאַמעס טאַטע, וואָס האָט געהייסן ר׳ מאיר שלמה ינובסקי. ר׳ מאיר שלמה ינובסקי איז געווען אַ איד, אַ גרויסער תלמיד חכם, און ער איז געווען דער רב פון דער שטאָט ניקאָלאַיעוו. אין יענער תקופה, דער רבי׳נס טאַטע, ר׳ לוי יצחק, מיט זיין רביצין חנה, האָבן דעמאָלט געוואוינט ביי דעם שווער, ביי דעם זיידן, ביי ר׳ מאיר שלמה. דאָרטן האָבן זיי געוואוינט, דאָרטן האָט ער געזעסן און געלערנט. ביז יאָרן שפּעטער איז ער געוואָרן דער רב אין יעקאַטערינאָסלאַוו, אין דניעפּראָפּעטראָווסק. אָבער דעמאָלט האָט ער געוואוינט אין ניקאָלאַיעוו, און דאָרטן איז דער רבי געבוירן געוואָרן י״א ניסן, און דער ברית מילה איז געווען פרייטיק חול המועד פסח, י״ח ניסן. בשעת וואָס ס׳איז געווען די סעודה, איז געווען דאָרטן אַ חסיד פון די באַוואוסטע חסידים אין ניקאָלאַיעוו. ער איז געווען דער שוחט דאָרטן, געהייסן ר׳ אשר ניקאָלאַיעווער. ר׳ אשר, גערופן גראָסמאַן.

01:45 קראו לו ר׳ אשר ניקולאייבר. הוא היה השוחט של העיר וחסיד שריד. הוא ידוע גם בכך שעסק בהדפסת התניא. התניא המוכר שיש בידינו היום, עם כל התיקונים — ר׳ אשר ניקולאייבר הוא שעסק בכל הפרטים ובסיפורים הקשורים לכך. הוא היה חסיד שריד אמיתי, ונכח שם בסעודת הברית. הרב, הסב, ר׳ מאיר שלמה ינובסקי, שם לב שהוא אינו אוכל. מדוע לא אכל? בפשטות, היה זה פסח, וידוע מנהג החסידים שבפסח לא אכלו זה אצל זה, בגלל ההידורים והחומרות. כפי שמובא ב״היום יום״ על הנהגת החסידים, שבפסח לא אכלו זה אצל זה. לכן ר׳ אשר לא אכל. ר׳ מאיר שלמה הבחין שהוא אינו אוכל אצלו, ואמר לו שבעצם היה עליו להקפיד עליו. למה להקפיד? איך ייתכן שאתה לא אוכל אצלי בבית? אתה לא סומך על הכשרות שלי, על ההידורים שלי? הרי אני רב העיר. אבל איני יכול להקפיד עליך, כי כל חיי הם בזכותך. אני צריך להודות לך על שנשארתי בחיים. ור׳ מאיר

01:45 גערופן ר׳ אשר ניקאָלאַיעווער. ער איז געווען דער שוחט פון דער שטאָט, ער איז געווען אַ חסיד שריד. ער איז אויך באַוואוסט פון דעם וואָס ער האָט געדרוקט דעם תניא. דער באַוואוסטער תניא וואָס מיר היינט האָבן מיט די אַלע תיקונים — דאָס איז געווען ר׳ אשר ניקאָלאַיעווער וואָס האָט זיך פאַרנומען מיט די אַלע פרטים און די סיפורים וואָס זענען דאָ אין דעם. ער איז געווען אַן אמתער חסיד שריד, און ער איז געווען דאָרטן ביי דער סעודה, ביים ברית. דער רב, דער זיידע, ר׳ מאיר שלמה ינובסקי, האָט באַמערקט אַז ער עסט נישט. פאַרוואָס האָט ער נישט געגעסן? בפשטות איז געווען פסח, און ס׳איז דאָך ידוע ביי חסידים וואָס איז געווען דער מנהג, אַז פסח האָט מען נישט געגעסן איינער ביים צווייטן, צוליב הידורים און חומרות. ווי ס׳ברענגט זיך אין דעם „היום יום“, די הנהגה פון חסידים, אַז פסח האָט מען נישט געגעסן איינער ביים צווייטן. איז ר׳ אשר נישט געגעסן. האָט ר׳ מאיר שלמה באַמערקט אַז ער עסט נישט ביי אים. האָט ער אים געזאָגט אַז באמת וואָלט ער געדאַרפט האָבן אויף אים אַ קפידא. פאַרוואָס אַ קפידא? ווי קומט דאָס אַז דו עסט נישט ביי מיר אין שטוב? דו פאַרלאָזט זיך נישט אויף מיין כשרות, אויף מיינע הידורים? איך בין דער רב אין שטאָט. נו, אָבער איך קען אויף דיר נישט האָבן קיין קפידא, ווייל מיין גאַנצע לעבן איז אַ דאַנק דיר. איך דאַרף דיר דאַנקען פאַר דעם וואָס איך בין געבליבן ביים לעבן. און ר׳ מאיר

03:13 שלמה סיפר שכמה שנים קודם לכן היה מצב קשה: מגפה קשה פשטה בעיר ובסביבתה, ולמרבה הצער אנשים מתו מן המגפה. המצב היה כזה שכל מי שחלה נלקח משם — כיוון שזו הייתה מגפה של מחלה מידבקת, שעברה מאדם לאדם, ואיש לא יכול היה לעזור. את מי שחלה הניחו במקום סגור ומגודר, כדי שחס ושלום לא ידביק אחרים. ולמרבה הצער, אנשים מתו שם; זה היה מצב נורא. ואז קרה שגם ר׳ מאיר שלמה ינובסקי, סבו של הרבי, אביה של הרבנית חנה, אמו של הרבי, חלה ונדבק במגפה. לקחו אותו אל מחוץ לעיר, אל אותו שטח שבו שכבו כל החולים. הוא שכב שם חלש, לא יכול היה לזוז, והרגיש שהוא הולך ונחלש מיום ליום. אבל כשר׳ אשר ניקולאייבר, השוחט, שמע שהרב ר׳ מאיר שלמה נמצא שם, הוא החליט להיכנס לשטח הזה. אסור היה להיכנס לשם,

03:13 שלמה האָט דערציילט אַז מיט עטליכע יאָרן פריער איז געווען אַ שווערער מצב, ווייל ס׳איז געווען אַ מגפה, אַ שווערע מגפה אין דער שטאָט, אין דעם אָרט אַרום און אַרום. און ס׳זענען נעבעך אומגעקומען, ס׳זענען נפטר געוואָרן פון דער מגפה וואָס איז פאָרגעקומען. און דער מצב איז געווען אַז מען האָט גענומען אַלע וואָס זענען געוואָרן קראַנק — וויבאַלד ס׳איז געווען אַ מגפה מיט אַ קרענק וואָס האָט אָנגעשטעקט איינעם פון דעם אַנדערן, און ס׳איז געווען אַ מצב וואָס קיינער האָט נישט געקענט העלפן — איז ווער ס׳איז געוואָרן קראַנק, האָט מען אים געלייגט אין אַ פּלאַץ, אַ פאַרמאַכטער פּלאַץ, וואָס איז געווען אַרומגערינגלט, כּדי ער זאָל חס ושלום נישט אָנשטעקן אַנדערע. און ממילא זענען דאָרטן נעבעך נפטר געוואָרן; ס׳איז געווען אַ געפערלעכער מצב. איז געקומען אַ מצב אַז ר׳ מאיר שלמה, דעם רבי׳נס זיידע, ר׳ מאיר שלמה ינובסקי, דעם רבי׳נס מאַמע חנה׳ס טאַטע, איז אויך געוואָרן קראַנק, אָנגעכאַפּט פון דער מגפה. נו, האָט מען אים גענומען אַרויס פון דער שטאָט, אין יענעם שטח וואו ס׳זענען געלעגן אַלע קראַנקע. ער איז דאָרטן געלעגן, ער איז געווען שוואַך, ער האָט נישט געקענט רירן און האָט געפילט אַז ער ווערט שוואַכער פון טאָג צו טאָג. אָבער ווען ר׳ אשר ניקאָלאַיעווער, דער שוחט, האָט געוואוסט אַז דער רב ר׳ מאיר שלמה געפינט זיך דאָרטן, האָט ער מחליט געווען אַריינצוגיין אין דעם שטח. אַריינגיין דאָרטן האָט מען נישט געטאָרט,

04:40 הייתה בכך סכנה של [לא ברור]. מה הוא עשה? הוא לקח תניא, הלך והניח אותו בצדו השני של הגדר, מחוץ לאותו שטח, ונהג ללמוד בכל יום את פרק י״א באגרת הקודש. זהו הפרק בתניא שבו אדמו״ר הזקן מבאר את עניין הניסיונות. ראו שם בתניא, באגרת הקודש, סימן י״א. הפרק מתחיל במילים ״להשכילך בינה״, והוא היה מוכר אצל חסידים כ״להשכילך בינה״. בפרק הזה אדמו״ר הזקן מלמד את החסידים כיצד צריך להתחזק ולהיות בשמחה בכל מצב. ״רק האמונה האמיתית ביוצר בראשית״, וממילא להיות ״שמח בשמחה אמיתית בכל עת ובכל שעה״, ״ויגיל וישמח״. אדמו״ר הזקן דורש מן החסידים שמחה אמיתית, וגם ״לקבל את הייסורים בשמחה״ ולא להתפעל מכל הניסיונות, כי ״זה כל האדם לנסותו בנסיונות כאלו לדעת את אשר בלבבו״ — האם הוא קשור לקב״ה, או שהוא רוצה, חס ושלום, לחיות כמו עמים אחרים, לחשוב רק על עצמו, ״טוב לי ונעים לי״ וכו׳. אדמו״ר הזקן מדבר על כך בחריפות רבה. הרי יהודי, חסיד, צריך לחיות, להיות שמח בשמחה ״בכל מעמד ומצב״, להתחזק בכך ו״לקבל את העניינים בשמחה ובטוב לבב״. בזה

04:40 עס איז געווען א סכנה פון [לא ברור]. וואס האט ער געטאן? ער האט גענומען א תניא און איז געגאנגען און עס אוועקגעשטעלט פון דער אנדערער זייט פונעם גדר, מחוץ פון יענעם שטח, און ער פלעגט יעדן טאג לערנען דעם פרק י״א פון אגרת הקודש. דער פרק אין תניא, וואו דער אלטער רבי איז מבאר דעם ענין פון נסיונות. זעט דארט אין תניא, אין אגרת הקודש, סימן י״א. א פרק וואו ער הייבט זיך אן: ״להשכילך בינה״, וואס איז געווען ביי חסידים באוואוסט, יא, דער ״להשכילך בינה״. דאס איז א פרק וואס דער אלטער רבי לערנט די חסידים ווי אזוי מען דארף זיך שטארקן און זיין אין שמחה אין אלע מצבים, יא. ״רק האמונה האמיתית ביוצר בראשית״, און ממילא דערפאר זיין ״שמח בשמחה אמיתית בכל עת ובכל שעה״, ״ויגיל וישמח״. דער אלטער רבי מאנט ביי חסידים אמת׳ע שמחה, און אויך ״מקבל זיין די יסורים בשמחה״ און נישט נתפעל ווערן פון די אלע נסיונות, ווייל ״זה כל האדם לנסותו בנסיונות כאלו לדעת את אשר בלבבו״ — צי ער איז צוגעבונדן צום אויבערשטן, אדער וויל, חס ושלום, לעבן ווי אנדערע פעלקער, טראכטן נאר אין זיך, ״טוב לי ונעים לי״ וכו׳. דער אלטער רבי רעדט זייער שארף ווי עס איז. ווען א איד, א חסיד, דארף דאך לעבן, זיין שמח בשמחה ״בכל מעמד ומצב״, און זיך מיט דעם שטארקן און ״מקבל זיין די ענינים בשמחה ובטוב לבב״. אין דעם

06:16 את הפרק הזה שמע ר׳ מאיר שלמה בכל יום. ר׳ אבא שא מניקולייב היה בא אליו, כל עוד יכול היה לבוא, ולומד בקול גדול את כל פרק י״א. אחר כך היה חוזר למקומו. ר׳ מאיר שלמה סיפר שהשמיעה הזאת, לשמוע את ר׳ אבא שא מניקולייב לומד את פרק י״א באגרת הקודש, הייתה בשבילו כמו הזריקה הגדולה והטובה ביותר, זריקה של חיזוק, כמו שאומרים. מובן שהוא נתן לו חיזוק. לפעמים אדם נמצא במצב שאין לו כוח להתגבר על החולשה, והוא הולך ונחלש. אבל השמיעה של אגרת הקודש, סימן י״א, החייתה אותו ונתנה לו כוח ועוד כוח ועוד כוח. היא גם נתנה לו את הכוח לצאת מהמצב הזה, לחזור לעצמו, עד שהצליח לצאת מאותו מקום. והוא חי עוד שמונה עשרה שנה לאחר מכן. זה הכוח של עמידה בניסיון, כפי שאדמו״ר הזקן תובע מאיתנו בתניא. בפרשתנו אנו מוצאים את הפסוק: ״כי מנסה ה׳ אלקיכם אתכם לדעת הישכם אוהבים את ה׳ אלקיכם״. זה הפסוק שממנו לומדים את כל עניין הניסיונות. התורה מספרת לנו שהקב״ה מביא על האדם ניסיונות. ״כי מנסה ה׳ אלקיכם אתכם לדעת״ — הקב״ה מעמיד את האדם בניסיונות. אבל השאלה היא: מה טעם הדבר?

06:16 פרק האט ר׳ מאיר שלמה געהערט יעדן טאג. ר׳ אבא שא פון ניקאלייעוו פלעגט צוקומען, ביז ער האט געקענט צוקומען, און ער פלעגט לערנען בקול גדול, פלעגט ער לערנען דעם גאנצן פרק י״א. און דאס האט ער געטאן, שפעטער צוריקגעגאנגען צו זיך. דאס דערציילט ר׳ מאיר שלמה, אז דאס הערן, הערן ווי ר׳ אבא שא פון ניקאלייעוו לערנט דעם פרק י״א אין אגרת הקודש, איז געווען פאר אים ווי די גרעסטע, די בעסטע זריקה, אינדזשעקציע, ווי מיר זאגן, די גרעסטע זריקה פון חיזוק. עס פארשטייט זיך, אז ער האט אים געגעבן חיזוק. מען קען זיך אמאל געפינען, אז דער מענטש האט נישט דעם כח איבערצוקומען די שוואכקייט; ער ווערט שוואכער און שוואכער. אבער הערנדיק דעם אגרת הקודש, סימן י״א, דאס האט אים מחיה געווען און געגעבן שטארקייט און שטארקייט און שטארקייט. און דאס האט געגעבן דעם כח אים אויך צו קענען ארויסקריכן פון דעם מצב, צוריקקומען צו זיך, ביז ער האט געקענט ארויסקריכן צוריק פון יענעם ארט. און ער האט נאך געלעבט נאך אכצן יאר שפעטער. דאס איז דער כח פון ״עמידה בנסיון״, ווי דער אלטער רבי מאנט אונז אין תניא. אין אונזער פרשה געפינען מיר דעם פסוק: ״כי מנסה ה׳ אלקיכם אתכם לדעת הישכם אוהבים את ה׳ אלקיכם״. דאס איז דער פסוק פון וואנען מען לערנט ארויס דעם גאנצן ענין פון נסיונות. די תורה דערציילט אונז אז דער אויבערשטער ברענגט א מענטשן נסיונות. ״כי מנסה ה׳ אלקיכם אתכם לדעת״ — דער אויבערשטער שטעלט צו נסיונות צו דעם מענטשן. די שאלה איז אבער: וואס איז דער טעם הדבר?

07:56 מדוע הקב״ה מעמיד את האדם בניסיונות? הפסוק אומר ״כי יקום בקרבך נביא״, שיש נביא, ״או חולם חלום״, נביא שקר, והוא יעשה אות ומופת, ואפילו יצליח להראות אותות ומופתים, להוכיח שיש כאן משהו גדול. והוא יבוא ויאמר שבגלל האותות והמופתים צריך [לא ברור]. אבל לא כך נוהגים כשיש אמונה אמיתית. אומר הפסוק שצריך לדעת: ״כי מנסה ה׳ אלקיכם אתכם לדעת״. כל הניסיונות אינם אלא דבר שהקב״ה שולח לנו, ״לדעת הישכם אוהבים את ה׳״ — לראות אם אנחנו אוהבים את הקב״ה. ולכן הפסוק ממשיך ואומר: ״אחרי ה׳ אלקיכם תלכו״, להחזיק חזק באמונה ובביטחון בקב״ה בלבד, ״ואותו תיראו ואת מצותיו תשמרו ובקולו תשמעו ואותו תעבודו ובו תדבקון״, כל המשך הפסוקים. וכאן עולה השאלה שכל המפרשים שואלים: מה פירוש ״לדעת״? ״כי מנסה ה׳ אלקיכם אתכם לדעת״. המילה ״לדעת״ — מה פירושה? למי היא מתייחסת? וכידוע, הרמב״ם כותב במורה נבוכים שהיו פילוסופים ואחרים שרצו לפרש — כך מביא גם האבן עזרא — כן, היו שפירשו את ״לדעת״ כך: הקב״ה רוצה לדעת מה יהיה עם האדם, האם יוכל להישאר

07:56 פאר וואס שטעלט דער אויבערשטער צו א מענטשן נסיונות? דער פסוק זאגט אז ״כי יקום בקרבך נביא״, אז עס איז דא א נביא, ״או חולם חלום״, א נביא שקר, און ער וועט מאכן אן אות און א מופת, און עס וועט אים געלינגען אפילו אותות ומופתים, צו באווייזן אז עס איז עפעס גרעסערס, אותות ומופתים. און ער וועט קומען און זאגן אז צוליב די אותות ומופתים דארף מען [לא ברור]. דאס איז נישט אזוי, מיט אמת׳ע אמונה. זאגט דער פסוק אז דו זאלסט וויסן אז ״כי מנסה ה׳ אלקיכם אתכם לדעת״. די גאנצע נסיונות זענען מער נישט ווי דער אויבערשטער שיקט אונז צו, אז עס איז ״לדעת הישכם אוהבים את ה׳״ — צו הערן ליב האבן דעם אויבערשטן. און דערפאר זאגט דער פסוק ווייטער: ״אחרי ה׳ אלקיכם תלכו״, אז מען זאל זיך האלטן שטארק אין אמונה, שטארק אין בטחון נאר אין דעם אויבערשטן, ״ואותו תיראו ואת מצותיו תשמרו ובקולו תשמעו ואותו תעבודו ובו תדבקון״, דער גאנצער המשך הפסוקים. וואס דא ווערט די שאלה, וואס אלע מפרשים פרעגן: וואס איז דער טייטש ״לדעת״? ״כי מנסה ה׳ אלקיכם אתכם לדעת״. דאס ווארט ״לדעת״, וואס מיינט דאס? פאר וועמען גייט דאס? און ווי עס איז ידוע, דער רמב״ם שרייבט אין מורה נבוכים, אז עס זענען געווען די פילאזאפן און אנדערע וואס האבן געוואלט טייטשן — אזוי ברענגט עס אויך דער אבן עזרא, ברענגט דאס אויך — יא, עס זענען געווען די וואס האבן געטייטשט דעם ״לדעת״: דער אויבערשטער וויל וויסן וואס וועט זיין מיט דעם מענטשן, צי ער קען זיך האלטן.

09:22 חזק באמונה, או שמא אמונתו תיחלש. הרי לפי פירוש זה, הקב״ה מנסה את האדם. כך נראה הפירוש הפשוט של המילים. אבל הרמב״ם חולק על כך. הרמב״ם כותב: אינני יכול לומר זאת. חס ושלום, הקב״ה אינו צריך לדעת. הקב״ה יודע היטב מי יהיה מסור אליו ומי לא. ו״צדיק יבחן״ — דווקא הצדיק מקבל ניסיונות. את הרשע הקב״ה מניח לנפשו, ואינו מעמיד אותו בניסיונות. אם כן, מה כל עניין הניסיונות? הרי הקב״ה יודע מי צדיק ומי רשע; לשם מה הוא צריך את הידיעה הזאת? כפי שנאמר קודם, הכל צפוי. הקב״ה יודע הכול, הכל גלוי וידוע. והרמב״ם מאריך בזה במורה נבוכים. והרמב״ם אכן משיב ש״לדעת״ אין פירושו בשביל הקב״ה, חס ושלום, אלא בשביל עם ישראל, בשביל האנשים שמסביב. כפי שנאמר בפרקי אבות: ״עשרה נסיונות נתנסה אברהם אבינו״. כל הניסיונות שהקב״ה העמיד בהם את אברהם אבינו היו, כפי שנאמר במשנה, ״להודיע חיבתו של אברהם אבינו״ — שהעולם יֵדע על אברהם אבינו. שהעולם יֵדע מדוע הקב״ה מראה לו חיבה כזאת. וכך אומר גם רש״י בפרשת וירא, כשהוא מדבר על ניסיון העקדה: ״עתה ידעתי כי ירא אלקים אתה״.

09:22 שטארק אין דער אמונה, אדער דער מענטש ווערט אפגעשוואכט אין דער אמונה. דאס איז דאך נישט אזוי, ווייל דער אויבערשטער פרובירט דעם מענטשן. פשוטער טייטש, פשוט פון די ווערטער. אבער דער רמב"ם שלאגט זיך אויף דעם. דער רמב"ם שרייבט: איך קען דאס נישט זאגן, חס ושלום, דער אויבערשטער דארף נישט וויסן. דער אויבערשטער ווייסט גאנץ גוט ווער עס וועט זיין איבערגעגעבן צו אים און ווער נישט. און דעם צדיק יבחן, דווקא דעם צדיק באקומען נסיונות. דעם רשע, דער אויבערשטער לאזט אים, מאכט אים נישט קיין נסיונות. איז וואס איז דא דער גאנצער ענין פון די נסיונות? אז דער אויבערשטער ווייסט דאך ווער איז דער צדיק, ווער דער רשע, וואס דארף ער דאס גאנצע וויסן? ווי פריער געזאגט, הכל צפוי. דער אויבערשטער ווייסט אלעס, הכל גלוי וידוע. און דער רמב"ם איז מאריך אין מורה נבוכים. און דער רמב"ם ענטפערט טאקע, אז דער גאנצער ״לדעת״ מיינט ער נישט פאר דעם אויבערשטן, חס ושלום. אבער דער ״לדעת״ מיינט מען פאר עם ישראל, פאר מענטשן ארום און ארום. אזוי ווי עס שטייט אין פרקי אבות: עשרה נסיונות נתנסה אברהם אבינו. וואס דער אויבערשטער האט צוגעשטעלט אלע נסיונות אברהם אבינו, איז דאס געווען, ווי ער זאגט אין דער משנה, להודיע חיבתו של אברהם אבינו. אז די וועלט זאל וויסן וועגן אברהם אבינו. די וועלט זאל וויסן וואס דער אויבערשטער באווייזט אים אזא חיבה. און ווי רש"י זאגט דאס אויך אין פרשת וירא, ווען ער רעדט וועגן ניסיון העקדה: ״עתה ידעתי כי ירא אלקים אתה״.

10:43 אומר רש״י: מה פירוש ״עתה ידעתי״? אומות העולם שואלות: מדוע יש לי חיבה כזאת לאברהם אבינו? לכן היה הניסיון, כדי שאומות העולם יֵדעו. כלומר, ״ידעתי״ אינו בשביל הקב״ה, חס ושלום. פירושו הוא להביא לכך שיידעו. שעל ידי זה הכול יֵדעו ש״חיבתכם ניכרת לפני״; שכולם יֵדעו איזו חיבה יש לקב״ה לאברהם אבינו. וכך בכל הניסיונות שבאים על האדם. וזה גם הפירוש בפרשתנו, ״כי מנסה ה׳ אלקיכם אתכם לדעת״ — שהעולם יֵדע, יֵדע שהם התמסרו לקב״ה. אבל הרמב״ן מפרש אחרת. הרמב״ן אומר שעניין הניסיונות אינו בשביל העולם, אלא בשביל האדם עצמו. זה אינו בשביל הקב״ה, חס ושלום; הקב״ה אינו צריך זאת. אבל זה גם אינו בשביל העולם, אלא בשביל האדם המתנסה. כפי שהרמב״ן אומר: ״שהנסיון הוא בשביל המנוסה, לא בשביל המנסה״. כלומר, כל עניין הניסיונות הוא בשביל האדם, כדי שיהיה לו שכר על מעשה טוב, ולא רק שכר על לב טוב. במילים פשוטות, הרמב״ן רוצה לומר שהניסיון מוריד את הדבר מן הכוח אל הפועל. לאדם יכולים להיות רצונות טובים, אמונה טובה ולב טוב, אבל כל זה בלב. כדי שיקבל שכר מיוחד, הדבר לא צריך להישאר בלב, אלא לבוא גם לידי מעשה. על מעשה טוב יש שכר מיוחד, כאשר האדם התגבר בפועל על הניסיון.

10:43 זאגט רש"י, וואס איז ״עתה ידעתי״? אז אומות העולם פרעגן, וואס, האב איך אזא חיבה צו אברהם אבינו? איז דא, ווייל אומות העולם זאלן וויסן. דאס הייסט אז דער ״ידעתי״ איז נישט פאר דעם אויבערשטן, חס ושלום. דער ״ידעתי״ איז א מאכן וויסן. אז דורך דעם וועלן אלע וויסן אז חיבתכם ניכרת לפני, ווייל אלע זאלן וויסן וואספארא חיבה, אז עס איז דא חיבה, וואס דער אויבערשטער האט צו אברהם אבינו. און אזוי אלע נסיונות וואס גייען פאר, און דאס איז אויך דער פשט אין אונזער פרשה, ״כי מנסה ה׳ אלקיכם אתכם לדעת״, אז די וועלט זאל וויסן. און וויסן אז זיי האבן זיך איבערגעגעבן צום אויבערשטן. דער רמב"ן זאגט אבער אן אנדער פשט. דער רמב"ן זאגט אז דער ענין פון נסיונות איז נישט פאר דער וועלט, דאס איז פאר דעם מענטשן אליין. דאס גייט נישט פאר דעם אויבערשטן, חס ושלום. דער אויבערשטער דארף עס נישט. אבער עס איז אויך נישט פאר דער וועלט. דאס איז פאר דעם מענטשן המנוסה. ווי דער רמב"ן זאגט: ״שהנסיון הוא בשביל המנוסה, לא בשביל המנסה״. דאס הייסט אז דער גאנצער ענין פון נסיונות איז פאר דעם מענטשן, כדי אז דער מענטש זאל האבן שכר מעשה טוב און נישט נאר שכר לב טוב. אין אנדערע ווערטער, אין פשוטע ווערטער, דער רמב"ן וויל זאגן אז דער ניסיון איז אראפברענגען מן הכח אל הפועל. א מענטש קען האבן גוטע רצונות און א גוטע אמונה און א גוט הארץ, און דאס איז בלב. אבער אז ער זאל באקומען א ספעציעלן שכר, זאל עס נישט בלייבן בלב, עס זאל אראפקומען אויך במעשה. עס קומט דא א ספעציעלער שכר פון מעשה טוב, וואס ער האט בפועל דורכגעבראכן דעם ניסיון.

12:06 זה לא רק שהרצון והרגש הופכים לתחושה ממשית, ושהאדם מאמין ויודע גם בשעת הניסיון. יש על כך שכר מיוחד, כך אומר הרמב״ן. וכך הוא מסביר גם לגבי ניסיון העקדה, שהיה כדי לתת לאברהם אבינו שכר מיוחד. אדמו״ר הזקן בלקוטי תורה שואל הרי את אותה השאלה: מדוע הקב״ה מציב לאדם ניסיונות בחיים? מה הכוונה בכך? הרי דווקא כשאדם רוצה להתקרב לקב״ה, רוצה לעבוד את הקב״ה, עומדת בדרכו מניעה מרצונו, רחמנא ליצלן. [לא ברור] רחמנא ליצלן, פשוט אין עניינים כאלה. אדמו״ר הזקן מסביר, וכאן נוסף פירוש חדש, עמוק ומשמעותי יותר של החסידות: ״לדעת״ מתייחס לאדם, אכן כפי שמפרש הרמב״ן, אבל בעומק חדש. ״לדעת״ אינו רק עניין של שכר, שכר על מעשה טוב, אלא אדמו״ר הזקן מפרש ש״לדעת״ פירושו להגיע למדרגת הדעת. שעל ידי עבודת הניסיונות תהיה לאדם עמקות חדשה בהתקשרות שלו עם הקב״ה. שהוא יהיה [לא ברור]. וכאן נכנסת החסידות, כל

12:06 ס׳איז נישט נאר ארום דעם, דעם רצון און דעם הרגש צו א געפיל ממש, און מען גלייבט, ווייסט אין דעם ניסיון. איז א ספעציעלער שכר, דאס זאגט דער רמב"ן. און אזוי איז ער מסביר אויך אין ניסיון העקדה, אז עס איז געווען צו געבן צו אברהם אבינו א ספעציעלן שכר. דער אלטער רבי אין לקוטי תורה, ער פרעגט דאך די זעלבע שאלה: וואס דער אויבערשטער שטעלט צו א מענטשן נסיונות בחיים? וואס איז די כוונה? אז בשעת א מענטש וויל ווערן נאנט צום אויבערשטן, וויל דינען דעם אויבערשטן, איז פונקט שטעלט זיך אראפ א מניעה פון דעם רצון שלו, רחמנא ליצלן. [לא ברור] רחמנא ליצלן, ס׳איז פשוט נישט דא קיין ענינים. דער אלטער רבי מסביר, און דא קומט צו א נייע, טיפערע, מער דיקער טייטש פון חסידות, אז דער ״לדעת״ גייט אויף דעם מענטשן, טאקע ווי דער רמב"ן, אבער מיט א נייעם עומק. דער ״לדעת״, דאס איז נישט נאר א ווארט פון שכר, שכר מעשה טוב, נאר דער אלטער רבי טייטשט אז ״לדעת״ מיינט אז מ׳זאל צוקומען צו דער מדרגה פון דעת. אז דורך די עבודת הנסיונות וועט ביי א מענטשן זיין א נייע עומק אין זיינע התקשרות מיט דעם אויבערשטן. ער זאל [לא ברור]. און דא גייט אריין חסידות, די גאנצע

13:39 העניין שהחסידות מבארת. אדמו״ר הזקן מבאר זאת במאמר שלנו, בפרשת השבוע, בד״ה [לא ברור], וגם בפרשת ואתחנן, בפסוקים ״וידעת היום״. עניינה של דעת, כפי שדיברנו בשבוע שעבר, הוא מלשון הכרה והרגשה. דעת היא מלשון התקשרות, ״והאדם ידע״. זוהי דעת: לא רק הבנה, אלא הבנה שבאה עם חיבור, עם תחושה, עם הרגש הלב, עם פנימיות. האדם חדור ושזור ומתאחד עם הדבר שהוא מבין. אבל דעת אמיתית יש בה גם ידיעה וגם ראייה. אדם יכול לדעת דברים רבים. יהודים הם מאמינים בני מאמינים, ואנחנו מאמינים ויודעים, אבל פעמים רבות, אף שיש לנו אמונה ויש לנו ידיעה, כל זה נשאר בבחינת מקיף. משהו שאין לו שייכות לחיים שלי. זהו עניין נעלה. אני מאמין בו, אני יודע עליו, אבל אלה לא החיים שלי; הוא לא חודר אותי. וכאן באה העבודה שעל ידי הניסיון. כשאדם עומד בניסיון, הניסיון, ההעלם וההסתר, ההפרעה והבלבול, מעוררים בו כוחות פנימיים וכוחות נעלמים. וזה מגלה את כוח הדעת שבנשמה, שהחיבור שלו לקב״ה הוא עניין עמוק הרבה יותר. זה מעלה אותו למדרגת הדעת. ואדמו״ר הזקן מסביר, שה

13:39 דער ענין וואס חסידות איז מבאר, דער אלטער רבי איז מבאר אין אונזער מאמר, אין דער היינטיגער פרשה, אין ד״ה [לא ברור], און אויך אין פרשת ואתחנן, אין די פסוקים „וידעת היום“. דער ענין פון דעת, ווי מ׳האט גערעדט פריעריגע וואך, אז דעת איז א לשון פון הכרה והרגשה. דעת איז א לשון התקשרות, „והאדם ידע“. דאס איז דעת: ס׳איז נישט נאר א פארשטאנד; דאס איז א פארשטאנד וואס קומט מיט א צוגעבונדנקייט, מיט א געפיל, מיט א הרגש הלב, מיט א פנימיות. אז ער ווערט דורכגענומען און דורכגעוועבט און פאראייניגט מיט דער זאך וואס ער פארשטייט. אבער דער אמת׳ער דעת האט א הוראה פון דעת, און אויך פון ראיה. א מענטש קען וויסן אסאך זאכן. אידן זיינען מאמינים בני מאמינים, און מיר גלייבן און מיר ווייסן, אבער אפטמאל, כאטש מיר האבן די אמונה, מיר האבן די ידיעה, בלייבט דאס אלץ דער מקיף. עפעס אן ענין וואס האט נישט קיין שייכות צו מיין לעבן. ס׳איז א העכערער ענין. איך גלייב דערין, איך ווייס וועגן דעם, אבער דאס איז נישט מיין לעבן, עס נעמט מיר נישט דורך. און דא, דאס איז די עבודה דורך הנסיון. בשעת א מענטש שטייט ביי א נסיון, דער נסיון, דער העלם והסתר, דער שטערונג, דער בלבול, די זאך רופט ארויס ביי דעם מענטשן כוחות פנימיים און כוחות נעלמים. און דאס איז מגלה דעם כח הדעת שבנשמה, אז זיין צוגעבונדנקייט צום אויבערשטן איז א גאר טיפערער ענין. דאס הייבט אים אויף צו דער מדרגה פון דעת. און דער אלטער רבי איז מסביר, אז דער

15:13 שורש של הניסיונות — הרי, כידוע, לכל דבר יש שורש ומקור, ניצוץ קדושה. בכל עניין יש ניצוץ קדושה. והניצוץ שנמצא בניסיון — בכל דבר גשמי בעולם יש ניצוץ. וכשמבררים את הניצוצות הללו, הדבר מעלה את האדם למדרגה גבוהה יותר. זהו כל העניין שהחסידות מסבירה תמיד בשם האר״י ז״ל, מדוע אדם צריך לאכול, כפי שלמדנו בפרשה הקודמת: ״כי לא על הלחם לבדו יחיה האדם, כי על כל מוצא פי ה׳ יחיה האדם״. יש ניצוץ אלוקי שנמצא במאכל, בלחם, וכשאתה אוכל אותו, הניצוץ מעלה אותך למדרגה גבוהה יותר. לכן יש עניין באכילה ושתייה ובכל הדברים. אבל בניסיון, הניצוץ נמצא בירידה נמוכה כל כך, ולכן זהו ניסיון. זו אינה מדרגה גשמית. הוא מעלים ומסתיר, מסתיר ומבלבל, וזהו עניין עמוק כל כך. וכשיש לאדם הכוח לעמוד מול הניסיון ולא להתפעל, הדבר מעלה אותו — הניצוץ מתעלה — וזה מעלה אותו למדרגה גבוהה יותר, עד שהוא יכול להגיע לראייה באלוקות, לא רק לידיעה, לא רק לאמונה; להתקשרות האמיתית, ל״דעת״. במילים אחרות, הדבר מבואר באריכות במאמרים. הרבי מסביר זאת במאמר, המיוסד על

15:13 שרש פון די נסיונות — אז, ווי ידוע, יעדער זאך האט א שרש ומקור, א ניצוץ קדושה. יעדער ענין האט א ניצוץ קדושה. און דער ניצוץ קדושה וואס געפינט זיך אין א נסיון — יעדער זאך אין גשמיות, אין דער וועלט, האט א ניצוץ. און די ניצוצות, אז מ׳איז דאס מברר, הייבט דאס אויף דעם מענטשן צו א העכערער מדרגה. דאס איז דער גאנצער ענין וואס חסידות איז אלעמאל מסביר בשם האר״י ז״ל, פארוואס א מענטש, ווי מיר לערנען אין דער פריעריגער פרשה, דארף עסן: „כי לא על הלחם לבדו יחיה האדם, כי על כל מוצא פי ה׳ יחיה האדם“. עס איז דא דער ניצוץ אלוקי וואס געפינט זיך אין דעם מאכל, אין דעם לחם, און בשעת דו עסט דאס, הייבט דער ניצוץ דיר אויף צו א העכערער מדרגה. דערפאר איז דא דער ענין פון אכילה ושתיה און אלע זאכן. אבער ביי א נסיון איז דער ניצוץ אזוי נידעריג, דערפאר איז דאס א נסיון. ס׳איז נישט א מדרגה גשמית. ס׳איז מעלים ומסתיר, דאס פארשטעלט און מבלבל, און דאס איז אזא טיפערער ענין. און בשעת א מענטש האט אין זיך די שטארקייט זיך צו שטעלן קעגן דעם נסיון און נישט נתפעל ווערן, און דאס הייבט אים אויף — דער ניצוץ ווערט נתעלה — און דאס הייבט אים אויף צו א העכערער מדרגה, אז ער קען צוקומען צו ראיה אין אלוקות, נישט נאר צו ידיעה, נישט נאר צו אמונה; צו דער אמת׳ער התקשרות, לדעת. אין אנדערע ווערטער, איז מבואר באריכות אין מאמרים. דער רבי איז דאס מסביר אין א מאמר, מיוסד אויף די

16:37 מאמרי אדמו״ר הריי״צ, ושם הוא מדבר על העניין באריכות. זו הנקודה: עבודת הניסיונות אינה כל כך כדי שהדברים יתבררו, אלא בעיקר כדי להעלות את האדם למדרגה גבוהה יותר. עניינה של עבודת הניסיונות הוא לעורר את עצם ההתקשרות, את היחידה שבנפש. נס מלשון נס. ניסיון הוא מלשון התרוממות. הניסיון מעלה את האדם למדרגה גבוהה יותר. הוא מגלה את היחידה שבנפש. כשיש דבר שמסתיר, יש מנגד, יש בלבול, יש העלם והסתר, והאדם עומד איתן באמונתו ובביטחונו בקב״ה ואינו מתפעל, ומחליט שהדבר הזה אינו קיים ושאין לו שום תוקף שיוכל לגרום לו [לא ברור]. וזה מעורר קשר עמוק יותר בין יהודי לקב״ה, מגלה את היחידה שבנפשו. וזהו ה״לדעת״ האמיתי שעליו אומר הפסוק: ״כי מנסה ה׳ אלקיכם אתכם לדעת״. כל עניין הניסיונות הוא לעורר את הדעת, לעורר דעת והתקשרות עמוקות יותר, מצד היחידה שבנפש, שיש ליהודי עם הקב״ה. ה[לא ברור], הקירוב והחיבור לעצמות אין סוף ברוך הוא, שמתגלה דווקא על ידי ההעלמות וההסתרים והקשיים. ואלה הם כל הניסיונות שאדם עובר; כל עניין בחיים הוא ניסיון, ובפרט ניסיונות קטנים, כל שכן וקל וחומר ב־

16:37 פריערדיקע רבי׳ס מאמרים, ס׳רעדט דארט באריכות דעם ענין. איז דאס די נקודה, אז די עבודת הנסיונות איז נישט אזוי פיל כדי אז די זאכן זאלן ווערן נתברר, נאר דאס איז בעיקר צו אויפהייבן דעם מענטשן צו א העכערער מדרגה. דער ענין פון עבודת הנסיונות איז צו ארויסרופן דעם עצם ההתקשרות, די יחידה שבנפש. נס מלשון נס. נסיון איז מלשון התרוממות. דער נסיון הייבט אויף דעם מענטשן צו א העכערער מדרגה. דאס איז מגלה די יחידה שבנפש. דורך דעם וואס עס איז דא א זאך וואס פארשטעלט, עס איז דא א מנגד, עס איז דא א בלבול, דא א העלם והסתר, און ער שטייט שטארק אין זיין אמונה ובטחון אין אויבערשטן און ווערט נישט נתפעל, און ער האט מחליט ביי זיך אז די זאך עקזיסטירט נישט און דאס האט נישט קיין שום תוקף אז עס זאל אים מאכן [לא ברור]. און דאס רופט ארויס א טיפערע פארבינדונג פון א איד מיטן אויבערשטן, דאס איז מגלה זיין יחידה שבנפש. און דאס איז דער אמת׳ער „לדעת“ וועגן וואס דער פסוק זאגט: „כי מנסה ה׳ אלקיכם אתכם לדעת“. דער גאנצער ענין הנסיונות איז צו ארויסרופן דעם דעת, צו ארויסרופן א טיפערן דעת און התקשרות פון דער יחידה שבנפש וואס א איד האט מיטן אויבערשטן. דער [לא ברור], דער קירוב וגישור אין עצמות אין סוף ברוך הוא, וואס ווערט נתגלה דווקא דורך די העלמות והסתרים און די שוועריקייטן. און דאס איז אלע נסיונות וואס גייען דורך ביי א מענטשן, יעדער ענין אין דעם לעבן זיינען נסיונות, און קליינע נסיונות בפרט, כל שכן וקל וחומר אין

18:06 בזמן שנמצאים היום בניסיונות האחרונים של הגלות, שבהם מתקיים ״ואנכי הסתר אסתיר פני ביום ההוא״, הבעל שם טוב מפרש שה״אנכי״ נמצא בתוך ההסתר. יש ״הסתר אסתיר״, אבל ה״אנכי״ נמצא בתוך ההסתר. גם כשהסתר הפנים נראה כלפי חוץ, יהודי עומד בתוקף ויודע שכאן נמצא ה״אנכי״. כמו המשל הידוע שמביאים בחסידות, על אב שמסתתר מבנו כדי שהבן יחפש אותו. והבן החכם, ״בן חכם יחפשנו״, ״בן חכם ישמח אב״, לא ייבהל ולא יתייאש, אלא יחפש ויחפש ויחפש, וימשיך ללכת אחריו. כמו שהפסוק עצמו אומר מיד אחרי המילים ״כי מנסה ה׳ אלקיכם אתכם״ — מה כתוב? ״אחרי ה׳ אלקיכם תלכו״. אדמו״ר הרש״ב מפרש: ״אחרי״ — כמו ילד שהולך אחרי אביו. הוא אינו רואה אותו, אבל יודע שאביו נמצא שם. זהו ״אחרי״: הוא הולך אחריו ומחפש אותו, והולך בדרכיו. כי הוא יודע בוודאות שאביו נמצא שם, ורק הניסיון גורם לכך שאינו רואה אותו. ועל ידי ה״אחרי״ יהיה אחר כך גילוי פנים בפנים: האב ישוב אל הילד ויראה לו אהבה כפולה ומכופלה. וזהו, בכללות, כל העניין: מעכשיו, משבת מברכים, כשקוראים את הפרשה הזאת, נכנסים אל

18:06 א זמן וואס מ'געפינט זיך היינט אין די לעצטע נסיונות פון גלות, וואס איז דער „ואנכי הסתר אסתיר פני ביום ההוא“. און דער בעל שם טוב טייטשט, אז דער „אנכי“ געפינט זיך אין דעם הסתר. ס'איז דא „הסתר אסתיר“, אבער דער „אנכי“ געפינט זיך אין דעם הסתר. אז דורך די הסתרות פנים, וואס זעט אויס כלפי חוץ, שטייט א איד שטארק און ער ווייסט אז דא געפינט זיך דער „אנכי“. ווי דער משל איז ידוע וואס מ'ברענגט אין חסידות, ווי דער טאטע באהאלט זיך פון דעם קינד, בכדי דער קינד זאל אים אויפזוכן. און דער קלוגער קינד, „בן חכם יחפשנו“, „בן חכם ישמח אב“, ער וועט נישט נתפעל ווערן, ער וועט נישט נתייאש ווערן, נאר ער זוכט און ער זוכט און ער זוכט, און ער גייט נאך. ווי דער פסוק אליין זאגט גלייך נאך די ווערטער „כי מנסה ה׳ אלקיכם אתכם“, וואס שטייט? „אחרי ה׳ אלקיכם תלכו“. טייטשט דער רבי רש״ב: „אחרי“ — אזוי ווי א קינד וואס גייט נאך דעם טאטע. ער זעט אים נישט, אבער ער ווייסט אז דער טאטע איז דא. איז „אחרי“: ער גייט נאך און ער זוכט אים, און ער גייט אין זיינע וועגן, און ער גייט בדרכיו. ווייל ער ווייסט זיכער דער טאטע איז דא, נאר דאס איז אלץ מצד דעם נסיון. און דורך דעם „אחרי“ וועט שפעטער זיין פנים בפנים, אז דער טאטע קערט זיך אום צום קינד און ער באווייזט אים אהבה כפולה ומכופלה. און דאס איז בכללות דער גאנצער ענין וואס פון איצט, שבת מברכים, ווען מ'ליינט אט די פרשה, גייט מען אריין אין

19:28 חודש אלול, ואחר כך אל חודש תשרי. כמבואר בחסידות, כל העבודה של חודש אלול היא ״אחרי ה׳ אלקיכם תלכו״: יהודי מחפש את הקב״ה, הולך אחריו וממשיך ללכת ולחפש. וזוהי עבודת התשובה, התפילה והצדקה, ועבודת חודש אלול, עבודת ״אני לדודי״ — שיהודי מחפש את הקב״ה והולך אחריו. ועל ידי כך תתגלה, פנים בפנים, בראש השנה וביום כיפור, ובהמשך גם בסוכות ובשמחת תורה, האהבה הגדולה והאמיתית שהקב״ה מראה ליהודים. שהקב״ה ייתן לכל אחד מאיתנו שנוכל אכן לנצל את הימים הגדולים של חודש אלול, של ״אני לדודי ודודי לי״, של ״המלך בשדה״, כדי להתקשר עם המלך וללכת אחריו, ללכת אליו עד [לא ברור], ושתתגלה השמחה האמיתית של הגאולה האמיתית והשלימה. שהקב״ה ייתן לכל אחד כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

19:28 חודש אלול און שפעטער אין חודש תשרי, וואס איז מבואר אין חסידות, אז די גאנצע עבודה פון חודש אלול איז דער „אחרי ה׳ אלקיכם תלכו“. וואס א איד זוכט דעם אויבערשטן, וואס א איד גייט נאך און ער גייט און ער זוכט. און דאס איז די עבודה פון תשובה און תפילה און צדקה, און די עבודה פון חודש אלול, פון „אני לדודי“, וואס א איד זוכט דעם אויבערשטן און ער גייט אחריו. און דורך דעם וועט נתגלה ווערן פנים בפנים, אין ראש השנה און יום כיפור און נאך אין סוכות, שמחת תורה, די גרויסע אמת'ע אהבה וואס דער אויבערשטער באווייזט צו אידן. אז דער אויבערשטער זאל געבן צו יעדן איינעם פון אונז, אז מ'זאל טאקע קענען אויסנוצן די גרויסע טעג פון חודש אלול, פון דער „אני לדודי ודודי לי“, פון דער „מלך בשדה“, אויף זיך פארבינדן מיט דעם מלך און גיין נאך אים, אחריו, גיין צו אים ביז [לא ברור], און ס'זאל נתגלה ווערן די אמת'ע שמחה פון דער גאולה האמיתית והשלימה. זאל דער אויבערשטער געבן צו יעדן איינעם א כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה, בגשמיות וברוחניות גם יחד.