לעבן חסידות · פרק 230 · 2026-06-02 · 22:56
שבת פרשת בהעלותך (בארה״ק שלח) תשפ״ו - די סגולה טעג פון ט״ו סיון ביז י״ב י״ג תמוז
תיאור הפרק
*רשימת המאסר *שיחת יב תמוז תשי״א *שיחת ט״ו סיון תשמ״ח ועוד
השמע המקורי · הערך על הרב אשר פרקש בחב"דפדיה
תמלול אוטומטי מהשמע, ותרגום מכונה לעברית. קישורים לחב"דפדיה נוספו אוטומטית.
00:01 זה היה בליל ט״ו בסיון תרפ״ז. באותו לילה התקיימו יחידויות אצל אדמו״ר הריי״צ, והן הסתיימו מאוחר מאוד, בסביבות חצות או אחרי חצות. אז סיימו לאכול ארוחת ערב, ופתאום נשמעה דפיקה בדלת. זו הייתה השעה שבה התרחש המעצר הידוע. עצרו את אדמו״ר הריי״צ והכניסו אותו לבית הכלא הידוע, במצב של סכנת נפשות ממש. וגם המשפט, כידוע מה שהיה בו, רחמנא ליצלן, חס ושלום, היפך החיים, היה עוד באותו לילה עצמו. ובנסים גלויים אירע הנס הגדול, שהוביל בהמשך ליום הגאולה הגדול: תחילה בג׳ תמוז, כשיצא מבית הכלא ונסע לגלות שאליה נשלח, מתוך כוונה להגלותו לשלוש שנים. ואחר כך, בנסים גלויים, כעבור שבוע בלבד, הגיע היום הגדול של י״ב תמוז, יום הולדתו של אדמו״ר הריי״צ. ולמעשה, אותו יום, שבו מלאו לו ארבעים ושבע שנים, היה אחד מימי הגאולה: אז נתנו לו את הפתק, את התעודה, שלפיה הוא רשאי לצאת לחירות גמורה. זה היה היום הגדול של חג הגאולה י״ב תמוז. והרבי אמר פעם מה אירע באותו לילה, מעבר לפרטי הסיפור.
00:01 ס'איז געווען די נאכט פון ט״ו סיון תרפ״ז. דעמאלט איז געווען א יחידות־נאכט ביים פריערדיקן רבי'ן, רבי ריי״צ, און ס'איז געענדיגט זייער שפעט, ארום חצות אדער נאך חצות. און דעמאלט האט מען געענדיגט עסן נאכטמאל, ארוחת ערב, און פלוצלינג האט מען געקלאפט אין טיר. ווייל דעמאלט איז געווען די שעה פון דעם באוואוסטן ארעסט, די מעשה. מ'האט ארעסטירט דעם פריערדיקן רבי'ן און אים אריינגעזעצט אין דער באוואוסטער תפיסה, וואס איז געווען אין אן אופן פון סכנת נפשות ממש. און מיט דעם משפט, כידוע וואס איז געווען מיט דעם משפט, פון רחמנא ליצלן, חס ושלום, היפך החיים, אין יענער נאכט גופא. און מיט נסים גלויים איז געווען דער גרויסער נס, וואס דאס האט צוגעברענגט שפעטער צו דעם גרויסן טאג פון דער גאולה, אנהויבנדיק פון ג׳ תמוז, ווען ער איז דעמאלט ארויס פון תפיסה און געפארן אין גלות, וואו מען האט אים פארשיקט, מיט דער כוונה אים צו פארשיקן פאר דריי יאר. און דערנאך, מיט נסים גלויים, גלייך א וואך שפעטער, איז געקומען דער גרויסער טאג פון י״ב תמוז, וואס דאס איז דער יום הולדת פון רבי ריי״צ, דעם פריערדיקן רבי'ן. און באמת איז יענער יום, ווען ער איז געווארן זיבן און פערציג יאר, געווען אחד מימי הגאולה, ווען מ'האט אים געגעבן דעם צעטל, די תעודה, אז ער קען ארויסגיין אין גאנצן לחירות. און דאס איז געווען דער גרויסער טאג פון חג הגאולה י״ב תמוז. און דער רבי האט אמאל געזאגט וואס האט פאסירט יענע נאכט, נישט נאר די פרטי הסיפור.
01:52 כידוע, אדמו״ר הריי״צ כתב יומן, ובו מסופרים הדברים באריכות, ודיינו. אבל העובדה שאירע שם נס גלוי ממש אינה מודגשת כל כך באותו יומן. והרבי סיפר פעם מה התרחש שם, ואיך רואים את גודל הנס של אותו לילה, ליל ט״ו בסיון. כך אירע: הייתה הוראה מטעם הממשלה. באותו לילה, אחרי חצות, ביקשה ממשלת רוסיה לנקום על כך שמישהו מהאנשים החשובים אצלם נהרג. והם אמרו שינקמו ויהרגו, כפשוטו, [לא ברור] מן האנשים החשובים במדינה. זו הייתה אמורה להיות נקמה על מה שאירע אז ברוסיה. והם הורו לבצע זאת לפני חצות הלילה. אלא שכל העניין התמשך, ועד שעצרו את אדמו״ר הריי״צ כבר חלף חצות הלילה. כשהגיעו למקום בית הכלא, הייתה שם מהומה גדולה. לאחר שהביאו את אדמו״ר הריי״צ לבית הכלא, הם רצו ללכת ולתפוס גם את ר׳ חיים ליברמן,
01:52 ווייל כידוע, דער פריערדיקער רבי, רבי ריי״צ, האט געשריבן א יומן. ס'איז דא א יומן וואס דארטן ווערט געזאגט די פרטים באריכות, ודיינו. אבער דער הדגשה, אז דארטן איז פאסירט א נס גלוי ממש, איז נישט אזוי מודגש אין יענעם יומן. און דער רבי האט אמאל געזאגט דעם סיפור הדברים, וואס איז דארטן פארגעקומען. ווי אזוי זעט מען דעם גודל הנס פון יענער נאכט, פון דער נאכט פון ט״ו סיון? אזוי האט פאסירט: ס'איז געווען א הוראה וואס איז געקומען פון דער ממשלה. די הוראה איז געווען אז אויך אין יענער נאכט, נאך חצות, וואס דעמאלט האט די ממשלה פון רוסלאנד געוואלט נעמען א נקמה, איבער דער גאנצער זאך וואס מ'האט געהרגעט ביי זיי עפעס איינעם פון די חשובים. און זיי האבן געזאגט אז זיי וועלן נעמען א נקמה, אז זיי גייען הרג'ענען, כפשוטו, [לא ברור] פון די חשובע מענטשן אין דער מדינה. אז ס'איז געווען א צאן א נקמה איבער דעם וואס איז דעמאלט פארגעקומען אין רוסלאנד. און זיי האבן געהייסן אז פאר חצות הלילה וועט מען דאס שוין מקיים זיין. לפי זה האט זיך געצויגן דער גאנצער ענין, און ביז מען האט ארעסטירט דעם פריערדיקן רבי'ן איז שוין אריבערגעגאנגען חצות הלילה. און ווי זיי זענען געקומען דארטן, בשעת מען איז געקומען אין דעם פלאץ פון דער תפיסה, איז געווען א גאנצער בלאגן. וואו זיי האבן געוואלט אויך גיין, נאך דעם וואס מען האט געברענגט דעם פריערדיקן רבי'ן אין תפיסה, האבן זיי געוואלט גיין אויך כאפן ר' חיים ליבערמאן,
03:35 שהיה מזכירו של אדמו״ר הריי״צ, ולהכניס גם אותו לבית הכלא. בינתיים הוא הצליח להימלט, כי הם קלטו מה מתרחש. איך שיהיה, בתוך כל המהומה שהייתה שם, כשאדמו״ר הריי״צ נכנס למקום הטמא הזה, לבניין שנקרא שפאלרקה — בניין שבו הרגו מאות אלפי אנשים, ובהם גם יהודים רבים — כשהכניסו אותו לבית הכלא, הכול נעשה בחיפזון, [לא ברור], ובדרך הטבע הייתה שם המולה גדולה. אדמו״ר הריי״צ היה צריך לעבור בפרוזדור, והורו לו ללכת לבדו ולעבור אותו לבדו. הוא היה אמור להמשיך ישר עד שיגיע למשרד, שבו [לא ברור], ומשם היו שולחים אותו מיד לתא, בלי שום חשבונות. יתרה מזו, ההוראה הייתה שעליהם לסיים את כל העניין לפני עלות השחר. מה שאירע בפועל הוא שנותרו ממש דקות אחדות עד עלות השחר. אדמו״ר הריי״צ הגיע לשם והיה צריך ללכת, ומכיוון שהניחו לו ללכת לבדו, הוא החליט שלא לציית. הם הורו לו לגשת לדלת מסוימת שהיה עליו לעבור דרכה. בצד, מימינו,
03:35 וואס ער איז געווען דער מזכיר פון דעם פריערדיקן רבי'ן, און נעמען אויך אין תפיסה. דערווייל האט ער יא געקענט אנטלויפן, ווייל זיי האבן געכאפט וואס עס גייט פאר. איך שיהיה, אין דעם גאנצן בלאגן וואס איז דארטן פארגעקומען, בשעת דער רבי ריי״צ איז אריין אין דער טומאה, אין דעם פלאץ, אין דעם בנין וואס האט געהייסן שפאלערקע, א בנין וואו מ'האט געהרגעט הונדערטער טויזנטער מענטשן, צווישן זיי אסאך אידן אויך — בשעת מ'האט דעם רבי'ן אריינגענומען אין דעם פלאץ פון דער תפיסה, און מ'איז געווען פאריאגט, [לא ברור], ס'איז געווען אזא גאנצער טומל בדרך הטבע. דער רבי ריי״צ האט געדארפט דורכגיין א פראזדאר, א קארידאר. און מען האט געהייסן אז אליין זאל ער גיין, אליין זאל ער דורכגיין דעם פראזדאר. דארטן האט ער געדארפט דורכגיין גלייך ביז ער זאל אנקומען צו א משרד, וואס דארטן וועלן [לא ברור], און פון דארטן שיקט מען אים גלייך אין סעל אריין, אן קיין שום חשבונות. נאך בעסער, ס'האט געהייסן אז פאר עלות השחר דארפן זיי ענדיגן די גאנצע מעשה. דער פעל וואס האט פאסירט איז, אז ס'איז געווען ממש מינוטן פאר עלות השחר. דער רבי ריי״צ איז אנגעקומען און האט געדארפט גיין, און וויבאלד מען האט אים געלאזט גיין אליין, איז דער מהלך געווען אז ער וועט נישט פאלגן. זיי האבן אים געהייסן גיין צו א באשטימטער טיר וואס ער האט געדארפט דורכגיין. אויף דער זייט האט ער געזען, אויף דער רעכטער זייט
05:08 הוא ראה דלת אחרת, ועלה בדעתו ללכת למקום אחר. הוא נכנס למקום אחר, ושם היה ספסל. הוא התיישב, והתחיל לחשוב, כפי שאדמו״ר הריי״צ מתאר בדברי יומנו [לא ברור], שבהיותו יושב שם החל לחשוב על עניין ההשגחה הפרטית. הוא נזכר בתורת הבעל שם טוב, שאומר שכל דבר שקורה לבני אדם — ולא רק לבני אדם, אלא אפילו לדומם, לצומח ולחי, וזה החידוש הגדול של הבעל שם טוב בעניין ההשגחה הפרטית — אפילו עלה שנושר מעץ, והרוח שגורמת לעלה לעוף, כל פרט ופרט בזה הוא בהשגחה פרטית, והוא נוגע לכוונה הכללית, לכללות כוונת הבריאה. ואם הדבר נוגע לדומם, לצומח ולחי, כל שכן וקל וחומר אצל האדם, ועוד יותר, כל שכן וקל וחומר אצל בן ישראל: כל פרט שמתרחש בחיים הוא בהשגחה פרטית. ממילא עלה בדעתו שעצם העובדה שהלך לצד הזה ולא לצד ההוא היא עניין של השגחה פרטית. וכך אכן היה: בינתיים שהה אדמו״ר הריי״צ שם לבדו זמן מה. מישהו נכנס ודיבר איתו דברים מעניינים, כפי שאדמו״ר הריי״צ מתאר את
05:08 האט ער געזען אַן אַנדערע טיר, און דער מוח האט אים געגעבן צו גיין אויף אַ צווייטן אָרט. ער איז אַריינגעגאַנגען אויף אַ צווייטן אָרט, און דארטן איז געווען אַ בענקל. ער האט זיך אוועקגעזעצט, און דארטן האט ער אָנגעהויבן טראַכטן, ווי דער רבי ריי״ץ שטעלט עס פאָר אין דברי יומן [לא ברור], אַז זיצנדיק דארטן האט ער גענומען טראַכטן בנוגע דעם ענין פון השגחה פרטית. און עס האט זיך אים דערמאָנט די תורה פון בעל שם טוב, וואָס דער בעל שם טוב זאָגט דאָך אַז יעדער זאַך וואָס פּאַסירט ביי מענטשן, ניט נאָר ביי מענטשן, אפילו ביי דומם, צומח און חי — וואָס איז דער גרויסער חידוש פון דעם בעל שם טוב אין דעם ענין השגחה פרטית — אַז אפילו אַ בלעטל וואָס פאלט אַראָפּ פון אַ בוים, און דער ווינט וואָס מאכט אַז דער בלעטל זאל פליען, יעדער פרט אין דעם ענין, דאָס איז אַלץ השגחה פרטית וואָס איז נוגע צו דער כוונה כללית, דער כלליות כוונת הבריאה. און דאָך, אַז דאָס איז נוגע צו אַ דומם, צומח און חי, כל שכן וקל וחומר ביי דעם אדם, און נאָך מער כל שכן וקל וחומר ביי אַ בן ישראל, איז יעדער פרט וואָס גייט פאָר אין לעבן, דאָס איז אַלץ השגחה פרטית. ממילא איז אים איינגעפאַלן אין קאָפּ אַז דאָס גופא וואָס ער איז געגאַנגען אויף דער זייט און ניט אויף יענער זייט, איז אַן ענין פון השגחה פרטית. און ס׳איז טאַקע געווען אזוי, אַז דערווייל איז דער רבי אַ וויילע, אַ שטיקל צייט, דארטן געווען אַליין. עס איז איינער אַריינגעקומען, גערעדט מיט אים אינטערעסאַנטע רייד, ווי דער פריערדיקער רבי ריי״ץ איז מתאר די
06:27 פרטי הדברים שהיו: מישהו נוסף שהגיע מאותו [לא ברור], גוי שהכיר עוד את אותו [לא ברור], וכן הלאה. ואחרי כל המעשה, כשהוא כבר הגיע למקום שבו היו צריכים לשאול אותו את כל השאלות, הלילה כבר עבר. ועל פי דרך הטבע — אנחנו אומרים ״על פי דרך הטבע״, אבל הדבר היה בהשגחה פרטית — זה גרם לכך שאותו לילה כבר הסתיים, וכבר לא עשו את מה שרצו לעשות. בכך הכול השתנה, וכך עברו שלושת השבועות שעברו, ולאחר מכן הוא יצא מן המאסר, ביום ג׳ תמוז, כפי שנמשך הסיפור. וכאן ראו ממש את עניין ההשגחה הפרטית, כפשוטו ממש: העובדה שהוא שינה את הדרך והלך בדרך אחרת הצילה את חייו, פשוט בגשמיות. כידוע גם מה שאדמו״ר הריי״צ סיפר לאחר מכן, כעבור שנים, בהתוועדות של י״ב תמוז: כשבאותה שנה, שנת תרפ״ז, הגיע ראש השנה, יצא לו לדבר במאמר של ראש השנה על תורת הבעל שם טוב בעניין ההשגחה הפרטית. זה לא היה מובנה בתוכן המאמר, אבל במהלך המאמר יצא לו
06:27 פרטי ענינים וואָס איז געווען. איינער וואָס איז נאָך געקומען פון דעם [לא ברור], אַ גוי וואָס האט געקענט נאָך דעם [לא ברור], וכולי. און נאָך דער גאַנצער מעשה, בשעת ער איז אָנגעקומען שוין צו דעם פּלאַץ וואָס דארטן האט מען געדאַרפט אים פרעגן די אַלע שאלות, איז שוין אַריבער די נאַכט. און דאָס האט געפירט, על פי דרך הטבע — מיר זאָגן על פי דרך הטבע, אָבער דאָס איז געווען בהשגחה פרטית — דאָס האט געמאַכט אַז יענע נאַכט איז שוין געענדיקט, און מען האט שוין ניט געטאָן וואָס מען האט געוואָלט טאָן. און דערמיט האט זיך שוין אַלץ פאַרדרייט, און אזוי איז דורכגעגאַנגען די דריי וואָכן וואָס איז דורכגעגאַנגען, און ער איז שפּעטער אַרויסגעגאַנגען פון תפיסה, אין דעם יום ג׳ תמוז, ווי עס גייט דער המשך הסיפור. און דאָ האט מען געזען ממש דעם ענין פון השגחה פרטית, אַז דאָס איז געווען כפשוטו ממש. אַז דאָס וואָס ער האט פאַרדרייט דעם וועג און איז געגאַנגען בדרך אחר, דאָס האט אים געראַטעוועט דאָס לעבן, פשוט בגשמיות. ווי ס׳איז ידוע אויך, וואָס דער רבי ריי״ץ האט אויסגעזאָגט שפּעטער, יאָרן שפּעטער, אין אַ פאַרברענגען פון י״ב תמוז, אַז דאָס וואָס ער האט יענע נאַכט — דאָס וואָס ער האט, אַנטשולדיקט, דאָס וואָס ער האט אין יענעם יאָר, יאָר תרפ״ז, ס׳איז געקומען צו זיין ראש השנה, איז ביים מאמר פון ראש השנה אים אויסגעקומען צו רעדן בנוגע דעם ענין פון דער תורה פון בעל שם טוב און השגחה פרטית. וואָס דאָס איז נישט געווען אַז ס׳איז אַריינגעבויט אין דעם תוכן פון מאמר, אָבער אין דעם מאמר איז אים אַריינגעקומען
07:51 לדבר בראש השנה על התורה הזאת. כידוע אצל חסידים, התורה של ראש השנה היא עניין עיקרי הנוגע לכל השנה. ויצא לו לדבר על תורת הבעל שם טוב בעניין ההשגחה הפרטית, שהבעל שם טוב חידש. ואדמו״ר הריי״צ אמר שבכוח זה הוא הצליח לעבור את המעשה, את כל המאסר. אילו לא היה מדבר על עניין ההשגחה הפרטית, הוא אינו יודע כיצד היה יכול להתגבר על הניסיונות שבאו באותו מאסר. ולכאורה זה דבר פלא. הרבי שאל פעם: מהי, לכאורה, המשמעות כאן? הרי פשוט שכל דבר שקורה ליהודים הוא מן השמים. כל יהודי שהוא מאמין — יהודים הם מאמינים בני מאמינים — יודע שכל דבר שקורה לאדם בחייו הוא מן השמים, בין אם זה דבר לטובה ובין אם זה דבר למוטב. ״כשם שמברכין על הטובה כך מברכין על הרעה״, כפי שנאמר בגמרא ונפסק בהלכה. זה אינו עניין מיוחד. וכאן יוצא שהוא היה צריך דווקא להתבונן בחידוש של הבעל שם טוב בעניין ההשגחה הפרטית, וזה עזר לו להינצל מן המעשה.
07:51 צו רעדן אין ראש השנה די תורה, וואָס איז ידוע ביי חסידים אַז ראש השנה די תורה איז אַן ענין עיקרי, יאָ, וואָס איז נוגע פאַרן גאַנצן יאָר. און ס׳איז אים אויסגעקומען צו רעדן בנוגע דער תורה פון בעל שם טוב, בנוגע דעם ענין פון השגחה פרטית, וואָס דער בעל שם טוב האט מחדש געווען. און דער רבי ריי״ץ האט געזאָגט אַז מיט דעם כח האט ער געקענט דורכגיין די מעשה, די גאַנצע תפיסה. ווען ער וואָלט נישט גערעדט בנוגע דעם ענין פון השגחה פרטית, ווייסט ער נישט ווי ער וואָלט געקענט בייקומען די נסיונות וואָס זענען געקומען אין יענער תפיסה. יאָ, וואָס דאָס איז לכאורה אַ דבר פלא. דער רבי האט אַמאָל געפרעגט: וואָס איז לכאורה, וואָס איז דאָ דער באַדייט? פשוט אַז יעדער זאַך וואָס פּאַסירט ביי אידן, יאָ, דאָס איז אַלץ מן השמים. יעדער איד וואָס איז אַ מאמין — אידן זיינען מאמינים בני מאמינים — ווייסן אַז יעדער זאַך וואָס פּאַסירט ביי אַ מענטשן אין לעבן איז דאָס אַלץ מן השמים, סיי אַז דאָס איז אַן ענין פון לטובה, סיי אַז דאָס איז אַן ענין פון למוטב. יאָ, כשם שמברכין על הטובה כך מברכין על הרעה, וואָס עס שטייט אין גמרא, וואָס עס שטייט אין הלכה. דער ענין איז נישט אַ ספּעציעלער ענין. דאָ קומט אויס אַז אויב ניט, האט ער געדאַרפט דווקא זיך מתבונן זיין אין דעם חידוש פון בעל שם טוב אין דעם ענין פון השגחה פרטית, און דאָס האט אים געהאָלפן געראַטעוועט ווערן פון דער מעשה.
09:10 לכאורה, מדוע היה צורך בהתבוננות מיוחדת כזאת? מדוע דווקא באמצעות הנס של השגחה פרטית הוא היה יכול לעמוד בניסיון ובהעלם והסתר של המעשה, ובלעדיו לא היה יכול? זו שאלה שהרבי שאל פעם בהתוועדות של י״ב תמוז, כבר בשנה הראשונה, י״ב תמוז תשי״א. והרבי ביאר אז והביא את כל הנקודה בצורה נפלאה: אכן, כל אחד מאמין שכל דבר בא מהקב״ה, ושהכול מושגח מלמעלה, וכל דבר הוא מן השמים וכו׳ וכו׳. אבל כאן היה עניין מיוחד ונבדל. העניין כאן הוא שאדמו״ר הריי״צ, באותה תקופה, היה זה שהחזיק את כל היהדות ברוסיה. אדמו״ר הריי״צ לא היה אדם שחשב על עצמו. כלל וכלל לא. אילו היה חושב על עצמו, היה רגוע: הכול בסדר, הוא עשה את מה שהיה עליו לעשות, והקב״ה עושה כרצונו, ושלום על ישראל. אבל זו הייתה תקופה שבה אדמו״ר הריי״צ היה מסור כולו, הקדיש את כל חייו לעניין הפצת היהדות והפצת המעיינות. ברוסיה היו אז גזירות קשות שרצו להחריב לגמרי את יסודות היהדות. ואדמו״ר הריי״צ התייצב, יחיד, מול
09:10 לכאורה, וואס האט געדארפט זיין אזא ספעציעלע בינוני? פארוואס האט ער געדארפט דווקא דורך דעם נס פון השגחה פרטית געקענט, ווען נישט וואלט ער נישט געקענט ביישטיין דעם נסיון און דעם העלם והסתר פון דעם מעשה? דאס איז א שאלה וואס דער רבי האט געפרעגט אמאל אין א פארברענגען פון י״ב תמוז, גלייך אין דעם ערשטן יאר, י״ב תמוז תשי״א. און דער רבי האט דעמאלט מבאר געווען, זייער געשמאק ארויסגעברענגט די גאנצע נקודה. אז, יא, יעדער גלייבט אז יעדע זאך נעמט זיך פון דעם אויבערשטן, און אלץ איז מושגח מלמעלה, און יעדע זאך איז מן השמים וכו׳ וכו׳. אבער דא איז געווען א ספעציעלע, באזונדערע ענין. דער ענין וואס איז דא געווען, אז דער פריערדיקער רבי איז דאך געווען דעמאלט, אין יענע צייט, איז דאס געווען אן ענין וואס ער האט דעמאלט אויפגעהאלטן די גאנצע אידישקייט אין רוסלאנד. דער רבי ריי״צ איז נישט געווען א מענטש וואס האט געטראכט וועגן זיך. אין גאנצן נישט. ווען ער וואלט געטראכט וועגן זיך, וואלט ער געווען בארואיגט: אלץ איז בסדר, ער האט געטאן וואס ער האט געדארפט, און דער אויבערשטער, ער טוט וואס ער וויל, און שלום על ישראל. אבער דעמאלט איז געווען א צייט וואס דער רבי ריי״צ איז געווען אין גאנצן איבערגעגעבן, אוועקגעגעבן זיין גאנץ לעבן צו דעם ענין פון הפצת היהדות און הפצת המעיינות. אין רוסלאנד איז דעמאלט געווען די גרויסע גזירות וואס האבן געוואלט חרוב מאכן די יסודות פון אידישקייט אין גאנצן. און דער רבי ריי״צ איז געווען זיך אוועקגעשטעלט, א יחיד, קעגן
10:40 המדינה כולה ומול השלטון שעמד אז במלוא תוקפו, וניהל נגדם מלחמה גדולה: להפיץ יהדות, להקים חדרים, מקוואות וישיבות. זאת בשעה שהם סגרו ונעלו הכול, והייתה בכך סכנת נפשות ממש. אדמו״ר הריי״צ היה מסור כולו למטרה ולכוונה הזאת, ולא חשב על עצמו כלל. והרבי ביאר שכידוע, בחסידות מוסבר שיש שני סוגים של מסירות נפש: יש מסירות הנפש של אברהם אבינו ויש מסירות הנפש של רבי עקיבא. מה ההבדל ביניהם? מוסבר בחסידות שמסירות הנפש של רבי עקיבא אכן הייתה מסירות נפש גדולה. כלומר, רבי עקיבא מסר את נפשו על לימוד התורה ועל הפצת התורה בתקופות הקשות ביותר, לנוכח הקטרוגים. ומה קרה לו? באו הגזירות הקשות של הרומאים. ולמה זה הוביל? אחר כך לקחו אותו למאסר והוא היה מעשרה הרוגי מלכות. כפי שאומרת הגמרא, הרגו אותו באופן נורא. וכשהגיע המעשה והרגו אותו, עם כל הפרטים הכרוכים בכך, אמר רבי עקיבא אז, כפי שמספרת הגמרא במסכת ברכות: ״כל ימי הייתי מצטער מתי יבוא לידי ואקיימנו״ — מתי אוכל לקיים ״בכל נפשך״, אפילו נוטל את נפשך, ללכת על מסירות
10:40 די גאנצע מדינה און קעגן דעם שלטון וואס איז דעמאלט געשטאנען אין גרעסטן תוקף, און האט געפירט קעגן זיי א גרויסע מלחמה: פארשפרייטן אידישקייט, אויפבויען חדרים און מקוואות און ישיבות. בשעת זיי האבן אלץ פארמאכט און אלץ פארשלאסן, און ס׳איז געווען אן ענין פון סכנת נפשות ממש. דער רבי ריי״צ איז געווען אין גאנצן איבערגעגעבן צו דעם תכלית און צו דעם כוונה, און אין גאנצן נישט געטראכט וועגן זיך. און דער רבי האט מבאר געווען, ס׳איז ידוע אז ס׳איז מבואר אין חסידות אז אין מסירות נפש זענען פאראן צוויי סארטן מסירות נפש. ס׳איז פאראן א מסירות נפש פון אברהם אבינו און ס׳איז פאראן א מסירות נפש פון רבי עקיבא. וואס איז דער חילוק צווישן זיי? איז מבואר אין חסידות, אז די מסירות נפש ביי רבי עקיבא איז געווען טאקע א גרויסע מסירות נפש. דאס הייסט, רבי עקיבא האט מוסר נפש געווען אויף לערנען תורה, פארשפרייטן תורה אין די שווערסטע צייטן און קטרוגים, און וואס איז אויסגעקומען ביי אים? די גרויסע גזירות פון די רומיים. און וואס האט דאס צוגעברענגט? מען האט אים שפעטער גענומען אין תפיסה און ער איז געווען פון די עשרה הרוגי מלכות. וואס, ווי די גמרא זאגט, האט מען אים געהרגעט גאר אויף א געפערלעכן אופן. און רבי עקיבא האט געזאגט, בשעת ס׳איז געקומען דער מעשה און מען האט אים געהרגעט, און אלע פרטים, האט רבי עקיבא דעמאלט געזאגט, ווי די גמרא דערציילט אין מסכת ברכות: ״כל ימי הייתי מצטער מתי יבוא לידי ואקיימנו״ — ווען וועל איך קענען מקיים זיין ״בכל נפשך״, אפילו נוטל את נפשך, גיין אויף מסירות
12:03 נפש על קידוש השם, למסור את הנפש למען הקב"ה, ״ואהבת״ בכל הלב ובכל הנפש. ועכשיו הדבר מתקיים. כך היה אצל רבו וכו׳, כאשר אז — כפי שהגמרא מספרת את הפרטים. מבואר בחסידות שכל גדולתו של רבי עקיבא הייתה בכך שחיפש את השלמות ואת המדרגה של מסירות נפש. הוא חיפש מסירות נפש. מה שאין כן אצל אברהם אבינו: איננו מוצאים שהוא חיפש מסירות נפש. לאברהם אבינו הייתה מסירות נפש בעשרת הניסיונות, ובפרט בעקידה, אבל עניינו של אברהם אבינו לא היה ללכת ולחפש מסירות נפש. אברהם אבינו לא חיפש שלמות. הוא לא חיפש מסירות נפש. אברהם אבינו היה מסור לגמרי לכוונה העליונה, לפרסם שם שמים ברבים. זו הייתה התכלית. כמו שנאמר בפסוק, ״ויטע אשל בבאר שבע ויקרא שם בשם ה׳ א־ל עולם״. אצל אברהם אבינו, התכלית כולה הייתה לפרסם את שם הבורא. ומבואר שנאמר ״א־ל עולם״, ולא ״א־ל העולם״, מפני שהקב"ה והעולם אינם שני דברים נפרדים. ״א־ל עולם״ — העולם והקב"ה הם אחד. [לא ברור] וזה היה עניינו של אברהם אבינו: ללכת ולפרסם ולגלות אלוקות בעולם. [לא ברור] אבל מסירות הנפש שהייתה לו הייתה בדרך ממילא. זו לא הייתה הכוונה. הכוונה הייתה לפרסם שם אלוקים. ועל זה, על זה אומרים גמילות—
12:03 נפש אויף קידוש השם, זיך מוסר נפש זיין פאר דעם אויבערשטן, ״ואהבת״ מיטן גאנצן הארץ און מיט דער גאנצער נשמה. און איצטער איז דאס מקוים. דאס איז געווען ביי זיין רבי וכו׳, וואס דעמאלט — ווי די גמרא דערציילט די פרטים. איז מבואר אין חסידות, אז ביי רבי עקיבא איז די גאנצע גדלות געווען, אז ער האט געזוכט די שלימות און די מדריגה פון מסירות נפש. ער האט געזוכט מסירות נפש. מה שאין כן ביי אברהם אבינו, ביי אים געפינען מיר נישט אז ער האט געזוכט מסירות נפש. אברהם אבינו האט געהאט מסירות נפש ביי די עשרה נסיונות, בפרט ביי דער עקידה, אבער ס׳איז נישט געווען דער ענין פון אברהם אבינו אז ער זאל גיין זוכן מסירות נפש. אברהם אבינו האט נישט געזוכט שלימות. ער האט נישט געזוכט מסירות נפש. אברהם אבינו איז געווען אינגאנצן איבערגעגעבן צו דער כוונה העליונה, צו מפרסם זיין שם שמים לרבים. דאס איז געווען דער תכלית. ווי דער פסוק זאגט, ״ויטע אשל בבאר שבע ויקרא שם בשם ה׳ א־ל עולם״. ביי אברהם אבינו איז דער גאנצער תכלית געווען צו מפרסם זיין דעם שם הבורא. און ס׳איז מבואר, ״א־ל עולם״, נישט ״א־ל העולם״, אז דער אויבערשטער און די וועלט זענען נישט צוויי באזונדערע זאכן. ״א־ל עולם״ — די וועלט און דער אויבערשטער איז איינס. [לא ברור] און דאס איז געווען דער ענין פון אברהם אבינו: גיין מפרסם זיין און מגלה זיין אלקות אין דער וועלט. [לא ברור] אבער וואס ער האט געהאט מסירות נפש, דאס איז געווען בדרך ממילא. דאס איז נישט געווען די כוונה. די כוונה איז געווען צו מפרסם זיין שם אלוקים. און אויף דעם, אויף דעם זאגט מען גמילות—
13:58 של אברהם אבינו. לעומת רבי עקיבא, זו הייתה מסירות הנפש כולה. הוא לא חשב על גשמיות, ואפילו לא חשב על רוחניות. הוא אפילו לא חשב על השלמות ועל המעלה שבמסירות נפש. זו הייתה התמסרות מוחלטת לכוונה העליונה. על זה נאמר [לא ברור]. זה היה עניין מסירות הנפש של אדמו"ר הריי"צ. הוא היה מוכן להפקיר [לא ברור], כדי להפיץ יהדות, כדי להנהיג יהדות, עד שהיה יכול לשאת את כל זה ממש. וכיוון שכאשר לקחו אותו, הוא לא יכול היה לעשות את מה שהתכוון לעשות, כל העיסוק ביהדות היה בסכנה, וזה הסיפור. אבל אילו היה חושב על עצמו, על מדרגתו, על שלמותו — מה זה? זו כבר אינה מסירות נפש. הוא עשה הכול כדי להגיע [לא ברור]. וזה שרבי שמעון היה [לא ברור], אין זה עניין של עצמו, אלא [לא ברור]. בשעה שהוא אינו חושב על עצמו, הוא חושב: מה יהיה המשך קיום התורה והמצוות והיהדות ברוסיה ובמדינות שסביבה? מה יהיה? מה יהיה? מה יהיה המשכו של כל בניין היהדות והתורה והמצוות, שאדמו"ר הריי"צ השקיע בו את כל נשמתו וחייו? מזה הוא היה בהלם. על כך הוא מסר את נפשו. כאשר הוא ראה [לא ברור]. מתורת הבעל שם טוב: הבעל שם טוב גילה שכל עניין, [לא ברור], שכל פרטי הבריאה, הרוח הנושבת על עלה, וכל פרט ופרט — הכול בהשגחה פרטית. וכל שכן וקל וחומר בנוגע ליהודים, למה שקורה איתם. ממילא מבינים שזהו העניין: לא זו בלבד שהדבר לא יחליש את היהדות, אלא הוא עוד יעורר חיזוק
13:58 של אברהם אבינו. לגבי רבי עקיבא, דאס איז געווען דער גאנצער מסירות נפש. ער האט נישט געטראכט נאר אויף גשמיות. אפילו נישט געטראכט אויף רוחניות. אפילו נישט געטראכט אויף דער שלימות און דער מעלה פון מסירות נפש. דאס איז געווען איבערגעבן די גאנצע כוונה עליונה. אויף דעם זאגט [לא ברור]. דאס איז געווען דער ענין פון מסירות נפש פון רבי'ן הריי״צ. ער איז געווען מוכן להפקיר [לא ברור], צו פארשפרייטן אידישקייט, צו פירן אידישקייט, אז ער האט געקענט אויסהאלטן דאס אלעס ממש. און כיון אז בשעת מען האט אים גענומען, האט ער נישט געקענט טאן וואס ער האט געטראכט צו טאן. דער גאנצער עסק פון אידישקייט איז געווען אין סכנה, און דאס איז דער סיפור. אויב ער וואלט אבער געטראכט פאר זיך, זיין מדריגה, זיין שלימות — וואס איז דאס? דאס איז שוין נישט מסירות נפש. ער האט געטאן אלץ צו קומען [לא ברור]. און דאס וואס רבי שמעון איז געווען [לא ברור], דאס איז דער ענין נישט פון זיך, נאר [לא ברור]. בשעת ער טראכט נישט פאר זיך. ער טראכט: וואס וועט זיין דער המשך פון תורה ומצוות און אידישקייט אין רוסלאנד און אין די מדינות ארום? וואס וועט זיין? וואס וועט זיין? וואס וועט זיין דער המשך פון דעם גאנצן בנין פון אידישקייט און תורה ומצוות, וואס דער רבי הריי״צ האט אריינגעלייגט אין דעם די גאנצע נשמה און לעבן? אויף דעם איז ער געווען אין שאק. אויף דעם האט ער זיך מוסר נפש געווען. בשעת ער האט געזען [לא ברור]. פון תורת הבעל שם טוב: דער בעל שם טוב האט מגלה געווען אז יעדער ענין, [לא ברור], אז אלע פרטים פון דער בריאה, אז דער רוח בלאזט אויף א בלאט, און אויף יעדן פרט, איז אלץ מיט השגחה פרטית. און כל שכן וקל וחומר בנוגע צו אידן, וואס עס קומט פאר מיט זיי. איז במילא פארשטייט מען אז דאס איז דער ענין. נישט נאר וועט דאס נישט אפשוואכן אידישקייט, נאר דאס וועט נאך דערוועקן א חיזוק
15:57 לכל העניין, ויתחזקו עוד יותר בהפצת התורה, ועוד יותר בהפצת המעיינות. הדבר יעורר עוד דברים גדולים והצלחה ביהדות, אף שלא היה אפשר לדעת כיצד זה יקרה. אבל עצם העובדה שהוא חי עם השגחה פרטית וידע על השגחה פרטית, היא שעוררה בו את היכולת לעמוד בכל ה[לא ברור], בעניין שפגע בו כל כך, לא בגלל עצמו אלא בגלל עניינם של היהודים. הוא היה בטוח שזה בוודאי נוגע לכללות הכוונה העליונה של דירה בתחתונים, שמזה תצמח רק עלייה, רק שלמות, רק התחזקות גדולה יותר בענייני היהדות, אף על פי שכרגע הדברים נראים כחולשה. ועל כך דיבר הרבי כמה פעמים, [לא ברור], שמט"ו בסיוון כבר מתחילים ימי סגולה. לא צריך לחכות עד שיגיע ג׳ תמוז, שאז הייתה גאולתו של אדמו"ר הריי"צ. ועוד יותר מכך, לא צריך לחכות עד י"ב תמוז, שהרבי ואדמו"ר הריי"צ אמרו שי"ב תמוז וי"ג תמוז הם ימי הגאולה, מועדים, חג הגאולה על כל פרטיו. אבל הרבי דיבר כמה פעמים על כך שעכשיו, בדורנו זה, לאחר המעשה שהתגלגל כאן בפנימיות, כבר מחמישה עשר בסיוון יש
15:57 פון דער גאנצער זאך, און מען וועט ווערן נאך שטארקער אין הפצת התורה, נאך שטארקער אין הפצת המעיינות. דאס וועט דערוועקן נאך גרויסע זאכן, הצלחה אין אידישקייט, הגם מען האט נישט געקענט וויסן ווי אזוי דאס וועט געשען. אבער דאס אז ער האט געלעבט מיט השגחה פרטית און געוואוסט פון השגחה פרטית, דאס אליין האט ביי אים ארויסגערופן אז ער זאל קענען ביישטיין דעם גאנצן [לא ברור], דעם ענין וואס האט אים אזוי געטראפן, וועגן זיך נאר וועגן דער זאך פון אידן. אז ער איז געווען זיכער און בטוח אז דאס איז זיכער נוגע צו כללות כוונה העליונה פון דירה בתחתונים, אז פון דעם וועט ארויסקומען נאר אן עליה, נאר א שלימות, נאר א גרעסערער חיזוק אין די ענינים פון אידישקייט, אף על פי וואס די ענינים קוקן אויס אז זיי זענען אין דעם מאמענט א שוואכקייט. און דאס האט דער רבי גערעדט כמה פעמים, [לא ברור], אז פון ט״ו סיון איז שוין ימי סגולה. מען דארף נישט ווארטן ביז עס וועט קומען דער טאג פון ג׳ תמוז, ווען דעמאלט איז געווען די גאולה פון דעם רבי'ן הריי״צ. און נאכמער ווארטן נאך י״ב תמוז, וואס דער רבי און דער רבי הריי״צ האבן געזאגט אז י״ב תמוז, י״ג תמוז, דאס זענען ימי הגאולה, מועדים, חג הגאולה מיט אלע פרטים. אבער דער רבי האט גערעדט כמה פעמים אז איצטער, בדורנו אלו, לאחר המעשה וואס איז נתגלגל געווארן דא בפנימיות, איז פון חמשה עשר בסיון שוין דא
17:24 יום מימי סגולה. כל שלושת השבועות, מט"ו בסיוון עד ג׳ תמוז, או עד י"ב תמוז, כל התקופה הזאת היא תקופה של ימי סגולה, ימי גאולה, ימים שבהם עלינו לעסוק בענייני הפצת המעיינות. והרבי דיבר פעם באחת השיחות על העניין הזה: אנו מוצאים שמבואר בחסידות, בנוגע לגלות בכלל, שכל הגלות נקראת זרובבל. מדובר בליקוטי תורה לפרשת בהעלותך, באחד המאמרים הידועים בליקוטי תורה, שבו אדמו"ר הזקן מסביר את ההפטרה של בהעלותך: ״זה דבר ה׳ אל זרובבל״. כאשר זכריה הנביא ראה ״מנורת זהב כולה״, הוא ראה מנורת זהב, ונאמר לו שזהו עניין ״זה דבר ה׳ אל זרובבל״. מדוע? כי הדברים אמורים על כנסת ישראל. אדמו"ר הזקן מבאר שמנורת הזהב היא עם ישראל. אף על פי שכל היהודים נמצאים בגלות, ובגלות קיימים כל ענייני הגלות, ״אני ישנה בגלותא״, בכל זאת זו ״מנורת זהב כולה״: כל יהודי וכל היהודים הם מנורת זהב, מנורת זהב טהורה ויקרה. מעלתו של יהודי המתגלה בגלות. כיצד נקרא נשיא הגלות ההיא? זרובבל. אדמו"ר הזקן מבאר: מה פירוש זרובבל? זרובבל הוא עניין של זריעה בבבל. איזו גלות הייתה אז? זו הייתה גלות בבל. וה־
17:24 א יום פון ימי סגולה. די אלע דריי וואכן, פון ט״ו סיון ביז ג׳ תמוז, אדער ביז י״ב תמוז, די גאנצע תקופה, דאס איז אלץ א תקופה פון ימי סגולה, ימי גאולה, טעג וואס מיר דארפן עוסק זיין אין ענינים פון הפצת המעיינות. און דער רבי האט אמאל אין איינע פון די שיחות ארומגערעדט דעם ענין, אז מיר געפינען, עס איז מבואר אין חסידות, בנוגע גלות בכלל, אז א גאנצער גלות ווערט אנגערופן זרובבל. גערעדט איז אין ליקוטי תורה, אין דער פרשה פון בהעלותך, איינער פון די באוואוסטע ליקוטי תורה'ס, וואס דער אלטער רבי איז מסביר די הפטרה פון בהעלותך: ״זה דבר ה׳ אל זרובבל״. בשעת דער נביא זכריה האט געזען ״מנורת זהב כולה״, האט ער געזען א מנורת זהב, און מען האט אים געזאגט אז דאס איז דער ענין פון ״זה דבר ה׳ אל זרובבל״. פארוואס? ווייל דאס גייט אויף כנסת ישראל. דער אלטער רבי איז מבאר אז די מנורת זהב גייט אויף עם ישראל. אף על פי וואס אלע אידן זענען אין גלות, און אין גלות זענען אלע זאכן פון דער גלות, ״אני ישנה בגלותא״, אבער פונדעסטוועגן איז דאס ״מנורת זהב כולה״, אז יעדער איד און אלע אידן זענען א מנורת זהב, א ריינע מנורת זהב, טייער. די מעלה פון אן אידן וואס ווערט נתגלה אין גלות. ווי האט געהייסן דער נשיא פון אט דעם גלות? זרובבל. איז מבאר דער אלטער רבי, וואס איז דער טייטש זרובבל? זרובבל איז דער ענין פון זריעה אין בבל. וואס איז געווען דער גלות יעמאלט? עס איז געווען גלות בבל. און דער
18:59 כל העניין של זריעה בבבל פירושו כך: כל מה שביארנו על עניין הגלות — לוקחים גרעין וזורעים אותו באדמה. וכשמכניסים אותו לאדמה, הוא נרקב לגמרי, מתכלה ונעלם, עד שלא נשאר ממנו שום זכר. זהו ריקבון, ההפך הגמור מצמיחה. אבל מתוך הריקבון הזה צומח אחר כך עץ שלם, שמניב פירות. והפירות הם באין ערוך לגרעין: הגרעין היה קטן ויבש, וממנו צומחים הפירות היפים, הטובים והטעימים ביותר. זהו עניין הגלות: כל הגלות היא עניין של זריעה. בשעת מעשה היא נראית כמו ריקבון, כאילו הכול אובד ונרקב. אבל אדרבה, מתוכה באה אחר כך הצמיחה הגדולה ביותר. ולכן רואים שיום חמשה עשר בסיון, וכל השבועות עד ג' תמוז ועד י"ב תמוז, שמבחוץ נראו כעניין של חושך ושל העלם והסתר, התגלו בסופו של דבר [לא ברור], ומתוך כל זה בא הגילוי הגדול ביותר. והימים ההם נהפכו לששון ולשמחה ולמועדים טובים. שמתוך כך בא אחר כך, אצל אדמו"ר הריי"צ,
18:59 דער גאנצער ענין פון זריעה אין בבל איז דער טייטש, אז דאס אלעס וואס מיר האבן מבאר געווען וועגן דעם ענין פון גלות: מ׳נעמט א קערנדל, מ׳נעמט א גרעין, און אט דעם גרעין, דאס קערנדל, לייגט מען אריין אין דער ערד. און ווען מ׳לייגט עס אריין אין דער ערד, ווערט עס אין גאנצן פארדארבן, עס ווערט אין גאנצן ריקבון, עס פארלירט זיך אין גאנצן, עס פארפוילט, ביז עס בלייבט נישט דערפון קיין שום זכר. ס׳איז ריקבון, אין גאנצן היפך. און פון אט דעם ריקבון וואקסט ארויס שפעטער א בוים, א צמח, א גאנצער אילן, וואס טראָגט פירות. און די פירות זיינען אין גאנצן אן אנדערן ערך ווי דער גרעין. דער גרעין איז געווען א טרוקן קערנדל, און פון דעם גרעין וואקסן ארויס די שענסטע, בעסטע, געשמאקסטע פירות. דאס איז דער ענין פון גלות, אז די גאנצע גלות איז אן ענין של זריעה. בשעת מעשה קוקט עס אויס ווי אן ענין של ריקבון, אז עס ווערט פארלוירן און עס ווערט פארפוילט. אבער אדרבה, דערפון וואקסט ארויס שפעטער די גרעסטע צמיחה. און דעריבער זעט מען אז דער טאג פון חמשה עשר בסיון, און די גאנצע וואכן ביז ג׳ תמוז און ביז י״ב תמוז, וואס כלפי חוץ האט דאס אויסגעזען ווי אן ענין פון חושך און אן ענין פון העלם והסתר, איז צום סוף נתגלה געווארן [לא ברור], און פון אט דעם ענין איז ארויסגעקומען דער גרעסטער גילוי. און די יענע טעג זיינען נהפך געווארן לששון ולשמחה ולמועדים טובים. אז פון דעם איז שפעטער ארויסגעקומען, ביים רבי׳ן הריי״צ,
20:26 חג הגאולה. כמה שיחות ומאמרי חסידות נאמרו אחר כך [לא ברור]. ולאחר מכן, בעקבות זאת, הוא יצא מרוסיה ויכול היה להמשיך בעבודה של הפצת היהדות. עד שהגיע אחר כך לאמריקה, וגם זה היה המשך לאותו עניין שהחל באותו יום של ט"ו סיון, שלכאורה היה יום מר; אחר כך התגלתה הפנימיות שלו. על ידי ההעלם וההסתר הזה נהפכה חשיכה לאורה ומרירו למיתקא, ומתוכו באו אחר כך הגילויים הגדולים ביותר, העניינים הגדולים ביותר: הבאת החסידות, ״יפוצו מעיינותיך חוצה״, לחצי כדור התחתון. וכך גם יום כ"ז סיון, היום שבו הרבי הגיע לאמריקה; הדבר הביא את ענייני חצי כדור התחתון — שאמריקה נעשתה מקום של אלוקות, מקום של חסידות, מקום של תורה, מקום של הפצת המעיינות בכל העולם כולו, כפי שהרבי דיבר על כך באריכות בהזדמנויות מאוחרות יותר [לא ברור]. הכול התחיל בזכות היום הזה. וזוהי ההוראה שצריך ללמוד: לזכור תמיד שבכל דבר צריך לראות את ההשגחה הפרטית, כפי שהבעל שם טוב הקדוש מלמד אותנו. ואז מגלים שגם עניינים שבעינינו נראים, חס ושלום, כעניינים של מרירות וחושך, הם עצמם עתידים אחר כך להתהפך, ומהם באה העלייה הגדולה ביותר,
20:26 דער חג הגאולה. וויפל שיחות ומאמרי חסידות זיינען שפעטער געזאגט געווארן [לא ברור]. און דערנאך איז ער דורך דעם שפעטער ארויסגעפארן פון רוסלאנד, און געקענט ממשיך זיין טאן אין דער ארבעט פון פארשפרייטן אידישקייט. ביז ער איז שפעטער אנגעקומען קיין אמעריקע, וואס דאס איז געווען אלס המשך פון אט דעם ענין וואס האט זיך אנגעהויבן אין יענעם לכאורה ביטערן טאג פון ט״ו סיון, איז שפעטער נתגלה געווארן די פנימיות. וואס דורך אט דעם העלם והסתר איז געווארן נהפכה חשיכה לאורה ומרירו למיתקא, אז פון דעם זיינען שפעטער ארויסגעקומען די גרעסטע גילויים, די גרעסטע ענינים, וואס מ׳האט אריינגעברענגט די חסידות, דעם יפוצו מעיינותיך חוצה אין חצי כדור התחתון. וואס בכלל איז געווען דער טאג פון כ״ז סיון, דער טאג וואס דער רבי איז געקומען קיין אמעריקע, וואס דאס האט געברענגט די ענינים פון חצי כדור התחתון, אז אמעריקע איז געווארן אן ארט פון אלקות, אן ארט פון חסידות, אן ארט פון תורה, אן ארט פון הפצת המעיינות על כל העולם כולו, ווי דער רבי האט גערעדט באריכות אין שפעטערדיקע [לא ברור]. אלץ האט זיך אנגעהויבן אין דעם זכות פון אט דעם טאג. און דאס איז די הוראה וואס מ׳דארף לערנען: איידער שטענדיק געדענקען, אז אין יעדער זאך דארף מען זען די השגחה פרטית, ווי דער הייליקער בעל שם טוב לערנט אונז. און דאן איז מען מגלה אז אפילו ענינים וואס אין אונזערע אויגן קוקן אויס ווי ענינים, חס ושלום, פון מרירו, חושך, זעט מען ווי אזוי דאס אליין וועט שפעטער נהפך ווערן, און עס ווערט פון דעם די גרעסטע
21:52 הגדלות הגדולה ביותר והעניינים הגדולים ביותר. וצריך לנצל את הימים האלה, ימי הרצון וימי הסגולה, כדי לצאת מן הגלות האישית, כפי שהרבי דיבר בשיחה של ט"ו סיון בתורת מנחם. שאדם, כשהוא נמצא בעולם הזה הגשמי, נשמה בגוף, ואינו עוסק בהפצת היהדות ובהפצת המעיינות, ואינו לומד חסידות — הרי זו גלות אצלו עצמו. ועליו לצאת מן הגלות האישית הזאת, להתיישב ללמוד חסידות [לא ברור], ולעסוק בהפצת המעיינות, שעל ידי החסידות יגיעו לכל מקום בעולם. וכך מכינים את העולם ליום הגדול ביותר, יום הגאולה האמיתית והשלימה, ש[לא ברור], כאשר כבר לא תהיה גלות [לא ברור]. שתבוא כבר הגאולה השלימה, שיהיה כבר כיבוש ארץ ישראל, כפי שמבואר בפרשות הבאות, ״טובה הארץ מאד מאד״, והגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו במהרה בימינו אמן.
21:52 עלייה, די גרעסטע גדלות און די גרעסטע ענינים. און אויסנוצן די טעג, די ימי רצון און די ימי סגולה, ארויסצוגיין פון דעם אייגענעם גלות, ווי דער רבי האט גערעדט אין דער שיחה פון ט״ו סיון אין תורת מנחם. אז א מענטש, בשעת ער געפינט זיך אין עולם הזה הגשמי, נשמה בגוף, און ער טוט נישט אין הפצת היהדות, אין הפצת המעיינות, און ער לערנט נישט חסידות, איז דאס אן ענין פון גלות ביי זיך אליין. און ער זאל ארויסגיין פון דעם אייגענעם גלות, זיך אוועקזעצן לערנען חסידות [לא ברור], און טאן אין הפצת המעיינות, אז דורך חסידות זאל מען אנקומען בכל מקום בעולם. און אזוי גרייט מען צו די וועלט צו דעם גרעסטן טאג פון דער גאולה האמיתית והשלימה, אז [לא ברור], ווען ס׳וועט שוין נישט זיין קיין גלות, [לא ברור]. אז עס זאל שוין זיין די גאולה שלימה, אז עס זאל שוין זיין דער כיבוש פון ארץ ישראל, ווי ס׳איז מבואר אין די ווייטערדיקע סדרות, ״טובה הארץ מאד מאד״, און די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו במהרה בימינו אמן.