לעבן חסידות · פרק 227 · 2026-05-12 · 20:22
פרשת במדברתשפ"ו "במדבר סיני באוהל מועד" - די ריכטיגע הכנה צו מתן תורה
תיאור הפרק
מקורות: *לקוטי תורה ד״ה וידבר וכו׳ במדבר סיני *שיחת שבת מברכים סיון תשי״ט *התוועדות אחרון של פסח תשי״ז *התוועדות כ׳ אב תש״י *מאמר ד״ה באתי לגני תשי״ג
השמע המקורי · הערך על הרב אשר פרקש בחב"דפדיה
תמלול אוטומטי מהשמע, ותרגום מכונה לעברית. קישורים לחב"דפדיה נוספו אוטומטית.
00:00 דובר 1 יש סיפור: כשבאו לעצור את אדמו"ר הזקן ולקחת אותו למאסר, במאסר הידוע של י"ט כסלו — זה היה באמצע סוכות — באו השוטרים לקחת אותו ולהוביל אותו למאסר. הדבר הראשון שאדמו"ר הזקן עשה היה לברוח. הוא יצא דרך דלת צדדית, ברח מהבית, והם לא הצליחו למצוא אותו. והרבי מביא את הסיפור בפרטיו ברשימות היומן. אלו רשימות שהרבי כתב בהן סיפורים ששמע מחותנו, מאדמו"ר הריי"צ. שם מסופר הסיפור המפורט, שאדמו"ר הזקן ברח תחילה. הוא רץ לבית החיים של העיירה ליאזנא והסתתר שם. הם לא הצליחו למצוא אותו. בינתיים שהה שם אדמו"ר הזקן וביקש שיקראו לחסיד רבי שמואל מונקעס. רבי שמואל מונקעס היה מגדולי החסידים של אדמו"ר הזקן, ומספרים עליו סיפורים רבים. הוא היה חריף מאוד, וכלפי חוץ אפילו נראה כאדם פרוע, אבל הוא היה יהודי מרומם מאוד, צדיק גדול. אדמו"ר הזקן קרא לרבי שמואל מונקעס ואמר לו: ״רבי שמואל, באו לקחת אותי למאסר. האם עליי ללכת או לא ללכת?״ כלומר, האם עליו להופיע כדי שיוכלו לקחת אותו — אדמו"ר
00:00 דובר 1 ס׳איז דא א מעשה: ווען מ׳איז געקומען ארעסטירן דעם אלטן רבי׳ן, אים נעמען אין תפיסה, אין דער באוואוסטער תפיסה פון י״ט כסלו — דאס איז געווען אינמיטן סוכות — איז געקומען די פאליציי אים אויפנעמען און פירן אין תפיסה. דער אלטער רבי, די ערשטע זאך, איז אנטלאפן. פון א זייטיקער טיר איז ער ארויסגעלאפן, ער איז אנטלאפן פון שטוב און זיי האבן אים נישט געקענט טרעפן. און דער רבי ברענגט דעם סיפור בפרטיות אין די רשימות היומן. דאס זענען די רשימות וואס דער רבי האט אריינגעשריבן, סיפורים וואס ער האט געהערט פון זיין שווער, פון דעם פריערדיקן רבי׳ן, פון רבי ריי״צ. איז דארט דערציילט דער פרטיות׳דיקער סיפור, אז דער אלטער רבי איז פריער אנטלאפן. ער איז געלאפן דארטן אין בית החיים פון דער שטאט ליאזנע און האט זיך דארטן באהאלטן. נו, זיי האבן אים נישט געקענט געפינען. דערווייל איז דער אלטער רבי דארטן געווען און האט געבעטן מ׳זאל רופן דעם חסיד רבי שמואל מונקעס. רבי שמואל מונקעס איז געווען פון די גאר גרויסע חסידים פון דעם אלטן רבי׳ן, וואס מ׳דערציילט פון אים אסאך סיפורים. ער איז געווען זייער א שארפער, און על פניו, פון דרויסן, האט אויסגעקוקט ווי ער איז געווען אזא ווילדער אפילו, אבער ער איז געווען גאר א געהויבענער איד, א גרויסער צדיק. דער אלטער רבי האט גערופן רבי שמואל מונקעס און ער האט אים געזאגט: „רבי שמואל, מ׳איז געקומען מיך נעמען אין תפיסה. זאל איך גיין אדער זאל איך נישט גיין?“ דאס הייסט, ער זאל זיך באווייזן, אז מ׳זאל אים קענען — דער אלטער
01:34 דובר 1 הזקן ודאי ידע שיבואו לחפש אותו ולא יפסיקו. כלומר, הוא יכול להיות במקום, אבל שלא ימצאו אותו. השאלה הייתה אם עליו להופיע כדי שייקחו אותו למאסר. ״האם עליי ללכת למאסר או לא ללכת?״ רבי שמואל מונקעס אמר לאדמו"ר הזקן שכן, עליו ללכת למאסר. שאל אותו אדמו"ר הזקן: ״למה אתה חושב כך?״ השיב רבי שמואל לאדמו"ר הזקן: ״כי אם אתה רבי, כל המאסר הזה לא יוכל להזיק לך כלל. ואם חס ושלום אינך רבי, אתה יודע איפה אתה יכול לשבת? במאסר!״ ״למה?״ ״כי מי נתן לך רשות לקחת מאלפי חסידים את התענוג בעולם הזה?״ כלומר, רבי שמואל מונקעס אמר לאדמו"ר הזקן שמכיוון שהוא רבי, ודאי שכל עניין ההליכה למאסר יביא רק טוב — רק דברים טובים יצאו מזה. איש לא ייפגע ושום דבר לא יקרה. אבל אחר כך, כדרכו לדבר בסגנון הזה, הוסיף ואמר: ״אבל אם אינך רבי, מי נתן לך רשות לקחת מאלפי חסידים את התענוג בעולם הזה?״ מה פירוש הדבר, שהרבי לקח מאלפי חסידים את התענוג בעולם הזה? בפרשת השבוע, פרשת במדבר, אנחנו מוצאים
01:34 דובר 1 רבי האט זיכער געוואוסט אז מ׳וועט קומען אים זוכן, מ׳וועט נישט אויפהערן. דאס הייסט, ער קען אויפן פלאץ זיין, אבער מ׳זאל אים נישט טרעפן. אבער ער זאל זיך באווייזן, אז מ׳זאל אים נעמען אין תפיסה. „זאל איך גיין אדער איך זאל נישט גיין אין תפיסה?“ האט רבי שמואל מונקעס געזאגט צום אלטן רבי׳ן אז ער זאל יא גיין, ער זאל גיין אין תפיסה. האט דער רבי געזאגט: „פארוואס טראכסטו אזוי?“ האט רבי שמואל געענטפערט דעם אלטן רבי׳ן: „ווייל אויב דו ביסט א רבי, וועט דיר די גאנצע תפיסה גארנישט קענען שאטן. און אויב דו ביסט חס ושלום נישט קיין רבי, איז ווייסטו וואו דו קענסט זיצן? אין תפיסה!“ „פארוואס?“ „ווייל ווער האט דיר געגעבן רשות אוועקצונעמען דעם געשמאק אין עולם הזה פון טויזנטער חסידים?“ דאס הייסט, אז רבי שמואל מונקעס האט געזאגט דעם אלטן רבי׳ן, אז ווי באלד ער איז א רבי, איז זיכער אז דער גאנצער ענין פון גיין אין תפיסה וועט זיין פון דעם נאר גוט — עס וועלן ארויסקומען פון דעם נאר גוטע זאכן. קיינער וועט נישט געשעדיגט ווערן, עס וועט גארנישט פאסירן. און האט ער אים געזאגט, אבער נאך דעם שפראך, ווי באלד ער פלעגט רעדן אין דעם אופן, האט ער געזאגט: „אבער אויב דו ביסט נישט קיין רבי, ווער האט דיר געגעבן רשות ארויסצונעמען דעם געשמאק פון עולם הזה פון טויזנטער חסידים?“ וואס איז דא דער פשט, אז דער רבי האט אוועקגענומען דעם געשמאק פון עולם הזה פון טויזנטער חסידים? איז אין היינטיגן סדר, פרשת במדבר, געפינען מיר
02:59 דובר 1 מיד בתחילת הפרשה: ״וידבר ה׳ אל משה ואל אהרן במדבר סיני באהל מועד״. התורה מספרת לנו את המשך הפרשה, פרשת במדבר, שנקראת גם היא בשם ״במדבר״, וגם הספר כולו, ספר במדבר, נקרא על שם המילים ״במדבר סיני באהל מועד״. ובהמשך מדובר על מניין בני ישראל. וכפי שרש״י עומד על כך מיד ואומר: ״מתוך חיבתן לפניו מונה אותם כל שעה״. מונה אותם — [לא ברור] — ומניין, וזהו סדר הדברים בכל המשך הפרשה. אדמו"ר הזקן שואל שאלה פשוטה: לכאורה, לשם מה נאמר כאן ״במדבר סיני באהל מועד״? הרי זה מיותר לגמרי. האם איננו יודעים שבני ישראל היו אז במדבר סיני? הרי אנחנו באים מספר ויקרא, וספר ויקרא הוא [לא ברור] בהר סיני, וכל הזמן מדובר בבני ישראל שעדיין נמצאים בסיני. הרי אנחנו מוצאים בפרשיות, מאז פרשת יתרו, שבני ישראל הגיעו להר סיני, ובינתיים עדיין לא עזבו אותו. ״בחודש השלישי ... ביום הזה באו מדבר סיני״. כלומר, גם עכשיו לא מדובר ברגע שבו הגיעו לשם. הם שהו שם שנה שלמה, ושם התרחש [לא ברור], ורק בפרשת בהעלותך נלמד שבני ישראל המשיכו במסעם: ״נוסעים אנחנו״. אבל עד אז בני ישראל אכן היו במדבר סיני. מה
02:59 דובר 1 גלייך אין אנהייב סדר: „וידבר ה׳ אל משה ואל אהרן במדבר סיני באהל מועד.“ די תורה דערציילט אונז אז דער המשך הפרשה, פרשת במדבר, וואס אויף דעם ווערט אנגערופן אויך די פרשה במדבר, און דער גאנצער ספר, ספר במדבר, איז על שם די ווערטער: „במדבר סיני באהל מועד.“ און דארטן שפעטער גייט אוועק די גאנצע זאך פון דעם מנין בני ישראל. און ווי רש״י שטעלט זיך דא גלייך און זאגט: „מתוך חיבתן לפניו מונה אותם כל שעה.“ מונה אותם — [לא ברור] — און א מנין, און דער גאנצער המשך הפרשה איז דער סדר. פרעגט דער אלטער רבי א פשוטע שאלה: לכאורה, וואס איז דא דער ווארט „במדבר סיני באהל מועד“? ס׳איז דאך אין גאנצן איבעריג. מיר ווייסן נישט דען אז אידן זענען דעמאלט געווען במדבר סיני? מיר קומען דאך פון ספר ויקרא, און ספר ויקרא איז [לא ברור] בהר סיני, און ס׳רעדט זיך אלץ וועגן אידן וואס שטייען נאך אלץ אין סיני. מיר געפינען דאך דא אין די סדרות, אין די פרשיות, פון פרשת יתרו, וואס אידן זענען געקומען אין הר סיני, און דערווייל זענען אידן נאך נישט אוועק פון הר סיני. „בחודש השלישי ... ביום הזה באו מדבר סיני.“ וואס הייסט, וועגן דעם יעצט אויך נישט גלייך ווי זיי זענען אנגעקומען. דארטן זענען זיי געווען א גאנץ יאר, און דארטן איז פארגעקומען [לא ברור], ביז מיר גייען לערנען ערשט אין פרשת בהעלותך, וואס דארטן שטייט אז אידן זענען געפארן ווייטער: „נוסעים אנחנו.“ אבער ביז דעמאלט זענען אידן טאקע געווען אין מדבר סיני. וואס
04:36 דובר 1 אם כן הטעם שהתורה מדגישה שוב ושוב שהם היו במדבר סיני וגם באוהל מועד? את כל הדברים האלה אנחנו כבר יודעים מלפני כן. גם הדבר הזה מבואר בחסידות. אדמו"ר הזקן מסביר בלקוטי תורה את כל העניין: במילים האלה טמון כל מה שיהודי צריך לדעת בנוגע למתן תורה. במילים ״במדבר סיני״, ״באהל מועד״ טמונה כל הנקודה שהתורה רוצה לספר לנו בנוגע לחיבתן של ישראל. אלו שני עניינים כלליים בעבודתו של יהודי. יש העניין של מדבר סיני ויש העניין של אוהל מועד. אדמו"ר הזקן מבאר: מדבר סיני הוא עניין של סור מרע; אוהל מועד הוא עניין של עשה טוב. מדוע? הרי הגמרא אומרת: ״סיני, למה נקרא שמו סיני?״ למה נקראים כך המדבר וההר, הר סיני? סיני הוא אחד משמותיו של ההר. הוא נקרא גם חורב, ויש לו שמות נוספים. אבל השם המוכר ביותר, המובא בחומש, הוא דווקא הר סיני. אומרת הגמרא: ״סיני, שירדה שנאה לאומות העולם״. ההר הביא שנאה לאומות העולם. צריך להבין למה מתכוונת הגמרא, שכאן
04:36 דובר 1 איז דאך ידוע דער טעם וואס די תורה איז מדגיש נאך אמאל און נאך אמאל, אז זיי זענען געווען ביי מדבר סיני און אויך ביי אוהל מועד. די אלע זאכן ווייסן מיר שוין פון פריער. אויך דאס איז מבואר אין חסידות. דער אלטער רבי איז מסביר אין לקוטי תורה, וואס מבאר דעם גאנצן ענין. אין די ווערטער ליגט דער גאנצער ענין וואס א איד דארף וויסן בנוגע צו מתן תורה. אין די ווערטער „במדבר סיני“, „באוהל מועד“ ליגט די גאנצע נקודה וואס די תורה וויל אונז דערציילן בנוגע חיבתן של ישראל. דאס זענען צוויי ענינים כלליים אין דער עבודה פון א אידן. ס'איז דא דער ענין פון מדבר סיני, און ס'איז דא דער ענין פון אוהל מועד. איז מבאר דער אלטער רבי: מדבר סיני איז דער ענין פון סור מרע; אוהל מועד איז דער ענין פון עשה טוב. פארוואס? די גמרא זאגט דאך: „סיני, למה נקרא שמו סיני?“ פארוואס רופט זיך אזוי דער מדבר און דער בארג, הר סיני? סיני איז איינער פון די נעמען פון דעם בארג. ער הייסט אויך חורב, און האט נאך נעמען. אבער דער נאמען וואס איז דאס מערסטע באוואוסט און ווערט געברענגט אין חומש איז דווקא דער נאמען הר סיני. זאגט די גמרא: סיני, שירדה שנאה לאומות העולם. דער בארג האט געברענגט שנאה לאומות העולם. דארף מען פארשטיין וואס די גמרא מיינט, אז דא
06:05 דובר 1 ישנם כמה וכמה ביאורים. מה פירוש ״שירדה שנאה לאומות העולם״? אבל על פי חסידות, ב״אומות העולם״ הכוונה כאן לגוישקייט. ומהי גוישקייט? הכוונה לכל ענייני העולם הזה: עניינים גשמיים, עניינים חומריים, ענייני העולם הזה. לזה קוראים עניין אומות העולם, גוישקייט. כפי שמובא גם בכמה וכמה מאמרי חסידות: ״הגוי אשר בקרבך״ — הגוי של האדם עצמו, הנפש הבהמית. זהו הגוי שנמצא גם בתוכו, וענייני העולם הזה, עניינים גשמיים וחומריים, כשהעין מופנית אל העולם הזה. מתן תורה הביא לכך שאצל יהודים צריכה להיות שנאה לאומות העולם, שנאה לעניינים הגשמיים והחומריים של העולם הזה, לכל העניינים האלה של גוישקייט. מבחינתו הם נשללים; אלה דברים שהוא אינו רוצה שום שייכות אליהם, אלא מתנתק מהם. ורק אחרי שיש ״מדבר סיני״, רק אז יכול להיות ״אוהל מועד״. מה פירוש המילה ״מועד״? מועד הוא מלשון ״ונועדתי״. ״ונועדתי״ הוא לשון התקשרות, התחברות, דעת. זהו העניין של ההתחברות עם הקב״ה. כדי שאצל יהודי יוכל להיות ״אוהל מועד״, שיהיה אצלו העניין של ״ונועדתי״ — להתאחד ולהתחבר עם הקב״ה על ידי לימוד התורה וקיום המצוות. העניין של דעת באלוקות, של דעת. אדמו״ר הזקן אומר בתניא שדעת היא מלשון התקשרות והתחברות.
06:05 דובר 1 זענען פאראן כמה וכמה ביאורים. וואס איז דער פשט פון „שירדה שנאה לאומות העולם“? אבער על פי חסידות, מיט אומות העולם מיינט מען דא גוישקייט. וואס גוישקייט איז, מיינט מען אלע עניני עולם הזה: ענינים גשמיים, ענינים חומריים, עניני עולם הזה. דאס רופט מען אן דער ענין פון אומות העולם, גוישקייט. ווי ס'ווערט אויך געברענגט אין כמה וכמה מאמרים אין חסידות: „הגוי אשר בקרבך“ — דער אייגענער גוי, דער נפש הבהמית. דאס איז דער גוי וואס געפינט זיך אויך ביי אים, און די ענינים פון עולם הזה, ענינים גשמיים, ענינים חומריים, מיט אן אויג צו עולם הזה. דער ענין פון מתן תורה האט ארויסגעברענגט אז ביי אידן דארף זיין שנאה לאומות העולם, שנאה צו די ענינים גשמיים און חומריים פון עניני עולם הזה, די אלע ענינים פון גוישקייט. דאס איז ביי אים אפגעפרעגט; דאס זענען ביי אים זאכן וואס ער וויל נישט האבן קיין שייכות דערצו, נאר ער רייסט זיך אפ דערפון. און ערשט נאכדעם וואס ס'איז דא דער מדבר סיני, ערשט דעמאלט קען זיין דער אוהל מועד. וואס איז דאס ווארט „מועד“? מועד איז מלשון „ונועדתי“. „ונועדתי“ איז א לשון פון התקשרות, התחברות, דעת. דאס איז דער ענין פון זיך פארבינדן מיטן אויבערשטן. כדי ביי א איד זאל קענען זיין דער אוהל מועד, ביי אים זאל זיין דער ענין פון „ונועדתי“, זיך פאראייניגן און זיך פארבינדן מיטן אויבערשטן דורך לימוד התורה וקיום המצוות. דער ענין פון דעת אין אלקות, אין דעת. דער אלטער רבי זאגט אין תניא אז דעת איז מלשון התקשרות והתחברות.
07:35 דובר 1 כלומר, להתחבר עם הקב״ה. זו העבודה של ״עשה טוב״. לשם כך דרושה הקדמה: קודם צריך להיות העניין של ״מדבר סיני״. שיהיה אצלו מדבר; שיהיה נקי וריק לגמרי מכל ענייני החומריות והגשמיות, ושישנא את ענייני הגוישקייט ואת החומריות של אומות העולם. בהקשר לזה יש סיפור על החסיד ר׳ שמואל מונקעס, שאנחנו הרי מספרים. כשמדברים על ר׳ שמואל מונקעס, מספרים איך הגיע לאדמו״ר הזקן. באחת הרשימות, ביומן, מביא הרבי את הסיפור באריכות. כשר׳ שמואל מונקעס בא לאדמו״ר הזקן בפעם הראשונה, הוא הגיע לליאזנא. זה היה באמצע הלילה והיה חשוך. הוא חיפש לאן ללכת וראה בית מואר. באמצע הלילה, כשכל הבתים היו חשוכים, הוא ראה בית שיש בו אור. הוא ניגש לבית ודפק, וזה היה ביתו של אדמו״ר הזקן. הוא דפק בדלת, אדמו״ר הזקן יצא ושאל: ״מה יש?״ אמר לו: ״יהודי. באתי לחפש מקום שבו אוכל לשכב לישון. איפה אוכל להתאכסן?״ ואדמו״ר הזקן אמר: ״הרי יש כאן בתים בעיר.״ והחסיד, ר׳ שמואל מונקעס, אמר לאדמו״ר הזקן:
07:35 דובר 1 דאס הייסט זיך פארבינדן מיטן אויבערשטן. דאס איז די עבודה פון עשה טוב. דארף זיין די הקדמה פון פריער, דארף פריער זיין דער ענין פון מדבר סיני. ביי אים זאל זיין א מדבר; ביי אים זאל אינגאנצן זיין ריין און ליידיג פון די אלע ענינים פון חומריות און גשמיות, און שנאה צו די ענינים פון גוישקייט און די חומריות פון אומות העולם. אין דעם איז דא א סיפור פון א חסיד, ר' שמואל מונקעס, וואס מיר דערציילן דאך. ווען מיר רעדן וועגן ר' שמואל מונקעס, דערציילט מען ווי ער איז אנגעקומען צום אלטן רבי'ן. אין איינע פון די רשימות, אין דעם יומן, ברענגט דער רבי די גאנצע אריכות הסיפור. בשעת ר' שמואל מונקעס איז געקומען צום אלטן רבי'ן דאס ערשטע מאל, איז ער אנגעקומען קיין ליאזנא. ס'איז געווען אינמיטן נאכט און ס'איז געווען טונקל. ער האט געזוכט א וואו צו גיין, האט ער געזען א ליכטיגע שטוב. אינמיטן נאכט, אלע הייזער זענען געווען טונקל, האט ער געזען א שטוב וואס ס'איז דארטן געווען ליכט. איז ער צוגעגאנגען צו דער שטוב און געקלאפט. און דאס איז געווען די שטוב פונעם אלטן רבי'ן. ער האט געקלאפט אין טיר, דער אלטער רבי איז ארויסגעגאנגען, געפרעגט: „וואס איז דא?“ זאגט ער: „א איד. איך בין געקומען זוכן אן ארט וואו איך קען זיך לייגן שלאפן. וואו קען איך זיך איינשטעלן?“ און דער אלטער רבי האט געזאגט: „דא זענען דאך הייזער דא אין דער שטאט.“ און דער חסיד, ר' שמואל מונקעס, האט געזאגט צום אלטן רבי'ן,
08:50 דובר 1 ״רבי, מה זה? זה לא בית יהודי, זה לא בית יהודי.״ אדמו״ר הזקן אמר לו: ״עוד רגע אקרא לגוי שיגרש אותך.״ אמר ר׳ שמואל מונקעס לאדמו״ר הזקן: ״רבי, הגוי שלי חזק יותר מהגוי שלך״, ופרץ בבכי. כך הולך הסיפור. כשאדמו״ר הזקן ראה זאת, אמר: ״עכשיו, ראה, זיהיתי אותו.״ כך סיפר אדמו״ר הריי״צ את הסיפור: ״כן, זיהו אותו.״ כלומר, הוא זיהה שזה יהודי שמחפש את האמת ומחפש פנימיות. הוא פתח לו את הדלת והכניס אותו, וכך נעשה ר׳ שמואל מונקעס חסיד של אדמו״ר הזקן. והרבי סיפר פעם את הסיפור בהתוועדות, ושאל את השאלה: ״איך זה ייתכן? הרי אדמו״ר הזקן לא פתח לו את הדלת?״ זו אכן שאלה טובה. ר׳ שמואל מונקעס הגיע באמצע הלילה; יהודי דופק בדלת ורוצה לישון. אדמו״ר הזקן אומר לו שיגרש אותו, שישלח את הגוי. אז איך זה שלא פתח לו מיד את הדלת? ר׳ שמואל מונקעס הבחין שלא פתח לו מיד את הדלת. אלא שאדמו״ר הזקן רצה לבחון אותו, לראות אם ר׳ שמואל מונקעס לא בא לשם סתם מפני שחיפש מקום לישון. ר׳ שמואל מונקעס בא לליאזנא מפני שחיפש חסידות, חיפש אמת, חיפש
08:50 דובר 1 רב, „וואס איז דאס? דאס איז נישט קיין אידישע שטוב, דאס איז נישט קיין אידישע שטוב.“ דער אלטער רבי האט אים געזאגט: „איך וועל באלד רופן דעם גוי, ער זאל דיך פארטרייבן.“ האט ר' שמעון מאנקע געזאגט צום אלטן רבי: „רבי, מיין גוי איז שטארקער פון דיין גוי“, און האט זיך צעוויינט. אזוי הייסט דער סיפור פון דברים. בשעת דער אלטער רבי האט דאס געזען, האט דער אלטער רבי געזאגט: „איצט, זע, איך האב אים דערקענט.“ אזוי האט דער רבי הריי״צ דערציילט דעם סיפור: „יא, מ'האט אים דערקענט.“ דאס הייסט, ער האט דערקענט אז דאס איז א איד וואס זוכט דעם אמת, און ער זוכט פנימיות. האט ער אים געעפנט די טיר און אים אריינגענומען, און אזוי איז ר' שמעון מאנקע געווארן א חסיד פון דעם אלטן רבי. און דער רבי האט דערציילט דעם סיפור אמאל אין א פארברענגען, האט דער רבי טאקע געפרעגט די שאלה: „ווי קומט דאס? האט דער אלטער רבי אים דאך נישט געעפנט די טיר?“ טאקע א גוטע שאלה. שמעון מאנקע איז געקומען צו גיין אינמיטן נאכט, א איד קלאפט אין טיר, ער וויל שלאפן. זאגט אים דער אלטער רבי, ער וועט אים אוועקטרייבן, שיקן דעם גוי. נאר ווי קומט אהער אז ער האט אים נישט גלייך געעפנט די טיר? ר' שמעון מאנקע האט איינגעזען אז ער האט אים נישט גלייך געעפנט די טיר. נאר דער אלטער רבי האט געוואלט אויספרובירן, זען צי ר' שמעון מאנקע איז געקומען דא נישט סתם ווייל ער האט געזוכט א פלאץ צו שלאפן. שמעון מאנקע איז געקומען קיין ליאזנא ווייל ער האט געזוכט חסידות, ער האט געזוכט אמת, ער האט געזוכט
10:07 דובר 1 אלוקות. ואדמו״ר הזקן רצה לראות אם הוא באמת מחפש את האמת, מחפש אלוקות, או שהוא פשוט מחפש להקל על עצמו את החיים. אדמו״ר הזקן אמר לו: ״אקרא לגוי שלי.״ כלומר, ״הגוי אשר בקרבך״, הגוי, הנפש הבהמית. ור׳ שמואל מונקעס אמר: ״הגוי שלי חזק עוד יותר מהגוי שלך.״ הדבר הזה עורר אצל ר׳ שמואל מונקעס את ההבנה שכל הכוונה והמטרה של תורת החסידות היא שצריך לגרש את הגוי, את הגוי של האדם עצמו, את ״הגוי אשר בקרבך״. וזה מה שאמר לאדמו״ר הזקן, וזה הסיפור האמיתי שהרבי גילה לנו. הוא הגיע לעיר והיה חשוך. חושך פירושו החושך של העולם, החושך של הגלות, החושך של הגוף ושל הנפש הבהמית. ואצל אדמו״ר הזקן הוא ראה אור, ראה שיש אור החסידות, שהאור של אדמו״ר הזקן מאיר. לכן דפק בדלת, כי רצה לחפש עוד מהאור הזה. כשאמר לאדמו״ר הזקן: ״הגוי שלי חזק יותר מהגוי שלך״, הכוונה היא שאכן יש בתוכו גוי, אבל הוא רוצה להיפטר ממנו. ואדמו״ר הזקן פתח את הדלת ונתן לו את האור, נתן לו חסידות. וזה מה שהפרשה אומרת: ״במדבר סיני״. כדי להיות מוכנים לקבל את
10:07 דובר 1 ג־טליכקייט. און דער אלטער רבי האט געוואלט זען צי ער זוכט טאקע דעם אמת, ער זוכט ג־טליכקייט, אדער ער זוכט זיך פשוט מאכן גרינגער אין לעבן. דער אלטער רבי האט אים געזאגט: „איך וועל רופן מיין גוי.“ דאס הייסט, „דער גוי אשר בקרבך“, דער גוי, דער נפש הבהמית. און ר' שמעון מאנקע האט געזאגט: „מיין גוי איז נאך שטארקער פון דיין גוי.“ און דאס האט ארויסגערופן ביי ר' שמעון מאנקע דעם ענין אז ער האט פארשטאנען אז די גאנצע כוונה ומטרה פון תורת החסידות איז אז מ'דארף ארויסטרייבן דעם גוי, דעם אייגענעם גוי, דעם גוי אשר בקרבך. און דאס איז וואס ער האט געזאגט צום אלטן רבי, און דאס איז דער אמת'ער סיפור וואס דער רבי האט אונז אנטפלעקט. אז ער איז געקומען צו גיין אין א שטאט און ס'איז געווען טונקל. טונקל מיינט דער חושך, דער חושך פון וועלט, דער חושך פון גלות, דער חושך פון דעם גוף, פון דער נפש הבהמית. און ביי דעם אלטן רבי האט ער געזען ליכטיקייט, האט געזען אז ס'איז דא דער אור החסידות, דער אור פון דעם אלטן רבי שיינט. און דערפאר האט ער געקלאפט אין טיר, האט געוואלט זוכן נאך די ליכטיקייט. בשעת ער האט געזאגט צום אלטן רבי: „מיין גוי איז שטארקער פון דיין גוי“, דאס הייסט אז ער האט טאקע ביי זיך א גוי, אבער ער וויל פון אים פטור ווערן. און דער אלטער רבי האט געעפנט די טיר און האט אים געגעבן די ליכטיקייט, געגעבן חסידות. און דאס איז וואס די פרשה זאגט: „במדבר סיני“. כדי צו זיין גרייט צו קענען מקבל זיין די
11:28 דובר 1 תורה, וכפי שמדברים בכמה מקומות על עניין מניין בני ישראל. מהו מניין בני ישראל? רש״י אומר: ״מתוך חיבתן לפניו מונה אותם״. מה אומרת על כך החסידות? מה פירוש ״מתוך חיבתן לפניו מונה אותם״? עניין המניין מגלה את מעלתו של יהודי, את מציאותו של יהודי: שיהודי הוא דבר שלם. ההלכה קובעת — בלשון הקודש — שדבר שבמניין לא בטל. דבר שנמנה יש לו חשיבות, ולכן אינו מתבטל. יהודי הוא דבר שבמניין. יהודי הוא דבר שנמנה. כלומר, הקב״ה עושה אותו לדבר שבמניין. לדבר שבמניין יש חשיבות גדולה יותר, והוא לעולם לא יתבטל: לא בשישים, לא באלף ולא ברבבה. שום דבר אינו יכול לבטל אותו. וזו הראיה לכך שיהודי אינו מתבטל בגלות ישראל. העולם והגויים מסביב — לנוכח תוקף המציאות של היהודים, שום דבר אינו יכול לבטל אותם. ולכן שואלים: מהו התנאי לכך שליהודי יהיה תוקף של חוזק, תוקף של חשיבות, תוקף של חיבה, ושחיבתם של ישראל תתגלה? לכך דרושה הקדמה גם בזמן הגלות. ומהי ההקדמה? ״מדבר סיני״ — שירדה שנאה לעולם. צריכה להיות שנאה לעניינים של גויים, שנאה לענייני חומריות, לענייני גשמיות ולענייני העולם הזה. זו ההקדמה כדי להיות כלי לגאולה.
11:28 דובר 1 תורה, און ווי מ'רעדט אין אייניגע סדרים דער ענין פון מנין בני ישראל. וואס מנין בני ישראל, רש״י זאגט: „מתוך חיבתן לפניו מונה אותם.“ וואס איז חסידות? וואס איז דער טייטש „מתוך חיבתן לפניו מונה אותם“? דער ענין פון ציילן, דער ענין פון ציילן ברענגט ארויס די מעלה פון א איד, די מציאות פון א איד. אז א איד איז א גאנצע זאך, די הלכה ברענגט זיין — דאס לשון הקודש זאגט — אז דבר שבמנין לא בטל. אז דאס וואס איז אין א צאל האט אין זיך א חשיבות, אז ס'וועט נישט נתבטל ווערן. א איד איז א דבר שבמנין. א איד איז א זאך, א געציילטע זאך. דאס הייסט, דער אויבערשטער, דאס מאכט ער א דבר שבמנין. וואס דבר שבמנין האט אין זיך א זאך, גרעסערע חשיבות, וואס וועט קיינמאל נישט בטל ווערן, נישט בששים, נישט באלף, נישט ברבוא. קיין זאך קען דאס נישט מער בטל זיין. און דאס איז די ראיה וואס א איד ווערט נישט נתבטל קיין גלות ישראל. די וועלט און גוישקייט ארום און ארום, די תוקף המציאות פון די אידן, אז קיין זאך קען זיי נישט מער בטל זיין. און דערפאר זאגט מען: וואס איז דער תנאי לזה, כדי אז א איד זאל האבן אין זיך א תוקף שטארקייט, א תוקף חשיבות, א תוקף חיבתן, זאל ארויסקומען בגילוי חיבתן של ישראל? הנה, גלות איז — איז דעם דארף זיין די הקדמה. און וואס איז די הקדמה? מדבר סיני. שירדה שנאה לעולם. ס'דארף זיין א שנאה צו די ענינים פון גוישקייט, א שנאה צו די ענינים פון חומריות, צו די ענינים פון גשמיות, עניני עולם הזה. דאס איז די הקדמה כדי מ'זאל זיין א כלי לגאולה.
12:58 דובר 1 על פי זה יש להבין את הקושיה על הסיפור הידוע שמובא בנוגע למגיד ממעזריטש. יש מכתב שאדמו״ר הזקן כתב לר׳ אברהם המלאך לאחר הסתלקותו של המגיד ממעזריטש. מיד לאחר הסתלקותו היו חסידים שדאגו מאוד לבנו של המגיד ממעזריטש, ר׳ אברהם המלאך, שהיה כשמו כן הוא — מלאך. הוא היה מלאך אלוקים, איש קדוש; הוא חי ברוחניות והתעלה לגמרי מענייני העולם הזה. החסידים ראו שאינו שומר על בריאותו, מרבה בצומות, בתעניות ובסיגופים וכו׳ וכו׳. אדמו״ר הזקן, יחד עם חסידים אחרים מתלמידי המגיד, כתבו לו מכתב שנדפס, ובו הם כותבים לו את פרטי הדברים ומספרים לו שהמגיד ממעזריטש אמר — כך קיבלו מהמגיד הקדוש — שחור קטן בגוף הוא חור גדול בנשמה. כלומר, כאשר אדם אינו שומר על בריאותו, אינו נזהר ומסגף את עצמו בתעניות ובסיגופים, זהו חור קטן בגוף המביא לחור גדול בנשמה. הדבר גורם לכך, רחמנא ליצלן, שלא יוכל לעבוד את הקב״ה כדבעי, ויוצר חיסרון גדול בנשמה. ואת זה הם ביקשו מר׳ אברהם המלאך: שישמור על בריאותו, שיאכל היטב וכו׳ וכו׳, שלא יפגע בבריאותו, כי צריך להיות בריא וחזק בגוף. והרבי
12:58 דובר 1 איז מיט דעם איז צו פארשטיין די קשיא, על הסיפור הידוע וואס ברענגט זיך בנוגע דעם מעזריטשער מגיד. ס׳איז דא א בריוו וואס דער אלטער רבי האט געשריבן צו ר׳ אברהם המלאך נאך דער הסתלקות פונעם מעזריטשער מגיד. ווי נאר דער מעזריטשער מגיד איז נסתלק געווארן, זענען געווען חסידים וואס האבן זיך זייער געקימערט בנוגע דעם זון פונעם מעזריטשער מגיד, ר׳ אברהם המלאך, וואס ער איז געווען כשמו כן הוא, א מלאך. ער איז געווען א מלאך אלוקים, א איש קדוש, און ער האט געלעבט אין רוחניות, און ער האט זיך אין גאנצן אויפגעהויבן פון עניני עולם הזה. און חסידים האבן געזען אז ער היט נישט די געזונט, מיט פאסטן, תעניות וסיגופים וכו׳ וכו׳. האט דער אלטער רבי, צוזאמען מיט אנדערע חסידים, תלמידי המגיד, געשריבן א בריוו וואס איז אפגעדרוקט, וואו זיי שרייבן אים די פרטי ענינים, און זיי דערציילן אים אז דער מעזריטשער מגיד האט געזאגט, דאס האט מען מקבל געווען פונעם הייליגן מגיד, אז א קליינער לאך אין גוף איז א גרויסער לאך אין דער נשמה. דאס הייסט אז בשעת א מענטש היט נישט די געזונט, ער גיט נישט אכטונג, און ער מאכט תעניות וסיגופים, דאס איז א קליינער לאך אין גוף, און דאס ברענגט א גרויסן לאך אין דער נשמה. דאס מאכט אז ער, רחמנא ליצלן, זאל נישט קענען דינען דעם אויבערשטן כדבעי, און דאס מאכט אין דער נשמה א גרויסן חסרון. יא, און דאס האבן זיי געמאָנט ביי ר׳ אברהם המלאך: ער זאל היטן די געזונט, ער זאל עסן גוט וכו׳ וכו׳, ער זאל זיך נישט שעדיקן די געזונט, ווייל מ׳דארף זיין געזונט און שטארק אין גוף. און דער
14:23 דובר 1 שואל בהתוועדות של שבת פרשת במדבר, ערב ראש חודש סיוון: לכאורה, איך הדבר מתיישב עם מה שאנו לומדים בפרשה של היום? הפרשה אומרת דווקא ״במדבר סיני״ — שירדה שנאה לעולם, שצריכה להיות שנאה לענייני העולם הזה, ועניינים גשמיים צריכים להיות מופרכים. וכאן, לכאורה, אומרים בדיוק להפך: שחור קטן בגוף הוא חור גדול בנשמה. לכך קשור גם המאמר שהוא מביא בלשון חז״ל: ״תוקפא דגופא חולשא דנשמתא, תוקפא דנשמתא חולשא דגופא״. כאשר יש אצל אדם תוקף, חוזק של הגוף, הדבר מחליש את הנשמה, רחמנא ליצלן. וכאשר יש חוזק בנשמה, הדבר מחליש את הגוף. שוב יש סתירה בין מאמר אחד, בין עניין אחד, למשנהו. כאן אומרים שצריך לשמור על הגוף ולהיזהר שלא יהיה בו חור, רחמנא ליצלן — שיהיה גוף בריא, ולא לפגוע בו בתעניות ובסיגופים. כידוע, גם הבעל שם טוב אמר ״עזוב תעזוב עמו״: צריך לשמור על בריאות הגוף, שיהיה גוף בריא ושלם. וכפי שהרמב״ם כותב בהלכות דעות, ״היות הגוף בריא ושלם מדרכי השם הוא״. עבודת השם צריכה להיות עם גוף בריא ושלם. ואילו כאן אומרים להפך, שצריך להיות ״סיני״, ושצריכה להיות ״חולשא דגופא״. כיצד שני העניינים מתיישבים זה עם זה? על כך
14:23 דובר 1 רבי פרעגט אין א פארברענגען פון שבת פרשת במדבר, ערב ראש חודש סיון: לכאורה, ווי שטימט דאס מיט דעם וואס מיר לערנען אין היינטיקער סדרה, אז די סדרה זאגט „במדבר סיני“ דווקא, אז ירדה שנאה לעולם, וואס ס׳דארף זיין א שנאה צו עניני עולם הזה, ענינים גשמיים דארפן זיין אפגעפרעגט. און נאך מער, דא זאגט מען פונקט פארקערט, דא זאגט מען אז א קליינער לאך אין גוף איז א גרויסער לאך אין דער נשמה. וואס אין דעם גייט אריין אויך דער מאמר, וואס ער ברענגט פון חז״ל דעם לשון: „תוקפא דגופא חולשא דנשמתא, תוקפא דנשמתא חולשא דגופא.“ בשעת אז ביי א מענטש איז פאראן א תוקף, א שטארקייט פונעם גוף, שוואכט עס אפ די נשמה, רחמנא ליצלן. בשעת אז ס׳איז פאראן א שטארקייט אין דער נשמה, שוואכט עס אפ דעם גוף. איז ווידער פאראן א סתירה, איין מאמר, איין ענין, צו דעם צווייטן. דא זאגט מען אז מ׳דארף אפהיטן דעם גוף, און דא זאגט מען אז ס׳דארף זיין א קליין... מ׳דארף אכטונג געבן ס׳זאל נישט זיין קיין לאך אין גוף, רחמנא ליצלן, א געזונטער גוף, און נישט אים אפשעדיקן מיט תעניות וסיגופים. כידוע אויך אז דער בעל שם טוב האט געזאגט „עזוב תעזוב עמו“, יא, מ׳דארף אפהיטן די בריאות הגוף, אז ס׳זאל זיין א גוף בריא ושלם. און ווי דער רמב״ם שרייבט אין הלכות דעות, אז „היות הגוף בריא ושלם מדרכי השם הוא“. אז עבודת השם מוז זיין מיט א גוף בריא ושלם. און דא פארקערט זאגט מען אז ס׳דארף זיין א סיני, און ס׳דארף זיין חולשא דגופא. ווי שטימען די צוויי ענינים צוזאמען? איז אויף דעם
15:52 דובר 1 יש ביאור שמדובר בשני דברים נפרדים. דבר אחד נוגע לעצם המציאות של הגשמיות והעולם הזה, ובעניין זה צריך לשמור על בריאות הגוף. צריך לאכול, צריך לשתות, צריך לישון, צריך לדאוג לגוף, שיהיה גוף בריא. ״עזוב תעזוב עמו״ — צריך לעבוד את הקב״ה עם הגוף, כפי שאדמו״ר הזקן
15:52 דובר 1 איז דא א ביאור אז ס׳זענען צוויי באזונדערע זאכן. מיר רעדן וועגן דעם: איין זאך רעדט בנוגע דעם עצם מציאות פון גשמיות און עולם הזה, און אויף דעם דארף מען אפהיטן בריאות הגוף. מ׳דארף עסן, מ׳דארף טרינקען, מ׳דארף שלאפן, מ׳דארף אכטונג געבן אויף זיין גוף, אז דער גוף זאל זיין א געזונטער גוף. „עזוב תעזוב עמו“, מ׳דארף דינען דעם אויבערשטן מיט דעם גוף, ווי דער אלטער
20:15 דובר 2 להיות חסיד שמח וחסיד בריא, ולקבל את התורה בשמחה ובפנימיות.
20:15 דובר 2 זיין א פריילעכער חסיד און א געזונטער חסיד און קבלת התורה בשמחה ובפנימיות.