לעבן חסידות · פרק 220 · 2026-03-18 · 23:33
פרשת ויקרא תשפ"ו "נכון לומר פרשת הנשיא" - די נצחיות פון די נשיאים און זייער השפעה
תיאור הפרק
*ד״ה ראשית גוים עמלק פר״ת *ד״ה ארבעה ראשי שנים תשל״ה *התוועדות שבת פרשת ויקרא תשמ״ז *לקוטי שיחות חלק י״ז שיחה ה
השמע המקורי · הערך על הרב אשר פרקש בחב"דפדיה
תמלול אוטומטי מהשמע, ותרגום מכונה לעברית. קישורים לחב"דפדיה נוספו אוטומטית.
00:00 אדמו"ר הריי"צ מספר: כשהיה ילד, בן ארבע־חמש בסך הכול, זמן קצר לאחר הסתלקות סבו, אדמו"ר המהר"ש. אדמו"ר המהר"ש הסתלק בתשרי תרמ"ג. אדמו"ר הריי"צ היה אז בן פחות משלוש. ואביו, אדמו"ר הרש"ב, שהשבוע חל יום ההילולא שלו, ב' ניסן, היה שבור מאוד לאחר הסתלקות אביו. הוא היה איש צעיר מאוד, כידוע; אדמו"ר המהר"ש הסתלק בגיל צעיר, ובנו, אדמו"ר הרש"ב, היה אז בן עשרים ושתיים בערך. והוא היה שבור מאוד: הוא איבד רבי ואבא. ואדמו"ר הריי"צ מספר שכילד קטן אהב להיכנס לחדר היחידות, לחדרו של אדמו"ר המהר"ש. היה שם חדר לא גדול, ובצד עמדה כורסה, מעין ספה, מושב רך שאפשר לשבת עליו. ואדמו"ר הריי"צ מספר שכילד אהב לשבת שם ולהסתכל סביב. פעם ישב שם ופתאום הבחין שהדלת נפתחת, וראה את אביו נכנס — אביו של אדמו"ר הריי"צ, אדמו"ר הרש"ב — לבוש בכל בגדיו ועם גארטל. הוא נכנס, וכך—
00:00 דער פריערדיקער רבי, דער רבי ריי״צ, דערציילט: ווען ער איז געווען א קינד, אין גאנצן פיר־פינף יאר אלט, דאס איז געווען גלייך נאך דער הסתלקות פון זיין זיידן, פון דעם רבי׳ן מהר״ש. דער רבי מהר״ש איז נסתלק געווארן אין תשרי תרמ״ג. דער רבי ריי״צ איז דעמאלט געווען ווייניקער ווי דריי יאר אלט. און דער טאטע, דער רבי רש״ב, וואס די וואך איז זיין יומא דהילולא, ב׳ ניסן, איז געווען זייער צעבראכן נאך דער הסתלקות פון זיין טאטן. ער איז געווען זייער א יונגער מאן, ווי איר ווייסט; דער רבי מהר״ש איז נסתלק געווארן יונג, און דער רבי רש״ב, דער זון, איז געווען אין גאנצן צוויי־און־צוואנציק יאר אלט, בערך. און ער איז געווען זייער צעבראכן: פארלוירן א רבי מיט א טאטן. און דער רבי ריי״צ דערציילט, ער איז געווען א קליין קינד, און ער האט ליב געהאט אריינצוגיין אין דעם צימער, אין דעם חדר היחידות, אין דעם רבי מהר״ש׳ס צימער. און דארטן איז געווען א צימער, נישט קיין גרויסער צימער, און אויף דער זייט איז געווען אזא שטול, ווי זאגט מען, א סאפע, אזא ווייכער שטול, וואס מען קען אויף אים זיצן. און דער פריערדיקער רבי דערציילט, אלס קינד האט ער ליב געהאט דארטן צו זיצן און ארומקוקן. איז ער אמאל אזוי געזעסן דארטן און האט באמערקט ווי פלוצלינג עפנט זיך די טיר, און ער זעט ווי דער טאטע גייט אריין — דאס איז דעם פריערדיקן רבי׳נס טאטע, דער רבי רש״ב — אנגעטאן מיט אלע לבושים און מיט א גארטל. ער גייט אריין, אזוי—
01:47 [לא ברור], אדמו"ר הריי"צ הסתכל. הילד ראה, ומיד נדחק פנימה כדי שאביו לא יבחין שהוא שם. ואביו, אדמו"ר הרש"ב, נכנס עם פתק, כפי שנכנסים ליחידות. הוא ניגש אל השולחן הקדוש, שולחן היחידות, שלידו נהג אדמו"ר המהר"ש לשבת ולקבל את החסידים ליחידות. אדמו"ר הרש"ב, הבן, עמד ליד השולחן כפי שחסיד נכנס ליחידות, עם גארטל, בראש מורכן, והחל לקרוא את הפתק שהביא עמו, את פתק היחידות. דמעות זלגו ממנו, כי הוא עמד [לא ברור] ובכה. כך עמד במשך זמן מה, ולאחר מכן נרגע ויצא. כל אותו זמן ישב הילד, אדמו"ר הריי"צ, ילד קטן בן ארבע־חמש, בצד וראה את הכול. [לא ברור] המראה, כל העניין, נגע בו מאוד. אבל הוא סיפר לאחר מכן את הסיפור, שזה היה זמן קצר לאחר הסתלקות אדמו"ר הרש"ב. אדמו"ר הרש"ב, הרבי נשמתו עדן, הרי הסתלק בב' ניסן—
01:47 [לא ברור], קוקט דער פריערדיקער רבי, דאס קינד האט געזען, און ער האט זיך גלייך אזוי אריינגערוקט, אז דער טאטע זאל נישט באמערקן אז ער איז דארטן. און דער טאטע איז אריין, דער רבי רש״ב, און אריינגעגאנגען מיט א צעטל, אזוי ווי מען גייט אריין אויף יחידות. און ער איז צוגעגאנגען צום טיש, צום הייליקן טיש, וואס איז געווען דער יחידות־טיש, וואו דער רבי מהר״ש פלעגט זיצן און דארטן אויפנעמען די חסידים אויף יחידות. דער רבי רש״ב, דער זון, האט זיך אוועקגעשטעלט ביים טיש, אזוי ווי א חסיד גייט אריין אויף יחידות, מיטן גארטל, אראפגעבויגן דעם קאפ, און גענומען לייענען דעם צעטל וואס ער האט אריינגעברענגט, דעם יחידות־צעטל. און עס זענען געגאנגען פון אים, געגאסן טרערן, ווייל ער איז געשטאנען [לא ברור] און געוויינט. און אזוי איז ער געשטאנען א משך זמן, און נאכדעם האט ער זיך בארואיגט און איז צוריק ארויסגעגאנגען. די גאנצע צייט איז דאס קינד, דער פריערדיקער רבי, א קליין קינד פון פיר־פינף יאר אלט, געזעסן דארט אויף דער זייט און געזען די גאנצע זאך. [לא ברור] דער מחזה, די גאנצע זאך, האט אים שטארק גענומען. אבער ער האט שפעטער דערציילט דעם סיפור, אז דאס איז געווען גלייך נאך דער הסתלקות פון דעם רבי׳ן רש״ב. דער רבי רש״ב, דער רבי נשמתו עדן, איז דאך נסתלק געווארן אין ב׳ ניסן—
03:24 בשנת תר"פ. כידוע, המאמר האחרון שאדמו"ר הרש"ב אמר ברבים היה בפורים, המאמר ״ראשית גוים עמלק״. ויש סיפור מיוחד סביב אמירת המאמר הזה, שכן אדמו"ר הרש"ב אמר אז — זה כבר היה המאמר השני באותו פורים — שבמאמר הזה [לא ברור] את קליפת עמלק. באותה שעה נכנסו השוטרים ורצו לעורר בעיות, ואדמו"ר הרש"ב התחיל לומר את המאמר ואמר שבכך נבטל אותם לגמרי. וכך הווה: הם עזבו והלכו, לא עשו דבר ולא גרמו שום נזק. אבל לאחר מכן אדמו"ר הרש"ב נעשה [לא ברור], וכעבור שבועיים, קצת יותר משבועיים אחר כך, בב' ניסן, הייתה ההסתלקות. המאמר הראשון שאמר אדמו"ר הריי"צ לאחר מכן, בפסח תרפ"א, היה מאמר עם אותו דיבור המתחיל, המאמר ״ראשית גוים עמלק״. [לא ברור] משה רבינו, דוד המלך. כך שם בפנים [לא ברור]. כתוב שם: משה רבינו סיים ב״אשריך ישראל״, ״אשריך ישראל״ בברכות; דוד המלך פתח ב״אשרי האיש״. על דרך זה גם כאן: המאמר האחרון של הרבי נשמתו עדן היה ״ראשית גוים עמלק״, והמאמר הראשון שאמר אדמו"ר הריי"צ כשקיבל את הנשיאות,
03:24 אין יאר תר״פ. ווי איר ווייסט, דער לעצטער מאמר וואס דער רבי רש״ב האט געזאגט ברבים איז געווען פורים, דער מאמר „ראשית גוים עמלק“. און דער גאנצער מאמר האט זיך א סיפור מיוחד פארוואס דאס איז געזאגט געווארן, ווייל דער רבי רש״ב האט דעמאלט געזאגט — דאס איז שוין געווען דער צווייטער מאמר פון יענעם פורים — און דער רבי רש״ב האט געזאגט, אז מיט דעם מאמר גייט מען [לא ברור] די קליפה פון עמלק. אריינגעקומען דעמאלט די פאליציי, זיי האבן געוואלט מאכן פראבלעמען, און דער רבי רש״ב האט אנגעהויבן זאגן דעם מאמר און האט געזאגט, אז מיט דעם וועלן מיר זיי אינגאנצן מבטל זיין. און ככה הוה: זיי זענען אוועקגעלאזט, געגאנגען, האבן גארנישט געטאן און גארנישט געשאדט. אבער נאכדעם איז דער רבי רש״ב געווארן [לא ברור], און צוויי וואכן שפעטער, אביסל מער ווי צוויי וואכן שפעטער, ב׳ ניסן, איז געווען די הסתלקות. דער פריערדיקער רבי, דער רבי ריי״צ, דער ערשטער מאמר וואס ער האט געזאגט נאך דערויף, דאס איז געווען פסח תרפ״א, איז געווען דער מאמר, דאס זעלבע מיט דעם זעלבן דיבור המתחיל, דער מאמר „ראשית גוים עמלק“. [לא ברור] משה רבינו, דוד המלך. אזוי דארט אינעווייניק [לא ברור]. שטייט דארט: משה רבינו האט געענדיקט מיט „אשריך ישראל“, „אשריך ישראל“ אין די ברכות; דוד המלך האט אנגעהויבן „אשרי האיש“. על דרך זה דא אויך: דער רבי נשמתו עדן, דער לעצטער מאמר איז געווען „ראשית גוים עמלק“, און דער רבי ריי״צ, דער ערשטער מאמר וואס ער האט געזאגט ווען ער האט מקבל געווען די נשיאות,
04:53 היה [לא ברור] עמלק. המאמר הזה מיוסד על המאמר של אביו מאותו פורים, בתוספות וביאורים. ובמאמר ההוא הוא מביא את הסיפור, ומביא אותו שם כביאור בעניין המאמר. המאמר עוסק בעניינים עמוקים בחסידות. הוא מבאר שם את העניין של ״הוא קיים ושמו קיים וכסאו נכון ומלכותו ואמונתו לעד קיימת״. כשם שהקדוש ברוך הוא נצחי וקיים, כך גם האורות והספירות — הן האורות הן הכלים, כל המדרגות הן נצחיות, משום שהן דבוקות בקדוש ברוך הוא. מכיוון שהכול קשור ודבוק בקדוש ברוך הוא, ממילא יש לכול אותו כוח הנצחיות. כך אומר שם אדמו"ר הריי"צ במאמר, שעל דרך זה גם אצל צדיקים. צדיקים דומים לבוראם, וגם הם בעלי נצחיות. ״הוא קיים ושמו קיים וכסאו נכון ומלכותו ואמונתו לעד קיימת״ — זה נאמר על נשמות ישראל, שגם בהן יש נצחיות. וכשם שהמדרגות שבאורות דבוקות בקדוש ברוך הוא, גם להן יש קיום נצחי. ואצל הצדיקים רואים זאת לא רק בהם עצמם, אלא גם לאחר ההסתלקות, אחרי שהנשמה עולה למעלה, גם אז יש להם נצחיות. ולא זו בלבד: אפילו בכלים שלהם, בכלי התשמיש שהשתמשו בהם, יש נצחיות. ועל כך הוא מביא את הסיפור, ש־
04:53 איז געווען [לא ברור] עמלק. וואס דער מאמר איז מיוסד אויף דעם טאטנס מאמר פון יענעם פורים, מיט תוספות און ביאורים. און אין יענעם מאמר ברענגט ער דעם סיפור, און ער ברענגט דאס דארטן אלס א ביאור אין דעם ענין המאמר. דער מאמר רעדט דארטן וועגן ענינים, טיפע ענינים אין חסידות. ער מבארט דארטן דעם ענין פון „הוא קיים ושמו קיים וכסאו נכון ומלכותו ואמונתו לעד קיימת“. אזוי ווי דער אייבערשטער איז נצחי, קיים, אזוי איז עס אויך ביי די אורות און די ספירות, סיי די אורות, סיי די כלים, אלע מדרגות זיינען נצחיים, ווייל זיי זיינען דאך דבוק צום אייבערשטן. ווי באלד אז אלץ איז צוגעבונדן, צוגעקלעבט צו דעם אייבערשטן, איז במילא האט אלץ דעם זעלבן כח הנצחיות. אזוי זאגט דארטן דער פריערדיקער רבי, ברענגט דארטן ביים מאמר, אז על דרך זה איז אויך ביי צדיקים. וואס צדיקים דומים לבוראם, וואס זיי פארמאגן אויך דעם נצחיות. „הוא קיים ושמו קיים וכסאו נכון ומלכותו ואמונתו לעד קיימת“, דאס גייט אויף נשמות ישראל, וואס האבן אין זיך אויך דעם נצחיות. און אזוי ווי די מדרגות ביי די אורות זיינען דבוק צום אייבערשטן, פארמאגן זיי אויך א קיום נצחי. און ביי די צדיקים זעט מען דאס ניט נאר אין זיי, נאר אויך נאך דער הסתלקות, נאך דעם וואס די נשמה גייט ארויף למעלה, פארמאגן זיי אויך דעם נצחיות. ניט נאר דאס, אפילו אין זייערע כלים, אין די כלי תשמיש וואס זיי האבן גענוצט, איז דא אין זיי דעם נצחיות. און אויף דעם ברענגט ער דעם סיפור, אז דאס
06:18 מה שהוא ראה הוא, שלאחר ההסתלקות של אביו, של הרבי, של סבו, אדמו"ר המהר"ש, נכנס אביו לחדרו של סבו, וכשנכנס לשם היה זה כביכול כמו בחייו. ושם, ליד השולחן והכיסא, הוא ראה אותו עומד ביחידות, ממש לנגד עיניו. הדבר מבטא את הנקודה הזאת: לא רק הצדיק עצמו, אלא גם כל כלי תשמישו, השולחן והכיסא והדברים שהשתמש בהם, נושאים בתוכם את הנצחיות של הצדיק. זהו עניינו של כוח הנשיא, כוחו של צדיק. לצדיק, לנשיא, יש נצחיות, ואת זה מקבלים מהנשיא הראשון, ממשה רבינו, וכך הוא גם אצל משה שבכל דור ודור. משה רבינו היה הנשיא הראשון, ועליו אומרת הגמרא בסוטה: ״כל מעשה ידי משה נצחיים״. וכשם שעל משה רבינו עצמו אומרת הגמרא בסוטה ״מה להלן עומד ומשמש, אף כאן עומד ומשמש״, שיש בו נצחיות, כך גם הדברים שמשה עסק בהם. הגמרא אומרת שכל הדברים שמשה עשה בידיו, ״כל מעשה ידי משה״ — המשכן, הכלים, החצוצרות וכו׳ — הם נצחיים. הם קיימים עד היום הזה, בהעלם. ועל דרך זה
06:18 וואס ער האט געזען, אז נאך דער הסתלקות פון דעם טאטן, פון דעם רבי, פון זיין זיידן, פון דעם רבי מהר״ש, איז דער טאטע אריינגעגאנגען צום זיידן אין צימער, און ווען ער איז אריינגעגאנגען דארטן, איז עס כביכול געווען ווי בחייו. און דארטן ביים טיש, ביים בענקל, האט ער געזען ווי ער שטייט אויף יחידות, ווי עס איז ממש פאר זיינע אויגן. דאס רעדט אט די נקודה, אז דער צדיק, ניט נאר דער צדיק, נאר אלע זיינע כלי תשמיש, דער טיש מיט דעם בענקל, מיט די ענינים וואס ער האט גענוצט, האבן אין זיך דעם נצחיות פון דעם צדיק. וואס דאס איז דער ענין פון דעם כח הנשיא, דער כח פון א צדיק. וואס א צדיק, א נשיא, האט אין זיך דעם ענין, אז ביי אים איז פאראן דער נצחיות, וואס דאס באקומט מען פון דעם ערשטן נשיא, פון משה רבינו, און אזוי איז עס ביי דעם משה שבכל דור ודור. משה רבינו איז געווען דער נשיא הראשון. און אויף דעם זאגט מען דאך, אויף משה רבינו זאגט דארטן די גמרא אין סוטה: „כל מעשה ידי משה נצחיים“. פונקט ווי ביי משה רבינו אליין זאגט די גמרא אין סוטה, אז משה רבינו, „מה להלן עומד ומשמש, אף כאן עומד ומשמש“, אז ביי אים איז דא דערין דער נצחיות. על דרך זה איז אויך די ענינים מיט וואס משה האט זיך מתעסק געווען. זאגט די גמרא, אז אלע ענינים וואס משה האט געמאכט מיט זיינע הענט, כל מעשה ידי משה, דער משכן, כלים, חצוצרות וכולי, זיינען נצחיים, זיינען עד היום הזה, געפינען זיך בהעלם. על דרך זה איז
07:44 אצל נשיאי ישראל, שהם ממשיכיו, וכולם בחינת ״אתפשטותא דמשה״ של הנשיא הראשון. לחודש ניסן בפרט יש שייכות לעניין הנשיאים. על כך דיבר הרבי, וכעת אספר מהתוועדות של שבת פרשת ויקרא תשמ״ז. אז אמר הרבי שיחה שלמה, שיחה מעניינת מאוד, על עניין הקשור לחודש ניסן. יש מנהג בישראל, עוד מימי הקדמונים, והוא מובא גם בספרי קבלה, שבכל תפוצות ישראל מתחילים לקרוא את פרשת הנשיאים ביום הראשון של חודש ניסן. באשר להנהגה בעניין פרשת הנשיאים, אדמו"ר הזקן מביא בשולחן ערוך שאין אומרים תחנון ביום הראשון של חודש ניסן, ולאחר מכן אין אומרים תחנון במשך כל החודש, משום שאז הייתה חנוכת המשכן. בראש חודש ניסן, ביום השמיני למילואים, הייתה חנוכת המזבח, חנוכת המשכן. אחר כך באים שנים־עשר הימים שמראש חודש ניסן עד י״ב בניסן, שבהם הקריב כל נשיא את קרבנותיו עבור שבטו. לכן אין אומרים תחנון בכל הימים האלה. ובימים שאין אומרים בהם תחנון נוהגים לקרוא אחרי התפילה את פרשת הנשיא של אותו יום, ולהוסיף תפילה מיוחדת, כפי שנדפס בסידורים.
07:44 ביי די נשיאי ישראל וואס זיינען זיינע המשכים, וואס זיי זיינען אלע דער אתפשטותא דמשה פון דעם ערשטן נשיא. וואס חודש ניסן במיוחד האט א שייכות צו דעם ענין פון נשיאים. אויף דעם האט דער רבי גערעדט, וואס איך גיי עס אט דערציילן, דאס איז פון א פארברענגען וואס דער רבי האט גערעדט שבת פרשת ויקרא תשמ״ז. דעמאלט האט דער רבי גערעדט א גאנצע שיחה, זייער א געשמאקע שיחה, ארום דעם ענין בקשר צו חודש ניסן. וואס מיר געפינען א מנהג ביי ישראל, און דאס איז נאך פון די קדמונים, אויך אין ספרי קבלה, אז ס׳איז א מנהג ישראל אין כל תפוצות ישראל, אז דעם ערשטן טאג חודש ניסן הויבט מען אן צו ליינען פרשת הנשיאים. און די הנהגה פון פרשת הנשיאים, דער אלטער רבי ברענגט אין שולחן ערוך, אז ס׳איז דא דער ענין פון ניט זאגן תחנון. דעם ערשטן טאג חודש ניסן, און דערנאך זאגט מען נישט קיין תחנון דעם גאנצן חודש, ווייל ס׳איז געווען די חנוכת המשכן. און דאס איז געווען ראש חודש ניסן, שמיני למילואים, און דעמאלט איז געווען די חנוכת המזבח, חנוכת המשכן. און שפעטער קומען די צוועלף טעג פון ראש חודש ניסן ביז י״ב ניסן, וואס יעדער נשיא האט מקריב געווען זיינע קרבנות פאר זיין שבט. און דערפאר איז די אלע טעג זאגט מען נישט קיין תחנון. און אין די טעג וואס מען זאגט נישט קיין תחנון איז נוהג, אז נאך דעם דאווענען ליינט מען די פרשה פון דעם נשיא, און מען גיט נאך צו א תפילה. אזוי איז געדרוקט אין די סידורים, א תפילה.
09:28 מבקשים ב״יהי רצון״ מהקב״ה שיאירו על האדם כל ניצוצות הקדושה והאורות הקדושים של אותו שבט. כל היהודים אומרים זאת. וכפי שנוהגים בחב״ד, כל אחד יכול לומר את התפילה על כל השבטים. אדמו"ר הרש"ב אמר פעם שכולם צריכים לומר זאת, כי לכל אחד יש קשר לאותו שבט, אף שכיום אין יודעים זאת בגלוי. זה קשור גם לגלגולי נשמות וכו׳, לשורש הנשמות. ייתכן גם שתהיה התלבשות של נשמות אחרות, כך שלכל השבטים יש שייכות לכל השבטים. אומרים ״יהי רצון״, וה״יהי רצון״ הזה עשיר מאוד בתוכנו. אומרים בו בקשה גדולה מאוד: ״שיאירו עלי כל ניצוצין הקדושים״ מקדושת אותו שבט, ושזה יהיה ״לי ולזרעי ולזרע זרעי עד סוף כל הדורות״, כדי ״להבין ולהשכיל בתורתך ובסודותיך״. את כל הדברים האלה אומרים בבקשות נפלאות המיוסדות על כך. וכפי שהרבי דיבר באותה התוועדות, בשבת פרשת ויקרא תשמ״ז, הרבי התעכב על מה שלכאורה מעורר פליאה: מדוע עושים עניין גדול כל כך מחנוכת הנשיאים? עושים מזה עניין שלם, נותנים לזה חשיבות גדולה. לא אומרים תחנון, אומרים זאת גם בעצמנו בכל יום, ואומרים בקשה מיוחדת — היכן מצינו דבר כזה? לא מוצאים שעל כל סיפור שהתורה מספרת עושים מסכת שלמה. לקראת פסח, שבועות וסוכות — אלה עניינים כלליים. יציאת מצרים, מתן תורה וכו׳ — אלה
09:28 מיוחדת. און בעט א יהי רצון ביים אייבערשטן, אז עס זאלן אויף אים שיינען אלע ניצוצות הקדושה און די אורות הקדושים פון דעם שבט. אז אלע אידן זאגן דאס. און ווי מ׳פירט זיך אין חב״ד, אז די תפילה קען יעדער זאגן, אלע שבטים. איז אמאל געווען א ווארט פון רבי רש״ב, אז דאס דארפן אלע זאגן, ווייל עס איז פארבונדן יעדער איינער מיט דעם שבט, וואס מ׳ווייסט איצט אבער נישט בגלוי. ס׳האט צו טאן אויך מיט גלגולי נשמות וכו׳, וואס דאס איז א שורש פון נשמות. ס׳קען אמאל זיין א התלבשות פון אנדערע נשמות, אז אלע שבטים האבן א שייכות צו אלע שבטים. זאגט מען א יהי רצון, און דער יהי רצון איז זייער א רייכער יהי רצון. זאגט מען דארטן גאר א שטארקע בקשה: „שיאיר עלי כל ניצוצין הקדושים“, אז פון קדושת זה השבט, און דאס זאל זיין „לי ולזרעי ולזרע זרעי עד סוף כל הדורות“, און דאס איז „להבין ולהשכיל בתורתך ובסודותיך“. די אלע זאכן זאגט מען אין בקשות נפלאות, מיוסד אויף דעם. וואס באשאפן ראשון, ווי דער רבי האט אמאל גערעדט אין יענעם פארברענגען, שבת פרשת ויקרא תשמ״ז, און דער רבי האט זיך געשטעלט אויף דעם וואס לכאורה איז דאס א דבר פלא: וואס איז אזא גרויסער שטורעם פון די חנוכת הנשיאים? מ׳מאכט פון דעם אזא ענין, אזא אויפהייב. מ׳זאגט נישט קיין תחנון, און מ׳זאגט דאס אויך אליין יעדן טאג, מ׳זאגט א ספעציעלע בקשה, ווי דאס געהערט געווארן? מ׳געפינט נישט אז מ׳מאכט פון יעדער סיפור וואס די תורה דערציילט א גאנצע מסכת. זאג פאר פסח, פאר שבועות, פאר סוכות — ענינים כלליים. יציאת מצרים, מתן תורה, וכולי, דאס איז אין
11:03 עניינים כלליים, עניינים עיקריים. אז עושים זכר לניסים ועושים מזה יום טוב. אבל לא מוצאים שעושים יום טוב מכל פרט שהתורה מספרת. לכאורה, מדוע ההתלהבות הגדולה הזאת, הרעש הגדול והעניין הגדול מכך שהנשיאים הקריבו קרבנות, קרבנות הנשיאים, וכל נשיא היה משבט אחר? במשך שנים־עשר ימים רצופים עושים מזה יום טוב שלם, לא אומרים תחנון, נוסף לכך קוראים את הקריאה ואומרים תפילה ובקשה מיוחדת, ״יהי רצון״. וכל זה על מה? על קרבנות הנשיאים. מה כל כך גדול בקרבנות הנשיאים? כאן נכנסת הנקודה העיקרית, הקשורה דווקא לחודש ניסן, ואין זה מקרה. זהו העניין שהמשנה אומרת במסכת ראש השנה. במה מתחילה המשנה? המשנה הראשונה במסכת ראש השנה אומרת: ״ארבעה ראשי שנים הם״, וממשיכה: ״באחד בניסן ראש השנה למלכים ולרגלים״. כלומר, מבין ארבעת ראשי השנים, הראשון הוא בחודש ניסן. ומה פירוש שחודש ניסן הוא ראש השנה למלכים ולרגלים? בנוגע לרגלים, הגמרא אומרת שזהו ״רגל שבו״: בחודש ניסן חל חג הפסח, וזהו הרגל שבו. בחודש ניסן יש הרגל של חג הפסח. אבל
11:03 ענינים כלליים, ענינים עיקריים. דעמאלט מאכט מען א זכר פון די נסים, מ׳מאכט פון דעם א יום טוב. אבער אז פון יעדער פרט וואס די תורה דערציילט מאכט מען א יום טוב, געפינט מען נישט. לכאורה, וואס איז אזא גרויסער קאכן, דער גרויסער שטורעם, דער גרויסער מעשה, אז ס׳געווען אז די נשיאים האבן מקריב געווען קרבנות, קרבנות הנשיאים, און חוץ פון דעם, יעדער נשיא, מ׳איז געווען אלע שבטים. און גאנצע צוועלף טעג נאך אנאנד מאכט מען א גאנצן יום טוב, און מ׳זאגט נישט קיין תחנון, און מ׳זאגט נאך מיט ליינען די קריאה, און מ׳זאגט א ספעציעלע תפילה און בקשה, יהי רצון. נאר פאר וואס? פאר די קרבנות הנשיאים. וואס איז אזא גרויסער קרבנות הנשיאים? נו, אט דא קומט אריין די נקודה העיקרית, וואס איז פארבונדן ספעציעל דווקא מיט חודש ניסן, וואס איז נישט קיין מקרה. וואס דאס איז דער ענין וואס די משנה זאגט אין מסכת ראש השנה. מיט וואס הייבט זיך אן די משנה? די ערשטע משנה ראש השנה: „ארבעה ראשי שנים הם“. זאגט די משנה: „באחד בניסן ראש השנה למלכים ולרגלים“. דאס הייסט אז אזוי ווי ס׳איז דא ארבעה ראשי שנים, איז דער ערשטער פון די ארבעה ראשי שנים חודש ניסן. און וואס איז חודש ניסן ראש השנה למלכים ולרגלים? ווען עס גייט אויף די רגלים, זאגט די גמרא, אז דאס איז דער רגל שבו, אז אין חודש ניסן פאלט אויס חג הפסח, און דאס איז דער רגל שבו. אין חודש ניסן איז פאראן דער רגל פון חג הפסח. אבער
12:26 כשמדובר על עניין המלכים, הגמרא מאריכה בכך שראש השנה למלכי ישראל הוא בחודש ניסן: כשאדם נעשה מלך, מונים לו עד שמגיע חודש ניסן, שהוא ראש השנה למלכים, למלכי ישראל. אינני צריך להיכנס כאן לפסוקים וכו׳ וכו׳, לכל העניינים הללו. הדבר נוגע לעומק הפנימי של העניין, הקשור לכך שחודש ניסן הוא החודש שבו בחר הקב״ה בעם ישראל. אז היה, כפי שאומר המדרש, ״בחר הקדוש ברוך הוא ביעקב ובבניו, עם ישראל״, ו״כל ישראל בני מלכים הם״. אז בחר הקב״ה ביהודים והם נעשו מלכים. ״כל ישראל בני מלכים הם״ — מלכים הם. כמו שנאמר בפסוק: ״ואתם תהיו לי ממלכת כהנים״. וכשהגיעה השנה השנייה, שבה הקימו את המשכן, באו הנשיאים אל המשכן, והיה צריך להתקיים העניין של ״ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם״: שהשכינה שורה על כל יהודי, ״בתוך כל איש ואיש מישראל״, על ידי בית המקדש ועל ידי מקום המשכן. ועל ידי כך הייתה התגלות השכינה בעולם באופן קבוע ובאופן נצחי. והדבר התקיים אצל כל יהודי — ״בתוכם״, בתוך כל איש ואיש מישראל. מי הוא זה שיש לו את
12:26 ווען עס גייט דער ענין פון מלכים, איז די גמרא מאריך אז ראש השנה, אז דאס גייט אויף מלכי ישראל, אז ווען איינער איז געווארן א מלך, ביז עס קומט חודש ניסן, אז דאס איז ראש השנה למלכים, מלכי ישראל. וואס איך דארף נישט אריינגיין דא, וואס איז דא פון פסוקים וכו׳ וכו׳, די אלע ענינים. וואס דאס בארירט אן דעם עומק פנימי פון דעם ענין, וואס דאס איז פארבונדן מיט דעם אז חודש ניסן, וואס דעמאלט איז געווען דער חודש וואס דער אייבערשטער האט אויסגעקליבן דעם עם ישראל, וואס דעמאלט איז געווען, ווי דער מדרש זאגט, אז „בחר הקדוש ברוך הוא ביעקב ובבניו, עם ישראל“, און „כל ישראל בני מלכים הם“. אידן זיינען געווארן דעמאלט אויסגעקליבן ביי דעם אייבערשטן און זיינען געווארן דעמאלט מלכים. „כל ישראל בני מלכים הם“, מלכים הם. ווי עס שטייט דער פסוק „ואתם תהיו לי ממלכת כהנים“. און בשעת עס איז געקומען דאס צווייטע יאר, וואס דעמאלט האט מען געבויט דעם משכן, איז דעמאלט געווארן דער ענין אז אידן זיינען געווארן — אז ביי דעם משכן איז געקומען די נשיאים, און וואס געדארפט דא ווערן דער ענין פון „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם“. דער ענין אז השכינה שורה איבער יעדער איד, „בתוך כל איש ואיש מישראל“, דורך דעם בית המקדש און דורך דעם מקום המשכן. און דורך דעם איז געווען די התגלות השכינה בעולם באופן קבוע ובאופן נצחי. און דאס איז געווארן איבער יעדער איד, „בתוכם“, בתוך כל איש ואיש מישראל. ווער איז דער וואס האט זיך דעם
13:55 הכוח לפעול את העניין הזה? לשם כך צריכים את הנשיאים. הקרבת הקרבנות של הנשיאים לא הייתה סתם עניין צדדי, אלא עניין עיקרי. כי הנשיא הוא שמחבר את היהודים עם הקב״ה. זהו עניינו של הנשיא: הוא פועל ומקשר את היהודים עם הקב״ה, כפי שמובן בפשטות מעניינם הכללי של הנשיאים. ועניין הנשיאים עצמו קשור לעניין המלך. כפי שאנו מוצאים בתורה, בפרשת ויקרא, ״אשר נשיא יחטא״, ונשיא, כפי שאומר רש״י, הוא מלך שאין על גביו אלא ה׳ אלוקיו. במילים אחרות, תפקידו של הנשיא, כפי שאנו מוצאים בעניין המלך ממלכי ישראל, הוא לרומם את היהודים ולהביא לכך שתהיה אצלם יראת ה׳ אמיתית. בפרט, הרי נאמר ״שום תשים עליך מלך״. עניינו של מלך הוא להיות ״עליך״: על ידי שנכנעים למלך, המלך מרומם את היהודים ומגלה אצלם את מלכותו של הקב״ה. כל מלך ממלכי ישראל מייצג זאת; הוא ממוצע המחבר, [לא ברור], כדי לעורר אצל היהודים יראת שמים ולגלות אצלם את הקשר עם הקב״ה. וזהו עניינו של מלך
13:55 כח לפעול זיין אויף דעם ענין, אויף דעם דארף זיין די נשיאים. וואס דאס איז געווען די הקרבה פון די נשיאים, איז נישט קיין סתם א זייטיקער ענין, נאר אן ענין עיקרי. ווייל דער נשיא איז דער וואס פארבינדט אידן מיטן אויבערשטן. דער ענין הנשיא, וואס ער ברענגט אריין, ער איז דער וואס איז מקשר אידן מיטן אויבערשטן, איז פארשטאנדיק בפשטות, בכללות דער ענין הנשיאים. וואס דער ענין הנשיאים גופא איז פארבונדן מיט דעם ענין פון א מלך. ווי מיר געפינען אין תורה, אין פרשת ויקרא, ״אשר נשיא יחטא״, וואס נשיא, ווי רש״י זאגט, איז דאס א מלך שאין על גביו אלא ה׳ אלקיו. אין אנדערע ווערטער, דער תפקיד פון דעם נשיא, ווי מיר געפינען אין דעם ענין פון א מלך, פון מלכי ישראל, איז אז א מלך, זיין ענין איז, אז ער דארף אויפהייבן און צוברענגען אז ביי אידן זאל זיין דא אמת׳ע יראת השם. בפרט שטייט דאך, אז דער ענין פון א מלך, ״שום תשים עליך מלך״, איז דער ענין פון א מלך ״עליך״, אז דורך דעם וואס מ׳איז זיך מכניע צו דעם מלך, הייבט דער מלך אויף אידן און ער איז מגלה ביי זיי דעם מלכות פונעם אויבערשטן. יעדער מלך פון מלכי ישראל, ער שטעלט פאר, ער איז א ממוצע המחבר, [לא ברור], אויף ארויסברענגען ביי אידן אז זיי האבן יראת שמים, און מגלה זיין ביי זיי דעם קשר מיטן אויבערשטן. און דאס איז דער ענין פון א מלך וואס
15:26 שהוא נשיא, מלשון נשיאות: הוא מרומם את העם ומקרב אותם לקב״ה. לכן מוצאים אצל מלך את הדין, כפי שמובא בחסידות, [לא ברור] וכפי שמביא הרמב״ם, ש״מלך, כיון שכרע שוב אינו זוקף״. הכלל בתפילת שמונה עשרה הוא שכורעים וזוקפים. אבל אצל מלך נאמר: ״כיון שכרע שוב אינו זוקף״. מדוע? כי אצל מלך הביטול ויראת השמים צריכים להתבטא בתכלית. הוא בתכלית הביטול. ״אין על גביו אלא ה׳ אלוקיו״. זו הגדרתו של הנשיא, זו הגדרתו של מלך. והנשיאים, נשיאי ישראל, כל שבט וכל נשיא נתן מעצמו ומכוחו; ומשה רבינו נתן, על ידי כך שהם הקריבו את קרבנות הנשיאים, את כוח הנשיאות, כדי שיפעלו [לא ברור] על השבט באופן מיוחד, ויעוררו בשבט את האפשרות שיהיה ״ושכנתי בתוכם״, בתוך כל אחד ואחד, על ידי הקרבת הקרבנות של הנשיאים. לכן מובן מדוע הדבר חשוב ונוגע כל כך. כי הקרבת קרבנות הנשיאים הביאה לדורות, באופן נצחי, את האפשרות להשראת הקדושה, ״ושכנתי בתוכם״ — הן כפי שהיה במשכן, הן כפי שהדבר התבטא בבית ראשון ובבית שני, ובימות המשיח יהיה הבית השלישי. ואפילו בזמן הגלות, כאשר
15:26 ער איז א נשיא, מלשון נשיאות, אז ער הייבט אויף דעם עם און ער איז זיי מקרב צום אויבערשטן. וואס דערפאר געפינט מען ביי א מלך דעם דין, ווי ס׳ברענגט זיך אין חסידות, [לא ברור] ווי ס׳ברענגט דער רמב״ם, אז א מלך, כיון שכרע שוב אינו זוקף. דער כלל אין שמונה עשרה, בשעת מ׳דאוונט שמונה עשרה, איז דער סדר אז מ׳כרע׳ט און מ׳זוקף. אבער ביי א מלך שטייט אז כיון שכרע שוב אינו זוקף. פארוואס? ווייל ביי א מלך דארף זיך אויסזען דער ביטול און יראת שמים בתכלית. ער איז בתכלית הביטול. ״אין על גביו אלא ה׳ אלקיו״. דאס איז דער גדר פון דעם נשיא, דאס איז דער גדר פון א מלך. איז די נשיאים, וואס דאס איז געווען די נשיאי ישראל, יעדער שבט, יעדער נשיא האט געגעבן פון זיך און דעם כח, אז משה רבינו האט געגעבן דורך דעם אז זיי האבן מקריב געווען די קרבנות הנשיאים, און דאס האט אריינגעגעבן דעם כח הנשיאות, אז זיי זאלן פועל׳ן [לא ברור] אויף דעם שבט באופן מיוחד, און ארויסברענגען אין דעם שבט אז עס זאל קענען זיין ״ושכנתי בתוכם״, בתוך כל אחד ואחד, דורך די הקרבת הקרבנות פון די נשיאים. אז דערפאר ווערט פארשטאנדיק פארוואס איז דאס אזוי חשוב און נוגע. ווייל דאס ברענגען פון קרבנות הנשיאים האט געברענגט לדורות, באופן נצחי, אז עס זאל קענען זיין די השראה פון קדושה, ״ושכנתי בתוכם״, סיי ווי דאס איז געווען אין משכן, און סיי ווי ס׳האט זיך אויסגעשטעלט אין בית ראשון, בית שני, און בימות המשיח וועט זיין דער בית שלישי. און אפילו אין די צייטן פון זמן הגלות, וואס דעמאלט
16:59 אין בית המקדש בגשמיות, קיימת השראת השכינה, שכן בית המקדש קיים ברוחניות. יש בית מקדש בלבו של כל אחד ואחד מישראל, בית המקדש הרוחני. ומצד העניין הזה יש לכל יהודי הכוח לפעול בעצמו ״ושכנתי בתוכם״, את השראת השכינה. ולכל יהודי יש הכוח לפעול בעצמו ״ושכנתי בתוכם״, את השראת השכינה בפנימיות, באופן נצחי ובאופן קבוע. ומצד זה מובנים הכוח והמעלה הגדולה של פרשת הנשיאים וקרבנות הנשיאים. ומובן מה שאומרים בתפילה, שעל ידי אמירת פרשת הנשיא ״יאירו עלי ניצוצין קדישין״ של אותו שבט, ושהדבר נותן כוח ״להבין ולהשכיל בתורתך״, [לא ברור], ונותן כוח להבין את התורה לעומק יותר, וגם [לא ברור] — את עניין הנצחיות מקבלים מן הנשיא, מן הנשיא עצמו. וזהו העניין של הזמן שבו אנו נמצאים כעת, חודש ניסן, חודש שקשור למלכים. ויש בזה גם רמז מעניין, כפי שמבואר בחסידות: ״ראש השנה למלכים ולרגלים״. מה פירוש ״למלכים ולרגלים״? גם ברגלים יש שני העניינים הללו. ״רגלים״ הוא מלשון רגל, והרגל מורה על קבלת עול וביטול. ומצד שני, הרגלים הם ״זמן שמחתנו״. עבודת הרגלים היא שאז צריכה להיות עלייה לרגל, ושיהודי צריך לדעת שהוא ממש כמו רגל. זהו עניין של קבלת עול, [לא ברור].
16:59 איז נישטא קיין בית המקדש בגשמיות, איז אבער פאראן די השראה פון שכינה, אז עס איז קיים דער בית המקדש ברוחניות. עס איז פאראן א בית המקדש בלבו של כל אחד ואחד מישראל, דער בית המקדש הרוחני, וואס מצד דעם ענין האט יעדער איד דעם כח, ער קען פועל׳ן ביי זיך ״ושכנתי בתוכם״, די השראת השכינה. און יעדער איד האט דעם כח אז עס זאל קענען פועל׳ן ביי זיך ״ושכנתי בתוכם״, די השראת השכינה בפנימיות ובאופן נצחי ובאופן קבוע. וואס מצד דעם איז פארשטאנדיק די כח, די גרויסע מעלה, פון דעם ענין פון פרשת הנשיאים און קרבנות הנשיאים, וואס איז פארשטאנדיק וואס מ׳זאגט אין די תפילה, אז דורך דעם וואס מ׳זאגט די פרשת הנשיא, ״יאירו עלי ניצוצין קדישין״ פון אט דעם שבט. און אז דאס גיט דעם כח אויף להבין ולהשכיל בתורתך, [לא ברור], און דאס גיט דעם כח, צו קענען פארשטיין טיפער תורה, און אויך [לא ברור], דעם ענין הנצחיות וואס דאס באקומט מען פון דעם נשיא, דאס באקומט מען פון דעם נשיא אליין. און דאס איז דער ענין וואס מ׳געפינט זיך איצט אין דעם זמן, חודש ניסן. א חודש וואס איז פארבונדן מיט מלכים. און דאס איז אויך אן אינטערעסאנטער רמז, ווי חסידות איז מבאר: ״ראש השנה למלכים ולרגלים״. וואס איז דער ווארט פון ״למלכים ולרגלים״? רגלים איז אויך אט די צוויי ענינים. רגלים איז מלשון רגל, וואס רגל ווייזט אויף קבלת עול, ביטול. און לאידך גיסא, רגלים איז ״זמן שמחתנו״. די עבודה פון רגלים איז, אז דעמאלט דארף זיין דער רגל, עליה לרגל, אז א איד דארף וויסן אז ער איז ממש ווי א רגל. אז דאס איז ענין פון קבלת עול, [לא ברור].
18:51 מה שמוביל הולך בעקבות הראש. על דרך זה, כל יהודי הוא רגל כשהוא בביטול. הוא בטל לצדיק, לנשיא, למלך, ועל ידי כך הוא נעשה בטל למלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא. ועל ידי זה הוא מקבל את השמחה האמיתית, ״זמן שמחתנו״, שנמצאת בימים טובים, ״מועדים לשמחה״. זה מסוגל למלכים ולרגלים: שעל ידי עבודת הרגלים, הביטול וקבלת העול, נעשה כל יהודי מלך — גם על עצמו, וגם מלך בתוקף של ״ממלכת כהנים״. ליהודי יש התוקף להיות מלך ולפעול בעולם, להיות ״ממלכת כהנים״; וכשיהודי אומר דבר, ״כן יקום וכן יהיה״. ולכן אנו מוצאים בפרשה של היום, פרשת ויקרא, את עניין הנשיא. נאמר בפרשה: ״אשר נשיא יחטא״. ועל כך אומר רש״י: ״אשר נשיא יחטא״. כל המפרשים שואלים: מה פירוש ״אשר״? יש מפרשים ש״אשר״ פירושו ״אם״, ויש שמפרשים ״כאשר״; כיצד צריך לפרש את המילה ״אשר״? בא רש״י, שהוא פשוטו של מקרא, ואומר: יש כאן פירוש מילולי. ״אשר״, אומר רש״י, הוא ״אשרי הדור״ שנשיאו מביא קרבן. זהו ״אשרי הדור״. מהו העניין שרש״י רוצה לומר לנו כאן? הנקודה היא שכאשר
18:51 וואס פירט, גייט נאך דעם קאפ. על דרך זה, יעדער איד איז א רגל, אז ער איז בטל. ער איז בטל צום צדיק, צום נשיא, צום מלך. דורך דעם ווערט ער בטל צום מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא. און דורך דעם באקומט ער די אמת׳ע שמחה, זמן שמחתנו, וואס מ׳געפינט אין די ימים טובים, מועדים לשמחה. דאס איז מסוגל למלכים ולרגלים, אז דורך די עבודה פון רגלים, פון ביטול און קבלת עול, ווערט יעדער איד א מלך, סיי אויף זיך, און סיי ער ווערט א מלך, מלכי, דעם מלכות כהנים, די תוקף פון א מלך. וואס א איד האט דעם תוקף צו זיין א מלך, און פועל׳ן אויף דער וועלט, א ממלכת כהנים, אז א איד איז א מלך, און בשעה אז א איד זאגט עפעס, אז ״אי קן יקום וכן יהיה״. וואס דערפאר געפינען מיר אין היינטיגן סדרה, וואס געהערט אויך צו פרשת ויקרא, דא געפינען מיר דעם ענין פון נשיא. וואס ער זאגט אין דער סדרה: ״אשר נשיא יחטא״. זאגט אויף דעם רש״י: ״אשר נשיא יחטא״. אלע מפרשים פרעגן: וואס איז דאס דער ״אשר״? יש מפרשים טייטשן ״אשר״ איז ״אם״, ״אשר״ איז ״כאשר״; ווי דארף מען טייטשן דעם ״אשר״? קומט צו גיין רש״י, דאך איז רש״י פשוטו של מקרא, און קומט צו גיין און זאגט: אה, ס׳איז דא א טייטש, א ווארטליכע טייטש. ״אשר״, זאגט רש״י, ״אשרי הדור״ וואס זיין נשיא ברענגט א קרבן. איז דאס דער ״אשרי הדור״. וואס איז דאס דער ענין, וואס רש״י וויל אונז זאגן דא? איז דער ווארט אז דער, אז א
20:37 בא נשיא, כיצד עליו להיות נשיא? תפקידו הוא נשיאות: להרים, להרים את אנשי הדור למדרגה גבוהה יותר, ולהכניס בהם יראת שמים אמיתית, ביטול אמיתי והתמסרות אמיתית לקדוש ברוך הוא. ולכן ״אשרי הדור״ כאשר הנשיא מראה שגם הוא עבר דבר כזה, והוא אינו מתבייש. הוא לוקח זאת ללב. הנשיא, כפי שרש״י אומר שם, לוקח זאת ללב כדי להראות לאנשי הדור כיצד אדם צריך להישמר מחטא ועוון. ואם נכשל בדבר מה, הוא אינו מתבייש אלא מביא קרבן, ועושה זאת בכל ההתלהבות, כדי להראות כיצד צריכה להיות יראת שמים אמיתית. על כך אומרים ״אשרי הדור״, כי אנשי הדור מקבלים מהנשיא את העניין הזה. זהו תפקידו של נשיא: ללמד את אנשי הדור, כדי שנוכל אכן להגיע ליראת שמים אמיתית ולחרטה אמיתית. וכאשר עלינו לעשות תשובה, שלא נתבייש, אלא נעמוד ונאמר במילים: ״אשר חטאתי״, ונוכל לעשות תשובה ולהתחיל דרך חדשה בעבודת השם. זהו עניינו של נשיא — נשיאות, להרים את אנשי הדור למדרגה גבוהה יותר, כי ״הנשיא הוא הכל״. חודש ניסן הוא
20:37 נשיא קומט, ווי דארף זיין א נשיא? זיין תפקיד איז נשיאות: אויפהויבן, אויפהויבן אנשי הדור צו א העכערע מדרגה און אריינברענגען ביי זיי די אמת׳ע יראת שמים, דעם אמת׳ן ביטול, די אמת׳ע איבערגעגעבנקייט צום אויבערשטן. און דערפאר איז ״אשרי הדור״, בשעה אז דער נשיא באווייזט אז ער האט דורכגעמאכט, איז ער נישט בושה, ער שעמט זיך נישט. יא, ער נעמט זיך צו הארץ. אז דער נשיא, ווי רש״י זאגט דארטן לשון, דער נשיא נעמט זיך צו הארץ, יא, צו באווייזן פאר די אנשי הדור ווי אזוי א מענטש דארף זיין אפגעהיטן פון חטא ועון. און טאמער ער איז דורכגעפאלן עפעס, שעמט ער זיך נישט און ער ברענגט א קרבן, און ער טוט דאס מיטן גאנצן שטורעם, צו באווייזן ווי אזוי ס׳דארף זיין די אמת׳ע יראת שמים. יא, דעם זאגט מען ״אשרי הדור״, ווייל זיי באקומען פון דעם נשיא אט דעם ענין. ווייל דאס איז דער תפקיד פון א נשיא, וואס ער לערנט אויף די אנשי הדור, אז מיר זאלן קענען טאקע האבן דעם אמת׳ן יראת שמים, דעם אמת׳ן חרטה. און בשעה אז מיר דארפן תשובה טאן, זאל מען זיך נישט שעמען, זיך אוועקשטעלן און זאגן אין דברים: ״אשר חטאתי״, און קענען תשובה טאן און אנהויבן א נייעם דרך אין עבודת השם. און דאס איז דער ענין פון א נשיא, וואס ער איז נשיאות, וואס ער הייבט אויף אנשי הדור צו א העכערע מדרגה, וואס א נשיא הוא הכל. אין חודש ניסן איז
21:59 החודש שקשור לכל נשיאי ישראל, כפי שאנו מוצאים בכמה וכמה עניינים. גם נשיאינו קשורים לחודש ניסן בכמה עניינים: ב׳ ניסן הוא יום הסתלקותו של אדמו״ר הרש״ב ותחילת נשיאותו של אדמו״ר הריי״צ; י״ג ניסן הוא יום הסתלקותו של אדמו״ר הצמח צדק ותחילת נשיאותו של אדמו״ר המהר״ש. וישנו גם יום י״א ניסן, יום הולדתו של נשיא דורנו, של הרבי. י״א ניסן הוא יומו של הנשיא לבני אשר, והרבי עסק רבות בעניין הזה. זהו ״אשרי העם שככה לו, אשרי העם שה׳ אלקיו״. שנזכה אכן, תיכף ומיד, לנשיא האמיתי, הנשיא שהוא מלך המשיח. ולמדנו בהפטרה של שבת פרשת החודש: ״כל העם יהיו לנשיא״. הנשיא — הכוונה לנשיא, מלך המשיח, שנמצא בגלות; ותיכף ומיד, בחודש ניסן הזה, ״בניסן עתידין ליגאל״. ועל ידי שכל אחד מאיתנו יחזק את ההתקשרות שלו לנשיא, לצדיק, למשה רבינו, ובפשטות למשה שבדורנו — יחזק את התקשרותו לנשיא, וכמבואר בשיחה, שההתקשרות היא על ידי לימוד התורה ועל ידי הליכה בחסידות — נזכה
21:59 דאס דער חודש וואס איז פארבונדן מיט אלע נשיאי ישראל, ווי מיר געפינען כמה וכמה ענינים. און אונזערע נשיאים זיינען פארבונדן מיט חודש ניסן כמה. ב׳ ניסן איז דער הסתלקות פון דעם רבי רש״ב און התחלת הנשיאות פון דעם רבי ריי״צ. און י״ג ניסן איז דער הסתלקות פון דעם רבי צמח צדק און התחלת הנשיאות פון דעם רבי מהר״ש. און, א נאמען, דער יום פון י״א ניסן, וואס דאס איז דער יום הולדת פון אונזער נשיא, פון אונזער רבי. און וואס ער איז דער, וואס ער, וואס ער איז י״א ניסן, וואס דאס איז דער נשיא לבני אשר, און דער רבי האט זיך שטארק געקאכט אין דעם ענין. יא, דאס איז ״אשרי העם שככה לו, אשרי העם שה׳ אלקיו״. מיר זאלן טאקע זוכה זיין, ותיכף ומיד, צו דעם אמת׳ן נשיא, דער נשיא פון מלך המשיח, און מ׳האט געלערנט אין דער הפטרה פון שבת פרשת החודש: ״כל העם יהיו לנשיא״. דער נשיא, וואס דאס גייט אויף דעם נשיא מלך המשיח, אז ער איז גלות, און תיכף ומיד דארף דעם חודש ניסן, וואס ״בניסן עתידין ליגאל״. און דורך דעם וואס יעדער איינער פון אונז וועט מחזק זיין זיין התקשרות צו דעם נשיא, צו דעם צדיק, צו משה רבינו, און בפשטות דעם משה פון אונזער דור, וועט מחזק זיין אונזער התקשרות צו דעם נשיא, וזה מבואר אין שיחה, אז התקשרות דורך לימוד התורה און דורך הליכה בחסידות, וועט מען
23:19 בוודאי לראות את התגלותו של הנשיא האמיתי, מלך המשיח. ושנזכה לקיים בפסח הקרוב, השנה: ״ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים, ברוך אתה ה׳ גאל ישראל״.
23:19 זיכער זוכה זיין, אז מיר, אז, אז, אז מיר וועלן זען די התגלות פון דעם אמת׳ן נשיא מלך המשיח. און מיר זאלן מקיים זיין דעם קומענדיגן פסח דעם יאר: ״ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים, ברוך אתה ה׳ גאל ישראל״.