תמלולי פודקאסטים · חב"ד Englishחב"דפדיה

לעבן חסידות · פרק 217 · 2026-02-25 · 17:49

חג הפורים תשפ״ו "חייב איניש לבסומי בפוריא" דער סוד פון דעם חיוב טרינקען וויין אין פורים

תיאור הפרק

מאמר ד״ה חייב איניש עטר״ת התוועדות פורים תשי״ט, תשל״ט

תמלול אוטומטי מהשמע, ותרגום מכונה לעברית. קישורים לחב"דפדיה נוספו אוטומטית.

00:00 היה חסיד ידוע בשם ר' אלתר שמחוביץ. ר' אלתר שמחוביץ היה מן התמימים של ליובאוויטש, מבחירי התמימים: מן העובדים הגדולים, מן המשכילים הגדולים, מן המקושרים הגדולים, ומן החשובים והמובחרים שבתמימים הראשונים של תומכי תמימים ליובאוויטש. כשאדמו"ר הרש"ב, נשמתו עדן, ייסד את ישיבת תורת אמת בארץ הקודש, בחברון, היה ר' אלתר מן התלמידים הראשונים שאדמו"ר הרש"ב שלח עם קבוצה מבחירי התמימים של ליובאוויטש. הוא שלח אותם לארץ ישראל לייסד את הסניף של תומכי תמימים שנקרא תורת אמת בחברון; לאחר מכן עברה הישיבה לירושלים. ר' אלתר היה מן המשפיעים הגדולים והידועים. אחרי שלמד בישיבה הוא חזר בהמשך לליובאוויטש; הוא התגעגע מאוד לאדמו"ר הרש"ב, וחזר לישיבה לשבת בה עוד שנה שלמה. הוא היה מן החוזרים. בזמן לימודיו בליובאוויטש היה ר' אלתר בעל חוש ובעל כישרונות גדולים, והיה אחד החוזרים. כלומר, מאותם שיכלו לקלוט את המאמרים הארוכים, העמוקים והעשירים שאדמו"ר הרש"ב אמר, לזכור אותם ולחזור עליהם. הוא היה מן החוזרים הגדולים, מאלה שהיו נכנסים אחר כך לחזרה. ידוע הסדר שהיה אצל אדמו"ר הרש"ב: את המאמר היה אדמו"ר הרש"ב אומר בשבת, בליל שבת, ואחרי שבת — בדרך כלל ביום ראשון, ולפעמים במועד אחר — היו נכנסים לחדרו של אדמו"ר הרש"ב.

00:00 עס איז געווען א באוואוסטער חסיד, ער האט געהייסן ר' אלתר שמחוביץ. ר' אלתר שמחוביץ איז געווען פון די תמימים פון ליובאוויטש, וואס ער איז געווען פון די בחירי התמימים, איינער פון די גרויסע עובדים, די גרויסע משכילים, פון די גרויסע מקושרים, פון די חשוב'סטע און שמנה פון די תמימים, פון די ערשטע תמימים פון תומכי תמימים ליובאוויטש. בשעת דער רבי רש"ב, נשמתו עדן, האט מייסד געווען די ישיבה תורת אמת אין ארץ הקודש, אין חברון, איז ער געווען פון די ערשטע שלוחים, תלמידים, וואס דער רבי רש"ב האט געשיקט מיט א קבוצה פון די תמימים, פון די בחירי התמימים פון ליובאוויטש. ער האט זיי געשיקט אין ארץ ישראל צו מייסד זיין דעם סניף פון תומכי תמימים וואס האט געהייסן תורת אמת אין חברון, שפעטער איז עס אריבער אין ירושלים. ר' אלתר איז געווען פון די באוואוסטע גרויסע משפיעים. נאך זיין לערנען אין ישיבה איז ער שפעטער צוריקגעפארן; ער האט שטארק געבענקט צום רבי רש"ב, און ער איז צוריקגעפארן אין ישיבה צו זיצן נאך א פול יאר. ער איז געווען פון די חוזרים. זיין לערנען אין ליובאוויטש — ר' אלתר איז געווען א שטארקער בעל חוש און בעל כשרונות — איז ער געווען איינער פון די חוזרים. דאס איז פון די וואס האבן געקענט אויפכאפן און אויפנעמען די מאמרים, די לאנגע, טיפע, רייכע מאמרים וואס דער רבי רש"ב האט גערעדט, און ער האט דאס געקענט געדענקען און איבערחזרן. ער פלעגט זיין פון די גרויסע חוזרים, פון די וואס פלעגן אריינגיין שפעטער צו חזרה. דער סדר וואס פלעגט זיין ביי דעם רבי רש"ב איז ידוע, אז נאך שבת — דעם מאמר פלעגט דער רבי רש"ב זאגן ביי שבת, פרייטאגס נאכט — און נאך שבת, אדער בכלל זונטאג, אדער אמאל פלעגט זיין אן אנדערע צייט, פלעגט מען אריינגיין צו דעם רבי רש"ב אין צימער.

01:34 הייתה קבוצה של יחידים, מן החוזרים, והיו חוזרים על המאמר. בשעה שחזרו על המאמר היה אדמו"ר הרש"ב מתקן את הדברים מילה במילה ונותן הסבר, עד שהמאמר היה יוצא באופן שהחסידים ידעו אותו בבירור. כך היה הסדר בליובאוויטש. והנה, בפורים אחד, פורים תרע"ט, עטר"ת — זה היה מן המאמרים האחרונים של אדמו"ר הרש"ב. כידוע, אדמו"ר הרש"ב הסתלק בתר"פ, וזה היה שנה קודם לכן, בשנת תרע"ט, שאצל החסידים נקראה עטר"ת. באותה שנת תרע"ט היה אדמו"ר הרש"ב ברוסטוב, וגם ר' אלתר היה אז ברוסטוב והשתתף באותו פורים. אדמו"ר הרש"ב אמר אז הרבה חסידות. פורים חל ביום ראשון. באותה שנה היה מאמר בשבת, שבת זכור, ואחר כך היו שני מאמרים בפורים. בסעודה אמר אדמו"ר הרש"ב מאמר אחד, ובהמשך אמר מאמר נוסף. הייתה הרבה חסידות, והייתה התוועדות ארוכה. אדמו"ר הרש"ב אמר הרבה ״לחיים״. ההתוועדות נמשכה שעות ארוכות בפורים. וכפי שהמאמרים נדפסים היום, לא כל המאמרים נדפסו בספר המאמרים עטר"ת. השיחות נדפסות היום בספר השיחות תורת שלום, אבל השיחות מאותו פורים אינן מופיעות שם.

01:34 עס איז געווען א קבוצה פון די יחידים וואס זענען געווען פון די חוזרים, און מען פלעגט חזרן דעם מאמר. און בשעת מען האט געחזרט דעם מאמר פלעגט דער רבי רש"ב מתקן זיין די ווערטער, ווארט ביי ווארט, און געבן הסברה, ביז דער מאמר איז ארויסגעקומען אז די חסידים האבן דאס געוואוסט קלאר און דייטליך. אזא איז געווען דער סדר אין ליובאוויטש. איז געווען אמאל א פורים, פורים תרע"ט, עטר"ת. דאס איז געווען פון די לעצטע מאמרים פון דעם רבי רש"ב. ווי דו ווייסט, דער רבי רש"ב איז אוועק אין תר"פ, און דאס איז געווען א יאר פריער, דאס יאר תרע"ט, וואס ביי חסידים פלעגט דאס הייסן עטר"ת. אין דעם יאר תרע"ט איז דער רבי רש"ב געווען אין ראסטאוו, און ר' אלתר איז דעמאלט געווען אין ראסטאוו אויך, און ער איז געווען ביי יענעם פורים. און דער רבי רש"ב האט דעמאלט גערעדט אסאך חסידות. פורים איז אויסגעפאלן זונטאג. אין דעם יאר איז געווען דעמאלט א מאמר שבת, שבת זכור, און נאכהער זענען געווען צוויי מאמרים אין פורים. ביי די סעודה האט דער רבי רש"ב גערעדט איין מאמר, און שפעטער האט דער רבי רש"ב גערעדט נאך א מאמר. עס איז געווען א ריבוי חסידות, עס איז געווען א ריבוי פארברענגען. דער רבי רש"ב האט גערעדט אסאך לחיים. עס איז געווען גאנצע שעות פורים די פארברענגען. און ווי עס זיינען געדרוקט היינט די מאמרים, זיינען נישט געדרוקט אין ספר המאמרים עטר"ת אלע מאמרים. און היינט די שיחות זיינען געדרוקט אין ספר השיחות תורת שלום, אבער דארט זיינען נישט די שיחות פון יענעם פורים.

03:05 וקרה דבר מעניין: כמה ימים אחרי פורים נכנס ר' אלתר ליחידות. ביחידות שאל אותו אדמו"ר הרש"ב מה היה בפורים, וביקש שיספר לו מה היה. ר' אלתר התחיל לספר: המאמר הראשון, המאמר השני. והוא רואה שאדמו"ר הרש"ב תמה: מה פירוש המאמר הראשון והמאמר השני? היו שני מאמרים בפורים, בסעודה? ר' אלתר אמר: היה מאמר; תחילה נאמר המאמר ״חייב איניש לבסומי בפוריא״, ואחר כך היה עוד מאמר, ״ויהי אומן את הדסה היא אסתר״. אדמו"ר הרש"ב אמר: ״את המאמר הראשון שאמרתי אני זוכר, אבל את המאמר השני אינני זוכר. על מה דיברתי? ספר לי״. הוא התחיל לחזור על הדברים מילה במילה. אמר אדמו"ר הרש"ב: ״אתה יודע מה? אינני זוכר שאמרתי עוד מאמר. הייתי רוצה להיזכר; אין לי זמן עכשיו. חזור בעוד כמה שעות או בעוד כמה ימים, ואני רוצה לשמוע ממך על המאמר הזה״. ו[לא ברור] הוא חזר. אדמו"ר הרש"ב רצה לשמוע ממנו את כל המאמר. זה היה פלא, שאדמו"ר הרש"ב לא זכר שאמר את כל המאמר, ו...

03:05 און עס פאסירט אן אינטערעסאנטע זאך: אז עטליכע טעג נאך פורים איז ר' אלתר געווען אויף יחידות. ביי דער יחידות האט אים דער רבי רש"ב געפרעגט וואס איז געווען פורים, ער זאל אים איבערציילן וואס איז געווען. און ר' אלתר האט אנגעהויבן זאגן: דער ערשטער מאמר, דער צווייטער מאמר. און ער זעט אז דער רבי רש"ב וואונדערט זיך: וואס דער ערשטער מאמר, דער צווייטער מאמר? ס'זענען געווען צוויי מאמרים אין פורים ביי דער סעודה? ער האט געזאגט: א מאמר איז געווען, פריער האט מען געזאגט דעם מאמר „חייב איניש לבסומי בפוריא“, און שפעטער איז געווען נאך א מאמר „ויהי אומן את הדסה היא אסתר“. דער רבי רש"ב האט געזאגט: „דעם ערשטן מאמר געדענק איך וואס איך האב געזאגט, אבער דעם צווייטן מאמר געדענק איך נישט. וועגן וואס האב איך גערעדט? צייל מיר איבער.“ נו, האט ער אנגעהויבן זאגן ווארט ביי ווארט. זאגט דער רבי רש"ב: „ווייסט וואס? איך געדענק נישט אז איך האב געזאגט נאך א מאמר. איך וואלט געוואלט געדענקען; איך האב נישט קיין צייט יעצט. קום צוריק נאך א פאר שעה אדער נאך א פאר טעג, און איך וויל הערן פון דיר וועגן דעם מאמר.“ און [לא ברור] איז ער צוריקגעגאנגען. דער רבי האט געוואלט הערן פון אים דעם גאנצן מאמר. דאס איז געווען א פלא, וואס דער רבי האט נישט געדענקט אז ער האט געזאגט דעם גאנצן מאמר, און דער...

04:35 אדמו"ר הרש"ב סיפר שזה היה דבר מופלא. הוא אמר שאצל אדמו"ר הזקן היה הדבר רגיל. כך סיפר על אדמו"ר הזקן, שאצלו היה הדבר רגיל. אבל אצל אדמו"ר הזקן, בעת אמירת המאמר, הייתה שכינה מדברת מתוך גרונו. ואחר כך הוא עצמו לא ידע מה אמר. הוא סיפר שכאשר אדמו"ר הזקן נסע מעיר אחת לשנייה, נסעו עמו שניים מתלמידיו, מגדולי התלמידים והחוזרים של אדמו"ר הזקן: ר' פנחס רייזעס ור' שלמה פריידעס. אדמו"ר הזקן הגיע לעיירה, וכשהגיע אליה אמר: ״מה אומר? מה אומר?״ אמרו ר' שלמה ור' פנחס רייזעס, תלמידיו: ״הרבי יכול הרי לומר את אותו מאמר שאמר בשבת בעיירה האחרת, בעיירה הקודמת״. אמר אדמו"ר הזקן: ״מה אמרתי? אינני זוכר מה אמרתי. חזרו בפניי על מה שאמרתי, כי אינני יודע מה אמרתי״. כך הוא התבייש, וכפי שאמר אדמו"ר הזקן, ר' פנחס לא רצה לדבר. אבל לר' שלמה פריידעס הוא אמר: ״אתה הרי

04:35 דער רבי רש״ב האט דערציילט, אז דאס איז געווען א וואונדערליכע זאך. ער האט געזאגט, אז דער ענין ביי דעם אלטן רבי׳ן איז געווען א דבר הרגיל. דאס האט ער דערציילט וועגן דעם אלטן רבי׳ן, אז דער ענין איז געווען א דבר הרגיל. אבער ביים אלטן רבי׳ן איז געווען, אז בעת אמירת המאמר איז געווען שכינה מדברת מתוך גרונו. און שפעטער האט ער אליין נישט געוואוסט וואס ער האט געזאגט. ער דערציילט, אז ווען דער אלטער רבי איז געפארן פון איין שטאט צו דער צווייטער, זענען צוזאמען מיט אים געפארן צוויי פון זיינע תלמידים, פון די גרעסטע תלמידים און חוזרים פונעם אלטן רבי׳ן: ר׳ פנחס רייזעס און ר׳ שלמה פריידעס. דער אלטער רבי איז אנגעקומען אין א שטעטל, און ווען ער איז אנגעקומען אין שטעטל האט דער אלטער רבי געזאגט: „וואס זאל איך זאגן? וואס זאל איך זאגן?“ האבן ר׳ שלמה און ר׳ פנחס רייזעס, די תלמידים, געזאגט: „דער רבי קען דאך זאגן דעם זעלבן מאמר וואס ער האט געזאגט שבת אין דעם אנדערן שטעטל, אינעם פריערדיקן שטעטל.“ האט דער אלטער רבי געזאגט: „וואס האב איך געזאגט? איך געדענק נישט וואס איך האב געזאגט. זאגט מיר איבער וואס איך האב געזאגט, ווייל איך ווייס נישט וואס איך האב געזאגט.“ אזוי האט זיך געשעמט, און ווי דער אלטער רבי האט געזאגט, האט ר׳ פנחס נישט געוואלט רעדן. אבער צו ר׳ שלמה פריידעס האט ער געזאגט: „דו האסט דאך

05:56 לשון חדה. ״תגיד לי, מה היה המאמר של השבוע שעבר?״ וכך הוא חזר לפניו על המאמר. אדמו״ר הרש״ב מספר את כל הסיפור ואומר שאצל אדמו״ר הזקן זה היה דבר הרגיל, כי אצלו הייתה שכינה מדברת מתוך גרונו. עד כדי כך שהוא עצמו לא זכר מה אמר. ״אתם רואים אצלי״, אומר הרבי, ״אני מדבר. זה קרה״. [לא ברור] אומר לחיים. ״אני לא יודע מה אני מדבר. אני רואה את זה בלי לזכור מה דיברתי״. כמובן, הדברים נאמרו עם [לא ברור]. אבל זה הסיפור בנוגע למאמרים. ובנוגע לפורים, אכן מוצאים שזו מצוות פורים. מה אומרת הגמרא? ״חייב איניש לבסומי בפוריא״. אמר רבא: ״חייב איניש לבסומי בפוריא עד דלא ידע״. כלומר, בפורים יש חיוב, אחד מחיובי פורים. מה פירוש ״לבסומי בפוריא״? רש״י אומר: ״לבסומי — ביין״. צריך לשתות יין עד שבפשטות מגיעים למצב של ״עד דלא ידע״, עד שאינו יודע להבחין בין ״ארור המן״ ל״ברוך מרדכי״. הוא אינו זוכר ואינו יודע איך להבחין בין ״ארור המן״ ל״ברוך מרדכי״. צריך להבין מה עניינו של החיוב לשתות יין. הגמרא אומרת, וכולם שואלים: צריך להסתכל על הפשט, על הרמז, על

05:56 א שארפע צונג. זאג מיר, וואס איז געווען דער מאמר פון לעצטע וואך?“ אזוי האט ער אים איבערגעזאגט. דער רבי רש״ב דערציילט דעם גאנצן סיפור, און ער זאגט, אז ביים אלטן רבי׳ן איז דאס געווען א דבר הרגיל, ווייל ביי אים איז געווען שכינה מדברת מתוך גרונו. עס איז געווען אזוי, אז ער האט אליין נישט געדענקט וואס ער האט געזאגט. „איר זעט ביי מיר,“ זאגט דער רבי, „שמועס איך. דאס האט פאסירט.“ [לא ברור] זאגט לחיים. „איך ווייס נישט וואס איך רעד. איך זע דאס אָן, אָן צו געדענקען וואס איך האב גערעדט.“ כמובן, אז דאס איז געזאגט געווארן מיט א [לא ברור]. אבער דאס איז דער סיפור בנוגע די מאמרים. און בנוגע פורים געפינט מען טאקע, דאס איז די מצוה פון פורים. וואס זאגט די גמרא? „חייב איניש לבסומי בפוריא.“ אמר רבא: „חייב איניש לבסומי בפוריא עד דלא ידע.“ דאס הייסט, אז פורים איז פאראן א חיוב, איינע פון די חיובים פון פורים. וואס איז דאס, „לבסומי בפוריא“? און רש״י זאגט: „לבסומי — ביין.“ מען דארף טרינקען וויין ביז, בפשטות, „עד דלא ידע“, ביז ער קומט צו א מצב פון „לא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי“. ער געדענקט נישט און ווייסט נישט ווי צו מחלק זיין צווישן „ארור המן“ און „ברוך מרדכי“. וואס איז דער ענין פון דעם חיוב יין? דארף מען פארשטיין. די גמרא זאגט, און אלע פרעגן: מען דארף קוקן אויף דעם פשט און אויף דעם רמז און אויף דעם

07:25 הדרוש ועל הסוד. עולם שלם סובב סביב הגמרא הזאת: מה הסיפור כאן, מה רוצים לומר כאן? אבל אחד הדברים העיקריים שרואים הוא שבפורים יש עניין מיוחד הקשור ליין. ״חייב איניש לבסומי״ — לבסומי ביין — זו אחת הנקודות. צריך להבין: מה עניינו של היין כאן? מדוע בפורים יש לעניין היין תוקף והתלהבות מיוחדים, ״לבסומי ביין״? ובזה גופא, הדבר צריך להיות באופן של ״עד דלא ידע״. הרי שותים יין בכלל בכל יום טוב, ועושים קידוש על כוס יין. אבל בפורים אומרים שהשתייה צריכה להיות באופן של ״לבסומי״ ובאופן של ״עד דלא ידע״. ״עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי״ — מה כל העניין בזה? למה מדברים כאן על יין? בפשטות, כשמסתכלים במגילה, הדבר מובן: המגילה הרי מספרת שכל ענייני פורים היו קשורים ליין. אחשוורוש אהב לשתות ועשה סעודות. ובסעודות של אחשוורוש רואים שעיקר ההתרגשות הייתה קשורה ליין: ״ויין מלכות רב כיד המלך״, ״והשתיה כדת אין אונס״. מוצאים בהמשך שאפילו ושתי עושה משתה יין. ואחר כך מוצאים שכל נס פורים היה קשור ליין. רואים שאחשוורוש

07:25 דרוש און אויף דעם סוד. עס קערט זיך א וועלט ארום די גמרא: וואס איז דא דער מעשה, וואס וויל מען דא זאגן? אבער איינע פון די עיקר׳דיקע זאכן וואס מען זעט איז, אז אין פורים איז פאראן א ספעציעלער ענין פארבונדן מיט יין. „חייב איניש לבסומי“ — לבסומי ביין — איז איינע פון די נקודות. מען דארף פארשטיין: וואס איז דא דער ענין פון דעם יין? פארוואס איז אין פורים מיט א ספעציעלן כח און א ספעציעלן שטורעם דער ענין פון יין, „לבסומי ביין“? און אין דעם גופא דארף עס זיין אין אן אופן פון „עד דלא ידע“. מען טרינקט דאך יין בכלל אין יעדן יום טוב, מען מאכט קידוש אויף א כוס יין. אבער פורים זאגט מען, אז דער יין דארף זיין אין אן אופן פון „לבסומי“ און אין אן אופן פון „עד דלא ידע“. דער „עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי“ — וואס איז דא דער גאנצער ענין? פארוואס זאגט מען כאן יין? בפשטות, אז מען קוקט אין דער מגילה, איז פארשטאנדיק: ווייל די מגילה דערציילט דאך, אז אלע ענינים פון פורים זענען געווען פארבונדן מיט יין. אחשורוש האט ליב געהאט טרינקען און האט געמאכט סעודות. און אין די סעודות פון אחשורוש זעט מען, אז דער עיקר התרגשות איז געווען פארבונדן מיט יין: „ויין מלכות רב כיד המלך“, „והשתיה כדת אין אונס“. געפינט מען נאך שפעטער ווייטער, אז אפילו ושתי מאכט א משתה יין. און דערנאך געפינט מען ווייטער, אז דער גאנצער נס פון פורים איז געווען פארבונדן מיט יין. זעט מען, אז אחשורוש

08:54 אחשוורוש אהב לשתות ואהב יין. אסתר המלכה ניצלה את זה והזמינה את המן ואת אחשוורוש לסעודה, למשתה היין הראשון, שהיה בליל פסח. ואחר כך, למחרת, אמרה: בואו שוב לשתות יין, ביום השני. ובלילה הרי נדדה שנת המלך. וכל נס פורים היה הודות ליין. ובפרט שאחשוורוש היה שתיין טוב, היה אפשר להשיג אצלו משהו באמצעות היין. וכך יצא שכל הסיפור של המן וכל הסיפור של נס פורים סבבו סביב היין. אז בפשטות אפשר לומר שזו הסיבה שחוגגים את יום טוב עם יין, עד דלא ידע: כי הודות ליין שאחשוורוש שתה, התרחש כל נס פורים. אבל האמת היא שהפירוש הראשון אכן טוב ויש בו טעם טוב. מדוע באמת פורים קשור ליין? זו המציאות, אבל מה הסוד? מה מסתתר מאחורי זה? מה היין מספר לנו? מה סודו של היין, שבגללו עושים ממנו עניין שלם? וכפי שרואים בתקנת מרדכי, כמו שהגמרא אומרת: חייב איניש לבסומי בפוריא עד דלא ידע.

08:54 אחשורוש האט ליב געהאט טרינקען און האט ליב געהאט וויין. האט אסתר המלכה דאס אויסגענוצט און זי האט איינגעלאדן המן מיט אחשורוש צו דער סעודה, משתה היין הראשונה, וואס איז געווען אין דער נאכט פון פסח. און דערנאך, למחרת, האט זי געזאגט: קומט נאך אמאל טרינקען וויין, דעם צווייטן טאג. און בלילה, האט דאך נדדה שנת המלך. און דער גאנצער נס פון פורים איז געווען אדאנק דעם יין. ובפרט אחשורוש איז געווען א גוטער טרינקער, האט מען דורך דעם יין געקענט ביי אים עפעס דערגרייכן. און דאס האט געפירט דערצו, אז דער גאנצער סיפור פון המן און דער גאנצער סיפור פון דעם נס פון פורים איז אלץ ארומגעגאנגען דעם יין. איז בפשטות קען מען זאגן, דאס איז די סיבה פארוואס מען פראוועט יום טוב מיט וויין, עד דלא ידע. ווייל אדאנק דעם יין וואס אחשורוש האט געטרונקען, האט דער גאנצער נס פון פורים פאסירט. אבער דער אמת איז, דער ערשטער פירוש איז טאקע גוט און האט א גוטן טעם. פארוואס דאקע איז פורים פארבונדן מיט יין? דאס איז א מציאות, אבער וואס איז דער סוד? וואס ליגט באהאלטן אונטער דעם? וואס דערציילט אונז דער יין? וואס איז דער סוד פון דעם יין, וואס דערפאר מאכט מען פון דעם א גאנצן ענין? און ווי זעען מיר אין דער תקנה פון מרדכי, ווי די גמרא זאגט: חייב איניש לבסומי בפוריא עד דלא ידע.

10:15 ועל כך אמר הרבי פעם ביאור נאה. פעם אמר הרבי, בדרך של פורים תורה, בהתוועדות בפורים, שמרדכי היה יהודי חסידי. ורק חסיד יכול לחשוב על תקנה שאחרי הנס וכל מה שהיה, נגיד עוד קצת לחיים. זה יכול לבוא רק מיהודי חסידי. כך אמר הרבי פעם בדרך צחות. אבל מה העניין בזה? על כך אמר הרבי פעם ביאור בהתוועדות בפורים: ידוע שהיין הוא יין המשמח. יין מעורר שמחה. ״יין המשמח אלקים ואנשים״. כלומר, כששותים יין נעשים שמחים; כך טבע הדברים. אבל כדי שהיין יהיה יין המשמח, יש תהליך שלם, סדר שלם. אם תיקח, איך אומרים, ענבים, ענבי יין, ותאכל אותם כמו שהם, לא תבוא מזה שמחה. אפילו אם תסחט אותם מיד, כל זמן שזה עדיין לא יין, יש תהליך שלם, סדר שלם שצריך לעשות עם הענבים.

10:15 איז אויף דעם האט דער רבי אמאל געזאגט א געשמאקן ביאור. אמאל האט דער רבי געזאגט א ווארט, אזוי בדרך פורים תורה, ביי א פארברענגען אויף פורים: אז מרדכי איז געווען א חסידישער איד. און נאר א חסיד קען איינפאלן אז מ׳זאל מאכן א תקנה, נאך דעם נס און אלע ענינים, אז מיר זאלן זאגן לחיים נאך א ביסל. דאס קען קומען נאר פון א חסידישן איד. דאס האט דער רבי אמאל געזאגט בדרך צחות. וואס איז אבער דער ענין בזה? איז אויף דעם האט דער רבי געזאגט אמאל א ביאור ביי א פארברענגען אויף פורים, אז ביי יין איז דאך ידוע: יין איז יין המשמח. יין רופט ארויס שמחה. יין המשמח אלקים ואנשים. דאס הייסט, אז ווען מען טרינקט וויין, ווערט מען פריילעך; דאס איז דער טבע הדברים. אבער כדי דער יין זאל ווערן א יין המשמח, איז דא א גאנצער תהליך, א גאנצער סדר. אז דו וועסט נעמען, ווי זאגט מען דאס, טרויבן, ענבים, וויינטרויבן, און דו וועסט דאס עסן ווי זיי זענען, וועט נישט ווערן פון דעם קיין שמחה. אפילו דו וועסט זיי אויסקוועטשן תיכף, כל זמן עס איז נאך נישט וויין, איז דא א גאנצע פראצעדור, א גאנצער סדר וואס מען דארף טאן מיט די ענבים.

11:44 ואת הענבים צריך לסחוט. ויש עבודה שלמה של סחיטה. ואחרי כל התהליך הזה נעשה מהם יין. ורק אז זהו יין המשמח. אבל היין נמצא בהסתר. זה לא דבר שצריך ליצור מאין; הוא נמצא בענבים, אלא שבענבים הוא בהעלם. כשאתה מסתכל על הענבים, מה אתה רואה? אתה רואה פרי. אבל אתה יודע שבפנים יש יין. ואחרי כל התהליך, כשתסחט אותם, תסחט ותסחט, יצא היין, והוא יהיה היין המשמח אלקים ואנשים. וזה משל על כנסת ישראל. עם ישראל נמשל ליין. עם ישראל נמשל לגפן, כמו שאומר הפסוק בתהילים, בפרק פ׳: ״גפן ממצרים תסיע, תגרש גוים ותטעה״. עם ישראל נקרא גפן. מהי גפן? מיץ ענבים, [לא ברור]. אם אתה לוקח את הגפן כפי שהוא נראה כפרי, מזה לבד לא תהיה שמח; אתה עוד עלול לקבל כאב בטן. אבל כשלוקחים את הגפן וסוחטים אותו, מתגלה היין הטוב שמשמח אלקים ואנשים. וזה בדיוק מה שיהודי הוא. הגפן מסמל, מבטא את מהותו של יהודי. ״כרם ה׳ צבאות בית ישראל״, כך כתוב בפסוק. עם ישראל נמשל לגפן. מה זה אומר? אתה רואה גפן, ומה אתה רואה? אתה רואה יהודי בשר ודם; הוא נראה עם גוף,

11:44 און די ענבים דארף מען אויסקוועטשן. און עס איז דא א גאנצע עבודה פון אויסקוועטשן. און נאך דעם גאנצן פראצעס ווערט פון דעם יין. און ערשט דעמאלט איז דאס יין המשמח. איז דער יין געפינט זיך אבער באהאלטן. עס איז נישט קיין זאך וואס מען דארף נאך מאכן; עס געפינט זיך אין די ענבים, אבער אין די ענבים איז דאס בהעלם. בשעת דו קוקסט אויף די ענבים, וואס זעסטו? זעסטו א פרי. אבער דו ווייסט אז אינעווייניק איז פאראן יין. און נאך דעם גאנצן פראצעס, וואס דו וועסט זיי אויסקוועטשן, קוועטשן, קוועטשן, וועט ארויסקומען דער יין, און דאס וועט ווערן דער יין המשמח אלקים ואנשים. און דאס איז א משל אויף כנסת ישראל. עם ישראל ווערט נמשל ליין. עם ישראל ווערט נמשל לגפן, אזוי זאגט דער פסוק אין תהילים, אין קאפיטל פ׳: „גפן ממצרים תסיע, תגרש גוים ותטעה“. עם ישראל ווערט אנגערופן גפן. וואס איז א גפן? א טרויבן־זאפט, [לא ברור]. אז דו נעמסט דעם גפן, ווי ער קוקט אויס א פרי, פון דעם אליין וועסטו נישט ווערן פריילעך; דו קענסט שוין אמאל ווערן בויך־וויי. אבער ווען מען נעמט דעם גפן און מען קוועטשט דאס אויס, ווערט נתגלה דער יין הטוב שמשמח אלקים ואנשים. און דאס איז פונקט וואס א איד איז. דער גפן איז מסמל, ברענגט ארויס דעם מהות פון א אידן. „כרם ה׳ צבאות בית ישראל“, אזוי שטייט אין פסוק. עם ישראל ווערט נמשל צו א גפן. וואס איז, זעסט א גפן, און וואס זעסטו? זעסטו א איד מיט פלייש און ביינער; ער קוקט אויס מיט א גוף,

13:26 עם החומריות, [לא ברור]. אבל נותנים לו לחיצה, וזה היה כל סיפור פורים. עם ישראל נכשל בכל מיני עניינים: נהנו מסעודתו של אותו רשע, השתחוו לצלם, היו כל מיני דברים. אבל זו לא הפנימיות. ״ישנו״ — הם נרדמו. אבל בפנימיות, הנפש הישנה בגלות, יהודי תמיד דבוק בקדוש ברוך הוא. ליהודי יש תמיד בתוכו נשמה שבוערת בלהבת אש של אהבה ושמחה לקדוש ברוך הוא; היא רק מכוסה. לפעמים צריך ללחוץ, וזה היה כל הסיפור. כל סיפור המגילה, שהמן בא וגזר את הגזירה ״להשמיד ולהרוג ולאבד את כל היהודים״, שהדברים התלקחו כאש ואנשים יצאו מדעתם, ו[לא ברור] — כל זה היה לחיצה, כדי להוציא את היין, להוציא את ה[לא ברור]. ומה היה הסיפור של פורים? שברגע שהמן לחץ וגזר את הגזירה, התגלה מהו יהודי. ״לך כנוס את כל היהודים״ — יהודים עמדו בתוקף. כמו שאדמו״ר הזקן אומר בתורה אור, שכל השנה כולה עמדו במסירות נפש ולא עלתה על דעתם אף שום מחשבת חוץ, אפילו לרגע. יהודים היו קשורים כל כך, שקועים כל כך באמונה ובגילוי אלוקות, כפי שהדבר התגלה בקהילות ברבים ובלימוד תורה — הכול בא מנקודה אחת ויחידה. מה נתן לאמונה היפה הזאת את התוקף הגדול ביותר? איך התגלתה האמונה? על ידי הסחיטה.

13:26 מיט חומריות, [לא ברור]. אבער מען גיט אים א קוועטש, און דאס איז געווען דער גאנצער סיפור פון פורים. עם ישראל איז דורכגעפאלן אין כל מיני עניינים: נהנו מסעודתו של אותו רשע, השתחוו לצלם, עס איז געווען כל מיני זאכן. אבער דאס איז נישט די פנימיות. „ישנו“ — זיי זענען איינגעשלאפן. אבער בפנימיות, די נפש הישנה בגלות, א איד איז אלע מאל דבוק אל הקדוש ברוך הוא. א איד האט אין זיך שטענדיג די נשמה וואס ברענט מיט א פלאם פייער פון ליבשאפט און שמחה צום אויבערשטן, עס איז נאר פארדעקט. מען דארף אמאל א קוועטש טאן, און דאס איז געווען די גאנצע מעשה. דער גאנצער סיפור המגילה, וואס המן איז געקומען און געמאכט די גזירה „להשמיד ולהרוג ולאבד את כל היהודים“, וואס איז געגאנגען פייער, און מענטשן זענען געווארן גאנץ משוגע, און [לא ברור] — דאס אלץ איז געווען א קוועטש, כדי ארויסצונעמען דעם וויין, ארויסצונעמען דעם [לא ברור]. און וואס איז געווען דער סיפור פון פורים? אז די מינוט וואס המן האט א קוועטש געטאן און האט געמאכט די גזירה, איז נתגלה געווארן וואס א איד איז. „לך כנוס את כל היהודים“ — אידן זענען געשטאנען שטארק. ווי דער אלטער רבי זאגט אין תורה אור, אז כל השנה כולה עמדו במסירות נפש ולא עלתה על דעתם אף שום מחשבת חוץ, אפילו פאר א רגע. אידן זענען געווען אזוי צוגעבונדן, אזוי פארקאכט אין אמונה און גילוי אלקות, ווי ס׳האט זיך אנטפלעקט קהילות ברבים וללמוד תורה — אלץ איז געקומען פון איין איינציגער נקודה. וואס איז געווען די שיינע אמונה מיטן גרעסטן תוקף? ווי איז די אמונה נתגלה געווארן? דורך דעם וואס מען האט אויסגעקוועטשט.

14:53 וזה המשל של הענבים. ולכן יין הוא עניין של פורים. לכן עושים מהיין עניין עיקרי בחג הפורים. כי פורים הוא הזמן שבו מתגלה פנימיותו של יהודי, היין הטוב, השמחה האמיתית, שיוצאת על ידי הסחיטה. לפעמים צריכה להיות לחיצה, אבל הלחיצה אינה העיקר. העיקר הוא שהיין מתגלה, שהשמחה יוצאת, האור, האמת, ואז מתגלה פנימיותו של יהודי. וכשם שזה קשור לפנימיותו של יהודי, כך זה קשור גם לפנימיות התורה. את זה ביאר אדמו״ר הרש״ב במאמרי תרס״ו לפורים: זה שאנחנו עושים מהיין עניין בפורים, כל משמעותו של היין — כי היין הוא היין הטוב. [לא ברור] ״חייב איניש לבסומי בפוריא״ — זה לא סתם יין, זה היין שקשור ליין המשומר שיהיה לעתיד לבוא. בכלל, יש כמה מדרגות ביין. אבל היין האמיתי הוא בבחינת ״חכך כיין הטוב דובב שפתי ישנים״. כן, יש כאלה שהם ישנים, רדומים, רדומים בגלות. וכאן בא ״חכך כיין הטוב״ ומגלה את האמת, את הפנימיות, את פנימיות הנשמה. אבל הדבר בא על ידי פנימיות התורה. וכמבואר, התורה נמשלה ליין; בתורה עצמה, יינה של תורה הוא פנימיות התורה. ובזה גופא, היין הטוב הוא

14:53 און דאס איז דער משל פון ענבים. און דערפאר איז וויין דער ענין פון פורים. דערפאר מאכט מען פון וויין אן ענין עיקרי פון חג הפורים. וויבאלד פורים איז דער זמן וואס דעמאלט ווערט נתגלה די פנימיות פון א אידן, דער יין הטוב, די אמת׳ע שמחה, וואס קומט ארויס דורך דעם וואס מען קוועטשט. עס דארף אמאל זיין א קוועטש, אבער דער קוועטש איז נישט דער עיקר. דער עיקר איז אז עס ווערט נתגלה דער וויין, עס קומט ארויס די שמחה, די אור, דער אמת, און דעמאלט ווערט נתגלה די פנימיות פון א איד. און פונקט ווי דאס איז פארבונדן מיט די פנימיות פון א איד, איז דאס פארבונדן אויך מיט די פנימיות פון תורה. דאס האט דער רבי רש״ב מסביר געווען אין די מאמרים פון תרס״ו, פורים׳דיקע מאמרים, אז דאס וואס מיר מאכן פורים אן ענין פון וויין, דער גאנצער פשט פון דעם וויין — ווייל דער וויין, דאס איז דער יין הטוב. [לא ברור] „חייב איניש לבסומי בפוריא“ — דאס איז נישט סתם וויין, דאס איז דער וויין וואס איז פארבונדן מיט דעם יין המשומר וואס וועט זיין לעתיד לבוא. בכלל, עס זענען דא כמה מדריגות אין וויין. אבער דער אמת׳ער וויין, דאס איז בבחינת „חכך כיין הטוב דובב שפתי ישנים“. יא, עס זענען דא אזעלכע ישנים, פארשלאפן, פארשלאפן אין גלות. און דא קומט ארויס דער „חכך כיין הטוב“, וואס אנטפלעקט דעם אמת, די פנימיות, די פנימיות הנשמה. דאס קומט אבער דורך פנימיות התורה. און מבואר, תורה ווערט נמשל ליין; תורה גופא, יינה של תורה, דאס איז פנימיות התורה. און אין דעם גופא, דער יין הטוב, דאס איז

16:19 לא רק יין, אלא היין הטוב, היין המשומר, היין שנמצא במדרגות הגבוהות ביותר של פנימיות התורה. ועל היין הזה נאמר ״דובב שפתי ישנים״, על ידי לימוד פנימיות התורה. ולכן, פורים — זה מה שאומרים: אצל הרביים ראו שדווקא בפורים היו הסעודות הגדולות ביותר, העניינים הגדולים ביותר. ראו אצל הרבי, בהתוועדויות של פורים, איך התורה זרמה, איך הדברים זרמו על הכוס, איך החסידות זרמה. הרבי ישב שעה אחר שעה, והדברים זרמו; הוא אמר את העניינים העמוקים ביותר בחסידות בהתוועדויות של פורים. למה? זה עניינו של פורים, שאז מתגלה היין הטוב. כשהיין הזה הוא יין של פנימיות התורה, מגלים את פנימיות הנשמה. מתגלה ה״איש יהודי״, פנימיות הנשמה, כפי שיהיה לעתיד. ועל ידי כך, כשמתגלה הפנימיות של העתיד, מתבטלים אז כל ההעלמות וההסתרים. ואז מתבטלים כל העניינים של חושך כפול ומכופל, ומתגלה אורו של משיח, ״ובשמחה ובששון ובקול תודה״. ״וברחמים גדולים אקבצך״ — מתגלה העניין של ״ברגע קטן עזבתיך וברחמים גדולים אקבצך״, ושל הגאולה האמיתית והשלימה. שהקדוש ברוך הוא יעזור, שאת שמחת פורים, שאומרים שנחגוג אותה יחד — כפי שאומר המדרש, שכל המועדים עתידין ליבטל חוץ מפורים — שנחגוג את שמחת פורים

16:19 נישט נאר וויין, דאס איז דער יין הטוב, דאס איז דער יין המשומר, דאס איז דער וויין וואס געפינט זיך אין די העכסטע מדרגות פון פנימיות התורה. און אויף דעם וויין איז „דובב שפתי ישנים“ דורך לימוד פון פנימיות התורה. און דערפאר, פורים, דאס איז וואס מען זאגט: ביי די רביים האט מען געזען אז דווקא אין פורים האט מען געהאט די גרעסטע סעודות, די גרעסטע עניינים. געזען ביי דעם רבי׳ן, פורים׳דיקע פארברענגענס, אז עס האט געגאסן תורה, עס האט געגאסן על הכוס, עס האט געגאסן חסידות. דער רבי האט געזעסן שעה נאך שעה, און עס האט געגאסן; ער האט געזאגט די טיפסטע עניינים אין חסידות אין פורים׳דיקע פארברענגענס. פארוואס? דאס איז דער ענין פון פורים, אז דער יין הטוב ווערט דעמאלט נתגלה. אז דאס איז דער וויין פון פנימיות התורה, איז מען מגלה די פנימיות הנשמה. אז עס ווערט נתגלה דער איש יהודי, די פנימיות הנשמה, אזוי ווי עס וועט זיין בעתיד. וואס דורך דעם, אז עס ווערט נתגלה די פנימיות פון העתיד, ווערן דעמאלט נתבטל אלע העלמות והסתרים. און דעמאלט ווערן נתבטל אלע עניינים פון חושך כפול ומכופל, און עס ווערט נתגלה דער אור פון משיח, „ובשמחה ובששון ובקול תודה“. „וברחמים גדולים אקבצך“ — עס ווערט נתגלה דער ענין אז „ברגע קטן עזבתיך וברחמים גדולים אקבצך“, און די גאולה האמיתית והשלימה. אז דער אויבערשטער זאל העלפן, אז די שמחת פורים, וואס מען זאגט אז מיר וועלן דאס פראווען צוזאמען — ווי דער מדרש זאגט, אז כל המועדים עתידין ליבטל חוץ מפורים — אז מיר זאלן פראווען די שמחת פורים

17:44 באופן הנעלה ביותר, עם הגאולה השלימה על ידי משיח צדקנו.

17:44 אויף דעם העכסטן אופן מיט דער גאולה השלימה דורך משיח צדקנו.