תמלולי פודקאסטים · חב"ד Englishחב"דפדיה

לעבן חסידות · פרק 195 · 2025-09-16 · 21:41

פרשת נצבים תשפ״ה "אתם נצבים היום כולכם" די אחדות פון אידן אין די עבודה פון ראש השנה

תיאור הפרק

לקוטי תורה ד״ה אתם נצבים לקוטי שיחות חלק ד נצבים

תמלול אוטומטי מהשמע, ותרגום מכונה לעברית. קישורים לחב"דפדיה נוספו אוטומטית.

00:00 בשבת בראשית תשנ״ז סיפר הרבי בהתוועדות סיפור ששמע מחותנו, אדמו״ר הריי״צ. בראש השנה תר״צ סיפר אדמו״ר הריי״צ סיפור ששמע מאביו, ששמע אותו מאביו, ששמע אותו מאדמו״ר הצמח צדק, שסיפר אותו בראש השנה בשנת תר״ג. כידוע, בלילה הראשון של ראש השנה הרביים לא דיברו כלל. גם בסעודות לא דיברו בלילה הראשון. אבל בשנת תקנ״ז, בלילה הראשון של ראש השנה, קרא אדמו״ר הזקן לבנו, אדמו״ר האמצעי, ולנכדו, אדמו״ר הצמח צדק, ואמר להם: בשנה זו פעלתי כך וכך בעלי תשובה, כך וכך בינונים וכך וכך צדיקים. הוא נקב במספר מדויק של בעלי התשובה, הבינונים והצדיקים שפעל לשנה זו. ממילא מגיע לי על כך שכר. ובשכר המגיע לי, שפלוני בן פלוני — והוא אמר את שמו — אותו חסיד יזכה לפרנסה בהרחבה. פלוני בן פלוני — והוא אמר את שמו של החסיד — יזכה לבריאות הגוף. וכך המשיך ומנה כמה וכמה חסידים והזכיר עניינים של בני, חיי ומזוני רוויחי. ואז סיים אדמו״ר הזקן: הרי אתם שני יהודים; ״על פי שנים עדים יקום דבר״, ש[לא ברור].

00:00 שבת בראשית תשנ״ז האט דער רבי דערציילט ביים פארברענגען א סיפור וואס ער האט געהערט פון זיין שווער, דעם רבי ריי״צ, דעם פריערדיקן רבי. אין יאר תר״צ, ראש השנה תר״צ, האט דער פריערדיקער רבי דערציילט א סיפור וואס ער האט געהערט פון זיין טאטן, וואס האט עס געהערט פון זיין טאטן, וואס האט עס געהערט פון דעם צמח צדק, וואס האט עס דערציילט ראש השנה אין יאר תר״ג. אז בכלל איז דאך ידוע, אז די ערשטע נאכט פון ראש השנה האבן די רביים נישט גערעדט בכלל. נישט אין די סעודות, בכלל נישט גערעדט די ערשטע נאכט. אבער אין יאר תקנ״ז, די ערשטע נאכט פון ראש השנה, האט דער אלטער רבי גערופן זיין זון, דעם מיטלער רבי, און דעם אייניקל, דעם צמח צדק, און האט זיי געזאגט: אין דעם יאר האב איך גע׳פועלט כך וכך בעלי תשובה, כך וכך בינונים און כך וכך צדיקים. און ער האט געזאגט גענוי א צאל, א מספר, וויפל בעלי תשובה, וויפל בינונים, וויפל צדיקים ער האט גע׳פועלט אויף דעם יאר. במילא קומט זיך דאך מיר אויף דעם א שכר. און אין דעם שכר וואס קומט זיך מיר, אז פלוני בן פלוני, און ער האט געזאגט דעם נאמען, דער און דער חסיד זאל האבן פרנסה בהרחבה. פלוני בן פלוני, האט ער געזאגט דעם נאמען פון דעם חסיד, זאל האבן בריאות הגוף. און אזוי האט ער אויסגעפירט כמה וכמה חסידים און דערמאנט ענינים אין בני חיי ומזוני רויחי. און דער אלטער רבי האט דאן אויסגעפירט: איר זייט דאך צוויי אידן; על פי שנים עדים יקום דבר, אז [לא ברור].

01:37 כאשר אדמו״ר הריי״צ סיפר את הסיפור, שאלו אותו — [לא ברור]. ברשימות, ביומן, מופיעים פרטי הסיפור. והרבי שאל את אדמו״ר הריי״צ אם בשעה שאדמו״ר הצמח צדק סיפר זאת בשנת תר״ג, גם הוא פעל בדרך זו, לפעול עניינים של ברכות. אדמו״ר הריי״צ לא השיב תשובה ברורה, אבל ממראה פניו ומהבעת פניו אפשר היה לראות שכך היה גם בשנת תר״ג. לאחר שאדמו״ר הריי״צ סיים לספר את הסיפור באותו ראש השנה תר״צ, אמר: הרי לפני כמה שנים התקינו את התקנה של אמירת תהילים. כידוע, בשנת תרפ״ז פרסם אדמו״ר הריי״צ את התקנה המפורסמת לומר את שיעור התהילים החודשי, בכל יום את השיעור היומי. מכיוון שכבר כמה שנים אומרים תהילים, נוספו מאז מיליוני אותיות תהילים. הרבי עשה חשבון שבזכותן מגיעים מיליוני [לא ברור] דינרים לבני, חיי ומזוני, לפרנסה בהרחבה. ואדמו״ר הריי״צ הוסיף ואמר שמכיוון שנמצאים בחושך הגלות, ודאי ערכן של

01:37 בשעת דער פריערדיקער רבי, דער רבי ריי״צ, האט דערציילט דעם סיפור, האט מען אים געפרעגט — [לא ברור]. און עס איז דא אין די רשימות, אין יומן, די פרטי הסיפור. און דער רבי האט געפרעגט דעם רבי ריי״צ, צי בשעת דער צמח צדק האט דאס דערציילט אין תר״ג, האט ער אויך גע׳פועלט אויף דרך זה, אויך צו פועל׳ן ענינים פון ברכות. און דער רבי ריי״צ האט נישט געענטפערט קלאר, אבער פון דעם מראה הפנים, פון דעם תואר הפנים, פון דעם וואס ער האט געמאכט מיט דעם, האט מען דאך געקענט זען, אז עס איז אויך געווען אזוי אין יאר תר״ג. דערנאך, בשעת דער רבי ריי״צ האט מסיים געווען צו דערציילן דעם סיפור יענעם ראש השנה תר״צ, האט ער געזאגט: ווי דאך עטליכע יאר צוריק האט מען מתקן געווען די תקנה פון אמירת תהילים. כידוע, אז אין יאר תרפ״ז האט דער רבי ריי״צ ארויסגעגעבן די תקנה המפורסמת פון זאגן דעם שיעור תהילים החודשי, יעדן טאג דעם שיעור ליום. ווי באלד דאך שוין עטליכע יאר וואס מען זאגט תהילים, איז פון יעמאלט אן דאך צוגעקומען מיליאנען אותיות תהילים. דאס דער רבי שטעלט פאר, אז אויף דעם קומט אויס מיליאנען [לא ברור] דינרים אויף בני חיי ומזוני, פרנסה בהרחבה. און דער רבי ריי״צ האט צוגעגעבן און געזאגט, אז ווי באלד מען געפינט זיך דאך אין חושך הגלות, איז דא זיכער דער ווערט פון

03:13 אותיות התהילים גדול הרבה יותר מכפי שהיה בזמנים רגילים ובריאים. בדומה למה שהמדרש אומר בנוגע לאברהם אבינו: אברהם אבינו טען בפני האורחים שמכיוון שהם נמצאים במדבר, כל דבר מאכל שנתן להם שווה הרבה יותר; עליהם לשלם יותר, וביוקר. בדומה לכך, הרבי אומר שמשלמים הרבה יותר על אותיות התהילים שנאמרו בשנים האחרונות. כאשר הרבי סיפר את הסיפור באותה התוועדות בשנת תשנ״ז, הוא סיים ואמר: זה קרה בשנת תר״צ. אינני יודע אם כבר שילמו את כל מיליוני הדינרים שאדמו״ר הריי״צ התכוון שייתנו בזכות אותיות התהילים. אבל מאז נוספו, כאמור, עוד הרבה יותר אותיות תהילים, ונוספו עוד הרבה עניינים נוספים. ממילא אנחנו באים בתביעה אל הקדוש ברוך הוא, שייתן לכל אחד ברכות נחוצות מאוד בעניינים גשמיים. והרבי סיים שכל אחד יקבל את כל המצטרך לו, זרעא חייא וקיימא, בריאות הגוף ופרנסה בהרחבה. ומכיוון שנמצאים כאן כמה מניינים, אומרים שיהיו כאן עדים ו״יקום דבר״, שהקדוש ברוך הוא אכן ייתן לכל יהודי כל צרכיו בבני, חיי ומזוני רוויחי. ובכלל, בנוגע לראש השנה אנחנו מוצאים בהדגשה רבה

03:13 די אותיות תהילים אסאך מער ווי עס וואלט געווען אין נארמאלע, געזונטע צייטן. על דרך דער מדרש זאגט בנוגע אברהם אבינו, אז אברהם אבינו האט גע׳טענה׳ט מיט די אורחים, אז ווי באלד מען געפינט זיך אין א מדבר, איז במילא אסאך מער ווערט יעדער, יעדער זאך פון עסן וואס ער האט זיי געגעבן; דארף מען צאלן מער און טייערער. על דרך זה, אז דער רבי שטעלט צו, צאלן אסאך טייערער אויף די אותיות תהילים וואס זענען געזאגט געווארן אין די לעצטע יארן. בשעת דער רבי האט דערציילט דעם סיפור יענעם פארברענגען פון תשנ״ז, האט דער רבי אויסגעפירט: דאס האט פאסירט אין תר״צ. איך ווייס נישט צי מען האט שוין אויסגעצאלט די אלע מיליאנען דינרים, וואס דער פריערדיקער רבי האט געמיינט מען זאל געבן בזכות פון די אותיות תהילים. אבער פון יעמאלט אן, ווי געזאגט, זענען דאך צוגעקומען נאך אסאך מער אותיות תהילים, און נאך מער איז צוגעקומען אין נאך אסאך כמה וכמה ענינים. איז במילא קומען מיר מיט א מאן ביים אויבערשטן, אז ער זאל געבן יעדן גאר נויטיקע ברכות אין ענינים גשמיים. און דאס איז וואס דער רבי האט אויסגעפירט, אז יעדער איינער זאל האבן פון דעם כל המצטרך לו, זרעא חייא וקיימא, בריאות הגוף און פרנסה בהרחבה. און ווי באלד דא געפינען זיך כמה מנינים, זאגט מען, אז דא זאל זיין עדים ויקום דבר, אז דער אויבערשטער זאל טאקע געבן צו יעדן אידן כל צרכו אין בני חיי ומזוני רויחי. אז בכלל בנוגע צו ראש השנה געפינען מיר זייער שטארק

04:46 את העניין הזה, שיהודי צריך לבקש ולהתחנן, גם עבור נכדים ועבור ילדים, ולבקש שתהיה הרחבה בגשמיות לעם ישראל. כפי שמוצאים בפרשת ״אתם נצבים״, הפרשה שקוראים תמיד לפני ראש השנה. ״אתם נצבים היום כולכם לפני ה׳ אלקיכם״ — כידוע מה שמובא בשם הבעל שם טוב, שאדמו״ר הזקן שמע עוד בהיותו במעזריטש מהמגיד ממעזריטש, שחזר על דברי הבעל שם טוב: הבעל שם טוב אמר על הפסוק ״אתם נצבים היום״ ש״היום״ מתייחס לראש השנה. ועל ראש השנה אומרים ״זה היום״. כלומר, כשאומרים סתם ״היום״, הכוונה היא לראש השנה, ״יומא דדינא רבה״, כפי שכתוב בתרגום לאיוב. על כך נאמר ״אתם נצבים היום״: ביום ראש השנה, שהוא יומא דדינא, היהודים הם ״נצבים״, עומדים וקיימים, וזוכים בדין. היהודים בטוחים בכך. ״נצבים״ מלשון ״נצב מלך״: הם עומדים בגאווה ובתוקף, בביטחון שיזכו בדין. והוא אמר שכידוע, בשבת מברכים שלפני ראש השנה אין היהודים מברכים את החודש. זו המציאות, ויש לכך טעמים המובאים בספרים, אבל הקדוש ברוך הוא מברך. הבעל שם טוב אמר שאיננו מברכים את חודש ראש השנה מפני שהקדוש ברוך הוא עצמו מברך. ומהי הברכה שבה הקדוש ברוך הוא מברך? הוא מברך דווקא ב־

04:46 אָט דעם ענין, וואס א איד דארף אויסבעטן און בעטן, סיי פאר נכדים, פאר קינדער, און בעטן אויף הרחבה בגשמיות זאל זיין בעם ישראל. וואס מ׳געפינט אין סדר אין אתם נצבים, די פרשה וואס מ׳לערנט שטענדיק פאר ראש השנה. „אתם נצבים היום כולכם לפני ה׳ אלקיכם“, איז דאך ידוע וואס שטייט בשם דעם בעל שם טוב, וואס דער אלטער רבי, די צייט וואס ער האט געהערט נאך אין מעזריטש פונעם מעזריטשער מגיד, וואס האט איבערגעזאגט פונעם בעל שם טוב׳ס וועגן, אז דער בעל שם טוב האט געזאגט אויפן פסוק „אתם נצבים היום“, אז „היום“ גייט אויף ראש השנה. און בנוגע צו ראש השנה זאגט מען „זה היום“. דאס הייסט, ווען מ׳זאגט סתם „היום“, גייט עס אויף ראש השנה, יומא דדינא רבה, ווי עס שטייט אין תרגום אין איוב. אויף דעם זאגט מען „אתם נצבים היום“, אז אין טאג פון ראש השנה, וואס דעמאלט איז יומא דדינא, איז דעמאלט „נצבים“, אז אידן זיינען נצבים, עומדים וקיימים, אז זיי זיינען זוכה בדין. אידן זיינען בטוח. „נצבים“ מלשון „נצב מלך“, זיין בטוח, זיי שטייען שטאלץ און שטארק, בטוח אז זיי וועלן זוכה זיין בדין. און ער האט געזאגט אז ס׳איז דאך ידוע בנוגע דעם ענין פון שבת מברכים, אז דעם שבת פאר ראש השנה בענטשט מען נישט דעם חודש ביי אידן, וואס דאס איז מציאות הדבר, וואס עס האט די זיינע טעמים וואס ברענגט זיך אין ספרים, אבער דער אייבערשטער בענטשט. דער בעל שם טוב האט געזאגט, אז דאס איז, מיר בענטשן נישט דעם חודש פון ראש השנה, ווייל דער אייבערשטער אליין בענטשט. און וואס איז די ברכה וואס דער אייבערשטער בענטשט? ער בענטשט טאקע מיט

06:21 הברכה של ״אתם נצבים היום כולכם״ היא שבני ישראל יזכו בדין. ובנוגע לחודש השביעי, הבעל שם טוב ביאר ש״השביעי״ הוא גם מלשון שובע: זהו חודש שמושבע ומשביע ברוב טוב לכל בית ישראל. אבל מהו הכלי לברכות האלה? על כך אומר אדמו״ר הזקן בלקוטי תורה, במאמר הידוע ״אתם נצבים היום כולכם״, שהכלי הוא ה״כולכם״. הכלי לקבלת כל הברכות שהקב״ה מברך בהן לקראת השנה החדשה הוא העניין של ״כולכם״ — לאחדים כאחד. כלומר, אדמו״ר הזקן מבאר שם באריכות שראש השנה הוא מה שנאמר בפסוק: ״ויהי בישורון מלך בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל״. כשמגיע יום ראש השנה מתקיים ״ויהי בישורון מלך״: אז ממליכים את הקב״ה למלך ישראל ולמלך על העולם. ״מלוך על העולם כולו בכבודך״, ״מלך ישראל וגואלו״ — ממליכים את הקב״ה ועושים אותו למלך. ״אמרו לפני מלכויות״. וכשמתקיים ״ויהי בישורון מלך״, ובני ישראל ממליכים את הקב״ה, מהו הכלי לכל הברכות שהמלך נותן? על כך נאמר בהמשך הפסוק: ״בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל״. כל נשמות ישראל — אדמו״ר הזקן אומר שם,

06:21 אָט דער ברכה פון „אתם נצבים היום כולכם“, אז אידן וועלן זוכה זיין בדין. און, און, און, און ביי חודש השביעי, דער בעל שם טוב האט אויסגעפירט, „השביעי“ איז דאך מלשון שובע, אז דאס איז א חודש וואס איז מושבע ומשביע ברוב טוב לכל בית ישראל. וואס איז אבער דער כלי פאר אָט די ברכות? איז אויף דעם זאגט דער אלטער רבי אין לקוטי תורה, אין מאמר הידוע „אתם נצבים היום כולכם“, אז דער כלי דאס איז דער „כולכם“. אז דער כלי אויף דעם ענין פון באקומען אָט די אלע, די אלע ברכות וואס דער אייבערשטער ווינטשט אן אויף דעם נייעם יאר, אז דאס איז דער ענין פון „כולכם“, לאחדים כאחד. דאס מיינט, ראש השנה, דער אלטער רבי זאגט דארט אין זיין אריכות, אז ראש השנה דאס איז דאס וואס עס שטייט אין פסוק: „ויהי בישורון מלך בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל“. אז בשעת עס קומט צו דער טאג פון ראש השנה, און דאס איז דער מאמר פון „ויהי בישורון מלך“, וואס דעמאלט איז מען ממליך און מאכט דעם אייבערשטן אלס מלך ישראל ומלך על העולם. „מלוך על העולם כולו בכבודך“, „מלך ישראל וגואלו“, איז מען ממליך דעם אייבערשטן און מאכט דעם אייבערשטן אלס א מלך. „אמרו לפני מלכויות“, איז ווי עס שטייט „אלקיכם“, איז בשעת „ויהי בישורון מלך“, אז אידן זיינען ממליך דעם אייבערשטן אלס א מלך, איז זאגט מען: וואס איז דער כלי פאר די אלע ברכות וואס דער מלך גיט? איז ווי ער זאגט אין המשך פסוק, „בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל“, אז אלע נשמות ישראל, דער אלטער רבי זאגט דארט,

07:52 ניצוצי הנשמות — מתכנסות יחד ועומדות באופן של ״כולכם כאחד״. ״יחד שבטי ישראל״: ה״יחד״ הוא לאחדים כאחד, שכולם עומדים יחד. ואדמו״ר הזקן מבאר מה פירוש ה״יחד״ הזה, לאחדים כאחד. הוא מבאר שמכיוון שכל ישראל הם כגוף אחד, וכפי שרואים בגוף אחד, יש בו איברים רבים: רמ״ח איברים ושס״ה גידים, ראש, גוף, רגל וכל פרטי האיברים. ויחד עם זאת, כל האיברים זקוקים זה לזה ומשפיעים זה על זה. אף שהראש הוא ראשם של כל האיברים ומנהיג אותם, לרגל יש דווקא מעלה שהראש זקוק לה. מי מעמיד את הגוף, ומי מוביל אותו למקום שהראש רוצה להגיע אליו? הראש אינו יכול ללכת בעצמו; צריך שיובילו אותו. אלו הרגליים, שיש להן הכוח להעמיד את הגוף ולהוביל אותו לאן שהוא רוצה ללכת. ממילא יוצא שהראש הוא ראש בעניינים שבהם הוא ראש, אבל יש עניינים שבהם דווקא הרגל היא ראש: בענייני הליכה ובהעמדת הגוף. וזוהי הכוונה ב״לאחדים כאחד״, מבלי להתחשב בהבדלים

07:52 ניצוצי נשמות, קומען צוזאמען, זיי שטעלן זיך אוועק פון דעם „כולכם כאחד“. „יחד שבטי ישראל“, אז דער „יחד“, דאס איז לאחדים כאחד, אז אלע שטייען צוזאמען. און דער אלטער רבי איז מבאר, וואס איז טאקע דער פשט פון דעם „יחד“, פון דעם לאחדים כאחד. און ער איז מבאר, אז וויבאלד אז כל ישראל זיינען ווי א גוף אחד, וואס ווי מ׳זעט אויף א גוף אחד, איז אין גוף פאראן כמה וכמה איברים. ס׳פאראן רמ״ח איברים ושס״ה גידים, ס׳פאראן א ראש, ס׳פאראן א גוף, ס׳פאראן א רגל, די אלע פרטי איברים. און צוזאמען דערמיט זיינען אלע פרטי איברים באופן אז כולם צריכים זה לזה וכולם משפיעים זה לזה. ווי אז הגם דער קאפ איז דער ראש פון די אלע איברים, און עס מנהיג די אלע איברים, איז אבער דער רגל האט א תיכף א מעלה וואס דער ראש דארף אנקומען צו אים. ווער איז דאס וואס מעמיד דעם גוף, און ווער איז דאס וואס פירט דעם גוף אין אן ארט וואו דער קאפ וויל גיין? און ער קען נישט גיין אליין, ער דארף מען זאל אים פירן. איז דאס די פיס וואס זיי האבן דעם כח אוועקצושטעלן דעם גוף, מעמיד זיין אים און פירן אים קיין וואו ער וויל גיין. איז במילא קומט דא אויס, אז דאס וואס דער ראש איז ראש, איז אין ענינים וואס דער ראש איז ראש, אבער עס זענען דא ענינים וואס דער רגל איז גאר א ראש, אין ענינים פון הליכה, אין ענינים וואס ער מעמיד דעם גוף. און דאס איז וואס מ׳זאגט, אז דאס איז לאחדים כאחד, עם בלי השערים.

09:08 שבין ראש לסוף. את זה מחפשים כשבאים אל כלל ישראל. בעם ישראל יש סוגים רבים של יהודים, מ״ראשיכם שבטיכם״, שנאמר בהמשך הפסוק — יהודים שהם בבחינת ראש בני ישראל — ועד לעשרת הסוגים הנמנים כאן בפרשה, עד האחרונים שבהם, ״חוטב עציך ושואב מימיך״, הפשוטים ביותר בישראל. כן, כמו שרש״י אומר, הכנענים. ״כנענים״ הוא גם מלשון מסחר. יש ביאור בחסידות, והרבי מבאר שזהו הרמז בדברי רש״י: יהודי שכל ענייניו קשורים במסחר, אדם העוסק בענייני עסק ואינו יושב אוהל, ועסוק כל היום בריצה לפרנסתו, נקרא כנעני. ״כנעני״, כידוע, מתייחס לבעלי עסקים. ואף על פי כן אומרים שמ״ראשיכם שבטיכם״ ועד ״חוטב עציך ושואב מימיך״ — הראש והרגל — כולם לאחדים כאחד כשהם עומדים יחד. כך הם עומדים לפני ה׳ אלוקיכם ביום ראש השנה, ״לעברך בברית ה׳ אלקיך״. זוהי כריתת הברית: בראש השנה נכרתת הברית בין היהודי לקב״ה. ואדמו״ר הזקן מבאר מה עניינה של כריתת ברית. כריתת ברית בגשמיות היא כפי שרש״י מביא בפרשה: כורתים

09:08 פון ראש און סוף. וואס דאס איז וואס מ׳זוכט ווען מ׳גייט צו כלל ישראל. אז אין עם ישראל זיינען פאראן א סך סארטן אידן, פון „ראשיכם שבטיכם“, וואס שטייט אין המשך הפסוק, וואס דאס איז דער ענין פון ראש, אידן וואס זיינען בבחינת ראש בני ישראל. און דערנאך פאראן די אלע צען סוגים וואס ער רעכנט דא אין דער פרשה איינציג, ביז די לעצטע, וואס איז „חוטב עציך ושואב מימיך“, וואס איז די גאר פשוטים בישראל. יא, ווי רש״י זאגט, די כנענים. וואס כנענים איז דאך מלשון מסחר. איז א טייטש אין חסידות, דער רבי טייטשט, אז דאס איז דער רמז פון רש״י: אז א איד וואס ער איז כל עניניו פארבונדן מיט מסחר, אז א מענטש וואס ער איז פארבונדן מיט עניני עסק און נישט קיין יושב אוהל, און ער איז פארנומען א גאנצן טאג אין ארומלויפן פאר זיין פרנסה, ווערט ער אנגערופן כנעני. כנעני, ווי ידוע, דאס גייט אויף דעם ענין פון בעלי עסקים. און פונדעסטוועגן זאגט מען אז „ראשיכם שבטיכם“ ביז „חוטב עציך ושואב מימיך“, וואס דאס איז דער ראש און דער רגל, איז „כולם כאחד לאחדים כאחד“, ווען זיי אלע זיינען צוזאמענגעשטעלט. איז זיי שטייען פאר ה׳ אלקיכם ביום ראש השנה, לעברך בברית ה׳ אלקיך. און דאס מיינט די כריתת ברית, אז ראש השנה ווערט דער ברית וואס א איד כורת צווישן אים און דעם אויבערשטן. און דער אלטער רבי איז מבאר, וואס איז דער ענין פון כריתת ברית? אז דער ענין פון א כריתת ברית איז בגשמיות, ווי רש״י ברענגט אין דער פרשה דעם פסוק, וואס קושר מיט

10:30 את העגל לשני חלקים ועוברים בין הבתרים, בין חלקי הבשר, כפי שהיה אצל אברהם אבינו בברית בין הבתרים. כלומר, זהו אותו גוף שנחלק לשניים, ועוברים בתוכו כדי להראות שאף שנראים כאן שני גופים נפרדים, בעצם הם דבר אחד. ועל דרך זה כריתת הברית של הקב״ה עם בני ישראל. ״למען הקים אותך היום לו לעם והוא יהיה לך לאלקים״ — באופן כזה שהקב״ה ובני ישראל הם דבר אחד. ״אני צריך להם והם צריכים לי״: היהודי זקוק לקב״ה, והקב״ה זקוק ליהודי, כביכול, [לא ברור], כביכול, זה לזה. כן, הקב״ה ובני ישראל נעשים דבר אחד. וכל זה הוא תוצאה של עבודת ראש השנה. לכן בראש השנה, יותר מבכל השנה כולה, דרוש העניין של אחדות ישראל, ה״כולכם״, כהקדמה וככלי להמלכת הקב״ה: ״ויהי בישורון מלך בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל״. כאשר בני ישראל עומדים יחד, לאחדים כאחד, ואחד אינו חושב על השני, ואחד אינו חסר אצל השני, ויש חסרון אצל השני — כי עומדים יחד באהבת ישראל ובאחדות ישראל אמיתית — אז יכול אדם להמשיך ולפעול שנמשיך את כל הברכות וההמשכות על כל השנה כולה. כשנכנסים לעניין הזה

10:30 כורת׳ט די צוויי חלקים פון דעם עגל, און מ׳גייט צווישן די בתרים, דעם בשר, אזוי ווי ס׳איז געווען ביי אברהם אבינו בברית בין הבתרים. יא, על דרך זה, אז דאס איז דאס זעלבע גוף, פאנאנדערגעטיילט אין צוויי, און אינמיטן גייט מען אדורך צו באווייזן אז דאס מיינען צוויי גופים מחולקים, דאס מיינען נישט צוויי גופים, אבער בעצם זיינען זיי איין און די זעלבע זאך. וואס על דרך זה, דער כריתת ברית פון דעם אויבערשטן מיט אידן. יא, „למען הקים אותך היום לו לעם והוא יהיה לך לאלקים“, איז אז באופן כזה, אז דער אויבערשטער מיט אידן זיינען איין און די זעלבע זאך. אז „אני צריך להם והם צריכים לי“, דאס א איד אנקומט צום אויבערשטן, און דער אויבערשטער אנקומט צום איד, כביכול, [לא ברור], כביכול, זה בזה. יא, אז דער אויבערשטער מיט אידן ווערן איין און די זעלבע זאך. און דאס אלץ איז תוצאה פון דער עבודה פון ראש השנה. וואס דערפאר דארף מען ראש השנה, מער ווי כל השנה כולה, דעם ענין פון אחדות ישראל, די „כולכם“, כדי צו זיין א הקדמה, צו זיין א כלי, אויף צו קענען מאכן דעם אויבערשטן פאר א מלך, אויף „ויהי בישורון מלך בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל“. דורך דעם וואס אידן שטייען צוזאמען, לאחדים כאחד, און איינער טראכט נישט אין צווייטן, און איינער פעלט נישט אין צווייטן, און איז פעלן פון צווייטן, ווייל מ׳שטייט צוזאמען מיט אהבת ישראל און אחדות ישראל אמיתית, איז אז דעמאלט קען א מענטש ממשיך זיין און פועל׳ן טאקע אז אונז ממשיך וועלן די אלע ברכות און המשכות על כל השנה כולה. ווען מ׳גייט אין דעם

11:54 אדמו"ר הזקן אומר שצריכות להיות אהבת ישראל ואחדות ישראל, ״לאחדים כאחד״. יש על כך שיחה יפה מאוד של הרבי, שבה הוא מבאר את כפל הלשון. מהו כפל הלשון ״לאחדים״ ו״כאחד״? הוא מבאר שאנחנו רואים בגוף — והגוף הוא הרי משל שמביא אדמו"ר הזקן — שיש בו שני עניינים. מצד אחד יש אחדות של הגוף: כל האיברים הם חלק מגוף אחד ויחיד. אין הבדל אם זה הראש, הגוף, הרגל, העין, האף או אצבעות הרגליים. הגוף כולו הוא גוף אחד שלם. אם חסר ראש, הגוף אינו גוף; ואם חסרות אצבעות הרגליים, גם אז הגוף אינו גוף. כלומר, גוף הוא גוף שלם, וצריכים להיות בו יחד כל רמ״ח האיברים ושס״ה הגידים. אם חסר אפילו איבר אחד ויחיד, בין שהוא מן האיברים החשובים ובין שהוא מן האיברים הפשוטים, הגוף אינו דבר שלם, וחסר באחדות הגוף. זאת אומרת שכולם יחד יוצרים אחדות אחת ויחידה, והיא גוף האדם. מאידך גיסא יש סוג שני של אחדות. כאן [לא ברור], כל אחד משלים את השני: אחד

11:54 דער אלטער רבי זאגט אז עס דארף זיין דער אהבת ישראל, דער אחדות ישראל, „לאחדים כאחד“. איז דא פון רבי׳ן זייער א געשמאקע שיחה וואס ער איז מבאר דער כפל הלשון. וואס איז דאס דער כפל הלשון „לאחדים“ און „כאחד“? ער איז מבאר אז מיר זעען אין גוף, און דער גוף איז דאך א משל, דער אלטער רבי ברענגט, אז ס׳זיינען פאראן אין דעם צוויי ענינים. פון איין זייט איז דא דער אחדות פון דעם גוף, אז אלע אברים זיינען א חלק פון איין און איינציקן גוף. נישט קיין חילוק, צי דאס איז א ראש, צי דאס איז א גוף, צי דאס איז א רגל, צי דאס איז אן אויג, צי א נאז, צי דאס איז די פינגער פון די פיס. יא, דער גאנצער גוף שטעלט פאר איין און איינציקן גוף שלם. אז מיר וועלן זאגן אז אויב ס׳פעלט א קאפ, איז דער גוף קיין גוף נישט. אדער אז אויב ס׳פעלט די פינגער פון די פיס, איז דער גוף אויך קיין גוף נישט. דאס הייסט, א גוף איז א גוף שלם, און דארף צוזאמענשטעלן אלע רמ״ח אברים און שס״ה גידים. אויב ס׳פעלט איין און איינציגער אבר, נישט קיין חילוק צי פון די אברים החשובים, צי פון די אברים הפשוטים, איז דער גוף נישט קיין דבר שלם, עס פעלט אין דעם אחדות פון דעם גוף. דאס הייסט אז אלע צוזאמען שטעלן צוזאמען איין און איינציקע אחדות, און דאס איז דער גוף האדם. לאידך גיסא איז פאראן א צווייטער סוג אחדות. קומט, [לא ברור], וואס יעדער איינער איז משלים דעם אנדערן. וואס ער

13:04 משפיע בעניין זה, והשני משפיע בעניין אחר. כפי שאמרנו קודם, הראש משפיע שכל, והרגל משפיעה את כוח ההליכה, וכך היא מחיה את הגוף, חיות לזה. כל איבר בפרט משפיע חיות, שאיבר אחר, ש[לא ברור], מקבל ממנו. כל איבר משפיע משהו ממעלותיו, וכל איבר הוא גם מקבל, שצריך לקבל ממעלותיהם של שאר האיברים. ועל ידי כך שכל אחד משפיע ומקבל, הם יוצרים יחד אחדות גדולה. שני העניינים האלה קיימים גם באהבת ישראל. כידוע, פרק ל״ב בתניא הוא פרק ״לב״ של התניא. אדמו"ר הזקן קבע בתניא את עניין אהבת ישראל בפרק ל״ב, ה״לב״, כי אהבת ישראל היא הלב של יהודי, הלב של חסיד, הלב של התניא. ומה כתוב בפרק ל״ב? שיש שני סוגים של אהבת ישראל. יש אהבת ישראל של ״ואהבת לרעך כמוך״, מגדול ועד קטן, ״וכולן מתאימות ואב אחד לכולנה״. בלי הבדל מי הוא ומהם מהותו ועניינו — צדיק, בינוני או רשע. כל היהודים הם דבר אחד ויחיד, מפני ש״כולן מתאימות ואב אחד לכולנה״. אב אחד ויחיד,

13:04 איז א משפיע אין דעם ענין, און יענער איז משפיע אין דעם אנדערן ענין. ווי מען האט געזאגט פריער, דער קאפ איז משפיע א שכל, און די פוס איז משפיע א הילוך. און ער איז מחיה דעם גוף, א חיות לזה. אזוי יעדער איבר בפרט איז א משפיע מיט חיות, וואס זיין איבר, וואס זיין [לא ברור], איז מקבל. יעדער איבר איז משפיע עפעס פון זיינע מעלות. און יעדער איבר איז אויך א מקבל, וואס דארף מקבל זיין פון די מעלות פון די אנדערע איברים. און דורך דעם וואס יעדער איינער איז משפיע און מקבל, שטעלן זיי צוזאמען א גרויסע אחדות. וואס אל דאס איז אויך אין אהבת ישראל פאראן די צוויי ענינים. ווי עס איז פארשטאנען, דער קאפיטל פון תניא, פרק ל״ב, איז פרק לב פון תניא. כידוע, אז דער אלטער רבי האט געשטעלט אין תניא דעם ענין פון אהבת ישראל אין פרק ל״ב, דעם לב. ווייל תניא, די אהבת ישראל איז דער לב פון א אידן, דער לב פון א חסיד, דער לב פון תניא. יא, וואס שטייט אין פרק ל״ב? אז עס זענען פאראן צוויי סוגים אהבת ישראל. ס׳איז פאראן דער ענין פון אהבת ישראל, פון ״ואהבת לרעך כמוך״, מגדול ועד קטן, וכולם מתאימות ואב אחד לכולנה. אן קיין אונטערשייד, ווער ער זאל נישט זיין און וואס א מין און מהותו זאל נישט זיין, א צדיק, א בינוני, א רשע. אלע אידן זענען איין און איינציקע זאך, ווייל זיי זענען כולם מתאימות ואב אחד לכולנה. איין און איינציקער טאטע,

14:16 נשמה אחת ויחידה, חלק אלוקה ממעל. זו הנקודה האחת והיחידה שבה הם יהודים. אבל מאידך גיסא קיימת גם האחדות שאדמו"ר הזקן מדבר עליה, שלכל אחד יש מעלות משלו, ו״מי יודע גדולתן ומעלתן בשורשן ומקורן באלקים חיים״. כלומר, לכל אחד מעלות וגדולות משלו, וכולם יחד יוצרים גוף שלם, שבו כל אחד משפיע ממעלותיו על השני וגם מקבל ממנו. וזה מה שאדמו"ר הזקן מרמז כאן בלקוטי תורה לפרשת נצבים, במאמר של ראש השנה. מהי ההכנה, מהו הכלי לכל ענייני ראש השנה? כשאנחנו מגיעים לראש השנה ומבקשים מהקדוש ברוך הוא ״הרצון והנחת״ [לא ברור], שיהיה למלך ישראל ולמלך העולם, ושישפיע כתיבה וחתימה טובה, שנה טובה ומתוקה, לכל אחד, לפרט ולכלל — מהו העיקר, מהו הכלל, מהו הכלי לכך? הכלי הוא ״יחד שבטי ישראל״. וה״יחד״ הזה מורכב משני עניינים: ישנה האחדות שבה כולנו כאחד, דבר אחד ויחיד, כי כולנו יהודים. וישנה האחדות שבה מכירים בכך שלכל אחד מעלות משלו, ושעליו להשפיע ממעלותיו ליהודים אחרים וגם לקבל מיהודים אחרים. גם כאן יש עניין של משפיע ומקבל, ״לאחדים כאחד״. מדוע?

14:16 איין און איינציקע נשמה, חלק אלוקה ממעל. דאס איז, ער איז א איד, און זיינען איין און איינציקע נקודה. אבער לאידך גיסא איז פאראן אויך די אחדות, ווי דער אלטער רבי זאגט, אז יעדער איינער האט אין זיך זיינע מעלות. און מי יודע גדולתן ומעלתן בשורשן ומקורן באלקים חיים. דאס הייסט אז יעדער איינער האט זיינע מעלות, מעלות וגדולות, יעדער איינער זיינע מעלות, און צוזאמען שטעלן זיי אלע צוזאמען א גוף שלם, וואס יעדער איינער איז משפיע און מקבל פון זיינע מעלות א צווייטער. און דאס איז וואס דער אלטער רבי דא מרמז אין דעם לקוטי תורה פון פרשת נצבים, דער ראש־השנה׳דיקער מאמר. וואס איז די הכנה, וואס איז דער כלי פאר אלע ענינים ראש השנה? ווען מיר ווילן צוקומען ראש השנה און מיר בעטן ביי דעם אויבערשטן, ״הרצון והנחת״ [לא ברור], ער זאל ווערן למלך ישראל ומלך העולם, און משפיע זיין א כתיבה וחתימה טובה, שנה טובה ומתוקה, פאר יעדן איינעם, לפרט ולכלל — וואס איז דער עצם, וואס איז דער כלל, וואס איז דער כלי לזה? איז דער כלי לזה דער ענין פון ״יחד שבטי ישראל״. און דער יחד באשטייט פון די צוויי ענינים: ס׳איז דא די אחדות וואס מיר זיינען כולם כאחד, איין און איינציקע זאך, אז אלע זיינען אידן. און ס׳איז דא די אחדות וואס מען הערט, אז יעדער איינער האט זיינע אייגענע מעלות, און זיינע מעלות דארף ער משפיע זיין צו אנדערע אידן, און ער דארף מקבל זיין אויך פון אנדערע אידן. ס׳איז אויך אן ענין פון משפיע און מקבל, לאחד אותם כאחד. פארוואס?

15:36 יש מעלה מיוחדת בכל אחד מסוגי האחדות. מצד אחד, האחדות שהיא מלכתחילה דבר אחד ויחיד היא אחדות שאין בה חילוקים, אין בה מדרגות, אין בה ציורים, אין בה פרטים ואין בה הגבלות. ישנו עצם העניין שהוא יהודי, וזה כשלעצמו יוצר את הקשר בינו לבין יהודי אחר. אני יהודי, אתה יהודי, וכל היהודים הם דבר אחד ויחיד. ומאידך גיסא ישנו גם העניין השני, העמוק יותר: אף שלכל אחד תכונות מיוחדות משלו, וזה החידוש באהבת ישראל. האחדות אינה רק כשאתה יוצא מהמציאות שלך ומתבטל במציאות, ומרגיש שאתה יהודי. היא קיימת גם כשאתה עומד בציור הפרטי שלך, מכיר במעלותיך ורואה את מעלותיו של השני, ורואה שאתה גם מקבל ממנו עניינים. אני [לא ברור] מה שאתה צריך לדעת, אבל כך צריך להיות: כשם שבגוף שלם כל איבר משפיע ומקבל, כך לכל יהודי יש מעלות מיוחדות, ומיהודים אחרים צריכים ללמוד. ומכאן מה שהבעל שם טוב לימד אותנו על מעלתם של אנשים פשוטים, וכך למצוא את המעלות בכל יהודי ולהוציא אותן מן ההעלם אל הגילוי. ובזה נמצאת העבודה.

15:36 ס׳איז דא א מעלה מיוחדת אין יעדער איינער פון די סוגי אחדות. פון איין זייט, אז די אחדות וואס איז לכתחילה איין און איינציקע זאך, איז א זאך אחד. איז דא קיין חילוקים, איז דא קיין מדרגות, איז דא קיין ציורים, איז דא קיין פרטים, איז דא קיין הגבלות. ס׳איז פאראן א עצם זאך, דאס וואס ער איז א איד. און דאס אליין, און דאס מאכט די קשר צום יענעם און יענעם. איך בין א איד, דו ביסט א איד, און זיינען אלע אידן איין און איינציקע זאך. און לאידך גיסא איז פאראן אויך דער צווייטער ענין, דער וואס איז טיפער. אז אפילו, הגם אז יעדער איינער האט זיינע באזונדערע תכונות. און דאס איז דער חידוש פון אהבת ישראל. נישט נאר ווען דו גייסט ארויס פון דיין מציאות, און דו ווערסט בטל במציאות, און דו הערסט אז דו ביסט א איד, דארט איז די אחדות. נאר אפילו ווען דו שטייסט אין דיין ציור פרטי, און דו הערסט דיינע מעלות, און דו זעסט יענעמס מעלות, און דו זעסט ווי דו ביסט אויך פון דעם יענעם מקבל ענינים. איך [לא ברור] וואס דו דארפסט וויסן אבער זיין, אז אזוי ווי א גוף השלם, איז יעדער איבר א משפיע, איז ער א מקבל, אזוי יעדער איד האט אין זיך מעלות מיוחדות, און פון אנדערע דארף מען לערנען. און פון דעם האט דער בעל שם טוב אונז אויסגעלערנט דעם ענין, די מעלות פון די אנשים פשוטים, און אזוי פון אנדערע געפינען די מעלות אין יעדער איד, וואס ארויסברענגען מן ההעלם אל הגילוי. און אין דעם וואס שטייט די עבודה.

16:45 בפרט העבודה הפנימית של ראש השנה. מהי העבודה של ראש השנה? נאמר: ״אתם נצבים היום כולכם״, לאחדים כאחד. והרבי סיפר פעם בעניין הזה, שהיה מנהג אצל חסידים לנסוע במוצאי שבת לרבי לראש השנה. כך היה אצל חסידים בכל הדורות: חסידים עשו כל שביכולתם כדי להיות בראש השנה אצל הרבי. פעם שאלו את אחד הרבנים החשובים, שעמד אצל הרבי בליובאוויטש — אצל אדמו"ר המהר"ש או אצל אדמו"ר הרש"ב — ונדחק בין החסידים, בדוחק גדול. היה שם קהל גדול, ולא חילקו כיבודים אצל הרבי; הוא נדחק כמו כל אחד אחר. והרבי אמר פעם בדרך הצחות, שכאשר עמדו אצל הרבי, נדחפו הצידה. היה שם קהל רב, ולכן נדחפו. על כל פנים, שאלו את אותו רב: למה אתם נוסעים בראש השנה לליובאוויטש? למה אינכם נשארים בעירכם, או [לא ברור], בקהילה שלכם? הוא אמר שראש השנה הוא זמן הכתרת המלך, ובראש השנה מקבלים השפעה על כל השנה כולה. וכאשר נמצאים בראש השנה אצל הרבי, נדחקים בין החסידים ומתבטלים לגמרי במציאות, עד שהדוחק משכיח ממך שאתה הרב, ואתה וכולם נעשים לדבר אחד — מקבלים מהביטול הזה כוח לכל השנה כולה. זה ממש כוח של ביטול לכל השנה כולה.

16:45 בפרט די עבודה פנימית פון ראש השנה, וואס איז די עבודה פון ראש השנה, שטייט: ״אתם נצבים היום כולכם״, לאחדים כאחד. און דער רבי האט אמאל דערציילט וועגן דעם ענין, אז עס איז געווען א מנהג ביי חסידים, וואס מוצאי שבת זענען זיי געפארן צום רבי'ן אויף ראש השנה. עס איז געווען ביי חסידים בכל הדורות, אז חסידים האבן געטאן כל אשר ביכלתם, אויב זיי קענען זיין ראש השנה ביים רבי'ן. האט מען אמאל געפרעגט איינעם פון די חשובע רבנים, וואס איז געשטאנען ביים רבי'ן אין ליובאוויטש, וואס איז געווען אמאל ביים רבי'ן מהר״ש אדער ביים רבי'ן רש״ב, און האט זיך געשטופט צווישן חסידים, שטארק געשטופט. עס איז געווען א גרויסער עולם, און עס זענען נישט געווען דארטן קיין כיבודים ביים רבי'ן; מ'האט זיך געשטופט אזוי ווי יעדער איינער. און דער רבי האט אמאל געזאגט בדרך הצחות, אז ווען מ'איז געשטאנען ביים רבי'ן, האט מען זיך אפגעשטופט. דאס איז געווען א רוב, האט מען אפגעשטופט. אבער אויף כל פנים, די נקודה איז געווען, אז מ'האט געפרעגט אט דעם רב: פארוואס, פארוואס פארט איר ראש השנה קיין ליובאוויטש? פארוואס זענט איר נישט ביי זיך אין שטאט, אדער [לא ברור], אייער קהילה? האט ער געזאגט, אז ראש השנה איז א זמן פון הכתרת המלך, און פון ראש השנה באקומט מען השפעה על כל השנה כולה. איז בשעת מ'געפינט זיך ראש השנה ביים רבי'ן, און מ'שטופט זיך צווישן חסידים, און מ'ווערט אינגאנצן בטל במציאות, און מ'רייבט ארויס אז דו פארגעסט אז דו ביסט דער רב, און דו מיט אלעמען ווערן איין זאך, באקומט מען פון דעם ביטול על כל השנה כולה. דאס איז ממש ווי דער כח, א ביטול על כל השנה כולה.

18:09 זה צריך להיות מתוך קבלת עול אמיתית, להתמסר לקדוש ברוך הוא. והרבי מביא גם בשיחות, כשהוא מדבר על עבודת ראש השנה, את מה שמובא בשיחות אדמו"ר הריי"צ בשם אדמו"ר המהר"ש: אדמו"ר המהר"ש אמר שכאשר מתקרב ראש השנה, יש אצל יהודים מנהג שלאחר תפילת ליל ראש השנה מאחלים זה לזה ״לשנה טובה תיכתב ותיחתם״. ואדמו"ר המהר"ש אמר פעם שאלפי מיליוני מלאכים עומדים בשמים ומחכים בכליון עיניים לליל ראש השנה, שבו יהודי אחד מאחל לחברו מכל הלב ״לשנה טובה תיכתב ותיחתם״. הם מחכים לזה ומתענגים על כך. זו השמחה הגדולה ביותר עבורם. למה? כל המלאכים יודעים שאצל הקדוש ברוך הוא יקר הדבר שיהודי אחד מאחל לחברו ברכות טובות ולבביות ואיחולים עמוקים מעומק הלב; וזה יקר אצל הקדוש ברוך הוא אפילו מתפילותיהם של ישראל. וכך צריך להיות באמת. מהו ראש השנה? הוא זמן של תפילה, להתפלל ולבקש, לעורר רחמים רבים ולבקש שתהיה שנה טובה ומבורכת. אבל צריך לזכור שכאשר מגיע ראש השנה, צריך להיות העניין של ״אתם נצבים היום כולכם״, לאחדים כאחד: לחזק בינינו אהבת ישראל אמיתית ואחדות ישראל אמיתית, ש״איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק״.

18:09 דאס דארף זיין מיט דעם אמת'ן קבלת עול, זיך איבערגעבן צום אויבערשטן. און דער רבי ברענגט זיך אויך אין די שיחות, ווען ער רעדט וועגן די עבודה פון ראש השנה, אז ער ברענגט אין די שיחות פונעם רבי'ן ריי״צ, דאס דערציילט ער בשם דעם רבי'ן מהר״ש: אז דער רבי מהר״ש האט געזאגט, ווען עס גייט צו ראש השנה, אז ביי אידן ראש השנה איז דאך דא א מנהג, אז נאך דאווענען ליל ראש השנה ווינטשט איינער דעם אנדערן ״לשנה טובה תכתב ותחתם״. און דער רבי מהר״ש האט געזאגט אמאל, אז טויזנטער מיליאנען מלאכים שטייען אין הימל און ווארטן בכליון עינים, אז עס קומט צו גיין דער נאכט פון ראש השנה, און איין איד ווינטשט דעם אנדערן מיט הארציקייט ״לשנה טובה תכתב ותחתם״. און זיי ווארטן אויף דעם, און זיי דערקוויקן זיך מיט דעם. דאס איז פאר זיי די גרעסטע שמחה. פארוואס? די מלאכים אלע ווייסן, אז ביים אויבערשטן איז טייער דאס וואס איין איד ווינטשט דעם אנדערן מיט גוטע, הארציקע ברכות, און טיפע ווינטשן פונעם הארצן; איז דאס ביים אויבערשטן טייערער אפילו פון תפילותיהם של ישראל. איז דאס דארף זיין אין דעם אמת. וואס איז ראש השנה? דאס מיינט תפילה, דאס איז דאווענען און מתפלל זיין און מיט בקשות און מיט מעורר זיין רחמים רבים, און בעטן אז ס'זאל זיין א גוט געבענטשט יאר. דארף מען אבער געדענקען, אז ווען עס קומט צו גיין ראש השנה, דארף זיין דער ענין פון ״אתם נצבים היום כולכם״, לאחדים כאחד, מחזק זיין צווישן זיך דעם אמת'ן אהבת ישראל און די אמת'ע אחדות ישראל, אז ״איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק״.

19:40 ולהתפלל ולבקש שלכל יהודי תהיה אכן כתיבה וחתימה טובה, שנה טובה ומתוקה, בגשמיות וברוחניות גם יחד. ולא רק להתפלל ולבקש, אלא גם לאחל בפועל ממש זה לזה בחום, מכל הלב, במאור פנים, בפנים מאירות. עד שהרבי הנהיג שבראש השנה ילכו גם לכל מיני מקומות שבהם נמצאים יהודים שלא היו הולכים לבית הכנסת, יתקעו עבורם בשופר, ידברו איתם על עניינו של ראש השנה, יעוררו אותם וישמחו אותם. בכל מיני מקומות שבהם יהודים נמצאים לבדם, שבהם נמצאים אנשים, [לא ברור] וזה עניין של אהבת ישראל ואחדות ישראל. ועודדו אותם בתקיעות, בשופר במיוחד. יש קשר מיוחד. [לא ברור] יום השלישי, ונאמר בפסוק שביום השלישי כתוב פעמיים ״כי טוב״: טוב לשמים וטוב לבריות. [לא ברור] שיש פעולה, מצווה, שהיא גם טוב לשמים וגם טוב לבריות. [לא ברור] כשהנשמה יורדת לעולם, זה [לא ברור] ברוחניות ובפרט בגשמיות.

19:40 און מתפלל זיין און בעטן, אז ביי יעדער איד זאל זיין טאקע א כתיבה וחתימה טובה, א שנה טובה ומתוקה, בגשמיות וברוחניות גם יחד. און נישט נאר מתפלל זיין און בעטן, נאר אויך בפועל ממש ווינטשן איינער דעם אנדערן מיט א ווארעמקייט, מיט א הארציקייט, מיט א מאור פנים, מיט א ליכטיגן פנים. און ביז ווען דער רבי האט איינגעפירט, אז ראש השנה זאל מען גיין אויך אין כל מיני ערטער וואו עס געפינען זיך אידן וואס זיי וואלטן נישט געגאנגען אין שול, און בלאזן פאר זיי שופר, און רעדן צו זיי וועגן דעם ענין פון ראש השנה, און מעורר זיין ביי זיי, פריילעך מאכן זיי. אין כל מיני מקומות וואו אידן אליין, וואו מענטשן געפינען זיך, [לא ברור] און דאס איז אן ענין של אהבת ישראל ואחדות ישראל. און מען האט זיי מעודד געווען מיט תקיעות, מיט שופר בפרט. ס'איז דא א קשר מיוחד. [לא ברור] יום השלישי, און עס שטייט אין פסוק אז יום השלישי, צוויי מאל שטייט ״כי טוב״: טוב לשמים וטוב לבריות. [לא ברור] אז איז דא א פעולה, א מצוה, וואס דאס איז סיי טוב לשמים, סיי טוב לבריות. [לא ברור] ווען די נשמה קומט אראפ בעולם, איז דאס [לא ברור] אין רוחניות ובפרט בגשמיות.

21:10 זה קשור לכך שעל ידי אהבת ישראל ואחדות ישראל, [לא ברור], הקדוש ברוך הוא עושה כלי מחזיק ברכה לישראל. ״לא מצא הקדוש ברוך הוא כלי מחזיק ברכה לישראל אלא השלום״. כלומר, האחדות היא כלי לברכות. שיימשכו ברכות בכל העולם, ושתהיה לנו שנה טובה ומבורכת, שנת אורה, שנת ברכה, שנת גאולה, [לא ברור], שכל השנה תהיה טובה, שנת תורה, שנת תפילה, שנת תשובה, שנת תהילה, גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו. ועוד השנה ממש.

21:10 דאס איז שייך צו דעם, אז דורך אהבת ישראל ואחדות ישראל, [לא ברור], דער אויבערשטער מאכט א כלי מחזיק ברכה לישראל. ״לא מצא הקדוש ברוך הוא כלי מחזיק ברכה לישראל אלא השלום״. דאס הייסט, אחדות איז א כלי פאר ברכות. אז עס זאלן נמשך ווערן ברכות אין דער גאנצער וועלט, און מיר זאלן האבן א גוט געבענטשט יאר, שנת אורה, שנת ברכה, שנת גאולה, [לא ברור], א גאנץ יאר זאל זיין גוט, שנת תורה, שנת תפילה, שנת תשובה, שנת תהילה, גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו. און דאס יאר ממש.