לעבן חסידות · פרק 189 · 2025-08-06 · 20:46
?פרשת ואתחנן (תשפ"ה) "אעברה נא ואראה" פארוואס האט משה געוואלט אריינגיין אין ארץ ישראל
תיאור הפרק
לקוטי תורה ד״ה ואתחנן שם פרשת צו ד״ה והניף מאמרי לג בעומר תשלז ועוד
השמע המקורי · הערך על הרב אשר פרקש בחב"דפדיה
תמלול אוטומטי מהשמע, ותרגום מכונה לעברית. קישורים לחב"דפדיה נוספו אוטומטית.
00:00 חסידים מספרים שזה היה בימי אדמו"ר המהר"ש. אדמו"ר המהר"ש התגורר בליובאוויטש. באותם ימים היו גם תקופות שבהן לא הגיעו חסידים רבים מכל הסביבה. היו בליובאוויטש משפחות שכל פרנסתן הייתה מאכסניות לחסידים. ליובאוויטש הייתה עיירה קטנה, כפר קטן, והייתה בה עוני רב. פרנסתן של משפחות רבות בליובאוויטש באה מהחסידים שהגיעו לרבי. החסידים באו לרבי, התארחו באכסניות ושילמו על האירוח. אלה היו מעין בתי מלון קטנים; לכל אחד הייתה מעין אכסניה, ומזה חיו היהודים בליובאוויטש. הייתה תקופה שבה הגיעו פחות חסידים, ציבור קטן יותר, ורבים מהיהודים שזו הייתה כל פרנסתם נעשו עניים מאוד, והדבר החמיר עוד יותר את מצבם. פעם בא אחד החסידים שהתגורר בליובאוויטש. ולא זו בלבד, הוא גם לא גר קרוב כל כך. היה לו בית קטן מעט רחוק, מחוץ לעיירה, מחוץ לכפר. לכן, כשהחסידים הגיעו לליובאוויטש, פחות אנשים באו אליו. קודם כול חיפשו אכסניות קרובות לחצרו של הרבי, לד' אמותיו של הרבי, כמו שאומרים. כן, אבל מי שלא היה לו כל כך הרבה כסף הלך רחוק יותר.
00:00 חסידים דערציילן אז ס'איז געווען ביים רבי'ן מהר"ש. דער רבי מהר"ש האט געוואוינט אין ליובאוויטש. און אין יענע צייטן איז געווען צייטן וואס ס'איז נישט געווען אזוי, אז אסאך חסידים זענען געקומען ארום און ארום. ס'זענען געווען משפחות אין ליובאוויטש וואו זייער גאנצע פרנסה איז געווען פון אכסניות פאר חסידים. ליובאוויטש איז געווען א קליין שטעטל, א קליין דארף, און ס'איז געווען אסאך ארעמקייט. און די פרנסה פון אסאך משפחות אין ליובאוויטש איז געווען פון דעם וואס חסידים זענען געקומען צום רבי'ן. חסידים זענען געקומען צום רבי'ן, און ממילא האבן זיי איינגעשטאנען אין די אכסניות און האבן געצאלט פאר די אכסניות. ס'זענען געווען אזוי ווי קליינע האטעלן, אזוי ווי יעדער האט געהאט א קרעטשמע, און פון דעם האבן די אידן געלעבט אין ליובאוויטש. ס'איז געווען א תקופה וואס ס'איז געווען ווייניגער, א קלענערער עולם איז געקומען, און אסאך פון די אידן וואס דאס איז געווען זייער גאנצע פרנסה זענען געווארן זייער ארעם, און דאס האט זיי נאך געמאכט נאך מער ארעם. איז אמאל געקומען איינער פון די חסידים וואס האט געוואוינט אין ליובאוויטש. נישט נאר דאס, ער האט געוואוינט נישט אזוי נאנט. ער האט געהאט א שטיבל וואס איז געווען א ביסל ווייט, ארויס פון שטעטל, ארויס פון דארף. און ממילא זענען ווייניגער מענטשן געקומען צו אים, ווען חסידים זענען געקומען אין ליובאוויטש. די ערשטע זאך האט מען געזוכט די אכסניות וואס זענען געווען נאנט צום רבי'נס הויף, ווי מען זאגט, דעם רבי'נס ד' אמות. יא, אבער די וואס האבן נישט געהאט אזוי פיל געלט זענען געגאנגען ווייטער.
01:31 אצלו הפרנסה הייתה קשה, מפני שלא גר קרוב כל כך. ובפרט כשהציבור לא הגיע, המקום היה ממש ריק, ולצערו היו לו קשיים יום־יומיים. החסיד בא לאדמו"ר המהר"ש ואמר: ״רבי, המצב קשה מאוד. אין לי מה לתת לילדים לאכול. אנשים לא באים, הם לא כאן, הם לא כאן, הם לא כאן, הם לא כאן. איך אפרנס את הילדים?״ אדמו"ר המהר"ש אמר לו: ״אל תדאג. אם ירצה השם, לשבת הזאת תגיע חבורה גדולה, הם יתארחו אצלך בבית, ואם ירצה השם תהיה לך מזה הכנסה, פרנסה.״ החסיד שמח מאוד לשמוע ברכה כזאת, דבר כזה. הוא הלך הביתה ואמר לאשתו שצריך לקנות מצרכים, לקנות בשר, לקנות לחמניות. הוא קנה בהקפה, כי לא היה לו כסף; קנה מה שיכול היה והתחיל להכין את כל הדרוש, על סמך מה שאמר הרבי: לשבת תגיע קבוצה גדולה של אורחים. הגיע יום חמישי בבוקר, ואחר כך חמישי בלילה ושישי בבוקר. בינתיים איש לא הגיע, המקום ריק. בכל פעם הוא יצא והסתכל אם אולי כבר הגיעו. בינתיים שקט, לא רואים דבר. כבר הגיע שישי בבוקר, שישי בצהריים, ועדיין שקט, איש לא בא, איש
01:31 איז ביי אים געווען שווער די פרנסה, ווייל ער האט נישט געוואוינט אזוי נאנט. און בפרט אז דער עולם איז נישט געקומען, איז ממש געווען ליידיג, און ער האט נעבעך געהאט שוועריקייטן אויף טאג טעגליך. איז ער געקומען, דער חסיד איז געקומען צום רבי'ן מהר"ש און געזאגט: „רבי, דער מצב איז זייער ביטער. איך האב נישט וואס צו געבן עסן צו די קינדער. מענטשן קומען נישט, און זיי זענען נישט דא, זיי זענען נישט דא, זיי זענען נישט דא, זיי זענען נישט דא. ווי אזוי זאל איך ברענגען די יונגלעך אין לעבן?“ דער רבי מהר"ש האט אים געזאגט: „זארג נישט. אם ירצה השם, אויף דעם שבת וועט קומען א גרויסע חבורה, און זיי וועלן איינשטיין ביי דיר אין שטוב, און אם ירצה השם וועט דאס געבן א הכנסה, פרנסה.“ נו, דער חסיד איז געווען זייער צופרידן, געהערט אזא מין ברכה, אזא מין זאך. איז ער געגאנגען אהיים און געזאגט דער פרוי אז מ'דארף קויפן זאכן, קויפן פלעש, קויפן ברויטלעך. גענומען אויף בארג, נישט געהאט קיין געלט, האט געקויפט וואס ער האט געקענט און אנגעהויבן צוגרייטן און מאכן אלע ענינים, אויף וואס דער רבי האט געזאגט: אויף שבת וועט קומען א גרויסע קבוצה פון אורחים. נו, ס'קומט צו גיין פרי דאנערשטאג און דאנערשטאג ביינאכט און פרייטאג אין דער פרי. דערווייל קיינער קומט נישט, ס'איז ליידיג. איז ער יעדעס מאל ארויסגעגאנגען פון דארט און געקוקט און געזען, אפשר זענען זיי געקומען. דערווייל איז שטיל, מ'זעט נישט גארנישט. ס'איז שוין געקומען פרייטאג אין דער פרי, פרייטאג מיטאג, דערווייל איז שטיל, קיינער קומט נישט, קיינער
02:59 לא נראה, איש לא הולך לשם. החסיד ראה את המצב ורץ שוב לחצרו של הרבי לראות מה קורה. הוא הכין הכול, לווה כסף וקנה בהקפה. מי יבוא, מה יהיה עכשיו? הוא עדיין לא רואה את הישועה. כשהגיע לחצרו של הרבי, בדיוק ישב אז אדמו"ר המהר"ש במרפסת. המרפסת הייתה במקום מוגבה בחצרו, והרבי ישב שם. כן, זה היה יום יפה ושמשי מאוד, והרבי ישב בחצרו והביט דרך החלון. החסיד ניגש אליו, מבולבל כל כך, מיואש כל כך ועני כל כך, וצעק: ״רבי, רבי! הם לא באים. עד עכשיו איש לא הגיע. מה יהיה? הכנתי והכנתי. הרבי אמר שהם יבואו.״ אדמו"ר המהר"ש נעמד והביט. כן, כמו אדם המביט למרחוק, הוא מסתכל, מסתכל, מסתכל, ואדמו"ר המהר"ש אומר: ״אל תדאג, הם עוד יבואו.״ כן, תהיה רגוע, לך הביתה. אם ירצה השם, יהיה כפי שהרבי אמר, תהיה שבת שמחה. החסיד שמע זאת, הלך הביתה ועמד לחכות ולראות מה יקרה. הם חיכו ממש עד דקות ספורות לפני הדלקת נרות שבת. עוד רגע, עוד רגע, עוד רגע, עוד רגע, הקדוש ברוך הוא
02:59 זעט נישט, קיינער גייט נישט. דער חסיד, ער זעט דעם מצב ווי ס'איז אזוי, איז דער חסיד ווייטער געלאפן צום רבי'ן אין הויף, צום רבי'ן אין חצר, און זען וואס גייט פאר. ער האט צוגעגרייט, האט איינגעבארגט געלט און גענומען אויף בארג. ווער וועט, וואס וועט זיין איצט דא? ער זעט נאך נישט די ישועה. ווי ער איז געקומען צום רבי'ן אין חצר, איז פונקט דער רבי מהר"ש געזעסן דעמאלט ביי א באלקאן. ווייסטו, ס'איז געווען אויף א פלאץ וואס איז געווען א העכערער אזא באלקאן, וואס דער רבי איז געזעסן דארט ביי אים אין חצר. יא, ס'איז געווען א שיינער, דיקער זוניקער טאג, און דער רבי איז געזעסן ביי אים אין חצר און געקוקט אין פענצטער. איז דער חסיד צוגעקומען, און אזוי געווען אזוי צומישט, אזוי פארצווייפלט און אזוי פארארעמט, האט ער געמאכט א געשריי: „רבי, רבי! זיי קומען נישט, דערווייל איז קיינער נישט געקומען. וואס וועט זיין? איך האב צוגעגרייט און צוגעגרייט. דער רבי האט געזאגט אז זיי וועלן קומען.“ דער רבי מהר"ש האט זיך אזוי אוועקגעשטעלט און א קוק געטאן. יא, אזוי ווי איינער קוקט פון דער ווייט, איז ער אזוי, קוקט ער, קוקט ער, קוקט ער, און דער רבי מהר"ש זאגט: „זארג נישט, זיי וועלן נאך קומען.“ יא, זיי רואיג, גיי צו זיך אהיים. יא, אם ירצה השם, ס'וועט זיין, אם ירצה השם, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט, ס'וועט זיין א פריילעכער שבת. נו, דער חסיד הערט אזוי א זאך, איז אהיים געגאנגען, געשטאנען און געווארט צו זען וואס גייט פאר. נאר זיי האבן געווארט ממש עטליכע מינוט פאר ליכטיגן שבת, אט, אט, אט, אט, דער קודשא בריך הוא
04:29 כבר יורד. החסיד יוצא שוב החוצה, ועדיין אין ישועה. אבל בדיוק דקות ספורות לפני שבת, פתאום הוא רואה משהו: הוא עומד ושומע רעש, וסוסים ועגלות של שיירה שלמה מתקרבים בריצה. הם הגיעו ברגע האחרון, אליו ואל הרבי, ואמרו: ״באנו מאוחר, אבל אנחנו מוכרחים למצוא מקום לשבת. יש לך מקום בשבילנו לשבת?״ החסיד קיבל אותם בחיוך גדול ובשמחה רבה. הוא פתח את ביתו; היו לו אוכל מוכן, מיטות וכל מה שהיה דרוש לכל החבורה. וברוך השם, הייתה להם שבת שמחה מאוד, והם היו יחד עם הרבי בשבת. היה להם מה לשיר ומה לומר. הם התוועדו, אכלו ושתו, ושמחו מאוד. אחרי שבת, כשהציבור נסע לדרכו, החסיד חזר לרבי להודות לו על הנס הגדול שאירע שם. הוא אמר: ״רבי, ממש מופת! לא היו שום [לא ברור], ופתאום הרבי דאג שציבור כזה יגיע דקה לפני שבת.״ אדמו"ר המהר"ש אמר: ״לא היה כאן שום מופת גדול. פשוט ישבתי במרפסת. כשיושבים במקום גבוה יותר והשמש זורחת, רואים למרחק גדול יותר.״
04:29 גייט שיין אראפ. דער חסיד גייט שיין ארויס, אזוי איז עס נאך ניט קיין ישועה. אבער פונקט עטליכע מינוט פאר שבת, פלוצלינג זעט ער א סיטואציע: ער שטייט און הערט א רעש, און עס קומען צולויפן פערד און וואגנס פון א גאנצער שיירא. זיי זענען געקומען די לעצטע מינוט און אנגעקומען צו אים און דעם רבין. און זיי זאגן: „מיר זענען געקומען שפעט, אבער מיר מוזן זיין אויף א פלאץ פאר שבת. האסטו פאר אונז א פלאץ צו זיין אויף שבת?“ קומט אן דער חסיד מיט דעם גאנצן שמייכל און מיט דער גרויסער שמחה. ער האט געעפנט די שטוב, האט געהאט גרייט עסן, מיט בעטן, מיט אלע זאכן וואס מען האט געדארפט פאר דער גאנצער חבורה. און ברוך השם, מען האט געהאט א מורא׳דיגן פריילעכן שבת, און זיי זענען געווען אינאיינעם שבת מיט דעם רבין. און זיי האבן געהאט וואס צו זינגען און צו זאגן. מען האט פארבראכט און געגעסן און געטרונקען, און זיי זענען געווען גאר פריילעך. נאך שבת, ווען עולם איז צופארן, איז דער חסיד געגאנגען צוריק צום רבין זיך צו באדאנקען און דאנקען דעם רבין פאר דעם גרויסן נס וואס דארט איז פאסירט. און ער האט געזאגט: „רבי, ממש א מופת! ס׳זענען געווען קיין שום [לא ברור], פלוצלינג האט דער רבי צוגעשטעלט אז אזא עולם זאל קומען צו גיין א מינוט פאר שבת.“ יא, דער רבי מהר״ש האט געזאגט: „דא איז גאר ניט געווען קיין גרויסער מופת. איך האב פשוט געזעסן אויף דעם באלקאן. אז מען זיצט אויף א העכערן ארט, און די זון שיינט, זעט מען ווייטער.“
05:54 במקום גבוה יותר, וכשהשמש זורחת, רואים רחוק יותר. ממילא יכולתי לראות הרבה יותר רחוק, וראיתי שהם באים. את כל זה השיב אדמו"ר המהר"ש. אצל חסידים נשאר הסיפור הזה, האמירה הזאת: כשעומדים על פסגה, כשנמצאים במקום גבוה יותר והשמש זורחת, אפשר לראות הרבה יותר לעומק והרבה יותר רחוק. ובפרשה של היום אנו מוצאים שמשה רבינו מבקש מהקב"ה להיכנס לארץ ישראל. משה רבינו אומר לקב"ה: "ואתחנן אל ה' בעת ההיא לאמר, ה' אלקים, אתה החלות להראות את עבדך את גדלך". משה רבינו מבקש מהקב"ה: "אעברה נא ואראה את הארץ הטובה" — הוא רוצה להיכנס לארץ ישראל. הוא רוצה להיות בארץ ישראל. [לא ברור] הוא מבקש. והקב"ה אומר לו: "אל תוסף דבר אלי עוד בדבר הזה". אינני רוצה לשמוע ממך, אל תבקש עוד, אל תתפלל עוד. אתה תישאר כאן. הקב"ה אומר לו: "עלה ראש הפסגה", "וראה בעיניך" — אני אראה לך, אבל "כי לא תעבור את הירדן הזה". אינך יכול להיכנס לארץ ישראל. על ההישארות הזאת יש דרושים שלמים. ידוע שהקב"ה אמר למשה רבינו שהוא צריך להישאר עם דורו. כשיבוא משיח, משה רבינו ייכנס יחד עם כל היהודים לארץ ישראל. מה הייתה כל הסערה הזאת, שמשה רבינו
05:54 אויף א העכערן ארט, און די זון שיינט, זעט מען ווייטער. עס איז ממילא, איך האב געקענט זען אסאך ווייטער און געזען אז זיי קומען צו גיין. אלץ דאס האט דער רבי מהר״ש געענטפערט. איז ביי חסידים געבליבן דער סיפור, דער ווארט, יא, אז מען שטייט אויף א פסגה, אז מען שטעלט זיך אוועק אויף א העכערן ארט און אז די זון שיינט, קען מען זען אסאך טיפער און אסאך ווייטער. און אין היינטיקער פרשה געפינען מיר משה רבינו בעט ביים אויבערשטן אז ער וויל אריינגיין אין ארץ ישראל. משה רבינו זאגט צום אויבערשטן: „ואתחנן אל ה׳ בעת ההיא לאמר, ה׳ אלקים, אתה החלות להראות את עבדך את גדלך.“ משה רבינו בעט ביים אויבערשטן: „אעברה נא ואראה את הארץ הטובה“ — ער וויל אריינגיין אין ארץ ישראל. ער וויל זיין אין ארץ ישראל. [לא ברור] ער בעט. און דער אויבערשטער זאגט אים: „אל תוסף דבר אלי עוד בדבר הזה.“ איך וויל ניט הערן פון דיר, בעט ניט מער, זיי ניט מער מתפלל. יא, דו וועסט בלייבן דא. יא, דער אויבערשטער זאגט אים: „עלה ראש הפסגה“, יא, „וראה בעיניך“ — איך וועל דיר ווייזן, אבער „כי לא תעבור את הירדן הזה“. דו קענסט ניט אריינגיין אין ארץ ישראל. דאס בלייבן — עס זענען דא גאנצע דרושים, עס איז ידוע אז דער אויבערשטער האט געזאגט משה רבינו אז ער דארף בלייבן מיט זיין דור. ווען עס וועט קומען משיח, וועט משה רבינו אריינגיין מיט אלע אידן צוזאמען אין ארץ ישראל. וואס איז געווען דער גאנצער שטורעם, וואס משה רבינו
07:55 מבקש מהקב"ה להיכנס לארץ ישראל? נשאלת השאלה. הגמרא בעצם שואלת את השאלה הזאת. הגמרא במסכת סוטה שואלת: מה דחף את משה להיכנס לארץ ישראל? "וכי לאכול מפריה הוא צריך? או לשבוע מטובה הוא צריך?" משה רבינו רצה להיכנס לארץ ישראל כדי לאכול את פירותיה, ליהנות מיופייה של ארץ ישראל? אומרת הגמרא: לא. הוא רצה לקיים את המצוות התלויות בארץ. משה רבינו רצה לקיים את המצוות התלויות בארץ. כל חייו של משה רבינו היו — "זכרו תורת משה עבדי" — הוא חי עם תורה ומצוות, והוא השתוקק מאוד ורצה להיכנס לארץ ישראל כדי שיוכל לקיים את המצוות התלויות בארץ. זה היה כל עולמו, כל כוחו, כל חיותו, כל היסוד שלו; זה היה הוא. וריבונו של עולם אמר לו שלא יוכל לעשות זאת. אבל כאן נשאלת השאלה: מהי השאלה? הרי רואים שבפסוק כתוב דבר אחר. בפסוק כתוב: "אעברה נא ואראה". לא כתוב "אעברה נא ואקיים מצוותיו". כתוב דבר אחר. בפסוק יש מילה אחת: משה רבינו מבקש, הוא רוצה לראות. "אעברה נא ואראה את הארץ הטובה" — הוא רוצה לראות את הארץ. מה עניינה של ראיית הארץ כאן? מדוע לשון הפסוק היא "לראות"? ולא רק זאת: כשהקב"ה אמר לו שלא יראה את הארץ, מה כתוב בפסוק? הקב"ה אמר לו: "אל תוסף דבר אלי"...
07:55 בעט ביים אויבערשטן אריינצוגיין אין ארץ ישראל? פרעגט זיך די שאלה. די גמרא פרעגט די שאלה בעצם. די גמרא אין מסכת סוטה פרעגט: וואס האט משה געשטופט אריינצוגיין אין ארץ ישראל? „וכי לאכול מפריה הוא צריך? או לשבוע מטובה הוא צריך?“ משה רבינו האט געוואלט אריינגיין אין ארץ ישראל אפצואסן די פירות, הנאה האבן פון די שיינקייט פון ארץ ישראל? זאגט די גמרא: ניין. ער האט געוואלט מקיים זיין די מצוות התלויות בארץ. משה רבינו האט געוואלט מקיים זיין די מצוות התלויות בארץ. משה רבינו׳ס גאנץ לעבן איז געווען — „זכרו תורת משה עבדי“ — און ער איז געגאנגען מיט תורה ומצוות, און ער האט שטארק געבענקט און געוואלט אריין אין ארץ ישראל, כדי צו קענען מקיים זיין די מצוות התלויות בארץ. און דאס איז געווען זיין גאנצע, זיין גאנצע איבערלעבן, זיין גאנצער כח, זיין גאנצע חיות, זיין גאנצער יסוד, דאס איז ער געווען. און דער רבונו של עולם האט אים געזאגט אז ער וועט דאס נישט קענען דורכפירן. אבער דא פרעגט זיך די שאלה: וואס איז די פראגע? ווי מען זעט, אין פסוק שטייט אן אנדער זאך. אין פסוק שטייט: „אעברה נא ואראה“. עס שטייט נישט „אעברה נא ואקיים מצוותיו“. עס שטייט אן אנדער זאך. אין פסוק שטייט איין ווארט: משה רבינו בעט, ער וויל זען. „אעברה נא ואראה את הארץ הטובה“ — ער וויל זען דאס לאנד. וואס איז דא דאס זען דאס לאנד, וואס איז דער לשון פון פסוק „זען“? און ניט נאר דאס: בשעת דער רבונו של עולם האט אים געזאגט אז ער וועט ניט זען דאס לאנד, וואס שטייט אין פסוק? דער רבונו של עולם האט אים געזאגט: „אל תוסף דבר אלי“...
09:34 "עלה ראש הפסגה וראה בעיניך". כלומר, הקב"ה אמר לו שהוא דווקא יראה. מצד אחד, משה רבינו רוצה להיכנס לארץ ישראל כדי לראות, והקב"ה אומר לו: לא, לא תיכנס. אבל מצד שני, הקב"ה אומר לו: אתה דווקא תראה אותה, אבל מרחוק. "עלה ראש הפסגה וראה בעיניך". אתה רוצה לראות? אתה יכול לראות, אבל מרחוק. מה עניינה של הראייה הזאת מרחוק? בהמשך לכך אנו מוצאים שכאשר אחר כך נמשך כל ה[לא ברור] של הקב"ה עם משה רבינו, כתוב: "ועתה ישראל שמע אל החוקים והמשפטים". כאן לא כתוב לראות, כאן כתוב "שמע", לשמוע. ובהמשך הפרשה: "שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד". אדמו"ר הזקן מבאר שבפסוקים האלה אנו מוצאים את כל העניין שמשה רבינו רצה לפעול בכך שיהיה בארץ ישראל. כניסתו של משה רבינו לארץ ישראל, שעליה ביקש בתקט"ו תפילות, הייתה בשביל "ואראה". משה רבינו רצה לפעול שיהיה עניין של ראייה באלקות. יש בעבודת ה' שתי מדרגות. יש עבודת ה' באופן של ראייה, ויש עבודת ה' באופן של שמיעה. יש עבודת ה' בדרך של שמיעה: הבנה, השגה, לימוד, תפילה, התבוננות והגעה להשגה באלקות. ויש עבודת ה' באופן של ראייה. הוא לא רק מבין, הוא רואה. יש בכך בהירות. היא נקייה, היא ברורה, היא
09:34 עלה ראש הפסגה וראה בעיניך. איז ווייטער: דער אויבערשטער האט אים געזאגט, דו וועסט יא זען. איז פון איין זייט, משה רבינו וויל אריינגיין אין ארץ ישראל צו זען, און דער אויבערשטער זאגט אים: ניין, דו וועסט נישט אריינגיין. אבער לאידך גיסא, דער אויבערשטער זאגט אים: דו וועסט דאס יא זען, אבער פון דער ווייטנס. עלה ראש הפסגה וראה בעיניך. ווילסט זען, קענסטו זען, אבער פון דער ווייטנס. וואס איז דאס, דער זען פון דער ווייטנס? ווייטער, נאך דעם, געפינען מיר, אז ווען נאך דעם ווערט דער גאנצער [לא ברור] פון דעם אויבערשטן מיט משה רבינו, שטייט ווייטער: ועתה ישראל שמע אל החוקים והמשפטים. דא שטייט נישט זען, דא שטייט שמע, הער. און אזוי ווייטער אין דער פרשה: שמע ישראל ה׳ אלקינו ה׳ אחד. איז מבאר דער אלטער רבי, אז אין די פסוקים געפינען מיר דעם גאנצן ענין וואס משה רבינו האט געוואלט ביים זיך פועל׳ן זיין אין ארץ ישראל. די כניסה פון משה רבינו, דער אריינגאנג פון משה רבינו אין ארץ ישראל, וואס ער האט געבעטן מיט תקט״ו תפילות אויף אריינגיין אין ארץ ישראל, איז געווען „ואראה“. משה רבינו האט געוואלט פועל׳ן, אז עס זאל זיין דער ענין פון ראייה אין אלקות. ס׳פאראן אין עבודת ה׳ צוויי מדריגות. ס׳פאראן עבודת ה׳ באופן של ראייה, און ס׳פאראן עבודת ה׳ באופן של שמיעה. ס׳פאראן דינען דעם אויבערשטן בדרך שמיעה, הבנה, השגה, פארשטאנד, לערנען, דאווענען, זיך מתבונן זיין, און קומען צו השגה אין אלקות. ס׳פאראן עבודת ה׳ באופן של ראייה. נישט נאר ער פארשטייט, ער זעט. איז דא א קלארקייט. זי איז ריין, זי איז קלאר, זי איז
11:20 ראייה. כשאדם שומע על דבר, זהו חידוש בשבילו. הוא לא ראה אותו. הוא לא יודע מהו. אי אפשר לראות אותו. זה חידוש, זה מופרך בעיניו, אין לו שייכות לזה. בא מישהו ומספר לו דבר חדש, כדי שיידע שיש כך וכך. אז קודם כול, הדבר לא נקלט אצלו. דבר שאדם מעולם לא ראה, שאין לו שום השגה בו והוא לא יודע מהו, צריך להכניס אותו להבנתו. צריך להתבונן בו, עם הסבר ועוד הסבר ועוד הסבר, עד שהוא מבין: אה, זה יכול להיות. אבל ההבנה היא תמיד חידוש. היא דבר נוסף, היא לא האדם עצמו. הוא יודע שההבנה יכולה תמיד להשתנות. הוא לא הבין נכון; בא מישהו עם קושיות, מפריך את הבנתו ואומר: לא הבנת, הבנת בצורה עקומה. ואז הוא מבין אחרת. יש שינויים, יש חולשות, עד שיכול להיות הפסק גמור וכל העניין ייפול. למה? כי ההבנה הזאת, מלכתחילה, לא נעשתה עצם אחד עם האדם. היא דבר נוסף, היא חידוש. ראייה היא בהירות. ראייה היא ודאות. כשאדם רואה דבר, אין לו ספק. כפי שהגמרא אומרת, כשאדם ראה דבר, הדבר ודאי אצלו. לא שייך שאצלו יהיה אחרת. לכן "אין עד נעשה דיין". ההלכה אומרת שאדם שהוא עד, שראה, אינו יכול
11:20 ראייה. בשעת א מענטש הערט א זאך, איז דאס א חידוש. ער האט דאס נישט געזען. ער ווייסט נישט וואס דאס איז. עס קען מען נישט זען. איז א חידוש. איז מופרך. ער האט נישט קיין שייכות צו דעם. קומט צו גיין איינער און ער דערציילט אים א חידוש, אז ער זאל וויסן אז ס׳איז דא כך וכך. איז די ערשטע זאך, עס לייגט זיך נישט ביי אים אפ. א זאך וואס א מענטש האט קיינמאל נישט געזען, ער האט קיין השגה נישט אין דעם, ווייסט נישט וואס דאס איז, דארף מען אים דאס איינשפייזן, דארף מען זיך מתבונן זיין, מיט א הסבר, מיט נאך א הסבר, נאך א הסבר, ביז ער פארשטייט אז, אוי, דאס דא קען זיין. אבער דער פארשטאנד איז אלע מאל א חידוש. איז א דבר נוסף. ס׳איז נישט ער אליין. ער האט געוואוסט אז דער פארשטאנד קען זיך אלע מאל ווערן נשתנה. ער האט נישט פארשטאנען ריכטיג; קומט איינער מיט קשיות, פרעגט אפ און זאגט: האסט נישט פארשטאנען, האסט פארשטאנען קרום. איז דא, פארשטייט ער אנדערש. איז דא שינויים, זענען דא חלישות׳ן. ווי עס איז א הפסק אין גאנצן, דער גאנצער ענין וועט פאלן. פארוואס? ווייל דער גאנצער פארשטאנד מלכתחילה איז נישט נעשה עצם מיט דעם מענטשן. דאס איז א דבר נוסף, דאס איז א חידוש. ראייה איז א קלארקייט. ראייה איז א ודאות. א מענטש זעט א זאך, האט ער נישט קיין ספק. ווי די גמרא זאגט, אז א מענטש האט געזען א זאך, איז דאס א ודאי. איז נישט שייך אז ביי אים זאל זיין אנדערש. דערפאר איז אין עד נעשה דיין. די הלכה זאגט, א מענטש וואס איז אן עד, האט געזען, קען נישט
12:46 להיות דיין. דיין יכול לשמוע רק שני צדדים. כשאדם ראה דבר בעצמו, אין שני צדדים: זה כך ולא אחרת. אני ראיתי את זה בעצמי. והדיוק הוא: אני בעצמי ראיתי, בעצמי; זה נעשה דבר שלי. כשאני עצמי, ביני לבין עצמי, אינני מסופק, הדבר נעשה שלי, חלק מהמציאות שלי. ולכן הוא נעשה דבר פשוט. לא שייך אחרת. זה לא חידוש ולא דבר נוסף. זה אני עצמי. זה כך ולא אחרת. בעבודת ה׳, אלה שתי פנים שונות לגמרי של עבודת ה׳. הדרך הרגילה בעבודת ה׳ היא שמיעה. אדם חי בעולם. מה רואים? גשמיות. רואים דומם, רואים צומח, רואים בעלי חיים, רואים בני אדם, רואים עולם. רואים עולם, ממששים עולם, מרגישים את העולם. ראייה, שמיעה, ריח, טעם, מישוש. לאדם יש חיים גשמיים. זה מה שהוא רואה וזה מה שהוא מרגיש. אלוקות היא דבר קצת רחוק, דבר מנותק, עניין שנמצא הרחק ממנו. אני יכול ללמוד עליו ולהבין אותו, אבל זה לא אני עצמי. ולכן ייתכנו אצלי שינויים, שכחה, ספקות וכו׳. מה שאין כן עניין הראייה: ראייה היא פשיטות. אם אדם רואה, אין לו ספק. משה רבינו [לא ברור]. המדרגה של משה רבינו היא המדרגה של
12:46 ווערן קיין דיין. א דיין קען נאר הערן צוויי פארטייען. א מענטש האט געזען א זאך, איז נישטא קיין צוויי פארטייען. אז ס׳איז דאס און נישט אנדערש. איך האב דאס אליין געזען. און דער דיוק: איך האב דאס אליין געזען, אליין; דאס ווערט מיין אייגענע זאך. אז אויב איך אליין, מיט זיך אליין, האב איך נישט קיין ספק. די זאך איז געווארן אן אייגענע זאך, א חלק פון מיין מציאות. און דערפאר ווערט דאס א פשיטות. ס׳איז נישט שייך אנדערש. ס׳איז נישט קיין חידוש. ס׳איז נישט קיין דבר נוסף. דאס בין איך אליין. אז ס׳איז דאס און נישט אנדערש. אין עבודת ה׳, דאס זענען צוויי פנים, אין גאנצן אנדערע פנים אין עבודת ה׳. דער דרך הרגיל אין עבודת ה׳ איז שמיעה. א מענטש לעבט אין א וועלט. זען, וואס זעט מען? אין גשמיות. מען זעט דומם, מען זעט א צומח, מען זעט חיות, מען זעט מדבר, מען זעט א וועלט. מען זעט א וועלט, מען טאפט א וועלט, מען פילט די וועלט. ראייה, שמיעה, ריח, טעם, מישוש. א מענטש האט א גשמיות׳דיק לעבן. דאס איז וואס ער זעט און דאס איז וואס ער פילט. געטליכקייט איז א ביסל ווייטע זאך, אן אפגעריסענע זאך, אן ענין וואס געפינט זיך ווייט. איך קען לערנען וועגן דעם, פארשטיין וועגן דעם, אבער דאס איז נישט איך אליין. און דערפאר קען איך צוקומען צו שינויים, שכחה, ספקות, וכו׳. משא״כ דער ענין פון זען: ראייה איז פשיטות. אויב א מענטש זעט, איז דא נישט קיין ספק. משה רבינו האט [לא ברור]. די מדריגה פון משה רבינו איז די מדריגה פון
14:13 ראייה. אופן עבודת ה׳ של משה רבינו היה ראייה. בפסוק נאמר ״וירא ראשית לו״. זה נאמר על משה רבינו. הפירוש בספרי, בפרשת ברכה, הוא שזה נאמר על משה רבינו: הוא ראה. הקשר שלו לאלוקות היה בדרך ראייה. על משה רבינו נאמר: ״משה נולד, נתמלא הבית כולו אורה״. מיד כשמשה נולד, האור הזה, הבהירות של הראייה, היו המדרגה שלו. הוא רצה לפעול גם אצל יהודים את המדרגה הזאת. במתן תורה זה כבר היה. ובאחת הפרשיות נאמר: ״פנים בפנים דיבר ה׳ עמכם״. היהודים במתן תורה ראו אלוקות בראייה. וזה החדיר ביהודים את הפשיטות ואת האמונה הפשוטה ביחסם לקב״ה, שלא שייך אחרת. אבל משה רבינו רצה להיכנס לארץ ישראל ולפעול שזו תהיה המציאות בעולם, שזה יהיה אופן החיים. אילו משה רבינו היה נכנס עם היהודים לארץ ישראל, עבודת ה׳ של היהודים הייתה באופן של ראייה מלכתחילה. ולכן כתוב בספרים שאילו משה היה נכנס עם היהודים לארץ ישראל, לא היה חורבן ולא הייתה גלות. כי כשהעבודה היא באופן של ראייה, לא שייך אחרת. לא שייכים ספקות. העבודה היא מתוך ודאות. ראיית האלוקות היא ברורה, היא גלויה, ולא שייך אחרת. היא זועקת: ״מלוא כל הארץ״. המציאות של העולם זועקת אלוקות. דבר אחד: ״אתה הראת לדעת״.
14:13 ראייה. משה רבינו, זיין אופן אין עבודת השם איז געווען ראייה. שטייט אין פסוק „וירא ראשית לו“. דאס גייט אויף משה רבינו. פשט אין ספרי ברכה, אז דאס גייט אויף משה רבינו, ער האט געזען. זיין שייכות צו ג־טליכקייט איז געווען מיט דער ראייה. „משה נולד, נתמלא הבית כולו אורה“, שטייט אויף משה רבינו. גלייך ווי משה איז געבוירן, דאס הייסט די ליכטיקייט, די קלארקייט פון ראייה, דאס איז געווען זיין מדרגה. ער האט געוואלט פועל זיין ביי אידן אויך די מדרגה. ביי מתן תורה איז דאס שוין געווען. און עס שטייט אין איינעם פון די פרשיות: „פנים בפנים דיבר ה׳ עמכם“. אידן ביי מתן תורה האבן געזען, ראייה אלקות. און דאס האט דאך אריינגענומען אין די אידן די פשיטות און די אמונה פשוטה, אין דעם יחס צום אויבערשטן, אז ס׳איז נישט שייך אנדערש. אבער משה רבינו האט געוואלט אריינגיין אין ארץ ישראל, פועל זיין אז דאס זאל זיין די מציאות בעולם. אז דאס זאל זיין דער אופן החיים. אז אידן זאלן, ווען משה רבינו וואלט אריינגעגאנגען מיט אידן אין ארץ ישראל, וואלט די עבודת השם פון די אידן געווען באופן של ראייה גלייך מלכתחילה. און דערפאר שטייט אין ספרים אז ווען משה וואלט אריינגעגאנגען מיט אידן אין ארץ ישראל, וואלט נישט געווען קיין חורבן, וואלט נישט געווען קיין גלות. ווייל אז די עבודה איז באופן של ראייה, איז נישט שייך אנדערש. איז נישט שייך קיין ספקות. איז די עבודה מתוך ודאות. זען פון ג־טליכקייט איז קלאר, איז דייטליך, איז נישט שייך אנדערש. ס׳שרייט אין דעם מלוא כל הארץ. די מציאות פון וועלט שרייט אלקות. איין זאך: „אתה הראת לדעת“.
15:37 ״כי ה׳ הוא האלקים אין עוד מלבדו״ — ראייה. רואים את הדברים בבירור. אבל עדיין לא הגיע הזמן לכך. כאן אומר הקב״ה למשה: ״אל תוסף דבר אלי עוד בדבר הזה״. הדבר עוד יבוא מעצמו. הבקשה שלך תתקיים. משה התפלל; בוודאי זה יתקיים. כן, בוודאי. התורה אינה מספרת לנו על משה רבינו סיפורים שלא התקיימו. התורה מספרת לנו זאת כי בקשתו של משה רבינו היא בקשה אמיתית, והבקשה תתקיים, אבל לא עכשיו. ובהפטרה, הפטרת ״נחמו נחמו עמי״, נאמר: ״קול קורא במדבר פנו דרך ה׳״, ובהמשך נאמר: ״ונגלה כבוד ה׳ וראו כל בשר יחדיו כי פי ה׳ דיבר״. כשיבוא משיח יראו את הדברים האלה. העיניים ייפתחו, ויראו בעולם את כבוד ה׳. ״וראו כל בשר״ — הבשר הגשמי יראה אלוקות. העבודה באופן של ראייה היא העבודה של ״ולא ילמדו עוד איש את רעהו״ אצל משיח. כידוע, אדמו״ר הזקן מביא שכתוב שמשיח ילמד תורה את כל העולם כולו. ונשאלת השאלה: כל העולם כולו — איך זה ייתכן? משה רבינו, אברהם אבינו, והקל שבקלים, הפשוט שבפשוטים, כולם יושבים יחד ולומדים תורה מאותו משיח — איך זה יכול להיות? אומר אדמו״ר הזקן בלקוטי תורה, פרשת צו, במאמר של אחרון של פסח, שהגילוי של ״ולא ילמדו״ — משיח ילמד תורה בדרך ראייה. לראות, כולם יכולים. בשמיעה יש הבדלים. אחד קולט
15:37 „כי ה׳ הוא האלקים אין עוד מלבדו“ — ראייה. מ׳זעט די זאכן קלאר. אבער, ס׳איז נישט געקומען די צייט אויף דעם. דא זאגט דער אויבערשטער צו משה, „אל תוסף דבר אלי עוד בדבר הזה“. ס׳וועט דא אליין געוועזן צוקומען. דיין בקשה וועט מקויים ווערן. משה האט מתפלל געווען. זיכער וועט דאס מקויים ווערן. יא, זיכער, משה רבינו — די תורה דערציילט אונז נישט קיין מעשיות וואס זענען נישט מקויים געווארן. די תורה דערציילט אונז ווייל משה רבינו׳ס בקשה איז אן אמת׳ע בקשה. און די בקשה וועט מקויים ווערן, אבער לא עכשיו. און ס׳שטייט אין דער הפטרה, די הפטרה פון „נחמו נחמו עמי“, זאגט די הפטרה: „קול קורא במדבר פנו דרך ה׳“, שטייט ווייטער, „ונגלה כבוד ה׳ וראו כל בשר יחדיו כי פי ה׳ דיבר“. אט קומט משיח, וועט מען די זאכן זען. עס עפענען זיך די אויגן, און מ׳וועט זען אין וועלט דעם כבוד ה׳. „וראו כל בשר“ — דער בשר הגשמי וועט זען אלקות. די עבודה באופן של ראייה, דאס איז די עבודה פון „ולא ילמדו עוד איש את רעהו“ ביי משיח. ווי ס׳איז ידוע, וואס דער אלטער רבי ברענגט, אז ס׳שטייט אז משיח וועט מלמד זיין תורה את כל העולם כולו. פרעגט זיך די קשיא: כל העולם כולו, ווי איז שייך? משה רבינו, אברהם אבינו, און הקל שבקלים, פשוט שבפשוטים, אלע זיצן צוזאמען און האבן תורה פון דעם זעלבן משיח — ווי קען דאס זיין? זאגט דער אלטער רבי אין לקוטי תורה, פרשת צו, אין דעם מאמר פון אחרון של פסח, אז די גילוי פון „ולא ילמדו“ — משיח וועט לערנען תורה בדרך ראייה. ראייה קענען אלע זען. אין שמיעה איז דא חילוקים. איינער האט
17:16 יותר ואחד פחות, אחד מבין ואחד אינו מבין. אבל לראות, כולם יכולים. ״ולא ילמדו עוד איש את רעהו, כי כולם ידעו אותי״, והגילוי יהיה באופן של ראייה. משיח יראה אלוקות ליהודים, וממילא הדבר יהיה אצל כל היהודים בדרך פשיטות. והגילוי יהיה ״כולם ידעו אותי״. משה רבינו רצה לפעול שזה יהיה מיד, כבר עכשיו. על כך אומר לו הקב״ה: ״לא, עדיין לא הגיע הזמן. צריכה להיות עבודה, צריכה להיות עבודה בדרך שמיעה, בכוח עצמי; צריך להגיע מתוך שמיעה״. לכן הוא אומר אחר כך: ״ועתה ישראל שמע״. העבודה צריכה להיות באופן של שמיעה, מלמטה למעלה. אבל מה אומרים? זה יהיה בעבודה סודו. זו הדרך של היהודים: הדבר הוא חידוש עבורם, והעבודה צריכה להיות בדרך עצמית. וכל עובד צנע, שיהודי יעבוד את הקב״ה דווקא בדרך עצמית, ולא בדרך מתנה. אבל משה רבינו ביקש ורצה גם זאת — לא רק לעתיד לבוא, אלא גם עכשיו. וזה מה שנאמר בפרשה: הקב״ה אומר למשה רבינו ״עלה ראש הפסגה ושא עיניך״, ומראה לו. אומר הרבי, אומרת החסידות, שמשה רבינו פעל בדרך מקיף שגם בזמן הזה יהודי יכול להגיע לראיית אלוקות. ומעת לעת, בזמן מן הזמנים, אצל כל יהודי יש זמנים שבהם יש לו אור. האמת מאירה. הוא שומע את האמת. האמת נקלטת אצלו. הוא רק מעיף מבט מן הצד, אה, הדבר ודאי אצלו, לא שייך אחרת. יש רגעים כאלה, לפעמים בראש השנה, ביום כיפור,
17:16 מער, איינער ווייניקער, פארשטייט יא, פארשטייט נישט. אבער זען, אלע קענען זען. „ולא ילמדו עוד איש את רעהו, כי כולם ידעו אותי“, און ס׳וועט זיין די גילוי באופן של ראייה. משיח וועט באווייזן ג־טליכקייט צו אידן, און במילא וועט עס זיין ביי אלע אידן בדרך פשיטות. און דער גילוי וועט זיין „כולם ידעו אותי“. משה רבינו האט געוואלט ס׳זאל שוין פועל זיין גלייך עכשיו. דערויף זאגט אים דער אויבערשטער: „ניין, עדיין, ס׳איז נאך נישט געקומען די צייט. עס דארף זיין עבודה, עס דארף זיין עבודה בדרך שמיעה, כח עצמי, עס דארף מען פון שמיעה.“ דערפאר זאגט ער שפעטער, „ועתה ישראל שמע“. די עבודה דארף זיין אויף אן אופן פון שמיעה, מלמטה למעלה, אבער וואס זאגט מען? עס וועט זיין בעבודה סודו. וואס דאס איז דער דרך וואס די אידן האבן, ס׳איז פאר זיי א חידוש, צו זיין עבודה בדרך עצמי. און כל עובד צנע, אז א איד זאל דינען דעם אויבערשטן בדרך עצמי דווקא, נישט בדרך מתנה. אבער דער איד, משה רבינו, האט געבעטן, האט אויך געוואלט. נישט נאר אויף לעתיד לבוא, נאר אויך אצינד. און דאס איז וואס די פרשה זאגט, אז דער אויבערשטער זאגט צו משה רבינו: „עלה ראש הפסגה ושא עיניך“, און ווייזט אים. זאגט דער רבי, זאגט חסידות, אז משה רבינו האט גע׳פועל׳ט בדרך מקיף, אפילו בזמן הזה, אז א איד קען דאך אויך דא צוקומען צו ראייה אלקות. און לעתים מן העתים, בזמן מן הזמנים, ביי יעדן איד טרעפן זיך זמנים וואס ביי אים איז פאראן א ליכטיקייט. ס׳שיינט דער אמת. ס׳הערט זיך אזוי דער אמת. ס׳זעצט זיך ביי אים דער אמת. ער גייט א קוק נאר זייט, אה, עס איז אים ודאי, עס איז נישט שייך אנדערש. ס׳זענען דא מאמענטן, אמאל דער ראש השנה, יום כיפור,
18:52 [לא ברור] בפסוק יש רצון, יש אורות מיוחדים. [לא ברור] בפסוק. ומה פירוש השגחה פרטית נפלאה? אפילו ביום־יום רגיל, כן, כשבפסוק הזה יש עוד השגחה פרטית שאין לה סוף, אפשר לראות את האמת של האלוקות. ואז זה באופן של ראייה. משה רבינו רצה שאצל כל יהודי תהיה [לא ברור] הפשיטות, הבהירות, שיהודי יכול גם בזמן הזה להגיע לקשר הזה עם אלוקות. וכמובן, זה צריך להיות על ידי לימוד פנימיות התורה, ששם ישנו עניין הראייה. אבל איך אפשר לראות אלוקות? על ידי לימוד חסידות. ככל שלומדים יותר חסידות, אפשר כיום להגיע לראיית האלוקות באמת של העולם, שחסידות מגלה לנו, בכוחו של משה רבינו והאתפשטותא דמשה שבכל דרא ודרא. כך אפשר להגיע להתקשרות עם הקב"ה ועם אלוקות בדרך ראייה. וכפי ששמענו מהרבי כמה פעמים בשנים האחרונות, הרבי אמר כמה פעמים: „יהודים, פתחו את העיניים ותראו אלוקות בעולם, תראו שמשיח כבר נמצא כאן.“ הלשון „פתחו את העיניים“, עניין הראייה — זהו משה רבינו, ומשה רבינו שבדורנו, שרצה שליהודים תהיה שייכות לדרך הזו בעבודה. כשמתרוממים מעט, מזדככים, מתנקים קצת, והשמש של פנימיות התורה מאירה, אז
18:52 [לא ברור] אין פסוק איז רצון, איז אורות מיוחדות. [לא ברור] אין פסוק, און וואס הייסט א השגחה פרטית נפלאה? אפילו אין א טאג־טעגליכן טאג, יא, וואס ביי דעם פסוק איז נאך השגחה פרטית, וואס ער האט נישט קיין סוף, קען מען זען דעם אמת פון געטלעכקייט. און דעמאלט איז דאס באופן של ראייה. משה רבינו האט געוואלט ביי יעדן אידן, עס זאל זיין [לא ברור], די פשיטות, די ליכטיקייט, וואס א איד קען אפילו בזמן הזה צוקומען צו דעם קשר צו אלקות. און כמובן פשוט, דאס דארף זיין דורך לימוד פנימיות התורה. וואס דארטן איז דא דער ענין פון ראייה. איי, ווי קען מען זען אלקות? דורך דעם וואס מען לערנט חסידות, וואס מער מען לערנט חסידות, דערגרייכט מען היינט צו זען די געטלעכקייט אין דעם אמת פון דער וועלט וואס חסידות איז אונז מגלה, בכח פון משה רבינו, און די אתפשטותא דמשה שבכל דרא ודרא, אז מען קען אנקומען אז עס זאל זיין התקשרות מיט דעם אויבערשטן און אלקות בדרך ראייה. און ווי מען האט געהערט פון רבי'ן כמה פעמים די לעצטע יארן, דער רבי האט געזאגט כמה פעמים: „אידן, עפנט אויף די אויגן, וועט איר זען געטלעכקייט אויף דער וועלט, וועט איר זען אז משיח געפינט זיך שוין דא.“ די שפראך „עפנט אויף די אויגן“, דער ענין פון ראייה, וואס דאס איז דער משה רבינו, און דער משה רבינו שבדורנו, וואס האט געוואלט ביי אידן וואס דארפן א שייכות צו דעם דרך אין עבודה. כי זיך שטעלט מען א ביסל העכער, זיך מזכך, א ביסל מען פוצט זיך אפ, און די זון פון פנימיות התורה, די זון שיינט, איז דעמאלט
20:14 אפשר לראות גם הלאה. אפשר לראות איך גילוי המשיח כבר נמצא בעולם, וכבר מתכוננים למשיח שיבוא במהרה. ובפרט בזמן הזה, [לא ברור] תשעה באב, וכבר מתקרבים לחמשה עשר באב, ש„לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב“. כלומר, כבר יכול להיות, לעיני בשר ממש, הגילוי האמיתי והשלם, תיכף ומיד ממש, ה„נחמו נחמו עמי יאמר אלקיכם“, וה„ונגלה כבוד ה׳ וראו כל בשר יחדיו כי פי ה׳ דיבר“. אמן כן יהי רצון.
20:14 קען מען זען אויך ווייטער. קען מען זען ווי דער גילוי פון משיח געפינט זיך שוין בעולם, און מען גרייט זיך שוין אויף דעם מהרה משיח, און בפרט אין דעם זמן, [לא ברור] תשעה באב, און מען גייט שוין צו חמשה עשר באב, וואס „לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב“. דאס הייסט, עס קען שוין זיין, שוין בעיני בשר, דעם גילוי האמיתי והשלם, תיכף ומיד ממש, דעם „נחמו נחמו עמי יאמר אלקיכם“, און דעם „ונגלה כבוד ה׳ וראו כל בשר יחדיו כי פי ה׳ דיבר“. אמן כן יהי רצון.