תמלולי פודקאסטים · חב"ד Englishחב"דפדיה

לעבן חסידות · פרק 169 · 2025-03-17 · 19:27

פרשת פרה (תשפ״ה) "נתכרכמו פניו של משה", פילן דעם צער פון א צווייטן אידן

תיאור הפרק

פרשת פרה תשפ״ה אידיש נתכרכמו פניו של משה, פילן דעם צער פון א צווייטן אידן *שיחת פורים תשה שיחת פורים תש״כ שיחת שהת פרשת פרה תשמ״ו

תמלול אוטומטי מהשמע, ותרגום מכונה לעברית. קישורים לחב"דפדיה נוספו אוטומטית.

00:00 מספרים שכאשר אדמו"ר הרש"ב היה ילד קטן, הוא שיחק עם אחיו. לאדמו"ר הרש"ב היה אח גדול, ר' זלמן אהרן, שנקרא הרז"א. הרז"א היה מבוגר מאדמו"ר הרש"ב בערך בשנתיים. כשהיו ילדים, הם שיחקו, כדרכם של ילדים בחצרו של הרבי. ילדיו של אדמו"ר המהר"ש הרי גדלו בביתו של הרבי. הם ראו חסידים באים לשהות אצל הרבי, נכנסים ליחידות, נוסעים לרבי וחוזרים ממנו. לכן היו משחקים מדי פעם במשחק של חסיד ורבי. פעם אחת שיחקו כך: אדמו"ר הרש"ב התחפש לחסיד, והרז"א, שהיה האח הגדול, התחפש כביכול לרבי. הוא התיישב על ספסל, כאילו הוא הרבי היושב על ספסל. ואדמו"ר הרש"ב, ילד צעיר אולי בן שש או שבע, ואולי אפילו פחות, התכונן כמו חסיד: הוא חגר אבנט, ואולי חבש כובע, ועשה את כל ההכנות שעושים כשעומדים ליד הדלת לפני שנכנסים ליחידות. וכך נכנס אל אחיו, אל הרז"א, כמו שחסיד נכנס לרבי. הרז"א שאל אותו: ״מה אתה רוצה לבקש?״ והוא אמר: ״אני רוצה לבקש תיקון על עבירה שעשיתי״. ״מה העבירה?״ אדמו"ר הרש"ב סיפר שלפני כמה שבועות

00:00 מען דערציילט אז בשעת דער רבי רש״ב איז געווען א קליין קינד, ווי ער האט זיך געשפילט מיט זיין ברודער. דער רבי רש״ב האט געהאט אן עלטערן ברודער, ער האט געהייסן ר׳ זלמן אהרן, גערופן דער רז״א. דער רז״א איז געווען בערך צוויי יאר עלטער פון דעם רבי רש״ב. און אלס קינדער האבן זיי זיך געשפילט, ווי קינדער אין דעם רבינ׳ס הויף. קינדער פון רבי מהר״ש האבן דאך געלעבט אין רבינ׳ס שטוב. זיי האבן געזען ווי חסידים קומען זיך פראווען, קומען אויף יחידות, פארן צום רבי׳ן און קומען פון רבי׳ן. פלעגן זיי זיך שפילן מזמן לזמן א שפיל פון חסיד און רבי. עס האט אמאל פאסירט, האבן זיי געשפילט אזוי דעם שפיל. דער רבי רש״ב האט זיך אנגעטאן ווי א חסיד, און דער רז״א, וואס איז געווען דער עלטערער ברודער, האט זיך כאילו אנגעטאן ווי א רבי. האט ער זיך געזעצט אויף א בענקל, ער איז דער רבי און ער זיצט אויף א בענקל. און דער רבי רש״ב, א יונג קינד פון אפשר זעקס, זיבן יאר אלט, אדער ווייניקער אפילו, האט זיך צוגעגרייט ווי א חסיד: ער האט אנגעטאן א גארטל, און אפשר האט ער געהאט א היטל, און אנגעטאן די אלע זאכן, ווי ער שטייט ביי דער טיר, פאר ער גייט אריין אויף יחידות. און אזוי איז ער אריינגעגאנגען צו דעם ברודער, צום רז״א, ווי א חסיד גייט אריין צום רבי׳ן. דער רז״א האט אים געפרעגט: „וואס ווילסטו בעטן?“ האט ער געזאגט: „איך וויל בעטן א תיקון אויף אן עבירה וואס איך האב געטאן.“ „וואס איז די עבירה?“ האט דער רבי רש״ב דערציילט, אז מיט עטלעכע וואכן

01:43 הייתה שבת, והוא לא ידע שיש הלכה בסידור, שאדמו"ר הזקן מביא בסידור, בעניין [לא ברור] אגוזים [לא ברור]. הוא לא ידע על ההלכה הזאת ואכל שלושה אגוזים. הוא פיצח שלושה אגוזים בשבת ואכל אותם. הרז"א אמר לו שהתיקון לכך הוא שיאמר ״לכה נרננה״ מתוך הסידור. ובכלל, שיתפלל מתוך הסידור, ואפילו את הברכות יאמר מתוך הסידור. טוב. כעבור כמה ימים, הרבנית רבקה, אמם של אדמו"ר הרש"ב והרז"א, שמה לב למה שקרה שם. היא שמעה את השיחה שהתנהלה בין הרז"א לאחיו. כעבור כמה ימים או שבועות ראתה שאחיו, אדמו"ר הרש"ב, אינו מקיים את ההחלטה. הוא אינו מקיים את התיקון. פעם שאלה אותו: ״מה עם התיקון, עם עניין האגוזים וההסתכלות בסידור?״ ואדמו"ר הרש"ב אמר שהתיקון אינו תיקון. הוא לא יהיה רבי, וממילא אין תועלת במה שהוא אומר. כך אמר, בחריפות, ילד קטן. אמו שאלה אותו: ״למה אתה אומר את זה?״ הרבנית רבקה שאלה אותו: ״למה אתה אומר את זה?״ ואדמו"ר הרש"ב, שהיה הרי

01:43 צוריק איז געווען שבת, און ער האט נישט געוואוסט אז עס איז דא א הלכה אין סידור, דער אלטער רבי ברענגט אין סידור, וועגן [לא ברור] ניסלעך [לא ברור]. און ער האט נישט געוואוסט וועגן דער הלכה און האט געגעסן דריי ניסלעך. ער האט געקנאקט דריי ניסלעך אין שבת און האט געגעסן. האט אים דער רז״א געזאגט אז דער תיקון אויף דעם איז, אז ער זאל זאגן „לכה נרננה“ קוקנדיק אין סידור. און בכלל זאל זיין דאווענען זיין מיט א סידור, און אפילו ברכות זאל ער זאגן מיט א סידור. פיין. נאך א פאר טעג, ווייסטו, האט די מאמע, הרבנית רבקה, די מאמע פון דעם רבי רש״ב און דעם רז״א, באמערקט וואס עס איז דארט געווען. און זי האט געהערט דעם דו־שיח וואס איז פארגעקומען צווישן דעם רז״א מיט זיין ברודער. נאך א פאר טעג אדער וואכן האט זי געזען אז איר ברודער, דער רבי רש״ב, איז נישט מקיים די החלטה. ער איז נישט מקיים דעם תיקון. האט זי אים אמאל געפרעגט: „וואס איז מיט דעם תיקון, מיט דעם ענין פון די ניסלעך, וועגן קוקן אין סידור?“ און דער רבי רש״ב האט געזאגט אז דער תיקון איז קיין תיקון נישט. ער וועט קיין רבי נישט זיין, און ממילא וואס ער זאגט, דאס איז נישט קיין תועלת. אזוי האט ער געזאגט, שארף גערעדט, א קינד. פרעגט אים די מאמע: „פארוואס זאגסטו דאס?“ הרבנית רבקה פרעגט אים: „פארוואס זאגסטו דאס?“ האט ער געענטפערט, דער רבי רש״ב, איז דאך געווען

03:22 ילד בן שש או שבע, לא יותר, השיב: ״מפני שהוא לא נאנח. כשסיפרתי לו שעשיתי דבר נגד השולחן ערוך, נגד הלכה, הוא לא נאנח. ואם הוא לא נאנח, העצה אינה עצה והתיקון אינו תיקון. עיקר התשובה של רבי היא האנחה, ורק אחר כך באה העצה״. את הסיפור הזה סיפר הרבי פעם בהתוועדות פורים, [לא ברור]. והרבי קישר זאת למה שכתוב במגילה. יש שיחה שלמה של אדמו"ר הריי"צ, ביאור על המגילה, [לא ברור]. במגילה מופיע פעמיים הביטוי ״כל אשר קרהו״. פעם אחת, כאשר מרדכי סיפר לאסתר המלכה: ״ויגד לו מרדכי את כל אשר קרהו ואת פרשת הכסף אשר אמר המן לשקול על גנזי המלך ביהודים לאבדם״. [לא ברור] במגילה, אצל המן, [לא ברור] ״כל אשר קרהו״. [לא ברור] שהמן [לא ברור] עם משפחתו וסיפר ״כל אשר קרהו״. ומבואר ש״כל אשר קרהו״ [לא ברור]. מה הפירוש? ״כל אשר קרהו״ — שמרדכי, בשעה שמרדכי [לא ברור] ״אשר קרך בדרך״, [לא ברור] ולא הסתכל עליו. ו[לא ברור] צורה של ״כל אשר קרהו״.

03:22 א קינד פון זעקס, זיבן יאר, נישט מער. זאגט ער: „ווייל ער האט נישט געגעבן קיין קרעכץ. ווען איך האב אים דערציילט אז איך האב געטאן א זאך וואס איז קעגן דעם שולחן ערוך, קעגן א הלכה, האט ער נישט געגעבן קיין קרעכץ. און אז ער האט קיין קרעכץ נישט געגעבן, איז די עצה קיין עצה נישט, דער תיקון איז נישט קיין תיקון. דער עיקר ענטפער פון א רבי׳ן איז דער קרעכץ, און דערנאך קומט די עצה.“ דעם סיפור האט דער רבי דערציילט אמאל ביי א פורים־התוועדות, [לא ברור]. און דער רבי האט דאס מקשר געווען מיט דעם וואס עס שטייט אין דער מגילה. עס איז פאראן א גאנצע שיחה פון דעם רבי ריי״צ, א ווארט אויף דער מגילה, [לא ברור]. אז אין דער מגילה שטייט צוויי מאל „כל אשר קרהו“. איין מאל ווען מרדכי האט דערציילט צו אסתר המלכה: „ויגד לו מרדכי את כל אשר קרהו ואת פרשת הכסף אשר אמר המן לשקול על גנזי המלך ביהודים לאבדם.“ [לא ברור] אין דער מגילה, מיט המן, [לא ברור] „כל אשר קרהו“. [לא ברור] אז המן האט [לא ברור] מיט זיין משפחה און ער האט דערציילט „כל אשר קרהו“. איז מבואר אז „כל אשר קרהו“ [לא ברור]. אז וואס איז דער פשט? „כל אשר קרהו“ — אז מרדכי, בשעת מרדכי [לא ברור] „אשר קרך בדרך“, [לא ברור] און ער האט נישט געקוקט אויף אים. און [לא ברור] צורה פון „כל אשר קרהו“.

05:03 ״אשר קרהו״, היינו שהוא הצטער בצרתם של ישראל. דווקא בעניין הזה מבואר בדרושים: אף שמרדכי מצד עצמו היה יכול להיפטר מגזירת המן, וגם אסתר המלכה הייתה יכולה להינצל, הגזירה לא חלה עליהם בתוקף. אבל כשיהודים נמצאים במצב כזה, הוא הרגיש את כל זה. ״את כל אשר קרהו״ — הדבר עורר בו מרירות עמוקה, ״ויזעק זעקה גדולה ומרה״ עמוקה. הוא הרגיש את הצער שלהם כאילו היה צערו שלו, וזו הייתה האמת. אצלו, בפורים, זו הייתה הדרך של ״אשר קרהו״: הוא הרגיש את צערו של יהודי אחר. ולא זו בלבד שהצטער בצרתם של ישראל; הוא גם הביא לתיקון של כל גזירת המן. וכך הביא כל זה ל״לך כנוס את כל היהודים״, ולהמשך ההתרחשויות, סיפור פורים, עד לסוף — ״ונהפוך הוא״. בפרשה שלנו אנו מוצאים — אנו לומדים עכשיו, אחרי פורים, בשבת פרשת פרה — את הסיפור ואת מצוות פרה אדומה. והסיבה הפשוטה לכך שאנו לומדים את מצוות פרה אדומה היא טהרתן של ישראל: מיד אחר כך מגיע פסח, וכל ישראל צריכים להיטהר כדי שיוכלו להקריב את קרבן הפסח בטהרה. הדבר נעשה באמצעות ענייני פרה אדומה, וזה אחד הטעמים לכך שקוראים את פרשת פרה לפני פרשת החודש. זו אחת ההכנות לחודש ניסן, לחג הפסח. אנו מוצאים מדרש מעניין מאוד. המדרש אומר שכל דבר שהיה הקדוש ברוך הוא מלמד את משה בדיני טומאה וטהרה, היה אומר למשה רבינו: ״טומאתו וטהרתו״.

05:03 ״אשר קרהו״, דאס היינו, ער האט זיך מצטער געווען מיט צרתם של ישראל. ביי דעם זאך בפרט איז מבואר אין די דרושים: הגם אז מרדכי מצד עצמו האט געקענט פטור ווערן פון גזירת המן, און אסתר המלכה האט אויך געקענט ווערן געראטעוועט, די גזירה איז נישט געווען אויף זיי באופן תקיף. נו, אבער אז אידן געפינען זיך אין אזא מצב, האט ער דאס אלץ געפילט. ״את כל אשר קרהו״ — דאס האט ביי אים ארויסגערופן א טיפע מרירות, א טיפע ״ויזעק זעקה גדולה ומרה״. ער האט געפילט זייער אייגענעם צער, און דאס איז געווען דער אמת. אצלו פון פורים איז דער דרך פון ״אשר קרהו״: אז ער האט דערפילט דעם צער פון צווייטן אידן. און ער איז זיך נישט מצטער געווען נאר מיט צרתם של ישראל; ער האט ארויסגערופן א תיקון פון דער גאנצער גזירת המן. אזוי האט דאס אלץ געברענגט, אז ״לך כנוס את כל היהודים״. און דער המשך ההיסטוריה, דער סיפור פון פורים, ביז צום סוף, ״ונהפוך הוא״. אין אונזער סדרה געפינען מיר — מיר לערנען איצטער נאך פורים, דעם שבת פרשת פרה — מיר לערנען דעם סיפור, די מצוה פון פרה אדומה, און דער פשוט'ער סיבה וואס מיר לערנען מצות פרה אדומה איז דאך טהרתן של ישראל, אז תיכף נאך דעם קומט פסח, און כל ישראל דארפן זיך מטהר זיין כדי זיי זאלן קענען מקריב זיין קרבן פסח בטהרה. דאס קומט דורך די ענינים פון פרה אדומה, וואס איז איינע פון די טעמים פארוואס מ'ליינט פרשת פרה פאר פרשת החודש, און דאס איז פון די הכנות פאר חודש ניסן, חג הפסח. מיר געפינען זייער אן אינטערעסאנטן מדרש. דער מדרש זאגט אז כל דבר שהיה הקדוש ברוך הוא מלמד למשה, די דינים פון טומאה וטהרה, האט דער אויבערשטער געזאגט צו משה רבינו: ״טומאתו וטהרתו״.

07:06 איך נעשית הטהרה מטומאת זב, מטומאת נידה, מטומאת יולדת, מטומאת מת, ומכל מיני טומאות צרעת וכו'. על כל טומאה הוא אמר את טומאתה ואת טהרתה: מה מטהר מאותה טומאה, מקווה וכו'. כל דיני טומאה וטהרה האלה שנאמרים בתורה מופיעים בפרשת אמור, בדינים הנוגעים לכוהנים. אומר המדרש: כשהוא למד את דיני טומאת מת, ״לנפש לא יטמא״, ואת כל הדינים שהתורה אומרת בפרשת אמור בנוגע לטומאת מת, שאל משה רבינו את הקדוש ברוך הוא: ״במה טהרתו?״ משה רבינו רצה לדעת איך אפשר להיטהר מהטומאה הזאת. כתוב במדרש שהקדוש ברוך הוא לא ענה לו. כאן, בפרשת אמור, אנחנו לא מוצאים תשובה, וזה גרם למשה רבינו צער גדול, עד שהמדרש אומר: ״נתכרכמו פניו של משה״. פניו נתכרכמו מצער, ממרירות, ממועקת נפש, מפני שלא ידע איך אפשר להיטהר מהטומאה הזאת. כך עבר זמן, עד שהגענו לפרשת פרה אדומה. ואז זכר הקדוש ברוך הוא שהוא שאל: ״במה טהרתו?״, וענה לו: ״זאת חוקת התורה״. ואלה הם דיני ״ויקחו אליך פרה אדומה תמימה״, שהיא הטהרה מטומאת מת. וצריך להבין את המדרש: מה קרה כאן? מאחר שהקדוש ברוך הוא אמר למשה רבינו את טומאתה ואת טהרתה של כל טומאה, למה לא אמר לו כבר אז מהי הטהרה מטומאת מת? ויתרה מזו: משה הבחין שהקדוש ברוך הוא אינו אומר לו, ושאל, וגם אז לא נענה, עד ש״נתכרכמו פניו של משה״. מה פשר הדבר? לצער אותו? הרי היהודים כולם צריכים לדעת זאת, וכל שכן וקל וחומר משה רבינו. מה הייתה התועלת בדחיית התשובה למשה ולשכמותו? ועוד, גם כששאל, הוא לא נענה, עד ש״נתכרכמו פניו״, ורק לאחר מכן נאמר לו: הנה, זו הטהרה. מה היה בטומאת מת דווקא, יותר מבשאר הטומאות, שגרם לכך ש״נתכרכמו פניו של משה״? מה קרה כאן? מה היה כל הסיפור, מה פירוש ״נתכרכמו פניו״, ולמה הפרשה מספרת לנו על כך? ובכן, כאן אנחנו מגיעים לנקודה.

07:06 ווי אזוי די טהרה איז פון טומאת זב, טומאת נדה, טומאת יולדת, טומאת מת, אלע סארטן טומאות צרעת וכו'. אויף יעדער טומאה האט ער געזאגט: טומאתו וטהרתו, וואס איז מטהר פון דער טומאה, מקוה וכו'. די אלע דינים פון טומאה וטהרה, וואס ווערן אין תורה געזאגט, קומען אין פרשת אמור, אויף די כהנים. זאגט דער מדרש, ווען ער האט געלערנט די דינים פון טומאת מת, ״לנפש לא יטמא״, די אלע דינים וואס די תורה זאגט אין פרשת אמור בנוגע טומאת מת, האט משה רבינו געפרעגט דעם רבונו של עולם: ״במה טהרתו?״ משה רבינו האט געוואלט וויסן ווי אזוי קען מען מטהר זיין פון דער טומאה. שטייט אין מדרש אז דער אויבערשטער האט אים נישט געענטפערט, נישט געענטפערט. דא, אין פרשת אמור, געפינען מיר נישט, און דאס האט ארויסגערופן ביי משה רבינו א צער גדול, ביז דער מדרש זאגט: ״נתכרכמו פניו של משה״. דאס איז געווען, ״נתכרכמו״, א פנים פון צער, פון מרירות, פון א חנקת הנפש, פון דעם וואס ער ווייסט נישט ווי אזוי ער אליין קען זיך מטהר זיין פון טומאה. אזוי איז עס אריבערגעגאנגען א צייט, ביז מיר זענען אנגעקומען אין פרשת פרה אדומה. האט דער הקדוש ברוך הוא געדענקט אז ער האט געפרעגט: ״במה טהרתו?״ און האט אים געענטפערט: ״זאת חוקת התורה״, יא, און דאס זענען די דינים פון ״ויקחו אליך פרה אדומה תמימה״, וואס זי איז די טהרה פון טומאת מת. וואס דער מדרש דארף מען פארשטיין: וואס איז דא געשען? ווי באלד דער אויבערשטער האט געזאגט צו משה רבינו ״טומאתו וטהרתו״, פארוואס האט דער אויבערשטער אים דארט נישט געזאגט די טהרה פון טומאת מת? און נאך מער, אז משה האט באמערקט דער אויבערשטער זאגט אים נישט. און ער פרעגט, ענטפערט ער אים נישט, ביז עס איז געווארן ״נתכרכמו פניו של משה״. וואס איז דאס? דערמיט צער זיין? די אידן דאך אלע נישט קענען וויסן. כל שכן וקל וחומר משה רבינו. וואס איז געווען דער תועלת פון דעם אפשטופן, מיט משה'ן מיט זיין גלייכן, און אויף דעם נאך, וואס ער פרעגט, האט ער אים נישט געענטפערט, ״נתכרכמו פניו״, און ערשט נאך דעם אים זאגן: אט, דאס איז די טהרה. וואס איז דאס געווען ביי משה רבינו אז אים איז געפאלן אויף טומאת מת, דווקא מער ווי אנדערע טומאות, ביז ״נתכרכמו פניו של משה״ איז געווארן? וואס איז דא געשען? וואס איז געווען דער גאנצער מעשה, און וואס איז געווען דער ״נתכרכמו פניו״, און פארוואס די פרשה דערציילט אונז? נו, דא קומען מיר צו גיין אויף דעם נקודה.

08:49 העניין של פרה אדומה וטומאת מת הוא עניין שלמשה רבינו עצמו אין שייכות אליו. משה רבינו נעלה מכל העניין של טומאת מת. משה רבינו הוא איש חי. מדרגתו של משה רבינו היא דרגה שבה כל העניין של טומאת מת אינו שייך כלל, כפי שמבואר בחסידות. על יסוד דברי הגמרא בעניין זה: ״משה רבינו לא מת״. משה רבינו הוא במדרגת החכמה, ״החכמה תחיה״, כפי ש...

08:49 וואס דער ענין פון פרה אדומה, טומאת מת, דאס איז דער ענין וואס משה רבינו בעצם האט קיין שייכות נישט צו דעם. משה רבינו איז העכער פון דעם גאנצן ענין פון טומאת מת. משה רבינו איז דער איש חי. די מדרגה פון משה רבינו איז א דרגא וואס דארטן איז בכלל נישט שייך דער גאנצער ענין פון טומאת מת, ווי עס איז מבואר אין חסידות. אז משה רבינו, מיוסד אויף די גמרא וואס רעדט דערפון, ״משה רבינו לא מת״. משה רבינו איז מדרגת חכמה, די חכמה תחיה, ווי עס האט...

10:14 משה רבינו לא היה יכול להשיג כלל את כל העניין של חטא עץ הדעת וטומאת מת, את עצם המציאות הזאת. ומה שהיה אצל משה רבינו היה חידוש גדול ביותר. וזהו שנאמר: ״נתכרכמו פניו של משה״. הוא לא היה יכול להבין איך ייתכן עניין כזה. כמובן, כשמדברים על טומאת מת, מדברים על העניין הרוחני. כל עניין המיתה בעולם, כידוע, בא מחטא עץ הדעת. מצד עצם העניין, אין מקום למיתה בעולם. משה רבינו, שהיה למעלה מחטא עץ הדעת, למעלה מכל עניין החטא, היה מצדו למעלה מכל עניין המיתה, ההפך הגמור מכל עניין המיתה. איך ייתכן שיש טומאה, ש[לא ברור] טומאת מת [לא ברור]? משה רבינו לא היה יכול להבין איך הוא עצמו יכול [לא ברור] עניין כזה. איך הוא עצמו יכול [לא ברור] עניין כזה, שפלות מצב כזאת. וזה פעל ש״נתכרכמו פניו של משה״. ודווקא על ידי כך ש״נתכרכמו פניו של משה״ יכול היה לבוא התיקון, כי הדבר נגע לו, הדבר נגע ללבו. כפי שאמר הרבי, המשפיע, בהתוועדות: הרבי הבליט את הנקודה הזאת בצורה נפלאה באמצעות

10:14 משה רבינו, דעם גאנצן ענין פון חטא עץ הדעת און טומאת מת האט ער אינגאנצן נישט געקענט משיג זיין, די גאנצע מציאות. און דאס, וואס ס׳איז געווען דער ענין ביי משה רבינו, איז דאס געווען א חידוש גדול ביותר. און דאס איז וואס מ׳זאגט: „נתכרכמו פניו של משה“. ער האט נישט געקענט פארשטיין ווי ס׳איז שייך אזא מין ענין. כמובן, ווען מ׳רעדט וועגן טומאת מת, רעדט מען וועגן דעם רוחניות׳דיגן ענין. דער גאנצער ענין פון מיתה בעולם, ווי דאך ידוע, איז געקומען פון חטא עץ הדעת. בעצם איז נישט שייך מיתה בעולם. משה רבינו, וואס ער איז געווען העכער פון חטא עץ הדעת, העכער פון דעם גאנצן ענין פון חטא, איז ער מצדו געווען העכער פון דעם גאנצן ענין פון מיתה, היפך, היפך פונעם גאנצן ענין פון מיתה. ווי אזוי איז שייך אז ס׳איז דא טומאה, וואס [לא ברור] טומאת מת [לא ברור]? משה רבינו האט נישט געקענט פארשטיין ווי ער אליין קען [לא ברור] אזא מין ענין. ווי ער אליין קען [לא ברור] אזא מין ענין, אזא מין שפלות המצב. און דאס האט געפועל׳ט „נתכרכמו פניו של משה“. און דורך דעם „נתכרכמו פניו של משה“ האט געקענט קומען צו גיין דער תיקון, ווייל דאס האט אים געווען נוגע, דאס האט אים אנגערירט. ווי דער רבי, דער משפיע, האט געזאגט אין א פארברענגען, אז דער רבי האט ארויסגערירט, האט ער די נקודה זייער געשמאק מיט דעם

11:37 הסיפור שמספרים על אדמו״ר האמצעי. יש סיפור שחסידים מספרים, ואדמו״ר הריי״צ מספר לנו אותו באריכות במכתב: פעם נסע אדמו״ר האמצעי להומיל. כשהגיע להומיל באו מאות חסידים מכל הסביבה כדי להיכנס ליחידות ולבקש בענייני עבודת השם, כל אחד לפי עניינו. היה תור ארוך, עמדו וחיכו וחיכו, ונכנסו בזה אחר זה. פתאום סגר אדמו״ר האמצעי את הדלת ואמר: ״זו יחידות״. כשהמון אנשים חיכו בחוץ ורצו להיכנס, עצר אדמו״ר האמצעי את התור, סגר את הדלת והסתגר בחדרו. החסידים חיכו כמה דקות ועוד כמה דקות; עברה חצי שעה, עברה שעה, ושום דבר לא זז. הדלת הייתה נעולה וסגורה. החסידים המבוגרים ניגשו לבדוק מה קורה. מבעד לחלון, שממנו אפשר היה לראות פנימה, ראו שהרבי יושב ואומר תהילים בבכי, שבור מאוד. מה קרה? מי יודע? כך עבר זמן רב. אדמו״ר האמצעי יצא והתפלל מנחה עם [לא ברור]; זה היה יום רביעי רגיל. [לא ברור] ואמר מאמר חסידות על תשובה. במשך כמה שעות דיבר על עניינים הקשורים לתשובה, מאמר חזק מאוד, אדיר, מתוך שברון לב גדול. ורק אז, אחרי כל ה[לא ברור], אמר: ״עכשיו שיבואו

11:37 סיפור וואס מ׳דערציילט פונעם מיטלער רבי. ס׳איז דא א סיפור, וואס חסידים דערציילן, דער פריערדיקער רבי דערציילט אונז, דער רבי הריי״צ, באריכות אין א בריוו, אז ס׳איז געווען א מעשה מיטן מיטלער רבי, ווען ער איז געפארן אמאל אין האמיל. און ווען ער איז אנגעקומען אין האמיל, זענען געקומען הונדערטער חסידים פון דער גאנצער סביבה, צו קענען פראווען יחידות, אריינגיין אויף יחידות און בעטן ענינים פון עבודת השם, כל אחד לפי ענינו. ס׳איז געווען א גרויסע שורה, מ׳איז געשטאנען און געווארט און געווארט, און מ׳איז דורכגעגאנגען איינער נאך דעם אנדערן. פלוצלינג האט דער מיטלער רבי פארמאכט די טיר, געזאגט: „דאס איז יחידות.“ ווען א גרויסער עולם האט געווארט אינדרויסן, געוואלט אריינגיין, האט דער מיטלער רבי אפגעשטעלט די שורה, פארמאכט די טיר, זיך פארשלאסן. נו, חסידים האבן געווארט אפשר א פאר מינוט, נאך א פאר מינוט; גייט דורך א האלבע שעה, א שעה, און ס׳רוקט זיך נישט. די טיר איז פארשלאסן, די טיר איז פארמאכט. און די עלטערע חסידים זענען צוגעגאנגען נאכקוקן וואס גייט פאר. פונעם פענסטער, פון וואו מ׳האט געקענט זען, האט מען געזען אז דער רבי זיצט און וויינט תהילים, זייער צובראכן. וואס האט פאסירט? ווער ווייסט? אזוי איז אריבער א לענגערע צייט. דער מיטלער רבי איז ארויסגעגאנגען און געדאוונט מנחה מיט [לא ברור]; ס׳איז געווען א פשוטער מיטוואך. [לא ברור] און געזאגט א מאמר חסידות וועגן תשובה. כמה שעות האט ער ארומגערעדט ענינים פארבונדן מיט תשובה, א זייער שטארקער, א געוואלדיגער מאמר, א גרויסע שבירת הלב. און ערשט דאן, נאך דער גאנצער [לא ברור], האט ער געזאגט: „איצט זאלן קומען

13:00 להמשיך ביחידות." וכך נמשך סדר היחידות עד שנסע משם, כעבור כמה ימים או שבועות. חסידים רצו להבין מה קרה כאן. הם ניגשו לשאול את אדמו"ר האמצעי מה קרה, מדוע הפסיק את היחידות, מה הייתה השבירה הזאת, ומה קרה אחר כך עם המאמר. אדמו"ר האמצעי הסביר ש[לא ברור]. כשיהודי בא ומבקש עצה או מבקש תיקון בעניין מסוים, כדי שיוכל לעזור לו, הצדיק, הרבי, צריך להיות מסוגל להרגיש את עניינו של השני כדבר שנוגע לו עצמו. הוא צריך למצוא את העניין הזה בעצמו, אפילו בדקות, בדקות דדקות. יש גסות הרע ויש דקות הרע, וצריך למצוא את העניין באופן עדין יותר. כי בהשגחה פרטית, אם היהודי הזה הגיע אליי, הרי יש לי שייכות לעניין. כדי שאוכל לעזור לו, אני צריך קודם לעזור לעצמי. כשאני מצליח לזהות בעצמי את העניין, להבין במה הוא נוגע לי ולפעול בעצמי את התיקון, אז אני יכול לחזור אל החסיד ולעזור לו. וכשהחסיד בא אליי, כך הדבר נוהג גם היום, הרבי צריך להכניס את עצמו למצבו של השני ולקבל את הדבר כעניין אישי, לחפש בעצמו את הקשר אליו, ורק אז, אחרי שעזר לעצמו, הוא יכול לעזור לו. זו פעולה שלמה שדורשת כוחות נפש עצומים ביותר. נכנס יהודי ודיבר על עבירה מסוימת שעשה,

13:00 ממשיך זיין יחידות.“ און אזוי איז עס פארגעגאנגען, יחידות, ביז ער איז אוועקגעפארן, עטליכע טעג אדער וואכן שפעטער. חסידים האבן געוואלט פארשטיין וואס האט דא פאסירט. זיי זענען צוגעגאנגען פרעגן ביים מיטלער רבי וואס איז דא פאסירט, פארוואס האט ער אפגעשטעלט מיט יחידות, און וואס איז געווען די צובראכנקייט, און וואס איז געשען שפעטער מיט דעם מאמר. האט דער מיטלער רבי געגעבן צו פארשטיין אז [לא ברור]. בשעה אז א איד קומט צו גיין און בעט אן עצה אדער בעט א תיקון אויף אן ענין, וואס ער וויל זאגן, כדי צו קענען אים העלפן, דארף דער צדיק, דער רבי, קענען פילן דעם אנדערנס ענין ווי אן אייגענע זאך. ער דארף געפינען ביי זיך דעם ענין, אפילו בדקות, בדקות דדקות, אז ס׳איז דאמאלט דא ענינים, אז [לא ברור] גסות הרע, דקות הרע, געפינען דעם ענין גאר אויף אן איידעלערן אופן. ווייל בהשגחה פרטית, אז דער איד איז צו מיר אנגעקומען, איז דאך א שייכות צו דעם. כדי צו קענען אים העלפן, דארף איך פריער זיך העלפן. בשעה אז איך קען ביי זיך ארויסברענגען דעם ענין, און וואס רירט מיך אן, און איך קען פועל׳ן ביי מיר דעם תיקון, דעמאלט קען איך צוריקגיין צום חסיד אים העלפן. איז בשעה אז דער חסיד איז געקומען צו מיר, אזוי גייט עס היינט, דער רבי דארף זיך אריינשטעלן אין יענעמס מצב און אויפנעמען דאס ווי אן אייגענע זאך, זוכן ביי זיך דעם קשר, און ערשט דאן, נאכן העלפן זיך, קען ער אים העלפן. א גאנצע פעולה וואס נעמט אוועק כוחות הנפש עצומים ביותר. אריינגעקומען א איד און האט גערעדט וועגן א געוויסער עבירה וואס ער האט געטאן,

14:28 זו הייתה עבירה גסה ושפלה, והרבי לא הצליח למצוא בעצמו שום שייכות לאותו יהודי, לשפלות כזאת. לאדמו"ר האמצעי לא הייתה שום שייכות לשפלות כזאת, לגסות כזאת, לדבר גס כל כך. הוא לא הצליח למצוא שייכות לזה. ודבר זה עצמו עורר אצלו שבירה נוראה: היתכן, שמעתי את העניין ואני אומר שאין לי שום שייכות אליו? אני מוכרח למצוא את העניין בעצמי. והעובדה שאיני מצליח למצוא אותו בעצמי יכולה דווקא להעיד שיש בי דקות הרע, שאפילו אני עצמי איני יודע עד כמה עמוק היא טמונה. כפי שמבואר בחסידות, לפעמים יש רע הנעלם, שהאדם עצמו אינו יודע עליו. זהו עניין שלם בחסידות. והדבר הזה עצמו שבר את הרבי באופן עמוק כל כך, ועורר בו עבודת התשובה. ולאחר כל עבודת התשובה הוא הצליח שוב למצוא כיצד לעזור לאותו יהודי, וכך יכול היה לקבל אותו ליחידות. והרבי אמר: זהו כל העניין שהמדרש מספר לנו כאן, ש"נתכרכמו פניו של משה". משה מצד עצמו היה מרוחק מטומאת מת. ולאחר ש"נתכרכמו פניו", הדבר נעשה נוגע לו, ובכך הוא הרגיש את הצער שיכול

14:28 דאס איז געווען א זאך, א גראָבע און נידעריקע עבירה, וואס דער רבי האט נישט געקענט געפינען ביי זיך קיין שום שייכות צו דעם איד, צו אזא שפלות. דער מיטעלער רבי האט נישט געהאט קיין שייכות צו אזא שפלות, צו אזא גסות, צו אזא גראָבקייט. ער האט נישט געקענט געפינען א שייכות צו דעם. און דאס גופא האט ביי אים ארויסגערופן א מורא׳דיגע צובראכנקייט: היתכן, איך האב געהערט דעם ענין און איך זאג אז איך האב נישט קיין שייכות צו דעם? איך מוז געפינען ביי זיך דעם ענין. און דאס וואס איך קען עס נישט געפינען ביי מיר, קען גאר זיין אז ס׳איז פאראן א דקות הרע, וואס איך אליין ווייס נישט ווי טיף דאס ליגט. ווי עס שטייט אין חסידות, עס קען זיין אמאל א רע הנעלם, וואס דער מענטש אליין ווייסט נישט פון דעם רע הנעלם. א גאנצע ענין אין חסידות איז דאס. און דאס גופא האט צובראכן דעם רבי׳ן אין אזא טיפן אופן, האט דאס ביי אים ארויסגערופן אן עבודת התשובה. און נאך דער גאנצער עבודת התשובה האט ער געקענט נאכאמאל געפינען ווי אזוי צו העלפן דעם איד, און דורך דעם האט ער אים געקענט מקבל זיין אויף יחידות. און דער רבי האט געזאגט: דאס איז אלץ דער ענין וואס דער מדרש דערציילט אונז דא, אז ״נתכרכמו פניו של משה״. משה מצד עצמו איז געווען מרוחק פון טומאת מת. און נאך דעם וואס ״נתכרכמו פניו״, איז ער געווען ביי אים דערין און ביי אים אנגערירט, און דורך דעם אנגערירט דעם צער וואס קען

15:47 להיות ליהודי ששקוע כל כך, שנמצא בטומאת מת — מת, היפך החיים. גם כל שאר הטומאות הן טומאות, ויש טומאות חמורות וחמורות מאוד, אבל היפך החיים הוא עניין נוסף. כשאדם עומד במצב של מיתה רוחנית, שעליה נאמר בספרים שהיא גרועה אף ממיתה גשמית. החיות, החמימות, התייבשה לגמרי, וזו מיתה, טומאת מת, שבגללה "נתכרכמו פניו" של משה רבינו. ובכך ש"נתכרכמו פניו", התעוררו אצל משה רבינו הצער והשבירה. הדבר הביא אותו לבקש שהקב"ה ייתן לו את התיקון ויאמר לו כיצד עניין פרה אדומה פועל את התיקון על החטא. ומזה לומדים הוראה בעבודה, בקל וחומר: שבת פרה באה תמיד בהמשך לפורים, לעניין של "כל אשר קרהו" — לגלות את הכוח שבאדם עצמו, כיצד עליו להצטער כשיהודי נמצא במצב בלתי רצוי, הן בגשמיות והן ברוחניות. כשיהודי נמצא במצב כזה, וכשענייני היהדות שלו נמצאים במצב של טומאת מת, הדבר צריך לעורר אצל יהודי אחר את מה שהיה אצל משה רבינו, ש"נתכרכמו פניו". כך צריך להיות נוגע לו "כל אשר קרהו". לא רק להתרוצץ ולתת עצות, כאילו אתה יושב ברקיע השביעי ומרחף על כיסא הכבוד, והשני בא אליך עם צרתו ואתה נותן לו עצות כאדם מבחוץ. אלא צריכה להיות האנחה, ההקשבה לדבר כאילו הוא עניין שלך עצמך.

15:47 זיין ביי א איד וואס ער איז אזוי נשקע, ער געפינט זיך אין טומאת מת, מת, דער היפך פון דער חיים. אלע אנדערע טומאות זענען אויך טומאות, און עס זענען דא שטארקע טומאות און גאר שטארקע טומאות, אבער דער היפך החיים, דאס איז דער עקסטרע זאך. אז א מענטש שטייט אין א מצב פון מיתה רוחנית, וואס עס שטייט אין די ספרים אז דאס איז נאך ערגער פון מיתה גשמית. דער חיות, די ווארעמקייט, איז אינגאנצן אויסגעטרוקנט געווארן, און דאס איז א מיתה, א טומאת מת, וואס משה רבינו — נתכרכמו פניו. און דורך דעם ״נתכרכמו פניו״, דאס האט ארויסגעברענגט ביי משה רבינו דעם צער און די צובראכנקייט. און דאס האט ער ארויסגערופן, אז דער אויבערשטער זאל אים געבן דעם תיקון און זאגן ווי אזוי, דער ענין פון פרה אדומה, דאס פירט דעם תיקון אויף דעם חטא. וואס פון דעם לערנט מען ארויס א הוראה בעבודה, קל וחומר: וואס שבת פרה קומט בהמשך צו פורים שטענדיג, דער כל אשר קרהו — ארויסברענגען דעם אייגענעם כח, ווי אזוי מ׳דארף זיך מצטער זיין בשעת א איד איז אין א מצב בלתי רצוי, סיי בגשמיות, סיי ברוחניות. אז א איד געפינט זיך אין אזא מצב, און דער איד וואס געפינט זיך אין א מצב וואס ביי אים זענען די ענינים פון אידישקייט אין אן אופן פון טומאת מת, דאס דארף ארויסרופן ביי א צווייטן איד אזוי ווי ביי משה רבינו, אז נתכרכמו פניו. אזוי זאל זיין נוגע צו אים כל אשר קרהו. נישט נאר ארומלויפן און געבן עצות, כאילו דו זיצט אויפן זיבעטן הימל און לופטערסט אויף א כסא הכבוד, און

17:16 ורק אז, אחרי שהדבר נעשה עניין שלך עצמך, אפשר לעזור לשני, כי אז מרגישים את עניינו והוא נעשה עניין אישי. אפשר להרגיש אותו, להרגיש אותו בפנימיות, ולתת לו עצה ועזרה. והעזרה תהיה באופן הנכון. ידוע הפתגם של אדמו"ר המהר"ש, שאמר: הפסוק אומר "דאגה בלב איש ישיחנה", והגמרא אומרת "יסיחנה מדעתו" ו"ישיחנה לאחרים". עליו להסיר מעצמו את הדאגה, ועליו לספר אותה לאחרים. לכאורה, אלו שני דברים הפוכים בתכלית: על ידי "ישיחנה לאחרים" יהיה "יסיחנה מדעתו"? בכך שיספר את הדבר למישהו נוסף, יוקל לו? ועל כך אמר אדמו"ר המהר"ש, שהעניין הוא שאלה צריכים להיות "אחרים" שהם אחרים רק בגוף — אדם נפרד, אבל נפרד רק בגוף; הוא מאוחד עמו ומרגיש את ענייניו. הוא מרגיש אותו, חש אותו ומצטער בצרתו. וכשאדם כזה נותן לו עצה — כי צריכות להיות בעולם האמפתיה, ההרגשה, היכולת להרגיש את מצבו של השני — רק אז העצה היא עצה נכונה. זהו התיקון וזהו עניינה של אהבת

17:16 יענער קומט צו דיר מיט זיין צרה און דו גיבסט אים עצות ווי א מענטש מבחוץ. נאר עס דארף זיין די קרעכץ, דער הערן דאס ווי אן אייגענע זאך. און ערשט דעמאלט, נאך וואס דאס איז אן אייגענע זאך, דעמאלט קען מען יענעם ארויסהעלפן, ווייל דאס איז דערהערן יענעם׳ס ענין, און דאס ווערט אן אייגענע זאך. מען קען יענעם דערהערן, דערהערן מיט א פנימיות, און קען אים געבן עצה און א הילף. און די הילף וועט זיין אין א ריכטיגן אופן. איז דאך ידוע דער פתגם פון דעם רבי׳ן מהר״ש, וואס האט געזאגט: ״דאגה בלב איש ישיחנה״, דער פסוק זאגט. און די גמרא זאגט: ״יסיחנה מדעתו״ און ״ישיחנה לאחרים״. ער זאל אוועקנעמען די דאגה פון זיך אליין, און ער זאל דאס דערציילן צו אנדערע. איז לכאורה, דאס איז היפך והיפך בתכלית: דורך ״ישיחנה לאחרים״ וועט זיין ״יסיחנה מדעתו״? דורך דעם וואס ער דערציילט דאס צו נאך איינעם וועט ביי אים גרינגער ווערן? און אויף דעם האט דער רבי מהר״ש געזאגט, אז דער ענין איז, אז דאס דארף זיין אזא ״אחרים״ וואס איז נאר בגוף אחרים — א מענטש, אבער א באזונדערער מענטש נאר בגוף; אבער ער איז מיוחד אתו עמו, און ער מרגיש זיינע ענינים. אז ער פילט אים און ער דערהערט אים און ער איז מצטער בצרתו. און בשעת אזא איינער זאגט אים אן עצה, ווייל עס דארף זיין אין דער וועלט די עמפאטיע, דער געפיל, דער דערהער, זיך מרגיש זיין יענעמס מצב. און ערשט דעמאלט איז די עצה א ריכטיגע עצה, דער תיקון און דער ענין פון אהבת

18:43 ישראל, של "כל אשר קרהו". וזה מביא לכך שאכן יהיה "כל אשר קרהו" אחד, כדי לשבור את קליפת המן, את קליפת עמלק, את קליפת הרע שבעולם. לשבור את כל המן שנמצא בעולם הזה, ואכן צריך שזה יהיה כבר תיכף ומיד ממש. שיהיה טוב ליהודים בכלל ולכל יהודי בפרט. שהקב"ה ישפיע רק טוב וכל טוב, ברוחניות ובגשמיות, בטוב הנראה והנגלה, לכל יהודי. והעיקר, שנזכה לטהרתן של ישראל ולפרה אדומה, שנזכה ל"וזרקתי עליכם מים טהורים וטהרתם מכל טומאותיכם ומכל גילוליכם אטהר אתכם", ולגאולה השלימה על ידי משיח צדקנו, אמן כן יהי רצון.

18:43 ישראל, דער כל אשר קרהו. און דאס פירט אז עס זאל טאקע זיין דער כל אשר קרהו אחד, אויף צוברעכן די קליפה פון המן, די קליפה פון עמלק, די קליפה פון דעם רע אין דער וועלט. אויף צוברעכן דעם גאנצן המן וואס געפינט זיך אין עולם הזה, און עס פעלט טאקע אויס אז דאס זאל שוין זיין תיכף ומיד ממש. זאל זיין גוט ביי אידן בכלל און ביי יעדן איד בפרט. אז דער אויבערשטער זאל משפיע זיין נאר גוט און כל טוב ברוחניות ובגשמיות, בטוב הנראה והנגלה, צו יעדן איד. און דער עיקר איז, אז מיר זאלן זוכה זיין צו טהרתן של ישראל און פרה אדומה, וואס מיר זאלן זוכה זיין צו ״וזרקתי עליכם מים טהורים וטהרתם מכל טומאותיכם ומכל גילוליכם אטהר אתכם״, און די גאולה השלימה על ידי משיח צדקנו, אמן כן יהי רצון.