לעבן חסידות · פרק 163 · 2025-02-03 · 30:53
בשלח יו"ד שבט תשפ"ה - "ויקח משה את עצמות יוסף " - די עבודה פון יוסף און זיין עצמיות
תיאור הפרק
פרשת בשלח י׳ שבט התשפ״ה אידיש כלי יקר פרשת בשלח לקוטי שיחות חלק כ״ו בשלח שיחה א התוועדות שבת בשלח יא שבט תשמה
השמע המקורי · הערך על הרב אשר פרקש בחב"דפדיה
תמלול אוטומטי מהשמע, ותרגום מכונה לעברית. קישורים לחב"דפדיה נוספו אוטומטית.
00:01 היה חסיד בשם ר' שמחה גאראדעצקי. ר' שמחה גאראדעצקי היה חסיד מקושר לאדמו"ר הרש"ב, לאדמו"ר הריי"צ ולרבי נשיא דורנו. הוא היה מתלמידי תומכי תמימים, ולאחר מכן, בשנים הקשות ברוסיה, היה מגדולי בעלי מסירות הנפש שפעלו בענייני חינוך, יהדות ותומכי תמימים. אלה היו שנים שבהן נגזרו גזירות קשות על עצם לימוד התורה, קיום המצוות וחינוך הילדים. בשנים מאוחרות יותר תפסו אותו והושיבו אותו בכלא, והוא עבר ייסורים קשים ביותר ברוסיה. רק אחרי שנים רבות מאוד זכה לצאת מרוסיה, בשלב מאוחר בהרבה מחסידים אחרים, ובשנותיו האחרונות חי בארץ ישראל. הסיפור עם ר' שמחה גאראדעצקי התרחש בשנים הראשונות לנשיאות אדמו"ר הריי"צ, בסביבות השנים תר"פ–תרפ"א, אחרי הסתלקות אדמו"ר הרש"ב. אדמו"ר הרש"ב הסתלק בב' ניסן תר"פ, ואחריו נעשה אדמו"ר הריי"צ לנשיא ולרבי. אלה היו שנים קשות מאוד, בגשמיות וברוחניות, מכל הכיוונים. היה רעב, לא היה מה לאכול, והממשלה הטילה גזירות קשות מאוד על לימוד התורה ועל החינוך. הכול היה כרוך במסירות נפש גדולה ביותר. ר' שמחה היה שד"ר, כלומר שליח דרבנן, מטעם הרבי. אדמו"ר הריי"צ בחר בו לנסוע בין העיירות ולאסוף כסף עבור תומכי תמימים וכספי מעמד. זה היה תפקידו.
00:01 ס'איז געווען א חסיד וואס האט געהייסן ר' שמחה גאראדעצקי. ר' שמחה גאראדעצקי איז געווען א חסיד המקושר צום רבי'ן רש"ב, צום רבי'ן ריי"צ און צו דעם רבי'ן נשיא דורנו. ער איז געווען פון די תלמידים אין תומכי תמימים, און שפעטער, אין די שווערע יארן אין רוסלאנד, איז ער געווען פון די גרעסטע בעלי מסירות נפש, וואס האט געטאן פאר די עניינים פון חינוך, פון אידישקייט און פון תומכי תמימים אין די שווערע יארן אין רוסלאנד, ווען ס'זענען געווען שווערע גזירות אויף פשוט לערנען תורה ומקיים זיין מצוות און טאן חינוך מיט די קינדער. ביז אז שפעטערדיגע יארן האט מען אים פארכאפט און געזעצט אין תפיסה, און ער איז דורכגעגאנגען די שווערסטע יסורים אין רוסלאנד. און נאך אסאך, אסאך יארן איז ער זוכה געווען ארויסצוקומען פון רוסלאנד, גאר אין די שפעטערדיגע יארן, אסאך שפעטער ווי אנדערע חסידים, און די לעצטע יארן האט ער געלעבט אין ארץ ישראל. און ר' שמחה גאראדעצקי, דאס איז געווען אין די ערשטע יארן פון די נשיאות פון דעם רבי'ן ריי"צ, דאס הייסט ארום יארן תר"פ, תרפ"א, נאך דער הסתלקות פון דעם רבי'ן רש"ב. דער רבי רש"ב איז נסתלק געווארן ב' ניסן תר"פ, און נאך דעם איז דער פריערדיקער רבי, דער רבי ריי"צ, געווארן נשיא, רבי. ס'איז געווען זייער שווערע יארן, פשוט בגשמיות, ברוחניות, פון אלע זייטן. ס'איז געווען א הונגער, ס'איז נישט געווען וואס צו עסן, און ס'זענען געווען גזירות וואס די ממשלה האט ארויפגעלייגט. גאר שווערע גזירות אויף לימוד התורה, חינוך, און אלץ איז געווען פארבונדן מיט גרעסטע מסירות נפש. ר' שמחה איז געווען א שד"ר, דאס הייסט א שליח דרבנן, פון דעם רבי'ן. דער פריערדיקער רבי, דער רבי ריי"צ, האט אים אויסגעקליבן אז ער זאל ארומפארן די שטעטלעך און אפקלייבן געלט פאר תומכי תמימים און געלט פאר מעמד, וואס איז געווען זיין אויפגאבע.
01:49 הוא אסף את הכסף ונסע בין העיירות, וגם נהג לאסוף את הפדיונות ולהביא אותם לאדמו"ר הריי"צ ברוסטוב. באותן שנים גר אדמו"ר הריי"צ ברוסטוב, ולשם היה ר' שמחה מגיע. הוא היה נוסע כל הזמן הלוך ושוב בין העיירות שבסביבה, ופועל במסירות נפש בענייני מוסדות החינוך ובכל אותם דברים שאדמו"ר הריי"צ מסר את נפשו עליהם. הוא נהג להביא את הכסף לרבי, וכך נסע הלוך ושוב. פעם אחת חזר מנסיעה והביא עמו פדיונות וכסף לכמה עניינים. אדמו"ר הריי"צ רצה מאוד להודות לו על התעסקותו. באותה הזדמנות ישב עמו כמה שעות, שוחח איתו על פרטי המצב של האנשים בעיירות ובמקומות שבהם ביקר, ור' שמחה מסר לו דיווח. בעודם יושבים אמר לו אדמו"ר הריי"צ, שכאות תודה על כל מה שעשה הוא ירשה לו להישאר בחדר בזמן קבלת האנשים ליחידות. זו הייתה שעה שבה אדמו"ר הריי"צ עמד לקבל אנשים.
01:49 ער האט אפגעקליבן די געלט און איז ארומגעפארן אין די שטעטלעך, פלעגט אויך צוזאמענקלייבן די פדיונות און פלעגט עס ברענגען צו דעם פריערדיקן רבי'ן אין ראסטאוו. יענע יארן האט דער רבי ריי"צ געוואוינט אין ראסטאוו, און דארט פלעגט ער אריבערגיין. ער פלעגט פארן א גאנצע צייט אהין און צוריק אין די שטעט ארום און ארום, און דארט פלעגט ער טאן מיט מסירות נפש אין די עניינים וואס זענען געווען פארבונדן מיט די מוסדות חינוך און די אלע זאכן וואס דער רבי ריי"צ האט זיך מוסר נפש געווען. און ער פלעגט ברענגען די געלט צום רבי'ן, אזוי פלעגט ער פארן אהין און צוריק. איינמאל איז ער צוריקגעקומען פון א נסיעה, און ער האט מיטגעברענגט פדיונות און געברענגט געלט פאר כמה עניינים. און דער רבי ריי"צ, דער פריערדיקער רבי, האט אים שטארק געוואלט באדאנקען פאר זיין התעסקות. אין די געלעגנהייט האט ער געזעסן מיט אים אין כמה שעות און האט אים דורכגערעדט פרטים וואס טוט זיך מיט די מענטשן אין די שטעטלעך, אין די ערטער, און ער האט אים געגעבן א באריכט. און אזוי האבן זיי געזעסן, און דער רבי, דער פריערדיקער רבי, האט אים געזאגט אז, אלס א דאנק וואס ער וויל אים באווייזן אויף דעם וואס ער האט אזוי פיל געטאן, וועט ער אים לאזן אז ער זאל קענען בלייבן אין צימער בשעת ער גייט אויפנעמען די צייט פון יחידות. ס'איז געווען א צייט וואס דער פריערדיקער רבי האט געדארפט אויפנעמען מענטשן.
03:33 אנשים הגיעו מקרוב ומרחוק ליחידות כדי לבקש על ענייניהם. אדמו"ר הריי"צ אמר לר' שמחה לעמוד בצד החדר, וכך יוכל להיות נוכח לפחות בכמה מן היחידויות שיתקיימו שם, בלי להפריע. מובן שהוא חש בכך קירוב גדול מאוד, והוא הלך לפינת החדר והתיישב שם. כך החלו היחידויות. כשהן התחילו, ראה שנכנס חסיד מבוגר למדי שלא הכיר. הוא נראה רב, חסיד, איש חשוב. הוא נכנס ואמר: ״רבי, סיימתי״. אדמו"ר הריי"צ אמר לו: ״כן, כן, כן״, והוא יצא. אחריו נכנס אדם צעיר יותר. הוא נראה מודרני יותר, עם כיפה קטנה, בלי זקן; יהודי שנראה מודרני יותר. הוא נכנס ואמר: ״רבי, זה אני״, והתעלף. מיד באו הגבאים ועוררו אותו, וכך הוא יצא. אחר כך נכנס אדם שלישי. גם הוא נראה אדם חשוב, לא מחסידי חב"ד, אבל נראה שבא ממדינה אחרת, ממקום אחר על כל פנים. הוא בא עם פתק ובו כמה שאלות. אדמו"ר הריי"צ…
03:33 וואס זענען געקומען מקרוב ומרחוק אויף יחידות, אויסבעטן אויף זייערע עניינים. און דער רבי, דער פריערדיקער רבי, האט געזאגט אז ער זאל גיין אפעס אויף א זייט אין צימער בלייבן, ער זאל קענען זיין נוכח אין צימער אויף לכל הפחות עטלעכע יחידות'ן וואס זענען דא. דא וואלט ער רואיג ליגן. פארשטייט זיך אז ס'איז געווען אבער א גרעסטע הרגשה פון א קירוב, און ער האט זיך געגאנגען אין א ווינקל, זיך דארט אוועקגעזעצט. און אזוי האט זיך אנגעהויבן די יחידות. ווען ס'האט זיך אנגעהויבן די יחידות, האט ער געזען אז ס'גייט אריין א פסע עלטערער חסיד, וואס האט ער אים נישט געקענט. עפעס א רב, א חסיד, וואס איז געווען, ווייסט אויס, א איש חשוב, קומט אריין און זאגט: „רבי, איך האב געענדיגט.“ און דער רבי ריי"צ, דער פריערדיקער רבי, זאגט אים: „יא, יא, יא.“ און ער גייט ארויס. נו, גייט אריין עפעס א יונגערער. ער האט אויסגעזען א מאדערנער, א קליין קאפל, א קליין יארמולקע, אן א בארד; עפעס אזוי קוקט א איד, מער א מאדערנער איד. קומט אריין און זאגט: „רבי, דאס בין איך,“ און חלש'ט אוועק. נו, גלייך זענען געקומען די גבאים, וואס האבן אים געמונטערט, און אזוי איז ער ארויסגעגאנגען. שפעטער איז דארט אריינגעקומען עפעס א דריטער מענטש. דער דריטער מענטש האט אויך עפעס אויסגעזען ווי א חשובער מענטש, נישט קיין מענטש פון חסידי חב"ד, יא, אבער עפעס ווייסט אויס א מענטש וואס איז געקומען פון אן אנדער מדינה, פון אן אנדער ארט על כל פנים. און ער איז געקומען מיט א צעטל מיט עטלעכע שאלות. דער רבי, דער פריערדיקער…
05:27 ענה לו על שאלה אחת, על עוד שאלה ועל עוד שאלה, ועל אחת השאלות, כך נראה, לא ענה. היהודי שאל: ״רבי, מה עם השאלה החמישית?״ אדמו"ר הריי"צ אמר לו: ״מה אתה חושב, שאני עיוור? את ארבע האחרות ראיתי, ועל זו לא עניתי?״ החסיד לא הבין, וחשב שאדמו"ר הריי"צ לא הבין את דבריו. ״לא, אני מתכוון, רבי, שנשארה כאן עוד שאלה״. אדמו"ר הריי"צ אמר לו: ״אתה חושב שאני אילם, שאני לא יכול... חירש, סליחה, חירש״. על כל פנים, כך הסתיימה היחידות, והיהודי יצא. אחרי שלוש היחידויות אמר אדמו"ר הריי"צ לר' שמחה: ״אם תרצה, תוכל עכשיו לצאת ולדבר עם האנשים״. ר' שמחה היה סקרן מאוד ונלהב להבין מה התרחש כאן. הוא לא הבין כלל מה אירע: מי היה הראשון, מי היה השני ומי היה השלישי. הוא החליט לברר את פרטי הדברים. במשך כמה ימים הסתובב וחיפש את כל האנשים האלה, ובמשך הזמן גילה מכל אחד מהם מה קרה. כך התגלתה לו גדולתו של הרבי. הוא מספר שפגש את החסיד המבוגר, הראשון שנכנס, והלה סיפר לו במה דברים אמורים.
05:27 רבי האט אים געענטפערט אויף איין שאלה, נאך א שאלה, נאך א שאלה, און איינע פון די שאלות, ווייזט אויס, האט ער נישט געענטפערט. און דער איד האט געפרעגט: „רבי, וואס איז מיט דער פינפטער שאלה?“ און דער פריערדיקער רבי זאגט אים: „וואס מיינסטו, איך בין בלינד? די אנדערע פיר האב איך געזען און דאס האב איך נישט געענטפערט?“ דער חסיד האט נישט פארשטאנען, געמיינט אז דער פריערדיקער רבי האט נישט פארשטאנען וואס ער זאגט אים. „ניין, איך מיין, רבי, עס איז דא געבליבן נאך א שאלה.“ דער פריערדיקער רבי זאגט אים: „דו מיינסט אז איך בין שטום, אז איך קען נישט... טויב, אנטשולדיגט, טויב.“ על כל פנים, אזוי האט זיך געענדיגט די יחידות, און דער איד איז ארויסגעגאנגען. נאך די דריי יחידות׳ן האט דער פריערדיקער רבי געזאגט צו ר׳ שמחה׳ן: „אויב דו ווילסט, קענסטו איצט ארויסגיין און מיט די מענטשן רעדן נאך א צווייטן מאל.“ נו, ר׳ שמחה איז געווען זייער נייגעריג, זייער באגייסטערט צו וויסן וואס האט דא פאסירט. ער האט נישט פארשטאנען גארנישט וואס איז דא פארגעקומען: ווער איז געווען דער ערשטער, ווער איז געווען דער צווייטער, ווער איז געווען דער דריטער. און ער האט מחליט געווען אז ער גייט זיך נאכפרעגן אין די פרטי הענינים. און אזוי איז ער ארומגעגאנגען עטלעכע טעג, האט געזוכט די אלע מענטשן, און במשך הזמן האט ער אויסגעפונען פון יעדן איינעם וואס האט פאסירט. און דאס ביי אים איז נתגלה געווארן די גדלות פון דעם רבי׳ן. דערציילט ער, ער האט זיך געטראפן מיטן אלטן חסיד, דער ערשטער וואס איז אריין. האט ער אים דערציילט במה דברים אמורים.
07:05 הוא סיפר לו: ״אני הייתי תמים שלמד בליובאוויטש לפני שנים, עוד מן התמימים הראשונים. אחר כך התחתנתי והקמתי משפחה. פעם הייתי ביחידות אצל אדמו״ר הרש״ב, והוא אמר לי לנסוע לגרוזיה, כמדומני, או לאחת המדינות הרחוקות שבאזור הקווקז, סביב רוסיה, ולעסוק שם בענייני יהדות. לעסוק בענייני הקהילה, לבנות אותה ולחזק אותה, ללמד תורה — כל מה שהיה צריך. הוא שלח אותי לשם לשליחות, לפעול בקהילה. זה לא היה דבר קל; ייתכן שהדבר לא מצא חן בעיניי, אבל כשנוסעים לשליחות — נוסעים. וכמובן, כשהרבי אומר, הולכים. לקחתי איתי את המשפחה ושאלתי את הרבי כמה זמן עליי להישאר שם. אדמו״ר הרש״ב אמר לי: ‘תקבל סימן ששליחותך מסתיימת, כשהסימן יגיע’.״ ובכן, החסיד נסע לאותה מדינה רחוקה, ובהיותו שם עסק בענייני הקהילה, מסר שיעורי תורה וחיזק ענייני יהדות, יראת שמים והלכה. כך חי באותה קהילה. זו הייתה קהילה נידחת. בשביל חסיד, חסיד ליובאוויטש, זה היה... לא הייתה שם חב״ד, אבל היו שם יהודים, והוא פעל עם
07:05 דערציילט ער אים: „אזוי, איך בין געווען א תמים וואס האט געלערנט אין ליובאוויטש יארן צוריק, נאך פון די ערשטע תמימים. און שפעטער האב איך חתונה געהאט, אויפגעשטעלט א משפחה. און איך בין געווען ביים רבי׳ן רש״ב אויף יחידות אמאל. און דער רבי רש״ב האט מיר געזאגט אמאל אז איך זאל פארן קיין גרוזיע, דאכט זיך מיר, אדער איינע פון די מדינות, פון די קאווקאזישע ווייטע מדינות ארום רוסלאנד, און דארטן טאן אין אידישקייט. איך זאל דארטן טאן אין ענייני הקהילה, אויפבויען די קהילה, פארשטארקן די קהילה, לערנען תורה, וואס מען האט געדארפט. און ער האט מיך געשיקט דארטן אויף א שליחות, אז איך זאל טאן אין דער קהילה. וואס איז געווען נישט קיין גרינגע זאך; ביי יענעם איז עס אפשר נישט געווען מוצא חן, די זאך, אבער מען פארט אויף שליחות און גייט. אבער כמובן, אז דער רבי זאגט גייט מען. גענומען מיט זיך די משפחה, האב איך געפרעגט דעם רבי׳ן ווי לאנג דארף איך דארטן זיין. האט מיר דער רבי רש״ב געזאגט: ‘דו וועסט באקומען א סימן אז עס ענדיגט זיך דיין שליחות, ווען עס קומט דער סימן.’ היינט, דער חסיד איז געפארן אין יענע ווייטע מדינה, און זייענדיג דארטן האט ער זיך אפגעגעבן מיט די ענייני הקהילה און האט געגעבן שיעורי תורה און מחזק געווען ענינים פון אידישקייט און יראת שמים און ענייני הלכה. און אזוי איז ער דארטן געווען אין יענער קהילה. ס׳איז געווען א פארווארפענע קהילה. דאס איז פאר א חסיד, א ליובאוויטשער חסיד, אז ס׳איז געווען... נישט געווען קיין חב״ד, אבער ס׳איז געווען אידן, און ער האט געטאן מיט
08:32 האנשים שם. כך עברה עוד שנה ועוד שנה, ובינתיים לא הגיע שום סימן. כשהגיעה שנת תר״פ והייתה הסתלקותו של אדמו״ר הרש״ב, בא החסיד אל אדמו״ר הריי״צ לשאול אם הוא יכול לסיים את שליחותו. אולי זה הסימן, שהרבי הסתלק; אולי הגיע הזמן לסיים את השליחות. אבל אדמו״ר הריי״צ אמר: ״לא, עוד יגיע סימן. בינתיים עליך לחזור.״ והוא חזר שוב למקום שבו שהה, והמשיך לעסוק ממש בענייני יהדות. עבר פרק זמן. יום אחד דפק שם על הדלת יהודי שלא הכיר איש מבני הקהילה, כי הגיע ממקום אחר. הוא הגיע לשם וחיפש עבודה, חיפש מקום. הרב קירב אותו, נתן לו משהו לאכול ועזר לו להתיישב במקום, כמו שאומרים, למצוא עבודה וכן הלאה. יום אחד ישב אותו יהודי אצל הרב. פתאום הגיע הדוור והניח כמה מכתבים. החסיד הסתכל וראה שבין המכתבים יש מכתב מאדמו״ר הריי״צ. אור נדלק בעיניו — יום טוב באמצע היום. אצל חסידים יודעים: כשמגיע מכתב מהרבי, זה יום טוב.
08:32 זיי. אזוי זענען אריבערגעגאנגען נאך א יאר, נאך א יאר, און דערווייל קיין סימן איז נישט געקומען. ווען עס איז געווארן תר״פ, געווען די הסתלקות פון דעם רבי׳ן רש״ב, איז דער חסיד געקומען צום רבי׳ן ריי״צ פרעגן צי ער קען ענדיגן זיין שליחות. אפשר דאס איז דער סימן, אז דער רבי איז אוועק; אפשר איז דער צייט געענדיגט די שליחות. אבער דער פריערדיקער רבי האט געזאגט: „ניין, עס וועט נאך זיין א סימן. דערווייל דארפסטו גיין צוריק.“ נו, איז ער צוריקגעפארן נאך אמאל וואו ער איז דארטן געווען, און ממש געווען טאן אין ענינים פון אידישקייט. עס זענען אריבערגעגאנגען א משך זמן. איין טאג קומט אן דארטן, קלאפט אין טיר, א איד וואס האט נישט געקענט קיין מענטשן אין דער קהילה, ווייל ער איז געקומען פון ערגעץ אנדערש. און ער איז געקומען דא; ער זוכט אן ארבעט, ער זוכט א פלאץ. נו, האט דער רב אים מקרב געווען, געגעבן עפעס צו עסן, און ער האט אים געהאלפן אז ער זאל זיך קענען, ווי מען זאגט, זיך באזעצן אין דעם ארט, און אים העלפן טרעפן אן ארבעט, און אזוי ווייטער. איין טאג, דער איד זיצט דארטן ביי דעם רב. פלוצלינג קומט צו גיין פון דער פאסט, דא קומט צו גיין דער פאסטמאן, לייגט אראפ אפאר בריוו. אט דער חסיד גייט א קוק, זעט ער צווישן די בריוו אז ס׳איז דא א בריוו פונעם פריערדיקן רבי׳ן. איז געווארן ליכטיג אין די אויגן, יום טוב אינמיטן טאג. ביי חסידים ווייסט מען, אז עס קומט א בריוו פון רבי׳ן, איז יום טוב.
10:02 זו שמחה גדולה. מיד לבש את הקפוטה, את הסירטוק, חגר את הגרטל וניגש ליטול ידיים. הרבי שלח מכתב, והוא פתח אותו וקרא את הכתוב בו. במקרה, היהודי שבא אליו, אותו יהודי זר שהגיע למקום, הסתובב בדיוק שם, בבית הכנסת שבו ישבו. הוא ראה שחל שינוי ברב, שהוא שמח, ושהוא קורא את מכתבו של הרבי בחמימות רבה. הוא הסתקרן מאוד לדעת במה מדובר. הרב סיים לקרוא את המכתב, והיהודי ראה על פניו שהוא גם קצת מתוח. הוא שאל אותו: ״ספר לי, במה מדובר?״ הרב אמר לו: ״אדמו״ר הריי״צ כתב לי מכתב. הוא סיפר שבאה אליו אישה שבעלה נעלם. היא מחפשת את בעלה, אינה יודעת היכן הוא, ואף אינה יודעת אם הוא חי או לא ומה עליה לעשות. היא מודאגת מאוד מאוד. אדמו״ר הריי״צ כותב לי: אולי היהודי הזה הגיע אליכם, למדינה שלכם; אי אפשר לדעת.״ הוא מסר לו את השם ואת הפרטים שיכול היה למסור, כדי שאולי יוכלו לברר. והנה, אותו יהודי החוויר, כי התברר שזה הוא —
10:02 איז אַ גאַנצע שמחה. נו, צוגלייך אָנגעטאָן דעם קאַפּאָטע, דעם סירטוק, און אָנגעטאָן דעם גאַרטל, און זיך אַוועקגעשטעלט וואַשן די הענט. דער רבי האָט געשיקט אַ בריוו וואָס ס׳איז געשטאַנען דערפון. און ער עפֿנט דעם בריוו און דער רב טוט ליינען. ווי ס׳מאַכט זיך, איז דער איד וואָס איז געקומען צו אים, וואָס איז געווען אַ פרעמדער איד וואָס איז געקומען דאָרטן, ס׳איז געווען צופֿעליק פּונקט געדרייט דאָרטן אין דער שול וווּ מ׳האָט געזעסן. און ער זעט ווי דער רב איז אַ ביסל אַנדערש געוואָרן, אַז ער איז פֿריילעך, און ער ליינט דעם רבינס בריוו מיט אַ גאַנצע וואַרעמקייט. נו, ער איז געווען זייער נייגעריק צו וויסן וועגן וואָס עס רעדט זיך. נו, דער רב ליינט אָפּ דעם בריוו, און ער זעט אויפֿן פּנים אַ ביסל אַז ער איז אָנגעצויגן, פֿרעגט ער אים, דערצייל מיר, וועגן וואָס עס רעדט זיך. זאָגט ער אים: „אַז דער רבי, דער פֿריִערדיקער רבי, שרייבט אים אַ בריוו, און ער האָט דערציילט אים אַז ס׳איז געקומען צו אים אַ פֿרוי און זי — איר מאַן איז נעלם געוואָרן. זי זוכט איר מאַן, ווייסט ניט וווּ ער איז, און ווייסט ניט צי ער לעבט, צי ער לעבט ניט, וואָס זי זאָל טאָן. זי איז זייער, זייער פֿאַרדאגהט. און דער רבי ריי״צ שרייבט אים: אפֿשר קען זײַן אַז דער איד איז אָנגעקומען צו אײַך, צו אײַך אין דער מדינה, קען מען נישט וויסן. זאָגט ער אים אפֿשר דעם נאָמען, זאָגט אים פרטים וואָס ער האָט געקענט אים זאָגן דאָרטן, ס׳זאָל מען מברר זײַן אפֿשר.“ קום אויף, יענער איד איז געוואָרן ווײַס, אַז אויב דאָס איז
11:34 זה היה היהודי שהסתתר שם, היהודי שהרבי חיפש, שאשתו באה אל הרבי ואמרה שאינה יודעת היכן בעלה. כשראה זאת, נעשה עצבני מאוד: עד לכאן הרבי יודע איפה אני. הוא פרץ בבכי והתעורר בתשובה גדולה. הוא סיפר לרב שהיה לו כעס על אשתו, ובמשך הזמן התעוררו אצלו ספקות רבים באמונה ובענייני יהדות, והיו לו קשיים בגשמיות וברוחניות. הוא התרחק עוד ועוד מתורה ומצוות, עד שהחליט לעזוב הכול ולברוח. כך הגיע לשם ונעלם. ועכשיו הוא רואה — אי אפשר לברוח. לראשונה ראה את ההשגחה הפרטית האמיתית: כיצד הקב״ה מנהיג את העולם, והוביל אותו לכאן, קרא לו וחיפש אותו. והרבי, בעיניו המאירות, מצא אותו כאן. הדבר שבר אותו לגמרי; התעוררה אצלו תשובה, והוא התחיל לקבוע זמן ללימוד גמרא, ללמוד עוד קצת תורה וחסידות כדי לחזק את האמונה. הוא ומשפחתו חידשו את הקשר ביניהם, ושניהם החליטו יחד לנסוע לרבי. הרב, עם יהודים כאלה. הרב הבין שאפשר
11:34 באַר געוואָרן, אַז דאָס איז דער איד וואָס ער האָט זיך דאָרטן באַהאַלטן, געקומען צו גיין — דאָס איז געווען דער איד וואָס דער רבי האָט געזוכט, וואָס זײַן פֿרוי איז געקומען צום רבי אַז זי ווייסט נישט וווּ איז איר מאַן. יענער איד, וואָס האָט געזען אַזאַ זאַך, איז גאַנץ נערוועז געוואָרן. ביז דאָ דער רבי ווייסט וווּ איך בין. און ער האָט זיך שטאַרק צעוויינט און ער איז נתעורר געוואָרן בתשובה גדולה. האָט ער אים דערציילט אַז ער האָט כּעס געהאַט מיט דער פֿרוי, און במשך הזמן האָט ער געהאַט כּמה וכּמה ספיקות אין דער אמונה און כּמה ענינים אין ייִדישקייט, און שוועריקייטן בגשמיות וברוחניות. און ער איז ווײַטער און ווײַטער נתרחק געוואָרן פֿון תורה ומצוות, ביז ער האָט מחליט געווען אָפּצולאָזן אַלץ און אַנטלויפֿן. און אַזוי איז ער אָנגעקומען דאָ און נעלם געוואָרן. און דאָ זעט ער — מ׳קען נישט אַנטלויפֿן. האָט ער ערשט געזען די אמת׳ע השגחה פרטית, ווי אַזוי דער אייבישטער פֿירט זיך מיט דער וועלט און האָט אים צוגעפֿירט, צוגערופֿן, אויפֿגעזוכט. און דער רבי האָט אים מיט זײַנע ליכטיקע אויגן געטראָפֿן דאָ. און דאָס האָט אים אין גאַנצן צעבראָכן; עס איז בײַ אים געוואָרן אַ התעוררות תשובה, און ער האָט אָנגעהויבן קובע זײַן ללמוד אַ גמרא, אַ ביסל מער תורה, חסידות, אויף צו מחזק זײַן די אמונה. און זיי זײַנען צוריק נתקשר געוואָרן, דער חיבור מיט דער משפחה, און האָבן מחליט געווען ביידע צוזאַמען אַז זיי גייען פֿאָרן צום רבי. דער רב, מיט אַזעלכע ייִדן. דער רב האָט פֿאַרשטאַנען אַז קען
13:03 זו הייתה כל שליחותו של אותו חסיד, שלשמה הגיע לכאן וחי כאן כל השנים — להחזיר את היהודי הזה. הוא ראה בכך סימן שאין לו עוד מה לעשות כאן: השליחות כבר הסתיימה, והוא יכול לחזור למקום שבו היה קודם. היהודי רצה לנסוע לרבי. הרי ברור שהרבי הוציא אותו מגיא צלמוות, החזיר אותו לאמונה ולמשפחתו, והוא יוכל שוב לחיות עם אשתו וילדיו כפי שצריך. אבל מה שהוא הבחין בו היה שכאשר היהודי הזה הגיע, נכנס תחילה החסיד המבוגר ושאל את הרבי אם נותרה לו שליחות כאן. זו הייתה שאלתו. והרבי אמר לו: ״כן, כן, כן, הוא כבר יכול לחזור. יש לו רשות; הוא חי כאן כמה שנים, וכבר השלים את שליחותו״. ואז הובן מי היה היהודי השני: אותו יהודי שהתרחק, והתעורר בתשובה ובחרטה. והוא נכנס כדי להודות לרבי. והיהודי השלישי — זה היה סיפור על יהודי שהיו לו כמה עניינים ש—
13:03 זײַן אַז דאָס איז גאָר געווען זײַן גאַנצע שליחות, וואָס ער איז געקומען דאָ, דאָ געלעבט אַלע יאָרן — דאָס איז געווען כּדי צוריקצוברענגען אָט דעם אידן. איך זע, פֿאַר דעם איז דאָס אַ סימן אַז ער זאָל גאָרניט זײַן דאָ מער; די שליחות איז שוין פֿאַרטיק, ער קען פֿאָרן צוריק צו זיך וווּ ער איז געווען פֿריִער. און דער איד האָט געוואָלט פֿאָרן צום רבי, ס׳איז דאָך קלאָר אַז דער רבי האָט אים אַרויסגעשלעפּט פֿון גײַצעל־מוות, און דער רבי האָט אים צוריקגעברענגט צו דער אמונה, און צוריקגעברענגט צו דער משפחה, און ער גייט זיך נאָך אַמאָל, ליבער נאָך אַמאָל, לעבן מיט זײַן ווײַב, קינדער, ווי עס דאַרף זײַן. אָבער דאָס איז געווען וואָס ער האָט באַמערקט, אַז ער איז אַרײַנגעקומען — איז פֿריִער אַרײַנגעגאַנגען דער עלטערער חסיד און האָט געפֿרעגט דעם רבי, און ס׳האָט גאָרניט געווען שליחות. דאָס איז געווען זײַן שאלה. און אַז דער רבי האָט אים געזאָגט: „יאָ, יאָ, יאָ, דאָס איז געווען אַז ער זיצט דאָ, קען ער שוין צוריקגיין. אים קומט די רשות; ער האָט געלעבט דאָ פֿאַר עטליכע יאָר, און האָט שוין זײַן שליחות אויסגעמאַכט.“ און ס׳איז געוואָרן פֿאַרשטאַנען אַז שוין, מילא, ווער איז געווען דער צווייטער איד? אַז דאָס איז געווען אָט דער איד וואָס איז אַנטלאָפֿן דערפֿון, און ער איז נתעורר געוואָרן בתשובה וחרטה. און דער מענטש איז אַרײַנגעקומען צו זאָגן דעם רבי אַ דאַנק. און דער דריטער איד, דאָס איז געווען אַ סיפור פֿון אַ איד וואָס ער האָט געהאַט כּמה ענינים, וואָס
14:18 הוא רצה לשאול עליהם את אדמו״ר הריי״צ. היה גם עניין פרטי: הייתה לו אישה, והיא הייתה [לא ברור] שנים, ולאחר מכן הוא רצה להתחתן איתה שוב. היה לו ספק אם לעשות זאת או לא, והוא בא לשאול את הרבי. זו הייתה השאלה החמישית: האם להתחתן או לא להתחתן. ואדמו״ר הריי״צ לא ענה לו, פעם אחת ופעמיים, עד שהבין שלא יקבל על כך תשובה. לאחר מכן התברר שהאישה כבר לא הייתה [לא ברור], כי היא נפטרה. כן, שהיא כבר לא הייתה. אדמו״ר הריי״צ לא רצה לומר זאת כדי לא לצער אותו, אבל הוא כבר ידע שזה מה שקרה, ושכבר לא שייך שיוכל להתחתן איתה. ובזה הוא ראה את רוח הקודש, ומיהו הרבי, וכו׳ וכו׳. זה סיפור שמספר ר׳ שמערל גורודצקי, שעבד יד ביד עם אדמו״ר הריי״צ בשנים הראשונות של הנסיעות. בפרשת השבוע, פרשת בשלח, פרשת שירה, אנו מוצאים בתחילת הפרשה: ״ויהי בשלח פרעה את העם ולא נחם אלקים דרך ארץ פלשתים״. התורה מספרת מה קרה ביציאת מצרים: הקב״ה לא הוליך אותם דרך ארץ פלשתים. אפשר היה ללכת ישר לארץ ישראל, אבל ״פן ינחם העם בראותם מלחמה ושבו מצרימה״.
14:18 ער האט געוואָלט פרעגן דעם פריערדיקן רבי. עס איז געווען אן ענין פרטי: ער האט געהאט א ווייב, און זי איז געווען [לא ברור] יאר, און שפעטער האט ער געוואָלט נאך אמאל חתונה האבן מיט איר. ער האט געהאט א ספק, צי ער זאל דאס טאן צי נישט, און איז געקומען פרעגן דעם רבי. דאס איז געווען די פינפטע שאלה: צי ער זאל חתונה האבן אדער נישט חתונה האבן. און דער פריערדיקער רבי האט אים נישט געענטפערט, איין מאל, צוויי מאל, ביז ער האט פארשטאנען אז ער באקומט נישט קיין ענטפער אויף דעם. שפעטער איז נתברר געווארן אז די פרוי איז שוין נישט געווען [לא ברור], ווייל די פרוי איז נפטר געווארן. יא, אז זי איז שוין נישט געווען. דער פריערדיקער רבי האט נישט געוואָלט זאגן, כדי נישט מצער צו זיין, אבער ער האט שוין געוואוסט אז עס איז געווען אזא מעשה, אז זי איז שוין נישט געווען שייך אז מען זאל קענען חתונה האבן מיט איר. אבער דא, אין דעם האט ער דערזען דעם רוח הקודש, און וואס איז דער רבי, וכו' וכו'. און דאס איז א סיפור וואס דערציילט ר' שמערל גאראדעצקי, וואס ער איז געווען ארבעטן יד ביד צוזאמען מיט דעם פריערדיקן רבי אין די ערשטע יארן פון די נסיעות. אין דער היינטיקער פרשה, פרשת בשלח, פרשת שירה, געפינען מיר אין אנהייב פרשה: „ויהי בשלח פרעה את העם ולא נחם אלקים דרך ארץ פלשתים“. יא, די תורה דערציילט וואס איז געווען ביים ארויסגיין פון מצרים, און דער אויבערשטער האט געזאגט, ער גייט זיי נישט פירן דורך פלשתים. מען קען גיין גלייך צוריק קיין ארץ ישראל, אבער „פן ינחם העם בראותם מלחמה ושבו מצרימה“.
15:43 לכן הוא לא רצה להוליך אותם דרך פלשתים, ונאמר: ״ויסב אלקים את העם דרך המדבר ים סוף, וחמושים עלו בני ישראל מארץ מצרים״. הקב״ה הוליך אותם דרך המדבר, והם הלכו חמושים. חמושים פירושו מזוינים, מצוידים בכלי נשק. בהמשך נאמר: ״ויקח משה את עצמות יוסף עמו״. משה לקח עמו את עצמות יוסף. מה לומדים מהפסוק הזה? מיד נראה. ״ויקח משה את עצמות יוסף עמו״. אמנם הפסוק עצמו אומר: ״כי השבע השביע״. הייתה שבועה שיוסף השביע אותם, ואמר: כשתצאו ממצרים, קחו איתכם את עצמותיי. טוב, אכן הייתה שבועה. אבל מה הנפקא מינה כאן? מדוע התורה מספרת זאת דווקא כאן, בחלק הזה, בתוך העניין הזה? איך זה קשור לכאן, ומה מקומו בפרשה? זו השאלה ששואל הכלי יקר: מדוע, כשהתורה מספרת על יציאת מצרים, היא מספרת דווקא כאן ש״ויקח משה את עצמות יוסף עמו״? מהו המשך העניינים? על כך אומר הכלי יקר כמה ביאורים. באחד מהם הוא אומר שזהו המשך לעניין של ״חמושים״. חמושים פירושו מזוינים, כמו שאומר רש״י — מצוידים בכלי נשק. מהם היו כלי הנשק של היהודים?
15:43 האט ער זיי נישט געוואָלט פירן דורך פלשתים, און עס שטייט: „ויסב אלקים את העם דרך המדבר ים סוף, וחמושים עלו בני ישראל מארץ מצרים“. און דער אויבערשטער האט זיי געפירט דורך דעם מדבר, און זיי זענען געגאנגען חמושים. חמושים הייסט מזוינים, אנגעטאן מיט די אלע כלי זיין. שפעטער שטייט: „ויקח משה את עצמות יוסף עמו“. משה האט מיטגענומען יוסף׳ס ביינער. וואס מען לערנט פון דעם פסוק, וועלן מיר גלייך זען. „ויקח משה את עצמות יוסף עמו“. טאקע, דער פסוק זאגט אליין: „כי השבע השביע“. עס איז געווען א שבועה וואס יוסף האט זיי באשוואוירן און האט געזאגט: ווען איר גייט ארויס פון מצרים, זאלט איר מיטנעמען מיינע עצמות מיט זיך. פיין, טאקע, עס איז געווען א שבועה. אבער וואס איז די נפקא מינה דא? פונקט אז די תורה דא דערציילט דאס אין דעם חלק, אין דעם פרט, אין דעם ענין — ווי קומט דאס דא אריין? וואס איז די נפקא מינה דא אין דער פרשה? די שאלה פרעגט דער כלי יקר. יא, וואס איז דא דער ענין, וואס פלוצלינג די תורה דא דערציילט, ווען זיי גייען ארויס פון מצרים, און זי זאגט אז — וואס איז דא דער המשך הענינים, וואס פונקט דא דערציילט די תורה אז „ויקח משה את עצמות יוסף עמו“? אויף דעם זאגט דער כלי יקר, ער האט עטליכע ביאורים. איינער פון די ביאורים וואס ער זאגט, אז דאס איז דער המשך צום ענין פון די „חמושים“. חמושים הייסט מזוינים, רש״י זאגט. דאס איז אנגעטאן מיט כלי זיין. וואס זענען געווען די אידן׳ס כלי זיין?
17:07 כפי שנראה בהמשך החומש, כלי הנשק של היהודים היו הארון הקדוש. הגמרא אומרת ששני ארונות הלכו איתם: ארון הברית, שבו לוחות הברית, שיצא לכל המלחמות והלך לפניהם במחנה — ״קומה ה׳ ויפוצו אויביך וינוסו משנאיך מפניך״ — וארונו של יוסף, שהלך יחד עם הארון. ושאלו: מה עושים שני הארונות האלה יחד? והשיבו: ״קיים זה מה שכתוב בזה״. כלומר, לכל מי מאומות העולם שראה את שני הארונות הולכים עם היהודים, אמרו שזהו ארונו של יוסף, שקיים את המצוות, את עשרת הדברות. זהו, אם כן, הקשר בין הדברים: ״וחמושים עלו בני ישראל מארץ מצרים״ — היהודים יצאו ממצרים מזוינים, מצוידים בכלי נשק. איזה כלי נשק? התורה. אבל התורה עדיין לא הייתה בידיהם; לוחות הברית עדיין לא היו, שהרי זה היה לפני מתן תורה. לכן אומר הפסוק: ״ויקח משה את עצמות יוסף״. עצמות יוסף היו בארון, וכיוון ש״קיים זה מה שכתוב בזה״, את עשרת הדברות, היו ליוסף ולכוחותיו הכוחות לסייע ליהודים להיות מזוינים, שלא יתפעלו מאומות העולם ומכל הקשיים שיפגשו בדרך. תורה נוספת אומרת.
17:07 ווען מיר גייען זען ווייטער אין חומש, די אידן׳ס כלי זיין — דאס איז דאך געווען דער ארון הקדוש. ווי די גמרא זאגט, אז עס זענען מיטגעגאנגען צוויי ארונות. עס איז געווען דער ארון הברית, דער מיט די לוחות הברית, און דאס איז געווען דער וואס איז ארויס אויף אלע מלחמות, און דער ארון איז געגאנגען לפניהם, יא, במחנה, און דאס איז געווען דער „קומה ה׳ ויפוצו אויביך וינוסו משנאיך מפניך“. און עס איז געווען ארונו של יוסף, וואס איז מיטגעגאנגען צוזאמען מיט דעם ארון. און מען האט געפרעגט: וואס טוען די צוויי ארונות? האט מען געענטפערט: „קיים זה מה שכתוב בזה“. אזוי אז יעדער מענטש, אומות העולם, וואס האבן געזען צוויי ארונות גיין צוזאמען מיט אידן, האט מען זיי געזאגט אז דאס איז ארונו של יוסף, וואס ער האט מקיים געווען די מצוות, די עשרת הדברות. במילא, דאס איז דער קשר הענינים. „וחמושים עלו בני ישראל מארץ מצרים“. אידן זענען ארויסגעגאנגען פון מצרים מזוינים, אנגעטאן מיט כלי זיין. וועלכע כלי זיין? די תורה. אבער די תורה האבן זיי נאך נישט געהאט. די לוחות הברית זענען נאך נישט געווען. עס איז דאך ערשט געווען פאר מתן תורה. זאגט דער פסוק: „ויקח משה את עצמות יוסף“. די עצמות יוסף, דאס איז געווען דער ארון. וויבאלד „קיים זה מה שכתוב בזה“, די עשרת הדברות, איז יוסף מיט זיינע כוחות — ער האט שוין געהאט די כוחות צו קענען העלפן אידן, אז ביי אידן זאל זיין דער מזוינים, זיי זאלן נישט נתפעל ווערן פון די אלע אומות העולם און די אלע שוועריקייטן וואס זיי גייען טרעפן בדרך. א צווייטע תורה זאגט.
18:27 אומר הכלי יקר שזה היה זכות לקריעת ים סוף. הרי כתוב במדרש: ״הים ראה וינוס, הירדן יסוב לאחור״. כל הזכות לקריעת ים סוף הייתה בזכות יוסף הצדיק, ארונו של יוסף. ״הים ראה וינוס״ — מה פירוש ״ראה״? ראה ארונו של יוסף. הים ראה את ארונו של יוסף הצדיק, שיוסף היה שומר הברית בכל העניינים. וממילא זה פעל ש״הים ראה וינוס״. זהו, אם כן, המשך העניינים: הרי איך מתקדמת כאן הפרשה? בני ישראל מגיעים לים סוף, וכדי לעבור בים היה איתם ארונו של יוסף. לכן הפסוק אומר כבר קודם: ״ויקח משה את עצמות יוסף״. אלה שני ביאורים נפלאים שאומר הכלי יקר. הרבי אמר פעם בהתוועדות, ארבעים שנה מ[לא ברור], ואנחנו נמצאים עכשיו בימים הסמוכים ליום הגדול והקדוש, י׳ שבט, ימי ההסתלקות, ימי ההילולא של אדמו״ר הריי״צ. הרבי דיבר פעם, כן, [לא ברור] תחילת הנשיאות של הרבי. בתקופה של תש״נ, ארבעים שנה, בהתוועדויות בקשר לי׳ שבט, שבת וארא, שבת, אה, שבת בשלח — השבתות שהיו קשורות ליום הגדול והקדוש, לימי ההילולא — דיבר הרבי פעם על יוסף. והרי זה שמו הראשון
18:27 ער זאגט, דער כלי יקר, אז דאס איז געווען א זכות צום קריעת ים סוף. ס׳שטייט דאך אין מדרש: „הים ראה וינוס, הירדן יסוב לאחור“. דער גאנצער זכות פון קריעת ים סוף איז געווען בזכות יוסף הצדיק, ארונו של יוסף. „הים ראה וינוס“ — וואס מיינט „ראה“? ראה ארונו של יוסף. ער האט געזען ארונו של יוסף, יוסף הצדיק, וואס יוסף איז געווען שומר הברית מיט אלע ענינים. און במילא האט דאס גע׳פועל׳ט אז „הים ראה וינוס“. במילא איז דאס דער המשך הענינים. וויבאלד ווי גייט דאך יעצט דער לערנען? אז אידן קומען צו ים סוף, און אין ים סוף האבן זיי געדארפט דורכפארן דעם ים, האבן זיי געהאט ארונו של יוסף. און במילא זאגט דער פסוק שוין פריער: „ויקח משה את עצמות יוסף“. און דאס זענען צוויי געשמאקע ביאורים וואס ער זאגט, דער כלי יקר. דער רבי האט אמאל געזאגט ביי א פארברענגען, ארבעים שנה פון [לא ברור], און מיר געפינען זיך יעצט אין די ימים הסמוכים צו דעם יום הגדול והקדוש, יו״ד שבט, די ימי ההסתלקות, ימי הילולא פונעם רבי׳ן ריי״צ. דער רבי האט אמאל גערעדט, יא, [לא ברור] תחילת הנשיאות פונעם רבי׳ן, האט דער רבי געזאגט, אין דער תקופה פון תש״נ, ארבעים שנה, אין די פארברענגענס מיט קשר צו יו״ד שבט, שבת וארא, שבת, אה, שבת בשלח, די שבתים וואס זענען געווען פארבונדן מיט דעם יום הגדול והקדוש, מיט די ימי הילולא, האט דער רבי אמאל גערעדט בנוגע יוסף. און דאס איז דאך דער נאמען, דער ערשטער נאמען
19:55 של אדמו״ר הריי״צ, של הרבי הקודם. והרבי אומר שרואים כאן את עניינו של יוסף: מוצאים בפרשה את עניינו של יוסף הן בתחילתה והן בסופה. בתחילת הפרשה: ״ויקח משה את עצמות יוסף עמו״. ובסוף הפרשה — המלחמה בעמלק. מי ניהל את מלחמת עמלק? יהושע בן נון. כי יהושע בן נון היה מיוסף, משבט יוסף, שבט אפרים; הוא היה מבני יוסף. באמצעות יהושע בן נון ניהלו את המלחמה בעמלק, כמו שכתוב במדרש: על ידי יוסף, מכיוון ש״והיה בית יעקב אש ובית יוסף להבה ובית עשו לקש״. כלומר, ליוסף יש הלהבה ששורפת את הקש של עשו. לכן הוא היה יכול לנהל מלחמה בעמלק. לכן משה רבינו אמר ״בחר לנו אנשים״ — הם צריכים להיות אנשי משה, אבל המלחמה צריכה להתנהל דווקא על ידי יהושע, כי הוא בא מיוסף ויכול לשרוף את עמלק. נמצא שיוסף מופיע הן בתחילת הפרשה והן בסופה. על כך נתן הרבי עוד ביאור, ביאור חדש, עמוק ונפלא. הקשיבו היטב: זה ממש נוגע לעבודת השם, למה שאנחנו לומדים מהעניינים שהיו אצל אדמו״ר הריי״צ ואצל הרבי, ולמה שצריך להיעשות היום — מה שאנחנו לומדים מיוסף. והוא מעלה עוד שאלה: כאן מופיע הלשון ״עצמות יוסף״. מה עניינו של הלשון הזה כאן? מה פירושו?
19:55 פונעם רבי׳ן ריי״צ, פונעם פריערדיקן רבי׳ן. און דער רבי זאגט, מ׳זעט דא דעם ענין פון יוסף. אז מ׳געפינט אין דער פרשה, סיי אין תחילת הפרשה און סיי אין סיום הפרשה, דעם ענין פון יוסף. אין תחילת הפרשה: „ויקח משה את עצמות יוסף עמו“. און אין סיום הפרשה, די מלחמה פון עמלק. ווער האט געפירט מלחמת עמלק? יהושע בן נון. ווייל יהושע בן נון איז געווען פון יוסף, משבט יוסף, שבט אפרים, ער איז געווען פון בני יוסף. דורך יהושע בן נון האט מען געפירט די מלחמה מיט עמלק, ווי ס׳שטייט אין מדרש, אז דורך יוסף, וויבאלד אז „והיה בית יעקב אש ובית יוסף להבה ובית עשו לקש“, אז דאס הייסט אז יוסף האט אין זיך דעם פלאם פייער אפצוברענען דעם קש פון עשו. דערפאר האט ער געקענט פירן א מלחמה מיט עמלק. דערפאר האט משה רבינו געזאגט „בחר לנו אנשים“ — עס דארפן זיין אנשי משה, אבער עס דארף זיין דורך יהושע דוקא, ווייל ער קומט פון יוסף און קען אפברענען עמלק. געפינט מען יוסף סיי אין תחילת הפרשה, סיי אין סיום הפרשה. אויף דעם האט דער רבי געשטעלט נאך א ביאור, א נייער ביאור און א ביאור עמוק ונפלא. הערט מיט אייער אויער: ממש אין עבודת השם, ווייל וואס מיר לערנען ארויס פון דעם, פון די ענינים וואס זענען געווען פון דעם רבי׳ן ריי״צ און דעם רבי׳ן, אין דעם ענין וואס היינט דארף זיך אויפטאן, וואס מיר לערנען ארויס פון יוסף. און ער זאגט נאך א שאלה: וואס מ׳געפינט דא דעם לשון „עצמות יוסף“. ווי קומט דאס אריין מיטן לשון? וואס איז?
21:27 אפשר לשאול בפשטות, ויש על כך כמה וכמה ביאורים במפרשים: למה כתוב כאן ״עצמות יוסף״? אמנם יוסף עצמו אמר ״ויקח משה את עצמותיו״ בפרשת ויחי, אבל הוא אמר זאת מצד הנבואה. כאן, לעומת זאת, היה אפשר לומר: ״ויקח משה את יוסף״ — זה [לא ברור] של יוסף, זה לשון יפה יותר. מה עניינו של ״עצמות יוסף״ כאן? על כך מבואר שהעניין של ״עצמות יוסף״ קשור גם ללשון ״עצמיות״. וזה הקשר בין העניינים, שמופיע דווקא כאן בפסוקים. ראשית, ״עצמות״, ״עצמיות״ — העצמות, הבָּנִים, מבטאות את תוקף הגוף; זהו העצם. מהו ״עצם״? ״עצם״ מלשון ״עצמיות״. זהו התוקף והחוזק של הגוף. ועל דרך זה, כשאומרים ״עצמות יוסף״, הכוונה לתוקף של יוסף, לחוזק של יוסף. על מה מדובר בפסוקים? מדובר בהם על כך שהקב״ה אומר שהוא יוליך את בני ישראל במדבר. בני ישראל צריכים לעבור ב״מדבר הגדול והנורא, נחש שרף ועקרב וצמאון אשר אין מים״, ״אשר לא ישב אדם שם״. את המדבר הזה צריך לעבור, הן בגשמיות והן ברוחניות. ובני ישראל צריכים להפוך את המדבר, לעשות שהכול יהיה עמוק בתורה. כידוע, אדמו״ר הזקן הסביר בליקוטי תורה כמה וכמה פעמים שכל עניין הליכת בני ישראל במדבר העמים היה הכנה להליכת בני ישראל בכל הדורות ובכל הזמנים ב״מדבר הגדול והנורא״ של הגלות, [לא ברור].
21:27 מ׳קען פשוט פרעגן, ס׳זענען דא כמה וכמה ביאורים אין די מפרשים: וואס שטייט דא „עצמות יוסף“? איי, נאך אים, יוסף אליין האט געזאגט „ויקח משה את עצמותיו“ אין פרשת ויחי, אבער דאס האט ער געזאגט מצד הנבואה. אבער דא דארף מען זאגן נאך די ווערטער: „ויקח משה את יוסף“ — ס׳איז א [לא ברור] פון יוסף, ס׳איז א שענערער לשון. וואס איז דאס דער ענין פון „עצמות יוסף“ דא? איז אויף דעם מבואר, אז דער ענין פון „עצמות יוסף“ איז אויך מיטן לשון „עצמיות“. און דאס איז דער קשר הענינים, וואס קומט אריין דוקא דא אין די פסוקים. ערשטנס, „עצמות“, „עצמיות“ — דער ענין פון ביינער באווייזט אז דאס איז דער תוקף הגוף, דאס איז דער עצם. וואס איז דאס „עצם“? „עצם“ מיטן לשון „עצמיות“. דאס איז דער תוקף און חוזק פון דעם גוף. ועל דרך זה, ווען מ׳זאגט „עצמות יוסף“, דעם תוקף פון יוסף, די שטארקייט פון יוסף. וואס רעדט זיך אין די פסוקים? אין די פסוקים רעדט מען וועגן דעם וואס דער אויבערשטער זאגט, אז ער גייט פירן די אידן דורך אין מדבר. אידן דארפן דורכגיין דעם „מדבר הגדול והנורא, נחש שרף ועקרב וצמאון אשר אין מים“, „אשר לא ישב אדם שם“. אז דעם מדבר דארף מען דורכגיין, סיי בגשמיות, סיי ברוחניות. און אידן דארפן איבערמאכן דעם מדבר און מאכן פון דעם אז אלעס זאל ווערן עמוק אין תורה. ווי ס׳איז ידוע, וואס דער אלטער רבי האט מסביר געווען אין לקוטי תורה כמה וכמה פעמים, אז דער גאנצער ענין פון דער הליכה פון בני ישראל אין מדבר העמים, דאס איז געווען די הכנה צו דער הליכה פון אידן אלע דורות, אין אלע זמנים, אין דעם „מדבר הגדול והנורא“ פון גלות, [לא ברור].
23:01 ישראל, בכל העולם, להפוך את העולם הגדול כולו, את מדבר העמים, לגן, ״באתי לגני לגנוני״ — גן לריבונו של עולם. וזה התחיל כאן ועכשיו. ״ויסב אלקים את העם דרך המדבר״. משה רבינו ראה שבני ישראל אינם נכנסים מיד לארץ ישראל; הם עוד הולכים דרך המדבר. זו הכנה לכל ההליכה בחושך הגלות, שצריכה להיות במדבר רוחני: ללכת למקום שיש בו ״נחש שרף ועקרב״ ברוחניות, ״צמאון אשר אין מים״ — ״אין מים אלא תורה״ — ברוחניות, וכל העניינים שהמדבר מבטא. ״לא ישב אדם שם״ — אדם, ״אדמה לעליון״ — אין שם גילוי אלוקות, אין שם יהדות, אין שם תורה ומצוות. ולשם צריכים בני ישראל ללכת ולעשות דירה. איך אפשר לעשות זאת? זו עבודה קשה. הרי אפשר לשבת באוהלה של תורה. למה צריך להתעסק עם עולם שחור כל כך, עם דברים מרים כאלה, עם חושך כזה? זהו המדבר. על כך אומרת התורה: ״ויקח משה את עצמות יוסף״. הוא לקח את העצמיות של יוסף. מהי העצמיות של יוסף? הדבר טמון בשם יוסף. השם יוסף — כפי שכתוב בפסוק בפרשת וישלח, בפרשת ויצא, סליחה. למה קראה רחל ליוסף בשם יוסף? כי היא אמרה: ״יוסף ה׳ לי בן אחר״. הפירוש הפשוט הוא שהיא רצתה עוד ילד, את בנימין. אבל למה כתוב ״אחר״? ״יוסף ה׳ לי בן״ — למה כתוב ״בן אחר״? כי על כך מביא
23:01 ישראל, אין דער גאנצער וועלט, פון דער גאנצער גרויסער וועלט, פון מדבר העמים, מאכן פון דעם א גן, „באתי לגני לגנוני“, א גן פארן רבונו של עולם. און דאס האט זיך דא איצט אנגעהויבן. „ויסב אלקים את העם דרך המדבר“. משה רבינו האט געזען אז אידן גייען נישט גלייך אריין אין ארץ ישראל. אידן גייען נאך דורכן מדבר. דאס איז א צוגרייטונג צו דער גאנצער הליכה אין דעם גאנצן חושך הגלות, וואס דארף זיין אין א מדבר רוחני. גיין אין אזא ארט וואו עס געפינען זיך „נחש שרף ועקרב“ רוחניות, „צמאון אשר אין מים“, „אין מים אלא תורה“ רוחניות, און די אלע ענינים וואס מדבר מיינט, „לא ישב אדם שם“ — אדם, „אדמה לעליון“ — ס׳איז נישטא קיין גילוי אלקות, נישטא קיין אידישקייט, נישטא קיין תורה ומצוות. און דארטן דארפן אידן גיין און מאכן א דירה. ווי אזוי קען מען דאס טאן? א שווערע עבודה. מען קען דאך זיצן באהלה של תורה. וואס דארף מען זיך פארנעמען מיט אזא שווארצער וועלט, מיט אזעלכע ביטערע זאכן, מיט אזא חושך? דאס איז דער מדבר. אויף דעם זאגט די תורה: „ויקח משה את עצמות יוסף“. ער האט גענומען די עצמיות פון יוסף. וואס איז די עצמיות פון יוסף? דאס שטייט אין דעם נאמען יוסף. דער נאמען יוסף, ווי עס שטייט אין פסוק אין פרשת וישלח — אין פרשת ויצא, סליחה. פארוואס האט רחל גערופן יוסף מיטן נאמען יוסף? ווייל זי האט געזאגט: „יוסף ה׳ לי בן אחר“. דער פירוש הפשוט איז, זי האט געוואלט נאך א קינד, בנימין. אבער פארוואס שטייט „אחר“? „יוסף ה׳ לי בן“ — פארוואס שטייט „בן אחר“? ווייל אויף דעם ברענגט
24:39 אדמו"ר הצמח צדק מבאר באור התורה, שהכוונה היא שמ״אחר״ ייעשה ״בן״. השליחות של יוסף הצדיק בעולם טמונה בשמו. כפי שאומר הבעל שם טוב הקדוש, בשם טמונים הנשמה והתכלית של מה שעל האדם לעשות בעולם. יוסף נקרא יוסף מפני שעניינו, כוונתו ושליחותו בעולם היו שמ״אחר״ ייעשה ״בן״. לכן ירד יוסף למצרים והיה ב״ערות הארץ״, כי כל מהותו וכל שליחותו בעולם היו להיות במקום של ״אחר״ — מקום זר לגמרי, מנותק מאלוקות, מנותק מיהדות, מנותק מקדושה — ולגלות את הפנימיות של אותו ״אחר״ ולעשות ממנו בן לאב, ילד של הקדוש ברוך הוא. זו תכליתו של יוסף, המתבטאת בשמו, וכפי שרואים במוחש, כך כבר עשה יוסף. הוא היחיד שירד למצרים, ל״ערות הארץ״, היה רחוק לגמרי מהוריו וממשפחתו והלך לארץ זרה. הוא התמסר לכך, וכפי שהתורה מספרת לנו, כשהיה יוסף במצרים הוא שינה את כל הסביבה, הכניס בה קדושה וכו׳ וכו׳. וזה צריך לעורר כל יהודי; זו העצמיות של יוסף. יהודי אינו יכול לשבת בבית המדרש, בעולם התורה, להסתגר בישיבה ובכולל ולומר: שלום עלי נפשי, אני הולך ללמוד. ברגע שיהודי יודע שיש יהודי שאבד במדבר, שיש יהודי שאבד במצרים, שיש יהודי שאבד ב״ערות הארץ״ ונטמע שם, אז הוא מגלה בעצמו את העצמיות של יוסף. ואנו מוצאים בתהילים שכל עם ישראל נקרא יוסף: ״נוהג כצאן יוסף״; ״הבן יקיר לי אפרים״ — יהודים נקראים בשם יוסף ובשם אפרים, כי זו התכלית: ״כי הפרני אלקים בארץ עניי״. כשיהודי נמצא בגלות, במקום שבו שמו של ה׳ אינו מוזכר, וכשפוגשים יהודי שנטמע שם, אי אפשר לשבת בבית המדרש ולשכוח מהשטח, ולומר לעצמנו: אני לומד תורה, מה לי ולזה? אומרת התורה מיד בפרשת יציאת מצרים, ״בשלח פרעה את העם״ — מה
24:39 דער צמח צדק אין אור התורה, אז דער כוונה איז, אז פון אן „אחר“ זאל ווערן א „בן“. יוסף הצדיק׳ס שליחות אויף דער וועלט שטייט אין זיין נאמען, ווי דער הייליקער בעל שם טוב זאגט, אז אין א נאמען שטייט די נשמה, דער תכלית, וואס ער דארף טאן אויף דער וועלט. דאס וואס יוסף הייסט יוסף, איז ווייל זיין ענין, זיין כוונה, זיין שליחות אויף דער וועלט, איז געווען אז פון אן „אחר“ זאל ווערן א „בן“. דערפאר איז יוסף אראפ קיין מצרים און געווען אין „ערות הארץ“, ווייל זיין גאנצער מהות, זיין גאנצע שליחות אויף דער וועלט, איז געווען צו זיין אין אן ארט פון „אחר“. אן ארט וואס איז גאר פרעמד, אפגעריסן פון אלקות, אפגעריסן פון אידישקייט, אפגעריסן פון קדושה, און פון דעם „אחר“ אנטפלעקן דעם פנימיות און מאכן פון אים א בן צום אב, א קינד פונעם הקדוש ברוך הוא. דאס איז דער תכלית פון יוסף, וואס ווערט אויסגעדריקט אין זיין נאמען, און ווי מען זעט במוחש, דאס האט יוסף שוין געטאן. דער איינציקער וואס איז אראפ קיין מצרים, „ערות הארץ“, איז געווען ווייט אינגאנצן פון זיינע עלטערן און זיין משפחה, און איז געגאנגען אין א פרעמד לאנד, ווייל ער האט זיך איבערגעגעבן, ווי די תורה דערציילט אונז, אז יוסף, ווען ער איז געווען אין מצרים, האט געטוישט די גאנצע סביבה, אריינגעברענגט קדושה, וכו׳ וכו׳. און דאס דארף אויפוועקן יעדן אידן, דאס איז עצמות יוסף. א איד קען נישט זיצן אין בית המדרש, אין דער וועלט פון תורה, און זיך איינשפארן אין ישיבה און כולל, און זאגן: שלום עלי נפשי, איך גיי לערנען. אין דעם רגע וואס א איד ווייסט אז ס׳איז דא אן איד וואס איז פארלוירן אין מדבר, אז ס׳איז דא אן איד וואס איז פארלוירן אין מצרים, אז ס׳איז דא אן איד וואס איז פארלוירן אין „ערות הארץ“, וואס איז נטמע געווארן, דעמאלט אנטפלעקט דער איד אין זיך די עצמיות פון יוסף. און מיר געפינען אין תהלים, אז דער גאנצער כלל ישראל ווערט אנגערופן יוסף: „נוהג כצאן יוסף“; „הבן יקיר לי אפרים“ — אידן ווערן אנגערופן מיטן נאמען יוסף, מיטן נאמען אפרים, ווייל דאס איז דער תכלית: „כי הפרני אלקים בארץ עניי“. אז א איד אין גלות, א איד אין אן ארט וואס דער נאמען פון ה׳ דערמאנט זיך נישט דארט, און מען טרעפט דעם איד וואס איז נטמע געווארן, קען מען נישט זיצן אין בית המדרש און פארגעסן פון דעם פעלד, און זאגן צו זיך: איך לערן תורה, וואס האט דאס מיט מיר צו טאן? זאגט די תורה גלייך אין דער פרשה פון יציאת מצרים, „בשלח פרעה את העם“ — וואס
26:48 עושה משה רבינו? ״ויקח משה את עצמות יוסף״. הוא לקח את עצמות יוסף הצדיק, ואותן לקח איתו אל המדבר ודרך המדבר. הוא הולך במדבר עם יוסף, עם כוחו של יוסף שבנפש, מחולל מהפכה במדבר, הופך אותו לגן עדן, משחרר מחושך הגלות, מאיר את הנשמה ומקרב יהודים. זו השליחות שלנו. ועל דרך זה יהושע בן נון בסיום הפרשה, במלחמת עמלק. על עמלק נאמר ״הנחשלים אחריך״. עמלק היה יכול לתקוף מפני שהיו יהודים מחוץ למחנה. כשהיהודים היו בתוך המחנה, בתוך הענן, עמלק לא היה יכול להגיע אליהם, כפי שמביא רש״י. אלא שהיו ״הנחשלים אחריך״, שהענן פלט אותם, והם לא הלכו יחד עם השאר בדרך במדבר; ואז עמלק הגיע אליהם. אפשר לחשוב: מה היה הצורך לצאת אליהם? לקחו את האנשים הטובים ביותר, ״בחר לנו אנשים״, יראי חטא, כפי שאומר רש״י — יהודים טובים, יהודים של תורה, שיושבים בתוך הענן — והם באים אל משה רבינו. אבל יהושע בן נון אומר: לא, צריך לצאת מן הענן ולהילחם בעמלק. למה? כדי להחזיר את היהודים מ״הנחשלים אחריך״. זו תכליתו של יוסף. יהושע בן נון, מצאצאי יוסף הצדיק, נוטל על עצמו את כוחו של יוסף הצדיק, את עצמות יוסף, ולוקח את ה״אחר״ ועושה ממנו ״בן״. ״יוסף ה׳ לי בן אחר״ — לעשות מ״אחר״ ״בן״. וזו ההוראה שלומדים כאן, כשעומדים בימים של י׳ שבט, ימי ״באתי לגני״, כפי שמוצאים במאמרים של ימים אלה. וזו הייתה ההוראה שהתבטאה בהנהגתו של אדמו"ר הריי"צ, כשעומדים הרי בסוף זמן הגלות, בעקבתא דמשיחא.
26:48 טוט משה רבינו? „ויקח משה את עצמות יוסף“. ער האט גענומען די עצמות פון יוסף הצדיק, און דאס האט ער מיטגענומען אין מדבר, דורך דעם מדבר. ער גייט אין מדבר, ער גייט מיט יוסף, מיטן כח יוסף שבנפש, ברענגט א מהפכה אינעם מדבר, מאכט פון דעם אן עדן, באפרייט פון דעם חושך הגלות, און באלייכט די נשמה און דערנענטערט אידן. דאס איז אונזער שליחות. און על דרך זה יהושע בן נון ביים סיום הפרשה. עמלק. ביי עמלק שטייט „הנחשלים אחריך“. עמלק האט געקענט אנפאלן ווייל אידן זענען געווען אויסער דעם מחנה. ווען אידן זענען געווען אינעווייניג אין מחנה, אינעווייניג אין ענן, האט עמלק נישט געקענט צוקומען צו זיי, ווי רש״י ברענגט. נאר עס זענען געווען „הנחשלים אחריך“, וואס דער ענן האט זיי אויסגעשפיגן, און זיי האבן נישט מיטגעהאלטן דעם וועג דורכן מדבר, און דעמאלט איז עמלק צוגעקומען צו זיי. מען קען טראכטן: וואס איז געווען דער צורך ארויסצוגיין צו זיי? מען האט גענומען די בעסטע מענטשן, „בחר לנו אנשים“, יראי חטא, ווי רש״י זאגט, גוטע אידן, תורה׳דיגע אידן, וואס זיצן אינעווייניג אין ענן, קומען צו משה רבינו. אבער יהושע בן נון זאגט: ניין, מען דארף ארויסגיין פון ענן, מלחמה האלטן מיט עמלק. פארוואס? כדי צוריקצוברענגען די אידן פון „הנחשלים אחריך“. דאס איז דער תכלית פון יוסף. יהושע בן נון, אן אפשטאמיקער פון יוסף הצדיק, נעמט אויף זיך דעם כח פון יוסף הצדיק, עצמות יוסף, און נעמט דעם „אחר“ און מאכט פון אים א „בן“. „יוסף ה׳ לי בן אחר“ — פון אן אחר מאכן א בן. און דאס איז די הוראה וואס מען לערנט דא, שטייענדיג אין די טעג פון יו״ד שבט, די טעג פון „באתי לגני“, ווי מען געפינט דאס אין די מאמרים פון די טעג. און דאס איז געווען די הוראה וואס איז געווען דער ענין פון דעם פריערדיקן רבי׳נס הנהגה, שטייענדיג דאך אין סוף זמן הגלות, אין עקבתא דמשיחא.
28:35 בחושך כפול ומכופל, כשרואים, רחמנא ליצלן, כמה יהודים רחוקים ומנותקים מיהדות. ומה העצה? כפי שהרבי, כפי שרבותינו נשיאינו לימדו אותנו, החל מאדמו"ר הריי"צ, שראו אצלו בזמן הגלות שזה היה אחד מענייניו החזקים ביותר. הוא נסע ממקום למקום, נסע מארץ אחת לשנייה, אחר כך הגיע לאמריקה, ו[לא ברור] שלח שלוחים. והדבר התבטא ביתר שאת וביתר עוז אצל הרבי נשיא דורנו: עניינו של יהודי הוא לקחת עמו את עצמות יוסף. וצריך לקחת את ההוראה מיוסף הצדיק, לצאת אל העולם ולכבוש את העולם ולחפש יהודי שנמצא במדבר. וללמוד מיוסף לקחת ״אחר״ ולקרב אותו, עם כל הקשיים, ולעשות ממנו ״בן״. ואם תטען: מה [לא ברור] במצווה אחת, בהנחת תפילין פעם אחת, מה זה יעזור? אומרים: לא. יהודי צריך לדעת שאי אפשר לדעת עד כמה פועלים על יהודי. [לא ברור]. מהרגע שאתה מדליק את הניצוץ, אי אפשר לדעת עד היכן זה יגיע. מצווה גוררת מצווה. מניחים תפילין פעם אחת, והנשמה כבר מתחילה לבעור, הנשמה כבר מתחילה להתלהט, האור אצלו כבר נדלק. הוא כבר ירצה עוד מצווה ועוד מצווה, ומזה יגיע עד שתשובתו תהיה בתכלית השלמות,
28:35 אין חושך כפול ומכופל, וואס מ׳זעט, רחמנא ליצלן, ווי פיל אידן זענען ווייט און פארלאנגט פון אידישקייט. און וואס איז די עצה? ווי דער רבי, ווי אונזערע רביים האבן אונז אויסגעלערנט, אנהייבנדיג פון דעם רבי׳ן רבי יוסף יצחק, וואס מ׳האט געזען ביי אים אין גלות, אז דאס איז געווען איינער פון זיינע שטארקסטע ענינים. יא, וואס איז ארומגעפארן, געפארן פון איין ארץ צו א צווייטע, נאכדעם געקומען קיין אמעריקע, און האט [לא ברור] געשיקט שלוחים. יא, און דאס איז פשוט געווען ביתר שאת וביתר עוז דורך אונזער רבי נשיא דורנו, אז דער ענין פון א איד איז נעמען עצמות יוסף עמו. און מ׳דארף נעמען די הוראה פון יוסף הצדיק, אויף ארויסגיין אויף דער וועלט און אייננעמען די וועלט און זוכן א איד וואס געפינט זיך במדבר. און דאך לערנען פון יוסף: נעמען אן אחר און מקרב זיין אים מיט די קושיים, די קשיים, און מאכן פון אים א בן. איי, וועסטו טענה׳ן, וואס [לא ברור] מיט איין מצוה, איין מאל לייגן תפילין, וואס וועט דאס העלפן? זאגט מען: ניין. אז א איד דארף וויסן, מ׳קען נישט וויסן ווי ווייט מ׳פועל׳ט אויף א איד. [לא ברור]. משעה דו צינדסט אן דעם ניצוץ, קען מען נישט וויסן ווי ווייט עס וועט גיין. מצוה גוררת מצוה. לייגט מען איין מאל תפילין, די נשמה הייבט שוין אן ברענען, די נשמה הייבט שוין אן פלאקערן, ס׳האט זיך שוין אנגעצונדן די ליכט ביי אים. ער וועט שוין ווייטער וועלן נאך א מצוה, נאך א מצוה, און פון דעם וועט קומען ביז ער וועט, יא, תשובתו בתכלית השלמות,
29:57 והוא יקרב אחרים ויקים משפחות של יראים וחרדים. וגם אם לא, מצווה אחת בפני עצמה היא מצווה אחת, וכפי שאומר הרמב״ם בהלכות תשובה, ״מכריע את עצמו ואת כל העולם כולו לכף זכות וגורם לו ולהם תשועה והצלה״. ואת זה לומדים מפרשת השבוע, פרשת בשלח, הפרשה שמדברת על יציאת מצרים, קריעת ים סוף והגאולה: שזו הדרך שבה הולכים אל הגאולה. יהודי צריך לדעת שהוא צריך לקחת עמו את עצמות יוסף — את ההוראה מיוסף, את עצמות יוסף, את העצמיות של יוסף — כדי לצאת [לא ברור] מן העמלקים, מן הקרירות של עמלק, מכל העניינים האלה, ולצאת לרחוב ולחפש יהודי, להניח לו תפילין, לספר לו על ציצית, לומר לו דבר תורה ולהדליק את נשמתו. ולשם כך ירדה הנשמה למטה, ועל ידי זה נזכה בקרוב ממש לאור האמיתי, ל״בני ישראל יוצאים ביד רמה״, לגאולה האמיתית והשלימה, ול״ה׳ ימלוך לעולם ועד״. שבת פרשת שירה.
29:57 און ער וועט מקרב זיין, אויפשטעלן משפחות פון יראים וחרדים. און אפילו נישט, איין מצוה אליין איז מצוה אחת, ווי דער רמב״ם זאגט אין הלכות תשובה, יא, מכריע את עצמו ואת כל העולם כולו לכף זכות וגורם לו ולהם תשועה והצלה. און דאס לערנט מען פון היינטיגע פרשה, פרשת בשלח, די פרשה וואס רעדט פון יציאת מצרים, קריעת ים סוף און די גאולה, אז דאס איז דער דרך וואס אזוי מען גייט צו די גאולה. א איד דארף וויסן, דארף נעמען עצמות יוסף עמו, די הוראה פון יוסף, עצמות יוסף, די עצמיות פון יוסף, אויף צו גיין [לא ברור] פון עמלקים, פון די קרירות פון עמלק, פון די אלע ענינים, און ארויסגיין אויפן גאס און זוכן א איד, לייגן אויף אים תפילין, דערציילן וועגן ציצית, דערציילן וועגן א ווארט פון תורה, און אים אנצינדן די נשמה. און אויף דעם איז די נשמה געקומען למטה, און מיט דעם וועט מען זוכה זיין בקרוב ממש, אז דאס איז שוין די אמת׳ע ליכטיקייט פון בני ישראל יוצאים ביד רמה, און די גאולה האמיתית והשלימה, און ה׳ ימלוך לעולם ועד. שבת פרשת שירה.