לעבן חסידות · פרק 151 · 2024-11-14 · 23:43
?פרשת וירא - וואס איז געווען דער נסיון פון עקידת יצחק
תיאור הפרק
תניא אגרת הקודש סימן כא דרך מצותיך ד״ה אחרי ה׳ תלכו לקוטי שיחות חלק כ וירא שיחה ג
השמע המקורי · הערך על הרב אשר פרקש בחב"דפדיה
תמלול אוטומטי מהשמע, ותרגום מכונה לעברית. קישורים לחב"דפדיה נוספו אוטומטית.
00:00 אדמו"ר הזקן מספר על אנשים שהגיעו למעזריטש כדי ללמוד אצל המגיד ממעזריטש חסידות ואת דרכי החסידות. למעזריטש הגיעו יהודים רבים שביקשו לקבל דרך בעבודת השם. היו יחידי סגולה שהמגיד ממעזריטש קיבל כתלמידים, אבל היו גם כאלה שהמגיד אמר להם שהם עדיין אינם מוכנים, או שאולי אינם זקוקים לכך. לא את כולם קיבל המגיד ממעזריטש כתלמידים. אבל היו כאלה שאף שהמגיד ממעזריטש לא קיבל אותם כתלמידים, רצו מאוד להיות במחיצתו ולקבל מהשפעתו, מטהרתו ומקדושתו, וגם מתלמידיו. כדי שיוכלו להישאר אצל המגיד, היו מהם שבאו ועשו כל מיני מלאכות. חלקם נהגו להדליק את התנורים, ואחרים עשו מלאכות שונות כדי שיוכלו להימצא בסביבה ולהסתובב בין המגיד הקדוש ממעזריטש ותלמידיו. ואדמו"ר הזקן מספר שפעם הגיעו לשם שלוש מאות יהודים שרצו מאוד להיות אצל המגיד. הם היו יהודים נעלים מאוד. אף שלא היו מתלמידי המגיד הידועים, כמו שאומרים, הם היו יהודים קדושים ונעלים מאוד. והוא מספר שהיה
00:00 דער אלטער רבי דערציילט, אז אייניגע אין מעזריטש, וואס זענען געקומען צום מעזריטשער מגיד לערנען ביי אים חסידות און לערנען די דרכי החסידות. עס זענען אין מעזריטש געקומען א סך אידן, וואס פלעגן קומען כדי צו באקומען א דרך אין עבודת השם. עס זענען געווען יחידי סגולה וואס דער מעזריטשער מגיד האט זיי אנגענומען אלס תלמידים. עס זענען אבער געווען אזעלכע וואס דער מעזריטשער מגיד האט זיי געזאגט אז זיי זענען נאך נישט גרייט, אדער אפשר אז זיי דארפן דאס נישט. נישט יעדן איינעם האט דער מעזריטשער מגיד מקבל געווען אלס תלמיד. עס זענען אבער געווען אזעלכע וואס, הגם דער מעזריטשער מגיד האט זיי נישט מקבל געווען אלס תלמידים, האבן זיי שטארק געוואלט זיין ביים מגיד און נעמען פון זיין השפעה, פון זיין טהרה, פון זיין קדושה, און אויך פון זיינע תלמידים. זענען דארטן געווען אזעלכע וואס פלעגן קומען, און כדי צו קענען בלייבן ביים מגיד פלעגן זיי טאן כל מיני מלאכות. אנדערע פלעגן אנצינדן די אויוונס, אדער אפשר האבן זיי געטאן כל מיני מלאכות כדי צו קענען זיין ארום און ארום, זיך דרייען צווישן דעם הייליגן מעזריטשער מגיד מיט זיינע תלמידים. און דער אלטער רבי דערציילט, אז אמאל זענען דארטן געקומען דריי הונדערט אידן וואס האבן שטארק געוואלט זיין ביים מגיד. זיי זענען געווען גאר געהויבענע אידן, הגם זיי זענען נישט געווען פון די תלמידי המגיד, ווי מען זאגט, פון די באוואוסטע, אבער זיי זענען געווען הייליגע אידן און גאר געהויבענע אידן. און ער דערציילט אז עס
01:35 סיפור כזה: פעם נכנסו שלוש מאות יהודים, ועסקו בהנחת העצים ובהדלקת התנורים. קראו להם ״תנורנים״, והם עסקו בכל העבודה שנדרשה כדי להדליק את התנור. ופעם אחת שכב אדמו"ר הזקן לישון, או שאולי שמע אותם מדברים בינם לבין עצמם. ישבו שם שלושת היהודים ושוחחו ביניהם. אחד משלושתם פתח ואמר: ״יש לי שאלה. בחומש התורה מספרת לנו את מעשה העקידה: הקדוש ברוך הוא אמר לאברהם אבינו לקחת את ׳בנך את יחידך אשר אהבת את יצחק׳ ולהביא אותו לעקידה. ועושים עניין גדול, סיפור שלם, מניסיון העקידה. זה הניסיון הגדול ביותר, ובכל יום לומדים אותו ואומרים אותו בתפילה. בראש השנה, ביום הראשון של השנה, מזכירים בתפילת ראש השנה את העקידה, עקידת יצחק, ולומדים את פרשת העקידה. העקידה היא עניין שלם, ועושים ממנה דבר גדול״. שאל אחד מהשלושה: ״אני לא מבין, מה כל העניין של ניסיון העקידה? כל יהודי פשוט, פשוט ממש, אם הקדוש ברוך הוא יתגלה אליו ויבקש ממנו לעמוד בניסיון הזה, יעשה זאת בשמחה רבה כדי לעבוד את
01:35 איז געווען אזא סיפור, אז אמאל זענען אריינגעקומען דריי הונדערט אידן, און זיי האבן זיך פארנומען מיט לייגן די האלץ, אנצינדן די אויוונס. אויווניקעס האט מען זיי גערופן, און זיי האבן זיך פארנומען מיט דער ארבעט פון אלעס וואס מען האט געדארפט טאן כדי אנצוצינדן דעם אויוון. און איינמאל האט דער אלטער רבי זיך צוגעלייגט שלאפן, אדער אפשר האט ער געהערט ווי זיי רעדן צווישן זיך. עס זיצן דארט די דריי אידן און זיי האבן צווישן זיך צונויף גערעדט. פרעגט איינער פון די דריי אידן, רופט זיך אפ און ער זאגט: „איך האב א שאלה. אין חומש דערציילט אונז די תורה די מעשה פון דער עקידה. אז דער רבונו של עולם האט געזאגט צו אברהם אבינו, ער זאל נעמען בנך, יחידך, אשר אהבת, את יצחק, און נעמען צו דער עקידה. און מען מאכט א גאנצן צימעס, א גאנצע מעשה פון דער עקידה, דער נסיון העקידה, דאס איז דער גרעסטער נסיון, און יעדן טאג לערנט מען, מען זאגט דאס ביים דאווענען. ראש השנה, דעם ערשטן טאג פון יאר, איז די תפילה פון ראש השנה, דארט דערמאנט מען די עקידה, עקידת יצחק, און מען לערנט די עקידה. די עקידה איז א גאנצער ענין, און מען מאכט דערפון א גאנצע מציאות.“ פרעגט ער, פרעגט איינער פון די דריי: „איך פארשטיי נישט, וואס איז די גאנצע מעשה פון דעם נסיון העקידה? יעדער פשוטער, פשוטער איד, אז דער רבונו של עולם וועט זיך צו אים באווייזן און אים בעטן, ער זאל ביישטיין דעם נסיון, וועט ער דאס טאן בשמחה רבה, צו דינען דעם
03:02 הקדוש ברוך הוא. מה כל כך גדול בזה? מהו הניסיון הגדול שבעקידה?״ הם שוחחו ביניהם, ואחד מהם אמר: ״נכון, הניסיון שבעקידה היה שאברהם אבינו היה הראשון, ושהוא היה בנו של תרח״. ועוד דבר: כל יהודי בימינו, כמו שאומרים, מוכן למסור את נפשו. עם ישראל עשיר במסירות נפש. יהודים עברו ייסורים ומסרו את נפשם למען הקדוש ברוך הוא, ואימהותיהם הניחו שייקחו את ילדיהן — מסירות נפש, חנה ושבעת בניה וכיוצא בזה. כפי שרואים בכל הדורות, יהודים מסרו את נפשם למען הקדוש ברוך הוא. החידוש אצל אברהם אבינו היה שהוא היה היהודי הראשון בעולם, ולא הייתה לו דוגמה ממי ללמוד. ולא זו בלבד, הוא היה בנו של תרח, בא מבית כזה, ובכל זאת מסר את נפשו. זה דבר גדול מאוד. הביאור הזה אכן מופיע בחסידות; בכמה וכמה מאמרים מדברים על העניין הזה. ובמאמר חסידות מובא גם הלשון שאברהם אבינו פתח את הצינור של מסירות הנפש, ולכן זה נחשב לאחד הניסיונות הגדולים ביותר: הוא היה זה שפתח את הצינור. אחרי שהוא כבר פתח את הצינור, זה כבר נעשה
03:02 אויבערשטן. וואס איז דארט דער גרויסער ענין? וואס איז דארט דער גרויסער נסיון פון דער עקידה?“ און זיי האבן גערעדט צווישן זיך, און זאגט איינער, רופט זיך אן און זאגט, אז עס איז רעכט, אז דער נסיון פון דער עקידה איז געווען, אז אברהם אבינו איז געווען דער ערשטער. און ער איז געווען א זון פון תרח. און דאס איז נאך א זאך: יעדער איד היינט צוטאג, ווי מען זאגט, א איד איז גרייט צו גיין אויף מסירות נפש. דער עם ישראל איז רייך מיט מסירות נפש. אידן האבן דורכגעלעבט און זענען מסר נפש געווען פארן אויבערשטנס וועגן, און זייערע מאמעס האבן געלאזט זיך נעמען קינדער, מסירות נפש, חנה ושבעת בניה, און כל כיוצא בזה, ווי מען זעט אין אלע דורות, אידן זענען מסר נפש געווען פארן אויבערשטנס וועגן. דער חידוש ביי אברהם אבינו איז געווען, אז ער איז געווען דער ערשטער איד אויף דער וועלט, אז ער האט נישט געהאט קיין דוגמא פון וועמען זיך צו לערנען. נישט נאר דאס, ער איז געווען תרחס זון, געקומען פון אזא שטוב, און צוזאמען דערמיט איז ער מסר נפש געווען, און דאס איז גאר א גרויסע זאך. דער ביאור טאקע געפינט זיך אין חסידות, אין כמה וכמה מאמרים רעדט מען טאקע דעם ענין. און דער לשון איז געברענגט אויך אין דעם מאמר חסידות, אז אברהם אבינו האט פותח געווען דעם צינור פון מסירות נפש, און דערפאר ווערט עס גערעכנט פון די גרעסטע נסיונות, ווייל ער איז געווען דער וואס האט פותח געווען דעם צינור, געעפנט דעם צינור. נאך דעם וואס ער האט שוין געעפנט דעם צינור, דאס איז שוין געווארן א
04:24 דבר השייך לכל אחד. השני פתח ואמר שאינו מקבל את הביאור הזה: ״אני מקבל שאברהם היה הראשון, אבל בכל זאת, מרגע שאברהם אבינו הכיר את בוראו וידע שיש אלוקים בעולם — האם זה היה ניסיון? אחרי שהכיר את בוראו, כבר לא היה שום הבדל אם היה בנו של תרח או אם היה הראשון. נו, הוא ידע שיש אלוקים בעולם, והקדוש ברוך הוא פנה אליו וביקש ממנו דבר כזה — ודאי שעשה זאת בשמחה ובטוב לבב. זו לא תשובה מספקת״. השני אמר שהוא חושב שהביאור שונה לגמרי: ״הביאור הוא הזריזות של אברהם. אמנם הקדוש ברוך הוא אמר לו: ׳קח נא את בנך את יחידך אשר אהבת את יצחק׳, אבל הקדוש ברוך הוא לא אמר לו שעליו ללכת מיד. הקדוש ברוך הוא אמר לו שעליו לעשות זאת. לאברהם אבינו יש בן יחיד, והוא יודע שהוא עומד, רחמנא ליצלן, לאבד אותו. הרי הוא יכול להשתעשע איתו כמה ימים, לבלות איתו, ליהנות ממנו, להיות איתו יחד במשך זמן, ורק כעבור כמה ימים ללכת לעקידה. ומה כתוב בחומש? ׳וישכם אברהם בבקר ויחבוש את חמורו׳. הוא קם בבוקר ומיד מיהר לעקידה. הזריזות הזאת היא החידוש של אברהם אבינו; זהו העניין המיוחד דווקא לאברהם אבינו, שעל...
04:24 זאך פאר יעדן איינעם. דער צווייטער האט זיך אנגערופן, געזאגט אז ער נעמט נישט אן דעם ביאור. איך נעם אן, אברהם איז געווען דער ערשטער, אבער פארט, ווי נאר אברהם אבינו האט הכיר את בוראו, און ער האט געוואוסט אז ס׳איז דא א גאט אויף דער וועלט, איז דאס געווען דער נסיון? נאכדעם וואס ער האט הכיר את בוראו, איז קיינמאל נישט געווען קיין חילוק צי ער איז געווען א זון פון תרח, אדער געווען דער ערשטער. נו, נו, אז ער האט געוואוסט אז ס׳איז דא א גאט אויף דער וועלט, און דער רבונו של עולם האט זיך צו אים געוואנדן, געבעטן אזא מין זאך, זיכער האט ער עס געטון בשמחה ובטוב לבב. דאס איז נישט גענוג אן ענטפער. דער צווייטער האט זיך אנגערופן, געזאגט ער טראכט אז דער ביאור איז גאר אנדערש. דער ביאור איז דער זריזות פון אברהם. טאקע דער רבונו של עולם האט אים געזאגט: ״קח נא את בנך את יחידך אשר אהבת את יצחק״, אבער דער רבונו של עולם האט אים נישט געזאגט אז ער דארף גיין גלייך. דער רבונו של עולם האט אים געזאגט אז ער דארף דאס טון. אברהם אבינו האט א בן יחיד׳ל, און ער ווייסט אז ער גייט אים, רחמנא ליצלן, פארלירן. קען ער דאך עטליכע טעג זיך שפילן מיט אים, זיך פארנעמען מיט אים, הנאה האבן פון אים, זיין מיט אים צוזאמען פאר א משך זמן, און עטליכע טעג ארום ערשט גיין צו דער עקידה. וואס שטייט אין חומש? ״וישכם אברהם בבקר ויחבוש את חמורו״. אויפגעשטאנען אינדערפרי, גלייך געלאפן צו דער עקידה. דער זריזות, דאס איז א חידוש פון אברהם אבינו; דאס איז ספעציעל דער ענין אז דאס איז דווקא אברהם אבינו. וואס אויף
05:45 הביאור הזה נמצא גם בחסידות, בעניין המבואר בתניא, באגרת הקודש סימן כ״א. גם אדמו"ר הזקן שואל את השאלה הזאת, ואומר שניסיון העקידה כשלעצמו אינו הדבר הגדול. אברהם אבינו שמע מהקב"ה וציית, אבל החידוש הגדול אצל אברהם אבינו הוא ״זריזותיה דאברהם היא העומדת לנו״: אברהם אבינו פעל בזריזות נפלאה, להראות חפצו ורצונו. הוא הלך מיד — ״וישכם אברהם בבקר״ — ובעצמו, ״ויחבוש״. בזה היה הניסיון הגדול, בזה העניין. וכך לימד אדמו"ר הזקן בתניא. אבל השלישי אמר שגם את ההסבר הזה הוא אינו מקבל: אם ריבונו של עולם היה מצווה עליי לעשות דבר כלשהו, לא הייתי רוצה לחכות עד למחרת בבוקר; הייתי רץ מיד, עוד באמצע הלילה, למסור את נפשי. גם זה עדיין אינו מספיק כדי להסביר מה הפלא הגדול באברהם אבינו. עד שהשלישי אמר שלדעתו, מה היה הניסיון הגדול של אברהם אבינו, מה הופך את העקידה לדבר גדול כל כך? זה נמצא דווקא בהמשך הסיפור, במה שקרה אחרי שריבונו של עולם אמר לו שלא לעשות זאת. בשעה שריבונו של עולם אמר
05:45 דער ביאור טאקע געפינט זיך אויך אין חסידות, געפינט זיך אין חסידות אויף דעם ענין וואס איז מבואר אין תניא, אין קאפיטל אגרת הקודש סימן כ״א. און דער אלטער רבי פרעגט אויך די שאלה, און דער אלטער רבי זאגט אז דער נסיון העקידה שלעצמו, דאס איז נישט דער גרויסער זאך. אז אברהם אבינו האט געהערט פונעם אויבערשטן און האט געפאלגט — דער גרויסער חידוש ביי אברהם אבינו איז ״זריזותיה דאברהם היא העומדת לנו״. אז אברהם אבינו האט מיט א זריזות נפלאה, להראות חפצו ורצונו, ער איז געגאנגען גלייך, ״וישכם אברהם בבקר״, ער אליין, ״ויחבוש״ — אויף דאס איז דער גרויסער נסיון, אויף דאס איז דער ענין. און דאס האט געלערנט דער אלטער רבי אין תניא. אבער דער דריטער האט זיך אנגערופן, געזאגט אז דעם ענין נעמט ער אויך נישט אן. אז גוט, אויב דער רבונו של עולם וואלט מיר געהייסן טון וואס זאל נאר נישט זיין, וואלט איך נישט געוואלט ווארטן ביז נעכסטן טאג אינדערפרי; איך וואלט גלייך געלאפן, נאך אין מיטן נאכט, זיך מוסר נפש זיין. דאס אליין איז נאך אויך נישט גענוג צו מסביר זיין וואס איז דער הפלא פון אברהם אבינו. ביז אז דער דריטער האט געזאגט אז ביי אים קומט אויס: וואס איז געווען דער נסיון הגדול פון אברהם אבינו, וואס מאכט פון דער עקידה דער גרויסער זאך? דאס איז גאר פון דעם המשך הסיפור. וואס איז געשען נאכדעם וואס דער רבונו של עולם האט אים געזאגט ער זאל דאס נישט טון. בשעת דער רבונו של עולם האט געזאגט
07:10 לאברהם אבינו שלא ייקח את בנו, שלא ישחט אותו. והלשון שכתובה בפסוק, כשהקב"ה אומר לאברהם אבינו מה היה העניין הגדול בזה, היא: ״יען אשר עשית את הדבר הזה״. מהו ״הדבר הזה״? ״ולא חשכת את בנך את יחידך ממני״. והוא מפרש: מה היה כאן הניסיון הגדול? ״ולא חשכת את בנך את יחידך ממני״, ״כי עתה ידעתי כי ירא אלקים אתה״. זה מה שנפעל: ״את בנך את יחידך ממני״ — ממני. מה פירוש ״ממני״? הוא מפרש כך: אדם רגיל, אחרי שריבונו של עולם העמיד אותו בניסיון הזה, וכעת ריבונו של עולם אומר לו: ״לא, איני רוצה שישחט אותו, אלא העלהו״, בוודאי יהיה בשמחה גדולה ויתרה על כך שברוך השם, הילד נשאר בחיים, הוא איתו והוא יכול לשמוח איתו — השמחה על כך שקיבל את בנו בחזרה. אבל הפסוק אומר: מה הייתה שמחתו של אברהם? ״ולא חשכת את בנך את יחידך ממני״ — מפני שהקב"ה ציווה עליו שלא ישחט אותו. כלומר, כל העניין והשמחה של אברהם אבינו לא היו מעצם זה שקיבל את בנו בחזרה, אלא ״ממני״ — משום שזה היה רצון אלוקים. הוא ראה בזה מצווה. כשם שכאשר הקב"ה ציווה עליו לקחת אותו לעקידה, הוא לקח אותו לא מפני שרצה בכך,
07:10 צו אברהם אבינו ער זאל נישט נעמען, ער זאל נישט שחט׳ן דעם זון. און דער לשון וואס שטייט אין פסוק, אז דער רבונו של עולם זאגט צו אברהם אבינו, אז וואס איז דער גרויסער ענין פון דעם? ״יען אשר עשית את הדבר הזה״. וואס איז דער דבר הזה? ״ולא חשכת את בנך את יחידך ממני״. אז ער טייטשט: וואס איז דא געווען דער גרויסער נסיון? ״ולא חשכת את בנך את יחידך ממני״, ״כי עתה ידעתי כי ירא אלקים אתה״. אז דאס איז אויפגעטאן: ״את בנך את יחידך ממני״ — פון מיר. וואס איז דאס ״ממני״? ער טייטשט אזוי: אז אברהם אבינו, א נארמאלער מענטש, נאכדעם וואס דער רבונו של עולם האט אים טאקע געמאכט דעם נסיון, און איצט דער רבונו של עולם האט אים געזאגט: ״ניין, איך וויל נישט אז ער זאל אים שחט׳ן, נאר העלהו״, וועט ער דאך זיכער זיין אין שמחה גדולה ויתירה, אז ברוך השם, דאס קינד איז געבליבן לעבן, און ער איז מיט אים, און ער קען זיך מיט אים פרייען — די שמחה פון דעם וואס ער האט צוריקבאקומען זיין זון. זאגט דער פסוק: וואס איז געווען די שמחה פון אברהם? אז ״ולא חשכת את בנך את יחידך ממני״ — ווייל דער אויבערשטער האט אים געהייסן אז ער זאל אים נישט שחט׳ן. דאס הייסט אז דער גאנצער ענין און די שמחה פון אברהם אבינו איז געווען נישט פון דעם אליין וואס אברהם האט צוריקבאקומען זיין זון, נאר ״ממני״, אז עס איז ממילא געווען דער רצון אלקים. ער האט געזען אין דעם א מצוה. פונקט אזוי ווי דער אויבערשטער האט אים געהייסן אים נעמען צו דער עקידה, האט ער אים גענומען נישט ווייל ער האט געוואלט חס
08:43 חס ושלום, אלא מפני שידע שזו מצווה. הוא הבין שזה רצון אלוקים, שייקח אותו לעקידה. לכן הלך בשמחה גדולה ביותר, בזריזות, מפני שזו המצווה. וכשהקב"ה אמר לו להוריד אותו מהמזבח, אברהם אבינו עשה זאת רק מפני שזה היה רצון הקב"ה. הוא עשה זאת אך ורק מצד המצווה, בלי שום טעם אחר. וזה היה הניסיון הגדול ביותר של העקידה. כשקיבל את בנו בחזרה, קיבל אותו בחזרה מצד המצווה בלבד, רק מפני שהקב"ה ציווה עליו. כך כתוב בקדושת לוי. רבי לוי יצחק מברדיצ'ב מסביר שזה היה ניסיון העקידה. מעניין שאת שלושת הפירושים הללו מביאים ספרי חסידות שונים של תלמידי הבעל שם טוב ותלמידי המגיד ממעזריטש; כל אחד מהם אומר פירוש אחר מן השלושה. אבל אדמו"ר הזקן סיפר ששמע את שלושת היהודים שם, היהודים הפשוטים, משוחחים ביניהם, וכל אחד אומר פירוש. כשאדמו"ר הזקן סיפר את הסיפור שנים לאחר מכן, הוא סיים ואמר שכל אחד מהשלושה דיבר מתוך מדרגתו. הם לא סתם אמרו שלושה תירוצים, אלא כל אחד עמד בעצמו במה שאמר. כלומר, זה לא היה סתם פירוש שאמרו, אלא כל אחד מהם היה במדרגה הזאת. מי שהסביר שהטעם כאן
08:43 חס ושלום, נאר ווייל ער האט געוואוסט אז דאס איז א מצוה. ער האט פארשטאנען אז דאס איז דער רצון אלוקים, אז ער זאל אים נעמען צו דער עקידה. איז ער געגאנגען מיט א שמחה גדולה ביותר, בזריזות, ווייל דאס איז די מצוה. ווען דער אויבערשטער האט אים געזאגט אז ער זאל אים נעמען אראפ פון דעם מזבח, האט אברהם אבינו עס געטאן נאר ווייל דאס איז געווען דער רצון פון אויבערשטן. ער האט עס געטאן אין גאנצן מצד די מצוה, אן קיין שום אנדער טעם. און דאס איז געווען דער גרעסטער נסיון פון דער עקידה. ווען ער האט צוריק באקומען דעם זון, האט ער אים צוריק באקומען מצד די מצוה, נאר ווייל דער אויבערשטער האט אים געהייסן. אזוי שטייט אין קדושת לוי. דער הייליגער בארדיטשעווער איז מסביר אז דאס איז געווען דער נסיון העקידה. אינטערעסאנט אז די אלע דריי פירושים ברענגען פארשידענע חסידישע ספרים פון תלמידי הבעל שם טוב, תלמידי המגיד. יעדער איינער זאגט אן אנדערן פון די דריי. אבער דער אלטער רבי האט דערציילט אז ער האט געהערט ווי די דריי אידן דארטן דרובען, די פשוטע אידן, האבן צווישן זיך ארומגערעדט, און יעדער איינער האט געזאגט א פירוש. ווען דער אלטער רבי האט דערציילט דעם סיפור יארן שפעטער, האט דער אלטער רבי אויסגעפירט אז יעדער איינער פון די דריי האט גערעדט פון זיין מדרגה. ס׳איז נישט סתם אז זיי האבן געזאגט דריי תירוצים, נאר יעדער איינער האט דערביי געהאלטן. דאס הייסט אז ס׳איז נישט געווען סתם זאגן א פשטל, נאר יעדער איינער האט געהאלטן אויף דער מדרגה. דער וואס האט מסביר געווען אז דער טעם האט דא
10:03 היה שאברהם היה בן תרח, ואף על פי כן מסר את נפשו — הוא עצמו עמד בזה. זו הייתה המדרגה שלו: אני בא מבית של עבודה זרה, מבית אלילי, ואף על פי כן הוא היה במדרגה גדולה ביותר של מסירות נפש. ולשני הייתה מידת הזריזות. לכן הוא ראה בעקידה את זריזותו של אברהם, ועם זה הוא חי. והשלישי חי עם ההבנה שעובדים את הקב"ה לא רק כשהדברים קשים: גם כשהוא עושה דבר שנעים לו, הוא אינו עושה אותו מפני שהוא נהנה ממנו, אלא רק מפני שכך רצה הקב"ה. כשמדברים על עניין העקידה, כתוב בשולחן ערוך — אדמו"ר הזקן כותב בשולחן ערוך — למה צריך לומר בכל יום את פרשת העקידה? אנחנו אומרים את פרשת העקידה בתחילת היום, בתפילת שחרית. אומר אדמו"ר הזקן שזה כדי שאדם יכניע את לבו לעבודת השם, כמו שעשה אברהם אבינו ליצחק כשלקח אותו לעקידה. כלומר, יהודי בחיי היום־יום, יהודי פשוט, ביום פשוט, קם בבוקר ועובד את הקב"ה: להכניע לבו לעבודת השם, להכניע את יצרו. על כך שיהודי מכניע את עצמו ו
10:03 געווען אז אברהם איז געווען א בן תרח, און פון דעסטוועגן האט ער זיך מוסר נפש געווען, דאס איז געווען אין דעם האט ער געהאלטן. דאס איז געווען זיין מדרגה: איך קום פון אן אפגאטישער שטוב, פון אן אפגאטישער היים, און פון דעסטוועגן איז ער געווען אויף אזא מדרגה גדולה ביותר פון מסירות נפש. און דער צווייטער האט געהאט די מדה פון זריזות. דערפאר האט ער דאס געזען אין דער עקידה, די זריזות פון אברהם, און דאס האט ער געלעבט מיט דעם. און דער דריטער האט געלעבט מיט דעם אז מען דינט דעם אויבערשטן נישט נאר ווען די זאכן זענען שווער, נאר אויך ווען ער טוט א זאך וואס איז געשמאק פאר אים, טוט ער עס נישט ווייל ס׳איז אים געשמאק, נאר ער טוט עס נאר ווייל אזוי האט דער אויבערשטער געוואלט. ווען מען רעדט פון דעם ענין פון דער עקידה, שטייט אין שולחן ערוך — אין שולחן ערוך שרייבט דער אלטער רבי — פארוואס דארף מען זאגן יעדן טאג פרשת העקידה? מיר זאגן פרשת העקידה אין דעם אנפאנג פון טאג, אין דאווענען, אין שחרית. זאגט דער אלטער רבי, אז דאס איז כדי אז א מענטש זאל מכניע זיין לבו לעבודת השם, כמו שעשה אברהם אבינו ליצחק, וואס ער האט גענומען צו דער עקידה. דאס הייסט אז א איד אין טאג־טעגליכן לעבן, א פשוטער איד, א פשוטער טאג, פשוט אין דער פרי, שטייט אויף א איד און ער דינט דעם אויבערשטן. להכניע לבו לעבודת השם, להכניע יצרו. אויף דעם וואס א איד איז זיך מכניע און
11:32 מתכופף לפני הקב"ה — הדבר נובע מניסיון העקידה, מכך שאברהם אבינו לקח את יצחק לעקידה. כשחושבים על כך, יש כאן תמיהה גדולה: איך אפשר לדמות את הדברים? יהודי פשוט קם בבוקר, אומר את הדברים בתפילה, משקיע בהם את לבו ומכניע את לבו לעבודת ה' — ואיך אפשר לדמות זאת לניסיון העקידה, שהיה ניסיון קשה? איך אפשר לומר שזה באותה מדרגה, שזה אותו הדבר? אלא שכאן עולה השאלה: מהי העבודה, בעומק העניין, שהייתה בניסיון העקידה? כשמתבוננים ומעמיקים במהותו של ניסיון העקידה, מבינים שזהו העניין האמיתי של העקידה, והוא משתקף אצל כל יהודי. אצל כל יהודי קיימת בירושה מאבותינו תנועה כזאת. כאמור, עצם ניסיון העקידה היה ניסיון גדול ביותר, עם כל הביאורים והטעמים שנאמרו בו. אבל מהו העניין האמיתי של ניסיון העקידה? כאמור, אנחנו מדברים על אברהם אבינו, שהיה מקורב לאלוקות. במה מתבטא עומק העניין של ניסיון העקידה? כשמתבוננים במה שבאמת היה עומק העניין, אפשר להבין שבחיי היום־יום של כל יהודי קיימת תנועה כזאת, מעין נקודת המסירות נפש שהייתה אצל אברהם אבינו. וכאן בא...
11:32 בייגט זיך צום אויבערשטן, נעמט זיך דאס פון דעם נסיון העקידה, וואס אברהם אבינו האט גענומען יצחק צו דער עקידה. אז ווען מען טראכט אריין, איז דא א געוואלדיגער פלא: ווי קען מען דאס מדמה זיין? א איד שטייט אויף פשוט אין דער פרי און זאגט דעם ענין אין דאווענען, און ער לייגט פיל אריין, און ער איז מכניע לבו לעבודת השם — צו דעם נסיון העקידה, וואס איז א שווערער נסיון? ווי קען מען דאס מדמה זיין, זאגן אז עס איז אויף דער זעלבער מדרגה, אז ס׳איז די זעלבע זאך? נאר דא קומט די שאלה, וואס איז די עבודה אין דעם עמק הענין וואס איז געווען דער נסיון העקידה? ווען מען טראכט אריין און מען פארטיפט זיך וואס איז דער עמק הענין פון נסיון העקידה, דעמאלט פארשטייט מען אז ביי יעדן איד, דאס איז דער אמת׳ער ענין פון דער עקידה, אז ביי יעדן איד שפיגלט זיך דאס אפ. ביי יעדן איד איז בירושה וואס מיר האבן גענומען פון אבותינו אזא תנועה. כאמור, דער עצם נסיון העקידה, דאס איז געווען א נסיון גדול ביותר, מיט אלע ביאורים וטעמים וואס זענען פארהאן. אבער וואס איז דער אמת׳ער ענין פון נסיון העקידה? כאמור, מיר רעדן פון אברהם אבינו, וואס ער איז געווען א מקורב צו ג־טלעכקייט. אין וואס באשטייט דער עמק ענין פון נסיון העקידה? ווען מען איז זיך מתבונן וואס איז טאקע געווען דער עמק ענין, דעמאלט קען מען פארשטיין אז ביי יעדן איד אין טאג־טעגליכן לעבן איז פארהאן אזא תנועה, מעין די נקודה פון מסירות נפש וואס איז געווען ביי אברהם אבינו. און דא קומט צו גיין א...
13:01 ביאור נפלא שהרבי מסביר בכל העניין: מהו הניסיון שבעקידה, ומהי הגדולה של ניסיון העקידה? ובהקדים שאלה נוספת. יש מדרש האומר שכאשר הגיע זמן עקידת יצחק, הקב"ה ביקש מאברהם אבינו ואמר לו: אברהם אבינו, אני מבקש ממך, ״קח נא״. אני מבקש ממך שתמסור את נפשך בניסיון הזה, כי אם לא, יאמרו שאין ממש בכל הניסיונות הקודמים. לאברהם אבינו היו ניסיונות גדולים ביותר: עשרה ניסיונות נתנסה אברהם אבינו. נתחיל מן הראשון שאנו מכירים מסיפורי אברהם אבינו, עניין אור כשדים. אברהם אבינו, היהודי היחיד, האדם היחיד שחי עם הקב"ה. ״אברהם העברי״ — כל העולם כולו מעבר אחד. נמרוד עומד עם כל מלכותו, ואברהם אבינו עומד מול כל סביבתו, מול כל התקופה, ומכריז שיש בעל הבית לבירה זו, שיש מנהיג לעולם, שיש אלוקים אחד ויחיד; והוא שובר את כל האלילים. מכניסים אותו לכלא לעשר שנים, ועומדים לשרוף אותו. רחמנא ליצלן, וכי על הסיפור של אור כשדים אומר הקב"ה שאין בו ממש, שזו עדיין אינה מסירות נפש? דווקא העקידה היא שתגלה שכל אותם מעשים של מסירות נפש אכן היו מסירות נפש. נשאלת השאלה: מהו
13:01 ביאור נפלא וואס דער רבי איז מסביר אין דעם גאנצן ענין: וואס איז דער נסיון פון נסיון העקדה, וואס איז די גדלות פון נסיון העקדה? ובהקדם נאך א שאלה. עס איז פארהאן א מדרש, אז דער מדרש זאגט, אז דער אויבערשטער האט געבעטן ביי אברהם אבינו, ווען עס איז געקומען צום עקדה פון יצחק, דער אויבערשטער האט געזאגט: אברהם אבינו, איך בעט זיך ביי דיר, קח נא. איך בעט זיך ביי דיר, דו זאלסט זיך מוסר נפש זיין אין דעם נסיון, ווייל אויב נישט וועט מען זאגן אז די אלע פריערדיגע נסיונות זענען אין זיי נישטא קיין ממש. אברהם אבינו האט געהאט נסיונות גדולים ביותר, עשרה נסיונות נתנסה אברהם אבינו. און אנגעהויבן פון דעם ערשטן, פון וואס מיר ווייסן פון די סיפורים פון אברהם אבינו, וואס דאס איז דער ענין פון אור כשדים. אברהם אבינו, איין און איינציקער איד, איין און איינציקער מענטש וואס לעבט מיטן אויבערשטן. אברהם העברי, כל העולם כולו מעבר אחד, שטייט נמרוד מיט דער גאנצער מלוכה, און אברהם אבינו שטייט מיט דער גאנצער שטוב, מיט דער גאנצער תקופה, און ער שרייט אז עס איז דא א בעל הבית לבירה זו, א מנהיג לעולם, עס איז דא איין און איינציקער גאט, און ער ברעכט אלע אלילים. און מען זעצט אים איין אין תפיסה פאר צען יאר, און מען גייט אים פארברענען. רחמנא ליצלן, אין דעם סיפור פון אור כשדים זאגט דער אויבערשטער אז דאס איז אין ממש, אז דאס איז נאך נישט קיין מסירות נפש. דווקא די עקדה, דאס וועט מגלה זיין אז די אלע מסירות נפש, דאס איז מסירות נפש. פרעגט זיך די שאלה: וואס איז
14:27 המיוחד בניסיון העקידה? מה לא נחשב, מה לא היה בו די מסירות נפש? ניסיון ״לך לך מארצך״, הניסיון במצרים, כל הניסיונות שהיו לאברהם. מה יש דווקא בניסיון העקידה, שנותן תוקף לכל הניסיונות האלה? במה ניסיון העקידה גדול מהם כל כך? על כך ישנה הנקודה הפנימית, העומק של כל הביאורים המובאים בספרים, ושל ביאורים נוספים שלא דיברנו עליהם. והרבי שלי אומר שמובא במאמרי אדמו"ר הצמח צדק ביאור בשם ר' מנחם מענדל מוויטבסק. אדמו"ר הצמח צדק מביא זאת ב״דרך מצותיך״, במאמר על ״אחרי ה' אלוקיכם תלכו״. הרבי מביא בשם ר' מנחם מענדל מוויטבסק, ששאל את אותה שאלה, ואומר: מהי הנקודה של ניסיון העקידה? ״שלא הרהר״. מהותו של ניסיון העקידה היא שאברהם אבינו לא הרהר. מה פירוש ״לא הרהר״? וכאן בא הביאור שהרבי מסביר, והוא מגלה את עומק העניין של ניסיון העקידה. כל ניסיון של מסירות נפש הוא דבר נעלה. כשאדם מוסר את נפשו למען הקב"ה, זו אכן מסירות נפש. הוא מוותר על חייו, על בריאותו, על כל ענייניו, על כספו ועל כבודו; הוא נותן את עצמו, הוא מוסר
14:27 דער אויסלאך אין דעם נסיון פון עקדה? וואס רעכנט זיך נישט, וואס דאס איז נישט גענוג מסירות נפש? דער נסיון פון לך לך מארצך, דער נסיון אין מצרים, די אלע נסיונות וואס אברהם האט געהאט. וואס איז דווקא דער נסיון העקדה, וואס זאגט אז דאס מאכט אז די אלע נסיונות זאלן זיך אפערך? וואס איז דער שטארק מערערדיקער נסיון העקדה? איז אויף דעם איז דא דער נקודה פנימית, וואס איז דער עומק פון די אלע ביאורים וואס עס ברענגט זיך אין ספרים, און נאך ביאורים וואס מען האט נישט גערעדט. און מיין רבי זאָגט, עס ברענגט זיך פון צמח צדק מאמרים, ברענגט דער ביאור גערעדט פון ר׳ מענדל מוויטעבסקער. דארט צמח צדק אין דרך מצותיך, אין מצוה, אין פרשת אחרי, אחרי איז ווי „לכם תלכו“, דעם מאמר זאגט. זאגט, ברענגט דער רבי, בשם ר׳ מנחם מענדל מוויטעבסקער, וואס ער האט געפרעגט די זעלבע שאלה, און ער זאגט: וואס איז דער נקודה, נסיון העקדה? שלא הרהר. דער מהות פון נסיון העקדה איז אז אברהם אבינו לא הרהר. וואס איז דער פשט לא הרהר? און דא קומט צו גיין אין ווארט פון דעם ביאור וואס דער רבי איז דאס מסביר, און דאס ברענגט ארויס דעם עומק הענין פון דעם נסיון העקדה. יעדער נסיון פון מסירות נפש איז א הויכע זאך. א מענטש איז זיך מוסר נפש פארן אויבערשטן, איז טאקע מסירות נפש. ער גיט אוועק דעם לעבן, ער גיט אוועק דעם געזונט, ער גיט אוועק אלע זיינע ענינים, זיין געלט, זיין כבוד, ער גיט זיך אוועק, ער איז זיך מוסר
16:00 את נפשו. אבל פעמים רבות גם במסירות נפש יכול להיות חשבון. חשבון: כדאי לו למסור את נפשו; הוא עורך חשבון שכדאי להתמסר למען העניין הזה. ובזה יש כמה מדרגות, עד כדי כך שאפילו אצל גויים, אומות העולם, מוצאים אנשים שמוכנים למסור את חייהם, רחמנא ליצלן. רואים זאת בהיסטוריה של העולם וגם כיום: יש כאלה שעושים דברים כאלה. הם שורפים את עצמם, תולים את עצמם למען אמונות ההבל שלהם ולמען השיגעונות שלהם. גם הם מקריבים דברים רבים. האם קוראים לזה מסירות נפש? התשובה פשוטה מאוד. התשובה היא שהחדירו להם לראש שמחכה להם שכר גדול — שכר גשמי, שכר רוחני, שכר בעולם הבא וכיוצא בזה. או שמדובר באידאולוגיה שלמענה הוא הורס את חייו כדי שהיא תנצח, והחדירו לו לראש שהניצחון שלה חשוב כל כך, שכדאי להקריב את חייו ואת חייהם של אחרים. כך תתפרסם עוד יותר האמת, הנכונות והעושר של אותה אידאולוגיה. ממילא הוא מוכן להקריב את חייו כדי להראות שהאידאולוגיה הזאת שווה הכול. זהו חשבון. וכיוצא בזה, כל מיני סוגים של חשבונות. כמו שמספרים מעשה על אדמו"ר הזקן: חסידים סיפרו שאדמו"ר הזקן סיפר על פילוסוף ידוע ששמו היה סוקרטס, מבין ה...
16:00 נפש. אבער אסאך מאל מיט מסירות נפש קען זיין א חשבון. א חשבון. אז עס לוינט זיך אים זיך מוסר נפש זיין, ער מאכט א חשבון אז עס איז כדאי פאר דעם ענין זיך אפצוגעבן. וואס אין דעם איז דא כמה מדרגות, עד כדי כך, ביז מען געפינט אפילו ביי גויים, אומות העולם, וואס זיי קענען אוועקגעבן דעם לעבן, רחמנא ליצלן, וואס מען זעט אין היסטאריע פון דער וועלט, און וואס איז נאך היינט־צו־טאג, אז עס איז דא אזעלכע וואס טוען אזעלכע זאכן. זיי ברענען זיך, זיי הענגען זיך, אויף זייערע אמונות תפלות, אויף זייערע משוגעתן. זיי ברענגען אויך רוב ענינים. רופט מען דאס אן מסירות נפש? דער ענטפער איז גאר פשוט. דער ענטפער איז אז מען באזט זיי איינגעקריצט אין קאפ אז עס איז דא א גרויסער שכר וואס ווארט אויף אים, סיי שכר גשמי, סיי שכר רוחני, סיי שכר אין עולם הבא, וכיוצא בזה. אדער די שיטה, אז ער מאכט חרוב זיין לעבן פארן נצחון פון די שיטה, און מען האט אים איינגעקלאפט אין קאפ אז דער נצחון פון דער שיטה איז זייער וויכטיג, אז עס איז כדאי אוועקגעבן דעם לעבן און אנדערע. דורך דעם וועט נאך מער נתפרסם ווערן די אמת׳קייט, די ריכטיקייט, די רייכקייט פון דער שיטה. איז במילא ער איז זיך אוועקגעבן דעם לעבן כדאי צו באווייזן אז, וואו, אז די שיטה איז ווערט אלץ. איז דאס א חשבון. וכיוצא בזה, כל מיני סוגי חשבונות. ווי מען דערציילט א מעשה פון דעם אלטן רבי׳ן, אז עס איז דערציילט ביי חסידים א סיפור, אז דער אלטער רבי דערציילט אז עס איז געווען א באוואוסטער פילאסאף, וואס האט געהייסן סאקראטעס, פון די
17:37 היו פילוסופים כמו אריסטו וכיוצא בו, והיה סוקרטס, שהתחיל לדבר על אמונת היחיד. הוא היה גוי, רחמנא ליצלן, והוא דיבר על אמונת היחיד, שיש אלוקים אחד ויחיד, ושלל את כל הדברים האחרים. אדמו"ר הזקן אמר — אינני יודע אם זה סיפור, משל או דוגמה, איך להבין את הדברים — אבל אדמו"ר הזקן אמר שכאשר שרפו או הרגו את סוקרטס, הוא עלה למעלה. כשהגיע למעלה, ביקש כיסא ליד אברהם אבינו. הוא רצה לשבת ליד אברהם אבינו. שאלו אותו: למה? הוא אמר: אברהם אבינו מסר את נפשו על אמונת היחיד. הוא מסר את נפשו על אלוקות. גם אני מסרתי את נפשי על אלוקות. מדוע שלא אהיה יחד עם אברהם אבינו? ענו לו: לא, זה עניין אחר לגמרי. מסירות הנפש שלך באה מהראש שלך. השיטה שלך, החיים שלך, ההבנה שלך — מסירות הנפש שלך באה מישות, מתחושת מציאות עצמית, מהרצון להוכיח שאתה צודק. היית מוכן לתת את חייך כדי להוכיח שאתה צודק. אברהם אבינו לא חשב על עצמו כלל. אברהם אבינו חשב על דבר אחד בלבד. אצל אברהם אבינו היה רק ״ויקרא שם בשם ה׳ א־ל עולם״, ״אל תקרי ויקרא אלא ויקריא״. הוא ידע שהשליחות שלו בעולם היא לספר שיש אלוקים בעולם.
17:37 פילאסאפן וואס זענען געווען, אזוי ווי אריסטו וכיוצא בזה, איז געווען סאקראטעס, וואס ער האט אנגעהויבן רעדן וועגן אמונת היחיד. ער איז געווען א גוי, רחמנא ליצלן, און ער האט גערעדט וועגן אמונת היחיד, אז עס איז דא איין איינציקער גאט, און האט שולל געווען אלע די זאכן. דער אלטער רבי האט געזאגט, איך ווייס נישט צי עס איז א סיפור, א משל, א דוגמא, ווי אזוי אנצונעמען דעם ווארט, אבער דער אלטער רבי האט געזאגט, אז בשעה מען האט פארברענט אדער געהארגעט סאקראטעס, איז ער ארויפגעגאנגען למעלה. געקומען למעלה, האט ער געבעטן אז ער וויל א בענקל לעבן אברהם אבינו. ער וויל זיצן לעבן אברהם אבינו. פרעגט מען אים: פארוואס? האט ער געזאגט: אברהם אבינו האט זיך מוסר נפש געווען אויף אמונת היחיד. ער האט זיך מוסר נפש געווען אויף גאטלעכקייט. איך האב זיך מוסר נפש געווען אויף גאטלעכקייט. ווי קומט עס אז איך זאל נישט זיין צוזאמען מיט אברהם אבינו? האט מען אים געענטפערט: ניין, ס׳איז א גאנצער אנדערער ענין. דיין מסירות נפש איז געווען פון דיין אייגענעם קאפ. דיין שיטה, דיין לעבן, דיין פארשטאנד — דיין מסירות נפש איז געקומען פון ישות, מציאות, באווייזן אז דו ביסט גערעכט. דו ביסט געווען גרייט אוועקצוגעבן דיין לעבן צו באווייזן אז דו ביסט גערעכט. אברהם אבינו האט נישט געטראכט וועגן זיך בכלל. אברהם אבינו האט געטראכט איין איינציקע זאך. ביי אברהם אבינו איז געווען מער ניט ״ויקרא שם בשם ה׳ א־ל עולם״, ״אל תקרי ויקרא אלא ויקריא״. ער האט געוואוסט אז זיין שליחות אין דער וועלט איז צו דערציילן אז עס איז דא א גאט אויף דער וועלט.
19:06 הוא לא חיפש על כך שכר או שלמות. הוא לא רצה להוכיח שיטה או אמת. לא בזה היה העניין. העניין היה בדבר אחד בלבד: מצד אלוקות. הקב״ה רוצה ממני שאפיץ את שמו בעולם; לשם כך באתי לעולם ולשם כך אני חי. וזוהי המטרה שלי בעולם. זה היה כל העניין. מסירות הנפש שלך באה מהשכל שלך; מסירות הנפש של אברהם אבינו באה מצד אלוקות. והעניין הזה התגלה בניסיון העקדה. למה היה צורך בניסיון העקדה? לכאורה היה אפשר לומר, בדומה לסיפור הזה: אברהם מסר את נפשו, אבל מי יודע מה עמד מאחורי זה? אולי מסירות הנפש הייתה כדי להציל את השיטה, להוכיח שמה שהוא מאמין בו הוא אמת; שכדאי לתת את חייו כדי שכולם יראו את האמת שבשיטתו. מי אומר שבזה הייתה אלוקות? אף שכולם רוצים לומר כך, העולם לא הכיר בכך. יכולים להיות חשבונות אחרים. כשהגיע ניסיון העקדה — מהו ניסיון העקדה? הוא היה בדיוק ההפך מכל המהלך הזה. ריבונו של עולם אומר לו שדרך בנו יקום העם היהודי, ו־
19:06 ער האט נישט געזוכט אויף דעם קיין שכר, קיין שלימות. ער האט נישט געוואלט באווייזן קיין שיטה, קיין אמת. נישט אין דעם איז עס געלעגן. עס איז געלעגן מער נישט ווי אין דער איינציקער זאך: מצד אלקות. דער אייבערשטער וויל פון מיר אז איך זאל פארשפרייטן זיין נאמען אויף דער וועלט; אויף דעם בין איך געקומען אויף דער וועלט און אויף דעם לעב איך. און דאס איז מיין מטרה אין דער וועלט. און דאס איז געווען דער גאנצער ענין. דיין מסירות נפש קומט פון דיין אייגענעם שכל; אברהם אבינו׳ס מסירות נפש קומט מצד גאטלעכקייט. און אט דער ענין איז געווען, ווי דאס איז נתגלה געווארן אין נסיון העקדה. פארוואס האט אויסגעפעלט נסיון העקדה? לכאורה וואלט מען געקענט זאגן, אז עס איז געווען על דרך דעם סיפור: אברהם האט זיך מוסר נפש געווען, אבער ווער ווייסט וואס איז געלעגן ביי אים אין קאפ? אפשר איז די מסירות נפש געווען צו ראטעווען די שיטה, באווייזן אז דאס וואס ער האלט איז אמת; אז עס איז כדאי אוועקצוגעבן זיין לעבן, אז אלע זאלן זען דעם אמת פון זיין שיטה. ווער זאגט אז אין דעם איז געלעגן גאטלעכקייט? הגם אלע ווילן דעם זאגן, אבער די וועלט האט דאס נישט אנערקענט. עס קענען זיין אנדערע חשבונות. בשעה עס איז געקומען צו נסיון העקדה — וואס איז נסיון העקדה? דאס איז געווען פונקט פארקערט פון דעם גאנצן מהלך. דער רבונו של עולם זאגט אים, אז דורך דיין בן וועט ווערן א יידיש פאלק, און
20:25 דרכו תתפשט אלוקות בעולם. זהו ההמשך של עם ישראל, ההמשך של התורה, של המצוות, של היהדות, של האלוקות בעולם, באמצעות ״ביצחק יקרא לך זרע״. וכאן אומר לו ריבונו של עולם: ״קח נא את בנך״ — דבר שהולך נגד כל התורה, נגד כל השיטה. הוא עומד להחריב את כל מה שבנה. למען זה הוא חי. זהו הניסיון. היה אפשר להרהר על כך. אבל אברהם אבינו אפילו לא הרהר. לאברהם אבינו לא היה אפילו ספק או שאלה. הוא ידע: כל העניין הוא להפיץ את אלוקותו בעולם, לציית לקב״ה ולעבוד את הקב״ה בלי שום חשבון. וכשהקב״ה בא ואומר לו זאת, הוא ״לא הרהר אחר מדותי״ של הקב״ה. מסירות הנפש הזאת היא מסירות נפש שאין בה שום תועלת. כי על פי השכל ועל פי דרך הטבע, במה שאברהם עומד כעת לעשות לבנו אין שום תועלת. זה כולו מצד אלוקות. ואיך זה בא לידי ביטוי בעבודתו של כל יהודי בחיי היום־יום? את זאת קיבלנו מניסיון העקדה. ניסיון העקדה גילה גם לגבי הניסיונות שקדמו לו, שמסירות הנפש של אברהם אבינו באור כשדים הייתה למען הקב״ה. לא מצד החשבון שלו, מצד השגותיו, מצד הגילויים שלו, מצד השגותיו, מצד מה ש...
20:25 דורך דעם גייט זיך פארשפרייטן גאטלעכקייט אויף דער וועלט. און דאס איז דער המשך פון עם ישראל, דאס איז דער המשך פון תורה, פון מצוות, פון יידישקייט, פון גאטלעכקייט אויף דער וועלט, דורך ״ביצחק יקרא לך זרע״. און דא זאגט אים דער רבונו של עולם: ״קח נא את בנך״, וואס דאס גייט זיין, גייט אנטקעגן דער גאנצער תורה, דאס גייט אנטקעגן דער גאנצער שיטה. דאס גייט חרוב מאכן די גאנצע זאך וואס ער האט אויפגעבויט. אויף דעם האט ער געלעבט. איז דאס דער נסיון. מען האט געקענט טראכטן וועגן דעם. און אפילו קיין ״לא הרהר״. אבער אברהם אבינו האט נישט געהאט אפילו קיין ספק, קיין שאלה. ער האט געוואוסט: דער גאנצער ענין איז מפיץ זיין אלקות אויף דער וועלט, און פאלגן דעם אייבערשטן, דינען דעם אייבערשטן, אן קיין שום חשבון. און בשעה דער אייבערשטער קומט צו גיין און זאגט אים דאס, איז ״לא הרהר אחר מדותי״ געווען צום אייבערשטן. אט די מסירות נפש איז א מסירות נפש וואס האט נישט אין זיך קיין שום תועלת. ווייל בדרך השכל, בדרך הטבע, אט דאס וואס אברהם גייט יעצט אטאן זיין זון, איז נישט דא קיין שום תועלת. דאס איז אינגאנצן מצד אלקות. וואס פירט זיך אויס אין עבודה פון יעדער אידן בחיים היומיומיים? אט דאס האט מען באקומען פון דעם נסיון העקדה. נסיון העקדה האט מגלה געווען אפילו פריער די נסיונות, אז דאס וואס אברהם אבינו האט זיך מוסר נפש געווען אין אור כשדים, דאס איז געווען מצד דעם אייבערשטנס וועגן. נישט מצד זיין חשבון, מצד זיין השגות, מצד זיין גילויים, מצד זיין השגות, מצד וואס...
21:41 את זה קיבלנו מכך, אבל העיקר שקיבלנו מכך הוא שלא עושים זאת משום שכך ה׳ ציווה [לא ברור], אלא מתוך מסירות נפש ומסירת הרצון עצמו. ואת העניין הזה הוריש אברהם אבינו לכל יהודי. וזה מה שאומר אדמו"ר הזקן [לא ברור], שגם [לא ברור], והוא אומר בתניא [לא ברור], שהוא מכניע את יצרו. במובן הפשוט, בחיי היום־יום, באתכפיא פשוטה, בתפילה יום־יומית פשוטה, בלימוד, בעבודת הקב״ה, בהצנעת עצמו, ובהקפדה שלא להסתכל במקום שלא צריך ולא לחשוב על מה שלא צריך, ולעשות את הדברים למען הקב״ה — כל זה אפשרי לכל יהודי, כי כך רוצה ריבונו של עולם. לא מפני שאני רוצה לקבל מהקב״ה, לא מפני שאני מחפש אפילו שלמות, לא מפני שאני רוצה אפילו להיות קדוש יותר או דתי יותר. הרי אנחנו [לא ברור], חלק אלוקה ממעל ממש. ומכיוון שכך ה׳ ציווה, אני רוצה לעשות זאת למען הקב״ה. וזוהי הכנעת היצר, התנועה שקיימת אצל כל יהודי. את זאת קיבלנו מניסיון עקדת יצחק. וזה מה שאומרים בתפילת ראש השנה: ״ועקידת יצחק לזרעו היום ברחמים תזכור״. ובכל יום ויום, כפי שאומר המדרש, אפרו של יצחק צבור ומונח על גבי המזבח. זהו [לא ברור] של הקב״ה, האור הזה מאיר ונמצא אצל כל יהודי, אצל כל [לא ברור].
21:41 האט מען באקומען דערפון, אבער וואס איז געווען דער עיקר וואס מען האט באקומען דערפון, איז אז מען טוט עס נישט ווייל כך ה׳ ציווה [לא ברור], נאר מיט מסירת נפש און מסירת הרצון אליין. און אט דעם ענין האט אברהם אבינו איבערגעגעבן בירושה צו יעדן אידן. און דאס זאגט דער אלטער רבי [לא ברור], אז אויך [לא ברור], און ער זאגט אין תניא [לא ברור], איז מכניע יצרו. אין א פשוטן זין, אין טאג־טעגליכן לעבן, אין א פשוטער אתכפיא, אין א פשוטן טאג־טעגליכן דאווענען, לערנען, דינען דעם אויבערשטן, זיך באהאלטן, און אכטונג געבן נישט צו קוקן וואו מען דארף נישט, און נישט טראכטן וואס מען דארף נישט, און טון פון אויבערשטנס וועגן, איז ביי יעדן איד דאס מעגליך, ווייל אזוי וויל דער רבונו של עולם. נישט ווייל איך וויל פונעם אויבערשטן באקומען, נישט ווייל איך זוך אפילו שלימות, נישט ווייל איך וויל אפילו ווערן הייליגער, איך וויל אפילו ווערן פרימער. דאס איז מען [לא ברור], חלק אלוקה ממעל ממש. און ווייל דאס איז כך ה׳ ציווה, וויל איך טון פון אויבערשטנס וועגן. און דאס איז די הכנעת היצר וואס ביי יעדן איד איז דא די תנועה. אט דאס האט מען באקומען פון דעם נסיון פון עקידת יצחק. און דאס איז וואס מען זאגט אין דער תפילה פון ראש השנה: ״ועקידת יצחק לזרעו היום ברחמים תזכור״. און בכל יום ויום, ווי עס זאגט דער מדרש, אז אפרו של יצחק צבור ומונח על גבי המזבח. אז דאס איז דעם אויבערשטנס [לא ברור], דאס ליכט, דאס שיינט, דאס געפינט זיך ביי יעדן איד, ביי יעדן [לא ברור].
22:59 בחיי היום־יום, בעניינים פשוטים של עבודת השם, כפי שאומר אדמו"ר הזקן בתניא, ניצוח היצר בחיי היום־יום נובע מכוח מסירות הנפש שהיהודים קיבלו בירושה מאבותינו. הנכונות של יהודי למסור את נפשו למען הקב״ה היא שנותנת לו את הכוח במלחמת היצר בכל יום ויום, לעמוד נגד יצרו ולנצחו בכל עת ובכל שעה. ועל ידי כך [לא ברור], שיהיה הניצחון במלחמה בתכלית השלמות. ויתקיימו כל הברכות שריבונו של עולם הבטיח לאברהם אבינו: ״הרבה ארבה את זרעך ככוכבי השמים״, ״וירש זרעך את שער אויביו״, והגאולה האמיתית והשלמה על ידי משיח צדקנו במהרה בימינו אמן.
22:59 אין טאג־טעגליכן לעבן, אין פשוטע ענינים פון עבודת השם, ווי דער אלטער רבי זאגט אין תניא, אז ביי דעם ניצוח היצר בחיים היומיומיים נעמט זיך דאס פון דעם כח המסירת נפש, וואס אידן האבן באקומען בירושה מאבותינו. וואס מיט דעם וואס א איד איז גרייט זיך מוסר נפש צו זיין פארן אויבערשטן, אט דאס גיט אים דעם כח אין מלחמת היצר בכל יום ויום, לעמוד נגד יצרו לנצחו בכל עת ובכל שעה. און דורך דעם האט מען [לא ברור], אז עס זאל זיין דער ניצחון אין דער מלחמה בתכלית השלימות. און עס מקויים ווערן אלע ברכות וואס דער רבונו של עולם האט צוגעזאגט צו אברהם אבינו: ״הרבה ארבה את זרעך ככוכבי השמים״, ״וירש זרעך את שער אויביו״, וגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו במהרה בימינו אמן.