לעבן חסידות · פרק 137 · 2024-07-16 · 24:47
פרשת בלק וחג הגאולה י"ב תמוז - די אמתע אידישע שטארקייט פון זכות אבות
תיאור הפרק
אור החיים הקדוש עה״פ כי מראש צורים* קדושת לוי על הפסוק* לקוטי שיחות חלק כח בלק שיחה ב *
השמע המקורי · הערך על הרב אשר פרקש בחב"דפדיה
תמלול אוטומטי מהשמע, ותרגום מכונה לעברית. קישורים לחב"דפדיה נוספו אוטומטית.
00:00 אדמו"ר הריי"צ מספר ברשימותיו ובשיחותיו על מאסרו וגאולתו בי"ב–י"ג תמוז. כידוע, את אדמו"ר הריי"צ עצרו והכניסו למאסר בט"ו בסיוון תרפ"ז. זה היה מאסר קשה, קשה ומר, והיו בו ייסורים רבים שגרמו לו. ברשימותיו וביומניו הוא מספר באריכות, בפרטים ובפרטי פרטים, גם על ההתוועדויות שערך ועל מה שהוביל לנס הגדול של י"ב–י"ג תמוז וליציאה לחירות. ישנם סיפורים רבים על מסירות הנפש ועל הניסים הגדולים שאירעו שם. אדמו"ר הריי"צ מדגיש ביומניו וברשימותיו שמיד כשהגיע לכלא, מיד כשהגיע למאסר, קיבל על עצמו החלטה תקיפה: שכל המציאות הזאת היא ממש כלא וכאין, כי עמדו לנגד עיניו המילים ״אין עוד מלבדו״ — שאין שום דבר מלבד הקב"ה. ממילא, לכל הטומאה, לכל המאסר, על כל הקשיים וכל האנשים שהסתובבו שם, לא הייתה אצלו שום תפיסת מקום כלל וכלל. ההחלטה הזאת היא שנתנה לו את הגאווה, את הכוח ואת התוקף לעמוד במסירות נפש, לעבור את כל הקשיים, לעמוד בכל הניסיונות ולהתגבר. ולא רק זאת, אלא לצאת ב־
00:00 דער רבי ריי״צ, דער פריערדיקער רבי, דערציילט אין זיינע רשימות און זיינע שיחות בקשר צו זיין מאסר און גאולה פון י״ב־י״ג תמוז. כידוע, דעם פריערדיקן רבי, רבי ריי״צ, האט מען ארעסטירט, איינגעשפארט אין תפיסה ט״ו סיון תרפ״ז, וואס איז געווען א שווערע, שווערע, ביטערע תפיסה, מיט א סך יסורים וואס מ׳האט אים דארט געמאכט. און ער שרייבט אין זיינע רשימות, יומנים, דערציילט ער באריכות און בפרטים און בפרטי פרטיות, נאר דורך זיינע פארברענגענישן וואס ער האט געמאכט, נאר דערויף וואס האט געפירט צום גרויסן נס פון י״ב־י״ג תמוז און ארויסגיין אין חירות. איז דא כמה וכמה סיפורים וואס מיר זעען פון דער מסירות נפש און פון די גרויסע ניסים וואס זענען דארט פארגעקומען. וואס דער פריערדיקער רבי איז מדגיש אין זיינע יומנים און זיינע רשימות, אז ווי נאר ער איז אנגעקומען אין טורמע, ווי נאר ער איז אנגעקומען אין דער תפיסה, האט ער געמאכט ביי זיך א שטארקע החלטה, אז די גאנצע מציאות איז אין גאנצן ממש כלא וכאין, ווייל מיר זענען געשטאנען אנטקעגן די אויגן די ווערטער פון „אין עוד מלבדו“, אז ס׳איז נישט קיין שום זאך אויסער דעם אויבערשטן. און במילא די גאנצע טומאה, די גאנצע תפיסה מיט די אלע שוועריקייטן און מיט די אלע מענטשן וואס האבן זיך דארט געדרייט, ביי אים איז נישט געווען קיין שום תפיסת מקום כלל וכלל. און נאר דורך דער החלטה, דאס האט אים געגעבן דעם שטאלץ, די שטארקייט, די תקיפות, אויף צו קענען שטיין אין מסירות נפש און דורכגיין אלע שוועריקייטן און באשטיין די אלע נסיונות און זיך מתגבר זיין. און ניט נאר דאס, נאר ארויסגיין אין
01:42 ניצחון גמור. זה היה הניצחון הגדול של חג הגאולה בי"ב–י"ג תמוז. ישנם סיפורים רבים שהוא עצמו סיפר, ושחסידים מספרים, על מה שאירע באותם ימים. אחד הסיפורים שאדמו"ר הריי"צ מספר הוא שכאשר הביאו אותו לחקירות, חקרו אותו וערכו לו חקירות ודרישות קשות מאוד. ניסו להוציא ממנו פרטים ופרטי פרטים מכל מיני סוגים. וכמובן, הוא עמד בכל התוקף ולא נכנע כלל. הוא סיפר כמה סיפורים בקשר לכך. באחת החקירות שאלו אותו לגילו, בן כמה הוא. הרי כשהם עורכים חקירה, הם צריכים לרשום פרטים שונים על האדם היושב במאסר: שמו, מי הוא, אביו, אמו, גילו וכו'. כששאלו את אדמו"ר הריי"צ בן כמה הוא, הוא ענה שהוא בן מאה שמונים ושתיים. כך ענה. הם הסתכלו עליו וכעסו מאוד; הם היו עצבניים וזועמים על כך שהוא מנסה להתלוצץ. מה פירוש שהוא בן מאה שמונים ושתיים? למה הוא מתלוצץ? הם התחילו לאיים עליו בכל מיני איומים. ואדמו"ר הריי"צ אמר: אבל אומר לכם מדוע אני סבור שאני בן מאה שמונים ו־
01:42 ניצחון גמור, וואס דאס איז געווען דער גרויסער ניצחון פון דעם חג הגאולה פון י״ב־י״ג תמוז. וואס איז דא כמה וכמה סיפורים וואס ער אליין האט דערציילט, וואס חסידים דערציילן, וואס איז פארגעקומען אין יענע צייטן. איינע פון די סיפורים וואס דער פריערדיקער רבי, וואס דער רבי ריי״צ, דערציילט, איז געווען אז בשעת מ׳האט אים געברענגט צו די חקירות, מ׳האט אים געפארשט, געמאכט חקירות און דרישות, וואס זענען געווען זייער שווערע חקירות און דרישות, וואס מ׳האט פרובירט ארויסצושלעפן פון אים, ארויסציען פון אים, כל מיני פרטים ופרטי פרטים. און כמובן, ער האט געשטאנען שטארק בכל התוקף, אז ער האט זיך אין גאנצן נישט איינגעגעבן. ער האט דערציילט כמה סיפורים בקשר לזה. איז אין איינע פון די זאכן האט מען אים געפרעגט וועגן זיין גיל, ווי אלט ער איז. און זיי דארפן שרייבן, דעם פעם ווען זיי געבן אן א חקירה, זיי דארפן שרייבן כל מיני פרטים וועגן דעם מענטשן וואס זיצט אין תפיסה: זיין נאמען, ווער ער איז, זיין טאטע, זיין מאמע, דער גיל וכולי. בשעת מ׳האט אים געפרעגט ווי אלט ער איז, וואס איז זיין גיל, האט דער רבי ריי״צ געענטפערט אז ער איז הונדערט צוויי און אכציג יאר. אזוי האט ער געענטפערט. נו, האבן זיי אים אנגעקוקט, זענען געווען זייער, זייער ברוגז, נערוועז, אין כעס, וואס ער פרובירט ליצנות, ער וויל זיך אבער פארשפאסן איבער וואס איז הונדערט צוויי און אכציג יאר, וואס מאכט ער ליצנות? מ׳האט אנגעהויבן אים שרעקן, כל מיני שרעקעריי. און דער רבי ריי״צ האט געזאגט: איך וועל אייך זאגן אבער וואס. איך האלט אז איך בין הונדערט און צוויי און
03:19 שתיים. הרי לא עצרתם אותי כאדם פרטי. מה עשיתי? לא עשיתי שום דבר רע, לא עשיתי שום דבר שבגללו יש לעצור אותי ולהכניס אותי למאסר. אלא מה? נטפלתם אליי מפני שאני מייצג את הקהילה שלי, את הקבוצה שלי, את האנשים שלי. מפני שאני המנהיג, הנשיא של חסידי חב"ד, הכנסתם אותי למאסר כנציג, כבא כוחם של רבותינו נשיאינו, של אבותיי וסביי, החל מאדמו"ר הזקן. כלומר, כשאתם הכנסתם אותי למאסר, הכנסתם למאסר גם את כל אבותיי וסביי, עד אדמו"ר הזקן, מייסד חסידות חב"ד, שבשנת תרפ"ז מלאו מאה שמונים ושתיים שנה להולדתו. ממילא, אין מדובר בי כאדם פרטי; אני הנציג של כל הקבוצה, של כל הקהילה. מדובר בחסידות, בשרשרת זהב שנמשכת מאה שמונים ושתיים שנה. כמובן, הכוונה הפנימית הייתה להדגיש בתוקף שלא מדובר כאן באדם פרטי. זו שרשרת זהב, שרשרת הדורות של רבותינו נשיאינו, החל מאדמו"ר הזקן, והיא עצמה נתנה לו את כל התוקף. הוא העלה כאן את עניין זכות אבות, שבשעה הזאת
03:19 אכציג יאר. וויבאלד אז איר האט מיך אליין אלס א מענטש נישט ארעסטירט. וואס בין איך? איך האב גארנישט געטאן שלעכט, איך האב נישט געטאן קיין שום זאך וואס קען מיך אבער פארדערן צו ארעסטירן און אריינלייגן אין תפיסה. נאר וואס? איר האט זיך פארלייגט אויף מיר, ווייל איך שטעל פאר מיין קהילה, מיין גרופע, מיינע מענטשן, וואס דאס וואס איך בין דער מנהיג, דער נשיא פון חסידי חב״ד, איז במילא האט איר מיך אריינגעזעצט אין תפיסה אלס א פארשטייער, אלס א בא־כח פון רבותינו נשיאינו, פון מיין טאטעס און מיינע זיידעס, און אנגעהויבן פון דעם אלטן רבי׳ן. דאס הייסט אז בעצם, בשעת איר האט מיך אריינגעזעצט אין תפיסה, האט איר אריינגעזעצט אין תפיסה אלע אונזערע, מיינע טאטעס און זיידעס, ביז דער אלטער רבי, דעם יסוד פון חסידות חב״ד, וואס אין יאר תרפ״ז איז ער געווארן הונדערט און צוויי און אכציג יאר. און במילא איז עס דאך נישט איך אלס א איש פרטי; איך בין דאך דער פארשטייער פון דער גאנצער פארטיי, פון דער גאנצער קהילה. במילא רעדט דאס וועגן חסידות, וואס האלט זיך א גאלדענע קייט וואס ציט זיך הונדערט און צוויי און אכציג יאר. נו, אז כמובן, די כוונה פנימית איז געווען ארויסברענגען אין תוקף, אז מ׳רעדט דאך נישט דא וועגן א איש פרטי. נו, דאס איז א גאלדענע קייט, שרשרת הזהב, שרשרת הדורות וואס רופט זיך אן פון רבותינו נשיאינו, אנגעהויבן פון דעם אלטן רבי׳ן, און דאס אליין האט אים געגעבן דעם גאנצן תוקף. די ענין פון די זכות אבות וואס ער ברענגט זיך אריין, אז בשעה הזאת
04:51 שומעים על העניין הזה, וזה עצמו מביא את הזכות. בפרשת בלק, בסדר של היום, אנחנו מוצאים את העניין הזה לאורך כל הסדר. בפרט, י"ב תמוז חל בתקופה של פרשת בלק, שבה לומדים וקוראים על עם ישראל, ועל הגאווה ומסירות הנפש של עם ישראל. בפסוקי הפרשה של היום אנחנו רואים באופן בולט מאוד את עניין זכות אבות, וזהו גם עניינו של יום טוב זה, חג הגאולה בי"ב תמוז. בפרשת בלק אנחנו מוצאים שכאשר בלעם רצה לומר דברים שהם היפך הברכה, ״ולא אבה ה׳ אלקיך לשמוע אל בלעם, ויהפוך ה׳ אלקיך לך את הקללה לברכה, כי אהבך ה׳ אלקיך״. כלומר, הקב"ה לא רק שלא שמע לקללותיו של בלעם, אלא הפך את כל הקללות לברכות. בברכות ובפסוקי הסדר של היום אנחנו מוצאים את כל עניין זכות אבות. כבר בתחילת דבריו, בפסוקים הראשונים של הברכות שהוא עומד לומר, הוא אומר שבלק קרא לו כדי שידבר, חס ושלום, דברים שהם היפך הברכה, שידבר רעות על עם ישראל. אבל ״מה אקוב לא קבה א־ל״ — הקב"ה אינו רוצה לקלל אותם; ״ומה אזעום לא זעם ה׳״ — הקב"ה אינו רוצה לכעוס, הקב"ה אינו רוצה
04:51 מען הערט דעם ענין, אז דאס אליין ברענגט דעם זכות. אז אין היינטיגן סדר, אין פרשת בלק, געפינען מיר דעם ענין וואס גייט דורך דעם גאנצן סדר. בפרט, אז פאר י״ב תמוז קומט אויס אין דער צייט פרשת בלק, וואס דארטן לערנט מען, ליינט מען, די ענינים פון דעם אידישן פאלק און דעם שטאלץ פון מסירת נפש וואס דאס אידישע פאלק האט. און מיר זעען אין די פסוקים פון היינטיגער פרשה זייער שטארק דעם ענין פון זכות אבות, אז דאס איז דער ענין פון דעם יום טוב פון י״ב תמוז, חג הגאולה. אין פרשת בלק געפינען מיר זייער שטארק, אז בשעת בלעם האט געוואלט רעדן ענינים פון היפך ברכה, נו, דער אויבערשטער איז „ולא אבה ה׳ אלקיך לשמוע אל בלעם, ויהפוך ה׳ אלקיך לך את הקללה לברכה, כי אהבך ה׳ אלקיך“, אז ביי בלעם איז געווען, אז דער אויבערשטער האט זיך נישט נאר נישט צוגעהערט צו זיינע קללות, נאר האט איבערגעמאכט די אלע קללות צו ברכות. געפינען מיר אין די ברכות און אין די פסוקים פון היינטיגן סדר דעם גאנצן ענין פון זכות אבות. און גלייך פון אנהויב, בשעת ער רעדט אן די ערשטע פסוקים פון די ברכות וואס ער גייט רעדן, אז בלק האט מיך גערופן כדי צו, חס ושלום, רעדן ענינים פון היפך ברכה, אז ער זאל גיין רעדן שלעכט פון אידישן פאלק, אבער „מה אקוב לא קבה א־ל“, וואס דער אויבערשטער וויל נישט שעלטן זיי, „ומה אזעום לא זעם ה׳“, דער אויבערשטער וויל נישט זיין ברוגז, דער אויבערשטער וויל נישט
06:29 לקלל. ורש"י אומר שבכל הימים האלה הקב"ה לא כעס; לא היה בהם שום עניין של חרון, של דין, של זעם. כל אותו הזמן היה הקב"ה ביחס של אהבה ורחמים לעם ישראל. והוא ממשיך ואומר: "כי מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו". כשאני מסתכל על עם ישראל, אני רואה בו את "מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו". ומה נאמר במדרש, ורש"י מביא זאת? ש"צורים" הם האבות, ו"גבעות" הן האמהות. כלומר, כשהוא מסתכל על יהודים, הוא רואה את זכות האבות: יש להם "מראש צורים אראנו" — האבות, ו"גבעות" — אלו האמהות. בזכות האבות והאמהות הוא אינו יכול להיטפל ליהודים. זה כוחם של יהודים: מעצם היותם יהודים, בני אברהם, יצחק ויעקב ובני שרה, רבקה, רחל ולאה, יש להם חוזק כזה שבלעם אינו יכול להיטפל אליהם כלל. כפי שהוא אומר בהמשך: "הן עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב" — הם אינם נחשבים כלל עם הגויים. מהי הכוונה הפנימית? מה הוא רוצה להביא לידי ביטוי? מהי הנקודה שהוא רוצה להדגיש כשהוא אומר "מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו", ומשום כך "הן עם לבדד
06:29 שעלטן. און רש״י זאגט, אז אין די אלע טעג איז דער אויבערשטער נישט געווען ברוגז; גארנישט, אין די אלע טעג איז נישט געווען קיין שום ענין פון חרון, פון דין, פון זעם, אז די גאנצע צייט איז דער אויבערשטער געווען בענין פון אהבה און רחמים צום עם ישראל. פירט ער אויס ווייטער און ער זאגט: „כי מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו“. אז איך זע דעם אידישן פאלק, זע איך זיין „מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו“. און וואס שטייט אין מדרש, און רש״י ברענגט, אז דער ענין פון „צורים“ גייט אויף די אבות, דער ענין פון „גבעות“ גייט אויף די אמהות. דאס הייסט, בשעת ער גייט קוקן אויף אידן, זעט ער דעם זכות אבות, אז זיי האבן דעם „מראש צורים אראנו“ — אבות, און דעם „גבעות“, וואס דאס איז אלו האמהות. אז מיט די זכות פון די אבות און די אמהות קען ער זיך נישט צוטשעפען צו אידן, וואס דאס איז דער כח פון אידן, אז דערמיט וואס זיי זיינען אידן, זיינען זיי בני אברהם, יצחק ויעקב, און בני שרה, רבקה, רחל ולאה, האבן אידן אזא שטארקייט וואס בלעם קען זיך אינגאנצן נישט צוטשעפען. ווי ער זאגט שוין ווייטער: „הן עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב“, אז זיי ווערן אינגאנצן נישט גערעכנט מיט די גוים. וואס איז די כוונה פנימית? וואס וויל ער ארויסברענגען? וואס איז די ווארט וואס ער וויל ארויסברענגען דא בשעת ער זאגט „מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו“, וואס דערפאר איז „הן עם לבדד
07:54 ישכון ובגוים לא יתחשב"? יש כמה פירושים של מפרשי המקרא המבארים את מעלתם של ישראל שבלעם ביטא כאן. ישנו פירוש המדרש, שרש"י מביא, שזהו עניין זכות האבות וזכות האמהות. והאור החיים הקדוש, המתעכב על הפסוקים, מסביר מה בלעם רוצה לומר: בלעם חיפש היכן יוכל למצוא אפילו פגם. זה הרי אחד ממאפייני הרע, השנאה והמקטרג — ובלעם הוא סמל למקטרג — והוא חיפש היכן יוכל אפילו להתחיל. אומר האור החיים הקדוש שבלעם ניסה למצוא היכן יוכל לדבר על דבר שלילי, בלתי רצוי. [לא ברור]. כדי לדבר על דבר בלתי רצוי, על קללה או על דברי שלילה כלפי יהודים, צריך להתחיל ממקום שבו נמצאת רוח הטומאה. כך הדבר עובד: אם יש מקום לרוח הטומאה, יש מקום שבו הקליפה יכולה להיאחז. לכן בלעם חיפש היכן ימצא פגם, משהו לא טוב, משהו שלילי, כתם כלשהו, ששם תוכל לחול עין הרע ויוכלו לחול הדברים שהוא רוצה להטיל, ובאמצעותם יוכל, חס ושלום, לפגום ולהביא [לא ברור], רחמנא ליצלן, על ישראל. זה היה הניסיון שלו. ועל כך אמר: הלכתי [לא ברור], רציתי למצוא את שורש האומה, אבל ראיתי: "מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו" — אלו האבות, אלו האמהות; "הן עם לבדד ישכון". כלומר, הוא ניסה לברר היכן מתחיל שורש האומה. הוא ראה ששורש
07:54 ישכון ובגוים לא יתחשב“? עס זענען דא כמה פירושים, מפרשי המקרא, וואס ברענגען ארויס דעם ענין, דאס וואס בלעם האט ארויסגעברענגט דא מעלותם של ישראל. און דער פירוש המדרש, און רש״י ברענגט דאס אריין, וואס דאס איז דער ענין פון זכות אבות, זכות אמהות. און דער אור החיים הקדוש, וואס שטעלט זיך אויף די פסוקים, איז מסביר, אז דאס וואס ער וויל ארויסברענגען: בלעם האט געזוכט וואו ער קען געפינען א פגם אפילו. און דאס איז דאך איינער פון די ענינים פון דעם רע, פון דער שנאה, פון דעם מקטרג, וואס בלעם איז דאך דער סמל פון דעם מקטרג אפילו, און ער האט געזוכט וואו ער קען אנהויבן אפילו. זאגט דער אור החיים הקדוש, אז בלעם האט פרובירט צו געפינען וואו ער קען רעדן וועגן עפעס א שלילי, בלתי רצוי אפילו. [לא ברור]. כדי צו רעדן וועגן עפעס אן ענין בלתי רצוי, א קללה, שלילות אויף אידן, דארף מען אנהויבן פון א פלאץ וואו מען געפינט אן ענין פון רוח הטומאה. דאס איז דער וועג. אז אויב עס איז דא א פלאץ פאר רוח הטומאה, איז דא א פלאץ וואו די קליפה קען זיך דארטן אריינכאפן. במילא האט בלעם געזוכט וואו ער קען געפינען א פגם, עפעס א בלתי טובה, עפעס א שלילי, עפעס א שלילי, עפעס א פלעק, און במילא דארטן קען חל זיין די עין הרע, און עס קענען חל זיין די ענינים וואס ער וויל אריינווארפן, און דורך דעם קען ער, חס ושלום, פוגם זיין און ברענגען [לא ברור] רחמנא ליצלן אויף ישראל. און דאס איז געווען זיין נסיון. און דאס האט ער געזאגט: איך בין געגאנגען [לא ברור], איך האב געוואלט געפינען דעם שורש פון דער אומה, אבער איך האב געזען: „מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו“ — אלו אבות, אלו אמהות; „הן עם לבדד ישכון“. דאס הייסט, ער האט פרובירט צו זוכן וואו דער שורש פון דער אומה הויבט זיך אן. ער האט געזען אז דער שורש פון
09:45 האדם מתחיל מן האבות והאמהות. אמנם היו גם לפניהם — היה תרח, והיו דורות מוקדמים יותר, והיו עוד רבים. הרי הם באו ממשפחות שהייתה תקופה שבה עבדו עבודה זרה: "מתחילה עובדי עבודה זרה היו אבותינו". אבל בלעם אומר שכשהוא מסתכל, הוא רואה שהקב"ה הפריד אותנו מכל הדברים האלה, מכל השורשים האלה. זהו המשל שבפסוקים. הוא אומר: "כי מראש צורים אראנו". כשאני בודק היכן מתחיל העם היהודי, אני רואה שמוצאו מן הצורים. אלו האבות — אברהם, יצחק ויעקב — וכולם קדושה. "ומגבעות אשורנו" — האמהות, שכולן קדושה. אני מנסה לראות אם אפשר לקשור אותם לתרח, לנחור, לעניינים של עובדי עבודה זרה, לאנשים שיש להם שייכות לטומאה, לסטרא אחרא, לעבודה זרה. אומר הפסוק: "הן עם לבדד ישכון". הקב"ה לקח את העם היהודי והפריד אותו, הרחיק אותו שוב ושוב, עד לעצם מציאותו. כי מציאותו מתחילה מאברהם, מיצחק ומיעקב; אין לו שום שייכות למה שהיה קודם לכן. "ובגוים לא יתחשב", אומר האור החיים הקדוש, מתייחס לברירות, לשלוש הברירות. יצחק הורחק מישמעאל. יעקב הורחק מעשו. והוא אומר: "ובגוים לא יתחשב". הקב"ה הרחיק אותם גם באמצעות הברירות האלה. שכן "כי ביצחק יקרא לך זרע", ואצל יעקב הרחיק הקב"ה את עשו והפריד ביניהם. אברהם, יצחק ויעקב — זהו השורש, לאחר כל ענייני הטומאה שהיו סביבם. וכך הם נותרו עם אחד, מיוחד, ששורשיו רק באלוקות, בקדושה, באבות ובאמהות; הם קשורים לאלוקות. ולכן אין שם מקום שבו רוח הטומאה יכולה להימצא. אמנם יש גם דברים שאנחנו, העם היהודי, עשינו שלא כראוי — חטא העגל ועוד — אלו היו עניינים
09:45 אדם הייבט זיך אן פון די אבות און אמהות. אה, עס איז געווען נאך פאר דעם, עס איז געווען נאך תרח, און נאך פריערדיגע דורות, און עס איז געווען כמה וכמה. ווייל זיי זענען דאך געקומען פון משפחות וואס עס איז געווען א צייט ווען זיי זענען געווען עובדי עבודה זרה. „מתחילה עובדי עבודה זרה היו אבותינו“. אבער דאס וואס בלעם זאגט, אז ער קוקט אן, אז דער אויבערשטער האט אונז אפגעטיילט פון די אלע זאכן, פון די אלע שורשים. דאס איז דער משל פון די פסוקים. ער זאגט: „כי מראש צורים אראנו“. איך קוק וואו עס הייבט זיך אן דער אידישער פאלק, זע איך אז זיי קומען פון צורים. דאס זענען די אבות, אברהם, יצחק און יעקב, און דאס איז אלץ קדושה. „ומגבעות אשורנו“ — די אמהות, וואס זיי זענען אלע קדושה. אה, איך פרוביר צו זען צי מ׳קען זיי פארבינדן מיט תרח, מיט נחור, מיט די ענינים פון עובדי עבודה זרה, מענטשן וואס האבן א שייכות צו טומאה, צו סטרא אחרא, צו עבודה זרה. זאגט דער פסוק: „הן עם לבדד ישכון“. דער אויבערשטער האט גענומען דעם אידישן פאלק, אז ער זאל זיין אפגעזונדערט, און דערווייטערט, דערווייטערט, דערווייטערט זיי ביז צו זייער עצם מציאות. ווייל זייער מציאות הייבט זיך אן פון אברהם, פון יצחק און פון יעקב, זיי האבן קיין שום שייכות נישט צו פריער. „ובגוים לא יתחשב“, זאגט דער אור החיים הקדוש, דאס גייט אויף די ברירות, אויף די דריי ברירות. יצחק איז דערווייטערט געווארן פון ישמעאל. יעקב איז דערווייטערט געווארן פון עשו. און ער זאגט: „ובגוים לא יתחשב“. דער אויבערשטער האט זיי דערווייטערט נאך די ברירות. ווייל „כי ביצחק יקרא לך זרע“, און ביי יעקב האט דער אויבערשטער דערווייטערט און אפגעטיילט עשו. אברהם, יצחק און יעקב — דאס איז פון פריער, דאס איז נאך אלע ענינים פון טומאה וואס זענען געווען ארום זיי. און במילא זענען זיי געבליבן אן איינציקער, אייגנארטיקער פאלק, וואס זייערע שורשים זענען נאר אין אלקות, אין קדושה, אין אבות און אמהות; זיי זענען פארבונדן מיט אלקות. און במילא איז דארט נישטא קיין ארט וואו די רוח הטומאה קען זיין. אה, עס זענען אויך דא ענינים וואס מיר האבן געטאן נישט גוט, ביים אידישן פאלק. חטא העגל און נאך, דאס זענען געווען ענינים
11:58 מעשים בלתי רצויים שעשו. וזה המשל, וזה מה שהפסוק אומר: ״לא הביט און ביעקב ולא ראה עמל בישראל״. גם כשיש עניינים בלתי רצויים, הקב״ה מסתכל על האבות והאמהות, ולכן אינו מסתכל כך על עם ישראל כשהוא עושה לפעמים דברים שלא כפי שצריך בקדושה. מה שאדם עושה לפעמים בעניינים בלתי רצויים יכול לחול על עם ישראל. רבי לוי יצחק מברדיטשוב, הברדיטשובר הקדוש, מביא כאן את הפסוקים. זהו הפירוש במה שנאמר: ״כי מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו. הן עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב״. הברדיטשובר הקדוש מפרש: מה העומק בדברים שהוא אומר כאן? עם ישראל הוא ״עם לבדד ישכון״, עם שבשבילו נברא העולם. הברדיטשובר מפרש את ״מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו״ כך: כבר בבריאת העולם, כשהקב״ה בא לברוא את העולם, ״בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ״, מיד, ״מראש צורים״, מתחילת הבריאה. הקב״ה אמר ״בראשית״, ורש״י אומר: ״בראשית — בשביל התורה, בשביל ישראל״. כבר מבריאת העולם, ״מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו״, קבע הקב״ה בבריאה שכל מציאות העולם היא בזכותם של ישראל, בשביל התורה, בשביל ישראל. וממילא עם ישראל — ״ובגוים לא יתחשב״.
11:58 בלתי רצויים וואס מען האט געטאן. און דאס איז דער משל, און דאס איז וואס דער פסוק זאגט: „לא הביט און ביעקב ולא ראה עמל בישראל“. אז ביי אלע די ענינים בלתי רצויים, דער אויבערשטער — „לא הביט און ביעקב ולא ראה עמל בישראל“ — דער אויבערשטער קוקט אויף די אבות און אמהות, קוקט ער נישט אזוי אויף דעם אידישן פאלק, וואס ער טוט אמאל נישט ווי עס דארף צו זיין אין קדושה. אז דאס וואס א מענטש טוט אמאל ענינים בלתי רצויים, קען, קען, קען, קען, קען, קען, איז חל זיין אויפן אידישן פאלק. דער רבי לוי יצחק מבארדיטשוב, דער הייליקער בארדיטשובער, ברענגט דא אראפ די פסוקים. אז דאס איז דער פשט וואס עס שטייט: „כי מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו. הן עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב“. טייטשט דער הייליקער בארדיטשובער: וואס איז דא, וואס איז דער עומק פון די ווערטער וואס ער זאגט דא? אז בשעת דער אידישער פאלק שטייט „עם לבדד ישכון“, דער אידישער פאלק איז א פאלק וואס בשבילו נברא העולם. טייטשט דער בארדיטשובער „מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו“, דאס הייסט אז גלייך אין דער בריאת העולם, בשעת דער אויבערשטער איז געקומען באשאפן די וועלט, „בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ“, איז גלייך „מראש צורים“, גלייך אין אנהייב פון דער בריאה. דער אויבערשטער האט געזאגט „בראשית“, און רש״י זאגט: „בראשית — בשביל התורה, בשביל ישראל“. אז די גאנצע בריאת העולם, „מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו“, גלייך פון בריאת העולם, האט דער אויבערשטער אריינגעשטעלט אין דער בריאה אז די גאנצע מציאות העולם איז בזכותם של ישראל, בשביל התורה, בשביל ישראל. איז במילא דער אידישער פאלק — „ובגוים לא יתחשב“.
13:39 את הגוי, את אומות העולם, הקב״ה לא לקח עמו בבריאת העולם, אלא את עם ישראל. וממילא אין בלעם יכול לעשות דבר. זה מה שבלעם אמר: איך הוא יכול להתגרות בעם ישראל, כשהבריאה כולה, העולם כולו, עומדים בזכותם? ממילא הוא אינו יכול להתגרות בהם כלל, ואין לו בהם אחיזה. הרבי דיבר פעם בשיחה מעניינת מאוד על רש״י הזה, על הפסוק הזה. ביאור נפלא ומעניין, ורעיון עמוק, שמביא לידי ביטוי את הכוח שאנו מקבלים מאבותינו אברהם, יצחק ויעקב. אבל בואו נתבונן היטב ברש״י. הוא אומר דבר מעניין מאוד. רש״י שואל: מה פירוש ״מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו״? אומר רש״י: אני מתבונן בעם ישראל, ומה אני רואה? אני רואה שהם חזקים ומיוסדים בצורים ובגבעות. יש להם עוצמה כזאת. הם בנויים בחוזק ובגאון, צורים וגבעות, מכוח הקשר שלהם עם אבותיהם, עם אברהם, יצחק ויעקב, עם האבות והאמהות. ממילא יש בהם החוזק הזה עוד מראשיתם, כבר מתחילת ההיסטוריה שלהם. כבר אז יש בהם החוזק והכוח של האבות והאמהות. וממילא בלעם יודע שאינו יכול להתגרות בעם ישראל. והרבי שאל שאלה פשוטה, כדרכו בקודש, כשהיה נוהג בכל שבת לומר בהתוועדות ביאור ברש״י. שאלה,
13:39 דעם גוי, די גויישע פעלקער, האט דער אויבערשטער נישט מיטגענומען מיט זיך אין בריאת העולם, נאר דעם אידישן פאלק. איז במילא קען ער גארנישט טאן. דאס איז וואס בלעם האט געזאגט: ווי קען ער זיך פאטשעפען מיטן אידישן פאלק, בשעת די גאנצע בריאת העולם, די גאנצע וועלט, שטייט אויף זיי? איז במילא קען ער זיך מיט זיי גארנישט פאטשעפען, און במילא האט ער נישט קיין אחיזה. דער רבי האט אמאל גערעדט א זייער געשמאקע שיחה אויף דעם רש״י, אויף דעם פסוק. גאר א נפלא׳דיגע, א געשמאקע ביאור און א טיפער ווארט, וואס ברענגט אריין דעם כח וואס מיר באקומען פון אונזערע אבות אברהם, יצחק און יעקב. אבער לאמיר גוט קוקן אין רש״י, זאגט ער זייער אינטערעסאנט. רש״י זאגט: וואס איז דער פשט „מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו“? זאגט רש״י אז איך קוק זיך צו אויף דעם אידישן פאלק, און וואס זע איך? איך זע אינעם אידישן פאלק אז זיי זענען חזקים ומיוסדים בצורים ובגבעות. אז זיי האבן אזא שטארקייט. זיי זענען געבויט שטארק און שטאלץ, צורים וגבעות, מיט דעם וואס זיי זענען פארבונדן מיט זייערע אבות, מיט אברהם, יצחק און יעקב, מיט אבות ואמהות. איז במילא האבן זיי אין זיך די שטארקייט נאך מראשית, יא, גלייך פון זייער אנהייב, פון זייער היסטאריע. שוין האבן זיי אין זיך די שטארקייט און דעם כח פון די אבות און די אמהות. און במילא ווייסט ער אז ער קען זיך מיטן אידישן פאלק נישט פאטשעפען. וואס דער רבי האט געפרעגט א פשוטע שאלה, כדרכו בקודש, וואס דער רבי יעדן שבת אין פארברענגען פלעגט רעדן א ווארט אין רש״י. א שאלה,
15:12 ביאור והסבר בפשוטו של מקרא. וכאן נשאלת שאלה פשוטה מאוד. הרי ידוע שרש״י מפרש את פשוטו של מקרא, את פשט הדברים. כשמעיינים במפרשי הפשט, ברמב״ן וכן הלאה, ברשב״ם, הפירוש של ״כי מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו״ פשוט מאוד, בלי מדרשים עמוקים ופירושים. הפירוש הפשוט הוא שבלעם עמד בראש הצורים. בלעם עומד על סלע גבוה, על צור, מעל הר. הוא רצה לראות את כל היהודים כדי שיוכל לומר את מה שרצה לומר, ולכן התייצב על הר גבוה. כך, בפסוקים האלה, הוא אומר שהוא יכול לראות את עם ישראל. זה לכאורה הפירוש הפשוט של המילים. ואילו כאן רש״י מביא מדרש על האבות והאמהות וכו׳. כי לפי הפשט, ״מראש צורים אראנו״ פירושו: אני עומד כאן בראש צוק, בראש סלע, על הר, מתבונן ורואה את עם ישראל. ואני רואה שהם יחד וכו׳, שרבים זורמים איתם, ובהמשך נאמר: ״הן עם לבדד ישכון״. אני רואה שהעם חזק, מאוחד וכו׳. כך מפרשים כל מפרשי הפשט, אבל רש״י דווקא כאן נותן פירוש שאינו פשט כלל, אלא בנוי על מדרש. ומעניין שרש״י אינו אומר ממש כדברי המדרש. המדרש אומר: ״צורים אלו אבות, גבעות אלו״
15:12 א ביאור און א הסבר אין פשוטו של מקרא. וואו דא פרעגט זיך גאר א פשוטע שאלה. מ'ווייסט דאך אז רש"י איז פשוטו של מקרא. פשוטו של מקרא, דאס הייסט פשוטם של דברים. ווען מ'גיט א קוק אין מפרשי הפשט, ברמב"ן און אזוי ווייטער, אין רשב"ם, איז דער טייטש „כי מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו“ גאר א פשוטער טייטש. נישט קיין טיפע מדרשים, קיין פירושים. דער פשוטער טייטש איז אז ער איז געשטאנען בראש צורים. כי פשוט, בלעם שטייט אויף א הויכן סלע, אויף א צור, איבער א בארג. האט ער געוואלט זען אלע אידן, כדי ער זאל קענען זאגן וואס ער האט געוואלט זאגן. האט ער זיך אוועקגעשטעלט אויף א הויכן בארג. יא, מיט די פסוקים אלע זאגט ער אז ער קען זען דעם אידישן פאלק. איז דאס לכאורה דער פשוטער טייטש פון די ווערטער. וואס דא רש"י זאגט א מדרש מיט די אבות, מיט די אמהות וכולי. כי פשוטו, „מראש צורים אראנו“: איך שטיי דא אויפן קאפ פון א שטיין, אויפן קאפ פון א סלע, פון א בארג, און איך קוק זיך צו און איך זע דעם אידישן פאלק. און איך זע אז זיי זענען צוזאמען וכולי, אז רבי שטראמען מיט זיי, און עס שטייט ווייטער: „הן עם לבדד ישכון“. איך זע, דער פאלק איז שטארק, צוגעבונדן וכולי. אזוי טייטשן אלע מפרשי הפשט, אבער רש"י פונקט דא זאגט דעם פשט וואס איז גארנישט פשט, געבויט אויף א מדרש טאקע. אבער אינטערעסאנט, רש"י זאגט נישט ממש ווי דער מדרש. דער מדרש זאגט: „צורים אלו אבות, גבעות אלו“
16:43 ״אמהות״. כך אומר המדרש. פירוש המדרש ל״כי מראש צורים אראנו״ הוא שכשאני מסתכל על עם ישראל, אני רואה את הצורים, אני רואה את הגבעות. אבל רש״י אומר אחרת. רש״י אומר שבלעם מסתכל על עם ישראל ורואה שהם עצמם צורים, שהם חזקים. ״רואה אני אותם חזקים ומיוסדים״ בזכות האבות. הוא אינו מדבר על האבות, אלא על עם ישראל עכשיו. מה רוצה רש״י לומר כאן? בפרט שרש״י כאן מפרש את פשוטו של מקרא. והרבי אומר: כאן ממש טמון העניין — רש״י אכן מפרש את פשוטו של מקרא. רש״י מתבונן בפסוק. מה נאמר בפסוק הקודם, בשעה שבלעם אומר את הדברים האלה? לשון הפסוק היא ״וישא משלו ויאמר״. כלומר, הוא עומד לומר משל. יוצא שדברי בלעם לא היו רק דברים כפשוטם; אלו משלים, ולמשל יש נמשל. לפי פירוש הפשט האמור, אי אפשר להבין מה המשל כאן. הוא אינו אומר משל, אלא דברים פשוטים: הוא עומד על הר ומסתכל. מה המשל בזה? ״וישא משלו ויאמר״. ולכן רש״י מוכרח ללמוד שלפי פשוטו של מקרא צריך למצוא כאן עניין של משל. מה המשל? אומר רש״י: ״כי מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו״ — זה המשל. ״אני רואה אותו״: אני מסתכל על עם ישראל
16:43 „אמהות“. דאס זאגט דער מדרש. יא, איז דער טייטש פונעם מדרש „כי מראש צורים אראנו“: אז איך קוק אויפן אידישן פאלק, זע איך די צורים, איך זע די גבעות. רש"י זאגט אבער אנדערש. רש"י זאגט אז ער קוקט אויפן אידישן פאלק, זעט ער אין זיי אז זיי זענען צורים און זיי זענען חזקים. „רואה אני אותם חזקים ומיוסדים“ אין דעם זכות פון די אבות. ער רעדט נישט וועגן די אבות, ער רעדט וועגן דעם אידישן פאלק איצט. וואס וויל רש"י זאגן דא? בפרט אז רש"י דא איז פשוטו של מקרא. און דער רבי זאגט, דא איז ממש כבוד: רש"י טאקע פשוטו של מקרא. אבער רש"י גיט א קוק אין דעם פסוק. וואס שטייט אין פסוק פריער, בשעה אז ער רעדט די רייד? בשעה אז בלעם רעדט די רייד, איז דער לשון אין פסוק „וישא משלו ויאמר“. אז ער גייט זאגן א משל. הייסט דאס אז די דיבורים פון בלעם זענען נישט געווען בלויז דיבורים וואס זענען קלארע דיבורים; דאס איז משלים, וואס דער משל האט א נמשל. לויט דעם פירוש הפשט איבער זיי קען מען נישט פארשטיין וואס איז דא דער משל. ער זאגט נישט קיין משל, ער זאגט דברים פשוטים: שטייט אויף א בארג און קוקט. וואס איז דא דער משל? „וישא משלו ויאמר“. און דערפאר מוז רש"י לערנען אז אויפן פשוטו של מקרא דארף מען געפינען דא א ענין של משל. וואס איז דא דער משל? דאס זאגט רש"י: „כי מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו“, דאס איז דער משל. „אני רואה אותו“: איך קוק אויפן אידישן
18:21 כשאני מסתכל על העם, אני רואה את המשל: הם כמו צור. אבן, ולא סתם אבן — צור, אבן עתיקה וחזקה, שיש בה עוצמה, גאווה ותקיפות. גבעות — גובה, גאווה ועוצמה, כמו שמוצאים באבן. זה המשל שמבטא את כוחו של עם ישראל. והכוח הזה אינו סתם כוח; זה כוח שנמשך כבר מימי קדם. זה אותו כוח שהיה אצל האבות. הכוח שהיה לאברהם, יצחק, יעקב, שרה, רבקה, רחל ולאה; הכוח שבו עמד אברהם לבדו מול העולם כולו במסירות נפש — אותו כוח נמשך עד עכשיו ונמצא בעם ישראל. ומכיוון שהכוח הזה קיים, זוהי הנצחיות של עם ישראל. כוח כזה אי אפשר לשבור; שום דבר לא יעזור. וזהו ״הן עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב״. זוהי התקיפות, התקיפות של מסירות נפש, התקיפות של ההתקשרות שיש ליהודי עם הקב״ה. וזה כוחו האמיתי של עם ישראל, ולכן עם ישראל הוא עם נצחי, עם ש״לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב״. וכפי שרש״י אומר, אפילו כשיעשו חשבון של כל העמים, לא יוכלו למנות את עם ישראל בתוכם. כן, שגם כשהוא
18:21 פאלק, זע איך דעם משל, אז זיי זענען ווי א צור. א שטיין, נישט בלויז א שטיין, א צור, דאס איז א עלטער, שטארקער שטיין, וואס האט אין זיך א שטארקייט און א שטאלץ און א תקיפות. גבעות, א העכערקייט, א שטאלץ, א שטארקייט וואס מ'געפינט אין א שטיין — דאס איז דער משל וואס ברענגט ארויס די שטארקייט פון אידן. און אט די שטארקייט, דאס איז נישט בלויז א שטארקייט; דאס איז א שטארקייט וואס ציט זיך שוין פון אמאל. דאס איז די זעלבע שטארקייט ווי ס'איז געווען ביי די אבות. אט די שטארקייט וואס אברהם, יצחק, יעקב, שרה, רבקה, רחל ולאה האבן געהאט, ווי אברהם איז געשטאנען איינער קעגן דער גאנצער וועלט מיט א מסירות נפש — אט די שטארקייט איז די זעלבע שטארקייט וואס ציט זיך אריבער איצט און שטייט אין דעם אידישן פאלק. און וויבאלד ס'איז דא אט די שטארקייט, איז דאס דער ענין פון נצחיות פון עם ישראל. אזא שטארקייט קען מען נישט צוברעכן, ס'וועט גארנישט העלפן. און דאס איז דער „הן עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב“. דאס איז די תקיפות, די תקיפות פון מסירות נפש, די תקיפות פון התקשרות וואס א איד האט מיטן אויבערשטן. און דאס איז די אמתע שטארקייט פונעם אידישן פאלק, וואס דערפאר איז דער אידישער פאלק א עם נצחי. דאס איז א עם וואס „לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב“. און ווי רש"י זאגט, אז אפילו ווען מ'וועט נעמען א חשבון פון די אלע פעלקער, וועט מען דעם אידישן פאלק נישט קענען פאררעכענען צווישן זיי. יא, אז גם כשהוא
19:47 וכאן רש״י אומר שלפי התרגום, [לא ברור], עם ישראל יישאר חזק, חי וקיים לנצח, כי הנצחיות שלו היא נצחיות אלוקית. זוהי נצחיות שאיש אינו יכול לגבור עליה. וזה העניין שמתבטא בפסוקים האלה: מהי התקיפות של יהודי, התקיפות של חסידות. ולכן רש״י אומר שעלינו ללמוד את הפשט לפי פשוטו של מקרא, אבל זהו משל. המשל הוא שכוחם של הצורים הוא משל לכוחם של היהודים. ועל כך מוסיף הרבי עוד נקודה. מבואר שהמשל מבטא את הנקודה שבנמשל. מהו משל? הרי אין זו בדיוק אותה מציאות; אילו הייתה זו אותה מציאות, זה לא היה משל. עכשיו אני רוצה להביא עניין עמוק יותר: מחפשים משל מדבר גשמי, והמשל הוא יותר ממשל. מדברים על המשל, על העניין של כוח, תוקף וחוזק, ועל מהותם של משל ונמשל בכלל. מהו המשל ומהו הנמשל, ומה היחס ביניהם? על כך הרבי מסביר שבמשל, באבן, הכוח נובע מהישות שלה. היא דבר גס, עבה וחזק; ככל שיש באבן יותר חוזק, כך יש בה יותר ישות ויותר תוקף. אצל יהודי זה בדיוק להפך. התוקף של יהודי אינו נובע מישות. להפך: התוקף של יהודי אינו מפני שהוא חזק, מפני שיש לו כוחות חזקים ו[לא ברור].
19:47 וכאן רש״י זאגט אז לפי דעם תרגום, [לא ברור], דער אידישער פאלק וועט בלייבן שטארק, חי וקיים לנצח, ווייל זיין נצחיות איז א ג־טלעכע נצחיות. דאס איז א נצחיות וואס האט אין זיך אז קיינער קען דאס נישט איבערוועלטיגן. און דאס איז דער ענין וואס ברענגט זיך ארויס אין אט די פסוקים: וואס איז דער תוקף פון א אידן, דער תוקף פון חסידות. און דערפאר זאגט רש״י אז מיר מוזן לערנען דעם פשט אין פשוטו של מקרא, אבער דאס איז א משל. דער משל איז: די שטארקייט פון צורים איז א משל אויף די שטארקייט פון אידן. און אויף דעם לייגט דער רבי נאך צו א ווארט. דער משל און דער נמשל, עס איז מבואר אז דער משל ברענגט ארויס דעם נקודה. וואס איז א משל? עס איז דאך נישט גענוי די זעלבע זאך; ווען עס איז די זעלבע זאך, איז עס דאך נישט קיין משל. יעצט וויל איך ברענגען א טיפערן ענין: מ׳זוכט א משל פון גשמיות, און דער משל איז מער ווי א משל. און מ׳רעדט וועגן דעם משל, וועגן דעם ענין פון שטארקייט, תוקף און חוזק, און וואס איז דער ענין פון משל און נמשל בכלל. וואס איז דער משל און דער נמשל, און וואס איז דער יחס צווישן דעם משל און דעם נמשל? אויף דעם גיט דער רבי צו פארשטיין, אז אין משל, דער ענין פון א שטיין, נעמט זיך די שטארקייט פונעם ישות זיינעם. עס איז א גראָבע זאך, עס איז דיק און שטארק; וואס מער א שטיין האט אין זיך דעם חוזק, אלץ מער ישות און אלץ מער תוקף האט ער. ביים אידן איז עס פונקט פארקערט. דער תוקף פון א אידן נעמט זיך נישט פון ישות. פונקט פארקערט. דער תוקף פון א אידן איז נישט ווייל דער איד איז שטארק, ווייל ער האט שטארקע כוחות און [לא ברור].
21:31 ויש לו [לא ברור], וכן הלאה וכן הלאה. כוחו של עם ישראל הוא הביטול — בדיוק להפך מהאבן. כאן זה יותר ממשל. המשל הוא על עצם הכוח, אבל הסיבה לכוח היא הפוכה לגמרי. באבן, הכוח נובע מישות. ישות היא כוח, עד גבול מסוים, בסופו של דבר. כוחו של יהודי נובע מהביטול שלו, מכך שאין לו מציאות משל עצמו. לא מדובר בו עצמו; זו מציאות אלוקית. מציאות של ישות אפשר להחליש, אפשר לשבור בסופו של דבר. אבל כוחו של יהודי הוא כוחו של הקב״ה. הוא ״חלק אלוקה ממעל ממש״, ומכך הוא מקבל את כוחו. כוח כזה הוא כוח אלוקי. הקב״ה הוא חי וקיים לעד ולנצח נצחים, והיהודי קשור לקב״ה, ״חלק אלוקה ממעל ממש״ — זהו הכוח, כוח אלוקי. דווקא הביטול, העובדה שאין לו מציאות משל עצמו, הם התוקף, התוקף האלוקי. זהו תוקף עצמי שנובע מביטול עצמי. וזה אחד היסודות במאמרים של י״ב תמוז: מבואר בהם מהי מסירות הנפש של עם ישראל. זהו תוקף עצמי, גאווה, ״גאון יעקב״. אדמו״ר הריי״צ הראה זאת אפילו במאסר, כשעמד בכל כוחו ובמלוא גאוותו: אני לא אכנע. זו הגאווה שנמשכת מדור לדור. זהו ״גאון יעקב״, וזהו הביטול האמיתי. ודווקא הביטול האמיתי הוא התוקף האמיתי של יהודי: עם ישראל הוא עם נצחי, שיכול לעבור את כל ה[לא ברור].
21:31 און ער האט [לא ברור], און אזוי ווייטער, און אזוי ווייטער. די שטארקייט פונעם אידישן פאלק איז דער ביטול. פונקט פארקערט ווי ביים שטיין. דא איז עס מער ווי א משל. דער משל איז אויף דעם ענין פון שטארקייט, אבער די סיבה פון דער שטארקייט איז פונקט פארקערט. ביים שטיין נעמט זיך די שטארקייט פון ישות. די ישות איז א שטארקייט, ביז א געוויסן גראַד, סוף כל סוף. די שטארקייט פון א אידן נעמט זיך פון זיין ביטול, פון דעם וואס ער האט נישט קיין אייגענע מציאות. עס גייט נישט וועגן אים; עס איז א ג־טלעכע מציאות. א מציאות פון ישות קען מען אפשוואכן, קען מען צעברעכן, סוף כל סוף. אבער די שטארקייט פון א אידן איז די שטארקייט פונעם אויבערשטן. ער איז א חלק אלוקה ממעל ממש, און דערפון באקומט ער זיין כח. אזא שטארקייט איז א ג־טלעכע שטארקייט. דער אויבערשטער, וואס ער איז חי וקיים לעד ולנצח נצחים — דער איד איז פארבונדן מיטן אויבערשטן, א חלק אלוקה ממעל ממש — דאס איז די שטארקייט, א ג־טלעכע שטארקייט. דווקא דער ביטול, דאס נישט זיין קיין אייגענע מציאות, דאס איז דער תוקף, דער תוקף אלקי. דאס איז אזא תוקף עצמי, וואס נעמט זיך פון ביטול עצמי. און דאס איז איינער פון די יסודות פון די מאמרים פון י״ב תמוז: עס ווערט מבואר וואס איז די מסירות נפש פונעם אידישן פאלק. דאס איז א תוקף עצמי, א שטאלץ, דער גאון יעקב. דער רבי הריי״צ האט דאס געוויזן אפילו אין תפיסה, ווען ער איז געשטאנען מיט דער גאנצער שטארקייט, מיטן גאנצן שטאלץ: איך וועל זיך נישט אונטערגעבן. דאס איז דער שטאלץ וואס ציט זיך דורות נאך דורות. דאס איז דער גאון יעקב, און דאס איז דער אמת׳ער ביטול. און דווקא דער אמת׳ער ביטול איז דער אמת׳ער תוקף פון א אידן: דער אידישער פאלק איז אן עם נצחי, וואס קען דורכגיין אלע [לא ברור].
23:17 ולכוח היהודי הזה קוראים ״איתן״. נאמר במדרש: ״משכיל לאיתן האזרחי״. איתן הוא אברהם אבינו, וזהו ״איתן״. איתן עניינו חוזק. מבואר שלמילה ״איתן״ יש שלושה פירושים: [לא ברור], ולשון חוזק. כוחו של עם ישראל הוא כוח מסירות הנפש שלנו, שיהודי עומד בכל התוקף ואינו נשבר מכל המניעות והמעכבים. וזהו עניינו של כוח מסירות הנפש, שגם בימינו, במובן עמוק יותר, עומד בפני אותו ניסיון שהיה בימים ההם. אבל התוקף של מסירות הנפש, התוקף העצמי שנובע מביטול עצמי, מתבטא בגאווה הזאת: אני לא אכנע לכל ההעלמות וההסתרים, לכל הקשיים. עם ״גאון יעקב״ הזה היהודי הולך בגאווה עם כל יהדותו, מפיץ אלוקות בעולם ומוסיף איתן ביהדות. בכל מקום שהוא הולך ועומד, הוא אומר דברי תורה ומוסר עניינים של תורה ומצוות. הדרך הזאת תוציא אותנו מכל ההעלמות וההסתרים של הגלות, והיא שמחזיקה את עם ישראל בכל הגלויות הקשות. ובקרוב ממש נראה את הגאולה השלמה על ידי משיח צדקנו, ומגאולת י״ב תמוז נעבור לגאולה השלמה, כשיתקיים מה שנאמר בפרשתנו: ״אראנו ולא עתה, אשורנו ולא קרוב; דרך כוכב מיעקב וקם שבט מישראל״, על ידי גואל צדק, במהרה בימינו אמן.
23:17 און דעם אידישן כח רופט מען איתן. עס שטייט אין מדרש: „משכיל לאיתן האזרחי“. איתן איז אברהם אבינו, און דאס איז „איתן“. איתן איז דער ענין פון שטארקייט. עס ווערט מבואר אז אויפן ווארט „איתן“ זענען דא דריי פירושים: [לא ברור], און לשון חוזק. די שטארקייט פונעם אידישן פאלק, דאס איז אונזער כח מסירות נפש, אז ער שטייט מיטן גאנצן תוקף און ווערט נישט איבערגעבראכן פון אלע מניעות ומעכבים. און דאס איז דער ענין פון כח מסירות נפש, וואס אין אונזערע טעג איז אויך, אין טיפערן זין, דער זעלבער נסיון ווי עס איז געווען בימים ההם. אבער דער תוקף פון מסירות נפש, דער תוקף עצמי וואס נעמט זיך פון ביטול עצמי, ווייזט זיך אין דעם שטאלץ: איך וועל זיך נישט אונטערגעבן פאר אלע העלמות והסתרים, פאר אלע שוועריקייטן. דער גאון יעקב — מיט דעם גייט דער איד ארום שטאלץ מיט זיין גאנצער אידישקייט, און ער פארשפרייט אלקות בעולם, און ברענגט נאך איתן אין אידישקייט. וואו ער גייט און וואו ער שטייט, זאגט ער תורה און גיט איבער ענינים פון תורה ומצוות. אט דער וועג וועט אונז ארויסנעמען פון אלע העלמות והסתרים פון גלות. און דאס האלט אויף דעם אידישן פאלק אין אלע שווערע גלות׳ן. און בקרוב ממש וועלן מיר זען די גאולה שלמה דורך משיח צדקנו, פון דער גאולה פון י״ב תמוז אריבערגיין צו דער גאולה שלמה, ווען עס וועט מקוים ווערן וואס עס שטייט אין אונזער סדרה: „אראנו ולא עתה, אשורנו ולא קרוב; דרך כוכב מיעקב וקם שבט מישראל“, דורך דעם גואל צדק, במהרה בימינו אמן.