תמלולי פודקאסטים · חב"ד Englishחב"דפדיה

לעבן חסידות · פרק 124 · 2024-04-26 · 16:39

די הפטרה פון אחרון של פסח

תיאור הפרק

עוד היום בנוב לעמוד וגו׳ *אחרון של פסח ושבת אחרי תשכ״ב

תמלול אוטומטי מהשמע, ותרגום מכונה לעברית. קישורים לחב"דפדיה נוספו אוטומטית.

00:00 פעם, באחת השבתות, הרבי דיבר באריכות בהתוועדות על ענייני משיח. זו הייתה שבת שאחרי אחרון של פסח, אחרי שבת פסח. במשך כל הזמן הזה, בהתוועדות של אחרון של פסח ובהמשך לכך בשבת שלאחריו, הרבי דיבר בשיחות בהדגשה רבה על ענייני גאולה ומשיח, ועל כך שנמצאים בזמן הגאולה. דיברו על הגאולה, והייתה התעוררות גדולה שהנה, עוד מעט משיח בא. אחרי ההתוועדות עמדו כמה מהחסידים המבוגרים ליד דלת הבניין של 770, ושוחחו ביניהם על מה שהרבי אמר בהתוועדות בעניין ביאת המשיח. אחד מהם העיר: הרי מובא שלפני שמשיח יבוא יתרחשו כל מיני דברים, ויהיו קשיים וזמנים מרים — ואולי כל זה כבר עבר. אולי כל אריכות הגלות הזאת נכללה בשנים שכבר סבלנו, ולא נצטרך לעבור עוד את כל הקשיים המרים הכתובים בפסוקים, אלא זה יקרה פתאום. כל אחד יהיה עסוק בענייניו: הסוחר יעסוק במסחר ובמכירה, הרועה יהיה עם ה[לא ברור] שלו, החייט עם הסנדלר. כל אחד יהיה

00:00 ס'איז אמאל געווען א שבת. דער רבי האט ביי א פארברענגען שטארק ארומגערעדט אין ענינים פון משיח. ס'איז געווען א שבת נאך אחרון של פסח, נאך די שבת פסח. און דער רבי האט די גאנצע צייט, אחרון של פסח ביים פארברענגען און בהמשך צו דעם, דעם שבת נאך דערויף, זייער שטארק גערעדט אין שיחות וועגן ענינים פון גאולה און משיח, און וועגן דעם וואס מ'געפינט זיך אין זמן הגאולה. מ'האט גערעדט פון דער גאולה, און ס'איז געווען א גרויסע התעוררות, אז אט־אט קומט משיח. איז נאך דעם פארברענגען געשטאנען עטלעכע פון די אלטע חסידים צווישן 770, לעבן דער טיר פון דעם בנין פון 770, און גערעדט צווישן זיך וועגן דעם וואס דער רבי האט גערעדט ביים פארברענגען, וועגן דעם ענין פון ביאת משיח. און איינער האט מעיר געווען: נאך דעם וואס עס ווערט געברענגט, אז פאר משיח וועט קומען, זענען דא כל מיני זאכן וואס עס וועט זיין, און אלע שוועריקייטן און ביטערע צייטן וואס וועלן פארקומען — אז אפשר איז דאס אלץ שוין דורכגעגאנגען. די אלע אריכות פון דעם גלות, דאס איז אין די יארן וואס מ'האט שוין אויסגעהאלטן, אז מ'זאל ניט דארפן דורכגיין נאך די אלע ביטערע שוועריקייטן וואס שטייען אין פסוקים, נאר פלוצלינג. יעדער איינער וועט זיין אין זיינע ענינים: דער סוחר וועט האנדלען און פארקויפן, דער הירט וועט זיין מיט זיין [לא ברור], דער שניידער מיט דער שוסטער. יעדער איינער וועט

01:31 במקומו. כן. ״ופתאום יבוא אל היכלו״. פתאום יגיע רגע הגאולה. כך דיברו החסידים על הנקודה הזאת. ומספרים שפתאום נפתחה הדלת והרבי יצא מחדרו. החסידים שעמדו שם ושוחחו נבהלו, כי לא היו מוכנים לכך שהרבי יֵצא פתאום. הרבי יצא פתאום מחדרו והלך לביתו, והחסידים עמדו שם. הרבי, שידע על מה דיברו ביניהם, אמר בחיוך: ״הנה, בדיוק כך יבוא משיח״. יש ציטוט שלפיו [לא ברור]: הנה, בדיוק כך יבוא משיח — הציבור יעמוד וידבר, ופתאום תיפתח הדלת, ״ופתאום יבוא אל היכלו״ — הנה באים הגאולה ומשיח. בתשמ״ב, בהתוועדות של אחרון של פסח, דיבר הרבי שיחה מעניינת מאוד בעניין הזה, בקשר להפטרה של אחרון של פסח. בחוץ לארץ קוראים באחרון של פסח את ההפטרה העוסקת במשיח. זו ההפטרה המדברת על העניינים הגדולים הנוגעים למלך המשיח: ״ויצא חוטר מגזע ישי ונצר משרשיו יפרה, ונחה עליו רוח ה׳, רוח חכמה ובינה, רוח עצה וגבורה, רוח דעת ויראת ה׳״, וכל העניינים הנפלאים. היא מדברת על מלך המשיח ועל

01:31 זיין אויף זיין פאסטן. יא. און ופתאום יבוא אל היכלו. פלוצלינג וועט קומען דער מינוט פון דער גאולה. אזוי האבן חסידים גערעדט וועגן דעם נקודה. און דערציילט מען, אז פלוצלינג האט זיך געעפנט די טיר און דער רבי איז ארויסגעגאנגען פון זיין צימער. און די חסידים, וואס זענען געשטאנען און גערעדט, זענען געווארן דערשראקן, ווייל זיי זענען ניט געווען מוכן אז דער רבי זאל פלוצלינג ארויסקומען. דער רבי איז פלוצלינג ארויסגעגאנגען פון צימער, געגאנגען צו זיך אהיים. און די חסידים זענען דארט געשטאנען. דער רבי האט מיט א שמייכל, ווייל ער האט געוואוסט וואס זיי האבן גערעדט צווישן זיך, געזאגט: „אט פונקט אזוי וועט משיח קומען.“ ס'איז דא א ציטוט, אז [לא ברור]: אט פונקט אזוי וועט משיח קומען, אז דער עולם וועט שטיין און רעדן און דאס, און פלוצלינג וועט זיך עפענען די טיר, און ופתאום יבוא אל היכלו — אט קומט די גאולה און משיח. אין תשמ״ב, אחרון של פסח ביים פארברענגען, האט דער רבי גערעדט א זייער געשמאקע שיחה וועגן דעם ענין, פארבונדן מיט דער הפטרה פון אחרון של פסח. אבער אין חוץ לארץ, אין אחרון של פסח, ליינט מען דאך די הפטרה פון משיח. און דאס איז די הפטרה וואס רעדט די גרויסע ענינים וועגן מלך המשיח: „ויצא חוטר מגזע ישי ונצר משרשיו יפרה, ונחה עליו רוח ה׳, רוח חכמה ובינה, רוח עצה וגבורה, רוח דעת ויראת ה׳“, און אלע ענינים נפלאים. אבער עס רעדט פון מלך המשיח און

03:01 הדברים שיתרחשו בעולם, על הכול, על מלחמה ועל [לא ברור] וכו׳. על כל העניינים שמשיח יפעל, הן במין האדם והן במין החי. כמו הפסוק: ״ומלאה הארץ דעה את ה׳ כמים לים מכסים״. העולם כולו יהיה מלא באלוקות וכו׳ וכו׳. זו הפטרה עשירה ועמוקה מאוד, המתארת את הגילויים שלעתיד לבוא. אבל כשמעיינים בהפטרה, רואים שתחילתה — ״עוד היום בנוב לעמוד, ינופף ידו הר בת ציון גבעת ירושלים״ — לכאורה אינה קשורה כלל לכל עניין המשיח. למה היא כן קשורה? מהו ״עוד היום בנוב לעמוד״? כפי שמבואר במפרשים, הדברים אמורים על חזקיהו המלך וסנחריב מלך אשור. הייתה אז מלחמה. בימיו של סנחריב מלך אשור היה חזקיהו המלך, ואז התרחשה המלחמה. סנחריב מלך אשור הגיע ורצה לכבוש את העולם כולו, ובאותה תקופה כבר הגלה את עשרת השבטים לכל מיני מקומות. הוא בא להילחם בירושלים, כי יהודה עדיין נותרה, וירושלים עדיין נותרה. הוא אמר: ״אני אכבוש אתכם״. הוא בא למלחמה, ואמרו לו שלא יכבוש את ירושלים. וכשהוא הגיע ל—

03:01 וועגן די זאכן וואס וועלן פארקומען אויף דער וועלט, וועגן אלץ, וועגן מלחמה און [לא ברור] וכולי. די אלע ענינים וואס משיח וועט פועל'ן, סיי אין מין האדם, סיי אין מין החי. ווי דאס פון דעם: „ומלאה הארץ דעה את ה׳ כמים לים מכסים“. די גאנצע וועלט וועט זיין אין געטליכקייט וכולי וכולי. גאר א רייכע, טיפע הפטרה, וואס דערציילט די גילויים פון לעתיד לבוא. אבער מ'גיט א קוק אין דער הפטרה, זעט מען אז דער אנהויב פון דער הפטרה, „עוד היום בנוב לעמוד, ינופף ידו הר בת ציון גבעת ירושלים“, דאס הייסט, דער אנהויב פון דער הפטרה האט לכאורה קיין שייכות נישט צו דעם גאנצן ענין פון משיח. צו וואס האט דאס יא שייכות? וואס איז דער „עוד היום בנוב לעמוד“? ווי עס שטייט אין די מפרשים, אז דאס גייט אויף חזקיהו המלך מיט סנחריב מלך אשור. אז ס'איז געווען א מלחמה. אין די צייטן פון סנחריב מלך אשור איז חזקיהו געווען דער מלך, און דעמאלט איז פארגעקומען א מלחמה. די מלחמה פון סנחריב מלך אשור, וואס ער איז אנגעקומען און האט געוואלט אייננעמען די גאנצע וועלט, און האט שוין אין דער צייט די עשרת השבטים פארפירט אויף כל מיני ערטער. און ער איז געקומען צו מלחמה מיט ירושלים, ווייל יהודה איז נאך געבליבן, און ירושלים איז נאך געבליבן. און ער האט געזאגט: „איך וועל אייך אייננעמען.“ ער איז געקומען צו דער מלחמה, און מ'האט אים געזאגט אז דו וועסט נישט אייננעמען ירושלים. און ווען ער איז געקומען צו

04:30 כפי שנאמר בסנהדרין, כשהוא הגיע עם מאה אלף חיילים, מה יעשו? ודאי שלא יישאר איש בירושלים. וכאשר עלה על ההר וראה שזו עיר קטנה, אמר: ״[לא ברור]״, וויתר על כל העניין. ואז התרחשו הניסים הגדולים במעשה סנחריב. כן, היה הניצחון במלחמה, כפי שמסופר בקצרה בתנ״ך; הגמרא בברכות מביאה את הסיפור כולו, עם הניסים הגדולים שהתרחשו שם. השאלה כאן היא באמת: איך זה נכנס לכאן, מה אנחנו קוראים בעניין הזה? מה? עוד לא... מה אנחנו קוראים בהפטרה? הרי מעשה סנחריב המלך וחזקיהו היה, לפי המדרש, כמעט ממש בליל פסח. אבל מה? זה היה ביום הראשון של פסח. כלומר, הסיפור של סנחריב היה ביום הראשון של פסח. אם כך, אפשר לומר שקבעו לקרוא את העניין באחרון של פסח כדי להזכיר את נס סנחריב, שהתרחש ביום הראשון של פסח. אבל מה הקשר ליום אחרון של פסח עצמו? הרי הבעל שם טוב גילה שאחרון של פסח קשור לגילוי אורו של משיח. מה מוצאים בסעודת משיח, כפי שהנהיג הבעל שם טוב,

04:30 ווי עס ווערט געזאגט ביי סנהדרין, ווען ער איז געקומען מיט הונדערט טויזנט סאלדאטן, וואס זיי וועלן מאכן — זיכער וועט נישט בלייבן קיין איינער אין ירושלים. און ווען ער איז געגאנגען אויפן בארג און האט געזען אז עס איז א קליין שטעטל, האט ער געזאגט: „[לא ברור]“, ער האט עס אויפגעגעבן, די גאנצע זאך. און דאן זענען געווען די גרעסטע נסים פון סנחריב. יא, עס איז געווען דער נצחון אין דער מלחמה, ווי עס ווערט דערציילט אין תנ״ך אין קורצן; די גמרא אין ברכות ברענגט דעם גאנצן סיפור מיט די גרעסטע נסים וואס זענען דארט געשען. איז די שאלה דא באמת: ווי קומט דאס אריין, וואס לייענען מיר אין דעם ענין? וואס? מיר זענען נאך נישט... וואס לייענען מיר אין דער הפטרה, ווי באלד די מעשה פון מלך סנחריב און חזקיהו איז, לויטן מדרש, געווען כמעט גלייך אין דער נאכט פון פסח. אבער וואס? אז עס איז געווען דער ערשטער טאג פון פסח. זעט איר, דער סיפור פון סנחריב איז געווען אין דעם ערשטן טאג פון פסח. איז דאך א זאך, אז אחרון של פסח האט מען קובע געווען צו לייענען דעם ענין, כדי צו דערמאנען דעם נס פון סנחריב, וואס איז געשען אין דעם ערשטן טאג פון פסח. וואס איז אבער דער קשר מיטן טאג פון אחרון של פסח גופא? ווי קומט עס, דער בעל שם טוב האט דאך מגלה געווען אז אחרון של פסח איז פארבונדן מיטן ענין פון דעם גילוי אורו של משיח. וואס געפינט מען אין דער סעודת משיח, ווי דער בעל שם טוב האט איינגעפירט,

05:55 שבאחרון של פסח יערכו סעודת משיח. וזו הסעודה שבה אוכלים מצות ביום השלישי של אחרון של פסח, וכפי ש[לא ברור], שיהיה עולם נקי, עולם יפה, עולם טוב. לא יהיה שעבוד מלכויות; „לא יהיה שם לא רעב ולא מלחמה, לא קנאה ולא שנאה ולא תחרות“. זה יהיה עולם בלי מידות רעות, עולם בלי מלחמות, עולם של שלום ושלווה, עולם של מידת האהבה, עולם שבו „לא ישא גוי אל גוי חרב ולא ילמדו עוד מלחמה“. זה יהיה עולם שנעים לחיות בו, שבו האלוקות תאיר בעולם, ויהיו שלום ושלווה. וזהו עולם הגאולה. אבל אני [לא ברור] את העולם עצמו, כפי שנאמר, בעולם עצמו יהיה עולם טוב. וכאן עולה שאלה שמטרידה אנשים. הרי אנחנו חיים עם „אחכה לו בכל יום“; עליי לצפות בכל יום ויום שמשיח יבוא היום. עליי להאמין בכך, וגם הרמב"ם פוסק שאדם צריך לא רק להיות מאמין בביאתו, אלא גם מחכה לביאתו. עליי לעמוד תמיד ולחכות ולחכות, ולצפות שהגאולה תבוא מיד עכשיו, ברגע הזה. וכאן עולה השאלה: אם משיח יבוא ויהיה עולם של שלום ושלווה, של מנוחה וכל הדברים האלה, ו־

05:55 אז אחרון של פסח זאל מען מאכן סעודת משיח. און דאס איז די סעודה וואס מען עסט דעם דריטן טאג פון אחרון של פסח מצות, און ווי דער [לא ברור] איז, אז עס וועט זיין א וועלט, א ריינע וועלט, א שיינע וועלט, א גוטע וועלט. עס וועט נישט זיין קיין שעבוד מלכיות; לא יהיה שם לא רעב ולא מלחמה, לא קנאה ולא שנאה ולא תחרות. עס וועט זיין א וועלט אן קיין מידות רעות, א וועלט אן מלחמות, א וועלט פון שלום און שלוה, א וועלט פון מידת אהבה, א וועלט וואו עס וועט זיין „לא ישא גוי אל גוי חרב ולא ילמדו עוד מלחמה“. עס וועט זיין א געשמאקע וועלט, וואו די געטליכקייט וועט שיינען אין דער וועלט, און עס וועט זיין שלום און שלוה. און דאס איז די וועלט פון גאולה. אבער איך [לא ברור] די וועלט אליין, ווי עס שטייט, אין דער וועלט אליין וועט זיין א גוטע וועלט. איז דאך, פרעגט זיך א שאלה, וואס מענטשן האבן — די שאלה באטרעפט. מיר זענען דאך אין א „אחכה לו בכל יום“; איך דארף ווארטן בכל יום ויום אז דער משיח קומט היינט. איך דארף זיין ביי דער אמונה, און דער רמב״ם פסק׳נט אויך, אז א מענטש דארף זיין נישט נאר מאמין בביאתו, נאר מחכה לביאתו. איך דארף שטענדיק שטיין און ווארטן און ווארטן, און מחכה זיין אז די גאולה זאל קומען גלייך יעצט אין דעם מאמענט. פרעגט זיך דאך די שאלה: אז משיח וועט קומען און עס וועט זיין א וועלט פון שלום און פון שלוה, פון מנוחה און אלע זאכן, און

09:34 ואם גם באותו עולם עצמו זה יקרה, בתוך טבע העולם. אין הכוונה שלוקחים את העולם הזה והרבי יעשה זאת שם, בעולם חדש — אלא באותו עולם עצמו. זה הרי לא פשוט: כשמסתכלים סביב בעולם ורואים את מצב העולם, לא רק שהעולם אינו נעשה טוב ויפה יותר, אלא אדרבה. רואים שהעולם מלא מלחמות, קנאה, שנאה ותחרות, מלחמות אחים ומלחמות מכל הסוגים, כל מיני עניינים; אדרבה, אלה בכל יום. ו[לא ברור] שזה נשפך מברכה וחברים. יש ריבוי עניינים בלתי רצויים וכל הדברים האלה, הן אצל אומות העולם, הן אצל עם ישראל, והן אצל כל אחד בעצמו, כל אחד אצלו. כי למעשה, לא רק שהמצב אינו משתפר, אלא כמעט להפך, כפי שרואים בפועל. וממילא עולה השאלה: אתה בא ואומר לי שמשיח יבוא ויהיה עולם יפה יותר, עולם של גאולה. יבוא אדם, „יעמוד מלך מבית דוד“, כפי שהרמב"ם כותב, והוא יעשה מלחמות ה' וינצח. כן, ופתאום ישתנה העולם מן הקצה אל הקצה ויהיה עולם יפה יותר. איך זה יכול לקרות? את זה צריך להבין. אבל התשובה לכך טמונה בסיפור: מה קרה, מה התרחש אצל סנחריב. הסיפור שהתרחש אצל

09:34 אז אויך אין דער זעלבער וועלט וועט דאס פאסירן, אין דעם טבע העולם. נישט דער פשט אז מען נעמט אוועק די וועלט און דער רבי וועט עס מאכן דארט אין א נייער וועלט — אין דער זעלבער וועלט אליין. איז דאס נישט פשוט: ווען מען קוקט זיך ארום אין דער וועלט און מען זעט דעם מצב העולם, איז נישט נאר וואס די וועלט ווערט נישט בעסער, שענער, נאר אדרבה. מען זעט אז די וועלט איז מיט מלחמות, מיט קנאה און שנאה און תחרות, מיט מלחמות אחים און מלחמות, אלע סארטן, אלע ענינים; אדרבה, אלה בכל יום. און די [לא ברור] אז עס גיסט זיך אפ פון ברכה און חברים. עס זענען דא ריבוי ענינים, בלתי רצויים, און אלע זאכן, סיי ביי אומות העולם, סיי ביי עם ישראל, און סיי ביי יעדן איינעם אליין, יעדער איינער ביי זיך. ווייל למעשה, נישט נאר עס ווערט נישט בעסער, נאר קאם און פארקערט, זעט מען דעם מצב בפועל. איז דאך ממילא פרעגט זיך א שאלה: קומסטו און דו זאגסט מיר, דער משיח וועט קומען, עס וועט זיין א שענערע וועלט, א וועלט פון גאולה. עס וועט קומען א מענטש, „יעמוד מלך מבית דוד“, ווי דער רמב״ם שרייבט, און ער וועט מאכן מלחמות ה׳ וינצח. יא, און פלוצלינג וועט ווערן א וועלט, מן הקצה אל הקצה, וועט ווערן א שענערע וועלט. ווי קען דאס פאסירן? דאס דארף מען פארשטיין. אבער דער ענטפער דערויף ליגט אין דעם סיפור: וואס איז געשען, וואס איז פארגעקומען ביי סנחריב. דער סיפור וואס איז פארגעקומען ביי

10:58 סנחריב, בגמרא בסנהדרין דף צ"ה. ומה פירוש המילים „עוד היום בנוב לעמוד“? סנחריב בא עם מאות אלפי חיילים להילחם בירושלים. וכשהוא עמד שם „עוד היום“ וראה את המצב, ראה את ירושלים, אמר: „למה באנו לכאן עם כל כך הרבה חיילים?“ הוא היה בטוח שבתוך רגע יחריב את ירושלים. חזקיהו המלך, [לא ברור]. אנשי הסנהדרין נבהלו כל כך. הם באו אל חזקיהו וביקשו שיעשה שלום. אמר חזקיהו: „אינני עושה שלום, אינני יוצא למלחמה. אני ישן על מטתי“ — אני הולך לישון, והקדוש ברוך הוא ינהל את המלחמה. וכך הווה: „ויצא מלאך ה'“, כן, בחצות הלילה, „ויך במחנה אשור“. באמצע הלילה בא מלאך ה', ובתוך רגע, מן הקצה אל הקצה, כמעט איש לא נשאר מכל מחנה אשור. והגמרא אומרת שהקדוש ברוך הוא גרם להם לשמוע את שירת המלאכים, ומכך כולם מתו. וכך, גאולה שלמה על ידי משיח צדקנו, ושנזכה לקיום כל הייעודים שבהפטרה של היום: „ונחה עליו רוח ה'“, עד לכל הפרטים, „ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים“, ואחר כך „ואמרתם ביום ההוא הודו לה' קראו בשמו“, „אודך ה'“.

10:58 סנחריב, אין דער גמרא דף צ״ה סנהדרין. און וואס איז דער פשט אין די ווערטער „עוד היום בנוב לעמוד“? סנחריב איז געקומען מיט הונדערטער טויזנטער סאלדאטן מלחמה מאכן אויף ירושלים. און ער איז געשטאנען דארט „עוד היום“ און ער האט געזען דעם מצב, האט געזען ירושלים, האט ער געזאגט: „וואס זענען מיר געקומען אהער מיט אזויפיל סאלדאטן?“ ער איז געווען זיכער אז אין איין מינוט וועט ער חרוב מאכן ירושלים. חזקיהו המלך, [לא ברור]. די סנהדרין האבן זיך אזוי דערשראקן. זיי זענען געקומען צו חזקיהו און געבעטן אז ער זאל מאכן שלום. האט חזקיהו געזאגט: „איך מאך נישט קיין שלום, איך מאך נישט קיין מלחמה. אני ישן על מטתי“ — איך גיי שלאפן, און דער רבונו של עולם וועט פירן די מלחמה. און כך הוה: „ויצא מלאך ה׳“, יא, ביי חצות הלילה, „ויך במחנה אשור“. אין מיטן נאכט איז געקומען דער מלאך ה׳, און אין איין מינוט, מן הקצה אל הקצה, איז כמעט קיינער נישט געבליבן פון דעם גאנצן מחנה אשור. און די גמרא זאגט אז דער רבונו של עולם האט געמאכט אז זיי זאלן הערן די שירה פון די מלאכים, און פון דעם זענען זיי אלע געשטארבן. און אזוי, גאולה שלמה דורך משיח צדקנו, און מיר זאלן זוכה זיין צום קיום פון די אלע יעודים פון היינטיקער הפטרה: „ונחה עליו רוח ה׳“, ביז די אלע פרטים, „ומלאה הארץ דעה את ה׳ כמים לים מכסים“, און דערנאך „ואמרתם ביום ההוא הודו לה׳ קראו בשמו“, „אודך ה׳“.

16:30 „כי אנפת בי“ — על כל הגלות הזאת — ושתהיה גאולה אמיתית ושלמה, תיכף ומיד, היום הזה ממש.

16:30 „כי אנפת בי“ — אויף דעם גאנצן גלות — און ס׳זאל זיין אן אמתע גאולה שלמה, זאל טאקע זיין תיכף ומיד היום הזה ממש.