לעבן חסידות · פרק 110 · 2024-01-16 · 30:41
פרשת בא - קום צום פרעה אדער גיי צו פרעה?!
תיאור הפרק
*התוועדות שבת פרשת בא תנש״א התוועדות שבת פרשת בא תשנ״ב
השמע המקורי · הערך על הרב אשר פרקש בחב"דפדיה
תמלול אוטומטי מהשמע, ותרגום מכונה לעברית. קישורים לחב"דפדיה נוספו אוטומטית.
00:00 דובר 1 החסיד ר' שלום מרוזוב עליו השלום היה המשפיע בישיבת תומכי תמימים המרכזית ב־770. הוא היה בנו הצעיר של החסיד הידוע ר' חוניא מרוזוב. ר' חוניא מרוזוב היה חסיד של אדמו"ר הרש"ב, סבו של הרבי. הוא שימש גבאי ומזכיר הן אצל אדמו"ר הרש"ב והן אצל אדמו"ר הריי"צ. ור' שלום היה מהצעירים שבילדיו. זכיתי לשהות במחיצתו זמן־מה ולשמוע ממנו כמה וכמה סיפורים. אחד הסיפורים קשור ליום י' שבט, יום ההילולא של אדמו"ר הריי"צ ויום תחילת הנשיאות, היום שבו הרבי קיבל עליו את הנהגת הנשיאות בי' שבט תשי"א. ועוד הקדמה: ר' שלום מרוזוב היה ילד קטן בשנת תרפ"ז. זו הייתה השנה שבה אדמו"ר הריי"צ יצא ממאסרו בי"ב תמוז. שלום היה אז ילד בן ארבע בסך הכול. בתשרי תרפ"ח עזב אדמו"ר הריי"צ את רוסיה. זה היה הזמן שבו נפרד אדמו"ר הריי"צ מרוסיה. באותו תשרי, בשמחת תורה, באו חסידים רבים להיפרד ממנו. הייתה התרגשות גדולה מאוד. החסידים לא ידעו מתי ייפגשו איתו שוב. הרבי עזב את רוסיה, והאווירה הייתה מתוחה מאוד מאוד; זו הייתה תקופה קשה מאוד. ר' שלום היה אז בסך הכול בן ארבע, ו־
00:00 דובר 1 החסיד ר' שלום מאראזאוו עליו השלום איז געווען דער משפיע אין תומכי תמימים המרכזית אין 770. ער איז געווען דער יונגסטער זון פון דעם באוואוסטן חסיד ר' חוניא מאראזאוו. ר' חוניא מאראזאוו איז געווען א חסיד פון רבי'ן רש"ב, פון רבי'ן, פון זיין זיידן. ער איז געווען א גבאי, מזכיר, סיי ביי דעם רבי'ן רש"ב און סיי ביי דעם פריערדיקן רבי'ן. און ר' שלום, דאס איז געווען פון זיינע יונגסטע קינדער. איך האב זוכה געווען צו זיין ביי אים משך זמן און האב געהערט פון אים כמה וכמה סיפורים. איינע פון די סיפורים איז פארבונדן מיט דעם טאג פון י' שבט, דעם יום ההילולא פון דעם רבי'ן ריי"צ, פון דעם פריערדיקן רבי'ן, און דעם יום התחלת הנשיאות, דער טאג וואס דער רבי האט מקבל געווען די הנהגה פון נשיאות אין י' שבט תשי"א. און נאך א הקדמה: ר' שלום מאראזאוו איז געווען א קליין יינגל אין יאר תרפ"ז. דאס איז געווען די יאר וואס דער פריערדיקער רבי איז ארויס פון תפיסה י"ב תמוז. שלום איז דעמאלט געווען א גאנצער קינד פון פיר יאר אלט. תשרי תרפ"ח איז דער פריערדיקער רבי אוועקגעפארן פון רוסלאנד. און דעמאלט איז געווען די צייט וואס דער פריערדיקער רבי האט פארלאזט רוסלאנד. יענעם תשרי, שמחת תורה, א סך חסידים זענען געקומען זיך געזעגענען. ס'איז געווען א זייער גרויסע התרגשות. חסידים האבן נישט געוואוסט ווען מ'וועט זיך טרעפן נאך אמאל. דער רבי איז אוועקגעפארן פון רוסלאנד, און ס'איז געווען זייער, זייער, זייער אנגעצויגן, זייער א נישט קיין גרינגע תקופה. ר' שלום איז דעמאלט געווען א גאנצע פיר יאר אלט, און
01:54 דובר 1 אביו, ר' חוניא, שהיה הגבאי של אדמו"ר הריי"צ, היה אז בסיביר, במאסר. האם נשארה לבדה עם הילדים. בבוקר שמחת תורה נכנסו חסידים רבים, בזה אחר זה, כדי להיפרד מאדמו"ר הריי"צ. אנשים רבים עברו שם, וההתרגשות הייתה גדולה. בשל מצבה המיוחד של משפחת מרוזוב — האב היה בסיביר, והוא היה הגבאי של אדמו"ר הריי"צ — ניתנה רשות מיוחדת שגם האם והילדים ייכנסו להיפרד. אף שבאותם ימים לא נהגו לקבל נשים ליחידות, בזכות הנסיבות המיוחדות היא יכלה להיכנס. היא נכנסה עם הילדים. שלום היה, כאמור, ילד קטן, והוא לא רצה לצאת. הילד התעקש להישאר בחדר, וכולם המתינו. היה שם קהל גדול, והרבי כבר היה צריך לנסוע. אז אמר אדמו"ר הריי"צ לילד, לשלום: ״אל תדאג, עוד נתראה, עוד ניפגש״. אחר כך הוא יצא. זה מה שהרבי אמר לו אז. כידוע, רובם ככולם של החסידים שהיו שם, או לפחות חלק גדול מהם, לא יכלו להיפגש שוב עם אדמו"ר הריי"צ, משום שהוא עזב ו־
01:54 דובר 1 זיין טאטע, ר' חוניא, וואס ער איז געווען דער גבאי פון פריערדיקן רבי'ן, איז געווען דעמאלט אין סיביר, איז געווען דעמאלט אין תפיסה. איז געווען די מאמע אליין מיט די קינדער. איז אויפן מארגן פון שמחת תורה געווען א סך חסידים וואס זענען געווען דעמאלט, זענען אריינגעגאנגען איינער נאך דעם אנדערן כדי זיך געזעגענען פון דעם רבי'ן ריי"צ. ס'איז געווען א סך דורכגייענדיקע און ס'איז געווען א גרויסע התרגשות. צוליב דעם מצב המיוחד וואס די משפחה מאראזאוו האט געהאט, וואס דער טאטע איז געווען אין סיביר און ער איז געווען דער גבאי פון פריערדיקן רבי'ן, האט מען געגעבן א ספעציעלע רשות אז די מאמע מיט די קינדער זאלן אויך אריינגיין זיך געזעגענען. הגם דעמאלט איז נישט געווען דער סדר אז מ'האט מקבל געווען פרויען אויף יחידות, אבער צוליב דעם ספעציעלן זכות האט זי געקענט אריינגיין. זי איז אריין מיט די קינדער. שלום איז געווען א קליין יינגל, ווי מ'האט געזאגט, און אין זיין נידערן האט ער נישט געוואלט ארויסגיין. דער קינד האט זיך געעקשנט, געשטאנען אין דעם צימער, און דער עולם האט געווארט. ס'איז געווען א גרויסער עולם און דער רבי האט שוין געדארפט פארן. איז דעמאלט דער פריערדיקער רבי געזאגט צום קינד, צו שלום: „זארג נישט, מ'וועט זיך נאך זען, מ'וועט זיך נאך טרעפן.“ שפעטער איז ער ארויסגעגאנגען. דאס איז געווען וואס דער רבי האט אים דעמאלט געזאגט. ווי מ'ווייסט, איז רובם ככולם פון די חסידים, אדער א גרויסער חלק פון די חסידים וואס זענען דארטן געווען, האבן זיך נישט געקענט טרעפן שפעטער מיט דעם רבי'ן ריי"צ, ווייל ער איז אוועקגעפארן און
03:32 דובר 1 אחר כך יצא מאותה מדינה ונסע לפולין, ובהמשך היה באמריקה. וכשהחסידים יצאו מרוסיה כעבור שנים, רובם לא יכלו להיפגש פנים אל פנים עם אדמו"ר הריי"צ. ר' שלום מרוזוב, שהיה אז בחור, הגיע לאמריקה עם קבוצה קטנה ויחידה בראש חודש שבט, שמונה ימים לפני הסתלקות אדמו"ר הריי"צ. בשנת תש"י, ממש שמונה ימים לפני ההסתלקות, הם הגיעו לאמריקה. הם היו חמישה או שישה בחורים. אלה היו בחורים שבאו מרוסיה, ולאחר שיצאו ממנה שהו בפריז. לבסוף קיבלו את הרשות, את האישור, לצאת מרוסיה ולהגיע לאמריקה. עלתה השאלה אם להיכנס ליחידות אצל אדמו"ר הריי"צ. כידוע, בשנת תש"י אדמו"ר הריי"צ כבר לא היה בקו הבריאות; הוא היה חלש מאוד. גופו הקדוש היה מלא ייסורים במשך שנים ארוכות. והאפשרות לראות את הרבי הייתה להיכנס ליחידות, להיכנס פנים אל פנים ולראות את אדמו"ר הריי"צ. לכן עלתה השאלה אם עליהם להיכנס ולהיפגש איתו. אחד הבחורים היה שלום, והוא התלבט בעניין. מצד אחד הרגיש שצריך לעשות
03:32 דובר 1 שפעטער אוועקגעפארן פון מדינה ההיא און געפארן קיין פוילן, שפעטער געווען אין אמעריקע. און ווי די חסידים זענען ארויסגעגאנגען פון רוסלאנד יארן שפעטער, האבן רובם פון די חסידים זיך נישט געקענט טרעפן פנים אל פנים מיט דעם רבי'ן ריי"צ. ר' שלום מאראזאוו, וואס ער איז געווען א בחור, איז מיט א קליינע קבוצה יחידים אנגעקומען אין אמעריקע ראש חודש שבט, א טאג אכט פאר דער הסתלקות פון דעם רבי'ן ריי"צ. אין יאר תש"י, ממש א טאג אכט פאר דער הסתלקות, זענען זיי אנגעקומען אין אמעריקע. איז דאס געווען, אה, זענען אנגעקומען דארטן. און ס'איז געווען, אה, פינף, זעקס בחורים. און ס'זענען געווען בחורים וואס קומען פון רוסלאנד, און זיי זענען געווען אין, אין פאריז, אין, אה, אז זיי זענען ארויסגעגאנגען פון רוסלאנד, און שפעטער, אום ענדע, באקומען דעם רשות, דעם רשיון, אפצוקענען ארויספארן פון רוסלאנד און אנקומען קיין אמעריקע. איז געווען א שאלה, צי מ'זאל אריינגיין אויף יחידות צו דעם רבי'ן ריי"צ. כידוע, דער פריערדיקער רבי איז שוין געווען — תש"י, דער פריערדיקער רבי איז געווען זייער נישט געזונט, זייער שוואך. גוף הקדוש איז געווען מלא יסורים, פון יארן לאנג. און, אה, זיך זען מיט'ן רבי'ן, דאס איז געווען נאר אז מ'זאל אריינגיין אויף יחידות, מ'זאל אריינגיין פנים אל פנים, אז מ'קען זען דעם רבי'ן ריי"צ. איז געווען א פראגע, איז געווען א שאלה, צי זיי זאלן אריינגיין זיך טרעפן מיט'ן רבי'ן. אה, פון זיי איז שלום, איינער פון די בחורים. ער האט געהאט ביי זיך א שקלא וטריא. פון איין זייט האט ער געפילט אז מ'דארף מאכן
05:28 דובר 1 הכנות לפני הכניסה ליחידות. אדמו"ר הריי"צ מספר ברשימותיו ובסיפוריו עד כמה חסידים התכוננו לפני כניסתם ליחידות. לכן התלבט אם עליו לעשות הכנות: האם להיכנס מיד ליחידות, בשעה שחסידים היו מתכוננים לכך במשך זמן? מצד שני עלתה השאלה אם ייכנס בימים הקרובים, והוא לא ידע מה לעשות. הוא שאל את המשפיע, את אותו משפיע. לבסוף שלחו אותו לשאול את חתנו של הרבי, מי שנקרא אז הרמ״ש ולימים היה הרבי, ולברר אצלו את שאלותיו. ר' שלום נכנס למשרד שהיה אז לרבי, המשרד של מרכז לעניני חינוך. הוא נכנס לרבי במשרד ואמר לו מה שאלתו. הוא אמר שמצד אחד מציעים לו להיכנס ליחידות כבר בימים הקרובים, ומצד שני הוא רוצה לעשות הכנות ומרגיש שאינו מוכן. הרבי אמר לו שאדרבה, אם יש הזדמנות להיכנס, צריך להיכנס, כי אי אפשר לדעת מה יהיה אחר כך. כך הייתה הלשון ששמעתי בעצמי מר' שלום.
05:28 דובר 1 הכנות, אריינגיין נאך יחידות, איז ער... דער פריערדיקער רבי, דער רבי ריי״צ, דערציילט אין זיינע רשימות, אין זיינע סיפורים, וויפיל חסידים האבן זיך געגרייט אריינגיין נאך יחידות. איז ביי אים געווען א גאנצע שאלה צי ער זאל מאכן הכנות. וואס איז, אריינגיין גלייך נאך יחידות? וואס האבן זיך געגרייט א משך זמן? פון דער צווייטער זייט, ס׳איז געווען א שאלה צי זאל ער אריינגיין אין די קומענדיגע טעג, און ער האט נישט געוואוסט וואס צו מאכן מיט דעם. האט ער געפרעגט דעם משפיע, יענעם משפיע. צום סוף האט מען אים געשיקט, ער זאל פרעגן ביי דעם רבינ׳ס איידעם. ס׳האט געהייסן דעמאלט דער רמ״ש, וואס דאס איז געווען שפעטער דער רבי, אז ער זאל זיך מבאר זיין ביי אים זיינע שאלות. איז ר׳ שלום אריינגעגאנגען צו דער משרד, וואס דער רבי האט דעמאלט געהאט, דער משרד פון מרכז לעניני חינוך, ס׳האט געהייסן. אריינגעגאנגען צום רבי׳ן אין משרד, רבי׳ן אין אפיס, יא, ס׳האט געהייסן דער רמ״ש, און ער האט אים געזאגט וואס איז זיין שאלה. ער האט געזאגט אז פון איין זייט איז מען מציע, אז ער זאל אריינגיין נאך יחידות אט־אט אין די טעג. פון דער צווייטער זייט, וויל ער מאכן הכנות; ער פילט אז ער איז נישט גרייט. האט אים דער רבי געזאגט אז אדרבה, אז עס איז דא א געלעגנהייט אריינצוגיין, דארף מען אריינגיין, ווייל שפעטער קען מען נישט וויסן וואס וועט זיין. דאס איז געווען דער לשון, אז ער האט געהערט, אליין געהערט פון ר׳ שלום.
06:57 דובר 1 ארוסוב סיפר את הסיפור, אבל אני שמעתי ממנו בעצמו שהרבי אמר לו שייכנס. אם יש עכשיו אפשרות להיכנס ליחידות, צריך להיכנס, כי אי אפשר לדעת מה יהיה אחר כך. אבל מתי אעשה הכנות? הרבי אמר לו: את ההכנות אפשר לעשות גם אחר כך. גם זה היה שם. אחר כך הרבי אמר לו עוד כמה דברים מעניינים. אולי לפחות בקיצור: הרבי אמר לו נקודה אחת. הוא שאל איזו ברכה מברכים כשרואים את הרבי בפעם הראשונה: האם מברכים ״שחלק מחכמתו ליראיו״ — אה, ״שנתן מחכמתו ליראיו״? אני לא זוכר בדיוק את נוסח הברכה שאומרים על חכם, על צדיק. והרבי דן איתו בזה לכאן ולכאן, בשקלא וטריא. אבל בסוף אמר לו: אולי הרבי למעלה מזה. ומצד שני, ״שהחיינו״ בוודאי צריך לומר. על ראיית הרבי בוודאי צריך לומר ״שהחיינו״. וכשאתה אומר ״שהחיינו״, תגיד בקול רם, כדי שהרבי יענה אמן. אחר כך הרבי אמר לו גם שכשהוא ייכנס בלילה, יטבול קודם במקווה. כשנכנסים ליחידות, צריך להיטהר קודם במי המקווה. כך, עם המקווה, צריך עוד... את זה
06:57 דובר 1 ארוזוב, ער האט דערציילט די מעשה, אבער איך האב געהערט פון אים אליין, אז דער רבי האט געזאגט אז ער זאל אריינגיין. אז עס איז דא א אפשרות אריינצוגיין איצט נאך יחידות, דארף מען אריינגיין, ווייל וואס וועט זיין שפעטער קען מען נישט וויסן. אבער ווען איך גיי מאכן הכנות? האט אים דער רבי געזאגט: די הכנות קען מען מאכן שפעטער אויך. דאס איז געווען דארט אויך. שפעטער האט אים דער רבי געזאגט נאך א פאר זאכן, אינטערעסאנטע זאכן. אפשר על כל פנים בקיצור. דער רבי האט אים געזאגט איין נקודה. וועלכע ברכה צו מאכן, האט ער געפרעגט, ווען מ׳זעט דעם רבי׳ן דאס ערשטע מאל: צי מאכן די ברכה „שחלק מחכמתו ליראיו“ — אה, „שנתן מחכמתו ליראיו“? איך געדענק נישט דעם לשון פונקט פון דער ברכה וואס מ׳זאגט אויף א חכם, אויף א צדיק. און דער רבי האט אים... דער רבי איז אהין און צוריק, שקל וטריא. אבער ער האט אים געזאגט צום סוף: אפשר דער רבי איז העכער פון דעם. אבער פון דער צווייטער זייט, שהחיינו דארף מען זיכער זאגן. אז אויף דעם רבי׳ן שהחיינו דארף מען זיכער זאגן. און אז איר זאגט דעם שהחיינו, זאלט איר זאגן הויעך אויפן קול, אז דער רבי זאל ענטפערן אמן. שפעטער האט אים דער רבי געזאגט אויך, ווען ער גייט אריינגיין ביינאכט, זאל ער זיך טובל׳ן אין מקוה פריער. ווען מ׳גייט אריין נאך יחידות, זאל מען זיך נאך אין מקוה וואסערן רייניגן. אזוי, מיט דעם מקוה, זאל מען נאך... דאס האט דער
08:25 דובר 1 הרבי אמר לו. ור׳ שלום סיפר אז דבר מעניין: כשהוא הגיע באותו לילה ליחידות, הבחורים עמדו בחדר ההוא. הם חיכו להיכנס ליחידות, והייתה התרגשות גדולה. והרבי נכנס לשם בדיוק. והרבי — הרבי שאנחנו קוראים לו הרמ״ש — כנראה ראה באיזו התרגשות הם עומדים. הוא אמר להם: ״אני רואה שיש כאן התרגשות גדולה. אולי את המקווה תשאירו לאחר כך״. [לא ברור] אולי תשאירו את המקווה לאחר כך. כך הוא סיפר. אחר כך הרבי אמר לו גם שייכנס עם גארטל. כשנכנסים ליחידות, נכנסים עם גארטל. היה סביב זה עניין שלם [לא ברור] אצל
08:25 דובר 1 רבי אים געזאגט. און דעמאלט דערציילט ר׳ שלום, אינטערעסאנט: ווען ער איז געקומען די נאכט פון יחידות, די בחורים זיינען געשטאנען אין צימער, אין דעם צימער. זיי האבן געווארט אריינצוגיין נאך יחידות, ס׳איז געווען א גרויסע התרגשות. און דער רבי איז פונקט אריינגעגאנגען דארטן. און דער רבי — דער רבי, וואס מיר זאגן דעם רמ״ש — דער מוז געווען האבן געזען ווי עס שטייט, דאס הייסט, התרגשות. האט ער זיי געזאגט: „איך זע ס׳איז דא א גרויסע התרגשות. אפשר וועט איר דעם מקוה שפעטער.“ [לא ברור] אפשר לאזט דעם מקוה אויף שפעטער. אזוי האט ער דערציילט. שפעטער האט אים דער רבי געזאגט אויך, אז ער זאל אריינגיין מיט א גארטל. ווען מ׳גייט נאך יחידות, גייט מען מיט א גארטל. עס איז געווען א גאנצע [לא ברור] ביי
12:15 דובר 2 זו הייתה השבוע האחרון לחיים חיותו בעלמא דין של אדמו״ר הריי״צ, בעולם הזה הגשמי. אז הוא הבין מה הרבי אמר לו בזמנו: שעדיף להיכנס עכשיו, כי אי אפשר לדעת מה יהיה אחר כך. זה היה החודש האחרון שבו היה אפשר להיכנס, והברכה שאדמו״ר הריי״צ אמר לו כשהיה ילד, שהם עוד ייפגשו — והוא זכה להיות אצל הרבי באותם רגעים אחרונים, באותה יחידות של ד׳ שבט תש״י. אבל ר׳ שלום סיפר גם את ההמשך: כמה שנים אחר כך הוא היה פעם בהתוועדות, תשיב, י״ג. זו הייתה התוועדות של שבת. הרבי אמר מעט ״לחיים״, ופתאום קרא בקול: ״שלום ארוסוב נמצא כאן?״ והרבי אמר: ״נו, כבר סיימת עם ההכנות?״ זה מה שהרבי אמר. הוא אומר שהקהל חשב שהרבי מדבר על הכנות לתפילה. ר׳ שלום נהג להתפלל מאוחר, לעשות כמה הכנות לתפילה ולהתפלל באריכות. לכן הקהל חשב שמדובר בהכנות לתפילה. אבל הוא הבין מה הרבי אמר לו אז. הרבי התכוון למה שאמר לו קודם, שבתש״י
12:15 דובר 2 אז דאס איז געווען די לעצטע וואך פון חיים חיותו בעלמא דין פונעם פריערדיקן רבי׳ן, אין דער עולם הזה הגשמי. האט ער פארשטאנען וואס דער רבי האט אים דעמאלט געזאגט, אז ווי בעסער אריינגיין איצטער, ווייל שפעטער וועט מען נישט וויסן וואס עס וועט זיין. דאס איז געווען דער לעצטער חודש וואס מ׳האט געקענט, און די ברכה וואס דער פריערדיקער רבי, דער רבי ריי״צ, האט אים געזאגט אלס קינד, אז ער וועט זיך נאך זען — און ער האט זוכה געווען צו זיין מיטן רבי׳ן אין יענעם לעצטן מאמענט, אין יענער יחידות פון ד׳ שבט תש״י. אבער דעם המשך האט ער דערציילט, ר׳ שלום, אז מיט עטליכע יאר שפעטער איז ער אמאל געווען אין א פארברענגען, תשיב, י״ג. ס׳איז געווען אין א פארברענגען, אז א שבת׳דיגן פארברענגען. דער רבי האט א ביסל געזאגט לחיים, און מיטאמאל האט דער רבי זיך אויפגערופן אויפן קול. דער רבי האט געזאגט: „שלום ארוזוב איז דא?“ און דער רבי זאגט: „נו, האט שוין געענדיגט מיט די הכנות?“ דאס איז געווען וואס דער רבי האט געזאגט. ער זאגט, דער עולם האט געמיינט אז ער רעדט וועגן הכנות צום דאווענען. ר׳ שלום פלעגט דאווענען שפעט, פלעגט מאכן אפאר הכנות צום דאווענען, דאווענען באריכות. איז דער עולם האט געמיינט אז די הכנות, האט זיך גערעדט וועגן הכנות צום דאווענען. אבער ער האט פארשטאנען וואס דער רבי האט אים דעמאלט געזאגט. דער רבי האט אים געזאגט, אז דאס וואס ער האט אים געזאגט פריער, אז אין תש״י האט אים דער
13:29 דובר 2 הרבי אמר לו שאת ההכנות ליחידות אפשר לעשות אחר כך, כפי שהיה אצל הרבי עצמו. עוד לפני שהוא סיים את ההכנות, כבר התחילה ההכנה לאותה יחידות. זה סיפור הקשור לי׳ שבט. אחר כך סיפר ר׳ שלום ארוסוב דבר מעניין. גם את זה שמעתי ממנו בעצמו. אחרי הסתלקות אדמו״ר הריי״צ, כחודש אחרי י׳ שבט, בערך בחודש אדר או משהו כזה, הוא רצה להיכנס לרבי ליחידות. כבר אז היה הרבי, אף שזה היה לפני קבלת הנשיאות. כידוע, הרבי לא רצה לקבל את הנשיאות עד שנה אחר כך. אבל כפי שר׳ שלום אמר, ואני שמעתי זאת מפיו, עם הבחורים הרבי התעסק מיד מההתחלה. הרבי עצמו אמר משהו ברוח זו: את הבחורים אי אפשר לעזוב; עם הבחורים ממשיכים, נפגשים איתם. וראו זאת מיד במוחש. הוא סיפר שבאדר, כלומר כחודש אחרי הסתלקות אדמו״ר הריי״צ, הוא רצה להיכנס ליחידות אצל הרבי. הוא קיבל רשות להיכנס, ועמד מחוץ לדלת ולא ידע מה לעשות. מה היה הספק שלו? הרי הרבי אמר לו שאצל הרבי נכנסים עם גארטל. לפני היחידות אצל אדמו״ר הריי״צ הוא אמר לו
13:29 דובר 2 דער רבי האט געזאגט, אז די הכנות צו יחידות קענען מאכן שפעטער, ווי דאס איז געווען ביים רבי'ן אליין. נאך איידער ער איז שוין פארטיק געווען מיט די הכנות, האט זיך שוין אנגעהויבן די הכנה צו יענער יחידות. און דאס איז א סיפור פארבונדן מיט י' שבט. דערנאך האט ר' שלום ארוסוב דערציילט. אינטערעסאנט. האט ער דערציילט, דאס האט ער געהערט פון אים אליין. אז נאך דעם הסתלקות פון דעם פריערדיקן רבי'ן, ס'איז געווען דעם רבי ריי״צ'ס הסתלקות, איז געווען א חודש נאך י' שבט, בערך חודש אדר אדער עפעס אזוי, איז ער געוואלט אריינגיין צום רבי'ן אויף יחידות. שוין דעמאלט איז געווען דער רבי, דאס איז געווען נאך פאר קבלת הנשיאות. ווי ס'איז ידוע, דער רבי האט נישט געוואלט אננעמען די נשיאות ביז א יאר שפעטער. אבער ווי ר' שלום האט געזאגט, נאך א געהערט פון אים אליין, מפיו, אז בחורים, דער רבי האט זיך פארנומען מיט זיי גלייך פון אנפאנג. דער רבי האט אליין עפעס געזאגט אז אזוי: אז פאר בחורים, מיט בחורים קען מען נישט אפלאזן. אז מיט די בחורים גייט, גייט, זעט זיך איבער. און מען האט עס געזען גלייך במוחש. ער דערציילט אז אדר, הייסט גלייך א חודש אדער וואס נאך דעם הסתלקות פון דעם רבי ריי״צ, האט ער געוואלט אריינגיין אויף יחידות צום רבי'ן. און ער איז, אה, באקומען רשות אריינצוגיין. און ער איז געשטאנען אינדרויסן פון טיר און האט נישט געוואוסט וואס צו טאן. וואס איז געווען זיין ספק? דער רבי האט אים דאך געזאגט, ביים רבי'ן גיי א גארטל. פאר דער יחידות פון רבי ריי״צ האט ער געזאגט, אז
14:50 דובר 2 ללבוש גארטל. מצד שני, הרבי אמר לו לשאול את ר׳ שמואל ויטען. ר׳ שמואל ויטען אמר לו שבחורים אינם לובשים גארטל. ועכשיו הוא עומד להיכנס ליחידות אצל הרבי. זו הייתה ממש שאלה: עם גארטל או בלי גארטל, מה לעשות? הוא שאל את ר׳ חדקוב, שהיה המזכיר, הגבאי של הרבי, ואמר לו שאינו יודע אם להיכנס עם גארטל או בלעדיו. ר׳ חדקוב נכנס לרבי לפני שר׳ שלום נכנס, וסיפר לו ששלום ארוסוב עומד בחוץ. הוא רוצה להיכנס, אבל אינו יודע אם ללבוש גארטל. הרבי חייך ואמר: ״נו, אם זה לוחץ, אם זה לוחץ״. כלומר, ברור שכדי שזה לא יפריע לו, שילבש את הגארטל מתחת למעיל. וכך אכן היה המנהג, וכך גם התקבל אצל הבחורים. עד היום הזה לובשים גארטל מתחת למעיל כשנכנסים ליחידות, או כשהולכים לאוהל הקדוש, או כשנכנסים לחדרו של הרבי. זה סיפור ששמעתי מר׳ חיים שלום ארוסוב בקשר לי׳ שבט. אנחנו נמצאים בתקופה הזאת; בהשגחה פרטית, אנחנו מדברים בשבת פרשת בא, י׳ שבט. וזו הרי אותה שבת שבה הייתה ההסתלקות
14:50 דובר 2 ער זאל טראגן א גארטל. פון דער צווייטער זייט, דער רבי האט אים געזאגט, אז ער זאל פרעגן ר' שמואל וויטען. ר' שמואל וויטען האט אים געזאגט, אז בחורים טראגן נישט קיין גארטל. דא גייט ער אריינגיין צום רבי'ן אויף יחידות. ס'איז געווען גאר א שאלה. יא א גארטל, נישט א גארטל, וואס זאל ער טאן? האט ער געפרעגט ר' חדקוב, דאס איז געווען דער מזכיר, דער גבאי פון דעם רבי'ן. האט ער געפרעגט ר' חדקוב, ער ווייסט נישט וואס צו טאן. אריינגיין מיט א גארטל, אן א גארטל. איז ר' חדקוב אריין צום רבי'ן, פאר ר' שלום איז אריינגעגאנגען. און ער דערציילט אים, אז ר' שלום ארוסוב, שלום ארוסוב, שטייט אינדרויסן. ער וויל אריינגיין, אבער ער ווייסט נישט, צי ער זאל טראגן א גארטל. האט דער רבי געשמייכלט און דער רבי האט געזאגט: „נו, אז ס'קוועטשט, אז ס'קוועטשט.“ דאס הייסט, קלאר, אז ער זאל זיך נישט שטערן, זאל ער טראגן דעם גארטל אונטער דעם רעקל. און אזוי איז טאקע געווען דער מנהג, און ס'איז טאקע ביי בחורים זיך איינגעפירט. עד היום הזה, מען טראגט דעם גארטל, מען גייט אריין אויף יחידות, אדער מען גייט אויפן אהל הקדוש, מען גייט אריין אין רבי'נס צימער, גייט מען מיטן גארטל אונטער דעם רעקל. דאס איז א סיפור געהערט פון ר' חיים שלום ארוסוב בקשר צו י' שבט. מיר גייען אין דער זמן, די השגחה פרטית, וואס מיר רעדן אין דעם שבת פרשת בא, י' שבט. און דאס איז דאך דער זעלבער שבת ווי ס'איז געווען די הסתלקות
16:04 דובר 2 של אדמו"ר הריי"צ, כידוע. באותה שנה, תש"י, חל י' שבט בשבת. וכפי שהרבי כותב ברשימה שבה הוא מתאר את יום ההסתלקות, בערב שבת קודש הוא הכניס את המאמר ״באתי לגני״. לפני השקיעה הוא הכניס את המאמר ״באתי לגני״ לאדמו"ר הריי"צ, שכבר היה לבוש בספודיק, בשטריימל ובבגדי שבת, והיה באמצע הספד על [לא ברור] ו״פתח אליהו״. הוא היה בין ״הודו״ ל״פתח אליהו״. זו הייתה הפעם האחרונה שהרבי זכה לראות את חותנו, אדמו"ר הריי"צ. הוא מסר לו את המאמר, ואדמו"ר הריי"צ הראה סימן של שביעות רצון. ובשבת קודש בבוקר, מוקדם, בסביבות השעה שמונה, מעט לפניה, הייתה הסתלקותו של אדמו"ר הריי"צ, בשבת פרשת בא. וכפי שהרבי כותב ברשימה על פרשת בא, הוא מביא את לשון הזוהר: ״פרשת בא אל פרעה, דא אתפריעו ואתגליין כל נהורין״. ב״בא אל פרעה״, עניינו של פרעה הוא, כפי שהזוהר מפרש, שפרעה הוא מלשון גילוי — גילוי כל האורות העליונים. לכן אני רוצה לדבר מעט על העניין של ״בא אל פרעה״, ומה הקשר שלו ליום הזה, היום הקדוש של י' שבט, יומא דהילולא של אדמו"ר הריי"צ ויום קבלת הנשיאות של הרבי. כששומעים
16:04 דובר 2 פון דעם רבי ריי״צ, כידוע. אז אין יענעם יאר, תש״י, איז י' שבט אויסגעפאלן אין שבת. און ווי דער רבי שרייבט אין דער רשימה, ווען ער גייט אן דעם יום ההסתלקות, שרייבט דער רבי, אז געווען ערב שבת קודש האט ער אריינגעברענגט דעם מאמר באתי לגני. פאר דער שקיעה האט ער אריינגעברענגט דעם מאמר באתי לגני צו דעם רבי'ן, שוין אנגעטאן מיטן ספאדיק, מיטן שטריימל, מיט די לבושי שבת, און האט געהאלטן אינמיטן הספד על זיין [לא ברור], און פתח אליהו. צווישן הודו און פתח אליהו האט ער געהאלטן. דאס איז געווען די לעצטע מאל אז דער רבי האט זוכה געווען זען זיין שווער, דעם פריערדיקן רבי'ן. האט אים איבערגעגעבן דעם מאמר און דער פריערדיקער רבי האט געמאכט א סימן פון שביעות רצון. און שבת קודש בבוקר, אין דער פרי, ארום אכט אזייגער, א פינטל פאר, אין דער פרי איז געווען די הסתלקות פון דעם פריערדיקן רבי'ן, פון דעם רבי ריי״צ, שבת פרשת בא. און ווי דער רבי שרייבט אין דער רשימה, אז פרשת בא, דער רבי שרייבט צו דעם לשון הזוהר: פרשת בא אל פרעה, דא אתפריעו ואתגליין כל נהורין. אז פרשת בא אל פרעה, דער ענין פון פרעה איז, ווי דער זוהר טייטשט, אז פרעה איז מלשון גילוי, דער גילוי פון אלע אורות עליונים. איז וועגן דעם איז מיין רעדן א ביסל ארויסברענגען דעם ענין פון בא אל פרעה, און וואס איז דאס דער קשר מיטן טאג, דעם הייליגן טאג פון י' שבט, די יומא דהילולא פון דעם פריערדיקן רבי'ן און דער יום פון קבלת הנשיאות פון דעם רבי'ן. ווען א געהער
17:35 דובר 2 את העניין של ״בא אל פרעה״, שהוא שם הפרשה, וכפי שהרבי מתעכב על כך כמה פעמים, בפרט בשנים האחרונות — בתשנ"א ובתשנ"ב — הרבי שאל: הפרשה שלנו היא לכאורה אחת הפרשיות ההיסטוריות הגדולות בתורה, פרשת יציאת מצרים. הרי הפרשה עוסקת ביציאת מצרים ובכל העניינים הקשורים אליה. ומה שמה של פרשת בא? לכאורה, במבט שטחי, השם הזה אינו אומר דבר; הוא אינו מבטא עניין מיוחד. איך זה ייתכן? הרי הרבי דיבר תמיד על כך ששם הפרשה צריך לכלול את כל מהותה. איך ייתכן שלפרשה חשובה כל כך קוראים ״בא״? ולא סתם ״בא״, אלא ״בא אל פרעה״. ולא זו בלבד: השם הזה מבליט את תוקפו של פרעה. הרבי פשוט נכנס אל פרעה וצריך להיאבק בו, ופרעה אומר שאינו רוצה לשמוע דבר ומגרש אותו. האם זהו שם הפרשה, שאמור לבטא את עניין יציאת מצרים? הרבי התעכב על דברי הזוהר. למעשה, יש שני מקומות בזוהר שמהם הוא לומד את עניינו של פרעה: האחד בפרשה שלנו, פרשת בא, והשני בפרשת ויגש. הראשון הוא שאלה שהזוהר שואל בפרשתנו,
17:35 דובר 2 דער ענין פון „בא אל פרעה“, וואס דאס איז דער נאמען פון דער פרשה, און ווי דער רבי שטעלט זיך אויף דעם אין כמה פעמים, בפרט אין די לעצטע יארן — דאס איז געווען תשנ״א און תשנ״ב — האט דער רבי געפרעגט די שאלה: אז א פרשה, ווי אונזער סדרה, וואס דאס איז לכאורה איינע פון די גרעסטע היסטארישע פרשיות אין דער תורה, די פרשה פון יציאת מצרים, רעדט דאך די פרשה וועגן דעם ענין פון יציאת מצרים מיט אלע ענינים וואס זענען פארבונדן מיט יציאת מצרים. און וואס איז דער נאמען פון פרשת בא? דאס איז א נאמען וואס לכאורה, אויבערפלעכליך, זאגט דאס גארנישט; עס זאגט נישט קיין ענין מיוחד. ווי קומט דאס? דער רבי האט דאך אלעמאל גערעדט אז דער נאמען פון דער פרשה דארף צוזאמנעמען דעם גאנצן מהות. ווי קומט דאס אז אזא חשובה פרשה, און דער נאמען איז „בא“? און וועלכער „בא“? „בא אל פרעה“. און נישט נאר דאס, דאס ברענגט ארויס די שטארקייט פון פרעה: דער רבי שטעלט זיך פשוט אריין צו פרעה און ער דארף זיך מיט אים שלאגן, און פרעה זאגט אז ער וויל גארנישט הערן, ער טרייבט אים ארויס. און דאס איז די פרשה, און דער נאמען פון דער פרשה זאל ברענגען ארויס דעם ענין פון יציאת מצרים? איז דער רבי זיך געשטעלט אויף א זוהר. בעצם איז דאס צוויי זוהרס ווען ער הערט דעם ענין פון פרעה. איין זוהר איז אין אונזער סדרה, פרשת בא, און דער צווייטער זוהר איז אין פרשת ויגש. איז דער ערשטער, וואס ער הערט פון זוהר אין אונזער פרשה, א שאלה וואס דער זוהר פרעגט,
19:03 דובר 2 והיא שאלה פשוטה בפשוטו של מקרא: מדוע נאמר ״בא אל פרעה״? בוא! כששולחים אדם אל אדם אחר, לא אומרים לו ״בא״ אלא ״לך״. היה צריך לומר ״לך אל פרעה״ — גש אל פרעה. אבל הוא אומר לו ״בא אל פרעה״, בוא אל פרעה. מה פירוש ״בא״? על כך מפרש הזוהר בפרשתנו שמשה רבינו פחד ללכת אל פרעה. משה רבינו פחד מאוד מפרעה, כי פרעה היה הטומאה הגדולה ביותר בעולם, ״התנין הגדול הרובץ בתוך יאוריו״. והזוהר מפרש שהתנין הגדול הוא הנחש הקדמוני, מקור הקליפות, הכיסא שבקליפה. זו הקליפה במדרגתה הגדולה והעמוקה ביותר שיכולה להיות. ומשה רבינו, עם כל מעלותיו, עם כל קדושתו ועם כל מדרגותיו — משה רבינו הוא חכמת הקדושה. חכמת הקדושה, משה רבינו, ״כח מה״, ״ונחנו מה״, חכמה. משה רבינו, עם כל מעלותיו, פחד לעמוד פנים אל פנים מול טומאה גדולה כזאת, מול הכיסא של הקליפה, כיסאו של פרעה, עניינו של פרעה. כפי שנאמר בזוהר, עד עכשיו כל המפגשים של משה עם פרעה היו ליד היאור: ״הנה עומד על היאור״. היאורים הם הארות, המשכות, צמצומים ופרטים. זה אינו עצם תוקפה של הקליפה. כאן הוא עומד לשבור את הקליפה כפי שהיא במלוא תוקפה, בארמונו של פרעה, בביתו, ומזה פחד משה רבינו. ומה אמר לו הקב"ה?
19:03 דובר 2 וואס איז א פשוטע שאלה אין פשוטו של מקרא: וואס „בא אל פרעה“? קום! אז דו שיקסט א מענטש צו א צווייטן, זאגסטו נישט „בא“, זאגסטו „לך“. „לך אל פרעה“ וואלט ער געדארפט זאגן — גיי צו פרעה. זאגט ער אים „בא אל פרעה“, קום צו פרעה. וואס איז דער טייטש „בא“? איז אויף דעם דער זוהר מפרש אין אונזער סדרה, אז משה רבינו האט מורא געהאט צו גיין צו פרעה. משה רבינו האט שטארק מורא געהאט פון פרעה, ווייל פרעה איז געווען די גרעסטע טומאה שבעולם, „התנין הגדול הרובץ בתוך יאוריו“. און דער זוהר טייטשט אז דער תנין הגדול, דאס איז דער נחש הקדמוני, דאס איז דער מקור הקליפות, דאס איז דער כסא שבקליפה. דאס איז די קליפה אין דעם גרעסטן, טיפסטן אופן פון קליפה וואס קען נאר זיין. און משה רבינו, מיט אלע זיינע מעלות, מיט זיין גאנצער קדושה, מיט אלע זיינע מדרגות — משה רבינו איז חכמת הקדושה. חכמת הקדושה, משה רבינו, „כח מה“, „ונחנו מה“, חכמה. האט משה רבינו, מיט אלע זיינע מעלות, מורא געהאט זיך אוועקצושטעלן פנים אל פנים אנטקעגן אזא גרויסע טומאה, דעם כסא פון קליפה, כסא פון פרעה, דעם ענין פון פרעה. ווי ער זאגט אין זוהר, אז ביז איצט די אלע ענינים וואס משה האט געטראפן ביי פרעה, דאס איז געווען ביי יאור. „הנה עומד על היאור“. מיט די יאורים, דאס איז הארות, המשכות, צמצומים, פרטים. דאס איז נישט דער עצם תוקף הקליפה. עס גייט אים ברעכן די קליפה ווי זי שטייט בתוקפה, אין זיין פאלאץ, אין זיין שטוב, און דאס האט משה רבינו מורא געהאט. און וואס האט דער אויבערשטער אים געזאגט?
20:38 דובר 2 הקב"ה אמר לו: דע שאינך הולך לבד. ״בא אל פרעה״ — בוא יחד איתי; אני לוקח אותך איתי ואנחנו הולכים אל פרעה. וזו ההוראה שבשם הפרשה. פרשת בא — שם מתחילים חייו של העם היהודי. שם מתחילה יציאת מצרים; צבאות ה', היהודים, יוצאים, באים אל העולם ועושים ממנו דירה לו יתברך. משם מתחיל המסע במדבר ובמדבר העמים, מתן תורה, זמן הגלות וכל ההיסטוריה של העם היהודי, מיציאת מצרים ועד שלושת אלפים שלוש מאות וכמה עשרות השנים האחרונות. אומרת התורה, אומר הקב"ה, אומרת הפרשה במילותיה הראשונות: ״בא אל פרעה״. אם מסתכלים בפסוקים הראשונים, רואים שהוא כלל לא אמר לו דבר. כתוב ״בא אל פרעה, כי אני הכבדתי את לבו״, ואחר כך לא נאמר דבר נוסף. רק בהמשך כתוב שוב ״ויאמר ה'״, ואז הוא דיבר איתו על מכת ארבה. וזה בדיוק העניין. זוהי עצמה ההוראה שהתורה אומרת, כפי שהזוהר מספר: שיהודי יֵדע — הקב"ה אומר למשה רבינו: דע, אל תפחד. דע שאני הולך יחד איתך, ״כי אתך אני״. אני הולך יחד איתך. ממילא אתה יכול לעמוד מול פרעה, ואתה תוכל
20:38 דובר 2 האט אים דער אויבערשטער געזאגט אז דו זאלסט וויסן, דו גייסט נישט אליין. „בא אל פרעה“ — קום צוזאמען מיט מיר; איך נעם דיך מיט און מיר גייען צו פרעה. און דאס איז די הוראה פון דעם נאמען פון דער פרשה. אז ביז א איד געפינט זיך, פרשת בא, טאקע פרשת בא, וואס דארטן הייבט זיך אן דאס לעבן פונעם אידישן פאלק. דארטן הייבט זיך אן די יציאת מצרים; צבאות ה׳, אידן גייען ארויס, קומען אין דער וועלט און מאכן פון דער וועלט א דירה לו יתברך. פון דארטן הייבט זיך אן די נסיעה במדבר און מדבר העמים און מתן תורה און זמן הגלות און די אלע היסטאריע פונעם אידישן פאלק, פון יציאת מצרים ביז די לעצטע דריי טויזנט דריי הונדערט און עטליכע דרייסיג יאר. זאגט די תורה, זאגט דער אויבערשטער, זאגט די פרשה, די ערשטע ווערטער פון דער פרשה: „בא אל פרעה“. אז מ׳גייט קוקן די ערשטע פאר פסוקים, זעט מען אז ער האט אים גארנישט געזאגט. עס שטייט „בא אל פרעה, כי אני הכבדתי את לבו“, יא, און דערנאך שטייט גארנישט ווייטער. שפעטער שטייט נאך אמאל „ויאמר ה׳“; האט ער אים ערשט גערעדט וועגן מכת ארבה. און דאס איז טאקע דער ווארט. דער ווארט איז דאס גופא, די הוראה וואס די תורה זאגט, דאס דערציילט דער זוהר: אז א איד זאל וויסן, משה רבינו — דער אויבערשטער זאגט צו משה רבינו אז דו זאלסט וויסן, האב נישט מורא. דו זאלסט וויסן, איך גיי צוזאמען מיט דיר, „כי אתך אני“. איך גיי צוזאמען מיט דיר. במילא קענסטו זיך אוועקשטעלן קעגן פרעה, און דו וועסט
22:04 דובר 2 לשבור את החושך הזה, ותוכל גם להפוך אותו, [לא ברור] ביהודי. וזה המסר הראשון, ההוראה הראשונה, הדבר הראשון שאנחנו לומדים מהפרשה. והרבי דיבר על כך באריכות רבה בשנת תשנ״א, בפרשת בא תשנ״א. זה מזכיר לכם משהו? תשנ״א — זו הייתה הפרשה, אותה שבת שבה התחילה המלחמה, המלחמה הידועה שנקראת מלחמת המפרץ. זו הייתה מלחמה שעוררה פחד גדול; העולם כולו עמד בפחד מפני מה שעומד לקרות. סדאם חוסיין ימח שמו, מעיראק, אמר שהוא ישגר טילים לעבר ארץ ישראל, והיה פחד נורא ואיום. והרבי אמר אז דברים מפורשים: הרי כתוב, ״ארץ אשר ה׳ אלקיך דורש אותה, תמיד עיני ה׳ אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה״. אין ממה לפחד. צריך לדעת שהקב״ה ישמור, ולא יקרה דבר. ואחר כך ראו ניסים גלויים ממש. כל הטילים נפלו על ארץ ישראל, וברוך השם היו ניסים גלויים, איך הקב״ה שמר על ארץ ישראל בשעת המצוקה הגדולה ביותר: ״תמיד עיני ה׳ אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה״. פרשת בא הייתה תחילת המלחמה. והרבי דיבר אז, באותה שבת,
22:04 דובר 2 דעם חושך צו ברעכן, און דו וועסט קענען פון דעם אויך איבערמאכן, [לא ברור] אין א איד. און דאס איז דער ערשטער מסר, דער ערשטער הוראה, די ערשטע זאך וואס מיר לערנען ארויס פון דער פרשה. און דער רבי האט גערעדט גאר באריכות אין יאר תשנ״א, פרשת בא תשנ״א. דאס זאל אייך עפעס דערמאנען? תשנ״א, דאס איז געווען די פרשה, דער שבת, וואס איז געווען דער אנהייב פון דער מלחמה. די באוואוסטע מלחמה וואס מ׳רופט אן מלחמת המפרץ. דאס איז געווען א מלחמה מיט א גרויסן פחד; די גאנצע וועלט איז געשטאנען אין פחד, וואס עס וועט זיין. דער ימח שמו׳ס סאדאם כוסעין פון איראק האט געזאגט אז ער גייט ווארפן מיסילס, ער גייט ווארפן טילים אויף ארץ ישראל, און ס׳איז געווען א פחד נורא ואיום. און דער רבי האט דעמאלט גערעדט אפענע ווערטער, אז עס שטייט: ״ארץ אשר ה׳ אלקיך דורש אותה, תמיד עיני ה׳ אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה״. ס׳איז נישט דא וואס מורא צו האבן. מ׳זאל וויסן אז דער אויבערשטער וועט אכטונג געבן, עס וועט גארנישט פאסירן. און מ׳האט געזען שפעטער נסים גלויים ממש. עס זענען געפאלן אלע מיסילס, אלע טילים אויף ארץ ישראל, און ברוך השם, ס׳זענען געווען נסים גלויים, ווי דער אויבערשטער האט אפגעהיטן ארץ ישראל אין דעם גרעסטן נויט, ״תמיד עיני ה׳ אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה״. פרשת בא איז געווען דער אנהייב פון דער מלחמה. האט דער רבי דעמאלט גערעדט אין דעם שבת,
23:22 דובר 2 על הוראה שאני רוצה להביא בפניכם. עוד זוכרים איך הדברים שהרבי אמר אז נראו ממש בגלוי לעין; דברים נוראים. הוא דיבר אז גם על ״בא אל פרעה״: שיהודי צריך לדעת את העוצמה שיש לו. בכל יהודי יש משה רבינו, כמו שכתוב בתניא, ״בכל אחד ואחד״. ובכל יהודי יש התוקף הזה. כאשר יוצאים אל העולם, כאשר יהודי יוצא אל העולם הזה, בראש מורם, ופוגש שם המון קליפות, ופוגש את היצר הרע שלו, את פרעה שבתוכו, את הנחש שבנפש — עליו לדעת שהוא לא לבד. יהודי לא צריך לפחד, גם כשהקליפה, הרע והחושך מופיעים בעוצמה ובתוקף כאלה. עליו לדעת שאפילו משה רבינו פחד. אומרים לו: דע לך, ״אל תירא, כי אתך אני״. ממה יש לפחד? אני הולך יחד איתך. ״בא אל פרעה״ — אני אוחז בידך והולך איתך. וכך יהודי יכול ללכת בתוקף הגדול ביותר. אין לו ממה לפחד, משום חושך. הוא יכול לצאת אל העולם, לפעול ולעשות, וללכת ולעסוק, בזמן הקרוב, גם בענייני יהדות: לצאת לרחוב, לחפש יהודי ולהניח לו תפילין, ובכל הפעולות והמבצעים שהוא
23:22 דובר 2 א הוראה וואס איך וויל אייך איבערברענגען, וואס מ׳געדענקט נאך, אז ס׳איז געווען ממש גלוי לעין וואס דער רבי האט דעמאלט גערעדט, נורא נוראות. ער האט גערעדט דעמאלט אויך פון ״בא אל פרעה״. אז א איד זאל וויסן די שטארקייט וואס ער האט. יעדער איד האט אין זיך דעם משה רבינו. משה רבינו, דאס איז ״בכל אחד ואחד״, עס שטייט אין תניא. און יעדער איד האט אין זיך דעם תוקף. אז בשעת מ׳גייט ארויס אויף דער וועלט, בשעת א איד גייט ארויס אין אט דער וועלט, מיט א העלשער קאפ און א הויפן קליפות וואס איז דארט, און ער טרעפט דעם אייגענעם יצר הרע, דעם אייגענעם פרעה שבקרבו, דעם נחש שבנפש, זאל א איד וויסן אז ער איז נישט אליין. א איד דארף נישט שרעקן, ווייל די קליפה, דער רע, דער חושך, באווייזט זיך מיט אזא שטארקייט, אזא תוקף. זאל ער וויסן אז משה רבינו אליין האט מורא געהאט. זאגט מען אים אז ער זאל וויסן: ״אל תירא, כי אתך אני״. וואס איז דא מורא צו האבן? איך גיי צוזאמען מיט דיר. ״בא אל פרעה״ — איך נעם דיר מיט אין האנט, און מיט דעם קען א איד גיין מיט די גרעסטע שטארקייט. ער האט ניט וואס מורא צו האבן פון קיין שום חושך, קען ער גיין אויף דער וועלט און זיך פארנעמען און אויפטאן, און גיין טון, בקרוב זמן, אויך אין אידישקייט: גיין אויפן גאס און אויפזוכן א אידן, און אנלייגן תפילין, און אלע די ענינים פון די פעולות און מבצעים וואס
24:38 דובר 2 עושה, ולהאיר בכך את העולם ולהכין אותו לביאת המשיח. וזה בהתאם למה שאומרים בפרשת בא. בשנת תשנ״ב — וזו הייתה השנה האחרונה, לעת עתה, שזכינו לשמוע התוועדות מהרבי; שהרבי כבר יזכה לגאולה שלמה, ושנזכה כבר לשמוע אותו [לא ברור] — בשבת פרשת בא תשנ״ב דיבר הרבי שוב על אותה שאלה. הפעם התמקד הרבי בעיקר בזוהר בפרשת ויגש. בפרשת ויגש אומר הזוהר שפירוש השם ״פרעה״ הוא ״דאתפריעו ואתגליין מיניה כל נהורין״. הפירוש של פרעה הוא דווקא עניין שלמעלה, בקדושה. לכל עניין כאן למטה יש שורש למעלה. לכל עניין שבקליפת לעומת זה, ברע ובחושך, יש שורש בקדושה. אומר הזוהר שכשם שישנו פרעה של הטומאה הגדולה ביותר, של תוקף הקליפה ושל החושך הגדול ביותר, כך ישנו פרעה כפי שהוא בקדושה. ״פרעה״ הוא מלשון ״פריעה״. פריעה, פרעה. פרעה הוא עניין של התגלות והתפשטות. זוהי מדרגה של גדלות, שלמעלה מכל המדידות וההגבלות, בדיוק ההפך מכל המדידות וההגבלות שיש בעולם. וזהו ״דאתפריעו ואתגליין מיניה כל נהורין״. והעניין של פרעה מלך מצרים פירושו שכל המדידות וההגבלות שיש
24:38 דובר 2 ער טוט, און דערמיט באלייכטן די וועלט און צוגרייטן די וועלט צו דעם וואס משיח זאל קומען. און דאס איז לפי דעם וואס מ׳זאגט אויף אין פרשת בא. אין יאר תשנ״ב, און דאס איז געווען דאס לעצטע יאר, לעת עתה, וואס מ׳האט זוכה געווען צו הערן פון רבי׳ן א פארברענגען, אז דער רבי זאל שוין האבן א גאולה שלימה, און מ׳זאל זוכה זיין אים שוין צו הערן [לא ברור]. שבת פרשת בא תשנ״ב האט דער רבי גערעדט נאך אמאל אויף דער זעלבער שאלה, און דאס מאל האט זיך דער רבי געשטעלט בעיקר אויף דעם זוהר אין פרשת ויגש. וואס אין פרשת ויגש זאגט דער זוהר אז דער טייטש, דער טייטש פון פרעה, איז ״דאתפריעו ואתגליין מיניה כל נהורין״. און דער טייטש פון פרעה גאר איז דער ענין פון למעלה, קדושה. יעדער ענין דא למטה האט א שורש למעלה. יעדער ענין וואס איז לעומת זה, אין רע, אין חושך, האט א שורש אין קדושה. זאגט דער זוהר אז פרעה, אז היינט ווי ס׳פאראן דער פרעה, די גרעסטע טומאה, דער תוקף של קליפה, דער גרעסטער חושך, איז דא דער פרעה ווי דאס איז אין ענין הקדושה. פרעה איז לשון פריעה. פריעה, פרעה. פרעה איז דער ענין פון התגלות והתפשטות. דאס איז די מדרגה פון גדלות, וואס דאס איז העכער פון אלע מדידות ומגבלות. דאס איז העכער פון אלע מגבלות, פונקט דער היפך פון אלע מדידות ומגבלות וואס איז דא אין דער וועלט. איז ״דאתפריעו ואתגליין מיניה כל נהורין״. און דער ענין פון פרעה מלך מצרים, דער טייטש איז אז די אלע מדידות ומגבלות וואס
26:04 דובר 2 במצרים, במְצָרים ובגבולים, נשברות, עד שלבסוף מתגלה עניינו של פרעה. וזהו ה[לא ברור] שהיה אצל יוסף בפרשת ויגש. כאן סיפר הרבי שכאשר יוסף הצדיק התגלה לאחיו, ההתגלות של יוסף לאחיו הייתה התגלות של פרעה, ״בא אל פרעה״ — התגלות של בלי גבול, של גאולה, שמורה על [לא ברור]. אך אחר כך עברו את כל סדר הגאולה, עד סופו. אם כן, ״בא אל פרעה״ הוא העניין כפי שהוא למעלה בקדושה: כשנכנסים אל הכוח הזה, אפשר להיות כלי לקבל את הגילויים הגדולים ביותר — הגילויים של מתן תורה, הגילויים של הקב״ה, הגילויים של משיח, שהם הגילויים הגדולים ביותר שיכולים להיות. וכאן דיבר הרבי על כך שמשה רבינו שאל: איך יכולה נשמה בגוף, איך יכול אדם שנמצא כאן בעולם הגשמי בפועל, לקבל עניינים נעלים כל כך? הרי אפשר להגיע לכלות הנפש, לצאת מעצמך. כשיש התגלות גדולה כל כך, איך נשמה בגוף יכולה לקבל אותה? והרי ידוע שתכלית הכוונה היא שתהיה נשמה בגוף דווקא. כל הגילויים האלה צריכים לרדת לכאן למטה. על כך אומר לו הקב״ה: דע לך, אתה לא לבד. ״בא אל פרעה״. הקב״ה אוחז בידו ונותן לו את הכוחות, ש־
26:04 דובר 2 איז דא מצרים, מיצרים וגבולים, ווערן צובראכן, ביז צום סוף ווערט נתגלה דער ענין פון פרעה. און דאס איז דער [לא ברור] וואס איז געווען ביי יוסף, פרשת ויגש, דא האט דער רבי דערציילט, וואס ווען יוסף הצדיק איז נתגלה געווארן לאחיו. די התגלות פון יוסף עם אחיו, דאס איז געווען א התגלות פון פרעה, „בא אל פרעה“, א התגלות פון בלי גבול, פון גאולה, וואס דאס צייגט אויף [לא ברור]. שפעטער איז אבער געווען דער גאנצער סדר פון גאולה, סוף, דורך געגאנגען. איז דער „בא אל פרעה“ דער ענין למעלה אין קדושה, אז מ׳גייט אריין אין דעם כח, קען מען זיין א כלי צו אויפנעמען די גרעסטע גילויים, די גילויים פון מתן תורה, די גילויים פון דעם אויבערשטן, די גילויים פון משיח, וואס דאס איז די גרעסטע גילויים וואס קען זיין. און דא האט דער רבי דעמאלט גערעדט, אז אויף אט דאס האט משה רבינו געפרעגט: ווי קען א נשמה בגוף, ווי קען א מענטש זיין דא אין דער וועלט למעשה הגשמי, אויפנעמען אזעלכע העכערע ענינים? מ׳קען דאך באקומען כלות הנפש, מ׳קען דאך אויסגיין פון זיך. אז ס׳איז אזא גרויסע התגלות, ווי קען דאס אויפנעמען א נשמה בגוף? און מ׳ווייסט דאך אז דער תכלית הכוונה איז אז ס׳זאל זיין א נשמה בגוף דווקא. די אלע גילויים דארפן אראפקומען דא למטה. איז אויף דעם זאגט דער אויבערשטער צו אים: דו זאלסט וויסן, דו ביסט נישט אליין. „בא אל פרעה“. דער אויבערשטער נעמט אים ביי דער האנט און ער גיט אים די כוחות, אז
27:30 דובר 2 שתוכל להיות נשמה בגוף כאן למטה, בגוף גשמי, גוף מוגבל, עם שכל גשמי ועם מגבלות גשמיות, וביחד עם זה תוכל לקלוט את ההתגלות הגדולה ביותר, את ההתפשטות הגדולה ביותר, את ה[לא ברור], את כל הגילויים הגדולים והעמוקים ביותר. והעניין הזה, כפי שהרבי אמר, קשור גם לעניין של י' שבט. כי כל העניין של י' שבט הוא, כפי שמדובר במאמר ״באתי לגני״, שעומדים בזמן הגאולה, ויתקיים ״באתי לגני״: ההתגלות של הקב״ה, עיקר שכינה בתחתונים, שבאה ויורדת ״לגני״, ״לגנוני״, למקום שהיה עיקרי בתחילה. ההתגלות של עצמות ומהות, ההתגלות של העניינים הנעלים ביותר, כאן למטה בעולם הגשמי. וזה התפקיד של הדור שלנו, שהוא דור הגאולה. והנה משיח בא, [לא ברור]. בזבוז האוצרות, הגילוי של פנימיות התורה והגילוי של התורה בכלל, שהוא כה גדול בדור שלנו, הם בפשטות ההכנה האחרונה לגילוי האלוקות הגדול שאנו עומדים ומחכים לו — שהנה משיח בא. וכאן עולה השאלה: הדור שלנו, דור חלש כל כך, דור חשוך כל כך, אנשים חלשים — איך נוכל לקלוט את כל העניינים הללו? אדרבה, מפרשת השבוע עלינו לדעת: ״בא אל פרעה״. אתה לא הולך לבד. הקב״ה לוקח אותנו ביד, והרבי נותן לנו את הכוחות, משה רבינו שבכל דור. כל אחד מקבל את הכוחות כדי שכל הגדולה הזאת תהיה אצל נשמות בגופים, נשמה בריאה בתוך
27:30 דובר 2 ס׳זאל קענען זיין א נשמה בגוף דא למטה, א גוף גשמי, א גוף מוגבל, מיט שכל גשמי, מיט הגבלות גשמיות, און צוזאמען דערמיט קען מען אויפנעמען די גרעסטע התגלות, די גרעסטע התפשטות, די [לא ברור], די אלע גרעסטע, טיפסטע גילויים. און אט דער ענין, ווי דער רבי האט געזאגט, איז פארבונדן אויך מיט דעם ענין פון יו״ד שבט. ווייל דער גאנצער ענין פון יו״ד שבט איז, ווי ס׳רעדט זיך אין דעם מאמר „באתי לגני“, אז מ׳שטייט אין דעם זמן הגאולה, און ס׳וועט זיין אט דער „באתי לגני“, וואס דאס גייט אויף די התגלות פון דעם אויבערשטן, עיקר שכינה בתחתונים, וואס קומט אראפ „לגני“, „לגנוני“, למקום שהיה עיקרי בתחילה, די התגלות פון עצמות ומהות, די התגלות פון די העכסטע ענינים, דא למטה למעשה הגשמי. און דאס איז דער תפקיד פון אונזער דור, וואס אונזער דור איז דור הגאולה. און אט קומט משיח, [לא ברור]. דעם בזבוז האוצרות, די התגלות פון פנימיות התורה, די התגלות פון תורה בכלל וואס איז אין אונזער דור אזוי גרויס, איז בפשטות די הכנה אחרונה צו דעם גרויסן גילוי אלקות וואס מ׳שטייט און ווארט אז אט קומט משיח. און דא ווערט די שאלה: אונזער דור, אזא שוואכער דור, אזא טונקעלער דור, שוואכע מענטשן, ווי קענען מיר אויפנעמען אט די אלע ענינים? איז אדרבה, פון דער היינטיקער סדרה דארפן מיר וויסן: „בא אל פרעה“. דו גייסט נישט אליין. דער אויבערשטער נעמט אונז ביי דער האנט, און דער רבי גיט אונז די כוחות, דער משה רבינו שבכל דור, יעדער איינער באקומט די כוחות, אז ס׳זאל זיין די גדולה מיט נשמות בגופים, א געזונטע נשמה אין
29:06 דובר 2 גוף בריא, ונוכל לקלוט את כל העניינים הנעלים האלה, שמתגלים כעת — האוצרות הגדולים של הגאולה האמיתית והשלימה. וזו ההוראה שלוקחים מפרשת השבוע. בנוגע ל[לא ברור] של היום צריך לדעת: הרבי דיבר אז באותה שיחה משנת תשנ״ב דברים נלהבים, ואמר שכל יהודי בדור שלנו צריך לדעת שעומדים ב[לא ברור]. מצד אחד, זמן הוא הגבלה. מצד שני [לא ברור], את הבלי־גבול בתוך הזמן. עומדים בזמן יקר ביותר, וצריך לנצל כל שנייה, לדעת שכל פעולה שאנחנו עושים בתורה ובמצוות, ובפרט בעניין של ״יפוצו מעינותיך חוצה״, הפצת התורה והחסידות, היא ההכנה האחרונה לגילוי המשיח — שהנה משיח בא. וכל העניינים שמתרחשים בעולם, המלחמות עם הנוכרים, עם אומות העולם שמתנגדות ליהודים, וכו׳ וכו׳ — הרי כפי שהרבי דיבר אז על דברי המדרש, הקב״ה אומר ליהודים: ״אל תתייראו, כל מה שעשיתי לא עשיתי אלא בשבילכם; הגיע זמן גאולתכם״. כל חושך העולם וההסתר הם ממש ההכנה האחרונה כדי לשבור את מצרים האחרונה, את פרעה, לשבור את הקליפה של פרעה, ואז תהיה בהירות, עד שלא יישאר שום זכר מכל אותו פרעה הנוכרי. ולכן, שנזכה לכך מוקדם יותר — לגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, תיכף ומיד ממש.
29:06 דובר 2 א געזונטן גוף, זאלן מיר קענען אויפנעמען אט די אלע העכסטע ענינים, נעלים, וואס אט ווערט נתגלה, די אוצרות גדולים פון דער גאולה האמיתית והשלימה. און דאס איז די הוראה וואס מ׳נעמט פון דער היינטיקער סדרה. צו דער היינטיקער [לא ברור] דארף מען וויסן זיין, דער רבי האט אין יענער שיחה פון תשנ״ב דעמאלט גערעדט פייערדיגע ווערטער און געזאגט אז יעדער איד פון אונזער דור דארף וויסן זיין: מ׳שטייט אין דער [לא ברור]. פון איין זייט איז צייט, צייט איז א הגבלה. פון דער צווייטער זייט [לא ברור], דעם בלי גבול אין זמן. מ׳שטייט אין אזא זמן יקר ביותר, וואס דארף מען אויסנוצן יעדע סעקונדע, וויסן זיין אז אין יעדער פעולה וואס מיר טוען אין תורה ומצוות, בפרט אין דעם ענין פון יפוצו מעינותיך חוצה, די הפצה פון תורה וחסידות, אז דאס איז די הכנה אחרונה צו דעם גילוי המשיח וואס אט קומט משיח. און די אלע ענינים וואס גייען ארום אין דער וועלט, די מלחמות עם נכרישע, עם די אומות העולם וואס זענען קעגן אידן, וכולי וכולי, איז ווי דער רבי האט דעמאלט גערעדט אין דעם מדרש: אז דער אויבערשטער זאגט צו אידן, „אל תתייראו, כל מה שעשיתי לא עשיתי אלא בשבילכם; הגיע זמן גאולתכם“. דער גאנצער חושך העולם וההסתר, דאס איז ממש די הכנה אחרונה כדי צו צוברעכן די לעצטע מצרים, דעם פרעה, צוברעכן די קליפה פון פרעה, און ס׳וועט זיין אט א קלארקייט, ביז עס וועט נישט בלייבן קיין שום זכר פון דעם גאנצן פרעה נכרישע. און דעריבער זאלן מיר זוכה זיין דאס פריער, די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, תיכף ומיד ממש.