תמלולי פודקאסטים · חב"ד Englishחב"דפדיה

לעבן חסידות · פרק 111 · 2024-01-22 · 28:34

פרשת בשלח - חמשה עשר בשבטגלות און גאולה אזוי ווי א גארטן פון בוימער

תיאור הפרק

* תורה אור פרשת בשלח * ⁠התוועדות שבת פרשת בשלח חמשה עשר בשבט תש״נ

תמלול אוטומטי מהשמע, ותרגום מכונה לעברית. קישורים לחב"דפדיה נוספו אוטומטית.

00:00 שמעתי סיפור על חסיד ידוע ששמו היה ר׳ זלמן לייב אסטולין. הוא היה יהודי תלמיד חכם גדול ובעל מסירות נפש. הוא עבר ייסורים ברוסיה מתוך מסירות נפש, ולאחר מכן הגיע לארץ ישראל וחי בבני ברק. ר׳ זלמן לייב אסטולין סיפר סיפור ששמע מחסידים שחיו בתקופתו של אדמו״ר הצמח צדק. היה יהודי, תלמיד חכם גדול, שלא היה חסיד, אבל היו לו בני משפחה שגרו בליובאוויטש. הוא עצמו היה תלמיד חכם ליטאי, שישב ועסק בתורה ועבודה, והיה לו דוד או בן דוד שגר בליובאוויטש. פעם הוא בא לבקר את משפחתו. הוא שהה בליובאוויטש בשבת והתארח אצל בן דודו שגר שם. במשך השבת דיברו על החדשות, דיברו על חסידות, דיברו על ליובאוויטש ודיברו על אדמו״ר הצמח צדק. בן דודו אמר לו: ״הרי כבר הגעת עד ליובאוויטש, אז בשבת בוא לראות את הרבי, את אדמו״ר הצמח צדק. הוא אומר מאמר חסידות בשבת אחר הצהריים, בוא לשמוע.״ והוא אמר שאינו מעוניין; הוא לא בא בשביל זה, אלא כדי להתעניין בשלום המשפחה, והוא יישאר בבית. וכך

00:00 איך האב געהערט א סיפור פון א חסיד, א ידוע, וואס האט געהייסן ר׳ זלמן לייב אסטולין. ער איז געווען א איד, א גרויסער תלמיד חכם, א בעל מסירות נפש, איז דורכגעגאנגען יסורים אין רוסלאנד מיט מסירות נפש, און שפעטער איז ער אנגעקומען קיין ארץ ישראל און האט געלעבט אין בני ברק. ר׳ זלמן לייב אסטולין האט דערציילט א סיפור וואס ער האט געהערט פון חסידים וואס זענען געווען אין דער צייט פונעם צמח צדק. ס׳איז געווען א איד, א גרויסער תלמיד חכם, נישט געווען קיין חסיד, אבער ער האט געהאט משפחה וואס האבן געוואוינט אין ליובאוויטש. ער אליין איז געווען א ליטווישער תלמיד חכם, איז געזעסן און געלערנט תורה ועבודה, האט געהאט א פעטער אדער א שוועסטערקינד וואס האט געוואוינט אין ליובאוויטש. איז ער אמאל געקומען צו באזוכן זיין משפחה. איז ער געווען אין ליובאוויטש אויף א שבת און האט איינגעשטאנען ביי זיין משפחה, ביי זיין קאזין וואס האט דארט געוואוינט. אזוי איז געווען איבער דעם שבת, מ׳האט גערעדט די נייעס, מ׳האט גערעדט וועגן חסידות, מ׳האט גערעדט וועגן ליובאוויטש, מ׳האט גערעדט וועגן דעם צמח צדק. און דער שוועסטערקינד זיינער האט אים געזאגט: ״דו ביסט דאך שוין געקומען ביז ליובאוויטש, איז שבת זאלסטו קומען און זען דעם רבי׳ן, דעם צמח צדק. ער זאגט א מאמר חסידות שבת נאכמיטאג, קום הערן.״ און ער האט געזאגט אז ער איז נישט אינטערעסירט, ער איז נישט געקומען פאר דעם, ער איז געקומען נאכפרעגן אויף די משפחה, ער וועט בלייבן אין דער היים. און דאס

01:47 הגיע שבת אחר הצהריים, ובן דודו הלך לבית המדרש בליובאוויטש לשמוע את מאמר החסידות של אדמו״ר הצמח צדק. והוא עצמו, האורח, נשאר בבית והתיישב ללמוד גמרא. הוא ניסה להתחיל ללמוד גמרא, אבל ראה שראשו אינו נתון בלימוד. הוא לא הצליח להתרכז, והיה לו קצת משעמם. הוא התחיל לחשוב לעצמו: ״אולי, הרי כבר הגעתי עד ליובאוויטש, אולי באמת כדאי שאלך — מה כבר יקרה? אלך לשמוע את המאמר, לשמוע מה הוא אומר ואיזו תורה הוא מלמד.״ כך התלבט הלוך ושוב, עד שלבסוף החליט שאכן ילך לשמוע את המאמר. הוא סגר את הגמרא והלך לבית המדרש. בית הכנסת היה מלא, והיה שם קהל גדול. הוא עמד בצד, ליד הדלת, וניסה להקשיב ולשמוע מה הרבי, אדמו״ר הצמח צדק, אומר. באותו מאמר דיבר אדמו״ר הצמח צדק על עניין הזריעה והנטיעה. הרבי דיבר על כל עניין הצמיחה כפי שהוא על פי חסידות. הוא אמר מאמר וביאר בפרטיות כיצד חסידות מבארת את עניין הזריעה והנטיעה, ומה משמעותו בעבודה בנפש האדם. ופתאום, בין הדברים, הוא שמע מה אומר אדמו״ר הצמח צדק. אדמו״ר הצמח צדק דיבר על עניין הזריעה, ואמר:

01:47 געקומען צו גיין שבת נאכמיטאג, און דער קאזין זיינער איז געגאנגען אין בית מדרש אין ליובאוויטש צו הערן דעם מאמר חסידות פון דעם צמח צדק. און ער אליין, דער גאסט, איז געבליבן אין דער היים און זיך געזעצט מיט דער גמרא לערנען. ער האט אנגעהויבן פרובירן צו לערנען גמרא, אבער האט געזען אז זיין קאפ איז אים נישט געווען דערביי. ער האט זיך נישט געקענט צוטראגן צו דעם לערנען. איז געווען אזוי ווי לאנגווייליג. און ער האט גענומען טראכטן צו זיך: ״אפשר, אפשר בין איך געקומען דא ביז ליובאוויטש, אפשר זאל איך טאקע — וואס וועט זיין? איך וועל גיין הערן דעם מאמר, הערן וואס ער זאגט, הערן וואספארא תורה ער לערנט.״ און אזוי איז ער געגאנגען אהין און צוריק, ביז צום סוף האט ער אפגעמאכט אז ער וועט טאקע גיין הערן דעם מאמר. און אזוי האט ער פארמאכט די גמרא און איז געגאנגען אין בית מדרש. די שול איז געווען פול, א גרויסער עולם. איז ער געשטאנען אזוי ביים טיר אויפן זייט און געפרובירט זיך צוהערן און הערן וואס דער רבי, דער צמח צדק, זאגט. אין יענעם מאמר האט דער צמח צדק ארומגערעדט איבער דעם ענין פון זריעה און נטיעה. דער רבי האט גערעדט דעם גאנצן ענין פון צמיחה, ווי דאס איז על פי חסידות. ער האט געזאגט א מאמר, און דער רבי האט ארומגערעדט בפרטיות וואס חסידות איז מבאר דעם ענין פון זריעה און נטיעה, און וואס דאס מיינט אין עבודה בנפש האדם. און פלוצלינג הערט ער וואס דער צמח צדק זאגט צווישן די ענינים. דער צמח צדק האט גערעדט בנוגע דעם ענין פון זריעה. האט דער צמח צדק געזאגט:

03:24 כשנוטלים גרעין, גרעין קטן, ומכניסים אותו לאדמה, מגרעין קטן אחד צומחים בדרך הטבע גרעינים בכמות הגדולה ממנו פי ארבע מאות. מה פירוש הדבר? הרי הכול בטבע, ושני הדברים הם בעלי איכויות שונות לגמרי וכו׳. בשעה שאדמו״ר הצמח צדק אמר את הדברים האלה, אותו יהודי, התלמיד חכם, עמד שם מאחור, ליד הדלת. קהל גדול הצטופף במקום, וכמובן, בדרך הטבע הרבי לא היה יכול לראות היכן הוא נמצא. אבל הוא חשב לעצמו: ״אפילו הגוזמה הזאת, שמגרעין אחד צומחים ארבע מאות גרעינים — גוזמה בעלמא.״ והוא הוסיף וחשב: ״החסידים האלה, אני רואה שהם בעלי גוזמאות, והנה אני באמת שומע כאן גוזמה כזאת.״ זו הייתה מחשבתו. פתאום הוא שומע את אדמו״ר הצמח צדק קורא בקול ואומר: ״מה חושדים כאן בגוזמה? צא ובדוק בכד הקמח. כך כותב רבינו בחיי בכד הקמח, שמכל גרעין צומחת כמות הגדולה ממנו פי ארבע מאות.״ וכמובן, היהודי נרעד, ומיד הבחין ברוח הקודש של אדמו״ר הצמח צדק. כמובן, הדבר עורר בו התפעלות גדולה וטלטל אותו מאוד. לאחר מכן הוא אכן התקרב לאדמו״ר הצמח צדק, התחיל ללמוד חסידות ולקח את העניינים האלה ב[לא ברור]

03:24 אז מ׳נעמט א קערנדל, א קליין גארן, א קליין קערנדל, און מ׳לייגט עס אריין אין דער ערד, איז פון איין קליינעם קערנדל וואקסן אויס פיר הונדערט מאל אזוי פיל קערנדלעך בדרך הטבע. וואס איז דאס? איז אלץ אין טבע, ס׳איז ביידעס, ס׳איז גאר אנדערע איכויות וכולי. בשעת דער צמח צדק האט געזאגט אט די ווערטער, איז אט דער איד, דער תלמיד חכם, געזעסן דארט און געשטאנען פונטן אזוי ביים טיר. און א גרויסער עולם האט זיך געשטופט. כמובן, דער רבי האט נישט געקענט זען ווי ער איז אויף פי דרך הטבע, אבער צו זיך האט ער אזוי א טראכט געטאן און געזאגט: ״אפילו אזא גוזמא, אז פון איין קערנדל וואקסן אויס פיר הונדערט קערנדלעך — גוזמא בעלמא.״ און ער האט געטראכט צו זיך א ביסל: ״די חסידים, איך זע זיי זענען בעלי גוזמא, און דא הער איך טאקע ווי מ׳זאגט אזא גוזמא.״ אזוי איז געווען ביי אים די מחשבה. פלוצלינג הערט ער, דער צמח צדק רופט זיך אפ אויף א קול און זאגט: ״וואס מ׳חושד׳ט מיט א גוזמא? צא ובדוק אין כד הקמח, אזוי שרייבט רבינו בחיי אין כד הקמח, אז פון יעדער גארן וואקסט פיר הונדערט מאל אזוי פיל.״ און כמובן, דער איד האט באקומען א ציטער, און ער האט גלייך באמערקט דעם צמח צדק, די רוח הקודש. און כמובן אז דאס האט ביי אים געמאכט א גרויסע התפעלות, א גרויסע הזזה. און שפעטער איז ער טאקע נתקרב געווארן צום צמח צדק, און ער האט גענומען לערנען חסידות און גענומען די ענינים גאר א[לא ברור]

05:01 באופן כזה. כך מוצאים בפרשת בשלח, וקשור גם לחמישה עשר בשבט, ט״ו בשבט. שניהם עניינים העוסקים בצמיחה ובזריעה, כפי שמוצאים בחסידות, במאמר של אדמו״ר הזקן בתורה אור, שבו הוא מבאר את עניין הצמיחה והזריעה באופן נפלא בעבודת השם. וכמובן, זה קשור לזמן שבו אנו עומדים, בימים של חמישה עשר בשבט, שהוא ראש השנה לאילנות. בתחילת הפרשה נאמר ״ויהי בשלח פרעה את העם״. יש מדרש, מדרש רבה על אתר, ובו כמה פירושים: מה פירוש ״ויהי בשלח פרעה את העם״? מה הדיוק במילה ״ויהי״? המדרש מפרש את ״ויהי״ מלשון ״ווי״, כן? ״ווי״. כאילו [לא ברור] כתוב ״ויהי״, משום שזה לשון של צער. כלומר, פרעה צעק ״ווי״; הוא התחרט על כך ששלח את היהודים. ו״בשלח״ — מה הדיוק ב״ויהי בשלח פרעה את העם״? אומר המדרש, ויש בזה כמה פירושים. באחד הפירושים אומר המדרש שעל זה נאמר — והוא מביא את הפסוק משיר השירים — ״שלחיך פרדס רמונים״. ״בשלח״ הוא על דרך מה שנאמר ״שלחיך פרדס רמונים״: הם נעשים שדה רימונים, גן של רימונים. והמדרש מסביר זאת במשל—

05:01 אויף אזא אופן. ווי געפינט זיך אזוי אין דער פרשה בשלח, און פארבונדן אויך מיט חמשה עשר בשבט, ט״ו בשבט, וואס זיי זיינען ביידע עניינים וואס רעדן ארום דעם עניין פון צמיחה און זריעה, ווי מ׳געפינט אין חסידות, אין אלטן רבינס מאמר אין תורה אור, וואס ער איז מבאר דעם עניין פון צמיחה, זריעה, אויף גאר א געשמאקן אופן אין עבודת השם. און כמובן דאס איז פארבונדן מיטן זמן וואס מ׳שטייט אין די טעג פון חמשה עשר בשבט, וואס דאס איז דער זמן פון ראש השנה לאילנות. איז אויפן אנהייב פון דער פרשה, „ויהי בשלח פרעה את העם“, איז פאראן א מדרש, א מדרש רבה אויפן ארט, און דער מדרש זאגט כמה פירושים: וואס איז דאס „ויהי בשלח פרעה את העם“? וואס איז דער דיוק פון „ויהי“? דער מדרש טייטשט דאס „ויהי“ מלשון וויי, יא? וויי. דאס איז כאילו דער [לא ברור] שטייט „ויהי“, ווייל דאס איז א לשון פון צער. דאס הייסט, אז פרעה האט געשריגן וויי, ער האט חרטה געהאט פון דעם וואס ער האט אוועקגעשיקט די אידן. און דער „בשלח“, וואס איז דאס דיוט „ויהי בשלח פרעה את העם“? זאגט דער מדרש, עס שטייען כמה פירושים אין דעם. איינע פון די פירושים, זאגט דער מדרש, אז אויף זה נאמר, אויף דעם ווערט געשריבן, ער ברענגט דעם פסוק אין שיר השירים: „שלחיך פרדס רמונים“. אז דער „בשלח“, דאס איז על דרך דעם וואס שטייט „שלחיך פרדס רמונים“, אז זיי ווערן א פעלד פון רמונים, א גארטן פון רמונים. און ער איז מסביר, דער מדרש, אז משל—

06:43 היה אב שהיה לו חלקת אדמה, בית כור עפר. האב נפטר והוריש לבנו את בית כור העפר הזה, את חלקת האדמה הזאת. והחלקה הייתה יבשה, ריקה ושוממה; לא צמח בה דבר. הבן היה עצלן, וחשב שלא יֵצא ממנה כלום. הוא מכר אותה בפרוטות, במחיר זול מאוד. בא הקונה, קנה את החלקה, השקיע בה, חרש וזרע והביא מים, עד שנעשה שם פרדס שלם של רימונים וגפנים ושל כל מיני עצים מיוחדים ופירות. אחר כך היה הצעיר מסתובב סביב הכרם, סביב הפרדס, שוב ושוב, וצועק ובוכה: ״אוי, אוי, למה הייתי שוטה כל כך? למה לא ניצלתי את זה?״ ועל כך אומר המדרש שזהו ״ויהי בשלח״: פרעה החזיק אצלו את עם ישראל למעלה ממאתיים שנה, ולא ניצל זאת כראוי ולא הנהיג אותם כפי שהיה צריך. ואז שילח אותם. ואחרי ששילח אותם, הקב״ה לקח את עם ישראל, והוא—

06:43 איז געווען א טאטע וואס האט געהאט א שטיק ערד, א בית כור עפר. און דער טאטע איז געשטארבן און האט געלאזט א ירושה פאר דעם זון, דעם בית כור עפר, דעם שטח אדמה, דעם שטח פון ערד. און דער שטח איז געווען טרוקן, ליידיג און פוסט; עס איז געוואקסן נישט דארט. דער קינד איז געווען פויל, ער איז געווען אן עצלן, און ער האט געטראכט אז עס וועט פון דעם גארנישט ווערן, און ער האט דאס פארקויפט פאר פרוטות, ער האט פארקויפט דעם שטח, און ער האט דאס פארקויפט אפילו אויף א ביליקן פרייז. איז געקומען דער קונה, האט געקויפט דעם שטח, און ער האט אין דעם משקיע געווען, און ער האט געאקערט און געזייט און געברענגט וואסער, און עס איז געווארן פון דארט א גאנצער פרדס פון רמונים און פון גפן, פון אלע סארטן משונה אילנות, פון אלע פירות. און דערנאך איז דער יונגערמאן פלעגט ארומגיין אויף דעם כרם, אויף דעם פרדס, ארום און ארום, און ער פלעגט שרייען און וויינען: „וויי, וויי, פארוואס בין איך אזא שוטה? פארוואס האב איך דאס נישט אויסגענוצט?“ און אויף דעם זאגט דער מדרש, אז דאס איז דער „ויהי בשלח“. אז פרעה האט געהאט דעם אידישן פאלק ביי זיך איבער צוויי הונדערט יאר, און ער האט נישט אויסגענוצט ווי עס דארף צו זיין, און ער האט זיי נישט געפירט צו דעם ווי עס דארף צו זיין. און דאן האט ער זיי אוועקגעשיקט. און נאך דעם וואס ער האט זיי אוועקגעשיקט, האט דער אייבערשטער גענומען דעם אידישן פאלק, און ער האט זיי—

08:08 טיפח אותם ונתן להם תורה ומצוות, והר סיני ומשכן וכל העניינים, והם נעשו גן גדול ממש. פרדס רימונים: היהודים צמחו כמו שדה מלא בפירות היפים ביותר. וזהו ״ויהי בשלח פרעה״: פרעה גרם לכל זה בכך ששילח אותם. מתוך השילוח הזה צמח עם ישראל, והם נעשו פרדס רימונים וכל מיני עצים יפים, הגן היפה ביותר של הקב״ה. וזהו ״בשלח פרעה את ישראל״. על כך מתעכב אדמו״ר הזקן ומבקש להסביר מהו העומק שבעניין הזה. מדרש יפה, משל יפה, אבל יש בו עומק נפלא שהמדרש מבקש להסביר לנו בפנימיות העניין: מהו כל העניין של גלות וגאולה? כי במשל שהמדרש מביא כאן מתגלה כל העומק של מה שהתרחש בפרשת בשלח. זו פרשת הגאולה, הפרשה שבה אנחנו לומדים כיצד עם ישראל יוצא ממצרים. וכאן מתחילה פרשת בשלח, שבה עם ישראל יוצא ממצרים, במילים: ״ויהי בשלח פרעה את העם״. המילים האלה, בפסוק הראשון של הפרשה, מבטאות את כל העושר ואת עומק העניין: מהי הגלות שבה היו היהודים כל אותן שנים, כשהיו עבדים ומשועבדים לפרעה.

08:08 באזייט און געגעבן תורה און מצוות, און הר סיני, און משכן, און אלע עניינים, און זיי זיינען געווארן אן אמתער גרויסער גארטן. דער פרדס רמונים, אידן זיינען אויסגעוואקסן ווי א פעלד פול מיט די שענסטע פירות. און דאס איז „ויהי בשלח פרעה“. אז דער פרעה האט גורם געווען לכל זה דורך דעם וואס ער האט זיי ארויסגעלאזט; פון דעם אוועקשיקן זיי איז דער אידישער פאלק אויפגעוואקסן, און זיי זיינען געווארן א פרדס רמונים, און זיי זיינען געווארן אלע סארטן שענסטע ביימער, דער שענסטער גן פונעם אייבערשטן. און דאס איז דא „בשלח פרעה את ישראל“. איז אויף דעם שטעלט זיך אוועק דער אלטער רבי און וויל געבן צו פארשטיין וואס איז דא דער עומק אין דעם עניין. א שיינער מדרש, א שיינער משל, אבער פאראן אין דעם אן עומק נפלא וואס דער מדרש וויל אונז געבן צו פארשטיין אין פנימיות העניין: וואס איז דאס דער גאנצער עניין פון גלות און גאולה? ווייל אין דעם משל וואס דער מדרש ברענגט דא, ברענגט זיך ארויס דער גאנצער עומק פון וואס איז פארגעקומען דא אין פרשת בשלח. דאס איז די פרשת הגאולה, די פרשה וואו לערנען מיר ווי דער אידישער פאלק גייט ארויס פון מצרים. און דא הייבט זיך אן פרשת בשלח, ווי דער אידישער פאלק גייט ארויס פון מצרים, הייבט זיך אן: „ויהי בשלח פרעה את העם“. אט די ווערטער אין ערשטן פסוק פון אט די פרשה ברענגען ארויס די גאנצע רייכקייט, דעם עומק העניין: וואס איז דער גלות וואס אידן זיינען געשטאנען געווען אין גלות די אלע יארן, זיינען געווען פארשקלאפט, משועבדים פארעה.

09:46 על מצרים. לא זו בלבד שהדבר לא גרם אצל היהודים לירידה, אלא אדרבה, באמצעותו הם הגיעו לצמיחה האמיתית. וזו הוכחה לכל היהודים בכל הזמנים, בכל הגלויות: כשאנחנו נמצאים בזמן של חושך, בזמן של גלות, גלות מרה וקשה, על כל ענייניה, שהולכת ונעשית קשה יותר ויותר ומרה יותר ויותר, אנחנו לומדים מהפרשה הזאת ומהעניין הזה שהגלות היא בעצם עניין של זריעה וצמיחה, שממנו צומח הגילוי הגדול ביותר. את זאת מבאר אדמו״ר הזקן, ואפשר להבין זאת מן האופן שבו הדברים מתרחשים בגשמיות. כמו בגשמיות, כשאנחנו רוצים [לא ברור] רימונים, ועל דרך זה את כל סוגי שבעת המינים שנשתבחה בהם ארץ ישראל, כשאנחנו רוצים מקום מלא פירות ופירי פירות, אנחנו לומדים מה מביא לצמיחה הגדולה ביותר: תחילה צריך להיות עניין החרישה, לשבור את הקרקע. אחר כך בא עניין הזריעה והנטיעה: מכניסים את הזרעים, את הגרעינים, ומניחים אותם באדמה. ושם ממתינים זמן רב, כשהם מונחים מתחת לאדמה ולא רואים דבר. אדם שאינו מבין בכל העניין של עבודת השדה ועבודת האדמה יבוא ויסתכל. הדבר היחיד שהוא

09:46 על מצרים. ניט נאר האט דאס ניט גורם געווען ביי אידן קיין ענין פון ירידה, נאר אדרבה, דורך דעם זיינען זיי צוריקגעקומען צו דער אמתער צמיחה. און דאס איז א באווייז פאר אלע אידן בכל הזמנים, אין אלע גלותים: אז בשעת מיר געפינען זיך אין א זמן פון חושך, אין א זמן פון גלות, פון דער ביטערער גלות און א שווערער גלות, מיט אלע ענינים וואס זי ווערט שווערער און שווערער, ביטערער און ביטערער, לערנען מיר ארויס פון אט דער פרשה און פון אט דעם ענין, אז דער גלות איז בעצם אן ענין פון א זריעה מיט א צמיחה, וואס פון דעם וואקסט ארויס דער גרעסטער גילוי. איז אויף דעם איז דער אלטער רבי מבאר, און דאס קען מען פארשטיין פון דעם ענין ווי דאס איז גאר בגשמיות. אז אזוי ווי בגשמיות, בשעת מיר ווילן [לא ברור] רימונים און על דרך זה די אלע סארטן שבעת המינים שנשתבחה בהם ארץ ישראל, מיר ווילן א פלאץ פול מיט פירות און פרי פירות, לערנען מיר זיך, וואס ברענגט ארויס די גרעסטע צמיחה, אז פריער דארף זיין דער ענין פון חרישה, מיט צוברעכן די קרקע. דערנאך איז דא דער ענין פון זריעה, דער נטיעה: מען נעמט אריין די גרעינים, די קערעלעך, און מען לייגט זיי אין דער ערד. און דארטן ווארט מען א גאנצע זמן, וואו דאס ליגט אונטער דער ערד און מען זעט גארנישט. א מענטש וועט גיין און קוקן, וואס פארשטייט נישט דעם גאנצן ענין פון עבודת השדה און עבודת האדמה. דער איינציקער זאך וואס

11:13 רואה הוא שדה שבור וחרוש, ולא יותר. אין שם כלום, שדה שומם. אבל מתחת לאדמה מונחים הזרעים, והזרעים, הגרעינים, צריכים לעבור תקופה של ריקבון. הם נרקבים, וכשהם נרקבים, אדרבה, מה רואים? לא רק שלא רואים צמיחה, אלא רואים דווקא ריקבון. הם נרקבים, כל הזרעים האלה כלים, ואין שם כלום. אבל במשך הזמן, מכל העניין הזה — מכך שהקרקע נשברה לחתיכות, ומכך שהכניסו זרעים לאדמה והם נרקבו — צומחת צמיחה שלמה. וכאן רואים את ההבדל בין תבואת השדה לתבואת הכרם. כשמדובר בתבואת השדה, באמצעות הזריעה הזאת באה אחר כך צמיחה. אבל הצמיחה היא לפי ערך הזריעה. כלומר, אדם זורע גרעין קטן, וצומחים ממנו פי מאות גרעינים. זו כמות שלא בערך. אבל סוף כל סוף, האיכות היא אותה איכות: זורעים גרעינים ומקבלים גרעינים. זה מה שאנחנו רואים, למשל, בתבואת השדה, בחיטים ובשעורים. אבל כשמדובר באילנות, כן, אילנות ופירות, כאן רואים שהם דורשים זמן ארוך הרבה יותר. בתבואה

11:13 ער זעט איז א צובראכענער פעלד, א שדה חרושה, און מער זעט ער גארנישט. ס׳איז גארנישט פאראן דא, אן איינזאמער פעלד. אבער אונטער דער ערד ליגן די גרעינים, און די גרעינים, די קערעלעך, דארפן דורכגיין א זמן פון ריקבון. זיי ווערן פארפוילט, און בשעת זיי ווערן פארפוילט איז אדרבה, וואס מען זעט: ניט נאר אז מען זעט נישט קיין צמיחה, מען זעט גאר א ריקבון. זיי ווערן פארפוילט, די אלע גרעינים זיינען געווארן אויס, און דא איז גארנישט דא. אבער במשך הזמן, פון דעם גאנצן ענין, פון דעם וואס די קרקע איז צובראכן געווארן אויף שטיקלעך, און פון דעם וואס מען האט אריינגעלייגט גרעינים אין דער ערד און זיי זיינען געווארן א ריקבון, וואקסט פון דעם ארויס א גאנצע צמיחה. און אט דא זעט מען דעם חילוק צווישן תבואת השדה און תבואת הכרם. אז בשעת דאס איז פארבונדן מיט תבואת השדה, איז דורך אט דעם ענין פון דער זריעה ווערט שפעטער א צמיחה. אבער די צמיחה איז לפי ערך דער זריעה. דאס הייסט, אז א מענטש זייט איין א קליין קערעלע, וואקסט ארויס פון דעם פיל הונדערט מאל אזויפיל גרעינים. דאס איז א כמות גאר שלא בערך. אבער סוף כל סוף, דער איכות איז דער זעלבער איכות. מען זייט איין קערעלעך און מען באקומט קערעלעך. דאס איז וואס מיר זעען, למשל, מיט רצון אין תבואת השדה, חיטים און שעורים. בשעת אבער עס רעדט זיך אין אילנות, יא, אילנות, פירות, אט דא זעט מען אז זיי נעמען גאר א סך א לענגערע צייט. אין תבואה

12:48 כי הגמרא אומרת שבתוך נ״ב יום, חמישים ושניים ימים, כבר אפשר לקבל את התבואה מן השעורים, ועל כל פנים חיטים. כן, זה לא לוקח זמן רב, פחות מחודשיים. לעומת זאת, כשמדובר בעצים, זה לוקח כמה וכמה שנים. צריכות לעבור כל שנות הערלה ו[לא ברור]. וחוץ מזה יש עצים שלוקח שנים רבות עד שצומחים מהם פירות, כפי שמובא בתניא, שיש עצים שלוקח להם שבעים שנה. [לא ברור], כפי שמובא מהזוהר, שיש כאלה שיכולים לקחת שבעים שנה עד שצומחים מהם הפירות. אבל דווקא זה העניין. כשצומחים פירות מאילן, זה אמנם לוקח יותר זמן ודורש יותר עמל ויגיעה, אבל אז צומחים פירות שלא לפי ערך, בכמות, באיכות ובמראה. הגרעין הירוק, היבש והקשה, אין לו טעם ואין לו ריח. אבל כשצומח עץ, צומח אילן עם פירות מתוקים וטעימים, שיש בהם כל הטעמים וכל הריחות. וזה עניינם של פירות האילן: להחיות בהם נפש כל חי. זה מביא חיות, עידון ותענוג. ואנחנו רואים זאת דווקא כשאדם אוכל פירות: פירות האילן אוכלים לשם עידון ותענוג, כפי שמובא גם בשולחן ערוך, בהלכות ברכת הנהנין. וזה מה שאומר

12:48 ווייל די גמרא זאגט אז דורך נ״ב יום, צוויי און פופציק טעג, קען מען שוין באקומען די תבואה פון שעורים, על כל פנים חיטים. יא, זיי נעמען נישט קיין סך צייט, ווייניקער פון צוויי חדשים. וואס אנדערש בשעת עס רעדט זיך אין ביימער, נעמט דאס כמה וכמה שנים. עס דארף דורכגיין גאנצע שני ערלה און, און, און [לא ברור]. און חוץ פון דעם זיינען פאראן ביימער וואס נעמען יארן לאנג ביז עס וואקסט ארויס פון זיי פירות, ווי עס ברענגט זיך אין תניא, אז עס זיינען פאראן ביימער וואס נעמען שבעים שנה. [לא ברור], ווי עס ברענגט זיך פון זוהר, אז עס זיינען דא אזעלכע וואס קענען נעמען שבעים שנה ביז עס וואקסט ארויס די פירות. אבער דאס, דאס איז דווקא דער ענין. אבער בשעת עס וואקסט ארויס פירות פון אן אילן, נעמט דאס טאקע מער צייט, דאס דארף מער מי און יגיעה, אבער דעמאלט וואקסט ארויס פירות גאר שלא לפי ערך אין כמות, אין איכות און אין מראה. דעם גרינעם קערעלע, דעם טרוקענעם, הארטען, האט נישט קיין טעם, האט נישט קיין ריח. בשעת עס איז ארויסגעוואקסן א בוים, איז ארויסגעוואקסן אן אילן מיט פירות, זיסע, געשמאקע פרוכט וואס האבן אלע טעמים און אלע ריחות, וואס דאס איז, דאס איז דער ענין פון פירות האילן: להחיות בהם נפש כל חי. דאס ברענגט א חיות און אן עידון און א תענוג. און מיר זעען דאס דווקא בשעת א מענטש עסט פירות, פירות האילן עסט מען לשם עידון ותענוג, ווי עס ברענגט זיך אויך אין שולחן ערוך אין די הלכות פון ברכת הנהנין. און דאס זאגט

14:13 אדמו"ר הזקן: שזהו העניין בעבודת ה', העניין של גלות וגאולה, וזה הרמז במשל שבמדרש. עם ישראל היה במצרים. כשהיהודים היו במצרים, הם היו כמו גרעינים. הם היו במקום חשוך, ערוות הארץ. פרעה כיסה אותם כך, שעבד אותם לעבודה קשה במצרים, ערוות הארץ, עבודת פרך. הייתה שבירה גמורה, כמו שאומרים בקבלה, ״שבירת הכלים״. זו הייתה שבירת הגוף, עבודת פרך שמפרכת את הגוף; היא שברה את הגוף היהודי וגם את הנשמה היהודית. היהודים היו שם, במצרים, נתונים בחושך של ערוות הארץ, עד שירדו למ״ט שערי טומאה, למדרגה שפלה. אבל כל זה רק בחיצוניות. דווקא מתוך החושך, מתוך ההעלם וההסתר של הגלות, התגלה העומק האמיתי של הנשמה היהודית. היה ״ותעל שוועתם אל האלקים״ ו״ויזעקו״ — היהודים צעקו אל הקב״ה. והייתה גם אמונה, כפי שאומר המדרש שבשביל האמונה נגאלו ישראל. יחד עם כל השעבוד וכל הגזרות המרות שגזר פרעה, היהודים נשארו חזקים באמונתם. ולא רק זאת, היו גם כל העניינים של ״שלא שינו שמם ולשונם ומלבושם״. ואחר כך היה העניין של הנשים היהודיות, כפי שמובא

14:13 דער אלטער רבי זאגט, אז דאס איז דער ענין אין עבודת ה'. דער ענין פון גלות און גאולה, און דאס איז דער רמז אין דעם משל אין דעם מדרש: אז דער אידישער פאלק, עם ישראל, איז געווען אין מצרים. ווען אידן זענען געווען אין מצרים, זענען זיי געווען אזוי ווי קערנדלעך. זיי זענען געווען אין א פלאץ, א טונקעלן פלאץ, ערות הארץ. פרעה האט זיי אזוי פארדעקט, פרעה האט זיי פארשקלאפט פאר הארבע ארבעט אין מצרים, ערות הארץ, עבודת פרך. עס איז געווען א גאנצע שבירה, אזוי ווי מ'זאגט אין קבלה דאס ווארט „שבירת הכלים“. ס'איז געווען א שבירת הגוף, עבודת פרך שמפרכת את הגוף, דאס האט צובראכן דעם אידישן גוף און צובראכן די אידישע נשמה אויך. אידן זענען געווען דארט פארוואנדלט אין מצרים אין א חושך פון ערות הארץ, ביז זיי זענען אנגעפאלן אין מ"ט שערי טומאה, וואס אידן זענען אנגעפאלן צו א שפל'ע מדרגה. אבער פון דעסטוועגן, דאס איז אזוי בחיצוניות. אבער דורך דעם חושך, דעם העלם והסתר פון גלות, איז געווען דא וואס איז גלוי געווארן דער אמת'ער עומק פון דער אידישער נשמה. דורך דעם וואס עס איז געווען דא „ותעל שועתם אל האלקים“ און „ויזעקו“, אידן האבן געשריגן צום אויבערשטן. און ס'איז געווען דא „ויאמינו“, ווי עס זאגט דער מדרש, אז בשביל האמונה נגאלו ישראל. אז צוזאמען מיט דער גאנצער פארשקלאפונג און די אלע ביטערע גזירות וואס פרעה האט געמאכט, זענען אידן געבליבן שטארק אין אמונה. און נישט נאר דאס, ס'איז געווען די כמה ענינים פון „שלא שינו שמם ולשונם ומלבושם“. און דערנאך איז געווען דער ענין מיט די אידישע פרויען, ווי עס ברענגט זיך אין

15:46 במדרשים, שהן האירו את חיי בעליהן ופעלו שיהיה ״כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ״. אז מה קרה? הגלות הייתה הזריעה, שממנה באה אחר כך הצמיחה. וזה מה שאומר המדרש על ״ויהי בשלח פרעה את העם״: שפרעה שילח פארות וענפים. כשפרעה שילח את עם ישראל ממצרים, כל מה שהיה שם לא הלך לאיבוד. כאן צמחו פארות ועוד פארות, אילן הנושא את הפארות הגדולות, היפות והמשובחות ביותר של עם ישראל, שצמחו מתוך כל מה שעבר עליו. ומה מבואר על כך בחסידות? אדמו"ר הזקן מבאר שזהו העומק בפסוק. הפסוק אומר ״ויהי בשלח פרעה את העם״. אומר אדמו"ר הזקן שהפירוש הוא שפרעה שילח בהם פארות וענפים. כלומר, ״בשלח פרעה את העם״ — פרעה, באמצעות כל ההעלם וההסתר שיצר, הביא לכך שיצמחו אצל היהודים פארות וענפים. ולכן מביא המדרש שכאשר לוקחים גפן וסוחטים אותה, דווקא על ידי הדריכה והסחיטה יוצא ממנה היין המשמח אלקים ואנשים. ועל דרך זה בזית: כאשר סוחטים את הזית ודורכים עליו, בכל העבודה הקשה שנעשית בו, דווקא על ידי

15:46 די מדרשים, וואס זיי האבן מאיר געווען ביי די מענער און האבן פועל געווען אז ס'זאל זיין „כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ“. איז וואס איז געווען? אז דורך דעם גלות איז געווען די זריעה, וואס דאס האט ארויסגעברענגט שפעטער די צמיחה. און דאס איז וואס עס זאגט דער מדרש, „ויהי בשלח פרעה את העם“, אז פרעה האט משלח געווען פארות וענפים. אז דאס וואס פרעה האט ארויסגעשיקט דעם אידישן פאלק פון מצרים, איז גאר ניט פארלוירן געווארן. דא זענען געוואקסן פארות און פארות, אן אילן פון די גרעסטע, שיינסטע, געשמאקסטע פארות פון דעם אידישן פאלק, וואס איז געקומען דורך דעם אלעם. און וויסן מיר וואס עס איז אין חסידות? דער אלטער רבי איז מבאר: דאס איז טאקע דער עומק אין דעם פסוק. דער פסוק זאגט „ויהי בשלח פרעה את העם“. זאגט דער אלטער רבי, דער טייטש איז אז פרעה האט משלח געווען בהם פארות וענפים. דאס הייסט, אז „בשלח פרעה את העם“, אז פרעה האט, דורך דעם וואס ער האט געמאכט דעם גאנצן העלם והסתר, ארויסגעברענגט ביי אידן פארות וענפים. און דערפאר ברענגט דער מדרש, אז בשעת מ'נעמט א גפן און מ'קוועטשט עס אויס, איז דורך דעם דריכה, דעם קוועטשן, קומט ארויס פון אים דעם יין המשמח אלקים ואנשים. על דרך זה אין זית, בשעת מ'קוועטשט אויס דעם זית, און די דריכה, מיט דער גאנצער עבודה וואס איז דא ביי דעם זית, אז ס'איז א שווערע עבודה, איז דורך דעם

17:18 הסחיטה מוציאים את שמנו. השמן האמיתי יוצא כששוברים וסוחטים את הזית. ועל דרך זה בעם ישראל: כל ההעלם וההסתר של פרעה וכל העניינים האלה — ״משלח בהם פארות וענפים״ — הביאו לצמיחתו של האילן. והאילן, החיות, עץ החיים של עם ישראל, צמח בכל שיעור קומתו. לא רק שהם עצמם הגיעו למעלות ולגילויים הגדולים ביותר, אלא שהם גם הוציאו את ניצוצות הקדושה, כפי שאנחנו יודעים בחסידות. כאשר היהודים היו במצרים ועשו שם את עבודתם, הם הוציאו את ניצוצות הקדושה שהיו במצרים — ניצוצות שמקורם במקום גבוה מאוד בקדושה, ושנפלו למקום נמוך מאוד בסטרא אחרא. וכשיצאו היהודים ממצרים, הם לקחו איתם את הרכוש הגדול של כל הניצוצות האלה, ועל ידי כך הביאו גילוי אלוקות גדול מאוד בעולם הזה. ואומר אדמו"ר הזקן שזהו העניין של כל גלות ושל כל חושך שרואים בעולם. כשמסתכלים סביב ורואים שיש חושך כפול ומכופל, שנמצאים בזמן הגלות, וגם משועבדים וטרודים בין העמים בחוץ לארץ, בכל המדינות, עם כל ענייני החושך והגלות המרה

17:18 קוועטשן אויס מוציא את שמנו. דער אמת'ער שמן קומט ארויס דורך דעם וואס מ'צוברעכט און קוועטשט דעם זית. און על דרך זה ביים אידישן פאלק, אז דער גאנצער העלם והסתר פון פרעה און די ענינים, דורך דעם „משלח בהם פארות וענפים“, דאס האט געמאכט אז עס איז אויסגעוואקסן דער אילן. און דער אילן, דער חיות, דער עץ החיים פון דעם אידישן פאלק, וואס זענען אויסגעוואקסן מיט די אלע גרייסן, נישט נאר זיי אליין זענען צוגעקומען צו די גרעסטע מעלות און גילויים, נאר זיי האבן אויך ארויסגענומען די ניצוצות הקדושה, ווי מיר ווייסן אין חסידות. אז דורך דעם וואס אידן זענען געווען אין מצרים און האבן דארט געטאן זייער עבודה אין מצרים, האבן זיי ארויסגענומען די ניצוצות הקדושה וואס זענען געלעגן אין מצרים, וואס די ניצוצות קומען פון גאר א הויכן ארט קדושה און זענען געפאלן גאר אין א נידעריקן ארט אין סטרא אחרא. און דורך דעם וואס אידן זענען ארויס פון מצרים, האבן זיי מיטגענומען דעם רכוש גדול פון אלע די ניצוצות, און דורך דעם האבן זיי געברענגט גאר א גרויסן גילוי אלקות בעולם הזה. און דאס זאגט דער אלטער רבי, דאס איז דער ענין פון יעדער גלות, יעדער חושך וואס מ'זעט אויף דער וועלט. אז בשעת מ'גיט א קוק ארום אויף דער וועלט און מ'זעט אז עס איז דא א חושך כפול ומכופל, און מ'געפינט זיך אין זמן הגלות, און מ'געפינט זיך אויך פארשקלאפט און פארהודעט צווישן די פעלקער אין חוץ לארץ, אין כל המדינות, און מיט די אלע ענינים פון חושך און ביטערן גלות

18:42 ועבודה זרה, שיהודי חס ושלום אינו נופל אליה. אלא הוא צריך להבין שכל עניין הגלות הוא שעל ידי שיהודים נמצאים תחת שלטונה של אומה, ועל ידי שיהודים נמצאים בעולם הגשמי בזמן הגלות, ומתוך זה [לא ברור] מתהפך. כלומר, משתמשים בכל ענייני העולם הזה כדי לעבוד את הקב"ה: מברכים לפני האוכל ואחריו, וכשעוסקים בענייני עסק עושים זאת לשם שמים. וכשיהודי אומר פסוק מן התורה בחושך הגלות, וכשיהודי הולך ברחוב וחוזר על דברי תורה, על משניות בעל פה, אומר דבר תורה וכיוצא בזה — כל פעולה שיהודי עושה בזמן הגלות היא בדוגמת זריעה. והגמרא אומרת, הגמרא אומרת בבבא בתרא: ״כלום אדם זורע כור אחד אלא על מנת שתעשה כמה כורין״. כלומר, אדם זורע באדמה כמות מסוימת, לא כדי לקבל בחזרה את אותה הכמות, אלא כדי לקבל, כפי שאמרנו, פי ארבע מאות — וזה בכמות. ובפירות, לא רק בכמות אלא גם באיכות. שעל ידי העבודה והיגיעה של [לא ברור], שיהודי עובד את הקב"ה בזמן הגלות, ושובר את יצרו הרע ושובר את נפשו הבהמית, ועומד איתן בעבודת השם, ומשתמש בענייני העולם הזה כדי לעבוד באמצעותם את הקב"ה, וכדי, וכדי

18:42 און עבודה זרה, וואס א איד חס ושלום טוט זיך נישט אראפפאלן. נאר ער דארף פארשטיין אז דער גאנצער ענין פון דעם גלות איז, אז דורך דעם וואס אידן געפינען זיך אונטער אומה, דורך דעם וואס אידן געפינען זיך אין עולם הגשמי אין זמן הגלות, און פון דעם איז א [לא ברור] מתהפך. דאס הייסט, מען נוצט אלע ענינים פון עולם הזה אויף צו דינען דעם אויבערשטן, אויף מאכן א ברכה פארן עסן און נאכן עסן, און בשעת מען טוט אין די עניני עסק טוט מען דאס לשם שמים. און בשעת א איד זאגט א פסוק תורה אין חושך הגלות, און א איד גייט אין גאס און חזר׳ט תורה, משניות בעל פה, ער זאגט א ווארט פון תורה וכיוצא בזה. יעדער פעולה וואס א איד טוט אין זמן הגלות איז בדוגמת א זריעה. און די גמרא זאגט, די גמרא, די גמרא זאגט אין בבא בתרא: „כלום אדם זורע כור אחד אלא על מנת שתעשה כמה כורין“. דאס הייסט, א מענטש נעמט און זייט אין דער אדמה א כמות מסוימת, ניט כדי צו באקומען די זעלבע כמות, נאר באקומען, ווי מיר האבן געזאגט, פיר הונדערט מאל אזוי פיל, דאס איז אין כמות. און אין פירות, נישט נאר אין כמות, נאר אויך אין איכות. אז דורך די עבודה און די יגיעה פון [לא ברור], וואס א איד דינט דעם אויבערשטן אין זמן הגלות, און ער ברעכט זיין יצר הרע, און ער ברעכט דעם נפש הבהמית, און ער שטייט שטארק אין עבודת השם, און נוצט די עניני עולם הזה אויף דינען דעם אויבערשטן דורך דעם, און אויף, און

20:09 וכדי, וכדי להתקרב באמצעותם לקב"ה — אז יתקיים מה שנאמר בפסוק: ״ויהי בשלח פרעה את העם״. שפרעה, דווקא פרעה, כי זהו ה[לא ברור] הגדול ביותר של חסד מצד האומות, הוא זה שמסייע ליהודים: ״בשלח״, כדי שיוכלו להגיע ל״שלחייך פרדס רימונים״, שיצמחו כל גילויי האלוקות הגדולים והנעלים ביותר. כי הקב"ה רוצה להגיע לגילוי הגדול ביותר של הגאולה, שכולנו מחכים לו, לגילוי הגדול ביותר של הגאולה שאנו רואים כבר מגיע, ודווקא כך מגיעים אליו. ולכן עוברים את כל הגלות, ו״בשלח פרעה את העם״, ודווקא מתוך כך צומחים הפירות — הפירות הנאים, היפים והטובים ביותר. וזו גם הנקודה של ט"ו בשבט, וזהו החג, ראש השנה לאילנות. הרי אנחנו שואלים: למה באמת עושים חג שלם, עניין שלם בתורה ושמחה שלמה כשמגיע ראש השנה לאילנות? למה לא עושים זאת בעניינים אחרים? דווקא ראש השנה לאילנות, מפני שזהו העץ. הנקודה, עניין האילנות שאנחנו רואים, כן, דווקא העניין הזה, גם [לא ברור], קושר אותו לאדם הראשון. הם זקוקים לזמן, ובינתיים לכאורה אין שום גילוי. אבל אנחנו רואים את ההצלחה בכפליים,

20:09 אויף, און אויף, און ער ווערט נענטער צום אויבערשטן דורך דעם, איז דעמאלט וועט מקוים ווערן וואס עס זאגט אין פסוק: „ויהי בשלח פרעה את העם“. אז פרעה, דווקא פרעה, ווייל דאס איז דער גרעסטער [לא ברור] פון חסד פון אומות, ער איז דער וואס העלפט ארויס אידן, „בשלח“, אז זיי זאלן קענען צוקומען צו דעם „שלחיך פרדס רמונים“, אז עס וואקסן ארויס אלע גילויי אלקות פון די גרעסטע און העכסטע. ווייל דער אויבערשטער וויל צוקומען צו דעם גרעסטן גילוי פון דער גאולה, וואס מיר אלע ווארטן אויף דעם גרעסטן גילוי פון דער גאולה, וואס מיר זעען אט אט, און עס גייט דורך דעם, צוצוקומען צו דעם. און דערפאר גייט דורך דער גאנצער גלות, און „בשלח פרעה את העם“, און דווקא דורך דעם וואקסן ארויס די פירות, די נאה׳סטע, די שענסטע און די בעסטע פירות. און די נקודה איז אויך די נקודה פון ט״ו בשבט, און דאס איז דער יום טוב, דער ראש השנה לאילנות. וואס מיר פרעגן דאך די שאלה: פארוואס טאקע מאכט מען א גאנצן יום טוב און א גאנצע תורה, א גאנצע שמחה, ווען עס גייט צו ראש השנה לאילנות? פארוואס מאכט מען דאס נישט פון אנדערע ענינים? דווקא ראש השנה לאילנות איז, אז דאס איז טאקע דער בוים. אז די נקודה, דער ענין וואס מיר זעען, דער ענין אילנות, יא, דווקא, אז דער ענין, אויך [לא ברור], שטעלט עס אריין ביי אדם הראשון. זיי נעמען צייט, און דערווייל איז עס לכאורה, עס איז קיין גילוי נישט. נאר אבער, אבער מיר זעען די הצלחה בכפל,

21:36 דווקא מתוך הזריעה והנטיעה והיגיעה: ״הזורעים בדמעה ברינה יקצורו״. מתוך זה צומח הגילוי הגדול ביותר של הגאולה. פעם שמענו מעשה שהיה ברוסיה, ושמענו אותו מאחת מבנות המשפחה. זו הייתה משפחה ידועה, משפחה גדולה בליובאוויטש, משפחת שעגאלאוו. אביה, ר׳ חונן שעגאלאוו, היה מגדולי החסידים, מבעלי מסירות הנפש, שלקחו אותו, עוד ב[לא ברור]. כן, בזמן שלקחו את גדולי החסידים, ורחמנא ליצלן, שלחו אותם לסיביר ו[לא ברור]. על כל פנים, היא נשארה אלמנה עם ילדים רבים, ונשארה לבדה. היא זכתה, ברוך השם, לאריכות ימים. גם אני עוד הכרתי אותה בעצמי. היא גרה בניו יורק, בקראון הייטס. כן, היא עברה את גיל מאה. ברוך השם, כבר בטבת, והשאירה אחריה מאות ואלפי נכדים ונינים, כן. על כל פנים, שמענו את המעשה הזה, סיפור מעניין מאוד. היא מספרת שבאותה תקופה, בזמנים הקשים ברוסיה, היא הייתה אלמנה ולבדה, אלמנה עם ילדים רבים, [לא ברור]. והיא חשבה — ובכן, היא גרה זמן מה בבית כנסת, בעזרת נשים, במשך חמישה, שישה חודשים — והיא חשבה, שם, והיא חשבה, בקרוב [לא ברור]. האם יוכל להיות לה משהו

21:36 איז דווקא פון דעם ענין פון דער זריעה און די נטיעה און די יגיעה, „הזורעים בדמעה ברנה יקצורו“. פון דעם וואקסט ארויס דער גרעסטער גילוי פון דער גאולה. אמאל, מיר האבן געהערט א מעשה שהיה, וואס איז געווען אין רוסלאנד. און מיר האבן געהערט פון איינעם פון דער משפחה. זי איז געווען א משפחה, אזא באוואוסטע משפחה, א גרויסע משפחה, ליובאוויטש, משפחת שעגאלאוו. איר טאטע, ר׳ חונן שעגאלאוו, איז געווען פון די גרעסטע חסידים, בעלי מסירות נפש, וואס מען האט אים צוגענומען, נאך אין [לא ברור]. יא, בשעת מען האט צוגענומען די גרעסטע חסידים, און רחמנא ליצלן, געשיקט קיין סיביר און [לא ברור]. על כל פנים, זי איז געבליבן אן אלמנה מיט א סך קינדער, און זי איז געבליבן אליין. זי האט, ברוך השם, אריכות ימים געווען. איך האב זי אויך נאך אליין געקענט. זי האט געוואוינט אין ניו יארק, אין קראון הייטס. יא, זי האט איבערגעלעבט די הונדערט יאר. ברוך השם, שוין אין טבת, און איבערגעלאזט הונדערטער און טויזנטער אייניקלעך און אור־אייניקלעך, יא. על כל פנים, מיר האבן געהערט די מעשה, דעם סיפור, גאר אינטערעסאנט. זי דערציילט אז זי איז געווען אין די תקופה, אין די שווערע צייטן אין רוסלאנד, איז געווען אלמנה און זי איז געווען אליין, אן אלמנה מיט א סך קינדער, [לא ברור]. און זי האט געטראכט, גוט, זי האט געוואוינט עפעס אין א שול, אין א עזרת נשים, פינף, זעקס מאנאטן, און זי האט געטראכט, דארט, און זי האט געטראכט, באלד [לא ברור]. קען זיך האבן עפעס וואס צו

23:18 לאכול. אם היה מעט משהו שעוד אפשר היה להשיג, נתנו לילדים מה לאכול. מחוץ לאותו בית כנסת הייתה חצר. בחצר הזאת היא שתלה מעט תפוחי אדמה, כדי שבהמשך יהיה לה במה להאכיל את הילדים. אלה היו שנות רעב, שנים קשות ברוסיה, שנות המלחמה. וכך תוכל לתת לילדים אוכל, או שיהיה לה משהו שאפשר למכור, משהו שיוכל לפרנס את המשפחה. באותו בית כנסת חיו שתי משפחות. הן חילקו את הגינה, את השטח: במחצית אחת היו למשפחת שעגאלאוו הדברים שלה, ולמשפחה השנייה הייתה המחצית השנייה של החצר, שבה זרעו את הירקות שלה. אחר כך הגיע יום שבו כבר ידעו שאנשי השלטון עומדים לבוא לשם, לבית הכנסת. הם באים ורוצים לקחת מבית הכנסת את כל הדברים. בקיצור, בלילה היו צריכים להיכנס לבית הכנסת ולהציל את הספרים, את ספרי התורה. והאפשרות היחידה הייתה להיכנס דרך החלון. היה צריך לעשות זאת בחשאי ממש. היה צריך לזחול פנימה והחוצה דרך החלון ולדרוך על אותה גינה. וכך החסידים, כשעסקו בזה, הם—

23:18 עסן, אויב מען האט געהאט א ביסל עפעס וואס מען האט נאך געקענט, האט מען געגעבן די קינדער וואס צו עסן. אין יענער שול איז געווען דרויסן א חצר. אין יענעם חצר האט זי איינגעזרייט א ביסל קארטאפל, כדי זי זאל האבן שפעטער פאר זיך אליין צו געבן די קינדער צו עסן. ס׳זענען געווען הונגער־יארן, שווערע יארן אין רוסלאנד, די מלחמה־יארן. און כדי צו קענען געבן די קינדער עסן, עפעס וואס מען קען פארקויפן, עפעס וואס קען אויפהאלטן די משפחה. דארט האבן געלעבט צוויי משפחות אין דער זעלבער שול. זיי האבן צעטיילט דעם גארטן, דעם שטח: אין איין העלפט האט די משפחה שאַגאַלאָוו געהאט דארטן זייערע זאכן. און די אנדערע משפחה האט געהאט די צווייטע העלפט פונעם חצר, וואו זיי האבן איינגעזרייט זייערע ירקות. דערנאך איז געווען איין טאג, ווען מען האט שוין געוואוסט אז זיי קומען דארטן, די פון דער מלוכה, פון דער שול. זיי קומען און ווילן צונעמען פון שול אלע זאכן. בקיצור, ביינאכט האט מען געדארפט אריינגיין אין שול און ראטעווען די ספרים, די ספרי תורה. און די איינציקע ברירה איז געווען צו גיין דורכן פענסטער. מען האט דאס געדארפט טאן אויף א גאר באהאלטענעם אופן. מען האט געדארפט קריכן אריין און ארויס דורכן פענסטער און טרעטן אויף יענעם גארטן. איז ממילא, די חסידים, ווען זיי האבן זיך פארנומען מיט דעם, האבן זיי—

24:47 יכלו לעשות את כל העבודה כדי להציל את הרכוש. המשפחה השנייה לא רצתה לתת רשות. למה? הם, מסכנים, זרעו גינה מלאה ירקות, והכול היה נהרס בלילה אחד. נכנסים ויוצאים, נכנסים ויוצאים, דורכים על הכול, והכול נהרס. אבל הרבנית שאגאלוב אמרה שהיא מרשה לעבור דרכה. למה? צריך להציל את הספרים, ומה בכלל השאלה? במשך לילה שלם נכנסו ויצאו, סחבו ספרי תורה וספרים וחפצים דרך החלון, ועברו דרך הגינה. וכמובן, דרכו על כל הירקות ועל כל מה שהיה לה. ובבוקר לא ראו שום דבר. מכל מה שהיה בגינה לא נשאר דבר. נו, אבל זה היה המצב. מה אפשר לעשות? ובינתיים הגיע החורף. עברו כמה חודשים. אני לא יודע בדיוק את הזמנים, אבל עברו כמה שבועות או חודשים עד שהיה אפשר לפתוח ולראות מה קורה. ואז התגלה, התברר, שבחצר של השכן צמחו תפוחי אדמה קטנים ודלים. ואצל שאגאלוב, בשדה, מבחוץ לא ראו שום דבר, אבל התחילו לחפור כדי לראות אם יש משהו מתחת לאדמה, אם נשאר משהו. חפרו מתחת לאדמה ומצאו—

24:47 געקענט טאן די גאנצע ארבעט צו ראטעווען דעם רכוש. די אנדערע משפחה האט נישט געוואלט געבן רשות. וואס הייסט? זיי האבן, נעבעך, איינגעזרייט א גארטן פול מיט ירקות, און אלץ וואלט חרוב געווארן אין איין נאכט. מען גייט אריין און ארויס, אריין און ארויס, מען טרעט אויף אלץ, און עס ווערט אלץ חרוב. אבער די רביצין שאַגאַלאָוו האט געזאגט אז זי לאזט מען זאל דורכגיין. וואס הייסט? מען דארף ראטעווען די ספרים, און וואס איז א שאלה? איז א גאנצע נאכט מען אריין און ארויס, געשלעפט ספרי תורה מיט ספרים, מיט זאכן, דורכן פענסטער און געקראָכן אויפן גארטן. און, פארשטייט זיך, מען האט געטרעטן אויף אלע ירקות, אויף אלע זאכן וואס זי האט געהאט. און אינדערפרי האט מען גארנישט געזען. פון דער גאנצער מעשה איז גארנישט געבליבן. נו, אבער אזוי איז געווען דער מצב. וואס איז דא? און דערווייל איז געקומען דער ווינטער. עס זענען אריבערגעגאנגען א פאר חדשים. איך ווייס נישט פונקט די זמנים, אבער עטליכע וואכן אדער חדשים, ביז מען האט געקענט עפענען און זען וואס טוט זיך. איז נתגלה געווארן, איז ברור געווארן, אז ביי דעם חצר פונעם שכן זענען געוואקסן אזעלכע דארע, קליינע קארטאפל. און ביי שאַגאַלאָוו אין דעם פעלד, פון דרויסן האט מען גארנישט געזען, אבער מען האט גענומען גראבן, זען אויב עפעס איז דא אונטער דער ערד, אויב עפעס איז געבליבן. מען האט גענומען גראבן אונטער דער ערד, האט מען געטראפן—

26:15 תפוחי אדמה גדולים, ירקות גדולים. הם היו מונחים מתחת לאדמה, הם גדלו, ולא סתם גדלו, אלא גדלו בשפע גדול. וזה היה דווקא בזכות זה שהם הפקירו את הגינה כדי שיוכלו להציל את הספרים ואת ספרי התורה. הרבי עזר להם, כך שמתחת לאדמה הכול צמח בשפע. וזוהי הנקודה שאומרים בנוגע ליום טוב של חמישה עשר בשבט. וזהו הקשר האמיתי לשבת פרשת בשלח: לכאורה, זהו עניין פרטי שט״ו בשבט חל בזמן של פרשת בשלח. והאמת היא שהפרשה מספרת לנו שצריך לדעת: גם כשנמצאים בחושך הגלות, צריך לדעת שכל מצווה שעושים, כל מעשה טוב, הם כמו זרע שמטמינים באדמה. ייתכן שבאותה שעה רואים רק זרע, ולא רק זאת: הוא עובר חרישה, נמצא בחושך מר, בהעלם והסתר, ולא רואים דבר. אבל מכל זה צומחים האילן כולו והפירות, ״עושה פרי למינהו״. ואלה הם הגילויים הגדולים ביותר של משיח, שעוד מעט נראה אותם בגלוי. והרבי יעזור לנו, שבעומדנו בזמן של חמישה עשר בשבט ובזמן של—

26:15 גרויסע קארטאפל, גרויסע ירקות. זיי זענען געלעגן אונטער דער ערד, זיי זענען געוואקסן, און נישט סתם געוואקסן, נאר געוואקסן מיט א שפע גדול. און דאס איז געווען דווקא בזכות דעם וואס מען האט מפקיר געווען, כדי מען זאל קענען ראטעווען די ספרים און די ספרי תורה. דער רבי האט זיי געהאלפן, אז אונטער דער ערד איז צוגעוואקסן מיט דער גאנצער ברייטקייט. ווי דאס איז די נקודה וואס מען זאגט בנוגע דעם יום טוב פון חמשה עשר בשבט. און דאס איז דער אמת׳ער קשר בנוגע דעם יום פון שבת פרשת בשלח, וואס לכאורה פרטיות, אז ט״ו בשבט פאלט אויס אין דער צייט פון פרשת בשלח. און דאס איז דער אמת, און די פרשה דערציילט אונז, אז מען דארף וויסן: אפילו ווען מען געפינט זיך אין חושך הגלות, דארף מען וויסן אז יעדע מצוה וואס מען טוט, יעדער מעשה טוב, איז ווי א זוימען וואס מען לייגט אריין אין דער ערד. און קען זיין אז בשעת מעשה זעט מען נאר א זוימען, און נישט נאר דאס: זי גייט דורך חרישה און זי איז אין א ביטערן חושך און איז העלם והסתר, און מען זעט נישט. אבער פון דעם אלעם וואקסט ארויס דער גאנצער אילן און די פירות. עושה פרי למינהו. און דאס איז די גרעסטע גילויים פון משיח, וואס אט־אט וועט מען דאס זען בגילוי. און דער רבי זאל העלפן, אז מיר זאלן, שטייענדיק אין דער צייט פון חמשה עשר בשבט און דעם—

27:33 שבת פרשת בשלח, ובהמשך גם לימי י׳ שבט, שבהם ידוע המאמר ״באתי לגני אחותי כלה״, הגן — נזכה לראות כאן למטה, בעולם, איך הכול מתגלה: הגן, הפרדס, העניינים הכתובים בפסוקי התנ״ך. שנראה את ״פרי עץ הדר״, ואת ״ויצא חוטר מגזע ישי ונצר משרשיו יפרה״ — שהגאולה תצמח. ו״בשלח פרעה את העם״, יחד עם העם, [לא ברור]. ויהיה כמו שכתוב בפרשה של היום: ״תביאמו ותטעמו בהר נחלתך מכון לשבתך פעלת ה׳ מקדש אדני כוננו ידיך. ה׳ ימלוך לעולם ועד״. ומלכותו של הקדוש ברוך הוא, שתתגלה בעולם במידה הגדולה ביותר, תהיה דווקא על ידי הגאולה במהרה בימינו, תיכף ומיד ממש.

27:33 זמן פון שבת פרשת בשלח, און ס׳איז בהמשך אויך צו די טעג פון י׳ שבט, וואו דארטן איז ידוע דער מאמר ״באתי לגני אחותי כלה״, דעם גן. און מיר זאלן זוכה זיין צו זען דא למטה אין דער וועלט, אז אלץ זאל נתגלה ווערן, דער גן, דער פרדס, די ענינים וואס שטייען אין די פסוקים פון תנ״ך. אז מען זאל זען דעם פרי עץ הדר, דעם ״ויצא חוטר מגזע ישי ונצר משרשיו יפרה״, זאל אויסוואקסן די גאולה. און ״בשלח פרעה את העם״, צוזאמען מיטן עם, [לא ברור]. און עס זאל זיין, ווי עס שטייט אין דער היינטיקער פרשה, ״תביאמו ותטעמו בהר נחלתך מכון לשבתך פעלת ה׳ מקדש אדני כוננו ידיך. ה׳ ימלוך לעולם ועד״. און די מלוכה פונעם אייבערשטן, וואס איז נתגלה אין דער וועלט אין דעם גרעסטן פארנעם, זאל זיין דווקא דורך דער גאולה במהרה בימינו, תיכף ומיד ממש.