תמלולי פודקאסטים · חב"ד Englishחב"דפדיה

לעבן חסידות · פרק 106 · 2023-12-26 · 33:07

פרשת ויחי ,שבת חזק - דער חיזוק פון לעצטן פסוק אין ספר בראשית

תיאור הפרק

* התוועדות שבת פרשת ויחי תשמ״ו, * ⁠לקוטי שיחות חלק ל׳ ויחי שיחה ג׳, * ⁠התוועדות פרשת ויחי תשמ״ז

תמלול אוטומטי מהשמע, ותרגום מכונה לעברית. קישורים לחב"דפדיה נוספו אוטומטית.

00:00 היה פעם מעשה אצל אדמו"ר הריי"צ, עוד בפולין, כלומר לפני מלחמת העולם השנייה, בשנים תרצ"ד, תרצ"ה, תרצ"ו ובאותן שנים. אדמו"ר הריי"צ לא היה אז בקו הבריאות. באותה תקופה הוא היה חולה מאוד, ומצב בריאותו, מצב גופו הקדוש, היה קשה מאוד. בכל דבר שהיה צריך לעשות בגופו הוא נזקק לעזרה, אפילו כדי לזוז וכיוצא בזה. פעם אירע שאדמו"ר הריי"צ היה בחדרו, והגבאי ר' חאטשע פייגין היה במשרדו, שהיה צמוד לחדר שבו שהה אדמו"ר הריי"צ. לפתע שמע הגבאי חבטה חזקה. הוא נבהל מיד ורץ אל החדר, וראה שלמרבה הצער אדמו"ר הריי"צ נפל ונחבט בחוזקה. זה היה דבר קשה מאוד, שגרם לייסורים גדולים. מיד הזעיקו רופאים ועשו את כל הנדרש, ואדמו"ר הריי"צ נאלץ לשכב במיטה במשך כמה שבועות. המצב היה רציני. אבל דבר אחד הפליא מאוד את הגבאי: בשעה

00:00 געווען אמאל ביים רבי'ן ריי״ץ, און דאס איז נאך געווען אין פוילן, דאס הייסט פאר דער צווייטער וועלט־מלחמה, אין די יארן תרצ״ד, תרצ״ה, תרצ״ו און יענע יארן. איז דער רבי ריי״ץ געווען זייער נישט געזונט. אין יענע צייט איז דער רבי ריי״ץ געווען זייער קראנק, און צוליב דעם איז זיין מצב הבריאות, זיין גוף, הייליגער גוף, געווען אין א מצב וואס עס איז אים געווען שווער און שווער. וואס ער האט נאר געדארפט טאן מיט דעם גוף, האט ער געדארפט הילף, צו זיך רירן וכיוצא בזה. איז געווען אמאל א מעשה, אז דער רבי ריי״ץ איז געווען ביי זיך אין צימער, און דער גבאי ר׳ חאטשע פייגין איז געווען ביי זיך אין משרד, וואס איז געווען וואנט ביי וואנט מיט דעם צימער וואו דער רבי ריי״ץ, דער פריערדיקער רבי, איז געווען. פלוצלינג האט דער גבאי געהערט א שטארקן קלאפ, איז ער גלייך דערשראקן געווארן און אריינגעלאפן אין צימער, און האט געזען אז, רחמנא ליצלן, דער פריערדיקער רבי, דער רבי ריי״ץ, איז געפאלן און האט געכאפט א שטארקן קלאפ. און דאס איז געווען א שווערע, שווערע זאך, גרויסע יסורים. האט מען גלייך גערופן דאקטוירים, געטאן וואס מען האט געדארפט טאן, און דער רבי האט דעמאלט געדארפט זיין אין בעט במשך זמן, עטלעכע וואכן. עס איז געווען אן ערנסטער מצב. אבער עס איז געווען א גרויסער פלא, א גרויסער וואונדער, ביי דעם גבאי, ווייל בשעת מעשה

02:10 שנכנס לחדר וראה שאדמו"ר הריי"צ נפל ונחבט בחוזקה, הוא ראה על פניו שמחה גדולה. הייתה שם התרוממות רוח, שמחה; הכאב והייסורים לא ניכרו בפניו. זה היה פלא, כי בדרך הטבע הוא סבל אז ייסורים קשים. ובכל זאת ראו על פניו שהוא במצב רוח מרומם, שמח מאוד. כך היה במשך כמה ימים. לצד הייסורים הגדולים שמהם סבל, ראו על פניו התרוממות רוח גדולה ושמחה. זה היה דבר פלא. זמן מה אחר כך דיבר על העניין ר' חאטשע פייגין, הגבאי, או שאדמו"ר הריי"צ עצמו סיפר על כך. וכך היו פרטי הסיפור: זמן מה לפני שנפל ונחבט, הייתה לאדמו"ר הריי"צ תחושה, איזו הרגשה, שחסידים אולי היו קוראים לה רוח הקודש. על כל פנים, כפי שאמר, הייתה לו תחושה שעומד לקרות עניין בלתי רצוי, דבר מה שאינו רצוי. אבל היה לו ספק: הוא לא ידע אם הדבר יקרה לחסידים, רחמנא ליצלן, או לו עצמו, מי יהיה זה

02:10 אז ער איז אריין אין צימער און האט געזען דעם מצב, ווי דער רבי איז געפאלן און געכאפט א שטארקן קלאפ, האט ער אבער געזען אויף די פנים, אויפן רבינ׳ס פנים, א גרויסע שמחה. עס איז געווען אזא מין רוממות, שמחה; עס האט זיך נישט אנגעזען די ווייטאגן פון די יסורים. וואס דאס איז געווען א פלא, ווייל נאך דעם דרך הטבע איז דער רבי דורכגעגאנגען דעמאלט שווערע יסורים. אבער מען האט געזען אויפן פנים אז ער איז זייער אויפגעלייגט, זייער פריילעך, אזא אויפגעלייגטקייט. און אזוי איז געווען פאר עטלעכע טעג. צוזאמען מיט די גרויסע יסורים וואס ער האט געהאט, האט מען געזען אויפן פנים א גרויסע רוממות הרוח, אן אויפגעלייגטקייט, א שמחה. וואס איז געווען א דבר פלא. א משך זמן שפעטער האט ר׳ חאטשע פייגין, דער גבאי, גערעדט וועגן דעם ענין, אדער דער רבי ריי״ץ מצד עצמו האט דערציילט. ווי זאל מען זען די פרטי הסיפור: דער פריערדיקער רבי האט אזוי געטאן, אז א משך זמן פאר דעם וואס ער איז געפאלן און געכאפט דעם קלאפ, האט ער געהאט א געפיל, געהאט עפעס א הרגש, וואס חסידים וואלטן עס אפשר גערופן רוח הקודש. אבער על כל פנים, ווי דער רבי האט געזאגט, האט ער געהאט עפעס א געפיל אז עס גייט עפעס זיין אן ענין בלתי רצוי, עפעס נישט א געוואונטשענע זאך. אבער עס איז ביי אים געווען א ספק; ער האט נישט געוואוסט צי עס וועט זיין ביי חסידים, רחמנא ליצלן, אדער עס וועט זיין ביים רבי'ן, עס וועט זיין דער וואס

03:56 שיקרה לו דבר בלתי רצוי. הדבר לא היה ברור לו: האם זה יקרה לו, חס ושלום, או לחסידים, חס ושלום. ובאותו רגע, כשנפל ונחבט, אף שכאב לו, וכאב לו מאוד, הוא היה מרוצה ושמח, כי הכול התהפך: החסידים נשארו בריאים ושלמים; הוא לקח על עצמו, כמו שאומרים, את החבילה. זה הסיפור שמבטא את מסירות הנפש, את האהבה, את אהבת האמת ואת ההתקשרות של הרבי לחסידים. וכמו שנאמר בפסוק בישעיהו: ״אכן חליינו הוא נשא ומכאובינו סבלם״, ״והוא מחולל מפשעינו מדוכא מעוונותינו״. כלומר, הצדיק, הנשיא, נוטל על עצמו את הייסורים. מה הקשר לפרשת השבוע שלנו, פרשת ויחי? בסוף הפרשה נמצא הפסוק האחרון, בסיומה של פרשת ויחי, ושם מסופר שיוסף הצדיק קרא לשבטים ונתן להם את הבשורה, בשורת הגאולה: ״ואלקים פקוד יפקוד אתכם והעליתם את עצמותי מזה אתכם״. יוסף מבשר שיגיע הזמן של ״פקוד יפקוד״, שיהודים לא יישארו תקועים בגלות לעולם ועד. יבוא הזמן של ״פקוד יפקוד״; הקדוש ברוך הוא יוציא אותנו מהגלות. אבל בהמשך לכך הוא אומר: ״והעליתם את עצמותי מזה אתכם״. הם גם לא צריכים לשכוח, אגב, שיקברו אותו כאן במצרים, ולא לצד יעקב ואבותיו, שאותם לקחו ל... ל... ל... [לא ברור]. יוסף אכן יישאר

03:56 וועט צוקומען, פאסירן עפעס אן ענין בלתי רצוי. עס איז ביי אים נישט געווען א דבר ברור: צו דעם רבי'ן, חס ושלום, צו ביי חסידים, חס ושלום. און בשעת מעשה, ווען ער איז געפאלן און געכאפט דעם קלאפ, טאקע וויי געטאן, שטארק וויי געטאן, אבער ער איז געווען ביי זיך צופרידן, אויפגעלייגט, אז, אז, אז, אז אלץ האט זיך איבערגעקערט: חסידים זיינען געבליבן גאנץ; ער האט גענומען אויף זיך, ווי מען זאגט, דעם פעקל. און דאס איז דער סיפור וואס ברענגט ארויס די מסירות נפש, די אהבה, די אהבה אמתית, די התקשרות פונעם רבי'ן צו חסידים. און ווי עס זאגט דער פסוק: „אכן חליינו הוא נשא ומכאובינו סבלם“, „והוא מחולל מפשעינו מדוכא מעוונותינו“, שטייט אין ישעיהו. וואס דאס הייסט, אז דער צדיק, דער נשיא, נעמט אויף זיך די יסורים. וואס איז די שייכות מיט דעם סדר, היינטיגע פרשה, פרשת ויחי? אין דעם היינטיגן סדר געפינט מען אין סוף, דעם לעצטן פסוק, דעם סיום פון פרשת ויחי, וואו עס שטייט געשריבן, אז יוסף הצדיק האט גערופן די שבטים און האט זיי געגעבן די בשורה, בשורת הגאולה: „ואלקים פקוד יפקוד אתכם והעליתם את עצמותי מזה אתכם“. יוסף דערציילט די בשורה, אז עס וועט קומען דער זמן פון „פקוד יפקוד“, אז אידן וועלן נישט בלייבן שטעקן אין גלות לעולם ועד. עס וועט קומען די צייט פון „פקוד יפקוד“; דער רבונו של עולם וועט אונז ארויסנעמען פון גלות. אבער בהמשך לזה: „והעליתם את עצמותי מזה אתכם“. זיי דארפן נישט פארגעסן אבער, אז אגב, מ׳גייט אים באגראבן דא אין מצרים, נישט ביי יעקב און זיינע טאטן, וואס מען האט גענומען אין, אין, אין [לא ברור]. יוסף וועט בלייבן טאקע אין

05:49 במצרים, אבל כשיגיע הזמן לצאת, כשיתקיים ״פקוד יפקוד״, עליהם לזכור לקחת גם אותו: ״והעליתם את עצמותי מזה אתכם״. אחר כך בא הפסוק האחרון בפרשה ואומר: ״וימת יוסף בן מאה ועשר שנים ויחנטו אותו ויישם בארון במצרים״. הפסוק אומר שיוסף אכן נפטר במצרים, והניחו אותו בארון במצרים. ובכך מסתיים ספר בראשית. הרבי דיבר על כך פעם בשיחה, בשבת פרשת ויחי בשנת תשמ"ו, והקדיש אז שיחה עשירה לפסוק האחרון של הפרשה. הרי בדרך כלל מסיימים בטוב. ולכן מתעוררת לכאורה השאלה: איך ייתכן שמסיימים את ספר בראשית בפסוק שלכאורה הוא היפך הטוב? מסופר בו שיוסף נפטר, ושקברו אותו במצרים. והרי בנוגע לפטירתו של יעקב אבינו נאמר ״יעקב אבינו לא מת״, וכאן ניתנה הבשורה ״והעליתם את עצמותי מזה אתכם״. אבל לעת עתה לא הוציאו את יוסף ממצרים, ואבינו נמצא שם ב[לא ברור], וכולי. כל העניינים האלה, הטעמים לכך שיעקב [לא ברור], מדוע מצרים לא הייתה המקום. ויוסף הצדיק, מסכן, נשאר תקוע במצרים. וזה סיומו של ספר בראשית. אפשר היה לבחור סיום טוב יותר, כי התורה הייתה יכולה להסתיים בפסוק שלפניו. זו נבואה טובה, עם בשורה,

05:49 מצרים, אבער בעצם, אז בשעת דעם ארויסגיין איז „פקוד יפקוד“, אז זיי זאלן טאקע נישט פארגעסן פון ארומנעמען אויך „והעליתם את עצמותי מזה אתכם“. דערנאך קומט צו גיין דער לעצטער פסוק פון דער סדרה און זאגט: „וימת יוסף בן מאה ועשר שנים ויחנטו אותו ויישם בארון במצרים“. און ער זאגט אין פסוק, אז יוסף איז טאקע נפטר געווארן דא אין מצרים, און מ׳האט אים אריינגעשטעלט אין אן ארון במצרים. און אויף דעם ענדיגט זיך ספר בראשית. האט דער רבי גערעדט אמאל אין א שיחה, וואס איז געווען אין יאר תשמ״ו, שבת פרשת ויחי. און דער רבי האט דעמאלט גערעדט א רייכע שיחה אויף דעם לעצטן פסוק פון דער סדרה. וואס בכלל איז דאך מסיימים בטוב. איז די שאלה געווען לכאורה: ווי קומט דאס? מ׳ענדיגט דעם ספר, ספר בראשית, און מ׳ענדיגט מיט דעם פסוק, וואס דאס איז לכאורה היפך הטוב. דערציילט אז יוסף איז געשטארבן, און דערציילט אז מ׳האט אים באגראבן אין מצרים. בשעת, מיט זיין פטירה, אז יעקב אבינו בעצם, דער „יעקב אבינו לא מת“, און דער בשורה פון „והעליתם את עצמותי מזה אתכם“. אבער דא, מ׳האט אים נישט ארויסגענומען פון מצרים, און אבינו איז דארט אין [לא ברור], וכולי, די אלע זאכן, די טעמים פארוואס יעקב האט [לא ברור], פארוואס מצרים איז נישט געווען דער פלאץ. און יוסף הצדיק, נעבעך, בלייבט שטעקן אין מצרים. און דאס איז דער סיום פון ספר בראשית. עס קען זיין א בעסערער סיום. ווייל די תורה וואלט געהאט ענדיגן מיט דעם פסוק פריער דערויף. דאס איז א פיינע נבואה, מיט א בשורה,

07:35 אגב, גם כשמגיע גלות קשה ומר, יוסף הצדיק מבטיח ואומר: יהודים, דעו לכם ש״פקוד יפקוד אלקים אתכם״. מובן אפוא שהפסוק הזה הוא הסיום. אבל איך ייתכן שספר בראשית כולו מסתיים דווקא בסופו של יוסף, בכך שהוא נקבר במצרים? זו הייתה השאלה הראשונה שהרבי שאל. נוסף על כך, ידוע שסיום של ספר צריך להיות קשור גם לתחילתו. כמו שאומרים בסיומים: ״מתכיפין התחלה לסיום״, ובכמה וכמה ספרים מוצאים שמחברים את ההתחלה עם הסיום. אם כן, מה הקשר בין הפסוק האחרון, ״ויישם בארון במצרים״, לפסוק הראשון, ״בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ״? במבט ראשון לא רואים קשר בין שני העניינים. מה השייכות ביניהם? והרי התוכן של ספר בראשית כולו הוא, כפי שהגמרא אומרת, ״ספר הישר״. ספר בראשית נקרא ״ספר הישר״, על שם האבות שנקראו ישרים. כלומר, תוכנו של ספר בראשית הוא עניינם של האבות שנקראו ישרים. כיצד הפסוק האחרון של ספר בראשית, שיוסף נפטר והוא נמצא במצרים, מבטא את התוכן של ״ספר הישר״?

07:35 אגב אז עס גיט זיך א שטארקער ביטערער גלות. יוסף הצדיק איז מבטיח, און ער זאגט צו, און ער זאגט: אידן, זאלט איר וויסן, אז „פקוד יפקוד אלקים אתכם“. מיט דעם פסוק, נו, איז פארשטענדליך דאס איז דער סיום. אבער ווי קומט דאס אז דער סיום פון גאנץ ספר בראשית איז מיט דעם סוף פון יוסף, און ער איז באגראבן געווארן אין מצרים? דאס איז געווען די ערשטע שאלה וואס דער רבי האט געפרעגט. און דערנאך איז דאך ידוע אז דער סיום פון א ספר דארף זיין פארבונדן אויך מיט דער התחלה פון דעם ספר. ווי מ׳זאגט ביי סיומים: „מתכיפין התחלה לסיום“. און מ׳טרעפט אין כמה וכמה ספרים אז מ׳איז מחבר די התחלה מיטן סיום. מתכיפין התחלה לסיום. איז ממילא געווען די שאלה: וואס איז דער קשר פון דעם לעצטן פסוק, פון „ויישם בארון במצרים“, מיט דעם ערשטן פסוק, דעם פסוק פון „בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ“? וואס על כל פנים, ווען מיר קוקן אויפן ערשטן בליק, זעט זיך נישט דער קשר צווישן די צוויי ענינים. וואס איז די שייכות? און דער תוכן פון גאנץ ספר בראשית איז, ווי די גמרא זאגט, „ספר הישר“. ספר בראשית ווערט אנגערופן „ספר הישר“. פארוואס „ספר הישר“? ווייל על שם האבות שנקראו ישרים. דאס הייסט אז דער תוכן פון ספר בראשית איז דער ענין פון אבות שנקראו ישרים. וואס ליגט אין דעם לעצטן פסוק פון ספר בראשית, וואס יוסף איז געשטארבן און ער ליגט אין מצרים? ווי אזוי ברענגט דאס ארויס דעם תוכן פון „ספר הישר“?

09:11 זו הייתה השאלה שהרבי דיבר עליה באותה התוועדות. אעביר נקודה אחת מהביאור הזה. זה ביאור עשיר מאוד, שיש לו שייכות לימינו, והוא מביא לידי ביטוי טעם ונקודה בעבודת השם, בעבודתו של יהודי, ובפרט בזמן הגלות ובזמנים האחרונים של הגלות. הרבי דיבר אז על הנקודה הזאת: הפסוק הראשון בספר בראשית אומר ״בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ״ — הקב״ה ברא את השמים ואת הארץ. ואז בא רש״י. כולם מכירים את רש״י הראשון: ״אמר רבי יצחק״. רש״י שואל: ״לא היה צריך להתחיל את התורה אלא מהחודש הזה לכם״. מדוע הקב״ה פתח את התורה דווקא ב״בראשית ברא אלקים״? התורה היא ספר מצוות, והיא הייתה צריכה להתחיל במצווה הראשונה שנצטוו בה ישראל: ״החודש הזה לכם ראש חדשים, ראשון הוא לכם לחדשי השנה״, מצוות קידוש החודש, שניתנה סמוך ליציאת מצרים. ״מה טעם פתח בבראשית?״ שואל רש״י. רש״י מביא את הביאור: ״אמר רבי יצחק״ — מה הטעם? ״כח מעשיו הגיד לעמו לתת להם נחלת גוים״. הקב״ה רוצה להודיע לעמו כיצד קיבלו את ״נחלת גוים״, את ארץ ישראל מן הגויים. משום שמגיעה שעה שבה אומות העולם יאמרו לישראל:

09:11 איז דאס געווען די שאלה וואס דער רבי רעדט דעמאלט אין יענעם פארברענגען. איך וועל איבערגעבן א נקודה פון אט דעם ביאור. דאס איז גאר א רייכער ביאור, און עס האט א שייכות צו אונזערע טעג, און דאס ברענגט ארויס אזא געשמאק און נקודה אין עבודת השם, אין עבודה פון א איד, בפרט בזמן הגלות, און בפרט אין די לעצטע זמנים פון גלות. און דער רבי האט דעמאלט ארומגערעדט אט די נקודה: אז די נקודה פון דעם ערשטן פסוק פון ספר בראשית — לאמיר קוקן דעם ערשטן פסוק פון ספר בראשית: „בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ“. אז דער אויבערשטער האט באשאפן דעם הימל מיט דער ערד. קומט צו גיין רש״י. אלע ווייסן דעם ערשטן רש״י: „אמר רבי יצחק“. פרעגט רש״י די קשיא: „לא היה צריך להתחיל את התורה אלא מהחודש הזה לכם“. ווי קומט דאס אז דער אויבערשטער האט געמאכט די תורה אנצוהייבן עפעס מיט „בראשית ברא אלקים“? תורה איז א תורה, א ספר פון מצוות. תורה דארף זיך אנהייבן פון דער ערשטער מצוה וואס איז געווען די „מצוה ראשונה שנצטוו בה ישראל“, „החודש הזה לכם“, ראש חדשים, ראשון לחדשי השנה, מצות קידוש החודש, וואס איז געווען ביי יציאת מצרים. „מה טעם פתח בבראשית?“ פרעגט רש״י. קומט צו גיין, רש״י ברענגט דעם ביאור, „אמר רבי יצחק“: אז וואס איז דער טעם? „כח מעשיו הגיד לעמו לתת להם נחלת גוים“. אז דער אויבערשטער וויל איבערגעבן לעמו, כדי צו ווייזן זיי ווי אזוי מ׳האט באקומען די „נחלת גוים“, מיט דעם באקומען ארץ ישראל פון די גוים. אז דעמיט קומען צו גיין א צייט. און נו, ישראל,

10:50 נבין את הדברים. ״יאמרו אומות העולם לישראל: לסטים אתם, שכבשתם ארצות שבעה גוים״. היהודים הם גנבים, גזלנים; הם לקחו משבעת העמים את ארצם. ״אומרים להם: כל הארץ של הקדוש ברוך הוא היא״. הוא ברא את העולם, ״ונתנה לאשר ישר בעיניו״ — נתן אותה למי שרצה. תחילה נתן אותה להם, ואחר כך ״ברצונו נטלה מהם ונתנה לנו״ — לקח אותה מהם ונתן אותה לנו. רש״י יפה, אבל מתעוררת שאלה פשוטה, שאינה מתבררת כשלומדים את רש״י: איזה מין תירוץ זה? מה פירוש הדבר שספר בראשית שלם, מתחילתו ועד אחרי... ספר בראשית שלם, שתים־עשרה פרשות, ועוד שלוש פרשות בספר שמות, נכתבו רק כדי לענות על טענות של גויים? לשם כך ניתנה התורה — כדי שכאשר גויים יבואו בטענות, נוכל לענות להם? הרי התורה היא ספר שניתן ליהודים, לעם ישראל. האם התורה ניתנה לגויים? לא ייתכן. ונניח שגם לנו יש עניין בפסוק ״בראשית״ — איפה התשובה כאן? מעצם העובדה שהתורה מתחילה בכך, משמע שאין זו סתם שאלה צדדית של גוי שבא ושואל, ורוצים להשיב לו. פירוש הדבר שהשאלה הזאת ותשובתה הן היסוד של כל התורה והמצוות. מהו

10:50 לאמיר פארשטיין. „יאמרו אומות העולם לישראל: לסטים אתם, שכבשתם ארצות שבעה גוים.“ די אידן זיינען גנבים, גזלנים. זיי האבן די ארץ פון שבעה אומות צוגענומען, צוגעשאפט די ארץ פון די אומות. „אומרים להם: כל הארץ של הקדוש ברוך הוא היא.“ ער האט באשאפן די וועלט, „ונתנה לאשר ישר בעיניו“. ער האט דאס געגעבן צו וועמען ער וויל. ער האט דאס געגעבן צו זיי, און שפעטער „ברצונו נטלה מהם ונתנה לנו“ — ער האט עס צוגענומען פון זיי און געגעבן צו אונז. שמעקט זיך רש״י, א שיינער רש״י, אבער עס פרעגט זיך א פשוטע שאלה, וואס ווערט נישט קלאר ווען מען לערנט דעם רש״י: וואס איז דא דער ענטפער? וואס הייסט דאס זאגן, אז א גאנצער ספר בראשית, פון בראשית ביז אחרי ... א גאנצער ספר בראשית, צוועלף פרשיות, מיט נאך דריי פרשיות אין ספר שמות, נאר כדי צו פארענטפערן טענות פון גוים? אויף דעם האט די תורה געגעבן? אז ווען עס קומען צו גיין גוים מיט טענות, דארף מען זיי ענטפערן? די תורה איז דאך א ספר געגעבן פאר אידן, פארן אידישן פאלק. האט מען געגעבן די תורה פאר גוים? קען דאך נישט זיין. און די תורה זאל זיך אנהייבן מיט דעם פסוק „בראשית“. לאמיר זאגן, אז מיר האבן דערין אן ענין אויך. וואו איז דא דער ענטפער, פסוק „בראשית“? פון דעם וואס די תורה הייבט זיך אן מיט דעם, איז משמע, פארשטענדלעך, אז דאס איז נישט סתם א זייטיגע שאלה, וואס עס קומט צו גיין א גוי און פרעגט, און מען וויל אים פארענטפערן. דאס הייסט, אז די שאלה מיט אט דער תשובה, דאס איז דער יסוד פון כל התורה ומצוות. וואס

12:16 אם כן היסוד של תורה ומצוות? כאן הרבי נכנס לעומק העניין. מה עומק השאלה שרש״י מציג? מה העומק בכך שהשאלה הזאת ותשובתה הן יסוד כל התורה והמצוות, ״בראשית ברא אלקים״? אלא שהטענה היא בעצם טענה עמוקה מאוד. כי לכאורה, בפשטות, היא כלל אינה מובנת. מלכתחילה, מה הטענה? מדוע דווקא אנחנו גזלנים? כל העמים כובשים שטחים. מה קרה? מהי הטענה כאן כלפי עם ישראל? הרי מדינה קמה באמצעות כיבוש, באמצעות מלחמה. [לא ברור] מה שלקחתם מהם. כן, ניהלו מלחמות גלויות. אז מה הטענה מלכתחילה? אלא שהטענה היא פנימית ועמוקה מאוד. זו טענה כלפי עם ישראל. ובעצם, זו לא רק טענה של אומות העולם כלפיו. באופן כללי, הטענה היא כלפי עם ישראל: הם יודעים על העם היהודי ״כי בנו בחרת מכל העמים״. הם יודעים, יודעים שהקב״ה נתן את התורה ליהודים. ״ה׳ למבול ישב וישב ה׳ מלך לעולם״, אומר המדרש. כשהקב״ה בא לתת את התורה, הלכו כל העמים לבלעם. הם חשבו שעומד לבוא מבול על העולם, ולא הבינו מה מתרחש. בלעם הסביר להם: ״ה׳ עוז לעמו יתן, ה׳ יברך את עמו בשלום״. יש עם יהודי שיצא ממצרים, והקב״ה נותן לו את התורה. כל העמים ידעו ש״בחרתנו מכל העמים ונתת

12:16 איז דאך דער יסוד פון תורה ומצוות? נו, דער רבי גייט אריין אין דעם עומק. וואס איז דאך דער עומק השאלה, וואס רש״י שטעלט פאר? וואס איז דער עומק? וואס איז דאס טאקע, אז די שאלה מיט דעם ענטפער, דאס איז יסוד כל התורה והמצוות, „בראשית ברא אלקים“? איז די טענה בעצם גאר א טיפע טענה. ווייל לכאורה, פשוט איז דאס גאר נישט פארשטענדלעך. לכתחילה, וואס איז די טענה? וואס הייסט, יא, פארוואס מיר זיינען גזלנים? אלע פעלקער זיינען גזלנים. וואס פאסירט? וואס איז די טענה צום אידישן פאלק דא? יא, די מדינה קומט דורך כיבוש, דורך מלחמה. [לא ברור] וואס איר האט גענומען פון זיי. יא, מען האט געפירט אייפענע מלחמות. וואס איז דא די טענה לכתחילה? נו, די טענה איז גאר א פנימית, גאר א טיפע טענה. די טענה איז אויף ישראל עם. וואס בעצם, דאס איז נישט נאר א טענה פון אומות העולם אויף זיי. אבער בכללות די טענה איז אז זיי, די טענה איז אויף ישראל עם, ווייסן אז דער אידישער פאלק, „כי בנו בחרת מכל העמים“. זיי ווייסן, זיי ווייסן, אז דער אויבערשטער האט געגעבן תורה צו אידן. „ה׳ למבול ישב וישב ה׳ מלך לעולם“, זאגט דער מדרש. ווען עס איז געקומען צו געבן תורה, זיינען אלע פעלקער געגאנגען צו בלעם. און זיי האבן געמיינט אז עס קומט א מבול אויף דער וועלט, זיי האבן נישט פארשטאנען וואס גייט דא פאר. און בלעם האט זיי מסביר געווען: השם עוז לעמו יתן, השם יברך את עמו בשלום. עס איז דא אן אידיש פאלק, וואס איז ארויס פון מצרים, און דער אויבערשטער גיט זיי די תורה. אלע פעלקער האבן געוואוסט, אז „בחרתנו מכל העמים ונתת

13:49 לנו את תורתו“. אין להם שום ספק בכך. אבל הטענה היא בדיוק זו: עם ישראל הוא עם אלוקי, עם רוחני, עם ששייך לקב"ה וצריך להיות מעבדי ה'. הם צריכים להיות עם רוחני, שלומד תורה ומקיים מצוות וחי בעולם נעלה — עולם של קדושה, עולם של אלוקות, עולם של רוחניות. זה העולם שלהם. וידוע לשונו של רב סעדיה גאון, שמביאים בשמו: „ואין אומתנו אומה אלא בתורתה“. מהו עם ישראל? תורה, עם של תורה. אבל ארץ, מדינה, עיר, ולגור בה — ולעשות מזה עיקר? הרי זה דבר גשמי. אצל אומות העולם, לעומת זאת, הקשר שמגדיר עמים הוא קשר חיצוני. אומות העולם הם עמים בשר ודם, עמים שקשורים לארציות, לענייני העולם, לעולם הזה. לכן מובן שאצלם צריכה להיות מדינה, עיר, ארץ; בלעדיהן הם אינם כלום. איך תיווצר מציאותם כעם בלי ארץ? אבל עם ישראל, בשביל מה הוא צריך ארץ? מה לזה ולמקום גשמי? עבודת ה' היא עניין רוחני. תורה היא עניין רוחני. ללמוד תורה. זה שיהודים צריכים ארץ ויכולים להיות בה — זו גזירה, זה דבר גשמי. זה לא שייך ליהודים.

13:49 לנו את תורתו“. זיי האבן נישט קיין ספק נישט. די טענה איז אבער טאקע גופא: דער אידישער פאלק איז א גאטלעך פאלק, א רוחניותדיק פאלק, א פאלק וואס זיי באלאנגען צום אויבערשטן, וואס דארף זיין עבדי השם. זיי דארפן זיין א רוחניותדיק פאלק, וואס לערנט תורה און טוט מצוות און לעבט אין א העכערער וועלט. א וועלט פון קדושה, א וועלט פון גאטלעכקייט, א וועלט פון רוחניות. דאס איז זייער וועלט. און רב סעדיה גאון, דער באוואוסטער לשון וואס מען ברענגט פון רב סעדיה גאון: „ואין אומתנו אומה אלא בתורתה“. וואס איז דער אידישער פאלק? תורה, א תורה־פאלק. אבער א לאנד, א מדינה, א שטאט, און וואוינען דארט — און מאכן פון דעם אן עיקר? אט דאס איז א גשמיותדיקע זאך. מילא, ביי אומות העולם איז דאס אזא מין... פעלקער, דער גאנצער מציאות איז א חיצוניות׳דיקער קשר. אומות העולם, דאס איז א פליישיג פאלק, א פאלק וואס איז פארבונדן מיט ערדישקייט, מיט וועלטישקייט, מיט עולם. איז ביי זיי פארשטענדלעך, ביי זיי דארף זיין, יא, אן א מדינה, אן א שטאט, אן א לאנד, זענען זיי גארנישט. ווי ווערן זיי באשאפן, זייער מציאות אלס א פאלק, אן א לאנד? אבער דער אידישער פאלק, וואס דארפן זיי א לאנד? וואס האט דאס צו טאן מיט א מקום גשמי? עבודת השם איז אן ענין רוחני. תורה איז אן ענין רוחני. לערנען תורה. דאס וואס אידן דארפן אן ארץ און קענען זיין, דאס איז א גזירה, דאס איז א גשמיותדיקע זאך. דאס באלאנגט נישט צו אידן.

15:31 זו הטענה של אומות העולם. ולכאורה מובן מדוע זו אכן טענה של כל אומות העולם. לא רק שבע האומות; רש"י אינו אומר כאן ששבע האומות טוענות „ליסטים אתם“. כל אומות העולם טוענות זאת: „אם יאמרו אומות העולם“. בעצם זו טענה של גוי. גוי טוען: אני מבין שיהודי הוא דבר נעלה, אבל דווקא משום כך הוא שייך לעולמות נעלים, לרוחניות. ואילו הגשמיות היא המקום שלנו; היא לא שייכת לו. ובאמת, זו אינה רק טענה של גוי; לפעמים גם יהודי, ש„אשר בחר בנו“, טוען מאחורי הטענה הזאת: מה לי ולעולם הזה, לגשמיות? בא רש"י, באה התורה ואומרת: „בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ“. מיד בתחילת התורה, בפסוק הראשון, התורה אומרת: עליך לדעת שכוונת הבריאה — מדוע ברא הקב"ה את העולם — וכוונת ירידת הנשמה למטה — מדוע לקח הקב"ה נשמה שהיא „חלק אלוקה ממעל ממש“ והוריד אותה מן המדרגות הגבוהות ביותר, מאיגרא רמא, מגן עדן, ושלח אותה למטה, לעולם בשרי, עם גשמיות, עם חומריות, עם העולם הזה הגשמי ועם כל ענייניו — היא כדי שיהודי יעשה מן העולם הזה דירה לו יתברך בתחתונים, כפי שאדמו"ר הזקן מביא בתניא בשם המדרש. לעשות מן העולם בית לקב"ה. בשביל זה חי יהודי בעולם. זה

15:31 איז דאס די טענה פון אומות העולם. און לכאורה איז פארשטענדלעך פארוואס טאקע דאס איז א טענה פון אלע אומות העולם. נישט נאר די שבע אומות; רש״י זאגט נישט דא אז די שבע אומות טענה׳ן „ליסטים אתם“. אלע אומות העולם טענה׳ן דאס: „אם יאמרו אומות העולם“. בעצם איז דאס א טענה פון א גוי. א גוי טענה׳ט: איך פארשטיי אז א איד איז א העכערע זאך, אבער פונקט דערפאר באלאנגט ער צו העכערע וועלטן, צו רוחניות. אבער אין גשמיות, דאס איז אונזער ארט; דאס באלאנגט נישט צו אים. און באמת איז דאס נישט נאר א גוי; דאס איז א איד, „אשר בחר בנו“, וואס טענה׳ט אמאל אונטער דער טענה: וואס האב איך צו טאן מיט עולם הזה, מיט גשמיות? קומט צו גיין רש״י, קומט צו גיין די תורה און זאגט: „בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ“. גלייך אין אנהייב תורה, אין ערשטן פסוק, זאגט די תורה: זאלסט וויסן זיין אז כוונת הבריאה, פארוואס האט דער אייבערשטער באשאפן די וועלט, און כוונת ירידת הנשמה למטה, פארוואס האט דער אייבערשטער גענומען א נשמה וואס איז „חלק אלוקה ממעל ממש“ און איר אראפגעטראגן פון די העכסטע מדרגות, פון איגרא רמא, גן עדן, און איר אראפגעשיקט אויף דער וועלט, אין א פליישיקער וועלט, מיט גשמיות, מיט חומריות, מיט עולם הזה הגשמי, מיט אלע ענינים — איז כדי אז א איד זאל מאכן פון אט דער וועלט א דירה לו יתברך בתחתונים, וואס דער אלטער רבי ברענגט אין תניא בשם המדרש. מאכן פון דער וועלט א היים פאר דעם אייבערשטן. אויף דעם לעבט א איד אויף דער וועלט. דאס

16:55 מה שיהודי צריך לעשות בעולם: לקחת את הארציות, את הגשמיות, ולעשות מהן קדושה. וכדברי הפתגם הידוע שמובא בשם אדמו"ר הזקן: „ישראל גוי אחד בארץ“. „ומי כעמך ישראל גוי אחד בארץ?“ בתפילין של הקב"ה, תפילין דמארי עלמא, כתוב: „ומי כעמך ישראל גוי אחד בארץ?“ אדמו"ר הזקן מפרש שעם ישראל הוא „גוי אחד בארץ“: זהו עם שמכניס את האחד, את „ה' אחד“ של „שמע ישראל“, את התורה האחת ואת אחדות הקדוש ברוך הוא, אל הארץ, אל הארציות ואל ענייני העולם. וזוהי תכליתו של יהודי. ולכן: „בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ“. ועל כך נכתב כל ספר בראשית. ספר בראשית נכתב כדי לספר ליהודי שידע מהי תכליתו, מהי הכוונה שבגללה שלח אותו הקב"ה לעולם. והתכלית, כוונת בריאת העולם, היא שיהודי יעשה מן החומריות והגשמיות ארץ ישראל. וזה בנוגע לארץ ישראל כפשוטה, ל„מקום אשר יבחר ה'“, שהקב"ה עתיד לתת ליהודים — ארץ שבע האומות — כדי שיהפכו את ארץ כנען לארץ הקודש. ועל כך מדבר כל ספר בראשית, החל מ„בראשית ברא“: הוא מספר כיצד באו האבות, וכיצד הקב"ה שב והבטיח להם: „קום התהלך בארץ לארכה ולרחבה כי לך אתננה“, ו

16:55 איז וואס א איד דארף טאן אויף דער וועלט: נעמען פון ערדישקייט, פון גשמיות, און מאכן פון דעם קדושה. און מיט דעם פתגם הידוע וואס ברענגט זיך בשם דעם אלטן רבי׳ן: „ישראל גוי אחד בארץ“. „ומי כעמך ישראל גוי אחד בארץ?“ תפילין דעם אייבערשטנס, תפילין דמארי עלמא, שטייט אין דעם אייבערשטנס תפילין: „ומי כעמך ישראל גוי אחד בארץ?“ טייטשט דער אלטער רבי, אז דאס אידישע פאלק איז א „גוי אחד בארץ“: דאס איז א פאלק וואס ברענגט אריין דעם אחד, דעם „ה׳ אחד“, „שמע ישראל“, דעם תורה אחת, און די אחדות הקדוש ברוך הוא אין ארץ, אין ערדישקייט און אין וועלטליכקייט. און דאס איז דער תכלית פון א איד. און דערפאר: „בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ“. און אויף דעם איז געשריבן געווארן גאנץ ספר בראשית. ספר בראשית איז געשריבן געווארן צו דערציילן א אידן: ער זאל וויסן זיין זיין תכלית, די כוונה, פארוואס האט דער אייבערשטער אים געשיקט אויף דער וועלט. און דער תכלית, די כוונה פון בריאת העולם, איז כדי אז א איד זאל מאכן פון חומריות און גשמיות ארץ ישראל. און דאס איז בנוגע די ארץ ישראל כפשוטה, דעם „מקום אשר יבחר ה׳“, וואס דער אייבערשטער גייט געבן די אידן, די ארץ שבע אומות, אז זיי זאלן מאכן פון דער ארץ כנען, זאלן זיי איבערמאכן פון דעם ארץ הקודש. און אויף דעם גייט גאנץ ספר בראשית, אנגעהויבן פון „בראשית ברא“, און דערציילט ווי אזוי עס זענען געקומען צו גיין די אבות, און דער אייבערשטער האט זיי אלץ איינמאל מבטיח געווען: „קום התהלך בארץ לארכה ולרחבה כי לך אתננה“, און

18:27 כמעט בכל פרשה התורה מספרת על מה שהקב"ה אומר, יחד עם כל סיפורי האבות, שהיו [לא ברור] וחיו בארץ ישראל והפכו אותה למקום קדוש. אבל זה בנוגע לארץ ישראל. אחר כך בא חידוש גדול יותר: יעקב אבינו יורד למצרים. מה העניין כאן? העניין כאן אינו רק שארץ ישראל תהפוך למקום קדוש; ליהודי יש שליחות להפוך את העולם כולו לארץ ישראל. וכאן נכנס הסיפור הידוע שמובא מאדמו"ר הצמח צדק: היה חסיד בימי אדמו"ר הצמח צדק, והיו חסידים שרצו לנסוע לארץ ישראל ולהתיישב בה. הם באו אל אדמו"ר הצמח צדק לבקש ברכה. אמר להם אדמו"ר הצמח צדק: „בשביל מה אתה צריך לנסוע לארץ ישראל? עשה כאן ארץ ישראל“. ומובאים ביאורי רבותינו נשיאינו, שמסבירים את העניין בכמה וכמה שיחות: זהו החידוש — שיהודי צריך לדעת שבכל מקום שהוא נמצא בו, בארץ, בעיר, במקום כלשהו בעולם, הכוונה, התכלית וה[לא ברור] הן שיעשה מן המקום הזה ארץ ישראל. ובמילים פשוטות, פירוש הדבר הוא להכניס קדושה במקום הזה. על זה מדובר, חסידים. הרבי מפרש שזה לא רק כדי [לא ברור] בזמנים של קדושה. בדרך כלל מדובר על כך שאין זמנים של קדושה. בכל מקום ב

18:27 כמעט אין יעדער פרשה דערציילט די תורה וואס דער אייבערשטער זאגט, מיט אלע סיפורים פון די אבות, וואס זיי זענען געווען [לא ברור] און געלעבט אין ארץ ישראל און איבערגעמאכט אז עס זאל ווערן א מקום קדוש. אבער דאס איז בנוגע ארץ ישראל. דערנאך קומט צו גיין א גרעסערער חידוש: יעקב אבינו קומט אראפ אין מצרים. וואס איז דא די מעשה? דא איז די מעשה נישט נאר אז ארץ ישראל זאל ווערן א מקום קדוש; א איד האט די שליחות צו מאכן פון דער גאנצער וועלט ארץ ישראל. און דא קומט אריין דער סיפור הידוע וואס ברענגט זיך פון דעם צמח צדק, אז עס איז געווען א חסיד אין צייטן פון צמח צדק, און געווען חסידים וואס האבן געוואלט פארן אין ארץ ישראל, זיך באזעצן אין ארץ ישראל. און זיי זענען געקומען צום צמח צדק בעטן א ברכה. האט זיי דער צמח צדק געזאגט: „וואס דארפסטו פארן אין ארץ ישראל? מאך דא ארץ ישראל.“ און עס ברענגט זיך די ביאורים פון די רבי׳ס, מען איז מסביר דעם ענין אין כמה וכמה שיחות, אז דאס איז דער חידוש: אז א איד דארף וויסן זיין, אז וואו ער געפינט זיך, אין א לאנד, א שטאט, אין אן ארט וואו ער שטייט אין דער וועלט, איז די כוונה, דער תכלית און דער [לא ברור], ער זאל מאכן פון דעם ארט ארץ ישראל. וואס דאס מיינט אין פשוטע ווערטער: אריינברענגען קדושה אין דעם מקום. דאס איז וואס עס רעדט זיך, חסידים, דער רבי טייטשט אויס, דאס איז נישט נאר כדי צו [לא ברור] אין די צייטן פון הקדושה. בדרך כלל רעדט זיך, אז עס איז דא נישט קיין צייטן קדושה. אין יעדן ארט אין

19:57 העולם — יהודי צריך לברר את ניצוצות הקדושה. לכן יהודי לא צריך להסתפק בכך שהוא נמצא בארץ ישראל, בירושלים, בהר הקודש, ושם לומד תורה וקשור לקב"ה. ניצוצות הקדושה מתבררים שם בדרך ממילא. אבל אסור לפחד לצאת מהמקום הזה, ודווקא כשיורדים לעולם התחתון מגלים שם את האור. זו החשיבות: בכל מקום שבו נמצאים יש ניצוצות קדושה, וצריך לחפש אותם ולזכך את העולם כולו. וזה מה שהם פעלו בגלות. ״אחד מכם גולה לברבריא ואחד מכם גולה לסרמטיא״, כך כתוב במדרש. כלומר, כשיהודי יוצא לגלות ומגיע למקום כלשהו בעולם, אין זה רק כדי לברר את הניצוצות; צריך להפוך את העולם כולו למקום של ארץ הקודש, להביא קדושה לעולם כולו. וזה התחיל בכך שיוסף ירד למצרים, ואחר כך ירד יעקב למצרים עם השבטים, והם חיו במיטב הארץ, בארץ גושן. הם הפכו את ארץ מצרים והביאו אליה קדושה, אור ותורה, כפי שהסדרה, פרשת ויחי, מספרת לנו. וידועה תורתו של אדמו"ר הזקן, שבשנים שבהן היה יעקב אבינו במצרים, מכיוון שלמדו שם תורה, הם הפכו את החושך לאור. וזהו סיומו של ספר בראשית, פרשת ויחי. התורה רוצה להדגיש לנו את התכלית של מה שהיה אז, ובפרט בזמן הגלות. יהודי צריך לדעת שאנחנו לא תועים בדרכנו. הוא צריך לדעת שהימצאותו במקום נידח בגלות, במקום שבו הוא נמצא, היא לשם עניין וכוונה: ״לשכן שמו שם״, להביא לשם את הקב"ה ולהפוך את ארץ

19:57 דער וועלט, א איד דארף מברר זיין די ניצוצות פון הקדושה. אט אויף דעם דארף זיך א איד נישט באגענוגענען נאר צו זיין אין ארץ ישראל, אין ירושלים, אין הר הקודש, און דארט לערנען תורה און זיין צוגעבונדן צום אויבערשטן. די ניצוצות פון קדושה ווערן נתברר בדרך ממילא. אבער מען דארף נישט מורא האבן ארויסצוגיין פון דעם מקום, און דווקא ווען מען גייט אין עולם התחתון, איז מען דארט מגלה דעם אור. דאס איז די חשיבות: וואו מען געפינט זיך, דארט זענען פאראן ניצוצות הקדושה, און מען דארף אויפזוכן די ניצוצות הקדושה און אויסלייטערן די גאנצע וועלט. אבער דאס איז וואס זיי האבן אויפגעטאן אין גלות. „אחד מכם גולה לברבריא ואחד מכם גולה לסרמטיא“, אזוי שטייט אין מדרש. דאס הייסט, אז יעדער איינער וואס גייט אין גלות און קומט אן אין דער וועלט, איז דאס נישט נאר כדי מברר צו זיין די ניצוצות; מען דארף מאכן פון דער גאנצער וועלט א מקום פון ארץ הקודש, ברענגען די קדושה אין דער גאנצער וועלט. און דאס האט זיך אנגעהויבן דערמיט וואס יוסף איז אראפ קיין מצרים, און דערנאך איז יעקב אראפ קיין מצרים מיט די שבטים, און זיי האבן געלעבט אין מיטב הארץ, אין ארץ גושן. זיי האבן מהפך געווען ארץ מצרים און אהין געברענגט קדושה, אור און תורה, ווי די סדרה פרשת ויחי דערציילט אונז. און די באוואוסטע תורה פונעם אדמו״ר הזקן איז, אז אין די יארן וואס יעקב אבינו איז געווען אין מצרים, ווייל מען האט דארט געלערנט תורה, האבן זיי מהפך געווען דעם חושך און געמאכט אור. און דאס איז דער סיום פון ספר בראשית, פרשת ויחי. די תורה וויל אונז ארויסברענגען די תכלית פון דעם וואס איז דעמאלט געווען, בפרט אין זמן הגלות. א איד דארף וויסן אז מיר בלאנדזשען נישט. ער דארף וויסן אז דאס וואס ער געפינט זיך אין אן אפגעזונדערטן ארט אין גלות, דאס וואס ער געפינט זיך וואו ער געפינט זיך, איז מיט אן ענין און א כוונה, „לשכן שמו שם“, און צו ברענגען אהין דעם אויבערשטן און מהפך זיין דאס ארץ

21:53 כנען מחומריות, להפוך אותה למקום קדוש. זו תכלית הכוונה. הדוגמה הגדולה ביותר לכך בכל ספר בראשית היא יוסף הצדיק. יוסף הצדיק הגיע למצרים, אבל לא נפל במצרים. להפך, יוסף היה השליט, הוא הנהיג את מצרים והביא אליה קדושה. הוא עשה שמצרים תהיה מקום שבו יהודים יכולים לעמוד בתוקף, במיטב הארץ, לעבוד את הקב"ה ולעשות את רצונו, כפי שכל הסדרה, פרשת ויחי, מספרת לנו. הוא חיזק את היהודים והראה שאפשר להיות במצרים ולהיות שם בעל הבית, כי הוא זה שגובר על מצרים. להפוך אותה למקום של אלוקות. ולכן יוסף אכן נשאר קבור במצרים: כדי להיות במצרים ולהשפיע שם קדושה, כפי שכתוב בסדרה. כל זמן שיוסף הצדיק היה במצרים, היהודים היו חזקים, והם יכלו לצאת מגלות מצרים. כתוב בסדרה שאילולא [לא ברור], הוא היה יכול להוציא את היהודים. כלומר, הוא נתן ליהודים את הכוח לזהות את השורש, את מהותה של הגלות, ולהפוך את מצרים למקום רוחני, למקום קדוש, למקום שבו מרגישים אלוקות. זו תכליתו של כל יהודי, ובכך מסתיים ספר בראשית. זהו הקשר בין סיום ספר בראשית לתחילתו: תכליתו של יהודי היא להיות בעולם, בארץ הגשמית, אפילו במקום כמו מצרים, ולעשות מהמקום הזה מקום של אלוקות, מקום של קדושה, מקום של רוחניות; להפוך גשמיות לרוחניות, לעשות מהעולם דירה לקב"ה. על כך דיבר הרבי, כאמור, בשבת פרשת ויחי תשמ״ו. וזה עוד לא נגמר. יש שיחה שנאמרה בערב שבת פרשת ויחי תשמ״ז, שנה לאחר מכן. שנה אחרי שהרבי דיבר על כך שהסדר צריך להיות שהרבי יוציא

21:53 כנען מחומריות, מהפך זיין דאס אין א מקום קדוש. דאס איז די תכלית הכוונה. די גרעסטע דוגמא דערויף אין גאנץ ספר בראשית איז יוסף הצדיק. יוסף הצדיק איז אנגעקומען קיין מצרים, און ער איז נישט אראפגעפאלן אין מצרים. פארקערט, יוסף איז געווען דער שליט, ער האט אנגעפירט אין מצרים, און ער האט געברענגט קדושה קיין מצרים. ער האט געמאכט אז מצרים זאל זיין א מקום וואו אידן קענען זיין שטארק, אין מיטב הארץ, און דינען דעם אויבערשטן און טאן זיין רצון, ווי די גאנצע סדרה, פרשת ויחי, דערציילט אונז. ער האט מחזק געווען די אידן און באוויזן אז מען קען זיין אין מצרים און דארט זיין דער בעל הבית, ווייל ער איז דער וואס איז גובר אויף מצרים. דאס זאל ווערן א מקום פון אלקות. און דערפאר איז יוסף טאקע געבליבן באגראבן אין מצרים: צו זיין אין מצרים און דארט משפיע זיין קדושה, ווי עס שטייט אין דער סדרה. כל זמן יוסף הצדיק איז געווען אין מצרים, זענען די אידן געווען שטארק, און זיי האבן געקענט ארויסגיין פון גלות מצרים. עס שטייט אין דער סדרה אז אויב נישט [לא ברור], וואלט ער געקענט ארויסשיקן די אידן. דאס הייסט, ער האט געברענגט די אידן צו דעם כח צו דערקענען דעם שורש, די מציאות פון גלות, און מאכן פון מצרים א רוחניות׳דיקן מקום, א מקום קדוש, א מקום וואו מען שפירט אלקות. דאס איז די תכלית פון יעדן איד, און אויף דעם ענדיגט זיך ספר בראשית. דאס איז דער קשר פון סיום ספר בראשית מיטן אנהויב פון ספר בראשית: די תכלית פונעם איד איז צו זיין אין דער וועלט, אין דער גשמיות׳דיקער ערד, ביז אין אזא ארט ווי מצרים, און דארט מאכן פונעם ארט א מקום פון אלקות, א מקום פון קדושה, א מקום פון רוחניות; מהפך זיין גשמיות צו רוחניות, מאכן פון דער וועלט א דירה פארן אויבערשטן. אויף דעם האט דער רבי גערעדט, ווי געזאגט, שבת ויחי תשמ״ו. און דאס איז נאך נישט פארטיג. עס איז דא א שיחה, גערעדט ערב שבת פרשת ויחי תשמ״ז, א יאר שפעטער. א יאר נאכדעם וואס דער רבי האט גערעדט אז דער סדר דארף זיין, אז דער רבי דארף

24:04 שיחה. אלה היו לקוטי שיחות. הספר לקוטי שיחות מורכב משיחות משנים קודמות, שהיו יוצאות לקראת שבת, והרבי היה מגיה ומעבד אותן. מכך נוצר הספר לקוטי שיחות. בכל שבוע, לפני שבת, הייתה יוצאת שיחה מוגהת משנים קודמות; לפעמים מלפני שנתיים, לפעמים מלפני עשר שנים. באותה שנה, סמוך לפרשת ויחי [לא ברור], יצאה עוד שיחה בלקוטי שיחות, בכרך של לקוטי שיחות, לכבוד שבת: סיום על ספר בראשית, פרשת ויחי. באותה שבת, שבת פרשת ויחי תשמ״ז, הרבי התוועד. והרבי ערך אז התוועדות עשירה מאוד, התוועדות מלאת טעם, התוועדות סוערת. והרבי העלה אז שוב את אותה שאלה, בעומק רב יותר, והוסיף עוד נקודה עיקרית לשאלה: איך ייתכן שספר בראשית מסתיים בפסוק הזה? וכאן הוסיף הרבי עוד שאלה. הרי כולנו מכירים את מנהג ישראל, שכאשר מסיימים את הספר, כולם אומרים יחד את הפסוק האחרון, כולם קמים, דופקים על הבימה וקוראים בניגון מיוחד את הפסוק האחרון. ואז כולם קוראים יחד: ״חזק חזק ונתחזק!״ כן, קוראים ״חזק חזק״. וכפי שאומרת הגמרא, ״צריכים חיזוק״, ״תורה צריכה חיזוק״; כשאומרים ״חזק״, אפשר להמשיך בלימוד. הרבי שואל: לכאורה, אומרים ״חזק חזק ונתחזק״ משום שזה לא רק חיזוק בלימוד התורה בכלל. זה גם חיזוק בפרט, ש

24:04 ארויסקומען מיט א שיחה. דאס איז געווען לקוטי שיחות. דער ספר לקוטי שיחות, דאס זענען שיחות פון פריערדיקע יארן, וואס פלעגן ארויסקומען פאר שבת, און דער רבי פלעגט דאס מגיה זיין און אויסארבעטן. דאס איז פון דעם געווארן דער ספר לקוטי שיחות. יעדן שבת, פאר שבת, פלעגט ארויסגיין א שיחה, מוגה׳דיקע שיחה, פון פריערדיקע יארן; אמאל פון צוויי יאר פריער, פון צען יאר פריער. יענעם יאר, וואס איז דא צייטליך, פרשת ויחי [לא ברור], איז ארויסגעגאנגען נאך א שיחה אין לקוטי שיחות, אין כרך לקוטי שיחות, לכבוד שבת, א סיום אויף ספר בראשית, פרשת ויחי. יענעם שבת, שבת ויחי תשמ״ז, האט דער רבי פארברענגט. און דער רבי האט דעמאלט פארברענגט גאר א רייכע פארברענגען, א געשמאקע פארברענגען, א שטורעמדיקע פארברענגען. און דער רבי האט דעמאלט גערעדט די זעלבע שאלה נאך אמאל, מיט נאך מער עומק, צוגעגעבן נאך א נקודה עיקרית אין דער קשיא: ווי קומט דאס אז ספר בראשית ענדיגט זיך מיט דעם פסוק? און דא האט דער רבי צוגעגעבן נאך א שאלה. ווייסן מיר דאך אלע מנהג ישראל, אז בשעת מען איז מסיים דעם ספר, שרייען אלע צוזאמען דעם לעצטן פסוק, אלע שטעלן זיך אויף, מען גיט א קלאפ אויף דער בימה, און מען ליינט מיט א באזונדערן ניגון דעם לעצטן פסוק. און דעמאלט געבן אלע צוזאמען א געשריי: „חזק חזק ונתחזק!“ יא, מען שרייט דעם „חזק חזק“. און דאס איז ווי די גמרא זאגט, „צריכים חיזוק“, „תורה צריכה חיזוק“; אז מען זאגט „חזק“, קען מען ווייטערגיין מיטן לערנען. דער רבי פרעגט: לכאורה, מען זאגט „חזק חזק ונתחזק“ ווייל דאס איז נישט נאר בכלל אין לימוד התורה. דאס איז אויך בפרט, אז

25:54 ממה שלמדנו זה עתה אנחנו לוקחים חיזוק לחיים, לעבודת ה', ללימוד התורה ולקיום המצוות. והדבר נכון במיוחד לגבי הפסוק האחרון, שעליו קוראים ״חזק חזק ונתחזק״. עומד בעל הקורא, ומה הוא קורא? ״וימת יוסף... ויישם בארון במצרים״. פסוק יפה. וזהו הפסוק האחרון, והוא קורא אותו במנגינה מיוחדת, בניגון מיוחד. וכולם יחד קוראים: ״חזק חזק ונתחזק!״ על מה? על כך שיוסף נפטר והונח בארון במצרים? איפה כאן ה״חזק חזק ונתחזק״, כפי שהרבי שאל? זו הייתה השאלה: מהו החיזוק כאן? וזאת נוסף על כל השאלות הקודמות שדיברנו עליהן. על כך הוסיף הרבי נקודה חדשה, מבט חדש על כל העניין. וכאן רואים מהו צדיק אמיתי, נשיא אמיתי ומנהיג ישראל אמיתי. יוסף הצדיק ידע שעומד לבוא כעת הגלות הקשה, החשוכה והמרה. היהודים עומדים להישאר תקועים במצרים במשך עשרות, מאות שנים. הם עתידים להיות עבדים בעבודת פרך, בחומר ובלבנים, ולשאת עול מר. הם צריכים כוח. הם צריכים כוח כדי להתגבר על הניסיון, על חושך הגלות. אומר יוסף הצדיק: אני נשאר כאן עם צאן עם ישראל. אני לא הולך. העובדה שיעקב אבינו היה צריך ללכת לחברון, למערת המכפלה, היא עניין מיוחד, ויש לכך ביאור שלם: האבות היו צריכים להיות דווקא בארץ ישראל, ועל ידי

25:54 פון דעם וואס מ׳האט ערשט געלערנט, נעמען מיר ארויס דערפון א חיזוק אין לעבן, אין עבודת השם, אין לימוד התורה, אין קיום המצוות. יא, איז דאס בפרט אין דעם לעצטן פסוק, אויף דעם וואס מ׳שרייט חזק חזק אויף דעם פסוק. שטייט דא דער בעל קורא, וואס לייענט ער? „וימת יוסף ... ויישם בארון במצרים.“ שיין א פסוק. און דאס איז דער לעצטער פסוק, און ער זאגט דאס מיט א ספעציעלע מנגינה, א ספעציעלן ניגון. און אלע צוזאמען שרייען: „חזק חזק ונתחזק!“ אויף וואס? אז יוסף איז געשטארבן, דער מגור אין מצרים? וואו איז דא דער „חזק חזק ונתחזק“, וואס דער רבי האט געפרעגט? דאס איז געווען די שאלה, וואס איז דא דער חיזוק. און נוסף צו די אלע פריערדיקע שאלות וואס מיר פריער גערעדט. אויף דעם האט דער רבי צוגעגעבן א נייע נקודה, א נייעם קוק אין דעם גאנצן ענין. און דא זעט מען וואס איז דאס אן אמת׳ער צדיק און אן אמת׳ער נשיא און אן אמת׳ער מנהיג ישראל. יוסף הצדיק האט געוואוסט אז עס קומט צו גיין איצט דער שווערער, טונקלער, ביטערער גלות. אידן גייען בלייבן שטעקן אין מצרים, פונקט כמה וכמה עשיריות, צענדליגער, הונדערטער יארן גייען זיי בלייבן שטעקן אין מצרים. און זיי גייען ווערן עבדים בפרך, בחומר ובלבנים, און זיי גייען זיין ביטער יאנג. דארפן זיי כח. זיי דארפן כח אויף בייקומען דעם נסיון, דעם חושך הגלות. זאגט יוסף הצדיק: איך בלייב דא בצאן עם ישראל. איך גיי נישט. דאס וואס יעקב אבינו האט געדארפט גיין קיין חברון, אין מערת המכפלה, דאס איז אן ענין מיוחד, דאס איז א גאנצע ביאור, אז די אבות האבן געדארפט זיין דווקא אין ארץ ישראל. און דורך

27:46 כך יכלו להשפיע. כמו שיש צדיקים שצריכים להיות בעולם נעלה יותר, בעולם של קדושה, ומשם הם משפיעים. אבל יוסף הצדיק אומר: מה התפקיד שלי? לשם מה העמידו אותי? כדי להיות כאן עם עם ישראל, ״נוהג כצאן יוסף״. עם ישראל עומד להיות במצרים, הם עומדים להיות בגלות. הם צריכים כוח כדי להתגבר על ניסיון הגלות; לא רק שהגלות, רחמנא ליצלן, לא תגרור אותם אל תוך החושך והמרירות, אלא אדרבה, שיוכלו להיות בעלי בית על הגלות, ושתהיה להם עלייה אמיתית דווקא באמצעות הירידה. זהו, כפי שמוסבר בחסידות, ״ירידה צורך עלייה״. ולכן יוסף נשאר במצרים. וכאשר יהודי יושב במצרים, עשרים שנה אחרי שיוסף כבר איננו, ונמצא במצרים, שם קשה ומר, והוא מוקף בצרות ובכל הדברים המרים, וב״ורדפתם״ במצרים ובכל העניינים של עבודת פרך, הוא נזכר שיוסף הצדיק נמצא יחד איתו שם, באותה מצרים. וזה נותן לו את הכוח הגדול ביותר להתגבר ולהתחזק. וכפי שיוסף הצדיק אומר בלשון: ״והעליתם... מארץ מצרים״. למילה ״והעליתם״ יש פירוש חסידי: דווקא בארץ מצרים, ״והעליתם״ — יש להם עלייה אמיתית. והכוח לצאת משם בא מכך שהם יודעים שיוסף

27:46 דעם האבן זיי געקענט משפיע זיין. אזוי ווי דא זענען צדיקים וואס דארפן זיין אין א העכערער עולם, אן עולם פון קדושה, וואס פון דארט זענען זיי משפיע. אבער יוסף הצדיק זאגט: וואס איז מיין תפקיד? אויף וואס האט מען מיר אויפגעשטעלט? אז זיי דא, דער אידישער פאלק, „נוהג כצאן יוסף“. יא, דער אידישער פאלק גייט זיין אין מצרים, זיי גייען זיין אין גלות. דארפן זיי כח אויף בייקומען דעם נסיון פון גלות. אז נישט נאר די גלות זאל זיך, רחמנא ליצלן, נישט אריינשלעפן אין דעם חושך און די ביטערקייט, נאר אדרבה, זיי זאלן קענען זיין בעל־הבית איבער די גלות, און זיי זאלן קענען האבן אן אמת׳ע עליה דווקא דורך די ירידה. וואס דאס איז, ווי חסידות איז מסביר, די ירידה צורך עליה. און דערפאר בלייבט יוסף אין מצרים. און בשעה א איד זיצט אין מצרים, צוואנציק יאר נאך דעם וואס יוסף איז נישטא געווען, און געפינט זיך אין מצרים, וואו עס איז שווער, עס איז ביטער, עס איז ארומגערינגלט מיט צרות, מיט אלע ביטערע זאכן, און „ורדפתם“ אין מצרים, און די אלע ענינים וואס פארקומען אויף עבודת פרך, און דא מאנט זיך אן יוסף הצדיק, געפינט זיך צוזאמען מיט אים דא אין אותה מצרים. און דאס גיט אים די גרעסטע כח, ער זאל קענען זיך איבערקומען און זיך פארשטארקן. און ווי יוסף הצדיק זאגט דעם לשון: „והעליתם ... מארץ מצרים“. דאס איז דער לשון „והעליתם“, איז א טייטש, א חסידישער טייטש, אז דווקא אין ארץ מצרים, „והעליתם“ — האבן זיי אן אמת׳ע עליה. און דער כח ארויסצוקומען איז פון דעם וואס זיי ווייסן אז יוסף

29:26 נמצא איתם. יוסף הצדיק ויתר. הוא היה יכול לפעול, בעזרת ה׳, שיעבירו אותו לארץ ישראל, אבל הוא מוותר ואומר: אני רוצה להישאר כאן במצרים, כדי שליהודים יהיה כוח, שיוכלו איכשהו להתחזק ולעשות את עבודתם בשמחה ובטוב לבב, ולקיים אותה בתוקף, אפילו כשהם נמצאים בחושך הגדול ביותר, חושך כפול ומכופל. וזהו ה״חזק חזק ונתחזק״, החיזוק הגדול ביותר: שיהודי יודע שהנשיא, הצדיק, נמצא יחד איתו. הרבי פירש את העניין הזה בקשר לאדמו״ר הריי״צ. ובהמשך ההתוועדות דיבר הרבי על אדמו״ר הריי״צ, שאחד משמותיו היה יוסף. והוא דיבר על כך — אנחנו נמצאים בתוך שלושים הימים שלפני י׳ שבט, היום הגדול והקדוש, כפי שהרבי קרא ליום היארצייט, יום ההילולא של אדמו״ר הריי״צ — ואמר שאדמו״ר הריי״צ הגיע לאמריקה. הוא היה יכול לבקש שיקברו אותו בארץ ישראל, עם כל המעלות ותוספת הקדושה, ועם כל העניינים שבקבורה בארץ ישראל. ואף על פי כן הוא נשאר, וציונו, האוהל שלו, נמצא דווקא בחוץ לארץ, באמריקה. למה? זה אותו עניין כמו אצל יוסף. שמו יוסף. הרבי דיבר על שמו של אדמו״ר הריי״צ, יוסף, בדיוק כמו יוסף הצדיק. הוא היה יכול לפעול שיעבירו אותו לארץ ישראל. ובכל זאת הוא

29:26 געפינט זיך מיט זיי. אז יוסף הצדיק האט מוותר געווען. ער האט געקענט פועל׳ן זיין, בעזרת ה׳, אפאר ארויסקומען פון ארץ ישראל, אבער ער איז מוותר און ער זאגט: איך וויל בלייבן דא אין מצרים, כדי אידן זאלן קענען האבן כח, עפעס קענען זיך שטארקן און קענען טאן זייער עבודה מיט שמחה וטוב לבב, און קיום מיט תוקף, אפילו ער געפינט זיך אין גרעסטן חושך כפול ומכופל. און דאס איז דער „חזק חזק ונתחזק“, דער גרעסטער חיזוק: אז א איד ווייסט אז דער נשיא, דער צדיק, געפינט זיך צוזאמען מיט אים. דער רבי האט דאס אויסגעטייטשט, דעם ענין, בקשר צו דעם רבי׳ן ריי״צ. און אין המשך פון דעם פארברענגען האט דער רבי דאס גערעדט בנוגע דעם פריערדיקן רבי׳ן, וואס איינער פון זיינע נעמען איז געווען יוסף. און עס איז גערעדט בנוגע דעם — מיר געפינען זיך אין די דרייסיק טעג סמוך צו י׳ שבט, יום הגדול והקדוש, ביים רבי׳ן צו רופן דעם יום, דעם יארצייט, יום ההילולא פון רבי׳ן ריי״צ — און ער האט געזאגט אז דער פריערדיקער רבי, דער רבי ריי״צ, איז געקומען קיין אמעריקע. ער האט געקענט בעטן אז מ׳זאל אים באגראבן אין ארץ ישראל, מיט אלע מעלות, תוספת הקדושה, מיט די אלע ענינים פון זיין נקבר בארץ ישראל. און דאך איז ער געבליבן, און זיין ציון, זיין אוהל, איז דווקא אין חוץ לארץ, אין אמעריקע. פארוואס? דאס איז די זעלבע מעשה ווי מיט יוסף. זיין נאמען איז יוסף. דער רבי האט דאס גערעדט, דעם נאמען פון רבי׳ן ריי״צ, יוסף, פונקט אזוי ווי יוסף הצדיק. אז ער האט געקענט פועל׳ן אז מ׳זאל אים דא קיין ארץ ישראל איבערפירן. פונדעסטוועגן האט ער

31:00 רצה להישאר דווקא בחוץ לארץ, במצרים. הרי יהודים נמצאים בעקבתא דמשיחא, בדורות האחרונים, בימים האחרונים של חושך הגלות, כשהגלות היא המרה ביותר, חושך כפול ומכופל, גלות עמוקה מאוד. כאשר יהודי נמצא בחוץ לארץ ויודע שיוסף הצדיק נמצא יחד איתו, זה העניין שנותן לו את ה״חזק חזק ונתחזק״ הגדול ביותר. הוא יודע שהרבי, הצדיק, הנשיא, נמצא יחד איתו, ״עמו אנכי בצרה״. עצם הידיעה הזאת נותנת לו את החיזוק הגדול ביותר: שלא יתפעל מכל ענייני חושך הגלות, אלא אדרבה, פשוט יעמוד בתנועה של גאולה, יעמוד למעלה מהגלות. וכפי שהדבר התבטא בחסידות, וכפי שהרביים לימדו אותנו בפרשה של [לא ברור]: כשאדמו״ר הריי״צ עדיין היה בדרכו החוצה מבית הסוהר, ב[לא ברור], הוא אמר שצריך לדעת ו[לא ברור] שרק הגוף נמצא בגלות; הנשמה מעולם לא הלכה לגלות, ואין לשום גוי שליטה על יהודים. יהודי עומד למעלה מהגלות ולמעלה מכל הדברים, ועל ידי כך הוא יכול להתגבר על כל הניסיונות. וזהו ה״חזק חזק ונתחזק״ של הפסוק האחרון בסדרה. הדבר נותן לנו חיזוק גם כשנמצאים בגלות, ויודעים שהצדיק, הנשיא, הרבי, נמצא יחד איתנו. וזה נותן לנו כוח להתגבר על כל הניסיונות ולעמוד

31:00 געוואלט דווקא בלייבן אין חוץ לארץ, אין מצרים. אז אידן געפינען זיך אין עקבתא דמשיחא, די לעצטע דורות, די לעצטע טעג פון חושך הגלות, וואו דאס איז דער ביטערסטער גלות, חושך כפול ומכופל, א גאר טיפער גלות. בשעה וואס א איד געפינט זיך אין חוץ לארץ און ער ווייסט אז יוסף הצדיק געפינט זיך צוזאמען מיט אים, איז אט דער ענין וואס גיט אים דעם גרעסטן חזק חזק ונתחזק. אז ער ווייסט אז דער רבי, דער צדיק, דער נשיא געפינט זיך צוזאמען מיט אים, עמו אנכי בצרה. אט דאס אליין גיט אים דעם גרעסטן חיזוק, אז א איד זאל נישט נתפעל ווערן פון די אלע ענינים פון חושך הגלות, נאר אדרבה, ער זאל פשוט שטיין אין א תנועה פון גאולה, ער זאל שטיין העכער פון גלות. און ווי עס איז געווען חסידיש, און די רביים האבן אונז אויסגעלערנט אין דער פרשה פון [לא ברור], ווי דער פריערדיקער רבי האט געזאגט, בשעה ער איז נאך געווען אויפן וועג ארויס פון תפיסה, אין [לא ברור], האט ער געזאגט אז מ׳דארף וויסן און [לא ברור], אז נאר דער גוף איז אין גלות; די נשמה איז קיינמאל אין גלות נישט געגאנגען, און קיין גוי האט קיין שליטה נישט אויף אידן. דאס וואס א איד שטייט העכער פון גלות און העכער פון אלע זאכן, און דורך דעם קען ער זיך מתגבר זיין אויף די אלע נסיונות. און דאס איז דער חזק חזק ונתחזק פונעם לעצטן פסוק פון דעם סדר. דאס גיט אונז חיזוק, אויך ווען מ׳איז אין גלות, און מ׳ווייסט אז דער צדיק, דער נשיא, דער רבי, געפינט זיך צוזאמען מיט אונז. און דאס גיט אונז כח זיך צו קענען מתגבר זיין אויף אלע נסיונות, און שטיין אויף

32:30 במעמד ומצב של גאולה, אפילו כשעדיין נמצאים בימים האחרונים של הגלות. וזהו הדור האחרון. לשם כך צריך להשתמש בכוחות כדי לקבל פני משיח צדקנו. כי זה המקום שבו אנחנו כבר עומדים: אנחנו עומדים כבר על סף הגאולה. זה המקום שבו אנחנו נמצאים בימים האחרונים של הגלות. ומגיעים לכך על ידי כל הפעולות של מעשים טובים, לימוד התורה, קיום המצוות בשמחה ובטוב לבב, והפצת דברי הבעל שם טוב, תורת החסידות. וזהו הדור האחרון. [לא ברור] משיח צדקנו במהרה בימינו אמן.

32:30 א מעמד ומצב פון גאולה. אפילו ווען מ׳איז נאך אין די לעצטע טעג פון גלות. און דאס איז דער דור האחרון. אויף דעם דארף מען נוצן די כוחות צו מקבל זיין פני משיח צדקנו. אז דאס איז וואו מיר האלטן שוין: מיר שטייען שוין אויף דער שוועל פון דער גאולה. דאס איז וואו מיר האלטן אין די לעצטע טעג פון גלות. און דאס דערגרייכט מען דורך אלע פעולות פון מעשים טובים, לימוד התורה, קיום המצוות בשמחה ובטוב לבב, און צו פארשפרייטן די דברי הבעל שם טוב, תורת החסידות. און דאס איז דער דור האחרון. [לא ברור] משיח צדקנו במהרה בימינו אמן.