תמלולי פודקאסטים · חב"ד Englishחב"דפדיה

לעבן חסידות · פרק 102 · 2023-11-28 · 20:46

וישלח י״ט כסלו - יעקב אבינו און דער אלטער רבי | חסידות אלץ הכנה צו גילוי המשיח

תיאור הפרק

*לקוטי דיבורים י״ט כסלו תרצ״ג, *התוועדות כ״ד טבת תשל״ט, *לקוטי שיחות חלק כ״ה וישב-י״ט כסלו

תמלול אוטומטי מהשמע, ותרגום מכונה לעברית. קישורים לחב"דפדיה נוספו אוטומטית.

00:00 אנחנו עומדים כעת ביום הקשור לי"ט כסלו, חג הגאולה, ראש השנה לחסידות, ויש לנו סיפור הקשור לי"ט כסלו. מה מסופר לנו? אדמו"ר הריי"צ מביא בשיחותיו את הסיפור באריכות: כשבאו לעצור את אדמו"ר הזקן ולקחת אותו למאסר, בשנת תקנ"ט, שלח אדמו"ר הזקן פדיון נפש לר' לוי יצחק, הצדיק מבַּרדיצ'ב. כידוע, אדמו"ר הזקן היה קרוב אליו מאוד; הם היו חברים וידידים קרובים מאוד. הוא שלח לו פדיון נפש וביקש שיתפלל עליו שלא ייפגע, חס ושלום, לא בגוף, לא בנפש ולא בנשמה. היה שליח, ר' יענקל סמיליאנער שמו, שאדמו"ר הזקן ביקש ממנו למסור את פדיון הנפש לר' לוי יצחק מבַּרדיצ'ב. כשהגיע, אבד לו פדיון הנפש, והוא מסר אותו בעל פה, כי אדמו"ר הזקן אמר לו שיחקוק בזיכרונו את המילים. הוא חזר בעל פה על נוסח פדיון הנפש, אבל לא זכר את שם אמו של אדמו"ר הזקן. זה היה המצב בסיפור הזה. ר' לוי יצחק מבַּרדיצ'ב, הצדיק מבַּרדיצ'ב, ישב שם. כשקיבל את פדיון הנפש, ישב ועישן במקטרת, מה שנהגו לקרוא אז [לא ברור].

00:00 מיר שטייען זיך אט אין א טאג פארבונדן מיט י״ט כסלו, חג הגאולה, ראש השנה לחסידות, און מיר האבן א סיפור פארבונדן מיט י״ט כסלו. וואס גיט אונז דערציילט? דער רבי ריי״צ ברענגט אונז אין זיינע שיחות דעם סיפור באריכות, אז בשעת מ׳איז געגאנגען ארעסטירן דעם אלטן רבי׳ן, אים נעמען אין תפיסה, אין יאר תקנ״ט, האט דער אלטער רבי געשיקט א פדיון נפש צו ר׳ לוי יצחק, דעם הייליגן בארדיטשובער. ווי ידוע, דער אלטער רבי איז געווען זייער נאנט. ער איז געווען זייער א נאנטער חבר־ידיד מיט ר׳ לוי יצחק בארדיטשובער, און ער האט אים געשיקט א פדיון נפש, בעטן אז ער זאל מתפלל זיין פאר אים, אז ער זאל נישט ווערן, חס ושלום, געשעדיגט, נישט בגוף, נישט בנפש און נישט בנשמה. ס׳איז געווען א שליח, ר׳ יענקל סמיליאנער האט ער געהייסן, וואס דעם האט דער אלטער רבי געבעטן דעם פדיון נפש איבערצוגעבן צו ר׳ לוי יצחק בארדיטשובער. בשעת ער איז אנגעקומען, איז דער פדיון נפש ביי אים פארלוירן געווארן, און ער האט עס איבערגעזאגט בעל פה, ווייל דער אלטער רבי האט אים געזאגט, ער זאל חוקק זיין, ער זאל געדענקען די ווערטער, און האט איבערגעזאגט בעל פה דעם לשון פון דעם פדיון נפש, אבער ער האט נישט געדענקט דעם נאמען פון דער מאמע פון דעם אלטן רבי׳ן. אזא סיטואציע מיט דעם סיפור. ר׳ לוי יצחק בארדיטשובער, דער הייליגער בארדיטשובער, איז געזעסן. בשעת ער האט באקומען דעם פדיון נפש, האט ער געזעסן און גערייכערט מיט א לולקע, וואס מ׳פלעגט רופן דעם אלטן [לא ברור].

01:51 סיגריה קטנה, והוא התחיל לומר: "למה צריך לעבור את כל הסיפור הזה?" הוא היה יכול, באמצעות המקטרת, באמצעות הסיגריה הזאת, לשרוף את כל פטרבורג. על כך אמר ר' יענקל סמיליאנער החסיד לצדיק מבַּרדיצ'ב, שאדמו"ר הזקן הרי בא, כמו שאומרים, מרוסיה, כלומר הוא בעל מוחין, חב"ד — חכמה, בינה, דעת — והוא אינו עושה דברים באופן הזה. שאל הצדיק מבַּרדיצ'ב: "מה שם אמו?" הוא לא זכר. נו, איך אפשר להתפלל? בינתיים הלך הצדיק מבַּרדיצ'ב להתפלל, ואחר כך יצא ואמר שיש פסוק: "כי יש שבר במצרים". שב"ר הם ראשי תיבות שניאור בן רבקה, שמו של אדמו"ר הזקן. כך ידע שזה שמה של אמו; הוא, הוא, הוא, הוא, [לא ברור] מצא אצלו את שם האם: שניאור בן רבקה. הוא אמר שהוא "במצרים", כלומר נמצא במאסר. אחר כך התפלל, ולאחר התפילה אמר הצדיק מבַּרדיצ'ב: "כי יש שבר במצרים" — שבר מלשון תקווה; יש תקווה וביטחון, אם ירצה השם, שהכול יהיה טוב, והוא יעבור את זה בשלום. בהמשך הסיפור, שנים לאחר מכן, באירוע של שמחה שבו נפגשו אדמו"ר הזקן והצדיק מבַּרדיצ'ב, העלה הצדיק מבַּרדיצ'ב את השאלה מדוע עשה זאת בזה

01:51 א ציגארעטל, און ער האט אנגעהויבן זאגן: „וואס דארף מען דורכגיין די גאנצע מעשה?“ ער האט געקענט מיט דער לולקע, ער האט געקענט זיך מיט דעם ציגארעטל, און ער קען פארברענען גאנץ פעטערבורג. אויף דעם האט ר׳ יענקל סמיליאנער, דער חסיד, געזאגט צו דעם הייליגן בארדיטשובער, אז דער אלטער רבי, ער איז דאך, ווי מ׳זאגט, פון רוסלאנד, דאס הייסט אז ער איז א בעל מוחין, א חב״ד, חכמה בינה דעת, און ער טוט די זאכן נישט אין דעם אופן. דער בארדיטשובער האט געזאגט: „וואס איז דער מאמע׳ס נאמען?“ ער האט נישט געדענקט. נו, ווי קען מען דאך מתפלל זיין? דערווייל איז דער בארדיטשובער געגאנגען דאווענען, און דערנאך איז ער ארויסגעגאנגען און געזאגט, אז עס איז דא דער פסוק „כי יש שבר במצרים“. שבר איז ראשי תיבות שניאור בן רבקה, דעם אלטן רבי׳נס נאמען. אז די מאמע הייסט אזוי, האט ער געוואוסט, אז ער, ער, ער, ער, [לא ברור] האט געפונען ביי זיך דעם נאמען פון דער מאמע. שניאור בן רבקה. ער האט געזאגט אז ער איז במצרים, דאס הייסט אז ער געפינט זיך אין תפיסה. שפעטער האט ער געדאווענט, און נאך דאווענען האט דער בארדיטשובער געזאגט: „כי יש שבר במצרים“ — שבר מלשון תקוה, אז עס איז דא א תקוה, א בטחון, אם ירצה השם, און אלץ וועט זיין גוט, און ער וועט דורכגיין בשלום. שפעטער, יארן שפעטער, ווען דער המשך הסיפור גייט, אז דארט, יארן שפעטער, בשעת עס איז געווען א מאורע לשמחה, וואו עס האבן זיך געטראפן דער אלטער רבי מיט דעם הייליגן בארדיטשובער, האט דער בארדיטשובער מעורר געווען אויף דעם, פאר וואס ער האט עס געטאן בזה

03:27 האופן. מדוע היה עליו לעבור ייסורים כאלה, ייסורים קשים, להיות במאסר, להתמודד, להיאבק ולהתווכח, לספר על ייסוריו — הן ייסורי הגוף, ועוד יותר מכך ייסורי הנפש — כשהוא צריך להסביר ולהצטדק ולהבהיר לראשיהם של הגויים מהי תורת הבעל שם טוב ומה יש בה, בתורת הבעל שם טוב? הרי הוא יכול היה, כפי שהיה הלשון, לפעול את העניין ב"מקיפים", באופן אחר, בדרך מקיף. למה היה צריך לפעול זאת בדרך פנימי? ואדמו"ר הזקן השיב לו: "זה הרי היה עניינו של יעקב אבינו. יעקב אבינו הוא מידת האמת, ומידת האמת אינה עושה דברים באופן של מקיפים, בדרך מקיף או באופן אחר. יעקב אבינו עושה את הדברים במידת האמת. היכן רואים זאת בפרשה? כשיעקב אבינו ראה, בפרשת וישלח, שעשו בא לקראתו וארבע מאות איש עמו, הוא לא פעל בדרך של מקיפים. הוא לא פעל באמצעים שמימיים. יעקב אבינו התכונן לשלושה דברים: לדורון, למלחמה ולתפילה. הוא עשה את כל הדברים האלה, סדר עבודה שלם, כפי שהפרשה מספרת לנו, כדי שיוכל להכניע את עשו. מכאן רואים שבדרך של מידת האמת, העבודה צריכה להיות דווקא באופן של התלבשות, להתלבש בתוך

03:27 אופן. פאר וואס האט ער געדארפט דורכגיין אזעלכע יסורים און שווערע יסורים און זיין אין תפיסה, און זיך דארפן פארקוקן, זיך שלאגן, זיך אומרעדן, דערציילן זיינע יסורים, סיי בגוף, און נאך מער יסורים בנפש, וואס ער דארף געבן צו פארשטיין און מסביר זיין און פארענטפערן זיך, און געבן צו פארשטיין פאר די גויישע קעפ, וואס איז דאס תורת הבעל שם טוב, און וואס איז אין איר, דאס תורת הבעל שם טוב? דאס ער קען, וואס דער לשון איז געווען, מיט מקיפים, וואס ער קען דעם ענין אויפטאן אין אן אנדער אופן, בדרך מקיף. וואס האט מען עס געדארפט אויפטאן בדרך פנימי? און דער אלטער רבי האט אים מיט דעם געענטפערט: „דאס איז דאך געווען דער ענין פון יעקב אבינו. יעקב אבינו איז מדת האמת, און מדת האמת טוט נישט די זאכן אין אן אופן פון מקיפים, אין אן אופן פון, פון מקיף, פון אן אנדער אופן. יעקב אבינו טוט די זאכן מיט מדת האמת. וואו זעען מיר דאס אין דער פרשה, אין דער סדרה? בשעת יעקב אבינו האט געזען, פרשת וישלח, האט געזען אז עס איז דא עשו, און עשו קומט צוגיין מיט ארבע מאות איש עמו, האט יעקב אבינו נישט געמאכט מקיפים. ער האט נישט געמאכט מיט הימלדיקע אופנים. נו, יעקב אבינו האט זיך צוגעגרייט פאר שלשה דברים: סיי לדורון, סיי למלחמה, סיי לתפילה. ער האט געטאן די אלע ענינים, א גאנצע סדר עבודה, ווי די פרשה דערציילט אונז, כדי צו קענען אייננעמען עשו. וואס פון דעם זעט מען אז אין א וועג פון מדת האמת דארף זיין עבודה דווקא אין אן אופן זיך מתלבש זיין, זיך אנטאן אין די,

05:08 הכלים, להתלבש במצוות, להיכנס אל הלבושים, אל עולמם של המנגדים, להתלבש בהם ולהתעסק איתם, כפי שהיה אצל יעקב אבינו: 'ויחבקהו ויפול על צוואריו וישקהו'". לכן אדמו"ר הזקן רצה דווקא לשבור את הטבע באופן הזה, בדרך התלבשות ולא בדרך מקיף. עולה כאן נקודה נוספת: לאדמו"ר הזקן היה ויכוח עם ר' ברוך ממז'יבוז', שהיה מאוחר יותר, אחרי הסתלקותו של אותו בעל־דבר קדוש [לא ברור]. אדמו"ר הזקן נסע לפטרבורג; על כל הנסיעה הזאת יש סיפורים באריכות. הם נפגשו בתקופת פורים — הוא נפגש עם ר' ברוך ממז'יבוז', נכדו של הבעל שם טוב — והיה ביניהם דין ודברים ממושך. ר' ברוך ממז'יבוז' לא הסכים עם אדמו"ר הזקן בכמה עניינים, בהפצת החסידות וכו'. ואז נאמרו הדברים כך: ר' ברוך ממז'יבוז' אמר לאדמו"ר הזקן, למה צריך להכניס את עצמך לצרות כאלה, לעוגמת נפש ולייסורי הגוף, כשאפשר רק להעביר את היד על המצח, "העברת היד על המצח", ובכך להמתיק את כל הדינים, ופשוט לצאת מכל פטרבורג? ואדמו"ר הזקן אמר שאכן יש עניין של המתקת דינים, אבל

05:08 אין די כלים, ס׳איז אנטון זיך אין די מצוות, אריינגיין אין די לבושים, אין די וועלט פון די מנגדים, זיך אנטון אין זיי און זיך פארנעמען מיט זיי, ווי עס איז געווען ביי יעקב אבינו: „ויחבקהו ויפול על צואריו וישקהו“. און דאס איז, אז דער אלטער רבי האט געוואלט דווקא צו ברעכן דעם טבע אויף אזא אופן, בדרך התלבשות, נישט בדרך מקיף. א צווייטער נקודה ברענגט זיך ארויס, אז דער אלטער רבי האט געהאט א ויכוח מיט ר׳ ברוך ממעזיבוזש, וואס איז געווען שפעטער, נאך דער הסתלקות פון דעם הייליגן בעל־דבר, [לא ברור]. דער אלטער רבי איז געפארן קיין פעטערבורג, די גאנצע נסיעה, איז דא גאנצע אריכות הסיפורים בזה. און זיי האבן זיך געטראפן, אום פורים־צייט האט ער זיך געטראפן מיט ר׳ ברוך ממעזיבוזש, אן אייניקל פונעם בעל שם טוב, און ס׳איז געווען צווישן זיי א גאנצע דין ודברים. און ר׳ ברוך ממעזיבוזש האט נישט מיטגעהאלטן מיטן אלטן רבי׳ן אין כמה ענינים, אין הפצת חסידות וכולי. און דאן איז געווען די דיבורים בזה האופן: אז ר׳ ברוך ממעזיבוזש האט געזאגט דעם אלטן רבי׳ן, וואס דארף מען אריינלאזן זיך אין אזעלכע צרות, עגמת נפש און יסורי הגוף, ווען דא קען מען בלויז אריבערפירן די האנט אויפן שטערן, „העברת היד על המצח“, וואס מיט דעם איז מען ממתיק אלע דינים, און מיט דעם קען מען פשוט אוועקגיין פון גאנץ פעטערבורג. און דער אלטער רבי האט געזאגט אז ס׳איז טאקע, ס׳איז דא אן ענין פון המתקת דינים, אבער

06:30 אופן הפעולה צריך להיות דווקא בתוך הטבע. והוא הביא את הדוגמה של יעקב אבינו. כפי שאדמו"ר הזקן עצמו כתב באיגרת — יש איגרת ידועה שבה אדמו"ר הזקן מספר את פרטי הדין ודברים שהיו בינו לבין ר׳ ברוך ממז׳יבוז׳, ומספר בעניין הזה ממש — שהוא שאל את השאלה, ואדמו"ר הזקן השיב לו שלמד מיעקב אבינו שכך צריכה להיות העבודה. וזה סיפור הדברים של חג הגאולה, של י"ט כסלו: אדמו"ר הזקן היה יכול, באמצעות העניינים האלה, כמו שאומרים, לשרוף את פטרבורג, או לעשות זאת על ידי העברת היד על המצח, ובכך לסיים את כל הפרשה ולהמתיק את כל הדינים. ואף על פי כן, אדמו"ר הזקן לא רצה לעשות זאת באופן הזה, כי הוא רצה שהאופן שבו מנצחים את הטבע, שבו עוברים את המלחמה כדי שחסידות תוכל להתפשט בעולם, ״יפוצו מעינותיך חוצה״, יהיה דווקא לא בדרך של שבירת העולם, אלא בדרך של התלבשות: להיכנס דווקא למקומם של המנגדים, ולהגיע להבנה עם מנגד. וזה סיפור הדברים של י"ט כסלו, וכך אכן אירע. ומהו באמת הביאור בזה? מה פשר כל העניין שראינו אצל הצדיקים, התלמידים־החברים של אדמו"ר הזקן, שאצלם הייתה גישה אחרת

06:30 ס׳דארף זיין אופן הפעולה דווקא אין דער טבע. און ער האט געברענגט די דוגמא פון יעקב אבינו. ווי דער אלטער רבי אליין האט געשריבן דאס אין א בריוו — איז דא א באוואוסטער בריוו וואו דער אלטער רבי דערציילט די פרטי דין ודברים וואס איז געווען צווישן אים און ר׳ ברוך ממעזיבוזש, דערציילט טאקע אויף דעם ענין — אז ער האט געפרעגט די שאלה, און דער אלטער רבי האט אים געענטפערט דעם ענטפער, אז ער האט געלערנט פון יעקב אבינו אז ס׳דארף זיין די עבודה. און דאס איז דער סיפור הדברים פון חג הגאולה, פון י״ט כסלו: אז דער אלטער רבי האט געקענט דורך די ענינים, ווי מ׳זאגט, פארברענען פעטערבורג, אדער מאכן דאס באופן פון אריבערפירן די האנט על המצח, און מיט דעם אפענדיגן די גאנצע מעשה, ממתיק זיין אלע דינים. פונדעסטוועגן האט דער אלטער רבי נישט געוואלט עס טאן בזה האופן, ווייל דער אלטער רבי האט געוואלט אז דער אופן ווי אזוי מען איז מנצח אויף דעם טבע, ווי אזוי מען קען דורכגיין די מלחמה, אז חסידות זאל קענען זיך מתפשט זיין בעולם, „יפוצו מעינותיך חוצה“, זאל קענען זיין דווקא נישט באופן פון ברעכן די וועלט, נאר דווקא באופן פון התלבשות, דווקא באופן פון צו גיין אריין אין דעם מקום פון די מנגדים, און מיט א מנגד זיך צו פארשטיין. און דאס איז דער סיפור הדברים פון י״ט כסלו, וואס איז טאקע פארגעקומען. וואס איז טאקע דער ביאור בזה? וואס איז דער פשט אין דעם גאנצן ענין וואס מ׳האט געזען ביי די צדיקים, די תלמידים־חברים פונעם אלטן רבי׳ן, וואס ביי זיי איז געווען אן אנדערע

07:55 ? הם רצו לעבור את כל העניינים האלה באופן מקיף, באופן נעלה יותר, באופן שמימי. ומהי באמת משמעות דבריו של אדמו"ר הזקן, שאצלו הדבר הוא דווקא באופן של התלבשות, והדוגמה שהביא מיעקב אבינו, שצריך ללכת דווקא בדרך זו? מה הביאור בזה? למה זה חשוב כל כך? והשאלה העיקרית היא: למה זה עניין עיקרי בהתגלות תורת החסידות? כל החג של י"ט כסלו, החג של ״יפוצו מעינותיך חוצה״, החג של התפשטות החסידות, קשור לשני הפרטים האלה. מה יש בשני הפרטים האלה, שמביא לידי ביטוי עניין עיקרי בהתגלות תורת החסידות? נסביר זאת באמצעות סיפור נוסף על רבי לוי יצחק מברדיצ׳ב. ידוע שכאשר אדמו"ר הזקן עמד להדפיס את התניא, הוא שלח שלוחים שילכו אל הצדיקים, תלמידי הבעל שם טוב, ויקבלו מהם הסכמות על התניא. ההסכמות שכולנו מכירים הן של ר׳ זושא מאניפולי ושל ר׳ יהודה לייב הכהן, ששניהם התגוררו באניפולי, שם נמצא ציונו הקדוש של המגיד ממעזריטש, ואלה ההסכמות שנדפסו. אבל כידוע גם בקרב חסידים, כפי שהרבי סיפר פעם בהתוועדות של

07:55 שיטה? זיי האבן געוואלט דורכגיין די אלע ענינים אין א מקיפ׳דיגן אופן, א העכערן אופן, אין א הימלדיקן אופן. און וואס איז טאקע דער ווארט וואס דער אלטער רבי האט געזאגט, אז ביי אים איז דאס דווקא באופן של התלבשות, און די דוגמא וואס ער האט געברענגט איז פון יעקב אבינו, אז ס׳דארף זיין דווקא בדרך זו? וואס איז טאקע דער ביאור בזה האופן? פארוואס איז דאס אזוי וויכטיג? און די עיקר שאלה איז, פארוואס איז דאס אן ענין עיקרי אין דער התגלות פון תורת החסידות? דער גאנצער יום־טוב פון י״ט כסלו, דער יום־טוב פון „יפוצו מעינותיך חוצה“, דער יום־טוב פון התפשטות החסידות, איז פארבונדן מיט אט די צוויי פרטים. וואס ליגט אין אט די צוויי פרטים, וואס ברענגט ארויס אן ענין עיקרי אין התגלות פון תורת החסידות? וועט מען דאס מסביר זיין מיט א סיפור, נאך א סיפור, וואס איז דא פון רבי לוי יצחק בארדיטשעווער. ס׳איז ידוע, אז בשעת דער אלטער רבי האט געגאנגען דרוקן דעם תניא, האט דער אלטער רבי געשיקט שלוחים אז זיי זאלן גיין צו די צדיקים, תלמידי הבעל שם טוב, באקומען פון זיי הסכמות אויפן תניא. די, וואס מיר ווייסן אלע, דאס איז די הסכמה פון ר׳ זושא מאניפאלי און פון ר׳ יהודה לייב הכהן, וואס האבן ביידע געוואוינט אין אניפאלי, וואו ס׳איז געווען דער ציון קדשו פון דעם מעזריטשער מגיד, און דאס איז די הסכמה וואס איז געדרוקט. אבער ווי ס׳איז ידוע אויך צווישן חסידים, ווי דער רבי האט אמאל דערציילט אין א

09:21 כ"ד טבת, יום ההילולא של אדמו"ר הזקן, את הסיפור שהשלוחים עברו [לא ברור]. הוא היה אצל רבי לוי יצחק מברדיצ׳ב עם התניא, והברדיצ׳בי ישב עם התניא [לא ברור]. מהו הסיפור, מה הפרטים? והייתה התפעלות עצומה. הברדיצ׳בי היה ידוע בכך שכאשר התפעל, כשהגיעה בשורה טובה גדולה, היה רוקד וקופץ. הברדיצ׳בי התפעל מאוד, לא ייאמן. ואז אמר הברדיצ׳בי — זו הייתה האמירה של הברדיצ׳בי הקדוש על התניא — ״אהה, זה פלא! איך הוא הצליח להכניס אלוקים גדול כל כך לתוך ספר קטן כל כך?״ זו הייתה התפעלות מבחינתו; הוא הבחין שבספרון הקטן הזה, בתניא, הצליח אדמו"ר הזקן להכניס ולכתוב את האלוקות הגדולה כל כך שתורת החסידות, שהבעל שם טוב והמגיד ממעזריטש, גילו. איך הוא הכניס אלוקים גדול כל כך לספר קטן כל כך? הרבי מדבר על כך בהתוועדות ואומר: ״כמובן, רבותינו אלה צדיקים״ — הוא מדבר על הברדיצ׳בי — לא השתעשעו במשחקי מילים. אמרה נאה, פתגם יפה — נכון, אומרים ״אלוקים גדול, ספר קטן״, זה חרוז יפה. אבל יש כאן

09:21 פארברענגען פון כ״ד טבת, דעם יארצייט פון דעם אלטן רבי, דעם סיפור, אז די שלוחים זיינען דורכגעגאנגען [לא ברור]. ער איז געווען ביים רבי לוי יצחק בארדיטשעווער מיטן תניא, און דער בארדיטשעווער האט געזעצן מיטן תניא [לא ברור]. וואס איז דער סיפור, די פרטים? און עס איז געווען א געוואלדיגע התפעלות. דער בארדיטשעווער איז געווען ידוע, ביי א התפעלות, דער וועג ווי ער פלעגט רעאגירן, ווי ער פלעגט זיך פירן, ווען עס איז געקומען א גרויסע בשורה טובה, ער פלעגט טאנצן און שפרינגען. דער בארדיטשעווער איז געווען ביי א גרויסער התפעלות, זה לא יאומן. און דער בארדיטשעווער האט זיך דאמאלט אויסגעדריקט, דאס איז געווען דער ווארט פון דעם הייליגן בארדיטשעווער, האט געזאגט אויפן תניא, האט געזאגט: „אהא, דאס איז א פלא. ווי האט ער געקענט אריינלייגן אזא גרויסן ג־ט אין אזא קליינעם ביכל, אין אזא קליינעם ספר?“ דאס איז ביי אים געווען א התפעלות, ביי אים געווען א זאך וואס ער האט געקענט באמערקן, אז אין דעם קליינעם ספרל, דעם תניא, האט דער אלטער רבי געקענט אריינשטעלן, אריינזעצן, אריינשרייבן אזא גרויסן ג־ט, וואס תורת החסידות, וואס דער בעל שם טוב און מגיד האבן מגלה געווען. ווי האט ער אריינגעשטעלט אזא גרויסן ג־ט אין אזא קליינעם ספר? דער רבי מלך רעדט וועגן דעם ביי א פארברענגען און זאגט: „כמובן, רבותינו אלה צדיקים“, רעדט וועגן דעם בארדיטשעווער, האט זיך נישט געשפילט מיט ווערטלעך. א שיינער גלייך ווערטל, א שיינער פתגם, ס׳שטימט, יא, וואס מען זאגט, א גרויסער ג־ט, א קליינער ספר, יא, א שיינער, א שיינער, א, א, זאגט מען, גראם. נאר דא איז פאראן א

10:52 עומק, וצריך להעמיק בעומק הזה. הברדיצ׳בי רצה להביא לידי ביטוי את הפלא, את העומק ואת החידוש של אדמו"ר הזקן. ואכן ידוע שהברדיצ׳בי רחש לאדמו"ר הזקן כבוד וידידות גדולים, עד כדי מסירות נפש ממש. יש איגרת שכתב רבי לוי יצחק מברדיצ׳ב בשעה שהתנהל דיון שלם — לא אכנס לפרטים. באיגרת הזאת כותב הברדיצ׳בי הקדוש על אדמו"ר הזקן: כולנו היינו במעזריטש וכולנו אכלנו מאותה צלחת, אבל הוא לקח את השמנת, כלומר את החלק העליון. כך אמר על אדמו"ר הזקן. מה רצה להביא לידי ביטוי בדברים האלה? הרבי מסביר שזה בעצם כל החידוש שחידש אדמו"ר הזקן בעניין חסידות חב"ד. הבעל שם טוב גילה את החסידות הכללית, ואחריו המגיד ממעזריטש. החסידות הכללית גילתה את האלוקות הגדולה, גילתה אמונה ואת גדולתו של הקב"ה, את ״גדול ה׳ ומהולל מאד״. היא הביאה לידי ביטוי את הפלא, את היראה, את העושר, את העונג, את השמחה ואת האהבה. זה מה שגילה הבעל שם טוב. דרך הסיפורים והמופתים של הבעל שם טוב, כפי שמסופר במאות אלפי סיפורים, התגלתה גדלות ה׳ בעולם, וזה הרי מביא את

10:52 עומק, און אן עמק לכת אין דעם עומק. דער בארדיטשעווער האט געוואלט ארויסברענגען דעם הפלא, דעם עומק, דעם חידוש פון דעם אלטן רבי. און ס׳איז ידוע טאקע, דער בארדיטשעווער האט געהאט א גרויסע יחס פון כבוד און ידידות, ביז מסירות נפש ממש, פאר דעם אלטן רבי. ס׳איז דא אין איינע פון די בריוון, אז רבי לוי יצחק בארדיטשעווער האט געשריבן בשעת, יא, וואס האט זיך גערעדט, ס׳איז געווען א גאנצע שקלא וטריא. איך גיי נישט אריין אין די פרטים. איז דא א בריוו וואס דער הייליגער בארדיטשעווער שרייבט וועגן דעם אלטן רבי, אז דער אלטער רבי — מיר האבן זיך אלע, מיר זיינען אלע געווען אין מעזריטש און אלע געגעסן פון דעם זעלבן טעלער, אבער ער האט גענומען די סמעטענע, דאס הייסט דעם אויבערשטן. אזוי האט ער געזאגט אויפן אלטן רבי. וואס האט ער געוואלט ארויסברענגען אין אט דעם ווארט? דער רבי גיט צו פארשטיין, אז דאס איז בעצם די גאנצע אויפטו וואס דער אלטער רבי האט אויפגעטאן אין דעם ענין פון חסידות חב״ד. דער בעל שם טוב האט מגלה געווען חסידות הכללית. נאך דעם דער מעזריטשער מגיד. חסידות הכללית האט מגלה געווען דעם גרויסן ג־ט, מגלה געווען, א קער, א אמונה, די גרויסקייט פון דעם אויבערשטן, דעם „גדול ה׳ ומהולל מאד“. ארויסגעברענגט דעם הפלא, די אימה, די רייכקייט, די געשמאק, די שמחה, די ליבשאפט. דאס, דאס, דאס איז וואס דער בעל שם טוב האט מגלה געווען. דורך די מעשיות ומופתים פונעם בעל שם טוב איז געווען, כפי די מאות אלפי סיפורים, וואס האט מגלה געווען גדלות השם בעולם, דאס הרי ברענגט דעם

12:31 עניין של גדלות שאין לה גבולות. והדבר הביא ליהודים כוח אמונה באופן נפלא ביותר: אמונה בקב״ה, אהבה לקב״ה. אדמו״ר הזקן לקח את הקב״ה הגדול, את העניין הגדול הזה, והכניס אותו לשכל של חכמה, בינה ודעת. אדמו״ר הזקן רצה שהעניינים של תורת הבעל שם טוב לא יישארו רק באמונה [לא ברור], בהכרה [לא ברור], שבה האדם מאבד את שכלו, מאבד את כוחות נפשו, מאבד את גבולותיו, ואז הוא יוצא לרקוד, ואז הוא שמח, ואז הוא רואה את הקב״ה. אבל הכוונה היא להפך. אדמו״ר הזקן רצה שהחסידות תחדור, לגמרי, באדם כפי שהוא אדם: בחכמה שלו, בבינה שלו, בדעת שלו, בהבנה שלו, בהתעוררות שלו, ב[לא ברור] ובגבולות שלו, ברגשות שלו, באהבה שלו, באהבת ה׳ וביראת ה׳ שלו, במידות שלו ובתכונות נפשו הטבעיות. ושם יאיר ויחדור אור החסידות, ישנה את האדם, האדם באשר הוא אדם, כך שעם כוחות נפשו הוא יהיה חדור ויתעורר לגדלות. כדי שדבר כזה יקרה, מסר אדמו״ר הזקן את נפשו. וזה היה ספר התניא שכתב אדמו״ר הזקן, ועליו אמר הרבי הקדוש מברדיטשוב: אלוקים גדול כל כך בספר קטן כל כך. מה הוא רצה לבטא בעניין של ספר קטן? הכוונה היא לגבולות, לצמצום. האם אפשר להכניס אלוקים גדול כל כך, את הבלי־גבול

12:31 ענין פון גדלות אין קיין גבולות. און דאס האט הרי געברענגט ביי אידן דעם כח האמונה באופן נפלא ביותר. אמונה אויבערשטן, ליבשאפט אויבערשטן. דער אלטער רבי האט גענומען דעם גרויסן אויבערשטן, גענומען דעם גרויסן ענין, און האט אריינגעשטעלט אין שכל פון חכמה בינה דעת. דער אלטער רבי האט געוואלט אז די ענינים פון תורת הבעל שם טוב זאלן נישט בלייבן נאר אין אמונה [לא ברור], אין א הכרה [לא ברור], וואו דער מענטש פארלירט זיין שכל, פארלירט זיין כחות הנפש, פארלירט זיין גבולות, און דאן גייט ער טאנצן, און דאן איז ער פריילעך, און דאן זעט ער דעם אויבערשטן. אבער די כוונה איז פארקערט. דער אלטער רבי האט געוואלט אז חסידות זאל דורכנעמען, דורך און דורך, דעם מענטש אזוי ווי ער איז א מענטש. דעם מענטש אין זיין חכמה, אין זיין בינה, אין זיין דעת, אין זיין הבנה, זיין התעוררות, זיין [לא ברור] און גבולות, אין זיין הרגשים, זיין ליבשאפט, זיין אהבת השם, יראת השם, זיינע מדות, זיינע תכונות הנפש הטבעיים. און דארטן זאל דורכשיינען און דורכנעמען דער אור החסידות, איבערמאכן דעם מענטש, האדם באשר הוא אדם, מיט זיינע כחות הנפש, זאל ווערן דורכגענומען און דורכגעוועקט מיט גדלות. כדי אז אזא זאך זאל פאסירן, אויף דעם האט דער אלטער רבי געהאט מסירות נפש. און דאס איז געווען דער ספר התניא וואס דער אלטער רבי האט געשריבן, און דאס האט דער הייליגער בארדיטשעווער געזאגט: אזא גרויסן ג־ט אין אזא קליינעם ספר. וואס האט ער געוואלט ארויסברענגען דעם ענין פון קליינעם ספר? דער ווארט איז די גבולות, די צמצום. קען מען אריינשטעלן אזא גרויסן ג־ט, די בלי גבול

14:15 של האמונה, את האריכות של הוי׳, את האריכות של הקב״ה, את האין־סוף, את ״הוא לבדו ואין זולתו״, ושזה עצמו יהיה מובן בשכל אנושי, באותיות של הסברה, בלבושי השכל? ואדמו״ר הזקן כתב את התניא בתקווה שאדם יוכל להבין ולהתבונן, ושהדברים ייקלטו בתוכו. אם כן, יש כאן גילוי גדול כל כך בספר קטן כל כך — זו המדידה וההגבלה. למה רצה אדמו״ר הזקן להוריד את העניין? למה סבר אדמו״ר הזקן שזו התכלית, הכוונה של תורת החסידות, של הבעל שם טוב הקדוש, של המגיד ממעזריטש — להוריד את הגילוי הגדול ולהכניס אותו בספר קטן? למה? מה הכוונה בזה? וכאן מגיעים לכל הנקודה של הפצת המעיינות, של כל ההיסטוריה של תורת החסידות. זהו התוכן שהבעל שם טוב הקדוש קיבל ממלך המשיח: ״יפוצו מעיינותיך חוצה״, ובכך יבוא משיח. כל העניין של גילוי החסידות הוא הרי להכין את העולם לגאולה השלמה. ומכיוון שעניין החסידות מכין את העולם לגאולה השלמה, צריך לדעת מה יהיה כשמשיח יבוא. וכאן מגיעים לנקודה: כל העניין של גילוי המשיח, שכולנו מחכים לו — ״אחכה לו בכל יום שיבוא״ — הוא שכשמשיח יבוא יהיה גילוי של הקב״ה הגדול, של גילוי הוי׳, של הבלי־גבול, של האין־סוף, של ״למעלה עד אין

14:15 פון די אמונה, די אריכות פון הוי׳, די אריכות פון אויבערשטן, דעם אין סוף, דעם הוא לבדו ואין זולתו. און דאס גופא זאל ווערן פארשטאנדיק אין שכל אנושי, אין אותיות פון הסברה, פון לבושי השכל. און דער אלטער רבי האט געשריבן דעם תניא מיטן האפן אז א מענטש זאל קענען פארשטיין און מתבונן זיין, און אז דאס זאל זיך ארייננעמען אין אים. איז דאס דא אזא גרויסער גילוי אין אזא קליינעם ספר, דאס איז די מדידה והגבלה. פארוואס האט דער אלטער רבי געוואלט אראפנעמען דעם ענין? פארוואס האט דער אלטער רבי געהאלטן אז דאס איז די תכלית, די כוונה פון תורת החסידות, פון הייליקן בעל שם טוב, פון דעם מגיד ממעזריטש, מיט אראפנעמען דעם גרויסן גילוי און אריינשטעלן אין א קליינעם ספר? פארוואס? וואס איז די כוונה בזה? און דא קומט צו גיין די גאנצע נקודה וואס די הפצת המעיינות, פון די גאנצע היסטאריע פון תורת החסידות. וואס דאס איז דער תוכן וואס דער הייליקער בעל שם טוב האט באקומען פון מלך המשיח, אז „יפוצו מעיינותיך חוצה“ און דערמיט וועט קומען משיח. די גאנצע ענין פון די גילוי החסידות איז דאך צוגרייטן די וועלט אויף די גאולה שלמה. וויבאלד אז דער ענין החסידות גרייט צו די וועלט אויף די גאולה שלמה, דארף מען דאך וויסן וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען. און דא קומט מען צו די נקודה. דער גאנצער ענין פון גילוי המשיח, וואס מיר אלע ווארטן, אחכה לו בכל יום שיבוא, איז אז משיח וועט קומען, וועט זיין די גילוי פון דעם גרויסן אויבערשטן, פון דעם גילוי הוי׳, דעם בלי גבול, דעם אין סוף, דעם למעלה עד אין

15:47 קץ ולמטה עד אין תכלית״. גדולתו של הקב״ה תתגלה בגדרים, במציאות, בעולם. וזה מה שנאמר: ״ונגלה כבוד הוי׳ וראו כל בשר יחדיו כי פי הוי׳ דיבר״. כשמשיח יבוא, העולם לא יתבטל. משיח לא ישרוף את העולם. כל הכוונה העליונה, שכידוע אדמו״ר הזקן מביא שהקדוש ברוך הוא רצה שתהיה לו דירה בתחתונים, אינה שהעולם יתבטל, אלא שבעולם, בגדרי העולם, בטבע העולם, במציאות העולם, בעולם היום־יומי — בעולם הזה עצמו תאיר אחדות ה׳ האמיתית. עניין אחדות ה׳ האמיתית שיתגלה על ידי משיח צדקנו אינו גדלות מהסוג ששובר את העולם ומבטל אותו. להפך: ״ומלאה הארץ דעה את ה׳ כמים לים מכסים״. העולם, עם תכונותיו ועם מציאותו, יתעורר לגדלות, לעומק הגדול ביותר, לעניין הגדול ביותר. ולשם כך ניתנה תורת החסידות: להאיר את ענייני האמונה העמוקים ביותר במציאות השכל, במציאות של בשר ודם, בגדרי העולם, בתכונות העולם, בתכונות הטבע, כך שבעולם יישמע ״הוי׳ הוא האלקים״. הוי׳, שהוא אין־סוף, היה הווה ויהיה כאחד, ואלקים בגימטריא הטבע — הם דבר אחד ויחיד. ומכיוון שהחסידות היא הכנה לגילוי משיח, וכך הדבר צריך להתרחש — אדמו״ר הזקן, כפי שאתם יודעים, לא רצה לשרוף את פטרבורג. מה יועיל לשרוף

15:47 קץ ולמטה עד אין תכלית. די גרויסקייט פון דעם אויבערשטן וועט נתגלה ווערן אין די גדרים, אין די מציאות, אין וועלט. און דאס איז וואס מ׳זאגט: „ונגלה כבוד הוי׳ וראו כל בשר יחדיו כי פי הוי׳ דיבר“. ווען משיח וועט קומען, וועט נישט ווערן אויס וועלט. משיח וועט נישט פארברענען די וועלט. די גאנצע כוונה עליונה, וואס מ׳זאגט, ווי באוואוסט דער אלטער רבי ברענגט, אז דער הקדוש ברוך הוא האט געוואלט האבן א דירה בתחתונים, איז נישט אז ס׳וועט ווערן אויס וועלט, נאר אז וועלט, אין די גדרים פון וועלט, אין טבע פון וועלט, אין דער מציאות פון וועלט, אין דער טאג־טעגלעכער וועלט, אין אט דער וועלט זאל אריינשיינען די אחדות ה׳ האמיתית. דער ענין פון אחדות ה׳ האמיתית וואס וועט נתגלה ווערן דורך משיח צדקנו איז נישט אט די סארט גדלות וואס ברעכט וועלט, אויס וועלט. פארקערט: „ומלאה הארץ דעה את ה׳ כמים לים מכסים“. וועלט מיט אירע תכונות, מיט איר מציאות, וועט ווערן דורכגעוועקט מיט גדלות, מיט דער גרעסטער טיפקייט, מיטן גרעסטן ענין. און אויף דעם איז געגעבן געווארן תורת החסידות. אז מ׳זאל אריינשיינען מיט די גרעסטע טיפע ענייני אמונה אין דער מציאות פון שכל, אין דער מציאות פון דער בשר ודם, אין די גדרים פון וועלט, אין די תכונות פון וועלט, אין די תכונות פון טבע, אז אין וועלט זאל זיך הערן דער הוי׳ הוא האלקים. הוי׳, וואס ער איז אין סוף, היה הוה ויהיה כאחד, און אלקים בגימטריא הטבע — דאס איז איין און איינציקע זאך. און וויבאלד חסידות איז א הכנה לגילוי משיח, אז דאס וועט גיין — האט דער אלטער רבי, ווי ווייסט איר, נישט געוואלט פארברענען פעטערבורג. וואס וועט עס העלפן פארברענען

17:33 את פטרבורג? הרי העולם צריך להיעשות דירה לה׳ יתברך. הכוונה שלעתיד לבוא היא הרי שאפילו גויים יכירו באמת. כי נאמר בפסוקים: ״אז אהפוך אל עמים שפה ברורה לקרוא כולם בשם הוי׳ לעבדו שכם אחד״. ״והלכו גוים לאורך״. שעם ישראל והעולם כולו יאירו באלוקות. לכן היה חשוב כל כך לאדמו״ר הזקן שבגאולת י״ט כסלו גם הגויים, והשרים שהיו בפטרבורג, יכירו באמיתתה של החסידות. ולכן רואים בעניין הגאולה שבמכתב ששלח אדמו״ר הזקן לרבי משה מייזליש — בתקופה של תשנ״ט? [לא ברור] — יש מכתב שאדמו״ר הזקן כותב לרבי משה מייזליש. הרבי כותב שרואים כיצד ״נתגדל ונתקדש שמו יתברך בעיני העמים״. וכולם אמרו: ״הפליא ה׳ והגדיל לעשות בארץ״. על מי הוא מדבר? על עמים, על שרים. פשוט. [לא ברור] אנחנו מדברים על תורת החסידות, אנחנו מדברים על תורת הבעל שם טוב, אנחנו מדברים על ״יפוצו מעיינותיך חוצה״. מה לך ולגויים, לעמים, לשרים? מה אכפת לך מה קורה אצל הגויים? החסידות מאירה את העולם, זה [לא ברור]. אבל לא, הרי החסידות היא הכנה לגילוי משיח; היא צריכה לחדור בכל המציאות, כך שהעולם יאיר באלוקות. ואחר כך צריך להגיע לכך שענייני האלוקות יחדרו גם בשכל אנושי, בשכל טבעי, בשכל בהמי, כך שהמציאות של האדם עם תכונותיו תהיה

17:33 פעטערבורג? די וועלט דארף דאך ווערן א דירה להשם יתברך. די כוונה פון לעתיד לבוא איז דאך אז אפילו גויים זאלן דערקענען דעם אמת. ווייל עס שטייט אין די פסוקים: „אז אהפוך אל עמים שפה ברורה לקרוא כולם בשם הוי׳ לעבדו שכם אחד“. „והלכו גוים לאורך“. אז עם ישראל און די גאנצע וועלט וועלן שיינען אין דעם ענין פון אלקות. דערפאר איז דעם אלטן רבי׳ן געווען אזוי וויכטיק, אז אין דער גאולה פון י״ט כסלו זאלן אויך די גויים, און די שרים וואס זענען געווען אין פעטערבורג, דערקענען דעם אמת פון חסידות. און דערפאר זעט מען אין דער גאולה, אז אין דעם בריוו וואס דער אלטער רבי האט געשיקט צו רבי משה מייזליש — אין תקופה פון תשנ״ט? [לא ברור] — איז דא א בריוו וואס דער אלטער רבי שרייבט צו רבי משה מייזליש. שרייבט דער רבי, אז מ׳זעט ווי „נתגדל ונתקדש שמו יתברך בעיני העמים“. און זיי האבן אלע געזאגט אז „הפליא ה׳ והגדיל לעשות בארץ“. וועגן וועמען רעדט ער? וועגן עמים, שרים. פשוט. [לא ברור] מיר רעדן וועגן תורת החסידות, מיר רעדן וועגן תורת הבעל שם טוב, מיר רעדן וועגן יפוצו מעיינותיך חוצה. וואס האסטו צו טאן מיט גויים, עמים, שרים? וואס אינטערעסירט דיר וואס פאסירט צווישן די גויים? חסידות לייכטערט די וועלט, דאס איז [לא ברור]. אבער ניין, חסידות איז דאך א הכנה לגילוי משיח, דאס דארף דורכנעמען די גאנצע מציאות, אז די וועלט זאל שיינען אין דעם ענין פון אלקות. און נאך דעם דארף מען אנקומען, אז די עניינים פון אלקות דארפן דורכנעמען אויך שכל אנושי, שכל טבעי, שכל בהמי, אז די מציאות פון דעם מענטשן מיט זיינע תכונות זאל ווערן

19:11 כלים של גדלות. וזה מה שלוקחים מי"ט כסלו; זה הסיפור שאיתו ניגשים לי"ט כסלו, ראש השנה לחסידות, וצריך לדעת זאת: היום הזה, כפי שאדמו"ר הרש"ב כותב במכתב הידוע, יום י"ט כסלו, הוא היום שבו [לא ברור] הכוונה האמיתית של בריאת האדם על הארץ — להכניס את הקדוש ברוך הוא, לגלות את הקדוש ברוך הוא עצמו, עצמות ומהות הקדוש ברוך הוא, על ידי פנימיות התורה, כדי שיאיר בפנימיות נשמות ישראל, ושהאור הזה יאיר בכל פינה. לא לשבור את העולם, אלא שבהנהגתו של האדם, בחיי העולם, בחיי היום־יום, בענייני אכילה ושתייה, בענייני עסקים, בענייני מסחר, בכל ענייני היום־יום, האדם יהיה דבוק [לא ברור]. שהשכל שלי יהיה חדור בגדלות ויתעורר על ידה; שהמידות שלי יתעוררו על ידי גדלות; שבמחשבה, בדיבור ובמעשה שלי, ובעבודת ה' שלי בחיי היום־יום, עד לאכילה, שתייה ועסקים, ועד לפרט הקטן ביותר, יאירו ״בכל דרכיך דעהו״ ו״כל מעשיך לשם שמים״. שהאחד יאיר בעולם ויהיה נראה לעין. ובימים האלה, הימים הגדולים של הגאולה, שנזכה כבר לראות את הגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו. שתהיה כבר הגאולה השלימה, תיכף ומיד ממש, ושנוכל לרקוד ולשיר ולראות [לא ברור].

19:11 כלים פון גדלות. און דאס איז וואס מען נעמט י״ט כסלו, אז דאס איז דער סיפור וואס מען נעמט צו צוגיין צו י״ט כסלו, דער ראש השנה לחסידות, דארף מען וויסן זיין. אז דער יום, ווי דער רבי רש״ב שרייבט אין דעם מכתב הידוע, אז דער טאג פון י״ט כסלו, דאס איז דער טאג וואס [לא ברור] די כוונה האמיתית פון בריאת האדם על הארץ: אריינברענגען דעם אויבערשטן, מגלה זיין דעם אויבערשטן אליין, עצמות ומהות הקדוש ברוך הוא, דורך פנימיות התורה, צו לייכטן אין פנימיות נשמות ישראל, אז דאס זאל שיינען אין יעדער פינה. ניט ברעכן וועלט, נאר אין דער הנהגה פון דעם מענטשן, בחיי העולם, אין טאג־טעגלעכן לעבן, אין עניינים פון אכילה, שתייה, און עניינים פון ביזנעס, אין עניינים פון עסק, אין עניינים פון טאג־טעגלעכן לעבן, אז א מענטש זאל זיין דבוק [לא ברור]. מיין שכל זאל ווערן דורכגענומען, דורכגעוועקט מיט גדלות; מיינע מידות זאלן ווערן דורכגעוועקט מיט גדלות; מיין מחשבה, דיבור, מעשה און מיין עבודת השם בחיי יום־יום, ביז אין אכילה, שתייה, עסק, ביז אין קליינסטן פרט, זאל שיינען דער „בכל דרכיך דעהו“ און „כל מעשיך לשם שמים“. דער אחד זאל שיינען אין דער וועלט און זאל טאקע זעבאר זיין. אז אין די טעג, גרויסע טעג פון דער גאולה, זאל מען שוין זען די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו. זאל שוין זיין די גאולה שלימה. זאל זיין טאקע תיכף ומיד ממש, און זאלן מיר טאקע קענען טאנצן און זינגען און זען [לא ברור].