לעבן חסידות · פרק 100 · 2023-11-12 · 29:53
פרשת תולדות דער בירור פון עשו אלץ הכנה צו די גאולה
תיאור הפרק
*תניא לקוטי אמרים פרק ט׳, *לקוטי שיחות חלק ל״ה תולדות ג׳, *מאמרי אדמור הזקן הקצרים
השמע המקורי · הערך על הרב אשר פרקש בחב"דפדיה
תמלול אוטומטי מהשמע, ותרגום מכונה לעברית. קישורים לחב"דפדיה נוספו אוטומטית.
00:00 החסיד הידוע, ר' מענדל פוטרפס, היה מגדולי המשפיעים בדור האחרון. הוא סיפר שבתקופת אדמו"ר הצמח צדק, ברוסיה, היה חסיד מפורסם בשם ר' חנוך הענדל, שהחסידים נהגו לקרוא לו ר' הענדל. הוא התגורר בעיירה בשם פלשניץ, שבה חיו יחד חסידים ומתנגדים, ושם עסק בענייניו. לר' הענדל היה אח בשם ר' יוסף. כשהיו בחורים צעירים, ישבו שניהם בפלשניץ ולמדו תורה אצל הרב. הם היו תלמידי חכמים גדולים ולמדו בהתמדה ובשקידה. פעם אחת, כשישבו ולמדו בבית המדרש, נכנס יהודי מן הרחוב. הוא לא היה בן העיירה; הוא עבר שם בדרכו ונכנס לבית הכנסת כדי להתפלל. באותו יום היה ראש חודש. הוא נעמד בצד והחל בהכנות לתפילה. הם ישבו ולמדו בצד, אבל הבחינו בהכנות של אותו יהודי לתפילה, [לא ברור]. הם היו רגילים לכך שמתפללים בציבור, במניין, ואילו כאן ראו שהאיש נעמד והוא
00:00 דער באוואוסטער חסיד, ר' מענדל פוטערפאס, איז געווען פון די גרעסטע משפיעים פון דעם לעצטן דור. האט ער דערציילט, אז ס'איז געווען אין רוסלאנד, אין די צייטן פון דעם צמח צדק. ס'איז געווען ידוע, אז ס'איז געווען א חסיד, א מפורסם, וואס האט געהייסן ר' הענדל, דער חסיד ר' חנוך הענדל. חסידים פלעגן אים רופן ר' הענדל. און ער האט געוואוינט אין א שטאט וואס האט געהייסן פלשניץ. דאס איז געווען א שטאט וואו סיי חסידים און סיי מתנגדים האבן געוואוינט צוזאמען, און ער האט זיך דארטן אפגעגעבן. ר' הענדל האט א ברודער, וואס האט געהייסן ר' יוסף. זיי זענען געווען יונגע בחורים, און האבן געזעסן אין פלשניץ און געלערנט ביים רב, זיי האבן געלערנט תורה. און זיי זענען געווען די גרעסטע תלמידי חכמים, זיי האבן געלערנט בהתמדה ושקידה. איינמאל זיצן זיי אין בית המדרש און לערנען, איז אריינגעקומען א איד פון גאס. דאס איז געווען א איד וואס איז נישט געווען פון יענעם שטעטל; ער איז אריבערגעפארן אויפן וועג און איז געקומען אריין אין שול, זיך שטעלן דאווענען. יענעם טאג איז געווען ראש חודש, און ער האט זיך אוועקגעשטעלט אויף א זייט און האט גענומען מאכן הכנות, זיך גרייטן צום דאווענען. זיי האבן געזעסן און געלערנט אויף א זייט, אבער זיי האבן באמערקט, אז די הכנות, וואס דער איד גרייט זיך צום דאווענען, [לא ברור]. דאס איז זיי געווען צוגעוואוינט, אז מ'דאווענט תפילה בציבור, דאווענט אין מנין, און זיי האבן געזען, אז דער איד שטעלט זיך אוועק און ער
01:46 מחזיק את הטלית על כתפו ואינו ממהר להתעטף בה. הוא הולך הלוך ושוב, שקוע במחשבותיו, נעמד ליד הקיר, וכך עומד זמן־מה. על מה חשב, הם לא ידעו, אבל הוא עמד כך זמן רב, שקוע מאוד בהתבוננות. לאחר זמן ממושך התעטף בטלית ונעמד להתפלל. הם ראו שהתפילה נמשכת אצלו כמה שעות. בינתיים הם ישבו ולמדו, אבל מדי פעם הציצו לעברו. הדבר היה לפלא בעיניהם; מעולם לא ראו הנהגה כזאת: יהודי עומד ומתפלל שעות ארוכות. הם ראו שלאחר כמה פסוקים הוא עוצר, ושוב מתבונן זמן־מה. לפעמים פורץ מפיו ניגון והוא שר פסוק בניגון. לפעמים הוא בוכה ודמעות זולגות מעיניו. וכך נמשכה כל התפילה. כשהגיעו לאמירת הלל, הדבר היה יוצא דופן עוד יותר. הלל כזה לא שמעו בחייהם, בכזאת התלהבות, בכזה להט ובכזה חיות. גם שם הוא עצר לאחר כמה פסוקים. הם רשמו לעצמם באילו פסוקים הבחינו שיש לו כוונה מיוחדת. היו פסוקים שעוררו בהם פליאה: מה
01:46 האלט דעם טלית אויף די פלייצע און ער יאגט זיך נישט אנצוטאן דעם טלית. ער גייט אהין און צוריק, פארטראכט זיינע מחשבות, שטעלט זיך אוועק ביים וואנט, און אזוי שטייט ער א משך זמן. און ער טראכט — וואס טראכט ער, האבן זיי נישט געוואוסט — אבער ער שטייט אזוי א לאנגע צייט און טראכט זיינע מחשבות, און איז זייער טיף פארטראכט אין התבוננות. שפעטער, נאך א לענגערע צייט, האט ער אנגעלייגט דעם טלית און האט זיך געשטעלט דאווענען. און זיי האבן געזען, אז דאס דאווענען נעמט אים כמה שעות. זיי האבן געזעסן בשעת מעשה און געלערנט, אבער יעדעס שטיקל צייט האבן זיי א קוק געטאן. ס'איז געווען א וואונדער; זיי האבן קיינמאל נישט געזען אזא הנהגה. ס'זיצט א איד שעות לאנג און ער דאווענט. און זיי זעען, אז נאך עטליכע פסוקים שטעלט ער זיך אפ, און ווייטער טראכט ער זיך אריין פאר א משך זמן. אמאל שפריצט ער אויס א ניגון, ער זינגט זיך א פסוק מיט א ניגון. אמאל, א געוויין, גייט ער אויף טרערן. און אזוי גייט עס א משך זמן, דער גאנצער דאווענען. ביז זיי זענען געקומען צו זאגן הלל. אז זיי זענען געקומען צו הלל, איז גאר געווען. אזא הלל האבן זיי אין זייער לעבן נישט געהערט, מיט אזא התלהבות, מיט אזא ברען און מיט אזא קאך. און אויך דארט שטעלט ער זיך אפ נאך עטליכע פסוקים. און זיי האבן ביי זיך אראפגעשריבן, וואס זענען די פסוקים וואס זיי האבן געזען ביי אים עפעס א ספעציעלע כוונה אין דעם. ס'איז געווען פסוקים, אז ס'איז געווען א וואונדער: וואס
03:21 הוא ראה בהם? הם ידעו את פירוש המילות, את המשמעות הפשוטה, אבל התפלאו: מה ראה דווקא בפסוקים האלה? למה הוא בוכה כל כך, וממה ההתרגשות הגדולה? הדבר בלט במיוחד בהלל, בחלק של ״מן המצר קראתי י־ה, ענני במרחב י־ה״. בפסוקים האלה ראו שהוא בוכה בדמעות שליש, מתוך התלהבות עצומה. כשסיים אותו יהודי להתפלל, ניגשו אליו, התיישבו והחלו לשוחח איתו. הם אמרו לו שראו כיצד הוא מתפלל, ורצו להבין: איזו מין תפילה זו? במה הוא מתבונן זמן רב כל כך, ומדוע הוא עוצר? ביקשו שיסביר להם. ומה אירע שם בהלל, ב״בצאת ישראל״ ובמיוחד ב״מן המצר״? מה יש שם? ביקשו שיסביר להם, כי מעולם לא ראו תפילה כזאת. הם הכירו רק תפילה על פי ההלכה, [לא ברור], אבל איזו תפילה הייתה זו שראו אצלו? החסיד החל להסביר להם ולימד אותם להבין מה התרחש. הוא הסביר להם גם שבכל יהודי יש שתי נפשות: נפש אלוקית ונפש בהמית. אלו הן
03:21 עפעס האט ער געזען, וואס איז דא אין די פסוקים? זיי האבן געקענט דעם פירוש המילות, דעם פשוט'ן טייטש. ס'איז אבער געווען א וואונדער, וואס עפעס האט ער געזען אין די פסוקים, פארוואס וויינט ער זיך אזוי, וואס איז אזוי די התרגשות? ס'איז געווען ספעציעל אין הלל, אין דעם חלק פון „מן המצר קראתי י-ה, ענני במרחב י-ה“. אין די פסוקים דארטן האבן זיי געזען, אז ס'איז געווען דמעות שליש. שטארק געוויינט און שטארק מיט דער גרעסטער התלהבות. אז יענער האט געענדיגט דאווענען, האבן זיי צוגעגאנגען צו אים, זיך אוועקגעזעצט און אנגעהויבן זיך צוזאמען רעדן. און האבן אים געזאגט, אז זיי האבן געזען ווי דער איד דאווענט; זיי ווילן פארשטיין, וואס איז דאס, וואס איז דאס פאר א דאווענען? וואס איז דאס וואס ער פארשטייט זיך אזוי פיל און טראכט, וואס שטעלט ער זיך אפ? זאל ער זיי געבן צו פארשטיין. און וואס איז געשען דארטן ביי הלל, וואס דארטן האבן זיי געזען ביי „בצאת ישראל“ און ספעציעל ביי „מן המצר“? וואס איז דארטן? ער זאל זיי גיין צו פארשטיין, ווייל זיי האבן קיינמאל נישט געזען אזא דאווענען. זיי ווייסן נאר דאווענען אויף דער הלכה, [לא ברור], אבער וואס איז דאס דארט פאר א דאווענען וואס זיי האבן געזען ביי אים? דער חסיד האט זיך גענומען זיי צו פארשטיין און האט זיי אויסגעלערנט, זיי צו פארשטיין וואס ס'איז געווען. און בכלל האט ער זיי געגעבן צו פארשטיין, אז יעדער איד האט אין זיך צוויי נפשות. ס'איז פאראן דער נפש אלוקית און ס'איז פאראן דער נפש הבהמית. וואס איז
04:51 שתי הנפשות המלובשות בכל אדם. הנפש האלוקית נמצאת בצד ימין, והנפש הבהמית בצד שמאל, בחלל השמאלי, ומתנהלת ביניהן מלחמה: ״לאום מלאום יאמץ״. המלחמה היא על כך שהנפש האלוקית רוצה לכבוש את כל ה״עיר קטנה, זה הגוף״. הנפש האלוקית רוצה להיות בעלת הבית היחידה, כך שהאדם כולו, עם כל איבריו וגידיו, עם כל מחשבותיו, דיבוריו ומעשיו, ועם כל כוחות השכל והמידות שלו, יהיה מסור לה׳ לבדו, לקדוש ברוך הוא. מן הצד השני עומדת הנפש הבהמית ומכניסה מחשבות זרות, הרהורים רעים ותאוות, כי הנפש הבהמית, כשמה כן היא, בהמה. וכך מתנהלת מלחמה בין שתי הנפשות. המלחמה נמשכת במשך כל עשרים וארבע השעות, אבל יש זמן שבו מתרחש עיקר המלחמה: אז הנפש האלוקית נלחמת בנפש הבהמית כדי להמחיש לה את העונג, המתיקות והטוב שבאלוקות. הדבר נעשה באמצעות עבודה שבלב; שם מתנהלת המלחמה האמיתית בין הנפש האלוקית לנפש הבהמית. כמו שנאמר, ״שעת צלותא שעת קרבא״. זמן התפילה הוא זמן המלחמה, שבו הנפש האלוקית מתלבשת בנפש הבהמית ומתבוננת באלוקות, בגדלות ה׳ ובאפסיות העולמות. האדם מעמיק במילות התפילה, הוא
04:51 די צוויי נפשות וואס זיינען מתלבש ביי יעדער מענטש. די נפש האלקית געפינט זיך אויף דער רעכטער זייט, און די נפש הבהמית אין דער לינקער זייט, חלל השמאלי, און ס׳איז דא א מלחמה, לאום מלאום יאמץ. ס׳גייט פאר א מלחמה, און די מלחמה איז אז די נפש האלקית וויל אייננעמען דעם גאנצן עיר קטנה, זה הגוף. די נפש האלקית וויל ווערן דער איינציגער בעל־הבית, אז דער גאנצער מענטש מיט אלע זיינע איברים, מיט אלע זיינע גידים, מיט אלע זיינע מחשבות, דיבורים און מעשים, מיט אלע זיינע כוחות השכל ומדות, אלץ זאל ווערן איבערגעגעבן לה׳ לבדו, צום אויבערשטן אליין. און די נפש הבהמית שטייט פון דער אנדערער זייט, און ער ווארפט אריין מחשבות זרות, הרהורים רעים און תאוות, ווייל די נפש הבהמית, כמשמעו כן הוא, איז א בהמה. און ס׳גייט פאר א מלחמה צווישן די צוויי נפשות. דער זמן פון א טוטאלער מלחמה איז פיר און צוואנציק שעה, אבער ס׳איז דא דער זמן וואס דעמאלט איז דער עיקר ענין, וואס דעמאלט פירט די נפש האלקית א מלחמה מיט דער נפש הבהמית, זי צו געבן צו פארשטיין דעם געשמאק, די זיסקייט, די גוטקייט פון געטליכקייט. און דאס איז דורך דעם ענין פון עבודה שבלב, וואס דארטן איז די אמת׳ע מלחמה צווישן דער נפש האלקית און דער נפש הבהמית. ווי ער זאגט, בשעת צלותא שעת קרבא. דער זמן פון דאווענען איז זמן המלחמה, וואס די נפש האלקית איז זיך מתלבש אין דער נפש הבהמית און איז זיך מתבונן אין געטליכקייט, מתבונן אין גדלות השם און אפסיות העולמות. ער טראכט זיך אריין אין די ווערטער פון דאווענען, ער
06:24 הוא מתבונן בגדולת הקב"ה, עד שהוא מושך פנימה גם את הנפש הבהמית. הוא רוצה להפוך אותה, להוציא אותה מן השטויות ומן התאוות שלה, ולהכניס אותה לרשות הקדושה. הנפש הבהמית נקראת הגוי שנמצא אצל כל אחד. הביטוי הזה חוזר שוב ושוב: ״הגוי אשר בקרבך״, הגוי שבכל איבר ואיבר. כלומר, הנפש הבהמית היא שמושכת את האדם למידות רעות ולתאוות רעות. ושוב, הרבי בתניא קורא לה ״שד משדין נוכראין״, היצר הרע הגויי, שמכניס באדם גויות, ריקנות ושפלות. ונגדה מנהלת הנפש האלוקית מלחמה. היא היהודי שנמצא אצל כל אחד, ה״חלק אלוקה ממעל״, שמתגבר על התאוות הרעות ועוקר, עוקר את ״הגוי אשר בקרבך״, נלחם בו עד שעוקרים אותו לגמרי מתוכו. [לא ברור] לשני האנשים האלה, לרב הענדל ולאחיו רב יוסף, הוא אומר שבתפילה, בהלל — ובעצם בכל התפילה — מדברים על השאלה ״למה יאמרו הגוים״. [לא ברור] בתפילת הלל מדברים על עניין שלם. בתפילת הלל אומרים ״לא לנו ה׳ לא לנו״; שם אומרים ״למה יאמרו הגוים״, ״הללו את ה׳ כל גוים״. כלומר, מדברים על הגוי ועל הטענות שהוא טוען, כל מיני טענות שטותיות,
06:24 טראכט זיך אריין אין די גדלות פון אויבערשטן, און ביז ער ציט אריין די נפש הבהמית, ער וויל מהפך זיין, ארויסנעמען פון זיינע נארישקייטן, פון זיינע תאוות, און אים אריינפירן אין רשות הקדושה. די נפש הבהמית רופט זיך אן דער גוי וואס געפינט זיך ביי יעדן איינעם. דאס ברענגט זיך אן כסדר, דער לשון ״הגוי אשר בקרבך״, דער גוי שבכל איבר ואיבר. דאס הייסט אז די נפש הבהמית, דאס איז וואס ציט דעם מענטשן צו מדות רעות, תאוות רעות. און ווידער אמאל רופט דער רבי אין תניא דעם שד משדין נוכראין, דער גוי׳שער יצר הרע, וואס פירט אריין די גוי׳שקייט און ריקנות און נידעריקייט אין דעם מענטשן. און אויף דעם איז די מלחמה פון דער נפש האלקית, אז דאס איז דער איד וואס געפינט זיך ביי יעדן איינעם, דער חלק אלוקה ממעל, וואס ער איז זיך מתגבר אויף די תאוות הרעות און ארויסרייסן, ארויסרייסן דעם גוי אשר בקרבך, פירן מיט אים א מלחמה ביז מען רייסט אים ארויס אינגאנצן פון זיך. [לא ברור] צו די צוויי לייט, צו רב הענדל און צו זיין ברודער רב יוסף, זאגט ער אז אין דאווענען, בהלל, בכלל דאס איז דער גאנצער דאווענען, רעדט מען וועגן דעם קושיא ״למה יאמרו הגוים״. [לא ברור] תפילת הלל, רעדט מען וועגן א טוטאלן ענין. תפילת הלל, רעדט מען ״לא לנו ה׳ לא לנו״; דארטן רעדט מען ״למה יאמרו הגוים״, ״הללו את ה׳ כל גוים״. דאס הייסט אז מען רעדט וועגן דעם גוי און די טענות פון דעם גוי וואס ער טענה׳ט, כל מיני טענות, נארישע טענות,
07:59 והנפש האלוקית ניגשת להסביר לו את האמת, ״ואמת ה׳ לעולם״ — את האמת של האלוקות, את האמת של הקדושה — עד שפועלים בו את ״הללו את ה׳ כל גוים שבחוהו כל האומים״. שגם הגוי, הנפש הבהמית, ישמע ויקלוט את האמת של ״ואמת ה׳ לעולם״, עד שגם אצלו יהיה עניין של ״הללו״, שאפילו הגוי, בכל כוחו, [לא ברור] את הקב"ה. ומכאן ממשיכים ל״מן המצר״. שם מדברים על המֵצַר: יהודי מתבונן במצבו, חושב על מה שקורה בחייו. כשהוא רואה איך בחיי היום־יום, בבואו לאכול ולשתות, לעסוק בעניינים גשמיים ובעניינים שבין אדם לחברו, בענייני מזון, הוא כל כך הפוך, כל כך בוער וכל כך שקוע בהם — זהו באמת המֵצַר. ״מן המצר קראתי י־ה״: הוא צועק אל הקב"ה מתוך המֵצַר. הוא רוצה להתחבר לקב"ה עצמו. וכך ממשיך נוסח התפילה שם. ובהמשך ל״מן המצר״ אומרים ״סבוני כדבורים״. אני אסביר לכם את הסדר: מה פירוש ״סבוני כדבורים״? הוא אומר שהיצר הרע, הנפש הבהמית, הוא לפעמים בהמה ולפעמים חיה, ויש בו כל מיני סוגים של בעלי חיים. לפעמים הוא מתלבש בדמות בעל
07:59 און די נפש האלקית גייט אים צו פארשטיין און ער מסביר דעם אמת, ״ואמת ה׳ לעולם״, דעם אמת פון געטליכקייט, דעם אמת פון קדושה, ביז מען פועל׳ט ביי אים דעם ״הללו את ה׳ כל גוים שבחוהו כל האומים״. אז דער גוי, די נפש הבהמית, זאל אויך דערהערן דעם אמת פון ״ואמת ה׳ לעולם״, און ביז עס ווערט ביי אים דער ענין פון ״הללו״, אז אפילו דער גוי, בכל כחו, [לא ברור] דעם אויבערשטן. און אויף דעם איז מען ממשיך אין דעם ״מן המצר״. און דארטן רעדט מען וועגן דעם מצר. אז א איד טראכט זיך אריין אין זיין מצב, ער טראכט זיך אריין וואס גייט פאר מיט אים אין לעבן. און ווי ער זעט אין דעם טאג־טעגלעכן לעבן, א מענטש קומט צו גיין צו עסן, צו טרינקען, צו ענינים גשמיים, און צו ענינים שבין אדם לחבירו, ענינים פון מזון, איז ער אזוי פארקערט, און אזוי פארברענט, און אזוי פארכאפט אין דעם. און דאס איז דער אמת פון מצר. ״מן המצר קראתי י־ה״, ער שרייט צום אויבערשטן מן המצר. ער וויל זיך פארבינדן מיטן אויבערשטן אליין. און אזוי גייט ווייטער דארטן אין דעם נוסח התפילה. און דארטן זאגט מען, אין דעם המשך פון דעם ״מן המצר״, זאגט מען אז ס׳איז דא ״סבוני כדבורים״. אז איך וועל אייך געבן צו פארשטיין די ריי, וואס איז דאס ״סבוני כדבורים״. זאגט ער אז דער יצר הרע, די נפש הבהמית, איז אמאל א בהמה, און ער איז א חיה, און ער האט אין זיך כל מיני סוגים פון בעלי חיים. אמאל טוט ער זיך אן אזוי ווי א בעל
09:21 חיים, כמו בעל חיים. לפעמים הוא כדבורה: ״סבוני כדבורים״. הנפש הבהמית מתלבשת בלבוש של דבורה. מה עניינה של דבורה? מצד אחד, הדבורה נותנת דבש, שיכול להיות טעים ומתוק, ומי אינו אוהב דבש? אבל מצד שני, לדבורה יש עוקץ. היא יכולה לעקוץ, וזה כואב. ועל כך ישנו מאמר חז"ל הידוע: ״לא מדובשך ולא מעוקצך״. אומרים לדבורה, ואומרים ליצר הרע: ״לא מדובשך״ — אינני צריך את המתיקות שלך, אינני צריך את המרירות שלך, אינני צריך את העוקץ שלך. כדי להבין מה פירוש הדבר בעבודה: הנפש הבהמית, היצר הרע, רוצה הרי להכניס את האדם לרשותו. הוא רוצה להכניס את האדם לרשות העולם הזה, לרשות התאוות והחומריות, ולהוריד אותו לעניינים בלתי רצויים. איך יעשה זאת? יבוא לאדם ויאמר לו: לך תחטא? האדם לא ישמע לו. יהודי אינו רוצה, אינו יכול להינתק מן הקב"ה. יהודי אינו רוצה לעשות עבירה. אז איך הוא ניגש אליו? הוא מתלבש בלבוש של דבורה. ומהי הדבורה? מצד אחד, היא מסתירה את העוקץ במתיקות
09:21 חי, אזוי ווי א בעל חי. אמאל איז ער כדבורה, „סבוני כדבורים“. דער נפש הבהמית טוט זיך אן אין א לבוש, אין א קלייד פון א בין, פון א דבורה. וואס איז דאס די ענין פון א דבורה? א דבורה, א בין, פון איין זייט גיט דאס הוניג, וואס קען זיין געשמאק און זיס, און ווער האט נישט ליב הוניג? פון דער צווייטער זייט אבער, דער בין האט א שטאך, ער האט א עוקץ, ער קען א בייס טאן, און ס'טוט וויי. און אויף דעם איז דא דער מאמר חז"ל הידוע: „לא מדובשך ולא מעוקצך“. מ'זאגט צו דעם בין, און מ'זאגט צו דעם יצר הרע: „לא מדובשך“ — איך דארף נישט דיין זיסקייט, איך דארף נישט דיין ביטערקייט, איך דארף נישט דיין עוקץ. כדי צו פארשטיין וואס מיינט דאס אין עבודה: דער נפש הבהמית, דער יצר הרע, וויל דאך אריינהאבן דעם מענטשן צו זיין רשות. ער וויל דאך אריינהאבן דעם מענטשן אין רשות פון דעם עולם הזה, רשות פון די תאוות און חומריות, און אראפנידערן אין ענינים בלתי רצויים. ווי זאל ער דאס טאן? צוקומען צום מענטשן און זאגן אים: גיי זינדיגן? דער מענטש וועט אים נישט פאלגן. א איד וויל נישט, ער קען זיך נישט אפרייסן פון אויבערשטן. א איד וויל נישט טאן קיין עבירה. ווי אזוי גייט ער צו צו אים? טוט ער זיך אן אין א לבוש פון א בין, כדבורה. און וואס איז די דבורה? אז פון איין זייט פארדעקט ער דעם שטאך אין א זיסקייט
10:42 של דבש. והוא אומר לאדם שזו בכלל אינה עבירה, או, תאר לעצמך, אדרבה, שזו אפילו מצווה. למשל, כשיש רצון לדבר לשון הרע, או לעשות רע, למרר את חייו של אדם אחר, אולי לומר משהו על יהודי אחר, בא היצר הרע ואומר: אתם יודעים, לגבי היהודי ההוא, זו ממש מצווה. צריך לגלות קנאות; הוא אומר דברים שאינם נכונים, וצריך, צריך למחות. וכך הוא הופך את הכול למצווה, לדבר קדוש. ואז הוא מחדיר את העוקץ, את סם המוות, וכך הוא לוכד את האדם. וליצר הרע יש כל מיני דרכים לעשות זאת: הוא מתחפש בלבוש שנראה כלבוש של קדושה, אבל בתוכו מעורבים ענייני בליעל, עניינים של ישות, גאווה ורוע, שמקורם בנפש הבהמית, ביצר הרע. ועל כך אומרים: ״סבוני כדבורים״. יהודי חש שהיצר הרע הקיף אותו כך, שהוא סובב אותו ומתלבש בלבושים כאלה שלפעמים אי אפשר להבחין בהם. ״סבוני כדבורים, דועכו כאש קוצים, בשם ה׳ כי אמילם״ — שהדבורה תישרף, שכל העניין הזה, הרוע, התערובת או בלבול המוח, יישרפו,
10:42 פון א דבש, פון א הוניג. און ער זאגט דעם מענטשן אז ס'איז גארנישט קיין עבירה, צי שטעל זיך פאר, אדרבה, אז ס'איז גאר א מצוה. למשל, ווען ס'איז דא א רצון וועגן רעדן לשון הרע, אדער וועגן מאכן שלעכט, פארביטערן אן אנדערן, אפשר זאגן עפעס אויף א צווייטן אידן, קומט צו גיין דער יצר הרע און זאגט: איר ווייסט, יענעם אידן, דאס איז גאר א מצוה, מ'דארף זיין קנאות, און ער זאגט זאכן וואס זענען נישט ריכטיג, און מ'דארף, מ'דארף מוחה זיין. און ער וועט א גאנצע מצוה מאכן, און ס'איז א הייליגע זאך. און דעמאלט שטעלט ער אריין דעם שטאך, דעם סם המות, וואס אזוי פארכאפט ער דעם מענטשן. און אויף דעם איז דא כל מיני דרכים וואס דער יצר הרע טוט, וואס ער פארשטעלט זיך מיט א לבוש, וואס דער לבוש קוקט אויס א לבוש פון קדושה, אבער אין דעם איז אריינגעמישט ענינים פון בליעל, ענינים פון ישות און גאוה און רע, פון דער נפש הבהמית, פון דעם יצר הרע. און אויף דעם זאגט מען: „סבוני כדבורים“. א איד הערט אז דער יצר הרע האט אים אזוי פאררינגלט, אז ער מאכט אים ארום, און ער טוט זיך אן אזעלכע לבושים וואס מ'קען נישט דערמערקן אמאל. „סבוני כדבורים, דועכו כאש קוצים, בשם ה' כי אמילם“ — אז דער דבורה זאל פארברענט ווערן, זאל דער גאנצער ענין, דער רע, דער געמיש, אדער דער בלבול המוח זאל פארברענט ווערן,
12:05 להימחות לגמרי, שלא יישאר ממנו מאומה, ושהאמת תתגלה. ואז אפשר יהיה לראות את ההמשך, כמו שהוא אומר הלאה: ״ימין ה׳ רוממה, ימין ה׳ עושה חיל״ — שיהודי יוכל ללכת מחיל אל חיל, לראות את האמת, לעבוד את הקדוש ברוך הוא ולגלות את האמת בעולם. כששמע דברים כאלה, הוא הרגיש שמעולם לא שמע עושר ועומק כאלה: בכל מילה של דוד בתהלים נמצאת המלחמה האישית שיהודי מנהל בכל יום, מלחמת הנפש האלוקית והנפש הבהמית. הוא שמע איזה עומק ופירושים יש בכל פסוק של דוד. כששאלו אותו איפה לומדים את הדברים האלה, התגלגלו הדברים עד שלימים נסעו אל אדמו״ר הצמח צדק. זהו החסיד [?] ואחיו, שהיו מגדולי החסידים של אדמו״ר הצמח צדק. אבל את הנקודה הזאת אנחנו מוצאים בפרשת השבוע. בפרשת תולדות מדובר על ״שני גויים בבטנך ושני לאומים ממעייך ייפרדו״. רבקה ראתה ש״ויתרוצצו הבנים בקרבה״ — שיש התרוצצות, יש מלחמה. כשהיא עוברת ליד בית עבודה זרה, אחד רוצה לצאת; וכשהיא עוברת ליד בית מדרש, השני רוצה לצאת. וכשהם באים—
12:05 אינגאנצן פארטילט ווערן, און נישט בלייבן פון אים גארנישט, און זאל נתגלה ווערן דער אמת. און מ'זאל קענען טאקע זען דעם המשך, ווי ער זאגט ווייטער: „ימין ה' רוממה, ימין ה' עושה חיל“, אז א איד זאל קענען גיין מחיל אל חיל און זען דעם אמת און קענען טאקע דינען דעם אויבערשטן און מגלה זיין דעם אמת בעולם. ווען ער האט געהערט אזעלכע זאכן, האט ער נאך נישט געהערט אזא רייכקייט און אזא טיפקייט, אז יעדער ווארט פון דוד אין דעם תהלים, די אייגענע מלחמה פון דעם וואס א איד טוט אלע טאג, און דער מלחמה פון דער נפש האלקית און דער נפש הבהמית, און ווי אזוי יעדער פסוק אין דוד האט אין זיך אזא טיפקייט און די טייטשן. און ווען מ'האט אים געפרעגט וואו לערנט מען די זאכן, און פון דעם איז שפעטער געווארן אז זיי זענען געפארן צום צמח צדק, און דאס איז דער חסיד [לא ברור] און זיין ברודער, וואס זיי זענען געווען פון די גדולי החסידים פון דעם צמח צדק. אבער דעם נקודה געפינען מיר אין היינטיגן סדר. אין פרשת תולדות רעדט זיך דאך וועגן דעם ענין פון „שני גויים בבטנך ושני לאומים ממעייך יפרדו“. אז רבקה איז געקומען צו גיין און געזען אז „ויתרוצצו הבנים בקרבה“, אז ס'איז דא א התרוצצות, ס'איז דא א מלחמה. און ווען זי גייט איבער א שטוב פון עבודה זרה, וויל ער ארויסגיין איינער. און ווען זי גייט איבער א שטוב פון, פון, פון, פון א בית מדרש, וויל ארויסגיין א צווייטער. און ווייל זיי קומען
13:33 ״למה זה אנכי?״ היא לא הבינה מה קורה כאן. ומה אמרו לה? ״שני גויים בבטנך ושני לאומים ממעייך ייפרדו, ולאום מלאום יאמץ ורב יעבוד צעיר״. כלומר, כפי שאדמו״ר הזקן מבאר בתניא, הסיפור של רבקה, יעקב ועשו הוא בעצם הסיפור של כל יהודי. יעקב רומז לנפש האלוקית שיש בכל יהודי, ועשו מייצג את הנפש הבהמית שיש בכל יהודי. ״שני גויים בבטנך״ פירושו שיש שני עמים. כפי שאדמו״ר הזקן מתאר בתניא, אלו שתי נפשות, ולכל אחת מהן יש מערכת שלמה של שכל ומידות, מחשבה, דיבור ומעשה — מבנה שלם: הנפש האלוקית מצד אחד והנפש הבהמית מצד שני. והן נלחמות זו בזו על העיר הקטנה; כל אחת רוצה לכבוש ולשלוט. על כך נאמר ״כשזה קם זה נופל״. כל הסיפור של יעקב ועשו בפרשה, כפי שהחסידות מפרשת אותו, הוא מלחמת הנפש האלוקית והנפש הבהמית. אבל כאן רואים דבר מעניין מאוד: כשמדברים על עשו, שמבחינה פנימית, על פי חסידות, מייצג את הנפש הבהמית, רואים שיש שני סוגים של עשו. יש עשו שרואים בו את הרע בגלוי,
13:33 „למה זה אנכי?“ זי האט נישט פארשטאנען וואס דא גייט פאר. און וואס האט מען איר געזאגט? „שני גויים בבטנך ושני לאומים ממעייך יפרדו, ולאום מלאום יאמץ ורב יעבוד צעיר.“ דאס הייסט, ווי דער אלטער רבי מבארט אין תניא, אז דער סיפור פון רבקה מיט יעקב און עשו, דאס איז בעצם דער סיפור פון יעדער איד. ווייל יעקב איז מרמז, מסמל, דעם נפש האלקית וואס איז דא ביי יעדער איד. עשו, דאס באווייזט דעם נפש הבהמית וואס איז דא ביי יעדער איד. און דער „שני גויים בבטנך“, אז עס זענען דא צוויי פעלקער, ווי דער אלטער רבי באשרייבט אין תניא, אז דאס זענען צוויי נפשות, וואס יעדער נפש האט אין זיך א גאנצן שכל מיט גאנצע מדות, מיט א גאנצע מחשבה, דיבור ומעשה, א גאנצע געבויטע זאך: דעם נפש האלקית פון איין זייט, דעם נפש הבהמית פון דער צווייטער זייט. און זיי זענען נלחמים זו עם זו על העיר הקטנה, יעדער איינער וויל כובש זיין און שולט זיין. און אויף דעם איז דא „כשזה קם זה נופל“. און דער גאנצער סיפור פון יעקב און עשו, ווי עס רעדט זיך אין דער פרשה, ווי חסידות טייטשט דאס אויס, איז דאס די מלחמה פון דעם נפש האלקית און דעם נפש הבהמית. וואס אבער דא זעט מען א זייער אינטערעסאנטע זאך. אז ווען מיר רעדן דעם ענין פון עשו, אז עשו, וואס באווייזט דער ענין פון עשו על דרך הפנימיות, על פי חסידות, איז דאס דער ענין פון דעם נפש הבהמית. זעט מען בנוגע עשו, אז עס זענען דא צוויי סארטן עשו׳ן. עס איז דא דער עשו, וואס מען זעט ביי אים דעם רע בגלוי,
15:08 ויש עשו שהרע שבו אינו גלוי. זהו מה שרש״י מביא על עשו: ביחס ליצחק הוא העמיד פנים כדי לרמות אותו. רואים זאת לאורך כל הפרשה: ״ויאהב יצחק את עשו כי ציד בפיו״. כפי שרש״י אומר, ״שהיה צד אותו ומרמהו״. הוא היה מרמה אותו ושואל אותו: ״היאך מעשרין את התבן? היאך מעשרין את המלח?״ כלומר, הוא הוליך אותו שולל כאילו הוא מדקדק במצוות, וכך רצה לשכנע את אביו שהוא אדם טוב. ״ויאהב יצחק את עשו״. זהו עניינו של הרע הנעלם, הרע הנסתר. לכן רש״י מביא שעשו נמשל לחזיר. מה פירוש הדבר? חזיר הוא חיה טמאה. יש לו סימן טהרה אחד — הוא מפריס פרסה — אבל אינו מעלה גרה. הוא בעל החיים היחיד מבין אלה שיש להם רק אחד משני הסימנים, שהסימן שלו הוא הפרסת פרסה. אצל בעלי החיים האחרים זה הפוך: הגמל וכן הלאה מעלים גרה ואינם מפריסים פרסה. החזיר הוא היחיד מבין ארבעת בעלי החיים המוזכרים בפסוק שמפריס פרסה ואינו מעלה גרה. רש״י אומר שהחזיר פושט את רגליו כדי להראות שהוא מפריס פרסה, כאילו בכך הוא מוכיח שהוא חיה כשרה. ובדומה לכך,
15:08 און עס איז דא דער עשו וואס מען זעט ביי אים דעם רע נישט בגלוי. וואס דאס איז וואס רש״י ברענגט, אז עשו, ביחס צו יצחק, האט ער געשפילט א גאנצע שפיל פון אפנארן. וואס מען זעט די גאנצע צייט אין דער סדרה: „ויאהב יצחק את עשו כי ציד בפיו“. ווי רש״י זאגט, „שהיה צד אותו ומרמהו“. האט ער אים פלעגט אפנארן, און האט פלעגט אים פרעגן: „היאך מעשרין את התבן? היאך מעשרין את המלח?“ דאס הייסט אז ער האט אים אפגענארט, כאילו אז ער איז א מדקדק במצוות, און דורך דעם האט ער געוואלט איינרעדן דעם טאטן אז ער איז א פיינער מענטש. „ויאהב יצחק את עשו.“ וואס דער ענין דאס איז דער רע נעלם, דער באהאלטענער. וואס דערפאר שטייט אז עשו, רש״י ברענגט, אז עשו איז נמשל לחזיר. וואס איז דער ווארט פון נמשל לחזיר? אז א חזיר, ווי רש״י ברענגט אים דעם דוגמא פון א חזיר, א חזיר איז דאך א חיה טמאה. וואס א חזיר האט, איז ער מפריס פרסה, האט איין סימן טהרה פון מפריס פרסה, אבער איז נישט מעלה גרה. וואס ער איז דער איינציגער בעל חי וואס האט פון די צוויי סימנים איינס. די אנדערע בעלי חיים איז פארקערט: א גמל און אזוי ווייטער, זענען מעלה גרה און נישט מפריס פרסה. דער חזיר איז דער איינציגער פון די פיר בעלי חיים וואס ברענגט זיך אין פסוק, וואס ביי אים איז דא די מפריס פרסה, נישט מעלה גרה. זאגט רש״י אז א חזיר שטרעקט ארויס זיינע פיס, יא, צו באווייזן אז ער איז א מפריס פרסה, כאילו מיט דעם אויפווייזן אז ער איז א כשרע חיה. וואס על דרך זה,
16:38 רואים אצל עשו שהיו זמנים שבהם היה צריך להראות לאביו שהוא טוב מיעקב ושהוא מתנהג יפה. כך בתחילת הפרשה, וכך גם בהמשך, כשמוצאים שהוא כביכול התחרט בפרשה וניסה לנהוג כמו אביו, כשלא מצא חן בעיניו מה שעשה. ואחר כך, כשרצה להראות את עצמו ביחס ליעקב, הלך להתחתן עם בנות ישמעאל. בסוף הפרשה הוא כביכול חדל מרשעותו ולקח את מחלת בת ישמעאל, כאילו הוא מציית לאביו ואינו נוגע בבנות כנען. אבל הוא לא עזב את נשותיו מבנות כנען, כפי שרש״י מבאר בסוף הפרשה. זהו הרע הנעלם, הרע הנסתר, מה שנקרא [?]: הוא מתלבש בלבושים כאילו הוא אדם טוב יותר, קדוש יותר, ישר יותר, אבל הוא ״עושה מעשה זמרי ומבקש שכר כפנחס״. הוא מסתתר תחת לבושים כאילו הוא אדם טוב וירא שמים, אבל מתחתם נמצאות ״שבע תועבות בלבו״ — שם נמצא הרע הנעלם. וישנו עשו שכאשר עמד מול יעקב אבינו, ההעמדה הזאת לא הועילה לו. את זה נלמד בהמשך, בסיפור המפגש של עשו עם יעקב אבינו, בפרשת ״וישלח״, שבו זה לא היה
16:38 זעט מען ביי עשו, עס זענען געווען צייטן וואס ער האט זיך געדארפט אויפפירן צו זיין טאטן, צו אים באווייזן אז ער איז בעסער ווי יעקב, אז ער פירט זיך גוט. סיי אין דעם וואס מען האט אין אנהייב, סיי שפעטער וואס מען געפינט אז ער האט כאילו חרטה געהאט בפרשה, כאילו נאכמאכן זיין טאטן, ווען ער האט געפאלן וואס ער האט געטון. און נאכדעם שפעטער, ווען ער האט זיך געוואלט באווייזן צווישן אים און יעקב׳ן, יא, אז ער גייט חתונה האבן צו בנות ישמעאל, אז ער וועט זיין, יא, די סוף פון דער פרשה, אז ער האט אויסגעהערט אויף רשעות, אז ער האט גענומען מחלת בת ישמעאל, כאילו אז ער פאלגט זיין טאטן, אז ער רירט בנות כנען נישט, אבער ער האט נישט אפגעלאזט די ווייבער פון בנות כנען, ווי רש״י איז מבאר אין סוף פרשה. וואס דער רע, דאס איז דער רע נעלם, דער באהאלטענער רע, דער ענין וואס מען רופט עס א [לא ברור], וואס ער נאר טוט, ער טוט זיך אונטער לבושים, כאילו, יא, אז ער איז א פיינערער, הייליגערער, ערליכערער, גוטער, אבער ער איז „עושה מעשה זמרי ומבקש שכר כפנחס“. ער באהאלט זיך אונטער לבושים, כאילו אז ער איז א פיינער מענטש און א ירא שמים, אבער אונטער דעם געפינט זיך „שבע תועבות בלבו“, געפינט זיך דער רע נעלם. ס׳איז דא דער עשו, ווען ער איז געשטאנען אין פראנט פון יעקב אבינו, דאן האט דאס נישט אפגענומען. דאס וועלן מיר לערנען שפעטער, די געשיכטע, ווי עשו האט זיך געטראפן מיט יעקב אבינו, „וישלח“, וואס דאס איז נישט געווען
17:57 מיד יעקב תפס אותו ברע הזה, ומיד היה יכול לשנות אותו, וזה היה הסיפור של עשו בהמשך. אבל לא בזה מדובר כאן. זה סוג אחד של רע: רע גלוי, שאפשר להבחין בו מיד. אבל יש רע נעלם, כפי שרואים אצל עשו, איך הוא נהג עם יעקב אבינו והסתיר את הרע. את זה הרבה יותר קשה לראות, הרבה יותר קשה לתפוס. יתרה מזו, כדי למצוא אותו צריך לעשות עבודה שלמה, צריך לדעת איך לחשוף אותו. אבל אפשר לבאר מהו הרע המוסתר הזה. מבואר בתורת החסידות שזהו עיקר העניין של אריכות הגלות: יהודים נמצאים בגלות ארוכה יותר, קשה יותר ומרה יותר. ידוע מה שאמר אדמו"ר הזקן בביאור מאמר חז"ל, והוא גם נתן בזה קצת טעם: מה ההבדל בין בית ראשון לבית שני? גלות בית ראשון נמשכה שבעים שנה והסתיימה, ואחר כך חזרו לארץ ישראל. ואילו גלות בית שני היא גלות ארוכה ומרה יותר, שאינה מסתיימת. מה ההבדל, ולמה? הגמרא אומרת: ״ראשונים שנתגלה עוונם, נתגלה קצם״. בדור של בית ראשון היה ברור מהו החטא: עבודה זרה, גילוי עריות ושפיכות דמים,
17:57 אז גלייך האט יעקב אים געכאפט ביי דעם רע און גלייך האט ער אים געקענט איבערמאכן, וואס דאס איז געווען די סיפור פון עשו שפעטער. ס׳איז מבוארער נישט דאס. אבער דאס איז איין סארט רע, דער רע גלוי, וואס דאס קען מען גלייך באמערקן. אבער ס׳איז דא דער רע נעלם, וואס דאס זעט מען ביי עשו, ווי אזוי ער האט געשפילט מיט יעקב אבינו, און דא האט ער באהאלטן דעם רע, וואס דאס איז סך שווערער צו זען, סך שווערער צו כאפן. נאך מער, צו קענען דאס געפינען דארף מען טאן א גאנצע ארבעט, דארף מען קענען אים ארויסלייגן, אבער צו זען וואס איז דא דער באהאלטענער רע, דאס קען מען מבאר זיין. איז מבואר אין תורת החסידות, אז אט דאס איז די עיקר ענין פון דעם אריכות הגלות, וואס אידן געפינען זיך אין גלות, אין א לענגערן, שווערערן, ביטערן גלות. ס׳איז ידוע די תורה פון דעם אלטן רבי׳ן, וואס דער אלטער רבי האט גערעדט און געגעבן צו פארשטיין דעם מאמר חז״ל, און פיל זאגט ער א שטיקל טעם אויף דאס, אז וואס איז דער חילוק צווישן בית ראשון און בית שני? אז בית ראשון איז געווען זיבעציג יאר גלות און געענדיגט, שפעטער איז מען צוריקגעגאנגען קיין ארץ ישראל. און בית שני איז א לענגערער, ביטערער גלות וואס ענדיגט זיך נישט. וואס איז דער חילוק, פארוואס? און די גמרא זאגט, אז בית ראשון, ״ראשונים שנתגלה עוונם, נתגלה קצם״. די ערשטע, בית ראשון, וויבאלד ס׳איז געווען קלאר וואס איז געווען די חטא, די חטא איז געווען די עבודה זרה, גילוי עריות, שפיכות דמים,
19:22 עבירות גדולות וחמורות, אבל הן היו גלויות. ידעו במה מדובר, וכך היה אפשר לתקן זאת: ״נתגלה קצם״. אבל ״אחרונים שלא נתגלה עוונם, לא נתגלה קצם״. כיוון שהחטא אינו חטא ברור, לא יודעים בבירור מה היה החטא, וממילא לא יודעים בבירור מה צריך לתקן. לכן ״לא נתגלה קצם״ — לא יודעים מתי יהיה הקץ. כך אומרת הגמרא. אדמו"ר הזקן הסביר מה משמעות הדבר בפנימיות העניינים, על פי מה שדיברנו קודם: רע גלוי ורע נעלם. ברע הגלוי רואים מיד מה רע, ואפשר לתקן אותו. רע נעלם הוא דבר שהרבה יותר קשה לתקן. הטוב מעורב ברע והרע בטוב; מבחוץ זה נראה דבר טוב ויפה, אבל כשמסתכלים פנימה רואים שיש בו צביעות, רמאות ומרמה. כך נוצר עניין שלם שלא קל להבחין בו מה הטוב ומה הרע. בשביל זה צריך הרבה יותר זמן והרבה יותר בירור, כדי לראות את הטוב שברע ואת הרע שבטוב, ולברר אותם. ועל כך מדברת החסידות: זהו העניין שמוצאים אצל עשו. מבואר במאמרים שהגלות שלנו נקראת
19:22 גרויסע און שווערע עבירות, אבער ס׳איז געווען בגלוי, מ׳האט געוואוסט וואס דאס איז, און אזוי האט מען געקענט מתקן זיין דאס: ״נתגלה קצם״. אבער ״אחרונים שלא נתגלה עוונם, לא נתגלה קצם״. וויבאלד די חטא איז נישט קיין קלארע חטא, מ׳ווייסט נישט קלאר וואס איז געווען די חטא, ווי ממילא ווייסט מען נישט קלאר וואס צו מתקן זיין, דערפאר איז דאס ״לא נתגלה קצם״, מ׳ווייסט נישט ווען איז דער קץ. דאס זאגט די גמרא. דער אלטער רבי האט געגעבן צו פארשטיין וואס מיינט דאס אין פנימיות הענינים, וואס מיר האבן פריער גערעדט: דער רע גלוי און דער רע נעלם. דער רע גלוי זעט מען גלייך וואס איז רע, און דאס קען מען מתקן זיין. דער רע נעלם, דאס איז א זאך וואס איז סך שווערער צו מתקן זיין. ס׳איז געמישט, טוב מיט רע, רע מיט טוב; פון דרויסן זעט זיך אויס אז ס׳איז א פיינע גוטע זאך, אבער בשעת מ׳קוקט אריין אינעווייניג זעט מען אז ס׳איז פאראן אן ענין פון צביעות, אן ענין פון רמאות, אן ענין פון מרמה, און פון דעם ווערט א גאנצע, א גאנצע, א גאנצע ענין וואס מ׳קען נישט באלד באמערקן וואס איז דער טוב און וואס איז דער רע. און אויף דעם דארף מען נעמען אסאך מער צייט און אסאך מער ביאור, צו קענען זען דעם טוב שברע און רע שבטוב, און קענען עס מבארר זיין. און דאס איז, רעדט זיך חסידות, יא, דאס איז דער ענין וואס מ׳געפינט ביי עשו אויף דעם ענין. איז מבואר אין די מאמרים, אז אונזער גלות ווערט אנגערופן
20:35 גלות אדום. זה שמה של הגלות הזאת, ואדום הוא עשו. לכן הגלות הארוכה יותר נקראת דווקא גלות אדום. מהם שני סוגי הרע שיש כאן? יש בגלות את הרע הגלוי. כשרואים מיד את הרע, אפשר מיד [לא ברור] ולעקור אותו. אבל כשמגיעים לרע המוסתר, לצביעות ולרמאות שמתחת ללבושים רבים אחרים, כאילו מדובר באדם טוב, ומתחת לזה מסתתרים ישות וגאווה, מחשבה על עצמו והשחרת פניו של האחר בשעה ש[לא ברור] — כל זה הוא בירור קשה, והוא דורש בירור ממושך יותר. זהו הבירור של הגלות. ואדמו"ר הזקן הסביר שהעניין הזה של ״לא נתגלה עוונם״, חטא שאינו גלוי כל כך, מתבטא בעיקר בשנאת חינם. בשנאת חינם רואים ממש את העניין של ״לא נתגלה עוונם״. לא מדובר בכך שהוא עושה לו רע באופן גלוי; זו שנאת חינם. ואדמו"ר הזקן [לא ברור]: כאילו הכול בסדר, הכול טוב, אבל הוא אינו מסוגל לסבול אותו. זהו ״לא נתגלה עוונם״.
20:35 גלות אדום. דאס איז דער נאמען פון דעם גלות, וואס אדום גייט אויף עשו; עשו איז אדום. איז דער לענגערער גלות רופט זיך אן גלות אדום טאקע צוליב דעם. וואס איז דא דער צוויי סוגי רע? ס׳איז דא דער ענין הרע אין דעם גלות, וואו דאס איז דער רע בגלוי. וואו מ׳זעט גלייך דעם רע קען מען דאס גלייך [לא ברור] און דאס אויסרייסן. אבער בשעת מ׳קומט צו גיין צום באהאלטענעם רע, און דער ענין צביעות און רמאות, אונטער אסאך אנדערע לבושים, כאילו ס׳איז א פיינער מענטש, אבער אונטער דעם באהאלט זיך אן ענין פון, פון ישות און גאוה און, און טראכטן וועגן זיך, און מאכן יענעם שלעכט בשעת [לא ברור]. אויף דער גאנצער זאך איז דאס א שווערער בירור, און אויף דעם נעמט זיך א לענגערער בירור. דאס איז דער בירור פון גלות. און דער אלטער רבי האט געגעבן צו פארשטיין, אז אויף דעם ענין, ספעציעל אויף דעם ענין וואס ״לא נתגלה עוונם״, אז דאס איז א חטא וואס איז נישט אזוי בגלוי, איז בעיקר אין די ענינים פון שנאת חנם. וואו מיט שנאת חנם, דארטן זעט מען ממש דער ענין פון ״לא נתגלה עוונם״. ס׳איז נישט קיין ענין וואס ער ממש מאכט אים שלעכט בפשטות; ס׳איז אן ענין פון שנאת חנם. און דער אלטער רבי [לא ברור], כאילו אלץ איז בסדר, אלץ איז פיין, אבער ער קען אים נישט פארטראגן. דאס איז ״לא נתגלה עוונם״.
21:59 כלומר, זה סוג של חטא שאדם אינו מרגיש שהוא עושה משהו רע. לכאורה הכול בסדר, הכול טוב, אבל את ההוא הוא לא יכול לסבול; ההוא אינו מוצא חן בעיניו; עם זה הוא לא יכול לשבת ליד אותו שולחן, עם זה הוא לא יכול להתיידד, ועל ההוא הוא מסתכל מלמעלה למטה ואינו מרוצה ממנו. כל מיני דברים. הוא לא עושה רע, לא עושה מעשה רע, לא מצליף באיש, לא מכה איש, לא הורג ולא עובר עבירה. אבל שנאת החינם ופירוד הלבבות, כשאחד אינו יכול לסבול את השני מפני שהוא [לא ברור] ושיטתו אינה מתאימה לשיטתי וכיוצא בזה — אלה מסוג העבירות של ״לא נתגלה עוונם״. אפשר לכסות זאת בכל מיני דברים, וזה נראה כאילו זו מחלוקת לשם שמים וכאילו הכול עניינים קדושים. עושים זאת בכל מיני לבושים של קדושה. ואדמו"ר הזקן כותב במכתב, מכתב ידוע שלו, שהצרות הגדולות ביותר באות ממחלוקת לשם שמים, רחמנא ליצלן. וזה מה שהתגלה בזמן האחרון. וזו הבשורה הטובה שרואים ממש לאחרונה, שרואים ש[לא ברור] העולם עומד לפני ביאת משיח צדקנו. מבואר בחסידות שלפני ביאת משיח צדקנו, ואז יהיה סוף ה...
21:59 דאס הייסט אזא סארט חטא וואס א מענטש פילט נישט אז ער טוט עפעס שלעכט. סתם אלץ פיין, אלץ גוט, אבער יענעם קען ער נישט שטיין, יענעם שיינט ער נישט, מיט דעם קען ער נישט זיצן צוזאמען אין טיש, מיט דעם קען ער זיך נישט חבר׳ן, און יענעם קוקט ער מיט א מעלה־מטה, דאס איז ער נישט צופרידן. כל מיני זאכן. ער טוט נישט קיין רע, ער טוט נישט קיין שלעכט, ער שמייסט קיינעם נישט, ער שלאגט קיינעם נישט, ער טוט נישט קיין הריגה, ער טוט נישט קיין עבירה, אבער דער ענין פון דעם שנאת חנם און פירוד לבבות, וואס איינער קען נישט פארטראגן דעם צווייטן, אויב ער איז [לא ברור] און זיין שיטה שטימט נישט מיט מיין שיטה וכיוצא בזה, דאס איז פון די סארט עבירות פון ״לא נתגלה עוונם״. מ׳קען דאס פארדעקן מיט כל מיני זאכן און ס׳זעט אויס כאילו מחלוקת לשם שמים, און דאס איז אלץ הייליגע ענינים. מ׳טוט דאס דא מיט כל מיני לבושים פון קדושה. און דער אלטער רבי שרייבט אין א בריוו, א באוואוסטער בריוו פון דעם אלטן רבי׳ן, אז די גרעסטע צרות קומען פון די מחלוקת לשם שמים, רחמנא ליצלן. וואס איז, וואס איז נתגלה געווארן בזמן האחרון. און דאס איז די גוטע בשורה וואס מ׳זעט לעצטנס ממש, וואס מ׳זעט אז [לא ברור] די וועלט שטייט פאר ביאת משיח צדקנו. איז מבואר אין חסידות, אז פאר ביאת משיח צדקנו, און דעמאלט וועט זיין דער סוף ה...
23:14 בירורו של עשו. ואז מתקיים ״יתבררו ויתלבנו ויצרפו״. הדברים, הרע הנעלם שאינו יכול להישאר מוסתר — הכול יוצא החוצה. כפי שרואים במוחש בימינו אלה: כל העניינים בעולם, שעד לאחרונה היו מעורבים בהם טוב ורע, רע בטוב, ולא היה אפשר לראות בבירור מה אמת ומה שקר, מה טוב ומה רע — בזמנים האלה, בתקופה שלנו, ובפרט בזמן האחרון ממש, רואים במוחש בכל העניינים, הן אצל יהודים, הן אצל אומות העולם, הן [לא ברור], הן בעניינים הקשורים לארץ ישראל, הן בעניינים הקשורים לעם ישראל והן בעניינים הקשורים לתורה ומצוות, שבכל הפרטים ופרטי הפרטים הרע הנעלם יצא בגלוי, וגם הטוב הנעלם יצא בגלוי. כלומר, הערבוביה הגיעה לקצה. זכיתי לשמוע שתי [לא ברור] מהרבי בהתוועדות, ואספר על כך. זה היה בשנת תשמ״ז. הרבי דיבר על כך כמה פעמים, בכמה התוועדויות. בפרט עומדת עדיין לנגד עיניי אחת ההתוועדויות, בפורים תשמ״ז — התוועדות לוהטת. בפורים תשמ״ז הרבי אמר כמה שיחות, ממש כמה שיחות כמעט במשך כל ה[לא ברור] של פורים. הוא דיבר בחריפות רבה על מצב העולם: העולם כבר עומד בסימנים שלפני גילוי המשיח, ורואים כיצד כל הסימנים
23:14 בירור פון עשו. און דעמאלט איז „יתבררו ויתלבנו ויצרפו“. די זאכן, דער רע הנעלם וואס קען נישט זיין באהאלטן, אלץ וועט ארויסגיין החוצה. וואס מען זעט אויס במוחש בימינו אלו, ווי אז די אלע ענינים אין וועלט, וואס ביז לעצטנס איז דאס געווען געמישט טוב ורע, רע בטוב, וואו מען האט נישט געקענט זען קלאר וואס איז אמת, וואס איז שקר, וואס איז גוט און וואס איז שלעכט. איז אין די צייטן, אין דעם זמן, אין אונזער דור, אין אונזער תקופה, בפרט בזמן האחרון ממש, וואס מען זעט במוחש אין אלע ענינים, אין אלע ענינים, סיי ביי אידן, סיי באומות העולם, סיי [לא ברור], סיי אין ענינים פארבונדן מיט ארץ ישראל, סיי אין ענינים פארבונדן מיט עם ישראל, סיי אין ענינים פארבונדן מיט תורה ומצוות, מען זעט אז אין אלע פרטים ופרטי פרטים, אז דער רע הנעלם איז ארויסגעגאנגען בגילוי. און דער טוב הנעלם איז ארויסגעגאנגען בגילוי. דאס הייסט, די געמישקייט איז געווארן אויס מיט זיך. וואס איך האב זוכה געווען צו הערן צוויי [לא ברור] פון רבי'ן ביי א פארברענגען, וועל איך דערציילן. ס'איז געווען אין יאר תשמ״ז. כמה פעמים האט דער רבי גערעדט דערפון אין כמה פארברענגענס. בפרט אין איינע פון די פארברענגענס וואס שטייט מיר נאך אין די אויגן, איז געווען פורים תשמ״ז. א פייערדיגע פארברענגען. פורים תשמ״ז. אז דער רבי האט גערעדט כמה שיחות. כמעט ממש געווען אפאר שיחות, די גאנצע [לא ברור] פון פורים. ער האט גערעדט זייער שארפע שיחות בנוגע דעם מצב פון דער וועלט. אז די וועלט שטייט שוין ביי אותות פאר גילוי המשיח. און מען זעט ווי די אלע סימנים
24:44 שבסוף מסכת סוטה ובמסכת סנהדרין מתקיימים כפשוטם למטה, כפי שאמרו חז״ל. רואים בגלוי שכל פרט וכל דבר שכתוב בגמרא התקיים. הכול עומד בגלוי ממש. הרבי הביא כמה וכמה דוגמאות ממאמרי חז״ל. אבל בין הדברים שעליהם דיבר אז הרבי באריכות רבה, הוא אמר שאחד הסימנים החזקים ביותר לכך שאנו רואים אותות לביאת המשיח הוא מה שכתב דניאל, בסוף ספר דניאל, בפרק י״ב, שלפני ביאת המשיח: ״יתבררו ויתלבנו ויצרפו רבים והרשיעו רשעים והמשכילים יבינו״. מה פירוש הפסוק הזה? יש בו פירושים של המפרשים, אבל הפירוש שעליו דיבר אז הרבי באריכות הוא זה: כל העולם הזה הוא הרי תערובת אחת גדולה של טוב ורע — טוב בתוך רע ורע בתוך טוב — והדברים אינם ברורים. זו עבודה קשה מאוד ליהודים לבדוק ולהתבונן אם דבר מסוים בא מצד הקדושה, או שמא הוא בא מצד העולם הזה, מצד הקליפה, המתלבשת בלבוש של קדושה. לשם כך נדרשת יגיעה קשה, יגיעה עצומה, לברר את עשו שבקרבך, לברר גם את הגוי שבקרבך, להוציא את הטוב ולגלות את הטוב הנעלם החבוי בכל אחד, ולעקור את הרע הנעלם. אבל לפני ביאת משיח צדקנו, אומר הנביא — ועל כך דיבר הרבי בהדגשה רבה —
24:44 פון סוף מסכת סוטה און מסכת סנהדרין, אלץ ווערט מקוים כפשוטו למטה, וואס חז״ל זאגן. מען זעט בגילוי ווי יעדער פרט און יעדער זאך וואס שטייט אין גמרא איז מקוים געווארן. אלץ שטייט בגילוי ממש. ער האט געברענגט כמה וכמה דוגמאות פון מאמרי חז״ל. אבער צווישן די זאכן וואס דער רבי האט דעמאלט גערעדט גאר באריכות, און האט געזאגט אז איינע פון די שטארקסטע סימנים וואס מען זעט אז ס'איז אותות פון ביאת משיח, איז דער ענין וואס דניאל שרייבט, סוף דניאל אין פרק י״ב, אז איידער משיח וועט קומען: „יתבררו ויתלבנו ויצרפו רבים והרשיעו רשעים והמשכילים יבינו“. וואס איז דער טייטש פון דעם פסוק? דא זענען פירושים פון די מפרשים. אבער דער פירוש וואס דער רבי דעמאלט האט גערעדט באריכות איז דאס דער ענין: וויבאלד אז דער גאנצער עולם הזה איז דאך איין גרויסער תערובות, איין גרויסער געמישקייט פון טוב ורע, איין טוב אין רע און רע אין טוב. און די זאכן זענען נישט קלאר. און ס'איז א גרויסע שווערע עבודה ביי אידן צו בודק זיין, צו מתבונן זיין, צו וואס א זאך נעמט זיך פון צד הקדושה, צו וואס א זאך נעמט זיך גאר פון צד עולם הזה, פון קליפה, וואס אנטוט אן א לבוש פון קדושה. און אויף דעם דארף זיין א שווערע, רבנ'ישע שווערע יגיעה צו מברר זיין דעם עשו אשר בקרבך, מברר זיין אויך דעם גוי אשר בקרבך, און ארויסברענגען דעם טוב און מגלה זיין דעם טוב הנעלם וואס איז באהאלטן ביי יעדן איינעם, און ארויסרייסן דעם רע הנעלם. אבער פאר ביאת משיח צדקנו, זאגט דער נביא, דערויף האט דער רבי גערעדט זייער שטארק, אז
26:14 רואים כיצד הדבר ממש מתחיל להתקיים, ובשנים האחרונות הוא יוצא בגלוי ממש. מכיוון שאנו לפני ביאת המשיח, זהו סוף הבירור. יהודים עסקו בבירור במשך כל השנים הללו, במשך שלושת אלפים שנה, וכעת אנו עומדים בתקופה של אותות לביאת המשיח, וכל הדברים האלה יוצאים החוצה. הטוב פורץ החוצה בעוצמה גדולה, וגם הרע פורץ החוצה בעוצמה גדולה, ואי אפשר לרמות את עצמנו. רואים כאן בגלוי שהיום הרע הוא רע והטוב הוא טוב. ולמה זה באמת כך? מה הכוונה בזה? להכביד על הלב? למרר את הלב? האם לא היה טוב יותר שהדבר יישאר מכוסה? לא. ראשית, הרי המשיח בא, ו״את רוח הטומאה אעביר מן הארץ״ — לרע אין עוד קיום. לכן הוא מוכרח לפרוץ החוצה, כדי [לא ברור]. אבל הבשורה הטובה שבזה היא שכאשר יהודי רואה שזה המצב, הוא יודע שהמשיח כבר בא. הוא יודע שכבר עומדים במצב שבו אפשר לקיים ״ובחרת בחיים״, עם כל מה שהעולם הגיע אליו. והיום רואים זאת ממש בעיני בשר במצב המתרחש בארץ ישראל. דברים שבמשך שנים לא היו ברורים כל כך נעשו היום ברורים מאוד. כל אחד מבין מה פירוש הדבר בכל פרט ופרט.
26:14 מען זעט אז ממש ווי ס'הייבט אן מקוים ווערן, און פון די לעצטע יארן קומט דאס ארויף ממש בגילוי. אז וויבאלד אז ס'איז פאר ביאת משיח, איז דאס א סוף הבירור. זיינען אידן מברר געווען די אלע יארן, במשך פון דריי טויזנט יאר, שטייען מיר אין דער תקופה פון אותות פון ביאת משיח, די אלע זאכן קומען ארויס החוצה. און דער טוב שפריצט ארויס מיט א גאנצן שטורעם. און דער רע שפריצט ארויס מיט א גאנצן שטורעם, און מען קען זיך אליין נישט אפנארן. און דא זעט מען בגילוי ווי אז היינט דער רע איז רע און דער טוב איז טוב. און פארוואס טאקע איז דאס אזוי? וואס איז די כוונה? צו מאכן שווערער אויפן הארצן? צו מאכן ביטער אויפן הארצן? אבער וואלט נישט בעסער געווען אז ס'בלייבט פארדעקט? ניין. ערשטנס, משיח קומט דאך. און „ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ“, דער רע האט נישט מער קיין קיום. דערפאר מוז ער ארויספלאצן, כדי [לא ברור]. אבער די גוטע בשורה שבזה איז, אז בשעת מען זעט אז דאס איז דער מצב, ווייסט א איד אז משיח קומט שוין. ווייסט א איד אז מען שטייט שוין אין דעם מצב וואס מען קען אין דעם „ובחרת בחיים“. מיט דעם אלעם וואס די וועלט איז צוגעקומען. און היינט זעט מען דאס ממש בעיני בשר אין דעם מצב וואס גייט פאר אין ארץ ישראל. האט מען געזען בגילוי די יארן וואס זיינען געווען נישט אזוי קלאר, איז היינט געווארן זייער קלאר. וואס יעדער איינער פארשטייט וואס דאס מיינט אין פרטים, יעדער זאך. דער
27:35 הרע יצא החוצה, פרץ החוצה בעוצמה הגדולה ביותר. הטוב פורץ החוצה בעוצמה הגדולה ביותר. רואים מהו יהודי, רואים את מעלתו של יהודי, את האור שבו, את העושר שבו, רואים מהי הטובוּת של יהודי. ואת הטוב הזה צריך להוציא החוצה עוד ועוד. ואת ה[לא ברור] של הרע רואים כרע; אפשר לברר אותו לגמרי, לעקור אותו. כבר אי אפשר לרמות את עצמנו. יודעים: עם הרע הזה אי אפשר עוד לחיות. הרע הוא רע, ואותו צריך לעקור לגמרי. והטוב הוא טוב, ואותו צריך לחזק, לרומם ולהעצים. וזה העיקר שעליו דיבר הרבי — מה משמעות הדבר בשבילנו. כאשר רואים שזה המצב, הדבר מעורר יהודים להתחיל [לא ברור]. זה הזמן הטוב ביותר לעורר [לא ברור], לצאת בחיוּת. [לא ברור] לצאת בחיוּת, [לא ברור] בכל רגע. כך אומר הרמב״ם בהלכות תשובה, פרק ג׳. הרמב״ם אומר: מחשבה, דיבור ומעשה — בזה אדם מכריע את עצמו ואת כל העולם לכף זכות, ״ומביא ישועה והצלה לעולם״. זה אפילו [לא ברור] יהודי אחד, [לא ברור]. וזהו משיח. וכאן, הבירור [לא ברור], והרע עתיד להיעלם. [לא ברור] זה לא יישאר כך. הרע ייעלם מן הארץ: ״ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ״.
27:35 רע איז ארויסגעגאנגען, ארויסגעפלאצט מיט דעם גרעסטן שטורעם. דער טוב שפריצט ארויס מיט דעם גרעסטן שטורעם. מ׳זעט וואס איז אן איד, מ׳זעט די מעלה פון אן איד, מ׳זעט די ליכטיקייט פון אן איד, מ׳זעט די רייכקייט פון אן איד, מ׳זעט וואס הייסט די גוטקייט פון אן איד. און דאס מוז מען ארויסברענגען דעם טוב נאך מער און נאך מער. און די [לא ברור] פון רע זעט מען אז עס איז רע; מ׳קען דאס אינגאנצן מברר זיין, אויסרייסן. מ׳קען זיך שוין נישט אפנארן. מ׳ווייסט שוין: מיט דעם רע קען מען נישט לעבן מער. דער רע איז רע, דאס דארף מען אינגאנצן ארויסרייסן. און דער טוב איז טוב, דאס דארף מען מחזק זיין, אויפהייבן און פארשטארקן. און דאס איז דער עיקר וואס דער רבי האט גערעדט, וואס דאס מיינט צו אונז. אז בשעת מ׳זעט אז דאס איז דער מצב, רופט דאס ארויס ביי אידן אז זיי זאלן זיך נעמען צו [לא ברור]. דאס איז די גרעסטע צייט צו אויפרירן [לא ברור], ארויסגיין מיט א חיות. [לא ברור] ארויסגיין מיט א חיות, [לא ברור] אין יעדן רגע. דאס זאגט דער רמב״ם אין הלכות תשובה פרק ג׳. און דער רמב״ם זאגט: מחשבה, דיבור ומעשה — דאס איז מכריע זיך און די גאנצע וועלט לכף זכות, ומביא ישועה והצלה לעולם. דאס איז אפילו [לא ברור] איין איד, [לא ברור]. און דאס איז משיח. און דא, דער בירור [לא ברור], און דער רע איז עתיד נעלם צו ווערן. [לא ברור] עס וועט נישט בלייבן אזוי. דער רע וועט נעלם ווערן פון הארץ, „ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ“.
29:05 הטומאה מן הארץ. הרוע, החושך, הלכלוך — כל אלה יסתלקו לגמרי מן הארץ. והטוב גדל ונובע, זו טובוּת. הטוב — זו ביאת משיח צדקנו. ובכן, זה אפילו [לא ברור], לצאת מן המְצָרים של הגלות, [לא ברור]. כל עם ישראל [לא ברור]. וכל אחד, [לא ברור] מה שהוא עושה — המעשה, הדיבור, המחשבה — [לא ברור]. מחשבה, דיבור ומעשה, [לא ברור]. זו גאולה שלמה. וזה בוודאי שייך [לא ברור]. רואים שזה הסוף של כל ה[לא ברור]. ״ועלו מושיעים בהר ציון לשפוט את הר עשו, והיתה לה׳ המלוכה״. ״והיה ה׳ למלך על כל הארץ; ביום ההוא יהיה ה׳ אחד ושמו אחד״. אמן כן יהי רצון.
29:05 די טומאה פון הארץ. דאס שלעכטס, די חושך, די שמוץ, דאס גייט אינגאנצן אוועק פון הארץ. און דער טוב, עס וואקסט און קוואלט, עס איז א גוטסקייט. דער טוב — דאס איז ביאת משיח צדקנו. נו, דאס איז אפילו [לא ברור], ארויסגיין פון די מצרים פון גלות, [לא ברור]. כל עם ישראל [לא ברור]. און יעדער, [לא ברור] וואס ער טוט — דער מעשה, דער דיבור, די מחשבה — [לא ברור]. מחשבה, דיבור ומעשה, [לא ברור]. דאס איז גאולה שלמה. און דאס איז זיכער שייך [לא ברור]. אז מ׳זעט, דאס איז דער סוף פון דעם גאנצן [לא ברור]. „ועלו מושיעים בהר ציון לשפוט את הר עשו, והיתה לה׳ המלוכה“. „והיה ה׳ למלך על כל הארץ; ביום ההוא יהיה ה׳ אחד ושמו אחד“. אמן כן יהי רצון.