לעבן חסידות · פרק 97 · 2023-10-24 · 30:32
לך לך - וואס הייסט א אידישן לעבן
תיאור הפרק
*אור החיים הקדוש על הפסוק מה תיתן לי, *קונטרס ענינה של תורת החסידות פרק י"ב, *שיחת ו׳ מרחשוון תשכ״ד
השמע המקורי · הערך על הרב אשר פרקש בחב"דפדיה
תמלול אוטומטי מהשמע, ותרגום מכונה לעברית. קישורים לחב"דפדיה נוספו אוטומטית.
00:00 היה חסיד ידוע של אדמו"ר הזקן, ושמו רבי יקותיאל ליעפלער. הרבי סיפר עליו סיפורים רבים, וזו הייתה הנקודה באחד הסיפורים עליו. רבי יקותיאל ליעפלער היה אדם פשוט, בעצם היה איש פשוט. פעם נסע לאדמו"ר הזקן ושמע ממנו תורה קצרה. כידוע, בשנים הראשונות אמר אדמו"ר הזקן תורות קצרות. התורה ההיא הייתה קשורה למה שכתוב בתניא, שלכל יהודי יש שתי נפשות, נפש אלוקית ונפש בהמית. הנפש האלוקית נמצאת בחלל הימני שבלב, והנפש הבהמית נמצאת בחלל השמאלי. הדברים שאמר אדמו"ר הזקן עוררו אותו מאוד, והוא טיפס אל החלון. כיוון שלא הניחו לו להיכנס ליחידות, הוא טיפס דרך החלון, נכנס אל אדמו"ר הזקן ואמר: ״רבי, עקור ממני את הצד השמאלי״. כלומר, הוא ביקש מאדמו"ר הזקן שיעזור לו להיפטר מהנפש הבהמית. אדמו"ר הזקן אמר לו לשבת. אדמו"ר הזקן הלך איתו להתפלל ונכנס [לא ברור]. ואדמו"ר הזקן אמר: ״ריבונו של עולם, ואתה מחיה את כולם״. מכך הוא קיבל התעוררות הלב ונעשה אדם אחר לגמרי. הדבר עורר בו רגש של אהבה לקב״ה. ומאותו זמן התחיל
00:00 ס׳איז געווען א באוואוסטער חסיד פון דעם אלטן רבי׳ן, ער האט געהייסן רבי יקותיאל ליעפלער. דער רבי דערציילט אפט א סך סיפורים, וואס דאס איז געווען די נקודה פון א סיפור ביי אים. ער איז געווען אן איש פשוט, רבי יקותיאל ליעפלער, בעצם איז ער געווען אן איש פשוט. און ער איז געפארן אמאל צום אלטן רבי׳ן, און ער האט געהערט ביים אלטן רבי׳ן א קורצע תורה. כידוע, דער אלטער רבי האט אין די ערשטע יארן גערעדט קורצע תורות, און די תורה איז געווען פארבונדן מיט דעם וואס שטייט אין תניא, אז יעדער איד האט צוויי נפשות, דעם נפש האלקית און דעם נפש הבהמית. און דער נפש האלקית געפינט זיך אין דעם חלל הימני פון דער הארץ, און דער נפש הבהמית געפינט זיך אין דעם חלל השמאלי. און ער איז זייער שטארק נתעורר געווארן פון אזא תורה וואס דער אלטער רבי האט גערעדט, און ער איז ארויפגעקראכן אויפן פענצטער. ווייל מ׳האט אים נישט געלאזט אריינגיין אויף יחידות, איז ער ארויפגעקראכן דורכן פענצטער און אריינגעגאנגען צום אלטן רבי׳ן און געזאגט: „רבי, האק מיר אויס די לינקע זייט.“ וואס הייסט, ער האט געבעטן דער אלטער רבי זאל אים העלפן פטור ווערן פון דעם נפש הבהמית. און דער אלטער רבי האט אים געזאגט אז ער זאל זיך זעצן. דער אלטער רבי איז געגאנגען מיט אים דאווענען און אריינגעגאנגען [לא ברור]. און דער אלטער רבי האט געזאגט: „רבונו של עולם, ואתה מחיה את כולם.“ און פון דעם האט ער באקומען א התעוררות הלב און איז געווארן אן אינגאנצן אנדער מענטש. דאס האט ביי אים געפירט צו א הרגש פון ליבשאפט צום אויבערשטן. און פון דעם מאל אן האט זיך
01:40 אצלו סדר חדש בעבודת ה׳. שנים אחר כך הוא קיבל עליו את החסידות ונעשה אחד מגדולי החסידים ואחד מגדולי המבינים בחסידות, כפי שידוע סיפורו בדברי ימי החסידים. אחד הסיפורים שסיפרו רבותינו נשיאינו, ושהרבי סיפר פעם בהתוועדות, הוא על פעם שבה היה ביחידות אצל אדמו"ר הזקן. אדמו"ר הזקן אמר לו שהוא רוצה להעניק לו ברכה. הוא אמר לו שהוא רוצה לברך אותו בעשירות. אבל רבי יקותיאל ליעפלער אמר: ״אינני רוצה עשירות״. הוא אמר: ״למה? בשביל מה אני צריך עשירות? האם זה יהיה בשביל [לא ברור]? אינני רוצה [לא ברור] את הקב״ה. הניחו לחסיד לדבר בנחת״. אמר אדמו"ר הזקן: ״אם כך, אני נותן לך ברכה לאריכות ימים״. אמר רבי יקותיאל ליעפלער: ״אריכות ימים, בתנאי״. מהו התנאי? ״שאלה לא יהיו שנות איכר״. מה הן שנות איכר? איכר הוא עובד אדמה, גוי שעובד בשדה. כלומר, אדם גס. היו אומרים ״שנות איכר״, והכוונה לשנים של גסות. ״אינני רוצה שנים גסות, שנות איכר, שבהן עיניים להם ולא יראו, אוזניים להם ולא ישמעו. יש להם עיניים, אך אין רואים אלוקות,
01:40 ביי אים אנגעהויבן א נייער סדר אין עבודה. און יארן שפעטער האט ער גענומען אויף זיך חסידות און איז געווארן איינער פון די גרעסטע חסידים און א גרעסטער מבין אין חסידות, ווי ס׳איז ידוע זיין סיפור אין דברי ימי החסידים. איינע פון די סיפורים וואס די רביים האבן דערציילט, און דער רבי האט דערציילט איין מאל ביי א פארברענגען, איז א סיפור וואס איז געווען ווען ער איז אמאל געווען אויף יחידות ביים אלטן רבי׳ן. האט דער אלטער רבי אים געזאגט אז ער וויל אים שענקען, ער וויל אים געבן א ברכה. דער אלטער רבי האט אים געזאגט אז ער וויל אים וואונטשן מיט עשירות, ער וויל אים געבן א ברכה אויף עשירות. אבער רבי יקותיאל ליעפלער האט געזאגט: „איך וויל נישט קיין עשירות.“ האט ער געזאגט: „פארוואס? פארוואס דארף מיר עשירות? וועט דאס זיין פאר [לא ברור]? איך וויל נישט קיין [לא ברור] דעם אויבערשטן. לאז א חסיד רואיג רעדן.“ האט דער אלטער רבי געזאגט: „אויב אזוי, איך געב א ברכה אויף אריכות ימים.“ האט רבי יקותיאל ליעפלער געזאגט: „אריכות ימים מיט א תנאי.“ וואס איז דער תנאי? „אז דאס זאלן נישט זיין קיין פויערישע יארן.“ וואס איז דאס פויערישע יארן? א פויער, דאס איז אן איכר, אן ארבעטער, א גוי וואס ארבעט אין פעלד. דאס הייסט, אין אנדערע ווערטער, א פראסטער. מ׳פלעגט זאגן „פויערישע“, וואס דאס גייט אריין אין פראסטקייט. „איך וויל נישט קיין פראסטיקע יארן, קיין פויערישע יארן, וואס עינים להם ולא יראו, אזנים להם ולא ישמעו. זיי האבן אויגן און מ׳זעט נישט קיין ג־טליכקייט
03:16 ואוזניים, אך אין שומעים אלוקות. כלומר, לא רואים אלוקות ולא שומעים אלוקות. אינני רוצה חיים כאלה. אם אריכות ימים, שיהיו אלה שנים שבהן אפשר לראות אלוקות ולשמוע אלוקות״. ואדמו"ר הזקן אכן נתן לו את הברכה. וכידוע, רבי יקותיאל ליעפלער האריך ימים אחרי אדמו"ר הזקן ואחרי אדמו"ר האמצעי, חי בזמנו של אדמו"ר הצמח צדק, ואפילו בשנים הראשונות שלאחר הסתלקות אדמו"ר הצמח צדק עוד היה אצל אדמו"ר המהר"ש. על הסיפור הזה שאל הרבי פעם בהתוועדות י״ט כסלו שאלה פשוטה: אינני מבין את זה. כשמישהו מקבל ברכה, אומרים אמן. ברכה הרי דומה למתנה. כשאדם קונה חפץ, הוא יכול להתמקח. הוא משלם עליו טבין ותקילין, משלם כסף, ולכן הוא אומר: ״אני רוצה לקנות את זה, אני רוצה לקנות את ההוא, אני רוצה את זה, אני רוצה את ההוא, אני רוצה דבר כזה וכזה״ — הוא יכול לבחור. אבל כשזו מתנה טובה, הרי זו מתנה, וכל הנותן בעין יפה נותן. היא באה מצד הנותן; המקבל הרי לא שילם עליה. אם כן, אומר הרבי, כשמישהו נותן לאדם מתנה טובה, אתה מציב לו תנאים: ״כך אני רוצה אותה, וכך אינני רוצה אותה״? אל תעשה לי טובות. מתנה — או שאתה מקבל אותה או שאינך מקבל אותה.
03:16 און אויערן און מ׳הערט נישט קיין ג־טליכקייט. דאס הייסט, מ׳זעט נישט אלקות און מ׳הערט נישט אלקות. אזא לעבן וויל איך נישט האבן. אריכות ימים, דאס זאלן זיין יארן וואס מ׳קען זען ג־טליכקייט און הערן ג־טליכקייט.“ און דער אלטער רבי האט אים טאקע געגעבן די ברכה. און ווי ס׳איז ידוע, רבי יקותיאל ליעפלער האט דורכגעלעבט נאך דעם אלטן רבי׳ן, נאך דעם מיטעלן רבי׳ן, ביים צמח צדק, און איז נאך געווען אין די ערשטע יארן נאך דער הסתלקות פון צמח צדק, איז ער נאך געווען אפילו ביים רבי׳ן מהר״ש. וואס אויף דעם סיפור האט דער רבי אמאל ביי א פארברענגען י״ט כסלו געפרעגט א פשוטע שאלה: איך הער דאס נישט, פארשטיי איך נישט. ווען איינער באקומט א ברכה, זאגט מען אמן. א ברכה איז דאך אזוי ווי א מתנה. ווען א מענטש קויפט א חפץ, קען ער זיך דינגען. ער צאלט אויף דעם טבין ותקילין, ער צאלט געלט, ווייל ער זאגט: „איך וויל קויפן דאס, איך וויל קויפן יענץ, איך וויל האבן דאס, איך וויל האבן יענץ, איך וויל האבן דעם און דעם זאך“ — קען ער זיך קלייבן. בשעת עס איז א גוטע מתנה, איז א מתנה, כל הנותן בעין יפה נותן. דאס קומט מצד הנותן. דער מקבל האט דאך נישט געצאלט אויף דעם. איז במילא, זאגט דער רבי, ווען איינער גיט א מענטש א גוטע מתנה, און דו מאכסט אים תנאים: „אזוי וויל איך דאס, אזוי וויל איך דאס נישט“? טו מיר נישט קיין טובות. א מתנה — אדער דו נעמסט דאס, אדער דו נעמסט דאס נישט.
04:40 מה הפירוש כאן? הוא מתחיל להציב תנאים: את זה אינני רוצה, את זה אני כן רוצה, אבל עם עוד כך וכך אני רוצה לבוא... איפה נשמע דבר כזה? הוא מציב תנאים במתנה. זו הייתה השאלה. הרבי שאל פעם בהתוועדות: מה היה בסיפור הזה? שבאמת, אצל רבי יקותיאל ליעפלער לא היו כאן שאלות ותנאים במתנה. משמעות הדברים שונה לגמרי. העניין הוא שרבי יקותיאל ליעפלער היה יהודי שהאמת של הנשמה האירה אצלו. כלומר, היחידה שבנשמה האירה אצלו. מבואר בחסידות שבנשמה יש כמה וכמה דרגות. יש בנשמה המדרגות נפש, רוח, נשמה, חיה ויחידה, ואלה דרגות שונות בעבודת ה׳. יש עבודת ה׳ מצד נפש, והיא העבודה מצד קבלת עול מלכות שמים. נפש היא עבודת ה׳ בפועל, מפני שאתה מקבל עליך את העול. [לא ברור] ישנה העבודה של רוח, שהיא עבודת ה׳ מצד אהבת ה׳ ויראת ה׳. היא באה מרגשות, מתחושה פנימית. יש לו רגש של אהבה וחמימות, שמכניס חיות טובה בעבודת ה׳. ישנה מדרגת נשמה, שנשמה בחסידות היא עניין של מוחין: על ידי התבוננות בגדולת ה׳, הוא מכיר בגדולת ה׳, וההתפעלות שלו מגדולת ה׳ מעוררת אצלו [לא ברור] את הרצון ל־
04:40 וואס איז דא דער טייטש פון דעם? ער הייבט אן מאכן תנאים: דערין וויל איך ניט, אין דעם וויל איך יא, אבער מיט נאך כך וכך וויל איך קומען... וואו איז געהערט געווארן? ער מאכט תנאים אין א מתנה. און דאס איז געווען א שאלה. דער רבי האט אמאל געפרעגט אויף א פארברענגען: וואס איז געווען אין דעם סיפור? אז באמת, ביי ר' יקותיאל לעפלער איז דאס ניט געווען קיין שאלות און תנאים אין א מתנה. דער ווארט איז גאר אן אנדער ווארט אינגאנצן. דער ווארט איז, אז ר' יקותיאל לעפלער איז געווען א איד וואס ביי אים האט אויסגעשיינט דער אמת פון דער נשמה. דאס הייסט, ביי אים האט געשיינט די יחידה שבנשמה. עס איז מבואר אין חסידות אז אין דער נשמה האבן זיך כמה וכמה דרגות. די נשמה האט אין זיך די מדרגות פון נפש און רוח און נשמה און חיה און יחידה. און דאס זענען כל מיני דרגות אין עבודת השם. עס איז דא עבודת השם מצד נפש, און דאס איז די עבודה מצד קבלת עול מלכות שמים. נפש, נפש איז די עבודה בפועל דעם אויבערשטן מצד דעם וואס דו ביסט מקבל אויף דיר דעם עול. [לא ברור] איז פאראן די עבודה פון רוח, וואס דאס איז די עבודת השם מצד אהבת השם, יראת השם, דאס קומט פון הרגשים, פון געפיל. ער האט געפיל פון ליבשאפט און ווארעמקייט, וואס דאס ברענגט אריין א גוטע חיות אין עבודת השם. עס איז דא די מדרגה נשמה, וואס נשמה אין חסידות איז דאס ענין פון מוחין: אז דורך בינה אין דער גרייסקייט פון אויבערשטן, און ער האט גדלות השם, און דער וואונדער וואס ער האט אין גדלות השם רופט ביי אים ארויס [לא ברור] דעם רצון צו דעם
06:18 להקב״ה. אחר כך ישנה העבודה שלמעלה מטעם ודעת, והיא בחינת חיה, בחינת הרצון, שלמעלה מהשכל. לאדם יש בתוכו חיה, רצון חזק, והרצון הזה הוא למעלה מטעם ודעת. הוא רוצה להיות קשור להקב״ה ואינו רוצה להיפרד ממנו. והרצון הזה קיים בו בתוקף כזה, עד ש[לא ברור] להקב״ה במסירות הגדולה ביותר, בחיות הגדולה ביותר, עם העוצמה הגדולה ביותר של רצון. אלה הן ארבע הדרגות: נפש, רוח, נשמה, חיה. אבל ישנה הדרגה החמישית, בחינת יחידה, וזה כבר עניין אחר לגמרי. ביחידה אין זה מצד הבנה, רגש, רצון או איזו סיבה שתהיה. פירושה של יחידה הוא ״יחידה ליחדך״. יש נקודה בנשמתו של כל יהודי, הנקודה שבה היהודי והקב״ה הם דבר אחד ויחיד. היהודי והקב״ה הם דבר אחד ויחיד. וזה פירוש המילה יחידה. יחידה היא יחיד ה׳. כלומר, הקב״ה נקרא יחיד, אחד ויחיד: ״יחיד חי העולמים מלך״. הקב״ה הוא יחיד, והנשמה מקבלת מאותו יחיד. יחידה היא בלשון נקבה, ונקבה עניינה מקבל. כלומר, הנשמה מקבלת מיחיד. כל עניינה, כל מהותה, הם דבר אחד ויחיד: שהיא קשורה ומתאחדת עם היחיד. ומכאן באה השייכות העמוקה והגדולה ביותר, הקשר
06:18 אויבערשטן. דערנאך איז דא די עבודה וואס איז למעלה מטעם ודעת, דאס איז בחינת חיה, וואס דאס איז בחינת הרצון, העכער פון שכל. א מענטש האט אין זיך חיה, דעם רצון, א שטארקן רצון, וואס דער רצון איז למעלה מטעם ודעת. ער וויל זיין צוגעבונדן צום אויבערשטן און ער וויל זיך ניט אפרייסן פון אויבערשטן. און דער רצון איז אין אים מיט אזא תוקף, אז [לא ברור] דעם אויבערשטן מיט דער גרעסטער איבערגעגעבנקייט, מיט דער גרעסטער חיות, מיט דעם גרעסטן שטראם פון רצון. איז דאס זענען די פיר דרגות: נפש, רוח, נשמה, חיה. איז אבער דא די פינפטע דרגה, בחינת יחידה. איז דאס גאר אן אנדער ענין אינגאנצן. אין יחידה איז דאס ניט מצד פארשטאנד, געפיל, רצון, אדער אן איזו סיבה שתהיה. יחידה, דער פשט איז „יחידה ליחדך“. פאראן א פונקטעלע אין דער נשמה ביי יעדער איד, אט דער נקודה, וואס א איד מיט דעם אויבערשטן איז איין און איינציקע זאך. א איד מיט דעם אויבערשטן איז איין און איינציקע זאך. און דאס איז דער טייטש פון דעם ווארט יחידה. יחידה איז יחיד ה׳. דאס הייסט, דער אויבערשטער ווערט אנגערופן יחיד, איין און איינציקער. יחיד חי העולמים מלך. דער אויבערשטער איז א יחיד. און די נשמה איז מקבל פון אט דעם יחיד. דאס איז א לשון נקבה. יחידה איז לשון נקבה, וואס נקבה איז דער ענין פון א מקבל. דאס הייסט אז די נשמה איז מקבלת פון יחיד. כל ענינה, כל מהותה איז איין און איינציקע זאך: אז זי איז פארבונדן און פאראיינציקט זיך מיטן יחיד. און פון דעם נעמט זיך דער גרעסטער, טיפסטער שייכות, קשר
07:52 של יהודי עם הקב״ה. שיהודי — לא רק שאינו רוצה להיפרד מהקב״ה, הוא כלל אינו יכול להיפרד ממנו. מצד בחינת חיה, הוא רוצה להיות קשור ואינו רוצה להיפרד. אבל ״רוצה״ הוא סוף כל סוף, בדקות דדקות, דבר נוסף: אני רוצה — אני יכול להיות אחרת, אבל אני רוצה, ואני רוצה מאוד, ואני רוצה בכל התוקף. זהו רצון, אבל עדיין מדובר במשיכה ובכוח הרצון. ביחידה אין מדובר ברצון. פירושה של יחידה הוא שלא יכול להיות אחרת. בבחינת יחידה, נשמתו של יהודי תופסת שאלוקות היא המציאות האחת והיחידה, וחיים בלי אלוקות אינם חיים. אלוקות היא חיים. זו ההבנה היחידה. הפירוש היחיד לחיים הוא אלוקות, ולא יותר. חיים שאינם קשורים לאלוקות — לא רק שהוא אינו רוצה בהם, הוא כלל אינו יכול לחיות אותם. זה לא שייך כלל. [לא ברור] זו הייתה המדרגה, זה היה עניינו של ר׳ יקותיאל ליעפלער. ר׳ יקותיאל ליעפלער, במסירותו ובמסירות הנפש שלו, כשהשליך את עצמו אל תוך תורת החסידות — הוא למד ועשה ועמל עם עצמו, עד שגילה את עניין האלוקות. שהרי, כידוע, תורת החסידות גילתה את היחידה. רואים שלפני החסידות כמעט לא דיברו על היחידה. כידוע, בזוהר בכלל לא מוזכר
07:52 פון א איד מיטן אויבערשטן. אז א איד, ניט נאר ער וויל ניט, ער קען גאר ניט אפרייסן פון אויבערשטן. מצד חיה, ער וויל זיין צוגעבונדן און ער וויל זיך ניט אפרייסן. אבער „וויל“ איז סוף כל סוף, בדקות דדקות, א צוגעגעבענע זאך. איך וויל — איך קען זיין אנדערש, אבער איך וויל, און איך וויל גאר שטארק, און איך וויל בכל התוקף. און דאס איז א ווילן. אבער ס׳איז פארט נאך פון דער ציונג און פון דעם כח פון ווילן. אין יחידה איז דאס ניט דער ווארט פון ווילן. אין יחידה, דער טייטש איז אז עס קען ניט זיין אנדערש. אין יחידה, די נשמה פון א איד נעמט זיך אז ג־טלעכקייט, דאס איז די איין און איינציקע מציאות. און א לעבן אן ג־טלעכקייט איז קיין לעבן ניט. ג־טלעכקייט איז לעבן. דאס איז דער איינציקער פארשטאנד. דער איינציקער אויסטייטש פון לעבן איז מער ניט ווי ג־טלעכקייט. א לעבן וואס איז ניט פארבונדן מיט ג־טלעכקייט — ניט נאר ער וויל דאס ניט, ער קען דאס גאר ניט. ס׳איז ניט שייך בכלל. [לא ברור] דאס איז געווען די מדרגה, דאס איז געווען דער ענין פון ר' יקותיאל לעפלער. ר' יקותיאל לעפלער, זיין איבערגעגעבנקייט און זיין מסירת נפש מיט זיין זיך אריינווארפן אין תורת החסידות — האט ער געלערנט און געטאן און געהארעוועט מיט זיך, ביז ער האט מגלה געווען אט דעם ענין פון אלקות. אז חסידות איז דאך, כידוע, תורת החסידות האט מגלה געווען די יחידה. מען זעט אז פאר חסידות האט מען כמעט ניט גערעדט וועגן דער יחידה. כידוע, אין זוהר בכלל ווערט
09:18 עניין היחידה אפילו פעם אחת. הוא מוזכר במדרש, פעם אחת. וגם במדרש אין, כנראה, את הפירוש הזה. רק בתורת החסידות עניין היחידה מבואר בפרטים ובפרטי פרטים, עם עצות ועם הסברה. יחידה שבנשמה היא סוגיה שלמה בחסידות. ובכך שחסידות גילתה את היחידה שבתורה, היא גילתה את עניין האלוקות כפי שהוא מתגלה על ידי תורת החסידות, ובפרט על ידי תורת חסידות חב״ד: את עניין ״אין עוד מלבדו״, את העניין שאלוקות היא המציאות היחידה, ומלבד אלוקות אין שום מציאות. וממילא, כשר׳ יקותיאל ליעפלער שמע את הנקודה הזאת, וגם כשהגיע אליו אדמו״ר הזקן לתת לו ברכה, הוא לא עשה שום תנועות. הוא רצה להבין מה פירושם של חיים באמת. כאשר אדמו״ר הזקן בא לתת ברכה, אדם רגיל, בשר ודם, שהנקודה הזאת אינה מאירה אצלו, מבין זאת כך: הוא אדם, הוא נברא, בשר ודם. יש לו חיים. נוסף על כך יש לו גם מטרה, יש לו גם תורה, הוא חי כדי לעבוד את הקב״ה, כן, והוא עושה למען הקב״ה. אבל ישנו הוא עצמו, ויש עוד דבר. ישנם החיים שלי עצמי, וישנה התכלית שלי: אני נברא, אני משמש את קוני. אני צריך לעבוד את
09:18 נישט אמאל דער ענין פון יחידה. ס'ווערט אמאל אין מדרש, איין מאל. און אויך אין מדרש איז נישט דא דעם, כנראה, טייטש. ערשט אין תורת החסידות איז דער ענין פון יחידה אן ענין וואס איז מבואר מיט פרטים און פרטי פרטים, מיט עצות, מיט הסברה. דאס איז א גאנצע סוגיא אין חסידות, יחידה שבנשמה. און מיט דעם וואס חסידות האט מגלה געווען די יחידה שבתורה, מגלה געווען דעם ענין פון אלקות, ווי זי ווערט נתגלה דורך תורת החסידות, בפרט דורך תורת חסידות חב״ד, דעם ענין פון אין עוד מלבדו, דעם ענין אז אלקות, דאס איז די איינציקע פארהאנדנקייט, און חוץ פון ג־טלעכקייט איז דא קיין שום מציאות. און במילא, ווען ר' יקותיאל ליעפלער האט געהערט די נקודה, און ביז דער אלטער רבי קומט צו אים געבן א ברכה, האט ער נישט געמאכט קיין תנועות. ער האט געוואלט פארשטיין וואס איז דער טייטש באמת לעבן. ביז דער אלטער רבי קומט געבן א ברכה, איז א מענטש, א נארמאלער בשר ודם, וואס ביי אים לייכט נישט די נקודה, ביי אים איז דער טייטש: ער איז א מענטש, ער איז א נברא, א בשר ודם. ער האט א לעבן. בנוסף לזה האט ער אויך א ציל, ער האט אויך די תורה, ער לעבט צו דינען דעם אויבערשטן, יא, און ער טוט פארן אויבערשטן. אבער ס'איז ער און ס'איז דא נאך א זאך. ס'איז דא מיין אייגענע לעבן און ס'איז דא מיין תכלית. אז איך בין א נברא, איך בין שמשמש קוני. איך דארף דינען דעם
10:51 הקב״ה. אבל מלבד זאת קיימת גם עצם המציאות שלי. וממילא, בעיניו אריכות ימים יכולה להיות דבר טוב, ועשירות היא דבר טוב. נוסף על כך הוא רוצה גם לחיות חיים רוחניים, להכיר את הקב״ה. אבל ייתכן גם דבר אחד בלי השני. [לא ברור] חס ושלום, חס ושלום, אם יילקחו ממנו היכולת לראות אלוקות ולשמוע אלוקות, והעונג באלוקות, עדיין יהיו לו חיים, תהיה לו עשירות, תהיה לו אריכות ימים, ותהיה לו גשמיות, אבל יחסר לו החיבור עם אלוקות באופן הנעלה ביותר. גם אז, הרי הוא חי. ר׳ יקותיאל ליעפלער רצה שאדמו״ר הזקן יבין שאצלו אין שני פירושים לחיים. אין עוד פירוש לחיים. פירושם של חיים, הפירוש האחד והיחיד לחיים, הוא שאפשר לראות אלוקות ולשמוע אלוקות. חיים שאינם קשורים לראיית אלוקות ולשמיעת אלוקות הרי גם הם אינם חיים. וזה היה אצלו פשוט כל כך, שממילא הוא רק רצה שיבין שזה פירושם של חיים. וזה סיפורו של ר׳ יקותיאל ליעפלער, שחי את היסוד שגם הרבי מסביר, כפי שרואים בפשטות ב״מודה אני״: יהודי מתחיל את היום ב״מודה אני לפניך״. רואים בנוסח של ״מודה אני״, שאומרים: ״מודה אני לפניך מלך״
10:51 אויבערשטן. אבער חוץ פון דעם איז דא אויך מיין עצם מציאות. איז במילא, קען זיין ביי אים אריכות ימים איז א גוטע זאך, עשירות איז א גוטע זאך. בנוסף לזה וויל ער אויך לעבן פאר רוחניות, קענען דעם אויבערשטן. ס'קען אבער זיין איין זאך אן די אנדערע אויך. [לא ברור] חס ושלום, חס ושלום, ביים צונעמען דעם ענין פון קענען זען ג־טלעכקייט און הערן ג־טלעכקייט, און א געשמאק אין אלקות, אבער ער וועט האבן א לעבן, ער וועט האבן עשירות, ער וועט האבן אריכות ימים, און ער וועט האבן גשמיות, אבער ס'וועט פעלן דעם התחברות מיט ג־טלעכקייט אויפן גרעסטן אופן. אויך, ביז דער רבי, ער לעבט דאך. ר' יקותיאל ליעפלער האט געוואלט דעם אלטן רבי'ן, אז ביי אים איז נישט צוויי טייטשן אין לעבן. ס'איז נישט נאך א טייטש אין לעבן. לעבן איז דער טייטש, דער איין און איינציקער טייטש פון לעבן איז, אז מ'קען זען אלקות און הערן אלקות. א לעבן וואס איז נישט פארבונדן מיט זען און הערן אלקות איז דאך אויך קיין לעבן נישט. און דאס איז ביי אים געווען אזא פשיטות, אז במילא האט ער נאר געוואלט פון אים געבן צו פארשטיין אז דאס איז דער טייטש פון לעבן. און דאס איז דער סיפור פון ר' יקותיאל ליעפלער, וואס האט געלעבט דעם יסוד, וואס דער רבי גיט צו פארשטיין אויך, וואס מ'זעט פשוט אין מודה אני. אז א איד הייבט אן דעם טאג פון מודה אני לפניך. זעט מען אין דעם נוסח פון מודה אני, אז מ'זאגט: מודה אני לפניך מלך
12:20 חי וקיים שהחזרת בי נשמתי בחמלה, רבה אמונתך. יהודי מודה לקב"ה על החיים. זה הרי כל העניין של מודה אני. הדבר הראשון שיהודי עושה, עוד לפני שהוא קם, הוא להודות לקב"ה על החיים. אבל כאן רואים דבר מעניין: לא אומרים ״מודה אני לפניך שהחזרת בי נשמה״, אלא ״שהחזרת בי נשמתי״. לכאורה, קודם כול צריך להודות לקב"ה על עצם העובדה שאתה חי: החזרת לי חיים, החזרת לי נשמה. לא. מה אומר יהודי? ״שהחזרת בי נשמתי״. מה פירוש ״נשמתי״? נשמה יהודית. כלומר, חיים פירושם חיים יהודיים. חיים שאינם חיים יהודיים אינם חיים כלל. וזה היה אצלו דבר חזק כל כך, עמוק כל כך וחקוק כל כך בתור [לא ברור]. וזה היה הסיפור, זה היה היסוד שתורת החסידות גילתה: אצל יהודים, על ידי לימוד חסידות והפנמת ענייני אחדות השם שגילה הבעל שם טוב — העניין של אחדות הוי׳ האמיתית, ש״אין עוד מלבדו״ ואין שום מציאות מלבד הקב"ה — מאירה הנקודה שחיים פירושם אלוקות. חיים שאין בהם אלוקות אינם חיים כלל. ואדרבה, זה מופיע בספר היום יום, הספר שהרבי חיבר לפני יותר משמונים שנה, בתש״ג, ספר היום יום, שבו
12:20 חי וקיים שהחזרת בי נשמתי בחמלה רבה אמונתך. א איד דאנקט דעם אויבערשטן אויפן לעבן. דאס איז דאך דער גאנצער ענין פון מודה אני. דער ערשטער זאך, ווי שטייט אויף נאך פארן אידעלע שטיי, א איד דאנקט דעם אויבערשטן פארן לעבן. אבער דא זעט מען אן אינטערעסאנטע זאך. מ'זאגט נישט מודה אני לפניך שהחזרת בי נשמה. מ'זאגט שהחזרת בי נשמתי. לכאורה, ערשטנס דאנק דעם אויבערשטן אויף דעם עצם זאך אז דו לעבסט. החזרת לי חיים, החזרת לי נשמה. ניין. וואס זאגט א איד? שהחזרת בי נשמתי. וואס איז דער טייטש נשמתי? א יידישע נשמה. דאס הייסט, אז א לעבן איז, דער טייטש לעבן איז א יידיש לעבן. א לעבן וואס איז נישט קיין יידיש לעבן איז דא גאר קיין לעבן נישט. און דאס איז ביי אים געווען אזא שטארק און אזא טיף און אזא איינגעקריצט אלס [לא ברור]. און דאס איז געווען דער סיפור, דאס איז דער יסוד וואס תורת החסידות האט מגלה געווען, אז ביי אידן לייגט זיך אפ, דורך דעם וואס מ'לערנט חסידות, פון מיטנעמען די ענינים פון אחדות השם, וואס דער בעל שם טוב האט מגלה געווען, יא, דער ענין פון אחדות הוי׳ האמיתית, אז ס'איז אין עוד מלבדו, ס'איז נישט פאראן קיין שום מציאות חוץ פון דעם אויבערשטן, איז במילא שיינט ביי אידן עד כדי נקודה, אז לעבן מיינט ג־טלעכקייט. א לעבן וואס איז נישט ג־טלעכקייט איז גאר קיין לעבן נישט. און אדרבה, ס'קומט פאר אין דעם היום יום, אויף דעם ספר וואס דער רבי האט מחבר געווען מיט איבער אכציג יאר צוריק, תש״ג, דער ספר היום יום וואס
13:56 יש פתגמים לכל יום מימות השנה. והרבי אמר פעם שהפתגמים בהיום יום קשורים לזמן שבו הם מופיעים. אין פתגם שמונח במקומו בלי קשר ליום. כשאדם מתבונן ומעמיק, הוא רואה שכל פתגם מדויק במקום שבו הוא נמצא. כשמעיינים בהיום יום, רואים שהפתגם, הסיפור שמובא בו בשבוע של פרשת לך לך, בו׳ חשוון, בפרשה שנלמדת אז, מבטא את הנקודה של הסיפור הזה: מה הם חיים יהודיים. ולמעשה, אם אינני טועה, זה אפילו באותו יום שעליו נכתב הפתגם בהיום יום, כלומר בו׳ חשוון, בשיעור החומש כפי שנקבע ללימוד כאשר ו׳ חשוון חל באותו יום בשבוע, כפי שהיה בשנת תש״ג, כשהיום יום נדפס לראשונה. מה כתוב בפרשה? הקב"ה הבטיח לאברהם אבינו ברכות גדולות: ״אל תירא אברם, אנכי מגן לך, שכרך הרבה מאד״. הקב"ה אומר לאברהם אבינו: אל תפחד, אני אגן עליך ואתן לך. הקב"ה מברך אותו בעשירות, בברכות ובהצלחה. ואז בא אברהם אבינו, ואברהם אבינו
13:56 דא זענען דא פתגמים פאר יעדער טאג פון דעם גאנצן יאר. און דער רבי האט אמאל געזאגט, אז די פתגמים אין היום יום זיינען פארבונדן מיט'ן זמן. עס איז נישט דא קיין געלייגטער פתגם אן א שייכות. יעדער פתגם, ווען א מענטש טראכט זיך אריין און מ'פארטיפט זיך, זעט מען אז יעדער פתגם איז מדויק אין דעם ארט וואו ער געפינט זיך. אז א מענטש גייט קוקן אין היום יום, איז דער פתגם, דער סיפור, וואס ווערט געבראכט אין היום יום פון דער וואך פון פרשת לך לך, ו' חשון, וואס שטייט אין דער סדר, אין יענעם סדר אין פרשת לך לך, אן ענין וואס ברענגט ארויס די נקודה פון דעם סיפור, פון וואס הייסט אן אידיש לעבן. אז א מענטש גייט קוקן אין דער סדר, און גראדע דאס, איך מאך נישט קיין טעות, איז דאס אפילו אין דעם זעלבן טאג, וואס איז געשריבן געווארן אין היום יום, דאס הייסט אין דעם טאג פון ו' חשון. אין דעם שיעור חומש, ווי עס איז איינגעשטעלט געווארן צו לערנען, ווען ו' חשון קומט אויס אין יענעם טאג, וואס דאס איז געווען אין יאר תש"ג, ווען עס איז געדרוקט געווארן היום יום דאס ערשטע מאל. וואס שטייט אין דער סדר? שטייט אין דער פרשה, אז דער רבונו של עולם האט צוגעזאגט אברהם אבינו גרויסע ברכות. „אל תירא אברם, אנכי מגן לך, שכרך הרבה מאד.“ דער רבונו של עולם זאגט צו אברהם אבינו: האב נישט מורא, איך באשיץ דיך, און איך וועל דיר געבן. דער רבונו של עולם ווינטשט אים מיט עשירות, מיט ברכות, מיט הצלחה. קומט צו גיין אברהם אבינו, און אברהם אבינו
15:27 מתחיל להתלונן. כך כתוב בחומש. תסתכלו בפרשה ותראו שלאברהם אבינו יש על כך טענה. אברהם אבינו זועק אל הקב"ה: ״מה תתן לי? ... ובן משק ביתי הוא דמשק אליעזר, ואנכי הולך ערירי״. אברהם אבינו טוען כלפי הקב"ה: מה תיתן לי? מי יירש אותי? לאברהם אבינו עדיין לא היו אז ילדים, והיה לו את אליעזר, דמשק אליעזר, שהיה עבדו. אברהם אבינו זועק אל הקב"ה: מה יועילו כל הדברים הטובים שאתה רוצה לתת לי? מה ארוויח מכל מה שאקבל, אם אין לי ילד שיירש את רכושי? ״ובן משק ביתי הוא דמשק אליעזר״. כל המפרשים שואלים את השאלה: איך ייתכן שלאברהם אבינו יש שאלה כזאת? הקב"ה נותן לו ברכות — שיקבל אותן. והשאלה גדולה עוד יותר: הרי הקב"ה כבר הבטיח לו, כפי שנאמר בפסוקים הקודמים, ״ושמתי את זרעך כעפר הארץ״. הקב"ה הבטיח לאברהם אבינו שיהיה לו זרע כעפר הארץ. אם כן, כשמגיעות הברכות, הוא כבר יודע זאת — במה הסתפק אברהם? כל המפרשים שואלים זאת; ראו ברמב״ן ובעוד כמה מפרשים. וראו פירוש מעניין של האור החיים הקדוש, שכותב שאברהם אבינו היה בטוח, הדבר היה ברור לו, והוא האמין שהקב"ה ייתן לו ילדים, כפי שהבטיח לו.
15:27 האט זיך אנגעהויבן קלאגן. עס שטייט אין חומש. גייט א קוק אין דער פרשה, זעט מען, אז אברהם אבינו האט דערויף א טענה. אברהם אבינו שרייט צום אויבערשטן: „מה תתן לי? ... ובן משק ביתי הוא דמשק אליעזר, ואנכי הולך ערירי.“ אברהם אבינו טענה'ט זיך צום אויבערשטן: וואס גיבסטו מיר? ווער גייט מיך ירש'ענען? אברהם אבינו האט נאך נישט געהאט קיין קינדער יעמאלט, און האט געהאט אליעזר, דמשק אליעזר, דאס איז געווען זיין עבד. שרייט אברהם אבינו צום אויבערשטן: וואס וועלן העלפן די אלע גוטע זאכן וואס דו ווילסט מיר געבן? וואס איז אז איך גיי באקומען, ווען איך האב נישט קיין קינד וואס גייט ירש'ענען מיינע זאכן? „ובן משק ביתי הוא דמשק אליעזר.“ פרעגן דאך אלע מפרשים די שאלה טאקע: ווי קומט עס, פארוואס האט אברהם אבינו אזא מין שאלה? דער רבונו של עולם גיט אים ברכות, זאל ער מקבל זיין. נאך מער די שאלה: דער רבונו של עולם האט דאך אים צוגעזאגט, אזוי ווי עס שטייט אין די פסוקים פריער, „ושמתי את זרעך כעפר הארץ.“ דער רבונו של עולם האט צוגעזאגט אברהם אבינו אז ער וועט האבן זרע ווי עפר הארץ. איז דאך, ווען עס קומען ברכות, ווייסטו דאך — וואס האט אברהם געהאט א ספק? אלע מפרשים פרעגן דאך; זעט דעם רמב"ן, זעט נאך כמה מפרשים. זעט אן אינטערעסאנטן אור החיים הקדוש, וואס ער שרייבט, אז אברהם אבינו איז זיכער געווען, ביי אים איז געווען א דבר ברור, און ער האט געגלייבט אז דער רבונו של עולם וועט אים געבן קינדער, האט אים
17:07 כלומר, האור החיים הקדוש כותב כאן שכאשר הקב"ה אמר לו ״והיה זרעך כעפר הארץ״, אברהם אבינו נבהל וחשב שהם לא יהיו יותר מעפר הארץ. כלומר, יהיו לו ילדים, אבל ילדים ארציים, ״עפר הארץ״. יהיו ילדים, אבל ארציים, השקועים בענייני הארץ, בעניינים גשמיים גסים. כלומר, יהיו לו ילדים, אבל לא [לא ברור] כראוי למדרגתו של אברהם אבינו. וזאת הייתה טענתו של אברהם אבינו. הוא טען כלפי הקב"ה: מה יש לי מכל העשירות הזאת, מה יש לי מכל הברכות האלה, מה יש לי מכל הדברים האלה? אני הרי רוצה ילד שיהיה ילד של הקב"ה, ילד אלוקי, ילד שילך בדרכיו של אברהם אבינו. ילד שגם הוא יהיה קשור לאלוקות. אינני רוצה ילדים ארציים, ילדים שהם ״עפר הארץ״. והאור החיים מסביר שעל כך אמר לו הקב"ה מיד: אל תיבהל, הם יהיו כמו כוכבי השמים. מיד אחר כך נאמר: ״ויוצא אותו החוצה ויאמר הבט נא השמימה ... כה יהיה זרעך״. כלומר, הקב"ה נתן לו להבין שיהיו לו ילדים כמו כוכבי השמים. הם יהיו ילדים אלוקיים, ילדים שמימיים, ילדים שיהיו קשורים
17:07 צוגעזאגט. דאס הייסט, דער אור החיים הקדוש שרייבט דא, אז ווען דער רבונו של עולם האט אים געזאגט „והיה זרעך כעפר הארץ“, האט אברהם אבינו זיך דערשראקן און געמיינט אז זיי וועלן זיין מער נישט ווי עפר הארץ. דאס הייסט, ער וועט אויך האבן קינדער, אבער די קינדער וועלן זיין ערדישע קינדער, עפר הארץ. דאס הייסט, עס וועלן זיין קינדער, אבער ארציים, וואס ליגן אין ערד, אין ערדישע ענינים, אין גראבע ענינים גשמיים. דאס הייסט, אז ער וועט אויך האבן קינדער, אבער נישט [לא ברור] וואס פאסט צו די מדריגה פון אברהם אבינו. און דאס איז געווען די טענה פון אברהם אבינו. ער האט גע'טענה'ט צום אויבערשטן: וואס האב איך פון דער גאנצער עשירות, וואס האב איך פון די אלע ברכות, וואס האב איך פון די אלע זאכן? איך וויל דאך האבן א קינד וואס זאל זיין אן אויבערשטנ'ס קינד, א ג-טלעך קינד, א קינד וואס זאל גיין אין די וועגן פון אברהם אבינו. א קינד וואס וועט אויך זיין צוגעבונדן צו ג-טלעכקייט. איך וויל נישט קיין ערדישע קינדער, קיין עפר הארץ קינדער. און דאס, איז דער אור החיים מסביר, האט דער רבונו של עולם אים גלייך געזאגט: זיי נישט דערשראקן, זיי וועלן זיין ווי כוכבי השמים. גלייך נאך דעם שטייט: „ויוצא אותו החוצה ויאמר הבט נא השמימה ... כה יהיה זרעך.“ דאס הייסט, דער רבונו של עולם האט אים געגעבן צו פארשטיין, אז ער וועט האבן קינדער ווי כוכבי השמים. זיי וועלן זיין ג-טלעכע קינדער, הימלישע קינדער, קינדער וואס וועלן זיין פארבונדן
18:34 עם אלוקות. אבל למה הוא אמר דווקא ״כעפר הארץ״? הרי המדרש מביא דווקא להפך, למעלה מזה: לא, הוא אומר, שיהיו ילדים אלוקיים, שמימיים, כמו כוכבי השמים, והוא רוצה שתהיה להם גם המעלה של עפר הארץ. מהי המעלה של עפר הארץ? המדרש מביא כמה וכמה פירושים. עפר הארץ — כשמשקים אותו במים הוא מצמיח פירות. ועוד עניין בעפר הארץ: הוא מבטל את כל הדברים שאינם כשורה, ודואג שהדברים האלה לא יבואו. יש בעפר הארץ עניינים ומעלות, והרבי קושר גם אותם לברכה של ״עפר הארץ״. כמו שכתוב במדרש איכה, שהביטוי ״עפר הארץ״ שייך גם לתקופות הקשות ביותר, כשנמצאים בגלות, ואז הם בבחינת עפר הארץ. ואף על פי כן, אנחנו רואים שוב ושוב שהרבי מעורר אותנו לשים לב לכך. ו״ופרצת ימה וקדמה״ — בהמשך נאמר אצל אברהם אבינו: ״והיה זרעך כעפר הארץ ופרצת ימה וקדמה וצפונה ונגבה, ונברכו בך כל משפחות האדמה ובזרעך״. יוצא שאצל אברהם אבינו זו הייתה הנקודה. כלומר, אברהם אבינו לא יכול היה לבוא ולחדש חידושים אצל הקב״ה. אבל אצל אברהם אבינו הייתה נקודה אחת ויחידה: כל מציאותו הייתה אלוקות. אברהם אבינו היה אחד. ״אחד היה אברהם״. ואת פירוש ״אחד היה אברהם״ מביאים בשם אדמו״ר הצמח צדק: שאברהם
18:34 מיט ג-טליכקייט. איי, פארוואס האט ער געזאגט דווקא ווי עפר הארץ? ווי דער מדרש ברענגט טאקע, פארקערט, למעלה מזה: ניין, זאגט ער, זיי זאלן זיין ג-טליכע, הימלישע קינדערלעך ווי כוכבי השמים, וויל ער זאלן האבן אויך די מעלה פון עפר הארץ. וואס איז די מעלה פון עפר הארץ? ברענגט דער מדרש כמה וכמה פירושים. עפר הארץ, אז דורך וואסער וואקסט עס, יא, עס וואקסן פירות. וואס דער ענין פון עפר הארץ, דאס איז מבטל די אלע זאכן וואס זענען נישט אין ארדענונג; דאס גיט אכטונג אז די זאכן זאלן נישט קומען. ענינים, מעלות, וואס זיינען דא אין עפר הארץ, וואס דער רבי שטעלט מיט דעם אויך אן, מיט די ברכה פון עפר הארץ. ווי עס שטייט אין מדרש איכה, אז דאס ווארט פון עפר הארץ איז אויך אין די שווערסטע תקופות. ווען מען איז אין גלות, וואס זיי דעמאלט זיינען אין עפר הארץ, און פון דעסטוועגן זעען מיר שטענדיג אז דער רבי שטעלט אונז אכטונג געבן. און „ופרצת ימה וקדמה“ — עס שטייט שפעטער ביי אברהם אבינו: „והיה זרעך כעפר הארץ ופרצת ימה וקדמה וצפונה ונגבה, ונברכו בך כל משפחות האדמה ובזרעך.“ קומט אויס, אז ביי אברהם אבינו, דאס איז געווען די נקודה. דאס הייסט, אברהם אבינו האט נישט געקענט גיין מאכן נייעס מיט דעם אויבערשטן. אבער אברהם אבינו איז געווען ביי דער נקודה, איין און איינציקע נקודה. אברהם אבינו, זיין גאנצע מציאות איז געווען ג-טליכקייט. אברהם אבינו איז געווען אחד. „אחד היה אברהם“. און דער טייטש „אחד היה אברהם“, ווי עס ווערט געברענגט א ווארט פון דעם צמח צדק, אז אברהם
20:05 אבינו היה איש של ״אחד״. מה פירוש הכתוב ביחזקאל, ״אחד היה אברהם״? בפשטות, כפי שנאמר במדרש, הוא היה אחד לבדו: כל העולם מעבר אחד ואברהם מעבר אחד. הוא עמד לבדו עם הקב״ה, מול כולם, כשכולם עבדו עבודה זרה. אבל אדמו״ר הצמח צדק פירש את ״אחד היה אברהם״ כך: אברהם היה איש של ״אחד״. ה״אחד״, אחדות השם, הקב״ה, חדר באברהם אבינו כל כך, עד שכל מציאותו, כל רמ״ח איבריו ושס״ה גידיו, כל רצונותיו וכל ענייניו, היו דבר אחד ויחיד. ה״אחד״ היה כל מציאותו. וכפי שמובא במכתב שהרבי כתב בימים הראשונים, מיד לאחר הסתלקות אדמו״ר הריי״צ: אחת השיחות האחרונות של אדמו״ר הריי״צ נדפסה אז, ולצידה מכתב שהרבי שלח לחסידים — אחד המכתבים הראשונים ששלח לאחר הסתלקות חותנו, אדמו״ר הריי״צ. ושם הוא מביא את הפתגם הזה של אדמו״ר הצמח צדק, שה״אחד״ האיר באברהם אבינו, ואברהם אבינו היה איש של ״אחד״. הרבי מסביר במכתב את הנקודה הזאת.
20:05 אבינו איז געווען אן אחד׳יקער. וואס שטייט אין יחזקאל, „אחד היה אברהם“? איז פשוט, שטייט אין מדרש, אז ער איז געווען איינער אליין: די גאנצע וועלט מעבר אחד און אברהם מעבר אחד. ער איז געווען איינער אליין, וואס ער איז געווען מיט דעם אויבערשטן און קעגן אלע, וואס אלע האבן געדינט עבודה זרה. אבער דער צמח צדק האט געטייטשט „אחד היה אברהם“: ער טייטשט, אז אברהם איז געווען אן אחד׳יקער. אז דער אחד, אחדות השם, דער אויבערשטער, האט דורכגענומען אברהם אבינו, אזוי דורך און דורך, אז זיין גאנצע מציאות, זיין גאנצע מציאות, זיינע גאנצע רמ״ח איברים ושס״ה גידים און אלע זיינע רצונות און אלע זיינע ענינים, איז געווען איין איינציקע זאך. דער אחד, דאס איז געווען זיין גאנצע מציאות. און ווי עס ווערט געברענגט אין א בריוו וואס דער רבי האט געשריבן אין די ערשטע טעג, גלייך נאך דער הסתלקות פון דעם רבי׳ן ריי״צ, איינע פון די ערשטע בריוון וואס דער רבי האט געשיקט דעמאלט, גלייך נאך דער הסתלקות פון דעם רבי׳ן ריי״צ, איז געדרוקט געווארן א שיחה, זיכער, גלייך פון דעם פריערדיקן רבי׳ן, פון דעם רבי׳ן ריי״צ, איינע פון די לעצטע שיחות זיינע. און אויף דעם איז געווען דער בריוו וואס דער רבי האט געשיקט צו חסידים, פון די ערשטע בריוון וואס דער רבי האט געשיקט נאך דער הסתלקות פון זיין שווער, פון דעם רבי׳ן ריי״צ. און דארטן ברענגט ער אט דעם פתגם, וואס דער צמח צדק האט געזאגט, אז דער אחד האט געשיינט אין אברהם אבינו, און אברהם אבינו איז געווען אן אחד׳יקער. דער רבי איז מסביר אין דעם בריוו אט די נקודה.
21:33 מהו היסוד? מהו החידוש? מהו העומק בפתגם הזה? לא רק שה״אחד״ האיר באברהם אבינו. זה נכון, אבל זו עדיין הארה: ישנו הדבר המאיר, ה״אחד״, והוא מאיר בו. ה״אחד״ הוא עניין אחר לגמרי, הוא הקב״ה, והקב״ה, יחידו של עולם, בעל הבירה, האיר באברהם אבינו. אבל הוא אומר עוד יותר: אברהם היה איש של ״אחד״. לא דבר מבחוץ האיר בתוכו, אלא זו הייתה כל מהותו, כל עניינו, כל חיותו; הם לא היו שני דברים כלל. אי אפשר להפריד בינו לבין ה״אחד״ שלו, זה היה דבר אחד ויחיד. מה הייתה כל מהותו של אברהם אבינו? אלוקות. מלבד אלוקות לא היה שום דבר. ולכן, כשבא הקב״ה ובירך אותו בכל הברכות, אומר אברהם אבינו, כפי שמובא במדרש: ״ברכות — טוב ויפה, אבל שיהיו ילדים אלוקיים. ילדים שימשיכו ללכת באותה הדרך, שיאיר בהם ה׳אחד׳, שיהיו ילדים של ׳אחד׳; ילדים שבבחינת כוכבים, ילדים מאירים, שיודעים את הכבוד ואת התכלית, מאירים את העולם ומאירים את החושך של העולם הזה״. זה היה... לכן, לפני שישים שנה, בתקופת...
21:33 וואס איז דער יסוד? וואס איז דער חידוש? וואס איז דער עומק אין אט דעם פתגם? עס איז נישט נאר אז דער אחד האט געשיינט אין אברהם אבינו. דאס איז אין סדר, אבער עס האט געשיינט. א זאך וואס שיינט, איז דא די זאך, וואס איז אחד, און ער שיינט אין אים. דער אחד איז גאר אן אנדער ענין, דאס איז דער אויבערשטער, און דער אויבערשטער האט אריינגעשיינט, יחידו של עולם, בעל הבירה, עס האט געשיינט דער אויבערשטער אין אברהם אבינו. זאגט ער נאך מער: אברהם איז געווען אן אחד׳יקער. עס איז נישט אז עס האט געשיינט פון א זאך פון דרויסן, וואס שיינט אריין אין אים. נאר דאס איז געווען כל מהותו, כל ענינו, כל חיותו; זיי זענען גאר נישט געווען ווי צוויי זאכן. מיר קענען גאר נישט אפטיילן אים מיט זיין אחד, עס איז געווען איין איינציקע זאך. וואס איז געווען כל מהותו פון אברהם אבינו? אלקות. אויסער אלקות איז קיין שום זאך נישט געווען. און דערפאר, ביז דער אויבערשטער איז געקומען צו אים און האט אים געוואונטשן מיט אלע ברכות, שטייט אין א מדרש, זאגט אברהם אבינו: „ברכות, געזונט, אבער קינדער זאלן זיין ג-טליכע קינדער. קינדער וואס זאלן ממשיך זיין און גיין אין דעם זעלבן וועג, ווייל ביי זיי זאל לייכטן דער אחד, אזוי זאלן זיי זיין אחד׳יקע קינדער, קינדער וואס זענען אין ספירה, כוכבים, יא, ליכטיקע קינדער, קינדער וואס ווייסן דעם כבוד און דעם תכלית און מאכן ליכטיק די וועלט און שיינען די טונקלקייט פון דעם עולם הזה.“ עס איז געווען מיט... דערום, זעכציג יאר צוריק איז געווען אין די...
22:57 חודש חשוון, היה סדר כזה: בתחילת השנה, אחרי תשרי, הייתה מגיעה קבוצה של עסקנים שהיו קשורים לישיבות תומכי תמימים, ישיבות חב״ד ברחבי העולם. הם היו דנים בענייני הכספים הדרושים לישיבות. קבוצת העסקנים הייתה נכנסת לרבי ומשוחחת על כל מיני פעולות שנטלו על עצמם כדי לתמוך בישיבות, והרבי היה אומר להם שיחה. באותה שנה, תשכ״ד, הרבי דיבר על פסוק בפרשה. ויש כאן יסוד מעניין. הוא שואל שאלה פשוטה. נאמר בפסוק שכאשר אברם מתלונן לפני הקב״ה: ״מה תתן לי ואנכי הולך ערירי, ובן משק ביתי הוא דמשק אליעזר״. רש״י מפרש: מה פירוש ״דמשק אליעזר״? יש כמה פירושים. פירוש אחד הוא שהוא בא מדמשק, וזה הפירוש הפשוט. אבל אחר כך רש״י מביא פירושים נוספים. מהם? אחד מהם הוא שהיה ״דולה ומשקה מתורת רבו לאחרים״. ועוד, שהוא זה שכל משק הבית התנהל על ידו. כלומר, במילים אחרות, היו לאליעזר מעלות נפלאות. אליעזר לא היה סתם עבד פשוט. הוא היה עבד מלא מעלות, גם בגשמיות. כל ענייניו של אברהם אבינו נמסרו לאחריותו, על
22:57 תקופה פון חודש חשון איז געווען א סדר: עס פלעגט קומען צו גיין, אין אנהייב יאר נאך תשרי, א קבוצה פון עסקנים וואס זיינען געווען פארבונדן מיט די ישיבות תומכי תמימים, די ישיבות פון חב"ד אויף דער וועלט. זיי פלעגן רעדן איבער די ענינים פון ממונות, וואס מען דארף פאר די ישיבות. פלעגן זיי אריינקומען צום רבי'ן, א קבוצה פון די עסקנים, און ארומרעדן וועגן כל מיני השתדלות וואס זיי האבן זיך אונטערגענומען כדי צו שטיצן די ישיבות. און דער רבי פלעגט רעדן פאר זיי א שיחה. אין דעם יאר תשכ"ד האט דער רבי גערעדט א שיחה אויף דעם פסוק, אויף דער סדרה. און ס'איז אן אינטערעסאנטער יסוד אין דער נקודה. ער פרעגט א פשוטע שאלה. עס שטייט אין פסוק, אז ווען אברם קלאגט זיך צום אויבערשטן: „מה תתן לי ואנכי הולך ערירי, ובן משק ביתי הוא דמשק אליעזר.“ עס שטייט אין רש"י: וואס איז דער טייטש פון „דמשק אליעזר“? עס זענען דא כמה טייטשן. איין טייטש איז, ער קומט פון דמשק, דאס איז דער פירוש הפשוט. אבער דערנאך זענען דא אנדערע פירושים וואס רש"י ברענגט. איז וואס? איינע פון די זאכן איז, אז ער איז „דולה ומשקה מתורת רבו לאחרים“. און אז ער איז דער וואס דער גאנצער משק בית איז מתנהל על ידו. דאס הייסט, אין אנדערע ווערטער, מעלות נפלאות פון דעם עליעזר. הייסט, עליעזר איז נישט געווען סתם א פשוטער קנעכט. עליעזר איז געווען א קנעכט וואס איז געווען מלא מיט מעלות, סיי בגשמיות. ער איז איבערגעגעבן די גאנצע ענינים פון אברהם אבינו על
24:34 פי יצחק, ניהל את כל העניינים בנאמנות גדולה. ולא רק זה, גם ברוחניות: ״דולה ומשקה מתורת רבו לאחרים״. מה יכול להיות טוב מזה? בא אברהם אבינו ואומר: לא, בזה אינני רוצה. ״ואנכי הולך ערירי״ — מה יש לי מזה? עד שהקב״ה אומר לו: ״כי אם אשר יצא ממעיך הוא יירשך״ — יקום ילד משלי, והוא יהיה זה ש[לא ברור]. והרבי שואל שאלה פשוטה. אברהם אבינו עומד ומתלונן על כך שהוא ערירי, ועל כך שמי שעומד לרשת אותו הוא עבד. מה שייכות לכאן המעלות? הרי להפך: מה המקום עכשיו להזכיר את המעלות של אליעזר? הרי אתה רוצה לומר שאינך רוצה את אליעזר. בשביל מה אתה מדבר על מעלותיו? על כך אמר הרבי נקודה נפלאה, יסוד חזק. וזה מתאים מאוד להמשך למה שדיברנו קודם. הטענה של אברהם אבינו לקב״ה הייתה: נכון, אליעזר הוא עבד טוב, נאמן ומסור, והוא עושה דברים טובים כל כך, הן בגשמיות והן ברוחניות. אבל אינני יכול לסמוך עליו. למה? כי הוא אינו ילד משלי. ומכיוון שהוא אינו ילד משלי, אינני יכול לדעת כמה זמן תימשך המסירות הזאת. יכול להיות שעכשיו הכול נעים וטוב, והוא אדם טוב ונבון, אבל זה
24:34 פי יצחק, האט געפירט אלע ענינים מיט א גרויסער נאמנות. און נישט נאר דאס, אויך ברוחניות, אז „דולה ומשקה מתורת רבו לאחרים“. וואס קען זיין בעסער פון דעם? קומט אברהם אבינו און זאגט: ניין, דאס וויל איך נישט. „ואנכי הולך ערירי“ — וואס האב איך פון דעם? ביז דער אויבערשטער זאגט אים: „כי אם אשר יצא ממעיך הוא יירשך“ — אן אייגן קינד וועט אויפשטיין, און ער וועט זיין דער וואס [לא ברור]. און דער רבי פרעגט א פשוטע שאלה. שטייט אברהם אבינו און ער קלאגט זיך אויף דעם וואס ער איז ערירי, און אויף דעם אז דער וואס גייט אים ירש'נען גייט זיין א קנעכט. וואס האבן דא צו טאן די מעלות? איז דאך פארקערט. וואס איז יעצט דא דער פלאץ אריינצוברענגען די מעלות פון עליעזר? דו ווילסט דאך זאגן, דו ווילסט נישט עליעזר. איבער וואס רעדסטו זיינע מעלות? אויף דעם האט דער רבי געזאגט א געשמאקע נקודה, א שטארקן יסוד. און דאס איז זייער גוט בהמשך צו וואס מ'האט גערעדט פריער. אברהם אבינו'ס טענה צו דעם אויבערשטן איז געווען: טאקע עליעזר איז א פיינער קנעכט, ער איז א נאמן, ער איז איבערגעגעבן, און ער טוט אזעלכע גוטע זאכן, סיי בגשמיות, סיי ברוחניות. אבער איך קען זיך אויף אים נישט פארלאזן. פארוואס? ווייל ער איז נישט קיין אייגן קינד. און וויבאלד ער איז נישט קיין אייגן קינד, קען איך נישט וויסן ווי לאנג עס וועט אנהאלטן די איבערגעגעבנקייט. קען זיין אז יעצט איז אלץ געשמאק, און ס'איז גוט, און ער איז פיין, און ער איז פארשטענדיג, אבער ס'איז
26:19 אינו בעצם, זה אינו במהות. אלו דברים שנוספו עליו. הרי הוא גדל אצל יהודי כמו אברהם אבינו — מה יכול להיות טוב מזה? מאין הוא מקבל תורה? מאין הוא מקבל ידיעות? מאין הוא מקבל מידות טובות? מאין בא לו הרצון להצליח? הוא עושה למען אדונו את כל הדברים הטובים האלה. אבל מה יהיה רגע אחרי אברהם אבינו? מה יהיה אחרי שאברהם אבינו יסיים את חייו בעולם הזה הגשמי, ואליעזר יישאר לבדו? מכיוון שכל העניין אינו עצמי, אינו עניין שלו עצמו, והוא אינו ילד משלי, אינני יכול לסמוך עליו שזה יהיה אצלו עניין מהותי, ושזה לא ישתנה. אני רוצה ילד משלי. ילד משלי פירושו שזה יהיה כל מהותו, ולא שייך שיהיה אחרת. כשזה ילד משלי, הדבר עובר באופן עצמי, באופן מהותי: היהדות תהיה דבר שלו עצמו, ולא שייך שיהיה אחרת. וזוהי מהותו של יהודי. וזה העניין שאדמו״ר הזקן מסביר בתניא: שיהודים קיבלו בירושה מאברהם אבינו את האהבה לקב״ה, את מסירות הנפש לקב״ה ואת הנאמנות לקב״ה. כל העניינים הללו שיהודים קיבלו בירושה, עניין אחדות ה׳, שהוא מסביר
26:19 נישט אין עצם, דאס איז נישט אין מהות. ס'איז צוגעגעבענע זאכן. ער איז דאך אויפגעוואקסן ביי א איד ווי אברהם אבינו — וואס קען זיין בעסער פון דעם? וואו קומט ער צו תורה? וואו קומט ער צו ידיעות? וואו קומט ער צו גוטע מידות? וואו קומט ער צו דעם וואס ער וויל מצליח זיין? טוט ער פאר זיין, פאר זיין, פאר זיין האר, און ער טוט אלע גוטע זאכן. אבער וואס וועט זיין א מינוט נאך אברהם אבינו? וואס וועט זיין ווען עס וועט אריבערגיין, נאך דעם וואס אברהם אבינו האט געענדיגט חייו בעולם הזה הגשמי? און עליעזר וועט בלייבן אליין. וויבאלד אז די גאנצע זאך איז נישט דער עצמי'שער ענין, ס'איז נישט קיין אייגענער ענין, ס'איז נישט קיין אייגן קינד, קען איך זיך נישט פארלאזן אויף אים אז דאס וועט זיין ביי אים אן ענין מהותי, אז ס'וועט נישט זיין אנדערש. איך וויל אן אייגן קינד. אן אייגן קינד איז דער טייטש אז דאס וועט זיין זיין גאנצער מהות, ס'איז נישט שייך אנדערש. אז דאס איז אן אייגן קינד, גייט דאס אריבער באופן עצמי, באופן מהותי, אז די אידישקייט וועט זיין אן אייגענע זאך, ס'איז נישט שייך אנדערש. און דאס איז דער מהות פון א איד. און דאס איז דער ענין וואס דער אלטער רבי איז מסביר אין תניא, אז אידן האבן באקומען בירושה פון אברהם אבינו די אהבה צום אויבערשטן, מסירות נפש צום אויבערשטן, נאמנות צום אויבערשטן. די אלע ענינים וואס אידן האבן בירושה, אז אחדות הוי', וואס ער איז מסביר
27:37 בפרק ל״ג בתניא שיהודים ירשו מאברהם אבינו — זו האמונה האמיתית: שבפנימיות שלנו אין שום דבר אחר; כל המציאות היא אלוקות. לא שייך אחרת. יהודי לא ירצה ולא יוכל להיקרע מהקב״ה. וזו הייתה טענתו של אברהם אבינו לקב״ה. אדרבה, אליעזר מלא מעלות, וזה חשוב מאוד, אבל על כך אי אפשר להסתמך. מה אני רוצה? אני רוצה ילד משלי. ולכן הרבי דיבר בהרחבה על עניין החינוך: זהו מוסר ההשכל בעניין החינוך — החינוך בתומכי תמימים בפרט, ובכל ענייני החינוך בכלל — איך צריך להיות החינוך, שצריך למסור את הנפש על חינוך ולהקריב מעצמנו למען החינוך. וזהו ההמשך של הפרשה, שבה הרבי אמר את הטעם לעניין הקרבנות. הוא המחיש זאת בבעלי החיים, כפי שהמדרש מביא שבזכות הקרבנות יהיו כל העניינים, ירושת הארץ והילדים. עניין הקרבנות מלמד שצריך להקריב מעצמנו. צריך לתת מעצמנו, מהכסף שלנו, מהזמן שלנו ומהכוחות שלנו, למען הילדים שלנו. והעיקר, הכוונה של יהודי צריכה להיות — לא חלילה שהרבי לא בירך כאן כל אדם בהצלחה בכל העניינים, בעשירות, בהרחבה, בבריאות ובאריכות ימים — אבל
27:37 אין פרק ל"ג אין תניא, אז אידן האבן געירשנט פון אברהם אבינו, און דאס איז די אמת'ע אמונה: אז אין אונזער אינערליכקייט איז נישטא קיין שום אנדערע זאך; די גאנצע מציאות איז ג-טליכקייט. ס'איז נישטא אנדערש. א איד וועט נישט וועלן און נישט קענען זיך אפרייסן פונעם אויבערשטן. און דאס איז געווען די טענה פון אברהם אבינו צום אויבערשטן. פארקערט, אליעזר איז מלא מעלות, און ס'איז זייער וויכטיג, אבער נישט מיט דעם קען מען גיין צום טיש. וואס וויל איך? איך וויל האבן אן אייגן קינד. און וועגן דעם האט דער רבי ארומגערעדט אין דעם ענין פון חינוך, אז דאס איז דער מוסר־השכל פונעם ענין פון חינוך: חינוך אין תומכי תמימים בפרט, און מכלל די עניני חינוך, ווי עס דארף זיין דער ענין פון חינוך, וואס מען דארף זיך מוסר־נפש זיין אויף חינוך, און מען דארף זיך מקריב זיין אויף חינוך. און דאס איז דער המשך פון דער פרשה, וואס דער רבי האט דא געזאגט דעם טעם פונעם ענין פון קרבנות. ער האט געוויזן באמת מיט די חיות, וואס דאס איז ווי אזוי דער מדרש ברענגט, אז בזכות הקרבנות וועט עס זיין, אז אלע ענינים, ירושת הארץ מיט די קינדער — דער ענין פון קרבנות איז דערציילט, אז מען דארף זיך מקריב זיין. מען דארף אוועקגעבן פון זיך, פון דעם אייגענעם געלט, פון דער אייגענער צייט, פון די אייגענע כוחות, פאר די אייגענע קינדער. און דער עיקר, די כוונה פון א איד דארף זיין — נישט חלילה, דער רבי האט דא געגעבן יעדן מענטש א ברכה, הצלחה אין אלע ענינים, עשירות, הרחבה, געזונט און אריכות ימים — אבער
28:54 ההנחה צריכה להיות שכל זה יעבור לילדים שלנו. שהילדים שלנו יהיו ילדים יהודים, שיהיו מסורים לאותה מסורת, לאותה מטרה, לאותה כוונה של אברהם אבינו: ״למען אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו ושמרו דרך ה׳ לעשות צדקה ומשפט״. וכשרוצים להתמסר לעניין החינוך, להעמיד ילדים יהודים, ושהילדים היהודים יהיו ילדים אלוקיים, ילדים שהאחד מאיר בהם, שעניין האחד, האלוקות, מאיר בהם — אלו הם החיים האמיתיים. וחיים בלי אלוקות אינם חיים כלל. המציאות האמיתית של אלוקות בחיים אינה אלא חיים הקשורים באלוקות. אז נעמיד עולם מואר, [לא ברור], שהאלוקות תאיר בעולם, וכך נעשה שיהיה כאן עולם שבו יאיר ״ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד״, שיהיה אור בעולם. והאור האמיתי שכולנו מחכים לו, אור הגאולה האמיתית והשלימה, שנמצא כאן בזמן ההעלם, בזמן החושך — על כך צריכים יהודים לבקש, ולא לבקש ישועות קטנות. אלא צריך לבקש שכאן יתגלה האחד, האחד, שיתגלה ״ה׳ אחד ושמו אחד״. שהקב״ה עצמו יאיר בעולם, ואז יהיה הניצחון האמיתי, האור האמיתי של
28:54 די הנחה דארף זיין, אז דאס דארף אלץ אריבערגיין צו די אייגענע קינדער. אז אונזערע קינדער זאלן זיין אידישע קינדער, אז זיי זאלן זיין איבערגעגעבן צו דער זעלבער מסורה, צו דעם זעלבן ציל, צו דער זעלבער כוונה פון אברהם אבינו: „למען אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו ושמרו דרך ה' לעשות צדקה ומשפט“. און בשעת מ'וויל זיך אוועקגעבן צום ענין פון חינוך, אוועקשטעלן אידישע קינדער, און אז די אידישע קינדער זאלן זיין ג-טלעכע קינדער, זאלן זיין קינדער וואס אין זיי שיינט דער אחד, אז אין זיי לייכט דער ענין פון אחד, די ג-טליכקייט — דאס איז דער אמת'ער לעבן. און לעבן אן ג-טליכקייט איז גאר קיין לעבן נישט. דער אמת'ער מציאות פון ג-טליכקייט אין לעבן איז מער נישט ווי א לעבן פארבונדן מיט אלקות. איז דעמאלט וועט מען אוועקשטעלן א ליכטיגע וועלט, [לא ברור], אז מען זאל לייכטן די ג-טליכקייט אין דער וועלט, און פון דעם וועט מען מאכן אז ס'זאל זיין דא א וועלט, וואס אין דער וועלט זאל שיינען „ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד“, אז ס'זאל זיין ליכטיג אויף דער וועלט. און די אמת'ע ליכטיגקייט וואס מיר אלע ווארטן אויף, די ליכטיגקייט פון דער גאולה האמיתית והשלימה, וואס איז דא און געפינט זיך אין דער צייט פון העלם, אין דער צייט פון חושך — איז דאס וואס אידן דארפן בעטן, און נישט בעטן קליינע ישועות. נאר מען דארף בעטן, אז דא זאל נתגלה ווערן דער אחד, דער אחד, זאל נתגלה ווערן „ה' אחד ושמו אחד“. אז ס'זאל לייכטן אין דער וועלט דער אויבערשטער אליין, און דעמאלט וועט זיין דער אמת'ער נצחון, די אמת'ע ליכטיגקייט פון
30:21 הגאולה האמיתית והשלימה, ״כי עין בעין יראו בשוב ה׳ ציון״, ״ונגלה כבוד ה׳ וראו כל בשר יחדיו כי פי ה׳ דיבר״, במהרה בימינו אמן.
30:21 דער גאולה האמיתית והשלימה, „כי עין בעין יראו בשוב ה' ציון“, „ונגלה כבוד ה', וראו כל בשר יחדיו כי פי ה' דיבר“, במהרה בימינו אמן.