תמלולי פודקאסטים · חב"ד Englishחב"דפדיה

לעבן חסידות · פרק 65 · 2023-02-27 · 33:53

פרשת תצוה-זכור - די געטליכע שטארקייט פון א אידן צו ברעכן עמלק - הרב אשר פרקש

תיאור הפרק

* מהרש״א שבת ס״ג ע״ב, *תורה אור ד״ה ועשית ציץ, * ד״ה ועשית ציץ עת״ר, *התוועדות פרשת תצוה תשמ״ג

תמלול אוטומטי מהשמע, ותרגום מכונה לעברית. קישורים לחב"דפדיה נוספו אוטומטית.

00:01 בשנת תרצ״ח שהה אדמו״ר הריי״צ בפריז שבצרפת לצורכי רפואה, והיה עליו להיפגש עם כמה רופאים. באותו פורים היה אדמו״ר הריי״צ בפריז. הוא התוועד במקום שבו התגורר עם הרבנית. היו שם כמה חסידים, ואדמו״ר הריי״צ התוועד באריכות באותו פורים. הוא אמר שצריך [לא ברור], ושאפשר לזכות לישועה גדולה. הרי יודעים איזו שנה הייתה תרצ״ח: ממש לפני המלחמה, בתקופה קשה. ואז, בין שאר הדברים, הוא סיפר את הסיפור הזה. הסיפור היה שבשנת תרצ״א התקיימה אסיפת רבנים חשובה מאוד. זו הייתה אסיפת רבנים ברוסיה, בהשתתפות רבנים מכל החוגים. בין ראשי המנהיגים של האסיפה היו אדמו״ר הרש״ב, [לא ברור], רבי חיים מבריסק ועוד מגדולי הרבנים ברוסיה, שהנהיגו את האסיפה. זו הייתה אסיפה חשובה מאוד, שבה תכננו לקדם כמה עניינים מול הממשלה, הנוגעים לרבנים, לכוחם ולתוקפם של הרבנים שומרי התורה והמצוות ברחבי רוסיה. באותה תקופה היה אדמו״ר הריי״צ

00:01 אין יאר תרצ״ח איז דער רבי ריי״צ געווען אין פאריז, אין צרפת, צוליב עניני רפואה, און האט זיך געדארפט טרעפן מיט כמה דאקטוירים. אויף פורים איז דעמאלט דער פריערדיקער רבי געווען אין פאריז. ער האט דעמאלט פארבראכט אין פאריז, וואו ער האט געוואוינט מיט דער רעבעצין. און ס׳זענען דארט געווען עטליכע חסידים, און דער פריערדיקער רבי, דער רבי ריי״צ, האט שטארק פארבראכט יענעם פורים. ער האט געזאגט אז מען דארף [לא ברור], אז מען קען האבן א ישועה גדולה. נו, מען ווייסט שוין וואספארא יאר תרצ״ח איז געווען: דאס איז געווען ממש פאר דער מלחמה, אין א תקופה צרה. און דעמאלט האט ער, צווישן אנדערע זאכן, דערציילט דעם סיפור. דער סיפור איז געווען אז אין יאר תרצ״א איז פארגעקומען גאר א חשובע אסיפת הרבנים. דאס איז געווען אן אסיפת הרבנים אין רוסלאנד מיט אלע רבנים פון אלע קרייזן, וואס האבן זיך משתתף געווען דערין. און די וואס האבן אנגעפירט די אסיפה, פון די ראשי המנהיגים פון דער אסיפה, דאס זענען געווען דער רבי רש״ב, [לא ברור], רבי חיים בריסקער וכולי, פון די גרויסע רבנים אין רוסלאנד, וואס האבן אנגעפירט די אסיפה. ס׳איז געווען גאר א חשובע אסיפה, וואו מען האט געטראכט דורכצופירן כמה ענינים ביחס צו דער ממשלה, ביחס צו די רבנים, דעם כוח פון די רבנים, דעם תוקף פון די רבנים, די פרומע רבנים איבער גאנץ רוסלאנד. אין יענער תקופה איז דער רבי ריי״צ געווען

02:00 מי שטיפל אז בכל ענייני האסיפה. אדמו״ר הרש״ב ביקש זאת ממנו, והיה עליו לנסוע אל שרים ואל אנשים חשובים שונים כדי שיוכלו לקדם את התקנות שהרבנים רצו לקדם. אדמו״ר הריי״צ סיפר שבין השאר היה עליו לגשת אז לאחד משרי הממשלה. [לא ברור] היה שמו. הוא היה אחד משרי הממשלה, אדם מסוכן ורע מאוד. היה עליו לגשת אליו כדי לקבל ממנו פתק, ואת הפתק הזה היה עליו להעביר לברון גינזבורג, שהיה אחד הגבירים החשובים, מבני אשכנז שהיו אז ברוסיה, ודרכו רצו לקדם את התקנות. אדמו״ר הריי״צ סיפר שהוא פשוט פחד, פחד מאוד, ורעד לקראת הפגישה עם השר, ביודעו את רשעותו ואת שנאת ישראל שלו. הוא סיפר שיום אחד ראה אותו אביו, אדמו״ר הרש״ב, ושאל אותו: ״מה איתך?״ הוא ראה על פניו שהוא מתוח, ושאל אותו: ״מה קורה? מה העניין?״ ואדמו״ר הריי״צ השיב בקצרה: ״יש קיר״. כלומר, הוא רצה לומר שהמצב קשה מאוד, שיש קיר, כביכול דבר שאי אפשר לעבור אותו.

02:00 דער וואס האט דעמאלט דורכגעפירט אלע ענינים פון דער אסיפה. דאס האט אים דער רבי רש״ב געבעטן, און ער האט געדארפט ארומפארן צו כל מיני שרים און כל מיני אנשים חשובים, כדי צו קענען דורכפירן די תקנות וואס די רבנים האבן געוואלט דורכפירן. דערציילט דער פריערדיקער רבי אז צווישן די זאכן האט ער דעמאלט געדארפט צוגיין צו איינעם פון די שרי המלוכה. [לא ברור] האט ער געהייסן. ער איז געווען איינער פון די שרי המלוכה, גאר א געפערלעכער, שלעכטער מענטש. ער האט געדארפט צוגיין צו אים, צו באקומען ביי אים א צעטל, און דעם צעטל האט ער געדארפט איבערגעבן צו באראן גינזבורג, וואס איז געווען איינער פון די חשובע גבירים, אשכנזים, וואס זענען דעמאלט געווען אין רוסלאנד, דורך וועמען מען האט געוואלט דורכפירן די תקנות. דער רבי ריי״צ דערציילט אז ער האט פשוט מורא געהאט, שטארק מורא געהאט, און האט געציטערט זיך צו טרעפן מיט דעם שר, וויסנדיק זיין רשעות און זיין שנאת ישראל. דערציילט ער אז איין טאג האט דער רבי רש״ב, דער טאטע, אים געזען און אים געפרעגט: „וואס איז מיט דיר?“ ער האט געזען אויף זיין פנים אז ער איז אנגעצויגן. האט ער אים געפרעגט: „וואס טוט זיך? וואס גייט פאר?“ און דער פריערדיקער רבי, דער רבי ריי״צ, האט געענטפערט בקיצור: „ס׳איז פאראן א וואנט“, וואס הייסט, ער האט געוואלט זאגן אז דער מצב איז זייער שווער, אז עס איז דא א וואנט, כאילו א זאך וואס מען קען נישט אריבערגיין.

03:39 אמר לו אדמו״ר הרש״ב: ״מהו קיר? קיר מורכב מאבנים, ואנחנו צריכים לעשות חור בקיר הזה, ומהחור הזה צריכה להיווצר דלת, כדי שאפשר יהיה לעבור בה. והאבנים יישארו שלמות; לא ייגרם להן שום נזק״. זו הייתה הוראת דרך כיצד צריכה להיות מסירות הנפש כדי לעבור את העניינים שצריך לעבור. אדמו״ר הריי״צ סיפר את הסיפור הזה לחסידים, ולומדים ממנו הוראה כיצד לעבור את המניעות והניסיונות בעבודת השם. בסיפור הזה מוצאים קשר לפרשה של השבוע, פרשת תצוה, שיחד איתה קוראים את פרשת זכור. מתוך עניין האבנים שמדברים עליו בפרשת השבוע, מדברים על נקודה בחסידות, בעבודת השם, המחברת את פרשת תצוה עם פרשת זכור. ועל כך מדובר במאמרי חסידות, החל מאדמו״ר הזקן בשנת תרע״ה, ואחר כך אצל רבותינו נשיאינו האחרים. אדמו״ר האמצעי מדבר על כך באריכות ב[לא ברור], ועד למאמרים של רבותינו נשיאינו שלאחר מכן, גם מאמר של אדמו״ר הרש״ב, [לא ברור], מאותה שנה, משנת [לא ברור], אותה תקופה.

03:39 האט אים דער רבי רש״ב געזאגט: „וואס איז א וואנט? א וואנט איז צוזאמענגעשטעלט פון שטיינער, און מיר דארפן מאכן א לאך אין דעם וואנט, און פון דעם לאך דארף ווערן א טיר, אז מען זאל קענען דורכגיין די טיר. און דעריבער וועלן די שטיינער בלייבן גאנץ; זיי וועלן נישט האבן קיין שום פגע.“ און דאס איז געווען א הוראת דרך ווי אזוי עס דארף זיין, דער אופן של מסירות נפש צו דורכגיין די ענינים וואס מען דארף דורכגיין. און דער רבי ריי״צ דערציילט דעם סיפור פאר חסידים, און מען נעמט דערפון אן הוראה ווי אזוי מען דארף דורכגיין די מניעות און נסיונות אין עבודת השם. אין דעם סיפור געפינט מען א קשר צו דער היינטיקער סדרה, וואס מען געפינט זיך איצטער אין פרשת תצוה, און צוזאמען דערמיט ליינט מען פרשת זכור. אין דעם ענין וואס מען רעדט וועגן די שטיינער אין דער היינטיקער סדרה, רעדט מען א נקודה אין חסידות, אין עבודת השם, וואס פארבינדט פרשת תצוה צוזאמען מיט פרשת זכור. און דאס רעדט זיך אין די מאמרי חסידות, אנגעהויבן פונעם אלטן רבי׳ן אין תרע״ה, און שפעטער פון אנדערע רבותינו נשיאינו. און דער מיטלער רבי רעדט וועגן דעם באריכות אין [לא ברור], ביז צו די מאמרים פון די רבותינו נשיאינו שלאחרי זה, אויך א מאמר פונעם רבי רש״ב, [לא ברור], פון יענעם יאר, פון יאר [לא ברור], די זעלבע תקופה.

05:19 מתי הייתה האסיפה ההיא? האסיפה הייתה ב[לא ברור] חודש אדר, ויש מאמר משבת פרשת תצוה שנאמר באותה שנה, [לא ברור] אדר. בפרשת השבוע מדובר על הציץ, אחד מבגדי הכהונה. הרי בפרשת תצוה לומדים על בגדי הכהונה, ואחד מהם היה הציץ. מה נאמר בפרשה? ״ועשית ציץ זהב טהור״. צריך לעשות ציץ. הציץ היה בגד שהיה צריך להיות ״על מצח אהרן״, ״והיה על מצח אהרן״. משה רבינו עשה אפוא את הציץ מזהב טהור, ועל הציץ היה ״פתוחי חותם״, והיה כתוב עליו ״קודש לה׳״. את הציץ היה צריך להניח על המצח, ״והיה על מצח אהרן״, ״ונשא אהרן עליו לזכרון״. זה היה הציץ. כשמעיינים בעניין הזה, מוצאים שהגמרא אומרת במסכת שבת שהציץ היה מוקף מאוזן לאוזן. כלומר, הציץ היה על מצחו של הכהן הגדול, של אהרן הכהן, אבל רוחבו של הציץ היה מאוזן לאוזן. המהרש״א עומד על כך ואומר שבפסוק כתוב ״והיה על מצח אהרן״, והתרגום של ״מצח״ הוא ״על בית עינוי״, כלומר מעל העיניים. זאת אומרת ש־

05:19 וואס איז געווען יענע אסיפה? די אסיפה איז געווען אין [לא ברור] חודש אדר, און דאס איז דא א מאמר פון שבת פרשת תצוה וואס איז געזאגט געווארן יענע יאר [לא ברור] אדר. וואס אין היינטיקער סדרה שטייט וועגן דעם ציץ, איינע פון די בגדי כהונה. מ׳לערנט דאך אין פרשת תצוה וועגן די בגדי כהונה, און איינע פון די בגדי כהונה איז געווען דער ציץ. וואס זאגט ער אין דער סדרה? זאגט ער: „ועשית ציץ זהב טהור“. מען דארף מאכן א ציץ. דער ציץ איז געווען א בגד וואס דאס האט געדארפט זיין „על מצח אהרן“, „והיה על מצח אהרן“. אזוי, משה רבינו האט געמאכט דעם ציץ זהב טהור, און אויפן ציץ איז געווען „פתוחי חותם“, געשטאנען „קודש לה׳“, און דעם ציץ האט מען געדארפט לייגן אויפן שטערן, „והיה על מצח אהרן“, „ונשא אהרן עליו לזכרון“. און דאס איז געווען דער ציץ. ווען מען גייט אויף דעם ענין, געפינט מען וואס די גמרא זאגט אין מסכת שבת, אז דער ציץ איז געווען מוקף מאוזן לאוזן. דאס הייסט אז דער ציץ איז געווען אויפן שטערן, אויפן מצח פון דעם כהן גדול, פון אהרן הכהן, אבער די ברייט פון דעם ציץ איז געווען מאוזן לאוזן. דער מהרש״א שטעלט זיך אויף דעם, און דער מהרש״א זאגט אז אין פסוק שטייט „והיה על מצח אהרן“, און דער תרגום אויף „מצח“ זאגט אז דאס איז „על בית עינוי“, דאס הייסט איבער די אויגן. דאס הייסט אז

06:56 הציץ היה מעל העיניים, ואילו כאן הגמרא אומרת שהיה מאוזן לאוזן. אומר המהרש״א שהיו בו שני העניינים: הציץ עצמו היה רחב ונמשך מאוזן לאוזן, מאוזן אחת לשנייה, אבל המילים ״קודש לה׳״ היו מעל העיניים. והמהרש״א אומר: מהו העניין בזה? העניין הוא שזה בא לרמוז על העיניים, כוח הראייה, ועל האוזניים, כוח השמיעה, שכל אלה צריכים להיות קודש לה׳. כלומר, העובדה שהציץ היה באופן כזה, שה״קודש לה׳״ היה מעל העיניים, ומצד שני הגמרא אומרת שהיה מאוזן לאוזן, באה לרמוז שגם כוח הראייה וגם כוח השמיעה צריכים להיות קודש לה׳. וכשמעיינים בעניין הציץ, מוצאים שהגמרא אומרת שכל בגד היה קשור לאחד העניינים, לכוחות הנפש, כדי לתקן ולכפר על עבירות, על עניינים בלתי רצויים ועל מידות רעות. כפי שמובא בפירוט בגמרא ובמדרשים, כל בגד מכפר על עניין מסוים. לגבי הציץ, הגמרא מביאה שהוא בא לכפר על עזות מצח. כלומר, עניינו של הציץ, שהיה על המצח — המצח מרמז

06:56 דער ציץ איז געווען איבער די אויגן, און דא זאגט די גמרא אז דאס איז מאוזן לאוזן. זאגט דער מהרש״א, אז עס איז געווען ביידע ענינים. דער ציץ אליין איז געווען א ברייטער ציץ וואס דאס האט געצויגן מאוזן לאוזן, פון איין אויער צו דער אנדערער אויער, אבער די ווערטער „קודש לה׳“ זענען געשטאנען איבער די אויגן. און דער מהרש״א זאגט, וואס איז דער ענין שבה זה? אז דער ענין איז, אז דאס גייט מרמז זיין אויף די עינים, כח הראיה, כח הראות, און די אזנים, כח השמיעה, אז דאס דארף זיין קודש לה׳. דאס הייסט אז דאס וואס דער ציץ איז געווען אין אזא אופן, אז עס איז געווען דער „קודש לה׳“ איבער די אויגן, מיט דער צווייטער זייט זאגט די גמרא אז עס איז געווען מאוזן לאוזן, איז צו מרמז זיין אז דער קודש לה׳, סיי דער כח הראיה, סיי דער כח השמיעה, דארף זיין קודש לה׳. און ווען מען גייט צום ציץ, געפינט מען אז די גמרא זאגט אז יעדער בגד איז געווען פארבונדן מיט איינע פון די ענינים, מיט כחות הנפש, אויף מתקן זיין און מכפר זיין אויף עניני עבירה, אויף ענינים בלתי רצויים, אויף מדות רעות, ווי עס ברענגט זיך אראפ בפרטיות, גמרא און מדרשים, ווי יעדער בגד גייט מכפר זיין אויף א באזונדערן ענין. ווען עס גייט אין ציץ, ברענגט די גמרא: דאס איז לכפר על עזות מצח. דאס הייסט אז ענין הציץ, וואס איז געווען אויפן שטערן, דער שטערן איז מרמז

08:31 על העניין של עזות מצח, כמו שאומרים: ״על חטא שחטאנו לפניך בעזות מצח״, ״ומצחך נחושה״. עניין המצח, המצח עצמו, מורה על חוצפה, על עזות. והעזות הזאת, החוצפה הזאת, עזות המצח, שהיא המקור לכל העניינים הרעים והבלתי רצויים אצל האדם — על כך בא הציץ, לכפר על עזות המצח. ממילא יוצא שיש בציץ כמה עניינים. [לא ברור], רואים כאן בציץ כמה דברים. לגבי הציץ נאמר שמשה רבינו היה צריך לעשות אותו. מצד אחד, מהו הציץ? משה צריך לעשות את הציץ. והיכן השתמשו בו? אצל אהרן הכהן, ״על מצח אהרן״. זאת אומרת שבעבודת הציץ היו קשורים משה רבינו ועניינו של אהרן הכהן, ועניינו של הציץ היה לכפר על עזות מצח. ובזה היו שני העניינים, כפי שהוא מביא [לא ברור], עניין הראייה ועניין השמיעה, ששניהם יהיו קודש לה׳, שיוקדשו לקדוש ברוך הוא. צריך להבין מהו עניינו של הציץ ומה משמעותו בעבודת נפש האדם. ועל כך מביא אדמו״ר הזקן שבפירוש המילה ״ציץ״ אנחנו מוצאים באמת שני פירושים. למילה ״ציץ״ יש שני פירושים בלשון הקודש. פירוש אחד הוא ציץ מלשון אור וזיו, בהירות. כמו שאומרים, הציץ על דרך [לא ברור].

08:31 אויף דעם ענין פון עזות מצח, ווי מ׳זאגט: „על חטא שחטאנו לפניך בעזות מצח“, „ומצחך נחושה“. דער ענין פון מצח, דער שטערן, באווייזט אויף חוצפה, אויף עזות. און אט דער עזות, אט דער חוצפה, דער עזות מצח, וואס דאס איז דער מקור פון כל ענינים רעים בלתי רצויים בנוגע צו האדם, איז אויף דעם דער ציץ, אויף מכפר זיין אויף דעם עזות מצח. איז ממילא דא קומט אויס אין ציץ כמה ענינים. [לא ברור], זעט מען דא אין ציץ כמה זאכן. אין דעם ציץ איז געווען אז משה רבינו האט געדארפט מאכן דעם ציץ. פון איין זייט, וואס איז דער ציץ? משה דארף מאכן דעם ציץ. וואו האט דאס גענוצט געווארן? אהרן הכהן, „על מצח אהרן“. דאס הייסט אז אין דער עבודה פון דעם ציץ איז געווען פארבונדן משה רבינו און דער ענין פון אהרן הכהן, און דער ענין פון דעם ציץ איז געווען לכפר על עזות מצח. און אין דעם איז געווען די צוויי ענינים, ווי עס ברענגט אים [לא ברור], דער ענין פון ראיה און דער ענין פון שמיעה, אז די ביידע ענינים זאלן זיין קודש לה׳, זאלן איבערגעבן דאס צום אויבערשטן. דארף מען פארשטיין וואס איז דאס דער ענין פון דעם ציץ, און וואס דאס מיינט אין עבודה בנפש האדם. און אויף דעם ברענגט דער אלטער רבי אז אין דעם טייטש פון דעם ווארט ציץ געפינען מיר טאקע צוויי טייטשן. דאס ווארט ציץ האט אין זיך צוויי טייטשן אין לשון הקודש. איין טייטש איז ציץ, מלשון אור וזיו, ליכטיקייט. ווי דאס איז וואס מ׳זאגט, דאס ציץ על דרך [לא ברור].

10:03 יוצאים ניצוצות, ניצוץ, עניין של אור. וזה פירוש אחד במילה ״ציץ״. ואכן, כמה ממפרשי הפשט אומרים שזהו פירוש השם ציץ: הוא נקרא כך מפני שהיה ציץ זהב, עם הרבה קישוטים, והיה נוצץ. כך כותב החזקוני, שהיה בזה עניין של אור. הפירוש השני במילה ״ציץ״ הוא מלשון ראייה, ״מציץ מן החרכים״. וזה מתאים למה שרואים, שהוא היה על בין עיניו, מעל העיניים, קשור לכוח הראייה, על המצח. הרי כשמביטים באדם, הדבר הראשון שרואים הוא המצח. כך כותב הרשב״א, וגם זה עניין הקשור לראייה, לכוח הראות. ממילא למילה ״ציץ״ יש שני פירושים: עניין הציץ קשור לאור, ועניין הציץ קשור ל״מציץ מן החרכים״, לעניין ההסתכלות והראייה. ועל כך מבאר אדמו״ר הזקן ומסביר מהו עניינו של הציץ בעבודת נפש האדם. מה הקשר בין כל העניינים האלה בעבודת נפש האדם? הגמרא בברכות אומרת שמיום שנחרב בית המקדש נפסקה חומת ברזל בין ישראל לאביהם שבשמים. זאת אומרת שמאז חורבן בית המקדש, בזמן הגלות, קיימת, רחמנא ליצלן,

10:03 יוצא ניצוצי, ניצוץ, א ענין פון ליכטיקייט. און דאס איז איין טייטש אין ציץ. און טאקע כמה מפרשי הפשט זאגן, יא, אז דאס איז דער טייטש וואס איז דער ציץ, דערפאר האט עס געהייסן ציץ, ווייל דאס איז געווען א גאלדענער ציץ, מיט א סך קישוטים, דאס איז געווען גלענצנדיק. אזוי שרייבט דער חזקוני, אז דאס איז געווען אן ענין פון ליכטיקייט. דער צווייטער טייטש אין ציץ איז דאס מלשון ראייה, „מציץ מן החרכים“. און דאס שטימט מיט דעם וואס מ׳זעט, אז דאס איז געווען על בין עיניו, איבער די אויגן, פארבונדן מיט כח הראייה, אויפן מצח. יא, דאס איז די זאך וואס איז פארבונדן מיט, מיט, מיט, ווען מ׳קוקט אויף א מענטשן, איז די ערשטע זאך וואס מ׳זעט דער מצח. אזוי שרייבט דער רשב״א, איז דאס אויך אן ענין פארבונדן מיט ראייה, כח הראות. איז במילא דער ענין הציץ האט אין זיך צוויי טייטשן: אז דער ענין הציץ איז פארבונדן מיט ליכטיקייט, און דער ענין הציץ איז פארבונדן מיט דעם ענין פון „מציץ מן החרכים“, דעם ענין פון הסתכלות וראייה. איז אויף דעם מבאר דער אלטער רבי, און ער ברענגט ארויס וואס איז דא דער ענין פון דעם ציץ אין עבודה בנפש האדם. וואס איז דער קשר פון אט די אלע ענינים בעבודה בנפש האדם? די גמרא זאגט דאך, די גמרא ברכות, אז מיום שנחרב בית המקדש איז נפסקה חומת ברזל בין ישראל לאביהם שבשמים. דאס הייסט אז זינט דעם חורבן בית המקדש, אין זמן הגלות, איז פאראן, רחמנא ליצלן,

11:38 מחיצה של ברזל. זו מחיצה של ברזל שמפרידה בין ישראל לאביהם שבשמים. מהי המחיצה של ברזל? זהו ההעלם וההסתר, הדבר שמסתיר ואינו מאפשר ליהודי להתקרב לקדוש ברוך הוא. על כך שואל אדמו״ר הזקן: הרי במקום אחר בגמרא נאמר שאפילו מחיצה של ברזל אינה מפסקת בין ישראל לאביהם שבשמים. כאן אומרים שנפסקה חומת ברזל, וכאן אומרים שמחיצה של ברזל אינה מפסקת בין ישראל לאביהם שבשמים. ואדמו״ר הזקן מבאר ואומר נקודה נפלאה: מצד העליון אין שום דבר שמפסיק. אפילו בזמן הגלות, הקדוש ברוך הוא נמצא עם כל אחד; מצד אלוקות, מצד הבורא, מצד העליון, מצד אבינו שבשמים — אפילו מחיצה של ברזל אינה מפסקת. הקדוש ברוך הוא נמצא עם כל אחד ויחד עם כל אחד, אפילו בזמן הגלות. זהו גם היסוד של ״ואף גם זאת בהיותם בארץ אויביהם לא מאסתים ולא געלתים לכלותם להפר בריתי אתם״. הקדוש ברוך הוא נמצא עם כל אחד בכל מעמד ומצב. אבל המחיצה של ברזל היא מצידנו, מצד היהודי. מצד האדם הנוגע בדבר, איך נוצרת המחיצה של ברזל? והלשון המדויקת היא: ״עונותיכם היו מבדילים ביניכם לבין אלקיכם״. זאת אומרת שכאשר יש עוונות, עניין בלתי רצוי, ״עונותיכם היו מבדילים״ — זה מה שיוצר את המחיצה המבדלת ביניכם. אצל היהודים, מצד היהודים, מצד האדם הנוגע בדבר, יש מחיצה של ברזל ״ביניכם לבין אלקיכם״, בין האדם לקדוש ברוך הוא. ו״אלקיכם״ הוא כוחכם וחייכם; מצד העליון הוא נמצא עם היהודים תמיד. אבל

11:38 א מחיצה של ברזל. ס׳איז א מחיצה של ברזל וואס מפריד בין ישראל לאביהם שבשמים. וואס איז די מחיצה של ברזל? איז דאס דער העלם והסתר, די זאך וואס פארשטעלט און דאס לאזט נישט צו אז א איד זאל קענען זיך דערנענטערן צו דעם אויבערשטן. אויף דעם פרעגט דער אלטער רבי: ס׳שטייט דאך א צווייטע מאמר אין גמרא, אז אפילו מחיצה של ברזל אינה מפסקת בין ישראל לאביהם שבשמים. יא, דא זאגט מען אז ס׳איז נפסקה חומת ברזל, און דא זאגט מען אז מחיצה של ברזל אינה מפסקת בין ישראל לאביהם שבשמים. און דער אלטער רבי איז מבאר און זאגט א געשמאקע נקודה, און ער זאגט: אז מצד העליון איז דא נישט קיין שום דבר וואס מפסיק. אפילו בזמן הגלות, דער אויבערשטער געפינט זיך מיט יעדער איינעם, מצד אלקות, מצד הבורא, מצד העליון, מצד אבינו שבשמים. אפילו מחיצה של ברזל אינה מפסקת. דער אויבערשטער געפינט זיך מיט יעדער איינעם און מיט יעדער איינעם איז ער צוזאמען, אפילו בזמן הגלות. דאס איז אויך דער יסוד פון „ואף גם זאת בהיותם בארץ אויביהם לא מאסתים ולא געלתים לכלותם להפר בריתי אתם“. דער אויבערשטער געפינט זיך מיט יעדער איינעם אין יעדער מעמד ומצב. אבער די מחיצה של ברזל איז מצידנו, מצד דעם אידן. מצד דעם נוגע, ווי מאכט מען די מחיצה של ברזל? און גענוי דער לשון איז: „עונותיכם היו מבדילים ביניכם לבין אלקיכם“. דאס הייסט, בשעת ס׳איז דא אן ענין פון עוונות, אן ענין בלתי רצוי, איז „עונותיכם היו מבדילים“ — דאס מאכט די מחיצה המבדלת ביניכם. ביי די אידן, מצד די אידן, מצד דעם מענטש הנוגע, איז דא די מחיצה של ברזל ביניכם לבין אלקיכם, צווישן דעם מענטש און דעם אויבערשטן. און „אלקיכם“, כחכם וחייכם, מצד העליון געפינט ער זיך מיט די אידן תמיד. אבער

13:30 מצד האדם הנוגע בדבר נוצרת המחיצה. ואיך שוברים את המחיצה הזאת? יהודים נמצאים בזמן הגלות, וכל אחד יודע בנפשו שיש אצלו עניין בלתי רצוי. איך פורצים את המחיצה הזאת? לשם כך בא הציץ, והעניינים שנאמרים בפסוק, [לא ברור]. בעניין הזה נאמרו שני פירושים ל״ציץ״, ואלה שני דברים שיהודי צריך לדעת. כאשר יהודי רוצה לשבור את המחיצה של ברזל ולשבור את הקליפה, הקליפה המעלימה ומסתירה, הקליפה שהיא המחיצה של ברזל, שנוצרה מכך ש״עונותיכם״ היו ״מבדילים ביניכם לבין אלקיכם״ — איך שוברים אותה? לגבי שבירת המחיצה מצד האדם אומר הפסוק שני עניינים. עניין אחד הוא ציץ מלשון, כפי שאמרנו, זיו, אור. צריך להאיר את הנשמה. כאשר מאירים את נשמתו של יהודי, מאירים את הנשמה, ועל ידי זה שוברים את המחיצה. והפירוש השני הוא שצריך להיות העניין של ״מציץ מן החרכים״: לעשות חור, לעשות חרכים במחיצה של ברזל, ועל ידי כך ״מציץ מן החרכים״, ואפשר להציץ ולראות את האור האלוקי. ואדמו״ר הזקן מסביר במאמר, בביאור הזה, שהדבר קשור ביסודו לקליפות, בעבודת נפש האדם. כי כשמדברים על מחיצה של ברזל, הכוונה בכללות היא ל״עונותיכם היו מבדילים ביניכם לבין אלקיכם״. אבל עיקר עניינה של המחיצה של ברזל הוא קליפת עמלק. כי לגבי עמלק, כפי שמובא בספרי קבלה, ברזל בגימטרייה עמלק. ברזל, עם הכולל, בגימטרייה עמלק. זאת אומרת שהמחיצה של ברזל היא עניינה של קליפת עמלק. ומדוע? כי כל עניין בלתי רצוי יוצר מחיצה, אבל בגוף עמלק, הראש הוא עמלק. הוא הראש של [לא ברור].

13:30 הרי מצד דעם נוגע מאכט מען די מחיצה. און ווי ברעכט מען אט די מחיצה? אידן געפינען זיך בזמן הגלות, און יעדער איינער ווייסט בנפשו אז ס׳איז דא אן ענין בלתי רצוי. ווי ברעכט מען דורך אט די מחיצה? איז אויף דעם קומט דער ציץ און די ענינים וואס מען זאגט אין דעם פסוק, [לא ברור]. וואס דער ענין זאגט, צוויי פירושים אין ציץ, דאס זענען צוויי ענינים וואס א איד דארף וויסן. בשעת א איד וויל צעברעכן די מחיצה של ברזל און וויל צעברעכן די קליפה, די קליפה וואס איז מעלים ומסתיר, די קליפה, די מחיצה של ברזל, וואס דורך „עונותיכם“ איז געווארן „מבדילים ביניכם לבין אלקיכם“. און ווי ברעכט מען דאס? אויף שבירת המחיצה מצד דעם מענטש זאגט דער פסוק צוויי ענינים. איין ענין איז ציץ מלשון, ווי מיר זאגן, דער ענין פון זיו, א ליכטיקייט. מען דארף באלייכטן די נשמה. בשעת מ׳איז מאיר די נשמה פון א אידן, באלייכט מען די נשמה, און דורך דעם צעברעכט מען די מחיצה. און דער צווייטער פירוש איז, עס דארף זיין דער ענין פון „מציץ מן החרכים“: מאכן א לאך, מאכן חרכים אין דער מחיצה של ברזל, און דורך דעם איז „מציץ מן החרכים“, און מ׳קען אריינקוקן און זען די געטלעכע ליכטיקייט. און דער אלטער רבי איז מסביר אין דעם מאמר, אין דעם ביאור, אז דאס איז ביסודו בקליפות, בעבודה בנפש האדם. ווייל בשעת מ׳רעדט וועגן דעם ענין פון מחיצה של ברזל, איז דאס בכלליות דער ענין פון „עונותיכם היו מבדילים ביניכם לבין אלקיכם“. אבער דער עיקר ענין פון מחיצה של ברזל גייט אויף קליפת עמלק. ווייל דער ענין פון עמלק, ווי ס׳שטייט אין ספרי קבלה, אז ברזל איז בגימטריא עמלק. ברזל מיטן כולל איז בגימטריא עמלק. דאס הייסט, די מחיצה של ברזל איז דער ענין פון קליפת עמלק. און פארוואס איז דאס? ווייל יעדער ענין בלתי רצוי מאכט א מחיצה, אבער בגוף עמלק, דער ראש איז עמלק. ער איז דער ראש פון [לא ברור].

15:45 חסידים מסבירים: מדוע דווקא בנוגע לעמלק יש דבר שאיננו מוצאים אצל שום אומה אחרת? כל אחד מן העמים מבטא גם הוא מידה רעה. כפי שחסידים מסבירים, שבע האומות קשורות לשבע המידות הרעות שבנפש האדם. ואף על פי כן, איננו מוצאים שהתורה דורשת באותה חומרה את מחיית העמים האחרים. דווקא אצל עמלק אין שום תיקון. ״ראשית גוים עמלק ואחריתו עדי אובד״ — אובדן מוחלט, מחיקה מוחלטת. מחיית עמלק על פי הלכה פירושה שצריך למחות אותו, לא רק את בני האדם אלא גם את בעלי החיים. איננו מוצאים זאת אצל שום אומה אחרת. התורה התכוונה שמחיית עמלק תהיה באופן שלא יישארו איש ואישה ואף לא בעלי חיים, אפילו ״משור ועד שה, מגמל ועד חמור״, כפי שמובא בספרי ההלכה. עד כדי כך צריכה להיות מחיית עמלק. מה מסביר את העובדה שעמלק מסוכן כל כך? הרי הפסוק אומר שהוא ״ראשית גוים״. עמלק איננו סתם אחת האומות; הוא ראשית גוים, הראש של כל האומות. כך היה גם בפשטות, בהיסטוריה של עמלק. בשעה שבני ישראל יצאו ממצרים — ״זכור את אשר עשה לך עמלק בדרך בצאתכם ממצרים״ — כשבני ישראל יצאו ממצרים, נפלו על כל אומות העולם, כפי שאנו אומרים בשירת הים, ״אימתה ופחד״.

15:45 מסבירים חסידים: פארוואס געפינט זיך דווקא בנוגע עמלק אזא זאך וואס מיר געפינען נישט ביי קיין שום אומה? יעדער פון די עמים ברענגט אויך ארויס אן ענין פון א מידה רעה. ווי חסידים דערקלערן, זיינען די שבע אומות פארבונדן מיט די שבע מידות רעות בנפש האדם. פונדעסטוועגן געפינען מיר נישט אז די תורה זאל אזוי שטארק פאדערן מחיית העמים האחרים. דווקא ביי עמלק איז נישטא קיין שום תיקון. „ראשית גוים עמלק ואחריתו עדי אובד“ — אין גאנצן עדי אובד, אין גאנצן אויסגעמעקט. יא, מחיית עמלק על פי הלכה מיינט אז מען דארף אים אויסמעקן, נישט נאר בני אדם, נאר אויך בעלי חיים. מיר געפינען דאס נישט ביי קיין שום פון די אנדערע אומות. די תורה האט געמיינט אז מחיית עמלק איז אויף אן אופן אז עס בלייבט נישט קיין שום איש ואשה און בעלי חיים, אפילו „משור ועד שה, מגמל ועד חמור“, ווי עס שטייט אין ספרי הלכה, עד כדי כך דארף זיין די מחיית עמלק. וואס טוט אויס די זאך, אז עמלק איז אזוי געפערלעך? דער פסוק זאגט דאך אז ער איז „ראשית גוים“. עמלק איז נישט סתם איינע פון די אומות; ער איז ראשית גוים, ער איז דער קאפ פון אלע אומות. דאס איז געווען בפשטות אין דער היסטאריע פון עמלק. בשעה אידן זיינען ארויסגעגאנגען פון מצרים — „זכור את אשר עשה לך עמלק בדרך בצאתכם ממצרים“ — ווען אידן זיינען ארויס פון מצרים, איז ביי אלע אומות העולם געווען, ווי מיר זאגן אין שירת הים, אז „תפול עליהם אימתה ופחד“.

17:19 וכל אומות העולם נפלו באימה ופחד מפני בני ישראל. השירה מונה את כל הפרטים של מה שאירע: ״נמוגו כל יושבי כנען״, ״חיל אחז יושבי פלשת״. כל מה שאירע לכל האומות האלה, הקרובות והרחוקות — כולן התבטלו לגמרי בפני הקדושה, בפני גילוי האלוקות ובפני הגדולה שהייתה לבני ישראל בשעת יציאת מצרים. מי היה הראשון, ה״ראשית גוים״, שבא להילחם בבני ישראל? ולא סתם: הוא בא להילחם בהם בשעה שלא הייתה לו שום תועלת מכך. הרי לא הלכנו להילחם בו; עמלק לא היה צריך להילחם בנו. ואף על פי כן, מי יצא למלחמה? עמלק. וזוהי עזות מצח. זהו ״ראשית גוים עמלק״: הייתה בו מידת העזות. הוא ידע שייכווה. רש״י מביא את המשל: אמבטיה רותחת שאיש אינו יכול להיכנס לתוכה, וקפץ לתוכה בן בליעל, עז פנים, איש עזות מצח, שידע כי ייכווה, ואף על פי כן רצה לקרר אותה לאחרים. וזו קליפת עמלק, קליפת עזות המצח. וממילא, זהו הדבר ש־

17:19 און אלע אומות העולם זיינען געפאלן אין אימה ופחד פון אידן. און די אלע פרטים רעכנט אויס די שירה, וואס האט פאסירט: „נמוגו כל יושבי כנען“, „חיל אחז יושבי פלשת“. די אלע זאכן וואס האט פאסירט צו די אלע אומות, פון נאנט און פון ווייט — אלע זיינען אין גאנצן נתבטל געווארן צו דער קדושה, צו דער גילוי פון דער געטליכקייט און צו דער גדולה וואס איז געווען ביי אידן בשעת יציאת מצרים. ווער איז געווען דער ערשטער, דער ראשית גוים, וואס איז געקומען אין מלחמה האלטן מיט אידן? און נישט סתם: ער איז געקומען אין מלחמה האלטן מיט אידן בשעה וואס ער האט נישט געהאט קיין שום תועלת דערפון. מיר האבן דאך נישט געגאנגען אין מלחמה האלטן מיט אים; עמלק האט מיט אונז נישט געדארפט מלחמה האלטן. און פונדעסטוועגן, ווער איז ארויסגעגאנגען אין מלחמה? עמלק. און דאס איז די עזות מצח. דאס איז ראשית גוים עמלק: ביי אים איז געווען די מידה פון עזות. ער האט געוואוסט אז ער וועט זיך אפבריען. רש״י זאגט דעם משל: א הייסע אמבטי, וואס קיינער קען נישט אריינגיין אין איר, איז אריינגעטאן א בן בליעל, אן עז פנים, אן איש עזות מצח, וואס האט געוואוסט אז ער וועט זיך אפבריען, אבער פונדעסטוועגן האט ער געוואלט אפקילן דאס פאר אנדערע. און דאס איז די קליפה פון עמלק, דאס איז די קליפה פון עזות מצח. איז במילא דאס איז דער ווארט וואס

18:35 אנו אומרים כאן: שיש מחיצה של ברזל מפסקת, והיא קליפת עמלק. עזות המצח, ה״ראשית גוים״ — זוהי קליפת עמלק, קליפת עזות המצח. ובעבודה, בעבודה בנפש האדם, זהו עניין שקיים באדם. לכל אחד יש עניינים אחרים, לכל אחד יש הדבר שלו שעליו לתקן, ויודע איניש בנפשיה: מידות רעות, תאוות רעות, הנהגות בלתי רצויות. יש כל מיני פרטים; לכל אחד יש העניין שלו והמידה שלו, הדבר שעליו לתקן. אבל מהי הנקודה, התוקף, שעליו מדברים בעניין ״ראשית גוים עמלק״? זוהי מידת העזות שבקליפה, תוקף הקליפה. עניין שהוא למעלה מטעם ודעת, או, כמו שאומרים, למטה מטעם ודעת. זוהי, כפי שחסידים קוראים לה, ההתקשרות — ההתקשרות של הנפש הבהמית, שהתלהבה כל כך והשקיעה את עצמה כל כך, נקשרה בתוקף כזה לענייניה החומריים, עד שאפילו בשעה שהיא מבינה ויודעת שאין זה בסדר, ויודעת את כל העניינים, ומתבוננת ומבינה את כל העניינים כדבעי, אף על פי כן — הלשון בנוגע לעמלק, כפי שמובא...

18:35 מיר זאגן דא, אז דא איז א מחיצה של ברזל מפסקת, וואס דאס איז די קליפת עמלק. די עזות מצח, דער ראשית גוים — אט דאס איז די קליפה פון עמלק, די קליפה פון עזות מצח. וואס אין עבודה, אין עבודה בנפש האדם, איז דאס דער ענין וואס געפינט זיך ביים מענטשן. יעדער איינער האט אנדערע ענינים, יעדער איינער האט זיין זאך וואס ער דארף מתקן זיין, און יודע איניש בנפשיה: מידות רעות, תאוות רעות, הנהגות בלתי רצויות. עס זיינען דא כל מיני פרטים; יעדער איינער האט זיין ענין און זיין מידה, זיין זאך וואס ער דארף מתקן זיין. אבער וואס איז די נקודה, דער תוקף, די נקודה וואס מען רעדט וועגן ראשית גוים עמלק? דאס איז די מידה פון עזות וואס איז דא אין קליפה, דער תוקף הקליפה. דער ענין וואס איז למעלה מטעם ודעת, אדער, ווי מען זאגט, למטה מטעם ודעת. דאס איז, ווי חסידים רופן עס אן, די התקשרות — די התקשרות פון דעם נפש הבהמית, וואס ער האט זיך אזוי אריינגעקאכט און אזוי אריינגעלייגט, ער האט זיך אזוי צוגעבונדן מיט אזא תוקף אין זיינע ענינים חומריים, אז אפילו בשעה וואס ער פארשטייט און ווייסט אז עס איז נישט בסדר, און ווייסט אלע ענינים, און ער טראכט זיך אריין, און ער פארשטייט אלע ענינים כדבעי, פונדעסטוועגן — די לשון בנוגע עמלק, ווי עס ברענגט זיך...

19:58 במאמר מבואר העניין, שהוא ״יודע את רבונו ומכוון למרוד בו״. לא רק שהוא ״יודע את רבונו״, יודע את האמת ויודע את כל העניינים, ואף על פי כן ״מכוון למרוד בו״, בגלל עזות מצח. זהו התוקף של אומה זו. אנו מוצאים זאת אפילו אצלנו, באופן מעשי יותר, וזה מתבטא בעבודה בפועל, בחיי האדם. רואים זאת כיום: פעמים רבות יש אצלנו דברים שבהם אדם אומר לעצמו: ״אני לא יכול״. ייתכן שיש לאדם בעיות, עניינים שונים, עניינים של מידות רעות, וגם עניינים של תענוגות בלתי רצויים, במחשבה, בדיבור ובמעשה, עניינים של ראייה, עניינים של שמיעה בלתי רצויים. הוא יודע שאלו עניינים שהורסים, הוא יודע מה כל הדברים האלה עושים, שהם אינם בריאים בגשמיות ואינם בריאים ברוחניות. הוא יודע, הוא מבין את כל העניין, ואף על פי כן יש אצלו ההנחה הזאת, התוקף הזה, שבו הוא אומר לעצמו: אני לא יכול. אני לא יכול. אני כבר בתוך זה, אני שבוי בזה, אני שבוי בזה, אני לא יכול. כיום קוראים לזה ״אדיקשן״, ״אובסשן״. הוא נשבה בזה ונסחף אחר זה. ״אני לא יכול״. ועל העניין הזה, על ההתקשרות הזאת, על התוקף הזה של העולם הזה, נאמר שזו עזות מצח, העזות של הקליפה. וזהו עניין המצח של זה לעומת זה, ״זה לעומת זה״ בגימטרייה עמלק, התוקף של קליפת עמלק. ש־

19:58 אין המאמר איז דער ענין, אז ער איז יודע את רבונו ומכוון למרוד בו. נישט נאר אז ער איז יודע את רבונו, ער ווייסט דעם אמת, און ער ווייסט אלע ענינים, און פון דעם וועגן מכוון למרוד בו, בגלל עזות מצח. דאס איז דער תוקף פון אומה זו. וואס מיר געפינען דאס אפילו ביי אונז, דאס איז מער בפועל ממש, און דאס קומט ארויס בעבודה בפועל, בחיי האדם. דאס זעט מען היינטיגע צייטן, אז עס זענען דא זאכן וואס א סך מאל געפינט מען ביי אונז, ווען א מענטש זאגט צו זיך: ״איך קען נישט״. דער מענטש האט אפשר פראבלעמען, פארשידענע ענינים, ענינים פון מדות רעות, אבער ענינים פון תענוגות בלתי רצויים, מחשבה, דיבור ומעשה, ענינים פון ראייה, ענינים פון שמיעה בלתי רצויים. ער ווייסט אז דאס זענען ענינים וואס הרס'ן, ער ווייסט אז דאס זענען ענינים וואס, וואס דאס אלץ טוט, אז ס׳איז נישט געזונט בגשמיות, נישט געזונט ברוחניות. ער ווייסט, ער פארשטייט דעם גאנצן ענין, אבער פונדעסטוועגן האט ער ביי זיך די הנחה הזאת, דעם תוקף, וואס ער זאגט צו זיך, אז איך קען נישט. איך קען נישט. איך בין שוין אין דעם, איך בין פארכאפט, איך בין פארכאפט, איך קען נישט. דאס רופט מען היינטיגע צייטן ״עדיקשאן״, ״אבסעשאן״. ער ווערט דערפון פארכאפט און פאריאגט. ״איך קען נישט.״ און אויף דעם ענין, אויף דעם התקשרות, אויף דעם תוקף פון העולם הזה, דאס רופט זיך אן די עזות מצח, די עזות פון די קליפה. און דאס איז דער ענין פון די מצח פון זה לעומת זה, זה לעומת זה בגימטריא עמלק, דער תוקף פון די קליפה עמלק. וואס

21:33 מהי העצה, אומרת התורה, כיצד מגיעים לכך ששוברים את קליפת עמלק? על כך אומרים שזהו עניין הציץ. מהו עניין הציץ? כשנכנסים לעומק העניין, זו הארה, זו התנוצצות הנשמה. מה פירוש הדבר? כשאדם נמצא במצב של עזות מצח, של תוקף הקליפה, כיצד מביאים לכך שזה יישבר? אומרת החסידות, אומר הרבי במאמר על [לא ברור] ציץ, והרבי מוסיף נקודה: אדם צריך לדעת ולזכור שהוא נשמה. עצם הזיכרון שהוא יהודי, שיש לו נשמה, שיש לו יחידה שבנפש, שיש לו התקשרות עצמית עם הקב"ה. מהי התקשרות עצמית עם הקב"ה? היא חזקה ונעלית הרבה יותר מן ההתקשרות העצמית עם הקליפה של הנפש הבהמית, עם העולם הזה. מה ההסבר לכך? על זה מביאים את מאמר חז"ל הידוע בגמרא: ״ישראל עזין שבאומות״. מדברים על עזות: ישראל עזין שבאומות. לכאורה הגמרא אומרת זאת לשלילה, אבל כאן מפרשים זאת להפך, לחיוב. ״ישראל עזין שבאומות״ מדבר על התוקף של היחידה שבנשמה, על התוקף העצמי של יהודי. יש גם תוקף, עזות ותוקף של התקשרות בעניינים בלתי רצויים של הנפש הבהמית. אבל כשיהודי מעורר בעצמו את תוקף היהדות, את תוקף הנשמה, את העזות והתקיפות שיש לנשמה, זה שולל לגמרי את העזות והתקיפות של הנפש הבהמית. ומהו הדבר? זה אינו פסוק, אבל הרבי אומר זאת. החסידות מביאה זאת כמה פעמים, זה כתוב בתניא, שיהודי

21:33 איז די עצה, זאגט די תורה, וואס איז די עצה, און וויאזוי קומט מען צו דעם, אז מ׳ברעכט די קליפה פון עמלק? איז אויף דעם זאגט מען אז דאס איז דער ענין פון ציץ. וואס איז דער ענין פון ציץ? אויב מ׳גייט אריין, איז דאס א ליכטיקייט. דאס איז דער פארשיינען פון דער נשמה. וואס הייסט דאס? ווען א מענטש געפינט זיך אין א מצב פון עזות מצח, תוקף הקליפה, וויאזוי קומט מען אז דאס זאל זיך ברעכן? זאגט חסידות, זאגט דער רבי אין דעם מאמר פון [לא ברור] ציץ, זאגט דער רבי, ער מוסיף א נקודה. די נקודה איז אז א מענטש דארף וויסן און געדענקען אז ער איז א נשמה. און עצם זכרון, עצם זכרון אז ער איז א איד, אז ער האט די נשמה, אז ער האט די יחידה שבנפש, ער האט אן התקשרות עצמית מיטן אויבערשטן. וואס איז התקשרות עצמית מיטן אויבערשטן? דאס איז אסאך מער שטארק און העכער פון דער התקשרות עצמית מיט דער קליפה פון דער נפש הבהמית פון עולם הזה. וואס איז דער הסבר אין דעם? און אויף דעם ברענגט מען דעם מאמר חז״ל, דעם באקאנטן מאמר חז״ל אין גמרא, אז ״ישראל עזין שבאומות״. מ׳רעדט וועגן עזות: ישראל עזין שבאומות. די גמרא קומט עס לערנען לכאורה לשלילה, אבער דא טייטשט מען פארקערט לחיוב. ישראל עזין שבאומות, דאס גייט אויף דעם תוקף פון דער יחידה שבנשמה, דעם תוקף עצמי פון א איד. דאס איז א תוקף, אן עזות און א תוקף פון התקשרות אין ענינים בלתי רצויים פון דער נפש הבהמית. אבער בשעה ווען א איד איז מעורר ביי זיך דעם תוקף פון אידישקייט, דעם תוקף הנשמה, די עזות און די תקיפות וואס די נשמה האט, איז דאס לגמרי שולל די עזות און תקיפות פון דער נפש הבהמית. און וואס איז דאס? דאס איז א באקאנטער, נישט קיין פסוק, אבער דער רבי זאגט עס. דאס ברענגט חסידות כמה פעמים, דאס שטייט אין תניא, אז א איד

23:32 אינו רוצה ואינו יכול להיות נפרד מהקב"ה. כלומר, אצל יהודי ההתקשרות עם הקב"ה חזקה מאוד. יהודי אינו רוצה להיפרד מהקב"ה. ולא די בכך, אומרים עוד יותר: יהודי אינו יכול להיפרד מהקב"ה. ולמה הוא אינו יכול להיפרד? כי הוא יהודי. והיותו יהודי — זה העצם שלו, זו המהות שלו. ומהמהות העצמית אי אפשר להיפרד. זהו עניין היחידה שבנפש, שהיא חלק אלוקה שבנשמה. לנפש הבהמית, אף שיש לה סוג של התקשרות — החסידות אומרת ש״חמשה שמות נקראו לה״: הנשמה נקראת נפש, רוח, נשמה, חיה, יחידה, וכל שם מורה על כוח נוסף בנשמה. וגם לנפש הבהמית, זה לעומת זה, יש כל העניינים הללו, מלבד דבר אחד: יחידה. יחידה יש רק ״ליחדך״. ״חבוקה ודבוקה בך, יחידה ליחדך״. יחידה יש רק בקדושה, באלוקות, בחלק אלוקה שבנשמה. ולנפש הבהמית יש נפש, יש רוח, יש נשמה, יש חיה, אבל יחידה אין לה. פירוש הדבר במילים פשוטות הוא שלנפש הבהמית, בדיוק כמו לנפש האלוקית, יש עניינים של תענוג בפועל, עניינים של הרגשה, של רגש, עניינים של השכלה והבנה, רצונות, וגם רצונות חזקים — וזהו התוקף, בחינת חיה. תוקף הרצון הוא התקשרות, בלעומת זה, כשם שיש תוקף של רצון בקדושה. כל אלה הם ארבעת השמות הראשונים. יחידה פירושה יחידה, מאוחדת. פירושה של יחידה הוא שהקב"ה הוא הדבר היחיד שקיים, בשונה מן

23:32 וויל נישט און קען נישט זיין נפרד פון דעם אויבערשטן. דאס הייסט אז ביי א איד איז די התקשרות מיטן אויבערשטן זייער שטארק. א איד וויל זיך נישט אפטיילן פון דעם אויבערשטן. און דאס איז נאך נישט גענוג, זאגט מען נאך מער: א איד קען זיך נישט אפטיילן פון דעם אויבערשטן. און פארוואס קען ער זיך נישט אפטיילן? ווייל ער איז א איד. און דאס וואס ער איז א איד, דאס איז זיין עצם, דאס איז זיין מהות. און פון דער אייגענער מהות קען מען זיך נישט אפטיילן. דאס איז דער ענין יחידה שבנפש, וואס דאס איז נאך א חלק אלוקה אין דער נשמה. די נפש הבהמית, כאטש זי האט א סוג התקשרות, זאגט חסידות אז ס׳איז דא ״חמשה שמות נקראו לה״. די נשמה ווערט אנגערופן נפש, רוח, נשמה, חיה, יחידה, וואס יעדער נאמען ווייזט אויף נאך א כח אין דער נשמה. און די נפש הבהמית, זה לעומת זה, האט די נפש הבהמית אויך אלע ענינים, חוץ פון איין זאך: יחידה. יחידה איז דא נאר ליחדך. ״חבוקה ודבוקה בך, יחידה ליחדך״. יחידה איז דא נאר פון קדושה, אין אלקות, אין חלק אלוקה אין נשמה. און די נפש הבהמית האט נפש, האט רוח, האט נשמה, האט חיה, אבער יחידה האט זי נישט. וואס דאס הייסט אין פשוטע ווערטער, איז די נפש הבהמית, פונקט ווי די נפש האלקית, האט ענינים פון תענוג בפועל, האט ענינים פון הרגשים, געפיל, האט ענינים פון השכלה און פארשטאנד, האט רצונות, און שטארקע רצונות, וואס דאס איז דער תוקף, די חיה, תוקף פון רצון איז התקשרות, אין לעומת זה פונקט ווי ס׳איז דא תוקף פון רצון קדושה. דאס איז אלץ די ערשטע פיר שמות. יחידה איז דער טייטש איינציג, פאראיינציגט. יחידה, דער טייטש איז אז דער אויבערשטער, דאס איז די איינציגע זאך וואס איז דא, איז אנדערש פון

25:23 ההנחה הזאת, שאין יותר מאשר ״חלק אלוקה ממעל ממש״. אין יותר מאשר הקב"ה, וחוץ מהקב"ה שום דבר אחר אינו נוגע. זהו אור האלוקות. הנפש הבהמית נובעת מן המציאות הזאת, היא נובעת ממשהו אחר. האדם, גם אם פעמים רבות הוא אומר: ״אני לא יכול, אני לא יכול להתנתק מהתאווה הזאת, אני לא יכול להתנתק מהאכילה הזאת, אני לא יכול להתנתק מההרגל הטיפשי הזה, מהתענוג הזה, אף שאני יודע שזה דבר שאינו בריא ומרחיק אותי, אבל אני לא יכול להתנתק״. אנשים אומרים זאת, אבל זה שקר. זה לא נכון. כי זה פשוט לא ייתכן; כלומר, זה לא העצם שלך. העניינים של הנפש הבהמית אינם המהות שלך. זה דבר שנוסף, דבר שנדבק. לכן התוקף שבו הנפש הבהמית נאחזת, עזות המצח הזאת של עמלק, הוא דבר חיצוני, הוא שקר, הוא תוקף מלאכותי, לא תוקף אמיתי. מה שאין כן התוקף של הנפש האלוקית, התוקף של היחידה — זהו תוקף אמיתי, כי זה כוח האמת. כי העצם של יהודי הוא חלק אלוקה ממעל, זו עצם היהדות. ומזה אכן באמת לא שייך

25:23 אטא די הנחה, דאס איז מער נישט ווי ס'פאראן א חלק אלוקה ממעל ממש. עס איז דא מער נישט ווי דעם אויבערשטן, און חוץ פון אויבערשטן איז קיין זאך, קיין אנדערע זאך, נישט נוגע. דאס איז דער אור אלוקות. די נפש הבהמית, זי נעמט זיך פון דעם מציאות, זי נעמט זיך פון עפעס אנדערש. דער מענטש, אפילו א סך מאל א מענטש זאגט: „איך קען נישט, איך קען זיך נישט אפרייסן פון דער תאווה, איך קען זיך נישט אפרייסן פון אטא דער אכילה, איך קען זיך נישט אפרייסן פון אטא דעם נארישן מנהג, תענוג, וואס איך ווייס אז דאס איז א זאך וואס איז נישט געזונט און דאס האלט מיך אוועק, אבער איך קען זיך נישט אפרייסן.“ מענטשן זאגן דאס, אבער דאס איז א שקר. עס איז נישט ריכטיג. ווייל ס'איז פשוט נישט שייך, דאס הייסט, ס'איז נישט דיין עצם. ענינים פון נפש הבהמית, דאס איז נישט דיין מהות. דאס איז א צוגעגעבענע זאך, א צוגעקלעבטע זאך. איז דערפאר דער תוקף, דאס וואס די נפש הבהמית האלט זיך אזוי בתוקף, אטא דער עזות מצח פון עמלק, דאס איז א חיצוניות'דיגע זאך, דאס איז א שקר, דאס איז א געמאכטער תוקף, דאס איז נישט קיין אמת'ער תוקף. מה שאין כן דער תוקף פון דער נפש אלוקית, דער תוקף פון יחידה, דאס איז אן אמת'ער תוקף, ווייל דאס איז א כח האמת. ווייל דער עצם פון א אידן, דאס איז א חלק אלוקה ממעל, דאס איז עצם אידישקייט. און פון דעם איז טאקע אמת, נישט שייך

26:42 להתנתק. וממילא, כשהדרך הזאת מאירה, וזהו הציץ, זו ההארה, ואור הנשמה מאיר פנימה, כשהאמת הזאת מאירה אצלו — שאני יהודי, וממילא, היות שאני יהודי, אינני רוצה ואינני יכול להתנתק מהקב"ה — התוקף הזה עוזר לי להתגבר על כל העניינים שהם מניעות עבורי, על כל העניינים הבלתי רצויים שעלולים להקיף אותי. זהו עניין הציץ, מלשון הארה. ואחר כך באה העבודה השנייה, ״מציץ מן החרכים״. בכוח הזה יכול יהודי אחר כך לעשות חלונות, חרכים, לפתוח סדקים וחלונות ולפרוץ את מחיצת הברזל הזאת. וזה נעשה על ידי עבודה בפועל, על ידי התחזקות בשמירה על כוח הראייה וכוח השמיעה, כפי שדיברנו קודם. ועל ידי זה הוא יכול להביא לכך שאכן יהיה גילוי אלוקות, שאור הנשמה יאיר אצלו פנימה וישבור את מחיצת הברזל הזאת. ועל פי זה מבינים מהו הציץ שעליו מדובר כאן. הקב"ה אומר למשה רבינו: אתה, משה רבינו — משה רבינו הוא זה שיש בו הכוח לגלות אצל יהודים את עצם היהדות. ומהו הציץ? משה רבינו צריך לעשות את הציץ. והיכן מניחים את הציץ? על מצח אהרן. מצח אהרן הוא

26:42 זיך אפרייסן. און במילא, בשעת עס שיינט אויף אטא דער דרך ה', אז דאס איז דער ציץ, דאס איז די ליכטיקייט, און עס שיינט אריין דער אור הנשמה, אז ביי אים שיינט אריין אט דער אמת אז איך בין אן איד, און ממילא, אז איך בין אן איד, איך וויל נישט און איך קען זיך נישט אפרייסן פון אויבערשטן, אט דער תוקף העלפט מיר אז איך קען זיך מתגבר זיין אויף די אלע ענינים וואס זענען מיינע מניעות, אויף די אלע ענינים בלתי רצויים וואס קענען מיר ארומקלייבן. דאס איז דער ענין פון ציץ, א לשון ליכטיקייט. און דערנאך קומט צו די צווייטע עבודה, „מציץ מן החרכים“. אפמאכן מיט דעם כח קען א איד שפעטער מאכן חלונות, חרכים, מאכן שפאלטן און מאכן חלונות און דורכברעכן אטא די מחיצה של ברזל. און דאס איז דורך עבודה בפועל, דורך דעם שטארקן זיך אין אכטונג געבן דעם כח הראיה און כח השמיעה, ווי מיר האבן גערעדט פריער. און דורך דעם קען ער מאכן אז ס'זאל ווערן טאקע דער גילוי אלוקות, אז ביי אים זאל אריינשיינען דער אור הנשמה און ברעכן אטא די מחיצה של ברזל. וואס על פי זה פארשטייט מען וואס מ'זאגט דא אין דעם, וואס איז דער ציץ. דער אויבערשטער זאגט משה רבינו: דו, משה רבינו — משה רבינו איז דער וואס האט אין זיך אטא דעם כח צו מגלה זיין ביי אידן דעם עצם אידישקייט. און וואס איז דער ציץ? משה רבינו דארף מאכן דעם ציץ. און וואו לייגט מען דעם ציץ? על מצח אהרן. דער מצח אהרן, דאס איז

28:07 עניין המצח, התוקף של הקדושה, שבכוחו לשבור את התוקף של הלעומת־זה. כי משה ואהרן היו משבעת הרועים. הם מעיקרי שבעת הרועים, אלה שגורמים לכך שהאמונה תאיר אצל יהודים. כפי שמבואר בחסידות באריכות מהו עניינו של משה ומהו עניינו של אהרן; אי אפשר להיכנס לפרטים בכמה מילים, אבל אלה שני העניינים הקשורים זה בזה. כדי לפעול אצל יהודי שאור הנשמה יאיר בו, יש אצל אהרן הכהן ״בהעלותך את הנרות״. כפי שמבואר בחסידות, הוא זה שמדליק את הנשמות. ״נרות״ מתייחס לנשמות, ״נר ה׳ נשמת אדם״, והוא מאיר בהן את האהבה רבה או את האהבה העצמית, את האהבה שיש ליהודי לקב״ה, שבגללה אינו רוצה ואינו יכול להיפרד ממנו. זה נעשה על ידי משה רבינו, שהוא ראש בני ישראל, המחדיר ביהודים את העניין הזה מלמעלה למטה; ועל ידי אהרן הכהן, שהוא הרעיא מהימנא, הפועל אצל יהודים מלמטה למעלה, שיוכלו לעבוד את העבודה הזאת של פריצת מחיצה של ברזל, ושיאיר בהם התוקף של קבלת עול, התוקף של הנשמה, שבו מבטלים את קליפת עמלק. וזה גם פירושו של אדמו״ר הזקן לפסוק: ״הנה זה עומד

28:07 דער ענין פון מצח, דער תוקף של קדושה, וואס דאס איז בכח צו צוברעכן דעם תוקף של לעומת זה. ווייל משה ואהרן זיינען געווען פון די שבעה רועים. זיי זיינען געווען פון אט די — זיי זיינען די עיקרי שבעה רועים, די וואס מאכן ביי אידן אז ס'זאל אריינשיינען די אמונה. ווי ס'רעדט חסידות באריכות וואס איז דער ענין פון משה, וואס איז דער ענין פון אהרן; מ'קען נישט אריינגיין מיט צוויי רייד אין די פרטים, אבער דאס זענען די צוויי ענינים וואס זענען פארבונדן. כדי צו קענען פועל'ן ביי אידן אז ביי אים זאל לייכטן דער אור הנשמה, אהרן הכהן — איז דא ביי אים „בהעלותך את הנרות“. ווי ס'רעדט חסידות, אז ער איז דער וואס צינדט אן די נשמות. נרות גייט אויף די נשמות, „נר ה' נשמת אדם“, און ער לייכט אריין, שיינט אריין די אהבה רבה אדער די אהבה עצמית, אדער די אהבה וואס א איד האט צום אויבערשטן, וואס ער וויל נישט און קען נישט זיך אפרייסן פון אויבערשטן. דאס איז דורך משה רבינו, וואס ער איז דער ראש בני ישראל, וואס ער ברענגט אריין אין אידן אט דעם ענין מלמעלה למטה, און דורך אהרן הכהן, וואס ער איז דער רעיא מהימנא, וואס ער מאכט ביי אידן מלמטה למעלה, אז זיי קענען זיין אט די עבודה פון דורכברעכן די מחיצה של ברזל, און ביי אים זאל לייכטן דער תוקף הקבלת עול, דער תוקף הנשמה, וואס מיט דעם איז מען מבטל די קליפת עמלק. און דאס איז אויך דער טייטש פון דעם אלטן רבי'ן אויף דעם פסוק: „הנה זה עומד

29:31 אחר כתלנו, מציץ מן החרכים״. וזה בהמשך לעניין הזה. אדמו״ר הזקן מפרש זאת ואומר כך: ״הנה זה עומד״ — יהודי צריך לדעת ש״זה״ מתייחס לקב״ה, ״זה א־לי ואנוהו״, ״הנה אלקינו זה״. ״זה״, מלשון ״מראה באצבעו ואומר זה״; אלוקות עומדת. אבל הפסוק בפשטות מדבר על גילוי המשיח; זהו גם פסוק העוסק בגאולה. כלומר, עניין הגאולה עומד בגלוי, ״זה עומד״. השאלה היא: ״אחר״ — מדוע מרגישים שזה ״אחר״? לא רואים זאת בגלוי, לא חשים בכך. התשובה היא: ״כתלנו״. אנחנו הקמנו את הכותל. אדם, בהנהגתו ובכך שהוא מחזק את התוקף של הנפש הבהמית, מקים את הכותל הזה. כמו שאומרים, אפילו מחיצה של ברזל אינה מפסקת, אבל צריך שיהיה ״מציץ מן החרכים״. אדם צריך לפרוץ אותה, לעשות חרכים במחיצה של ברזל. וזה מה שאמר אדמו״ר הרש״ב לבנו, לאדמו״ר הריי״צ: צריך לקחת את המצח ולעשות חור בקיר. את המחיצה של ברזל הזאת צריך לפרוץ ולעשות חור בקיר, ומהחור לעשות דלת, כדי שגילוי אלוקות יוכל להאיר פנימה. ועל ידי זה אפשר אחר כך — ואין זה באופן שהמצח, שהמצב נשאר בכל תוקפו, נשאר שלם עם הגלות שלו, של היחידה שבנפש, התוקף

29:31 אחר כתלנו, מציץ מן החרכים.“ און דאס איז בהמשך צו אט דעם ענין. דער אלטער רבי גייט טייטשן דעם און זאגט אזוי: „הנה זה עומד“ — א איד דארף וויסן אז „זה“, זה גייט אויף אויבערשטן, „זה קלי ואנוהו“, „הנה אלקינו זה“. זה, מלשון „מראה באצבעו ואומר זה“; אלוקות, געטלעכקייט, איז עומד. אבער דער פסוק בפשטות רעדט פון גילוי המשיח, דאס איז אויך א פסוק אין גאולה. דאס הייסט אז דער ענין פון גאולה שטייט בגלוי, „זה עומד“. די שאלה איז: „אחר“ — פארוואס פילט מען דאס ווי „אחר“? מ'זעט עס נישט בגלוי, מ'דערהערט עס נישט. דער תירוץ איז: „כתלנו“. מיר האבן אויפגעמאכט דעם כותל. א מענטש דורך זיין הנהגה, דורך דעם וואס ער בויט אויף דעם תוקף פון דער נפש הבהמית, מאכט ער אויף אט דעם כותל. ווי זאגט מען, אפילו א מחיצה של ברזל אינה מפסקת, אבער מ'דארף זיין „מציץ מן החרכים“. אז א מענטש דארף דורכברעכן אט דעם, מאכן חרכים אין דער מחיצה של ברזל. און דאס איז וואס דער רבי רש"ב האט געזאגט צו זיין זון, צום פריערדיקן רבי'ן: מ'דארף נעמען מיטן שטערן און מאכן א לאך אין דעם וואנט, אט די מחיצה של ברזל דארף מען דורכברעכן און מאכן א לאך אין דעם וואנט, און פון דעם לאך מאכן א טיר, אז ס'זאל קענען אריינשיינען גילוי אלוקות. און דורך דעם קען מען שפעטער — און דאס איז נישט אן אופן אז דער שטערן, אז דער מצב בלייבט בכל התוקף, בלייבט גאנץ מיט זיינע גלות פון דער יחידה שבנפש, דעם תוקף.

31:00 של היהודי. וזוהי העבודה שמגיעה בשבת פרשת זכור, שהיא ההכנה לחג הפורים. הרבי דיבר פעם באריכות בהתוועדות של שבת פרשת זכור, ואמר שהפרשה נקראת ״זכור״. זה שמה, פרשת זכור. ואף שישנם פרטי הפסוקים שהתורה אומרת, כששואלים יהודי: נו, איך נקראת הפרשה של היום? פרשת זכור, בלי שום תוספת. היא לא נקראת פרשת עמלק; אומרים פרשת זכור. ורואים שבמילה הזאת נמצא כל העניין של קליפת עמלק. אומרים ליהודי: ״זכור״, עליך לזכור. מה עליך לזכור? לזכור את עצם מציאותך. לזכור שאתה יהודי. כשיהודי זוכר מי הוא, זוכר את עצם יהדותו ואת העובדה שהוא יהודי, ואת התוקף של יהודי — שיהודי הוא דבר אחד עם הקב״ה ואינו רוצה ואינו יכול להיפרד ממנו — כשיהודי יודע וזוכר וחש בתוכו את עצם מהותו, בכך אפשר לפעול ולפרוץ ולשבור את קליפת עמלק, את הקרירות ואת העניינים של עזות מצח, את כל העניינים האלה, את תוקפה של האומה שמפריעה בעבודת ה׳. וזוהי ההכנה: על ידי ששוברים את עמלק, ולאחר מכן כל התוצאות של הדבר, שזה

31:00 פון דעם איד. און דאס איז די עבודה וואס קומט צו גיין שבת פרשת זכור, וואס דאס איז די הכנה צו חג הפורים. דער רבי האט אמאל גערעדט באריכות ביי א פארברענגען פון שבת פרשת זכור, און ער האט געזאגט אז די פרשה ווערט אנגערופן זכור. דאס איז דער נאמען, פרשת זכור. און כאטש עס זענען דא די פרטים פון די פסוקים וואס די תורה זאגט, אבער דו פרעגסט א אידן: נו, ווי הייסט די היינטיגע סדרה? פרשת זכור, אן קיין שום הוספה. ס׳הייסט נישט פרשת עמלק; מ׳זאגט פרשת זכור. און מ׳זעט אז אין דעם ווארט געפינט זיך דער גאנצער ענין פון קליפת עמלק. מ׳זאגט צו א אידן: זכור, דו דארפסט געדענקען. וואס דארפסטו געדענקען? געדענקען דיין עצם מציאות. געדענקען אז דו ביסט א איד. ווען א איד געדענקט ווער ער איז, געדענקט זיין עצם אידישקייט און דאס וואס ער איז א איד, און די תוקף פון א איד, אז א איד איז איין זאך מיטן אויבערשטן און וויל נישט און קען נישט זיך אפרייסן פונעם אויבערשטן — ווען א איד ווייסט און געדענקט און דערהערט אין זיך זיין עצם מהות, מיט דעם קען מען דורכפירן און דורכברעכן און צוברעכן די קליפת עמלק, די קעלטקייט און די ענינים פון עזות מצח, די אלע ענינים, דער תוקף פון דער אומה וואס שטערט אין עבודת השם. און דאס איז די הכנה, אז דורך דעם וואס מ׳ברעכט דעם עמלק, און דערנאך די אלע תועלות פון דעם, וואס דאס

32:18 עניינו של המן, כל סיפור המגילה של פורים. וזה מה שאומרים: ״מלחמה לה׳ בעמלק מדור דור״. וכפי שנאמר בתרגום, ״מדור דור״ הוא עד ביאת המשיח. בכל דור, עד ביאת המשיח, ישנה מלחמת עמלק. לגבי מלחמת עמלק, החסידות אומרת שבגשמיות איננו יודעים מיהו עמלק כיום. אבל ״זכרו״ וכו׳, כל העניינים האלה. ולכן עניינה של קליפת עמלק מצוי מדור דור, בכל שורה, בכל מדרגה, בכל עולם בעבודת ה׳. ועל ידי שיהודי מתייצב עם התוקף של מסירות נפש ועם התוקף של קבלת עול, שזה דבר שיש לכל יהודי — ״ישראל עזין שבאומות״ — ועוד יותר כיום, עם תוקף הנשמה; ואחר כך מביא זאת לידי ביטוי בעבודה בפועל, בקבלת עול מלכות שמים, בעניינים של מעשה המצוות. כפי שמבואר שם באותו מאמר, גם זה מספיק כדי לפרוץ את המחיצה הזאת. לאחר שבעצם האיר כיום עצם עניין היהדות, צריכים להיות העניינים של מעשה בפועל, של קיום מצוות מעשיות דווקא, ובפרט ענייני צדקה, שעושים את החרכים, את החורים ואת הסדקים במחיצה של ברזל. וזה מביא ל״תמחה את זכר עמלק״. ו״והיה בהניח ה׳ אלקיך לך״, כפי שיהיה לעתיד לבוא, כפי שנאמר, כשמשיח יבוא, תהיה ״מלחמה לה׳

32:18 איז דער ענין פון המן, די גאנצע סיפור המגילה פון פורים. וואס דאס איז וואס מ׳זאגט: ״מלחמה לה׳ בעמלק מדור דור״. און ווי עס שטייט אין תרגום, אז ״מדור דור״ איז ביז דער ביאת המשיח. אז ביי יעדן דור ביז ביאת משיח איז דא מלחמת עמלק. וואס מלחמת עמלק איז, זאגט חסידות, אז בגשמיות ווייסן מיר נישט וועלכער עמלק היינט איז. אבער זכרו וכולי, די אלע ענינים. און דערפאר געפינט זיך דער ענין פון קליפת עמלק מדור דור, ביי יעדן שורה, ביי יעדן מדריגה, אין יעדן עולם בעבודת השם. און דורך דעם וואס מ׳שטעלט זיך אוועק מיט דעם תוקף פון מסירת נפש און דעם תוקף פון קבלת עול, וואס דאס איז א זאך וואס יעדער איד האט, ישראל עזין שבאומות, אף מער היינט ביים תוקף הנשמה. און דערנאך דורכפירן אין עבודה בפועל, אין קבלת עול מלכות שמים, אין ענינים פון מעשה המצוות, ווי עס רעדט דארט אין דעם זעלבן מאמר, אז עס איז גענוג אויך צו דורכברעכן אט די מחיצה. נאכדעם וואס עס איז בעצם מאיר היינט געווארן דער עצם ענין פון אידישקייט, דארפן זיין די ענינים פון מעשה בפועל, אין ענינים פון קיום המצוות מעשיות דוקא, ווי ענינים פון צדקה בפרט, וואס דאס מאכט די חרכים, די לעכער און די שפאלטן אין דער מחיצה של ברזל. און דאס מאכט דעם ״תמחה את זכר עמלק״. און ״והיה בהניח ה׳ אלקיך לך״, ווי עס וועט זיין לעתיד לבוא, ווי עס שטייט, אז משיח וועט קומען, וועט זיין די מלחמה לה׳

33:37 בעמלק מדור דור״, ותתבטל קליפת עמלק. ואז יהיה ״והיה ה׳ למלך על כל הארץ, ביום ההוא יהיה ה׳ אחד ושמו אחד״. ויהיה ״ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר״, כן תהיה לנו.

33:37 בעמלק מדור דור, און פארטילגן די קליפת עמלק. און דעמאלט וועט זיין ״והיה ה׳ למלך על כל הארץ, ביום ההוא יהיה ה׳ אחד ושמו אחד״. און עס וועט זיין ״ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר״, כן תהיה לנו.