לעבן חסידות · פרק 22 · 2022-04-25 · 29:02
שבת מברכים חודש אייר - אני י׳ רופאך - הרב אשר פרקש
תיאור הפרק
מקורות: רשימות חוברת קלח התמים קובץ ב (דף נו) בני יששכר חודש אייר התוועדות שבת מברכים אייר תשמ״ב, תשמ״ז לקוטי שיחות חלק ל״ב אייר
השמע המקורי · הערך על הרב אשר פרקש בחב"דפדיה
תמלול אוטומטי מהשמע, ותרגום מכונה לעברית. קישורים לחב"דפדיה נוספו אוטומטית.
00:01 הייתה גם פעם ב[?] חליפת מכתבים בין הרבי מליובאוויטש לבין חותנו, אדמו"ר הריי"צ. דבר מעניין מאוד, שנגע לעניין המופתים, הניסים והמופתים שהצדיקים מחוללים. הרבי כתב לאדמו"ר הריי"צ, חותנו, שלפי שיטת חב"ד יש עניין של מופתים, אבל לא עושים ממנו עניין גדול. אדרבה, אצל חסידי חב"ד היה מקובל שלא זה עניינה של החסידות. העניין של אותות ומופתים, העניין של ניסים — עד כדי כך שאפילו, כמו שהגמרא אומרת, היו אותות ומופתים במצרים, בארץ חם. כלומר, כל העניין של אותות ומופתים הוא בשביל המצרים, בשביל בני חם. אבל יהודי אינו צריך מופתים; חסיד צריך חסידות, וזו שיטתה של חסידות חב"ד. והרבי כתב לאדמו"ר הריי"צ, לחותנו, בעניין הזה, והעיר שייתכן שבדורות הראשונים היה זמן שבו אפשר היה לפעול באמצעות עניין בחסידות, באמצעות התבוננות בגדלות השם. אבל בדורנו זה, בדורות האחרונים שלנו, כשאנחנו נמצאים בחושך כפול ומכופל, בעקבתא דמשיחא, יהודים טרודים, מטולטלים, עסוקים בפרנסה, בגשמיות, בענייני היום־יום, עד שלא מגיעים לעשות את מה שצריך, ו
00:01 עס איז אויך אין די [לא ברור] געווען אמאל א חליפת מכתבים צווישן דעם ליובאוויטשער רבי'ן מיט זיין שווער, דעם רבי'ן ריי״צ. א זייער אינטערעסאנטע זאך וואס איז געווען בנוגע דעם ענין פון מופתים, ניסים ומופתים וואס די צדיקים מאכן. דער רבי האט געשריבן צו דעם רבי'ן ריי״צ, זיין שווער, צום פריערדיקן רבי'ן, אז מצד שיטת חב״ד איז דא דער ענין פון מופתים, אבער מען מאכט נישט פון דעם קיין גרויסן ענין. פארקערט, ביי חסידי חב״ד איז געווען אנגענומען אז נישט דאס איז דער ענין פון חסידות. דער ענין פון אותות ומופתים, דער ענין פון ניסים — ביז אז עס איז געווען אפילו, ווי די גמרא זאגט, אותות ומופתים אין מצרים, אין ארץ חם. דאס הייסט אז דער גאנצער ענין פון אותות ומופתים, דאס איז פאר די מצריים, דאס איז פאר בני חם. אבער א איד דארף נישט קיין מופתים; א חסיד דארף חסידות, און דאס איז די שיטה פון חסידות חב״ד. און דער רבי האט געשריבן צום פריערדיקן רבי'ן, צו זיין שווער, בנוגע דעם ענין, און ער מערקט אויף דעם אז קען זיין אז אין די ערשטע דורות איז געווען א זמן אזא וואס מען האט געקענט מיט אן ענין פון חסידות, מיט התבוננות אין גדלות השם, קען מען אויפטאן. אבער בדורנו זה, אין אונזערע לעצטע דורות, וואס מיר געפינען זיך אין א חושך כפול ומכופל, עקבתא דמשיחא, אידן זענען פאריאגט, פארטריבן, פארנומען מיט דער פרנסה, מיט דער גשמיות, מיט די ענינים פון טאג־טעגלעך, אז מען קומט נישט אן צו מאכן וואס מען דארף, און
01:56 אי אפשר לעורר אצל יהודים בעוצמה כזאת את הטעם בתורה ומצוות, שייתן להם טעם ודרהער ורגש באלוקות רק מלימוד של עניין עמוק. אלא צריך לעורר נפשות באמצעות מופת. מספרים סיפור, סיפורי צדיקים, אמונת צדיקים, סיפור מופת על איזה צדיק. זה משפיע מאוד, וזה יכול לעורר אנשים ולמשוך אדם מתוך הבוץ שלו, מתוך החומריות שלו, מתוך הגשמיות שלו, ולהרים אותו גבוה מאוד. ואחר כך אפשר לדבר איתו על לימוד החסידות וכו'. זה היה המכתב, ואדמו"ר הריי"צ השיב עליו במכתב ארוך. המכתב של אדמו"ר הריי"צ נדפס בקובץ ״התמים״, קובץ שהודפס רק בפולין לפני המלחמה. בוורשה היה קובץ ״התמים״ יוצא אחת לכמה חודשים בשנים שלפני המלחמה. הקובץ היה יוצא שם, והיה מלא וגדוש בכתבים ובענייני היסטוריה, בדברי חסידים וכו'. ושם נמצאת התשובה, המכתב שאדמו"ר הריי"צ כתב לרבי, שבו הוא מסביר באריכות את שיטת חסידות חב"ד. המכתב שהרבי כתב לא היה ידוע כלל עד לפני כמה שנים. רק לפני כמה שנים התחילו להדפיס את הרשימות, את היומנים, את הרשימות והדברים שהרבי כתב לעצמו עוד בשנים שלפני נשיאותו, שהיו שמורים בהסתר, וזה
01:56 מען קען נישט דערמאנען ביי אידן אזוי שטארק דעם טעם אין תורה ומצוות, אז עס זאל אים געבן א געשמאק און א דערהער און א געפיל אין ג־טליכקייט נאר פון לערנען א טיפן ענין. נאר מען דארף אויפוועקן נפשות דורך א מופת. מען דערציילט א סיפור, סיפורי צדיקים, אמונת צדיקים, א סיפור מופת פון איינעם א צדיק. דאס מאכט א גרויסע השפעה, און דאס קען אויפוועקן מענטשן און ארויסשלעפן פון זיין בלאטע, פון זיין חומריות, פון זיין גשמיות, און אים אויפהייבן גאר הויך. און שפעטער קען מען רעדן מיט אים וועגן לימוד החסידות וכו׳. דאס איז געווען דער בריוו, און דער פריערדיקער רבי, רבי ריי״צ, האט אויף דעם געענטפערט א לאנגן בריוו. דער בריוו פון דעם רבי'ן ריי״צ איז געדרוקט אין קובץ התמים, וואס איז א קובץ וואס איז נאר געדרוקט געווארן אין פוילן פאר דער מלחמה. אין ווארשע איז דער קובץ התמים פלעגט ארויסגיין יעדע עטליכע חדשים אין די עטליכע יאר פאר דער מלחמה. פלעגט ארויסגיין דער קובץ דארט, און געווען מלא וגדוש מיט כתבים און ענינים פון היסטאריע, דברי חסידים וכו׳. איז דארט דער ענטפער, דער בריוו וואס דער רבי ריי״צ האט געשריבן צום רבי'ן, מסביר באריכות די שיטה פון חסידות חב״ד. דער בריוו וואס דער רבי האט געשריבן איז גאר נישט געווען באקאנט ביז די לעצטע פאר יאר. ערשט מיט עטליכע יאר צוריק האט מען אנגעהויבן דרוקן די רשימות, די יומנים, די רשימות, די זאכן וואס דער רבי האט געשריבן פאר זיך נאך אין די יארן פאר זיין נשיאות, וואס איז געווען באהאלטן, איז דאס
03:34 התגלה רק בשנים האחרונות. שם רואים את המכתב שבו הרבי כותב לחותנו, לאדמו"ר הריי"צ, על כל העניין הזה. המכתב של אדמו"ר הריי"צ הוא [?], וזה מכתב עשיר שבו הוא מסביר את שיטת אדמו"ר הזקן, ולא רק את שיטת אדמו"ר הזקן, אלא גם את שיטת המגיד ממעזריטש. ואיך הייתה פעולתה של החסידות, של החסידות הכללית ושל חסידות חב"ד, היחס של אדמו"ר הזקן כלפי חבריו וכו'. בין הדברים הוא מביא שם סיפור נפלא, שהוא לכאורה התשובה לשאלה. מה הוא כותב? הוא מספר את הסיפור. הוא מספר שבאותן שנים, עוד בזמנו של אדמו"ר הזקן, היה אברך שקודם לכן היה חסיד של אחד מתלמידי המגיד ממעזריטש, של צדיק אחר. הוא היה שם במשך כמה שנים, ואחר כך, באמצעות אחד מחסידי חב"ד, התקרב לאדמו"ר הזקן והתחיל ללמוד חסידות חב"ד ולעסוק בעבודה של לימוד החסידות, והיה עוסק בחסידות ובתפילה באריכות. כך נהג במשך תקופה. פעם אמרו לו חבריו, שהיו חבריו עוד קודם לכן: ״נו, יכול להיות שכאן יש הרבה ידיעות, הרבה חסידות, הרבה תפילה, הרבה התבוננות, אבל מופתים — זה דבר שהרבי שלך לא עושה. את זה אנחנו יכולים למצוא רק אצל הרביים שלנו״.
03:34 ערשט נתגלה געווארן אין די לעצטע פאר יאר. דארט זעט מען דעם בריוו ווי דער רבי שרייבט צו זיין שווער, צום פריערדיקן רבי'ן, און דעם גאנצן ענין. דעם בריוו פון דעם פריערדיקן רבי'ן איז [לא ברור], און ס׳איז א רייכער בריוו וואס ער מסביר די שיטה פון דעם אלטן רבי'ן, און נישט נאר פון דעם אלטן רבי'ן, נאר ביי דעם מגיד פון מעזריטש. און ווי אזוי איז געווען דער אויפטו פון חסידות, פון חסידות הכללית, חסידות חב״ד, די יחס פון דעם אלטן רבי'ן לגבי זיינע חברים וכו׳. צווישן די ענינים ברענגט ער דארט א געשמאקע מעשה, וואס דאס איז לכאורה דער ענטפער אויף די שאלה. וואס שרייבט ער? דערציילט ער דעם סיפור. דערציילט ער אז עס איז געווען אין יענע יארן, נאך ביי די צייטן פון דעם אלטן רבי'ן, איז געווען א יונגערמאן וואס איז געווען פריער א חסיד ביי איינעם פון די תלמידי המגיד, פון אן אנדער צדיק. ער איז געווען דארט משך כמה שנים, און שפעטער, דורך איינעם פון די חסידי חב״ד, איז ער נתקרב געווארן צום אלטן רבי'ן און האט אנגעהויבן לערנען חסידות חב״ד און טאן אין עבודה פון לימוד החסידות, און איז געווען עוסק אין חסידות און תפילה באריכות. אזוי האט ער געטאן א משך זמן. איז געווען אמאל וואס זיינע חברים, וואס זענען געווען זיינע חברים, האבן אים געזאגט: „נו, קען זיין דאס דא ס׳איז אסאך ידיעות, אסאך חסידות, אסאך דאווענען, אסאך התבוננות, אבער מופתים — דאס איז א זאך וואס דיין רבי טוט נישט. יא, דאס קענען מיר געפינען נאר ביי אונזערע רביס.“
05:18 כך אמרו לו. החסיד אכן הרגיש רע מאוד בגלל זה, והצטער מאוד. אבל הוא לא דיבר על כך עם איש; הוא שמר זאת בליבו. הוא לא דיבר על זה, לא חשב על זה, והמשיך ללמוד חסידות ולעבוד את השם. וכך המשיך הלאה. יום אחד הגיע מכתב מאדמו"ר הזקן אל המשפיע של אותה עיירה. במכתב ההוא כתב אדמו"ר הזקן למשפיע של העיירה כמה עניינים הקשורים לעיירה, ובסוף המכתב כתב אדמו"ר הזקן למשפיע: ״[?] האברך״, והוא כתב את שמו של אותו אברך, ״צריך לקרבו ולהפיג צערו״. כך כתב אדמו"ר הזקן. צריך לקרב אותו, צריך להפיג את צערו. ״והיה זה לו לאות ולאחרים למופת״. וזה יהיה לו לאות, ולאחרים יהיה למופת. כך כתב אדמו"ר הזקן במכתב. מובן שהמשפיע לא הבין אף מילה ממה שכתוב כאן. הוא קרא לאברך ושאל אותו: ״תגיד לי, מה קורה אצלך? מה הדבר שמכביד עליך, שמצער אותך? אולי זה משהו שקשור לרבי?״ וכך הוביל את השיחה, עד שהאברך סיפר לו שזה המצב אצלו, זו השאלה שלו. שאכן
05:18 דאס האט ער אים געזאגט. דער חסיד האט זיך טאקע געפילט זייער ניט גוט פון דעם, געפילט זייער בצער. אבער ער האט גארניט גערעדט מיט קיינעם דערוועגן; דאס האט ער געהאלטן ביי זיך. ער האט ניט גערעדט, האט ניט געטראכט דערפון, האט ווייטער ממשיך געווען צו לערנען חסידות, טון עבודת השם. און אזוי איז אים געגאנגען ווייטער. איין טאג איז אנגעקומען א בריוו פון דעם אלטן רבי׳ן צו דעם משפיע פון יענעם שטעטל. אין יענעם בריוו האט דער אלטער רבי געשריבן צו דעם משפיע פון דעם שטעטל כמה ענינים וואס זענען געווען פארבונדן מיט דער שטאט, און צום סוף פון דעם בריוו שרייבט דער אלטער רבי צו דעם משפיע: „[לא ברור] דעם אברך“, און ער שרייבט דעם נאמען פון דעם יונגערמאן, „צריך לקרבו ולהפיג צערו“. אזוי שרייבט דער אלטער רבי. מען דארף אים מקרב זיין, מען דארף אוועקנעמען זיין צער. „והיה זה לו לאות ולאחרים למופת“. און דאס וועט זיין פאר אים צו אן אות, און פאר אנדערע וועט עס זיין פאר א מופת. אזוי האט דער אלטער רבי געשריבן אין בריוו. פארשטייט זיך, האט דער משפיע ניט פארשטאנען קיין איין ווארט וואס דא שטייט. האט ער צוגערופן דעם יונגערמאן און ער פרעגט אים: „זאג מיר, וואס איז דאס גייט ביי דיר פאר? וואס איז דאס א זאך וואס, וואס דריקט דיר, וואס מצער דיר? אפשר איז דאס עפעס וואס איז נוגע דעם רבי׳ן?“ און אזוי האט ער צוגעפירט די ענינים, ביז דער יונגערמאן האט אים דערציילט אז ביי אים איז דא דער מצב, די שאלה. אז טאקע
06:58 התחיל ללמוד חסידות, לומד חסידות חב״ד, לומד מתוך התבוננות, ומתפלל מתוך התבוננות, ועוסק בעבודת השם על פי דרך החסידות, ואדמו״ר הזקן הוא מחנך. אבל נשאר אצלו העניין שהחברים אומרים לו כל הזמן: שאת העניין של עשיית מופתים לא רואים כל כך אצל הרבי שלנו, אצל אדמו״ר הזקן. לעומת זאת, אצל צדיקים אחרים ראו [לא ברור]. וכשמספרים על מה שהיה — באותם ימים היה רבי מענדל מהורודוק, שהשבוע, א׳ אייר, חל יום ההילולא שלו, ואדמו״ר הצמח צדק כותב עליו שהיו אצלו מופתים למעלה ממדרגת הטבע לגמרי. כן, ממש הפך עולמות. ועל דרך זה היה אז גם אצל צדיקים נוספים. ואז הבין המשפיע את מה שאדמו״ר הזקן כתב לו. הכול בא על פתרונו, הכול התבהר. מה עשה כאן אדמו״ר הזקן? אדמו״ר הזקן עשה כאן מופת אמיתי. החסיד נשא בלבו צער, אבל לא דיבר על כך עם איש. המשפיע לא ידע על כך. אנשים אחרים לא ידעו, והוא מעולם לא כתב על כך לאדמו״ר הזקן. זה היה דבר שהיה אצלו לא רק במחשבה, אלא ממש בנפש. ואדמו״ר הזקן הרגיש זאת, וראה שצריך לעזור לאברך. צריך לקרב אותו ולהפיג את צערו, ולכן כתב לו את הדברים האלה, שבמילים הללו עצמן הוא
06:58 אנגעהויבן לערנען חסידות, לערנט חסידות חב״ד, לערנט מיט התבוננות, און דאוונט מיט התבוננות, און ער טוט אין עבודת השם על פי דרך החסידות, און דער אלטער רבי איז א מחנך. אבער ס׳איז אים געבליבן דער ענין וואס די חברים זאגן אים א גאנצע צייט: אז דעם ענין פון מאכן מופתים זעט מען נישט אזוי ביי אונזער רבי׳ן, ביי דעם אלטן רבי׳ן. דאקעגן, ביי אנדערע צדיקים האט מען געזען [לא ברור]. און ווען מען דערציילט אז עס איז געווען, אין יענע צייטן איז געווען רבי מענדל האראדאקער, וואס די וואך איז זיין יארצייט, א׳ אייר, וואס דער צמח צדק שרייבט אויף אים אז עס זענען געווען ביי אים מופתים למעלה ממדרגת הטבע לגמרי. יא, ממש געקערט וועלטן. און על דרך זה ביי נאך צדיקים איז געווען אין יענע צייטן. איז דעמאלט האט דער משפיע פארשטאנען דאס וואס דער אלטער רבי שרייבט אים. איז געווארן אלץ פארענטפערט, אלץ קלאר. וואס האט דער אלטער רבי? דער אלטער רבי האט דא געמאכט אן אמת׳ן מופת. דער חסיד האט געהאלטן צער ביי זיך, אבער האט מיט קיינעם ניט גערעדט וועגן דעם. דער משפיע האט ניט געוואוסט וועגן דעם. אנדערע מענטשן האבן ניט געוואוסט, ער האט קיינמאל ניט געשריבן צום אלטן רבי׳ן וועגן דעם. דאס איז געווען א זאך וואס איז געווען ביי אים ניט נאר במחשבה, נאר גאר בנפש. און דער אלטער רבי האט דאס געפילט, און האט געזען אז מען דארף העלפן דעם יונגערמאן. מען דארף אים מקרב זיין ולהפיג צערו, האט ער אים געשריבן די ווערטער, אז מיט די ווערטער אליין האט ער
08:26 נתן לו להבין: אם צריך מופת, יש כאן מופת אמת. לדעת שהרבי שלך בעל רוח הקודש, וכאן יש רוח הקודש אמיתית. ״והיה זה לו לאות ולאחרים למופת״. בשבילו עצמו — כאות, שיידע שהרבי יודע את כל מה שקורה, רוח הקודש אמיתית; ואחרים יראו וישמעו את הסיפור, ויראו וישמעו על המופת. ממילא, כשהרבי כתב את הסיפור הזה כדוגמה, הוא ביקש לתת לו להבין שבדרך כלל, אכן, דרך החסידות של אדמו״ר הזקן ושל חב״ד הייתה שלא צריך לחפש מופתים. עבודת השם צריכה להיות על פי עבודה פנימית. יהודי צריך לעבוד ולשרת את הקדוש ברוך הוא בכוחותיו שלו, בשכלו שלו ובמידותיו שלו; צריך ללמוד חסידות ולהתבונן בחסידות, ולעורר אהבת השם, יראת השם ועבודת התפילה, ולתקן את המידות. וזוהי דרך עבודת השם. וכמובן, כשהחסיד זקוק לעזרה וצריך מופת, יש בשבילו מופת אמת. כלומר, המופת אינו עניין בפני עצמו. המופת בא כשצריך לתת אותו כדי לרומם את החסיד ולהאיר לו, כדי שתחול אצלו איזו תזוזה, איזו התקדמות בדרך ה׳. אבל לאחר מכן האברך צריך להיכנס לעבודה פנימית, לעבודה בכוח עצמו. והרבי מספר בהמשך איך [לא ברור] השנים.
08:26 אים געגעבן צו פארשטיין: אז מען דארף א מופת, איז דא א מופת אמת. איז דאס וויסן אז דיין רבי האט רוח הקודש, און דא איז רוח הקודש אמת. „והיה זה לו לאות ולאחרים למופת.“ פאר אים אליין ווי אן אות, אז ער זאל וויסן אז דער רבי ווייסט אלץ וואס איז דא, אמת׳ע רוח הקודש; און אנדערע וועלן זען און הערן די מעשה, וועלן זען און הערן דעם מופת. איז במילא דאס וואס דער רבי האט געשריבן דעם סיפור אלס א דוגמא, אים צו געבן צו פארשטיין, אז בדרך כלל טאקע, דער דרך החסידות וואס דער אלטער רבי און חב״ד האבן געווען, איז געווען: מען דארף טאקע נישט זוכן קיין מופתים. ס׳דארף זיין עבודת השם על פי עבודה פנימית. עבודת השם דארף זיין, א איד דארף ארבעטן און דינען דעם אויבערשטן מיט זיינע אייגענע כוחות, און מיט זיין אייגענעם שכל, און זיינע אייגענע מדות, און מען דארף טאקע לערנען חסידות און זיך מתבונן זיין אין חסידות, און מעורר זיין אהבת השם, יראת השם און עבודת התפילה, און מתקן זיין די מדות. און דאס איז דער דרך עבודת השם. און כמובן, בשעת החסיד דארף הילף, און מען דארף א מופת, איז דא א מופת אמת פאר אים. דאס הייסט אז דער מופת איז נישט דער ענין בפני עצמו. דער מופת איז, בשעת מען דארף אים געבן, אויפהייבן אים, מאכן אים ליכטיג, כדי ביי אים זאל ווערן א שטיקל תזוזה, א שטיקל דרך ה׳. אבער דערנאך דארף דער יונגערמאן אריינקומען אין עבודה פנימית, אין עבודה בכח עצמו. און דער רבי דערציילט שפעטער, ווי [לא ברור] די יארן.
09:52 מביקורים אצל הרבי הוא סיפר את הסיפור בלי לציין את הפרטים — מי כתב ומי השיב. הוא דיבר על העניין. לא היה ברור מי ידע, אבל הוא ידע שכך התנהלה חליפת המכתבים. אבל שנים לאחר מכן, בהתוועדות, הרבי סיפר על העניין הזה, ואמר שהיה מישהו שטען בפני אדמו״ר הריי״צ בעניין המופתים, והסיק נקודה: שמאותה תקופה ואילך ראו שינוי גדול בעניין הזה, והיו חידושים גדולים ומופתים בעניינים שהיו ממש למעלה מדרך הטבע לגמרי. כי הכוונה היא שעל ידי המופת והאור שהוא מביא, מוציאים יהודי ממצבו ומרוממים אותו, ובהמשך הוא אכן יגיע לעבודה פנימית ולעבודת השם בכוח עצמו. וזוהי דרך החסידות. איך העניין הזה בא לידי ביטוי בסיום חודש ניסן, כשנכנסים, בשבת מברכים, לחודש אייר? הרי זה ממש אותו עניין. חודש ניסן וחודש אייר הם שני חודשים שמבחינות רבות הם מן הקצה אל הקצה. חודש ניסן נקרא, כשמו כן הוא, ניסן, מלשון ניסים. זה חודש של ניסן, ניסן — שתי נוני״ן — וזה עניין של ניסי ניסים. כלומר, זהו זמן של ניסים, זמן של גאולה, זמן של חירות. ״משבחר הקדוש ברוך הוא ביעקב ובניו, בחר
09:52 פון נסיעות ביים רבי'ן האט ער דערציילט דעם סיפור אן זאגן די פרטים ווער האט געשריבן, ווער האט געענטפערט. ער האט גערעדט דעם ענין. ס'איז נישט געווען קלאר ווער ס'האט געוואוסט, אבער ער האט געוואוסט אז דאס איז געווען דער דרך חילוף המכתבים. אבער יארן שפעטער, אין א פארברענגען, האט דער רבי דערציילט וועגן דעם ענין, און ער האט געזאגט אז ס'איז געווען איינער וואס האט גע'טענה'ט ביים רבי'ן ריי"צ בנוגע דעם ענין המופתים, און האט ארויסגעפירט א נקודה: אז פון יענער תקופה אן האט מען געזען א גרויסע שינוי אין דעם ענין, אז ס'זיינען געווארן גרויסע חידושים און מופתים אין ענינים וואס זיינען געווען ממש למעלה מדרך הטבע לגמרי. ווייל די כוונה איז אז דורך דעם וואס ער ווערט א מופת און ס'ווערט ליכטיג, איז דורך דעם ארויסנעמען א אידן, אים אויפהייבן, און שפעטער זאל ער טאקע צוקומען צו עבודה פנימית און עבודת השם בכח עצמו. און דאס איז דער דרך החסידות. ווי אזוי געפינט זיך דאס אין דעם סיום פון חודש ניסן, און מ'גייט אריין, שבת מברכים, צו חודש אייר? איז דאך ממש דאס זעלבע ענין. חודש ניסן מיט חודש אייר, דאס זיינען דאך צוויי חדשים וואס זיינען גאנץ מן הקצה אל הקצה. חודש ניסן ווערט דאך אנגערופן כשמו כן הוא, ניסן, מלשון ניסים. ס'איז א חודש פון ניסן, ניסן, צוויי נונין, דאס איז דער ענין פון ניסי ניסים. דאס הייסט אז ס'איז א זמן פון ניסים, א זמן פון גאולה, א זמן פון חירות. ווי שבחר הקדוש ברוך הוא ביעקב ובניו, בחר
11:30 להם חודש של גאולה״, קבע להם חודש של גאולה, וזהו חודש ניסן, חודש של גאולה. ורואים במוחש שבכל חודש ניסן אין אומרים תחנון, כפי שמובא בשולחן ערוך. כלומר, זהו זמן שכולו, מתחילתו ועד סופו, זמן שבו יהודי עומד למעלה מכל העניינים. זה חודש של יום טוב, חודש של חירות, חודש של גאולה. וזה עניינו של ניסן — ניסי ניסים. אחר כך נכנסים לחודש אייר. חודש אייר הוא בדיוק להפך. זה חודש שאין בו ימים טובים מן התורה, על כל פנים. כמובן, יש העניין של פסח שני, ויש העניין של ל״ג בעומר, ובכלל יש העניין של ספירת העומר. אבל מבחינת ימים טובים מן התורה, חודש אייר אינו כמו חודש ניסן. זה חודש שאין בו יום טוב מיוחד, גילוי מיוחד. ובפרט, מובא בספרים: מדוע מתחילים ללמוד פרקי אבות? אחרי פסח, בשבת שאחרי פסח, מתחילים ללמוד פרקי אבות. המדרש שמואל מביא שהמנהג היה ללמוד מפסח עד עצרת, ואחרים לומדים מעצרת עד ראש השנה. אבל בכלל, בימי ספירת העומר, בימי הקיץ, לומדים פרקי אבות. המדרש שמואל כותב שכאשר מגיע פסח, חודש האביב, ואחרי פסח מתגבר הטבע, מתגברים ענייני החום, השמש, אז
11:30 להם חודש של גאולה, קבע להם חודש של גאולה, און דאס איז חודש ניסן, ס'איז א חודש של גאולה. און מ'זעט במוחש אז א גאנצן חודש ניסן זאגט מען נישט קיין תחנון, ווי ס'ברענגט דער שולחן ערוך. דאס הייסט אז דאס איז א זמן וואס כולו, פון תחילתו עד סופו, איז דאס א זמן וואס א איד שטייט העכער פון אלע ענינים. ס'איז א יום־טוב'דיגער חודש, א חירות'דיגער חודש, א גאולה'דיגער חודש. און דאס איז דער ענין פון ניסן, ניסי ניסים. דערנאך קומט מען אריין צו חודש אייר. חודש אייר איז פונקט פארקערט. ס'איז א חודש וואס איז נישטא קיין ימים טובים מן התורה, על כל פנים. כמובן אז ס'איז דא דער ענין פון פסח שני, און ס'איז דא דער ענין פון ל"ג בעומר, און בכלל איז דא דער ענין פון ספירת העומר. אבער אין ענין פון ימים טובים מן התורה איז חודש אייר נישט ווי חודש ניסן. דאס איז א חודש וואס מ'האט נישט קיין ספעציעלן יום טוב, קיין ספעציעלן גילוי. ובפרט, דאס ברענגט זיך אראפ אין ספרים: פארוואס הייבט מען אן צו לערנען פרקי אבות? נאך פסח, דעם שבת נאך פסח, הייבט מען אן צו לערנען פרקי אבות. ברענגט דער מדרש שמואל אז דער מנהג איז געווען פון פסח עד עצרת, און אנדערע גייען נאך עצרת ביז ראש השנה. אבער בכלל, אין ימי ספירת העומר, ימי ספירת הקיץ, לערנט מען פרקי אבות. שרייבט דער מדרש שמואל אז ווי באלד עס קומט פסח, חודש האביב, און נאך פסח ווערט די התגברות הטבע, די התגברות פון ענינים פון ווארעמקייט, שמש, די זון, אז
13:04 ככל שהטבע מתגבר, מתגבר גם החום. לא רק חום בגשמיות, אלא גם החום של היצר הרע, של התאוות ושל עניינים שאינם בקדושה. וזה הרי עניינו של הזמן שאחרי פסח, ובעיקר של חודש אייר. וזה אחד הטעמים שמובאים במפרשים לכך שבספר מלכים נקרא חודש אייר ״חודש זיו״. הגמרא במסכת ראש השנה, בבבלי ובירושלמי, דנה בשאלה למה נקרא חודש אייר בתנ״ך ״חודש זיו״: מפני שאז האילנות פורחים, זיו האילנות, והטבע מתגבר. ומצד התגברות הטבע מתגברים גם היצר הרע והנפש הבהמית, החום של העולם הזה והחום של הקליפה. וכנגד זה בא לימוד פרקי אבות. וזה מרפא: לומדים פרקי אבות, עובדים על המידות ועל ההנהגה, כדי לרפא את העניינים הקשורים להתגברות הטבע. יוצא שחודש ניסן וחודש אייר הם שני חודשים מן הקצה אל הקצה. וזה דבר מעניין שהרבי דיבר עליו פעם בהתוועדות של שבת מברכים חודש אייר, והרבי עמד על העניין הזה כמה פעמים: אנחנו עומדים בחודש ניסן ומברכים את חודש אייר. הרי זו שבת מברכים, השבת שלפני החודש הבא. זה עושה [לא ברור].
13:04 עס ווערט די התגברות הטבע, ווערט אויך די התגברות החמימות. נישט נאר חמימות בגשמיות, נאר עס ווערט אויך די חמימות פון דעם חום, פון דעם יצר הרע, פון די תאוות, פון די ענינים וואס זיינען נישט קדושה. און דאס איז דאך דער ענין פון חודש, פון נאך פסח, בעיקר פון חודש אייר. און דאס איז איינער פון די טעמים, עס שטייט אין מפרשים, פארוואס אין מלכים רופט מען אן חודש אייר חודש זיו. די גמרא מסכת ראש השנה, אין בבלי, ירושלמי, רעדט וועגן דעם, אז פארוואס רופט מען אן חודש אייר אין תנ"ך חודש זיו? ווייל דעמאלט פראווען די אילנות, דער זיו האילנות, עס ווערט די התגברות הטבע. ומצד די התגברות הטבע ווערט אויך די התגברות אין דעם יצר הרע, אין דער נפש הבהמית, אין דעם חום פון דעם עולם הזה, פון חום פון קליפה. און אויף דעם קומט צו גיין פרקי אבות. און דאס איז מרפא. מ'לערנט פרקי אבות, און מ'ארבעט אויף די מידות, און מ'ארבעט אויף די הנהגה, אויף צו מרפא זיין די ענינים וואס זיינען מחובר מיט די התגברות הטבע. קומט דאך אויס אז חודש ניסן און חודש אייר זיינען צוויי חדשים מן הקצה אל הקצה. און דאס איז אן אינטערעסאנטע זאך, ווי דער רבי האט גערעדט אמאל ביים פארברענגען פון שבת מברכים חודש אייר, אדער דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט אויף דעם ענין כמה פעמים. אז ס'איז אן אינטערעסאנטע זאך: אז מיר שטייען אין חודש ניסן און מיר בענטשן חודש אייר. דאס איז דאך שבת מברכים, שבת פאר דעם קומענדיקן חודש. דאס מאכט [לא ברור].
14:39 מברכים אותו בברכה. וזה מה שרואים בהנהגה של חודש ניסן: כשעומדים במעמד ומצב שלמעלה מן העולם הזה, למעלה מן הטבע, בניסי ניסים, בזמן שהוא חודש של גאולה, חודש של חירות — עומדים בחודש ניסן ומברכים את החודש הבא, חודש אייר. וזהו חודש שהוא בדיוק ההפך מניסן. החודש הזה קשור לטבע, קשור לעולם ולהתגברות הטבע, וצריך לעבוד בו על המידות. אלה שני הפכים מן הקצה אל הקצה. וזהו דווקא הביאור לניסיון הזה שבאייר. וזהו דווקא החידוש הגדול שחודש ניסן משפיע על חודש אייר: כשעומדים בחודש ניסן, במעמד ומצב של ניסים שלמעלה מהטבע, צריך לדעת שתכלית הכוונה, הדבר שאליו מכוונים, המבוקש, המטרה, אינם להישאר בחודש ניסן לעולם ולעולם. חודש ניסן הוא דווקא הזמן שהקב״ה נתן לנו, שבו העמיד אותנו במצב של גאולה, במצב של חירות, במצב של ליל שימורים. האדם עומד למעלה מן העולם, והגאולה מאירה אצלו בקלות. ובפרט כפי שהבעל שם טוב גילה, שלא רק אור גאולת מצרים מאיר, אלא שבימי הפסח, ובפרט בימים האחרונים של פסח ובימים שלאחריהם, מאיר בעולם גם האור
14:39 מען, א ברוך. און דאס איז וואס מ'זעט די הנהגה חודש ניסן. בשעת מ'שטייט אין דעם מעמד ומצב וואס מ'איז העכער פון דער עולם הזה, העכער פון טבע, ניסי ניסים, היום, הזמן, חודש של גאולה, חודש פון חירות, שטייט מען אין חודש ניסן און ער בענקט. יא. און ער בענקט דעם חודש, דעם חודש נאך חודש אייר. און דאס איז דער חודש וואס איז פונקט פארקערט פון ניסן. דער חודש איז מחובר מיט טבע, מחובר מיט עולם, מחובר מיט די גבורת הטבע, וואס מ'דארף אין אים ארבעטן אויף די מידות. דאס זענען צוויי הפכים מן הקצה אל הקצה. און דאס איז דווקא דער ביאור וואס איז, דווקא אייר, דער נסיון הזה. און דאס איז דווקא דער גרויסער חידוש וואס חודש ניסן משפיע אין חודש אייר. אז בשעת מ'שטייט אין חודש ניסן, און ער שטייט אין דעם מעמד ומצב פון ניסים שלמעלה מהטבע, דארף ער וויסן אז דער תכלית הכוונה, וואס איז דאס וואס איז מכוון, וואס איז מבוקש, וואס איז די מטרה, איז נישט צו בלייבן חודש ניסן לעולם ולעולם. חודש ניסן איז דווקא דער זמן וואס דער אויבערשטער האט אונז געגעבן, וואס האט אונז אוועקגעשטעלט אין א מצב של גאולה, אין א מצב של חירות, אין א מצב פון ליל שימורים. ער שטייט העכער פון עולם, וואס עס איז לייכט ביי אים די גאולה. ובפרט ווי דער בעל שם טוב האט מגלה געווען אז נישט נאר איז דא דער אור פון גאולת מצרים, נאר אין די טעג פון פסח, בפרט אין די לעצטע טעג פון פסח און די ימים שלאחרי זה, איז דער אור
16:05 של הגאולה על ידי משיח. כן, עומדים במעמד ומצב של גאולה. ואז באה שבת מברכים, עדיין בחודש ניסן, ואומרת לנו: עומדים בניסן וצריך לזכור שכעת מתקרב ראש חודש אייר, שמחודש ניסן נכנסים לחודש אייר. ושם נכנסים לעולם שאינו מצב של חירות וגאולה, אלא עולם הקשור לטבע, לעולם הזה ולגלות. נמצאים בעולם של גלות, וצריך לעבוד את הקב״ה בחיי היום־יום. אבל בתוך זה צריך להאיר אור הגאולה: בתחושה, בפנימיות, בדרך, בהרגש ובאור שהאיר לאדם בזמן פסח — עניין החירות ועניין הגאולה. ואת זה צריך אחר כך להכניס לחיי היום־יום בחודש אייר, לתוך ענייני הטבע. ועל פי זה אמר הרבי דבר נפלא שמוצאים בחודש אייר. מובא בספרים הקדושים, מובא בבני יששכר, ומובא עוד הרבה מ[לא ברור]. כן, גם [לא ברור] מביא זאת בספריו. הדבר מובא בכמה וכמה ספרי חסידות: שאייר הוא ראשי תיבות ״אני ה׳ רופאך״. מהם ראשי התיבות של חודש אייר? ״אני ה׳ רופאך״. לכאורה, מה עניינם של ראשי התיבות ״אני ה׳ רופאך״? אומר כאן ה—
16:05 פון גאולה משיח וואס לייכט אויף דער עולם. די גאולה דורך משיח. יא. שטייט מען אין דעם מעמד ומצב פון גאולה. קומט צו גיין שבת מברכים נאך אין חודש ניסן און ס'זאגט אז מ'שטייט אין ניסן און מ'דארף געדענקען אז איצט ראש חודש אייר ווערט. אז פון חודש ניסן גייט מען אריין אין חודש אייר. וואס דארטן גייסטו אריין אין א וועלט וואס איז נישט קיין גאולה־חירות, נישט קיין גאולה, נאר א וועלט וואס איז פארבונדן מיט טבע און זי איז פארבונדן מיט עולם הזה און זי איז פארבונדן מיט גלות. און מ'געפינט זיך אין א וועלט פון גלות, מ'דארף דינען דעם אויבערשטן אין טאג־טעגליכן לעבן. אבער אין דעם דארף אריינשיינען דער אור הגאולה. אין דעם געפיל, אין דעם פנימיות, אין דעם דרך, אין דעם הרגש, אין דעם ליכטיקייט וואס האט זיך בזמן פסח ביי אים געשיינט. דער ענין פון חירות און דער ענין פון גאולה. און דאס דארף מען שפעטער אריינפירן אין חיי היום־יום אין חודש אייר, אין די ענינים פון טבע. און לפי זה האט דער רבי געזאגט א מורא'דיגע זאך וואס מ'געפינט אין חודש אייר. ס'ברענגט זיך אין ספרים הקדושים. ברענגט זיך פון בני יששכר. נאך פיל ברענגט זיך פון [לא ברור]. יא, ס'ברענגט זיך אויך פון דעם, פון דעם, פון דעם [לא ברור] ברענגט עס אין זיינע ספרים. ס'ברענגט זיך אין כמה וכמה חסידישע ספרים. אז דער ענין פון אייר, דער ראשי תיבות, אני ה׳ רופאך. וואס איז דער ראשי תיבות פון חודש אייר? אני ה׳ רופאך. לכאורה, וואס איז דער ענין פון דעם ראשי תיבות אני ה׳ רופאך? ס'זאגט דא דער
17:38 [לא ברור]. בכלל, כתוב גם ב[לא ברור], ומובא גם ברמ״א, בשולחן ערוך, באבן העזר, בהלכות גיטין וקידושין, בהלכות גיטין, שאת ״אייר״ כותבים בשתי יו״דים: אל״ף יו״ד יו״ד רי״ש. יש שני ראשי תיבות לאייר. כן, יש ראשי תיבות לאייר, אל״ף יו״ד יו״ד רי״ש, ומובא בספרי הקבלה בכמה מקומות שאייר הוא ראשי תיבות אברהם, יצחק, יעקב, רחל. וזה עניין המרכבה. גם לזה יש מקור, בדומה למה שהגמרא אומרת על ״זיו״, שחודש אייר נקרא גם ״חודש זיו״: ״שבו נולדו זיוותני עולם״, כדברי הגמרא בראש השנה. [לא ברור] נולדו בניסן. מדובר בפסוק שבו גם חודש אייר נקרא ״חודש זיו״. וזה הרמז שאייר מורה על אבות העולם: אברהם, יצחק, יעקב, רחל. אלה ראשי תיבות אחד, כשכותבים בשתי יו״דים. כן, וזה עניין המרכבה, שהאבות הם מרכבה לאלוקות. אבל ראשי התיבות האחרים שמובאים בספרים הם שאייר הוא ראשי תיבות ״אני ה׳ רופאך״. אף שכותבים בשתי יו״דים, יש גם כתיב של המילה אייר ביו״ד אחת, וממילא אפשר לומר גם את ראשי התיבות האלה. וכאן רואים דבר פלא: העניין של ״אני ה׳ רופאך״ קשור דווקא לטבע.
17:38 [לא ברור]. לכלל שטייט אויך אין [לא ברור], ברענגט זיך אויך אין רמ״א, ברענגט זיך אין שולחן ערוך, אין אבן העזר, אין הלכות גיטין, אין קידושין, אין הלכות גיטין. אז דעם אייר שרייבט מען מיט צוויי יודן. אלף יוד יוד ריש. ס'זענען דא צוויי ראשי תיבות אויף אייר. יא, ס'איז דא דער ראשי תיבות פון אייר, אלף יוד יוד ריש. און דאס ברענגט זיך אראפ אין ספרי קבלה אין כמה מקומות. אז אייר איז ראשי תיבות אברהם, יצחק, יעקב, רחל. און דאס איז דער ענין המרכבה. דאס האט אויך א מקור, ענליך צו דעם וואס די גמרא זאגט אז, אז, אז זיו, ברענגט פאר אז דער ענין פון אייר הייסט אויך חודש זיו. יא, שבו נולדו זיותני עולם, די גמרא אין ראש השנה. [לא ברור] געבוירן אין ניסן. עס רעדט זיך אין דעם, אין א פסוק וואס אויך אויף פיקן דעם חודש זיו, שטייט גאר אויך חודש אייר. און דאס איז דער רמז אז אייר גייט אויף די אבות העולם, אברהם, יצחק, יעקב, רחל. דאס איז איין ראשי תיבות, אבער מיט צוויי יודן. יא, אבער דאס איז דער מרכבה, וואס די אבות זענען א מרכבה, דער מרכבה פון געטליכקייט. אבער דער אנדער ראשי תיבות ברענגט זיך אין ספרים, איז דער ענין אז אייר איז ראשי תיבות אני ה׳ רופאך. הגם אז מ'שרייבט מיט צוויי יודן, אבער אויך אויף פיקן, דאס ווארט אייר האלט זיך מיט איין יוד. איז במילא קען מען זאגן דעם ראשי תיבות אויך. און דא זעט מען א דבר פלא. דער ענין פון אני ה׳ רופאך איז דווקא פארבונדן מיט טבע.
19:00 מה אמרתי קודם? על דרך מה ש[לא ברור] אומר: למה אומרים פרקי אבות? כי אז יש עניין של גסות החומריות, גסות החומר. גסות החומריות, גסות החומר. וזה גורם, רחמנא ליצלן, למחלה רוחנית. כן, כשיש, רחמנא ליצלן, מחלה בגשמיות, יש גם עניין של מחלה שעליו אומרת הגמרא: ״חולי זה יצר הרע, חולי זה העין, חולי זה הלב״. ידועה הגמרא שאומרת שם כמה וכמה עניינים. ״חולי״ מורה על עניינים של היצר הרע, שמביא את מחלות הנפש. ועל כך ישנו העניין של פרקי אבות, ״אני ה׳ רופאך״ — שהוא ירפא את זה. אבל על דרך זה מובא בספרים גם בנוגע לרפואה בגשמיות, שחודש אייר הוא חודש מסוגל לענייני רפואה. אבל מכך שאומרים שצריך רפואה, מובן שיש מחלה, וממילא צריך רפואה. כלומר, מצד המצב של חודש אייר, שהוא מצב שבו נופלים לתוך העולם ולתוך הגלות, ממילא יש, רחמנא ליצלן, עניינים של חולי, בגוף או בנפש, ולכן זקוקים לרפואה. בחודש ניסן היהודי עומד למעלה מכל העניינים של גלות, של חושך ושל חולי; מלכתחילה לא היו הדברים האלה. אבל כשמגיע חודש אייר, זקוקים לרפואה. ויחד עם זה,
19:00 וואס האב איך פריער געזאגט? על דרך ווי [לא ברור] זאגט, אז פארוואס זאגט מען פרקי אבות? ווייל דעמאלט איז דא דער ענין פון די גסות החומריות, גסות החומר. די גסות החומריות, די גסות החומר. און דאס איז גורם וואס אויבן, רחמנא ליצלן, דער ענין פון מחלה רוחנית. יא, אז אויב איז דא, רחמנא ליצלן, מחלה בגשמיות, איז דא דער ענין פון מחלה, וואס די גמרא זאגט: חולי זה יצר הרע, חולי זה העין, חולי זה הלב. יא, באוואוסט די גמרא, וואס די גמרא זאגט דארטן כמה וכמה ענינים. וואס חולי באווייזט אויף ענינים פון דעם יצר הרע וואס ער ברענגט אריין די מחלות הנפש. און אויף דעם איז פאראן דער ענין פון פרקי אבות, אני ה׳ רופאך, ער זאל מרפא זיין דאס. אבער על דרך זה ברענגט זיך אין ספרים אין די גאולה אפילו בגשמיות. אז חודש אייר איז א חודש מסוגל אויף עניני רפואה. אבער פון דעם וואס מ'זאגט אז מ'דארף א רפואה, איז דא פארשטאנדליך אז עס איז דא א מחלה. און במילא דארף מען א רפואה. דאס הייסט אז מצד דעם מצב פון חודש אייר, דאס איז א מצב וואס מ'פאלט אריין אין וועלט און אין גלות, איז במילא פאראן דער ענין, רחמנא ליצלן, ענינים פון חולי, אדער בגוף אדער בנפש. און במילא דארף מען אנקומען צו רפואה. אין חודש ניסן שטייט דער איד העכער פון די גאנצע ענינים פון גלות און פון, פון, פון חושך און פון חולי, וואס מ'האט תחילה נישט דא געהאט, אבער אז עס קומט זיין חודש אייר דארף מען אנקומען צו רפואה. אבער יחד עם זה,
20:24 מה הם ראשי התיבות? ״אני ה׳ רופאך״. הקדוש ברוך הוא הוא הרופא האמיתי שלנו. מהו העניין של ״אני ה׳ רופאך״? כפי שמבואר בחסידות, כמו שאמרנו, מוצאים שיש כמה אופנים ברפואה. יש רפואה שעל ידי בשר ודם, על דרך מה שנאמר ״ורפא ירפא״, שניתנה רשות לרופא לרפאות. זו רפואה שבאה על ידי בשר ודם. על דרך זה יש כמה פסוקים שמדברים על רפואה שבאה על ידי שליח, על ידי בשר ודם. לעומת זאת, כאן נאמר בפסוק: ״כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ה׳ רופאך״. ומובא — שלכאורה, הרי כבר מדובר על כך בנגלה — שיש רפואה על ידי הקדוש ברוך הוא ויש רפואה על ידי בשר ודם. ברפואה על ידי בשר ודם, אפילו לאחר שהאדם מבריא, נשארת תמיד איזושהי שייכות למחלה, רחמנא ליצלן; נשאר סימן, נשאר רושם. הוא היה חולה והבריא. אדם, רחמנא ליצלן, עבר מצב קשה, ואף שלאחר מכן, ברוך השם, הבריא באמצעות טיפול מסוים ותרופה מסוימת, בכל זאת נשאר תמיד איזה סימן מהמחלה, איזה רושם. מה שאין כן כשהרפואה היא על ידי הקדוש ברוך הוא, אז זו רפואה כזו שהמחלה היא כלא הייתה, כאילו מעולם לא הייתה מחלה כלל. זהו ״אני ה׳ רופאך״, וזהו הדיוק במה שאומרים: ״אני
20:24 וואס איז די ראשי תיבות? אני ה׳ רופאך. דער אויבערשטער איז אונזער אמת׳ער רופא. וואס איז דער ענין פון אני ה׳ רופאך? אזוי ווי עס ווערט מבואר אין חסידות, אזוי ווי מיר האבן געזאגט, אז מען געפינט אז אין רפואה זענען דא כמה אופנים אין רפואה. ס׳איז דא א רפואה וואס איז על ידי בשר ודם, על דרך וואס עס שטייט ״ורפא ירפא״, שניתנה רשות לרופא לרפאות. דאס איז א רפואה וואס קומט על ידי בשר ודם. על דרך זה זענען דא כמה פסוקים וואס רעדן פון א רפואה וואס קומט על ידי א שליח, על ידי בשר ודם. דאקעגן איז דא וואס עס שטייט דא אין פסוק: ״כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ה׳ רופאך״. איז ברענגט זיך, איז פארוואס, לכאורה, ס׳דאך אין נגלה שוין גערעדט וועגן דעם, אז ס׳איז דא רפואה על ידי הקדוש ברוך הוא, און ס׳איז דא רפואה על ידי בשר ודם. רפואה על ידי בשר ודם איז אז אפילו נאכדעם וואס ער ווערט געזונט, בלייבט אלעמאל א שייכות, רחמנא ליצלן; בלייבט א צייכן, בלייבט א רושם. ער איז געווען קראנק און איז געווארן געזונט. א מענטש, רחמנא ליצלן, איז דורכגעגאנגען א שווערע מצב, און אפילו שפעטער איז ער, ברוך השם, דורך א רפואה פלונית און א סם פלוני, געווארן געזונט, איז אבער ס׳בלייבט איבער שטענדיג עפעס א צייכן פון דער מחלה, עפעס א רושם. מה שאין כן בשעת די רפואה איז על ידי הקדוש ברוך הוא, איז דעמאלט א רפואה כזו, אז כלא היה, אז ס׳איז קיינמאל נישט געווען קיין מחלה בכלל. דאס איז ״אני ה׳ רופאך״, און דאס איז דער דיוק אין דעם וואס מען זאגט: אני
22:00 ה׳ רופאך״. קוראים זאת בקריאה של שביעי של פסח, בהמשך לשירת הים. נאמר: ״כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ה׳ רופאך״. הפירוש של ״אני ה׳ רופאך״ הוא שכשהרפואה באה מ״אני הוי׳״ — יו״ד ק״י וי״ו ק״י, שם הרחמים; יו״ד ק״י וי״ו ק״י, השם שלמעלה מהטבע, למעלה מהעולם — אז הרפואה היא באופן כזה שמלכתחילה אין מחלה, היא כלא הייתה, כאילו מעולם לא היה חולה. וזו רפואה אמיתית. אם כן, מה שומעים מכאן? אנחנו עוסקים כעת בחודש אייר, שהוא זמן של טבע, ובטבע יש, רחמנא ליצלן, עניין של מחלה בגשמיות וברוחניות. ואף על פי כן מדגישים: מהם ראשי התיבות? ראשי התיבות הם ״אני ה׳ רופאך״. כלומר, וזוהי הברכה שניסן מכניס באייר: כשהאדם בא מחודש ניסן ומתחבר למדרגת הנס, למדרגה של יו״ד ק״י וי״ו ק״י, שם הוי׳ שלמעלה מהטבע, הוא עומד במצב של גאולה. ולכן, בחודש ניסן מבורכים. את הברכה הזאת מכניסים לחודש אייר: שהרפואה שתבוא באייר, הן ברוחניות, באמצעות פרקי אבות והעבודה שהאדם עובד על עצמו בתיקון המידות, כדי שלא יהיו לו, רחמנא ליצלן, מחלות הנפש, והן
22:00 ה׳ רופאך. מען ליינט דאס דא אין דער קריאה פון שביעי של פסח, בהמשך צו שירת הים. זאגט מען: ״כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ה׳ רופאך״. דער פשט אין ״אני ה׳ רופאך״ איז אז בשעת ס׳קומט די רפואה פון אני הוי׳, דאס איז יו״ד ק״י וי״ו ק״י, דאס איז דער שם פון רחמים. יו״ד ק״י וי״ו ק״י, דער שם וואס איז העכער פון טבע, העכער פון עולם, איז דעמאלט די רפואה באופן כזה, אז מלכתחילה איז נישט דא קיין מחלה, כלא היה, אז ער איז קיינמאל נישט געווען קראנק. און דעמאלט איז דאס א רפואה אמיתית. איז במילא וואס הערט מען דא? אז מיר האלטן דא און רעדן וועגן חודש אייר, וואס איז א זמן פון טבע, און אין טבע איז דא, רחמנא ליצלן, אן ענין פון מחלה, בגשמיות און ברוחניות. און אפילו הכי איז מען מדגיש אז וואס איז די ראשי תיבות? די ראשי תיבות איז ״אני ה׳ רופאך״. דאס הייסט ווי באלד, און דאס איז די ברכה וואס ניסן גיט אריין אין אייר. בשעת ער קומט פון חודש ניסן און ער פארבינדט זיך מיט דער מדרגה פון נס, מיט דער מדרגה פון יו״ד ק״י וי״ו ק״י, שם הוי׳ שלמעלה מטבע, שטייט אין א מצב פון גאולה. און דעריבער, וועגן חודש ניסן, דעמאלט איז מען מבורך. דעם חודש אייר גיט מען אריין א ברכה אין דעם ענין פון חודש אייר, אז די רפואה וואס וועט קומען אין אייר, סיי דעם פונקט ברוחניות דורך פרקי אבות און דורך די עבודה וואס א מענטש ארבעט אויף זיך, אויף תיקון המדות, אויף אז מען זאל נישט האבן, רחמנא ליצלן, די מחלות הנפש, און
23:21 בעניינים הנוגעים לגוף, לבריאות ולרפואה — שהרפואה לא תהיה באופן שנשאר איזה סימן ורושם, כמו ברפואה שבאה מבשר ודם. אלא אדרבה, שתהיה זו רפואה כזו שמתבטאת בכך שמעולם לא הייתה מחלה; שהוא יהפוך את המצב עד שהמחלה תהיה כלא הייתה, כאילו מעולם לא היה חולה כלל. וזה קשור גם למה שכתוב בחסידות על ההבדל בין העבודה של חודש ניסן לעבודה של חודש אייר, בין החודש הראשון לחודש השני: בחודש ניסן העבודה היא באופן של אתכפיא, ״כי ברח העם״, כמו שבורחים ממצרים. הוא ברח. מה קרה עם מצרים? ברחו ממצרים. אבל זו עדיין לא עבודה באופן של להפוך, אתהפכא. וכאן נאמר שזהו עניינה של ספירת העומר, החודש השני, חודש אייר: אז אין רק בריחה ממצרים, אלא יש אתהפכא, להפוך. להפוך את הרע, להפוך את המידות. וזה בכלל עניינה של ספירת העומר, שהאדם עובד על מידותיו ומזכך אותן. ואז הדבר נעשה באופן כזה ש[לא ברור], והוא היה חולה. וזה גם הקשר לראשי התיבות השניים, שהם
23:21 סיי די ענינים, ווען עס דארף אנקומען צו עניני הגוף, עניני בריאות, עניני רפואה, עניני הגוף, זאל די רפואה זיין נישט באופן אז עס בלייבט עפעס, עפעס א צייכן און א רושם, ווייל דאס איז די רפואה וואס קומט פון בשר ודם. נאר אדרבה, דאס איז די רפואה וואס איז אזא סארט רפואה, וואס דריקט זיך אויס אין דעם אז ס׳איז קיינמאל נישט געווען קיין מחלה; אז ער וועט עס אזוי איבערמאכן, דעם מצב, אז כלא היה, אז ער איז קיינמאל נישט געווען קראנק בכלל. און דאס איז פארבונדן אויך מיט דעם וואס עס שטייט אין חסידות, אז דער חילוק צווישן עבודה פון חודש ניסן און עבודה פון חודש אייר, חודש הראשון און חודש השני, אז אין חודש ניסן איז דאס די עבודה באופן של אתכפיא, כי ברח העם, ווי מען לויפט פון מצרים. ער האט געלאפן. וואס איז געשען מיט מצרים? מען איז אוועגגעלאפן פון מצרים. אבער דאס איז נאך נישט די עבודה באופן פון איבערמאכן, אתהפכא. וואו דא שטייט אז דאס איז דער ענין פון ספירת העומר, דער צווייטער חודש, חודש אייר, וואו דעמאלט איז דער ענין וואס נישט נאר ס׳איז דא די בריחה פון מצרים, נאר ס׳איז דא אתהפכא, איבערמאכן. איבערמאכן דעם רע, איבערמאכן די מדות. וואו דאס איז בכלל דער ענין פון ספירת העומר, וואס א מענטש ארבעט איבער זיינע מדות און ער מזכך זיינע מדות. און דעמאלט ווערט דאס באופן כזה, וואס [לא ברור], און איז געווען קראנק. און דאס איז דער קשר אויך מיט דעם צווייטן ראשי תיבות וואס איז דער
24:41 חודש אייר — אברהם, יצחק, יעקב, רחל — אלו ראשי התיבות של אייר. האבות הן הן המרכבה. בכלל, כשמדברים על מרכבה, מגיעים למדרגה נעלית יותר. האבות הן הן המרכבה, כפי שנאמר. האבות היו מרכבה לאלוקות, כי אדמו"ר הזקן כותב בתניא שאצל האבות זה היה ״כל ימיהם לעולם״. הקשר שלהם עם הקדוש ברוך הוא מעולם לא פסק, וכל איבריהם היו תמיד קדושים ומובדלים, מסורים לקדוש ברוך הוא. וכשמגיע חודש אייר, שראשי התיבות שלו הם אברהם, יצחק, יעקב, רחל, כל יהודי יכול להתרומם בזכות ההכנה שהייתה לו בחודש ניסן. אז נעשה החודש לחודש זיו, זיו האילנות; הוא מתחבר לאבות הקדושים, ואצל כל יהודי מאירה הארה מבחינת האבות. וזה פועל שאצל כל יהודי יוכל להיות עניין המרכבה, כמובן כל אחד לפי מדרגתו. הוא יכול להיות מרכבה לאלוקות, מרכבה לקדוש ברוך הוא. מה פירוש להיות מרכבה לאלוקות, במילים פשוטות, לאנשים פשוטים, אנשים כערכנו? על כך סיפר הרבי פעם סיפור, המובא באגרות של אדמו"ר הרש"ב: פעם ראו את אדמו"ר הרש"ב נוטל ידיים לסעודה. אדמו"ר הרש"ב נהג ליטול ידיים בדרך מיוחדת: הוא נטל כל יד שלוש פעמים, ולאחר הנטילה לקח מגבת. יש עניין מיוחד באופן שבו אדמו"ר הרש"ב
24:41 חודש אייר, פון אברהם, יצחק, יעקב, רחל — דאס זענען די ראשי תיבות פון אייר. די אבות הן הן המרכבה. בכלל, ווען מיר רעדן פון א מרכבה, קומט מען אויף א העכערע מדרגה. די אבות הן הן המרכבה, ווי ס׳שטייט. אז די אבות זענען געווען א מרכבה צו געטליכקייט, ווייל דער אלטער רבי שרייבט אין תניא, אז ביי די אבות איז דאס געווען כל ימיהם לעולם. ס׳האט קיינמאל נישט מפסיק געווען דאס פארבונדנקייט מיטן הקדוש ברוך הוא. און כל אבריהם זענען געווען שטענדיג קדושים ומובדלים, איבערגעגעבן צום אויבערשטן. קומט צו גיין חודש אייר, מיט דעם אין די ראשי תיבות, אברהם, יצחק, יעקב, רחל, אז יעדער איד קען זיך אויפשטעלן דורך דעם וואס ביי אים איז געווען די הכנה פון חודש ניסן. דעמאלט ווערט דער חודש זיו, זיו האילנות; ער פארבינדט זיך מיט די אבות הקדושים, און עס ווערט ביי יעדן איד שיינט אריין אן הארה פון דער בחינה פון די אבות. און דאס פעלט, אז ביי יעדן איד זאל קענען זיין דער ענין פון מרכבה, כמובן כל אחד לפי מדריגתו. ער קען זיין א מרכבה צו געטליכקייט, א מרכבה צום אויבערשטן. וואס מיינט דאס אין פשוטע ווערטער, זיין א מרכבה צו געטליכקייט פאר אנשים פשוטים, אנשים כערכנו? איז אויף דעם האט דער רבי אמאל דערציילט א מעשה, וואס מ׳דערציילט אין די אגרות פונעם רבי רש״ב: אז ס׳איז געווען אמאל ביים רבי רש״ב, האט מען געזען ווי ער וואשט זיך נעגל־וואסער, נטילת ידים לסעודה. איז דער רבי רש״ב געגאנגען לויט זיין מנהג, א ספעציעלן מנהג ווי אזוי ער האט געוואשן נטילת ידים: אז ער האט געוואשן דריי מאל יעדע האנט, און געוואשן זיך און גענומען א האנטוך. ס׳איז א ספעציעלער ענין ווי אזוי דער רבי רש״ב
26:11 נטל ידיים. אבל כשחסידים ראו זאת, היה זה חידוש בעיניהם, כי מהשולחן ערוך לא משמע שצריך לעשות כך בנטילת ידיים. זה היה חידוש. אחר כך שאל אחד החסידים את אדמו"ר הרש"ב מה המקור למנהג הזה. אדמו"ר הרש"ב אמר לו אז שאינו זוכר כעת בבירור את המקור המדויק לפרטיו, אבל לפני הבר־מצווה שלו, כשהיה בן שתים עשרה, אמר לו אביו, אדמו"ר המהר"ש, שלפני הבר־מצווה צריך להרגיל את הגוף להיות מרכבה לשולחן ערוך. כך הייתה הלשון: צריך להרגיל את הגוף שיהיה מרכבה לשולחן ערוך. ומאז התחיל לעבוד על עצמו, להרגיל את הגוף, את כל איבר, לקיים את השולחן ערוך כפי שצריך לקיימו. וממילא ידע שבוודאי יש מקור לאופן שבו הוא נוהג, לאחר שהרגיל לכך את גופו. כעבור זמן קצר הוא חזר ואמר מה המקור לנטילת כל יד שלוש פעמים: יש הגהות אשרי, ויש [לא ברור] במסכת תמיד. אבל זהו פרט העניין, מהיכן נלקח המקור. והרבי סיפר את הסיפור בהתוועדות של שבת מברכים חודש אייר, והדגיש מתוכו את
26:11 האט געוואשן נטילת ידים. אבער די חסידים, ווען מ׳האט עס געזען, איז דאס געווען א חידוש, ווייל אין שולחן ערוך איז נישט משמע מ׳דארף מאכן דעם ענין אין נטילת ידים. ס׳איז געווען א חידוש. שפעטער האט מען געפרעגט, איינער פון די חסידים האט געפרעגט דעם רבי רש״ב וואס איז דער מקור פון דעם מנהג. און דער רבי רש״ב האט געזאגט אים דעמאלט, אז איצט געדענקט ער נישט קלאר פונקט דעם מקור ובפרטיות, אבער אז פאר זיין בר מצוה, ווען ער איז געווען צוועלף יאר אלט, האט אים זיין טאטע געזאגט, דער רבי מהר״ש, אז פאר דער בר מצוה דארף מען מרגיל זיין דעם גוף, אז ער זאל זיין א מרכבה צום שולחן ערוך. אזוי איז געווען דער לשון. מ׳דארף צוגעוואוינען דעם גוף אז ער זאל ווערן א מרכבה צום שולחן ערוך. און פון דעמאלט האט ער אנגעהויבן ארבעטן אויף זיך, צוגעוואוינען דעם גוף, יעדן אבר, אז ער זאל מקיים זיין דעם שולחן ערוך ווי ס׳דארף עס מקיים זיין. און ממילא ווייסט ער אז זיכער דאס וואס ער מאכט אזוי די הנהגות, אז ער האט צוגעוואוינט דעם גוף, ווייסט ער אז ס׳איז דא דער מקור. שפעטער, מיט א קורצע צייט שפעטער, איז ער צוריקגעקומען און האט געזאגט וואס איז דער מקור אויף דעם ענין פון דריי מאל וואשן יעדע האנט. אז יא, ס׳איז דא הגהות אשרי, ס׳איז דא [לא ברור] אין מסכת תמיד. יא, אבער דאס איז דער פרט ענין פון וואו מען האט גענומען דעם מקור. און דער רבי האט אין א פארברענגען פון שבת מברכים חודש אייר דערציילט דעם סיפור און געברענגט ארויס פון דעם די
27:29 הנקודה הקשורה לזמן. כשעומדים בשבת מברכים חודש אייר ואומרים שראשי התיבות הם אברהם, יצחק, יעקב, רחל — המרכבה העליונה של האבות הקדושים והאמהות — זה הזמן שבו תובעים מיהודים: יהודי שחג הפסח עבר עליו, שהייתה לו ההכנה לפסח, ושעבר את חודש ניסן, חודש של גאולה, אפשר לתבוע ממנו שיהיה מרכבה לשולחן ערוך. שבכל הנהגה ובכל פרט, בכל מחשבה, דיבור ומעשה, יהיה רגיל להרגיל את גופו לציית ולעשות כפי שכתוב בשולחן ערוך. וזהו הזמן של חודש אייר. והרבי מסיים, שהדבר אכן יעזור לכך שכאשר עומדים בימים נעלים כאלה של חודש ניסן, וסמוכים לשבת מברכים חודש אייר, שבה מברכים את חודש אייר, תבוא מיד הגאולה. שהארת הגאולה של חודש ניסן תאיר בחיי היום־יום. שהימים יהיו מיד ימים מוארים, ימים של גאולה. וכמו הלשון הידועה שאומרים בהגדה של פסח: ״כל ימי חייך להביא לימות המשיח״. וכפי הפירוש הידוע שהרבי היה מפרש: ״כל ימי חייך״ — שכל החיים של יהודי הם ״להביא לימות המשיח״. שבכל פרט בחיים יאיר עניין זה, והחיים יהיו חדורים ב״להביא לימות המשיח״, ושנזכה
27:29 נקודה, פארבונדן מיטן זמן. ווען מ׳שטייט שבת מברכים חודש אייר, און מ׳זאגט אז די ראשי תיבות איז אברהם, יצחק, יעקב, רחל, די מרכבה עליונה, פון די אבות הקדושים מיט די אמהות, איז דאס דער זמן וואס מ׳מאנט ארויס ביי אידן: אז דער איד וואס ביי אים איז געווען חג הפסח, וואס ביי אים איז געווען די הכנה של פסח, און ער איז דורכגעגאנגען חודש ניסן, חודש של גאולה, איז ממילא קען מען מאנען ביי אים ער זאל ווערן א מרכבה צום שולחן ערוך. אז אין יעדע הנהגה און יעדן פרט, אין יעדע מחשבה, דיבור ומעשה, זאל ביי אים זיין דער רגילות, ער זאל מרגיל זיין דעם גוף, צוגעוואוינען דעם גוף ער זאל פאלגן און טאן ווי ס׳שטייט אין שולחן ערוך. און דאס איז דער זמן פון חודש אייר. און דער רבי איז מסיים, דאס זאל טאקע העלפן, אז שטייענדיג אין אזעלכע הויכע טעג פון חודש ניסן, און מ׳שטייט נאנט צו שבת מברכים פון חודש אייר, וואס מ׳מברך דעם חודש אייר, זאל תיכף זיין די גאולה. די הארה פון גאולה פון חודש ניסן זאל לייכטן אין חיי יום־יום. אז ס׳זאלן ווערן תיכף די ימים ליכטיגע טעג, ימים של גאולה. און ווי דער לשון הידוע וואס מ׳זאגט אין דער הגדה של פסח: ״כל ימי חייך להביא לימות המשיח״. און ווי דער טייטש הידוע וואס דער רבי פלעגט טייטשן, אז ״כל ימי חייך״, אז דער גאנצער לעבן פון אידן איז ״להביא לימות המשיח״. אז אין יעדן פרט פון לעבן זאל לייכטן און זיין דורכגעוועבט מיט דעם ״להביא לימות המשיח״, און מ׳זאל
28:56 לחיות בגאולה בחיי היום־יום. ושנזכה מיד לגאולה השלימה במהרה בימינו, אמן.
28:56 לעבן אין גאולה, אין חיי יום־יום. און ס׳זאל תיכף זוכה זיין צו דער גאולה שלימה במהרה בימינו אמן.