תמלולי פודקאסטים · חב"ד Englishחב"דפדיה

לעבן חסידות · פרק 251 · 2026-10-28 · 25:23

פרשת וירא תשפ״ז "צחוק עשה לי אלוקים" - פארוואס האבן אברהם און שרה געלאכט

תיאור הפרק

*רמב״ן ואור החיים הקדוש פרשתינו יח,יד *תורה אור פרשת תולדות *לקוטי שיחות חלק ט״ז וארא א *שיחת לך לך תשכ״ה

תמלול אוטומטי מהשמע, ותרגום מכונה לעברית. קישורים לחב"דפדיה נוספו אוטומטית.

00:00 אדמו"ר הריי"צ סיפר במכתב סיפור שהתרחש בימי הבעל שם טוב הקדוש. פעם, באחת השבתות אצל הבעל שם טוב, הגיעו אליו אנשים רבים מכל הסביבה. רבים מהם היו יהודים פשוטים: אנשים שעבדו בשדות, בעלי עגלות, יהודים פשוטים מאוד. הם שהו אצל הבעל שם טוב בשבת. הייתה זו שבת מיוחדת, עם קהל גדול. בליל שבת באו כולם לשולחן, לסעודה אצל הבעל שם טוב הקדוש. הבעל שם טוב קירב מאוד את האנשים הפשוטים. תלמידיו הקדושים, הצדיקים, תלמידיו הגדולים של הבעל שם טוב, שנקראו ״החבריא קדישא״, התפלאו מאוד על כך שהבעל שם טוב מקרב כל כך את האנשים הפשוטים. הוא נתן להם לשתות יין מכוסו שלו ולומר לחיים, נתן להם לאכול מהחלות שלו, והראה להם קירוב מיוחד מאוד. כל זה היה בסעודת ליל שבת. ביום השבת ישב הבעל שם טוב רק עם תלמידי החבריא קדישא, תלמידיו הגדולים. כל האחרים, האנשים הפשוטים, נשארו בבית הכנסת, בבית המדרש, ואמרו תהילים וכו׳. התלמידים לא אמרו דבר, אבל כמה מהם חשבו בליבם: אה, עכשיו הרבה יותר נעים. הבעל שם טוב יושב רק איתם ויכול לדבר איתם על עניינים עמוקים בתורה. ולגבי כל ההמולה שהייתה אתמול עם כל האנשים הפשוטים, הייתה להם בליבם תחושה:

00:00 דער פריערדיקער רבי האט דערציילט אין א בריוו א סיפור וואס האט פאסירט אין די צייטן פון דעם הייליגן בעל שם טוב. אמאל איז געווען אין די צייטן אזא צייט ביים הייליגן בעל שם טוב, א שבת. עס זענען געקומען צו גיין אסאך מענטשן פון ארום און ארום. אסאך אידן זענען געווען אנשים פשוטים, מענטשן וואס ארבעטן אין די פעלדער, בעלי עגלות, גאר פשוטע, פראסטע אידן. זיי זענען געווען ביים בעל שם טוב אויף שבת. עס האט זיך געטון א גרויסער, ס׳איז געווען א גרויסער שבת. פרייטאג צו נאכט זענען אלע געקומען צום טיש, צו דער סעודה ביים הייליגן בעל שם טוב. און דער בעל שם טוב האט שטארק מקרב געווען אנשים פשוטים. די תלמידים, די הייליגע, די צדיקים, די גרויסע תלמידי הבעל שם טוב, די חבריא קדישא, ווי מען פלעגט זיי רופן, האבן זיך שטארק געוואונדערט אויף דעם וואס דער בעל שם טוב האט זייער שטארק מקרב געווען אנשים פשוטים. ער האט זיי געגעבן פון זיין אייגענעם בעכער צו טרינקען וויין, זאגן לחיים. ער האט זיי געגעבן פון זיינע חלות צו עסן. און ער האט זיי באוויזן זייער א ספעציעלן קירוב. דאס איז אלץ געווען אין דער סעודה פון פרייטאג צו נאכט. שבת ביי טאג איז דעמאלט דער בעל שם טוב געזעסן נאר מיט די תלמידים פון דער חבריא קדישא, די גרויסע תלמידים. די אלע אנדערע, די אנשים פשוטים, זענען געבליבן אין שול, אין בית מדרש, זאגן תהילים וכולי. די תלמידים האבן ביי זיך, זיי האבן גארנישט געזאגט, אבער ביי זיך אין הארצן האבן כמה פון די תלמידים געטראכט: אה, איצט איז אסאך געשמאקער. דער בעל שם טוב זיצט נאר מיט זיי, קען רעדן צו זיי טיפע תורה־געדאנקען. און נעכטן, דער גאנצער בלגן וואס איז געווען מיט די אלע אנשים פשוטים, איז עפעס געווען ביי זיך

01:47 למה הבעל שם טוב נותן להם מקום רב כל כך? אבל זה היה בראשית דרכו של הבעל שם טוב, כשעדיין לא הכירו את שיטת הבעל שם טוב בכל העניין של אהבת ישראל. ואדמו"ר הריי"צ סיפר באריכות את פרטי הסיפור. הסיפור כבר נדפס בקובץ תהילים, בסוף ספר התהילים ״אהל יוסף יצחק״. שם מובא הסיפור באריכות: איך הבעל שם טוב הורה להם לשיר ניגון בבית המדרש, ובשעה ששרו את הניגון ביקש שיניחו את ידיהם זה על זה, והניח את ידיו הקדושות על שני התלמידים שישבו לידו. ביניהם היה המגיד ממעזריטש. וכשעצמו את עיניהם ראו מחזה: האנשים הפשוטים אומרים תהילים בחמימות ומכל הלב, ומדי פעם אומרים: ״הוי, אבא קדוש, אבא קדוש, אבא רחום״. הם הרגישו עד כדי כלות הנפש כשראו את התענוג האלוקי שבאמירת התהילים הפשוטה של אותם אנשים פשוטים. כשסיימו לשיר את הניגון, הסירו את ידיהם ופקחו את עיניהם, אמר הבעל שם טוב לתלמידים: אה, אם לנו, אנשים כערכנו, המלובשים בגוף, יש תענוג כזה כשמרגישים את האמת שבפרק תהילים פשוט שאומר יהודי פשוט

01:47 געווען א געפיל: פארוואס דער בעל שם טוב גיט אזוי פיל ארט פאר זיי? אבער דאס איז געווען א ראשית דקה פון בעל שם טוב, וואס מען האט נאך נישט געקענט, די שיטת הבעל שם טוב אין דעם גאנצן ענין פון אהבת ישראל. און נאך, דער פריערדיקער רבי האט דערציילט באריכות די פרטי הסיפור. דער סיפור איז שוין אנגעדרוקט אין קובץ תהילים, סוף פון די תהילים פון אהל יוסף יצחק. דארט האט מען דעם סיפור באריכות, ווי דער בעל שם טוב האט געהייסן מיט זיי זינגען א ניגון אין בית המדרש. און בשעת מען האט דעם ניגון געזונגען, האט דער בעל שם טוב געבעטן לייגן די הענט איינער אויף דעם אנדערן, און געלייגט זיינע הייליגע הענט אויף די צוויי תלמידים וואס זענען געזעסן לעבן אים. צווישן זיי איז געווען דער מעזריטשער מגיד. און בשעת זיי האבן פארמאכט די אויגן, האבן זיי געזען דעם מחזה, ווי זיי, די אנשים פשוטים, זאגן תהילים מיט א ווארעמקייט און א הארציגקייט. און ווי זיי זאגן אינמיטן: היי, הייליגער טאטע, הייליגער פאטער, דער בארמהארציגער פאטער. און זיי האבן ביי זיך אזוי ממש געהאט כלות הנפש פון דעם, פון זען דעם תענוג אלוקי פון דער פשוטער אמירה פון תהילים פון די דאזיקע אנשים פשוטים. בשעת מען האט געענדיגט זינגען דעם ניגון און אוועקגענומען די הענט און מען האט אויפגעעפנט די אויגן, האט דער בעל שם טוב געזאגט צו די תלמידים: אה, וואס וואלט געווען, אז מיר, די אנשים כערכנו, וואס מיר זענען מענטשן וואס זענען אנגעטון אין א גוף, איז ביי אונז פאראן אזא תענוג בשעת מען פילט דעם אמת פון א פשוטן קאפיטל תהילים, פון א פשוטן אידן, וואס

03:15 בחמימות — והרי זו מעלתם של בעלי תשובה על צדיקים, ש״במקום שבעלי תשובה עומדים, צדיקים גמורים אינם יכולים לעמוד״; הלב הנשבר שיש לבעל תשובה הוא מעלתם של אנשים פשוטים — כל שכן וקל וחומר שהקב״ה, שהוא האמת לאמיתו, בוודאי יודע להעריך עוד יותר את עבודתם של האנשים הפשוטים באמירת תהילים פשוטה. ועוד מספר אדמו"ר הריי"צ בהמשך המכתב דבר מעניין מאוד. הוא מספר מה שאמר אדמו"ר הזקן, ששמע מהמגיד ממעזריטש: אחרי המעשה הזה היה המגיד שבור מאוד בליבו. איך ייתכן שהוא הרהר וחשב מחשבה כזאת על רבו בזמן המעשה, מחשבה שהייתה לכאורה בניגוד לדעתו הקדושה של הבעל שם טוב? עצם הדבר הזה שבר אותו. הוא הצטער מאוד וניסה לעשות כל מיני תיקוני תשובה. עד שפעם אחת היה לו חזיון לילה. בחזיון ראה את עצמו בגן עדן, מסתובב בעולם העליון. בין ההיכלות שעבר בהם וראה, נכנס להיכל בגן עדן. ישבה שם חבורה שלמה של ילדים קטנים, תינוקות של בית רבן. והבעל שם טוב הקדוש — לא, סליחה, משה רבינו — היה המלמד. הם למדו יחד חומש. משה רבינו

03:15 ער זאגט דאס מיט א ווארעמקייט. אז דאס איז די מעלה פון בעלי תשובה איבער צדיקים, וואס במקום שבעלי תשובה עומדים, צדיקים גמורים אין יכולים לעמוד. די צובראכנקייט וואס פאראן ביים בעל תשובה, דאס איז די מעלה פון אנשים פשוטים. כל שכן וקל וחומר דער אויבערשטער, וואס ער איז דער אמת לאמיתו, ער ווייסט זיכער צו שעצן זיך מער פון דער עבודה פון דער פשוטער אמירה פון תהילים פון די אנשים פשוטים. און נאך דערציילט דער פריערדיקער רבי אין דעם המשך המכתב זייער אן אינטערעסאנטע זאך. דא דערציילט ער וואס דער אלטער רבי האט געזאגט, וואס ער האט געהערט פון דעם מעזריטשער מגיד, אז ער איז געווען זייער צובראכן ביי זיך נאך דעם סיפור. ווי קומט דאס אז ער האט מהרהר געווען, אז ער האט געטראכט וואס ער האט געהאט אזא מחשבה אויף זיין רבי, צייט פון דעם מעשה, וואס ער האט געטראכט אויף זיין רבי און געטראכט אויף אזעלכע ענינים, וואס האט געהאט כאילו עפעס א מחשבה בניגוד צו דער דעה הקדושה פון דעם בעל שם טוב. דאס אליין האט אים צובראכן. ער איז געווען זייער ביטער ביי זיך, געפרואווט מאכן כל מיני תיקוני תשובה. און ביז איין מאל האט ער געהאט א חזיון לילה. און אין דעם חזיון לילה איז ער געווען אין גן עדן און האט זיך געדרייט אין עולם העליון. און צווישן די היכלות וואס ער איז געגאנגען שפאצירן און זען, איז ער אריינגעגאנגען אין א היכל אין גן עדן. זענען דארטן געזעסן א גאנצע חבורה פון קליינע קינדער, תינוקות של בית רבן. און דער הייליגער בעל שם טוב — ניין, אנטשולדיגט, משה רבינו — איז געווען דער מלמד. זיי האבן געלערנט חומש צוזאמען. משה רבינו

04:51 ישב עם ילדים קטנים ולמד איתם חומש. כשהם למדו יחד, הגיעו לפרשת לך לך. הילדים למדו את הפסוק שבו התורה מספרת שכאשר הקב״ה אמר לאברהם אבינו ״והקימותי את בריתי״, ואמר לו שייוולד לו ולשרה ילד, ״ויפול אברהם על פניו ויצחק״ — אברהם אבינו צחק. הוא אמר: איך ייתכן שלי, בגיל מאה, ולשרה, בגיל תשעים שנה, עוד ייוולד ילד? הרי אלה הפסוקים שהתורה מספרת לנו. אבל הבעל שם טוב בחן שם את הילדים בחדר על הפסוק הזה, ואמר: יש במדרשים ובמפרשים פירושים שונים לעניין צחוקו של אברהם אבינו, אבל אין מקרא יוצא מידי פשוטו. ייתכן שאברהם אבינו, מתוך הפתעתו, אכן צחק ולא היה יכול להאמין שהדבר יכול לקרות, שבגיל מאה שלו ובגיל תשעים של שרה תיתכן הולדה. והבעל שם טוב סיים ואמר: כי גוף קדוש. הגוף של אברהם אבינו הוא גוף קדוש, ואף על פי כן הוא גוף. ומצד הגוף ייתכן הדבר הזה, שלא יוכל להאמין, כי מאוד

04:51 געזעסן מיט קליינע קינדער און געלערנט חומש. און בשעת זיי האבן געלערנט חומש צוזאמען, האט מען געהאלטן אין פרשת לך לך. און די קינדער האבן געלערנט דעם פסוק וואס די תורה דערציילט, אז בשעת דער אויבערשטער האט געזאגט צו אברהם אבינו, „והקימותי את בריתי“, און ער זאגט אים אז ער וועט געבן צו אים, צוזאמען מיט שרה, אז ביי זיי וועט געבוירן ווערן א קינד, איז „ויפול אברהם על פניו ויצחק“ — אברהם אבינו האט געלאכט. און ער האט געזאגט: ווי קען דאס זיין, אז ביי מיר, הונדערט יאר, און שרה איז תשעים שנה, אז עס זאל נאך זיין א קינד? דאס איז דאך די פסוקים וואס די תורה דערציילט אונז. אבער דער בעל שם טוב איז געגאנגען פארהערן די קינדער דארטן אין חדר בנוגע דעם פסוק, און ער זאגט — עס איז דא אין דעם מדרשים, אין די מפרשים, פארשידענע פירושים וואס איז געווען דער ענין הצחוק פון אברהם אבינו, אבער אין מקרא יוצא מידי פשוטו — אז אברהם אבינו האט געקענט, ביים זיין אויפגעפרעגט, האט געקענט זיין אז אפילו ער האט געלאכט און האט נישט געקענט גלייבן אז דאס קען פאסירן, אז ביי אים אין דעם גיל פון הונדערט און שרה ביי ניינציג ס׳קען זיין דער ענין פון הולדה. און דער בעל שם טוב האט אויסגעפירט און געזאגט: ווייל גוף קדוש. א גוף, דאס איז א גוף קדוש פון אברהם אבינו, פונדעסטוועגן איז דאס א גוף. און מצד הגוף קען זיין אט דער ענין, אז ביי אים זאל זיין אז ער קען נישט גלייבן, ווייל זייער

06:22 הצחוק — איך יכול להיות דבר כזה? ומהדברים האלה [לא ברור] שסיפר המגיד לאדמו"ר הזקן, הוא נרגע, כי הוא הרגיש עד כמה העניין הזה נוגע אליו. שאפילו הבעל שם טוב אומר זאת בנוגע לאברהם אבינו: אפילו אצל אברהם אבינו, שהיה לו גוף קדוש, יכולים להיות מצד הגוף עניינים שלא יתקבלו אצלו. ועל דרך זה, מצד הגוף, יכול היה להיות דבר שלא התקבל אצלו — כך אמר הבעל שם טוב. ובפרשה שלנו מוצאים דבר דומה גם אצל שרה. כשהמלאכים באו ואמרו: ״כעת חיה ולשרה בן״, ״ושרה שומעת״ ו״ותצחק שרה בקרבה״ — שרה צחקה. היא אמרה: ״אחרי בלותי היתה לי עדנה ואדוני זקן״. אחר כך אמר הקב"ה: ״למה זה צחקה שרה״, ״ואני זקנתי״. וגם אז, ״ותכחש שרה״ ואמרה: ״לא צחקתי״, ״ויאמר לא כי צחקת״. כל הסיפור הזה, השקלא וטריא שהייתה בין שרה לקב"ה בעניין הצחוק. הרי מוצאים שאברהם ושרה צחקו שניהם כשקיבלו את הבשורה הזאת. אבל רש"י מבחין ביניהם. לכאורה, זה לא

06:22 הצחוק, ווי קען דאס זיין אזא מין זאך? און פון דעם [לא ברור] האט דער אלטער רבי, וואס דער מגיד האט אים דערציילט, האט דאס אים בארואיגט, ווייל ער האט געפילט וואס דאס איז געווען פאר אים אן ענין. אז אפילו דער בעל שם טוב זאגט דאס בנוגע צו אברהם אבינו, אז אפילו ביי אברהם אבינו, וואס איז געווען א גוף קדוש, אבער וואס קען זיין מצד הגוף, עס קענען זיין אזעלכע ענינים וואס ביי אים זאלן זיך נישט אויפלייגן. וואס על דרך זה, מצד גופא, האט געקענט זיין דאס וואס ביי אים האט זיך נישט אויפגעלייגט — דאס האט דער בעל שם טוב געזאגט. וואס אין היינטיקער פרשה געפינט מען אויך בנוגע שרה, אז ביי איר איז געווען על דרך זה. אז בשעת די מלאכים זיינען געקומען און זיי האבן געזאגט אז עס גייט זיין „כעת חיה ולשרה בן“, „ושרה שומעת“ און „ותצחק שרה בקרבה“. שרה האט געהאט אט דאס אז זי האט געלאכט. און זי האט געזאגט: „אחרי בלותי היתה לי עדנה ואדוני זקן“. דערנאך האט דער אויבערשטער געזאגט: „למה זה צחקה שרה“, „ואני זקנתי“. און אפילו דאן, „ותכחש שרה“ און האט געזאגט: „לא צחקתי“, „ויאמר לא כי צחקת“. דאס גאנצע סיפור הדברים דא, שקלא וטריא וואס איז געווען צווישן שרה מיטן אויבערשטן בנוגע דעם הצחוק. וואס דאס איז דער ענין וואס מ׳געפינט אז די גאנצע סיבה, אברהם און שרה, איז געווען בשעת זיי האבן געהאט אט די בשורה אז עס וועט זיין הצחוק, האבן זיי געלאכט. אבער מ׳געפינט דאך אין רש״י אז רש״י איז מחלק. לכאורה איז נישט

08:01 כך לפי הסיפור כאן. רש"י מבחין ואומר שיש הבדל גדול בין הצחוק של אברהם לצחוק של שרה. על הצחוק של אברהם לא הייתה שום טענה. הקב"ה לא אמר לו: למה אתה צוחק? להפך, הקב"ה אמר לו: ״אבל שרה אשתך יולדת לך בן״, וכך הדבר אכן יתקיים. כלומר, הקב"ה לא הוכיח אותו על כך שצחק. מה שאין כן אצל שרה: ״למה זה צחקה שרה?״ מה ההבדל? רש"י מסביר על פי התרגום, שהתרגום אומר על הצחוק של אברהם ״וחדי״ — הוא שמח. הצחוק היה ביטוי של שמחה. וכשמגיעים לשרה, נאמר שזה היה עניין של ״מחוך״. כלומר, זו לא הייתה שמחה, לא צחוק של שמחה, אלא צחוק של לעג, כאילו היה לה ספק. זה היה סוג אחר לגמרי של צחוק. ולכן באה הטענה לשרה: ״למה זה צחקה שרה?״ כאילו לא יכלה להאמין לכך. כלומר, לפי רש"י אברהם היה מאמין והאמין, ואילו שרה צחקה ולא האמינה. וכאן מתעוררת קושיה גדולה, ויש שתי שאלות. ראשית, צריך להבין: איך זה ייתכן? מה הפשט כאן? למה דווקא אצל שרה? מה ההבדל בין אברהם לשרה, כששניהם היו — אברהם ושרה

08:01 אזוי ווי דער סיפור הדברים דא. רש״י איז דאך מחלק און זאגט אז עס איז דא א גרויסער חילוק צווישן דעם הצחוק פון אברהם, וואס מ׳זעט אז אויף אברהם׳ס הצחוק איז נישט געווען קיין שום טענות. דער אויבערשטער האט אים נישט געזאגט: פארוואס לאכסטו? פארקערט, דער אויבערשטער האט אים געזאגט אז „אבל שרה אשתך יולדת לך בן“, אז אזוי וועט עס מקוים ווערן. דאס הייסט, דער אויבערשטער האט נישט מוסר געזאגט אויף דעם וואס ער האט געלאכט. מה שאין כן ביי שרה: „למה זה צחקה שרה?“ וואס איז דער חילוק? איז רש״י מסביר על פי התרגום, אז דער תרגום אויף דעם ענין פון צחוק פון אברהם זאגט דער תרגום אז עס איז געווען „וחדי“, ער איז געווען פריילעך. דער צחוק איז געווען אן ענין של שמחה. און ווען ער גייט צו שרה, זאגט מען אז דאס איז געווען אן ענין פון „מחוך“. דאס הייסט נישט די שמחה, נישט דער צחוק של שמחה, נאר דער צחוק פון אפלאכן, כאילו עס איז געווען ביים אים א ספק. דאס הייסט אז עס איז געווען אן אנדער סארט צחוק אינגאנצן. און דערפאר איז ביי שרה געווען די טענה: „למה זה צחקה שרה?“ כאילו זי האט נישט געקענט גלייבן דעם. דאס הייסט אז ביי רש״י זאגט מען אז אברהם איז געווען א מאמין, האט געגלייבט, און שרה האט געלאכט, האט נישט געגלייבט. וואס דא ווערט א שטורעם די קשיא. צוויי שאלות. ערשטנס דארף מען פארשטיין: ווי קומט דאס דא? וואס איז דא דער פשט? פארוואס ביי שרה? וואס איז דער חילוק צווישן אברהם און שרה, ווען נאך ביידע זענען געווען, אברהם און שרה

09:36 היו שניהם מהאבות והאמהות הקדושים, ושניהם היו מאמינים. הרי אי אפשר לומר שלשרה הייתה חסרה אמונה. אדרבה, הגמרא אומרת ששרה הייתה נביאה גדולה אפילו מאברהם אבינו. לומר שלשרה הייתה חסרה אמונה, חס ושלום? שניהם היו מהאבות והאמהות, מרכבה קדושה. ודאי שאי אפשר להסביר זאת כפשוטו. אם כן, מה ההבדל כאן בין אברהם לשרה? והשאלה השנייה היא על הסיפור עצמו: לפי הביאור שאומר אדמו"ר הזקן בשם הרב המגיד, הרי גם אצל אברהם לא היה כאן דבר בלתי רצוי. כפי שהוא אומר, הגוף הקדוש היה [לא ברור], והגוף שלו לא היה יכול להכיל את הדבר. מה הביאור בזה? והשאלה העיקרית היא שמכל הצחוק הזה נשאר עניין חיובי ביותר. אין פירוש הדבר שהתורה מספרת לנו כאן משהו שאינו טוב על האבות. לא רק זאת, אלא אדרבה: ״על כן קרא שמו יצחק״. השם יצחק עצמו, כפי שאומרת התורה, ניתן לו בגלל הצחוק הזה. אברהם צחק, שרה צחקה, ומכך נולד אחר כך ילד — הילד האחד והיחיד שהיה לשרה. היא הייתה בת תשעים, אברהם היה בן מאה, וזה היה בנם היחיד. צריך לתת לו שם. ההורים מסתובבים וחושבים איזה

09:36 זענען געווען ביידע אבות ואמהות הקדושים, ביידע זענען געווען מאמינים. מען קען דאך נישט זאגן אז ביי שרה האט געפעלט אמונה. אדרבה, כל שכן מיט דעם וואס די גמרא זאגט אז שרה איז געווען מער נביאה ווי אברהם אבינו אפילו. זאגן אז ביי שרה האט געפעלט אמונה, חס ושלום. ביידע זענען געווען אבות ואמהות, מרכבה קדושה. איז מען זיכער נישט מסביר זיין כפשוטו. וואס מיינט איר? וואס איז דא דער חילוק צווישן אברהם און שרה? און דערנאך איז די שאלה אין דעם סיפור, וואס לפי דעם ביאור וואס דער אלטער רבי זאגט בשם הרב המגיד קומט אויס אז אפילו ביי אברהם איז דאך נישט געווען עפעס אן ענין בלתי רצוי. ווי ער זאגט אז דער גוף הקדוש איז א בעל טוב, אז דער גוף איז ביי אים געווען אזא ענין וואס האט נישט געקענט ביי אים אויסהאלטן דערין. וואס איז דא דער ביאור פון דעם? און די עיקר שאלה איז, מזאת, אבער אפילו אז פון דעם גאנצן צחוק איז געבליבן אן ענין חיובי ביותר. איז נישט דער פשט אז דאס, וואס די תורה דערציילט אונז, איז עפעס נישט קיין גוטע זאך וועגן די אבות. נישט נאר דאס, נאר אדרבה: ״על כן קרא שמו יצחק״. אז דער עיקר שם יצחק, ווי די תורה זאגט, אז דער גאנצער טעם האט מען אים גערופן יצחק, איז פון אט דעם צחוק. אברהם האט געלאכט, שרה האט געלאכט, און פון דעם איז שפעטער געבוירן געווארן א קינד, וואס מ׳רעדט, איין איינציק קינד וואס שרה האט געהאט. זי איז געווען ניינציג יאר אלט, אברהם הונדערט יאר אלט, איין איינציקער בן יחיד. דארף מען געבן א נאמען. עלטערן גייען ארום און טראכטן וועלכן

11:03 שם ניתן לילד שלנו. תארו לעצמכם: זה הילד האחד והיחיד, היא בת תשעים והוא בן מאה, וצריך לתת לו שם. מחפשים איזה שם לתת לו. והשם היחיד שעלה בדעתם לתת לו היה יצחק, על שם הצחוק. כלומר, הצחוק הזה אינו סתם צחוק טיפשי, חס ושלום. אדרבה, צחוק ש[לא ברור] עניין שאינו טוב ושצריך עליו [לא ברור]. אדרבה, זה עניין חיובי ביותר, עד כדי כך שהשם יצחק נקרא דווקא על שם הצחוק. וכפי שהתורה מספרת בהמשך הפרשה, כשיצחק נולד, שרה אמנו עצמה אמרה מתוך הצחוק הזה: ״צחוק עשה לי אלקים״. זה נעשה חלק מכל מציאותו. מהו עניינו של הצחוק הזה? ״כל השומע יצחק לי״. כדי להיכנס לעומק העניין, נתחיל בפשט. הרמב"ן בפרשה שלנו שואל על ההבדל בין שרה לאברהם. הוא שואל על פי הפשט: למה אצל אברהם הייתה שמחה, ואילו אצל שרה היה עניין של [לא ברור], והיא צחקה? כדי להבין זאת צריך, כמובן, לדעת את הפסוקים. ועל כך הקב"ה כעס על שרה ולא על אברהם. הרמב"ן מתרץ זאת בפשטות. הוא אומר: אברהם אבינו שמע את הבשורה מהקב"ה בעצמו. היה גילוי אלוקות בפרשת לך לך, שבו הקב"ה אומר לאברהם שיהיה לך

11:03 נאמען געבן אונזער קינד. שטעלט זיך פאר, ווייסטו, דאס איין איינציקע קינד, זי איז ניינציג יאר אלט, ער איז הונדערט יאר אלט, און דארף געבן א נאמען. זוכט מען וועלכן נאמען צו געבן. איז דער איינציקער נאמען וואס איז איינגעפאלן צו געבן איז יצחק, על שם הצחוק. דאס הייסט אז מזאת, דער צחוק איז עפעס נישט סתם אזוי א נארישער צחוק, חס ושלום. אדרבה, צחוק וואס איז [לא ברור] אן ענין וואס איז נישט קיין גוטע זאך, וואס מען דארף אויף דעם [לא ברור]. אדרבה, דאס איז אן ענין חיובי ביותר, עד כדי כך אז דער שם פון יצחק רופט זיך טאקע על שם הצחוק. און ווי די תורה דערציילט ווייטער אין דער סדרה, אז בשעת יצחק איז דאך געבוירן געווארן, אז שרה אמנו ממש איז געווען מיט דעם צחוק: ״צחוק עשה לי אלקים״. דאס מאכט פון אים א גאנצע מציאות. וואס איז דאס דער ענין הצחוק? ״כל השומע יצחק לי״. איז דא, צו גיין אין דעם עומק הענין, פשוט אזוי. אבער אפשר דארף מען רעדן וואס שטייט אין דעם פשט. דער רמב״ן אין אונזער סדרה פרעגט דאך די שאלה, דער חילוק צווישן שרה און אברהם. פרעגט די שאלה על פי פשט: פארוואס דאך ביי אברהם איז געווען דער ענין פון שמחה, און ביי שרה איז געווען דער ענין פון [לא ברור], איז געלאכט? אז דאס איז, פארשטייט זיך, דארף מען וויסן די פסוקים. און פון דעם איז דער רבונו של עולם געווען ברוגז אויף שרה און נישט אויף אברהם. און דער רמב״ן תירוצט דעם פשוט׳ן ענין. ער זאגט: אברהם אבינו האט געהערט פון דעם אייבערשטן אליין. ס׳איז געווען א גילוי אלקות אין פרשת לך לך, וואו דער רבונו של עולם זאגט צו אברהם אז דו גייסט האבן א

12:34 ילד. אז כמובן, פשוט: אברהם שמע זאת מהקב"ה בעצמו, ולכן לא דאג. שרה לא שמעה זאת מהקב"ה בעצמו. הוא מסביר: אברהם אבינו שמע זאת, אבל לא בהכרח שהדבר הגיע לשרה. אפילו לא בהכרח שאברהם סיפר זאת לשרה מיד, כי מיד אחר כך הייתה ברית המילה, והיה אז [לא ברור] שלם סביב הברית, ואחר כך הוא היה חולה. ייתכן ששרה כלל לא ידעה מכל הסיפור, ושלפי פשוטו של מקרא, הפעם הראשונה שהדבר הגיע אליה הייתה כשהמלאכים באו. וגם כשהמלאכים באו, הם עדיין לא הופיעו בתור מלאכים. לפי הרמב"ן, כפי שמובן מן החומש וכפי שאומרים רש"י והמפרשים, הם הופיעו כאנשים, בתור אנשים. לכן לא בהכרח ששרה ידעה שמדובר במלאכים. הם לא באו ואמרו שהם מלאכים; אלה היו סתם אנשים שבאו ואמרו: כן, ומה הם אומרים? שיהיה ילד. מבחינתה, כיוון שהיא לא שמעה זאת מהקב"ה ולא ידעה שמדובר במלאכים, ממילא, על פי הפשט, מובן מדוע הדבר עורר אצלה פליאה. כן. ואם כך, איך אפשר לבוא אליה בטענות? הרמב"ן מסביר שבכל זאת היא הייתה צריכה לענות אמן וכו', והייתה צריכה להרגיש שהם אנשי אמת וכו', וזה היה ה[לא ברור] הראשון, עניין של דקות שבדקות. אבל היא לא. אבל אצלה, כמובן, ההבדל בין

12:34 קינד. איז כמפאר פשוט, ער האט געהערט פון דעם אייבערשטן אליין, האט ער נישט געזארגט. שרה האט נישט געהערט פון דעם אייבערשטן אליין. ער איז מסביר: אברהם אבינו האט עס געהערט, אבער לאו דוקא איז עס אנגעקומען צו שרה. אפילו לאו דוקא אברהם האט עס דערציילט צו שרה גלייך, ווייל גלייך נאכדעם איז געווען דער ברית, און ס׳איז געווען דאן א גאנצע [לא ברור] ארום דעם ברית, און דערנאך איז ער געווען קראנק. עס קען זיין אז שרה האט גארנישט געוואוסט פון דער גאנצער מעשה, אז זי איז, משמע, פשוטו של מקרא, דאס ערשטע וואס ביי איר איז אנגעקומען זענען די מלאכים. דערנאך, אז ס׳זענען אנגעקומען די מלאכים, זענען זיי נאך נישט געווען בתור מלאכים. דער רמב״ן, ווי עס פארשטייט זיך אין חומש, און ווי רש״י זאגט און ווי די מפרשים, זענען זיי געווען אנשים, בתור אנשים. איז לאו דוקא שרה האט געוואוסט אז דא רעדט זיך וועגן מלאכים. זיי זענען נישט געגאנגען זאגן אז זיי זענען מלאכים; עס זענען געווען סתם מענטשן, אנשים, קומען צו גיין און זאגן: יא, און וואס זאגן זיי? עס גייט זיין א קינד. איז ביי איר געווען, אז זי האט נישט געהערט נישט פון אייבערשטן, האט נישט געוואוסט אז עס רעדט זיך וועגן מלאכים, איז במילא בפשט, עס פארשטייט זיך פארוואס ביי איר איז געווען אן ענין פון פליאה. יא. איי, ווי קען מען דא קומען מיט טענות צו איר? דער רמב״ן איז מסביר אז פונדעסטוועגן האט זי געדארפט ענטפערן אמן, און כולי, האט געדארפט איר פילן אז זיי זיינען אנשי אמת, און כולי, וואס איז געווען דאס ערשטע [לא ברור], אן ענין פון דקות בדקות. אבער זי נישט. אבער זי, פארשטייט זיך, דער חילוק צווישן

13:53 אברהם לשרה — מדוע אצל שרה היה זה עניין של צחוק ולא עניין של שמחה? האור החיים הקדוש מוסיף כאן עוד נקודה. האור החיים הקדוש אומר שההבדל בין אברהם לשרה אינו פשוט ששרה לא האמינה. שרה בוודאי האמינה. כן, מה הראיה? בפסוק עצמו כתוב שפרסה נידה. היא ראתה מיד שמתחולל שינוי בגופה, שהיא חזרה לנערותה. אם כן, בוודאי היה אצלה [לא ברור]. היא ראתה במוחש שדברי המלאכים יתקיימו. לא היה לה ספק. זה לא היה צחוק של לעג, כפשטות לשונו של רש"י. אלא האור החיים הקדוש מסביר שההבדל בין אברהם לשרה, וזו הייתה הטענה של הקב"ה, הוא שאברהם האמין בלי שום סימן. הוא לא חיכה שיקרה משהו, שיראה שמתחולל שינוי. הוא האמין מיד. אבל שרה לא האמינה מיד. רק לאחר שראתה שחזרה לנערותה, שראתה שחל שינוי בטבע, אמרה: ״אה״. אז התעוררה אצלה השמחה. זה לא היה צחוק שנבע, חס ושלום, מהיעדר אמונה. אלא טענתו של הקב"ה, ״למה זה צחקה שרה״, כפי שהוא מסביר, היא: למה צחקת? למה הצחוק התעורר אצלך רק אז, ולא קודם? זה היה צריך כאן [לא ברור]. על כל פנים,

13:53 אברהם און שרה, פארוואס ביי שרה איז דאס געווען אן ענין פון צחוק און נישט אן ענין פון שמחה? דער אור החיים הקדוש איז מוסיף אויף נאך א נקודה. דער אור החיים הקדוש זאגט, אז דער חילוק צווישן אברהם און שרה איז נישט דא פשוט אז שרה האט נישט געגלויבט. שרה האט זיכער געגלויבט. יא, וואו איז די ראיה? אין פסוק אליין שטייט אז זי האט געהאט פרסה נדה. זי האט גלייך געזען אז עס פאסירט אין איר גוף א שינוי, אז זי איז חזרה לנערותה. איז דאך זיכער ביי איר געווען [לא ברור]. זי האט געזען במוחש אז עס וועט מקויים ווערן די דברי המלאכים. איז ביי איר נישט געווען קיין ספק. דאס איז נישט געווען א צחוק פון לגלוג, פשוט ווי רש״י, מיט דעם לשון פון רש״י, בפשטות. נאר דער אור החיים הקדוש מסביר, אז דער חילוק צווישן אברהם און שרה, און דאס איז געווען די טענה פון דעם אויבערשטן: אברהם האט געגלויבט אן קיין שום סימן. ער האט נישט געווארט אז עס זאל זיין עפעס אן ענין, אז ער זאל זען אז עס ווערט א שינוי. ער האט גלייך געגלויבט. שרה האט אבער נישט גלייך געגלויבט. נאר נאכדעם וואס זי האט געזען אז זי איז חזרה לנערותה, זי האט געזען אז אין טבע איז געווארן א שינוי, האט זי געזאגט: ״אה״. איז דעמאלט געווען ביי איר דער, דער, דער שמחה. עס איז נישט געווען א צחוק פון, חס ושלום, העדר האמונה. נאר די טענה פון דעם אויבערשטן, ״למה זה צחקה שרה״, ווי ער איז מסביר, איז: פארוואס יצחק? פארוואס איז ביי דיר געווארן דער צחוק, און נישט פריער? דאס האט דא געדארפט [לא ברור]. על כל פנים,

15:24 מה שאנחנו רואים כאן הוא שכל עניין הצחוק הוא [לא ברור]. וכאן באה תורת החסידות ומבארת את שורש העניין, את אמיתת העניין. והעניין הוא שכל עניינו של יצחק, ולידת נשמתו של יצחק, קשורים הרי בעניין הצחוק. והדבר היה צריך להיות באופן כזה שגם אצל אברהם אבינו וגם אצל שרה יהיה עניין של צחוק. ומה שנאמר בתורת המגיד, ששמע למעלה ממשה רבינו, שהצחוק הוא הגוף — אין הכוונה, חס ושלום, כפשוטו, שמצד הגוף היה כאן צחוק כפשוטו. הכוונה עמוקה הרבה יותר. בוודאי שלצחוק של אברהם ולצחוק של שרה יש מקום בכוונות ובפנימיות העניינים, ובהמשך נבאר זאת יותר על פי החסידות. אבל כיוון שהדבר היה אצלם בגוף, ממילא העניינים משתקפים מצד הגוף. מצד הגוף זה נראה כעניין של צחוק, כאילו [לא ברור], כאילו אינו מאמין. הוא צוחק: איך יכול הדבר להיות? זה [לא ברור]. כלומר, במילים אחרות, כפי שמבואר בשיחות באריכות, אצל האבות יש שתי מדרגות: האבות מצד הנשמות, והאבות מצד הגוף. מצד הנשמות כל העניינים מאירים בגילוי, ורואים

15:24 וואס מיר זען דא, אז דער גאנצער ענין פון דעם צחוק איז [לא ברור]. און דא קומט צו גיין תורת החסידות, און עס מבאר דעם שורש הענין, דעם אמת הענין. און דאס איז, אז דער גאנצער ענין פון יצחק, און די לידת הנשמה פון יצחק, איז דאך פארבונדן מיט דעם ענין הצחוק. און עס האט געדארפט זיין דא באופן כזה, אז סיי ביי אברהם אבינו און סיי ביי שרה זאל זיין אן ענין של צחוק. און דאס, דאס וואס מען זאגט אין תורת המגיד, וואס האט געהערט למעלה פון משה רבינו, אז דער צחוק איז דער גוף, מיינט נישט, חס ושלום, כפשוטו, אז דער פשט איז אז מצד דעם גוף איז געווען דא א צחוק כפשוטו. עס מיינט גאר עמוק. עס איז זיכער אז דער צחוק פון אברהם און דער צחוק פון שרה איז דא אין די כוונות און פנימיות פון די ענינים, און מען גייט אטאמאל דאס מער מבאר זיין אין חסידות. אבער וויבאלד אז דאס איז געווען ביי זיי אין גוף, איז ממילא שפיגלט זיך אפ מצד הגוף די ענינים. מצד הגוף זעט זיך עס אן ווי אן ענין של צחוק, ווי אן ענין פון כאילו [לא ברור], ער גלויבט נישט. ער, ער, ער לאכט פון — ווי קען דאס זיין? עס איז [לא ברור]. דאס הייסט, אין אנדערע ווערטער, ווי עס איז מבואר אין די שיחות באריכות, אז אין אבות איז פאראן צוויי מדריגות. עס זענען פאראן די אבות מצד נשמות, און עס זענען פאראן אבות מצד גופא. מצד נשמות זענען אלע ענינים ליכטיג בגילוי, און מען זעט

16:57 בגילוי את הכוונה האלוקית ואת העניין האלוקי שבדבר. ומלכתחילה רואים את כל הדבר בגדלותו. מצד התלבשות הנשמה בגוף, אלה עניינים נעלים ביותר, אבל כפי שהדבר נראה מצד הגוף כלפי חוץ, אפשר לפרש אותו כאילו הוא עניין שלילי. אבל לאמיתו של דבר, אדרבה, טמון בו עניין פנימי ביותר. יש על כך ביאורים ארוכים, ואפשר להאריך בזה בעמקות. הרבי מביא לכך דוגמה פשוטה, אבל זו אינה דוגמה פשוטה: הגמרא אומרת שכשהקב"ה כתב בתורה, הוא כתב בפרשת בראשית ״נעשה אדם״, בלשון רבים. משה רבינו טען: מדוע כתוב בלשון רבים? עוד יבואו הצדוקים, או יבואו האפיקורסים, ויעשו מזה עניין גדול, כאילו כתוב כאן שיש כמה רשויות. והקב"ה אמר: ״כתוב, והרוצה לטעות יבוא ויטעה״. כתוב כך, ״נעשה״, בלשון רבים. ואם יהיו טיפשים שישתמשו בזה, אפיקורסים — זו הבעיה שלהם. מה פירוש הדבר? אין הכוונה שזה אפילו לא נכתב [לא ברור]. כך צריך להיות כתוב. ויש בכך כוונה עליונה פנימית, עם כל הביאורים שמבוארים הן בנגלה והן בפנימיות התורה, מדוע כתוב כאן כאילו בלשון רבים. אבל העובדה שזה נכתב באופן של ״כתוב, והרוצה לטעות יבוא ויטעה״, פירושה שהעניינים, כפי שהם יורדים לכאן למטה, יורדים באופן שיכול להיות בו ״הרוצה לטעות״. אבל כאמור, אַז

16:57 בגילוי די כוונה אלקית און דעם ענין אלקי וואס איז דא אין דעם. און מען זעט לכתחילה אלעס וואס דאס איז, פשוט מיט גדלות. מצד התלבשות הנשמה מיט גוף זענען די ענינים ענינים נעלים ביותר, אבער ווי דער גוף זעט דאס כלפי חוץ, קען דאס ווערן אויסגעטייטשט כאילו, כאילו דאס איז אן ענין שלילי. אבער על אמת, אדרבה, אין דעם ליגט אן ענין פנימי ביותר. עס זענען דא אריכות הביאורים, און מען קען עמוקות מאריך זיין בזה. דער רבי ברענגט אויף דעם די פשוטע דוגמא, אבער דאס איז נישט קיין פשוטע דוגמא: אז דאס וואס די גמרא זאגט, אז בשעת דער אויבערשטער האט געשריבן אין תורה, האט ער געשריבן אין פרשת בראשית ״נעשה אדם״, לשון רבים. משה רבינו האט גע׳טענה׳ט: פארוואס שטייט לשון רבים? די צדוקים גייען נאך קומען, אדער די אפיקורסים גייען קומען און מאכן פון דעם א גאנצע זאך, אז דא שטייט רשויות. און דער אויבערשטער האט געזאגט: ״כתוב, והרוצה לטעות יבוא ויטעה״. דו שרייב אזוי, ״נעשה״, לשון רבים. איי, עס וועלן זיין טיפשים וואס וועלן דאס נוצן, אפיקורסים — זייער פראבלעם. וואס איז דער טייטש? איז נישט דער פשט אז דאס איז אפילו נישט געשריבן [לא ברור]. אזוי דארף שטיין. און די כוונה, פאראן א כוונה עליונה פנימית, מיט אלע ביאורים וואס איז מבואר, סיי אין נגלה און סיי אין פנימיות התורה, פארוואס עס שטייט דא כאילו לשון רבים. אבער דאס וואס עס איז געשריבן געווארן באופן כזה, אז ״כתוב, והרוצה לטעות יבוא ויטעה״, דאס הייסט אז די ענינים, ווי זיי קומען אראפ דא למטה, קומען זיי אראפ באופן כזה, אז עס קען זיין ״הרוצה לטעות״. אבער כאמור, אז

18:25 באמת, זו אינה טעות. יש כאן כוונה אלוקית, כוונה פנימית, שעל ידי כך יגיעו להבנה עמוקה יותר. על דרך זה רואים בסיפורי האבות: גם בסיפורים שמצד המבט הגשמי אפשר לראות בהם עניין שלילי, כשמסתכלים בעיניים עמוקות יותר רואים עד כמה כל העניין קשור לעומק הכוונה שבדבר. על דרך זה רואים גם בצחוק של אברהם, ועוד יותר בצחוק של שרה. זהו העניין של ״צחוק עשה לי אלקים״. והביאור בזה: העניין של ״צחוק עשה לי אלקים״ מבואר בחסידות על יסוד דברי המגיד. המגיד ממעזריטש אומר שאצל המלכים הגדולים — ומלכי הימים ההם היו מלכים אדירים — הם היו אנשים נבדלים, מרוממים ונפלאים, שעמדו במדרגה גבוהה מאוד. ממילא הם היו מרוחקים ומרוממים, ושקועים מאוד בעניינים נעלים. אבל כשרצו להוריד אותם, כדי שיתייחסו לאנשי המדינה ויעסוקו בעניינים פשוטים, היה צורך להביא אותם לכך. מכיוון שהם היו מרוממים כל כך, כדי להוריד אותם היה צריך לבוא עם דברים [לא ברור] שיעוררו אצלם עניין של צחוק, עניין של

18:25 באמת איז דאס ניט קיין טעות. דאס איז מיט א כוונה אלוקית, מיט א כוונה פנימית, אז דורך דעם זאל מען צוקומען צו א טיפערן פארשטאנד. על דרך זה זעט מען אין די סיפורים פון די אבות, און אויך אין די סיפורים וואס זעט זיך אויס מצד הגוף, קען מען זען דעם ענין שלילי, אבער בשעת מען קוקט מיט טיפערע אויגן, זעט מען ווי דער גאנצער ענין גייט צוריק אין אן עומק און א טיפקייט אין דעם גאנצן ענין, אין דער גאנצער כוונה דא. וואס על דרך זה זעט מען אויך אין צחוק פון אברהם און נאך מער אין דעם צחוק פון שרה. וואס דאס איז דער ענין פון „צחוק עשה לי אלקים“. איז דער ביאור אין דעם: דער ווארט פון „צחוק עשה לי אלקים“ איז מבואר אין חסידות, ביסוד פונעם מגיד. אז דער מעזריטשער מגיד זאגט, אז מען געפינט ביי די גרויסע מלכים, און די גרויסע מלכים פון אמאליגע צייטן זענען געווען גאר מלכים אדירים. זיי זענען געווען אנשים מובדלים, מרוממים, נפלאים, זיי זענען געשטאנען גאר אויף א העכערער מדריגה. און במילא, וואס איז געווען דער ענין? זיי זענען געווען אפגעריסן, אפגעהויבן, גאר אריינגעטאן אין העכערע ענינים. און בשעת מען האט זיי אבער געוואלט אראפברענגען, אז זיי זאלן זיך מתייחס זיין מיט די פון דער מדינה, מיט די אנשים, און זיך פארנעמען מיט ענינים פשוטים, האט מען זיי געדארפט אראפברענגען. וויבאלד זיי זענען געווען גאר מרומם, איז כדי זיי אראפצוברענגען, האט מען געדארפט דא קומען מיט די זאכן, [לא ברור], צו מעורר זיין ביי זיי אן ענין של צחוק, אן ענין של

19:53 תענוג. וכדי לעורר את התענוג צריך לעשות משהו מיוחד, איזה חידוש, משהו משונה, דבר שיעורר אצלם התפעלות מחמת החידוש שבו. זה עורר אצלם את התענוג. והוא מביא על כך משל מציפור מדברת. מה פירוש? ציפור שמדברת, מה שקוראים פפגאי, תוכי — בעל חיים שאומר מילים. הרי זה דבר בלתי רגיל. אם יביאו אדם שידבר, זה לא יעורר אצל המלך צחוק או תענוג. זה פשוט שאדם מדבר. אפילו חכמים גדולים, שאומרים דברים גדולים [לא ברור] ודרשות עמוקות, לא היו מעוררים את התפעלות המלך. [לא ברור]. דווקא העובדה שציפור מדברת היא חידוש, דבר בלתי רגיל לגמרי. הציפור בקושי אומרת שתיים־שלוש מילים, וגם אותן אינה אומרת היטב, אבל עצם החידוש שבדבר מעורר את התענוג, וזה מחולל שינוי אצל המלך. והוא מביא שם גם משל מתינוק קטן. התינוק אומר כמה מילים, והדבר מעורר התפעלות; המלך נעשה שמח ומתעורר אצלו צחוק. וזהו ״צחוק עשה לי אלקים״, שהתגלה דווקא באמצעות יצחק. השם אלקים מורה על מידת הדין והצמצום, על העלם והסתר,

19:53 תענוג. און כדי צו מעורר זיין דעם תענוג, דארף מען מאכן עפעס א ספעציעלע זאך, עפעס א חידוש, עפעס א מאדנע זאך, עפעס א זאך וואס דאס דארף ביי זיי מעורר זיין, עפעס א מאדנע, עפעס א חידוש, און דאס האט ביי זיי מעורר געווען דעם ענין פון תענוג. און ווי ער ברענגט דא א משל פון ציפור מדברת. וואס הייסט דאס? די ציפור מדברת, יא, די פייגעלע וואס רעדט, וואס דאס, יא, פאפאגיי רופט מען דאס אן, יא, תוכי, בעל חי וואס זאגט ווערטער. וואס איז דאך בלתי רגיל. אז מען וועט ברענגען א מענטשן זאל רעדן, וואלט דאס ניט מעורר געווען ביי דעם מלך קיין צחוק, קיין תענוג. ס׳איז דאך פשוט, א מענטש רעדט. אפילו גרויסע חכמים, זיי זאגן גרויסע [לא ברור] מיט טיפע דרשות, אבער דעם מלך וואלט ניט נתפעל פון דעם. [לא ברור]. דווקא דאס וואס די ציפור, א חידוש דאך, ס׳איז גאנץ אומגעוויינלעך. און פון דעם חידוש דאך, די ציפור זאל מדברת זיין, גארניט, זאגט קוים צוויי־דריי ווערטער און זאגט דאס ניט גוט, אבער דאס אליין איז מעורר דעם תענוג מיט זיין חידוש, און דאס מאכט דעם מהפך אין דעם מלך. און ווי ער ברענגט דארט דעם משל פון א תינוק קטן. וואס ער זאגט אפאר ווערטער, ווערט מען אליין נתפעל, און דער מלך ווערט פריילעך, ווערט א צחוק. און דאס איז דער „צחוק עשה לי אלקים“. אז דאס איז נתגלה געווארן דווקא דורך יצחקן. דאס וואס ס׳איז פאראן דער ענין פון אלקים, מלשון אלקים גייט אויף דעם ענין פון מדת הדין והצמצום, און העלם והסתר,

21:30 ועל העולם הגשמי, עלמא דשקרא, חושך כפול ומכופל. ואת הצמצום הזה, את ההעלם הזה — כאשר יהודי נמצא כאן למטה ועושה אתכפיא, שובר את הסטרא אחרא שלו ונמנע מעניין בלתי רצוי; כשהוא אינו נכנע לעניין של [לא ברור], אלא הופך את הגשמיות, את העולם הזה ואת החומריות, ועושה מהם כלי לאלוקות — התנועה הזאת היא חידוש. היא מעוררת למעלה את הצחוק והתענוג האמיתיים מבירור ניצוצות הקדושה, כשהופכים את החושך לאור. כשעושים אתכפיא לסטרא אחרא, כמו שנאמר בזוהר — נמנעים מן הסטרא אחרא, פועלים אתכפיא ושוברים אותה — אזי ״אסתלק יקרא דקודשא בריך הוא בכל עלמין״. זהו הצחוק והתענוג האמיתיים, ״צחוק עשה לי אלקים״. וזה גם עניינו של יצחק. יצחק היה קשור למידת הגבורה, הקשורה לצמצום, ודווקא דרכה מגיעים לצחוק האמיתי. לכן כל לידתו של יצחק הייתה צריכה להיות באופן כזה. גם אצל אברהם היה צחוק, כלומר דבר שלמעלה מן השכל, שעורר אצלו צחוק. הוא התפלא לגמרי מן החידוש שבנס, שבא עם החידוש שלמעלה [לא ברור]. ואצל שרה היה הצחוק עוד יותר, עד שהרבי [לא ברור]

21:30 און העולם הגשמי, די עלמא דשקרא, חושך כפול ומכופל. און אט דעם צמצום, אט דעם צמצום, אט דעם העלם, דורך דעם וואס א איד געפינט זיך דא למטה און ער מאכט אתכפיא, ער ברעכט דורך זיין סטרא אחרא, און ער האלט זיך איין פון אן ענין בלתי רצוי. ווייל ער גיט זיך ניט נאך אין אן ענין פון [לא ברור], ער קערט איבער פון גשמיות, פון עולם הזה, פון חומריות, און ער מאכט פון דעם א כלי צו אלקות. אט די תנועה, דאס איז א חידוש דאך. און דאס איז מעורר דעם אמת׳ן צחוק ותענוג למעלה פון די בירורים פון די ניצוצות קדושה, וואס מען מהפך פון דעם חושך און מען מאכט פון דעם אור. כאטש אתכפיא סטרא אחרא, ווי ער זאגט אין זוהר, המנעות פון סטרא אחרא, מען פועל׳ט אתכפיא, מען ברעכט דאס דורך, איז „אסתלק יקרא דקודשא בריך הוא בכל עלמין“, דאס איז דער אמת׳ער צחוק ותענוג, „צחוק עשה לי אלקים“. און דאס איז אויך דאס ענין יצחק. ווייל יצחק איז געווען פארבונדן מיט מדת הגבורה, וואס מדת הגבורה איז פארבונדן מיט צמצום, און דווקא דורך דעם דערגרייכט מען דעם אמת׳ן צחוק. און דערפאר דער גאנצער לידת יצחק האט געדארפט ארויסקומען אין אזא מין אופן. אז ביי אברהם איז געווען אויך צחוק, דאס הייסט אן ענין פון היפך השכל, און דאס מעורר געווען ביי אים אן ענין פון צחוק. אין גאנצן אויפגעפרעגט, א חידוש דאך וואס איז געווען אין דעם נס, אז ער איז געקומען מיט דעם חידוש למעלה [לא ברור]. און נאך ביי שרה איז געווען דער צחוק, ביז אז דער רבי [לא ברור].

22:56 אמר לשרה: ״היפלא מה׳ דבר?״ כלומר, הדבר שעורר את שורשו של הצחוק הוא ה״היפלא״ — הפליאה, עניין של פלא שלמעלה מן הטבע, למעלה מן השכל, למעלה מן התאוות. ומן ה״היפלא״ הזה נולד יצחק. זה הביא לידי ביטוי את העניין האמיתי של ״צחוק עשה לי אלקים״: שדווקא משם אלקים ומעולם ההסתרים מגיעים לצחוק ולתענוג, ״כל השומע יצחק לי״. ובעבודת השם טמונה בזה ההפלאה הגדולה שפרשת השבוע מספרת לנו. בכך טמונים ההפלאה הגדולה והעומק של תכלית ירידת הנשמה למטה. יצחק היה היהודי הראשון שנולד יהודי. אצלו היה העניין הזה, ש[לא ברור], שהוא נימול לשמונה ימים, ואצלו התחיל כל עניינו של העם היהודי. מהי התכלית, מהי הכוונה בירידת הנשמה למטה? הפרשה מספרת לנו שזהו ״צחוק עשה לי אלקים״. יהודי צריך לדעת שכאשר הוא עושה אתכפיא אחת, תנועה אחת של שבירת עצמו, תנועה אחת שבה הוא משנה את דרכו במחשבה, בדיבור ובמעשה — לא לחשוב מה שלא צריך, לא להסתכל במקום שלא צריך, לא לשמוע מה שלא צריך, וכן הלאה — כשהוא יוצא מן הגסות שלו ומן הישות שלו, מתגבר על החומריות שלו, ו

22:56 האט געזאגט צו שרה: „היפלא מה׳ דבר?“ דאס הייסט, ארויסגערופן דעם שורש׳דיגן ענין פון צחוק׳ן איז דער ענין פון „היפלא“, מיט זיין פליאה, מיט זיין אן ענין פון פלא שלמעלה מן הטבע, למעלה מהשכל, למעלה מן התאוות. און פון דעם „היפלא“ איז געבוירן געווארן דער יצחק. און דאס האט ארויסגעברענגט דעם אמת׳ן ענין פון „צחוק עשה לי אלוקים“: אז דווקא פון שם אלוקים און פון עולם ההסתרים דערגרייכט מען צו דעם גאנצן ענין פון צחוק ותענוג, „כל השומע יצחק לי“. וואס אין עבודת השם איז דערין די גרויסע הפלאה, וואס די פרשת השבוע דערציילט אונז. אזוי, מיט דערין די גרויסע הפלאה און דעם עומק פון תכלית ירידת הנשמה למטה. וואס יצחק איז געווען דער ערשטער איד וואס איז געבוירן געווארן אן איד. און ביי אים איז געווען אט דער ענין, וואס [לא ברור], וואס איז געווען נימול לשמונה ימים, און ביי אים האט זיך אנגעהויבן דער גאנצער ענין פון דעם אידישן פאלק. וואס איז דער תכלית, דער כוונה פון ירידת הנשמה למטה? און דאס דערציילט אונז די פרשה, אז דאס איז „צחוק עשה לי אלוקים“. אז אן איד דארף וויסן, אז בשעת ער מאכט איין אתכפיא, איין תנועה פון ברעכן זיך, איין תנועה פון, פון, פון איינקערן זיך אין מחשבה, דיבור און מעשה — נישט טראכטן וואס מען דארף נישט, נישט קוקן וואו מען דארף נישט, נישט הערן וואס מען דארף נישט, און אזוי ווייטער — וואס ער גייט ארויס פון זיין, פון זיין גרובקייט, פון זיין ישות, און ער מתגבר זיין חומריות, און ער, און, און, און, און ער

24:23 שובר את החושך, הוא עושה את ה[לא ברור], כך שהתענוג הוא [לא ברור] תענוג למעלה. והעבודה הזאת היא ההכנה לגילוי שלעתיד לבוא — יצחק מלשון עתיד. אז ״אז ימלא שחוק פינו״, כפי שמבואר בספרים, ו[לא ברור], שלעתיד יקראו ליצחק. וזה [לא ברור], שדה יצחק, שדה יצחק. עניין הצחוק, ״אז ימלא שחוק פינו״, הוא שהצחוק והתענוג האמיתיים יתגלו לאחר גמר הבירורים, כשכל ניצוצות הקדושה האלה [לא ברור], והעולם יתברר מן החושך עצמו לאורה. הגילוי שלעתיד לבוא יתגלה בגלוי: כיצד ״צחוק עשה לי אלקים״, שמשם אלקים, ממידת הדין, נהפך הדבר לצחוק ולשמחה האמיתיים. ואז ״אז ימלא שחוק פינו״ — השמחה הגדולה של ״שמחת עולם על ראשם״, בגאולה האמיתית והשלימה. ושנזכה לכך כבר בעיני בשר, תיכף ומיד ממש.

24:23 צעברעכט דעם חושך, מאכט ער דעם [לא ברור], אז תענוג איז [לא ברור] תענוג למעלה. און די עבודה, דאס איז די הכנה צו דעם גילוי פון לעתיד לבוא, יצחק לשון עתיד. אז „אז ימלא שחוק פינו“, ווי ס׳מבואר אין ספרים, און [לא ברור], אז אמאל וועט מען רופן יצחק. און דאס [לא ברור], שדה יצחק, שדה יצחק. וואס דער ענין פון צחוק, „אז ימלא שחוק פינו“, אז דער אמת׳ער צחוק און תענוג וועט נתגלה ווערן נאך גמר הבירורים. וואס פון די אלע ניצוצות קדושה [לא ברור], די וועלט וועט נתברר ווערן פון חושך אליין צו אורה. אז דער גילוי פון לעתיד לבוא וועט זיך מתגלה זיין בגילוי, ווי אזוי דער „צחוק עשה לי אלוקים“. אז פון שם אלוקים, פון מידת הדין, איז נתהפך געווארן דער אמת׳ער צחוק און שמחה. און „אז ימלא שחוק פינו“, די שמחה גדולה פון „שמחת עולם על ראשם“, פון דער גאולה האמיתית והשלימה, און לאמיר דאס שוין זוכה זיין בעיני בשר, תיכף ומיד ממש.