תמלולי פודקאסטים · חב"ד Englishחב"דפדיה

לעבן חסידות · פרק 212 · 2026-01-21 · 20:50

פרשת בא תשפ״ו "גם אתה תתן בידינו זבחים וגו' נעמען פון יעדער זאך א דרך אין עבודת השם

תיאור הפרק

מקורות: * תפארת שלמה פרשת בא * שיחת ט"ו תמוז תש״כ * שיחת שבת פרשת בא תשמ"ו

תמלול אוטומטי מהשמע, ותרגום מכונה לעברית. קישורים לחב"דפדיה נוספו אוטומטית.

00:00 הנה סיפור על הבעל שם טוב, שהרבי סיפר כמה וכמה פעמים. פעם ישבו תלמידי הבעל שם טוב בבית המדרש ולמדו. בחוץ ירד גשם, נשבה רוח, והארץ הייתה מלאה בוץ ושלוליות. עברה שם עגלה נהוגה בידי גוי, והעגלה שקעה בבוץ. הוא ניסה להוציא אותה, אבל לא הצליח; היא נשארה תקועה. גם הסוסים ניסו, אך לא הצליחו לצאת. הוא ניסה שוב ושוב, ללא הצלחה. העגלון הגוי ראה שם בית מדרש, ובתוכו אנשים יושבים ולומדים. הוא הכניס את ראשו דרך החלון וביקש מהם לבוא לעזור לו: העגלה שלו תקועה שם, והם יתנו יד להוציא את הסוסים ואת העגלה מן הבוץ. אמרו התלמידים: מה אנחנו יכולים לעשות? איננו יכולים, איננו מבינים בדברים האלה. איננו מסוגלים לעשות מלאכה כזאת. הגוי כעס מאוד והשיב להם: ״יכולים אתם, אלא שאינכם רוצים״. בערך כך אמר, ברוסית או באוקראינית, בשפה שהגוי דיבר. הבעל שם טוב חזר על דבריו, שכוונתם הייתה: אתם יכולים, אלא שאינכם רוצים. אחר כך, כשהגוי הלך, קרא הבעל שם טוב לתלמידים ואמר להם שהגוי בא לעולם כדי ללמד אותנו דרך בעבודת

00:00 הנה א סיפור פונעם בעל שם טוב, וואס דער רבי האט כמה וכמה פעמים דערציילט. אמאל איז געווען די תלמידי הבעל שם טוב, זיי זענען געזעסן אין בית המדרש און זיי זענען געזעסן און געלערנט. אינדרויסן איז געווען רעגן, איז געווען ווינט, און איז געווען בלאָטע. די ערד איז געווען זייער פול מיט בלאָטע, מיט טלייען. דורך פון דארטן פארט א וואגן, דער בעל עגלה, דער גוי, און דער וואגן האט זיך אריינגעשמירט, אריינגעפאלן אין בלאָטע. ער האט פרובירט ארויסקריכן, עס איז נישט געגאנגען, עס איז געבליבן שטעקן. די פערד האבן פרובירט, אבער ארויסלויפן איז נישט געגאנגען. אז עס איז געבליבן דארטן שטעקן, ער האט פרובירט און פרובירט, עס גייט נישט. דער בעל עגלה, דער גוי, האט געזען אז דארטן איז א בית המדרש, מענטשן זיצן דארטן אינעווייניק און לערנען. האט ער אריינגעשטעקט דעם קאפ פון פענסטער, און ער האט געבעטן די מענטשן, זיי זאלן קומען העלפן אים. אז ער האט א פאר וואגן דארטן שטעקן, זיי זאלן קומען געבן א האנט ארויסנעמען די פערד און וואגן פון די בלאָטע. האבן די תלמידים געזאגט: וואס קענען מיר טאן? מיר קענען נישט, מיר ווייסן נישט פון די זאכן. מיר קענען נישט טאן אט די מלאכה. און דער גוי איז געווען זייער ברוגז, און האט זיי געענטפערט: אשרי, געטאן! קענען קענט איר, נאר וואס, איר ווילט נישט. דאס איז בערך געווען, ער האט אזוי געזאגט, אויף רוסיש, אוקראיניש, ווי דער גוי האט גערעדט. דער בעל שם טוב האט געזאגט: „חוצפּה דען, יא חוצפּה,“ וואס ער מיינט, אז איר קענט, נאר איר ווילט נישט. שפעטער, ווען ער איז אוועק, האט דער בעל שם טוב גערופן די תלמידים און האט זיי געזאגט אז דער גוי איז געקומען אויף דער וועלט כדי צו אונז לערנען דעם דרך אין עבודת

02:10 השם. שכן הבעל שם טוב לימד את תלמידיו, שמכל דבר שהם רואים או שומעים צריך ללמוד דרך בעבודת השם. וכיוון ששמעו דבר כזה, אפילו מגוי, צריך ללמוד ממנו דרך בעבודת השם. הגוי בא ללמד אותנו את מוסר ההשכל הזה: כאשר אדם בא להילחם ביצר בענייני עבודת השם, והוא טוען לעצמו: ״אני לא יכול, אני לא יכול, זה קשה מדי, אני לא יכול״, אומרים לו: ״אתה יכול. אתה צריך לרצות; אם תרצה, תוכל״. אם יהיה הרצון, תהיה גם היכולת, ככל שהדבר אפשרי; אתה יכול, ורק הרצון חסר. את זה למדו מן הגוי, שהביא את המסר הזה. כשהרבי סיפר את הסיפור הזה, הוא הביא שבסיפור הזה הבעל שם טוב מלמד דווקא את פירוש המשנה: ״איזהו חכם? הלומד מכל אדם״. פירוש ״איזהו חכם הלומד מכל אדם״ אינו רק שלומדים מיהודים, אלא אפילו מגוי. כלומר, מכל אחד, אפילו מאומות העולם, אפשר ללמוד דרך והוראה, דבר מה בעבודת השם. וזה מיוסד על תורת הבעל שם טוב בעניין ההשגחה הפרטית: כל פרט בכל דבר שקורה הוא בהשגחה פרטית. וממילא מובן שכאשר אדם ראה משהו או שמע משהו, אפילו אם שמע זאת מגוי, הרי זה דבר שהיה בהשגחה פרטית כדי ללמוד

02:10 השם. כי דורך דעם בעל שם טוב האבן געלערנט זיינע תלמידים, אז פון יעדער זאך וואס זיי זעען אדער הערן דארף מען נעמען א דרך אין עבודת השם. איז דאך אז זיי האבן געהערט אזא זאך, נאך פון דעם גוי, דארף מען נעמען א דרך אין עבודת השם. אז דער גוי איז געקומען צו אונז לערנען אט דעם מוסר השכל. אז בשעת א מענטש קומט צו גיין, נו, זאגט, בשעת ער קומט צו גיין צו מלחמה מיטן יצר אין עבודת השם, אין ענינים, דער מענטש טענה׳ט צו זיך: „איך קען נישט, איך קען נישט, עס איז צו שווער, איך קען נישט.“ זאגט מען אים: „קענען קענסטו. דו דארפסט וועלן; אויב דו וועסט וועלן, וועסטו קענען.“ זיין דער רצון וועט זיין, דערויף די יכולת, אויב עס איז שייך; אז דו קענסט, אבער עס פעלט נאר דער רצון. און דאס האט מען געלערנט פונעם גוי, וואס ער האט דאס געברענגט. בשעת דער רבי דערציילט אט דעם סיפור, האט דער רבי געברענגט אז אויף דעם סיפור נעמט ער ארויס פון בעל שם טוב דוקא אויפן פסוק, אויף דער משנה: „איזהו חכם? הלומד מכל אדם.“ אז דער פשט „איזהו חכם הלומד מכל אדם“ מיינט מען נישט נאר פון אידן, אפילו פון א גוי. דאס הייסט פון יעדן איינעם, אפילו פון אומות העולם, קען מען נעמען א דרך און א הוראה, לערנען א זאך אין עבודת השם. וכמו, דאס איז מיוסד אויף תורת הבעל שם טוב, דער ענין פון השגחה פרטית, אז יעדער פרט אין יעדער זאך וואס פאסירט, דאס איז בהשגחה פרטית. דאס איז מיוסד ממילא, פארשטענדליך, אז בשעת דער רבי האט געזען עפעס אדער געהערט עפעס, אפילו ער האט געהערט פון א גוי, איז דאס א זאך וואס איז בהשגחה פרטית, כדי צו נעמען

03:40 ממנו דרך בעבודת השם. ובפרשת השבוע, פרשת בא, התורה מספרת על יציאת מצרים. משה רבינו הולך בכל פעם אל פרעה ומנהל עמו מאבק שלם כדי שישלח את היהודים: ״שלח את עמי ויעבדוני״. בפרשת השבוע אנו מוצאים שאחרי מכת חושך פרעה כבר לא יכול היה לשאת זאת, והוא קרא למשה רבינו ואמר לו שהוא נותן להם רשות ללכת. כן, שכולם יצאו, האנשים; אבל הבהמות — ״רק צאנכם ובקרכם יוצג״ — תשאירו כאן את הצאן והבקר, שיישארו אצלנו. משה רבינו אמר לו שלא רק כולנו נצא, אלא ״וגם מקננו ילך עמנו״, הצאן והבקר שלנו. כפי שנאמר בהמשך הפרשה, שום בהמה או חיה השייכת לנו לא תישאר כאן במצרים; הכול יצא. יתרה מזו, משה רבינו אומר: ״גם אתה תתן בידינו״. אתה עצמך עוד תיתן לנו מן הצאן שלך ומן הבקר שלך. ״כי אנחנו לא נדע מה נעבוד את ה׳ עד בואנו שמה״ — איננו יודעים במה ואיך נעבוד את הקב״ה עד שנגיע לשם. וממילא אתה עצמך עוד תיתן לנו. ורש״י עומד על כך ומסביר: משה רבינו אמר לו שלא רק הבהמות שלנו ילכו עמנו.

03:40 פון דעם א דרך אין עבודת השם. און אין היינטיקער פרשה געפינען מיר אז דער פסוק, די תורה דערציילט אין פרשת בא, דאס איז די פרשה וואס רעדט וועגן יציאת מצרים. עס איז פארנדארטן בשעת משה רבינו גייט יעדעס מאל צו פרעה, און ער פירט מיט אים א גאנצע מערכה, צו ארויסלאזן די אידן: „שלח את עמי ויעבדוני.“ געפינען מיר אין היינטיקער פרשה אז בשעת עס איז געווען נאך מכת חושך, פרעה האט שוין נישט געקענט אויסהאלטן, און האט גערופן משה רבינו, און ער זאגט אים אז ער גיט אים רשות אז ער זאל גיין. יא, אז זיי זאלן גיין אלע ארויס, די מענטשן. אבער די בהמות, „רק צאנכם ובקרכם יוצג“, לאזט איבער די צאן און בקר, זאלן בלייבן דא. זיי וועלן בלייבן מיט אונז. משה רבינו זאגט אים אז נישט נאר מיר גייען אלע ארויסגיין, און „וגם מקננו ילך עמנו“, צאננו ובקרנו. דא, די שפעטערע פרשה, אזוי קען נישט בלייבן קיין שום בהמה, חיה, וואס באלאנגט צו אונז, וועט נישט בלייבן דא אין מצרים; אלעס וועט ארויסגיין. נאך מער זאגט משה רבינו: „גם אתה תתן בידינו“. דו וועסט נאך אליין מיטגעבן, אליין פון דיין צאן, יא, און דיין בקר וועסטו אליין געבן פאר אונז. „כי אנחנו לא נדע מה נעבוד את ה׳ עד בואנו שמה“ — מיר ווייסן נישט וואס מיר גייען דינען, ווי מיר גייען דינען דעם אויבערשטן, ביז מיר קומען דארט אהין. איז במילא וועסטו אונז אליין געבן. און רש״י שטעלט זיך אויף דעם. רש״י איז מסביר: דאס האט משה רבינו אים געזאגט, אז נישט נאר אז אונזערע בהמות וועלן גיין מיט אונז.

05:17 אלא גם אתה עוד תיתן לנו מן הבהמות שלך. מדוע? משום ״כי אנחנו לא נדע״. רש״י אומר: איננו יודעים ״כמה תכבד העבודה״ עלינו. איננו יודעים כמה קשה יעשה הקב״ה את העבודה שלנו, מה תהיה העבודה ומה הוא ירצה מאיתנו. איננו יודעים ״כמה תכבד העבודה״, ואולי הוא יבקש יותר ממה שאנו יכולים, יותר ממה שיש לנו. וממילא לא רק שניקח את שלנו, אלא ניקח גם משלך. זהו הפסוק בפרשת השבוע. ובפסוק הזה צריך להבין: מה מתרחש כאן? מה פשר הדברים? לכאורה, יש כאן דברים שאינם מובנים כלל. ראשית, מה פירוש ״כמה תכבד העבודה״ עלינו? מדוע חשב משה רבינו שהעבודה עלולה להיות קשה כל כך, שהקב״ה יקשה עלינו? מדוע שיקרה דבר כזה? הקב״ה רוצה להקשות על יהודים? הרי הקב״ה ״אין הקדוש ברוך הוא בא בטרוניא עם בריותיו״. כל אחד מבין שהקב״ה הוא רחום וחנון, והוא מבקש מאדם לעבוד אותו כפי יכולתו. ״איני מבקש לפי כוחי אלא לפי כוחן״. וזה מובן בפשטות. מדוע עלה בדעתו של משה רבינו לומר שאולי הוא יקשה עלינו, ״כמה תכבד״? מדוע ״תכבד״? ולמה דווקא הלשון הזאת? אפשר היה לומר: כמה יבקש, כמה קרבנות נצטרך להביא. מה עניינה של הלשון ״תכבד״ כאן? ואחר כך, מה הוא אומר?

05:17 נו, דו וועסט נאך מיטגעבן אויך פון דיינע בהמות פאר אונז. פארוואס? יא, כי אנחנו לא נדע. אז זאגט רש״י: מיר ווייסן נישט כמה תכבד עלינו העבודה. מיר ווייסן נישט ווי שווער דער אויבערשטער וועט מאכן אונז די עבודה, וואס די עבודה איז, וואס ער וויל פון אונז. מיר ווייסן נישט כמה תכבד עלינו העבודה. און אפשר וועט ער בעטן, שמא יבקש מער וויפל מיר קענען, מער וויפל מיר האבן. איז במילא נישט נאר מיר וועלן נעמען, נאר מיר וועלן נעמען דיינס אויך. און דאס איז דער פסוק אין היינטיקער פרשה. וואס ביי דעם פסוק דארף מען פארשטיין: וואס גייט דא פאר? וואס איז דא דער פשט? וואס לכאורה זיינען גאר נישט פארשטענדלעך. ערשטנס איז נישט פארשטענדלעך, וואס הייסט דאס אז כמה תכבד עלינו העבודה? פארוואס האט משה רבינו געטראכט אז אזוי תכבד עלינו העבודה, אז דער אויבערשטער וועט אונז מאכן שווער? פארוואס אזא זאך? דער אויבערשטער וויל מאכן שווער אידן? דער אויבערשטער זאגט דאך אז אין הקדוש ברוך הוא בא בטרוניא עם בריותיו. יעדער איינער פארשטייט אז דער אויבערשטער איז א רחום, א חנון, און ער בעט א מענטש זאל אים דינען וויפל ער קען. אינו מבקש לפי כוחי אלא לפי כוחם. און ס׳איז פארשטענדלעך בפשטות. פארוואס האט משה רבינו איינגעפאלן צו זאגן אז אפשר וועט ער מאכן שווער, כמה תכבד עלינו? פארוואס אזוי תכבד? נו, דער לשון תכבד, פארוואס דער לשון? כמה יבקש, וויפל קרבנות מיר וועלן דארפן ברענגען. וואס איז דא דער לשון תכבד? און דערנאך, וואס זאגט ער?

06:50 שמא נצטרך לקחת גם משלך. ולמה? כי איננו יודעים כמה נצטרך לעבוד את הקב"ה. איננו יודעים כמה, ואיך, ועד כמה זה יהיה קשה. אבל במה זה יעזור שניקח? גם אם ניקח, אולי הוא יבקש עוד יותר. ושנית, מה צריך לקחת? אם הוא יבקש, נלך ונקנה. מה פשר כל העניין הזה? מה אומר משה רבינו? מה התשובה שלו? מה הטענה שלו? הוא אומר: ״שמא תכבד עלינו״. וממילא, אם הקב"ה יבקש יותר ממה שיש לנו, אנחנו צריכים לקחת ממך כבר עכשיו. אבל במה זה יעזור? מניין תדע שזה מספיק? מה פשר כל הסיפור הזה? בכלל, כל הפסוק מיותר לגמרי. לא מובן למה התורה צריכה להביא את כל העניין הזה, את כל מה שמשה רבינו חשב להשיג אצל פרעה. מה הוא רצה ממנו? וכאן מגיע הפירוש. זו שיחה של הרבי, אני בטוח, מלפני ארבעים שנה, מי"ב שבט, שבת פרשת בא. הרבי התוועד; זו הייתה שבת פרשת בא, השבת שלפני י' שבט. הייתה התוועדות מרתקת. וכדרכו בקודש, הרבי דיבר בכל שבת בשיחת רש"י. כאן הוא התעכב על רש"י הזה ושאל את כל השאלות הללו. והרבי הסביר שכאן טמונה החכמה של משה רבינו. הוא לא התכוון סתם לכך שהקב"ה

06:50 שמא, וועט מען דארפן נעמען אויך פון דיינע. און וואס? ווייל מיר ווייסן נישט וויפל מיר דארפן דינען דעם אויבערשטן. מיר ווייסן נישט וויפל און ווי אזוי און ווי שווער. וואס וועט דאס העלפן אז מיר וועלן נעמען? און אפילו מיר וועלן נעמען, אפשר וועט ער בעטן נאך מער. און צווייטנס, וואס דארף מען נעמען? אז ער וועט בעטן, וועט מען גיין און קויפן. וואס איז דא די גאנצע זאך? וואס זאגט משה רבינו? וואס איז זיין ענטפער? וואס איז זיין טענה? וואס זאגט ער? שמא תכבד עלינו. און במילא, אז ער וועט בעטן מער וויפל מיר האבן, דארפן מיר נעמען פון דיר שוין איצט. וואס וועט דאס העלפן? פון וואנען וועסטו וויסן אז ס׳איז גענוג? וואס איז דא די גאנצע מעשה? וואס בכלל, דער גאנצער פסוק איז אינגאנצן איבעריק. ס׳איז נישט פארשטענדלעך, וואס דארף מען ברענגען די תורה די גאנצע זאך, וואס משה רבינו האט געטראכט זיך דורכפירן מיט פרעה, די גאנצע זאך. וואס האט ער געוואלט פון אים? נו, דא קומט צו גיין, יא, פריער דעם פשט. דאס איז א שיחה, בין איך זיכער, פון רבי׳ן, מיט פערציג יאר צוריק, צוועלף שבט, שבת פרשת בא. דער רבי האט פארברענגט, ס׳איז געווען שבת פרשת בא, שבת פאר יו״ד שבט. ער האט א געשמאקן פארברענגען. און כדרכו בקודש, דער רבי האט יעדער שבת גערעדט אין א רש״י־שיחה. דא האט ער זיך געשטעלט אויף דעם רש״י און געפרעגט די אלע שאלות. און דער רבי האט מסביר געווען אז דא איז די חכמה פון משה רבינו. ער האט נישט געמיינט סתם אז דער אויבערשטער וועט

08:16 יקשה עלינו. הקושי אינו בכך שהקב"ה ידרוש מאיתנו לעבוד יותר ויותר, וכן הלאה. היכן מצאנו קודם את הלשון הזאת? לא מזמן, בפרשת שמות, משה רבינו אמר: ״תכבד העבודה על האנשים״. מה הייתה אותה הכבדה שפרעה גזר? שהיו צריכים ללכת לחפש במקומות אחרים. היו צריכים לחפש בכל מצרים כדי למצוא קש לתבן: ״ויפץ העם בכל ארץ מצרים לקושש קש לתבן״. מה שיש אצלנו אינו מספיק, וצריך לקחת ממקום אחר. וזהו הלשון שם בפסוק, ״תכבד העבודה״. וכאן רש"י משתמש באותו מטבע לשון, ״תכבד העבודה״. במילים אחרות, לא מדובר כאן על כך שהעבודה תהיה קשה יותר. משה רבינו ידע שהעבודה היא עבודת הקרבנות. הוא מבין שזו העבודה שהקב"ה רוצה מבני ישראל: שניקח בהמות, [לא ברור], וכל הדברים האלה, כי אחד העניינים בעבודת השם הוא עבודת הקרבנות. כשמשה רבינו אמר ״תכבד עלינו״, כוונתו הייתה שייתכן שבני ישראל יביאו את בהמותיהם, אבל ייתכן שהקב"ה ירצה שניקח מבהמות מצרים. כי לקב"ה יש נחת רוח מיוחדת מכך. כל עניין הקרבנות הוא שאנחנו לוקחים דברים מן העולם, דברים גשמיים, לוקחים בהמות ועושים מהן קרבן לה', וזהו ריח ניחוח לה'. לקב"ה יש נחת רוח מכך שאנחנו מקריבים בהמה גשמית ונותנים אותה על המזבח,

08:16 מאכן שווער. נו, די שווער איז נישט די שוועריקייט אז ער וועט מאכן ארבעטן מער און מער, און אזוי ווייטער. נו, ווי וואלט איז דא דער לשון? מיר געפינען אין א פריערדיקער, נישט לאנג צוריק, אין פרשת שמות, אז משה רבינו האט געזאגט: ״תכבד העבודה על האנשים״. אז פרעה האט געזאגט, וואס איז דער תכבד? אז דער תכבד איז, מיר דארפן גיין זוכן אין אנדערע ערטער. מיר דארפן גיין זוכן אין גאנץ מצרים כדי צו טרעפן קש לתבן: ״ויפץ העם בכל ארץ מצרים לקושש קש לתבן״. אז ס׳איז נישט גענוג וואס מיר האבן דא, מיר דארפן נעמען פון ערגעץ אנדערש. און דאס איז דא דער לשון אין פסוק, תכבד העבודה. איז דא נאר רש״י נוצט דעם זעלבן מטבע הלשון, תכבד העבודה. אין אנדערע ווערטער, דא רעדט מען נישט וועגן א מאכן שווער. משה רבינו האט געוואוסט אז עבודה איז עבודת הקרבנות. אז פארשטייט ער אז דאס איז עבודה וואס דער אויבערשטער וויל פון אידן, אז מיר דארפן נעמען בהמות, [לא ברור], די אלע זאכן, ווייל איינע פון די ענינים אין עבודת השם איז עבודת הקרבנות. וואס משה רבינו האט געזאגט, ״תכבד עלינו״, אז קען זיין, זיי וועלן ברענגען זייערע בהמות, אבער קען זיין דער אויבערשטער וויל אז מיר זאלן דארפן נעמען פון די בהמות פון מצרים. ווייל ביי דעם אויבערשטן, דו האסט ספעציעלן נחת רוח. די גאנצע ענין פון קרבנות איז, אז מיר נעמען זאכן פון וועלט, גשמיות׳דיגע זאכן, מיר נעמען בהמות, און מיר מאכן פון דעם א קרבן להשם, און דאס איז ריח ניחוח להשם. דער אויבערשטער האט נחת רוח פון דעם, אז מיר זענען מקריב א בהמה גשמית, און מיר געבן עס אוועק אויף המזבח,

09:48 ובכך נותנים אותה לקב"ה. לכן משה רבינו חשב שייתכן שהקב"ה ידרוש מאיתנו, באופן שבו נעבוד את העבודה הזאת, ללכת לחפש במקומות אחרים. ייתכן שהקב"ה רוצה שהקרבנות יהיו לא רק מן הבהמות ששייכות לבני ישראל, אלא ממדרגה גדולה, גבוהה ועמוקה יותר: שניקח ממצרים עצמה, מן הבהמות שלהם, בהמות שהיו שייכות לגויים, ומהן נעשה קרבנות. נהפוך את החושך, ונהפוך את הבהמות האלה לבהמות לקרבנות לקב"ה — דבר שמביא לו נחת רוח גדולה. ולכן הוא אומר: ״ואנחנו לא נדע מה נעבד את ה' עד באנו שמה״. לא מדובר בכמות. כמות היא אחד הדברים שאנחנו יכולים לדעת. ודאי שהקב"ה לא יבקש יותר ממה שאדם יכול לתת. מה שיש לך, אתה יכול לתת; מה שאין לך, אינני מבקש ממך. למשה רבינו לא היה ספק שהקב"ה לא יבקש מאיתנו את מה שאין לנו. הספק היה רק בנוגע לאופן העבודה עצמו: האם נסתפק בבהמות שלנו, שיש לנו, או שנלך לחפש אצל המצרים את בהמותיהם. את זה איננו יודעים — ״מה נעבד״. ולכן אנחנו רוצים לקחת גם מבהמותיך. גם אתה תיתן, כדי שיהיו לנו שני הסוגים, ומה שהקב"ה יבקש, אותו נקריב. וכאן הרבי הביא לידי ביטוי שמזה יוצאת

09:48 און אז גיט עס אוועק צום אייבערשטן. אז משה רבינו האט געטראכט, קען זיין אז דער אייבערשטער וועט פארלאנגען פון אונז, אז ווי אזוי מ'זאל דינען די עבודה, מ'זאל גיין זוכן אין אנדערע ערטער. אז דער אייבערשטער וויל אז די קרבנות זאלן זיין נישט נאר פון די בהמות וואס געהערן צו אידן, נאר גאר א גרעסערע, העכערע, טיפערע מדריגה: מ'וועט נעמען פון מצרים גופא, פון זייערע אייגענע בהמות, וואו די בהמות האבן באלאנגט צו דעם גוי, און פון דעם זאל מען מאכן, איבערקערן דעם חושך, און פון דעם מאכן אז ס'זאלן ווערן בהמות פאר קרבנות פארן אייבערשטן, וואס איז א גרויסער נחת רוח פארן אייבערשטן. איז דערפאר זאגט ער: „ואנחנו לא נדע מה נעבד את ה' עד באנו שמה.“ נישט אין כמות. כמות איז איינע פון די זאכן וואס מיר קענען וויסן. ס'רעדט זיך נישט אין כמות; זיכער וועט דער אייבערשטער נישט בעטן מער ווי וויפיל א מענטש קען האבן. וואס דו האסט, דאס קענסטו געבן; וואס דו האסט נישט, בעט איך נישט ביי דיר. משה רבינו האט נישט געהאט קיין ספק: דער אייבערשטער וועט נישט בעטן וואס מיר האבן נישט. נאר קען זיין אין דעם אופן העבודה גופא, צי מ'זאל זיך מסתפק זיין מיט די אייגענע בהמות וואס מיר האבן, צי מ'זאל גיין זוכן ביי מצרים זייערע בהמות. וואס דאס ווייסן מיר נישט, „מה נעבד“; און דערפאר ווילן מיר נעמען אויך פון דיינע בהמות. דו וועסט אויך געבן, צו טון אז מיר זאלן האבן די ביידע סוגים, און וואס דער אייבערשטער וועט בעטן, דאס וועט מען מקריב זיין. און דא האט דער רבי ארויסגעברענגט, אז פון דעם קומט

11:09 הוראה נפלאה בעבודת השם, ממה שמשה רבינו רצה לומר לפרעה. הרי כל עניין יציאת מצרים הוא, כפי שכתוב בפסוק בפרשה, ״תעבדון את האלקים על ההר הזה״. ״בהוציאך את העם ממצרים, תעבדון את האלקים על ההר הזה״. כל המטרה של יציאת מצרים היא שבני ישראל יוכלו לעבוד את הקב"ה. ויש אופנים שונים לעבוד את הקב"ה. מהי עבודת הקב"ה? שיהודי עובד את הקב"ה בתורה, בעבודה, בקדושה ובכל הדברים שהתורה והמצוות נתנו לנו. ויש אצלנו, בני ישראל, עבודת השם של ״גם אתה תתן בידינו״: שאדם צריך לקחת ממצרים, מן העולם, מן העולם הזה, וגם מזה לעשות קרבן לקב"ה. הדבר אינו רק בקרבנות, אלא בכל פרט בעבודת השם. יהודי צריך לפעול בדרך של ״מאויבי תחכמני״: לקחת מן השונא, מן היצר הרע, מן המנגד, מן הלעומת זה, ולהפוך את הדבר עצמו — לאהפכא חשוכא לנהורא ומרירו למיתקא. זו תכלית עבודת השם: לקחת מן העולם, ומתוך העולם להגיע לעבודת השם. ואת זה רמז משה רבינו לפרעה כשאמר לו: ״גם אתה תתן בידינו״. אנחנו נקבל את התורה, והקב"ה ייתן לנו תורה ומצוות וקדושה, וכל מה שהקב"ה רוצה. אבל עליך לדעת שלא רק נקבל מתנות מהקב"ה, אלא ״גם אתה״: ניקח ממצרים, מן העולם עצמו, מכל דבר עצמו, דרך בעבודת השם. ״איזהו חכם? הלומד מכל אדם״ — אפילו מן הגוי, אפילו מן

11:09 אויס א הוראה נפלאה בעבודת השם, וואס משה רבינו האט געוואלט זאגן פרעה. דער גאנצער ענין פון יציאת מצרים איז דאך, ווי עס שטייט אין פסוק בפרשה, „תעבדון את האלקים על ההר הזה“. „בהוציאך את העם ממצרים, תעבדון את האלקים על ההר הזה“. די גאנצע מטרה פון יציאת מצרים איז, אז אידן זאלן קענען דינען דעם אייבערשטן. און דינען דעם אייבערשטן איז דא אלע אופנים. וואס איז דאס דינען דעם אייבערשטן? וואס א איד דינט דעם אייבערשטן מיט תורה, עבודה, מיט קדושה, מיט אלע זאכן וואס תורה ומצוות האבן זיך געגעבן. איז דא ביי אונז אידן עבודה השם פון „גם אתה תתן בידינו“: אז א מענטש דארף נעמען פון מצרים, פון די וועלט, פון די וועלטליכקייט, און פון דעם אויך מאכן א קרבן צום אייבערשטן. וואס איז נישט נאר אין קרבנות, נאר אין יעדער פרט אין עבודה השם. אז א איד דארף נעמען פון „מאויבי תחכמני“, ארויסנעמען פון דעם שונא, פון דעם יצר הרע, פון דעם מנגד, פון דעם לעומת זה, און מאכן פון דעם אליין, מהפך זיין חשוכא לנהורא, מרירו למיתקא. דאס איז די תכלית עבודת השם: מ'נעמט פון דער וועלט און פון דער וועלט ארויסברענגען צו קומען צו עבודת השם. און דערין משה רבינו לרמז צו פרעה, זאגט ער אים: „גם אתה תתן בידינו“. אז מיר וועלן באקומען די תורה, און דער אייבערשטער וועט אונז געבן תורה ומצוות, און קדושה, און אלע זאכן וואס דער אייבערשטער וויל. אבער דו זאלסט וויסן, אז נישט נאר גייען מיר באקומען מתנות פון דעם אייבערשטן, נאר „גם אתה“: אז מ'גייט נעמען פון מצרים, פון דער וועלט גופא, פון אלעם גופא, גיין נעמען א דרך אין עבודת השם. „איזהו חכם? הלומד מכל אדם“, אפילו פון דעם גוי, אפילו פון דעם

12:59 ממצרי, ללכת וללמוד דרך בעבודת השם. ״מאויבי תחכמני״ — מן האויב, מן המנגד, מן היצר הרע, מפרעה, לומדים דרך בעבודת השם. וזוהי הוראה כללית בעבודת השם על פי דרכו של הבעל שם טוב. וכך לימד הרבי ללמוד מכל אדם ומכל דבר בעולם. כפי שאומר הבעל שם טוב, מכל דבר שיהודי רואה עליו ללמוד דרך בעבודת השם. כשמסתכלים על העולם, ״כי אראה שמיך מעשה אצבעותיך, ירח וכוכבים אשר כוננתה״: יהודי מביט סביבו ורואה גשמיות, ורואה את העולם, ורואה כוכבים — ומה עליו לראות בהם? ״מעשה אצבעותיך״. הוא לומד מכך הוראה בעבודת השם. ״מה רבו מעשיך ה׳״, ״מה גדלו מעשיך״. יהודי מתבונן בעולם ובענייני העולם, ועליו להוציא מהם דרך בעבודת השם. כמובן, אדם צריך להיות מופרד מענייני העולם בשעה שהוא יושב ולומד בישיבה, וכך כל היושבים ולומדים. כל אחד לעצמו צריך ללמוד, צריך שתהיה לו השגה על העולם כולו. צריך ללמוד מאמרי חסידות, צריך ללמוד משנה, פסוק בחומש, צריך ללמוד תורה ולקיים מצוות ולעסוק בענייני קדושה. אבל כשקורה שאתה הולך ברחוב ונתקל בדבר־מה, רואה משהו שנמצא אי־שם, משהו שקרה, או ששמעת שמועה שמשהו קרה במקום אחר — יש בכך דרך בעבודת השם. ולכן לימד אותנו הבעל שם טוב, וזהו הפסוק ״גם אתה תתן בידינו״: לוקחים משם גופא, מענייני העולם, מן הדברים שיש בעולם, ולומדים מהם הוראה בעבודת השם, על גדלות הבורא. וגם לומדים דברים מן המאורעות וממה שרואים שמתרחש. הרבי, נשיא דורנו, ורבותינו נשיאינו, סיפרו לנו פעמים רבות, אמרו מאמרים, עולם שלם של סיפורים ושיחות, שרבותינו...

12:59 מצרי, גיין נעמען א דרך אין עבודת השם. „מאויבי תחכמני“ — פון דעם שונא, פון דעם מנגד, פון דעם יצר הרע, פון פרעה, נעמען מיר א דרך אין עבודת השם. און דאס איז א הוראה כללית אין עבודת השם על פי דרך הבעל שם טוב. און אזוי האט דער רבי אויסגעלערנט פון יעדן, אין יעדער זאך פון דער וועלט, אז ווי דער בעל שם טוב זאגט, אז יעדער זאך וואס א איד זעט, דארף ער אפנעמען פון דעם א דרך אין עבודת השם. איז בשעת מ'זעט די וועלט, „כי אראה שמיך מעשה אצבעותיך, ירח וכוכבים אשר כוננתה“: א איד קוקט ארום אין דער וועלט, און ער זעט גשמיות, און ער זעט די וועלט, און ער זעט כוכבים, און וואס זאל זיין? „מעשה אצבעותיך“ — ער נעמט פון דעם א הוראה אין עבודת השם. „מה רבו מעשיך ה'“, „מה גדלו מעשיך“. א איד איז זיך מתבונן אין דער וועלט, אין די ענינים פון דער וועלט; ער זאל ארויסנעמען פון דעם א דרך אין עבודת השם. כמובן אז א מענטש דארף זיין פונאנדערגעשיידט בשעת ער זיצט און לערנט אין ישיבה, און כל אלה זיצן און לערנען, יעדער פאר זיך דארף לערנען, דארף האבן א השגה פון דער גאנצער וועלט. דארף לערנען מאמרי חסידות, דארף לערנען א משנה, א פסוק חומש, דארף לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, און טון אין קדושה. אבער בשעת וואס ס'פאסירט אז דו גייסט אויף דער גאס, און דו טרעפסט זיך מיט א זאך, און דו זעסט עפעס, ס'איז פאראן ערגעץ, ס'איז געשען עפעס, אדער דו באקומסט עפעס א שמועה, אז דארט עפעס איז געשען — איז דאס א דרך אין עבודה. און דעריבער האט דער בעל שם טוב אונז אויסגעלערנט, און דאס איז דער פסוק „גם אתה תתן בידינו“: מ'נעמט פון דארטן גופא, פון עניני עולם, פון די זאכן וואס זענען דא אין דער וועלט, און נעמט פון דעם א הוראה אין עבודת השם, מגדלות הבורא. און זאכן וואס מ'לערנט פון די מעשיות, און מ'זעט וואס ס'גייט אן. דער רבי, נשיא דורנו, און רבותינו נשיאינו, האבן זייער פיל מאל פארציילט אונז, געזאגט מאמרים, עולם פון סיפורים און שיחות, אז די רבותינו...

14:56 הוא מלמד אותנו כיצד מכל דבר שיש בעולם, אפילו מדבר שנראה כאילו אינו שייך לתורה ולחכמה, אפשר ללמוד דרך בעבודת השם. והרבי דיבר על כך, כיצד אפשר ללמוד מזה דרכים בעבודת השם. למשל, אחת הדוגמאות הייתה בתשכ״ט, כשהחללית טסה לירח. תשכ״ט. זה היה אז סיפור גדול; כל העולם דיבר על כך. שאלו, על פי תורה, האם זה מתיישב עם האמונה, האם אפשר להגיע לירח. והרבי הביא אז הוראה שלמה מן הדבר. חודש תמוז, תשכ״ט. הרבי השיב אז על כל השאלות. הרבי לא ביטל את כל העניין כשטות, לא אמר שמוציאים מיליוני דולרים על דבר שאין לו ערך ואין לו תכלית כדי להגיע לירח. הוא אמר שצריך ללמוד מן המאורע הזה הוראה. והרבי אמר שגם ממנו אפשר ללמוד דרך בעבודת השם. הרבי הקדיש לכך שיחה שלמה ומסר פרטים על החללית, על ספינת החלל. זו אחת ההוראות שהרבי דיבר עליהן. האנשים שטסים צריכים הרי להיות קשובים כל הזמן ולדעת מה מתרחש במקום שבו הם נמצאים. באים אנשים, חכמים גדולים, ויושבים בחללית הזאת, בספינת החלל. והם צריכים לדעת שכל תנועה, כל כפתור, כל דבר שהם עומדים לגעת בו, דורש ריכוז בכל פרט. ואם פרט כלשהו אינו נעשה כפי שצריך, אפשר להפוך את כל העניין. וזוהי ההוראה מן הטיסה,

14:56 ער לערנט אונז ווי אין יעדער זאך וואס איז דא אויף דער וועלט, אפילו א זאך וואס זעט אויס נישט שייך צו תורה און חכמה, קען מען נעמען א דרך אין עבודת השם. און דער רבי האט גערעדט דערפון, ווי אזוי מען קען פון דעם נעמען דרכים אין עבודת השם. ס׳איז געווען, למשל, איינע פון די דוגמאות, אין תשכ״ט, ווען די חללית איז געפלויגן אויף דער לבנה. תשכ״ט. דאס איז געווען דעמאלט די גאנצע מעשה; די וועלט האט גערעדט דערפון. מען האט זיך געפרעגט, על פי תורה, צי דאס שטימט מיט אמונה, צי מען קען גיין אויף דער לבנה. און דער רבי האט דעמאלט געברענגט א גאנצע הוראה. חודש תמוז, תשכ״ט. דער רבי האט דעמאלט געענטפערט אויף אלע שאלות. דער רבי האט נישט געמאכט פון דעם א גאנצע נארישקייט, צו זאגן אז מען פארברענגט מיליאנען דאלארן פאר א זאך וואס האט קיין ערך, קיין תכלית נישט, כדי צו גיין אויף דער לבנה. ער האט געזאגט אז מען דארף פון דער מעשה נעמען א הוראה. און דער רבי האט געזאגט אז אפילו פון דעם קען מען נעמען א דרך אין עבודת השם. דער רבי האט גערעדט א גאנצע שיחה און געמאלדן פרטים פון דעם ספייס־שיפ, דער חללית. דאס איז איינע פון די הוראות וואס דער רבי האט גערעדט. די מענטשן וואס פליען מוזן דאך זיין שטענדיק צוגעוואנדן צו וויסן וואס גייט פאר אין דעם פלאץ וואו זיי געפינען זיך. עס קומען מענטשן, גרויסע חכמים, און זיצן אויף דעם, אויף דער חללית, אויף דעם ספייס־שיפ. און זיי דארפן וויסן אז יעדער תנועה, יעדער קנעפל, יעדער באטן, יעדער זאך וואס זיי גייען אנרירן, דארף זיין מיט א פוקוס אויף יעדער פרט. און אויב עפעס א פרט ווערט נישט געטאן ווי עס דארף צו זיין, קען מען איבערקערן די גאנצע מעשה. און דאס איז די הוראה פון דעם פליען,

17:00 בעבודת השם, כפי שהרבי אומר: הקדוש ברוך הוא אוהב את נשמות ישראל, והוא הכניס נשמה בגוף ונותן לה תפקיד מיוחד בעולם — לעשות מן העולם דירה להשם יתברך. צריך להיות חכם ונבון, ופיקח, ובעל כל המעלות הטובות. אבל צריך לציית. צריכה להיות קבלת עול מלכות שמים, לציית לקדוש ברוך הוא בכל פרט, בכל נקודה, בכל מצווה ובכל הידור מצווה. וזהו העניין: ללמוד מענייני העולם דרך בעבודת השם, כיצד לעבוד את הקדוש ברוך הוא. וזה מה שהפרשה מלמדת אותנו. יש בתפארת שלמה מאמר שהוא מביא, והוא מפרש דרך בעבודה בפסוקים. על דברי משה רבינו לפרעה: ״גם אתה תתן בידינו זבחים ועולות״, הוא אומר על דרך זו, שיהודי צריך ללמוד מן הגוי, מן המנגד, מן היצר הרע, מן התאוות שלו — מהן גופא עליו ללמוד דרך בעבודת השם. והוא אומר כך: כשיהודי קם מוקדם ורוצה לישון עוד קצת, היצר הרע אומר לו: ״תישן עוד קצת; מה אתה רוצה, למה אתה קם?״ עליו לומר לו: ״אני לומד ממך עצמך. אם אתה, היצר הרע, אומר לי לקום מוקדם כל כך, ואתה בא אליי בכזאת התלהבות ובכזאת זריזות, הרי מזה גופא עליי ללמוד דרך לקום מוקדם ולעבוד את הקדוש ברוך הוא בזריזות״. וכך הלאה: מכל עניין, מן המידות הרעות, מן הנפש הבהמית, צריך ללמוד כיצד לעבוד באמצעותו גופא את הקדוש ברוך הוא. וכך הוא כותב בתפארת שלמה, שזה היה העניין בדברי משה רבינו: ״גם אתה תתן בידינו״, ״כי אנחנו לא נדע מה נעבוד את ה׳ עד בואנו שמה״. הוא שואל: מה פירוש ״עד בואנו שמה״? איננו יודעים כיצד לעבוד את הקדוש ברוך הוא עד שנגיע לשם? ו...

17:00 אין עבודת השם, אזוי דער רבי רעדט. אז דער אויבערשטער האט ליב נשמות ישראל, און ער האט אריינגעשטעלט א נשמה בגוף, און ער גיט איר א ספעציעלן תפקיד. אויפן עולם, מאכן פון דער וועלט א דירה להשם יתברך. מען דארף זיין א חכם ונבון, און קלוג, און אלע גוטע זאכן. אבער ער מוז פאלגן. עס מוז זיין די קבלת עול מלכות שמים, פאלגן דעם אויבערשטן אין יעדער פרט, יעדער נקודה, יעדער מצוה, יעדער הידור מצוה. און דאס איז דער ענין: פון די עניני עולם נעמען א דרך אין עבודת השם, ווי צו דינען דעם אויבערשטן. און דאס איז וואס די פרשה לערנט אונז. עס איז פאראן אין תפארת שלמה א ווארט וואס ער ברענגט, און ער טייטשט אן עבודה אין די פסוקים. אז דאס וואס משה רבינו האט געזאגט צו פרעה: „גם אתה תתן בידינו זבחים ועולות“. זאגט ער על דרך זה, אז א איד דארף לערנען פון דעם גוי, פון דעם מנגד, פון דעם יצר הרע, פון זיינע תאוות, דארף ער לערנען פון דעם גופא א דרך אין עבודת השם. און ער זאגט א ווארט: אז ווען א איד שטייט אויף פרי, און ער וויל שלאפן א ביסל מער, דער יצר הרע זאגט אים: „שלאף א ביסל מער; וואס ווילסטו, וואס שטייסטו אויף?“ דארף ער אים זאגן: „איך לערן פון דיר אליין. אז דו, דער יצר הרע, זאגסט מיר צו שטיין אויף אזוי פרי, און דו קומסט צו מיר מיט אזא ברען און אזא זריזות, איז פון דעם גופא דארף איך לערנען א דרך אויפצושטיין פרי און דינען דעם אויבערשטן מיט זריזות.“ און אזוי ווייטער, אז פון יעדער ענין, פון די מדות רעות, פון דער נפש הבהמית, דארף מען פון דעם גופא נעמען צו דינען דעם אויבערשטן. און אזוי שרייבט ער אין תפארת שלמה, אז דאס איז געווען דער ענין וואס משה רבינו האט געזאגט: „גם אתה תתן בידינו“, „כי אנחנו לא נדע מה נעבוד את ה׳ עד בואנו שמה“. פרעגט ער: וואס איז דער טייטש „עד בואנו שמה“? ווייסן מיר נישט ווי אזוי צו דינען דעם אויבערשטן, ביז מיר וועלן קומען דארט? און

19:08 עד שנגיע לשם, האם נדע מה צריך לעשות? מה פירוש ״עד בואנו שמה״? הוא מבאר על פי מה שכתוב בפסוקים שאמר משה רבינו: כשנמצאים בראשית העבודה וצריך לדעת איך לעבוד את הקב״ה, לומדים מן היצר הרע עצמו דרכים בעבודת השם. בתחילת העבודה צריך ללמוד מן העולם כיצד מתנהלים דברים חומריים, לקחת מהם דרכי פעולה ודוגמאות, וללמוד מהם. אבל כשאדם כבר נמצא עמוק בעבודת השם, הוא אינו צריך להגיע אל הגוי כדי ללמוד ממנו כיצד לעבוד. ״עד בואנו שמה״ — עד שמגיעים למדרגות הגבוהות ביותר, עדיין צריך להיות מסוגלים ללמוד אפילו מגוי. אבל כשאדם כבר נמצא במדרגות הגבוהות ביותר בעבודת השם, הוא עובד את הקב״ה מצד עצמו, ואינו צריך לקחת ממנו. כך הוא מבאר. אבל על כל פנים, בנוגע לענייננו, הנקודה היא שזו נקודה עיקרית מיסודות עבודת השם ודרך החסידות: מכל דבר בעולם צריך ללמוד דרך בעבודת השם. וזה קשור לרש״י הראשון בחומש, שבו רש״י אומר שכל העולם נברא בשביל התורה ובשביל ישראל. ממילא פשוט שכל פרט בעולם הוא [לא ברור]. מכל דבר צריך ללמוד בעבודת השם, ולעשות מן העולם, מן העולם כולו ומכל פרט בעולם, עולם אלוקי, עולם קדוש, דירה לה׳ יתברך. וזה צריך לקרות ולהתקיים באופן של ״כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות״. שנזכה

19:08 ביז ווען מיר וועלן קומען דארט, וועלן מיר וויסן וואס מען דארף טאן? וואס איז דאס „עד בואנו שמה“? טייטשט ער, לויט ווי עס שטייט אין די פסוקים, וואס משה רבינו האט געזאגט: ווען מען געפינט זיך ראשית העבודה, און מען דארף וויסן ווי צו דינען דעם אויבערשטן, נעמט מען פון דעם יצר הרע גופא, לערנט מען פון אים דרכים אין עבודת השם. בתחילת העבודה דארף מען לערנען פון דער וועלט, ווי אזוי חומר׳דיגע זאכן פירן זיך, נעמען פון זיי אסטרטגיעס, נעמען פון זיי דוגמאות, און פון זיי לערנען. ווען אבער א מענטש געפינט זיך שוין טיף אין עבודת השם, דעמאלט דארף ער נישט אנקומען צו דעם גוי, אז פון אים זאל ער וויסן ווי צו דינען. „עד בואנו שמה“ — ביז מען קומט צו די העכסטע מדרגות, דארף מען זיך נאך אלץ קענען לערנען אפילו פון א גוי. אבער ווען א מענטש געפינט זיך שוין אין די העכסטע מדרגות עבודת השם, איז דעמאלט דינען דעם אויבערשטן מצד עצמו, און דארף נישט אנקומען צו נעמען פון דעם. דאס טייטשט ער. אבער על כל פנים, בנוגע לעניננו, איז די נקודה: דאס איז א נקודה עיקרית פון די יסודות עבודת השם און דרך החסידות, אז פון יעדער זאך אין דער וועלט דארף מען נעמען א דרך אין עבודת השם. וואס דאס איז פארבונדן מיט דעם ערשטן רש״י אין חומש, וואס רש״י זאגט אז די גאנצע וועלט איז באשאפן געווארן בשביל התורה ובשביל ישראל. איז במילא פשוט אז יעדער פרט אין דער וועלט איז [לא ברור]. אז פון יעדער זאך דארף מען לערנען אין עבודת השם, און מאכן פון דער וועלט, די גאנצע וועלט, און פון יעדער פרט אין דער וועלט, א גוטלעכע וועלט, א הייליקע וועלט, א דירה להשם יתברך. און דאס דארף געשען און מקויים ווערן אזוי ווי „כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות“. אז מיר זאלן

20:46 להמריא אל הגאולה השלמה על ידי משיח צדקנו.

20:46 אריינפליען אין די גאולה השלמה דורך משיח צדקנו.