לעבן חסידות · פרק 74 · 2023-05-15 · 22:07
פרשת במדבר - אהבת ישראל אלץ הכנה פאר מתן תורה
תיאור הפרק
* התוועדות שבת פרשת במדבר ערב ר״ח סיון תשמ״ו, *לקוטי שיחות חלק ד׳ במדבר
השמע המקורי · הערך על הרב אשר פרקש בחב"דפדיה
תמלול אוטומטי מהשמע, ותרגום מכונה לעברית. קישורים לחב"דפדיה נוספו אוטומטית.
00:00 כשלומדים את העניינים שהתורה מספרת על החודש שבו בני ישראל התכוננו למתן תורה, לקבלת התורה, מוצאים כמה עניינים שהיו הכנה לקבלת התורה. אחד מהם הוא מה שנאמר בפסוק: ״בחודש השלישי לצאת בני ישראל מארץ מצרים ביום הזה באו מדבר סיני... ויחן שם ישראל נגד ההר״. ורש״י מביא ש״ויחן שם ישראל״ נאמר בלשון יחיד — ״כאיש אחד בלב אחד״. כלומר, כשבני ישראל הגיעו למדבר סיני ועמדו מול הר סיני, הם היו כאיש אחד בלב אחד. הקב״ה אמר: ״עתה ראויים הם לקבל התורה״. בכל החניות האחרות היו תרעומות ומחלוקת, אבל כאן הם היו כאיש אחד בלב אחד, ולכן אמר הקב״ה שעכשיו, בזמן קבלת התורה, הוא ייתן את התורה. זאת אומרת שההכנה, ואחת ההכנות העיקריות לקבלת התורה, היא אהבת ישראל ואחדות ישראל — כאיש אחד בלב אחד. מה ההסבר לכך, ומה הקשר בין אהבת ישראל ואחדות ישראל לבין ההכנה לקבלת התורה? לכאורה, אלה שני עניינים נפרדים. ודאי שאהבת ישראל ואחדות ישראל הן עניין גדול, מצווה גדולה: ״ואהבת לרעך כמוך״ — כלל גדול בתורה. אבל למה העניין הזה חשוב כל כך, עד כדי כך שהיה הכנה לקבלת התורה? עד שהקב״ה אמר ״עתה ראויים הם״, שבזכות היותם כאיש אחד בלב אחד,
00:00 ווען מ׳לערנט די ענינים וואס די תורה דערציילט וועגן דעם חודש וואס אידן האבן זיך צוגעגרייט צו מתן תורה, צו קבלת התורה, געפינט מען כמה ענינים וואס זענען געווען די הכנה צו קבלת התורה. איינע פון די ענינים איז וואס עס שטייט אין פסוק: „בחודש השלישי לצאת בני ישראל מארץ מצרים ביום הזה באו מדבר סיני ... ויחן שם ישראל נגד ההר“. און רש״י ברענגט: „ויחן שם ישראל“ — לשון יחיד, „כאיש אחד בלב אחד“. אז דעמאלט, ווען אידן זענען אנגעקומען אין מדבר סיני און זענען געשטאנען נגד ההר, שטייענדיג אין פראנט פון הר סיני, איז דאס געווען כאיש אחד בלב אחד. דער אויבערשטער האט געזאגט: „עתה ראויים הם לקבל התורה“. ביי אלע אנדערע חניות איז געווען בתרעומות ובמחלוקת, אבער דא זענען זיי געווען כאיש אחד בלב אחד, און דערפאר האט דער אויבערשטער געזאגט אז איצטער, בזמן פון קבלת התורה, וועט ער געבן די תורה. דאס הייסט אז די הכנה, און איינע פון די עיקרי ההכנות צו קבלת התורה, איז דער ענין פון אהבת ישראל און אחדות ישראל, כאיש אחד בלב אחד. וואס איז די הסברה, און וואס איז דער ענין פון אהבת ישראל און אחדות ישראל אלס הכנה צו קבלת התורה? לכאורה, דאס זענען צוויי באזונדערע ענינים. אוודאי איז אהבת ישראל און אחדות ישראל א גרויסער ענין, א גרויסע מצוה, „ואהבת לרעך כמוך“ — כלל גדול בתורה. אבער פארוואס איז דער ענין אזוי וויכטיג, עד כדי כך אז דאס איז געווען די הכנה צו קבלת התורה? און ביז וואו דער אויבערשטער האט געזאגט „עתה ראויים הם“, אז אין דעם זכות וואס זיי זענען געווען כאיש אחד בלב אחד, איז דערפאר
01:32 אמר הקב״ה שעכשיו הוא ייתן את התורה. נדבר על מה שהרבי אמר פעם בעניין הזה, בהתוועדות של שבת פרשת במדבר, ערב ראש חודש סיון, שנת תשמ״ו. אז עורר הרבי התעוררות גדולה מאוד בעניין אהבת ישראל ואחדות ישראל. נדבר על מעט מהעניינים שנאמרו בהתוועדות ועל ענייני התקופה. לפני כן נקדים סיפור, סיפור חסידי כרגיל. הסיפור הוא מימיו של אדמו״ר המהר״ש. לאדמו״ר המהר״ש היו חסידים שגרו בקרמנצ׳וג. קרמנצ׳וג הייתה עיירה חסידית שגרו בה חסידים רבים — למדנים גדולים, משכילים גדולים ועובדים גדולים בעבודת ה׳ על פי דרך החסידות. הייתה שם קבוצה גדולה שכונתה ״הבערלאך״; כולם קראו להם ״הבערלאך מקרמנצ׳וג״. הם היו עובדי ה׳ ומשכילים, ובקיאים בתורת החסידות ובתורה בכלל. קראו להם ״בערלאך״ משום שכמה מהם נקראו דוב בער. נראה שהיו אלה חסידים שנולדו לאחר הסתלקות אדמו״ר האמצעי, שנקרא דוב בער. היו כמה וכמה חסידים בשם הזה. ומספרים שאחד מגדולי החסידים בחבורה הזאת, חבורת הבערלאך מקרמנצ׳וג, היה החסיד ר׳ חיים בער וילנסקי. על החסיד ר׳ חיים בער מספרים דברים גדולים על ידיעתו
01:32 האט דער אויבערשטער געזאגט אז ער וועט איצט געבן די תורה. איז וועלן מיר ארומרעדן וואס דער רבי האט גערעדט אמאל, זיך באציענדיג צו דעם, אין א פארברענגען פון שבת פרשת במדבר, ערב ראש חודש סיון, שנת תשמ״ו, וואס דעמאלט האט דער רבי געמאכט גאר א גרויסן שטורעם פון דעם ענין פון אהבת ישראל און אחדות ישראל, מיט א ביסל פון די ענינים פונעם פארברענגען און די ענינים פון דער תקופה. און פארדעם וועלן מיר מקדים זיין א סיפור, א חסידישער סיפור כרגיל. דער סיפור איז פון די צייטן פון דעם רבי׳ן מהר״ש. דער רבי מהר״ש האט געהאט חסידים וואס האבן געוואוינט אין קרעמענטשוג. קרעמענטשוג איז געווען א חסידיש שטעטל וואו עס האבן געוואוינט א סך חסידים, גרויסע לומדים, גרויסע משכילים, גרויסע עובדים אין עבודת השם על פי דרך החסידות. דארט איז געווען א גרויסע קבוצה וואס האבן געהייסן די בערלאך; אלע האבן זיי גערופן די קרעמענטשוגער בערלאך. זיי זענען געווען עובדי ה׳, משכילים און ידועים אין תורת החסידות און אין תורה בכלל. זיי האבן געהייסן בערלאך, ווייל עטליכע פון זיי האבן געהייסן מיטן נאמען דוב בער. דאס זענען געווען, ווייזט אויס, אזעלכע וואס זענען געבוירן געווארן נאך דער הסתלקות פון דעם מיטעלער רבי׳ן, וואס ער האט געהייסן מיטן נאמען דוב בער. עס זענען געווען כמה וכמה חסידים מיט אזא נאמען. און מען דערציילט א סיפור דברים, אז איינער פון די גרויסע חסידים פון דער חבורה, פון די קרעמענטשוגער בערלאך, איז געווען דער חסיד ר׳ חיים בער ווילענסקי. וועגן דעם חסיד ר׳ חיים בער דערציילט מען גרויסע זאכן וועגן זיין ידיעה
03:08 בחסידות, על הבנתו ועל העמקתו, ועל כך שהיה יכול לשבת שעות ארוכות ולהתבונן בענייני חסידות. הוא היה מבאר חסידות בדרך של הנחה וביאור. הוא היה יכול לדבר שעות ארוכות על עניינים עמוקים בחסידות, עם משלים והסברים, באופן של הבנה והשגה שכולם יכלו להבין. פעם סיפר אדמו״ר הרש״ב מהיכן באו הידיעה, ההעמקה וההבנה האלה של ר׳ חיים בער בחסידות, וסיפר כך: המשפיע של אותה קבוצה היה חסיד בשם ר׳ זלמן זלטופולסקי. ר׳ זלמן זלטופולסקי היה מן החסידים שעוד היו אצל אדמו״ר הצמח צדק, ולאחר מכן היה מגדולי החסידים של אדמו״ר המהר״ש. פעם נסע ר׳ זלמן זלטופולסקי לליובאוויטש והיה אצל אדמו״ר המהר״ש. אז שמע מאמר חסידות שבו דיבר הרבי על עניין גמילות חסדים ועל המעלה הגדולה של צדקה וגמילות חסדים. הוא דיבר על מאמר חז״ל: ״רבי אלעזר יהיב פרוטה לעני והדר מצלי״ — לפני התפילה היה נותן פרוטה לעני. מה הכוונה? מהי המעלה הגדולה בנתינת פרוטה לעני ולאחר מכן בתפילה? הכוונה היא שכאשר יהודי נותן צדקה לעני, הוא מחיה את נפש העני. הוא ממש מחיה אדם שאין לו, אדם עני שאינו יכול [לא ברור] לעצמו. ואתה נותן לו צדקה, אתה גומל עמו חסד; זהו הקב״ה [לא ברור].
03:08 אין חסידות, זיין הבנה, זיין העמקה, ווי ער האט געקענט זיצן שעות ארוכות זיך מתבונן זיין אין עניני חסידות. זיין הסברה אין חסידות איז געווען באופן פון הנחה וביאור. ער האט געקענט ארומרעדן שעות לאנג ענינים עמוקים אין חסידות מיט משלים און הסברים, אין אן אופן פון הבנה והשגה וואס אלע האבן געקענט פארשטיין. און אמאל האט דער רבי הרש״ב דערציילט פון וואנען עס איז געקומען אט די ידיעה, די העמקה און די הבנה פון ר׳ חיים בער אין חסידות. און ער האט געזאגט אזא סיפור. ער האט דערציילט אז דער משפיע פון אט דער קבוצה איז געווען א חסיד וואס האט געהייסן ר׳ זלמן זלאטאפאלסקי. ר׳ זלמן זלאטאפאלסקי איז געווען פון די חסידים וואס זענען נאך געווען ביים צמח צדק; שפעטער איז ער געווען פון די גרויסע חסידים פון דעם רבי׳ן מהר״ש. אמאל איז ר׳ זלמן זלאטאפאלסקי געפארן קיין ליובאוויטש און איז געווען ביים רבי׳ן מהר״ש. און ער האט דעמאלט געהערט אן ענין חסידות, א מאמר חסידות, וואס אין דעם מאמר האט דער רבי ארומגערעדט בנוגע דעם ענין פון גמילות חסדים. און ער האט גערעדט וועגן דער גרויסער מעלה פון דעם ענין פון צדקה וגמילות חסדים. און ער האט גערעדט וועגן דעם מאמר חז״ל. חז״ל זאגן אז רבי אלעזר יהיב פרוטה לעני והדר מצלי — אז פארן דאווענען פלעגט ער געבן א פרוטה לעני. וואס איז די כוונה? וואס איז די גרויסקייט פונעם ענין פון געבן א פרוטה לעני און דערנאך דאווענען? וואס איז די כוונה? אז בשעת דער איד גיט צדקה צו אן עני, איז ער מחיה דעם נפש העני. ער איז ממש מחיה א מענטש וואס האט נישט, אן ארעמאן וואס קען נישט מאכן [לא ברור] פאר זיך אליין. און דו גיסט אים צדקה, דו גיסט אים חסד; דאס איז דער אויבערשטער [לא ברור].
05:03 כשנותנים צדקה ליהודי שזקוק לה, זוכים בתפילה להרגשה ולטעם בגילוי אלוקות. בהזדמנויות אחרות דיברו על הפעולה הזאת: בכך שאתה מחיה את נפש העני, הקב״ה מחיה את העשירים. הדבר נותן טעם בעבודת התפילה, ומרגישים אלוקות בתפילה. ר׳ זלמן זלטופולסקי הושפע מאוד מן העניין הזה. כשחזר לקרמנצ׳וג, התוועד עם תלמידיו ודיבר על המאמרים וחזר עליהם. כשחסידים היו חוזרים מהרבי, היו מדברים על התורה ששמעו אצל הרבי. וכך הוא דיבר על המעלה הגדולה של נתינת צדקה קודם התפילה, ועל האופן שבו היא מסייעת אחר כך בעבודת התפילה. החסיד פריינדברג, אברך, הלך הביתה וסיפר לאשתו את התורה ששמע בהתוועדות. אשתו של פריינדברג קיבלה על עצמה להכין מזונות: היא נהגה לאפות עוגיות ומזונות. ובכל בוקר היה פריינדברג מביא אותם לבית הכנסת. לפני התפילה היה מביא מזונות, כדי שיהיה לחסידים מה לאכול — כוס תה וחתיכת מזונות. ועל הסיפור הזה סיים אחר כך אדמו״ר הרש״ב: כן, אומרים שלפריינדברג הייתה ידיעה מופלאה בעמקי החסידות. זה בא מכך שיש לו ראש טוב, והוא מוצא תירוצים.
05:03 גיט מען א אידן וואס ער דארף צדקה, אז ביים דאווענען זאל ער זוכה זיין צו באקומען א הרגש און א געשמאק אין גילוי אלקות, אין געטלעכקייט. אנדערע מאל האט מען ארומגערעדט די פעולה, אז דורך דעם וואס דו ביסט מחיה נפש העני, איז דער אויבערשטער מחיה די רייכע. עס שטעלט א געשמאק אין עבודת התפילה, און מען דערהערט געטלעכקייט אין דאווענען. ר' זלמן זלטאפאלסקי זיינען דאס פול געווען אונטער דעם ענין. ווען ער איז צוריקגעקומען, צוריק קיין קרעמענטשוג, האט ער פארבראכט, פארברענגט מיט זיינע תלמידים און ארומגערעדט, איבערגעחזרט די מאמרים. ווען חסידים פלעגן קומען פון רבי'ן, פלעגט מען ארומרעדן די תורה וואס מען האט געהערט ביים רבי'ן. האט ער ארומגערעדט דעם ענין פון דעם גרויסן עילוי פון געבן צדקה קודם התפילה, און ווי דאס העלפט שפעטער אין עבודת התפילה. דער חסיד פריינדבערג, א יונגערמאן, איז אהיימגעגאנגען און דערציילט צו זיין רביצין, צו זיין פרוי. זיין רביצין האט ער דערציילט די תורה וואס ער האט געהערט אין דעם פארברענגען. האט זי גענומען א החלטה, אז זי, פריינדבערגס פרוי, פלעגט צוגרייטן מזונות, פלעגט קאכן קיכלעך, קאכן, אה, באקן מזונות. און יעדן אין דער פרי פלעגט פריינדבערג ברענגען אין שול. אין דער פרי פארן דאווענען פלעגט ער ברענגען מזונות, אז חסידים זאלן האבן וואס צו עסן, א גלאז טיי און א שטיקל מזונות. און דאס האט שפעטער אויסגעפירט דער רבי רש"ב אויף דעם סיפור: יא, מען זאגט אז פריינדבערג איז געווען א יְדִיעָה אין א וואונדער אין עמקי חסידות. נעמט זיך פון דעם וואס ער האט א גוטע קאפ, מאכט ער ארויס תירוצים.
06:45 ובזכות אהבת ישראל שלו, שהיה נוהג להביא מזונות כדי שלחסידים יהיה מה לאכול לפני התפילה, זכה להבנה ולהשגה בתורת החסידות. אנחנו מדברים על ההכנה למתן תורה, ואומרים שההכנה לתורה הייתה ״ויחן שם ישראל נגד ההר״. בשנת תש״מ, שזכיתי להיות אז אצל הרבי, דיבר הרבי על כך. הקביעות הייתה ששבת פרשת במדבר חל בערב ראש חודש סיוון. שבוע קודם לכן, בפרשת בחוקותי, אמר הרבי שהעולם נמצא כיום במצב שצריך חיזוק, וצריך לחזק, ובפרט בעניין השלום והאחדות: להביא לכך שתהיה אהבת ישראל ואחדות ישראל בין כל היהודים. אהבת ישראל קשורה ל״ברכנו אבינו כולנו כאחד״, כפי שאומרים בתפילה. כלומר, כשיש ״כולנו כאחד״, כשיהודים עומדים יחד ובאחדות, אזי ״ברכנו אבינו״ — מקבלים ברכות מיוחדות מהקב״ה. ולכן אנו מוצאים שלפני קבלת התורה, שאז הייתה הברכה הגדולה ביותר וההמשכה הגדולה ביותר, ״וירד ה׳ על הר סיני״, גילוי התורה, היה עניין של אהבת ישראל ואחדות ישראל. זה היה הכלי שעל ידו נמשך גילוי התורה. ולכן ביקש אז הרבי שבשבת הקרובה, שבת פרשת במדבר, ערב ראש חודש סיוון, יכנסו יהודים בכל מקום, ״וברוב עם הדרת מלך״, יערכו התוועדויות חסידיות גדולות, ויתכנסו דווקא באופן
06:45 וואס אין דעם זכות פון דער אהבת ישראל, וואס ער פלעגט ברענגען מזונות, אז חסידים זאלן האבן וואס צו עסן פארן דאווענען, איז פון דעם איז אים געווארן די הבנה און די, אה, דער פארשטאנד אין תורת החסידות. איז בנוגע, מען רעדט בנוגע דמיה פון תורה. און מען זאגט אז די הכנה צו תורה איז געווען דער ״ויחן שם ישראל נגד ההר״. איז אין די יאר תש״מ, וואו איך האב זוכה געווען צו זיין ביים רבי'ן דעמאלט, האט דער רבי דעמאלט גערעדט. ס׳איז געווען די קביעות פון שבת פרשת במדבר, ערב ראש חודש סיון, א וואך פאר דעם, פרשת בחוקותי. האט דער רבי דעמאלט גערעדט אז היינט די וועלט שטייט אין א מצב וואס מען דארף האבן חיזוק און מען דארף מחזק זיין, ובפרט אין דעם ענין פון שלום און אחדות. אזוי צוקומען, אזוי זיין אהבת ישראל און אחדות ישראל ביי אלע אידן. וואס אהבת ישראל איז ״ברכנו אבינו כולנו כאחד״, ווי מען זאגט ביים דאווענען. וואס דאס הייסט אז בשעת ס׳איז דא ״כולנו כאחד״, אידן שטייען בְּיַחַד און באחדות, איז דעמאלט ״ברכנו אבינו״, איז באקומען ספעציעלע ברכות פונעם אויבערשטן. און דערפאר געפינען מיר, אז פאר קבלת התורה, אז דעמאלט איז געווען די גרעסטע ברכה, די גרעסטע המשכה, אז ״וירד ה׳ על הר סיני״, די גילוי פון תורה, וואס האט געמיינט דער ענין פון אהבת ישראל און אחדות ישראל. וואס דאס איז געווען דער כלי, וואס דורך דעם איז נמשך געווארן די גילוי פון תורה. און דערפאר האט דער רבי דעמאלט געבעטן, אז דעם קומענדיקן שבת, שבת פרשת במדבר, ערב ראש חודש סיון, זאל מען מאכן צוזאמענקומען אידן בכל מקום, וברוב עם הדרת מלך, מאכן חסידישע פארברענגענס, גרויסע פארברענגענס, און צוזאמענקומען זיך דווקא באופן
08:33 של אהבת ישראל ואחדות ישראל; שיעשו שבת של אחדות ישראל, כדי שתהיה בכך הקדמה והכנה לקבלת התורה בשמחה ובפנימיות. ואכן, באותה שבת במדבר התאסף קהל גדול, והרבי התוועד בשבת. זו הייתה התוועדות נעימה ועשירה מאוד, שהעניין הזה היה שזור בה מתחילתה ועד סופה. הרבי דיבר אז על אהבת ישראל ואחדות ישראל, ודן בעניין על כל פרטיו. אני רוצה לחזור על אחת הנקודות, הקשורה גם לפרשת השבוע, ודרכה נתקרב לעניין של אהבת ישראל ואחדות ישראל. הרבי אמר אז כך: כשלומדים את פרשת במדבר, מתחילים ספר חדש, ספר במדבר. והיכן מתחילה פרשת במדבר עצמה? התורה פותחת: ״וידבר ה׳ אל משה במדבר סיני״, ומפרטת מתי היה הדבר: ״באחד לחודש השני״. רש״י מתעכב על המילים ״במדבר סיני״ ומביא: ״מתוך חיבתן לפניו מונה אותם כל שעה״. מפני חיבתם של ישראל לפני הקב״ה, מפני שהקב״ה אוהב את היהודים ומחבב אותם, הוא ״מונה אותם כל שעה״. ולכן היו כמה מניינים שבהם מנה הקב״ה את ישראל: ביציאת מצרים, לאחר חטא העגל, וכאן שוב — מניין בני ישראל, שבו עוסקת פרשת במדבר. וכאן העיר הרבי על דבר פלא. ראשית, השאלה היא: לכאורה, בפסוק הזה עדיין לא מדובר על מניין בני ישראל. עניין מניין בני ישראל מופיע
08:33 פון אהבת ישראל ואחדות ישראל, מאכן א שבת פון אחדות ישראל, כדי אזוי צו זיין הקדמה והכנה צו קבלת התורה בשמחה ובפנימיות. אז דעמאלט, ווען ס׳איז געווען שבת במדבר, איז צוזאמענגעקומען א גרויסער עולם, און שבת האט דער רבי פארברענגט, און ס׳איז געווען גאר א געשמאקער, גאר א רייכער פארברענגען, דורכגעוועבט פון תחילתו ועד סופו. האט דער רבי דעמאלט גערעדט וועגן דעם ענין פון אהבת ישראל ואחדות ישראל, ארומגערעדט דעם ענין בכל הפרטים. איינע פון די נקודות וואס איך וויל איבערחזרן, און וואס פארבינדט די פרשת השבוע, וועט דאס אונז דערנענטערן צו דער ענין פון אהבת ישראל און אחדות ישראל. דער רבי האט דעמאלט גערעדט אזוי: מען לערנט פרשת במדבר, הייבט מען אן א נייעם ספר, ספר במדבר. אין דעם גופא די פרשה, וואו הייבט זיך אן פרשת במדבר? און פרשת במדבר הייבט אן די תורה: ״וידבר ה׳ אל משה במדבר סיני״, און ס׳שטייען די פרטים ווען איז דאס געווען, ״באחד לחודש השני״. און רש״י שטעלט זיך אויף די ווערטער ״במדבר סיני״, און רש״י ברענגט אז דאס איז געווען ״מתוך חיבתן לפניו מונה אותם כל שעה״. אז מצד דעם אויבערשטנס חביבות, דאס וואס דער אויבערשטער האט ליב אידן און איז מחבב אידן, איז ״מונה אותם כל שעה״. און דערפאר איז געווען כמה מנינים וואס דער אויבערשטער האט געציילט אידן: ביים ארויסגאנג פון מצרים, נאכן חטא העגל, און דא נאך א מאל איז געווען די מנין בני ישראל, וואס דאס איז די פרשת במדבר, וואס רעדט וועגן מנין בני ישראל. וואס דא האט דער רבי באמערקט א דבר פלא. ערשטנס, יא, די שאלה איז: לכאורה, אין דעם פסוק רעדט מען דאך נאך נישט וועגן מנין בני ישראל. דער ענין פון מנין בני ישראל שטייט
10:26 רק בפסוק הבא. רש״י היה צריך להתעכב על הפסוק הבא, על הפסוק שבו נאמר שיש למנות את ישראל, ושם לומר: ״מתוך חיבתן לפניו מונה אותם כל שעה״. מדוע הוא אומר זאת כבר על הפסוק הראשון? ומה הקשר בין המילים ״במדבר סיני״ לבין ״מתוך חיבתן לפניו מונה אותם כל שעה״? איך זה נכנס כאן, ומה השייכות בין הדברים? והשאלה השנייה: מה השייכות של העניין הזה, ״מתוך חיבתן לפניו מונה אותם כל שעה״, לשם הפרשה, פרשת במדבר?
10:26 דאך אין א קומענדיקן פסוק. רש״י וואלט זיך געדארפט שטעלן אויף א קומענדיקן פסוק, אויף א צווייטן פסוק, וואו דארט שטייט אז מ׳זאל ציילן אידן. דארט האט רש״י געדארפט זאגן: „מתוך חיבתן לפניו מונה אותם כל שעה.“ וואס איז די סיבה אז גלייך אויפן ערשטן פסוק? און וואס שטייט „במדבר סיני“, וואס האט דאס צו טאן מיט דער ענין פון „מתוך חיבתן לפניו מונה אותם כל שעה“? ווי קומט דאס אריין דא? וואס האט דאס א שייכות? די צווייטע שאלה: וואס האט דאס א שייכות מיטן נאמען פון דער פרשה, פרשת במדבר? יא, אז דאס איז דער ענין פון „מתוך חיבתן לפניו מונה אותם כל שעה“.
על כך אמר הרבי — הרי כך היה סדרו בכל שבת: בשיחות של הרבי בהתוועדות הייתה גם שיחה על רש״י. הרבי היה מתעכב על דברי רש״י ומעלה שאלה כדי להבין אותם. וזה היה פירוש רש״י שעליו התעכב הרבי באותה שבת. הרבי אמר על כך הסבר מעניין: השאלה שעולה בעצם אצל ״בן חמש למקרא״, שמתחיל ללמוד חומש במדבר, פרשת במדבר, וקורא את הפסוק הראשון, עוד לפני שהוא ממשיך לפסוקים הבאים, היא על המילים ״וידבר ה׳ אל משה במדבר סיני״. הילד שואל: מה החידוש ב״במדבר סיני״? מדוע התורה מספרת לנו את הכתובת שבה היו בני ישראל? האם איננו יודעים שבני ישראל היו במדבר סיני? הרי זה דבר ברור: בני ישראל
אויף דעם האט דער רבי געזאגט — דער רבי פלעגט דאך יעדן שבת, דאס סדר פלעגט דאך זיין, א שבת פלעגט ער רעדן א רש״י־שיחה. צווישן די שיחות וואס דער רבי פלעגט רעדן ביים פארברענגען, פלעגט זיין אויך א שיחה אויף רש״י. ער שטעלט זיך אויף רש״י און איז מעורר א שאלה, אז מען זאל פארשטיין דעם רש״י. און דאס איז געווען דער רש״י וואס דער רבי האט זיך דעמאלט געשטעלט. אויף דעם האט דער רבי דעמאלט געזאגט דעם אינטערעסאנטן הסבר: אז די שאלה בעצם וואס שטעלט זיך ביי א בן חמש למקרא, וואס הייבט אן לערנען חומש במדבר, פרשת במדבר, דעם ערשטן פסוק, פאר ער גייט אריין אין די המשך הפסוקים: „וידבר ה׳ אל משה במדבר סיני.“ פרעגט דער קינד, א בן חמש למקרא: וואס איז דא דער חידוש „במדבר סיני“? וואס וויל די תורה דא דערציילן אונז דעם אדרעס, וואו זיינען אידן געווען? ווייסן מיר נישט אז אידן זיינען געווען במדבר סיני? דאס איז דאך א דבר ברור, אידן
11:53 היו במדבר סיני. כך כתוב בחומש, וידוע שמתן תורה היה במדבר סיני. עד עכשיו הם לא יכלו לעזוב את מדבר סיני. כל המשך הפרשיות מפרשת יתרו ואילך מתרחש באותו מקום: מתן תורה, הקמת המשכן, ואחר כך [לא ברור], וכל ספר ויקרא. וכך זה ממשיך גם הלאה. בני ישראל עדיין נמצאים במדבר סיני. מה רוצה התורה להבהיר? מדוע היא חוזרת ומספרת לנו היכן הדבר התרחש — ״במדבר סיני״?
11:53 זיינען געווען במדבר סיני. עס שטייט דאך אין חומש, מ׳ווייסט אז ס׳איז געווען מתן תורה אין מדבר סיני. דערווייל קען מען נישט אוועקגיין פון מדבר סיני. דער גאנצער המשך הפרשיות פון פרשת יתרו, יא, אלץ רירט זיך אין דעם זעלבן ארט: מתן תורה, הקמת המשכן, און שפעטער [לא ברור], און גאנץ ספר ויקרא. און דאס איז ממשיך ווייטער. אידן געפינען זיך נאך אין מדבר סיני. וואס וויל די תורה באווארענען? פארוואס נאכאמאל חזרט די תורה, דערציילט אונז וואו דאס איז פארגעקומען, „במדבר סיני“?
ובכן, כאן רוצה התורה ללמד אותנו עניין עיקרי. לשם כך בא רש״י ואומר: ״מתוך חיבתן לפניו מונה אותם כל שעה״. מדבר סיני קשור לחיבתם של ישראל. כשהתורה חוזרת ואומרת שהדבר היה ״במדבר סיני״, במילים האלה עצמן טמונה חיבתם של ישראל. מדוע טמונה חיבתם של ישראל במדבר סיני? רש״י לא היה צריך להסביר זאת כאן, מפני שכבר הסביר זאת קודם. דבר שרש״י הסביר קודם אין צורך לחזור ולהסביר.
נו, דא וויל די תורה אונז דערציילן אן ענין עיקרי. איז אויף דעם קומט צו גיין רש״י, און רש״י זאגט: „מתוך חיבתן לפניו מונה אותם כל שעה.“ מדבר סיני איז פארבונדן מיט חיבתן של ישראל. דאס וואס די תורה חזרט איבער און זאגט אז דאס איז געווען במדבר סיני, איז אין די ווערטער „במדבר סיני“ ליגט אין דעם חיבתן של ישראל. פארוואס אין מדבר סיני ליגט חיבתן של ישראל? דאס האט רש״י נישט געדארפט מסביר זיין, און רש״י האט דאס שוין מסביר געווען פריער. א זאך וואס רש״י האט מסביר געווען פריער, דארף מען נישט נאכאמאל איבערחזרן.
בפרשת בא אמר רש״י שיציאתם של בני ישראל אל המדבר והליכתם אחרי משה רבינו לאורך הדרך במדבר הן ביטוי לחיבתם של ישראל. הרי נאמר: ״זכרתי לך חסד נעוריך, לכתך אחרי במדבר בארץ לא זרועה״. בני ישראל הלכו אחרי הקב״ה
אין פרשת בא האט רש״י געזאגט, אז דאס וואס אידן זיינען ארויסגעגאנגען אין מדבר און זיינען מיטגעגאנגען משה רבינו אין א גאנצן וועג פון מדבר, זאגט רש״י, אז דאס איז חיבתן של ישראל. אז „זכרתי לך חסד נעוריך, לכתך אחרי במדבר בארץ לא זרועה“. אז אידן זיינען מיטגעגאנגען מיטן אויבערשטן אין
13:26 במדבר. הם לא שאלו: מאין יהיה לנו אוכל? איפה נישן? מה יהיה? איך אפשר ללכת במדבר מסוכן, שיש בו ״נחש שרף ועקרב״? לא. הם הלכו — ״לכתך אחרי במדבר״ — אחרי הקב״ה ואחרי משה רבינו בלב שלם, בלי לשאול שאלות, ובטחו בקב״ה. וזהו ״חסד נעוריך״, שהקב״ה זוכר תמיד לבני ישראל.
13:26 מדבר, זיי האבן נישט געפרעגט, יא, זיי האבן נישט געפרעגט: וואו וועלן מיר האבן וואס צו עסן? וואו וועלן מיר שלאפן? וואס וועט זיין? ווי קען מען גיין אין א מדבר סכנה, „נחש שרף ועקרב“? ניין, זיי זיינען געגאנגען „לכתך אחרי במדבר“, מיטגעגאנגען דעם אויבערשטן און מיטגעגאנגען משה רבינו מיט א גאנצן קיילעך, אן פרעגן שאלות, זיינען געווען בטוח אויפן אויבערשטן. און דאס איז דער „חסד נעוריך“, וואס דער אויבערשטער געדענקט שטענדיג צו אידן.
ולכן, כשמגיעים שוב בפרשת במדבר, התורה חוזרת ואומרת ״במדבר סיני״, כי במילים ״במדבר סיני״ טמון שבחן של ישראל: כיצד יהודים הולכים עם הקב״ה לכל מקום שהקב״ה מוליך אותם. וזוהי חיבתן של ישראל. ולכן אומר רש״י: מדוע דווקא כאן חוזרת התורה ומציינת שהיה זה במדבר סיני? מפני שכאן עומדים שוב למנות את ישראל. ומניין בני ישראל הוא הרי עניין של חיבתן של ישראל, ש״מתוך חיבתן לפניו מונה אותם כל שעה״. לכן חוזרת התורה שוב על המילים ״במדבר סיני״, כי מדבר סיני עצמו מעורר את חיבתן של ישראל. וכאן מספרים לנו כיצד הקב״ה אוהב כל יהודי, ו״מונה אותם כל שעה״. במה מתבטאת חיבתן של ישראל? בכך שהוא ״מונה אותם כל שעה״, שבמניין הזה
און דערפאר, ווען עס קומט צו גיין דא נאכאמאל אין פרשת במדבר, יא, איז די תורה חזרט איבער נאכאמאל „במדבר סיני“, ווייל אין די ווערטער „במדבר סיני“ ליגט שבחן של ישראל, ווי אידן גייען מיטן אויבערשטן, וואו דער אויבערשטער פירט זיי, און דאס איז דער חיבתן של ישראל. און דערפאר זאגט רש״י, אז וויבאלד דא גייט מען, ווי קומט עס אריין דא דווקא, וואס די תורה חזרט נאכאמאל איבער אז עס איז געווען במדבר סיני? וויבאלד דא גייט מען נאכאמאל ציילן אידן. און דער ציילן פון אידן איז דאך דער ענין פון חיבתן של ישראל, וואס „מתוך חיבתן לפניו מונה אותם כל שעה“. דערפאר חזרט איבער די תורה נאכאמאל די ווערטער „במדבר סיני“, ווייל מדבר סיני, דאס אליין איז מעורר חיבתן של ישראל. און במילא דא דערציילט מען אונז ווי אזוי דער אויבערשטער האט ליב יעדן אידן, און אז „מונה אותם כל שעה“. וואס איז דער חיבתן של ישראל? אין דעם וואס ער איז „מונה אותם כל שעה“, אז אין דעם מנין
14:48 של בני ישראל באה לידי ביטוי חיבתן של ישראל. ידוע מה שמבאר השל״ה הקדוש: אחת הנקודות שבגללן חיבתן של ישראל באה לידי ביטוי במניין בני ישראל היא מה שאומרת הגמרא בהלכות ביטול. כאשר דבר האסור נופל לתוך דבר המותר, יש דינים של ביטול ברוב, ביטול בשישים, באלף וברבבה — כל הדינים הנוגעים לביטול איסור בהיתר. ויש דין שדבר שבמניין אינו בטל. דבר שמונים אותו לעולם אינו בטל. הדבר קשור לחשיבותו: דבר שבמניין הוא, למשל, פירות או דברים אחרים שאנשים אינם מוכרים בחבילות, אלא במניין, וסופרים אותם אחד־אחד. הדבר מראה שהם דברים חשובים ויקרים. ולכן הם אינם בטלים, אפילו לא בשישים, באלף או ברבבה; דיני ביטול אינם חלים עליהם. על ידי כך שהקב״ה מנה את ישראל, הם נעשו דבר שבמניין, אומר השל״ה הקדוש, ודבר שבמניין אינו בטל. ומכאן עולה עניין נפלא. הרבי דיבר כמה פעמים על עניין נפלא בחיבתן של ישראל. כי
14:48 בני ישראל ברענגט זיך ארויס דער חיבתם של ישראל. אויף דעם איז דאך ידוע וואס דער של״ה הקדוש איז מבאר: אז דער ענין פון מנין בני ישראל, איינער פון די נקודות פארוואס אין מנין בני ישראל ברענגט זיך ארויס חיבתם של ישראל, איז ווייל די גמרא זאגט דאך אז אין הלכה, אין הלכות וואס רעדן זיך בנוגע די דינים פון ביטול, ווען עס פאלט אריין א דבר האסור אין א דבר המותר, איז דא דינים פון ביטול ברוב, ביטול בשישים, באלף, ברבבה — אלע דינים וואס זענען פארבונדן מיט ביטול, וואס א זאך ווערט נתבטל, אן איסור אין א היתר. איז דא א דין אז דבר שבמנין אינו בטל. א זאך וואס מען ציילט ווערט קיינמאל נישט בטל. דאס איז פארבונדן מיט חשיבות הדבר. א זאך וואס איז במנין, דאס זענען אזעלכע פירות אדער אזעלכע ענינים וואס מענטשן פארקויפן דאס נישט אין פעקליך, נאר מען פארקויפט דאס במנין, מען ציילט דאס איינס איינס. דאס באווייזט אז דאס זענען דברים חשובים ויקרים. און דערפאר ווערט דאס נישט בטל, אפילו נישט בשישים, נישט באלף, נישט ברבבה; עס איז נישט חל דערויף קיין דיני ביטול. איז דורך דעם וואס דער אויבערשטער האט געציילט אידן, זענען זיי געווארן א דבר שבמנין, זאגט דער של״ה הקדוש, און א דבר שבמנין אינו בטל. וואס דא קומט ארויס אן ענין נפלא. דער רבי האט גערעדט כמה פעמים אן ענין נפלא אין חיבתם של ישראל. ווייל
16:11 כי כשמדברים על מניין במספר, על המצווה הזאת של מניין — לספור פירושו לספור — הרי כל אחד אינו אלא אחד. כלומר, אין כאן חשיבות למעמדו, למעלתו, לגדולתו או לכל עניין אחר. כשבאים למנות יהודים, מניין צריך להיות מניין — המספר הדרוש למניין. למניין דרושים עשרה יהודים. עשרת היהודים הללו יכולים להיות צדיקים גמורים, יכולים להיות במניין אנשים פשוטים מאוד, ויכולים להיות בו כל מיני סוגים. כידוע הפירוש המובא בספרים, ש״צבור״ הוא ראשי תיבות צדיקים, בינונים ורשעים. צדיקים, בינונים ורשעים. ואף על פי כן, במניין כלל לא משנה מי הוא מי. כל אחד הוא אחד. הצדיק הגדול ביותר אינו יותר מאחד, והרשע הגדול ביותר אינו פחות מאחד. זה תמיד אחד ועוד אחד ועוד אחד. הדבר קשור לעצם מציאותם של ישראל. אכן יש חילוקי מדרגות: יש צדיקים גדולים יותר ויש צדיקים קטנים יותר, אנשים פשוטים, תלמידי חכמים, יושבי אוהל ובעלי עסקים — כל אלו מדרגות בישראל. אבל יש עצם העניין שהוא יהודי, ובזה כולם שווים. היהודי הגדול ביותר אינו יותר מאחד, והיהודי הקטן ביותר אינו פחות מאחד. וזהו הפתגם שהיו אומרים, שמובא אצל חסידים, פתגם ש
16:11 ווייל מען רעדט דעם מנין פון מספר, וואס אין דעם מצוה, מען רעדט אין דעם מנין פון מספר, ציילן איז ציילן, איז דאך יעדער איינער מער נישט ווי איינעם. דאס הייסט אז נישט נוגע זיין חשיבות, זיין מעלה, זיין גדלות, אין קיין שום אנדער ענין. אז עס קומט צו גיין א מנין פון אידן, דארף א מנין פון אידן זיין מנין — צום מנין, אה, דאס צאל פון מנין. איז א מנין דארף זיין צען אידן. דא קענען די צען אידן זיין צדיקים גמורים, זיי קענען זיין אין דער מנין גאר אנשים פשוטים, אין דער מנין קענען זיין כל מיני סוגים. ווי ידוע דאך דאס, דער פירוש וואס ברענגט זיך אין ספרים: ״צבור״ ראשי תיבות צדיקים, בינונים ורשעים. צדיקים, בינונים ורשעים. פונדעסטוועגן, אין דער מנין איז גאר נישט נוגע ווער איז וואס. יעדער איינער איז איינער. דער גרעסטער צדיק איז נישט מער ווי איינעם, און דער גרעסטער רשע איז אויך נישט ווייניגער ווי איינעם. איז אלץ איינעם און נאך איינעם און נאך איינעם. וואס דאס איז פארבונדן מיט דעם עצם מציאות פון אידן. טאקע פאראן חילוקי מדרגות: עס זענען פאראן גרעסערע צדיקים, ווידער זענען קלענערע צדיקים, אנשים פשוטים, תלמידי חכמים, יושבי אוהל, בעלי עסקים — דאס קומט מיט די מדרגות ביי ישראל. אבער עס איז דא דעם עצם ענין וואס ער איז א איד, און אין דעם זענען אלע אייניג. איז דער גרעסטער איד איז נישט מער ווי איינעם, און דער קלענסטער איד איז נישט ווייניגער ווי איינעם. וואס דאס איז דער ווארט וואס מען האט געזאגט, וואס מען ברענגט ביי חסידים, א ווארט וואס
17:37 הרב לוי — אביו של הרבי, הרב לוי יצחק שניאורסון, המקובל הרב לוי יצחק שניאורסון — היה נוהג לומר: משה רבינו אינו יהודי יותר מן הקל שבקלים, והקל שבקלים אינו יהודי פחות ממשה רבינו. והנקודה הזאת באה לידי ביטוי במניין, כשסופרים יהודים אחד ועוד אחד. כל יהודי הוא עניין עצמי, עניין עיקרי, ודבר שבמניין שלעולם אינו בטל. וזהו עניינה של פרשת במדבר שאנו לומדים. בזמן שלפני מתן תורה מתכוננים באמצעות פרשת במדבר, שבה מונים את ישראל ומגלים את חיבתן של ישראל, עד כמה כל יהודי יקר אצל הקב״ה. ומכאן לוקחים את ההוראה, הכנה למתן תורה: כשמגיע היום, הזמן של חג השבועות, מתן תורה בכל שנה ושנה, צריך [לא ברור]. ואנו לומדים זאת מהקב״ה: הקב״ה אוהב כל יהודי. ומדוע הוא אוהב כל יהודי? משום שכל יהודי הוא עניין עצמי, עניין נצחי, עניין אמיתי, ודבר שבמניין שאינו בטל. זהו מהותו של כל יהודי בתור יהודי, זהו העצם שלו. ומכך אנו לומדים שכך צריכה להיות גם אהבת ישראל שלנו: לאהוב יהודים מצד עצם העובדה שהוא יהודי, בלי לחשוב על
17:37 רב לוי — דער רבי׳ס טאטע, רב לוי, אה, רב לוי יצחק שניאורסאהן, דער מקובל רב לוי יצחק שניאורסאהן פלעגט זאגן, אז דער ענין פון משה רבינו איז נישט מער איד ווי דעם קל שבקלים. און דער קל שבקלים איז נישט ווייניגער איד ווי משה רבינו. און דער נקודה ברענגט זיך ארויס אין דעם מנין וואס מען ציילט אידן איינעם און נאך איינעם. יעדער איד איז אן ענין עצמי, אן ענין עיקרי, און א דבר שבמנין וואס איז קיינמאל נישט בטל. איז דאס איז דער ענין פון פרשת במדבר וואס מיר לערנען. און די צייט פאר מתן תורה גרייט מען זיך צו מיט פרשת במדבר, וואס קומט צו מען ציילן און מגלה זיין חיבתם של ישראל, ווי אזוי ביים אויבערשטן יעדער איד איז אזוי טייער. וואס פון דעם נעמט מען ארויס די הוראה, הכנה צו מתן תורה: אז בשעה עס קומט צו גיין דער טאג, דער זמן פון חג השבועות, מתן תורה בכל שנה ושנה, דארף מען [לא ברור]. און מיר לערנען דאס ארויס פון דעם אויבערשטן, אז פון דעם וואס דער אויבערשטער האט ליב יעדן איד, און פארוואס האט ער ליב יעדן איד? אז יעדער איד איז אן ענין עצמי, אן ענין נצחי, אן ענין אמיתי, און אז א דבר שבמנין וואס אינו בטל, אה, און וואס יעדער איד — דאס איז זיין מהות אלס א איד, און דאס איז זיין עצם — איז פון דעם נעמט מען ארויס פונקט אזוי פון אונז אויך, וואס דאס דארף זיין די אהבת ישראל: ליב האבן אידן מצד עצם זאך וואס ער איז א איד. און טראכטן זיין
19:03 מדרגותיו — מדרגות גבוהות יותר או נמוכות יותר — אלא לאהוב יהודים מצד עצם העובדה שהוא יהודי. עד שישנו העניין של אהבת ישראל ואחדות ישראל, של אהבת יהודים מצד עצם העובדה שהוא יהודי. וזהו שנאמר כאן: ״כאיש אחד ובלב אחד״. ״כאיש אחד״ פירושו במציאות בפועל כאיש אחד, וגם ״בלב אחד״ — בלב. מכיוון שעצם מציאותם של ישראל, ליבם של ישראל, היא ״חלק אלוקה ממעל ממש״, ממילא הם ״כאיש אחד ובלב אחד״. כל היהודים, הן במציאות והן בלב, בעצם, בנקודת היהדות, שמצידה כולנו כאחד. וכשעניין זה קיים אצל ישראל, אז מוכנים, כפי שאנו רואים, לעמוד לקבלת התורה. כי בקבלת התורה היה צריך להיות הגילוי של ״אנכי ה׳ אלקיך״ בלשון יחיד. מה פירוש לשון יחיד? הדברים נאמרו לכל יהודי באופן אישי; לכל יהודי נאמר בלשון יחיד: ״אנכי ה׳ אלקיך״. כי לכל יהודי יש שייכות לכל התורה, זוהי כל מציאותו. ובעצם עניינה של התורה כל היהודים הם דבר אחד ויחיד. בזה אין חילוקי מדרגות: אחד יודע יותר תורה ואחד יודע פחות תורה. זה קשור לעיסוק בתורה, לידיעת התורה ולאהבת התורה, ובזה יש חילוקי מדרגות. מה שאין כן בנוגע לעצם עניין האלוקות שבתורה, ה״אנכי ה׳ אלקיך״, ״אנא נפשי״
19:03 מדריגות, נאך העכערע מדריגות, נידערערע מדריגות, ליב האבן אידן מצד עצם דעם וואס ער איז א איד. און ביז עס איז דא דער ענין פון אהבת ישראל און אחדות ישראל, פון ליב האבן אידן מצד עצם דעם וואס ער איז א איד, וואס דאס איז וואס ער זאגט דא: כאיש אחד ובלב אחד. וואס כאיש אחד מיינט, אין מציאות בפועל כאיש אחד, און אויך בלב אחד, אין הארץ. וויבאלד אז די עצם מציאות פון אידן, דאס איז ליבן של ישראל, וואס איז חלק אלוקה ממעל ממש, איז במילא כאיש אחד ובלב אחד. אלע אידן, דאס איז אין מציאות און אין הארץ, אין עצם, אין נקודת היהדות, וואס מצד דעם זיינען כולנו כאחד. און ווען עס ביי אידן ווערט דער ענין, איז דעמאלט איז מען גרייט, ווי מיר זעען, טאקע צו שטיין בקבלת התורה. ווייל בקבלת התורה דארף געווען זיין דער גילוי פון „אנכי ה׳ אלקיך“, א לשון יחיד. וואס דאס הייסט לשון יחיד? געזאגט געווארן צו יעדער אידן באופן יחיד, אז צו יעדער איד איז געזאגט געווארן בלשון יחיד: „אנכי ה׳ אלקיך“. ווייל יעדער איד האט א שייכות צו דער גאנצער תורה, דאס איז זיין גאנצע מציאות. און אין דעם עצם ענין פון תורה זיינען אלע אידן איין און איינציגע זאך. אין דעם איז נישטא קיין חילוקי מדריגות: איינער ווייסט מער תורה, איינער ווייסט ווייניגער תורה. דאס האט צו טאן מיט התעסקות אין תורה, ידיעת התורה, אהבת התורה. איז דא חילוקי מדריגות. משא״כ בנוגע דעם עצם ענין פון דעם אלקות שבתורה, דער „אנכי ה׳ אלקיך“, „אנא נפשי“
20:32 „כתבית יהבית“. כשיהודי לומד פסוק בתורה, מילה בתורה, בתוך התורה הזאת נמצא הקב"ה בעצמו. „אנא נפשי כתבית יהבית“ — הקב"ה הכניס את עצמו בתורה, ו„אותי אתם לוקחים“. ובעניין הזה כל יהודי שווה ממש: היהודי הגדול ביותר והיהודי הפשוט ביותר — בדברי התורה שהם אומרים ולומדים נמצא הקב"ה בעצמו, עצמות ומהות. לכן, כשנעמדים בימים הללו, ימי החול שלקראת קבלת התורה, מעוררים בעצמנו אהבת ישראל ואחדות ישראל, לאהוב יהודים כאיש אחד בלב אחד. ומעוררים זאת בין יהודים, בלי שום חשבונות. העניין הזה מביא את הכלי הגדול ביותר לברכה: שבימים הללו מתאספים כולם יחד, בכל מקום ובכל דרך שבהם יהודים יכולים להיפגש, ומחזקים את אהבת ישראל ואחדות ישראל. בפרט עכשיו, בזמן שבו צריך לחזק את העניין הזה, כשיהודים זקוקים לברכה והצלחה, הן בארץ ישראל בפרט והן בעולם כולו בכלל, וצריכה להיות ישועה והצלה בעולם. יש לנו כאן כלי לברכה. כפי שאומרת המשנה בסוף שישה סדרי משנה, בסוף מסכת עוקצין: „לא מצא הקדוש ברוך הוא כלי מחזיק ברכה לישראל אלא השלום“. צריכות להיות שלום ואחדות בין יהודים, ועל ידי זה נזכה ל„ונתתי שלום בארץ“. ונקבל את התורה
20:32 „כתבית יהבית“. אז ווען א איד לערנט א פסוק תורה, א ווארט תורה, איז אין אט דער תורה געפינט זיך דער אויבערשטער אליין. דער „אנא נפשי כתבית יהבית“, דער אויבערשטער האט זיך אליין אריינגעשטעלט אין די תורה, און „אותי אתם לוקחים“. איז אין דעם ענין יעדער איד בשוה ממש. דער גרעסטער איד און דער פשוטסטער איד, אין זייער ווארט תורה וואס זיי זאגן און זיי לערנען, געפינט זיך דער אויבערשטער אליין, עצמות ומהות. איז אין דעם, ווען מען שטעלט זיך אוועק אין אט די טעג, די ימי החול צו קבלת התורה, איז מען מעורר ביי זיך אט דעם אהבת ישראל און אחדות ישראל, ליב האבן אידן כאיש אחד ובלב אחד. און מען מעורר דאס צווישן אידן, אן קיין חשבונות. אט דער ענין ברענגט די גרעסטע כלי ברכה. אז דורך דעם וואס אין די טעג נאך, צוזאמען, אלע צוזאמענקלייבן, וואו מען קען און ווי מען קען זיך צוזאמענטרעפן צווישן אידן, און מען האט מחזק צו זיין די אהבת ישראל און אחדות ישראל. בפרט מען שטייט איצט אין א זמן וואס מען דארף מחזק זיין אט דעם ענין, ווען אידן דארפן האבן ברכה והצלחה, סיי אין ארץ ישראל בפרט, און סיי אין כל העולם כולו בכלל, אז עס דארף זיין ישועה והצלה בעולם. איז מען האט דא א כלי ברכה. דאס איז ווי עס זאגט די משנה אין סוף ששה סדרי משנה, סוף מסכת עוקצין: „לא מצא הקדוש ברוך הוא כלי מחזיק ברכה לישראל אלא השלום“. אז ביי אידן דארף זיין שלום און אחדות, און דורך דעם וועט מען זוכה זיין צו דעם „ונתתי שלום בארץ“. און מיר וועלן מקבל זיין די תורה
21:58 מאלוקי השלום, ש„כל התורה כולה לא ניתנה אלא לעשות שלום בעולם“, שנאמר: „ה׳ עוז לעמו יתן, ה׳ יברך את עמו בשלום“.
21:58 פון אלקי השלום, וואס „כל התורה כולה לא ניתנה אלא לעשות שלום בעולם“, שנאמר: „ה׳ עוז לעמו יתן, ה׳ יברך את עמו בשלום“.