תמלולי פודקאסטים · חב"ד Englishחב"דפדיה

לעבן חסידות · פרק 3 · 2021-12-23 · 42:38

פרשת שמות תשפ״ב - דער עומק פון די התגלות השכינה מתוך הסנה

תיאור הפרק

פרשת שמות לבת אש מתוך הסנה, משום עמו אנכי בצרה (רש״י) דער עומק פון די התגלות השכינה מתוך הסנה הרב אשר פרקש

תמלול אוטומטי מהשמע, ותרגום מכונה לעברית. קישורים לחב"דפדיה נוספו אוטומטית.

00:03 היה מעשה בשנים הראשונות שאחרי המלחמה, אחרי מלחמת העולם השנייה, באמריקה. היה בחור שלמד בישיבה, בישיבת ליובאוויטש בניו יורק. הוא היה בחור תלמיד חכם, שישב ולמד. אבל באותה תקופה באמריקה הייתה תפיסה חזקה מאוד, שכל אחד צריך [לא ברור], וצריך ללכת ללמוד באוניברסיטה, לקבל תואר, לקבל דיגרי. זה היה חלק מהחיים שם. התפיסה הזאת הייתה חזקה כל כך, שאפילו יהודים שומרי מצוות הרגישו שחייבים לעשות זאת, אחרת לא יוכלו להתפרנס. באותן שנים, בשנים הראשונות אחרי הסתלקות אדמו"ר הריי"צ, הרבי ניהל מערכה גדולה לחנך את הדור החדש, את הדור הצעיר, שלא כך: לא צריך [לא ברור], לא צריך לחשוב על התכלית, לא צריך לחשוב על העתיד, אלא צריך להתמסר ללימוד. ילד, וכל שכן בחור, בשנים שבהן הוא תלמיד ישיבה, צריך לשבת וללמוד ולשכוח מכל שאר הדברים. וכשיגיע הזמן, הקדוש ברוך הוא ידאג לו, ייתן לו את כל מה שהוא צריך, והוא ימצא פרנסה וכל השאר. זה היה אחד העניינים הגדולים שבהם הרבי עסק באותן שנים: מערכה גדולה לשנות את כל צורת ההסתכלות בעולם שומרי המצוות, גם באמריקה. הרבי דיבר אז הרבה על כך.

00:03 ס'איז געווען א מעשה אין די ערשטע יארן נאך דער מלחמה, נאך דער צווייטער וועלט־מלחמה אין אמעריקע. איז געווען א בחור וואס האט געלערנט אין ישיבה, אין דער ליובאוויטשער ישיבה אין ניו יארק. געווען א בחור, תלמיד חכם, לומד און געזעסן געלערנט. אבער יעמאלט אין אמעריקע איז דאך געווען זייער שטארק, אז יעדער איינער דארף, אה, [לא ברור], און מען דארף גיין לערנען אין אוניווערסיטעט, באקומען א תואר, באקומען א דיגרי. און דאס איז געווען א חלק פון דעם לעבן דארטן. ס'איז געווען זייער שטארק, אז אפילו פרומע אידן האבן געפילט אז מען מוז דאס טאן, אַניט וועט מען נישט קענען האבן פרנסה. און דעמאלט איז דער ליובאוויטשער רבי געווען אין זיינע ערשטע יארן נאך דער הסתלקות פון דעם רבי'ן ריי״צ, און האט געפירט א גרויסע מלחמה אויף מחנך זיין דעם נייעם דור, דעם יונגן דור, אז נישט דאס; מען דארף נישט [לא ברור], מען דארף נישט טראכטן וועגן תכלית, מען דארף נישט טראכטן וועגן דעם עתיד, מען דארף זיך אריינווארפן אין לערנען. און א קינד, און כל שכן א בחור, אין די יארן וואס ער איז אין די יארן פון תלמידי ישיבה, דארף ער זיצן און לערנען און פארגעסן פון אלע זאכן, און ס'וועט קומען די צייט, וועט דער אויבערשטער באזארגן, געבן אלץ וואס ער דארף, און ער וועט געפינען פרנסה און אלע זאכן. דאס איז געווען איינע פון די גרויסע ענינים וואס דער ליובאוויטשער רבי האט געפירט יענע יארן, א גרויסע מערכה אויף משנה זיין דעם גאנצן קוק אין דער פרומער וועלט, אפילו אין אמעריקע. דער רבי האט דעמאלט שטארק גערעדט וועגן דעם.

02:00 בשיחות אחדות על פרשת שמות מוצאים את הדברים האלה בנוגע לגזירת פרעה, ״כל הבן הילוד היאורה תשליכוהו״. הרבי פירש אז שהדברים נוגעים גם לזמננו. כשם שהיה גלות מצרים — הרי כל הגלויות נקראות על שם מצרים, כמו שכתוב, ״על שם מצרים״, שהם מצירים לישראל — כך יש גלות גם עכשיו. וכשם שאז היו פרעה וגזירותיו, כך יש גם היום אותן גזירות ואותו פרעה [לא ברור]. וממילא, את כל העניין של גזירת פרעה, ״כל הבן הילוד היאורה תשליכוהו״, הוא פירש כדבר שנמשך עד זמננו זה. מהו היאור? היאור היה מקור הפרנסה במצרים, הנילוס. במצרים לא היה גשם; הכול התנהל בדרך הטבע באמצעות היאור, שממנו צמחו כל הדברים. היאור היה עולה על גדותיו ומביא שפע, וממנו חיו המצרים. הוא היה גם העבודה זרה של מצרים. את ״היאורה תשליכוהו״ פירש הרבי כך: רצו להשליך את ילדי ישראל לתוך החינוך הזה, החינוך המצרי, שיאמינו בפרנסה, שיאמינו בטבע, שיאמינו במקור הפרנסה — בנילוס. ועד זמננו זה, זהו האוניברסיטה, לימודי

02:00 וואס מען געפינט אין פרשת שמות אין אייניגע שיחות, וועגן דעם גזירת פרעה, אז דער גזירת פרעה וואס איז געווען, ״כל הבן הילוד היאורה תשליכוהו״, האט דער רבי דעמאלט געטייטשט, אז דאס גייט אויף היינטיגע צייטן. אז אזוי ווי ס'איז געווען דא מצרים — כלומר, אלע גליות ווערן דאך אנגערופן, ווי ס'שטייט, ״על שם מצרים״, שהם מצירים לישראל — אז אזוי ווי ס'איז געווען דא דער גלות אין מצרים, איז דא דער גלות איצט, און אזוי ווי ס'איז יעמאלט געווען א פרעה און גזירות, איז אויך די זעלבע גזירות און די זעלבע פרעה [לא ברור]. און במילא, דער גאנצער ענין וואס איז דא דער גזירת פרעה, ״כל הבן הילוד היאורה תשליכוהו״, האט ער אויסגעטייטשט אז דאס גייט אויף ביז זמנינו זה. וואס איז דאך דער יאור? דער יאור איז דאך געווען דער מקור הפרנסה, דער נילוס, וואס איז געווען דער מקור הפרנסה וואס אין מצרים. מצרים איז נישט געווען קיין רעגן; מצרים איז אלץ געווען אויפן דרך הטבע פון דעם יאור, וואס פון דארט איז אויסגעוואקסן די אלע זאכן. דער יאור פלעגט עולה זיין ביז ס'ברענגט זיך אין שפע, און פון דעם האבן די מצרים געלעבט. און דאס איז ביי זיי געווען אויך די עבודה זרה של מצרים. און ״היאורה תשליכוהו״ האט ער געטייטשט, אז מען האט געוואלט אריינווארפן די אידישע קינדער אין דעם חינוך, אין דעם מצרימ'דיגן חינוך, אז מען זאל גלייבן אין דער פרנסה, מען זאל גלייבן אין טבע, מען זאל גלייבן אין דעם מקור הפרנסה, דער נילוס. און ביז זמנינו זה, דאס איז דער אוניווערסיטעט, דער לימודי

03:27 חול, חכמות חיצוניות, והתפיסה שצריך איזו תעודה, שצריך להיות משהו, להיות אדם בעל מעמד בעולם, כדי שתהיה פרנסה. והרבי ניהל מערכה תקיפה נגד זה, ואמר שזוהי גזירת פרעה בדורנו זה. ואפילו ״וכל הבת תחיון״ שכתוב בפסוק — שאת הבנות לא השליכו ליאור אלא ״תחיון״ — גם פירושו של ״תחיון״ הוא לתת להן חיות באופן מצרי, ולא באופן יהודי. על כל פנים, זו הייתה אחת המערכות הגדולות. היה מעשה בבחור שפנה לרבי וכתב לרבי שהוא רוצה ללכת ללמוד באוניברסיטה, כי [לא ברור], והוא הפציר מאוד. הרבי כתב לו אז מכתב נורא, ובו כתב: דע לך, אני רואה שהדבר נוגע לך מאוד [לא ברור]. דע לך שתלמיד של תומכי תמימים, שלומד בישיבה של הרבי, אינו אדם העומד בפני עצמו בלבד. דע לך שהרבי נמצא יחד איתך. ואפילו כשאתה הולך ל[לא ברור], דע לך שהרבי הולך איתך, ממש לאותו מקום. אתה לוקח איתך את הצדיק, את הרבי, את הנשיא. כפי שנאמר על הקדוש ברוך הוא, ״עמו אנכי בצרה״: כשיהודי נמצא

03:27 חול, חכמות חיצוניות, און מען דארף עפעס האבן א תעודה, מען דארף זיין עפעס אייביג, עפעס א מענטש אויף דער וועלט כדי ס'זאל קענען האבן פרנסה. און דער רבי האט שטארק געפירט א מלחמה, אז דאס איז דער גזירת פרעה בדורנו זה. און אפילו דער ״וכל הבת תחיון״ וואס שטייט אין פסוק, אז די טעכטער האט מען נישט אריינגעווארפן אין יאור, נאר ״תחיון״, איז דער ״תחיון״ אויך זיי געבן דעם חיות אויף א מצרימ'דיגן אופן, נישט אויף דעם אידישן אופן. על כל פנים, דאס איז געווען איינע פון די גרויסע מערכות. איז געווען א מעשה, א בחור וואס איז געקומען צום רבי'ן, געשריבן צום רבי'ן, אז ער וויל גיין לערנען אין אוניווערסיטעט, ווייל [לא ברור] און ער האט שטארק זיך איינגעבעטן. און דער רבי האט געשריבן יעמאלט א בריוו, א מורא'דיגן בריוו, און דער רבי האט אים געשריבן: דו זאלסט וויסן זיין, אז איך זע אז ביי דיר איז זייער שטארק נוגע [לא ברור]. דו זאלסט וויסן זיין, אז א תלמיד פון תומכי תמימים, וואס לערנט אין דעם רבי'נס ישיבה, איז נישט נאר א מענטש פאר זיך אליין. דו זאלסט וויסן זיין, אז דער רבי געפינט זיך צוזאמען מיט דיר. און ביז ווען דו גייסט אין א [לא ברור], זאלסטו וויסן זיין אז דער רבי גייט צוזאמען מיט דיר, רעכט אויפן ארט. דו נעמסט מיט דעם צדיק, נעמסט מיט דעם רבי'ן, דעם נשיא, צוזאמען מיט דיר. אזוי ווי ס'שטייט ביי הקדוש ברוך הוא, ביים אויבערשטן, שטייט דאך ״עמו אנכי בצרה״. אזוי ווען א איד געפינט זיך אין

04:59 בצרה, הרי ״עמו אנכי בצרה״. ומכיוון שצדיקים דומין לבוראם, גם הצדיק נמצא יחד עם תלמידיו, ״עמו אנכי בצרה״. כפי שכתוב ברמב״ם בהלכות ערי מקלט: ״תלמיד שגלה, מגלין רבו עמו״. ממילא, כשהתלמיד בגלות, גם הרבי הולך איתו לגלות. ולכן, אומר הרבי: זה שאין לך מצד עצמך בעיה להימצא במקום סכנה, במקום אסור, במקום שאינו מתאים, שלא ראוי ליהודי להיות בו — זה עניינך שלך. אבל איך אינך מתבייש לקחת איתך את הרבי, את הצדיק, אל תוך הלכלוך שלך? כך כתב לו מכתב חריף. אחר כך היה המשך לדברים: הבחור טען שהוא אכן אינו רוצה לקחת את הרבי איתו אל תוך הלכלוך שלו. בזמן, בשעות שבהן יהיה במקום הזה, מה שקוראים באמריקה קולג׳, באוניברסיטה, הוא יהיה שם, ואז הוא באמת רוצה שהרבי לא ילך איתו. בזמנים אחרים הרבי יהיה איתו. והרבי אמר: מצידך אתה יכול לחשוב מה שאתה רוצה, אבל דע לך שכאשר הרבי, הצדיק, מתקשר עם תלמיד,

04:59 א צרה, איז דאך ״עמו אנכי בצרה״. איז דאך, אז צדיקים דומין לבוראם, איז דער צדיק געפינט זיך אויך צוזאמען מיט זיינע תלמידים, ״עמו אנכי בצרה״. ווייל ווי עס שטייט אין רמב״ם ביי עניני ערי מקלט: ״תלמיד שגלה, מגלין רבו עמו״. במילא, אז דער תלמיד איז אין גלות, גייט דער רבי מיט אים אין גלות אויך. במילא זאגט דער רבי: דאס וואס דו האסט נישט פון זיך אליין, אז דו געפינסט זיך אין א מקום סכנה, אין א מקום אסור, אין א מקום וואס איז נישט מתאים, נישט פאסיק פאר א איד צו זיין דארטן, דאס איז דיין אייגענע זאך. אבער ווי שעמסטו זיך נישט מיטצונעמען דעם רבי׳ן, דעם צדיק, צוזאמען מיט דיר אין דיין שמוץ? אזוי האט ער אים געשריבן א שארפן בריוו. עס איז געווען דעמאלט א המשך צו דעם וואס דער בחור האט געטענה׳ט: ער וויל טאקע נישט מיטנעמען דעם רבי׳ן מיט זיך אין זיין שמוץ. אין די צייט, אין די שעות וואס ער וועט זיין אין דעם ארט, ווי רופט מען דאס אין אמעריקע, קאלעדזש, אין דער יוניווערסיטי, וועט ער זיין אין דעם ארט. איז דעמאלט וויל ער טאקע דער רבי זאל נישט מיטגיין מיט אים. אין אנדערע צייטן וועט ער האבן דעם רבי׳ן מיט זיך. און דער רבי האט געזאגט: דו פון דיין זייט קענסטו טראכטן וואס דו ווילסט, אבער זאלסט וויסן זיין, אז ווען דער רבי, דער צדיק, פארבינדט זיך מיט א תלמיד,

06:20 עם חסיד, עם יהודי, זהו קשר, קשר נצחי. זהו קשר שאי אפשר לעולם להתנתק ממנו. ממילא עליך לדעת: אתה יכול לחשוב מה שאתה רוצה, אבל הרבי הולך איתך. ואם אתה נכנס לבוץ, דע לך שאתה גורר איתך גם את הרבי אל הבוץ. לכן אני מבקש ממך שתחשוב על כך שוב, ותקבל את החלטתך מחדש. וכאשר הדברים הגיעו אל הבחור והוא שמע דיבורים כאלה, חל שינוי במחשבתו. הוא אכן התחרט, ובהמשך היה לאחד מגדולי החסידים, לשם ולתפארת. בפרשת השבוע אנו מוצאים את העניין של ״עמו אנכי בצרה״. בפרשת השבוע מסופר על משה רבינו והסנה. זהו סיפור מופלא שהתורה מספרת לנו: ״ומשה היה רועה״. התורה פותחת בכך שמשה רבינו היה רועה את צאן יתרו, ושם ראה את הסנה. המדרש הידוע מספר: מהו הסיפור של ״ומשה היה רועה״? מה קרה שם? מה רוצה התורה לומר לנו בכך שמשה רבינו רעה את צאן יתרו? מה נוגע הדבר? על כך ישנו המדרש הידוע. המדרש מספר שמשה רבינו היה עם צאן יתרו, ואחר כך

06:20 מיט א חסיד, מיט א אידן, איז דאס א צוזאמענבונד, דאס איז א צוזאמענבונד נצחי. דאס איז א צוזאמענבונד, דו קענסט זיך קיינמאל נישט אפרייסן פון דעם. במילא זאלסטו וויסן זיין: דו קענסט טראכטן וואס דו ווילסט, אבער דער רבי גייט מיט מיט דיר. במילא, דו גייסט אריין אין בלאטע, זאלסטו וויסן זיין, דו שלעפסט אריין דעם רבי׳ן צוזאמען מיט דיר אין בלאטע. במילא, אז דו זאלסט איבערטראכטן נאך אמאל, איך בעט זיך ביי דיר. זאלסט מאכן פון דאס ניי דיין החלטה. און דעמאלט, ווען דער המשך איז אנגעקומען צום בחור, הערנדיק אזעלכע דיבורים, איז ביי אים געווארן א שינוי אין זיין מחשבה, און ער האט טאקע חרטה געהאט, און שפעטער איז ער געווען איינער פון די גרעסטע חסידים, לשם ולתפארת. אין היינטיקער פרשה געפינען מיר דעם ״עמו אנכי בצרה״. אין היינטיקער פרשה געפינט מען די מעשה מיט דעם סנה, משה רבינו. א מורא׳דיגע היסטאריע, די תורה דערציילט אונז א מורא׳דיגע מעשה: ״ומשה היה רועה״. און די תורה דערציילט אונז אז משה רבינו, אנהייבט זיך פון דעם וואס ״ומשה היה רועה״, איז ער געווען רועה צאן יתרו, און דארטן האט ער געזען דעם סנה. דער מדרש דערציילט, דער באוואוסטער מדרש, וואס איז די מעשה פון ״ומשה היה רועה״? וואס איז דארטן געשען? וואס וויל די תורה דערציילן אונז מיט דעם וואס משה רבינו איז געווען א רועה צאן יתרו? וואס איז דאס נוגע? איז דאך דא דער באוואוסטער מדרש. דער באוואוסטער מדרש דערציילט אז משה רבינו איז געווען מיט די צאן יתרו, און דערנאך

07:44 אירע מעשה: טלה קטן ברח מן העדר כולו. משה רבינו רץ אחריו, חיפש אותו, נתן לו מים לשתות וכו׳, ונשא אותו על כתפיו. ולאחר מכן, בעקבות זאת, ראה את הסנה. זהו המשך הפרשה. וידוע מה שמובא בשם הבעל שם טוב הקדוש, שמה שאירע לא היה רק מעשה כפשוטו. הרי מובן וגם פשוט שמשה רבינו היה צדיק, נשמה גבוהה, נשמה דאצילות, כפי שכתוב בחסידות. ומובן וגם פשוט שלא היה צורך לבחון את משה רבינו באמצעות טלאים כפשוטם. זו הייתה הראיה שמשה רבינו הוא אדם טוב ורחמן, מפני שטיפל בטלאים ודאג להם? זו הייתה הדרך היחידה לדעת שמשה רבינו יהיה רועה ישראל טוב? מובן וגם פשוט שבסיפור הזה, במדרש הזה, טמונים עניינים גבוהים ועמוקים יותר. וידוע מה שכותב השל״ה הקדוש: ״התורה מדברת בעליונים ורומזת בתחתונים״. הדברים שהתורה מספרת לנו הם בעיקרם בעליונים. שם עיקר המעשה, במדרגה גבוהה יותר. ורק ״רומזת בתחתונים״ — הדבר השתקף והתבטא גם בתחתונים, בעולם, באופן פשוט. אבל עיקר המעשה, שעליו התורה ״מדברת״, הוא בעליונים.

07:44 איז געווען א מעשה, אז ס׳איז געווען א ציגעלע, א שעפסעלע, וואס איז אנטלאפן פון דער גאנצער סטאדע, פון דער גאנצער צאן. משה רבינו האט נאכגעלאפן און האט עס געזוכט און געגעבן אים צו טרינקען וואסער, וכולי, און גענומען אויף די פלייצעס. און שפעטער איז געווען אז דורך דעם האט ער געזען דעם סנה. יא, דאס איז דער המשך הפרשה. איז דאך ידוע, עס ברענגט זיך פון בעל שם הקדוש, בעל שם טוב, אז דאס וואס ס׳איז געווען, איז נישט נאר א מעשה כפשוטו. עס איז דאך כמובן וגם פשוט אז משה רבינו, משה רבינו איז דאך געווען א צדיק, א הויכע נשמה, א נשמה דאצילות, ווי עס שטייט אין חסידות. איז דאך כמובן וגם פשוט אז ביי משה רבינו האט מען נישט געדארפט בודק זיין מיט פשוטע שעפסעלעך. דאס איז געווען די ראיה אז משה רבינו איז א פיינער און א גוטער און א רחמן, ווייל ער האט זיך געשפילט מיט שעפסעלעך און זיך געקימערט מיט זיי? דאס איז געווען דער איינציגער וועג וואס מ׳קען באקומען וויסן אז משה רבינו וועט זיין א גוטער רועה ישראל? מובן וגם פשוט אז די מעשה, דער מדרש, האט אין זיך העכערע און טיפערע ענינים. איז דאך ידוע וואס דער של״ה הקדוש שרייבט: ״התורה מדברת בעליונים ורומזת בתחתונים״. אז די זאכן וואס די תורה דערציילט אונז איז טאקע נאר בעליונים. דאס איז דער עיקר המעשה. די מעשה איז אין א העכערן אופן. נאר ״רומזת בתחתונים״, דאס שפיגלט זיך אפ און האט זיך אויסגעטייטשט בתחתונים, אין דער וועלט, אויף א פשוטן אופן אויך. אבער דער עיקר המעשה, ״מדברת״, איז גאר בעליונים.

09:20 מובא בשם הבעל שם טוב: מה היה הסיפור של צאן יתרו? אומר הבעל שם טוב הקדוש שכל אחד מן הטלאים היה ניצוץ של נשמה. אלו היו נשמות קדושות. והדבקות של משה רבינו בצאן יתרו הייתה משום שבצאן היו ניצוצות קדושים של נשמות קדושות, שמשה רבינו בא איתן במגע בכך שרעה את הצאן. ועוד אמר הבעל שם טוב הקדוש, שלאחר מכן נעשו כולם תלמידיו של משה. כל הנשמות הללו באו בהמשך והיו לדור דעה, שמשה רבינו נתן להם את התורה וגילה להם את כל העניינים של דור דעה. דור דעה היו הנשמות שהיו בצאן יתרו. ועל פי זה אכן מבואר בספרי חסידות. [לא ברור] בעניין הזה, בהתוועדות ביארו בפרטיות, שמה שמסופר כאן — שמשה רבינו היה עם צאן יתרו ופתאום ברח טלה אחד והתרחק — מדובר בנשמה, בניצוץ, בניצוץ קדושה או בנשמה קדושה. הרי כל הנשמות כולן, כפי שאומרים ״ברכנו אבינו כולנו כאחד״, הן דבר אחד. וכאשר ניצוץ הנשמה אובד, רץ אל המדבר ותועה למרחקים, משה רבינו מניח את כל ענייניו והולך לחפש את הנשמה, את הנשמה האבודה

09:20 ברענגט זיך פון בעל שם טוב: וואס איז געווען די מעשה פון דעם צאן יתרו? זאגט דער בעל שם טוב הקדוש, אז יעדער איינע פון די שעפסעלעך איז געווען א ניצוץ פון א נשמה. דאס זענען געווען נשמות קדושות. און משה רבינו זיין דביקות מיט דעם צאן יתרו, ווייל אין דעם צאן איז אלץ געווען ניצוצות קדושים פון נשמות קדושות, וואס משה רבינו האט זיי אנגערירט דורך דעם פאשעווען זיי. און דערנאך האט דער בעל שם טוב הקדוש געזאגט, אז לאחרי זה זענען זיי אלע געווארן תלמידים של משה. אז די אלע נשמות זענען שפעטער געקומען און זענען געווען דער דור דעה, וואס משה רבינו האט זיי געגעבן די תורה און מגלה געווען זיי די אלע ענינים פון דעם דור דעה. דער דור דעה, דאס זענען געווען די נשמות וואס זענען געווען אין דעם צאן יתרו. וואס על פי זה איז טאקע מבואר אין חסידישע ספרים. [לא ברור] וועגן דעם, אין א פארברענגען האט מען אויסגעטייטשט בפרטיות, אז דאס וואס עס רעדט זיך דא, אז משה רבינו איז געווען מיט דעם צאן יתרו און פלוצלינג איז געווען א שעפסעלע וואס איז אנטלאפן און איז געגאנגען ווייט, דאס רעדט זיך פון א נשמה, א ניצוץ, א ניצוץ קדושה אדער א נשמה קדושה. וואס הרי זענען דאך אלע נשמות כולן, ווי מען זאגט, „ברכנו אבינו כולנו כאחד“, אלע נשמות זענען דאך איין זאך. און בשעת דער ניצוץ הנשמה פארלירט זיך, לויפט אריין אין מדבר און פארקריכט ווייט, איז דעמאלט משה רבינו לאזט אויף כל עניניו, און משה רבינו גייט זוכן נאך די נשמה, די פארלוירענע

10:52 הזאת. הוא מתעסק איתה כדי להוציא אותה מן הבוץ ולעזור לה לשוב למצבה הראשון. זהו סיפור המדרש. וכשמתבוננים בו בפנימיות העניין, ברוחניות העניין: מה קרה כאן, ומה הראתה לו התורה? על פי זה מובן המשך העניינים שהפרשה מספרת לנו. כשניגשים לפרשה באופן הזה ומעיינים בהמשכה, מבינים מה אירע כאן בסיפור הסנה. משה רבינו רץ אחרי טלה — ניצוץ, נשמה, נשמה אבודה, נשמה שלמרבה הצער סטתה מדרכה. משה רבינו מניח את כל ענייניו והולך לעסוק בשאלה כיצד להציל את הנשמה היהודית הזאת שאבדה. הוא רואה שהנשמה המסכנה התייגעה, ולכן הוא נותן לה מים לשתות — ״אין מים אלא תורה״. הוא נושא אותה על כתפיו ומתעסק איתה. ומה קורה אז? מה מספרת התורה בהמשך הפרשה? ״וירא מלאך ה׳ אליו בלבת אש מתוך הסנה״. מהו הדבר שמתגלה למשה רבינו ״בלבת אש מתוך הסנה״? הסנה הוא שיח קטן ויבש, שיח שאין לו פירות, שיח שאין לו אפילו עלים. שיח יבש, מלא קוצים וחוחים. ובתוך הקוצים, בתוך השיח הזה, נמצאת להבה

10:52 נשמה, און פארנעמט זיך מיט איר, איר ארויסצונעמען פון דעם בלאטע און העלפן צוריקקומען צו איר ערשטן צושטאנד. און דאס איז דער סיפור המדרש. און מען קוקט אויף דעם אין פנימיות הענין, אין רוחניות הענין: וואס איז דא געווען, דאס וואס די תורה האט אים געוויזן? וואס על פי זה איז דאך פארשטענדליך דער המשך הענינים וואס די פרשה דערציילט אונז. און מען נעמט די פרשה אין דעם אופן, און מען קוקט אריין אין המשך הפרשה, אויב מען פארשטייט וואס איז דא געשען אין דעם מעשה פון דעם סנה. משה רבינו לויפט נאך א שעפסעלע, א ניצוץ, א נשמה, א פארלוירענע נשמה, א נשמה וואס איז נעבעך פארקראכן. און משה רבינו לאזט אויף כל עניניו און ער גייט זיך פארנעמען זען ווי אזוי מען קען ראטעווען אט די אידישע נשמה וואס איז פארלוירן געגאנגען. און ער זעט אז נעבעך, זיך פארמאטערט די נשמה; נעמט ער, גייט ער איר געבן טרינקען וואסער, „אין מים אלא תורה“, ער נעמט איר אויף די פלייצעס, און ער פארנעמט זיך מיט איר. וואס פאסירט דעמאלט? וואס דערציילט די תורה, דער המשך הפרשה? „וירא מלאך ה׳ אליו בלבת אש מתוך הסנה“. דער וואס שטייט בביאור זיך צו משה רבינו, „בלבת אש מתוך הסנה“ — וואס איז דאס? דער סנה, א קליין ביימעלע, א טרוקן ביימעלע, א ביימעלע וואס האט נישט קיין פירות, א ביימעלע וואס האט נישט אפילו קיין בלעטעלעך. א טרוקן ביימעלע, א ביימעלע פול מיט דערנער, מיט שפיצן און דארדערים. און אין דעם דארן, און אין דעם ביימעלע, געפינט זיך א פלאם

12:26 אש. ומשה רבינו רואה: ״וירא והנה הסנה בוער באש והסנה איננו אוכל״. אומר רש״י: מה הראה הקב״ה למשה רבינו? רש״י בא ואומר: משום ״עמו אנכי בצרה״. הקב״ה מראה למשה רבינו את ה״עמו אנכי בצרה״. מה פירוש המדרש הזה? מה פירוש רש״י הזה? משה רבינו רואה את ה״עמו אנכי בצרה״. יש מאמרים על הפסוקים האלה. בהמשך באים הפסוקים הבאים. מתוך מה שהוא רואה בסנה, את ה״עמו אנכי בצרה״, כלומר, הקב״ה מראה למשה רבינו: דע לך שבני ישראל נמצאים בסנה; יש מצב של סנה, מצב יבש, [לא ברור], מצב של צרה. דע לך שיש להבת אש: השכינה נמצאת שם, ״עמו אנכי בצרה״; הקב״ה נמצא יחד עם בני ישראל בעת צרתם. ואחר כך ממשיך כל מהלך הפשט. כי הקב״ה הסביר למשה רבינו את ה״עמו אנכי בצרה״. ומיד נראה כיצד כל זה כתוב בפשט. אבל כאן נשאלת השאלה, כשאנחנו לומדים פשט: מה קרה כאן? מה בדיוק התרחש במה שהיה כאן, במה שהקב״ה רצה להראות למשה רבינו? כאן רואים את העניין כפי שמפרשים אותו ספרי חסידות של תלמידי הבעל שם טוב. מה בדיוק היה כאן? זהו הפירוש שעליו אנחנו מדברים.

12:26 פייער. און משה רבינו זעט: „וירא והנה הסנה בוער באש והסנה איננו אוכל“. זאגט רש״י, וואס האט דער אויבערשטער באוויזן משה רבינו? קומט צו גיין רש״י, און רש״י זאגט: משום „עמו אנכי בצרה“. דער אויבערשטער באווייזט משה רבינו דעם „עמו אנכי בצרה“. וואס איז דארט דער טייטש פון דעם מדרש? וואס איז דער טייטש פון דעם רש״י? משה רבינו זעט דעם „עמו אנכי בצרה“. איז דא מאמרים וועגן די פסוקים דא. שפעטער גייט ווייטער דער המשך פון די פסוקים. עפעס פון דעם וואס ער זעט דעם סנה, דעם „עמו אנכי בצרה“, דאס הייסט, דער אויבערשטער באווייזט משה רבינו: זאלסט וויסן זיין, אז אידן געפינען זיך אין סנה, איז דא א מצב פון סנה, א טרוקענער מצב, [לא ברור], איז א מצב פון צרה. זאלסטו וויסן זיין אז עס איז דא א פלאם פייער, די שכינה געפינט זיך „עמו אנכי בצרה“, דער אויבערשטער געפינט זיך צוזאמען מיט אידן בעת צרתם. און דערנאך גייט דער גאנצער דרך של הפשט, וואס גייט ממש ווייטער דער ענין. ווייל דער אויבערשטער האט מסביר געווען משה רבינו דעם „עמו אנכי בצרה“. און מיר וועלן באלד ווייטער ממש זען ווי אזוי, דאס שטייט אלץ אין דעם פשט. אבער דא איז די פראגע, ווען מיר לערנען פשט: וואס איז דא געשען? וואס איז דא פאסירט פונקט אין דעם וואס איז דא געווען, וואס דער אויבערשטער האט געוואלט באווייזן משה רבינו? זעט מען דא דעם ענין, ווי עס טייטשן אויס חסידישע ספרים פון תלמידי הבעל שם טוב. וואס איז דא געווען פונקט? איז דא דער טייטש, וואו מיר רעדן.

14:07 כעת, ה״עמו אנכי בצרה״ פירושו שהקב״ה, השכינה הקדושה, נמצא יחד עם בני ישראל בעת צרתם. משה רבינו היה שם וראה שבני ישראל סובלים בגלות. מה עניין הסבל של בני ישראל בגלות? הגלות נמשכת כבר שנים רבות, ובני ישראל סובלים בה, עד ש״ויאנחו בני ישראל מן העבודה״, כפי שנאמר קודם בפשט. והקב״ה מראה למשה רבינו: דע לך ש״עמו אנכי בצרה״. מספרים על הרוז׳ינער הקדוש, שבשעה שבאו לקחת אותו — הרי ידוע שהיה עליו קטרוג גדול, ואסרו אותו, והוא ישב בבית הסוהר; זה סיפור שלם ועשיר בפרטים. מספרים שכאשר באו לקחת את הרוז׳ינער הקדוש לבית הסוהר, הוא פרץ בבכי גדול. והוא אמר: כתוב בתהילים, מה אומר דוד? ״ה׳ רועי לא אחסר״. אומר דוד המלך: ״גם כי אלך בגיא צלמות לא אירא רע כי אתה עמדי״. הפירוש הפשוט הוא, כפי שאומר דוד המלך: גם כשמגיע מצב של ״גיא צלמות״, רחמנא ליצלן, ויהודי נמצא בצרה, ב״גיא צלמות״, ״לא אירא רע״ — אינני פוחד מן הרע, כי אני יודע שהקב״ה נמצא יחד איתי, ״כי אתה עמדי״. והרוז׳ינער פירש להפך: ״גם כי אלך בגיא צלמות״, אומר דוד לקב״ה, ״לא אירא״ — אינני פוחד מגיא הצלמות; לא זה מה שכואב לי. ״רע״ — מהו הדבר הרע? ״כי אתה עמדי״. כשאני מתבונן בכך ש״עמו אנכי בצרה״, כשאני יודע

14:07 איצט, דער ״עמו אנכי בצרה״, אז דער אויבערשטער, די שכינה הקדושה, געפינט זיך צוזאמען מיט אידן בעת צרתם. משה רבינו איז ביים געווען, האט געזען אז אידן ליידן אין גלות. וואס איז דא דער ענין וואס אידן ליידן אין גלות? עס ציט זיך שוין דער גלות יארן לאנג, און אידן ליידן אין גלות, אז ״ויאנחו בני ישראל מן העבודה״, געלאפן פריער אין דעם פשט. און דער אויבערשטער באווייזט משה רבינו, זאלסט וויסן זיין, אז ״עמו אנכי בצרה״. מען דערציילט אויף דעם הייליגן רוזשינער, אז בשעת עס איז געווען, בשעת מען איז געקומען — דער הייליגער רוזשינער, דאך ידוע, אז עס איז געווען א גאנצער קטרוג אויף אים, און מען האט אים איינגעזעצט, ער איז געווען אין תפיסה, א גאנצע רייכע סיפור. דערציילט מען, אז בשעת מען איז געקומען נעמען דעם הייליגן רוזשינער אין תפיסה, האט ער זיך שטארק צעוויינט. און ער האט געזאגט: שטייט אין תהילים, ווי זאגט דוד? ״ה׳ רועי לא אחסר״. זאגט דוד המלך: ״גם כי אלך בגיא צלמות לא אירא רע כי אתה עמדי״. פשוט דער טייטש: ווי דוד המלך זאגט, אפילו עס קומט א מצב פון ״גיא צלמות״, רחמנא ליצלן, א איד געפינט זיך אין א מצב פון א צרה, ״גיא צלמות״, ״לא אירא רע״ — איך האב נישט מורא פון שלעכטס, ווייל איך ווייס דער אויבערשטער געפינט זיך צוזאמען מיט מיר, ״כי אתה עמדי״. און דער רוזשינער האט געטייטשט פארקערט: ״גם כי אלך בגיא צלמות״, זאגט דוד צום אויבערשטן, ״לא אירא״ — איך האב נישט מורא פון דעם גיא צלמות, נישט דאס איז וואס ווייטאגט מיר. ״רע״ — וואס איז שלעכט? ״כי אתה עמדי״. בשעת איך טראכט זיך אריין אז דער ״עמו אנכי בצרה״, אז איך ווייס

15:56 שהשכינה נמצאת יחד איתנו בגלות, אז זו הצרה. זה מה שכואב לי. אמר הרוז׳ינער הקדוש: עצם זה שלוקחים אותי למקום של טומאה, לבית הסוהר, אינו מכאיב לי. אבל אני יודע ש״שכינתא בגלותא״, שהקב״ה הולך יחד איתי, ״כי אתה עמדי״, שאני לוקח את הקב״ה איתי. וכמו שאומרים תמיד על ״עמו אנכי בצרה״ — כפי שאמר הרבי לחסיד, לתלמיד: אה, אתה לוקח איתך את הצדיק, אתה לוקח איתך את הרבי. ה״עמו אנכי בצרה״ קשה עוד יותר מעצם היותנו בגלות. הייתה פעם התוועדות בשבת פרשת שמות, לפני ארבעים וכמה שנים. הרבי התוועד אז, וזו הייתה התוועדות לוהטת. הרבי דיבר על הפרשה, על סדר הדברים בפרשת הסנה, והתעכב על רש״י הזה. מי שהיו באותה התוועדות מספרים שפשוט הייתה שם סערה נוראה. הרבי הזיל דמעות ובכה, ודיבר בכוח כזה, בלהט כזה, בלהבת אש כזאת; הוא פירש את הסדרה ואת רש״י של הסדרה של היום מתוך העניין של ״עמו אנכי בצרה״, כדי להבין מה התרחש שם, בסנה. ואני רוצה לשאול כאן שאלות פשוטות. כשלומדים את הפרשה, כתוב שמשה רבינו רואה ״לבת אש מתוך הסנה״. ומה כתוב בהמשך? ״אסורה נא ואראה״ — משה רבינו ניגש אל האש, אל הלהבה,

15:56 אז די שכינה געפינט זיך צוזאמען מיט אונז אין גלות, דאמאלט, דאס איז די צרה. דאס איז וואס ווייטאגט מיר. האט דער הייליגער רוזשינער געזאגט: דאס וואס מען נעמט מיר צו אין טומאה, אין תפיסה, דאס אליין, דאס ווייטאגט מיר נישט. אבער איך ווייס אז ״שכינתא בגלותא״, אז דער אויבערשטער גייט מיט צוזאמען מיט מיר, ״כי אתה עמדי״, אז איך נעם דעם אויבערשטן מיט זיך צוזאמען. און דאס וואס מען זאגט תמיד ״עמו אנכי בצרה״ — דאס וואס דער רבי האט געזאגט צום חסיד, צום תלמיד: אה, דו נעמסט מיט דעם צדיק מיט דיר, דו נעמסט מיט דעם רבי׳ן מיט דיר. דער ״עמו אנכי בצרה״, אז דאס איז נאך ערגער פון דעם עצם היותנו בגלות. ס׳איז געווען אמאל א פארברענגען, שבת פרשת שמות, מיט פערציג און פערציג יאר צוריק, געווען א פארברענגען, וואס דער רבי האט פארברענגט, ס׳איז געווען א פייערדיגער פארברענגען, שבת פרשת שמות. און דער רבי האט גערעדט אויף דער פרשה, אויף דעם סדר, אויף דער פרשה פון דעם סנה. און דער רבי האט זיך אפגעשטעלט אויף דעם רש״י. די וואס זענען געווען ביי יענעם פארברענגען, דערציילן אז עס איז פשוט געווען א שטורעם ונורא. און דער רבי האט געגאסן טרערן, און געוויינט, און גערעדט מיט אזא כוח, אזא ברען, אזא פלאם פייער, אויסגעטייטשט די סדרה, אויסגעטייטשט דעם רש״י פון היינטיגער סדרה, אין אן אופן פון דעם ״עמו אנכי בצרה״, פארשטיין וואס איז דא פארגעקומען אין דעם סנה. וואס איך וויל — דא פרעגן זיך פשוטע שאלות. בשעת מען לערנט די פרשה, משה רבינו, שטייט אז ער זעט דעם ״לבַּת אש מתוך הסנה״. און וואס שטייט ווייטער? ״אסורה נא ואראה״ — משה רבינו, דער נעמט זיך צו דעם, צו דעם פייער, צו דעם פלאם

17:50 אל ״המראה הגדול הזה״. והקב״ה אומר לו: ״אנכי אלקי אביך״. הקב״ה בא אליו עם הבשורה האלוקית הגדולה והטובה, שעוד מעט יוצאים מן הגלות. הקב״ה אומר למשה רבינו: ״אנכי אלקי אביך״. ואחר כך הוא אומר לו ״ראה ראיתי״ — עליך לדעת שאני רואה את מצבם של בני ישראל, רואה כיצד הם סובלים בגלות. ״שמעתי״ — אני מקשיב להם. ״ידעתי את מכאביו״ — אני מרגיש; ״ידעתי״ אין פירושו רק שאני יודע. ״ידעתי״ פירושו קשר: אני קולט, אני מרגיש, אני מרגיש את כאבם. ״וארד להצילו״ — הגיע הזמן, אני רוצה להוציא אותם מן הגלות. ואני רוצה לשלוח אותך להיות השליח שלי להוצאת בני ישראל מן הגלות. מה כתוב בהמשך הפרשה? משה רבינו אומר לקב״ה: אני בא אל בני ישראל, ״הנה אנכי בא אל בני ישראל״, ואומר להם, אספר להם: ״אלקי אבותיכם שלחני אליכם״, הקב״ה שלח אותי. ״ואמרו לי מה שמו״ — ובני ישראל ישאלו: מה שמו? ״מה אומר אליהם״ — מהי התשובה? כתוב בהמשך שהקב״ה ענה: ״ויאמר אלקים אל משה אהיה אשר אהיה״, אל״ף ה״א יו״ד ה״א, השם הקדוש, ״אהיה אשר אהיה״. ואחר כך הוא אומר: ״אהיה שלחני אליכם״. בא רש״י ואומר: מה נתן הקב״ה, מה קרה כאן? משה רבינו אומר לקב״ה ״מה שמו״, שבני ישראל ישאלו מהו השם. אומר רש״י: הקב״ה ענה,

17:50 פייער, ״המראה הגדול הזה״. און דער אויבערשטער זאגט אים: ״אנכי אלקי אביך״. דער אויבערשטער קומט צו אים מיט די גרויסע גוטלעכע בשורה טובה אז אט, אט קומט מען ארויס פון דעם גלות. דער אויבערשטער זאגט משה רבינו: ״אנכי אלקי אביך״. יא, און דערנאך זאגט אים אז ״ראה ראיתי״ — דאס דארפסטו וויסן, איך זע דעם מצב פון אידן, איך זע ווי אידן ליידן אין גלות. ״שמעתי״ — איך הער זיך צו צו זיי. ״ידעתי את מכאביו״ — איך פיל; ״ידעתי״, נישט איך ווייס. ״ידעתי״ — דאס איז קשר, איך דערהער, איך פיל, איך פיל זייער ווייטאג. ״וארד להצילו״ — עס קומט די צייט, איך וויל זיי ארויסשלעפן פון גלות. און איך וויל דיר שיקן, אז דו זאלסט זיין מיין שליח אויף גיין ארויס מיט אידן פון גלות. וואס שטייט ווייטער אין דער פרשה? משה רבינו זאגט צום אויבערשטן: איך קום צו גיין צו אידן, ״הנה אנכי בא אל בני ישראל״, און איך וועל זיי פארזאגן, דערציילן, ״אלקי אבותיכם שלחני אליכם״, דער אויבערשטער האט מיך געשיקט. ״ואמרו לי מה שמו״ — און אידן זאגן: וואס איז זיין נאמען? ״מה אומר אליהם״ — וואס איז דער ענטפער? שטייט ווייטער, יא, אז דער אויבערשטער האט געענטפערט: ״ויאמר אלקים אל משה אהיה אשר אהיה״, אל״ף ה״א יו״ד ה״א, דאס הייליגע נאמען, יא, ״אהיה אשר אהיה״. און דערנאך זאגט ווייטער: ״אהיה שלחני אליכם״. קומט צו גיין רש״י, און רש״י זאגט: וואס האט דער אויבערשטער געגעבן, וואס איז דא געשען? משה רבינו זאגט צום אויבערשטן ״מה שמו״, יא, אז אידן וועלן פרעגן וואס איז דער נאמען. זאגט רש״י, דער אויבערשטער האט געענטפערט,

19:33 את ה״אהיה אשר אהיה״ — מה פירושו? אומר רש״י: ״אהיה עמו בצרה זו״. אהיה איתם בצרה הזאת. ״אשר אהיה עמו״ — אהיה איתם גם בצרות אחרות, בגלויות נוספות. משה רבינו אומר לריבונו של עולם: למה צריך להזכיר להם צרות אחרות? לא די בצרת מצרים, שצריך לומר להם עכשיו שיהיו עוד צרות? אם כך, אמור זאת רק פעם אחת: ״אהיה״. ונשאלת שאלה פשוטה: מה קרה כאן? מה אמר משה רבינו לריבונו של עולם? כל המפרשים עומדים על כך. משה רבינו אומר: אלך לבני ישראל ואומר להם שריבונו של עולם, אלקי אביך ואלקי אבותיכם, יוציא אתכם מהגלות. ״ואמרו לי מה שמו״ — מה שמו? מה פשר השאלה הזאת? משה רבינו חושב שבני ישראל ישאלו ״מה שמו״? בני ישראל אינם יודעים את שמו של הקב״ה? הם צריכים לדעת את שמו? דווקא זה מה שחסר להם? זו קושיה גדולה. ראשית, בני ישראל נמצאים בגלות. הם עמלים עד כלות כוחותיהם, מותשים, מיוסרים ומרים, מלאים ייסורים. משה רבינו בא אליהם ואומר להם שהקב״ה מוציא אותם מהגלות, והם שואלים על השם? זה מה שירצו לדעת, את השם? ושוב: השם היה חסר לבני ישראל? הם לא ידעו את שמו של הקב״ה? הרי בני ישראל היו מאמינים בני מאמינים. הם הכירו את ״אלקי אבותיכם״, את ״אלקי אברהם״, את ״אלקי יצחק״. הם ידעו שיש אלוקים, ו־

19:33 דעם „אהיה אשר אהיה“, וואס מיינט דאס? זאגט רש״י: „אהיה עמו בצרה זו“. איך וועל זיין מיט זיי אין דער צרה. „אשר אהיה עמו“ — איך וועל זיין מיט זיי צוזאמען אויך אין אנדערע צרות, נאך גלויות. משה רבינו זאגט צום רבונו של עולם: וואס דארפסטו זיי דערמאנען אנדערע צרות? נישט גענוג די צרה של מצרים, דארף מען זיי יעצט זאגן נאך צרות? אז דער רבונו של עולם איז געווען גערעכט, נו, זאג עס נאר איינמאל, „אהיה“. פרעגט זיך א פשוטע שאלה: וואס איז דא געשען? וואס האט משה רבינו געזאגט דעם רבונו של עולם? אלע מפרשים שטעלן זיך אויף דעם. משה רבינו זאגט: איך וועל גיין צו אידן, איך וועל זיי זאגן אז דער רבונו של עולם, אלקי אביך און אלקי אבותיכם, וועט אייך ארויסנעמען פון גלות. „ואמרו לי מה שמו“ — וואס איז זיין נאמען? וואס איז די שאלה דאס? אז משה רבינו פרעגט, אידן וועלן פרעגן „מה שמו“, וואס איז זיין נאמען? אידן ווייסן נישט דעם אויבערשטנס נאמען? זיי דארפן וויסן דעם אויבערשטנס נאמען? דאס פונקט, דאס איז וואס פעלט אידן? דאס איז א פולע קשיא דא. ערשטנס, אידן שטייען אין א מצב פון גלות. זיי זענען פארהארעוועט, פארמאטערט, אויסגעמוטשעט, פארביטערט, פול מיט יסורים. קומט צו זיי משה רבינו, זאגט זיי אז דער אויבערשטער נעמט זיי ארויס פון גלות, און פרעגן א נאמען? דאס וועלן אידן וועלן וויסן, דעם נאמען? און נאך אמאל: אידן האט זיך געפעלט דעם נאמען? אידן האבן נישט געוואוסט דעם אויבערשטנס נאמען? אידן האבן דאך געווען מאמינים בני מאמינים. אידן האבן דאך געוואוסט „אלקי אבותיכם“, „אלקי אברהם“, „אלקי יצחק“. זיי האבן געוואוסט אז עס איז דא א גאט, און

21:07 הוא הקב״ה, והוא... מה היה חסר? כמה פעמים זה כבר נאמר קודם לכן בפרשה? מה שמו? הוא אומר: השם — מה העניין כאן עם השם? א־ל, אלקים — מה קורה כאן? מה השאלה ומה התשובה? כל המפרשים שואלים את השאלה הזאת. הרבי אמר: אני רוצה פירוש בשביל בן חמש למקרא, פירוש רש״י. הרבי היה מרבה ללמוד עם ילדים בהתוועדויות, ללמוד פירוש רש״י. הרי רש״י הוא בשביל בן חמש למקרא — רש״י מפרש פשוטו של מקרא. איך מסבירים את הפרשה לבן חמש למקרא? בן חמש למקרא, ילד, לומד פשוטו של מקרא; הוא אינו יודע קבלה, אינו יודע רמז ואינו יודע עניינים עמוקים. יש כאן עולם שלם: יש מורה נבוכים, יש מפרשים, יש אבן עזרא, יש עולם שלם של ביאורים והסברים, על פי קבלה, פשט ודרש. מה הפשט הפשוט כאן, באופן שילד יבין? מה קרה כאן? מה התרחש כאן? מה היה הדו־שיח? מה עשה משה, ומה השיב הקב״ה? והרבי אמר פעם דבר נפלא בפירוש הפסוקים. הקב״ה התגלה למשה רבינו בסנה. משה רבינו רואה את גילוי השכינה, ״בלבת אש מתוך הסנה״, ״עמו אנכי בצרה״. משה רבינו שומע מהקב״ה, והקב״ה אומר לו: הוא רואה

21:07 ער איז דער אויבערשטער, און ער איז א... וואס האט זיך געפעלט? וויפיל מאל שטייט שוין אין דער פרשה פריער? וואס איז זיין נאמען? זאגט ער: דעם נאמען, היי, וואס איז דא דעם נאמען? א־ל, אלקים, וואס איז דא, וואס גייט דא פאר? וואס איז דא די שאלה, וואס איז דא דער ענטפער? אלע מפרשים פרעגן דאך די שאלה. דער רבי האט געזאגט: איך וויל א בן חמש למקרא, א רש״י. יא, דער רבי פלעגט זיך פיל אין די פארברענגענס לערנען מיט קינדער, לערנען א רש״י. און עס שטייט אין רש״י, פאר א בן חמש למקרא — רש״י מפרש פשוטו של מקרא. ווי איז מען מסביר די פרשה צו א בן חמש למקרא? א בן חמש למקרא, א קינד, לערנט פשוטו של מקרא, ווייסט נישט קיין קבלה, ווייסט נישט קיין רמז, ווייסט נישט קיין הויכע זאכן. דא קען זיך א וועלט, ס׳זענען דא מורה נבוכים, ס׳זענען דא מפרשים, ס׳זענען דא אבן עזרא, ס׳זענען דא... א וועלט מיט ביאורים, מיט הסברים, אויף קבלה, אויף פשט, אויף דרש. וואס איז דא דער פשוטער פשט אויף א קינדערשן אופן? וואס איז דא געשען? וואס איז דא, וואס איז דא פאסירט? וואס איז דא געווען דער דו־שיח? וואס איז דא געווען דער... וואס האט משה געטאן? וואס דער אויבערשטער האט געענטפערט? און דער רבי האט אמאל געזאגט א מורא׳דיגע ווארט, אויסגעטייטשט די פסוקים. דער אויבערשטער האט זיך אנטפלעקט צו משה רבינו אין סנה. משה רבינו זעט דעם גילוי השכינה, „בלבת אש מתוך הסנה“, „עמו אנכי בצרה“. משה רבינו הערט פון דעם אויבערשטן, דער אויבערשטער זאגט אים: ער זעט

22:38 אותם. דע לך, אני רואה הכול, אני מרגיש הכול, אני כאן. ״ואעלה אתכם״ — מגיע הזמן שאוציא אתכם מהגלות. משה רבינו אומר לקב״ה, כלשון הפסוק: ״הנה אנכי בא אל בני ישראל״. אבוא אל בני ישראל ואומר להם, ״ואמרתי להם״ — מה אומר להם? אבשר להם את הבשורה הגדולה: ״אלקי אבותיכם שלחני אליכם״. דעו לכם, כבר עברו יותר ממאתיים שנה שבהן בני ישראל מתייסרים, עובדים עבודה קשה בגלות מצרים, מותשים ויגעים, ורואים רק חושך. כל הזמן הם רואים רק, כן, [לא ברור], חומר ולבנים. דעו לכם, הקב״ה בא להוציא אתכם מהגלות. ״ואמרו לי״, טוען משה רבינו לפני הקב״ה, ״מה שמו?״ מה פירוש ״מה שמו״? פשוט: ״מה שמו״ — הרי ״לפי מעשי אני נקרא״. במדרש נאמר, וכולם יודעים, שלקב״ה יש שמות רבים. השם הוא הרי ״לפי מעשי אני נקרא״. כל שם קשור לאופן הנהגה: יש הנהגה של מידת הרחמים, יש הנהגה של מידת הדין, יש הנהגה של שם זה ושל שם אחר. בני ישראל יטענו כלפי משה רבינו: אמור לנו, משה רבינו, ״מה שמו?״ איזו הנהגה היא זו? איזו הנהגה היא זו, שאנחנו מתייסרים בגלות מאות שנים? וכאן הרבי התייחס לזה, ופרץ ב...

22:38 זיי. זאלסטו וויסן זיין, איך זע אלץ, איך פיל אלץ, איך בין דא. „ואעלה אתכם“ — עס קומט די צייט, איך וועל אייך ארויסנעמען פון גלות. זאגט משה רבינו צום אויבערשטן, הנה, ווי זאגט דער פסוק, משה רבינו זאגט צום אויבערשטן: „הנה אנכי בא אל בני ישראל“. איך וועל קומען צו גיין צו אידן, און איך וועל זיי זאגן, „ואמרתי להם“ — וואס וועל איך זיי זאגן? איך גיי זיי דערציילן די גרויסע נייעס: „אלקי אבותיכם שלחני אליכם“. איר זאלט וויסן זיין, ס׳איז אריבערגעגאנגען שוין איבער צוויי הונדערט יאר וואס אידן מוטשען זיך, ארבעטן א שווערע גלות אין מצרים, פארמאטערט און אויסגעארבעט, און זיי זעען נאר חושך, און אלעמאל זעען זיי נאר, יא, [לא ברור], פון חומר ולבנים. זאלסטו וויסן זיין, דער אויבערשטער קומט צו גיין אייך ארויסנעמען פון גלות. „ואמרו לי“, טענה׳ט משה רבינו צום אויבערשטן, „מה שמו?“ וואס מיינט דאס „מה שמו“? פשוט, „מה שמו“ — דאס איז דאך „לפי מעשי אני נקרא“. דער אויבערשטער, שטייט אין מדרש, און אלע ווייסן, דער אויבערשטער האט דאך אלע שמות. דער שם איז דאך „לפי מעשי אני נקרא“. יעדער שם איז פארבונדן מיט א הנהגה. עס איז דא א הנהגה פון מידת הרחמים, עס איז דא א הנהגה פון מידת הדין, עס איז דא א הנהגה פון דעם שם, פון אן אנדערן שם. אידן וועלן טענה׳ן צו משה רבינו: זאג מיר, משה רבינו, „מה שמו?“ וואס פאר א הנהגה איז דאס? וואס פאר א הנהגה איז דאס, וואס מיר מוטשען זיך אין גלות אזויפיל הונדערטער יארן? און דא דער רבי האט זיך גענומען צו, און, און, און איז געפלאצט מיט א...

24:20 זה היה נורא. בני ישראל סבלו שם אצל פרעה מאות שנים. ולא רק זאת, אלא הגזירה שגזר פרעה: ״כל הבן הילוד היאורה תשליכוהו״. אחר כך נוסף דבר נורא: כשפרעה חלה, מה הוא עשה? רחמנא ליצלן, שחט ילדים יהודים ורחץ בדמם. משה רבינו זועק את הטענה שבני ישראל יטענו: ״מה שמו?״ איזו הנהגה היא זו? איך אפשר לקבל הנהגה שבה בני ישראל צריכים להיות בגלות שנים רבות כל כך ולסבול צרות, ודם יהודי, ימים ונהרות של דם יהודי, לאורך מאות ואלפי שנות גלות? איזו הנהגה יש כאן? מהי ההנהגה שבזה? ״מה אומר אליהם?״ איך אומרים להם דבר כזה? איך אפשר להבין זאת? הקב״ה משיב למשה רבינו: ״אהיה אשר אהיה״. הקב״ה אומר למשה רבינו: ״אהיה עמו בצרה זו״, ״עמו אנכי בצרה״. מה אתה חושב, שאני נמצא בשמים, הרחק משם? אני נמצא יחד עם כל יהודי בשעה שהוא מתייסר, בשעה שהוא סובל, בשעה שהוא נמצא בצרה. דע לך שהקב״ה נמצא איתו בגלות. שכינתא בגלותא. והרבי מפרש: מה פירוש שכינתא בגלותא? לא רק שהקב״ה נמצא במקום הגלות, אלא שהקב״ה נמצא בצער הגלות. ״עמו אנכי בצרה״. אפשר לומר שהקב״ה נמצא

24:20 מורא'דיג איז געווען. אידן האבן געליטן דארט ביי פרעה הונדערטער יארן. נישט נאר דאס, נאר די גזירה וואס פרעה האט געמאכט: „כל הבן הילוד היאורה תשליכוהו“. דערנאך קומט צו נאך א מורא'דיגע זאך: אז פרעה איז געווארן קראנק, וואס האט ער געטאן? רחמנא ליצלן, געשאכטן אידישע קינדער, און זיך געבאדן אין זייער בלוט. שרייט משה רבינו: טענה'ן וואס אידן וועלן טענה'ן, „מה שמו?“ וואס איז דאס די הנהגה? ווי אזוי קענען מיר נעמען אויף די הנהגה וואס אידן מוזן זיין אין גלות אזויפיל יארן, און ליידן צרות, און אידיש בלוט, ימים, טייכן פון אידיש בלוט פון הונדערטער יארן און טויזנטער יארן פון גלות. וואו איז דא דער הנהגה? וואס איז דער הנהגה אין דעם? „מה אומר אליהם?“ ווי אזוי זאגט מען זיי דאס? ווי אזוי איז דאס מובן? ענטפערט דער אויבערשטער צו משה רבינו: „אהיה אשר אהיה“. זאגט דער אויבערשטער צו משה רבינו: „אהיה עמו בצרה זו“, „עמו אנכי בצרה“. וואס מיינסטו, איך געפין זיך אין רקיע אזוי? איך געפין זיך צוזאמען מיט יעדן אידן בשעה וואס א איד מוטשעט זיך, בשעה וואס א איד ליידט, בשעה וואס א איד געפינט זיך אין א מצב פון א צרה. זאלסטו וויסן זיין אז דער אויבערשטער געפינט זיך צוזאמען מיט אים אין גלות. שכינתא בגלותא. און דער רבי טייטשט: וואס איז דער טייטש שכינתא בגלותא? נישט נאר דער אויבערשטער געפינט זיך אין מקום הגלות, נאר דער אויבערשטער געפינט זיך אין דעם צער הגלות. „עמו אנכי בצרה“. קען מען זאגן, דער אויבערשטער געפינט

26:03 עצמו [לא ברור]. פירוש הדבר הוא שזה בכל מקום. כשהקב"ה אומר למשה רבינו, כפי שרש"י מפרש: אתה שואל ״מה שמו״, איזו הנהגה זו? עליך לדעת שבשעה שיהודי סובל, ״עמו אנכי בצרה״, ״אהיה עמו בצרה זו״. אני נמצא בתוך הצרה שלהם. אני מרגיש את הצרה שלהם. וכך מבואר בחסידות. אדמו"ר הזקן מפרש בספר המאמרים את המילים ״ברחמיך הרבים רחם עלינו״, ״אלקי עולם, ברחמיך הרבים רחם עלינו״: מדוע אומרים לקב"ה ״ברחמיך הרבים״? הרי יש לרחם על נשמה. יש לרחם על עם ישראל שנמצא בגלות. האם זה מה שאנחנו מבינים? אנחנו מרגישים את הרחמנות: יהודי מתייסר, יהודי סובל מצרות; יהודי מתקשה בפרנסה, סובל מצער גידול בנים, מקשיים בשלום בית, רחמנא ליצלן, מייסורים, מהגלות הקשה. יהודי סובל בגלות. אבל עד כמה אנחנו מרגישים את גודל הרחמנות על מי שנמצא בגלות? הקב"ה מרגיש זאת הרבה יותר. ״אבינו אב הרחמן״ — הקב"ה הוא אבינו והוא אב הרחמן. ״ברחמיך הרבים״ — ברחמים שלך, הרחמים הרבים, אתה הרי יודע את גודל הרחמנות האמיתי. הקב"ה הרי רואה את הצער האמיתי, שהיהודים עצמם אפילו אינם חשים בו. וכאן אומר הקב"ה למשה רבינו: ״אהיה עמו בצרה זו״. עליך לדעת שאני נמצא עם יהודי בצרותיו.

26:03 זיך [לא ברור]. איז באדייט, דאס איז בכל מקום. וואס דער אויבערשטער זאגט ביי משה רבינו, ווי רש״י טייטשט: דו פרעגסט „מה שמו“, וואס פאר א הנהגה איז דאס? זאלסטו וויסן זיין, אז בשעה וואס א איד ליידט, איז „עמו אנכי בצרה“, „אהיה עמו בצרה זו“. איך געפין זיך אין זייער צרה. איך פיל זייער צרה. און דאס איז געטייטשט אין חסידות, דער אלטער רבי טייטשט: „ברחמיך הרבים רחם עלינו“, טייטשט דער אלטער רבי אין ספר המאמרים. „אלקי עולם, ברחמיך הרבים רחם עלינו“ — וואס זאגט דא צו דעם אויבערשטן „רחמיך הרבים“? טייטשט דער אלטער רבי, ס'איז דאך רחמנות אויף א נשמה. ס'איז רחמנות אויף אידישן פאלק אז זיי געפינען זיך אין גלות. צי דאס וואס מיר פארשטייען? מיר פילן דעם רחמנות. א איד מוטשעט זיך, א איד ליידט צרות; א איד מוטשעט זיך אויף פרנסה, מוטשעט זיך אין צער פון די בנים, מוטשעט זיך אין שלום בית, מוטשעט זיך, רחמנא ליצלן, מיט יסורים, מוטשעט זיך אין שווערע גלות. א איד מוטשעט זיך אין גלות. אבער וויפיל מיר פילן דעם גודל הרחמנות אין גלות? דער אויבערשטער פילט עס פיל מער. אבינו אב הרחמן, דער אויבערשטער וואס ער איז דער אבינו און ער איז אב הרחמן. „ברחמיך הרבים“ — ביי רחמים, די רחמים רבים, דו ווייסט דאך דעם אמת'ן גודל הרחמנות. דער אויבערשטער זעט דאך דעם אמת'ן צער וואס אידן אפילו האבן זיך נישט. ווי — איז דא זאגט משה רבינו, דא זאגט דער אויבערשטער צו משה רבינו: „אהיה עמו בצרה זו“. זאלסטו וויסן זיין אז איך געפין זיך מיט א אידן ביי צרות זיינע.

27:46 אני לא רק נמצא איתו. אני מרגיש את צערו אפילו יותר מכפי שהוא עצמו מרגיש. אספר סיפור נורא. היה חסיד, ר׳ שמחה גורודצקי הגדול. ר׳ שמחה גורודצקי היה מתלמידי אדמו"ר הרש"ב בתומכי תמימים בליובאוויטש. אחר כך היה מגדולי בעלי מסירות הנפש ברוסיה, בתקופת הקומוניסטים. הוא היה מבעלי מסירות הנפש המופלאים שנסעו מעיירה לעיירה והקימו חדרים וישיבות. אדמו"ר הריי"צ שלח אותו ממקום למקום, עד שהכניסו אותו לכלא; הוא היה בסיביר ועבר את כל הייסורים שעבר. הייתה תקופה שבה נהג לנסוע בין העיירות ברוסיה, בשנים הראשונות של אדמו"ר הריי"צ. אני רוצה לספר על מה שהיה, נדמה לי, לפני כמאה שנה. אלה היו השנים ההן, לפני מאה שנה, שנים קשות ברוסיה. זה היה אחרי הסתלקות אדמו"ר הרש"ב. אדמו"ר הריי"צ היה אז אחרי [לא ברור]. זו הייתה תקופה קשה, הייתה צרה. לא היה כסף, לא הייתה פרנסה, והקומוניסטים גרמו לכל הצרות שבעולם, סגרו חדרים וסגרו ישיבות. והוא נהג לנסוע בין העיירות כשליח של הרבי, לאסוף כסף, לעזור להקים מוסדות ולפתוח ישיבות שנסגרו. הוא פעל במסירות נפש מופלאה. וכשהיה נוסע, החסידים היו נותנים לו את הפדיונות, את הפתקים, את

27:46 איך געפין זיך נישט נאר מיט אים. איך פיל זיין צער נאך מער וויפיל ער פילט אליין. איך וועל דערציילן א מורא'דיגע מעשה. ס'איז געווען א חסיד, דער גרויסער ר׳ שמחה גאראדעצקי. ר׳ שמחה גאראדעצקי איז געווען פון דעם רבי'ן רש״ב'ס תלמידים אין תומכי תמימים אין ליובאוויטש. שפעטער איז ער געווען פון די גרויסע בעלי מסירות נפש אין רוסלאנד, ווען שוין זענען געווען די קאמוניסטן. איז ער געווען פון די מורא'דיגע בעלי מסירות נפש וואס האט ארומגעפארן אלע שטעטלעך, געבויט חדרים, ישיבות. דער פריערדיקער רבי האט אים ארומגעשיקט, ביז מ'האט אים אריינגעזעצט אין תפיסה; ער איז געווען אין סיביר, האט דורכגעגאנגען אלע יסורים וואס ער איז דורכגעגאנגען. איז געווען א תקופה וואס ער פלעגט ארומגיין, פלעגט ארומפארן די שטעטלעך אין רוסלאנד אין די ערשטע יארן נאך דעם פריערדיקן רבי'ן. איך וויל דערציילן דאס, מיין איך, הונדערט יאר צוריק, בערך. דאס איז געווען יענע יארן, הונדערט יאר צוריק, שווערע יארן אין רוסלאנד. איז געווען נאך די הסתלקות פון רבי רש״ב. דער פריערדיקער רבי איז געווען נאך די [לא ברור]. איז געווען א שווערע תקופה, איז געווען א צרה. ס'איז נישט געווען קיין געלט, איז נישט געווען קיין פרנסה, און די קאמוניסטן האבן אנגעמאכט אלע צרות שבעולם, פארמאכט חדרים, פארמאכט ישיבות. און ער פלעגט ארומפארן די שטעטלעך אלס א שליח פון דעם רבי'ן, צו קלייבן געלט, צו העלפן בויען מוסדות און עפענען ישיבות וואס מ'האט פארמאכט. ער האט געטאן מורא'דיגע מסירות נפש. איז ער ארומגעפארן, און די חסידים פלעגן אים געבן די פדיונות, די קוויטלעך, די

29:17 הפתקים והמכתבים הקטנים שחסידים נהגו לכתוב לרבי, בקשות לברכות. כך הצטברה חבילה שלמה. הוא הגיע אל אדמו"ר הריי"צ, כשהיה ברוסטוב, והביא את החבילה. הוא ראה כיצד אדמו"ר הריי"צ מוציא פתק ומתחיל לקרוא, ופורץ בבכי. ממש בכיות נוראות על פתק אחד. אחר כך בא פתק שני, ושוב אותו הדבר: בכיות נוראות, במשך זמן מה, פשוט כך. וכך פתק אחר פתק, עד שהוא נבהל שהדבר פוגע בבריאותו של הרבי, כי אדמו"ר הריי"צ לא היה בקו הבריאות באותה תקופה. עד כדי כך היה מצטער בצרתן של ישראל, שפשוט לא היה יכול לשאת עוד. כשאותו שליח, שנסע בין העיירות, יצא שוב לדרך, הוא סיפר לחסידים ואמר: חבר'ה, תדעו שהרבי מצטער בצרתכם יותר מכפי שאתם מצטערים בצרתכם שלכם. הוא סיפר על הבכיות הנוראות שראה אצל הרבי על כל פתק. כשהחסידים שמעו זאת, הם הפסיקו לכתוב. כשהשליח חזר שוב אל אדמו"ר הריי"צ, שאל אותו הרבי: איפה המכתבים? הוא ענה: לא, הם לא כתבו דבר. אדמו"ר הריי"צ דיבר אליו בחריפות ואמר: על רבי לא צריך לרחם. ואמר לו: דע לך שכל מכתב וכל פתק של חסידים הוא כמו [לא ברור] נפש. דבר איתם שוב ובקש מהם, אמור לחסידים שיכתבו, ובפרטיות. זה

29:17 צעטלעך, בריוולעך וואס חסידים פלעגן שרייבן צום רבי'ן, בקשות, ברכות. איז געגאנגען די גאנצע פּעקל. איז ער אנגעקומען צום פריערדיקן רבי'ן, ווען ער איז געווען אין ראסטאוו, געברענגט דעם פּעקל. און ער האט געזען ווי דער פריערדיקער רבי נעמט ארויס א צעטל און הייבט אן לייענען, און ער צוגיסט זיך מיט טרערן. ממש בכיות נוראות אויף איין צעטל. נאך דעם איז געווען א צווייטער צעטל, נאך אמאל די זעלבע מעשה: בכיות נוראות, א משך זמן, פשוט. און אזוי איין צעטל נאך איינס, ביז ער האט זיך דערשראקן, אז עס שאדט דעם רבי'נס געזונט. ווייל דער פריערדיקער רבי איז געווען נישט געזונט אין יענער תקופה. עד כדי כך, מצטער בצרתן של ישראל, אז ער האט פשוט נישט געקענט פארטראגן מער. געקומען דער שליח, וואס איז ארומגעפארן אין די שטעטלעך, ארויסגעפארן נאך אמאל. האט ער דערציילט חסידים און געזאגט: חבר'ה, דעם רבי'ן, איר זאלט וויסן, אז דער רבי איז זיך מצטער בצרתכם מער ווי איר זענט זיך מצטער אין אייער אייגענער צרה. און וואס ער האט געזען די בכיות נוראות, ווי דער רבי איז געווען אויף יעדן צעטל. חסידים, ווען זיי האבן דאס דערהערט, האבן זיי אויפגעהערט שרייבן. געקומען דער שליח נאך אמאל צוריק צום פריערדיקן רבי'ן, פרעגט ער אים: וואו זענען די בריוולעך? האט ער געזאגט: ניין, זיי האבן נישט געשריבן גארנישט. דער פריערדיקער רבי האט גערעדט צו אים זייער שארף און געזאגט: אויף א רבי'ן דארף מען נישט קיין רחמנות האבן. און האט אים געזאגט, אז דו זאלסט וויסן זיין, אז יעדער בריוו און יעדער צעטל פון חסידים, דאס איז ווי א [לא ברור] נפש. און זיי צורעדן נאך אמאל און בעטן זיי, איר זאלט זאגן פאר חסידים, אז מען זאל שרייבן, און בפרטיות. דאס

30:59 הוא ה״עמו אנכי״, ״עמו אנכי בצרה״. וזה מה שהקב"ה מראה למשה רבינו בשעה שבני ישראל נמצאים במצב של גלות. וזהו ״אהיה אשר אהיה״. עליכם לדעת שבזמן הצרה הזאת ובצרות אחרות, כשנמצאים בגלות, אתם לעולם לא לבד. עליכם לדעת ש״עמו אנכי בצרה״: יש זמנים קשים, זמנים מרים. עליכם לדעת שבכל זמן ובכל מקום הקב"ה נמצא עם האדם, השכינה נמצאת איתו בעת צרתו, והוא חווה איתו את הצרה. ממילא בטוחים שהקב"ה יעזור לו לצאת מן הצרה, וכשיגיע הזמן הוא יראה מיד את הרחמים הרבים. זהו המשך הדברים. אחרי ״אהיה אשר אהיה״, מה כתוב הלאה? ״ויאמר עוד אלקים כה תאמר אל בני ישראל, ה׳ אלקי אבותיכם״. כאן כבר מופיע שם הוי׳, שם הרחמים. בזמן של ״אהיה״, זמן של הסתר, עליכם לדעת: ״עמו אנכי בצרה״. [לא ברור] ההבדל בין ״אהיה״ לשם הוי׳ הוא [לא ברור]. ומתי מגיע זמן הרחמים הגלויים? [לא ברור].

30:59 איז דער ״עמו אנכי״, ״עמו אנכי בצרה״. און דאס באווייזט דער אויבערשטער צו משה רבינו, בשעת אידן שטייען אין א מצב פון גלות. און דאס איז דער ״אהיה אשר אהיה״. זאלט איר וויסן זיין, אין דער צייט פון צרה זו און אנדערע צרות, זאלט איר וויסן זיין, אז מען געפינט זיך אין גלות, איר זענט קיינמאל נישט אליין. איר זאלט וויסן זיין אז ״עמו אנכי בצרה״: מען געפינט זיך אין זמנים, שווערע זמנים, ביטערע זמנים. איר זאלט וויסן זיין אז בכל זמן ובכל מקום האלט דער אויבערשטער, די שכינה געפינט זיך צוזאמען מיט אים בעת צרתו, און ער לעבט מיט צוזאמען די צרה. איז במילא מען איז בטוח אז דער אויבערשטער וועט אים ארויסהעלפן פון דער צרה, און עס וועט קומען די צייט, וועט ער זען תיכף דעם רחמים רבים. דאס איז דער המשך. אז נאך דעם ״אהיה אשר אהיה״, וואס שטייט ווייטער? ״ויאמר עוד אלקים כה תאמר אל בני ישראל, ה׳ אלקי אבותיכם״. דא שטייט שוין שם הוי׳, שם הרחמים. איז דער זמן פון ״אהיה״, א זמן פון הסתר, דעמאלט זאלט איר וויסן זיין: ״עמו אנכי בצרה״. [לא ברור] דער חילוק צווישן ״אהיה״ און שם הוי׳ איז [לא ברור]. און ווען קומט די צייט פון רחמים גלויים? [לא ברור].

32:40 [לא ברור] עם החושך. זהו הפירוש של ״וירא אליו ה׳ בלבת אש מתוך הסנה״, שעליו דיברנו בהקשר של התגלות השכינה. נוסף על כך, ישנם פירושים עמוקים יותר הקשורים לעם ישראל. [לא ברור], מתלמידי הבעל שם טוב, מביא שזהו הפירוש של ״בלבת אש מתוך הסנה״: [לא ברור] הנשמה [לא ברור]. הנה, מה שהקב״ה הראה למשה רבינו הוא יהודי. הקב״ה הראה למשה רבינו: הבט בנשמה יהודית. ודווקא הסנה — הסנה הוא הנשמה. מהי בחינת הסנה? הנשמה, מצד [לא ברור], אפשר לגעת בה באמצעות תורה ומצוות. אומר הקב״ה למשה רבינו: ״וירא אליו בלבת אש מתוך הסנה״ — בכל נשמה יהודית יש להבת אש הבוערת בתוכה. [לא ברור] מביא מהמדרש, שהמדרש דורש את הפסוק ״בלבת אש מתוך הסנה״ על העניין של [לא ברור]: ״אני ישנה ולבי ער״. כך אומר המדרש: ״אני ישנה בגלות ולבי ער להקב״ה״. וזהו ״בלבת אש מתוך הסנה״. יהודי, גם כשהוא נמצא בחושך הגלות, בזמנים שחורים ומרים, יש בו ״בלבת אש מתוך הסנה״. בכל נשמה יהודית, אפילו אצל יהודי ש[לא ברור], זהו הסנה. זוהי הנשמה, [לא ברור] הנשמה. זהו [לא ברור] הנשמה. [לא ברור] תורה ומצוות. [לא ברור] כפי שכתוב בפסוק בשיר השירים: ״אני ישנה ולבי ער״. זהו העניין: ״אני ישנה בגלות, ולבי ער להקב״ה״. זהו ״בלבת אש״, והסנה הוא [לא ברור]. אש הבוערת בפנים. וזה הדבר הנפלא שהקב״ה אומר למשה.

32:40 [לא ברור] מיטן חושך. אז דאס איז דער פירוש פון ״וירא אליו ה׳ בלבת אש מתוך הסנה״. דאס וואס מען האט גערעדט וועגן דער התגלות פון דער שכינה. בנוסף, עס זענען פאראן נאך טיפערע סיפורים וואס זענען פארבונדן מיטן אידישן פאלק. דאס וואס [לא ברור], א תלמיד הבעל שם טוב, ברענגט, אז דאס איז דער פשט אין ״בלבת אש מתוך הסנה״: [לא ברור] די נשמה [לא ברור]. הנה, וואס דער אויבערשטער האט געוויזן צו משה רבינו, האט ער אים געוויזן דעם אידן. דער אויבערשטער האט געוויזן צו משה רבינו: קוק אויף א אידישע נשמה. און דווקא דער סנה, דער סנה איז די נשמה. וואס איז די בחינה פון סנה? די נשמה, מצד [לא ברור], קען מען אנרירן איר מיט תורה ומצוות. זאגט דער אויבערשטער צו משה רבינו: ״וירא אליו בלבת אש מתוך הסנה״, אז יעדע אידישע נשמה האט א פלאם פייער וואס ברענט אין איר. [לא ברור] ברענגט פון מדרש, אז דער מדרש דורשט דעם פסוק ״בלבת אש מתוך הסנה״, אז דאס איז דער ענין פון [לא ברור]: ״אני ישנה ולבי ער״. אזוי זאגט דער מדרש: ״אני ישנה בגלות ולבי ער להקב״ה״. און דאס איז ״בלבת אש מתוך הסנה״. אז א איד, אפילו געפינט זיך אין חושך הגלות, און ער געפינט זיך אין שווארצע, ביטערע זמנים, איז דא ״בלבת אש מתוך הסנה״. אין יעדער אידישער נשמה, אפילו דער איד וואס [לא ברור], דאס איז דער סנה. דאס איז די נשמה, [לא ברור] די נשמה. דאס איז [לא ברור] די נשמה. [לא ברור] תורה ומצוות. [לא ברור] ווי עס שטייט אין פסוק אין שיר השירים: ״אני ישנה ולבי ער״. אז דאס איז דער ענין: ״אני ישנה בגלות, ולבי ער להקב״ה״. דאס איז ״בלבת אש״, און דער סנה איז [לא ברור]. פייער וואס ברענט בפנים. און דאס איז די מורא׳דיגע זאך וואס דער אויבערשטער זאגט צו משה.

35:09 [לא ברור] רש״י אומר שמשה רבינו הנהיג את הצאן [לא ברור]. משה רבינו ידע על צערם של היהודים במצרים. היהודים חיכו לגאולה. משה רבינו רעה את הצאן וראה את הסנה. [לא ברור] ההתגלות הייתה בלבת האש מתוך הסנה. בנשמה היהודית יש להבת אש שבוערת גם בגלות ובחושך הגלות. ויש על כך סיפור נפלא על אדמו״ר הזקן, גם בתקופה של [לא ברור]. זהו סיפור נפלא על אדמו״ר הזקן. בארץ ישראל [לא ברור] המגיד ממעזריטש. המגיד, כידוע, בגלל מצב בריאותו לא יכול היה לנסוע ולהסתובב הרבה. לכן שלח את תלמידיו שייסעו ממקום למקום. מסופר אצל חסידים שתלמידי המגיד, כשנסעו ממקום למקום, החזירו אלפי יהודים בתשובה, כידוע, [לא ברור]. ואדמו״ר הזקן אף אמר שבשנים המעטות שבהן חי — והוא חי שנים מעטות — החזיר עשרות אלפי יהודים בתשובה בנסיעותיו. אדמו״ר הזקן נהג להסתובב בעיירות. ידוע שאדמו״ר הזקן נהג לבקר בעיירות של בני תורה בליטא, שבהן היו ישיבות ובני תורה. ואחד הסיפורים שמספר אדמו״ר הריי״צ בשיחותיו,

35:09 [לא ברור] רש״י זאגט, אז משה רבינו האט געפירט די צאן [לא ברור]. משה רבינו האט געוואוסט פון דעם צער פון די אידן אין מצרים. די אידן האבן געווארט אויף דער גאולה. משה רבינו האט געפאשעט די צאן, און ער האט געזען דעם סנה. [לא ברור] די התגלות איז געווען אין לב האש מתוך הסנה. די אידישע נשמה האט א פלאם פייער, וואס ברענט אפילו אין גלות און אין דעם חושך הגלות. און דאס איז א מורא׳דיגע מעשה פון דעם אלטן רבי. אויך אין דער תקופה פון די [לא ברור]. דאס איז א מורא׳דיגע מעשה פון דעם אלטן רבי. אין ארץ ישראל [לא ברור] דער מעזריטשער מגיד. דער מגיד, ווי עס איז ידוע, צוליב דעם מצב פון בריאות הגוף, האט ער נישט געקענט פארן, זיך נישט געקענט ארומגיין צו פיל. האט ער געשיקט זיינע תלמידים, זיי זאלן ארומפארן. עס ווערט דערציילט ביי חסידים, אז די תלמידי המגיד, ווען זיי זענען ארומגעפארן, האבן זיי געמאכט טויזנטער בעלי תשובה, כידוע, בארן א גרויסן מקבל זיין. און דער אלטער רבי האט אפילו געזאגט, אז אין די פאר יארן וואס ער האט געלעבט — און ער האט געלעבט ווייניג — האט ער געברענגט צענדליגער טויזנטער בעלי תשובה מיט זיינע נסיעות. דער אלטער רבי פלעגט ארומפארן אין די שטעטלעך. איז דאך ידוע, דער אלטער רבי פלעגט דאך זיין אין די שטעטלעך פון די בני תורה, אין ליטע, וואו עס זענען געווען ישיבות, עס זענען געווען בני תורה. און איינער פון די סיפורים, דער פריערדיקער רבי, רבי ריי״צ, דערציילט אין זיינע שיחות,

36:55 הוא סיפור על כך שאדמו״ר הזקן היה במינסק. היא הייתה ״עיר גדולה לאלקים״; עיר שבה היו [לא ברור]. ואדמו״ר הזקן עצמו הרי בא משם. נדמה לי שהוא חי שם שנה, הוא כבר היה שם. כשאדמו״ר הזקן היה שם, התקיים במינסק ויכוח גדול עם גדולי המתנגדים, שהיו להם טענות נגד הבעל שם טוב ונגד דרך החסידות. היו שתי טענות שטענו אז, שתי טענות כבדות שביקשו מאדמו״ר הזקן להסביר. טענה אחת הייתה שהם שמעו שהבעל שם טוב מקרב מאוד את האנשים הפשוטים ומדבר על מעלתם, על קיום המצוות והתפילה שלהם, ועד כמה הם יקרים אצל הקב״ה. הם סברו שכשמדברים כך על אנשים פשוטים ונותנים להם מקום רב כל כך, הדבר עלול לגרום לזלזול בכבוד התורה וכו׳. אחר כך הייתה טענה שנייה, בעניין תלמידי החכמים: הבעל שם טוב הקדוש אומר שאפילו תלמיד חכם, צדיק, צריך גם הוא לעשות תשובה. מה פירוש שהוא צריך לעשות תשובה? בעיניהם, גם זה היה זלזול בכבוד התורה. ואדמו״ר הזקן אמר: הייתי במעזריטש, ושמעתי מרבי, מהמגיד ממעזריטש, שהוא

36:55 איז געווען א סיפור אז דער אלטער רבי איז געווען אין מינסק. עס איז געווען אן עיר גדולה לאלקים; עס איז געווען א שטאט וואס דארט איז געווען [לא ברור]. און דער אלטער רבי אליין איז דאך געקומען פון דארט. טראכט זיך, ער האט דאך געלעבט דארט א יאר, ער איז שוין דארט געווען. און דער אלטער רבי איז געווען דארט, איז געווען א גרויסער ויכוח אין מינסק פון די גדולי המתנגדים, און זיי האבן געהאט טענות אויפן בעל שם טוב און אויף דרך החסידות. עס זענען געווען צוויי טענות וואס מען האט גע׳טענה׳ט דעמאלט, צוויי שטארקע טענות וואס מען האט געוואלט אז דער אלטער רבי זאל געבן צו פארשטיין. איין טענה איז געווען, אז זיי האבן געהערט אז דער בעל שם טוב איז זייער שטארק מקרב די אנשים פשוטים, און ער רעדט אין דעם מעלה פון אנשים פשוטים, זייער קיום המצוות און זייער תפילה, ווי פיל דאס איז טייער ביים אויבערשטן. זיי פארשטייען, אז ווען מען רעדט אזוי פון אנשים פשוטים, מען גיט זיי אזויפיל פלאץ, קען עס גורם זיין א זלזול אין כבוד התורה וכו׳. און דערנאך איז געווען א צווייטע טענה וועגן די תלמידי חכמים, אז דער בעל שם הקדוש זאגט אז אפילו א תלמיד חכם, א צדיק, דארף אויך טאן תשובה. וואס מיינט דאס, ער דארף טאן תשובה? פארשטייען מיר דאך, דאס איז נאך א זלזול אין כבוד התורה. און דער אלטער רבי האט געזאגט, אז איך בין געווען אין מעזריטש, און איך האב געהערט פון מיין רבי, פון דעם מעזריטשער מגיד, וואס ער האט

38:08 אמר בשם הבעל שם טוב ששיטתו של הבעל שם טוב והתגלות החסידות מיוסדות על ההתגלות הראשונה של הקב״ה למשה רבינו בסנה. והוא אמר: משה רבינו הרי היה תלמיד חכם, משה רבינו היה נשמה גדולה, נשמה גבוהה, צדיק גמור, [לא ברור]. ומשה רבינו ניגש וראה את הסנה. משה רבינו ראה איש פשוט. כשהקב״ה הראה למשה רבינו סנה, הוא הראה לו נשמה. והוא הראה לו נשמה של איש פשוט, של [לא ברור], ש[לא ברור] והולך לשוק, ואין לו זמן ללמוד ולהתפלל, והוא אינו יודע דבר. נשמה יהודית פשוטה, פשוטה. סנה. אבל כשהוא אומר כמה פסוקי תהילים, או כמה פסוקים בתפילה, ונאנח, או כשהוא מקשיב ל[לא ברור], שאינו מבין בו הרבה, ונאנח — רואים אצלו צימאון, להבת אש של צימאון לאלוקות. משה רבינו ראה כיצד יש לנשמה יהודית נטייה, משיכה וצימאון לאלוקות; והצימאון שיש לנשמה לאלוקות הוא סנה שאיננו אוכל. הוא לעולם לא יכבה, לעולם לא [לא ברור]; תמיד הוא רוצה עוד.

38:08 געזאגט אין נאמען פון דעם בעל שם טוב, אז די שיטות פון דעם בעל שם טוב און התגלות החסידות איז מיוסד אויף דער ערשטער התגלות פון דעם אויבערשטן צו משה רבינו מיטן סנה. און ער האט געזאגט, אז בשעת משה רבינו איז דאך געווען א תלמיד חכם, משה רבינו איז געווען א נשמה גדולה, א נשמה גבוהה, א גאנצער צדיק, [לא ברור]. און משה רבינו איז געקומען צוגיין, און ער האט געזען דעם סנה. משה רבינו האט געזען אן איש פשוט. וואס דער אויבערשטער האט געוויזן משה רבינו, האט ער אים געוויזן א סנה, האט ער אים געוויזן א נשמה. און ער האט אים געוויזן א נשמה פון אן איש פשוט, פון א [לא ברור], וואס [לא ברור] און גייט אין מארק, און ער האט נישט קיין צייט צו לערנען, דאווענען, און ער ווייסט פון גארנישט. א פשוט׳ע, פשוט׳ע אידישע נשמה. א סנה. אבער בשעת ער זאגט א פאר פסוקי תהילים, אדער ער זאגט א פאר פסוקים אין דאווענען, און ער גיט א קרעכץ, אדער ער האט זיך צוגעהערט [לא ברור], וואס ער פארשטייט נישט צו פיל, און ער גיט א קרעכץ, זעט מען ביי אים א צימאון, א פלאם פייער פון א צימאון צו ג־טלעכקייט. משה רבינו האט געזען ווי אזוי אן אידישע נשמה האט א צי, א משיכה און א צימאון צו ג־טלעכקייט, און דער צימאון וואס א נשמה האט צו אלקות, צו ג־טלעכקייט, איז דאס א סנה שאיננו אוכל. עס וועט קיינמאל נישט פארלעשן, עס וועט קיינמאל נישט [לא ברור], שטענדיג האט ער נאך מער.

39:40 צימאון, ועוד יותר צימאון. למה? למה אין לי? למה אינני קולט? למה אינני מרגיש? יש לו הרגש אלוקי. וזוהי הגדולה, היוקר של נשמה יהודית: הלהבה, האש, האהבה, ״עמו אנכי בצרה״, שראה הבעל שם טוב. ״צרה״ מתייחסת לעולם, לעולם הזה הגשמי. נשמה שמתגלגלת בעולם הזה הגשמי, בצרה של העולם הזה, ובכל זאת ״עמו אנכי״ — מזה יש לה אמונה, יש לה חמימות, יש לה צימאון, יש לה להט לאלוקות. ואת זה הוא הדגיש, את היוקר של אנשים פשוטים. ומן הצד השני, משה רבינו אמר: ״אסורה נא ואראה״. ״ויאמר משה אסורה נא ואראה״ — אסורה מכאן, להתקרב לשם. גם משה רבינו [לא ברור]. זוהי תשובה. זהו היסוד הגדול של תשובה אצל משה רבינו. זו לא תשובה על חטאים. זו התשובה של ״תשוב הנפש״. זו התשובה של ״אסורה מכאן״. ככל שמשה רבינו היה גבוה, טוב ועמוק במדרגותיו בקדושה, בתורה ובעבודת השם, בכל זאת היה לו הצימאון הזה, האש האלוקית הזאת, [לא ברור] ״והסנה איננו אוכל״. ואת זה תובעים ממשה רבינו, במדרגתו: תשובה חדשה של ״והרוח תשוב אל האלקים אשר נתנה״, צימאון לקדוש ברוך הוא, [לא ברור]. וזהו היסוד של תורת הבעל שם טוב. וכך מוצאים זאת אצל הנשמות, וכך מוצאים זאת אצל יהודים השקועים עמוק בגלות, בחושך, בהעלם והסתר. צריך לדעת: ״אני ישנה בגלותא, אבל לבי ער״. לכל נשמה יהודית יש צימאון לאלוקות. וזוהי אהבת ישראל האמיתית,

39:40 צמאון, נאך מער צמאון. אה, פארוואס? פארוואס האב איך נישט? פארוואס דערהער איך נישט? פארוואס פיל איך נישט? ער האט א הרגש אלקי. און דאס איז די גדלות, דער יקר פון א אידישער נשמה: דער פלאם, פייער, ליבשאפט, „עמו אנכי בצרה“, וואס דער בעל שם טוב האט געזען. „צרה“ גייט אויף דער וועלט, עולם הזה הגשמי. א נשמה וואס וואלגערט זיך אין עולם הזה הגשמי, אין דער צרה פון עולם הזה, און „עמו אנכי“ — פון דעם האט זי א אמונה, האט א ווארעמקייט, האט א צמאון, האט א ברען צו ג־טלעכקייט. און דאס האט ער ארויסגעהויבן, דעם יקר פון אנשים פשוטים. און פון דער צווייטער זייט האט משה רבינו געזאגט: „אסורה נא ואראה“. „ויאמר משה אסורה נא ואראה“ — אסורה מכאן, להתקרב לשם. משה רבינו האט אויך [לא ברור]. דאס איז תשובה. דאס איז די גרויסע יסוד פון תשובה ביי משה רבינו. דאס איז נישט תשובה אויף חטאים. דאס איז די תשובה פון „תשוב הנפש“. דאס איז די תשובה פון „אסורה מכאן“. ווי הויך, ווי גוט, ווי טיף משה רבינו איז געווען אין זיינע מדרגות אין קדושה, אין תורה, אין עבודת השם, דאך האט ער דעם צמאון, דעם אש אלקי, [לא ברור] „והסנה איננו אוכל“. און דאס מאנט מען ביי משה רבינו, אין מדרגתו. א נייע תשובה פון „והרוח תשוב אל האלקים אשר נתנה“, א צמאון צום אויבערשטן, [לא ברור]. און דאס איז דער יסוד פון תורת הבעל שם טוב. און אזוי טרעפט מען ביי די נשמות, און אזוי טרעפט מען ביי אידן, וואס זיינען דיק אין גלות, אין חושך, אין העלם והסתר. דארף מען וויסן: „אני ישנה בגלותא, אבל לבי ער“. יעדער אידישע נשמה האט א צמאון צו ג־טלעכקייט. און דאס איז די אמת׳ע אהבת ישראל,

41:25 שהבעל שם טוב לימד אותנו. וכשפוגשים כל יהודי באהבה עצמית, באהבה, באהבה אינסופית, אפשר לאחר מכן לעורר את הנשמות, להוציא אותו מן הגלות שלו עצמו, מן ה[לא ברור] שלו עצמו. וכך כל אחד מאיתנו יכול לצאת מן הגלות הפנימית שלנו, לצאת מן הגלות שלנו עצמנו, ולעורר את הנשמה. וכפי שאומר הבעל שם טוב, לכל יהודי יש ניצוץ משיח בנשמתו. וכפי שמובא, [לא ברור] מביא בשם הבעל שם טוב, שזהו ניצוץ משיח שנמצא בכל אחד ואחד. צריך לעורר את הניצוץ, לצאת מן הגלות הפנימית שלנו, וממילא לזכות בקרוב ממש לגאולה השלימה כולה. ״שלח נא ביד תשלח״ — ביד מי שאתה עתיד לשלוח, וזהו משיח בן דוד. וכך, מן הגאולה ממצרים, שעליה לומדים בפרשה הנוכחית, נזכה בקרוב בימינו לגאולה העתידה, לגאולה על ידי משיח צדקנו. נזכה לשמוע את התורה החדשה, את התורה, פנימיות התורה, סודות התורה, מפי משיח צדקנו בכבודו ובעצמו.

41:25 וואס דער בעל שם טוב האט אונז געלערנט. און אז מ׳טרעפט יעדן אידן מיט אהבה עצמית, מיט א ליבע, מיט אהבה אינסופית, און דורך דעם קען מען דערנאך מעורר זיין ביי די נשמות, ארויסנעמען פון זיין אייגענעם גלות, פון אייגענעם [לא ברור]. און אזוי יעדער איינער פון אונז קען ארויסקריכן פון אונזער גלות פנימי, ארויסקריכן פון אונזער אייגענעם גלות, און מעורר זיין די נשמה. און ווי דער בעל שם טוב זאגט, יעדער איד האט דעם ניצוץ משיח בנשמתו. און דורך דעם, ווי עס ברענגט זיך אראפ, [לא ברור] ברענגט בשם הבעל שם טוב, אז דאס איז דער ניצוץ משיח וואס געפינט זיך בכל אחד ואחד. מען דארף מעורר זיין דעם ניצוץ, ארויסגיין פון אונזער אייגענעם גלות פנימי, און ממילא זוכה זיין בקרוב ממש צו דער גאנצער גאולה שלימה. „שלח נא ביד תשלח“ — ביד מי שאתה עתיד לשלוח, און דאס איז משיח בן דוד. אזוי פון דער גאולה פון מצרים, וואס מ׳לערנט אין דער יעצטיגער סדרה, און מיר זאלן זוכה זיין בקרוב בימינו צו דער גאולה העתידה, דער גאולה פון משיח צדקנו. מיר וועלן זוכה זיין צו הערן די תורה חדשה, די תורה, פנימיות התורה, די סודות התורה, הערן פון משיח צדקנו בכבודו ובעצמו.