לעבן חסידות · פרק 1 · 2021-12-07 · 33:09
די פרשה פון די וואך - ויגש תשפ״ב - כי עבדך ערב את הנער
תיאור הפרק
ווי האט יהודה געפועלט אז יוסף זאל נתגלה ווערן מו זיינע ברידער?
השמע המקורי · הערך על הרב אשר פרקש בחב"דפדיה
תמלול אוטומטי מהשמע, ותרגום מכונה לעברית. קישורים לחב"דפדיה נוספו אוטומטית.
00:01 [לא ברור], יהודי תלמיד חכם, ראש ישיבת תומכי תמימים ב־770. זה היה הגאון הרב מרדכי מענטליק, יהודי תלמיד חכם וגם חסיד גדול. הוא היה ראש הישיבה של התלמידים בברוקלין, ב־770, מן השנים הראשונות לאחר שאדמו"ר הריי"צ הגיע לאמריקה. באותן שנים היה קשה מאוד למצוא שידוך. אלה היו שנים קשות, הציבור היה קטן. הציבור שומר המצוות היה קטן מאוד. אלה היו שנות המלחמה, ימי המלחמה. היה קשה מאוד למצוא שידוכים, וכל דבר היה כרוך בקשיים רבים. היה בחור אחד מתלמידי הישיבה. הוא לא היה מגדולי התלמידי חכמים, לא מן הלמדנים הגדולים, אלא בחור פשוט. אבל הגיע זמנו, והוא מספר שאז הוצע לו שידוך עם נערה מבורו פארק, שלא הייתה ממשפחת ליובאוויטש אלא דווקא ממשפחת רבנים, והשידוך התקדם. וכשנעשה רשמי ופרסמו אותו, כמקובל, היה רב חשוב שידע על השידוך, והבחור לא מצא חן בעיניו, מפני שבא ממשפחה פשוטה ולא היה תלמיד חכם גדול במיוחד. הרב עורר מהומה גדולה: צריך לבטל את השידוך. הוא לא הסכים לשידוך, והשקיע
00:01 [לא ברור], א איד א תלמיד חכם, ראש ישיבה פון די תלמידי תמימים אין סעווען סעווענטי. דאס איז געווען הרב הגאון ר׳ מרדכי מענטליק, א איד א תלמיד חכם, אויך א גרויסער חסיד. ער איז געווען ראש ישיבה מיט תלמידים אין ברוקלין, סעווען סעווענטי, פון די ערשטע יארן ווען דער פריערדיקער רבי, דער רבי ריי״צ, איז אנגעקומען קיין אמעריקע. אין יענע יארן איז געווען זייער שווער צו באקומען א שידוך. ס׳איז געווען שווערע יארן, ס׳איז געווען א קליינער עולם. דער פרומער עולם איז געווען זייער קליין. ס׳איז געווען אין די מלחמה־יארן, צייטן פון דעם קריג. און ס׳איז געווען זייער שווער צו באקומען שידוכים, און יעדער זאך איז אנגעקומען מיט א סך שוועריקייטן. ס׳איז געווען א בחור וואס איז געווען א תלמיד צווישן די תלמידים. נישט געווען פון די גרעסטע תלמידי חכמים, פון די גרעסטע לערנער, סתם א פשוטער בחור. אבער ס׳איז געקומען די צייט און ער זאגט, דעמאלט איז געווארן אים א שידוך מיט א מיידל וואס איז געווען פון בארא פארק, וואס איז נישט געווען פון א ליובאוויטשער משפחה, גאר פון א רבנישער משפחה, אבער דער שידוך איז געווארן. און ווען ס׳איז געווארן אפיציעל, ווען מ׳האט עס מפרסם געווען, דער סדר וואס איז געווען, איז דא א חשובער רב וואס האט געוואוסט פון דעם שידוך, און וואס אים האט נישט געפאלן דער בחור, ווייל דאס איז געווען פון א פשוטער משפחה, נישט געווען א גרעסטער תלמיד חכם. און דער רב האט געמאכט א גרויסן טומל: מ׳דארף דעם שידוך מבטל זיין. ער איז נישט מסכים אויף דעם שידוך, און ער האט געלייגט א
02:13 מאמצים רבים לשכנע שיבטלו אותו. הרב מענטליק מספר: הוא היה ראש הישיבה. היה ערב יום כיפור, אחרי מנחה, לאחר הסעודה המפסקת. הציבור כבר הלך לבית הכנסת, ועוד מעט יתחילו כל נדרי. אדמו"ר הריי"צ היה ב־770, בחדרו למעלה. והוא ישב למטה, אמר תהילים והתכונן ליום הקדוש; עוד מעט מתחילים כל נדרי. פתאום ניגש אליו הגבאי ואמר לו שהרבי קורא לו. אדמו"ר הריי"צ קורא לו. עלתה במחשבתו השאלה: מה העניין? ערב יום כיפור, עוד מעט כל נדרי — מדוע הרבי קורא לו? ובכן, הוא עלה בחיל ורעדה, באימה וביראה. הוא נכנס לחדרו של הרבי וראה את אדמו"ר הריי"צ יושב כמלאך אלוקים, כבר לבוש קיטל, כולו בלבן, ועטוף בטלית, מוכן ליום הקדוש; כבר עומדים לפני כל נדרי. ואדמו"ר הריי"צ הביט בו וקרא לו להתקרב. בשנותיו האחרונות היה קשה לאדמו"ר הריי"צ לדבר, בגלל מצבו הבריאותי. [לא ברור]. והוא ביקש מהמזכירים ומהגבאים שיתמכו בו, כי רצה לעמוד. לעיתים הדבר היה קשה מאוד לרבי. כל תנועה הייתה כרוכה בייסורים נוראים. כל גופו היה משותק, והמצב היה כזה
02:13 סך כוחות אויף משכנע זיין אז דער שידוך זאל ווערן אויס. דערציילט הרב מענטליק, ער איז געווען דער ראש ישיבה אין ישיבה. ס׳איז געווען ערב יום כיפור. ס׳איז געווען נאך מנחה, ס׳איז געווען די צייט נאך סעודת המפסקת. דער עולם איז שוין געגאנגען אין שול, מ׳האט געהאלטן אט־אט אין כל נדרי. דער פריערדיקער רבי איז געווען אין סעווען סעווענטי, אין זיין צימער אויבן. און ער איז געווען אונטן, איז געזעסן, געזאגט תהילים, זיך געגרייט אויף דעם הייליגן טאג, אט־אט גייט מען אין כל נדרי. פלוצלינג קומט צו אים דער גבאי און ער זאגט אים אז דער רבי רופט. דער רבי ריי״צ רופט אים. פאלט אים אויף א מחשבה: וואס איז עפעס שייך יום כיפור, ערב יום כיפור, אט־אט כל נדרי, וואס דער רבי רופט? נו, איז ער ארויפגעגאנגען בחילו ורעדה, באימה ויראה. איז ער ארויף צום רבין אין צימער, און ער זעט ווי דער רבי זיצט ווי א מלאך אלוקים, דער רבי ריי״צ, איז שוין אנגעטאן מיט א קיטל, גאנץ אין ווייס, און אנגעטאן מיט א טלית, איז שוין גרייט אויף דעם הייליגן טאג, יום הקדוש, מ׳האלט שוין ביי כל נדרי. און דער פריערדיקער רבי קוקט אויף אים. דער רבי רופט אים צו. דער פריערדיקער רבי אין די לעצטע יארן, ס׳איז אים געווען שווער צו רעדן, געזונט. [לא ברור]. און ער האט געבעטן די מזכירים, די גבאים, זאלן אים אונטערהאלטן, ווייל ער האט געוואלט זיך אוועקשטעלן. פארן רבי׳ן איז אמאל געווען זייער שווער. יעדע תנועה איז אנגעקומען מיט יסורים נוראים. ער איז געווען פאראליזירט, דער גאנצער גוף, ס׳איז געווען,
04:19 שכל תנועה גרמה לו ייסורים גדולים מאוד. הרבי ביקש שיעמידו אותו; הוא רצה לעמוד. הרבי עמד במלוא קומתו, בקיטל ובטלית, באימה וביראה גדולה. והרבי אמר לו: אתה רואה כיצד אני עומד כעת. עכשיו יום הקדוש, עומדים להיכנס לכל נדרי. כשם שאתה רואה אותי, כך לך ועמוד. אני רוצה לבקש ממך שליחות מיוחדת: מחר בלילה, כשיסתיים היום הקדוש, במוצאי יום כיפור, מיד לאחר הצום, קום וסע לביתו של רב פלוני, דפוק על דלתו ואמור לו שיש לך שליחות מהרבי מליובאוויטש. והרבי ביקש למסור שכל תלמיד הלומד אצלו בישיבה הוא בעיניו כילד שלו. אבא שלי, אדמו"ר הרש"ב, ואני — אנחנו הוריו. זו המשפחה שלו. זה הייחוס הגדול והטוב ביותר שיש לו. שלא יעז לבטל את השידוך. הוא צריך לדעת שהבחור שהוא רצה [לא ברור] לקחת אותו לשידוך — המשפחה שלו היא אני ואבא שלי, אדמו"ר הרש"ב. אנחנו הוריו, זו המשפחה שלו. ובכן, זה היה כל העניין. אחר כך הלך לכל נדרי. כמובן, הרב מענטליק היה נדהם במשך כל יום הכיפורים. במוצאי יום כיפור, עוד לפני ששבר את הצום, כי הייתה לו שליחות למסור, מיד אחרי נעילה, אחרי ערבית, אחרי שאמר ״ברוך המבדיל״, בלי לחכות לדבר, הוא לקח מונית ונסע מיד,
04:19 יעדע תנועה איז געווען גרעסטע יסורים. דער רבי האט געבעטן אז מ׳זאל אים אוועקשטעלן, ער וויל שטיין. דער רבי איז געשטאנען במלוא קומתו, מיטן קיטל, מיטן טלית, מיט דער גאנצער אימה ויראה. און דער רבי זאגט אים: דו זעסט ווי איך שטיי איצט, ס׳איז איצט יום הקדוש, מ׳גייט אריין צו כל נדרי. אזוי ווי דו זעסט מיך, גיי און שטיי. איך וויל דיר בעטן א ספעציעלע שליחות: אז מארגן ביינאכט, ווען ס׳וועט זיך ענדיגן דער יום הקדוש, מוצאי יום כיפור, גלייך נאך דעם תענית, זאלסטו זיך אויפהייבן און פארן צו שטוב פון דעם און דעם רב, און קלאפן ביי אים אין טיר, און אים זאגן אז דו האסט א שליחות פון דעם ליובאוויטשער רבי׳ן. און דער רבי האט געבעטן איבערגעבן אז יעדער תלמיד וואס לערנט ביי אים אין ישיבה, דאס איז ביי אים ווי אן אייגן קינד. מיין טאטע, דער רבי רש״ב, און איך, מיר זיינען זיינע עלטערן. דאס איז אונזער משפחה. דאס איז דער גרעסטער, בעסטער יחוס וואס ער האט. ער דארף נישט וואגן אפרייסן דעם שידוך. ער דארף וויסן אז דער בחור וואס ער האט זיך געוואלט [לא ברור] אז ער וועט נעמען דעם בחור אלס א שידוך, דארף ער וויסן אז זיין משפחה, דאס איז איך מיט מיין טאטן, דער רבי רש״ב, מיר זיינען זיינע עלטערן, דאס איז זיין משפחה. נו, דאס איז געווען די גאנצע זאך. שפעטער איז ער געגאנגען צו כל נדרי. כמובן אז הרב מענטליק איז געווען א גאנצן יום כיפור איבערגעראשט. מוצאי יום כיפור, נאך נישט אויסגעפאסט אפילו, ווייל ער האט געהאט איבערצוגעבן א שליחות, גלייך נאך נעילה, נאך מעריב, נאך ברוך המבדיל, נישט געווארט אויף גארנישט, און ער האט גלייך צוגעפארן, גענומען א טעקסי, און
06:27 נסע היישר אל הרב, דפק על דלתו ומסר לו את השליחות. והוא אמר לו: אני מציין את הנקודה הזאת, אני מציין את המצב הזה. הוא תיאר לו כיצד הרבי נעמד, וכיצד עמד בטלית ובקיטל, באימה גדולה, סמוך לכל נדרי, ואת המילים שהרבי אמר. ברגע שהרב שמע מילים כאלה, כל כעסו פג. הוא הכניס אותו פנימה, [לא ברור], והסכים שהשידוך יתקיים. וכך אכן היה: השידוך יצא לפועל, ולאחר מכן הוקמה משפחה יהודית חסידית יפה. בפרשת השבוע אנו פוגשים את יוסף הצדיק ואת יהודה. ״ויגש אליו יהודה״, ויהודה מתייצב ואומר: ״ידבר נא עבדך דבר באזני אדני״, ונושא נאום שלם. יהודה מדבר אל יוסף, מסביר ואומר. ולאחר כל הדברים שיהודה אומר ליוסף, מגיעה הפרשה לרגע היסטורי ומספרת מה קרה: ״ולא יכול יוסף להתאפק״. הוא לא היה יכול להתאפק. ברגע ששמע את דברי יהודה, הם שברו אצלו לגמרי את כל ה[לא ברור] שהיה עד אז סגור כל כך. ״ולא יכול להתאפק״; הוא ביקש שכולם יצאו, התייצב פנים אל פנים ואמר: ״אני יוסף״. בפרשת השבוע שואלים כל המפרשים, והרמב״ן שואל: מה קרה כאן? מה אמר יוסף? מה אמר יהודה? סליחה, מה יהודה
06:27 האט גלייך צוגעפארן צום רב, געקלאפט ביים טיר און איבערגעגעבן דעם שליחות. און האט אים געזאגט: איך בין א מציין אין דעם פונקט, איך בין א מציין אין דעם מצב. און האט אים פארגעשטעלט ווי דער רבי האט זיך אוועקגעשטעלט, און ווי דער רבי איז געשטאנען מיטן טלית, מיטן קיטל, מיט דער גאנצער אימה ואימה ביי כל נדרי, און די ווערטער וואס דער רבי האט געזאגט. ווי נאר דער רב האט געהערט אזעלכע ווערטער, איז דער גאנצער צארן אוועקגעפאלן. ער האט אים אריינגענומען, [לא ברור], און דער שידוך זאל ווערן. און אזוי איז טאקע געווארן: דער שידוך איז געווארן, שפעטער אויפגעשטעלט א שיינע אידישע חסידישע משפחה. אין היינטיקער סדרה געפינען מיר יוסף הצדיק מיט יהודה. „ויגש אליו יהודה“, און יהודה שטעלט זיך אוועק, און ער רעדט: „ידבר נא עבדך דבר באזני אדני“, און ער גיט אים א גאנצע רייד. יהודה רעדט צו יוסף, און ער איז מסביר, און ער זאגט. און נאך דער גאנצער רייד וואס יהודה רעדט צו יוסף, ענדיגט זיך, און דארטן דערציילט די פרשה וואס איז געשען, א היסטארישער מאמענט: „ולא יכול יוסף להתאפק“. ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן. ווי נאר ער האט געהערט די ווערטער פון יהודה, האט דאס ביי אים אינגאנצן צעבראכן די גאנצע [לא ברור] וואס איז געווען ביז יעצט אזוי פארשלאסן. „ולא יכול להתאפק“; ער האט געבעטן אלע זאלן ארויסגיין, און ער האט זיך אויפגעשטעלט, פנים אל פנים, און געזאגט: „אני יוסף“. אין דער היינטיקער פרשה פרעגן אלע מפרשים, דער רמב״ן פרעגט: וואס איז דא געשען? וואס האט יוסף געזאגט? וואס האט יהודה געזאגט? אנטשולדיגט, וואס האט יהודה
08:07 אמר? אפילו את הדבר הגדול ביותר הוא לא אמר. הוא דיבר על הדברים שהיו: הוא בא, הוא הלך, הוא אמר. מה קרה שם? מה אמר עכשיו יהודה שנגע כל כך ביוסף, עד שפתאום יוסף לא יכול היה להתאפק? הרי יוסף כבר ידע את כל הפרשה, את כל הסיפור. מה יש כאן במילים האלה? הרמב"ן מסביר על פי דרכו, הרמב"ן אומר שהיה [לא ברור], ומפרשים נוספים מביאים תירוצים אחרים. ויש כאן אחד היסודות הגדולים, יסוד עיקרי בעבודת השם, שמובא בכמה ספרים. הוא מובא בתורה שלמה, [לא ברור], וגם אצל גדולי החסידים, שעיקר ההתרגשות כאן הייתה מהמילים: ״כי עבדך ערב את הנער״. זה מה שיוסף הצדיק הרגיש אצל יהודה: ״כי עבדך ערב את הנער״. יהודה התייצב, דיבר, התמסר ומסר את נפשו למען בנימין. כאן הייתה פרשה שלמה. כשלומדים בפשטות, פשוטו של מקרא, היה כאן חטא שצריך לתקן. החטא היה שאצל האחים היו קנאה ושנאה, ״ולא יכלו דברו לשלום״. וכל מה שיוסף עשה לא נועד לצער אותם, אלא לתקן את החטא. כתוב במדרש שזו הייתה כל המטרה: לתקן את החטא. הוא רצה לפעול אצלם את מידת הטוב ולעורר אותם לתשובה שתתבטא בפועל. ש־
08:07 געזאגט? אפילו די גרעסטע זאך האט ער גארנישט געזאגט. איבער די זאכן וואס זענען געווען: ער איז געקומען, ער איז געגאנגען, ער האט געזאגט. וואס האט דארט געשען? וואס האט יהודה יעצט געזאגט וואס האט געפילט דא ביי יוסף, און פלוצלינג האט יוסף זיך נישט געקענט איינהאלטן? יוסף האט דאך שוין געוואוסט איבער די גאנצע פרשה, די געשיכטע. וואס איז דא די ווערטער? און דער רמב״ן זאגט על פי דרכו, דער רמב״ן זאגט אז עס איז געווען [לא ברור]. און נאך מפרשים זאגן אנדערע תירוצים. און דא פאראן איינע פון די גרויסע יסודות, א יסוד עיקרי אין עבודת השם, וואס ברענגט זיך אין כמה ספרים. עס ברענגט זיך אין תורה שלמה, [לא ברור], און נאך גדולי החסידים, וואס דער עיקר התרגשות איז געווען דא: „כי עבדך ערב את הנער“. דאס וואס יוסף הצדיק האט געפילט ביי יהודה איז דאס געווען דא, „כי עבדך ערב את הנער“: אז יהודה האט זיך אוועקגעשטעלט און האט גערעדט און האט זיך איבערגעגעבן און האט זיך מוסר נפש געווען אויף בנימין. דא איז געווען א פרשה. ווען מ׳לערנט פשוט, פשוטו של מקרא, איז דא געווען אז מ׳דארף מתקן זיין א חטא. און דער חטא איז געווען אז ביי די ברידער איז געווען אן ענין פון קנאה ושנאה, „ולא יכלו דברו לשלום“. און יוסף, די גאנצע זאכן וואס יוסף האט געטאן, איז נישט געווען לצערם. דאס איז געווען כדי מתקן זיין דעם חטא. עס שטייט אין מדרש אז עס איז געווען נאר דאס: מתקן זיין דעם חטא. ער האט געוואלט ביי זיי פועל׳ן מידת הטוב און מעורר זיין ביי זיי די תשובה, וואס זאל זיך ווייזן בפועל. אז
09:55 כל הסיפור שיוסף עשה, שעליו למדנו בפרשת מקץ, נועד לעורר את האחים, כפי שאכן קרה בפועל ממש. כן, הם אמרו ״אבל אשמים אנחנו״ ועשו תשובה. וגם אחרי שיוסף נתן לבנימין מתנות רבות כל כך, לא הייתה אצלם שום קנאה. ״וישתו וישכרו עמו״ — הם היו שמחים. ובכל הספרים כתוב מה הייתה משמעות המעשה הזה. ואחר כך, כשהגיע המצב עם בנימין, מה אפשר היה לחשוב? יוסף ראה שהאחים מסרו את נפשם למענו. אבל הנקודה החזקה ביותר שנגעה בו הייתה ״כי עבדך ערב את הנער״. כפי שהוא מביא, כאן התגלתה האהבה שב״כי עבדך ערב את הנער״. זו האהבה שיוסף הצדיק ראה אצל יהודה, הפנימיות של אהבת ישראל, של אהבה זה לזה. אצל יהודים יש אהבה, יש ערבות: יהודי מרגיש שהוא ערב ליהודי אחר, מרגיש אחריות כלפיו, ומרגיש שהוא זקוק לו. הוא לא יכול להיות בלעדיו. את הנקודה הזאת יהודה ביטא, והיא שברה את כל הגלות. כי זה יסוד עיקרי בכל עבודת השם, ובפרט בתקופה האחרונה שלפני משיח, כדי להביא את הגאולה. כפי שהגמרא אומרת, כל חורבן בית המקדש קשור הרי לשנאת חינם. הגמרא ביומא, הגמרא
09:55 דאס וואס יוסף האט געמאכט די גאנצע געשיכטע וואס מ׳האט געלערנט אין פרשת מקץ, איז דאס געווען כדי מעורר צו זיין ביי די ברידער, ווי ס׳איז געווען בפועל ממש. יא, אז מ׳האט געזאגט „אבל אשמים אנחנו“, און זיי האבן תשובה געטאן. און נאך דאס וואס יוסף האט געגעבן צו בנימין אזוי פיל מתנות, און עס איז געווען ביי זיי קיין שום קנאה נישט. „וישתו וישכרו עמו“ — זיי זענען געווען פריילעך. און עס שטייט אין אלע ספרים וואס איז געווען דא די מעשה. און דערנאך, בשעת עס איז געקומען דער מצב פון בנימין, וואס האט מען געקענט טראכטן? זאגט יוסף: די ברידער האבן זיך מוסר נפש געווען פאר אים. אבער וואס איז געווען די שטארקסטע נקודה וואס האט געפילט, איז דער „כי עבדך ערב את הנער“. ווי ער ברענגט, אז דא איז געווען דער ענין פון אהבה, „כי עבדך ערב את הנער“. דאס איז דער ענין פון אהבה וואס יוסף הצדיק האט געזען ביי יהודה, און די פנימיות פון אהבת ישראל, פון דעם און יענעם. אז ביי אידן איז דא דער ענין פון אהבה, אז עס איז דא דער ערבות, אז דער איד פילט גאראנטירט איינער פארן צווייטן, און ער פילט די אחריות איינער פארן צווייטן, און ער פילט אז ער דארף אנקומען צום צווייטן. ער קען אן דעם צווייטן נישט זיין. איז די נקודה האט ער ארויסגעברענגט, און דאס האט צעבראכן דעם גאנצן גלות. ווייל דאס איז דער יסוד עיקרי אין כלל עבודת השם, ובפרט אין אחרון צו משיח׳ן, כדי צו ברענגען די גאולה. ווי די גמרא זאגט, אז דער גאנצער חורבן בית המקדש האט דאך צוטאן מיט שנאת חינם. די גמרא אין יומא, די גמרא
11:25 בגיטין. ידוע שכל חורבן בית המקדש היה מפני שהיה פגם באהבת ישראל. הייתה שנאת חינם, וזה התחיל כבר מהגלות הראשונה. שם היו קנאה ושנאה, והן הביאו לגלות מצרים. ואחר כך, כשהגיע התיקון לזה, שהביא את הגאולה, הוא התחיל ברגע שבו יוסף התוודע אל אחיו. כאן, אצל יוסף, הייתה תחילת הגאולה. מה עניינו של ״כי עבדך ערב את הנער״? אהבת ישראל: כל ישראל ערבים זה בזה. הרי הגמרא במסכת בבא בתרא, בסוף בבא בתרא, דנה בדיני ערבות. הגמרא שואלת: מניין לומדים את דיניו של ערב, שאדם יכול לקבל על עצמו להיות ערב, להבטיח את התחייבותו של אדם אחר? לומדים זאת מיהודה: ״כי עבדך ערב את הנער״. מכך שיהודה נעשה ערב להביא את בנימין, לומדים את דיני הערבות. הגמרא מקשה על כך שם ומביאה פסוק אחר. היא מביאה פסוק במשלי שממנו לומדים את דיני הערבות. ובכל מהלך הדברים בהלכה [לא ברור], גם אחרי שהגמרא מביאה פסוקים אחרים, עדיין נשאר היסוד שאת הערבות לומדים מכאן, מבנימין ליוסף. רואים שבמדרש תנחומא ובמדרש רבה על הפרשה הזאת דנים בכל
11:25 אין גיטין. ידוע אז דער גאנצער חורבן בית המקדש איז געווען צוליב דעם וואס עס איז געווען א פגם אין דעם ענין פון אהבת ישראל. עס איז געווען דער ענין פון שנאת חינם, און דאס האט זיך אנגעהויבן פון דעם ערשטן גלות. דארט איז געווען דער ענין פון קנאה ושנאה, און דאס האט געברענגט צום גלות מצרים. און שפעטער, בשעת עס איז געווען דער תיקון אויף דעם, וואס דאס האט געברענגט די גאולה, האט זיך דאס אנגעהויבן מיט דעם מצב וואס יוסף האט זיך מתוודע געווען. כאן, ביי יוסף, דאס איז געווען דער תחילת פון דער גאולה. וואס איז די מעשה פון „כי עבדך ערב את הנער“? דער ענין פון אהבת ישראל: כל ישראל ערבים זה בזה. די גמרא זאגט דאך אין מסכת בבא בתרא, סוף בבא בתרא, די גמרא רעדט וועגן דיני ערבות. די גמרא ברענגט די דיני ערבות: פון וואנען לערנט מען די דינים פון ערב, אז א מענטש קען זיך אונטערנעמען צו זיין אן ערב, גאראנטירן אויף די התחייבות פון א צווייטן? לערנט מען דאס פון יהודה: „כי עבדך ערב את הנער“. אז דאס וואס יהודה האט זיך געמאכט אן ערב אויף צו ברענגען בנימין, פון דעם לערנט מען די דיני ערבות. די גמרא פרעגט עס אפ דארט; די גמרא ברענגט אן אנדער פסוק. די גמרא ברענגט א פסוק אין משלי, פון וואנען מען לערנט די דיני ערבות. און אין דעם גאנצן סדר אין הלכה [לא ברור], אפילו נאכדעם וואס די גמרא ברענגט אנדערע פסוקים, בלייבט אבער דער יסוד, אז דער יסוד פון ערבות לערנט מען פון דעם, פון בנימין צו יוסף. מען זעט אין מדרש תנחומא, מדרש רבה אין דער דאזיקער פרשה, רעדן כל
13:05 מיני דינים של ערב, ומביאים אותם מיוסף, מהפסוק בפרשה הזאת. רואים גם בגמרא נוספת, שאף על פי שהגמרא מביאה פסוקים אחרים, רש״י — אם הולכים לפי רש״י — אומר שערבות היא מן התורה, ומביא דווקא את הפסוק ״כי עבדך ערב את הנער״. זאת אומרת שגם למסקנה נשאר שאת היסוד של דיני הערבות, שיהודי אחד ערב ליהודי אחר, ״כל ישראל ערבים זה בזה״, לומדים מכאן. זה מה שלומדים מפרשת השבוע, וזה היסוד של מה שאירע כאן. כשיהודה בא אל יוסף, התייצב לבקש על אחיו בנימין, והצהיר ואמר ״אני ערב״, הדבר הביא לכך שיוסף התגלה: ״ויתודע יוסף אל אחיו״. וכך התחילה האפשרות לחירותו של יעקב אבינו, להוציא אותם מהמצב שבו היו. אבל מכאן לומדים גם על כל המצבים, וגם על הגאולה האחרונה. הוא מביא כאן בשם המפרשים שזו הוראה כללית לעם ישראל בכל הדורות: ״כי עבדך ערב את הנער״. כלומר, אם רוצים להביא לגאולה, אם רוצים שהגלות תהיה מוארת, איך עושים זאת? באמצעות ״כי עבדך ערב את הנער״. בכך ש־
13:05 מיני דיני ערב, און זיי ברענגען עס מיוסף, פון דעם פסוק אין דער דאזיקער פרשה. מען זעט אין נאך א גמרא, אז אפילו די גמרא ברענגט אנדערע פסוקים, אבער רש״י, גייט מען נאך רש״י, רש״י זאגט אז ערבות איז מן התורה, און ברענגט דווקא דעם פסוק „כי עבדך ערב את הנער“. דאס הייסט אז עס בלייבט למסקנה, אז דער יסוד פון דיני ערבות, וואס איין איד איז ערב פאר א צווייטן איד, כל ישראל ערבים זה בזה, לערנט מען פון דעם. דאס איז דער ענין וואס מען לערנט ארויס פון דער פרשה פון דער דאזיקער וואך. און דאס איז דער יסוד פון דער פרשה, וואס עס איז געשען דא. אז ווען יהודה איז געקומען צו יוסף, און ער האט זיך אוועקגעשטעלט בעטן פאר זיין ברודער, פאר בנימין, און ער האט זיך אנגעגעבן און געזאגט אז איך בין ערב, האט דאס געפירט אז יוסף איז נתגלה געווארן, „ויתודע יוסף אל אחיו“, און דאס האט אנגעהויבן די מעגליכקייט פון חירות יעקב אבינו, ארויסצונעמען זיי פון דעם מצב וואס זיי זענען געווען אין. אבער פון דעם לערנט מען ארויס אויף אלע מצבים. און מען לערנט ארויס אויך אויף דער לעצטער גאולה. ער ברענגט דא אין די מפרשים, אז דאס איז א הוראה כללית פאר עם ישראל אין אלע דורות: „כי עבדך ערב את הנער“. וואס עס הייסט, וויל מען פירן צו דער גאולה, וואס עס הייסט, וויל מען אז דער גלות זאל ווערן ליכטיק, ווי אזוי מאכט מען דאס? דאס דורכן „כי עבדך ערב את הנער“. דורך דעם וואס
14:37 יהודי אינו מבקש רק על עצמו. יהודי מתפלל ומבקש על יהודים אחרים, מכניס אותם לתפילותיו ומבקש עליהם. צריך להרגיש אחריות כלפי יהודים אחרים, לחשוב על יהודים אחרים; בכך מביאים את הגאולה. והדבר נאמר דווקא כאן, אצל יוסף. מה הקשר של זה ליוסף? אדמו"ר הצמח צדק אומר שהשם יוסף, כל השם יוסף, בא מהפסוק ״יוסף ה׳ לי בן אחר״. כך אמרה רחל בשעה שנתנה לו את השם יוסף: ״יוסף ה׳ לי בן אחר״. מה פירוש ״יוסף ה׳ לי בן אחר״? מבאר אדמו"ר הצמח צדק: ״אחר״ פירושו אחר, היפך הקדושה. זו משמעות המילה ״אחר״. היא אומרת ״לי בן אחר״ — שמאותו ״אחר״ יעשו ״בן״. עניינו של יוסף הצדיק, תפקידו, הוא לקחת יהודי שהוא בבחינת ״אחר״, בחינת אחוריים, יהודי שלמרבה הצער התנתק, [לא ברור], והוא בבחינת ״ויפנו אלי עורף ולא פנים״, יהודי שנמצא במצב של אחוריים — ולעשות מאותו ״אחר״ בן. שיהיה ילד יהודי, שיחזירו אותו ליהדות ויקרבו אותו. זהו עניין ״כי עבדך ערב את הנער״: שיהודי מרגיש ערבות, שכל אחד ערב לחברו. ורואים כאן דבר מופלא. מה היה כאן עניין האהבה שאנו רואים? מדוע דווקא יהודה היה זה
14:37 אן איד בעט נישט נאר אויף זיך, אן איד איז מתפלל, בעט אויף אנדערע אידן, לייגט אריין אין תפילות, ער בעט אויף אנדערע אידן. מען דארף זיך פילן אונטערזוכט אויף אנדערע אידן, טראכטן וועגן אנדערע אידן; מיט דעם פירט מען די גאולה. און דאס שטייט דווקא דא ביי יוסף. וואס האט דאס צו טאן געהאט מיט יוסף? שטייט דאך פון צמח צדק, אז דער נאמען יוסף, דער גאנצער נאמען יוסף נעמט זיך דאך פון דעם „יוסף ה׳ לי בן אחר“. דער נאמען יוסף נעמט זיך דאך פון דעם וואס דאס האט געזאגט רחל בשעת זי האט אים געגעבן דעם נאמען יוסף: „יוסף ה׳ לי בן אחר“. וואס איז דער טייטש „יוסף ה׳ לי בן אחר“? טייטשט דער צמח צדק: „אחר“ איז דער טייטש אחר, דאס איז פארקערט פון קדושה. דאס איז דער ווארט „אחר“. זאגט זי „לי בן אחר“, אז פון דעם אחר זאל מען מאכן א בן. יוסף הצדיק, זיין ענין, זיין זאך איז, אז פון אחר, בחינת אחוריים, אן איד וואס ער איז רחמנא ליצלן זיך אפגעריסן, [לא ברור], ער איז אין בחינת אחר, פון „ויפנו אלי עורף ולא פנים“, אן איד שטייט אין א מצב פון אחוריים, איז פון דעם אחר מאכן פון אים א בן. ער זאל ווערן אן אידיש קינד, מען זאל אים צוריקברענגען צו אידישקייט און מאכן אים נענטער. אז דער ענין איז דער „כי עבדך ערב את הנער“, אז אן איד פילט ערבות, ערב איינער צום אנדערן. און דאס זעט מען א מורא׳דיגע זאך. וואס איז דא געווען דער ענין פון דער אהבה וואס מען זעט דא? יהודה, פארוואס דווקא יהודה איז געווען דער
16:25 שקיבל עליו את הערבות? מדוע כשדיבר ראובן, דבריו לא פעלו, כפי שסופר קודם? ראובן דיבר אל יעקב, ויעקב לא קיבל את דבריו. כשבא יהודה ואמר ״אנכי אערבנו״, הדבר עשה עליו רושם אחר, והערבות של יהודה היא שפעלה. מדוע דווקא הערבות של יהודה? מהו העניין כאן? מה העומק בזה? הרבי אומר פעם, שהכוונה היא כך: יהודה הוא הרי המלך. אף שגם יוסף היה מלך, זו הייתה מלוכה מסוג אחר. עיקר עניין המלוכה, כפי שהרמב״ם אומר בהלכות מלכים, שהמלוכה נמשכת לדורי דורות ולעולם ונצח, הוא מלכות דוד המלך, מלכי בית דוד, מלכי יהודה. ״יהודה מלך באחיו״; יהודה היה המלך הראשון. הוא היה ראש מלכי בית דוד; ממנו עתיד לצאת מלך המשיח, כפי שנאמר בהפטרה של אותו שבוע: ״ועבדי דוד מלך עליהם לעולם״. מלך המשיח עתיד לצאת מדוד, מיהודה. מה עניינו של מלך? הרמב״ם אומר בהלכות מלכים: ״שהמלך לבו הוא לב כל קהל ישראל״. המלך הוא הלב של העם כולו. עניינו של מלך הוא שכל המדינה וכל אנשי המדינה, עם כל הדברים השייכים למדינה, כל רכוש המדינה, נעשים דבר אחד על ידי המלך. יש תשובה של הרשב״א שבה הוא אומר: ״המלך כציבור״. המלך הוא כמו הציבור כולו, שכל עם ישראל תלויים בו. כל העם נעשה דבר אחד על ידי המלך. זאת אומרת
16:25 וואס ער האט זיך אונטערגענומען די ערבות? פארוואס ראובן האט גערעדט, האט עס נישט געפועלט, ווי פריער דערציילט. ראובן האט גערעדט צו יעקב, און יעקב האט עס נישט אנגענומען. ווען יהודה איז געקומען און האט געזאגט „אנכי אערבנו“, האט עס אויף אים געמאכט אן אנדערן רושם, און די ערבות פון יהודה, דאס האט געפועלט די פעולה. פארוואס דוקא די ערבות פון יהודה? וואס איז דא דער ווארט? וואס איז דא די עומק? זאגט דער רבי, אמאל, די כוונה: יהודה איז דאך דער מלך. כאטש יוסף איז אויך געווען א מלך, אבער ס׳איז אן אנדער סארט מלוכה. דער עיקר ענין המלוכה, ווי דער רמב״ם זאגט אין הלכות מלכים, אז די מלוכה נמשכת לדורי דורות ולעולם ונצח, איז דאס די מלוכה פון דוד המלך, מלכי בית דוד, מלכי יהודה. „יהודה מלך באחיו“; יהודה איז געווען דער ערשטער מלך. ער איז געווען דער ראש מלכי בית דוד; פון אים וועט ארויסקומען מלך המשיח, ווי עס שטייט אין דער הפטרה פון יענע וואך: „ועבדי דוד מלך עליהם לעולם“. אז דער מלך המשיח וועט ארויסקומען פון דוד, פון יהודה. וואס איז דער ענין פון א מלך? דער רמב״ם זאגט אין הלכות מלכים, „שהמלך לבו הוא לב כל קהל ישראל“. דער מלך איז דאס הארץ פון דעם גאנצן פאלק. דער ענין פון א מלך איז, אז די גאנצע מדינה און כל אנשי המדינה, מיט אלע זאכן וואס געהערן צו דער מדינה, דער גאנצער רכוש המדינה, ווערט איין זאך דורך דעם מלך. ס׳איז פאראן א תשובת הרשב״א, וואו ער זאגט: „המלך כציבור“. דער מלך איז ווי דער גאנצער ציבור, שכל עם ישראל תלויים בו. דאס גאנצע פאלק ווערט איין זאך דורך דעם מלך. דאס הייסט אז
18:13 שעניין המלוכה הוא שהוא עושה מן העם, מן הציבור, מציאות של יחיד. אין זה ריבוי של מאות ואלפים שמתקבצים יחד. המלך לוקח את הציבור כולו ועושה ממנו מציאות אחת. ולכן עניינה האמיתי של הערבות, ״ישראל ערבים זה בזה״, קשור דווקא למלך. הוא יוצר את החיבור האמיתי, את הערבות האמיתית. מה פירוש ״ישראל ערבים זה בזה״? הרי זו הלכה: מי שכבר קיים מצווה, רשאי לברך שוב כדי להוציא ידי חובה גם מישהו שעדיין מחויב בה. מה הטעם לכך? מפני ש״ישראל ערבים זה בזה״. כפי שמובא בספרי ההלכה, וכל שכן בספרים שלומדים את העניין לעומקו: היסוד של ״ישראל ערבים זה בזה״ הוא שמכיוון שאותו יהודי עדיין לא קיים את המצווה, מצד הערבות שלי אני עדיין בר חיובא, אף על פי שכבר קיימתי את המצווה. מכיוון שיש עוד יהודי שלא קיים את המצווה, הרי זה כאילו המצווה חסרה אצלי. וממילא אני כאילו בר חיובא. הדבר נובע מכך שכל היהודים הם מציאות אחת. הם נעשים מציאות אחת ויחידה, מציאות של יחיד. וזהו העניין האמיתי של אהבת ישראל ואחדות ישראל: עם ישראל הוא כמו גוף אחד ויחיד. כפי שנאמר בירושלמי, במסכת נדרים, אומר
18:13 דער ענין המלוכה איז, וואס ער מאכט פון דעם פאלק, פון דעם ציבור, א מציאות פון א יחיד. דאס איז נישט קיין ריבוי, נישט קיין הונדערטער, טויזנטער וואס קומען צוזאמען. דער מלך נעמט דעם גאנצן ציבור און מאכט פון דעם א מציאות אחת. און דערפאר, דער אמת׳ער ענין פון ערבות, „ישראל ערבים זה בזה“, איז פארבונדן דוקא מיט דעם מלך. ער מאכט דעם אמת׳ן חיבור, די אמת׳ע ערבות. וואס איז דער טייטש פון „ישראל ערבים זה בזה“? מ׳פירט דאך אן הלכה: איינער וואס האט שוין מקיים געווען א מצוה, מעג ער נאך אמאל מאכן א ברכה, מוציא זיין אפילו איינער וואס איז נאך מחויב. וואס איז דער טעם הדבר? ווייל „ישראל ערבים זה בזה“. ווי עס שטייט אין הלכה־ספרים, און כל שכן אין ספרים וואס לערנען דעם ענין בעומק, אז דער כלל פון, פארוואס „ישראל ערבים זה בזה“, דאס הייסט, אז וויבאלד יענער איד האט נאך נישט געמאכט די מצוה, איז אין מיין ערבות בין איך נאך א בר חיובא, אגב איך האב שוין געמאכט די מצוה. אבער וויבאלד עס איז דא נאך אן איד וואס האט נישט געמאכט די מצוה, איז דעמאלט כאילו אויף מיר פעלט דאס. איז במילא בין איך כאילו א בר חיובא. און דאס נעמט זיך פון דעם וואס אלע אידן זיינען א מציאות אחת. ס׳ווערט איין און איינציקע מציאות, א מציאות פון א יחיד. און דאס איז דער אמת׳ער ענין פון אהבת ישראל און אחדות ישראל, וואס עם ישראל איז ווי איין און איינציקער גוף, ווי עס זאגט אין ירושלמי, אין מסכת נדרים, זאגט
19:46 הירושלמי שכל היהודים הם כמו גוף אחד. ואם זה גוף אחד, יד אחת לא תכה את היד השנייה. עם ישראל הוא מציאות אחת ויחידה, דבר אחד. ולכן דווקא יהודה, שהיה המלך, ואצל המלך ישנו עניין האחדות האמיתי, עניין הערבות האמיתי, לכן יהודה הוא שאמר זאת: הוא קיבל עליו ערבות לבנימין. הוא קיבל עליו ערבות לבנימין, ולכן אמר ״כי עבדך ערב את הנער״. בכך שיהודה עורר את עניין הערבות האמיתי, את העניין האמיתי של אחדות ישראל, שכל היהודים הם מציאות אחת — רק זה פעל ש״ולא יכול יוסף להתאפק״, ויוסף התגלה לאחיו כאחד. כי אז ראה יוסף שהכול דבר אחד. עד אז הסתכל יוסף וראה שיש המדרגה שלו, יש המדרגה של השבטים, ויש המדרגה האחרת; הוא למעלה, והם נמוכים יותר במדרגה. אבל ברגע שכל השבטים נעשו דבר אחד ויחיד, בכך שיהודה עורר את העניין שכל השבטים הם דבר אחד, התגלה שיוסף והשבטים הם דבר אחד. ולכן ״ולא יכול יוסף להתאפק״, ואז התגלה יוסף אליהם, והשפיע את ההשפעות שהשפיע יוסף ואת כל שאר הדברים. אז מהי הנקודה שלוקחים מזה?
19:46 דער ירושלמי, אז אלע אידן, דאס איז ווי איין גוף. אז אויב ווי איין גוף, וועט איין האנט נישט קלאפן די אנדערע האנט. עם ישראל, דאס איז איין און איינציקע מציאות, איין זאך. און דערפאר דוקא יהודה, וואס ער איז געווען דער מלך, און ביים מלך איז דא דער אמת׳ער ענין האחדות, דער אמת׳ער ענין הערבות, דערפאר איז ביי יהודה געווען דער ענין וואס ער האט געזאגט: ער האט זיך אונטערגענומען פאר בנימין. ער האט זיך אונטערגענומען פאר בנימין, און דערפאר האט ער געזאגט אז דורך דעם וואס „כי עבדך ערב את הנער“, דורך דעם וואס יהודה האט ארויסגערופן דעם אמת׳ן ענין הערבות, דעם אמת׳ן ענין אחדות ישראל, אז אלע אידן זיינען א מציאות אחת, נאר דאס האט געפועלט אז „ולא יכול יוסף להתאפק“, און יוסף איז נתגלה געווארן צו זיינע ברידער כאחד. ווייל דעמאלט האט יוסף דערזען אז אלץ איז איין זאך. ביז דעמאלט האט יוסף געקוקט אז עס איז דא זיין מדרגה, עס איז דא די מדרגה פון די שבטים, עס איז דא די אנדערע מדרגה; ער איז העכער, זיי זיינען נידעריקער אין מדרגה. אבער ווי נאר עס איז געקומען אז די אלע שבטים זיינען געווארן איין און איינציקע זאך, דורך דעם וואס יהודה האט ארויסגערופן דעם ענין אז אלע שבטים זיינען איין זאך, איז נתגלה געווארן אז יוסף מיט די שבטים איז איין זאך אחת. און דערפאר „ולא יכול יוסף להתאפק“, און דעמאלט איז יוסף נתגלה געווארן צו זיי, און האט משפיע געווען די השפעות וואס יוסף האט משפיע געווען און די אלע זאכן. איז וואס איז די נקודה וואס מ׳נעמט ארויס פון דעם?
21:18 הנקודה שלוקחים מזה היא שכאשר מדובר בילד יהודי, כאשר נשמות של יהודים נוגעות לנו, צריך לעמוד על כך, כי זה הדבר האחד והיחיד. כשיש ילד יהודי שצריך לתת לו חינוך יהודי, זה הרי עניין שלנו עצמנו. רש״י אומר בפרשה שלנו, שיהודה ניגש אל יוסף ואמר: ״ואל יחר אפך בעבדך״. מה פירוש ״ואל יחר אפך בעבדך״? הוא לא אומר לו דברים רעים; הרי הוא צריך לעורר רחמים. אז למה הוא אומר ״ואל יחר אפך בעבדך״? אומר רש״י: ״מכאן אתה למד שדיבר אליו קשות״. הוא דיבר אליו דברים קשים. בפסוק עצמו לא רואים שלכאורה דיבר בפועל דברים קשים כאלה. מסתכלים בפסוק ולא רואים זאת. מניין יודעים שדיבר אליו קשות? הפירוש הוא, אומר הרבי מליובאוויטש, שכאשר מדובר בהצלת ילד יהודי, ודאי שהוא דיבר קשות. אז לא היה זמן לעשות חשבונות, לעשות כך ולעשות אחרת, לבדוק היכן עוברים הגבולות, להכין הכנות והקדמות ולבוא עם משלחות גדולות ועם דברים גדולים. כשיהודה שמע שישנו בנימין, אותו ילד יהודי אחד ויחיד שרוצים לקחת למצרים, זה
21:18 די נקודה וואס מען נעמט ארויס פון דעם: ווען עס גייט דאך זיך אן פאר א אידיש קינד, ווען עס איז ביי אונז דאך נוגע נשמות פון אידן, דארף מען זיך אננעמען, ווייל דאס איז איין און איינציגע זאך. אז בשעה עס איז דא א אידיש קינד וואס מען דארף אים געבן א אידישן חינוך, איז דאס דאך אונזער אייגענע זאך. רש״י זאגט דאך אין אונזער פרשה, אז יהודה איז צוגעגאנגען צו יוסף און גערעדט: „ואל יחר אפך בעבדך“. וואס זאגט דער „ואל יחר אפך בעבדך“? ער זאגט אים גארנישט קיין שלעכטע זאכן; ער דארף זיך דאך מעורר זיין רחמים. וואס איז דער „ואל יחר אפך בעבדך“? זאגט רש״י: „מכאן אתה למד שדיבר אליו קשות“. ער האט גערעדט צו אים שווערע ווערטער. אין פסוק זעט מען נישט אז ער האט בפועל גערעדט, לכאורה, אזעלכע שווערע ווערטער. אבער מען קוקט אין פסוק, זעט מען דאס נישט. פון וואנעט ווייסט מען אז ער האט גערעדט אליו קשות? איז דער טייטש, אז ווי באלד עס רעדט זיך וועגן ראטעווען א אידיש קינד, זאגט דער ליובאוויטשער רבי, אז ווי באלד עס רעדט זיך וועגן ראטעווען א אידיש קינד, איז זיכער אז ער האט גערעדט קשות. דעמאלט איז געווען קיין צייט נישט צו מאכן חשבונות, און מאכן אזוי, און מאכן אזוי, וואו זיינען געגאנגען די גרעניצן, און זיך מאכן הכנות און הקדמות, און קומען צו גיין מיט גרויסע דעלעגאציעס און מיט גרויסע זאכן. ווען יהודה האט דערהערט אז עס איז דא א בנימין, פאר דעם איין און איינציקן אידישן קינד וואס מען וויל ארייננעמען אין מצרים, דאס
22:50 היה אומר אז שיסחבו אותו למצרים; הם לא ידעו מה עומד מאחורי כל הסיפור. כשיהודה שמע שיש ילד יהודי אחד ויחיד שצריך להציל, ״דיבר אליו קשות״: הוא עמד וביקש מכל הלב. הוא דיבר דברים היוצאים מן הלב. ״ידבר נא עבדך דבר באזני אדני״ — שלא רק ישמע, אלא שיבין עד כמה הדבר חשוב: צריך להציל כאן ילד יהודי. וכשיהודי עומד כך, בעוצמה הזאת ובתוקף הזה, הוא פעל ש״ולא יכול יוסף להתאפק״, ואז התגלתה כל ההשפעה. יש אמרה שמובאת בחסידות. את האמרה הזאת אמר אדמו״ר הריי״צ, ששמע אותה מאביו, אדמו״ר הרש״ב, ששמע אותה מאביו, אדמו״ר המהר״ש, ומאביו, אדמו״ר הצמח צדק — רבי מפי רבי — וכולם שמעו אותה מאדמו״ר הזקן, אחרי שחזר ממעזריטש. הוא אמר שהתורה הראשונה שאמר אדמו״ר הזקן כשחזר ממעזריטש הייתה על המילים ״כל ישראל ערבים זה בזה״. ואדמו״ר הזקן פירש שלמילה ״ערבים״ יש שלושה פירושים. ערבים, כפשוטו, מלשון ערבות, התחייבות. ערבים פירושו גם מתוקים, מלשון ״וערבה לה׳ מנחת יהודה״. וערבים פירושו גם מעורבים זה בזה. אדמו״ר הזקן פירש: ״ישראל ערבים זה בזה״ — יהודי אחד מעורב ביהודי אחר. יהודים מעורבים זה בזה, ״מקשה אחת כולה״. מה פירוש ״מקשה אחת כולה״? זה
22:50 האט דאך יעמאלט געמיינט אז מען גייט אים פארשלאפן אין מצרים; מען האט נישט געוואוסט וואס איז דא די מעשה. ווען יהודה האט דערהערט אז עס איז דא איין און איינציקער אידישער קינד וואס מען דארף אים ראטעווען, איז „דיבר אליו קשות“, אז ער האט געשטאנען און געבעטן פון גאנצן הארצן. ער האט גערעדט דברים היוצאים מן הלב. „ידבר נא עבדך דבר באזני אדני“ — דאס זאל ער נישט נאר הערן, דאס זאל ווערן וויכטיג, זאגט ער, אז מען דארף דא ראטעווען א אידיש קינד. און בשעה א איד שטעלט זיך אוועק מיט דער שטארקייט, מיט דעם תוקף, האט ער גע׳פועל׳ט אז „ולא יכול יוסף להתאפק“, און דא איז נתגלה געווארן די גאנצע השפעה. איז דא א ווארט וואס ברענגט זיך אין חסידות. דעם ווארט האט געזאגט דער פריערדיקער רבי, וואס האט עס געהערט פון זיין טאטן, דעם רבי׳ן רש״ב, און ער האט עס געהערט פון זיין טאטן, דעם רבי׳ן מהר״ש, און פון זיין טאטן, דעם צמח צדק — איז רבי מפי רבי — וואס זיי אלע האבן געהערט פון דעם אלטן רבי׳ן, אז דער אלטער רבי איז געקומען פון מעזריטש. האט ער געזאגט, די ערשטע תורה וואס דער אלטער רבי האט געזאגט קומענדיג פון מעזריטש איז געווען א ווארט: „כל ישראל ערבים זה בזה“. און דער אלטער רבי האט געטייטשט: ערבים האט דריי טייטשן. ערבים בפשטות איז ערבות, א גאראנטיע. ערבים איז אויך זיס, מלשון „וערבה לה׳ מנחת יהודה“. ערבים איז אויך שייך מלשון אויסגעמישט. דער אלטער רבי האט געטייטשט: „ישראל ערבים זה בזה“ — איין איד איז אויסגעמישט מיט א צווייטן אידן. אידן זיינען אויסגעמישט, „מקשה אחת כולה“. וואס מיינט דאס „מקשה אחת כולה“? דאס
24:38 מה שכתוב בלקוטי תורה. אדמו״ר הזקן מבאר שהמנורה הייתה ״חתיכה אחת של זהב״, ולקחו פטיש, ו״מה שלמעלה יורד למטה, ומה שלמטה עולה למעלה״. אומר אדמו״ר הזקן: זאת המנורה, זאת כנסת ישראל. ״מנורה זהב כולה״. זה עתה יצאנו מחנוכה, ממנורת חנוכה, מהנרות שהם כעין נרות המנורה, ומשבת חנוכה. ״מנורה זהב כולה״ נאמר על עם ישראל. עם ישראל הוא חתיכת זהב אחת, זהב. יש למעלה ויש למטה; כשמכים, מה שלמעלה יורד למטה, ומה שלמטה עולה למעלה. זאת מנורה אחת מזהב, מנורה אחת ויחידה. זה פירוש ״ערבים״, מעורבים יחד. יהודי אחד מעורב ביהודי אחר, מקשה אחת, מציאות אחת גדולה, כל סוגי היהודים. הדבר השני הוא מתיקות. יהודי צריך להיות מתוק ליהודי אחר. צריך להיות לו תענוג בעשייה למען יהודי אחר. לא רק לעשות, אלא לעשות בחשק, במתיקות, בחיוך ובחום. ואחר כך הוא אומר: יהודי אחד הוא ערב ליהודי אחר, יהודי אחד נושא ערבות ליהודי אחר. את זה הוא הביא מהמגיד ממעזריטש, מהתורה הראשונה, שבה היו היסודות. הרי אדמו״ר הזקן אמר, כשחזר מהמגיד ממעזריטש, שהרבי התפעל מאוד מאהבת ישראל שהבעל שם טוב מסר למגיד, ומהמגיד ממעזריטש היא עברה לאדמו״ר הזקן — יסודות אהבת ישראל. שיהיו ערבים, שיהודי אחד יתערב עם יהודי אחר. יהודי אחד צריך
24:38 איז דאס וואס שטייט אין לקוטי תורה. דער אלטער רבי טייטשט אויס, אז די מנורה איז געווען „חתיכה אחת של זהב“, און מען האט גענומען א האמער, און „מה שלמעלה יורד למטה, ומה שלמטה עולה למעלה“. זאגט דער אלטער רבי: דאס איז די מנורה, דאס איז כנסת ישראל. מנורה זהב כולה. קומען מיר ערשט פון חנוכה, די מנורה פון חנוכה, די נרות, כעין נרות של המנורה, און פון שבת חנוכה. מנורה זהב כולה גייט אויף עם ישראל. עם ישראל איז איין שטיק זהב, זהב. ס׳איז דא למעלה, למטה; ווי מען קלאפט, גייט דאס וואס איז למעלה אויף למטה, און למטה אויף למעלה. דאס איז מנורה אחת זהב, איז איין איינציקע מנורה. דאס איז ערבים, צוזאמענגעמישט. איין איד איז צוזאמענגעמישט מיט אן אנדערן איד, מקשה אחת, איין גרויסע מציאות, אלע סארטן אידן. די צווייטע זאך איז זיס. א איד דארף זיין זיס צום צווייטן אידן. מען דארף האבן א געשמאק אין דעם טאן פאר א צווייטן אידן. נישט נאר טאן, מיט א געשמאק, מיט א זיסקייט, מיט א שמייכל, מיט א ווארעמקייט. און דערנאך זאגט ער: איין איד איז א גאראנטיע, איין איד איז אן ערב אויף א צווייטן אידן. דאס האט ער איבערגעברענגט פון דעם מעזריטשער מגיד, פון דער ערשטער תורה, וואס איז געווען די יסודות. דער אלטער רבי האט דאך געזאגט, אז קומענדיג פון מגיד האט דער רבי די גרויסע הפלאה פון אהבת ישראל, וואס דער בעל שם טוב האט איבערגעגעבן צום מגיד, און פון דעם הייליגן מגיד איז עס איבערגעגאנגען צום אלטן רבי׳ן, די יסודות פון אהבת ישראל. אז זיי דארפן זיין ערבים, איין איד דארף זיך מישן מיט דעם צווייטן אידן. איין איד דארף
26:09 להיות ערב ליהודי אחר. יהודי אחד צריך לשאת ערבות ליהודי אחר; אז ישנה אחריות אמיתית. כשיהודי מרגיש שמצבו של יהודי אחר נוגע לו, הוא לא יכול לנוח. ברגע שהוא רואה שיש עוד יהודי שנמצא במצב שבו צריך להושיט לו יד, [לא ברור], שיש יהודי שצריך להושיט לו יד — חסרים לו מעשים טובים, חסר לו לימוד התורה, חסרים לו ענייני קדושה, ואפילו בגשמיות חסר לו — אז הוא מחפש מה הוא יכול לעשות, איך הוא יכול לעזור לו ולהושיט לו יד. ערבות פירושה להיות ערב ואחראי לאחר. ולכן מוצאים: ״ואת יהודה שלח לפניו אל יוסף להורות לפניו גשנה״. כתוב בספרים, בספרי חסידות: למה דווקא ״ואת יהודה שלח לפניו״? למה דווקא יהודה? למה לא שלח מישהו אחר? למה, מכל השבטים, דווקא יהודה נשלח לפניו? התשובה היא שיהודה מסר את נפשו כדי להציל ילד יהודי. מי יכול להיות ראש ישיבה? מי יכול להיות מי שאפשר לסמוך עליו שיתמסר לכל ילד יהודי, שיתמסר לכל בחור יהודי כדי שיקבל את החינוך היהודי הנכון והאמיתי? זה יכול להיות יהודה, מי שאצלו קיים ״כי עבדך ערב את הנער״, שהוא מקבל על עצמו אחריות ליהודי אחר
26:09 זיין ערב צום צווייטן אידן. איין איד דארף זיין א גאראנטיע פאר דעם צווייטן אידן; דעמאלט איז דא די אמת׳ע אחריות. אז א איד פילט אז דער מצב פון א צווייטן איד גייט אים אן, דעמאלט קען ער דאך נישט רוען. ווי נאר ער זעט אז ס׳איז דא נאך א איד וואס איז אין א מצב וואס מ׳דארף אים געבן א האנט, [לא ברור], ס׳איז דא א איד וואס מ׳דארף אים געבן א האנט — ס׳פעלט אים אין מעשים טובים, ס׳פעלט אים אין לימוד התורה, ס׳פעלט אים אין ענינים פון קדושה, ס׳פעלט אים אפילו אין גשמיות — דעמאלט זוכט ער וואס ער קען טון, וויאזוי ער קען אים ארויסהעלפן, געבן א האנט. ערבות מיינט זיין ערב און אחראי צום אנדערן. און דערפאר געפינט מען: „ואת יהודה שלח לפניו אל יוסף להורות לפניו גשנה.“ ס׳שטייט אין ספרים, חסידישע ספרים: פארוואס דווקא „ואת יהודה שלח לפניו“? פארוואס דווקא יהודה? פארוואס האט ער נישט געשיקט עפעס איינער אנדערש? פארוואס, פון אלע שבטים, איז דווקא יהודה געשיקט געווארן לפניו? דער תירוץ איז, אז יהודה האט מסירות נפש געהאט צו ראטעווען א אידיש קינד. ווער קען זיין א ראש ישיבה? ווער קען זיין דער וואס מ׳קען זיך אויף אים פארלאזן, אז ער וועט זיך איבערגעבן צו יעדער אידיש קינד, ער וועט זיך איבערגעבן צו יעדן אידישן בחור, אז ער וועט באקומען דעם ריכטיגן, אמת׳ן אידישן חינוך? דאס קען זיין א יהודה, איינער וואס ביי אים איז דא „כי עבדך ערב את הנער“, אז ער נעמט זיך אויף דעם צווייטן
27:43 יהודים. הוא נושא בערבות; הוא ערב ליהודי השני, מעורב עם יהודים אחרים ואינו מפריד את עצמו מהם [לא ברור]. יש לו דבר אחד ויחיד: הוא יכול להיות ראש הישיבה האמיתי; הוא יכול להיות בבחינת „ואת יהודה שלח לפניו אל יוסף להורות לפניו גשנה“, ולהביא את הגאולה. וזו ההוראה שאנו לומדים מפרשת השבוע. הפרשה פותחת ואומרת: „ויגש אליו יהודה ויאמר בי אדוני“. [לא ברור] הקדושת לוי מביא, [לא ברור], ש„ויגש אליו יהודה“ פירושו היהודי שניגש לקדוש ברוך הוא. יוסף — יוסף הצדיק, המשפיע — הכוונה ליוסף; ויוסף הוא הקדוש ברוך הוא. יהודה הוא כנסת ישראל, היהודי שניגש לקדוש ברוך הוא. והיהודי בא אל הקדוש ברוך הוא ומבקש: „בי אדוני“, שתהיה הגאולה, שתהיה השפעה, ברכה וישועה. [לא ברור] יהודה ניגש אל יוסף ומבקש השפעה. כנסת ישראל באה אל הקדוש ברוך הוא. אבל אז הוא אומר: „כי עבדך ערב את הנער“. מה התנאי? מה הכלי? „לא מצא הקדוש ברוך הוא כלי מחזיק ברכה לישראל אלא השלום“. וכאשר יש „עבדך ערב את הנער“, כאשר יהודי נחלץ לעזרת יהודי אחר בצרתו, חושב על צרתו והולך לעזור לו, באופן של ערבות — לא רק ערבות ואחריות, אלא ערבות במובן שהוא מעורב עמו — זו
27:43 אידן. ער האט ערבות; ער איז ערב צום צווייטן אידן, ער מישט זיך מיט אנדערע אידן, ער טיילט זיך נישט אפ [לא ברור]. ער האט איין איינציקע זאך: ער קען זיין דער אמת׳ער ראש ישיבה; ער קען זיין „ואת יהודה שלח לפניו אל יוסף להורות לפניו גשנה“, און ברענגען די גאולה. און דאס איז די הוראה וואס מיר לערנען פון היינטיקער פרשה. די פרשה הייבט אן און זאגט: „ויגש אליו יהודה ויאמר בי אדוני.“ [לא ברור] דער קדושת לוי ברענגט, [לא ברור], אז „ויגש אליו יהודה“ מיינט דער איד וואס גייט צום אייבערשטן. יוסף — יוסף הצדיק, דער משפיע — דאס גייט אויף יוסף; און יוסף איז דער הקדוש ברוך הוא. יהודה איז כנסת ישראל, דער איד וואס גייט צום אייבערשטן. און דער איד קומט צום אייבערשטן און בעט: „בי אדוני“, אז ס׳זאל זיין די גאולה, אז ס׳זאל זיין השפעה און ברכה און ישועה. [לא ברור] יהודה קומט צו יוסף און בעט השפעה. כנסת ישראל קומט צום הקדוש ברוך הוא. אבער דעמאלט זאגט ער: „כי עבדך ערב את הנער.“ וואס איז דער תנאי? וואס איז דער כלי? דער הקדוש ברוך הוא האט נישט געפונען א כלי מחזיק ברכה לישראל אלא השלום. און בשעת ס׳איז דא „עבדך ערב את הנער“, בשעת דער איד נעמט זיך אן פארן צרה פון א צווייטן אידן, דער איד טראכט וועגן דער צרה פון א צווייטן אידן, און דער איד גייט העלפן דעם צווייטן אידן, אויף אן אופן פון ערבות, נישט נאר ערבות און אחריות — ערבות, אז ער איז צוזאמענגעמישט מיט אים — דאס
29:43 ישות אחת ומשפחה אחת; הוא מרגיש כאילו זה ילדו שלו. כפי שאדמו"ר הריי"צ אמר, שהילדים בישיבה שלי הם הילדים שלי ממש. זה כבר דבר אחר: זה ילד שלו, זו המשפחה שלו. וכשכך הדבר, זהו „כי עבדך ערב את הנער“. אז אפשר לבוא ולומר: „כי איך אעלה אל אבי?“ אז אפשר לעלות אל האב. ומה יכול להביא את הגאולה? על כך מספרת לנו הפרשה, שאז היה „ותחי רוח יעקב אביהם“. ראיתי דבר של הרבי מלפני 30 שנה. הוא אמר פעם שכאשר יוסף שלח אל אביו מגלות מצרים, הוא הזכיר לו את מה שלמדו יחד על עגלה ערופה. והרבי שואל: מהי עגלה ערופה? ולמה דווקא עגלה ערופה? המפרשים מביאים ביאורים, כן, הכלי יקר והמפרשים, מה הדבר מסמל ומה עניינו. כי כך היה המעשה: כשיוסף עוד היה אצל יעקב, יעקב למד עם בנו יוסף, וכשהוא הלך לחפש את אחיו, הם אחזו בלימוד עגלה ערופה. והרבי מסביר עוד: „יוסף ה׳ לי בן אחר“. יוסף הצדיק קיבל את השליחות הרמוזה בשמו: מ„אחר“ צריך לעשות „בן“. צריך לקחת אדם שנמצא במצב של „אחר“ ולעשות ממנו „בן“. עגלה ערופה — מהי עגלה ערופה? עגלה ערופה היא כשמוצאים חלל בשדה, אדם בשדה, ואז באים לראות [לא ברור]. זהו היצר הרע. „חלל בשדה“ הוא, רחמנא ליצלן, כשיהודי מתנתק מהקדוש ברוך הוא. זו מיתה רוחנית. יוסף הצדיק יודע ששליחותו היא עגלה ערופה: „ידינו לא שפכה את הדם הזה“ — „לא פטרנוהו בלא לויה ובלא מזונות“. ברוחניות יודעים...
29:43 איז איין איינציקע זאך און איין איינציקע משפחה; ער פילט ווי זיין אייגן קינד. ווי דער פריערדיקער רבי האט געזאגט, אז די קינדער אין מיין ישיבה, דאס זיינען מיינע אייגענע קינדער. דאס איז אן אנדערע זאך: דאס איז אן אייגן קינד, דאס איז אן אייגענע משפחה. און ווען ס׳איז אזוי, איז דאס „כי עבדך ערב את הנער“. דעמאלט קען מען גיין און זאגן: „כי איך אעלה אל אבי?“ דעמאלט קען מען ארויפגיין צום פאטער. און וואס קען ברענגען די גאולה? דאס איז וואס די פרשה דערציילט אונז, אז דעמאלט איז געווען „ותחי רוח יעקב אביהם“. איך האב געזען א ווארט פונעם ליובאוויטשער רבי׳ן, פון דרייסיג יאר צוריק. ער האט אמאל געזאגט, אז ס׳שטייט: ווען יוסף האט געשיקט צו זיין פאטער נאך גלות מצרים, האט ער אים דערמאנט וואס זיי האבן געלערנט צוזאמען וועגן עגלה ערופה. און דער רבי פרעגט: וואס איז עגלה ערופה? און פארוואס דווקא עגלה ערופה? די מפרשים ברענגען ביאורים, יא, דער כלי יקר, די מפרשים, וואס דאס באדייט, וואס איז דער ענין. ווייל דאס איז געווען די מעשה: יוסף, ווען ער איז נאך געווען ביי יעקב, האט יעקב נאך געלערנט מיט זיין זון יוסף, און ווען ער איז געגאנגען זוכן די ברידער, האט מען געהאלטן ביי עגלה ערופה. און דער רבי איז מסביר נאך: „יוסף ה׳ לי בן אחר.“ יוסף הצדיק האט באקומען די שליחות וואס שטייט אין זיין נאמען: פון אן „אחר“ דארף מען מאכן א „בן“. מ׳דארף נעמען א מענטש וואס געפינט זיך אין אן „אחר“, און מ׳דארף מאכן פון אים א „בן“. עגלה ערופה — וואס איז עגלה ערופה? עגלה ערופה איז ווען מ׳געפינט א חלל בשדה, א מענטש אין פעלד, און דעמאלט קומט מען זען [לא ברור]. דאס איז דער יצר הרע. „חלל בשדה“ איז, רחמנא ליצלן, ווען א איד ווערט אפגעריסן פונעם אייבערשטן. דאס איז מיתה רוחנית. יוסף הצדיק ווייסט, אז זיין שליחות איז עגלה ערופה: „ידינו לא שפכה את הדם הזה“ — „לא פטרנוהו בלא לויה ובלא מזונות“. ברוחניות ווייסט מען...
31:47 התורה והמצוות נותנות לו את המזון שיהודי צריך. מה המטרה שלי? יוסף שלח את המסר ליהודה ולאביו. הוא אמר להם: „אני יודע מה השליחות שלי. אני יודע ששלחת אותי, בלימוד שלמדנו על עגלה ערופה. וזה מה שאני עושה במצרים, במֵצַר של מצרים, גם עם ניצוצות הקדושה שנמצאים שם. אני יודע שמטרת הגלות היא להפוך את ה׳אחר׳ ל׳בן׳“. וזה היה „ותחי רוח יעקב אבינו“.
31:47 די תורה און מצוות, זיי געבן אים דעם שפייז וואס א איד דארף. וואס איז מיין מטרה? יוסף האט געשיקט דעם מסר צו יהודה און צו זיין טאטן. ער האט זיי געזאגט: „איך ווייס וואס מיין שליחות איז. איך ווייס אז דו האסט מיך געשיקט, מיט דעם וואס מיר האבן געלערנט עגלה ערופה. און דאס טו איך אין מצרים, אין דעם מיצר פון מצרים, אויך מיט די ניצוצות פון קדושה וואס זענען דארט. איך ווייס אז די מטרה פון גלות איז אז פון דעם אחר דארף מען מאכן א בן.“ און דאס איז געווען דער „ותחי רוח יעקב אבינו“.
יעקב אבינו ראה שיוסף לא רק שלם בגשמיות, אלא שלם גם בשליחותו: הוא יודע מדוע הוא נמצא בעולם. לדאוג שבעניין עגלה ערופה יתקיים „לא פטרנוהו בלא לויה ובלא מזונות“, שיהודים יקבלו את מה שהם צריכים, את מזונם. וכך עושים „ואתם הדבקים בה׳ אלקיכם חיים כולכם היום“. ועל ידי זה נזכה, כפי שנאמר בתהילים בפסוק „רועה ישראל האזינה נוהג כצאן יוסף“, שהכוונה בו ליוסף, וכל יהודי נקרא „כצאן יוסף“. נזכה לכך על ידי עבודתנו בזמן הגלות, לדאוג שכל יהודי יקבל את מזונו. זהו „כי עבדך ערב את הנער“: להתאחד עם עוד יהודים, להתקשר עם עוד יהודים, באהבה ובחמימות. וכך נזכה לגאולה השלמה, שתהיה בימינו, במהרה בימינו, אמן.
אז יעקב אבינו האט געזען אז יוסף איז נישט נאר גאנץ בגשמיות, נאר אויך גאנץ אין זיין שליחות: ער ווייסט פארוואס ער געפינט זיך אויף דער וועלט. צו מאכן פון דער עגלה ערופה אז עס זאל זיין „לא פטרנוהו בלא לויה ובלא מזונות“, אז אידן זאלן באקומען וואס זיי דארפן, זייער שפייז. און אזוי מאכט מען „ואתם הדבקים בה׳ אלקיכם חיים כולכם היום“. און מיט דעם וועט מען זוכה זיין, ווי עס שטייט אין תהילים, אין דעם פסוק „רועה ישראל האזינה נוהג כצאן יוסף“, אז עס גייט אויף יוסף, און יעדער איד ווערט אנגערופן „כצאן יוסף“. מען וועט זוכה זיין דורך דעם וואס מיר טוען אונזער עבודה אין זמן הגלות, צו מאכן אז יעדער איד זאל באקומען זיין שפייז. דאס איז „כי עבדך ערב את הנער“: זיך צוזאמענקלייבן מיט נאך אידן, זיך צוזאמענבינדן מיט נאך אידן, מיט ליבשאפט און מיט ווארעמקייט. און אזוי וועט מען זוכה זיין צו דער גאולה שלימה, זאל דאס זיין אין אונזערע טעג, במהרה בימינו, אמן.